☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

589 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4911
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

דער שכן » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:12 pm

· #194699
איש עברי
עקלהאפטיגע מענטשן, צוריקגעבליבן און פרימיטיוו, אבער פארגעשריטן אין פי. אר. געב א קוק ווי דער קליינער בחור'ל רעדט דארט אז ס'איז ממש ווי אוישוויץ און ווי די קינדער ברעטשען מיט געוויין פאר די קאמערעס, איך האב נישט אין מיין הארץ פלאץ פאר רחמנות אויף אזעלכע גרויליגע פארשוינען, בור כרה ויחפרהו, אדרבה זאלן זיי ליידן צרות צרורות ביז זיי וועלן זיין געצווינגען אפצולאזן דעם ממזר שלמה העלבראנץ.


איי קעענט עגרי מארר
I can't agree more

איטס ענ עעקט.

דער שכן » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:16 pm

· #194700
טיטאניק
בעל הבית
נעבעך, איך הייב שון אן רחמנות צו האבן אויף זיי

רחממנות?
אויף וואס? אז זיי וויינען? ווען דיין קינד וויל נישט איינעמען אנטיביאטיק און די שטיפסט עס אריין און ער וויינט האסטי אויך רחמנות און די זאגסט "קינד מיינס, ווילסט נישט? די וויינסט? אקעי, נאו פראבלעם נעם נישט אנטיביאטיק און שטארב!" אזוי טיסטי?
שנית, ווער זאגט אז דאס איז נישט קיין "פלעי"? פאר סאם ריזען זעט עס מיר נישט אויס ווי א עכטע געוויין
און אפילו ווען עס זאל יא זיין דערשרעק איך מיר אויך נישט, בעסער וויין יעצט ווי אין 30 יאר ארים ווען די וועסט זיך אויפוועקן אז מען האט דיר ציגערויבט 30 יאר פון דיין לעבען אינקלאדעט דיין עתיד


ביזט גוט. גוט, גוט. דו מאכסט מיך לאככן. 🙂)

״שנית, ווער זאגט אז דאס איז נישט קיין "פלעי"? פאר סאם ריזען זעט עס מיר נישט אויס ווי א עכטע געוויין״
איי עגרי. די קינדער שטופן זיך צו וויינען, אדער איז עס אזוי ווי די אידען אין מצרים האבן געמעגט וויינען ווען וימת מלך מצרים..

קרני צבי » זונטאג אפריל 6, 2014 3:30 am

· #194821
"פאר סאם ריזען" זעהט מיר אויס די תגובות פון טיטאניק, דער שכן, איש עברי, אזוי ווי די וואס לייקענען דעם הולאקאסט,

אלעס איז בלאף

א טאטע איז גארנישט, ווייל ער איז לב טהור

א מאמע איז גארנישט, ווייל ער איז לב טהור

די קינדער וויינען זענען גארנישט.

זיי "מוזן" וויינען -- ווען מ'נעמט אוועק זייער טאטע+מאמע+מלמד + פאליציי וויל אריין ברעכן זיין נעמען אין פאסטער קעיר.

אבער עכט, זייערע "נשמות" זענען פרייליך...

ווייל ס'איז אזוי ווי ארבע מיתות בית דין...

די מאמע פון 10 קינדער, וואס שמאכטעט אין טורמע פארן נעבעך איבערשטיין איר וויזע, און אירע קינדער האלטן ביים בארויבט ווערן, איז זעהט אויס מחוייב ארבע מיתות בית דין פארן אנטוהן דאס לבוש וואס געפעלט נישט פאר די עולם דא.

פון אנדערע תגובות, אין אנדערע אשכולות, זעהט עפעס אויס אז אסאך פון דיע וואס האלטן אז "רק בדם" כלפי לב טהור יידן, קלאגן ווי קראקעדייל ווען גוים אדער אפיקורסים באקומען עפעס אן אומגליק.

