☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זוכט אלטע פאשקעווילן

זוכט אלטע פאשקעווילן

212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5547
בלאט: 1 2 3 4 5

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:18 am

· #171695
זוכט אלטע פאשקעווילן
איך בין נייגעריג צו וויסען די היסטוריה פון סאטמאר בנוגע צו איהר קעמפען מיט אנדערע, און בעיקר צו זעהן די אלטע ארטיקלען און פאשקעווילן וואס מ'האט געדרוקט.

איך וויל וויסען צו די מהלך האט זיך געענדערט מיט די צייט. ט'זענען זיי געווארען איידעלער צו שארפער, האבען זיי דעמאלס גערעדט מער צו די זאך אדער ווייניגער צו די זאך, פילן זיי היינט א פליכט ערקלערן זייער מיינונג מיט שכל מער ווי אמאל אדער ווייניגער, זענען זיי מער אנגעוואנדן אויף דעת הקהל היינט צו אין די אלטע צייטן.

ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א האט מיר לעצטענס געזאגט וועגען דער מחלוקת און טאראראם וועגען די בויער'ס אין בית שמש אז דער חוצפה און בזיונות וואס קומט ארויס פון די צדדים זענען נארמאל פאר די חברה. איך בין נייגעריג נאכצופארשען דער ענין.

ביטע לייג צו א האנד און שיק מיר ווי איך דארף אנצוקומען.
א דאנק

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:36 am

· #171701
איך בין זיכער מ'קען טרעפן א אוצר פון אינפארמאציע דא אדער דא, בהצלחה!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:55 am

· #171704
שקויעך, אבער דער גוגע"ל לינק האט מיר געמאכט לאכען, נאר פון דעסטוועגען פאסט נישט. ס'איז בעסער צוצוגייען מיט א רואיגער קאפ ווייל מ'פאלט נאר אריין אין זייערע הענט ווען מ'רעדט זייער מארמעראשער שפראך.

סלינקי » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:06 pm

· #171709
דאס איז פון סאטמאר מיט סאטמאר
<a class="postlink" href="/topic/1446">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=1446</a>

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:24 pm

· #171718
רויטע וואנצעס
איך בין זיכער מ'קען טרעפן א אוצר פון אינפארמאציע דא אדער דא, בהצלחה!

רויטע: דו מאכסט ליצנות?. אן ערנסטער ענטפער צו ליטוואק פון בודאפעסט. בחיים חיותו פון ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט מען נישט געדארפט קיין פאשקעווילן. דער דער איד (אדער ווי ניסן גארדאן האט עס אנגערופן "דער אראבער מיט אידישע אותיות") איז געווען איין שטיק פאשקוויל. ר'האט אנגעהויבן געוויינליך אזוי: "כל ליצנותא אסורה בר מליצנותא דעבודה זרה". והנה: אין ליובאוויטש האט מען ..... הא הא הא. אין די אזויגערופענע בעלזא האט מען גערעדט אפיקורסות און ציונות און... רח"ל. עפרא לפומייהו. דער קלויזנבורגער... (שגץ, אפיקורס, ציוניסט..) האט געזאגט אז... הא הא הא....! אגודת ישראל, די שקצים וואס גייען צו די בחירות האבן נעכטן געכאפט א שטארקע מפלה אין כנסת המינים. דוד גרין, משה שערטאק און גאלדע מאירסון האבן זיך געטראפן מיט'ן חשובן פארשטייער פונ'ם פאלעסטינער פאלק דער געערטער מיניסטער יאסיר אראפאט. פאלעסטינער יונגלעך האבן געווארפן שטיינער און די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן האבן געשאסן אויף זיי. אויכעט. די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן וועלכע זענען געפארן אום שבת קודש קיין ענטעבע, אוגאנדא האבן גע'הרג'ט דעם אומשולדיגן וואוילן דייטשן שייגעץ וועלכער האט געהיידזשעקט דעם פלעין, אבער האט נישט געוואלט טון שלעכטס פאר די אידן. (דער לעצטער סענטענס איז נישט קיין פאראדיע. הרב ר' סנדר זכותו יגון ואנחה האט דאס עכט געשריבן אין זיין שמוץ בלעטל. אויף דעים אפ-עד פעידזש.) :. נאך איין זאך פארגעסן. נאכדעים וואס מ'האט אנגעפיהרט א מערכה אקעגן אנאנדער חסידות, פארשטייצעך מיט פארשמירן בתי מדרשות און אנדערע בזיונות, און אמאל אויך קלעפ, האט ר'ס"ד ארויסגעגעיבן א "קונטרס הסברה" מסביר צו זיין ווי אזוי די איידעלע, וואוילע מענטשן זענען געצווינגען געווארן דורך יענעם צד (הנתקף) צוריק צו ענטפערן נאר א מקצת פון וואס מ'וואלט עכט געדארפט. 🙄 😠 😛 😈

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:28 pm

· #171719
שקויעך, איך בין זייער דאנקבאר פאר די אללע לינק'ס און ס'גיבט א שיינעם בליק אויפ'ן גאנצע ענין.
איך בין אויך אינטרעסירט אין די קלענערער מערכות וואס היינט וואלטען זיי אביסל געשעמט דערוועגען ווי למשל, קעגען ר' משה פיינשטיין אדער דער סקאליע רבי'ן אדער פאפא רב. ס'איז געווען ארטיקלען אין צייטונג ערקלערען דער פראבלעמ'ען פונ'ם סקאליע רבי'ן? אויך די אללע זאכען וואס זענען איבערגעגעבען מפה לאוזן אזוי ווי דער אויסרעדעכצער קעגען קאלאראשער רבי'ן אדער בעלזער רב וכדו', ט'איז עפעס געדרוקט וועגען די זאכען? מ'קען ערגעץ זעהן זייער מיטלען וכדו'.
איך האב לעצטענס געזעהן א געפערלעכע פאשקעוויל קעגען ר' יוסף דוד אפשטיין און ר' משה פיינשטיין און ממילא בין איך נייגעריג צו ס'איז דא אן אוצר פון די זאכען ערגעץ

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:31 pm

· #171720
רבינו הקוה"ט רשכבה"ג וואס אין שנים כתיקונם רופט מען אן אזעלכע מענטשען בעל עגלה: ווי קען איך זעהן די ארכיווען פון די צייטונגען. איך וויל עס זעהן במו עיני.
דער שאלה איז: דער מערכה יעצט קעגען ר' משה שטרנבוך איז ערגער ווי אמאל צו בעסער ווי אמאל? מ'קען זאגען אכשר דרא אז די פאשקעווילען זענען היינט איידעל און פיין (ווען זיי רעדען וועגען די טפה וואס פון דעם איז ר' משה שטרנבוך באשאפען געווארען) אדער זענען זיי פונקט אזוי גראב.

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:52 pm

· #171724
איך האב און מיין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט פאשקעווילן איבער די מחלוקות פון סאטמער איבער קראלי, סאטמער, חוסט, קראלי, ועוד פון פאר די קריג, אזוי אויך פון בעלז מונקאטש, עטליכע אינטרעסאנטע דאקומענטן איבער אלכסנדער מיט גור, ועוד ועוד. א גרויסע טייל דערפון וועט די האר פון קאפ זיך אויף שטעלן, וואס מ'האט אלץ געשריבען. אזוי האב איך אויך אן א שיעור בריעוון פאשקעווילן דאקומענטן איבער אסאך קלענערע מחלוקות אדער עגמת נפש וואס האבען זיך נישט געשלעפט אזוי לאנג.
איך קען אבער נישט אניאגען, ספעציעל אז איך מאך נישט קיין געלט דערפון, כ'האב באקומען גענונג אויף מיין ניק נאר פאר טראכטן פון וועלן ארויף לייגען בילדער פון רעבעצינס.
ואתכם הסליחה.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:54 pm

· #171725
ליטוואק פון בודאפעסט
רבינו הקוה"ט רשכבה"ג וואס אין שנים כתיקונם רופט מען אן אזעלכע מענטשען בעל עגלה: ווי קען איך זעהן די ארכיווען פון די צייטונגען. איך וויל עס זעהן במו עיני.
דער שאלה איז: דער מערכה יעצט קעגען ר' משה שטרנבוך איז ערגער ווי אמאל צו בעסער ווי אמאל? מ'קען זאגען אכשר דרא אז די פאשקעווילען זענען היינט איידעל און פיין (ווען זיי רעדען וועגען די טפה וואס פון דעם איז ר' משה שטרנבוך באשאפען געווארען) אדער זענען זיי פונקט אזוי גראב.

ליטוואק: ברוב ענוותנותי ווייס איך נישט צו דו מיינסט מיך אדער א צווייטן. נאר איך אליין וואלט אויך געהאט גרויס חשק צו ברענגען א ביסל פון די ארכיוון פון "דער איד" כדי דע רוילעם זאלל זעהן אז איך פאנטאזיר נישט. ספעציעל ווען ס'איז געוועין אונטער דער אנפירערשאפט פון ר' סענדער דער דייטש (אזוי האט מען איהם גערופן אין די קהילה.) זכותו יגון עלינו. ר'האט געשריבן אזעלכע זאכן און ארויסגעזאגט אזעלכע סברות וואס א איד וועלכער שטאמט מזרע אברהם יצחק ויעקב וואלט נישט געקענט ארויסזאגן..איך וועל בלי"נ נאכזוכן אין פארשידענע מקומות אן-ליין. וואו ס'איז פאראן די ארכיוון פון יענעם בלעטל. 🙄 😂 😠 😳

גד החוזה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:03 pm

· #171731
berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט
רבינו הקוה"ט רשכבה"ג וואס אין שנים כתיקונם רופט מען אן אזעלכע מענטשען בעל עגלה: ווי קען איך זעהן די ארכיווען פון די צייטונגען. איך וויל עס זעהן במו עיני.
דער שאלה איז: דער מערכה יעצט קעגען ר' משה שטרנבוך איז ערגער ווי אמאל צו בעסער ווי אמאל? מ'קען זאגען אכשר דרא אז די פאשקעווילען זענען היינט איידעל און פיין (ווען זיי רעדען וועגען די טפה וואס פון דעם איז ר' משה שטרנבוך באשאפען געווארען) אדער זענען זיי פונקט אזוי גראב.

