☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זוכט אלטע פאשקעווילן

זוכט אלטע פאשקעווילן

212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5547
בלאט: 1 2 3 4 5

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:57 pm

· #173756
אין המשך צום פריערדיגע תגובה:


בנוגע דיינע טענות אז מען שאצט נישט א גדול לפי וויפיל עס קוקען אינעם ספר, זענט איר טויזענט פראצענט גערעכט,
אבער אין די ליטא איז דא א סעיאינג אז מ'ברויך מבדיל זיין בין סימן לסיבה אה''נ ס'איז ניש קיין 'סיבה' לגדלות פארט א 'סימן' איז'ס יא לענ''ד, ביסט בארעכטיגט מחולק צו זיין.
........
ועוד זעהט זיך מכותלי מכתבך אהן א גרויסער טעות אלע לייבען בימיו האבען אים פארשריגען פאר'ן דן זיין אזא האקעלע נושא עס האט זילטש שייכות צום הייליגען סאטמאר רב
.......
לגבי דיין כלליות'דיגער אראפרייס קעגן די וואס קערן זיך נישט אהן צום ליטווישען וועלט, כאפ נאר א בליק ווי רובא דרובא פינעם ליטאי'שען עולם ברויך משוגע ווערן ווייל דער יתד האט מחליט געווען איינעם צו ממנה זיין אלס לעצטער ווארט לגבי דער 'גאנצער' עולם התורה,

און פארקויף ניש קיין לאקשען איבער בין אדם לחבירו ווייל עס איז ניש פאראן נאך אזעלכע פיינט האבער פון איינעם דעם אנדערן ווי עקלהאפטיגע... נו שוין
און א חוץ פון א שטיקעל תעירע, איז דר'גאנצער יהדות חרוסת
אחוץ וואס זיי האבען מקבל געווען די תורה ווען דער חפץ חיים האט מיט זיין זון.... פארפאסט דעם חיבור אויף או''ח
.........
דאס ענין פון נשות הכותל האב'ך מכוון געווען צו א צווייטען דא, אז די רעפארמער באוועגונג שטאמט טאקע פון די 'איידעלע' וואס האבען נישט געקענט דילדען דאס פייערדיגע רעדן נגד פושעי ישראל
.....
חוץ מכל הנ''ל איז דער גאנצער גערעדעכץ דיינע א פלא, קוקט אויס אז אין בודאפעסט איז מען אנדערש מגדל די ליטאים

דעת תורה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:53 am

· #173817
ליטוואק פון בודאפעסט, אויב דו קענסט און דו לערנסט דברות משה ברויכסטו דאך וויסן אז ער האט למעשה יא חוזר געווען פונעם היתר, נאר ער האט אריין געדרוקט די חזרה אין דברות משה. (כך שמעתי, נישט אז איך האב א אדרעס ביי די האנט וואו אין דבר"מ עס איז געדרוקט).

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:54 am

· #173831
נאר,, פרייליך - זאג א נאמען פון די לייבען. ביז דערווייל ווייס איך פון חלקת יעקב און דברי יואל. אז מאיר אמזל איז אויך א לייב ווייל ער איז פארט א מעמבער פון דיין קולטור.
דיין קאפ ארבעט אין מאדנע וועגען. איך האב געשריבען אז דער וועלט קערט זיך נישט צום ליטווישען וועג? ווי? קענסט ציטירען?
דער מחלוקת צווישען צוויי עסקנים אין מיטל מזרח האט גארנישט מיט תורה איינגעלייגט און א נארמאלע יונגערמאן האט ווייניג צו טוהן דערמיט. איך וואוין אין אמעריקא און דער גאנצע ענין איז סתם נייעס וואס מ'הערט אן קיין שום באדייט.
האסט א פראבלעם אז דער משנה ברורה איז געואוערן אנגענומען. איך האב טאקע געהערט פון חסידישע אידען אז דער פסקי תשובות איז אסאך בעסערע ספר ווי מ"ב 😃 טאמער דו ווילסט אזוי גלויבען, זכותך. אבער דער גדלות פונ'ם מ"ב איז נישט ווייל א טאטע מיט א זוהן האבען זיך געזעצט שרייבען א ספר. אז דו זעסט נישט, קענסטו ווייטער נאכזוכען הלכות אין נטעי גבריאל. ער פארשטייט דער קולטור אסאך בעסער ווי דער מ"ב און מסתמא איז זיין טאמעט"א די"פ אסאך בעסער.
ווען מ'וואלט ארויסגעגאנגען 'במסינ"פ' אקעגען נשות הכותל כמנהג תלמידי החת"ס (ר' יצחק לעבאוויטש?) וואלט עפעס אנדעריש געשעהן? קענסט אויפווייזען? זיי זענען רעפארמער און ס'גייט אונז גאנץ ווייניג אן וואס זיי טוהן אין זייערע רעליגיע.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:56 am

· #173885
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב שוין נישט קיין כח, אדער געדולד צו די ב.ש. בעק ענד פארטה. דו האסט עפעס א ספעציעלן טאלאנט אלץ אריין צו ווארפן א זייטיגע באמערקונג וואס פיהרט דעם שמועס אראפ פון די רעלסן (טרעקס, בלע"ז). די אקסעפטענס (אננעמונג) פון משנה ברורה ביי נארמאלע מענטשן האט גארנישט צו טון מיט חסידות אדער מתנגדות. א יעדער איד וואס איז א שטיקל יודע ספר, און האט אמאל געלערנט שולחן ערוך אורח חיים אין ישיבה, קען אפשאצן די גוואלדיגע ארבעט וואס דער הייליגער חפץ חיים האט אריינגעלייגט אין זיינע חיבורים, משנה ברורה, ביאור הלכה און שער הציון. הגם ס'איז געווען איין חסידיש'ער רב/רבי פאר די מלחמה, וועלכער האט זיך אויסגעדרוקט זייער מיאוס, אנרופנדיג עס "משנה ארורה". אבער יענער "גדול" האט געהאט זייער א מיאוס'ן פיסק און ער איז ביי מיר אפגעפרעגט. מיט זיין גאנצן קנאות און קענען לערנען. לסיכום. נאר עמי הארצים עללן אוועקמאכן דאס גדלות און אויפטוה פונ'ם מחבר. 😎 🙄 😕 😠 😳 😮

נאטרוליסט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:34 am

· #173893
איך קען נישט אריינרעדן אין די גרויסע מחלוקה, ואין ברצוני להכניס ראשי בין סלעים גדולים כמותכם, אבער וופיל איך זעה איך הער און שמעק, אז דער גרעסטער גאון און פוסק נאך די קריג געווען נישט קיין צווייטער ווי דער חזון איש.

די וועלט זאגט אז הגאון ר' משולם ראט פון די ראבינאט האט אים איבערגעשטיגן אין לומדות, אבער ס'איז שווער פעסטצושטעלן.

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:26 pm

· #173971
@ליטוואק פון בודאפעסט בנוגע די מ''ב האב איך חלילה ניש קיין פאראיבעל אז די וועלט האט עס אפגעקויפט עס איז ב''ה א געוואלדיגער ארבעט, איך האב שוין צענדליגער מאל שטארק הנאה געהאט פון די שטארקע ארבעט,
איך רעד נאר פינעם יתמות ביי אייער וועלט'ל ווי ס'זעהט נעבעך אויס פון דעם פאקט ווי ביזען חפץ חיים און זיין זון (עי' בארוכה בספרו ווי ער איז מאריך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען דעם חיבור שרייבען) האט איר נישט קיין קבלה געהעריג אין הלכה, פילע יארען האב איך געלערנט ביי איינע פון די גאר אויסגערופענע ראשי ישיבות און ס'געווען א פחד צו זעהן ווי זיין גאנצער מקור בהלכה איז סך הכל אלעס אויף א שיינער ליקוט און יגיעה וואס דער הייליגער חפץ חיים האט געארבעט צו פארגרינגערן די לומדי או''ח, עס צייגט אויף א שטארקער יתמות בהוראה,
כ'מיין דערמיט מדגיש צו זיין אז ווען גרויסע לייבען בתורה (עס איז ווייניג נוגע יעצט 'נעמען' איבער וואס זיך ארומצורייסען עפען אויף די שו''ת ספרים העסטו זעהן) האבען געשריבען אויפען פסק פינעם הייליגען צדיק וקדוש בעל אג''מ ודב''מ תסמרנה שערות ראש אויף אזא הפקרות און עטליכע האבען דערויף ממליץ געווען 'הכזונה' יעשה את אחותינו, האבען זיי געהאט דערמיט א שטארקער מכוון
היות זיין גאונות וגדלות בתורה האט נישט געקענט אהערשטעלן א ווידערשטאנד מיטן שרייבען א להלכה ולא למעשה'דיגע בירור, וואס אין פאקט דרייען זיך היינט ארום אויף דעם סמך אלטע מיידלעך נעבעך וואס קענען נישט קיין שידוך טרעפן
און ר''ל אנשטאט זיך דרייען מיט א דאג ווי להבדיל דר'גוי טיען זיי דעם עצה פון אריינלייגען מאיש אחר און קענען אזוי אויפשטעלן גאנצעטע שטיבער זייענדיג א סינגעל אלעס אויפען סמך פון להלכה ולא למעשה, מיט רעכט האבען אינזערע הייליגע גדולים באקעמפט אזא הנהגה אין פסק


