☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין סידי, גייט איר קויפן אדער קאפיען?

מיין סידי, גייט איר קויפן אדער קאפיען?

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5345
בלאט: 1 2 3

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 2, 2013 11:59 pm

· #165990
מיין סידי, גייט איר קויפן אדער קאפיען?
איך האב א קלער צו מאכן א פאני אודיא סידי.

און כ'וויל דא הערן פונעם עולם המעריצים, וואס וועלן עס וועלן הערן און האבן.
כדי צו וויסן צו כ'זאל זיך אריינלאזן אין דעם עבודה אין די קומענדיגע מאנאטן:

וועט איר עס קויפן? [און דערמיט גורם זיין אז כ'זאל האבן אפעטיט בעתיד, פאר נאך לאכעדיגע סחורה להנאתכם]
אדער גייט איר עס קאפיען? [וואס וועט צו העלפן אז כ'זאל נישט פארדינען און דעריבער נישט האבן די אפעטיט פאר פרישע סחורה]

מודעה ווער ס'וויל ענטפערן: איך רעד דא פון דער וואס איז 'יא' אינטערעסירט עס צו הערן, ווייל ווער ס'נישט אינטערעסירט אין מיינע זאכן, בין איך נישט נייגעריג צו הערן זיין שטימע..

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:03 am

· #165991
קאפיען

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:05 am

· #165992
איך מיין די מודעה צום סוף האט איר געדארפט שרייבען פון אנפאנג

לבי במזרח » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:38 am

· #166000
איך וויל טאקע וויסן, פארוואס איז די עולם דא אין ק״ש אזוי מין צו דעם מנשה׳לן? איך קען אים נישט פערזענליך נאר פון גציילטע קליפס כהאב געזען פון עם. אין דזשענעראל איז די עולם דא זייער נעסטי צונעם. פארוואס? What gives?

פרישער » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:48 am

· #166004
לבי במזרח, מיין הארץ פרעיגט דאס זעלבע, איך זעי ווי מען פייניגט מנשה'ן, פארגארנישט און פארנישט, ער האט פיינע סחורה ארויפגעלייגט שוין פון דו עלטסטע ניק'ס, און מען לייקט אים נישט ווי עס ברויך צי זיין, לא די אז מען לייקט אים נישט, צירייסט מען אים, מנשה, איך וועל טאקע נישט קויפן דיין סידי, אבער איך וועל נהנה זיין, און איך וועל דיר לאזן וויסן ווען איך וועל הנאה האבן, אבער קויפן קויפ איך נישט ווייל עס איז נישט מיין דרך איך האב דאס נישט געזעין ביי מיין פאטער, דאן איז נאך נישט געוועין קיין סידי'ס

רואה ואינו נראה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 11:16 am

· #166058
.

סלינקי » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 11:33 am

· #166061
קויפן. און אויב עס וועט זיך האבן געלוינט וועל איך עס נישט קאפיען פאר אנדערע.

shem-tov » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:30 pm

· #166065
כ'שרייב איידל , זאלסט מיך פליז נישט גיין אויסקעצלען די מנהל אז איך אטאקיר דיך כדרכך בקודש טשיקעלע. איך האב פשוט רחמנות אויף אייך וויל איך דיר העלפן. די קומסט אקראסס אלס אן אומבאלומפעטער. ביסט דער איינציגסטער וואס גייט דא מיט'ן עכטען נאמען. וואלט זיך ווען געקענט איינקויפן הונדרעטער פריינט דערווייל שאפסטו זיך שונאים מיט יעדען תגובה באזונדער. טשעפעסט יעדען איינעם פון סאטמער. סקווער. גולשים. צדיקים וקדושים. וגם אני הק' בתוכם. וואלס מען געקענט מיינען האסט א טיק סקין. א נעכטיגן טאג. סתם בדרך אגב. ליפא האט ריזיגע טאלאנטן און דאס וועט קיינער נישט לייקענען ממילא קען ער מאכן גאר שיינע זאכן, ממילא רעדט מען פון אים. לאפוקי. און ווי ווייט איך ווייס האט ער נאך קיין פליג נישט געטשעפעט, און דיין סי די גיי איך אוודאי נישט קויפן אבער אלס ידיד שלאג איך דיר פאר א שיינער נאמען "מנשה'ס קארנער" מלשון קארנ"י אה און יעצט שריי די שטיין איז געלונגען בלא בלא בלא

