הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
589 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4911
הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
יעצט קומט אן די נייעס אז הרב שלמה העלבראנץ דער ראש פון די אזויגערופענע קולט "לב טהור" איז געווארן געצוואונגען צו אנטלויפן פון זיין שטעטל אין קאנאדע, נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.
קיין?
ו
אויף וואס איז געוועין די מסירה?
שעפטלקיין?
איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...
עס איז צום האפן די נייעס איז אמת.
[ציטאט אראפגענומען]
ווער ריז דעס
ווער געדעינקט נאך פרשת ישי פימא
אולי מאכן א תגיבה
פרישערווער געדעינקט נאך פרשת ישי פימא
אולי מאכן א תגיבה
אני הקטן בין געווען ביי די משפט , ער האט געהט א TOP לויער, פארגעסען ווי אזוי ער האט געהייסען (מיט א רויט בערדעל) אינטערסאנט אז א ביים משפט איז נאך ישי פימא געווען באהאלטען.
שלמה העל, לערנט ענדליך פרשת לך לך. זאל ער גיין אל הארץ אשר אראך - אין די ערד אריין.
איינער ווייסט מער דיטעילס ?
ווי איז ער אנטלאפען ?
גייט יענע גאנצע דערפעל מיטלויפען ?
וואס איז געווען די מסירה ?
קיין אמעריקע, אין מדינת ישראל קען ער שוין נישט לויפען, סאו ווי יא, בראזיל, ארגענטינא, צי מאראקא ווי איינער האט שוין געשריבען,
שלום עליכם ,וויזוי האסטו אויפגעוויזן פאר שמעקי אז דו רעפרעזענטירסט חבקוק הנביא?
הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]
מנאשקע, באקומסט א עקסטערע סיפוק פון זיין איבעראל פונקט קאפויער?
מנשה לוסטיגהרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]
זעהט אויס די קענסטעם נישט, ממילא וואלט איך דיר געראטען האלט דיר ארויס פין דעם אשכול,
אז די נעמסט דיר אן פאר דיין אפגאט, נו מיילא, אבער זייט ווען ביסטע געווארען די סניגור פאר אלע געטשקעלעך ?
האסט דען א השגה וויפעל בלוט אין טרערן דער האט געקאסט פאר כלל ישראל, אין די געבסט דאס אזא וויש אוועק "ווייל די ביסט דארט געווען סוכות" ...... , סיג לחכמה שתיקה,
איך זיך נישט צו זיין פארקערט אבער אז כ'ווייס פאקטן, האב איך נישט קיין פראבלעם זיי אויסצולייגן.
די סיבה פארוואס איך בין דארט געווען סוכות האט שייכות מיט דעם גאנצן טאראראם, איך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
וויפיל עגמת נפש ער האט געקאסט, דאך הייסט ער נישט קיין עבריין על פי התורה - האב איך געהערט מפי א עסקן וואס האט מיך מיטגענומען דארט.
און יענער האט מיר געזאגט די ווערטער וואס כ'האב געשריבן, אז איינפאך וואלט ער זיך שוין געפונען אין תפיסה אין ישראל, עפעס [רוף עס כיטרישקייט, רוף עס סייעתא דשמיא] האט ער וואס געבט עהם קראפט אנצוהאלטן, כאטש נישט זיין ווייב און נישט זיין משפחה און א טייל זיינע מעריצים זענען שוין אנטלאפן.
מנשה לוסטיגאיך זיך נישט צו זיין פארקערט אבער אז כ'ווייס פאקטן,
מנשה לוסטיגאיך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
וואסערע פאקטען ווייסטו ?
"אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים וואס זענען אויף זיין זייט"
וועלכע ?
סקווירא רבי ?
יא כ'ווייס אז סקווירא רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט לטובתו,
אבער נישט די אין נישט סקווירא רבי ווייסען "פאקטען" וואס דארט גייט פאר,
אין בכלל איז סקווירא רבי נישט קיין ראיה, ווייל איין דיקטאטור דעקט דעם צווייטען, (סארי פארען אזוי רעדען אויף דיין רבי'ן, אבער מסתם זיכסטע א אפענעם דיסקאשען), אין סקווירא רבי איז גילטי מיט אסאך ענדליכע עבירות ווי העלבראנץ ביידע ניצען יענעם'ס בלוט זיך צי שפייזען,
עכ"פ ס'נישטא קיין איין נארמאלער רב וואס שטיצט אים, טאמער די ווייסט יא, נו שרייב עס ארויס,
מנשה לוסטיגוויפיל עגמת נפש ער האט געקאסט, דאך הייסט ער נישט קיין עבריין על פי התורה - האב איך געהערט מפי א עסקן וואס האט מיך מיטגענומען דארט.
כ'פארשטיי נישט פינקליך דיין "עבריין סטראטעגיע", ס'הייסט אזוי, טאמער די קענסט אויף עפעס א וועג אראפ נעמען דעם טיטול "עבריין" דאן מעג מען שון פארגיסען יענעם'ס בלוט, וואס עבריין'סטע אין קאפ אריין,
גע'פועלט אלעס גוטס..
