חשוב'ער ר'
@יעקב מעקסוועל עס פרייט מיך צו הערן אז איר האט אזוי הנאה געהאט פון מיין ארטיקל. א שיינעם דאנק פאר דעם פרטימ'דיגן אפרוף! ס'איז קלאר אז איר האט זיך טיף אריינגעקלערט אין דעם אלעם.
אט זענען מיינע ענטפערס און רעאקציעס:
דערפאר איז מיר געווען א חידוש אז אין די נישט חסיד'ישע אידיש איז דווק toPV אנגענומען צו זיין נישט ריכטיג
איך וואלט דאס אביסל אנדערש פארמולירט: ביי נישט-חסידישע אידיש-רעדערס איז toPV פשוט נישט באקאנט. אויב מ'ווייזט זיי זאצן מיט toPV וועלן זיי זאגן אז עס "קלינגט נישט נאטירליך". אייער פראזע "אנגענומען צו זיין נישט ריכטיג" קען געבן דעם רושם אז אידישיסטן האבן דווקא אן אידעאלאגיע אז toPV איז "נישט-קארעקט" און זיי מיידן עס אויס דערפאר. אבער ס'איז זיי פשוט פרעמד און אומנאטירליך.
א מתחיל פילט זיך ווייניגער זיכער מיט זיינע ווערטער, דערפאר גייט ער די גרינגערע וועג, וואס איז אפשר ווייניגער ריכטיג.
איך ווייס נישט. מ'וואלט געדארפט ברענגען ראיות אז toPV איז גרינגער צו שרייבן אדער צו זאגן ווי PtoV. איך ווייס טאקע נישט. מעגליך!
דו שרייבסט אז דאס וואס מען זעט אן אלגעמיינע טויש צו toPV, ווילסטו נישט זאגן אז עס איז א טויש אין שפראך, ווייל עס איז צו שנעל פאר אזא טויש צו פאסירן.
דא זעט איר די השפעה פון א רעצענזענט (peer reviewer) וואס איך האב געדארפט צופרידנשטעלן מיטן ארטיקל, און דעריבער האב איך אביסל ווייכער געמאכט די גאנצע דיסקוסיע וועגן טוישן אין דער שפראך גופא. דער אמת איז אז איך האלט אז די שפראך פון ק"ש איז נישט אזוי אנדערש פון דער גערעדטער אידישער שפראך (ספעציעל אין איר גראמאטיק/ווערטער-סדר) און דערפאר קען מען זיך
יא עפעס אויסלערנען וועגן חסידיש אידיש אין אלגעמיין פון א שטודיע נאר וועגן ק"ש. איך האלט אז ס'איז זייער מעגליך אז די אידישע שפראך טוישט זיך גאנץ שנעל אין דעם פרט, נישט נאר די שפראך פון ק"ש. (איך ווייס אבער נישט צי דאס שטאמט דווקא פון די סיבות וואס איר דערמאנט.)
האסטו גענומען אין חשבון אז שפעטערע ניקס קענען אויך זיין אלטע?
איר מיינט "אלטע" אין יארגאנג? יא, אויף וויפל איך ווייס (אבער מ'קען נישט וויסן אויף זיכער) זענען די נייערע ניקס לאוו דווקא אינגער פון די עלטערע ניקס "אין ריל לייף". ד"ה, אן אלטער ניק און א נייער ניק קענען ביידע זיין 36 אין יאר 2020, נא פראבלעם! אבער איינער וואס האט זיך דא רעגיסטרירט אין פעברואר 2012 איז מסתמא געקומען פון אייוועלט און האט אפשר געשריבן דארטן אויך. איך רעד נישט פון לעבנס-דערפארונג, נאר פון שרייבן-דערפארונג.
סתם א נקודה, דו דערמאנסט אז דקדוק ווערט געזען ביי חסידים ווי א לימוד וואס איז נישט גענוג וויכטיג. עס איז אמת אז מיסודה איז דקדוק נישט געווען וויכטיג, אבער וויבאלד די משכילים האבן יא געמאכט אן עסק דערפון, איז דקדוק געווארן א לימוד וואס מען וויל דווקא נישט לערנען ביי חסידים. אנדערש ווי יעדע נייטראלע נושא למשל געאגראפיע, וואס מען לערנט פשוט נישט, אבער עס איז נישטא קיין שיטה דערקעגן.
זייער א וויכטיגע נקודה. יא, איך בין מסכים מיט אייך! איך האב באשלאסן נישט אריינצוגיין צופיל אין די סיבות פארוואס די מחנכים ווילן נישט אז גראמאטיק זאל זיין א לימוד. אבער יא, איר זענט גערעכט, דער נושא איז נישט "נייטראל' צוליב די אסאציאציעס מיט אידישיזם אדער השכלה.
איך וואונדער מיר אויב די ארטיקל אליין, קען אויך האבן א השפעה צו פארשנעלערן די טויש.