ליטוואק: ברוב ענוותנותי ווייס איך נישט צו דו מיינסט מיך אדער א צווייטן. נאר איך אליין וואלט אויך געהאט גרויס חשק צו ברענגען א ביסל פון די ארכיוון פון "דער איד" כדי דע רוילעם זאלל זעהן אז איך פאנטאזיר נישט. ספעציעל ווען ס'איז געוועין אונטער דער אנפירערשאפט פון ר' סענדער דער דייטש (אזוי האט מען איהם גערופן אין די קהילה.) זכותו יגון עלינו. ר'האט געשריבן אזעלכע זאכן און ארויסגעזאגט אזעלכע סברות וואס א איד וועלכער שטאמט מזרע אברהם יצחק ויעקב וואלט נישט געקענט ארויסזאגן..איך וועל בלי"נ נאכזוכן אין פארשידענע מקומות אן-ליין. וואו ס'איז פאראן די ארכיוון פון יענעם בלעטל. 🙄 😂 😠 😳


די דערמאנסט מיר פון די מערכות פון ליבאוויטש, קלויזענבורג, בעלז, לעבאוויטש, ועוד.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:38 pm

· #171944
היינו איז דא אזעלכע רבי'ס וואס מ'זאגט אויף זיי פיתום און רעמסס, און ווען מ'באקוקט זיי זענען זיי פיינע תהלים אידען, אמאליגע בעלעגלות, וואס היינט, ווען איינער וואס עסט נישט מענטשען פלייש לעבעדיגעהייט איז שוין א צדיק נשגב, איז דער בעלעגלה זקן האדמורים. וועגען דעם רוף איך אן א בעלעגלה א רשכבהג.
איך האב א ביסעל נייגער אין אנדערע מחלוקת'ן אבער די וואס זענען געפיהרט פון סענדס סט. האבען אן אנדערע מיין. דער חינוך פון פוי איז אן אמעריקאנעם, אינדערהיים האט מען זיך נישט אנגעשטויסען אין א אידען א שטייגער ווי ר' משה פיינשטיין און דער חוצפה צו איהם איז אן אויסדרוק פון אנאנסירען 'אונז זע'מיר דא'. איך וויל וויסען צו מ'קען איפווייזען אז מ'האט שוין אביסל ארויפגעשלעפט די הויזען, און מ'פיהרט זיך אויף אביסל איידעלער.
פארשטייט זיך, אלס איז רעלאטיוו. איידעלער מיינט נישט ווי מענטשען בני תרבות, נאר פון א גארילל''א אויף אן אראנג -טאן.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:23 pm

· #171967
ר' גד החוזה: אין דיין מאמר וואו דו רעכנסט אויס א טייל פון די מערכות הקדושות וואס מ'האט אנגעפיהרט אקעיגן כלל ישראל ווערט דערמאנט צוויי מערכות וואס זעען לכאורה אויס ווי א טעות הדפוס."ליובאוויטש" און "לעבאוויטש". מוז מען מסביר זיין פאר דעם עוילעם אז ס'איז צוויי באזונדערע מלחמות קדושות. ליובאוויטש איז דאך חב"ד הידוע. וואס לפי שיטת ר' סענדר דער דייטש זי"ו (זכותו יגון ואנחה) : זענען זיי בכלל נישט קיין אידן. און די צווייטע מלחמה וואס הייסט "לעבאוויטש" איז אקעיגן דעם הייליגן ניקלשבורגער רעבע פון מאנסי וואס מ'האט נאך דאמאלס בשעתו גערופן אויפ'ן נאמען (ר') מעכיל לעבאוויטש. וואס ער איז געוועין א תלמיד פון רבי'ן זי"ע און ר'האט געהאט א תאווה צו זיין א רעבע. און ער האט געזאגט פייערדיגע שעלעשידעס טוירע, און ר'האט געהאט חאסידים. האט די רביצין אלטע פיגא זכותה יגן עליה און אירע (אומ)-מענטשן מחליט געוועין אז מ'מוז ארויסגיין אין מלחמה אקעיגן עים. האטצעך אנגעהויבן א שפע פון טרייפענע פיצא סטארס וועלכע זענען געקומען צו זיין טיר, אפילו אום שבת קודש. אויך פייערלעשערס האבן זיך אנגערוקט. ס'איז געווען שמחה וששון. נאך א מעשה וועגן א גרויסן און חשוב'ן רב/רבי וועלכער איז אויכעט געווען א שטיקל בעל משפיע אין סאטמאר, און ר'האט געהאט נאכפאלגערס. אבער האט מורא געהאט מ'וועט איהם אויכעט ארויפלייגן אויף די טעראר ליסט. איז ער איין טאג, לפני כי כלתה אליו הרעה ארויסגעפאהרן קיין בעל הארבאר צו די רביצ'ן און האט זיך שטארק מתנצל געוועין אז ער מיינט דא גארנישט. זעהט אויס אז ס'האט געהאלפן. ווייל מיר האבן ב"ה נישט געהערט אז ער זאל האבן באזוכן פון טריפה'נע פיצא סטארס און פייערלעשערס. דער שרייבער פון די שורות איז בשעתו געווען דער בעל עגלה פאר'ן רבי'ן קיין בעל הארבאר. 🙄 😂 😳 😢 😛

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 2:47 pm

· #171986
מי הרבי ההוא

גד החוזה » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:18 pm

· #172003
דער 'ועוד' האט טאקע געמיינט ר' מענדל וועכטער, אבער כלפי 'דער איד' האט איהם נישט צופיל באשריבען.

היסטאריקער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:47 pm

· #172025
ליטוואק פון בודאפעסט
שקויעך, איך בין זייער דאנקבאר פאר די אללע לינק'ס און ס'גיבט א שיינעם בליק אויפ'ן גאנצע ענין.
איך בין אויך אינטרעסירט אין די קלענערער מערכות וואס היינט וואלטען זיי אביסל געשעמט דערוועגען ווי למשל, קעגען ר' משה פיינשטיין אדער דער סקאליע רבי'ן אדער פאפא רב. ס'איז געווען ארטיקלען אין צייטונג ערקלערען דער פראבלעמ'ען פונ'ם סקאליע רבי'ן? אויך די אללע זאכען וואס זענען איבערגעגעבען מפה לאוזן אזוי ווי דער אויסרעדעכצער קעגען קאלאראשער רבי'ן אדער בעלזער רב וכדו', ט'איז עפעס געדרוקט וועגען די זאכען? מ'קען ערגעץ זעהן זייער מיטלען וכדו'.
איך האב לעצטענס געזעהן א געפערלעכע פאשקעוויל קעגען ר' יוסף דוד אפשטיין און ר' משה פיינשטיין און ממילא בין איך נייגעריג צו ס'איז דא אן אוצר פון די זאכען ערגעץ



די מארגן /אלגמיינער זשורנאל /פארווערטס העסליכע ארטיקלן קעגן סאטמאר ווילסטו אויך זען?

חיים ליבערמאן׳ס קונטרס "דער רבי מיט׳ן שטן" ווילסטו אויך זען?

די טעיפס פון האדמו״ר מקלויזענבערג ז״ל מיט האס און ליצנות ברבים (רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן א מענטש ברבים) אנרופענדיג אים דער פעטער לבן, ווילסטו אויך זען?

חבדסקער רבי׳ס שיחות קעגן סאטמאר. ווילסטו אויך זען?

אדער נאר וואס שטימט מיט דיין אגענדע ווילסטו זען?

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:40 pm

· #172147
שרייבער
מי הרבי ההוא

א איד וואס ער אליינס איז א גאון עולם, נאר ער האט א חולשה צו זיין א רעבע, כאטש ער שטאמט נישט מזרע המלוכה. די וועלט ווייסט נישט אזוי ווייט פון זיינע ידיעות בכל מקצועות התורה. ער איז מער באוואוסט מיט זיינע צומאל עקסטרעמע מיינונגען בנוגע אידישקייט ענינים. 💡 🙄 ❓