שטילע אינגערמאן » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:50 pm

· #166072
shem-tov

אונז האבן אלע ליב מאל צו מאל צו רייטען אויף איינער אין אסאך געבן עס טאקע אויס אויף מנשה צוליב טאקע די סיבות וואס די האסט אויסגערעכנט
אבער די האסט בלי שום ספק עפעס קעגן איהם פרעזענדליך 😉

רואה ואינו נראה » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 1:16 pm

· #166078
.

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 4:26 pm

· #166138
כ'וועל זאגן פונקט ווי ליפא. כאטש איך האב אביסל א אנדערע השקפה פון עהם, אבער רוב זאכן האלט איך פונקט ווי עהם, מיר זענען געבוירן אין איין 48 שטונדן און זינט דאן אויפגעוואקסן צוזאמען ביז ביז..
ער זאגט: אסאך זאכן זאג איך ווי עהם.. אבער איין שורה פון וואס ער זאגט אזוי ריכטיג. 'איך דארף אוודאי נישט קיין קללות אויפן קאפ' אבער ס'זאל אייך נישט וויי טון אז מיר קימערט 'בכלל' נישט די אלע שענדעריי קעגן מיר. להיפוך, מיינע שכנים אין מיין אפיס פרעגן מיר יעדעס מאל איך ענדיג לייענען א נעגאטיווע תגובה, 'מנשה וואס לאכסטו שוין ווידער..'
גיי זיי מסביר א געלעכטער.. גייטס אויף קאווע שטיבל וועט עטץ אויך לאכן..
זיי מיינע נאנטע קענען מיר, און די גאנצע צוועק פון מיין פרעגן איז טאקע צו הערן גוט דאס בויך וויי און גוטע פילינגס פון שונאים ואוהבים.
ביטע זעצט פאר מיט אייערע תגובות עס ווערט געליינט דורך מיר מיט דארשט..
איין זאך ליבע חברים, ס'קומט סחורה..

ארפכשד » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:47 pm

· #166169
קודם קאפיען און אויב רעדסטו דארט צו דער זאך קויף איך עס.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 7:46 pm

· #166182
פרישער
לבי במזרח, מיין הארץ פרעיגט דאס זעלבע, איך זעי ווי מען פייניגט מנשה'ן, פארגארנישט און פארנישט, ער האט פיינע סחורה ארויפגעלייגט שוין פון דו עלטסטע ניק'ס, און מען לייקט אים נישט ווי עס ברויך צי זיין, לא די אז מען לייקט אים נישט, צירייסט מען אים, מנשה, איך וועל טאקע נישט קויפן דיין סידי, אבער איך וועל נהנה זיין, און איך וועל דיר לאזן וויסן ווען איך וועל הנאה האבן, אבער קויפן קויפ איך נישט ווייל עס איז נישט מיין דרך איך האב דאס נישט געזעין ביי מיין פאטער, דאן איז נאך נישט געוועין קיין סידי'ס

פרישער: לפי זה דארפסטו נישט ליעסן (וואס כ'בין כמעט זיכער אז דו טוסט יא.) א שיינעם קאר. (או.קעי. סאיז שוין פארחזר'ט, אבער אמאל איז עס געוועין שיין.) און די טוארסט נישט נוצן קיין ענערדזשי סעיווינגס באלבס, נאר אלטע געילע פארזשאווערטע, שוואכע בירנעס, נישט מער פון 25 וואט. ווייל אזוי האטצעך דיין טאטע און זיידע געפיהרט. און אינז ווייס מעיר דאך דעים כלל פון חדש אסור מן הטעירע. אין די טאארסט נישט שראאבן אויפ'ן אינטערנעט, ר"ל. ווייל דיינע זיידעס בימי החת"ס האבן אויכעט נישט אראנגעברענגט דעים טמא'נעם אינטערנעט אין שטוב אריין. 😂 😂 😎 😃

