☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

589 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4911
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:13 pm

· #163380
פארוואס רעדט מען שטותים, אמאל ווען מען טרייבט איבער געבט עס פאר יענעם די געלעגענהייט צי טענה'ן אז די עכטע עבירות זענען אויך נאר איבערגעטריבען,

לויט ווי שעפסעלע האט געשריבען אין א צווייטע אשכול מופען זיי צי ווענקאווער קאנאדא, דאס איז אויף די אנדערע עק קאנאדא, לעבען דעם פעציפישען ים,

קוקט אויס ווי זיי גייען דורעכרייזען מיט באסעס די גאנצע ברייט פין קאנאדא,

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:34 pm

· #163388
דאס איז א וועג פון איבער 3,000 מייל....... (און מען דארף פארן דורך אמעריקע אינצווישן...)
לויט גוגל מעפס, איז דאס איבער 45 שעה, און מיט משפחות מיט פיצלעך וואס קענען נישט פארן לענגער ווי עטליכע שעה א טאג, וועט אזא אויסמאטערנדע נסיעה נעמען קרוב צו א וואך!
זאגסטו אז זיי האבן נישט קיין עסן און טרינקען? וואו גייען זיי שלאפן? ביהכ"ס וועט זיין אין רעסט עריעס?
עפעס איז זייער מאדנע.
📎 Helbronse Moving.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:39 pm

· #163390
גאנצל
אוי וויי וואוהין פירט מען זיי אוי הבט משמים וראה נחשבנו כצאן לרבי'ך

דארף מען אויף זיי בכלל רחמנות האבן

אפשר דארף מען זיי ראטעווען, מאכן אפילס אזוי ווי ביי עדת תימן

די "הצלת עדת תימן" ווייסן מיר דאך אלע וויאזוי ס'האטצעך אויסגעלאזט. (עיין יו.טוב.( 🙄 😳

בן תמליון » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:45 pm

· #163393
מען דארף זיך אינטערלייגן די רעדער און נישט לאזן פארן. מען דארף שטיין דארט מיט הויכהילכערס און שרייען קינדערלעך אנטלויפט פון דעם מענטשן פרעסער באצייטנס.

ודי למבין » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:11 pm

· #163403
זעט זיך אויס אז די באס האט נישט קיין ווייפיי ווייל אויב יא וואלט מען שוין געהרט פון קרני צבי אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן...

משולם שטיינפעלד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:58 pm

· #163418
ווער זאגט אז די רומער איז אמת?

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:29 pm

· #163429
שמעקי ווי זעהסטו אז מען מוז פארען דורך אמעריקע? גוגל גיבט די שנעלסטע וועג אבער ריק די ליין העכער וועט ער דיר געבן א וועג נאר אין קאנאדע.

פטיש החזק » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:24 pm

· #163454
עס קוקט אויס אז קרני צבי פאהרט אויך אויפן באס מען האט נאכנישט געהערט פון אים ביז יעצט

smart » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:54 pm

· #163469
דעע גנאצע מעשה מאכט נישט קיין סענס מען קען ניט אויפהייבען גענצעטע משפחות און פארן אזא לאנגע וועג

smartinof » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:38 pm

· #163478
א מעשה דארף נישט זיין אמת ס'דארף נאר קענען זיין אמת, נא די מעשה אויף שלמה העלבראנץ קען דאך זיין אמת, ועוד אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשיות

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:06 pm

· #163490
וואס איז בעסער יענער עק קאנאדע?

zurich » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:09 pm

· #163491
ער וויל פשוט געיבן א אויספליג פאר זיינע געטרייע חסידים .... 😉

דעת תורה » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:26 am

· #163588
זיי שרייבן אז די ענדגילטיגע דעסטינאציע איז איראן...

איראן האט שוין ארויסגעגעבן וויזא'ס פאר אלעמען? די קינדער האבן דאך ניטאמאל קיין פאספארטן?

בכלל וואס מען זאגט אז דער ציל פונעם אנטלויפן איז אויסצומיידן די קאנאדע'ר אויטאריטעטן, ווענקואווער איז דאך אויך אין קאנאדא? דאס איז אזוי ווי אנטלויפן פון אמעריקע קיין מאנסי...

בן תמליון » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:56 am

· #163608
דער באריכט זאגט זיי האבן ארויסגענומען האטעל שטובער אין אנטעריא און די פאליציי איז אויף זייערע קנעכלען, קיין איראן וועלן זיי עס שוין נישט מאכן. דער באריכט זאגט זיי זענען אנטלאפן נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן זיך געגרייט צוצונעמען די קינדער פון זיי נאך שאקירנדע באריכטן איבער אביוז.

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:39 am

· #163623
אין קאנאדע זענען די פראווינצען אסאך מער אנגעטיילט ווי די שטעט אין אמעריקא, און ווען מען גייט פין איין פראווינץ צו דער אנדערע נעמט אסאך צייט ביז דער נייע פראווינץ נעמט זיך צו זיינע ביינער.

איי וואס עפעס פונקט וואנקאווער? פארוואס נישט טאראנטא?

די תירוץ איז פשוט, ער דארף גיין וואס ווייטער פין אחב"י, אזוי ווייט אז אונז היימישער וועלען נישט קענען צוקומען נאנט און וויסען זיינע מעשים, אזוי וועט ער קענען אנגיין פאר נאך א לאנגע צייט.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:43 am

· #163625
איז דארט בכלל פאראן א אידישער ישוב? כשר'ע געשעפטן? אדער מען גייט אלעס אנהויבן בויען פון פריש ממסד ועד הטפחות? מוסדות, בתי מדרשות מיט מקוואות?