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:49 pm

· #172151
היסטאריקער - בארואיג זיך, איך האב נישט געזאגט קיין ווארט קעגען דער רבי סכייעלייני, איך האב נאר געפרעגט וועגען די סענדס סט. אפעראציע'ס. אבער אדאתאן להכא קע'מיר נאך עפעס זאגען דערוועגען. דער בית הלוי, ביים דרוקען זיין ספר על התורה, האט געזאגט א טייטש אין פסוק אשרי איש ירא את ה' במצותיו חפץ מאד וואס איז זייער געפאלען זיין זון ר' חיים. דער בית הלוי האט איהם געזאגט אז ער האט א בעסערע פשט נאר ער וויל עס נישט דרוקען. דער מדרש זאגט במצותיו ולא בשכר מצותיו. זאגט ער אז די נאטור פון א מענטש גייט צו זיין קינדער, די החלטות וואס ער מאכט גייען נישט איבער. דעריבער ווען איינער האט ליב מצוות לשמם, איז גיבור בארץ יהיה זרעו, וועלען זיין קינדער אויך ווייטער גייען אין די פיסטריט. אבער ווען ער איז אינטרעסירט אין שכר מצותיו, איז מעגליך זיין קינדער וועלען זוכען אנדערע שכר.
אלזא, ווען דער רבי דיינער האט קיינמאל נישט גערעדט אויף קיינעם וכו' וד"ל, האט דער עולם געהערט ריכטיג אז מ'מיינט נאר דער שיטה, און אוודאי דער וואס דינגט זיך איז פונקט אזא תלמיד חכם און א צדיק, נאר ער האלט אביסל אנדעריש פון אונז. אבער ווען דער קלויזענבורגער רבי האט גערעדט פון פעטער לבן, זענען זיין חסידים ארויסגעגאנגען מיט א געפיל אז יעדער איינער וואס זייער רבי האט בארעדט איז אן אוממענטש און מ'מעג איהם שטעכען און פייניגען און דערדרוקען עד מקום שידם מגעת. דער פאקט איז אבער אביסל אנדעריש. א נארמאלע קלויזענבורגער אינגערמאן פארשטייט אז זיין רבי האט געהאט א קאכעדיגט נאטור, אבער דער סאטמארער רב איז פארט א שטיקל חשוב'ער איד און תלמיד חכם, נאר נישט צדיק הדור ווי דער סענדס סט. בחור מיינט. ווידער דער סאטמארער ווייסט נישט פון אפטיילען א מענטש א ת"ח פון זיין צוגאנג צום שיטה הקדושה, און ער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדען פון זיין קעגענער א שטייגער ווי מ'רעדט היינט אויף ר' משה שטרנבוך ווייל מ'האלט אנדעריש פון איהם אין הלכה.
זעט זיך אויס דער ציבור האט פארשטאנען דער עיקר און דער טפל.
און וואס איך האב געהערט פונ'ם ליובאוויטשער רבי'ן האט ער גארנישט שלעכט געזאגט. ער האט מסביר געווען וואס איז נישט ריכטיג מיט'ן סאטמארער מהלך און אז מענטשען וואס האלטען אנדעריש ווי זיי דארפען עס אויסזאגען און נישט זיך שרעקען פאר בריונים. דאס איז נאך אין די ראמען פון נארמאלע רע'אגירונג. (איך בין נישט קיין ליובאוויטשער חסיד, איך בין גראדע א מתנגד און איך קוק איהם אהן ווי א רבי ווי אלע רבי'ס, נישט צו גרויס א ת"ח און נישט צו גרויס א צדיק, נאר אביסל מער טשיקאווע ווי אנדערע, אבער לענין סאטמאר האט ער גארנישט שלעכט געזאגט)
פארוואס זאל איל וועלען זע'ען וואס פרייער אידען זאגען אויף סאטמאר. די וועלטס ת"ח וואס זענען כמעט אלע נישט קיין סאטמארער איז נישט ווייל סאטמאר איז צו פרום, נאר ווייל סאטמאר איז נישט פרום גענוג. ט'וואס האבען זיי מיט אונז?

רוב זאכען וואס מ'האט ארויפגעלייגט דא אין ענטפער צו מיין בקשה איז פון דער מיטעלע סאטמארער רב זי"ע און זיין עפאכע. דער סגנון דעמאלס איז גאנץ אנדעריש פון די פריערדיגע. ס'איז פשוט אז בחיי דער בעל דברי יואל דער אדמו"ר הזקן זענען סאטמארער חסידים געגאנגען מיט א שטאלץ אז אונזער רבי איז צדיק הדור, און טיף טיף גלייבט עס יעדער איינער און ממילא זע'מיר גערעכט אין יעדער מערכה. זייער פאשקעווילען האט דאס אויסגעדריקט. בחיי דער מיטעלע רב זי"ע האבען זיי געוויסט אז ס'איז אלס פוסט און פארטיי ותו לא מידי, און ממילא דארפען זיי רעדען דער שפראך, קודם פונ'ם איסור פון צוברעכען א שיינע קהלה, וואס דאס איז א גאנצע נייעם שפראך, און אויך זיי שטופען דער כבוד פונ'ם רבי'ן אויף אסאך קינדערישע אופן ווייל מ'ווייסט אז ניכרים דברי השקר. היינט צוטאגס קענען זיי שוין נישט רעדען דער שפראך אויך נישט, האט מען אנגעהויבען דינדען יינגעלייט שרייבען און אויפזוכען תשובות 'להלכה' למעשה לפארטיי וכדו' ווייל די אלטע נערישקייטען ארבעטען שוין נישט. איך ווייס נישט וואס וועט זיין דער נעקסטע דור, אבער ביז דערווייל איז אינטרעסאנט צוצוזען די אלע חילוקים.

אויס מענטש » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:27 pm

· #172163
היסטאריקער
ליטוואק פון בודאפעסט
שקויעך, איך בין זייער דאנקבאר פאר די אללע לינק'ס און ס'גיבט א שיינעם בליק אויפ'ן גאנצע ענין.
איך בין אויך אינטרעסירט אין די קלענערער מערכות וואס היינט וואלטען זיי אביסל געשעמט דערוועגען ווי למשל, קעגען ר' משה פיינשטיין אדער דער סקאליע רבי'ן אדער פאפא רב. ס'איז געווען ארטיקלען אין צייטונג ערקלערען דער פראבלעמ'ען פונ'ם סקאליע רבי'ן? אויך די אללע זאכען וואס זענען איבערגעגעבען מפה לאוזן אזוי ווי דער אויסרעדעכצער קעגען קאלאראשער רבי'ן אדער בעלזער רב וכדו', ט'איז עפעס געדרוקט וועגען די זאכען? מ'קען ערגעץ זעהן זייער מיטלען וכדו'.
איך האב לעצטענס געזעהן א געפערלעכע פאשקעוויל קעגען ר' יוסף דוד אפשטיין און ר' משה פיינשטיין און ממילא בין איך נייגעריג צו ס'איז דא אן אוצר פון די זאכען ערגעץ



די מארגן /אלגמיינער זשורנאל /פארווערטס העסליכע ארטיקלן קעגן סאטמאר ווילסטו אויך זען?

חיים ליבערמאן׳ס קונטרס "דער רבי מיט׳ן שטן" ווילסטו אויך זען?

די טעיפס פון האדמו״ר מקלויזענבערג ז״ל מיט האס און ליצנות ברבים (רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן א מענטש ברבים) אנרופענדיג אים דער פעטער לבן, ווילסטו אויך זען?

חבדסקער רבי׳ס שיחות קעגן סאטמאר. ווילסטו אויך זען?

אדער נאר וואס שטימט מיט דיין אגענדע ווילסטו זען?


יא מיר ווילן אלע זעהן
ווי חיים ליבערמאן אן איינצעלנער פערזאן שרייבט קעגן סאטאמאר, און דאס איז דער תי' ווי א קהלה מיט איר ארגאן האקט פייער קעגן גדולי ישראל ???

יא מיר ווילן אלע זעהן
אדרבה ברענג איינע, אפי' נאר איינע ! פון די אלע העצערישע דרשות פון קלויזענבארגער רב, נישטא צום האבן אפי' איין טעיפ, (איך זיך שוין א שיינע פאר יאר און איך בין גוט מיט דעם וואס האט אלע חורש"י שיעורים אין אלע ש"ס תורות ) און איך גיי נישט אריין אין דעם נושא פארקערט מפני כבודו של רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע, און דאס איז דער תי' ווי א קהלה מיט איר ארגאן האקט פייער קעגן גדולי ישראל ???

יא מיר ווילן אלע זעהן
אדרבה ברענג איינע, אפי' נאר איינע פון די אלע העצערישע דרשות פון דעם חבדסק'ער קעגן סאטמאר, אפי' ווען ער האט גערעדט וועגן סאטמאר האט ער גערעדט מיט א ווייטאג , און גאר איידעלע אויסדרוקן, און אויך נאר נאכדעם וואס מען האט אים אטאקירט און אנגערופן אפיקורס, צו כו אב תשמ"ב צו אלול תשל"ו, ווען מען האט געמאכט מעגא אסיפות קעגן אים, האט ער נאר געזאגט אז זייז ענען מבזה זייער רביס אדרבה קוקט דא, און דאסא יז שוין נאך די וועכטער מעשה וואס כמוה לא היתה בימות אמעריקא, און גיב נאר א בליק אויף די קליפ פון דעם בעלזער באזוך אין חב"ד, ווי דער בעלזער האלט אין איין פרובירן צו פירן דעם שמועס אקעגן סאטאמר, און דער רעבי מאכט זיך כאילו לא הי', און דאס איז דער תי' ווי א קהלה מיט איר ארגאן האקט פייער קעגן גדולי ישראל ???

איך פיל דיין ווייטאג מען האט אונז אלע אנדערש דערציילט אבער פאקטן הארטע פאקן פארשרייבן היסטאריע צום ווייטאג אנדערש

ווועגן די איבריגע גדולים וקדושים וואס זענען געווארן ביי אונז ביליג און מופרך אנגעהויבן ביי
צעהלימער רב
פאפא רב
ר' משה פיינשטיין
בעלזער רב זי"ע
דער סטייפלער
רב ש"ך
אלע גורער רביס למיניהם
די ליסטע קען איבערשטייגן די דיקע אנ"ש ליסטע
און געענדיגט ביי די אייגענע רביס דער ברך משה וכו'

ליטוואק האקט

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:30 pm

· #172164
ליטוואק האקט ? הייסט עס האט דיר גענומען צו שרייבן דיין תגובה גאנצע 45 מינוט ? זיכער נישט א סאטמאר תלמיד!

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:42 pm

· #172165
ליטוואק פון: איך ווייס נישט צו ס'איז פארהאן אזא זאך ווי א האלבער "לייק". ווייל מיט א טייל פון די זאכן און רעיונות וואס דו האסט דא אויסגעדרוקט בין איך מסכים. אבער, ליטוואק בלייבט פארט ליטוואק. און וואס קענמען שוין ערווארטן פון א ליטוואק אז ער זאל האלטן אז חסידיש'ע רבי'ס קענען לערנען?! אויף עטליכע פון די רבי'ס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט ווייס איך אז סיי אין לערנען און סיי אין צידקות זענען זיי געווען א סאך מער ווי ס'איז געווען באוואוסט אין די וועלט. 🙄 😮 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:57 pm

· #172170
בעלעגלה: סאטמארער בלייבט סאטמארער. געבען א לייק פאר איינער וואס איז נישט היימיש און עסט נישט טאמעטא דיפ פרייטיג צונאכטס איז פארט צו שווער.
ווי האסטו געזען אז איך רעד אויף פארשידענע מענטשען. איך האב געזאגט וואס דער קלויזענבורגער חסיד טראכט.
אבער למעשה, פאר איינער וואס זיין סטאנדארד פון 'קענען לערנען' איז ר' משה פיינשטיין און חזון איש מיט ר' אהרן קאטלער, איז נישט דא קיין איין רבי (כאטש פון נאכ'ן קריג) וואס קען זיך אפילו פארמעסטען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:08 pm

· #172174
אנטשולדיגט בערעל, איך האב באמערקט אז למעשה האסטו געגעבען א לייק. דאס איז א כפיית טובה פון מיינעטוועגען, און איך בעט אייך איבער.

