☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זוכט אלטע פאשקעווילן

זוכט אלטע פאשקעווילן

212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5547
בלאט: 1 2 3 4 5

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 8, 2014 3:34 pm

· #210849
ליטוואק פון בודאפעסט
דו (שמעקעדיג) זאגסט "מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט". דארט ליגט דער הונט באגראבען. ס'איז נישט דא אזא זאך ווי אידישקייט, מסורה, קבלה אין פסק, דעת תורה, קדושת ישראל א.א.וו. די זאכען זענען פראדוקטען פון די דמיונות פון מענטשען וואס האלטען נישט ביים לערנען. א איד'ס ארבעט אין דער וועלט איז זיך מכניע זיין צום תורה און נאר צום תורה. וואס מ'טוט דארף שטייען אין תורה, און אז מ'האט א ספק דארף מען זוכען אין תורה, און אז דו טרעפסט נישט, אם ריק הוא מכם הוא ריק. אמאל פאדערט דער תורה אז מ'זאל פארמאכען דער גמרא אויף עטליכע געציילטע מינוט צו טוהן עפעס, אדער צו שטיצען דער תורה לויט איהר כללים, אבער דאס איז אלס א חלק פון תורה. דער חזון איש האט אמאל צוגעמאכט דער גמרא, ווען ער האט איינגעזעהן אז מ'גייט טוהן קעגען דער תורה ווען ער טוט עס נישט. דאס איז אלס אונטער'ן רובריק פון תורה. אבער דער זאך ווי 'אויפשטעלען אידישקייט' וואס דאס האט נישט מיט אויסלערנען אידען תורה, דאס האט נישט מיט הכנעה צו תורה און נישט מיט וואס אידען באצייכענען זיך פון הר סיני.

און דעריבער האט מען אלס פארשטאנען אז ווען א מענטש גיבט זיך אפ אין די יונגע יארען נאר צו תורה, וועלען אלע זאכען וואס ער טוט שפעטער זיין א המשך דערפון. דער חזון איש פלעגט זאגען "קוק אהן דער חפץ חיים. ער האט געלערנט שטילערהייט זעכציג יאר, אבער דערנאך אין דרייסיג יאר האט ער געקערט א וועלט." ער דרוקט עס אויס אין אגרות און אין אסאך מעשה'ס פון די געדרוקטע. דער עיקר טובה וואס א מענטש קען טוהן פאר כלל ישראל (אפילו ווען דאס איז זיין ציל) איז צוצושטעלען גדולי תורה וואס קענען אסאך תורה, ווייל נאר פון זיי קע'מען עפעס ערווארטן. דאס איז אלס די מימרות פונ'ם חזו"א, וואס האט גוט איינגעזעהן די פרצות הדור און פארשטאנען פון וואנעט קומט דער ישועה.

דאס האב איך געזאגט, אז דער זעלבער בעל דברי יואל, מיט אזעלכע כוחות און כשרונות, ווען ער וואלט זיך נאר איבערגעגעבען צום תורה יונגערהייט, וואלט יעדער מעשה זיינע געהאט אן אנדערע'ן באגריף. דאס אויפשטעלען אידישקייט דאהי, מיט א קליינע אויג אויפ'ן לערנען פראגראם אין ישיבה, און א ברייטע קוק אויף וויאזוי אויסצולערנען קינדער וועגען די 'פייגלעך מיט דער בינעם', דער ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט אין בויען א קרן הצלה און אומאפהענגיגע מוסדות אין א"י, אבער כוללים האט ער כמעט נישט געבויט, איז א דירעקטער תוצאה פון דעם אז לערנען האט פארנומען א קליינער ארט ביי איהם. דאס קען מען נישט לייקענען, נאר אז דו ווילסט קענסטו זאגען אז פון איהם איז א ראיה אז תורה איז נישט אזוי וויכטיג.