לשיטתם אילו היה כח בידינו להמיתם בסייף בפרהסיא היינו עושים כן

ועכשיו שאין בידינו כח, עלינו לבוא עליהם בעלילות ולהמיתם בתחלואים וביסורים ובכל מיתה שאנו יכולים.

וואו קעירס אויף די פרענק פארעכס ממזרים שחורים לב טחור וכו' וכו', זאל די מאמע פארלירן אירע קינדער, זי איז העלבראנץ, גוט פאר איר. זאל דער טאטע גיין צו אלע רוחות, ער איז אן העלבראנץ זאל ער מיט זיינע קינדער גיין אין גאז טשעמבער. תרנגולות אלו ילכו למיתה ואנחנו נלך ונכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום.

איש עברי » זונטאג אפריל 6, 2014 4:26 am

· #194826
קרני צבי
איך האב אבסעלוט רחמנות אויף די טאטעס און מאמעס, אבער נישט צוליב די רדיפות פון די פאליציי, נאר אויף דעם וואס זיי זענען ארעסטירט אין דעם פארשאלטענעם קולט, דעריבער האף איך אז מעז יצא מתוק און די אלע רדיפות זאלן כאטש אונטערברענגען די פיסטערע כת בב"א

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 8:17 am

· #194834
קרני צבי
"פאר סאם ריזען" זעהט מיר אויס די תגובות פון טיטאניק, דער שכן, איש עברי, אזוי ווי די וואס לייקענען דעם הולאקאסט,

אלעס איז בלאף


מיר דערמאנען נישטא קיין ווארט "האלעקאוסט"
די וואס שרייען אויף די העכסט נארמאלע קנאדישע אגענטען "נאציס" זענען ענק
יעדער ווייסט אז קאנאדע זענען א ריכטיגע מלכות של חסד, און דאס וואס ענק טיען צי זאגען אויף די פרייע מידיע די לשונות פון "נאציס" אדער "מען גייט אינז קימען שיסען מארגען", דאס איז די גרעסטע התגרות באומות וואס האט נאר אמאל פאסירט אויף די באדען פון קאנאדע
די ווייסט זייער גיט אז מיט אביסעל קאמען סענץ און ווען די האנדעלסט עס מיט שכל און דיפלאמאטיע וואלסטי נישט געהאט אזא פנים
די האסט דיר אליין געגראבען דיין ערליך פארדינטע פלאנטער, בארבע רגליך ממש
כאטש אז בעצם וואלטען מיר עס געדארפט טין אבער כנראה זיכינו ונעשה מלאכתינו ע"י דער העלבראנצער אליינס

דאס וואס מען טיט צי ענק מיינט מען נישט קיין נקמה, מען וויל איין זאך, אז די שטיפת מח די רשעות ואכזריות וואס ווערט אנגעפירט דארעך דיר און דארעך דיינע מלאכי חבלה זאל זיך ענדיגען אחת ולתמיד און אז מיר פוילע בהמות האבען דאס נישט געקענט טין האט דער קל רחום וחנוך אויסגעהערט די צעקת העשוקים די געשריי פון די געפייניגטע און ענק אזוי געפירט אז ענק זאלען זיך אליינס באגראבען

נעם די גאנצע מעשה, גיי עס אדארעך, מאך א סך הכל, ווי אזוי ענק האבען געהאנדעלט די קעיס, ווי אזוי ענק האבען גערעדט צי די מידיע, דאס אנטלויפען ווי פאלנער פארברעכער נאך א עקסידענט, שרייען נאציס, און רעדען ווי א שיכור צי פרויען "7 שעה" אין א צי, די אלע זאכען ועוד ועוד דאס האט ענק באגראבען נישט מדינת ישראל און נישט קיינער
די אלע פעולות פון מדינת ישראל האט אולי אנגעהויבען די זאך, אבער ווען נישט ענקערע וויסטע סטופיד מהלך וואלטען ענק זיך זייער שיין ארויסגעדרייט דערפין
אבער שכל קען מען נישט קויפען
דער זעלבער קאפ וואס האט פלאנירט די אלע רשעות ואכזריות צי די אימשילדיגע תמימותדיגע פרויען און קינדער, דער זעלבער קאפ פלאנירט זיין אייגענע מפלה כי מה' מצעדי גבר כונני
אלעס פירט מען פון הימעל
עס איז געבליבען דיר צי ווינטשען א "זיסע מפלה מיסטער ארז"

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 6, 2014 9:49 am

· #194852
פארוואס באנייעט מען נישט א וויזע בזמנו?