שעפטלקיין?
קאשוי.... 😂 😳 🙄
סירקולעיט יעצט אויף וואטסעפפ
וואס איז דען דער פראבלעם... אז יענער שרייבט אונטער מתוך שמחה וטוב לבב, זאל אים וואויל באקומען...
וויצן אין א זייט. א שוידער.
שושן פוריםנאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.
וואו האט מען אריינגעגעבן די מסירה? קאנאדא?
נעבעך אויף די מוסרים. זיי זענען פארשאלטן מיט כל מיני קללות ושמתות, אפילו התרת נדרים וועט זיי שוין נישט העלפן. אוי להם ואוי לנפשם.
חבקוק הנביאמנשה לוסטיגהרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]
זעהט אויס די קענסטעם נישט, ממילא וואלט איך דיר געראטען האלט דיר ארויס פין דעם אשכול,
אז די נעמסט דיר אן פאר דיין אפגאט, נו מיילא, אבער זייט ווען ביסטע געווארען די סניגור פאר אלע געטשקעלעך ?
האסט דען א השגה וויפעל בלוט אין טרערן דער האט געקאסט פאר כלל ישראל, אין די געבסט דאס אזא וויש אוועק "ווייל די ביסט דארט געווען סוכות" ...... , סיג לחכמה שתיקה,
אויסער דעם וואס דאס עצם אהין גיין סוכות צינדט אן א רויט לעמפל.... 😂 😂 😂 😂
שמעקעדיגשושן פוריםנאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.
וואו האט מען אריינגעגעבן די מסירה? קאנאדא?
נעבעך אויף די מוסרים. זיי זענען פארשאלטן מיט כל מיני קללות ושמתות, אפילו התרת נדרים וועט זיי שוין נישט העלפן. אוי להם ואוי לנפשם.
זינט ער האט געעפנט זיין קהלה האבן מענטשן געהאלטן אין איין אנטלויפן פון דארט , אבער קיינער האט נישט געמסרט , צו אלס פחד אדער סתם ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג פרוף.
לעצטנס אבער איז זיין זון מיט נאך איינע פון זיינע נאנטע מענטשן אנטלאפן , און יענער האט מיטגענומען מיט זיך א גאנצע אוצר פון דאקומענטן און באווייזן , און ער האט אריינגעגעבן א מסירה ביי די קאנאדישע fbi(איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי סהייסט), און זיי האבן געעפנט א אינוועסטיגעישן אויף די זאך , און דער הייליגע רבי איז געווען געצוואונגען צו אנטלויפן
פארוואס פארופט ער זיך אלס רימינוב'ער רבי?
האט איינער א בילד פונעם כ"ק אדמו"ר מדיקטאטור שליט"א?
דאס האב איך געפינען ביים נישטערן
📎 Helbrans_2.jpg 📎 Helbrans_1.jpg
דו פיקטשער אית אמת'דיג?
איך פרעג וויבאלד ס'קוקט אויס זייער ענדליך צו רבי אהרן פון סאטמער מקרית יואל?
שוין אסאך געהערט איבער דעם העלבראנץ צווינגט חתונה האבן יונג און נאך אזעלכע רציחות קען איינער דא אראפ לייגן דעם פונקטליכן מצב מיט אים
מען האט אים שוין אויסגעשמועסט בין כותלי הק"ש מערערע מאל, מיט זיינע שרעקליכע מעשים.
זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/708">viewtopic.php?f=42&t=708</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/133">viewtopic.php?f=3&t=133</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/455">viewtopic.php?f=3&t=455</a><!-- l -->
בעצם האלט איך אז דער נאמען שלמה העלבראנץ איז שוין א עוולה ,זיין עכטע נאמען איז ארז שלמה אלבראנס א פרענק פארעך.
מנשה לוסטיגאיך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
.
דער איינציגסטער רב וואס קוקט אפי' אויף זיין זייט איז ר יוחנן וואזנער סקווירא דיין אין מאנטריאל וואס כבודו במקומו מונח טאקע א ערליכע יוד , אבער זיין קליינקעפיגקייט גרייכט עד לב השמים ,
שושן פורים
אבער זיין קליינקעפיגקייט גרייכט עד לב השמים ,
א אקסימאראן?
פארוואס רעדט מען נישט אין די אמעריקאנער, אדער לפחות היימישע נייעס סייטס איבער די פרשה?
קיינמאל קיין ערגערס, השי"ת זאל העלפן ווייטער
ברוך ה', קיינער איז נישט אנטלאפן.
אזוי ווי אלעס וואס די מוסרים זאגן איז אמת אזוי איז די נייעס אויך אמת.
די "מסירות" זענען שוין א קנאפע צווי יאר ביי די קאנדישע רעגירונג, און זיי ווייסן וואס איז אמת וואס איז נישט,
למזלנו האבן זיי אביסל מער שכל ווי די קאווע שטיבל שמיסערס
ישוב עמלם בראשם ועל קדקדם חמסם ירד.