>עס טוט חלילה נישט אוועקנעמען קיין האר פון זיין -קדושה-דביקות-ויגיעת התורה בסך הכל שטעלט עס נאר אהער אז אין דעם פרט בנוגע הוראה,
זענען פילע אנדערע גדולים וקדושים געשטאנען העכער, נעם א דוגמא פון זיין איידעם וואס פירט די העצע קעגן מציצה וויפיל פסקים ער האט אריינגעריקט נגד דעתו הקדושה פון זיין שווער, וואס דער הייליגער שווער האט אים מזהיר געווען עס ניש צו דריקען

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:42 pm

· #173977
נאכאמאל, ר' משה האט געוויזען אז ס'איז אן רעכט, ער האט געהאלטען אז ס'איז קיין שום פגם נישט אין קדושת ישראל. ווער האט אויפגעוויזען אנדעריש?
דיין גאנצע צוגאנג פון מאכען א סאציאלאגישע ענין פון תורה מסיני, פארדעקט מיט א שפראך פון קבלה בהוראה, איז ווידער א חלק פון דער 'זאך וואס ס'רופט זיך אידישקייט' וואס איז ווייט פון תורה. וואס א ראש ישיבה טוט איז נישט תורה, און וואס א ציבור טוט איז נישט תורה. די זיינען הנהגה'לעך פון מענטשען, און ווען ס'וואלט נישט געווען קיין תורה, וואלט מען עס געדארפט אנהאלטען. לאז אפ מיט מענטשען און רעדט פון תורה ותו לא.
בערעל-איך האב פראבירט צו האלטען דער זאך אופ'ן ענין פון פאשקעווילען ללא הועיל. אדרבה ווען איהר קענען עפעס צולייגען צו דער זאך וואלטען איך שטארק הנאה געהאט.

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:09 pm

· #173999
נאר,,פרייליך
@ליטוואק פון בודאפעסט בנוגע די מ''ב האב איך חלילה ניש קיין פאראיבעל אז די וועלט האט עס אפגעקויפט עס איז ב''ה א געוואלדיגער ארבעט, איך האב שוין צענדליגער מאל שטארק הנאה געהאט פון די שטארקע ארבעט,
איך רעד נאר פינעם יתמות ביי אייער וועלט'ל ווי ס'זעהט נעבעך אויס פון דעם פאקט ווי ביזען חפץ חיים און זיין זון (עי' בארוכה בספרו ווי ער איז מאריך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען דעם חיבור שרייבען) האט איר נישט קיין קבלה געהעריג אין הלכה, פילע יארען האב איך געלערנט ביי איינע פון די גאר אויסגערופענע ראשי ישיבות און ס'געווען א פחד צו זעהן ווי זיין גאנצער מקור בהלכה איז סך הכל אלעס אויף א שיינער ליקוט און יגיעה וואס דער הייליגער חפץ חיים האט געארבעט צו פארגרינגערן די לומדי או''ח, עס צייגט אויף א שטארקער יתמות בהוראה,
כ'מיין דערמיט מדגיש צו זיין אז ווען גרויסע לייבען בתורה (עס איז ווייניג נוגע יעצט 'נעמען' איבער וואס זיך ארומצורייסען עפען אויף די שו''ת ספרים העסטו זעהן) האבען געשריבען אויפען פסק פינעם הייליגען צדיק וקדוש בעל אג''מ ודב''מ תסמרנה שערות ראש אויף אזא הפקרות און עטליכע האבען דערויף ממליץ געווען 'הכזונה' יעשה את אחותינו, האבען זיי געהאט דערמיט א שטארקער מכוון
היות זיין גאונות וגדלות בתורה האט נישט געקענט אהערשטעלן א ווידערשטאנד מיטן שרייבען א להלכה ולא למעשה'דיגע בירור, וואס אין פאקט דרייען זיך היינט ארום אויף דעם סמך אלטע מיידלעך נעבעך וואס קענען נישט קיין שידוך טרעפן
און ר''ל אנשטאט זיך דרייען מיט א דאג ווי להבדיל דר'גוי טיען זיי דעם עצה פון אריינלייגען מאיש אחר און קענען אזוי אויפשטעלן גאנצעטע שטיבער זייענדיג א סינגעל אלעס אויפען סמך פון להלכה ולא למעשה, מיט רעכט האבען אינזערע הייליגע גדולים באקעמפט אזא הנהגה אין פסק


>עס טוט חלילה נישט אוועקנעמען קיין האר פון זיין -קדושה-דביקות-ויגיעת התורה בסך הכל שטעלט עס נאר אהער אז אין דעם פרט בנוגע הוראה,
זענען פילע אנדערע גדולים וקדושים געשטאנען העכער, נעם א דוגמא פון זיין איידעם וואס פירט די העצע קעגן מציצה וויפיל פסקים ער האט אריינגעריקט נגד דעתו הקדושה פון זיין שווער, וואס דער הייליגער שווער האט אים מזהיר געווען עס ניש צו דריקען


איך פארשטיי נישט פון וועלכע יתמות בהלכה אין די ליטווישע וועלט דו רעדסט.
די גרעסטע לייבן פון הלכה זענען גווען אין דער ליטווישער וועלט. קודם כל די ריזן וועלכע - אינטערסאנט צו באמערקרן - זענען גווען באטיטולט נישט ווייניגער ווי "גדול האחרונים" א שטייגער ווי דער מהרש"ל, דער שאגת אריה, דער גר"א. דער חכמת און חיי אדם. און שפעטער אזוינע פוסקי הדור ווי ר' יצחק אלחנן און דער דברי מלכיאל. דער ערוך השלחן און דער בית הלוי. דער אדר"ת און רי"ל דיסקין. דער משכנות יעקב און דער נצי"ב. דער מרחשת און ר' חיים עוזר. איך ברענג נישט סתם נעמן פון פוסקים ווי די ווילנא דיינים (ר"ש הכהן וכו') וכדומה, נאר ממש אויסגרופנע וועלטס פוסקים.
און אין די לעצטע דורות, טאקע די עמודי ההוראה דער משנה ברורה און דער חזו"א. און בדורנו ר' משה ר' שלמה זלמן און ר' אלישיב.

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:20 pm

· #174008
יתמות, איז די פשט בנוגע די ציבור הליטאי, דו''ק ותשכח
אריות שבחבורה איז אלס געווען און אומעטום,
דאס וואס די רעכנסט רבי משה איז א טאטאלער טעות דו''ק ותשכח

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:25 pm

· #174009
נאר,,פרייליך
דאס וואס די רעכנסט רבי משה איז א טאטאלער טעות דו''ק ותשכח

explaine

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:26 pm

· #174010
עוד חזון למועד, איך וויל נאך לערנען אביסעל בעפאר ניטל, איר קענט דאך ממשיך זיין צו לערנען אפי' אין ניטל

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:33 pm

· #174012
היינט איז ניטל? איך האב גמיינט אז ניטל איז ווען די גוים האבן זייער Xמעס?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:58 pm

· #174019
היימישער לאנדסמאן - דו פארשעמסט אונז אלע. דו ווייסט טאקע נישט?

דעת תורה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:50 pm

· #174089
דער מהרש"ל איז געווען א ליטאי? (מסתמא האסטו געמיינט דעם ש"ך).

דער שאג"א איז בסוף ימיו געווען רב אין מיץ - דייטשלאנד. אבער יתכן אז ממקורו איז ער פון די ליטא.

ליטא און אירע לייט זענען אלס געווען אראפגעקוקט אין פוילן און אין אוקריינע. דעם בעל התניא פלעגן די חברים רופן מיטן צונאמען "דער ליטוואק" און נישט פאר א מעלה. אין די שפעטערע יארן מיטן אויפקום פון די באן האט אנגעהויבן צו ווערן א איינוואנדערונג פון איין מקום צו די אנדערע. זענען דעמאלט אסאך ליטאים אנגעקומען קיין ווארשא און מיטגעברענגט זייער הלך ילך, דערפאר טאקע האבן די ווארשעווער זיי גערופן "די ליטווישע צלם - קעפ"...

יאיר » מאנטאג יאנואר 6, 2014 9:53 pm

· #174109
ווער דארף אלטע פאשקעווילן אז מיר האבן דא א הויפן נייע.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:50 pm

· #174150
היימישער ליטוואק
היינט איז ניטל? איך האב גמיינט אז ניטל איז ווען די גוים האבן זייער Xמעס?

לידיעתך, ר' היימישער ליטוואק: די -פראוואסלאוונע גוים (גריעק-ארטהאדאקס) האלטן זייער חגא דעם 6טן יאנואר. ס'איז אייגנטליך דער 25סטער דעצעמבער אויפ'ן אלטן קריסטליכן קאלענדאר. 😃 🙂 😉 😮 😕

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:10 am

· #174175
דעת תורה
דער מהרש"ל איז געווען א ליטאי? (מסתמא האסטו געמיינט דעם ש"ך).

דער שאג"א איז בסוף ימיו געווען רב אין מיץ - דייטשלאנד. אבער יתכן אז ממקורו איז ער פון די ליטא.