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 12:50 am

· #166431
ס'מאכט מיין הויט קריכן ווי א מענטש קען קאפיען עפעס וואס א צווייטער האט זיך געהארגט ממון ודמים אהערצושטעלן. אויב דו האסט הנאה, אביסל הכרת הטוב. אויב 16$ דולר איז צו סאך, לכל הפחות דאנלאוד עס פאר 11$.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 4:38 pm

· #166517
איך זאג קלאר, איך געב עס איין טשענס! אויב כ'גיי נישט פארקויפן אסאך דערפון איז געענדיגט מיט אודיו, און נאכדעם זאל מען מיר נישט אז ס'אסור צו מאכן ווידיאוס

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 4:58 pm

· #166521
אויב אזוי קענסטו זיין זיכער אז כגיי נישט קויפן דיין סידי. ווידיאוס זענען אסאך אינטערסאנטער ווי אודיוס.

שעפטל » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 5:04 pm

· #166525
דיינע ווידיאו'ס זענען פיין, אודיעא זעה איך נישט וויאזוי ס'וועט בכלל אונטערסאנט זיין

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 5:39 pm

· #166528
דערפאר פראביר איך מיין מזל, איך וויל נישט זאגן יארן ארום, כ'וואלט געקענט.. איך וויל פראבירן און זען אויב כ'וואלט געקענט.. ולדעתי וועט עס זיין היבש גוט

zurich » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 1:13 am

· #166635
מנשה דאס ביכל דיינער איז יא געגאנגען?

מנשה לוסטיג » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 1:16 am

· #166637
דאס ביכל האב איך נישט געמאכט אזוי ווייט צו בכלל פאר פרנסה
די אנדערע זאכן וואלט איך געוואלט ליבערשט לייזן א פרוטה, אז נישט ולשטותים מה זו עושה לי

שטילע אינגערמאן » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 1:19 am

· #166639
האסט נאך אלץ נישט גענטפערט, די ביך איז יא געגאנגען?

מנשה לוסטיג » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 2:12 pm

· #166731
דאס ביכל איז נישט אויסגעגאנגען.. ס'איז געגאנגען האלב.

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:30 pm

· #167401
היינט געענדיגט ריקארדן אין סטודיו, די סידי גייט אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען, ווער ס'וויל שטערן, 'יעצט איז די צייט'..

George » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:53 pm

· #167437
shem-tov
ביסט דער איינציגסטער וואס גייט דא מיט'ן עכטען נאמען.

ווי אויך יונה כהן.

@shem-tov
לפענ"ד איז זייער נישט שיין אזוי צו קריטיקירן און אראפרייסן א יוד אין פאבליק, נאכדערצו בפניו, האלט ער אנדערש ווי דיר, איז וואס?
איך בין מוחה בכל תוקף.

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:56 pm

· #167438
George
shem-tov
ביסט דער איינציגסטער וואס גייט דא מיט'ן עכטען נאמען.

ווי אויך יונה כהן.

@shem-tov
לפענ"ד איז זייער נישט שיין אזוי צו קריטיקירן און אראפרייסן א יוד אין פאבליק, נאכדערצו בפניו, האלט ער אנדערש ווי דיר, איז וואס?
איך בין מוחה בכל תוקף.

ס'איז מער ווי דאס. דע אלע וואס זענען מוחה און נעמען זיך אזוי אן פאר לוסטיגס כבוד זענען לכאורה גאר שוואכע ליינערס דא. מ'אטאקירט נישט א צווייטן בלויז ווייל יענער "האלט אנדערש" לערן זיך דאס אויס. לאמיר האפן אז דאס וועט העלפן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/167394">viewtopic.php?p=167394#p167394</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:38 am

· #167465
George - דאס איז נישט דיין עכטער נאמען?! ווער וואלט געוויסט??