קרני צביברוך ה', קיינער איז נישט אנטלאפן.
אזוי ווי אלעס וואס די מוסרים זאגן איז אמת אזוי איז די נייעס אויך אמת.
די "מסירות" זענען שוין א קנאפע צווי יאר ביי די קאנדישע רעגירונג, און זיי ווייסן וואס איז אמת וואס איז נישט,
למזלנו האבן זיי אביסל מער שכל ווי די קאווע שטיבל שמיסערס
ישוב עמלם בראשם ועל קדקדם חמסם ירד.
כ'האב געשמעקט אז ס'די ידיעה איז לופט, ווייל ווי איך בין געווען אינפארמירט פון די נאנט, האט מען דערווייל עהם נישט געטראפן שולדיג מצד די קאנאדישע רעגירונג. מ'האט גוט אינוועסטיגעיט דעם ענין, און זיי האבן נישט געפונען קיין באווייזן.
אויסער די ישראל'ישע חברה וועט לכאורה קיינער עהם נישט מכניע זיין.
[ווער ס'וויל מיך באזינגען איז וועלקום..]
מנשה לוסטיגאויסער די ישראל'ישע חברה וועט לכאורה קיינער עהם נישט מכניע זיין.
אי"ה ער וועט מכניע זיין די אזוי גערופענע ישראל'ישע חברה.
אגב, ווער ס'זוכט אביסל ערנסטע סחורה און איז נאר בטעות אריין געפאלן אין קאווע שטיבל, קען רופן צו די ליניע דבר האמת
1718-557-7777
נישט רעקמאנדירט פאר לצים און פארביסענע, ס'קען זיי (חלילה) מאכן אן הארץ אטאקע, קיין רעספאנסביליטי.
שוין ווייטער איז דער רבי אליינס דא ,פונעם רבין מיט מנאשקע צוזאמען וועט מען זיך גוט אונטערהאלטן.
כא כא כא, א בי דו פלאצץ
שושן פורים שרייבט א הודעה
מוז מען דאך האבן א פורים רבי
(המן'ס איז שוין דא צו פיל)
קרני צבי, טאקע א פאסיגע ניק.
אינטערעסאנט אז יעדעס מאל וואס מ'באהאנדעלט דא דעם דיקטאטור, קולטיסט און קאנטראל פריעק ארז אלברנס, וואקסט אויס דא א ניק אדער צוויי, נייע חברה וועלכע שטייען און נעמען זיך אן בכל התוקף פאר דעם חי' בצורת אדם.
איך אויך, איך בין מיט דיר, ס'קוקט מיר אויס ווי דער רעבע רעב ארז אליינס.
אויב קיינער דארט האט נישט קיין אינטערנעט עקסעס נאר רבי, טא מוז דאך זיין אז ער שרייבט דא אליינס בכבודו ובעצמו.
וויל איך אים נאר דא דערמאנען, אז אדם ניכר בכוסו בכיסו ובכעסו.
הדד ,אין א טאג ווי היינט ווי איך ווער באוואשן פון אלע זייטן איז דערפרישענד צו הערן אז איינער איז מיט מיר.
"הניק קרני צבי"
בגמטריא
"ארז העלבראנס" עה"כ
רבי זיסער, אז די ביסט דא אין שטיבל וויל איך דיר קודם זאגן ברוך הבא. איך האף וועסט דיך נישט (יא) אבריען ווייל די קאווע דא איז זייער הייס. שוין, נעם א בענקל, גלעט דיך אויס די זילבערנע בארד, גראד אויס די קרני צבי און לאמיר הערן א גרויסע רעבישע גרעפס, ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך מייניך וואס אונז וויל מיר הערן פון דיר.
יעדע שרייבט זיין מיינונגאדער אנאליז אדער א האטליין נומבער אין איינער אפילו א שיינער גמטריה איז דא ערגעץ א דאקואמענט אדער א צייטונג אדער עפעס א זאכליכ'ע ראיה פון די גאנצע מסירה, אנטלויפון וכו' anyone????????
אז דער רבי אליינס איז דא זייט וויסן אז אויב נישט היינט וועט זיין מארגן. ווי די אונגארישע אידן פלעגן זאגן "יבא יונו". ביזט אנטלאפן פון ישראל פון די תליה, מ'האט אייך ב"ה פארשיקט פון אמעריקע ווי א כלב, איר זענט אין קאנאדע אויף געבארגטע צייט. פריער אדער שפעטער וועט איר שטיין פאר א פאלקס געריכט אורטייל.
'קרני השור' וואלט געווען מער פאסענד.
איך קען נישט טרעפן די דאקומענטירי איבער די קהילה דארט און שלמה העל-ברען . א איזרעלישע צייטונג האט אינטערוויט געוועזענע חסידים, ס'איז ארויסגעקומען א יאר צוריק. ווער ס'ווייסט ווי ס'איז זאל ביטע לינקען.