☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

589 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4911
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

(1 נייע הודעה) » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:34 pm

· #190397
עסקן בדברים

The question of what degree of abuse morally justifies taking children away from parents is a very difficult one to answer. One thing (albeit not directly related) he is clearly wrong about is what he says at the end that Helbrans was under no moral obligation to make Shai Fima return to his secular parents because dina demalchusa dina doesn't apply to when it goes aginst the torah. Imagine if someone would brainwash his 13-year-old to join an extreme religous group and then help him not return to his parents, would he say then that maybe it is morally justified? The fact that the whole charedi community supported Helbrans at that time is a terrible shame


אמת די בושה דארף זיין גרויס אין מענטשן ווילן עס נישט פארשטיין. דעמאלט זענען שי'ס עלטערן געווען די "פרעמדע" יודן אנדערש ווי אינז. פארשטייט זיך אז זיי זענען געווען די טשיילד עביוזערס אין רב הלברנץ נישט מער ווי א וויקטים. יעצט ווען ער האט גענומן פין היימיש קאשוי אין שארמאש זענען זיי שוין די וויקטים אין הלברנץ דער עביוזר. אלעס דרייט זיך ארים אינז. אינז זענען אייביג גיט. עס קען גארנישט זיין אז נישט. אביסעלע ארויף אדער אראפ איז שוין נישט גיט. עס וואלט נישט געווען אזא עולה ווען נישט מען ניצט עס אלס א אויסרייד אויף צי פייניגן אנדערע. און ווען נישט מען פארקוקט די אייגענע פראבלעמן.

מאן דאמר » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:56 pm

· #190401
(1 נייע הודעה) טוה מיר א טובה און מאך נישט העלבראנס א רחמנות, אונז ווייסן פונקטליך וואס דארט גייט פאר

(1 נייע הודעה) » מיטוואך מערץ 12, 2014 11:14 pm

· #190403
OK אין די טוה מיר א טובה אין מאך נישט דיין חסידות נישט א רחמנות אינז ווייסן פינקטליך וואס דארט גייט פאר.

דער שכן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:37 am

· #190422
(1 נייע הודעה)
OK אין די טוה מיר א טובה אין מאך נישט דיין חסידות נישט א רחמנות אינז ווייסן פינקטליך וואס דארט גייט פאר.


עס וועט דיר גארנישט העלפן. דער אמת קומט ארויס מער און מער. קענסט שרייען "חי וקים".

טיטאניק » פרייטאג מערץ 14, 2014 9:32 am

· #190687
נו ווי וויילט דער רבי אויף שבת?

עפל סיידער » פרייטאג מערץ 14, 2014 9:44 am

· #190688
יעצט געהערט ערשט-האנטיג פון א משפחה וואס האלט אויף איינע פון די פליטי לב טהור, עס איז א שרעק זייער צושטאנד.

elter-zeide » פרייטאג מערץ 14, 2014 2:00 pm

· #190733
א יוד פין מאנטריאל האט מיר יעצט דערציילט אויף דע פאהן, אז דע רעגירונג זיכט היימישע שטיבער וואס ווילן אריינעמען קינדער פין "לב טהור", אין זיי טרעפן געניג וואס נעמען אריין, ווייל דע מאנטריאלער יודען ווייסען דעם אמת, אין האבען רחמנות אויף דע קינדער.

כנישתא חדא » זונטאג מערץ 16, 2014 3:39 am

· #190803
אלעזר מאשקאוויטש פארציילט די מעשה פין נתן העלבראנץ, ביי א טיי אווענט אין מאנטריאל,

כנישתא חדא » זונטאג מערץ 16, 2014 3:40 am

· #190804
ס'איז לכאורה קלאר אז שלמה העלבראנץ איז א גרעסערע רשע ווי היטלער, ער האט נאר נישט אזוי פיהל power

דער באשעפער זאל העלפען אז ער זאל האבען א סוף אזוי ווי המן, אמן

טיטאניק » זונטאג מערץ 16, 2014 8:48 am

· #190811
ארור המן ארור ארז
וגם רבי אלעזר מאשקאוויטש זכור לטוב

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 16, 2014 11:56 am

· #190824
פאר סאם ריזען דערמאנט מיר די דרשה ביים טיי אווענט, פון די דרשות וואס יהדות ניו יארק האט געהערט אין די אנפאנג תש"נ יארן, די נושא דאן איז געווען די פאטער פון נתן...