משולם שטיינפעלד » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:49 am

· #167466
מנשה לוסטיג
איך זאג קלאר, איך געב עס איין טשענס! אויב כ'גיי נישט פארקויפן אסאך דערפון איז געענדיגט מיט אודיו, און נאכדעם זאל מען מיר נישט אז ס'אסור צו מאכן ווידיאוס

וואס מאכט דיר טראכטן אז ווידיאוס קען מען נישט קאפירן?

shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:39 am

· #167472
איך האב גארנישט קעגן מנשה פערזענליך. איך גרויל מיך נאר ווי ער האקט אריין א קעגן סאטמאר אין יעדען אשכול אפי' סקומט דארט בכלל נישט אריין. איך האב שוין אפי' חרטה געהאט און אויסגעמעקט א זאפטיגער פליק אויף זיין חשבון אין ליפאס אשכול אבער דער פראוואקעטער לאזט נישט נאך. צי ק"ש איז סאטמער צו נישט, ווייס איך נישט, אבער סקווירא איז עס זיכער נישט, סאו פריי דיך אז די קענסט שמועסן מיט סאטמארע טאטעס ווייל אין ריעל לייף וואלט א נארמאלער סאטמערער יונגערמאן קיינמאל מיט דיר נישט געטוישט ווארט. פאק איין און שרייב מער איבער דיין חסידות אירע מעלות, דיין גרויסע רבי, די היסטאריע פון ענקער שטעטעל וויאזוי דער אייבערשטער האט געשיקט פייער פאר די אלע שונאים וואס האבן נאר פרובירט צו טשעפענען און אונטערברענגן מלכות בית דוד. זיי אונז מהנה און שאקל אפ פון סאטמער. שמועס פון דיינע עקספיריענס צו זיין אויף א ווידאו מיט א נישט אייגענע און וויזוי סהאט נעבעך אפעקטעט דיין לעבן. אוי און שעור פארגעסן גיי יעצט לויף צו די מנהל קעצלען אז כהאב געשריבן צי שארף

העלא » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:38 pm

· #167477
קען מיר איינעם מסביר זיין די טעראר וואס מ'לייגט דא?
יעדער מעג טוהן וואט עווער אין די ווארלד הי וואנט, עס לאנג עס איז נישט קעגן די תורה,

ער וויל ארויסגעבן א סידי און זיך נאריש מאכן, ער האט די פילע רעכט
ער פרעגט א קשיא, ער האט די פולע רעכט

מנשה איך קויף קיינמאל נישט קיין סידיס,
כ'האב נישט אזויפיל געלט,
איך פארשטיי נישט פון ווי די סידי קויפערס האבן די געלט דערצו,

פון 4 סידיס קען מען קויפן נאך א פאר שיך

פיש כאפער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:08 pm

· #167500
shem-tov
איך האב גארנישט קעגן מנשה פערזענליך. איך גרויל מיך נאר ווי ער האקט אריין א קעגן סאטמאר אין יעדען אשכול אפי' סקומט דארט בכלל נישט אריין. איך האב שוין אפי' חרטה געהאט און אויסגעמעקט א זאפטיגער פליק אויף זיין חשבון אין ליפאס אשכול אבער דער פראוואקעטער לאזט נישט נאך. צי ק"ש איז סאטמער צו נישט, ווייס איך נישט, אבער סקווירא איז עס זיכער נישט, סאו פריי דיך אז די קענסט שמועסן מיט סאטמארע טאטעס ווייל אין ריעל לייף וואלט א נארמאלער סאטמערער יונגערמאן קיינמאל מיט דיר נישט געטוישט ווארט. פאק איין און שרייב מער איבער דיין חסידות אירע מעלות, דיין גרויסע רבי, די היסטאריע פון ענקער שטעטעל וויאזוי דער אייבערשטער האט געשיקט פייער פאר די אלע שונאים וואס האבן נאר פרובירט צו טשעפענען און אונטערברענגן מלכות בית דוד. זיי אונז מהנה און שאקל אפ פון סאטמער. שמועס פון דיינע עקספיריענס צו זיין אויף א ווידאו מיט א נישט אייגענע און וויזוי סהאט נעבעך אפעקטעט דיין לעבן. אוי און שעור פארגעסן גיי יעצט לויף צו די מנהל קעצלען אז כהאב געשריבן צי שארף

אז דו ווילסט אים אראפרייסן אויף זיין ״[האקן] א קעגן סאטמאר אין יעדען אשכול אפי' סקומט דארט בכלל נישט אריין״ דאן האסטו א געלעגנהייט עס צו טאן אין יענע אשכול. עס איז נישט דא קיין נארמאלער ענטפער פאר די וויסטע ׳hate׳ וואס דא גייט פאר אנטקעגן אן אינדיווידואל. יעדער איינער איז בארעכטיגט מיט א מיינונג, but why the hate?