ליטא און אירע לייט זענען אלס געווען אראפגעקוקט אין פוילן און אין אוקריינע. דעם בעל התניא פלעגן די חברים רופן מיטן צונאמען "דער ליטוואק" און נישט פאר א מעלה. אין די שפעטערע יארן מיטן אויפקום פון די באן האט אנגעהויבן צו ווערן א איינוואנדערונג פון איין מקום צו די אנדערע. זענען דעמאלט אסאך ליטאים אנגעקומען קיין ווארשא און מיטגעברענגט זייער הלך ילך, דערפאר טאקע האבן די ווארשעווער זיי גערופן "די ליטווישע צלם - קעפ"...


המהרש"ל, בנו של יחיאל, נולד בסביבות שנת ה'רע"א (1510), ככל הנראה בבריסק. בצעירותו התגורר ולמד בפוזנן (פוזנא) ובגיל 25 חזר לעיר הולדתו בריסק והתחתן. לאחר חתונתו הקים ישיבה בבריסק שם היה ראש ישיבה עד גיל ארבעים. בהגיעו לגיל ארבעים עבר לאוסטראה שם שימש כראש ישיבה חמש שנים. בשנת 1569 עבר לכהן כראש ישיבה בלובלין.

דער ש"ך האט אויך א ליטווישע בעקגראונד אבער איז למעשה גבורן אין פוילין און נפטר גווערן אין הונגריה.
דער חלקת מחוקק איז אויך א ליטווישער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 5:54 am

· #174223
פאר די חבררה וואס תורה איז פארוואנדעלט אין 'אידישקייט' וואס איז א סאציאלאגישע ערשיינונג, איז נישט מדינת ליטא דער נושא, דער חלקת מחוקק איז נישט דער ליטוואק. מ'מיינט די מענטשען צווישען די קריגען און אויך אביסל פאר'ן ערשטע וועלט'ס קריג, וואס האבען געהאט אן אנדערע נאטור פון די מענטשען אין פוילין, און דעריבער ווען מ'האט זיך געטראפען האט מען זיך נישט געטרויערט איינער די צווייטער. ואין בה ולתורה ולא כלום.

אסאך וואונדערען זיך, פארוואס האבען די חרמים אקעגען חסידים אזוי שטארק ארויסגעברענגט אז חסידים לערנען נישט? מ'זעט דאך אז זיי לערנען יא, און מאנכע רבי'ס האבען נאך געזאגט אז 'דער ערשטע חסידות איז א דף גמרא' וכהנה מימרות און מעשים לרוב, איז פארוואס האבען די לייבען די צדיקי אמת אזוי איינגעזען אז חסידים לערנען נישט? וואס האבען זיי געמיינט? והנראה לענ"ד עפ"י דברי הבלאגער"ס האלו, וואס סך הכל זאגען נאך וואס מ'האט זיי געפיטערט אין די א.ג. ישיבות זייערע, קען מען אלס פארשטיין. דער אונטערשייד וואס מ'האט געבאקען צווישען יגיעה און קענשאפט אין תורה מיט פסק הלכה, דארט הייבט זיך אן דער פראבלעם. מ'מיינט אז ס'איז דא אזעלכע טראדיציע"ס וואס זענען וויכטיגער ווי תורה, ס'איז דא אזא מציאות פון 'קבלה בהוראה' וואס נאר רבנים מיט שטעקענעס פארמאגען, מ'האט אפגעהאקט דער קאפ פונ'ם גוף, כאילו לערנען איז איין זאך און טוהן איז א צווייטע זאך. דער הלכה למעשה האט נישט מיט די לומדות וואס מ'לערנט, און די סוגיא מיט איהר פלפול איז אלס גוט אויף צו פאר'ענטפערען דער בית יוסף'ס קשיא, אבער צו לערנען ע"מ לעשות פאלט נישט איין אין קאפ. דער חידוש וואס מ'האט אריינגעברענגט פון פרעמדע מקורות קריכט אריין אינ'ם ציבור וואס וואלט געדארפט וויסען בעסער, און הגם דער אמת ווער נישט געמאסטען מיט ווי פיל מענטשען זי האט, און דער ליטווישע ציבור איז נישט בעלבתים אויף תורה, אבער פארט מאכט עס שווערער פאר א מענטש וואס וויל איינזע'ען דער אמת צו וויסען למי החותמת ולמי הפתילים.

מ'האלטען שוין א וואך אריין אין דער ויכוח, און דו האסט נאך אלס נישט מסביר געווען, צו געברענגט א מקור פאר'ן מושג פון 'קדושת ישראל'. וואס מיינט עס, ווער זאגט עס, וואס איז דער מקור דערצו, וואס האט ר' משה פארזע'ען ווען ער איז איבערהויפט נישט מסכים דערצו? ס'מיינט דער שלום בית צווישען א פארפאלק וואס זי וויל עס מאכען און ער נישט? דאס מיינט קדושת ישראל? איז וואס איז דער פראבלעם ווען אן אומפארהייראטע פרוי טוט עס? רעד צו דער זאך נישט פלאפעלעריי.

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:57 am

· #174255
ר' ליטוואק, פאר'ן קריג זענט איר דאך מודה אז די חסידישע תלמידי חכמים זענען גארנישט געווען הינטערשטעליג ווי די ליטווישע, אלזא ביטע לאזט דעם חרם אין א זייט. דאס האט דוקא געהאט סאציאלאגישע סיבות. דער גאון עולם ר' נתן אדלער האט מען אויך מחרים געווען ווייל ער האט געהאט צופיל מאדנע מנהגים.

הילל » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:01 pm

· #174263
ליטוואק,
מען דארף נישט זוכן קיין אייגענע "נראה לענ"ד" פארוואס די מתנגדים האבן געשריגן אז די חסידים לערנען נישט, ווייל מען דארף נאר קוקן וואס מען האט דעמאלט געזאגט. דעמאלט האבן די מתנגדים געהאלטן (און מ'גייט נישט אריין צי אמת נישט צי נישט) אז די חסידים האבן אנגעהויבן לייגן א דגוש אויף אנדערע זאכן און האבן עס געלייגט העכער די חשיבות פון תורה. פונקט פארקערט ווי דו זאגסט, חסידים האבן געהאלטן אז תורה לערנען אליין איז נישט אזויפיל ווערד, זיי האבן געפאוקעסט אסאך מער אויף תפילה, אויף די הארץ פון די מצוות, אנשטאט אויף טרוקענע תורה אליין.
אויב אונטערשיידן צווישן תורה ווי א זאך פאר זיך, אפילו אן מצוות, און תורה ע"מ לעשות, ווייסטו מסתמא גוט וואס ר' חיים וואלאזשינער האט געהאלטן דערוועגן (און ארויסגערופן א שטורעם).
בקיצור, צו זאגן אז זיי האבן געהאלטן לערנען איז איין זאך און טון איז א צווייטע זאך, איז פשוט נישט ואוס דיינע זיידעס האבן געהאלטן. זיי האבן געהאלטן אז חסידים האבן בכלל אוועקגעווארפן דאס לערנען (צווישן אנדערע חטאים). און מאנכע זאגן אז עס קומט זיי קרעדיט ווייל חסידים האבן נאך די קריטיק טאקע אנגעהויבן לייגן מער א דגוש אויך אויף לערנען.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:03 pm

· #174288
יאיר
ר' ליטוואק, פאר'ן קריג זענט איר דאך מודה אז די חסידישע תלמידי חכמים זענען גארנישט געווען הינטערשטעליג ווי די ליטווישע,.

איך ווייס נישט וועגן בודא-פעסט, איך בין נישט מודה בכלל. אין דמיון בכלל. וספריהם יוכיחו.

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:09 pm

· #174290
היימישער ליטוואק
יאיר
ר' ליטוואק, פאר'ן קריג זענט איר דאך מודה אז די חסידישע תלמידי חכמים זענען גארנישט געווען הינטערשטעליג ווי די ליטווישע,.

איך ווייס נישט וועגן בודא-פעסט, איך בין נישט מודה בכלל. אין דמיון בכלל. וספריהם יוכיחו.

דו ביסט למשל איבערצייגט אז דער אבני נזר, רבי מאיר אריק, דער כוכב מיעקב, דער טשעבינער רב, דער חזון נחום, דער מהרש"ם, רבי מנחם זעמבא, דער ראגאטשאווער, רבי יוסף ענגל, רבי שמואל ענגל, רבי מאיר שפירא האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט דיינע ליטווישע ספרים? (משנה ברורה? ערוך השולחן? חידושי הגר"ח? דבר אברהם?)

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:16 pm

· #174297
אויב דו קענסט פון דעם עולם הליטאי נישט מער ווי דער משנ"ב וכו', דאן ביסטו גרעכט...

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:18 pm

· #174300
היימישער ליטוואק
אויב דו קענסט פון דעם עולם הליטאי נישט מער ווי דער משנ"ב וכו', דאן ביסטו גרעכט...