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:03 pm

· #163626
שמעקעדיג
דאס איז א וועג פון איבער 3,000 מייל....... (און מען דארף פארן דורך אמעריקע אינצווישן...)
לויט גוגל מעפס, איז דאס איבער 45 שעה, און מיט משפחות מיט פיצלעך וואס קענען נישט פארן לענגער ווי עטליכע שעה א טאג, וועט אזא אויסמאטערנדע נסיעה נעמען קרוב צו א וואך!


לכתך אחרי במדבר, בארץ לא זרועה.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:17 pm

· #163627
ס'מוז זיין עפעס אן אנדערער פסוק אויף אזא צודרייטן, מסוכנדיג'ן רשע. וועלכער איז א פאטענציעלער רוצח אויף מערערע נפשות. ס'קומט אויס אז די ציונים זענען יא גערעכט געוועין ווען זיי האבן איהם מיט א סאך יארן צוריק אריינגעטראסקעט אין תפיסה. דער איינציגער טעות איז אז מ'האט איהם ארויסגעלאזט. ער באלאנגט צוזאמען מיט מרדכי ואנונו. אין א תפיסה פאר משוגענע רוצחים. 😈 😠 😢 😈

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:35 pm

· #163629
כ'האב געזעהן א בריוו וואס ער האט געשריבן פון תפיסה נאכדעם וואס דער ברך משה ז"ל האט אים דארט באזוכט, ווי ער זאגט פאר א מופת אז דער ברך משה האט אים פארשפראכן אז ער גייט באפרייט ווערן. אין די בריוו בעט ער מ'זאל עס האלטן בסוד ווייל אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין. כ'האב אים געקענט פערזענליך, ער איז א כאריזמאטישער מייסטער מאניפולירער. זיין אנטי-ציונות פאזיציע (ער האט געשריבן א ספר אויף ויואל משה) איז א מעטאד פון בויען אלייענסעס מיט די סאטמאר'ע געמיינדע און זיין אבסעסיע מיט "קדושה" איז א געצייג פון קאנטראל. אבער ווען א איד האט ארויפגעשטורעמט אויפן באלעמער אין ק"י שול און אויסגעקלאפט אז העלבראנץ איז א רשע האט מען אים פארשוויגן אלס א היץ קאפ. העלבראנץ האט גענימען די כיטרע סאטמאר אויף א רייד! מיר זענען אלע געווען פארכאפט אין די היסטעריע און אים בלינדערהייט פארטיידיגט אין געריכט בגוף ובממון, ווי וועבערמאן. ער האט געריטן אונזער שוואכקייטן.

דענקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:37 pm

· #163630
וויאזוי איז אבסעסיע מיט קדושה א מיטל פון חנופה?

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:39 pm

· #163631
כ'האב עס געטוישט. חנופה האב איך זיך באצויגן צו זיין קנאות. אבער צניעות איז א קאנטראל אין פארם פון כשר'ע חזיר פיסלעך. ווער גייט זיך אויפשטעלן און זאגן אז צניעות האט אויך א גבול? קדושה און צניעות איז א היינטיגע מיטל וואס איז אימיון צו קריטיק, ווייל כל המחמיר תבא עליו ברכה.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:45 pm

· #163634
יואליש
לכתך אחרי במדבר, בארץ לא זרועה.

לאמיר האפן אז ער וועט זיי כאטשיג באגיסן מיט מן און זיכער מאכן אז שמלתך לא בלתה מעליך, ווייל אויב נישט, וואלט איך נישט געוואלט שטיין נעבן זיי ווען זיי גייען זיך אויסטון די קליידער נאך א גאנצע וואך ארומוואנדערן...

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:50 pm

· #163637
א קאלטבלוטיגער קולט פירער, ביי וועם מענטשן און קינדער זענען נישט מער פון לעגאס פאר זיין מלוכה, צוקראצט זיך ווייניג איבער קליידונג און לייז. ווי ווייטער מיר שטייען פון אים אלס מער וועט ער לאכן אונטער די וואנצן.

ווען ער זאל ווען דערקלערן אז ער וויל די מענטשן שמד'ן וואלטן די עסקנים שוין געטראפן א וועג אים צו אומשעדליך מאכן. איז ער אבער קליגער און שפילט די פרימע געים און ער גייט שוין אן פאר איבער צוואנציג יאר און אין יעדע רונדע טרעפט ער א צווייטע "סאקער" וואס זאל זיך אנעמען פאר אים. בדוק ברבני ד'מאנטריאל.

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:05 pm

· #163640
ס'קומט זיך קרעדיט פאר אזא גאונות אין ספין!

מצב הדור » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:25 pm

· #163644
דרמה בקנדה: חברי כת הלברנץ ניסו להימלט לאיראן
דרמה בקנדה: חברי כת הלברנץ ניסו להימלט לאיראן

חברי כת 'לב טהור' נלכדו בדרכם להימלט מהמדינה, לאחר שרשויות הרווחה בקנדה נחלצו להגן על הילדים המוכים

מרדף משטרתי אחרי אנשי כת 'לב טהור' בראשות מנהיגם שלמה הלברנץ - הסתיים במעצרם של חברי הכת בקנדה, במטרה למנוע את המשך ההתעללות החמורה בילדיהם.