און טאקע, אז דו ברענגסט שוין דער חזון איש, דארט זעט מען דער חילוק פון א מענטש וואס לערנט און ס'גיסט זיך איבער פון זיין לערנען ביז איבערצוקערען א דור. דער חזון איש אין א"י האט בעיקר געטוהן צוויי זאכען. ער האט גע'פסקנ'ט פאר די פארמער'ס פון די מושבות, און ער האט געלערנט בחברותא און גערעדט אין לערנען מיט ישיבה'לייט. יעדער מענטש וואס האט זיך אנטקעגן געשטעלט קעגן די שטראם און געגאנגען לערנען אין ישיבה, האט געוואוסט אז אין בני ברק איז דא אן אדם גדול וואס וויל זיי מחזק זיין און גלויבט אין זיי און וועט זיך אפגעבען מיט זיי. אט אין דער שטילע אופן האט ער מצליח געווען אריינצודרינגען א כבוד און א שטאלץ אין זיין א לומד תורה, ומאלה נפצה כל הארץ. (דער מלחמה אויף גיוס בנות, הגם אז ביי ענק איז דאס מסתמא דער עיקר, איז א קליינע תקופה אין זיין לעבן. איך האב נישט קיין רעכט צו זאגן, אבער קען זיין אין חשבונות שמים אז ער איז געשטארבען אינמיטן דער מערכה, ווייל נישט פאר דעם האט מען איהם געלייגט אין דער וועלט. איך זאג נישט אז אזוי איז, נאר א מחשבה'לע זיין עיקר ארבעט איז געווען שטיצען לומדי תורה)


ליטוואק, מה עשה הקב"ה, נאכן ליינען די אלע תגובות דיינע, די חילוקים פונעם חזון איש מיטן סאטמאר רב זצ"ל, האב איך זיך עטליכע וואכן צוריק אנגעשטויסן מיט א ספר'ל "פאר הדור - חיי חזון איש". און דארט האב איך געזעהן אז דו ווייסט גאנץ קנאפ וואס דו רעדסט, ער איז געווען בדעה אחת מיט סאטמאר רב איבער די שיטה פון אויפשטעלן אידישקייט, כאטש זיי האבן געהאט השקפה'דיגע מיינונג דיפערענצן דא-און-דארט; אבער דאס עצם זאך אז מען דארף לערנען דער עיקר תורה און דאס אויפטון פאר אידישקייט איז נישט אזוי וויכטיג און מען קען עס אוועקמאכן, דאס איז אויסגעזויגן פון דיינע פינגער...

פארוואס זאל איך רעדן? לאמיר מעתיק זיין דא פונעם ספר:
📎 להיות איש_.JPG 📎 להיות איש.JPG

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 8, 2014 3:44 pm

· #210853
איך האב גראדע נאך גוטע חומר דארטן, צו זעהן דעם בליק פון א אמת'ן מנהיג ישראל. עס איז כדאי פאר יעדן זיך איינצוהאנדלען דעם בוך.
איך בין נישט זיכער איך זאל עס שטעלן אין דעם אשכול, אבער מדי דברי בו, קודם שטעל איך - אויב האט איינער א געדאנק ווי עס צו רוקן, לאזט מיר וויסן.

אט לייענט וועגן ארויסשטעלן קינדער פון די מוסדות:

.
📎 דיני נפשות--.JPG 📎 דיני נפשות.JPG

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 8, 2014 3:46 pm

· #210854
נאך אן אינטרעסאנטן אפהאנדלונג איבער רשעים ואפיקורסים בזמנינו, ובנוגע דעם ענין פון "מורידין ולא מעלין".

.
📎 רשעים בזמנינו-.JPG 📎 רשעים בזמנינו.JPG

איך אויך » דינסטאג יולי 8, 2014 8:22 pm

· #210928
שמעקי ,ווי זעהסטו דא א שמץ ענליכקייט צום רבין'ס עקסטרעמע שיטה?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 8, 2014 8:54 pm

· #210935
מען רעדט דא בנוגע אוועקלייגן די גמרא אין די זייט און אויפטון פאר אידישקייט. זעה דעם ערשטן קטע השתדל להיות אי"ש.,
די אנדערע 2 האב איך סתם מעתיק געווען פאר אינטרעסאנטקייט.

עפל סיידער » דינסטאג יולי 8, 2014 10:08 pm

· #210951
זייער שיין @שמעקעדיג גענטפערט אין פינטל.