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:12 pm

· #167502
שנאה מחמת קנאה איז א דבר פשוט

shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:21 pm

· #167505
בעיקר זעמער דיך מקנא מיט דיין אויסטערלישע חכמה נפלאה. פארפאלן אז מען האט האט מען

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:47 pm

· #167512
בלעדי! אלוקים יענה את שלום פרעו

zurich » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 7:35 pm

· #167535
מנשה,איך האב דיר עפעס געפרעיגט אינעם אשכול פון שפיצער פליעז ענטפער! אז דו פארשטייסט נישט קענסטו איבערפרעיגן!

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 7:39 pm

· #167536
וואס האסטו געפרעגט? קען זיין מ'האט עס געמעקט פאר כ'האב עס געזען

zurich » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 7:51 pm

· #167537
מנשה לוסטיג
וואס האסטו געפרעגט? קען זיין מ'האט עס געמעקט פאר כ'האב עס געזען

מנשה לוסטיג האט געשריבן:
אחד היה אברהם, אקעגן א גאנצע דור הפלגה אנוש ומבול. עבד אברהם אנוכי האבן זיינע חסידים געזאגט אן קיין בושה

מנשה דו זאגסט אז אחד היה אברהם און מיט דעים מאכסטו זיך גערעכט אבער די פאקט איז אז די אחד היה האט באוויזן איבערצודרייען די וועלט א יא? ער האט געהאט מאסן "פרעמדע "חסידים" וואס זענען געלאפן צו עים.

לעינינינו אדרבא טרעף מיר 10 מענטשן פון דא אין שטיבל וואס האלטן אז דיין רבי איז העיליג!!!

ברענגען סקווערע חסידים איז ניט קיין קונץ זיי זענען אלע ברעין דעמעדזד נעבעך זיי מיינען נעבעך אז האקען מיט די הייליגע הענט אויפן טיש ביי כל מקדש ווייזט אויף צדקות!

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 7:55 pm

· #167538
וואס האלטסטו דארף איך דיר ענטפערן

zurich » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:04 pm

· #167539
הער אויס איך וויל פשוט זאלסט איינזעהן אז דיין פראז פון 'אחד היה אברהם' איז לגמרי נישט קיין פארגלייך,אויב האלסטו אז יא זיי מסביר!

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:23 pm

· #167541
איך שפיר אז איך רעדט נישט צו איינער וואס פארשטייט, דאך קען איך פראבירן אריינגיין אין דיין לעוול.