סארי, כ'האב געמיינט אז די ספרים וואס איך האב דערמאנט זענען דוגמאות פון פאפולערע ליטווישע ספרים. אדרבה, גיב מיר אנדערע ליטווישע ספרים צו וואס די ספרים פון די אויבנדערמאנטע חסידישע גדולים קענען זיך נישט פארגלייכן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 3:57 pm

· #174370
שוין ווייטער מיט די פאפולארישע'ן ספרים. נאכאמאל און נאכאמאל, תורה איז נישט געמאסטען אזוי ווי רבי'ס טישען. פאפולאר איז נישט וויכטיג.
אגב, דער מהרש"ם איז א שוואכע חסיד געווען, און הגר''י ענגיל אויך. און צו דערצו, דאס גופא אז צווישען דער חסידישע וועלט זענען די מענטשען אסאך וויניגער געשעצט ווי אסאך טשערנאבעלער אייניקלעך איז דער סבה פארוואס מ'לערנט גאנץ ווייניג ביי חסידים היינט, און כמעט אלע ארויפגעקוקטע ביי חסידים זענען שוואכע ת''ח.
צו פארשטייען די גדלות פונ'ם מ''ב מוזט מען זיין טאקע א גרויסע ת''ח אבער דו פארגעסט פון די אלע ריזען וואס מ'האלט כמעט ביי פארגעסען. צ. בש. דער זקן אהרן, דברי מלכיאל, ר' אליה חיים לאדז'ער, ר' זונדעל איישישאקער, מלבושי יום טוב, אור שמח, עונג יום טוב, נציב, משכנות יעקב, מראות הצובאות, ר' חיים עוזר, ר' שלמה'לע ווילער, ר' דוד קארלינער, ר' יהושע לייב, ר' אלעזר משה האראוויץ, ר' אלכסנדר משה לפידות, אור גדול ממינסק, ר' זלמן סנדר ובנו הדבר אברהם, בעל הלשם שבו ואחלמה, און איך וועל צולייגען הרב קוק. דאס איז א שטיקעל רשימה פון א ציבור פון א קליינער שטח, נגד פוילין גאליציא אונגארען רומאניא, וואס אפילו מ'וועלען מאכען א גאנצע רשימה פון זייערע אויסנאמליכע גאונים, קומט עס נישט צו.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 7, 2014 4:58 pm

· #174391
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: נעווער מיינד די אלע גדולי ארץ ליטא, לעומת די (שוואכע? )גדולי פולין,אוונגארין וראמאניא. זיי, איז כבוד תורתם במקומו מונח. אבער וואס זענען מיר. וואס האבן מיר אראפגעלערנט. וואס איז דאס אונז מחייב?! ס'איז נישט ניכר ביים אלגעמיינעם ליטווישן עולם אז זיי זאללן זיין עפעס ספעציעלע בקיאים וחריפים. חוץ דרייען מיט'ן גראבן פינגער און אויסזוכן חומרות (ביי די פרומע) פון אונטער די ערד, אשר לא שערום אבותינו. לעומת די אונגארישע און פוילישע-גאליציאנער ישיבות האבן אייביג געזוכט אהערצושטעלן ערליכע בעלי בתים, וועלכע ווייסן ווען און וויאזוי צו פרעגן א שאלה. אחוץ פון דעם. אויב איהר האט געליינט חיים גראדע'ס באשרייבונג (אין די מעשה'לע "לייבע לייזער'ס הויף" וואו ער שילדערט מיט איראניע דעם גאר פרומען, אבער ת"ח, דער שלאסער ר' חזקי' טייטלבוים, וועלכער האט געהאט א טאכטער וואס איז נישט געווען אזוי איי איי, טראץ איהר טאטנ'ס איבערגעטריבענע פרומקייט. אדער די געשיכטע פונ'ם רב וואס האט זיך דארט באזעצט. וועלכער איז אלס בחור געווען גאר א פרומער, און האט אפילו געפאסט און געזאגט סליחות ליו"כ קטן יעדן ערב ר"ח. אבער דאס לעבן האט איהם אויסגעלערנט אז ס'טויג נישט צו זיין איבערגעטריבון פארפרומט. די מסקנא איז אז דער דרך הממוצע איז די בעסט. 🙄 😳 😢 😮

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 7:27 pm

· #174423
ליטוואק פון בודאפעסט
שוין ווייטער מיט די פאפולארישע'ן ספרים. נאכאמאל און נאכאמאל, תורה איז נישט געמאסטען אזוי ווי רבי'ס טישען. פאפולאר איז נישט וויכטיג.
אגב, דער מהרש"ם איז א שוואכע חסיד געווען, און הגר''י ענגיל אויך. און צו דערצו, דאס גופא אז צווישען דער חסידישע וועלט זענען די מענטשען אסאך וויניגער געשעצט ווי אסאך טשערנאבעלער אייניקלעך איז דער סבה פארוואס מ'לערנט גאנץ ווייניג ביי חסידים היינט, און כמעט אלע ארויפגעקוקטע ביי חסידים זענען שוואכע ת''ח.
צו פארשטייען די גדלות פונ'ם מ''ב מוזט מען זיין טאקע א גרויסע ת''ח אבער דו פארגעסט פון די אלע ריזען וואס מ'האלט כמעט ביי פארגעסען. צ. בש. דער זקן אהרן, דברי מלכיאל, ר' אליה חיים לאדז'ער, ר' זונדעל איישישאקער, מלבושי יום טוב, אור שמח, עונג יום טוב, נציב, משכנות יעקב, מראות הצובאות, ר' חיים עוזר, ר' שלמה'לע ווילער, ר' דוד קארלינער, ר' יהושע לייב, ר' אלעזר משה האראוויץ, ר' אלכסנדר משה לפידות, אור גדול ממינסק, ר' זלמן סנדר ובנו הדבר אברהם, בעל הלשם שבו ואחלמה, און איך וועל צולייגען הרב קוק. דאס איז א שטיקעל רשימה פון א ציבור פון א קליינער שטח, נגד פוילין גאליציא אונגארען רומאניא, וואס אפילו מ'וועלען מאכען א גאנצע רשימה פון זייערע אויסנאמליכע גאונים, קומט עס נישט צו.

אויב דיין ציל איז דא צו ארויסשטעלן נעמען פון גדולים און זען ווער ס'קען אהערשטעלן די מערסטע פער סקווער פיס דעמאלט צי איך זיך שוין ארויס פון דעם קאנטעסט. (אפגערעדט פון דעם וואס ס'איז נישט שייך צו פירן אזא ויכוח אן זיין א בקי אין אלע אמאליגע גדולים און אין דער צאל מענטשן פון ליטווישע און חסידישע). איך האב זיך בלויז באצויגן אויף דעם איינעם זאץ פון היימישער ליטוואק אז אין דמיון בכלל צווישן די חסידישע און ליטווישע גדולים, דערויף איז געווען מיין תשובה אז דער אבנ"ז קען זיך נאך עני טיים פארמעסטן מיט'ן משכנ"י, און אז א סימן אין צפנת פענח איז נאך אזוי געשמאק ווי א פלפול אין מרחשת. איינער וואס האט געלערנט זייערע ספרים קען זיך גרינג איבערצייגן אז די חסידישע גדולים זענען גארנישט געווען הינטערשטעליג אין יגיעה, בקיאות, און כשרון ווי זייערע מתנגדי'שע קאנטערפארטס. הרב קוק איז געווען מער חסיד ווי ליטוואק.
אגב, ס'איז אינטערעסאנט ווי פונקט ווי די חסידישע וועלט איז צוריקגעפאלן עשר מעלות אחורנית, אזוי איז אויך די ליטווישע וועלט נישט צום דערקענען. וואס דארף מען מער ווי דאס וואס זייער גרעסטער גדול איז רבי משה פיינשטיין, ניטאמאל קיין ליטוואק פון אפשטאם, און אודאי נישט אין מהות אדער דרך הלימוד. ווי זייערע לעצטע אמת'ע גדולים ווי ר' אהרן און ר' שלמה זלמן זענען שוין נישטא. די היינטיגע ליטווישע זענען שוין באלד די נייע חסידים. פרעג א ליטוואק ווער זענען זיינע גדולים, הרב שטיינמאן. מה טיבו? טאקע נישט דער וועלטס גאון, אבער אן עובד, א מסגף, א ווארעמקייט צו יעדע אידישע נשמה. הרב אלישיב? נו, זיינע "הערות" זענען טאקע נישט מער ווי הערות, אבער ער איז פארט א בקי אין ש"ס ופוסקים מיט א קלארקייט. הרב קנייבסקי, שוין, נישט דער וועלטס למדן, אבער מיין גאט, ער ענדיגט בבלי און ירושלמי יעדעס יאר!
עולם הפוך ראיתי.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:25 pm

· #174442
איך אייל זיך, סו בקיצור.
איך קאמפער נישט נומבערס אאז"וו, נאר קוואליטי.
קוק אריין אין דעם עוורעדש ליטווישן ספר וועסטו פאלאווען מיט קאממאן סענס און לאגיק. ווידעראום אין רוב אנדערע מקומות, איז אויף דעם בעסטן אופן שטארק דחוק, און ערגער ווען די ראיות און צושטעלכטסער איז ממש מצחיק , לולא כבוד התורה וואלט איך גשריבן נעמען.

אויף דיין לעצטן פאראגרף וויל איך יא ענטפערן, ר' משה איז א ליטוואק מבטן ומלידה. ליטא איז כולל דער גאנצער אומגעגנט אריינגרעכנט חלקים פון רוסיה פוילן לאטויה וכו'.
זיין דרך הלימוד איז דייקא יא ליטוויש, נישט ישיבה'ש, נישט בריסק, אבער דעפינטלי 100% ליטוויש.