אויס מענטש » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:11 pm

· #172179
נאך א דרשה דא פון דעם חבדסקער געזאגט געווארן נאך די דרשה כ"ו אב תשמ"ב געדריקט אין מהר"ם ט"ב אדרבה לכו נא וניווכחה וראו למי החותמת ולמי הפסולים

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:27 pm

· #172186
ליטוואק פון בודאפעסט
בעלעגלה: סאטמארער בלייבט סאטמארער. געבען א לייק פאר איינער וואס איז נישט היימיש און עסט נישט טאמעטא דיפ פרייטיג צונאכטס איז פארט צו שווער.
ווי האסטו געזען אז איך רעד אויף פארשידענע מענטשען. איך האב געזאגט וואס דער קלויזענבורגער חסיד טראכט.
אבער למעשה, פאר איינער וואס זיין סטאנדארד פון 'קענען לערנען' איז ר' משה פיינשטיין און חזון איש מיט ר' אהרן קאטלער, איז נישט דא קיין איין רבי (כאטש פון נאכ'ן קריג) וואס קען זיך אפילו פארמעסטען.

ליטוואק פון: לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון. איך בין אזא סאטמערער ווי דו. טאמעיטא דיפ עס איך גראדע נישט איך גלייך עס נישט. ענדערש חומוס און טחינה און באבאגאנוש אלס 'זראעילי. ווען איך האב געזאגט אז ס'פאראן רביס וואס זיי זענען א סאך גרעסער סיי אין לערנען, סיי אין צידקות ווי די וועלט ווייסט האב איך געמיינט דעם ליובאוויטשער רבי זצ"ל. און אז מ'רעדט שוין פון די סטאנדארטן פון קענען לערנען, מיין איך אז דער קלויזנבורגער רב זצ"ל וואלט זיך געקענט פארמעסטן אין לערנען מיט סיי וועמען פון די לעצטע 150 יאר. 😂 🙄 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:51 pm

· #172202
בערעל דער דרייווער, זיי אזוי גיט, לערן פאר א סוגיא מיט די ראשונים און פוסקים. דערנאך קוק א תשובה אין דברי יציב דערויף און נאכדעם דער דברות משה. צייג זיך אליינס איבער. דער רעדעכט'ס פאסט פאר א בלינדער חסיד.
דער קלויזענבורגער רבי איז געווען א גרויסע תלמיד חכם אבער נישט עפעס פון פריעדיגע דורות ווי א ר' חיים עוזר צו א מהרשם צו א לבושי מרדכי צו א מהרשג.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 1, 2014 2:09 pm

· #172371
ליטוואק פון בודאפעסט
בערעל דער דרייווער, זיי אזוי גיט, לערן פאר א סוגיא מיט די ראשונים און פוסקים. דערנאך קוק א תשובה אין דברי יציב דערויף און נאכדעם דער דברות משה. צייג זיך אליינס איבער. דער רעדעכט'ס פאסט פאר א בלינדער חסיד.
דער קלויזענבורגער רבי איז געווען א גרויסע תלמיד חכם אבער נישט עפעס פון פריעדיגע דורות ווי א ר' חיים עוזר צו א מהרשם צו א לבושי מרדכי צו א מהרשג.

ליטוואק פון מאדיאר-ארסאג: הוא אשר דיברתי. "ליטוואק בלייבט ליטוואק". ס'איז די זעלבע מידה ווי א חסיד וואס גלייבט אין זיין רעבע בלינדערהייט. נישט זעען די מציאות אפילו ס'קלאפט אין פנים אריין. דו האלטסט דאך (כדאמרן) אז אלע רבי'ס זענען "תהילים-זאגער'ס" און קענען עפעס מער ווי אפ-ליינען די תורה'ס אויף די פרשת השבוע פון "צאינה וראינה". איך כאפ נאר אן איין משל אבער ס'איז על הכלל כולו יצא. איך זאג נאכאמאל אז דער קלויזנבורגער רב זצ"ל האט זיך געקענט פארמעסטן אין לערנען מיט סיי וועלכן פון די גדולי התורה פון פריערדיגן דור. איך זאג עס נישט אלס חסיד. נאר אלס איינער וועלכער אבזערווירט די מציאות. 🙄 😎 😳 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2014 7:49 pm

· #172496
איהר האט בעיקר באזירט אויטפ'ן צוויטען האלב פון מיין ווערטער וואס באמת פאדערט א באזונדערע אשכול. דא רעדט מען פון אלטע פאשקעווילען און ווי מ'קען זיי באקומען. דער חילוקים צווישען די אלטע פאשקעווילען, די לחילוקים אינערהאלב די קהלה וואס דאס טוט ווייזען און אזוי ווייטער.
אבער נאר צום שלוס פון יענער ענין, איך האב יעצט גע'ענדיגט סימן ג' אין דברות משה אויף גיטין וועגען טענינן מזוייף אויף א שטר און אויף א גט. ווייז מיר ביטער א תשובה אין דברי יציב וואס קען זיך פארמעסטען דערמיט. רעד נישט אויף מיין אפשטאפם און זאג נישט נאכאמאל אז ער קען זיך פארמעסטען, ווייז מיר וויאזוי ער, אדער נאך איין חסידישער רבי פון נאכ'ן קריג, קען זיך פארמעסטען מיט אזעלכע טיפער ברייטער מוכרח'דיגער רייד.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 1, 2014 8:24 pm

· #172509
ר' ליטוואק פון בודא-פעששט: דו זאגסט זייער גוט. ווען איך זאל קענען ארויסשאקלען פון די קעשענע א תשובות דברי חיים, אן אבני נזר און א קצות אדער א דברי יציב, וואלט מיין צו-נאמען נישט געוועין בעל עגלה און מיין אדרעסס (וואו מ'קען מיך געפונען רוב צייט פונ'ם טאג און א טייל פון די נאכט) וואלט נישט געווען אין קאווע שטיבל. נאר אין הוידו-נאנאשער בית המדרש אויפ'ן צווייטן שטאק. און מיין טיטל וואלט געווען ראש הישיבה. אבער אפילו אין דעם איצטיגן מצב ווייס איך אויך אז די אלע גדולי הרבנים, סיי חסידיש'ע און סיי ליטווישע ווען זיי האבן געשריבן א תשובה להלכה אדער אנדערע חידושי תורה האבן זיי נישט געברענגט קיין מקור להלכה פון די אידישע ליכט אדער דער אידישער קוואל. איך ווער פונקט אזוי נתפעל פונ'ם כח התורה ווען איך לערן א תשובה פון חת"ם סופר, כתב סופר, ר' וועלוול בריסקער, ר' משה פיינשטיין אדער קלויזנבורגער רב. אבער דו במחילת כבוד תורתך הרמה האסט אפ' גע'פסק'נט אז די חסידישע רבנים און רבי'ס קענען עסן קוגל און טרינקען א גלעיזל טיי ותו לא. טעירע שטייט נישט איין ביי זיי. 🙄 😂 😠 ❓ 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2014 11:09 pm

· #172580
אויף לאטייניש זאגט מען reductio ad absurdum . איך האב גערעדט פון נאכ'ן קריג, איז ברענג מיר נישט פון אבני נזר, און איך האב נישט געזאגט אז זיי טויגען נאר צו קוגעל, איך האב געזאגט אז מיט ר' משה קענען זיי נישט פארמעסטען. מ'איז נאך א שיינע תלמיד חכם לאנג פאר מ'קען זיך פארמעסטען מיט ר' משה.
און פון די היינטיגע רבי'ס, אדרבה די אלע וואס די גאס זאגט אז זיי זענען אנדעריש און זיי זענען נישט באשעפטיגט מיט מוסדות, נאר לש''ש וכדו', און ס'איז נישט שווער צו וויסען וועמען איך מיין, זענען זיי למעשה פארצייטישע בעלעגלות וואס זאגען תהלים ערליך ותו לא מידי.

ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 1, 2014 11:45 pm

· #172589
ליטוואק, א געבוירענע כשרון רעכענט זיך נישט פאר דעם מענטשנ'ס א מעלה, פון ר' משה'ס טיפע ברייטע מוכרח'דיגע רייד איז קיין ראי' צום דברי יציב.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:54 am

· #172641
ר' ונבנתה, איך האב נישט קיין אהנונג וואס איהר רעדט. ווילסטו זאגען אז ר' משה איז נאר כשרון און ממילא איז נישט גערעכענט פאר א מעלה? דאס איז היסטאריא נישט וואס מ'זעט פונ'ם ספר, אבער ס'איז גאנץ נישט מסתבר, ווייל זיין הרעוואניא איז געווען אויסערגעווענליך. אויכעט, מ'זעט גרויסע בעלי כשרונות וואס זענען נישט אויסגעשטיגען אלס מעכטיגע תלמידי חכמים (כגון סאטמאר רב) און דאס איז ווייל זיי זענען נישט מחשיב לערנען אזוי ויי אנדערע זאכען. ר' משה האט אויסגעניצט זיין כשרון צוצוקומען צו דרגות אין לערנען וועגען זיי יר''ש און אהבת התורה. אגב, דער קלויזענבורגער איז גארנישט קיין שוואכע בעל כשרון מבטן ומלידה.
בערעלע, איהר הייבט אהן מיט א קול רעש גדול אז ער קען זיך פארמעסטען און א צווייטע איז א צדיק און איך בין נאר א נערישע'ן ליטוואק, אבער ווען ס'קומט צו למעשה, ט. א. ט. בלייבסטו מיט דער צונג אינדערויסען און ס'לאזט זיך אויס מיט א קול רעש קטן. אז דו ווייסט זאגט און ווען נישט, שווייג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:36 pm

· #172735
ליטוואק פון בודאפעסט
אויף לאטייניש זאגט מען reductio ad absurdum . איך האב גערעדט פון נאכ'ן קריג, איז ברענג מיר נישט פון אבני נזר, און איך האב נישט געזאגט אז זיי טויגען נאר צו קוגעל, איך האב געזאגט אז מיט ר' משה קענען זיי נישט פארמעסטען. מ'איז נאך א שיינע תלמיד חכם לאנג פאר מ'קען זיך פארמעסטען מיט ר' משה.
און פון די היינטיגע רבי'ס, אדרבה די אלע וואס די גאס זאגט אז זיי זענען אנדעריש און זיי זענען נישט באשעפטיגט מיט מוסדות, נאר לש''ש וכדו', און ס'איז נישט שווער צו וויסען וועמען איך מיין, זענען זיי למעשה פארצייטישע בעלעגלות וואס זאגען תהלים ערליך ותו לא מידי.