דער שכן » זונטאג מערץ 16, 2014 12:02 pm

· #190828
כנישתא חדא
אלעזר מאשקאוויטש פארציילט די מעשה פין נתן העלבראנץ, ביי א טיי אווענט אין מאנטריאל,



יישר כחכם. ס׳פאסט צו שרייבן ״ר׳״ מקודם די אנגעגעבענע נעמען.

מיר דארפן נאך אזעלעכע קליפים. דאס איז א געוואלדיגע באווייז וואס עס טוט זיך דארט אפ נעבעך. ס׳געפעלט מיר וויאזוי זיי באנוצן זיך מיט זייערס א ״בית-דין״.., און אויך מיט מאפיא. זעהט אויס אז דער ר׳ נתן האט געוואוסט אז זיי זענען דאס אומשטאנד צו טוהן. א באנדע רוצחים בלבוש דאכענכס. רשעות איז נישט דאס ווארט. ״רשעות״איז נאך צי שיין געזאגט.

א כשר׳ן פסח!

(1 נייע הודעה) » זונטאג מערץ 16, 2014 10:56 pm

· #190864
משפחה מחלוקתער איז דא כמעט אין יעדע משפחה. א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט.

דער שכן » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:03 am

· #190872
(1 נייע הודעה)
משפחה מחלוקתער איז דא כמעט אין יעדע משפחה. א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט.


א טיפש איז דער וואס לאזט זיך פארפירן פון דיר. א רשע איז ארז-הלברנץ וכת דילי׳.

(1 נייע הודעה) » מאנטאג מערץ 17, 2014 9:35 am

· #190885
אויסברעכן די עסן פין מאגן איז בכלל נישט קיין געשמאקע מעשה אבער ברעכן פין ליידיגן מאגן איז יסורים. אז מברעכט שוין יא זאל כאטש זיין וואס צו ברעכן. מאנכע שרייבן תגובות אנגעפילט מיט שנאת חנם אין ראסיזם אז סקימט צים ברעכן אבער זיי שרייבן כאטש עפעס. אמאל ווארפט עס א פרישע ליכט צים ענין אמאל איז עס א שטארקע טענה. אין איין ווארט: עס האט די כח צי משנה זיין דאס וואס שוין געווען באוויסט ביז יעצט. ווידער זענען דא וואס שרייבן שנאת חנם לשמה נישטא וואס צי ליינן נישטא וואס צי טראכטן נישטא וואס צי ענטפערן די בעסטע איז מען פארשטאפט די נאז אין מגייט ווייטער ווייל אויב מען טרעט אריין דערינן קען מען אנפילן נאך 12 בלעטער אין איין טאג אין גארנישט זאל נישט נתחדש ווערן.

Ben-Shishim » מאנטאג מערץ 17, 2014 10:04 am

· #190888
(1 נייע הודעה)
משפחה מחלוקתער איז דא כמעט אין יעדע משפחה. א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט.


הער אויף מיט דיינע נערישע בויך סבארה'ס
נתן איז א ערוואקסנער מענטש, ער האט א רעכט צי גיין ווי ער וויל אין וואינען ווי ער וויל ווען ער וויל
קיינער "נאכאמאהל קיינער" האט נישט קיין רעכט אין דעם אריין צירעדען
איינמאל ער האט חתונה געהאט קען ער מיט זיין ווייב באשליסען ווי ער וויל גיין

בכלל , דע אלע טאטעס וואס מישען זיך אריין אין דע חתונה געהאטע קינדער'ס לעבען, זייען אן חורבנות.