מדובר בכ-40 משפחות המשתייכות לכת, ואשר ניסו שלשום (ג) להימלט מהמדינה, לאחר שהבינו כי רשויות הרווחה מתכוונות להתערב באופן גידול ילדיהן. ממשלת קנדה אישרה כי המשפחות ניסו להימלט לאיראן.

לצורך כך, שכרו אנשי הכת שלושה אוטובוסים בהם נסעו כ-200 נפש לאונטריו, שם שכרו חדרים בבית מלון. לדברי התקשורת המקומית, רק לחמישה מחברי הכת יש מעמד חוקי ודרכון קנדי, וכל השאר שוהים במקום ללא היתר.

מנהיג הכת שלמה הלברנץ עשוי להיות מואשם בחטיפת ילדים ובהתעללות בהם
📎 article1_ae82ef8d3bf241c6bc11ed36e09646c4.jpg

רפאל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:34 pm

· #163645
[ציטאט אראפגענומען]

זייער רוח היהדות איז גאר אנדערש פון די רוח היהדות פון די אנדערע קהלות. ס'איז (נישט) אינטערעסאנט אז די רעגירנג דארט האט נאר א פראבלעם מיט זייער חינוך און נישט מיט די אנדערע מוסדות.

דענקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:35 pm

· #163646
עס איז כדי א בליק צו טאן אין זייער סייט levtahor.ca/index.html
You can't make this sh*t up.

מצב הדור » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:03 pm

· #163647
דער אמת פארוואס קהילת לב טהור זיך געצויגן
מעשה וועד הצניעות
<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/suspected-jewish-child-abuse-cult-flees-quebec-homes/#comments">http://www.timesofisrael.com/suspected- ... /#comments</a>

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:09 pm

· #163649
רפאל
[ציטאט אראפגענומען]

זייער רוח היהדות איז גאר אנדערש פון די רוח היהדות פון די אנדערע קהלות. ס'איז (נישט) אינטערעסאנט אז די רעגירנג דארט האט נאר א פראבלעם מיט זייער חינוך און נישט מיט די אנדערע מוסדות.


ער איז דאך שיין מסביר פארוואס ער איז די ערשטע... כי אתם המעט מכל העמים.

אך המצב בלב טהור בשל היותה קהילה קטנה חמור הרבה יותר. מספר אנשים נקראו לבית המשפט בשל נושא החינוך, והעמידו בפניהם עובדה: או שתיכנעו לגזירות החינוך, או שניקח את ילדיכם.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:13 pm

· #163651
האלא? @קרני צבי איך בענק מיך נאך דיינע הערנער! זאג עפעס צאצי!

שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:22 pm

· #163653
די מיליאן דאלער שאלה דא.... פון ווי לעבט ער??? אזא נסיעה קאסט ממון ודמים

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:40 pm

· #163658
יואליש
כ'האב געזעהן א בריוו וואס ער האט געשריבן פון תפיסה נאכדעם וואס דער ברך משה ז"ל האט אים דארט באזוכט, ווי ער זאגט פאר א מופת אז דער ברך משה האט אים פארשפראכן אז ער גייט באפרייט ווערן. אין די בריוו בעט ער מ'זאל עס האלטן בסוד ווייל אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין. כ'האב אים געקענט פערזענליך, ער איז א כאריזמאטישער מייסטער מאניפולירער. זיין אנטי-ציונות פאזיציע (ער האט געשריבן א ספר אויף ויואל משה) איז א מעטאד פון בויען אלייענסעס מיט די סאטמאר'ע געמיינדע און זיין אבסעסיע מיט "קדושה" איז א געצייג פון קאנטראל. אבער ווען א איד האט ארויפגעשטורעמט אויפן באלעמער אין ק"י שול און אויסגעקלאפט אז העלבראנץ איז א רשע האט מען אים פארשוויגן אלס א היץ קאפ. העלבראנץ האט גענימען די כיטרע סאטמאר אויף א רייד! מיר זענען אלע געווען פארכאפט אין די היסטעריע און אים בלינדערהייט פארטיידיגט אין געריכט בגוף ובממון, ווי וועבערמאן. ער האט געריטן אונזער שוואכקייטן.

וועם האסטו געקענט פערזענליך? העלברראנץ?

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:57 pm

· #163659
יא.

ודי למבין » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:24 pm

· #163671
דענקער
עס איז כדי א בליק צו טאן אין זייער סייט levtahor.ca/index.html
You can't make this sh*t up.



דאס איז פיינע נייעס! נאר דער רבי האט דארט אינטערנעט, ס'מוז זיין ער ארבעט זייער שווער...

חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:59 pm

· #163680
לויט ווי כ'האב שוין א פאר וואכען צירוק געהערט, איז די זאך אז זיי פלאנען שוין לאנג צי מופען, אין ס'איז א סיקרעט ווי ..., ס'איז נישט קיין פלוצלינגע זאך,

איינער שרייבט ווי כאילו מען האט ארויפגעצווינגען די מענטשען אויף די באסעס אין מיטען די נאכט,
גיוו מי א ברעיק, לב טהור איז וואס זיי זענען, אין זענען ווערד זייער געלט, אן דעם וואס מען זאל דארפען קומען פארקויפען נארישקייטען,

וואס עפעס צווינגען, אז דער הייליגער זאגט פאלגען זיי דאך, ווען מען דארף זיי ווען צווינגען שטייען זיי נאך גוט, זייער פראבלעם איז אז מען דארף זיי נעבעך נישט צווינגען,