דער עיקר חילוק איז נישט וויפיל ספרים, די חילוק איז אויך נישט צווישן די גדולים. די חילוק איז ביי די הונדערטע תלמידי חכמים און ישיבה'לייט. בעוד וואס אין די ליטא זענען די ראשי ישיבה און זייערע תלמידים גווען גוטע גלאטע און שטארקע לערנערס. זענן די חסידישע גווען פארנומען מיט אנדערע זאכן, ואכמ"ל.
אין די צייט וואס אין די ליטא איז מען גווען פארנומן מיט תורה און הלכה, זענן אנדערע גווען פארנומען מיט זאגן גמטריאות און רמזים. קבלה האבן זיי דאס אנגרופן.
בקיצור, ליטא רעפרעזענטירט נו-נאנסענס אינטענסיווע תורה לערנען. נישט קיין שורט-קאטס, נישט קיין טריקס, נישט קיין "לשמה", נישט קיין תורה בטהרה, נישט קיין דבקות היא יותר מתורה. נאר איין זאך: תורה, תורה, תורה, תורה.
צו דאס איז ריכטיג צו נישט, איז נישט מיין זאך. אזוי האבן מיינע רבי'ס דור אחר דור ביז רבינו הגר"א גהאלטן.
איין זאך יא, ווער עס קוקט אריין אין תלמוד בבלי קען זען וואו דער ערך פון "לימוד התורה" איז פלאצירט לעומת אלע אנדערע ערכים. איך ווייס אויך פון כל האומר אין לו אלא תורה וכו', אבער אין ליטא איז אויך גווען די אנדערע זאכן ווי מידות, טהרה, קדושה, לשמה, דקדוק הלכה, מצוות, בין אדם לחבירו וכו', אבער דער ערך עליון איז גווען תורה.

רב אלישיב האט גאטעמט תורה, און אין די צייט וואס אנדרע טרעפן זיך אויף ביקור גומלין'ס איבער טרויבן און לקח און ברוינפן, איז ער ביי די 100 אויפגשטאנען 2:00 און... גלערנט. דעטס אלל. דאס איז ליטא, נישטא עפעס חוץ תורה. תורה תורה און נאכנאמאל תורה.
דו לאכסט פון הערות. איך אויך אבער דאס איז נישט דער גאנצער רב אלישיב, קוק זיינע תשובות פון די יונגע יארן. און יענס איז אויך נישט דער גאנצער רב אלישיב. ער איז גווען א פוסק בכל התורה כולה. נישט דער גרעסטער מחדש, מסתם האט ער נישט גלערנט און אוודאי נישט מחדש גווען קיין איין פלפול במשך זיין גאנץ לעבן!! אבער גפסק'נט צום זאך, אן אונגארישע חדש אסור מן התורה'דיגע פחדים'לאך, און חסידישע קדושה'דיגע ענינימ'לאך. ליטא בתפארתה!
מרן רב שטינמן און מרן ר"ח קנייבסקי זענען כל כולם תורה. ביידע גלאט און נישט קרום, דו ביסט אף יור מיינד אז דו ווילסט טשעלנדזשן ר"ח קניבסקי'ס תורה, ער וואלט גווען א חידוש בימי הגר"א והחתם סופר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:22 pm

· #174638
היימישע, ס'איז נישט ממש אזוי. למעשה דער וואס וויל זיך אויפטוהן אז אונז הא'מיר ר' משה פיינשטיין דארף זיך נישט בארימען מיט הרב חיים קנייבסקי. דאס וואס ס'איז קענטיג אז ס'פעלט אין פלפול התורה אין זיין ספרים קען מען נישט לייקענען. און נאכאמאל תורה איז נישט קיין קולטורישע זאך אז דער ירידת הדורות ביי ישיבה'לייט זאל עפעס מיינען. אבער וואס דו זאגסט איז טאקע א גרויסע ווייטאג, און מ'דארף תשובה טוהן בכלליות אויפ'ן עלבון התורה.

יאיר » מיטוואך יאנואר 8, 2014 2:26 pm

· #174659
אויף דיין לעצטן פאראגרף וויל איך יא ענטפערן, ר' משה איז א ליטוואק מבטן ומלידה. ליטא איז כולל דער גאנצער אומגעגנט אריינגרעכנט חלקים פון רוסיה פוילן לאטויה וכו'.

אלזא, דער בעל התניא קען אויך ווערן גערעכנט פאר א ליטווישער? וואס איז מיט'ן תורת חסד? און ווי באלאנגט דער שואל ומשיב, צו די חסידישע זייט אדער די ליטווישע זייט?
דער גאנצער ויכוח דא איז געבויט אויף תולה ארץ. אדער זאל מען דן זיין חסידישע vs מתנגדישע, אדער פוילישע/אונגארישע vs ליטווישע/ רוסישע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 5:23 pm

· #174749
יאיר - דער חילוק איז צווישען מענטשען וואס האבען אנדערע זאכען אין דער שפיץ פון זייער תכלית אדער נישט. די אלע באוועגונגען וואס האבען געמאכט אן עיקר פון עפעס אחוץ פון לערנען תורה, האבען גלייכצייטיג געזען א הפסד גדול אין זייער קענשאפט אין תורה. נישט יעדער איינער האט געליטען דערפון, ווייל פארט זענען אסאך נישט אויפגעהאדעוועט אין די קרייז ווי זיי האבען זיך שפעטער געטראפען, און ס'מאכט זיך אן אויסנאם, אבער בכל אופן דער הפסד איז ניכר בעליל. היינט איז נאך מער קענטיג די פירות, אבער דער וואס האט עס געזעהן פריער איז אויך געווען גערעכט. דאס איז גילטיג ביי די מוסר'ניקס אויך, נישט נאר די חסידים.
דאס אויך, אז די מער אנגענוומענער רבי'ס, וואס מ'פארציילט מער פון זיי און מ'גייט צו זייערע קברים וכדו', ווייסט קיינער נישט וואס זיי האבען געקענט און ווי אזוי זיי האבען געלערנט. דאס איז אלס א חלק פונ'ם חינוך פון מענטשען וואס שעצען נישט לערנען, זיי קוקען עס אהן ווי בלויז נאך א מצוה, און פארשטייען נישט דער קשר צווישען לערנען און למעשה, וכנ"ל.
אגב, דער אבני נזר קען זיך פארמעסטען מיט'ן משכנ"י פאר דער וואס האט נישט קיין קנה מדה. מ'רעדט פון א הבדל פון כאטש צוויי דורות, און א רשכבה"ג א פוסק הדור א תלמיד פון ר' חיים וואלאזינער. ט'ווי קומט צו דער אבני נזר דערצו.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 5:36 pm

· #174760
יאיר
אויף דיין לעצטן פאראגרף וויל איך יא ענטפערן, ר' משה איז א ליטוואק מבטן ומלידה. ליטא איז כולל דער גאנצער אומגעגנט אריינגרעכנט חלקים פון רוסיה פוילן לאטויה וכו'.

אלזא, דער בעל התניא קען אויך ווערן גערעכנט פאר א ליטווישער? וואס איז מיט'ן תורת חסד? און ווי באלאנגט דער שואל ומשיב, צו די חסידישע זייט אדער די ליטווישע זייט?
דער גאנצער ויכוח דא איז געבויט אויף תולה ארץ. אדער זאל מען דן זיין חסידישע vs מתנגדישע, אדער פוילישע/אונגארישע vs ליטווישע/ רוסישע.

געאגראפיש - יא! אבער ער האט אריינגעמישט אין זיך אן אנדרע קולטור, חסידיזם. ר' משה איז גווען און גבליבן א ליטוואק, ער האט גטראכט ווי א ליטוואק, האט גלערנט גדאוונט גפסק'נט גטוהן חסד גפרייט ביי חתונות גטרויעט ביי לויות גשמועס מיט רבנים, אלעס ווי א ליטוואק. איצט, יעדער האט זיך זיינע שטריכן און זיינע אייגנשאפטן אבער דער מבנה הכללי פון אים איז גווען א ליטוואק. קלאר?
דער שואל ומשיב בלאנגט אין דער קטעגוריא פון יהדות גליציה פרי-חסידות. דהיינו, עס האט נישט דעם עמקות און ישרות פון א טיפיקל ליטווישער גדול, אבער אויך נישט די השפעה פון אנדרע ערכים וואס חסידות האט אריינגברענגט.
למעשה דער נודע ביהודה דער קצות דער נתיבות זענן אויך פון גליציה, אבער - זעט אויס - אז בימיהם איז דער חילוק צווישן די מדינות און זייערע דרך החיים'ס נישט גווען אזוי אנמערקבאר. למעשה דער נודע ביהודה האט א סך מער פלפול און ווייניגער ישרות ווי דער מהרש"ל, שאגת אריה און גר"א. און דער קצות און נתיבות האבן נישט דער אבירת הלב און עזות דקדושה ווי דער מהרש"ל, שאגת אריה און גר"א.