ליטוואק פון בודאפעסט: (לכאורה אן אקסי-מרן). אין הכי נמי אז רובא דמינכר פון די היינטיגע רבנים און רעבעס (אפילו די גוטע און וואוילע) קענען זיך נישט פארמעסטן מיט ר' משה, אדער מיט א ר' שלמה זלמן אויערבאך. ווייל צו זיין אין איין ליגע מיט זיי איז לאוו כל אדם זוכה. אבער דערצייל מיר נישט אז דער סאטמאר'ער רב, בעל דברי יואל און קלויזנבורגער רב, בעל שפע חיים זענען געווען עפעס קטלא-קניא'ס. נאכדעם איז פאראן די מיטעלע תלמידי חכמים, צי זיי זענען רבנים אדער אדמורי"ם. פארשטייצעך אז ס'איז פאראן די מעשה'לעך פארציילערס און קוגל עסערס אויכעט. אז מ'רעדט שוין פון אט די רבנים, איז פאראן אן אינטרעסאנטע מעשה'לע איבער איינעם פון אט די רבנים, בגן עדן תהא מנוחתו. ר'האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד (אין וועלכן שטעיטל וועל איך נישט זאגן, ווייל מ'וועט איהם גרינג קענען אידענטיפיצירן( און ר'האט אויסגעלאזט ביי מודים, "ברוך א-ל ההודאות"... ווען מ'האט איהם געפרעגט איבער דעם האט ער געזאגט. "וואס הייסט, ס'איז דאך מודים דרבנן, און איך בין א רב...... 😂 😂 😂 😳 😮
נ.ב.: איך אלס בעל עגלה קען איבערטייטשן דיין סענטענס אויף לאטייניש אויך: Reductio ad absurdum. means "Reducing (something) to an Absurd (level). 🙄 🤓

דעת תורה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:50 pm

· #172841
ליטוואק, דו האסט שוין א צייט צוריק מחליט געווען אז סאטמאר רב איז נישט געווען גענוג ת"ח, און יעצט בלעימסטו אים שוין דערפאר אויכעט, אז באמת איז ער געווען א בעל כישרון ער האט נאר נישט מחשיב געווען לערנען. ס'ארא געבראטענע שטותים.

אן אריין גיין אין די חילוקי מהלכי הלימוד, איז דאס אבער זיכער אז סאטמאר רב'ס חידושים בכלליות זענען פיל מער מוכרח ווי ר' משה. זיכער, פיל מאל שרייבט ער קלאר אז זיין פשט איז נישט מוכרח, און דער סך הכל דער שפיץ וואס ער קומט צו נאך די הנחות קען מען זיך דינגען, זענען אבער זיינע הנחות עכ"פ רוב מאל מוכרח, לעומת זה ר' משה אין די תשובות, וויפיל איך האב שוין געקוקט האב איך קיינמאל נישט געזען קיין דברים מוכרחים, אלעס מער ווייניגער אייגענע סברות און הנחות וואס ער וויל מכריח זיין. בקיצור דברים מכריחים נישט מוכרחים.

אמת, דברות משה איז אנדערש און ר' משה אליין האט כידוע פיל מער מחשיב געווען די דברות ווי די אגרות אבער סאם האו איז דאס נישט פיקד אפ. איך קען נישט רעדן וועגן דברות משה ווייל איך האב נאך כמעט נישט געקוקט דערין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:43 pm

· #172873
דעת תורה - ר' משה פיינשטיין איז איין מענטש, און אז איהר קענט איהם נישט, זאג נישט קיין דעות. דער דברות משה ווייזט אויף אז ווען ער זאגט א זאך אין אגרות, און אן ע"ה וואס קען אפשר מיינען אז זיין ווערטער זענען נישט מוכח, קען קוקען אין דברות משה און זע'ען וואס ס'מיינט ביי איהם מוכרח און מבואר, ווען ער ברענגט יעדער צד נישט ווי זיך און ווייזט אויף אז נאר דער פשט גייט אריין אין סוגיא, ער האט אחריות פאר יעדער סארט קשיא, און מ'זעט נישט דער צוגאנג פון 'אכמ"ל' וכדו', ווייל ער האט גע'ארבעט יעדער זאך אויפצווייזען.
דער סאטמאר רב איז געווען א פיינער איד און א גרויסע מנהיג און א בעל כשרון, אבער לערנען האט ער גאנץ ווייניג מחשיב געווען. אוודאי איז געווען א ישיבה, וואס דאס טוט האלטען דער יוגענט אין די ראמען, אבער לערנען איז נישט געווען קיין 'ערך על' ביי איהם, און דאס קען מען זע'ען פון זיי ן הנהגה, פון וועמען ער האט מחשיב געווען, און פון זיין חסידים און דער מושב וואס ער האט איבערגעלאזט. שו"ת דברי יואל איז א פלעינע"ר אונגארישע ספר, צו פארמעסטען מיט חיי הלוי און חקי חיים, און טאמער דו ווילסט זיך דינגען, שימף נישט און קאך נישט, זאג א מראה מקום פון א תשובה וואס דארט זעט מען אז ער איז עפעס אויסערגעווענליך. דער דברי יציב איז אסאך בעסער ווי דער דברי יואל, דאס בין איך מודה, און ער האט מער מחשיב געווען לערנען, נאר למעשה איז ער נישט צוגעקומען צו מדרגות אין לערנען וואס מ'קען זאגען אויף איהם אז ער איז עפעס פון פריערגידע דורות. דער חזון איש קען מען לייגען אין א דרגה מיט'ן ר' יצחק אלחנן, ער האט געכיפערט דורות מיט זיין גרויסקייט. דער טשעבינער רב קען זיצען אין א ב"ד מיט'ן מהרש"ם, דער בעל דברי יואל און דער בעל דברי יציב קענען דאס ביידער נישט.
תורה לאזט נישט צו קיין צרה צו זיך, ער געפונט זיך נאר ביי איינער וואס גיט זיך איבער צו איהם אין גאנצען. איינער וואס חטא הידוע און ציונות זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי לערנען וועט קיינמאל נישט קענען מצליח זיין אין לערנען ווי זיין כשרונות וואלטען איהם ערלויבט. דער בעל דברי יציב ווייס איך נישט, אפשר ווייל ער איז נישט אזא אויסערגעווענליכער בעל כשרון (כשרון מיינט נישט דוקא כאפען שנעל, ס'מיינט א כח הריכוז צו קענען אויסארבעטען א סוגיא, ס'מיינט א טיפקייט צו דערהערען דער חילוק צווישען איין זאך און דער צווייטען און נאך זאכען), אפשר ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין עכטע רבי'ן זאל איהם אויסלערנען וויאזוי צו לערנען, אבער פאקטיש קען יעדער מיט אן אפענע'ם קאפ זע'ען ווי איך האב געזאגט.
טאמער ווילט איהר זיך דינגען, וועט נישט העלפען קיין עפרא לפומיה וכדו', ברענגט א מראה מקום קלאר און דייטליך, און אז איך האב זיך טועה געווען, וועל איך מודה זיין על האמת.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:03 pm

· #172886
מנהיג הדור ר' דוב - איהר פארדרייט מיין ווערטער אזוי גיט, איהר קענט זיין א פאליטישע"ן. איך האב געזאגט אז היינטיגע רבי'ס זענען תהלים זאגערס. דער קלויזענבורגער רבי איז געווען א גרויסע תלמיד חכם, נאר נישט קיין פארמעסט מיט ר' משה. קאפיש?
דער אויסדרוק 'לאו כל אדם זוכה' איז בלויז א תירוץ. ביין לוויה פון חזון איש האט איינער א מספיד געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען ווייל ער האט געלערנט תורה לשמה. דער בריסקער רב האט דאס געהערט איז איהם נישט געפאלען. "ער האט זוכה געווען ווייל ער האט געלערנט." ער האט איינגעזען אז גער מספיד פאר'ענטפערט זיך אז דער חזון איש איז צוגעקומען צו א דרגה וואס לאו כל אדם זוכה לה. ער האט געזאגט ניין. א מענטש לערנט און פלאגט אין לערנען ווערט ער א חזון איש. ומכאן יקיש לנידון דידן. ס'איז נישט עפעס א מדרגה פונ'ם ר' משה פיינשטיין צו ר' שלמה זלמן אויערבאך. ס'איז הארעוואניע און צושטעלונג צום לערנען מיט'ן גאנצען לעבען. נישט לערנען פאר'ן דאווענען און פאר תקיעות און ענדיגען מסכתות פאר יארצייטען, נאר עכט ליגען אין וואס וויל דער באשעפער ווען א אקס צובריקעוועט זיך מיט א קו, און וויאזוי ווערט א קרבן פיגול וואס דער אייבישטער שטראפט דער וואס עסט עס מיט כרת.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:19 pm

· #172894
אדרבה ליטוואק נו אז די ביסט דא צו מוכיח זיין רבי משה'ס שטארקייט איבער אנדערע ביטע ברעג נאך א גדול נאך דעם צווייטען קריג וואס האט ארויסגעגעבן אן הוראה בדבר הלכה און אזויפיל לייבען זאלען אים וועלן צורייסען אלולי זיין גדלות ויגיעת התורה וקדושת נשמתו כידוע מיט די זיבען יאר אין רוסלאנד.
שוין..