ווייטער די איראנער מעשה גלייב איך נישט, חוץ טאמער ס'וועט אפירקומען קראנטע אינפארמאציע, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס, ס'קוקט אויס ווי עפעס א לץ האטעס אויסגעחלומט,

ס'באדערט מיר אביסעל ווען מען באשמוצט זיי מיט שקרים, ווייל נאכדעם ווען זיי ווייזען אויף אז ס'שקר, געבט עס זיי די געלעגענהייט צי זאגען אז אלעס וואס מען זאגט אויף זיי איז שקר..., אין דאס טויג נישט, מען ברויך צי וויסען דעם אמת לויט וויזוי ס'איז, אין ס'איז גענוג ביטער אזוי אויך ליידער,

פרישער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 6:42 pm

· #163708
איך בין זיכער אז דער איראנער רבי אכככככמעדעניזאן וועט זיי אפווארטן, און פאלען ארעמעס.

עס וועט נאך ברעינגען א געוואלטיגער קידוש שם שמים, עס וועט זיין נאך א פעידר אויף העל בראנד'ס היט

בן מלך » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 6:51 pm

· #163711
berlbalaguleh
ס'מוז זיין עפעס אן אנדערער פסוק אויף אזא צודרייטן, מסוכנדיג'ן רשע. וועלכער איז א פאטענציעלער רוצח אויף מערערע נפשות. ס'קומט אויס אז די ציונים זענען יא גערעכט געוועין ווען זיי האבן איהם מיט א סאך יארן צוריק אריינגעטראסקעט אין תפיסה. דער איינציגער טעות איז אז מ'האט איהם ארויסגעלאזט. ער באלאנגט צוזאמען מיט מרדכי ואנונו. אין א תפיסה פאר משוגענע רוצחים. 😈 😠 😢 😈

זה טעות שהציונים הכניסו אותו לתפיסה, הלוואי וזה היה אמת, הוא סיפר סיפורים שהציונים רוצים להכניס אותו לתפיסה ורוצים להרוג אותו כי הוא קנאי נגד המדינה (מעניין למה קנאים אחרים הם עוד לא הרגו עד היום) ולכן הוא ברח מא"י ועל חשבון זה הוא אסף מיליונים
אבל האמת שהוא ברח מא"י כי הוא גנב הרבה כסף מאנשים, הוא סיפר סיפורים שהוא רוצה לבנות דירות וכו' והוא קיבל כסף על החשבון והוא ברח עם כל הכסף.
השגתי דאקאמענט איך הרבה זמן אחרי שהוא כבר היה בארה"ב ואסף מליונים עם השקר הנ"ל, הוא שולח מכתב לציונים שהוא לא קרימינאל ולכן שישלחו לו דאקאמנטים מסוימים שהוא צריך.
📎 השקר נתגלה.pdf

קרני צבי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:48 am

· #163789
השגת דאקומענט לסתור דבריך!
בן מלך, דיינע ווערטער זענען תרתי דסתרי, דו זאגסט אז ס'איז נישט אמת אז די ציונים האבן פיינט הרב העלבראנץ ווייל ער איז א קנאי, נאר ווייל ער האט געגאנבעט געלט פון מענשטן, און ער דארף זיצן אין חד גדיא, און דערציט. ער איז פשוט אנטלאפן אלץ א קרימינאל. שפעטער זאגסטו אז הרב העלבראנץ האט גחתמ'ט א דאקומענט מיט זיין איידי צו די פאליציי אין ארץ ישראל זיי זאלן אים ביטע שיקן די דאקומענטן פון זייער מדינה אז ער "נישט" קיין קרימינאל, און זיי האבן אים טאקע געשיקט די דאקומענט! (דאס ליגט ערגעץ אויפן אינטרנעט). טא פארוואס האבן אים די ציונים אזוי ליב אזש ביז צו מאכן פאלשע דאקומענטן לכבוד אים, און טאמער האבן זיי אים אזוי ליב טא וואזשע איז ער אנטלאפן. זעהסט דאך אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדטס.

קרני צבי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:22 am

· #163791
רפאל
[ציטאט אראפגענומען]

זייער רוח היהדות איז גאר אנדערש פון די רוח היהדות פון די אנדערע קהלות. ס'איז (נישט) אינטערעסאנט אז די רעגירנג דארט האט נאר א פראבלעם מיט זייער חינוך און נישט מיט די אנדערע מוסדות.


מאן דלא ידע בין ימינו לשמאלו אומר כן,
והרי לך ראשון ראשון ואחרון אחרון:
תורת משה ד'סאטמאר

www.cjnews.com/node/85725

ווער ס'וויל נישט זיין חוזק, זאל ביטע ליינען און איבער ליינען די לעצטע ווערטער פון ווערצבערגער ביים ענדע פון יענע ארטיקל:

“There is nowhere in the world, to my knowledge, where there are such stringent requirements [on education] as in Quebec,” he said.

The Satmar community has already closed its high school in Montreal. Most of those leaving Toras Moshe continue studying later in New York or Israel, he said.

New York state, he said, recognizes talmudic studies as credit for higher education. His own sons have careers in speech therapy and computer programming, for example....

“There are certain winds blowing in this province that are anti-religious. I won’t say anti-Jewish or anti-Semitic, [because] everyone is in the same boat…This is a very uncertain and unhappy time.”