ברוך בערל » זונטאג אפריל 6, 2014 10:04 am

· #194854
זייער גוט געזאגט טיטאניק
סאיז מיר בכלל נישט קיין חידוש אז שלמה העלבראנץ באגראבט זיך אליינס
ער האט נעבעך בי פי די און ווער עס קען אביסל בפ״ד ווייסט אז דאס איז איינע פון די סימפטאמען
צו גיין מיט די קאפ אין די וואנט און נישט צוריקטרעטן אפילו מען באגראבט זיך אליין (ע״ע אדאלף היטלער)

חקרן » זונטאג אפריל 6, 2014 4:16 pm

· #194910
איך שטיי דא ליינענדיג די תגובות, און איך רייב זיך די אויגן מיט וואונדער: איז דאס קאווע שטיבל, די נארמאלע פלאץ וואו עס דרייען זיך מענטשן מיט א אויפריכטיגע בליק? - איך קען נישט גלויבן אז נארמאלע באזעצענע מענטשן זאלן שרייבן אזעלכע תגובות. גלויבט איר באמת אז די קינדער שטייען דארט און מאכן א פלעי, זיי מיינען עס נישט ערנסט? - זייט נישט קיין נארנים, זיי שפירן זיך באדראעט, מען האט זיך ארויפגעלייגט אויף זיי (גערעכט צי נישט גערעכט), און מען פראבירט זיי צו דערגיין די יארן אויף יעדן אופן מעגליך (גערעכט צי נישט גערעכט). איז דא א באזעצענע מענטש וואס האלט אז די קינדער פרייען זיך באמת אז מען האט ארעסטירט די עלטערן? - זייט נישט קיין קינדער, טראכט נארמאל, ביטע...

ועוד, קרני צבי'ס ווערטער: ניין, איך אגרי נישט מיט אלע זיינע שטותים וואס ער שרייבט, נאר אויף אזויפיל האט ער א נקודה, אז די רדיפות אויף לב טהור זענען א גרין לייט אויף רדיפות פאר אנדערע חסידים (היל"ת). יא, דער גוי זעט נישט קיין חילוק. קוק אריין אין די דאקיומענטן פון קארט און זעה אויף וואס מען באשולדיגט זיי און זאג דו אליין אויב מען קען נישט זאגן אקאראט די זעלבע זאך אויף אונז חסידים. וואס זאל צוריקהאלטן דעם גוי אריינצוגיין אין שיכון סקווירא, פראווען ארעסטן רעכטס און לינקס?! - מען דארף נאר אפירנעמען די לעצטע ווידאו פון דער מלמד וואס שלאגט א קינד, און ארעסטירן א דאזן פון מלמדים וואס פארמאגן אין זייער שיפלאד א שטעקן, נישט זיי ארויסלאזנדיג אויף בעיל... נאך א מזל אז היינט גיבט מען מער אכטונג אויף יונגע מערעדזשעס, אבער ביז א צוואנציג יאר צוריק איז דאס געווען היבש נארמאל, וויפיל ארעסטן וואלט מען געקענט דעמאלס דורכפירן? - וואס וועט צוריקהאלטן דעם גוי פון אריינברענגען לימודי חול און פארמינערן אונזערע לימודים אין די מוסדות? - יא, איך ווייס אז טייל וועלן בענטשן דערויף און זאגן 'נאכאמזל...', אבער דאס איז נישט די נושא דא, נאר ענדערש דער ענין אז מען קען זיך ארויפלייגן אויפן היימישן ציבור און זיי רודפ'ן די יארן... ווייסט איר וויפיל מענטשן מען קען דא פארטרייבן פון אמעריקא, און וויפיל מען קען ארעסטירן? - כמעט יעדע רב אדער מנהל המוסד קען מען לייגן אין חד-גדיא פאר לאנגע יארן.