(1 נייע הודעה) » מאנטאג מערץ 17, 2014 10:33 am

· #190891
Ben-Shishim

הער אויף מיט דיינע נערישע בויך סבארה'ס
נתן איז א ערוואקסנער מענטש, ער האט א רעכט צי גיין ווי ער וויל אין וואינען ווי ער וויל ווען ער וויל
קיינער "נאכאמאהל קיינער" האט נישט קיין רעכט אין דעם אריין צירעדען
איינמאל ער האט חתונה געהאט קען ער מיט זיין ווייב באשליסען ווי ער וויל גיין


גערעכט. אבער זיין ווייב קען אויך באשליסן צי זי וויל גיין מיט אים אדער דאס שוין נישט? אפשר איז נתן עביוזיוו אין זי וויל נישט זיין מיט אים? מאן יימר אז מאסקאוויטש מעשיות איז בכלל אמת? האסט שוין בכלל געליינט זייער צד? אויף זייער וועבסייט שטעלט זיך ארויס א גאנץ אנדערע בילד אויף די מעשה. איך קען נישט וויסן ווער זאגט אמת. דאס איז איממעגליך צי מחליט זיין בלויז אויף בייאסדיגע השערות. אפשר נאכן קאורט ווען מוועט אדארכליינן אלע פאפירן וועט מען קענן רעדן. דאס איז אבער זיכער אמת "א טיפש איז דער וואס נעמט א צד ווען ער האט נאר געהערט איין צד. א רשע איז דער וואס טיט מעשים אקעגן די אנדער צד ווען ער האט זיי נאך אפילו נישט אויסגעהערט".

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג מערץ 17, 2014 2:30 pm

· #190928
Lev Tahor Children Say They Don’t Want To Return To Canada
<a class="postlink" href="http://www.totpi.com/2014/03/17/lev-tahor-children-say-they-dont-want-to-return-to-canada/">http://www.totpi.com/2014/03/17/lev-tah ... to-canada/</a>

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 17, 2014 6:37 pm

· #190969
נתן איז א ליגנער, דער אנדערער יונגערמאן האט בי. פי. די. (זייער א זעלטענע מחלה) ישי איז א ליגנער, הרב מאשקאוויטש א פרעמדער ציווילער פערזאן שנכרים דברי אמת א ליגנער, נאר גאלדמאן פון נעווי סיעל טיעם סיקס זאגט אמת, און שלמה העלבראנז איז דער אמת לאמיתו.
1 נייע הודעה, געב דיך אכט פון די מוסד, זיי פייגערן צו וויסן דיין אידענטיטעט, און סגייט זיי בנפשם צו אינפולטירן א פרענקישע קולטיסטישע גרופע ערגעץ פארווארפן אין די קאנאדער הרי אררט.

נעבעך אויף די קינדערלעך, על אלה אני בוכיה.

(1 נייע הודעה) » מאנטאג מערץ 17, 2014 7:31 pm

· #190974
מאראנצןזאפט

1 נייע הודעה, געב דיך אכט פון די מוסד, זיי פייגערן צו וויסן דיין אידענטיטעט, און סגייט זיי בנפשם צו אינפולטירן א פרענקישע קולטיסטישע גרופע ערגעץ פארווארפן אין די קאנאדער הרי אררט.

שלום עליכם. איך האב שוין כמ"פ געשריבן אין איך וועל נאכאמאל. איך האב גארנישט קיין שייכות מיט לב טהור איך האב נאך זיי קיינמאל אפילו גיזעהן. קענסט מיר פיינט האבן אלס מיין ליבעראלע כאראקטער ביז דער טאג ווען די וועסט מיר דארפן האבן. איך פארטיידיג נישט די מעשים פון לב טהור פאר די זעלבע סיבה וואס איך פארטיידיג נישט די מעשים פין וויזניץ אין גור. ווייל עס איז אימעגליך. אבער דאס האלטן אנדערש ווי יענעם איז קיינמאל קיין סיבה צי פיינט האבן יענעם אין אוודאי נישט פין פיזיקלי פייניגן.

פאר די אנדערע זאכן האב איך דיר געלייקט.

דער שכן » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:53 am

· #191052
געילע שטערנס, הינגער סטרייק, יוא'לי העלבראנס
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=gJXFGK8iRfQ">http://www.youtube.com/watch?v=gJXFGK8iRfQ</a>

גנדי » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:38 pm

· #191152
דער שכן
http://www.youtube.com/watch?v=gJXFGK8iRfQ


איז דער יואלי העלבראנץ א זוהן פון ארז שלמה העלבראנץ אליינס?

