☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין סידי, גייט איר קויפן אדער קאפיען?

מיין סידי, גייט איר קויפן אדער קאפיען?

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5345
בלאט: 1 2 3

zurich » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:26 pm

· #169957
מנשה לוסטיג
מיין סידי גייט קאסטן 12 דאלער, לא פחות ולא יותר

און מעגייט עס קאפיען "לא פחות ולא יותר" 😉

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:58 pm

· #175908
מ'האלט אויף א דרך.. די סידי גייט צום דרוק אין געציילטע טעג

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:00 pm

· #175909
גוט. קען איך שוין אנגרייטן דעם קאפי מאשין

דולה ומשקה » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:06 pm

· #175912
מנשה ווייסטו דען נישט אז דאס גייט ווערן נאכגעמאכט?
די ווארטסט טאקע צו הערען אז איינער זאל דיר זאגען אין פנים אריין אז ער וועט דאס קאפיען ווי איידער צו קויפן?
פאר מיר אבער בלייבט נאר איבער דיר צו ווינטשן הצלחה רבה.

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:10 pm

· #175914
וואס מיינסטו, איך בין טאקע משוגע? איך האף אז מ'גייט עס קויפן און אז נישט, האב איך אויך א סעלושען.

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:03 pm

· #176682
איך ווארט נאך אז די דעקל זאל פארטיג ווערן און מ'גייט צום דרוק

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:21 pm

· #176707
מנשה לוסטיג
וואס מיינסטו, איך בין טאקע משוגע? איך האף אז מ'גייט עס קויפן און אז נישט, האב איך אויך א סעלושען.

אויב דו האסט א סעלושען קענסטו עס פארקויפן פאר מיליאנען פאר די מוזיק אינדוסטרי, וואס דרייסטו א קאפ אז דו האסט א סעלושען?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:43 pm

· #176711
וויפיל שטיק זאל איך מאכן, 500, 1000,

סלינקי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:24 pm

· #176751
וויפיל די ווי דיס האסטו פארקויפט? וויפיל ביכער האסטו פארקויפט? בערך אזויפיל.

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm

· #179595
https://www.facebook.com/photo.php?v=60 ... =2&theater

zurich » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:45 pm

· #179602
משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג
וואס מיינסטו, איך בין טאקע משוגע? איך האף אז מ'גייט עס קויפן און אז נישט, האב איך אויך א סעלושען.

אויב דו האסט א סעלושען קענסטו עס פארקויפן פאר מיליאנען פאר די מוזיק אינדוסטרי, וואס דרייסטו א קאפ אז דו האסט א סעלושען?

וחלופיהן » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:50 pm

· #179604
סלינקי, אזויפיל ביכער ווי עס זענען געבליבן לשמירה אזויפיל די ווי דיס זאלן זיין למכירה

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:59 pm

· #179610
איך האב שוין מער נישט קיין ביכער גראדע, איך קלער איבערצודרוקן יעצט נאך, אבער די DVD האב איך נישט געמאכט, נאר MRM האט עס געמאכט, ווייס איך נישט וויפיל ס'געגאנגען.

ברוך בערל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:07 pm

· #179614
עס גייט זיין א סידי וואס מען גייט קענען איבערהערן ?

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:15 pm

· #179617
איך בין נישט קיין יודע עתידות, איך ווייס נישט וואס גייט זיין..

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:35 pm

· #179624
https://www.facebook.com/photo.php?v=28 ... =2&theater

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:48 pm

· #179628
מנשה דו ברענגסט כסדר לינקס צו פעיסבוך ווי איך און אסאך אנדערע קענען נישט צוקומען,
עס וואלט געווען כדאי זאלסט אראפברענגען א קיצור וואס דער לינק איז

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:05 pm

· #179641
איך ווייס נישט ווי נאך מ'קען עס זען, דארט האב איך עס געזען, און עס רעדט דארט שלומי דאסקאל און נאך, וועגן די שווערע געפילן פון קאפיען טעיפס, און די מעוות לא יוכל לתקון.