און ניין, דער גוי זעט נישט פונקטליך דער חילוק צווישן לב-טהור און סקווירא... בפרט אז מען וועט צושמירן סקווירא און זיי אראפמאלן ווי מאנסטערס וואס ברענען הייזער... און עס איז נישט נאר סקווירא, מאנרא איז נישט בעסער און איבעראל איז די זעלבע...

אבער בעצם פארשטיי איך נישט נאך א זאך:
לאמיר שוין נישט רעדן, די זעלבע, אנדערש... לאמיר א מינוט אוועקקוקן דערויף:
זענט איר נארמאל? - איר האלט טאקע אז די קינדער זענען יעצט גליקליך אז מען האט אוועקגענומען די עלטערן פון זיי? - מען נעמט זיי אריין אין פרעמדע משפחות? - איר האלט אז די קינדער האבן אסאך שאנסן אויפצואוואקסן געהעריג? - איז דאס נישט קיין טראמא וואס קען איבערלאזן אן אפעקט פאר לאנגע יארן? - און קומט מיר ביטע נישט זאגן אז לעבן אין יענעם קאלט איז פיל ערגער, און בעצם טוט מען זיי א טובה מיט זיי אוועקנעמען פון דארט... ווייל יעדע רעכטדענקיגער מענטש ווייסט און פארשטייט אז אוועקרייסן קינדער פון די עלטערן - אפילו אין אזא פאל, איז געפערליך. ווי אזוי עס זאל זיך נאר נישט ארויסשטעלן, וועט עס זיי דעמעדזשן פאר לייף, פיל מער ווי ווען זיי וואלטן דארט געבליבן.

לאמיר זיך נישט לאזן נארן, מיט די דאזיגע קינדער וועט געשען איינע פון די צוויי זאכן: אדער וועלן זיי שטילערהייט ווייטער אנהאלטן קאנטאקט מיט די עלטערן, און זיך אויפפירן אזוי ווי די מעשה-ביכלעך קינדער וואס מען האט זיי פארכאפט צו קלויסטערס און זיי האבן שטילערהייט געהאלטן אידישקייט, ביז זיי זענען געווען עלטער און זיך פאראייניגט צוריק מיט זייערע עלטערן וואס זענען געזעצן שבעה מיט זיי (דאס וועט גאנץ זיכער פאסירן צו די עלטערע קינדער, פון עלעוו און העכער...), אדער וועלן זיי זיך טאקע דערווייטערן פון זייערע עלטערן, אבער זיי וועלן באקומען אזא צומישטע לעבן, אויסוואקסן אזוי צו'חוש'ט און צומישט, נישט קענענדיג סדר מאכן מיט זייערע מחשבות און נישט וויסנדיג וואס צו טון מיט זיך.

אלזא, זייט נישט בלינד, איך האב זיי אויך נישט ליב, אבער טראכט ביטע גראד וואס עס איז דער אמת'ע טובה אדער נישט?

שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 6, 2014 4:20 pm

· #194911
די האלסט אין איין דערמאנען סקווירא.
כ'האף עסט נישט נישט ארויס שפרינגען פון דיין הויט, אבער אין מיינע אויגן דארף מען זיי אויך ארעסטירען. 😉 😉

חקרן » זונטאג אפריל 6, 2014 4:22 pm

· #194912
פיין, ערלעדיגט. און סאטמאר - מאנרא אויך, אמת? - אויב נישט אין דיינע אויגן, דאן אין דער גוי'ס אויגן זיכער.