מען וועט בהכרח מיזען אפירקראצען לשיטת ה'ליטוואק אז דער חזון איש איז געווען א חסיד פן ערגעץ אין אונגארען

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 16, 2014 5:41 pm

· #212208
דער וועלט זאגט א ווערט'ל - ויקח רמח בידו, ער האט זיך נישט געדרייט אגאנצע טאג מיט א רמח, נאר ווען מ'האט געדארפט האט ער עס גענומען אין די הענט אריין.
דער חזון איש איז אראפ פון בארג צו טוהן וואס מ'דארף טוהן. געוואוינט האט ער אויפ'ן בארג און ער איז גלייך צוריק ארויף. דאס איז אלס געווען מיין פאוינט. ר' חיים עוזר בחייו איז געווען באקאנט אלס א גרויסע עסקן, ווייל יעדער איינער האט איהם געקענט אלס זיך באשעפטיגען אין עפעס אנדעריש פאר דער וועלט. תלמידי חכמים האבען גערעדט אין לערנען אבער שאר כל העם האבען נאר געהאט מיט זיין עסקנות. ווען זיין ספרים זענען ארויס און מ'האט געזען אז דא איז געווען א מענטש וואס האט געליגען אין לערנען כאילו דער וועלט עקזיסטירט נישט, האט מען פארשטאנען אז ס'איז אן אנדערע מין עסקנות.

איך וויל נאר מוסיף זיין אז ווען איך האב געליינט דער בוך האב איך נישט אזוי געגלייבט די אלע מימרות וועגען זיין פארזיכטיגקייט אויפ'ן צביון פון בני ברק און זיין 'עיצוב אופיו של עיר' וכדו', ווייל איך האב געשמעקט א מין תאווה צו געוועלדיגען אויפ'ן שטאט מצד די מענטשען וואס ווילען זיך פאררופען על שם תלמידיו. איך בין זיי נישט חושד אויף גאנצע ליגענט, איך בין נאר חושד אז זיי האבען ארויס גענומען פון זיין ווערטער וואס זיי האבען געוואלט כדי מצדיק צו זיין זייער מיינונג פון אתריה דמר וכדו'. ס'איז נאר א חשש, האלט מיר נישט צו דער ווארט.

טייערע ברודער » מאנטאג יולי 4, 2016 4:56 am

· #340093
איך, ווי א נער, ליין אדורך דער גאנצע אשכול צו זוכען אלטע פאשקעווילין ואין קול ואין עונה. קיינער האט נישט קיין זאפטיג'ס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 4, 2016 8:11 am

· #340094
Re: זוכט אלטע פאשקעווילן
מיין טייערע ברודער, היינו דאמרי אינשי 'מ'קויפט דער טיימ"ס און מ'ליינט דער פאוס"ט'.
ביסט אנגעקומען צו רעדען וועגען כשרות און חסידות, כמבואר בשלום עליכם אשכול. למעשה ביסטו גלייך אריינגעפאלען אין צימעס.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2020 9:08 am

· #448234
פון מיין ערשטע אשכולות דא, אבער צום סוף האב איך געטראפן עפעס וואס מ'קען דא ארויף לייגן. קוקט'ס דא ווי אן אפיציעלע עסקן פון א פארטיי שרייבט אויף א רב בישראל, אן א נאמען, אבער איך מיין יעדער ווייסט וועמען ער מיינט.

דער זון פון דער רב וועמען ער מיינט האט נאכגעזאגט פון זיין טאטע בשעתו, אז אזא שונא א"י וועט ווערן אויסגעשפיגן פון א"י. און טאקע כך הווה, ער איז געשטארבען אין חו"ל, גאר אין איטאליה, און מ'האט אים שטארק מבזה געווען ביז ער האט זוכה געווען צו קבורה.

הוספה: דברים שאמרתי טעות הם. ער דערמאנט יא דער נאמען פון הרב קוק אין מיטן. איך האב עס נישט באמערקט ווייל אגאנצע צייט רעדט ער פון 'א רב'. אלענפאלס, איז עס גאר אן עקעלדיגע ארטיקל, ובפרט צו דרוקן אין חו"ל ווייט פון די מכחישים'ס מעגליכקייט צו זאגען זייערס.

איך אויך » זונטאג מאי 10, 2020 12:44 pm

· #448247
איך גלייב עס איז דיר באקאנט דעם טעאריע/באשולדיגונג אז די ציונים האבען עם פארסמט אויפן שיף אין איטאליע.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2020 1:18 pm

· #448248
הייסט עס, הרב קוק האט עס געטון פון קבר......

עכ"פ, דער מראה מקום האב איך באקומען פון די בריוון פון הרב הדס, גאר אן אינטרעסאנטע דאקומענט. איך פלאן צו דרוקן די ביכער פון מנדל פרוש און משה בלויא, איך האב נאר נאך נישט אנגעיאגט
בלאט: 1 2 3 4 5