- See more at: <a class="postlink" href="http://www.cjnews.com/node/85725#sthash.OI7GpuU4.dpuf">http://www.cjnews.com/node/85725#sthash.OI7GpuU4.dpuf</a>

זעסט דו דאך, אז סך הכל לב טהור, האט ארויס פון די שיף באצייטנס, סאטמאר האט נאך נישט געפייערט קיין נצחון (הלוואי זאל בוכ"ע העלפן אז יא) אבער זיי האבן נאך אלץ גענוג כח צו מאכן א קארט קעיס וואס קאסט מיליאנען צו געווינען צייט, נו, לב טהור האט דאס נישט.

בעלז און סקווער האבן געהקטע צרות, מיט אלא פשרות און פארהנדלונגען

און נישט אידן, האבן אויך צרות, זעה

en.wikipedia.org/wiki/Mennonite
וזה לשונו שם
Controversy in Quebec[edit]
Quebec does not allow these parochial schools, in the sense of allowing them to have an independent curriculum. As of 2007, the Quebec government imposed a standard curriculum on all schools (public and private). While private schools may add optional material to the compulsory curriculum, they may not replace it. The Quebec curriculum is unacceptable to the parents of the only Mennonite school in the province.[31] They said they would leave Quebec after the Education Ministry threatened legal actions. The Province threatened to invoke Youth Protection services if the Mennonite children were not registered with the Education Ministry; they either had to be home-schooled using the government approved material, or attend a "sanctioned" school. The local population and its mayor supported[32] the local Mennonites. The Evangelical Fellowship of Canada wrote that year to the Quebec government to express its concerns[33] about this situation. The case has been followed by groups defending religious freedom, and the Becket Fund placed Quebec on its weekly report of governments that threatened religious traditions.[34] By September 2007, some Mennonite families had already left Quebec.[35]

עד כאן לשונו, עיין שם כל המקורות אם תרצה.

ווידער די קאטאליקן, וואס זענען די שטארקסטע כח אין קוויבעק, די עקסטרעמע האבן אויך צרות, זעה לעצטע נייעס:

A Quebec Court of Appeal decision last December, overturning Loyola’s original win in the Quebec Superior Court, held that the Ministry of Education could require that the province’s Ethics and Religious Culture (ERC) program be taught from a secular point of view and this does not infringe on the right of parents to raise their children as Catholics. The infringement on Loyola’s right to be a Catholic school was trivial, according to the court.
ווילסטו מיך זאגן, אז מילא די עקסרימע קאטאליקן (מ'קען מיינען וואס מיינט עקסטרים, זיי פשוט לערנען נישט אויס עוואלאושן און ססמ וכדו', גארנישט מער פון דעם) גייען זיי רודפ'ן, אבער די אידן שאני, ווייל...

נאך א מעשה פון א פשוטע גוי וואס האט פשוט נישט געשיקט זיינע קינדער אין סקול

[url=http://www.familyaid.org/html/0134.html]www.familyaid.org/html/0134.html

במילא, לעניות דעתי האבן קהילת לב טהור געמאכט די ריכטיגע שריט, די גאנצע נסיעה פון קוויבק צו מאנטריאל, איז טאקע קאסטבאר, אבער ס'איז נישט קיין מעשר פון פייטן די גאווערמענט אין קאורט גבוה מעל גבוה. ביזנעס גערעדט, ס'איז ביליגער. אידיש גערעדט, אשריכם שנתפסתם על דברי תורה.
Source: CJN

קרני צבי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:25 am

· #163792
תיקון טעות
ביי די לעצטע שורה: די גאנצע נסיעה פון קוויבעק צו "אנטעריא". (מאנטריאל איז דאך די הויפט שטאט פון קוויבעק אליינס). ואתכם הסליחה.

קרני צבי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:35 am

· #163793
הוספה לכל הנ"ל
ס'איז נישט קיין סוד, אז איך פרייוואט גלייבט נישט אלעס וואס מ'זאגט אויף לב טהור, איך האב מיר איבערגעצייגט במו עיני אז אלעס איז שקר וכזב.

אבער דאס איז איינמאל זיכער, אז די פראבלעם פון קוויבעק איז נישט ווייל זיי זענען "משנה מדרכי אבות" אדער זיי לערנען מער חומש מער פון גמרא אדער פארוואס זיי פאלגן הרב העלבראנץ און נישט הרב פאפערמאן, זייער פארבלעם איז די גזירה וואס איז אויף אלע רעליגיעס. פונקט ווי א איד קען נישט נעמען א שטעלע אנטקעגן "לאיאלא" אדער "מענאנייטס" טראץ דעם אז זיי זענען עובדי עבודה זרה ווייל ס'איז דאך פשוט אז ס'קען און ס'וועט חלילה היל"ת (שוין געווען אבער ליידער!) גענוצט ווערן אנטקעגן אידן. די זעלבע זאך, די איצטיגע מעשה, קען זיין ווי א סימן לבאות חלילה. עליכם מאנטריאלע אידן נפלה חובת היום.

יעצט באזינגט מיך... אבער ביטע, מה תועלת בזה? רעדט צו די זאך וועט דאס זיין אסאך מער נוצבאר!

שושן פורים » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 9:10 am

· #163808
קרני צבי
ביי די לעצטע שורה: די גאנצע נסיעה פון קוויבעק צו "אנטעריא". (מאנטריאל איז דאך די הויפט שטאט פון קוויבעק אליינס). ואתכם הסליחה.