בעל הבית » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:46 pm

· #191157
וואס דען ? א נעפוי

דער שכן » דינסטאג מערץ 18, 2014 6:04 pm

· #191162
בעל הבית
וואס דען ? א נעפוי


קען זיין ער איז אן אייניקל אדער גאר אן אור-אייניקל... לויט ווי יונג מען האט דארט חתונה... ה׳ ישמרנו!

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 18, 2014 6:12 pm

· #191166
דער שכן

קען זיין ער איז אן אייניקל אדער גאר אן אור-אייניקל... לויט ווי יונג מען האט דארט חתונה... ה׳ ישמרנו!

פון וואס זאל דיר דער רבש"ע היטן? פון חתונה האבן יונג? דו ביסט אפשר נאכנישט קיין אכצן? 🙂

דער שכן » דינסטאג מערץ 18, 2014 6:39 pm

· #191174
ראש הישיבה
דער שכן

קען זיין ער איז אן אייניקל אדער גאר אן אור-אייניקל... לויט ווי יונג מען האט דארט חתונה... ה׳ ישמרנו!

פון וואס זאל דיר דער רבש"ע היטן? פון חתונה האבן יונג? דו ביסט אפשר נאכנישט קיין אכצן? 🙂


האסט פארגעסן אז מ׳קען האבן קינדער און אייניקלעך און אויך אור-אייניקלעך... אויף זיי האב איך גאר ווייניגער בחירה!.. דעריבער דארף איך בעטען אז באשעפער זאל באהיטן. 🙄

טיטאניק » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:12 am

· #191231
תושבי מאנטריראל שטייטס נישט אין די ד אמות פון די רשעים בדמות רבנים

דער שכן » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:43 am

· #191255
<a class="postlink" href="http://www.cbc.ca/fifth/blog/the-jewish-community-speaks-out-on-lev-tahor">http://www.cbc.ca/fifth/blog/the-jewish ... -lev-tahor</a>



<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/217762/videos-another-in-depth-report-on-lev-tahor-cult-under-leadership-of-convicted-kidnapper-shlomo-helbrans.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... brans.html</a>


<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/156910/2014/03/02/ontario-canada-new-documentary-raises-skepticism-about-lev-tahor-and-its-leader-rabbi-helbrans-cult-or-not/">http://www.vosizneias.com/156910/2014/0 ... lt-or-not/</a>

ראש הישיבה » מאנטאג מערץ 24, 2014 6:09 pm

· #192465
א הערליכע ארטיקל איבער העלבראנס אין די ענגלישע משפחה מאגאזין.
<a class="postlink" href="http://www.mishpacha.com/Browse/Article/4049/Hearts-of-Darkness">http://www.mishpacha.com/Browse/Article ... f-Darkness</a>

נאך בעסער איז די בריוו פון די עדיטאר!

מימוש » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:32 pm

· #192711
קען אפשר איימיצער אריינלייגען דא דעם ארטיקל פון משפחה?

מאיר_וואלף » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:41 pm

· #192713
און אויך די בריוו פון די עדיטאר ביטע.

קרני צבי » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 pm

· #193192
והיו עיניך רואות את .... (קבלתי באישי על מנת לפרסם)

דער שכן » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:13 am

· #193199
קרני צבי


כ׳זעה גארנישט אויף מיין מאשינדל דא.

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 28, 2014 1:50 am

· #193201
מאיר_וואלף
און אויך די בריוו פון די עדיטאר ביטע.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/193200">viewtopic.php?p=193200#p193200</a><!-- l -->

איך אויך » זונטאג מערץ 30, 2014 12:44 am

· #193362
שושנה זאל מיר אנטשולדיגן אבער איר מכתב איז בולשיט מרוכז.

ברוךברוך » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:22 pm

· #194352
וואס גייט שוין ווייטער פאר דארט?
עפעס הער איך אז מען האט ארעסטירט?