זייט ווען זענען קאווע שטיבל מעמבערס מבינים אויף קדושה? אויף צידקות? און אז טויזענט מענטשן וואטשן א פוטבאל געים מיינט עס אז ס'איז עפעס מהות?
ווען די רעדסט פון קאקאש קעיק, און דו אליינס ביסט א בעקער, נו, דאס איז גערעדט מיט דיין פארשטאנד. אבער אויב קיין מאור עינים לערנסטו נישט, און קיין חסידות קענסטו נישט, און אויף א רבי האסטו א מבינות.. וויאזוי קלעבט מען צוזאמען דיין קשיא מיט ריאליטי?
איך לעב מיטן סקווערן רבין שוין באלד 26 יאר, און כ'בין שוין געווען אין די וועלט, און זיך אריינגעטון אין אסאך ווינקלען, נידריגע הויעכע יידישע גויאישע גשמיות'דיגע רוחניות'דיגע, און כ'זע ביידע צדדים פונעם מטבע, איך זע אז איך אליין אן מאור עינים וואלט איך נישט משיג געווען וואס מיינט חסידות וואס מיינט א רבי וואס מיינט חיוני פון א מענטש אין שווערע מצבים, וואס מיינט ביטחון עצמי אינעם יידישער שטאנדפונקט אינעם גויאישער שטאנדפונקט, הבנה אין דארווין הבנה אין אריסטו הבנה אין להבדיל אלף אלפי הבדלות עד אין קץ ותכלית צום דרך הבעל שם הקדוש, און צו אויסקומען א געדאנק וואס זאל שטימען מיטן פארשטאנד פון חוסר השגה, איז פונקט ווי באקן א קיכל אן מעיל וואסער און אן פייער און א בעקעלע.
שטעל דיך פאר, אברהם אבינו הייבט אן רעדן וועגן גאט ב''ה, און פראבירט מסביר זיין די בחינות וואס שטייען אין די הייליגע ספרים [אויב די גלייבסט אין דעם בכלל.. אבער איך גלייב אז וואס סשטייט דארט האט אברהם אבינו געהאלטן און געזאגט פאר ווער ס'האט געקענט משיג זיין], און א שטייגער מ'לאכט פון עהם, קוק די גאנצע וועלט גאנץ מלכות נמרוד אלע פעלקער און ראסן, קיינער האלט נישט ווי דו, נאר דו אליינס אברהם גייסט אנקומען אין קאלעך אויווען.
א שטייגער אינעם דור פון א דור דעה איז געווען אפענע זאכן פון הימל, היינט איז א עולם ההסתר, און נאר מיט אמונה וואס דו רופסט 'ברעינד וואשינג' טיילט מען זיך אפ פון די דיעות כוזבות וואס לייקענען אין חסידות אין יהדות אין די קיום פון א עם הנצחי פון עפעס א הייליגע מאן, און אויף א גוי קען מען זאגן חכם גיבור, און אויף א יוד זאגן.. כ'וויל נישט איבערזאגן די פערל רייד וואס אויף די פחות שבפחותים האט מען נישט געזען אז ערליכע זאלן אזוי רעדן.
ס'דא בכלל א צד אין דיין מוח, אז מנשה איז אפשר גערעכט און איך בין ראנג? אדער דו ווילסט מיך משכנע זיין?
איך וויל דיר נישט משכנע זיין, ווייל אן דעת איז קיין השגה אין א רבי נישט פארהאנען, און דעת קען מען נאר האבן פון מאור עינים, די היינטיגע וועלט איז אויף אזא שפל'דיגע מדריגה אז די שכל זאל פארשטיין עפעס העכערס איז נאר חסידות און בפרט מאור עינים די איינציגע פארשטאנד געבער. אויב האסטו נישט די יסודות החסידות, גיס איך מיט מיינע ווערטער סתם אותיות אין מיסט. דיין אמת'ע הבנה באיזה מצב דו ביסט, איז ערווארטעט מיט געדולדט

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:24 pm

· #167542
הייסט דו ביזט דער איינציגסטער קאווע שטיבל מעמבער וואס איז א מבין אויף קדושה , יא?

מנשה לוסטיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:27 pm

· #167543
ניין! איך בין נישט דער איינציגער, אבער אפילו ווען איך זאל ווען יא זיין דער איינציגער, איז אויך נישט קיין וואונדער פאר ווער ס'קען היסטאריע און ווער ס'פארשטייט די פינטעלע אמת.

העלא » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 9:38 pm

· #167555
מנשה איז נישט שולדיג אז ער איז געבוירן אין סקווירא, לאזט אים לעבן וויזוי ער באגערט

דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 9:53 pm

· #167557
ער לאזט נישט אנדערע לעבן

פרישער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:27 pm

· #167703
berlbalaguleh
פרישער
לבי במזרח, מיין הארץ פרעיגט דאס זעלבע, איך זעי ווי מען פייניגט מנשה'ן, פארגארנישט און פארנישט, ער האט פיינע סחורה ארויפגעלייגט שוין פון דו עלטסטע ניק'ס, און מען לייקט אים נישט ווי עס ברויך צי זיין, לא די אז מען לייקט אים נישט, צירייסט מען אים, מנשה, איך וועל טאקע נישט קויפן דיין סידי, אבער איך וועל נהנה זיין, און איך וועל דיר לאזן וויסן ווען איך וועל הנאה האבן, אבער קויפן קויפ איך נישט ווייל עס איז נישט מיין דרך איך האב דאס נישט געזעין ביי מיין פאטער, דאן איז נאך נישט געוועין קיין סידי'ס