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:01 pm

· #176056
בודאפעסטער ליטוואק איר האט נאכנישט דורכגעלערנט דעם כל כתבי פינעם זון אז איר ווייסט נישט איבערן זון מער.
===

פין די השערה וואס ס'שיינט מיר פון די אישי'ס פון די צוויי פייערדיגע ליטאים דא זעהט'ס אויס ווי א בלויזער ניק,
וואס באמת זענען זיי אויפגעצויגען געווארען במחנינו ובבתינו נאר ס'האט זיי אנגעפאקט כדרך כל הארץ די רוח פון אויפגעקלערט'יזם און זיי האבען באשלאסען צו ווערן אויפגעקלערט,
אחי ואהובי !!!!!
די דרך האט שוין עקספייערט לאנג טיים עגאו, היינט איז שוין מער אין סטייל צו אנקערן זיך אינעם איידעם דער ראבינער אין יעשיווע יוניווערזיטעט ס'מער אין די סטייל צו באלאנגען אהין, סא ענדערש כאפט אייך צו צי זיין קאמפעין נגד מצות מציצה כמסורה לנו

ליצנות אין א זייט געלייגט:
איך זעה אייער אידישקייט האלט'זעך דייקא אויף דורכען התקשרות לר' משה, און חלילה אויב איר וועט ניש האבען רעכט צו אויספלאגען א רעספירעיטאר פון א חולה שנוטה למות העט איר גענצליך איבערלאזען דעם דת, חלילה וחס
און אז מ'העט פארלאנגען פון דיר צו מקפיד זיין נאר אויף א מילך וואס א יוד איז געשטאנען ביים מעלקן און זיך ניש פארלאזען אויפען רעגירונג'ס אויפזעהער קוקט אויס אז חלילה העסטו גענצליך ארויסגיין לתרבות רעה, ועוד ועוד
ממילא אויף מיין אחריות וויל איך עס ניש נעמען
דעמאלטס ליבערשט בלייב יא מיטן התקשרות דייקא לאותו צדיק וקדוש, ווי איידער אינגאנצען פארפאלען ווערן חלילה,המאור שבה יחזירך למוטב.
זעצט אייך פילעווען פלייסיג בספריו הק'.
אשריכם ואשרי חלקכם פאר'ן האבען התקשרות צו אזא איש צדיק ונשגב
וואס זיין געוואלדיגער קדושה ויגיעה בתורה קען מען נישט באשרייבען.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 13, 2014 5:07 pm

· #176103
ר' נאר פרייליך שליט"א: אויף דיין ענטפער צו אונזערע טייערע ליטוואקעס (דער היימישער און דער בודאפעסטער) הע"י קענמען לערנען פשט אין א רש"י. "כאדם האומר לצרעה, לא מדובשך ולא...וכו'". דו געסט זייער שיינע קאמפלימענטן אבער אויכעט א געזונטן שטעך.... נאר פאר מיר זעיט אויס אז דו האסט בכלל נישט געקענט הגה"צ ר' משה פיינשטיין זצ"ל. נאר ווער זעמיר אינז בכלל אזובי קיר צו זאגן מבינות איבער דעם צדיק. מיין פעטער זז"ג לאו"י האט מיר פארציילט אז נאך די מלחמה, אין די בראשית יארן אין אמעריקע האט ער געוואוינט אין די איסט סייד. איז ער אמאל אריינגעגאנגען פרעגן א שאלה פון הגה"צ ר'משה. נאכדעם וואס ר' משה האט איהם געפסק'נט (לחומרא) האט ער געפרעיגט מיט ד"א "דער ראש ישיבה האט דאך געשריבן א תשובה וואו ס'איז משמע אנדערש"? האט איהם ר' משה געענטפערט. "איך האב טאקע אזוי געשריבן אין די תשובה.אבער פאר דיר הייס איך טון אנדערש".

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 13, 2014 7:39 pm

· #176145
הגה''צ רבימשה איז געווען זייער גרויס כגובה ארזים גבהו
איר האט ניש פארשטאנען מיין תגובה קוק איבער מיינע פריערדיגע איבער זיין גדלות בקדושה ויגיעת התורה וואס מען טרעפט זעלטן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:33 pm

· #176154
הרב הנער הע"י,
א שקויאך פאר דיין פערל ווערטער. דו ביסט נישט די ערשטער זיך טועה צו זיין אין מיין מהות, אבער איך זוך נישט דא זיך ארויסצוגעבען ווער איך בין און וואס איך גלויב, אבער דאס קען איך דיר זאגען: דו מעסט מיר מיט דיין הויזען. מיין אידישקייט איז, ב"ה, נישט אנגעהאנגען אויף קיין שום מענטש אויסער משה רבינו. טאמער מ'עט מיר זאגען אז ר' משה האט ח"ו נישט געגלויבט אין תורה, וועט עס נישט שטערען מיין אמונה אין תורה. מיין טענה צו ענק איז אז איהר האט געבאקען א נייער סארט רעליגיע, וואס איז כולל א 'קבלה בהוראה' און 'קדושת ישראל' וואס איז נישט געבויט אויף תורה מסיני. ר' משה איז דער מוסטער פון א בן תורה וואס איז תורה לבדה, אהן קיין הילף פון די טאמעטא דיפ וואס דיין רעליגיע האט דיר אהנגעשטאפט.
דער מילך איז א פיינעם משל. ווער האט זיך געדינגען אויף ר' משה אין דער נושא? וואס איז דער גרויסע פראבלעם פון דיין פסק? האסט געטראפען א וועג ווי ס'רירט אהן אויכ'ט קדושת ישראל? פערזענליך וואלט איך געכשר'ט כלים פון 'חלב הקאמפאני'ס', אבער דאס האט נישט אהער. דיין קולטורישע באוועגונג וואס דו האסט געגנב'עט דאס נאמען אידישקייט דערפאר, איז נישט אנדעריש ווי די אלע אנדערע נייער טייטשען אין 'ישראל' פאר מדינת ישראל, און תלמיד חכם פאר אן אונגארישע שאלעשידעס תורה זאגער.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:53 pm

· #176303
וואו, איך דערמאן זיך די וויכטיגע וויכוחים אין ישיבה. ווי מען דינגט זיך גאנצע נעכט איבער די וויכטיגע נושא פון יסוד החסידות ושורש הליטאיות.

איך וועל נאר מסכם זיין די צדדים פאר די וואס עס איז זיי שווער מיטהאלטען.
גאו חסידים גאו!
גאו ליטוואקעס גאו!

נאר,,פרייליך » דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:58 pm

· #176304
אין לעיקוואד איז שוין פאראן היינט ביידע פראקציעס, דערווייל נעמט מען נישט קיין צד

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:12 pm

· #176308
יעצט סתם אויף צו פילאסאפירען: דער ליטוואק (פון בודאפעסט, צו פון היימישלאנד) נוצט דא די זעלבע לאגישע שטרויכלונג ווי כמעט יעדער אנדערע קולטורישע וויכוח. קודם איז מען מגדיר "קענען לערנען" אלץ "קענען לערנען לויט די ליטווישע מהלך", און מיט דעם האט ער שוין געוואונען דער וויכוח. ווייל פון דעם איז דאך שוין ממילא מוכח אז קיין שום אנדערער גדול קען נישט קיין לערנען. מען דארף בכלל נישט נאכקוקען די פאקטן. פונקט אזוי האלט דעת תורה אז קענען לערנען= קענען לערנען אויף די סאטמערער דרך הלימוד, און ממילא קומט עם אויס דער דברי יואל האט געקענט בעסער פונ'ם אגרות משה. דאס איז סתם א וויכוח אויף די הגדרה פון קענען לערנען פארמאסקירט אלץ א וויכוח אויף די עצם קענען לערנען.

פונקט די זעלבע איז די וויכוח לגבי צו די חסידישע גדולים זענען געווען מפורסם פאר ביקור גומלין'ס אדער תורה. דער הגדרה פון א חסידישער רבי/גדול איז איינער מיט א גרויסער שטריימל און פעלץ וואס עסט טרויבען, איז דאך שוין ממילא אז אזאנס איז נישט קיין גדול בתורה. ווידער אויב איז דא א חסיד וואס זיין עיקר באשעפטיגונג איז תורה, ווי למשל ר יוסף ענגיל, איז ער דאך שוין בהגדרה א קאלטער חסיד אדער שטיקל ליטוואק, ווייל דאס איז די הגדרה.

בקיצור יעדער וויכוח קען מען געוואונען דורך לכתחילה מגדיר זיין די נושא הוויכוח אויף אן אופן וואס שטימט נאר אויף אייער צד.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:51 pm

· #176348
פון היימישער ליטוואק'ס ווערטער זע איך נאך א טיפערע געדאנק, אז מיט דעם אליין וואס מען איז א חסיד איז מען שוין געפאלן א דרגה פון די עכטע ריכטיגע ליטווישע שיטה. ממילא אפילו אויב ווען קונטרס אחרון פון בעל התניא שטייגט איבער ביאור הגר"א/הלכה, איז ער אבער פארט א נחות דרגה ווייל שבת קודש האט ער געזאגט תורה על פי קבלה. (לאמיר לעת עתה פארגעסן פון דעם גר"א'ס יצירת הגולם און חישובי קיצין און הגהות אויפ'ן זוהר). קומט אויס אז ר' יוסף ענגל איז אויך נישט קיין ליטוואק ווייל ער איז דאך א חסיד. והוא עמוק עמוק מי ימצאנו.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:45 pm