עס ווענדט זיך וויפיל חסידים ס'וועלן ליינען דעם ארטיקל! אבער אין אלגעמיין וויל איך אלס וויסנשאפטלער מינימיזירן די השפעה וואס מיינע אנאליזן קענען האבן אויף די זאכן וואס איך אנאליזיר.
איך וויל אייך אבער פרעגן: א השפעה אין וועלכער ריכטונג? אז מ'וועט ניצן מער PtoV אדער מער toPV?
די ווארט איבערראשן וואס דו דערמאנסט אין איינס פון די הערות, איז מיר א חידוש. איך וואלט געטראכט עס איז סתם איין לאנגע ווארט, איך ווייס נישט קיין שום וועג צו צוטיילן די ווארט, און איך האב קיינמאל נישט געהערט פון קיין ווארט "ראשן".
אידישיסטן זאגן אז "איבערראשן" איז דייטשמעריש, ד"ה נישט עכט אידיש, דערפאר ווייל מ'קען נישט צעטיילן דעם "איבער" פון דעם "ראשן". (אזוי אויך אויף דייטש.) פארהאן אנדערע ווערטער וואס זענען ענליך, למשל: איבערזעצן. אידישיסטן וועלן זאגן "איך זעץ איבער דאס בוך", "איך האב עס איבערגעזעצט", "צייט איבערצוזעצן" וכו'. אבער אין דער ליטעראטור (למשל אין די שיחות פון ליובאוויטשער רבין) וועט מען טרעפן אזעלכע קאנסטרוקציעס: "איך איבערזעץ דאס בוך", "איך האב עס איבערזעצט" (אן "גע"), "צייט צו איבערזעצן" וכו'. דער טראפ/קוועטש/אקצענט איז אויך אנדערש: "ער איז אן
איבערזעצער ווייל ער האט
איבערגעזעצט אסאך ביכער" אקעגן "ער איז אן איבער
זעצער ווייל ער האט איבער
זעצט אסאך ביכער". "איך בין איבער
ראשט" נישט "איך בין
איבערגעראשט", זייער ענליך.
איך וואונדער מיר וואס עס וואלט ארויסגעקומען אויב מען מאכט די זעלבע שטודיע אויף אייוועלט... (לויט די פראצעדור וואס דו לייגסט אראפ, גלייב איך עס וואלט נישט געווען גרינג אפילו דו האסט עס שוין איימאל געטון).
איך דארף נאר האבן די אשכולות און תגובות אין דעם ריכטיגן פארמאט, די רעשט פונעם אנאליז קען גיין מער-ווייניגער אויטאמאטיש. כ'ווייס נישט צי אייוועלט וואלט מסכים געווען מיר צו געבן צוטריט צו זייערע דאטן-באזעס... :/
א זייטיגע ספק וואס איז מיר ארויפגעקומען נאכן ליינען די ארטיקל, דו ברענגסט א מאמר פון ניקאלעס אסטלער "פונקט ווי מ'האט אמאל געזאגט (טאקע וועגן אידיש), א שפראך איז א דיאלעקט מיט א מיליטער. קען מען היינט זאגן, א שפראך איז א דיאלעקט מיט א ווערטער בוך, גראמאטיק בוך, פארסער, און א מולטי-מיליאן-ווערטער טעקסט אוצר."
דער אריגינעלער ציטאט פון מאקס וויינרייך איז נישט נאר געווען
וועגן אידיש, נאר טאקע
אויף אידיש: "א שפראך איז א דיאלעקט מיט אן ארמיי און פלאט" <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/A_language_is_a_dialect_with_an_army_and_navy">https://en.wikipedia.org/wiki/A_languag ... y_and_navy</a>
צו אהערשטעלן חסיד'ישע אידיש זאל ווערן א שפראך מיט די היינטיגע סטאנדארד, פעלט זיך אויס אסאך ארבעט דורך אסאך געלונגענע מענטשן. קען זיין אז פון די קוק ווינקעל פון א לינגוויסט איז קיין שאלה נישט אז די ארבעט איז ווערט, אבער מיט די באגרעניצטע צייט אין כוחות וואס די חסיד'ישע אידן וואס פארשטייען צו אזא נושא פארמאגן היינטיגע טעג, וואונדער איך מיר אויב די ארבעט קען ווערן פאררעכנט אלס גענוג וויכטיג. (איך זאג נישט אז נישט).
"צו אהערשטעלן" אדער "אהערצושטעלן"? :q
איר זענט זייער גערעכט. איך האב אסאך געדאנקען און פלענער וואס ליגן ביי מיר אין קאפ (חסידיש-אידישע ווערטערביכער, גראמאטיקעס וכו') אבער דערוויילע זענען זיי נאר ווילדע חלומות. איך האף אז מיט דער צייט וועל איך קענען ארבעטן אויף די זאכן, טאקע אין קאאפעראציע מיט חסידישע אידן.
א גרויסער דאנק פאר די ארטיקל, עס איז מיר געווען א שטארקע הנאה צו ליינען. איך האב געפילט די ווערט פון מיין שפראך הייבט זיך... יישר כח!
איך האף אז איר קלערט צו ווערן א לינגוויסט...!