אנטשולדיג מיר אבער די הויפט שטאט פון קוויבעק איז קוויבעק סיטי

דבר האמת » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:47 am

· #163839
בן 15 נישא לבת 40, וכולם "בית של גויים" • העדויות
העדויות הקשות אודות המתחולל בכת לב טהור יגיעו בשבוע הבא לדיון בועדה לזכויות הילד בכנסת. מכתב שיוצג בפני חברי הוועדה, טוען לאורח חיים הזוי וקיצוני בכת. את המכתב כתבו הורים המגדלים ילדים שהוצאו מחזקת הוריהם בקהילה: "הילדה הגדולה הגיעה בנעליים לוחצות ופטריות מחרידות באצבעות"

י"ח בכסלו תשעד 17:50 21.11.13
בעקבות תלונות בדבר התעללות בקטינים בכת 'לב טהור', הציע ח"כ יריב לוין לקיים דיון בעניין בוועדה לזכויות הילד בכנסת. הוועדה, בראשות ח"כ אורלי לוי-אבקסיס (הליכוד ביתנו) תכנס כבר ביום שלישי הקרוב (כ"ג כסלו) ישיבה מיוחדת, בה ישתתפו נציגי המשרד לביטחון פנים, משרדי החוץ, המשפטים והרווחה, ארגון לב לאחים, האינטרפול, המועצה הלאומית לשלום הילד, עדים מנפגעי הכת ומוזמנים נוספים.
על שולחן הוועדה הצטברו עדויות ומסמכים מזעזעים המתארים התעללות מתמשכת שעוברים גברים, נשים וילדים בכת. מנהיג הכת ששכנה עד השבוע בקוויבק שבקנדה הוא שלמה הלברנץ, או בשמו קודם שחזר בתשובה - ארז אלברנס. האיש נמצא בשנות ה-50 לחייו וכבר בעברו, כאזרח ישראלי, נקשר שמו בפרשיות חמורות אשר טופלו ע"י משטרת ישראל, ה-FBI ובתי המשפט בישראל ובארה"ב. באמצעים מעוררי חלחלה, שולט האיש בחברי הכת, המונה כ-140 ילדים ו-100 מבוגרים, רובם ישראלים.
העדויות המצמררות כוללות בתוכן הכאת ילדים ע"י מוטות ברזל, גירושין ונישואים בכפיה מגיל 14 ועד פערי-גילאים, ביניהם נישואין בין ילד בן 15 לאישה בת 40 ולהפך, השגת ציות ע"י כאב מתמיד כגון: נעילת נעליים קטנות ממידת הרגל, נידויי והחרמות למשך זמן ארוך בו האדם מבודד לגמרי, שלילת מזון, קנסות כספיים, וכליאה במרתף למשך 20 יום ויותר, החלפת הילדים בין המשפחות נגד רצונן של ההורים לטווחי זמן ארוכים של כשנתיים ויותר החל מגיל חצי שנה ומעלה, כפייה של נטילת כדורים פסיכיאטריים ללא אבחון פסיכיאטרי וניתוק מוחלט מהמשפחה בישראל.
ילדיהם של שניים מחברי הכת, אשר נמצאים כעת בתהליכי גירושין, הוצאו מחזקתם על ידי רשויות הרווחה המקומיות. עד שיחל המשפט בעניינם, הם הועברו לרשותם של משפחת מ'. האב, אליעזר, יועץ חינוכי שהיגר לפני כ-5 שנים לקנדה עם משפחתו, ורעייתו, ויטא, מתארים במכתב קשה את מצבם המחריד של הילדים כשהובאו אליהם.
"הילדה הגדולה הגיעה בנעליים לוחצות ופטריות מחרידות באצבעות רגליה, כולם היו לבושים בלויי סחבות, כתמים שלא יורדים, בגדים עם עובש וריח של טחב מהבגדים שעליהם ומשקיות הבגדים. הילד בן השנתיים וחצי לבש מכנסיים במידה 6x והוא החזיק אותם בשתי ידיו שלא יפלו. כשרחצתי אותם הם טענו שלא צריך להתרחץ - רק בערב שבת. והגדולה אמרה שאסור להשתמש בסבון עם ריח".
מהמכתב, עולה תמונה של שיטת החינוך בכת, בעקבותיה מספר הכותב כי "אתמול אמר לי בן החמש שהבית הזה הוא בית של גויים. שאלתי מדוע הוא אמר כך, והוא אמר שרק ברימינוב (שם הקהילה בה התיישבה הכת) כולם יהודים, כל השאר גויים. כמו כן, על כל האוכל הם אומרים "זה טרף", "זה טמא", אפילו על פירות וירקות. הגדולה בת ה-7.5 שאלה אותי היכן הספרים שאביה קנה להם בביקור הראשון, היא רוצה לשרוף אותם. שאלתי אותה מדוע, והיא ענתה כי יש בהם תמונות של ילדים וזה אסור. הילדים ביקשו לכבות את המוזיקה כי ברימינוב משמיעים מוזיקה רק בחתונה".
מטבע הדברים, ההתנהלות היומיומית של הילדים לא נימוסית במיוחד ואת האוכל הם אוכלים בידיים, זורקים את עטיפות המזון על הרצפה וכשהתבקשו לאכול בכפות, הם לא ידעו כיצד לעשות זאת.
במכתב מוזכר כי עד לפני 12 שנה הגיעו הבנות ללמוד בבית הספר של חסידות סאטמר במונטריאול. אולם בשלב מסוים, הן הפסיקו לבוא, כאשר בכת לא קיימים מוסדות חינוך לבנות כלל. כשהייתה אחת הבנות בת 14, היא התחתנה במונטריאול וחברותיה השתתפו בחתונה. הנשים והבנות בקהילה לבושות כמוסלמיות ואפילו התינוקת בת השנתיים. הביגוד עצמו כולל כמה שכבות, כולן מבד עבה ורחב מאוד עם הרבה קפלים. בני הזוג מתארים כי שקלו את בגדיה של בת ה-7 וחצי, והם שוקלים 2.5 ק"ג!
"ביום פסיקת הדין, יצאנו לקנות להם בגדים ונעליים. בחנות הנעליים אמר לנו המוכר כי פעמיים בשנה נכנסים אליו אנשים מ'לב טהור' ומבקשים תכין לנו מספר מסוים של זוגות. לשאלתו אילו מידות, הם ענו שלא משנה המידות כי לילדים לא צריך להיות נוח".
רמזים להתעללות אלימה בילדים עלו מפעם לפעם, והסיטואציות הבאות ימחישו זאת יותר מכל: "בני בן ה-18 הציע לבן החמש להצטרף אליו לבית הכנסת. הוא החל לרעוד ולבכות מפחד. כשהבטחנו שלא יעשו לו כלום והוא יקבל ממתק, הסכים ללכת. אבל הרגישו את הלחץ שלו בכל רגע. כשהייתה ברקע מוזיקה וקראתי לבן ה-5, הוא לא שמע. ניגשתי וליטפתי את גבו, הוא קפץ ועשה תנועת התגוננות עם ידו - מסטירה על הלחי. כמו כן, בימים הראשונים, בכל פעם שבעלי עמד על ידו, הוא הסתכל עליו בפחד, צעד אחורנית עם שתי ידיו מגינות על פניו".