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:57 pm

· #194365
<a class="postlink" href="http://www.totpi.com/2014/04/02/lev-tahor-cult-raided-authorities-4-arrested/">http://www.totpi.com/2014/04/02/lev-tah ... -arrested/</a>

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:58 pm

· #194368
BREAKING: Lev Tahor Cult Raided By Authorities, 4 Arrested By Canadian Border Services

According to a report by The Observer, Canadian Border Services have arrested four men and raided the Lev Tahor cult near Chatham. Authorities are going door to door, and executing “immigration warrants”. The group has been embroiled in a dispute with child protection agencies both in Quebec and Ontario over the treatment of 14 children from two families. Reporter Ashton Patis tweets that the “fFourth Lev Tahor man arrested was a teacher. Students inside the school wipe away tears, scream and pray”.
No further details are available as on this time .
IMG-20140402-WA0039.jpg

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:01 pm

· #194370
נעבעך, איך הייב שון אן רחמנות צו האבן אויף זיי

איך אויך » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:09 pm

· #194373
וואס עפעס נעבעך? גלייב מיר אז צו זיין ארעסטירט ביי די קאנאדער איז הונדערט מאל בעסער ווי צו זיין ארעסטירט ביי ארז.

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:11 pm

· #194374
האסט א פוינט

נאטרוליסט » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 12:09 am

· #194476
איך האב געזען דעם קליפ ווי מען ארעסטירט א לב-טהור'ניק און ווי די קינדער וויינען... איך האב באקומען טשילס און איך בין פול געווארן מיט רחמנות אויף די קינדער!

ניין. איך בין נישט קיין העלבראנץ'ניק, און ער איז טאקע א געמיינער קולט פירער, אבער די קינדער'ס וויינען האט מיר באנומען.

אמת, די קינדער וועלן מעגליך יעצט קענען אויפוואקסן געהעריג, און דאס וועט האפענטליך זיין א טובה פאר זיי, אבער למעשה יעצט האט מען אוועקגעריסן זייער מלמד פאר זייערע אויגן און ארעסטירט ווי א נידריגער פאברעכער.

חכם עתיק » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 11:10 am

· #194509
עטליכע מלמדים ארעסטירט

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2014/04/4_3.html">http://bshch.blogspot.com/2014/04/4_3.html</a>

עס איז מיר א חידוש אז דר. בערני פרישמאן, וואס זעהט אויס ווי ער איז נישט קיין פאנאטיקער, טוט אזוי פארטיידיגן העלבראנצן

קרני צבי » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:01 am

· #194628
זעהט אויס אז לב טהור האבן נישט דעם יערליכן חמישים אלף צו צאלן דעם שאולזאהן ער זאל נישט ממציא זיין שקרים וכזבים.

מ'קען זעהן די אלע אפיסערס זענען CBSA, זיי טוען נאר אין אימיגרעישן. זיי האבן געקומען צו זוכן 3 מענטשן וואס זייער וויזא איז אפגעלאפן, זיי האבן פאר דעם עקסטער נישט פארלענגערט יעדע וויזע וואס זיי האבן געזען אז ס'קומט פון לב טהור. און זיי האבן זיך פארגעשטעלט אז משפחות מיט קינדער וועלן נישט אזוי שנען קענען אוועק גיין (אגב, זיי האבן רעוואקט אלע פאספארטן פון אלע קינדער אין קהילת לב טהור), און זיי האבן געקומען און גענומען די נעבעכדיגע טאטעס און מאמעס לעיני די וויינידיגע קינדער. דערנאך זענען געקומען די "טשיילד פראטעקטשן" און זיך געזארגט פאר די קינדער, אנגעהויבן צו כאפן די קינדער אויף רעכט און אויף לינקס, ווייל "נעבעך" זייערע עלטערן זענען ארעסטירט ווייל זייער וויזע איז אפגעלאפן. האבן זיי געוואלט אויפברעכן אין חדר, צו כאפן די קינדער פון די עלטערן, האבן זיי נעבעך געטראפן א מלמד, אן אמעריקאנער ערליכער בחור, ממש א צדיק פון א איד, ער ווייסט נישט וואס מיינט צו געבן א פאטש, ער קען פשוט נישט, ער איז נישט דער מענטש. ער האט אן אמעריקאנער פאספארט, האבן זיי אים פארגעהאלטן, היתכן, דו האסט אן אמעריקאנער פאספארט, דו "ארבעסט" אלץ מלמד, ביזטו נישט "אומלעגאל", אומר ועושה, אראפ געווארפן זיין היט לעבן די קינדער, געקייטלט, געשיקט צוריק צו אמעריקע מיט א פארבאט נישט צוריק קומען צו קאנאדא ביי די קומענדיגע יאר.