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:25 pm

· #172896
אז די רעדסט פון דברות משה איז שוין דאס א סוגיא בפנ''ע צוליב וואס אינגאנצען א קליין טייל פינעם אידנטום האט מקבל געווען עפעס א פרישער סארט דרך אין לערנען וואס דארט איז שווער פונקטליך אנצוצייגען ווער ס'גרעסער און ווער ס'קלענער ווייל עס איז באגלייט מיט אינטערסאנטע הגדרות

אבער אראפשרייבען ברורים בהלכה דאס איז דאך שוין מדור דור אנגענומען ביי כלל ישראל
נו צייג איבער ווי נאך א גדול וקדוש זאל שרייבען אזא קאנטערווערשעל בירור וואס לבסוף האט ער מחמת הכרח אויכעט גע'אסרט משום פריצות
אבער ווי קענסטו אים אפסטעמפלען אלס אין להרהר אחריו בזמן וואס אריות ונמרים האבען אים געוואלט ווייס איך וואס טון ווען ער האט אזוי אפ'געפסקנט אזעלכע דברים יסודיים בניגוד לכל גדולי הדור.


ליטוואק געב א קוק נאר אחת מני אלף וואס פאר א חורבן עס איז ארויסגעקומען פינעם געדאנק להתיר דער נושא פון מלאכתיות
וואס דאס וועט געבן א שטיקעל בליק אז טראץ בעניני ליטא איז מען פארעכנט אלס אן אדם גדול בענקים אבער למעשה קען מען אריינברענגען א פסק לדורות פאר חורבן והרס געב א קוק דעם קליינעם ציטאט פון א לענגערע בירור ווי מען האלט שוין היינט מיט דעם היתר

א. הקדמה

שאלת ההזרעה המלאכותית לנשים פנויות, הולכת ונעשית מעשית יותר ויותר בשנים האחרונות. נשים רבות, בארץ ובחו"ל, המוצאות עצמן לא נשואות בגילאי ה – 35 +, מחליטות שלא לוותר על אמהות, ובוחרות בדרך זו.

זעהן דעם תוצאה פון די בירור פון רבי משה האבען די וואס האבען נישט מקבל געווען די ליטאישע קנייטשען, זיי האבען דאס בעסער געזעהן ווי די וואס האבען יא געקאנט מאכען א גברא און חפצא פון פילע נושאים בש''ס
(איך מיין חלילה נישט מזלזל צו זיין אין די וואס האבען יא רוב ימיהם זיך מטפל געווען אין גברא וחפצא
אבער צו גיין קלענער מאכען די וואס האבען געוויסט וויאזוי למעשה צו דעליווערן די ברורי התורה, דאס איז שוין חוצפה און קליינקעפיקייט)

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:30 pm

· #172901
ליטוואק, דעתי העני' האט אויך דעם רושם אז ר' משה האט געקענט בעסער לערנען ווי דער דברי יציב, מיין פוינט איז עפעס אנדערש, די הוקרה וואס אידן טיילן צו צו תורה איז נישט צו די חלק הכשרון שבה, דאס איז נישט א געטליכע זאך, נאר צו די חלק היגיעה, דבקות וכו', און דאס קען מען נישט 'מברר' זיין מיט'ן צושטעלן א שטיקל דברות משה צו א תשובה אין דברי יציב.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:34 pm

· #172904
אויס מענטש
נאך א דרשה דא פון דעם חבדסקער געזאגט געווארן נאך די דרשה כ"ו אב תשמ"ב געדריקט אין מהר"ם ט"ב אדרבה לכו נא וניווכחה וראו למי החותמת ולמי הפסולים


איך וויל איר זאלט אפירקראצען אלע אלטע דרשות פון אלע אונגארישע תלמידים פינעם הייליגען חתם סופר כמדומה קיין איינע פון די קעגנער'ס האבען קיינמאל נישט גענטפערט דאס מינדעסטע וואס מען האט גערעדט נגדם

נו! נעם דיין פרוי שיק איר צום נשות הכותל פראגראם ווייל דארט זענען די וואס זייערע רביים האבען נישט גערעדט א כלשהוא וואס די תלמידים פון חת''ס האבען גערעדט נגדם

איך גיי נישט דא זאגען ווער עס איז יא אדער נישט בגדר תלמיד חת''ס אבער די וואס האבען גענימען דעם גאנג פון זיי אשרי להם עי' בספרי הרה''ק ר''ה קאלאמייער איבער די געוואלדיגער פליכט פון פארקוקען אויף די גדלות פון מענטשען במקום ווי דורך זיי קומט אריין פראבלעמען אין כלל ישראל אשרי להם וואס זענען בוחר צו גיין בדרכיהם
ואוי להם די וואס טוען שעצן די נשות הכותל באוועגונג

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 7:29 pm

· #172922
לעניות דעתי, איז דער דברי יציב גאנץ א גוטע תשובה ספר, טאקע נישט אויף דער קוואליטי פון ר' משה, אבער גאנץ א גוטע היינטיגער ספר שו"ת פון חסידישע, נישט לומד'ישע, פוסקים. קאמפער עס למשל מיט מנחת יצחק אדער קני בושם וכדומה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:24 pm

· #172947
דעת תורה: איך האב דיר געגעיבן א טיילווייזן לייק, אין דיין ויכוח מיט'ן אונגארישן ליטוואק. לגבי זיין אזויגערופענע מבינות אויפ'ן סאטמאר רבי זי"ע איז פשוט א געלעכטער ווי ער באמבינ'ט איהם. לאמיר עס אראפלייגן אין וועלטליכע טערמינען. א שטייגער ווי דער טונקל-הויטיגער שוך פוצער אין די לאבי פונ'ם וואלדארף-אסטאריא זאל זיך אויסדרוקן אז אלבערט איינשטיין (להבדיל) האט געהאט א גוטן קאפ אבער ער האט נישט צו פיהל מחדש געוועין. כאילו ער איז דער ריכטיגער מענטש אפצושאצן דאס גאונות פון סאטמאר'ער רב.
הבהרה: די אויבנדערמאנטע ווערטער זענען נישט קיין פערזענליכע אטאקע אויף א יחיד, נאר א רעאליסטישע אפשאצונג איבער עקשנות'דיגע "מבינים". 🙄 😂 😠 😳 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:30 pm

· #172951
היימישער ליטוואק
לעניות דעתי, איז דער דברי יציב גאנץ א גוטע תשובה ספר, טאקע נישט אויף דער קוואליטי פון ר' משה, אבער גאנץ א גוטע היינטיגער ספר שו"ת פון חסידישע, נישט לומד'ישע, פוסקים. קאמפער עס למשל מיט מנחת יצחק אדער קני בושם וכדומה.

פון דעים קאליבער שו"ת ספרים איז ב"ה דא בשפע. נעם למשל די תשובות ספרים פון דעם יאקער רב שליט"א, וועלכע איז זייער געשמאק אדורכ=צו קוקן. ס'קומט אבער נישט צו צו א תשובות מהרש"ג, פארשטייט זיך. נאר דער אשכול פארקריכט שוין אין אנדערע געגנטן. 🙄 😳 😮 😃

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:35 pm

· #172953
נאר,,פרייליך
אויס מענטש
נאך א דרשה דא פון דעם חבדסקער געזאגט געווארן נאך די דרשה כ"ו אב תשמ"ב געדריקט אין מהר"ם ט"ב אדרבה לכו נא וניווכחה וראו למי החותמת ולמי הפסולים


איך וויל איר זאלט אפירקראצען אלע אלטע דרשות פון אלע אונגארישע תלמידים פינעם הייליגען חתם סופר כמדומה קיין איינע פון די קעגנער'ס האבען קיינמאל נישט גענטפערט דאס מינדעסטע וואס מען האט גערעדט נגדם

נו! נעם דיין פרוי שיק איר צום נשות הכותל פראגראם ווייל דארט זענען די וואס זייערע רביים האבען נישט גערעדט א כלשהוא וואס די תלמידים פון חת''ס האבען גערעדט נגדם

איך גיי נישט דא זאגען ווער עס איז יא אדער נישט בגדר תלמיד חת''ס אבער די וואס האבען גענימען דעם גאנג פון זיי אשרי להם עי' בספרי הרה''ק ר''ה קאלאמייער איבער די געוואלדיגער פליכט פון פארקוקען אויף די גדלות פון מענטשען במקום ווי דורך זיי קומט אריין פראבלעמען אין כלל ישראל אשרי להם וואס זענען בוחר צו גיין בדרכיהם
ואוי להם די וואס טוען שעצן די נשות הכותל באוועגונג

נאר פרייליך באטשי: קודם, דער פיקטשער וואס דו לייגסט ארויף איז זייער קיוט. נאר איך האב נישט געוואוסט אז בימי הרה"צ ר' הילל קאלאמייער זצ"ל איז שוין געוועין אזא זאך ווי נשות הכותל. יא. נשים איז שוין געוועין. א כותל, מיין איך אויך. אבער דער מושג נאכנישט. 😂 😂 😂 🙄 😮