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:29 pm

· #179651
איך טראכט, אז אויב יעדער גייט עס קאפיען גיי איך עס אויך קאפיען.. פארוואס זאל איך עס קויפן? כ'האב געצאלט גענוג פאר די סטודיא.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:44 pm

· #179667
שלומי דאסקאל, (דא האט איר א בילד ווי ער זינגט ביים סיום הש"ס)
📎 sh.jpg
איז פון מיינע באליבטע זינגערס. אין די טעג האט רעקארדירט א ספעציעלע מעלדונג פאר די וואס האבן וואטצעפפ.
אין דעם קליפ, איינגעטיילט אין צוויי, א סך הכל פון 7-8 מינוט, מעלדט דאסקאל אז ער קומט ארויס אט אט מיט א נייע אלבוים, הארציג2 (לבבך, בשני לבב"ך)
און ער בעהט זיך בתחנונים אז מ'זאל ארומשיקען דעם קליפ זעלבסט, וואס אין דעם בעהט ער שטארק, אז מ'זאל נישט ארומשיקן שטיקער פון זיין CD אויף וואטצעפפ.
פון די תחנונים ווערטער גייט ער אריבער צו שטרענגע גיהנום און גלגולים סטראשערייען, לפי דעתו, לוינט זיך נישט די הנאה פון איין מינוט שיקן צו א חבר, לעומת די יסורים פון נאכאמאל אראפקומען אויף דעם וועלט.
ער לייגט צו גאר אינטערסאנט, אז ליידער ווערן מענטשן נכשל אין בין אדם לחבירו, כאטש מ'איז זייער נזהר בעניני בין אדם למקום.
אן דערמאנען אונזער באליבטען שריפטשטעללער @הוגה, דערציילט ער א מעשה איבער א גלעזל מילך וואס מ'האט גע'גנב'ט טעגליך, ביז ער האט ארויפגעלייגט א "חלב עכו"ם" אויפשריפט.
סא לאנגע אריכות. כ'האב נאר איין שאלה, און אויב איינער קען מיר ברענגן א תירוץ פון אים וואלט איך אים געקושט אויף זיין שטערן.
שלומי טייערע! ריקארדען א ווידיאו קליפ פון זיך בשעת מ'דרייווט א קאר אויף 13'נטע עוועניו לוינט זיך יא????!!!!!
די סכנה וואס דו לייגסט אריין דיך און אלע פיסגייער איז נישט גענוג ווערט זאלסט ווארטן ביז דו קומסט אהיים און דארט רעקארדירן דיין קליפ?
איך פארשטיי דיך נישט!

משה געציל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:16 pm

· #179696
רעקאדירן בשעת'ן דרייוון איז דעפענעטלי ראנג, אבער עס נעמט נישט אוועק פונעם עוולה פון קאפיען.
איך בין מקפיד צו קויפן וועם איך גלייך, ער האט אריינגעלייגט אזויפיל געלט און מיה, איז נישט מן היושר צו הנאה האבן אומבאצאלט. ועוד, דאס קאפיען נעמט אוועק דאס אפעטיט פון ארויסגעבן פרישע שטאף.

בד"וו קאווע, עקארדינג צו ונבנתה איז דיין איי קיו עעעעםםם כככעעעםםםם -.... שוין, בעסער מ'רעדט נישט....

טעפל » דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:52 am

· #179761
@קאווע טרינקער אהער מיט'ן קליפ.

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:22 pm

· #179898

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:28 pm

· #179902
ער זאגט זייער גוט. מילא איינער קאפיעט פאר זיך, האט ער א יצר הרע. אבער פארוואס זאל מען עס ארום שיקן פאר יעדן איינעם? וואסערע הנאה האט מען פון דעם?

ברעט מענינג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:38 pm

· #179906
די עיקר פינעם קליפ איז די הענגער וואס שאקעלט זיך און די בעק 😂

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:48 pm

· #179909
כ'ווייס נישט וואס שלומי גייט טון, אויב ער פארדינט נישט, קען זיין ער ובדומה לו מאכן עס פאר אדווערטייזינג און פאר ביזנעס מארקעטינג, אבער איך מנשה לוסטיג, מאך עס נישט פאר פירסום ווייל איך ברויך עס נישט. איך מאך עס צו זען אויב די אלע מעריצים מיינע זענען גרייט צו געבן אפאר פיאסטער אויך פאר מיינע שטיק, אדער בלויז בחינם בין איך גוט.
און אז בחינם באקומט מען נאכדעם ברעקלעך.. אויב מ'וועט פארדינען וועט מען ממשיך זיין

לאליפאפ » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:23 pm

· #179970
shem-tov
די היסטאריע פון ענקער שטעטעל וויאזוי דער אייבערשטער האט געשיקט פייער פאר די אלע שונאים וואס האבן נאר פרובירט צו טשעפענען און אונטערברענגן מלכות בית דוד.