שוין, די קינדער האבן זיך גענומען וויינען, זיי האבן געלאפן אהיים צו וויינען אז "גוים" כאפן דעם "גוטן מלמד". קומען זיי אהיים, האבן א חלק פון זיי געזען זייער געשוויסטער ווערן גענומען. האבן זיי געלאפן צו די באבע. בקיצור, יענע טאג איז געווען אן עכטע געטא טאג מיט אלע פיטשיבקעס. דאס איז געווען א טאג צום געדענקען. צום סוף אלע מאמעס האבן זיך צוזאם גענומען און זיך אנגעהויבן וויינען אזעלכע קולות. אזוי אז סוף טאג האבן זיי געמוזט צוריק ברענגען די קינדער צו די באבעס אדער קרובים.

קיינער איז נישט באשולדיגט מיט שלאגן אדער סיי וועלעכע פארברעך, חוץ די גרויסע פארברעך פון איבער שטיין די וויזע וואס זיי האבן עקסטער נישט געוואלט פארלענגערן ווייל זיי זענען "לב טהור".

לאמיר ווארטן געדולדיגט, מיר זענען נעקסט... יא, די אוהבי ישראל וועלן קומען צו אונז אויך.

דער שכן » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:29 am

· #194630
מפאנגט אהן לייענען דיין תגובה. מען טראכט אפשר דאך איז דאס א עהרליכע תגובה. מקומט אהן צום סוף און מזעהט שוין אללעס. ער שעלט און שעלט. אזוי אפשר וועלן די אידן וואס לייענען דאס ווערן מיט געכאפט, קודם גיסט מען קללות נמרצות אויף אללע נארמאלע נישט קולטעזירטע אידעלעך. זאלן זיי וויסן אז דאס קומט זיך פאר זיי פאר׳ן נישט ווערן ברעינוואשט אז שלוימוי ארז העלל-בראנז איז כמעט גאט אליין עפ״ל..


האזט שוין פארלוירן דיין נאמנות לאנג צוריק. אפילו אויב די ניק @קרני צבי ווערט גענוצט דורך אן אנדערען שמייליגער אינעם לב תחור דארט אין הרי אררט יצ״ו.

קרני צבי » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:59 am

· #194635
איך האב געשאלטן?

איך האב נאר ארויס געברענגט א פאקט. די קאנאדישע אויטאריטעטן, די פראנצויזע טשיילד פראטעקטיוו פון קוייבעק און יענע פון טשאטאם אנטעריא, זיי זענען נישט קאשויע חסידים, זיי האבן גארנישט מיט העלבראנץ, זיי זענען נישט "אנטי-פרענק-פארעך'ס", זיי האבן פשוט פארשטאנען אז די אידישע קהילה איז שוואך און מ'קען טוהן אלע רשעות שבעולם און מ'באקומט חיזוק. האבן זיי אנגעהויבן צו ווייזן ווער זיי זענען.

יעצט וואס מיינען מיר? וואס גייט זיין נאך דעם.

יעדער פארשטייט, אז ווען מ'הייבט אן ענדיגט מען נישט אזוי שנעל.

מ'דארף דא אנהייבן צו טוהן עפעס. פשוט למען עמינו ודורותינו.

איך האב געשאלטן? איך זעה אז דו שעלסט טאג און נאכט, דו פארשטייסט נישט וועלעכע צרות דו ברענגסט פארן גאנצן כלל מיט אנרייצן דעם גוי אנטקעגן דיין אייגענע ברודער און מיטן טאנצן אויף זייער בלוט. כאפ דיך באצייטנס