· #176405
איך בין נישט היימישער ליטוואק, און ס'דארף נישט זיין קיין חידוש אז ס'איז דא מער ווי צוויי מענטשען וואס קענען אביסל שרייבען אידיש און זענען נישט פון וומס"ב.
איך האב קיינמאל נישט גענוצט די ווערטער אדער די געדאנק פון 'ליטווישע דרך הלימוד'. ר' יוסף ענגיל איז נישט חסידיש ווייל מ'האט קיין שום סבה נישט צו גלויבען אז ער האט געהאט עפעס אנדעריש אין קאפ אחוץ לערנען. דער חילוק איז נישט מדינות. דער חילוק איז נעמען לערנען ערנסט, דער ערנסטע'סטע זאך וואס דער קאפ דארף זיך באנעמען דערמיט אדער נישט. די אלע וואס האבען געלייגט א דגש אויף א צוויטע זאך האבען פארלוירען פון זייערע לערנען (אחוץ אפאר אויסנאמ'ס).
דאס וואס קונטרס אחרון שטייגט איבער ביאור הגר"א איז א דבר התלוי בלב. ס'איז אן אנדערע וועג פון שרייבען, אבער מסדר זיין שיטות ווי דער בעל התניא איז קענטיג אין הונדרעטע פלעצער אין ביאור הגר"א. פון מיין קאפ יעצט קען איך טראכטען פון הלכות משכנתא אין הלכות רבית אדער תליוהו וזבין אין חו"מ און אה"ע, און אומר אמרו אין גיטין מיט נאך אזעלכע, אבער ער רעדט זייער בקיצור, און מ'דארף האבען נערווען דורכצוגייען זיין גאנצע שטיקעל, אבער איך זעה בכלל נישט דער הכרח דיינער.
דער גר"א האט געמאכט א גולם?! ער האט געזאגט אז ער האט געקענט מאכען א גולם, מער נישט. דערצו אז דו קוקסט אין גר"א אויף קבלה, ווי אויך אין ספרי הלשם וכדו' זעסטו אז ס'איז ווייט פון שאלעשידעס תורה'ס. ס'איז גרונטליכער חידושים און ביאורים אויף א סוגיא ווי אלע סוגיות. פער צופאל זענען די סוגיות געבויט אויף הנחות וואס איך האב נאך נישט, ממילא פארשטיי איך נישט וואס טוט זיך, אבער ס'איז ווייט פון תורה'ס פון טישען. דער ספר התניא איז נישט אזא קבלה ספר, נאר א מוסר ספר געבויט אויף קבלה'דיגע יסודות. דער ליקוטי תורה איז עפעס א קבלה ספר, אבער נישט עכט קבלה ווי ספרי הגר"א אדער דער לשם אדער דער רש"ש וכדו'. איך זאג נישט ער האט עס נישט געקענט, נאר די ספרים זענען נישט דאס.
עכ"פ איך האב נישט גערעדט פון איהם, און נישט אויף זאכען פון דריי הונדרעט יאר צוריק שטיי איך. דאס זעט מען היינט אז למעשה אין די לעצטע הונדרעט יאר איז כמעט נישט דא, פון קיין שום געגענט און לאנד, א מענטש וואס האט זיך אריינגעלייגט אין חסידיש'ע עבודות, און פון דעסוועגען זאל קענען לערנען אין אן אופן וואס ס'זעט אויס אז ס'גייט איהם טאקע אהן דער אמת. יא, דרייען מיט'ן גראבען פינגער, מיט א חדש אסור מן התורה, און א תשובות הריב"ש אז מ'דארף זיך פירען אויף א זיכערע וועג, און טהרתן של ישראל מיט קדושתן של ישראל, אבער גרונטליך ענטפערען א קשיא, אדער אנערקענען דער חילוק צווישען א הו"א אדער א מסקנא פון תוספות, זעט מען נישט. די זיינען נישט ליטווישע חידושים, דאס איז א דרך הלימוד פון אלע דורות, רעק"א איז ווייט פונ'ם ליטא און אזוי אויך דער חתם סופר און דער מהרש"א מיט דער שואל ומשיב און ר' שלמה קלוגער. די זיינען נישט געווען חסידים און נישט קיין ליטוואקעס און זיי האבען געלערנט גרונטליך. טאמער נאר ליטוואקעס האבען אנגעהאלטען דער מסורה אין לערנען, בשעת אנדערע האבען א 'קבלה אין פסק' און טאמעטא דיפ, איז נישט דער שולד פונ'ם ליטוואק, און יעדער איינער איז געליידענט משתתף צו זיין אינ'ם תורה מסיני.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:03 pm

· #176408
אלס מיט די זעלבע צירקולער ריזאנינג. דער גר"א שרייבט "עכט קבלה", און דער בעל התניא שרייבט "עפעס א קבלה ספר." (סתם להערה בעלמא, הלואי וואלטן די מוסר'ניקעס געשריבן אזעלכע טיפע ספרים ווי לקוטי אמרים און ליקוטי תורה אנשטאט צו גיין בעטן אייער שפייז פון דעם שוסטער). און ר' יוסף ענגל איז נישט קיין חסידישער איד ווייל ער איז דאך געלעגן אין לערנען, ממש ווי לעיקוואוד זאגט. איי ער ציטירט שטיקער קבלה אין זיינע ספרים (און אויף אסאך א שוואכערע לעוועל ווי דעם בעל התניא), מוז מען זאגן אז דאס איז אין דעם כלל פון די "עכטע קבלה" פון דעם בעל הלשם וואס איז מותר צו לערנען. דער אבני נזר און חידושי הרי"ם קענען נישט גרונטליך פארענטפערן א קשיא ווי רעק"א אדער חתם סופר, דער תורת חסד דרייט מיט'ן גראבן פינגער, און דער ראגאטשאווער קען בלויז זאגן חדש אסור מן התורה, אבער ווען ר' חיים בריסקער גיבט א דריי מיט די פינגער דעמאלט איז דאך ממש פלאי פלאים, דאס איז דאך מקובל איש מפי איש מפי ר' חיים וואלאזשינער מפי הגר"א מפי אחיה השילוני. ביאור הגר"א און חוט המשולש איז דאך פיל מיט גברא און חפצא און שני דינים.
וועגן דעם גר"א מיט'ן גולם איז ידוע וואס ר' חיים וואלאזשינער שרייבט בהקדמה לספר יצירה אז דער גר"א האט אנגעהויבן צו מאכן א גולם ביי די דרייצן יאר און האט אויפגעהערט אינמיטן. פון אלע גדולים רבי'ס קבליסטן זינט חתימת התלמוד, איז דער גר"א דער איינציגער וואס האט אליין מעיד געווען אויף זיך אז ער האט עוסק געווען אין יצירת הגולם.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:27 pm

· #176412
ליטוואק פון בודאפעסט: (כמו שאמרתי. אן אקסי-מרן). דו זאגסט עטליכע זאכן וועלכע קענען זיין קרוב לאמת. אבער מצד שני געפעלט מיר אינגאנצן נישט דיין וועלט-אויפפאסונג. און איך בין דער לעצטער מענטש וועים מ'קען באשולדיגן אז ר'איז פלאטשיג, קליינקעפיג אדער פארפרומט. אבער לפענ"ד באציסטו דיך מיט גרויס זלזול און גרינגשעצונג צו פיהל זאכן וועלכע זענען פון די קדשי בני ישראל. לדוגמא. שעלעשידעס טוירע איז ביי דיר אויף איין דרגא מיט אפליינען די צאינה וראינה. אדער א פסק און שיטה פון חת"ם סופר איז נישט מער ווי די מיינונג פון א קליינשטעטלדיגן אונגארישן רב. דער פאקט איז אז ס'זענען געווען גדולי תורה סיני ועוקרי הרים אין אונגארן, פוילן און גאליציע וועלכע זענען אין די זעלבע צייט געווען חסידישע רבי'ס. ס'איז נישט קיין תרתי דסתרי. און אפילו דער בעל התניא אליינס. דו מיינסט אז דו קענסט (אדער איך( ריכטיג אפשאצן זיין גדלות און מעסטן צווישן איהם און דעם גר"א וועלכער איז גרעסער. דאס אליין איז די גרעסטע מאס גאווה און טיפשות זיך איינצורעדן אז אונז זענען מבינים אויף די ארזי הלבנון. 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 5:40 pm