פרישער: לפי זה דארפסטו נישט ליעסן (וואס כ'בין כמעט זיכער אז דו טוסט יא.) א שיינעם קאר. (או.קעי. סאיז שוין פארחזר'ט, אבער אמאל איז עס געוועין שיין.) און די טוארסט נישט נוצן קיין ענערדזשי סעיווינגס באלבס, נאר אלטע געילע פארזשאווערטע, שוואכע בירנעס, נישט מער פון 25 וואט. ווייל אזוי האטצעך דיין טאטע און זיידע געפיהרט. און אינז ווייס מעיר דאך דעים כלל פון חדש אסור מן הטעירע. אין די טאארסט נישט שראאבן אויפ'ן אינטערנעט, ר"ל. ווייל דיינע זיידעס בימי החת"ס האבן אויכעט נישט אראנגעברענגט דעים טמא'נעם אינטערנעט אין שטוב אריין. 😂 😂 😎 😃

@berlbalaguleh איך בין נישט אזא צדיק
עס זענען דא אסאך זאכן וואס איך פיר זיך ווי מיין טאטע, למשל אז עק האט זיך נישט געפירט ווי זיין טאטע, אויף דעים בין איך שטארק מקפיד, אדעק למשל זאכן וואס ער האט זיך נישט געפירט ביז די פיפציג, פיר איך זיך אויך אזוי ביז די פיפציג

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:03 pm

· #169309
איך בין א ערלי בירד, די סידי איז שוין כמעט פיניש מיטן סטודיו.

איציק » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:14 am

· #169755
לעולם וואלט איך געקויפט יעדע סי.די. וואס ציהט מיין אינטערעסע (און אזעלכע זענען פארהאן גאנץ ווייניג היינטיגע טעג...)
אבער, און דאס איז א גרויסע אבער, איך קען זיך נישט ערלויבן די טייערע פרייזן פאר א סי.די. איך הער אז מ.ב.ד. האט זיין "כולם אהובים" אלבום נישט פארקויפט אין ארץ ישראל דורך גל-פז און געווענליכע דיסטריביוטינג סיסטעם, נאר אין די גרויסע סופערמארקעט טשעין-סטאר'ס אין ארץ ישראל פאר האלב פרייז, דאכצעך א 25 שקל.
לויט די היינטיגע פרייז, איז דאס בערך 7.5 דאלער, און איך גלייב אז מ.ב.ד. האט גארנישט דערלייגט אויף יענע אלבום.
אז ר' מנשה וועט לאזן פארקויפן זיין אלבום אויף דעם סיסטעם אדער פאר אזא פרייז...

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:51 am

· #169783
איציק זאגט דברים של טעם, מאך עס אביסל ביליגער און מ'וועט זעהן עס צו קויפן.

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:35 pm

· #169894
מיין סידי גייט קאסטן 12 דאלער, לא פחות ולא יותר

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:40 pm

· #169900
א טיפיקל לוסטיג תגובה.

איך
. איך. איך. איך. מיך. מיך. מיך. מיך מיך מיך. מיין. מיין. מיין. וחוזר חלילה

א טיפיקל לוסטיג פארשטעלטער ניק.

מנשה לוסטיג. מנשה לוסטיג. מנשה לוסטיג. וחוזר חלילה

אנשולדיגט אבער אויב די ווערסט געטשעפעט מעק איך עס אויס. סאיז נאר א דשאוק

נעכטן האב איך געלאכט פון דיין רימאוט ווידיאו קליפ. שכח

zurich » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:22 pm

· #169955
מנשה'ס ענטפער: ווען די הינט בילט איז א סימן די שטיין איז געלונגען...........

מנשה דזאסט קידדינג!
בלאט: 1 2 3