טיטאניק » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:43 am

· #194659
בעל הבית
נעבעך, איך הייב שון אן רחמנות צו האבן אויף זיי

רחממנות?
אויף וואס? אז זיי וויינען? ווען דיין קינד וויל נישט איינעמען אנטיביאטיק און די שטיפסט עס אריין און ער וויינט האסטי אויך רחמנות און די זאגסט "קינד מיינס, ווילסט נישט? די וויינסט? אקעי, נאו פראבלעם נעם נישט אנטיביאטיק און שטארב!" אזוי טיסטי?
שנית, ווער זאגט אז דאס איז נישט קיין "פלעי"? פאר סאם ריזען זעט עס מיר נישט אויס ווי א עכטע געוויין
און אפילו ווען עס זאל יא זיין דערשרעק איך מיר אויך נישט, בעסער וויין יעצט ווי אין 30 יאר ארים ווען די וועסט זיך אויפוועקן אז מען האט דיר ציגערויבט 30 יאר פון דיין לעבען אינקלאדעט דיין עתיד

טיטאניק » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:47 am

· #194661
נאטרוליסט
איך האב געזען דעם קליפ ווי מען ארעסטירט א לב-טהור'ניק און ווי די קינדער וויינען... איך האב באקומען טשילס און איך בין פול געווארן מיט רחמנות אויף די קינדער!

ניין. איך בין נישט קיין העלבראנץ'ניק, און ער איז טאקע א געמיינער קולט פירער, אבער די קינדער'ס וויינען האט מיר באנומען.

אמת, די קינדער וועלן מעגליך יעצט קענען אויפוואקסן געהעריג, און דאס וועט האפענטליך זיין א טובה פאר זיי, אבער למעשה יעצט האט מען אוועקגעריסן זייער מלמד פאר זייערע אויפן און ארעסטירט ווי א נידריגער פאברעכער.

אוועקגעריסען? איך גלייב אז זיי האבען נישט געהאט קיין צווייטע ברירה
ווייל ווען מען האנדעלט מיט זיי איידעל ניצען זיי דאס אויס צי עביוזען די סיסטעם, והא ראי' זייער עבר
סא געדענק וואס חז"ל זאגען:
"אמר רבי אלעזר, כל שנעשה רחמן על האכזרי, לסוף נעשה אכזר על הרחמנים" (מדרש תנחומא, מצורע, סימן א).
זיי זענען די גרעסטע אידישע אכזרים וואס איך האב נאר אמאל געזען
א שאד מען האט עם נישט אויסגעפראקט פארען ווערען ארעסטירט

יא, פרויען האבען מורא פון א טרער, יוש מען זעט א קינד וויינען, נעבעך יוש, א פלא ווי א קליין טרער קען אוועק ווישען ווי א צונאמי א גאנצע בארג פון צרות און אכזריות בארבארישקייט און דיקטאטורישקייט, א פלא
זעט מיר אויס ווי א אינגערישע ווייבערישע "רגש שליט על המח"
דער רשע העלבראנץ מיט זיינע משרתים "מיזען זיצען" אין תפיסה
און האבען א געהעריגע הלכה פון א רודף
נישטא קיין רחמנות! בית דין האט אויך געהאקט קעפ ווען מען האט געדארפט
עיין בהלכות ד' מיתות בית דין ווי אזוי מען האט דאס געטין

איש עברי » פרייטאג אפריל 4, 2014 9:48 am

· #194663
עקלהאפטיגע מענטשן, צוריקגעבליבן און פרימיטיוו, אבער פארגעשריטן אין פי. אר. געב א קוק ווי דער קליינער בחור'ל רעדט דארט אז ס'איז ממש ווי אוישוויץ און ווי די קינדער ברעטשען מיט געוויין פאר די קאמערעס, איך האב נישט אין מיין הארץ פלאץ פאר רחמנות אויף אזעלכע גרויליגע פארשוינען, בור כרה ויחפרהו, אדרבה זאלן זיי ליידן צרות צרורות ביז זיי וועלן זיין געצווינגען אפצולאזן דעם ממזר שלמה העלבראנץ.

מורינו הרב » פרייטאג אפריל 4, 2014 12:08 pm

· #194688
איך קען נישט זען די ווידאוס פון די לינק, מיין קאמפיוטער בלאקט עס מיר. קען עס מיר אפשר איינער שיקן נאכן דאונלאוידן? - איך וועל אים שטארק מכיר טובה זיין דערפאר.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12