לאליפאפ » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:34 pm

· #179974
ברעט מענינג
די עיקר פינעם קליפ איז די הענגער וואס שאקעלט זיך און די בעק 😂

As if you'd read my mind

איך אויך » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:43 pm

· #179975
ווי קאווע האט שוין אנגעמערקט ,האט ער געבעטן רשות פון הוגה צו פארציילן די מעשה מיט די מילך?

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:44 pm

· #179976
אפשר מאכט מען א אנקעטע ווער ס'קאפיט און ווער נישט

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:54 am

· #180377

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:11 pm

· #180383
דאס איז זיין נייע טעיפ? צוהאקט? צופליקט? צופראסקעט?

מנשה לוסטיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 6:21 pm

· #181012
ברסלבער

שלומי וועט שוין לכאורה קיינמאל נישט קאפירן קיין שום קאסעטע צו סידי, ער שפירט וואס דאס מיינט אריינגיסן געלט, און אנדערע מאכן לעכער אינעם השקעה

טעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:59 am

· #181131
וואס הייסט, ביז יעצט האט ער אלעס געקאפיעט?

שעפטל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:54 pm

· #181231
ליפא פלעגט

טעפל » דינסטאג פעברואר 4, 2014 10:28 am

· #181501
שעפטל
ליפא פלעגט

פון וואו ווייסטו??

מנשה לוסטיג » דינסטאג פעברואר 4, 2014 6:15 pm

· #181596
https://www.facebook.com/photo.php?v=60 ... _processed

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:03 am

· #181668
איך פלאן בל״נ נישט צו קויפן די סידי, און עס נישט קאפיען.

מנשה לוסטיג » מיטוואך פעברואר 5, 2014 3:30 pm

· #181858
איש אשכולות
איך פלאן בל״נ נישט צו קויפן די סידי, און עס נישט קאפיען.

דעמאלטס וויאזוי וועסטו וויסן אויף וואס צו שעלטן.

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 6:06 pm

· #181917
מנשה לוסטיג
איש אשכולות
איך פלאן בל״נ נישט צו קויפן די סידי, און עס נישט קאפיען.

דעמאלטס וויאזוי וועסטו וויסן אויף וואס צו שעלטן.

טייטש איך דארף פארן אויף הארלעם און וואטשען זייערע שאוס כדי זיי צו שעלטן?

מנשה לוסטיג » מיטוואך פעברואר 5, 2014 6:12 pm

· #181922
ניין, אבער ווי נאריש איז א בחור ווי דו, צו אראפשטעלן א סטעיטמענט אן דעקונג

I'm back » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:36 am

· #181996
איש אשכולות
מנשה לוסטיג
איש אשכולות
איך פלאן בל״נ נישט צו קויפן די סידי, און עס נישט קאפיען.

דעמאלטס וויאזוי וועסטו וויסן אויף וואס צו שעלטן.

טייטש איך דארף פארן אויף הארלעם און וואטשען זייערע שאוס כדי זיי צו שעלטן?

הארלעם?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 4:19 pm

· #182070
http://bshch.blogspot.co.il/2014/02/blog-post_6773.html

מנשה לוסטיג » דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:26 pm

· #183121
האט איר שוין היינט געלאכט? ניין? לויפט און קויפט דעם רעדל..

סמארט פאון » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:50 am

· #183450
מנשה, איך וויל קויפן די סידי אבער איך וויל קודם הערן עט ליעסט עפעס וועגו דעם.. אז די האסט נישט געמאכט א פריוויא כאטש דערצייל אביסל וואס מען קען ערווארטן ווען מען זעצט זיך צי צום רעדל

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:12 pm

· #183643
זאג איך דיר, אויפן לינק דא קענט איר הערן א פריוויא
http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=271

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:16 pm

· #183644
נאכן הערן די פריוויו, האסטו געפועלט ביי מיר...

איך גיי נישט מאכן קיין קאפיס!!!!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:21 pm

· #183646
משולם, נאט נייס.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:25 pm

· #183650
איך וואלט נישט געשריבן, אבער ער בעהט נאכאמאל און נאכאמאל, מען זאל הערן און רעאגירן דערויף

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:32 pm

· #183667
http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=271
בלאט: 1 2 3