· #176950
איך האב מורא מ'פארשטייט נישט מיין אידיש. ווען האב איך געשפעט אינ'ם חתם סופר? איך האב געשפעט אין זיין היינטיגער גלגול פון שטעקען רבנים. כמעט אלע גדולי וגאוני אונגארין וגאליציא האבען גאנץ ווייניג געהאט צו טוהן מיט חסידות. די וואס האבען יא צוטוהן מיט חסידות האבען גאנץ ווייניג געזונטע תורה. ס'איז דא אויסנאמ'ס, אבער דאס איז באופן כללי. דער קצות נתיבות ר' שלמה קלוגער דער בית אפרים דער חתם סופר גר"מ באנעט כתב סופר מהר"ם שיק מהר"י אסאד שואל ומשיב בית יצחק מהרש"ג און נאך, זענען נישט ליטוואקעס וואס זענען געליגען אין לערנען און די תוצאות זענען קענטיג. מ'זעט נישט דער מאז הבנה, ברייטקייט, ישרות און ליגען אין לערנען אין די ספרים פון חסידים פון יענער געגענטער.
און איך האב אזוי אין בוידען די מוסרניק'עס ווי די חסידים, אזוי ווי איך האב שוין געשריבען.
דער ספר התניא איז נישט קיין קבלה ספר אזוי ווי דער מלחמות ה' להרמב"ן איז נישט קיין קבלה ספר. ער האט עס נישט דערקלערט אלס קבלה ספר, און קוק אין שער דף און איהר תוכן. ס'איז א ספר אויף עבודת ה', און צוזאמענגעשטעלטער בריווען וואס ס'ליגט דערינען יסודות אין עבודת ה'. וואס האט עס מיט א קבלה ספר, א שטייגער ווי פרדס רמונים צו שומר אמונים (הקדמון) וכדו'? אוודאי איז עס געבבויט אויף יסודות אין קבלה, ווייל ער האט געקענט קבלה, אבער ס'איז נישט קיין קבלה ספר.
קבלה איז נישט קיין סתירה צו ליגען אין לערנען. קבלה איז נישט אזוי אנדעריש ווי הלכה. מ'דארף ליגען אין דעם, מ'דארף טראכטען אין דעם און האלטען קאפ, און מ'קען עס נישט לערנען בעצלתיים. דער קבלה פון ר' יוסף ענגיל מיינט נישט אז ער איז געווען חסידיש, פונקט ווי דער אריז"ל, דער גר"א און דער לשם זענען נישט חסידיש.
אדער דארף איך זיך נעמען שרייבען אויף לה"ק, אדער זוכט מען במזיד צו פארדרייען וואס איך זאג, אבער די אלע זאכען וואס מ'האט זיך פארלייגט אויף מיר איז נישט אמת, כנראה לכל מעיין אמיתי.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 5:45 pm

· #176951
יאיר
פון היימישער ליטוואק'ס ווערטער זע איך נאך א טיפערע געדאנק, אז מיט דעם אליין וואס מען איז א חסיד איז מען שוין געפאלן א דרגה פון די עכטע ריכטיגע ליטווישע שיטה. ממילא אפילו אויב ווען קונטרס אחרון פון בעל התניא שטייגט איבער ביאור הגר"א/הלכה, איז ער אבער פארט א נחות דרגה ווייל שבת קודש האט ער געזאגט תורה על פי קבלה. (לאמיר לעת עתה פארגעסן פון דעם גר"א'ס יצירת הגולם און חישובי קיצין און הגהות אויפ'ן זוהר). קומט אויס אז ר' יוסף ענגל איז אויך נישט קיין ליטוואק ווייל ער איז דאך א חסיד. והוא עמוק עמוק מי ימצאנו.

יאיר, איך וואלט עס גזאגט אין אן נדערער שפראך. מיט דעם אליין וואס די תורה איז נישט דער ערך עליון איז שוין די תורה נישט דער ערך עליון.
ביסטו מסכים מיט דעם? דו מיזט, ווייל ע"פ הלכות לאגיקה קען אפילו כביכול נישט אפפרעגן דעם פראז. עס איז סעלף-עווידענט.
איצט, דאס מיינט נישט אז דער קונטרס אחרון קען נישט איבערשטייגן דעם באור הלכה.
דער גר"א'ס יצירת הגולם וכו' איז נישט דער טיפיקל קוק אויפן גאון אין די ליטווישע וועלט. נישט דאס האבן זיינע תלמידים און דורות אחריו גלעבט מיט און גגלויגבט מיט. מסכים ר' חיים וואלוזינער שרייבט עס (די קינדער פון גאון נישט...), אבער איך רעד פון דעם איבערוויגענדיגער אטמוספערה אין ארצות ליטא.
ר' יוסף ענגל ווייס יך נישט צו ער איז גווען א חסיד צו נישט. די אישו איז נאר אז זיין דרך הלימוד איז נישט ליטוויש (אע"פ וואס ער האט זיכער א גרויסער חלק פון ליטווישן דרך הלימוד, די סברות וכו'). טראכט למשל, וואלט ר' שמעון אין שערי ישר גשריבן 70 תירוצים אוף איין קושיא...
(מיט אנטשולדיגונג צו ל פון ב, איך האב ערשט באמערק אז כבר קדמתני מיט א חלק פון וואס איך שרייב דא)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 5:51 pm

· #176953
היימישער - דער חידוש פון ליטא איז א קליינער לעומת דער חילוק צווישען ר' משה פיינשטיין און דער דברי יואל. נישט ליטוואק איז דער חילוק, נאר חסידיש איז דער חילוק, נישט קיין חילוק וועלכע מדינה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:42 pm

· #176966
היימישער, איך האב געמיינט אז אונז צוויי זענען איין מענטש? ט'וואס באדאנקסטו מיר? דו קוקסט אין שפיגעל יעצט?

וחלופיהן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:44 pm

· #177009
יאיר איך קען מיט אייך נישט מסכים זיין. נאר א נער וועט זאגן אז עס זענען נישט געווען חסידים וואס האבן געקענט לערנען. ביי חסידים איז לערנען אבער נישט קובע. דער רוזינער ובניו זענען געווען ווייט פון לערנען, דער בעל שם אליין שעמט נישט איבער זיין לומדות, די טשערנאבלער זענען געווען (און נאך ביז היינט?) שוואכע לומדים, די וויזניצער רביס זענען אויך נישט געווען די גרעסטע תלמידי חכמים אאז"וו. ביי חסידים איז דאס נישט א סתירה ווייל צו זאגן שיינע תורות, פירן טישן און טיילן שיריים דארף מען אפשר קענען פארענטפערן א מדרש פליאה און א תנחומא און נישט צופיל מער. אעפ"כ מאכן די חסידים פון זייערע רביס אז זיי זענען בקי בנגלה ובנסתר און זיי פסקנען זיך שאלות און לערנען תורה מפי הגבורה און דעם רבינס עם הארצות שטייגט איבער א תלמוד חכם'ס לערנען און ידיעה.

משא"כ א ליטווישע גדול מוז זיין באזירט אויף תורה אז ער האט נישט תורה האט ער גארנישט. ער קען זיין א מגיד מישרים, א בעל מוסר און נאך א סאך זאכן אבער זיי וועלן אים נישט פארקויפן ווי א בקי בנגלה ובנסתר. קען ער לערנען און רעדט ער צום זאך הרי טוב און אז נישט איז נישט.

כדי זאלסט מיך נישט אפווענדן מיט פונקטלעכע אפשטאמען, מיין איך מיט ליטוואק עולם הישיבות און נישט חסידישע קרייזן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:49 pm

· #177012
ליטוואק פון בודאפעסט
היימישער - דער חידוש פון ליטא איז א קליינער לעומת דער חילוק צווישען ר' משה פיינשטיין און דער דברי יואל. נישט ליטוואק איז דער חילוק, נאר חסידיש איז דער חילוק, נישט קיין חילוק וועלכע מדינה.

איך דיססעגרי שטארק מיט דאס. דער חילוק איז צווישן א קלארער שארפער נו-נאנסענס צוגאנג, צו א בויגזאמער רמז-גשטיקלטע תורה און אמונה.
קען זיין אז דאס איז גאר די סיבה פ"וו חסידות האט נישט ג'סטיקט' אין די ליטא - עס האט פשוט נישט גרעדט צו זייערע (צלם-בהאלטענע) הערצער.
איך וואלט גזאגט אז ליטא איז צו די "אנדרע" דאס וואס אשכזי'שע איז צו ספרד'ישע.
עס איז נישט איין פערטיקולער זאך, עס איז א גאנצער צוזאמשטעל פון קולטור, גניטקה (ב"ה איך האב דאס פון מיין זיידן ע"ה), און השקפה.
ליטוואק פון בודאפעסט
היימישער, איך האב געמיינט אז אונז צוויי זענען איין מענטש? ט'וואס באדאנקסטו מיר? דו קוקסט אין שפיגעל יעצט?

זעסט דאך אז מיר זענן מחולק.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:34 pm

· #177030
היימישער ליטוואק: אין דיין לעצטע תגובה זאגסטו זאכן וועלכע זעען אויס תרתי-דסתרי'דיג. לשיטתך געסטו א נותן טעם פארוואס חסידות האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען אין די ליטא. ווייל ליטוויש איז לאגיש (מח) און חסידות איז לב?) אבער די אנטיטהעסיס פון מח , מחשבה און לאגיק. איז וואס טוט זיך מיט קוידענאוו?! דאס איז דאך א ליטוויש חסידות?. און קארלין און ליובאוויטש, וואס איז מקוריות'דיג א ליטוויש חסידות?! לויט ווי איך בין אינפארמירט איז געווען אין די ליטא גאנץ קאלטע ברואים (אין אידישקייט) וועלכע האבן געקענט רעדן דעם חסיד'ישן שפראך. לפענ"ד פארוואס חסידות האט ניט געהאט א קיום דארטן איז ווייל ס'איז נישט געווען קיין מיטל-קלאס (פון רעליגיעזן שטאנדפונקט.) אדער איז געווען גאר שטארקע פרומאקעס וועלכע האבן געפייניגט זיך און די ארומיגע מיט אומנויטיגע סיגופים, ווי פאסטן למשל א יעדן ערב ראש חודש און זאגן יו"כ קטן. און נישט עסן פלייש פון שבעה עשר בתמוז. נגד השו"ע. אדער איז געווען אפיקורסים וועלכע האבן נישט געגלייבט אין גאט און נישט מקיים געווען קיין מצוות. 🙄 😠 😛 😳 😢 😮
בלאט: 1 2 3 4 5