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 7:31 am

· #173060
וודאי שוין געוועזען

פרעג דיר נאך

זיי האבען אן שטארקער אפשטאם די וואנזיניגע ביים כותל

ב.ד.וו. דעי וואך האט מען זיי שוין געלאזט מנוחה
....
@ליטוואק פון בודאפעסט
גראדע האב איך געלערנט אין עטליכע מקומות פון די יוצאי ליטא בארץ ובגולה איך האב קיין איינמאל נישט געהערט פון די רמי''ם נאכזאגען א דברות משה קאן זיין אין בודאפעסט איז דא אנדערע סארט מהלכי הלימוד
....
איבער די נושא פון מלאכתיות זעה איך יעצט אז זינט שנת 'תק''ב' איז שוין אנגעגאנגען דאקטורישע פריוונגען צו ערפינדען א מציאות פון מישען פרעמדע מיט אנדערע און הגאון רבי משה איז געווען דער ערשטער וואס זאל דורכברעכן אזא ענין
איך ווייס נישט וויאזוי די טרויעסט זיך בכלל צו נעמען אזא סארט גדול און בכלל צושטעלן די גדולי אונגארין וואס האבען שומר געווען דעם קדושת ישראל וקדושת ההלכה במסי''נ, בכח תורתם

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:08 pm

· #173684
בעה"י כ"ב סיון תשכ"ב. מע"כ ידידי הנכבד מאד הרה"ג מוהר"ר משה חיים אפרים בלאך שליט"א.
הנה קבלתי מכתבו הארוך מאד המלא דברי תוכחה על כל גדותיו על מה שלפי דעתו נדמה לו שתשובותי סימן י' וסימן ע"א מספרי אגרות משה על אה"ע יגרמו איזה פרצה בטהרת וקדושת יחוס כלל ישראל. וניכר ממכתב כתר"ה שהיה סבור שיהיה לי קפידא על דברי התוכחה שלו, ואני אדרבה אני נרגש מזה שאני רואה שנמצאים אנשים בעלי רוח שאינם יראים ולא מתביישים מלומר תוכחה. אבל האמת שאין בדברים שכתבתי ושהוריתי שום דבר שיגרום ח"ו איזה חלול בטהרת וקדושת ישראל אלא תורת אמת מדברי רבותינו הראשונים, והערעור של כתר"ה על זה בא מהשקפות שבאים מידיעת דעות חיצוניות שמבלי משים משפיעים אף על גדולים בחכמה להבין מצות השי"ת בתוה"ק לפי אותן הדעות הנכזבות אשר מזה מתהפכים ח"ו האסור למותר והמותר לאסור וכמגלה פנים בתורה שלא כהלכה הוא, שיש בזה קפידא גדולה אף בדברים שהוא להחמיר כידוע מהדברים שהצדוקים מחמירים שעשו כמה תקנות להוציא מלבן. ואני ב"ה שאיני לא מהם ולא מהמונם וכל השקפתי הוא רק מידיעת התורה בלי שום תערובות מידיעות חיצוניות, שמשפטיה אמת בין שהוא להחמיר בין שהוא להקל. ואין הטעמים מהשקפות חיצוניות וסברות בדויות מהלב כלום אף אם להחמיר ולדמיון שהוא ליותר טהרה וקדושה. ועתה נדבר מעצם ההלכה למאור תוה"ק.
הנה עצם הדין הוא דבר ברור ופשוט שאיסורי עריות הם במעשה הביאה ואינו משום הזרע שיולדו מזה, דלכן אין שום חלוק בהאיסורים בין ראויה להוליד ובין אינה ראויה להוליד כעקרה ואילונית, וכן אף שלא כדרכה שאף בכל אשה לא שייך שיולדו מזה נמי הוא באותן האיסורים עצמם ובהעונשין שנאמר בהן. ואף באיסור אשת איש שנאמר בקרא לא תתן שכבתך לזרע שהוא מקום לרשעים לטעות שהאיסור הוא רק משום שתלד מזה כדהביא האבן עזרא בפירושו שכתב ואשר גברה תאות יצרם על דעת לבם תעו בפירוש לזרע עיי"ש, הוא טעות גמור שטועין רשעים בכוונה להתיר איסור א"א החמור מאד כשאינה ראויה לזרע, כי הדין הוא שלא שייך כלל האיסור לענין הולדה מזה אלא שהוא איסור על הביאה בכל אופן שהוא אף בעקרה ואיילונית ואף בשלא כדרכה.
אלו דברי האגרות משה לתרץ דבריכם המטופשים לענין קדושתן של ישראל, ולענין שאר הדברים עוד חזון למועד.
(אגב, דאס אז דו זאגסט אז ער האט חוזר געווען איז א שקר גס, וואס קיינער האט נישט געהערט פון איהם, און דער איינציגסטער וואס ברענגט עס, האט אין זיין לעבען נישט געזען ר' משה, און האט נישט קיין שום וועג פון וויסען דער זאך)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:12 pm