צפו בעדויות הקשות:
כת לב טהור 3.jpg כת לב טהור 2.jpg כת לב טהור 1.jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:57 am

· #163841
דער מאמע בעילה איז צוריק! זעהט אויס אין די טראק סטאפ איז דא א קאנעקשאן.

קרני צבי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:30 pm

· #163850
כנסת המינים קענען "גארנישט" טוהן, בלויז בילן ווי הונטן!
כי שמחתני ה' בפעליך

די וועדה אין כנסת המינים, גייען דן זיין, אויף אידן וואס זיי האבן אויף זיי נישט קיין שליטה, אלע קינדער וואס האבן איזריאלישע בירגער שאפט אונטער 18 אין קהילת לב טהור, קען מען ציילן אין ווייניגער פון איין האנט!!!

רוב פון די קהילה האבן שוין נישט געווען אין די מדינה מער פון 20 יאר.

קאנאדא האט שוין אנעקרענט די רעפיודזשי סטאטוס פון הרב העלבראנץ.

יעצט די כנסת המינים בילן, זאלן זיי בילן ווי א הונט, און מר. מאשקאוויטש זאלן זיי געבן א ביינדל...

יעדער נארמאלער מענטש פלאצט פון געלעכטער "רמזים להתעללות אלימה", סודות ורמזים זענען וויצן, האסטו ראיות טא רוף די פאליציי, האסט נישט האק נישט אין טשייניק, גיי צום ועדה לזכויות האזרח...

ווי אזוי האט נאר דער ר' סענדער ז"ל געזאגט, דער הונט בילט און דער באן פארט ווייטער...

בן תמליון » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:42 pm

· #163855
יא דער באן פארט . יו אר אן דע ראן. דאס שטריק ארום דעם האלז פון דעם ממזר אלברנס ציט זיך צוזאם. קרני צבי קענסט בילן ביז עטץ לויפטס ווייטער אבער נישט פאר צו לאנג.

איציק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:52 pm

· #163857
קרני צבי
1. כי שמחתני ה' בפעליך

2. די וועדה אין כנסת המינים, גייען דן זיין, אויף אידן וואס זיי האבן אויף זיי נישט קיין שליטה, אלע קינדער וואס האבן איזריאלישע בירגער שאפט אונטער 18 אין קהילת לב טהור, קען מען ציילן אין ווייניגער פון איין האנט!!

3. יעדער נארמאלער מענטש פלאצט פון געלעכטער "רמזים להתעללות אלימה", סודות ורמזים זענען וויצן, האסטו ראיות טא רוף די פאליציי, האסט נישט האק נישט אין טשייניק, גיי צום ועדה לזכויות האזרח...

4. ווי אזוי האט נאר דער ר' סענדער ז"ל געזאגט, דער הונט בילט און דער באן פארט ווייטער...


1. שיינע פסוק, אבער מה ענין שמיטה אצל....?
2. ס'קען זיין אז די כנסת המינים האט נישט קיין יורוסדיקציע, אבער דאס איז נישט טייטש אז די אויבענדערמאנטע בריוו (וואס דבר אמת האט דא אראפגעברענגט) איז נישט וואר.
3. אפשר בין איך נישט קיין נארמאלער מענטש, אבער לויט וואס איך האב בייגעוואוינט ווען איך בין געווען ביי אים פרייטאג צו נאכטס ביי א טיש (איידער די פרשה פון ישי פימא), און לויט וואס איך האב זיך אנגעהערט אויף אים פון כשר'ע עדות אין אמעריקע און אין ארץ ישראל זינט דאן עד היום, איז די פרשה מיט לב טהור א קנאפע געלעכטער.
פלאצן? אויסדרוקליך יא! אבער נישט פון געלעכטער.
4. ר' סענדער איז געווען א פראקטישער, קלוגער און פראגמאטישער איד. ער וואלט ווארשיינליך נישט גענוצט דעם אויסדרוק אין דיזע פאל.