· #173685
נער פרייליך – דיין רייד האט ארויסגעברענגט מיין פונקט אויף א וואונדערבארע אופן. מ'האט דיר אויפגעהאדעוועט, כנראה, מיט א געוואלדיגע הערצה פאר דער זאך וואס דו רופסט אן יידישקייט (איך רוף אן דער זאך טאמעט"א די"פ, אבער איך וועל ניצען דיין שפראך). דער זאך האט א ביסל שייכות צו תורה, הייסט'ס איהר אפשטאם איז פון תורה, אבער מ'האט עס אזוי פארדרייט אז ס'איז גאנץ ווייניג קענטיג. דאס איז א מין קולטורישע באוועגונג, וואס מ'טוט ווי דער טאטע טוט, מ'האלט אן אלטע זאכען און מ'איז גרייט צו גיין אין פייער פאר אט דער נארישקייט. ס'האט נישט קיין חוקי התורה, ס'איז נישט געמאסטען מיט דער קנה מדה פון תורה, נאר ס'איז א צו לצו קו לקו וגו'.
דאס גופא אז דו מיינסט אז מ'קען ברענגען א ראיה פון דעם אז דיין מגידי שיעור האבען נישט דערמאנט פון דברות משה איז דער ראיה צו מיר. וואס האט זיין גדלות מיט ווער ס'דערמאנט איהם? מ'ציילט מענטשען וואס שטופען זיך ביי זיין טיש? מיט דעם ווערען געמאסטען גדולי ישראל? דאס איז א וועג פון אנקוקען א באוועגונג, פון אפשאצען ווי גרויס איז א מענטשנ'ס השפעה אויף אנדערע, אבער די זיינען נישט קיין תורה'דיגע בריללען נאר גאס בריללען. אזוי קוקט מען אן פאליטישענ"ס און ראדי"א רעדענערס, נישט גדולי ישראל.
ווידער דאס אז דו קענסט נעמען איין תשובה און מיט דעם בהאאנדעלען דער גאנצע מענטש, איז אזא מין קטנות און טפשות. דער מענטש דער ארי שבאריות וואס האט זיך געווארפען מיט כל התורה כולה, און האט מחדש געווען אין כל התורה כולה, וואס מ'איז יעצט ווייט פון פארטיג פון דרוקען אלע זיין כתבים, און די כתבים פון היינט זענען דער דריטע מהדורה פון זיין חידושים, וואס זענען פארברענט געווארע און דער צווייטע מהדורה איז געגנב'עט געווארען, און דערנאך האט ער זיך געזעצט נאכאמאל אפשרייבען זיינע חידושים. דער מענטש איז נישט דער 'מתיר חלב סתם' און נישט דער 'אוסר פון דער עירוב'. ער איז דער תלמיד חכם פון כל התורה כולה, וואס זיין בליק אויף יעדע זאך איז בלויז דער תורה'דיגע, נישט קיין אור אלטע טראדיצי"ע, און נישט קיין וועג פון האלטען דער עולם אין די ראמען, נאר תורה און בלויז תורה. מ'זעט אויך אין זיין תשובות, און אזוי האב איך געהערט פון פיל שואלים, אז אין אלע הינזיכטען האט ער געהאט א ראיה פון דער גמרא אליינס, נישט נאר אין הלכה'דיגע זאכען נאר אין אנדערע זאכען אויך האט ער נישט געפרעגט ביים אוב וידעוני, נישט זיך פארלאזט אויף עפעס א רוח הקודש, נאר זיך געבויגען פאר'ן תורה און איהר עמקות. קוק למשל אין אגרות משה או"ח ד' סימן מ"ח ווי ער רעדט פון דער ענין פון קויפען ליי"ף אינשורענ"ס און ס'איז דא פיל אנדערע משלים.
דער צושטעלען אונגארישע רבנים, וואס האבען גאנץ פיין געקענט וואס זיי האבען געדארפט, דער מהרש"ג איז אפילו געווען א גרויסע למדן, גרעסער ווי זיין סביבה, אבער פון דעם ביז דער גדלות פון ר' משה איז נאך ווייט. מ'שעצט טאקע שטארק די וואס האבען געקענט לערנען פון די אונגארישע, און ר' חיים עוזר איז אויך נישט קיין קטלא קניא ביי אונז, נאר ר' משה איז עפעס וואס כיפערט דורות אין זיין גרויסקייט אין לערנען, און ברייטקייט אין לערנען, און דאס קען מען אויפווייזען פאר יעדער מענטש וואס האט אויגען, אפילו ער איז א מתעקש, טאמער נאר ער וועט נישט זאגען קיין ליגענט.
און פון דער תשובה פון הזרעה מלאכותית זעלבסט, דארף יעדער מענטש מיט אן אפענעם קאפ זיין למי החותמת ולמי הפתילים. דער דברי יואל באשעפטיגט זיך מיט די טעמי האיסור פון ממזרות. ווי איז געהערט געווארען אזא זאך אז מ'האנדעלט די טעמי המצוה? איך ווייס ער האט א חכם צבי, אבער אין תשובה ספרים צווישען איהם און דער חכם צבי זעט מען אין איין פלאץ אז מ'זאל עס ברענגען אלס סברא אין הלכה? דער חתם סופר טוט ערגעץ אזא זאך? און דערצו אז דער חכם צבי זאגט אליינס אז דאס איז נאר ווען דער טעם איז פשוט. נו, אז דער רמב"ן זאגט עס ווערט עס פשוט? און דאס אז דער רמב"ם דינגט זיך להדיא, און דער רמב"ן ברענגט איהם אלס חולק מאכט נישט אויס פשוט דער גאנצע מעשה? נאר וואס, דער רבי סכייגנייני האט געהאט עפעס אן ענין צו אסר'ן דער זאך, און ווייל ער האט עס נישט געקענט אויפווייזען להלכה האט ער געברענגט די אלע סברות וואס ער אליינס האט געמוזט וויסען זייער לעכערליכקייט. און דאס איז דער חילוק צווישען איהם און ר' משה וואס איז געווען כל כולו נכנע צום תורה, און אלס האט ער געברענגט פון תורת אמת און דער גמרא אליינס, נישט קיין איין זאך פון זיין בויך, און נישט פון טראדיציע"ס און געפילען פון קדושה וכדו'.
אגב, דאס ווארט מסירות נפש מיינט, אויף לשון הקודש (אויף אונגאריש איז אפשר אנדעריש, אבער איך קען נישט קיין אונגאריש), אוועק געבען דער נפש דער זעלע. איהר קענט מיר אפשר פארציילען פון די מענטשען וואס דו שעצט ווען זיי האבען אוועק געגעבען זייער נפש פאר עפעס? וויאזוי האבען זיי עס געטוהן? און וואס איז געשען מיט זיי? דאס קען איך דיר זאגען אז ווען די קאמיוניסטין האבען מחליט געווען לוחם צו זיין מיט דער אויבעשטער און זיין תורה, האבען זיי גערודפ'ט רבנים אפצוזאגען זייער אמט און זייער אחריות אויף תורה. יעדער רב וואס האט אזוי געטוהן האבען זיי מפרסם געווען אז דער און דער רב האט איינגעזעהן דער אמת און האט אויפגעהערט דינען אלס רב. דער וואס האט עס נישט געטוהן, ווי אויך טאמער ער האט ווייטער מחזק געווען יידען צו היטען מצוות איז געווען אין געפאר פון געהרג'ט ווערען, און טאקע כך הוה, אסאך זענען געהרג'ט געווארען. מ'איז געקומען צו ר' משה אז ער זאל זיך אפזאגען פון זיין אמט, און מ'האט איהם ארעסטירט פאר דעם און ער איז געשטאנען מיט א ביקס צום קאפ, נישט איינדליך צו א ביקס, נאר א ביקס ממש, און ער האט געמוזט שטיין אן זיך צו באוועגען פאר עטליכע שעה. אזוי האט מען איהם געוואלט צוברעכען אז ער זאל מחלל זיין שם שמים און אפזאגען זיין רבנות. ער איז געשטאנען אין דער געפאר פון מיתה ממש, און ער האט עס נישט געטוהן. ער האט ווייטער אנגעהאלטען זיין רבנות, ער האט אפילו געבויט א מקוה פאר די שטאט'ס ווייבער אונטער די קאמיוניסטין, און דאס אלס אונטער'ן געפאר פון טויט. ער איז נאר ארויסגעגאנגען פון רוסלאנד ווען דער חפץ חיים האט איהם געזאגט אז ער דארף נישט בלייבען א גאנץ לעבען אין א בית הכסא, א פלאץ ווי מ'טאר נישט דערמאנען שם שמים. נו, ווי איז דער מסירות נפש, ביי די אונגארישע רבנים מיט זייערע שטעקענעס, אדער ביי אט ר' משה וואס האט מקיים געווען כפשוטו גווי נתתי למכים לחיי למורטים, ווען מ'האט איהם געגעבען א ברירה, און ער האט געוויילט צו שטארבען על קידוש השם.
דער פארדרייען תורה מושגים פון מסירות נפש וכדו' אויף א קולטורישען אופן, אז מסירות נפש מיינט זאגען זאכען וואס אין מארגען דזשורנאל וועט מען פארדאמען, איז דער פארדרייען פון יעדער זאך. דאווענען דארף נישט מיינען רעדען מיט'ן אייבערשטער, נאר עפעס צו ענדיגען זאגען אלס סגולה פאר פרנסה. לערנען מיינט נישט זיך דערוויסען וואס וויל דער אויבעשטער פון אונז, נאר ע הכנה צום דאווענען אדער א חלק פונ'ם סדר היום. בין אדם לחבירו מיינט נישט שעצען יעדער איד וואס איז בכלל אחיך און זוכען איהם צו העלפען און פארשטייען און מכבד זיין און ארבעטען מתקן זיין די מדות, נאר ס'מיינט אויפשטעלען ארגאניזאציע"ס צו גנב'נען פונ'ם רעגירונג. שבת קודש מיינט נישט א טאג מיוחד צו לערנען תורה נאך א שווערע וואך אין ביזנעס, נאר צו פארברענגען לאנגע סעודות און זאגען מדרש פליאה תורה'ס אדער הערען פרק שיעור און זיך אפרו'ען פון דער ארבעט. ראש השנה איז נישט קיין טאג וואס מ'דאווענט און נאך דעם עסט מען שנעל א סעודה, און דערנאך זיצט מען זיך לערנען עטליכע שעה, נאר א טאג וואס דער סיסטעם האט זיך אונטערגענומען צו באשעפטיגען דער מענטש אגאנצע טאג כדי ער זאל זיך חס ושלום נישט טרעפען קיין צייט וואס ער דארף בוחר זיין בטוב און זיך זעצען לערנען. ושמרתם את המצות מיינט נישט היטען פון ווערען חמץ, נאר שפרינגען הלל ביים באקען. שבועות נאכט לערנט מען נישט, נאר מען מורמלט תיקון אן צו פארשטיין א ווארט. אט אזוי פיהרט מען זיך אין דער זאך וואס ס'רופט זיך יידישקייט, אבער צו תורה האט עס א קליינע שייכות.
דאס וואז דו ווילסט פונ'ם נשות הכותל, האב איך נישט קיין אהנונג. דו ווילסט זאגען אז ר' משה האט א שייכות צו דעם? פון ווי? ער האט א תשובה קעגען זיי וואס וואלט נאך געקענט געשריבען ווערען פון אן אונגארישע רב, עס איז אזוי שארף. ביטע זיי מסביר פאר אונז קרויט קעפ וואס פארשטיין נישט.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:19 pm

· #173690
שו"ת אגרות משה אבן העזר חלק ד סימן לב

ער"ח מרחשון תשמ"א
. זריקת זרע נכרי למעי אשה, וזריקת זרע הבעל למעיה.
הנה ממה שכתבתי בתשובותי בח"א אה"ע סימן ע"א ובח"ב אה"ע סימן י"ח וכן מה שכתבתי בח"ב סימן י"א כולם אמת וברור לדינא לא שייך להתחרט מהם וליכא שום חששות בזריקת זרע של נכרים, אבל למעשה לא הוריתי לעשות כן מטעם שלענין קיום מצות פו"ר לבעלה אין זה כלום, והאשה הא אינה מחוייבת, ושייך שיצא מזה קנאה גדולה לבעלה ולכן אין זה עצה טובה, ולאלו שחלקו עלי השבתי תשובות ברורות ולא נדפסו רק התשובה שהשבתי להגר"מ בעל שו"ת חלקת יעקב זצ"ל הדפיס בספרו מחמת שהיו בידו (וכעת נדפס גם בסוף חי' למס' כתובות) ויותר לא רציתי לכתוב בזה אף לפלפולא בעלמא, אבל ודאי אין ליעץ לעשות כן מטעם שכתבתי, ואם אחד עשה כן הולד כשר אף לכהונה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:24 pm

· #173693
נו, האט ער חוזר געווען צו נישט? ער האט געזאגט אז ס'איז נישט קיין עצה טובה פאר שלום בית. דאס האט נישט מיט דער הלכה און נישט מיט קדושה. ער האט נישט חוזר געווען און נישט איינגעזען די א.ג. פראבלעמען, ויסכר פי דוברי שקר.

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:34 pm

· #173695
אט די רייד פינעם הייליגען קדוש וצדיק הגר''מ פיינשטיין איבער
לדינא אין להתחרט
אבל למעשה לא הוריתי
אט דער חורבן האבען פילע גדולי ישראל געזעהן אז למעשה איז היינט דא פילע פילע וואס למעשה טוען זיי דאס יא נאר צוליב דעם גדול,

ולית מאן דפליג אז טראץ זיין מבהיל'דיגע גאונות בכל התורה כולה האט ער נישט געהאט בכח צו חולק זיין אויף אלע גדולים וואס האבען געזעהן דערין א פתח פאר פילע חטאים וואס זענען דערפון ארויסגעקומען,

עניוועי ווילסט האלטען פון דעם צדיק אשריך ואשרי חלקך זעץ דיר הארעווען בספריו הקדושים יומם ולילה און זיי מתפלל זאלסט אויס וואקסען א טויזענסטעל פון וואס ער האט ערייכט בחייו.

@ליטוואק פון בודאפעסט דאס וואס די טיינעסט אז איך נעם איין תשובה און מיט דעם מאלען איך אראפ דעם גאנצען מציאות פון דעם צדיק , חלילה!!

איך האב בלויז געברענגט ''איין'' דוגמא ווי די אלע אנדערע גדולי ישראל האבען זיך אויסגעצייכענט אין זייער גדלות

אבער דער קדוש וטהור בעל ה'אגרות משה ווער זענען מיר בכלל אפצושאצען זיין גרויסקייט

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:45 pm

· #173700
'לית מאן דפליג' יא, איך דינג זיך און בהחלט. ווער האט זיך געדינגען מיט איהם? אפאר רבנים? ס'האט איינער פון זיי פארשטאנען זיין שטיקל תורה? מ'זאגט אז דער חזון איש האלט אנדעריש, אבער למעשה רבנים זענען מקיל היינטיגע צייטען, און איך האב אציין געהערט פון ר' שלמה מילר אז ס'איז 'אנגענומען להיתר'.
ר' משה האט נישט מסכים געווען צו זיין קעגענער, ער האט געהאט אן אנדערע חשבון, א חשבון פון שלום בית נישט א.ג. קדושה\בויך סברות.
בלאט: 1 2 3 4 5