איציק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:58 pm

· #163861
קרני צבי
ס'איז נישט קיין סוד, אז איך פרייוואט גלייבט נישט אלעס וואס מ'זאגט אויף לב טהור, איך האב מיר איבערגעצייגט במו עיני אז אלעס איז שקר וכזב.

דו גלייבט נישט אלעס וואס מ'זאגט? אדער נישט אלעס גלייבסטו?
"אלעס" איז שקר וכזב?
דו האסט ווארשיינליך נישט "אלעס" געהערט.

קרני צבי » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:38 pm

· #163878
איציק
קרני צבי
ס'איז נישט קיין סוד, אז איך פרייוואט גלייבט נישט אלעס וואס מ'זאגט אויף לב טהור, איך האב מיר איבערגעצייגט במו עיני אז אלעס איז שקר וכזב.

דו גלייבט נישט אלעס וואס מ'זאגט? אדער נישט אלעס גלייבסטו?
"אלעס" איז שקר וכזב?
דו האסט ווארשיינליך נישט "אלעס" געהערט.


ווען דו קויפט א באקס עפעלעך, און דו זעהסט איינס נאכן אנדערן זענען פארפוילט, ווען דו קומסט אן צו צעהן, גייסטו נישט מער פארשמירן דיין הענט מיט נאך ניינציג פארפוילטע עפעלעך, און דו גייסט לייגן די גאנצע קאסע אין די מיסט.

אזוי איז אויך די הלכה, אז טאמער זעהט מען א בעל דין שמחזר אחר עדות שקר, איז ער מער נישט נאמן אפילו בשבועה.

ניין, איך האב נישט "אלעס" געהערט, ווייל ס'איז דא מענשטן וואס קענען רעדן לענגער פונעם גלות, פריש געבאקן. איך בין נאר א בשר ודם, איך האב עפעס צו טהון אויך. איך האב געהערט די והותר והותר, וואס איך האב געהערט שלעכט האב איך געזעהן אז ס'איז שקר וכזב. אסאך זאכן האט צו טוהן מיט חילוקי דיעות והשקפה וואס צו בין איך מסכים צו נישט, איז נישט נפקא מינה. יעצט גיי איך הערן נאך... וועל איך באלד טרעפן א אלטן קראצמאכער וואס גייט מיך זאגן אז די אידן - לב טהור אויך - שעכטן קריסטליכע קינדער פאר די מצות...

ציוני » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:16 pm

· #163893
קרני צבי
כי שמחתני ה' בפעליך

די וועדה אין כנסת המינים, גייען דן זיין, אויף אידן וואס זיי האבן אויף זיי נישט קיין שליטה, אלע קינדער וואס האבן איזריאלישע בירגער שאפט אונטער 18 אין קהילת לב טהור, קען מען ציילן אין ווייניגער פון איין האנט!!!

רוב פון די קהילה האבן שוין נישט געווען אין די מדינה מער פון 20 יאר.

קאנאדא האט שוין אנעקרענט די רעפיודזשי סטאטוס פון הרב העלבראנץ.

יעצט די כנסת המינים בילן, זאלן זיי בילן ווי א הונט, און מר. מאשקאוויטש זאלן זיי געבן א ביינדל...

יעדער נארמאלער מענטש פלאצט פון געלעכטער "רמזים להתעללות אלימה", סודות ורמזים זענען וויצן, האסטו ראיות טא רוף די פאליציי, האסט נישט האק נישט אין טשייניק, גיי צום ועדה לזכויות האזרח...

ווי אזוי האט נאר דער ר' סענדער ז"ל געזאגט, דער הונט בילט און דער באן פארט ווייטער...



זאג מיר דו אומפארשמעטער דריי קאפ
טענו בחיטים והודו לזכר קדשו האסטו אמאל געהערט?????
פארוואס ווען מ'רעדט פון דעם ימ"ש אלברנץ שר"י, וועסטו אלעמאל פארדרייען דעם שמועס
אמאל שרייבסטו פון הרב עובדיה (וואס איך ווייס נאך נישט וואס ער האט דיר שלעכטס געטוהן), אמאל פון הרב כדורי,
און בכלל זוכסטו אלעמאל צו פארדרייען דעם שמועס,

יעצט ביזטו געגאנגען גאר ווייט

לאמיר דיר זעהן גרויסער חכם און אלץ'ווייסער, שרייב ביטע א תגובה אויף די בריוו'ן, ענפטער אפ וואס מ'ברענגט שווארץ אויף ווייס, פון די אומדערטרעגליכע אינקעוויצישי'שע רשעות און נאצי'שע רציחות, אויף דעם סאדיסטישע ציוני/קאמיניסטישע שיטה וואס גייט פאר אין דעם בית משוגעים "קרית רימאנוב" (וואס אגב ווייס איך נישט וואס דער שגץ (סליחה אויב ס'דיר אליין, וואס דו) וויל פון דעם הייליגן רימאנוב'ער צדיק זיע"א)

איז ביטע פארפאר נישט און הייב נישט אן צו שרייבן פסוקים פון תהלים, כי שמחתנו, וכו', ווייל איך קען אויך שרייבן פסוקים, איז ביטע אדער ענטפער אדער זיי מודה (זה לא יקרה במילא, עדיף למות מאשר להודות, אז שימות השגץ ההוא), אדער שווייג לפחות,
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12