שטילע - גראדע נישט צוגעטראפן, איך האב מיט סקווירא גארניקס...

דער שכן » זונטאג אפריל 6, 2014 9:26 pm

· #194968
איז אמת אז דער אבי-אבות שלוימוי העלל-ברענטץ אליין איז אנטלאפן?

Big Boss » זונטאג אפריל 6, 2014 9:35 pm

· #194969
Well said חקרן!!!!

Instead of trying to put a system in place to secure the well being of the kids in that community they are just being destroyed and the after effect will be long lasting.
Its is my opinion that the leadership would work with authority to solve it and the kids would be much better off in their own families.
Its a shame we sit on the side and let this happen. There is no reason to justify this on the kids!

דער שכן » זונטאג אפריל 6, 2014 9:40 pm

· #194970
חקרן
איך שטיי דא ליינענדיג די תגובות, און איך רייב זיך די אויגן מיט וואונדער: איז דאס קאווע שטיבל, די נארמאלע פלאץ וואו עס דרייען זיך מענטשן מיט א אויפריכטיגע בליק? - איך קען נישט גלויבן אז נארמאלע באזעצענע מענטשן זאלן שרייבן אזעלכע תגובות. גלויבט איר באמת אז די קינדער שטייען דארט און מאכן א פלעי, זיי מיינען עס נישט ערנסט? - זייט נישט קיין נארנים, זיי שפירן זיך באדראעט, מען האט זיך ארויפגעלייגט אויף זיי (גערעכט צי נישט גערעכט), און מען פראבירט זיי צו דערגיין די יארן אויף יעדן אופן מעגליך (גערעכט צי נישט גערעכט). איז דא א באזעצענע מענטש וואס האלט אז די קינדער פרייען זיך באמת אז מען האט ארעסטירט די עלטערן? - זייט נישט קיין קינדער, טראכט נארמאל, ביטע...

ועוד, קרני צבי'ס ווערטער: ניין, איך אגרי נישט מיט אלע זיינע שטותים וואס ער שרייבט, נאר אויף אזויפיל האט ער א נקודה, אז די רדיפות אויף לב טהור זענען א גרין לייט אויף רדיפות פאר אנדערע חסידים (היל"ת). יא, דער גוי זעט נישט קיין חילוק. קוק אריין אין די דאקיומענטן פון קארט און זעה אויף וואס מען באשולדיגט זיי און זאג דו אליין אויב מען קען נישט זאגן אקאראט די זעלבע זאך אויף אונז חסידים. וואס זאל צוריקהאלטן דעם גוי אריינצוגיין אין שיכון סקווירא, פראווען ארעסטן רעכטס און לינקס?! - מען דארף נאר אפירנעמען די לעצטע ווידאו פון דער מלמד וואס שלאגט א קינד, און ארעסטירן א דאזן פון מלמדים וואס פארמאגן אין זייער שיפלאד א שטעקן, נישט זיי ארויסלאזנדיג אויף בעיל... נאך א מזל אז היינט גיבט מען מער אכטונג אויף יונגע מערעדזשעס, אבער ביז א צוואנציג יאר צוריק איז דאס געווען היבש נארמאל, וויפיל ארעסטן וואלט מען געקענט דעמאלס דורכפירן? - וואס וועט צוריקהאלטן דעם גוי פון אריינברענגען לימודי חול און פארמינערן אונזערע לימודים אין די מוסדות? - יא, איך ווייס אז טייל וועלן בענטשן דערויף און זאגן 'נאכאמזל...', אבער דאס איז נישט די נושא דא, נאר ענדערש דער ענין אז מען קען זיך ארויפלייגן אויפן היימישן ציבור און זיי רודפ'ן די יארן... ווייסט איר וויפיל מענטשן מען קען דא פארטרייבן פון אמעריקא, און וויפיל מען קען ארעסטירן? - כמעט יעדע רב אדער מנהל המוסד קען מען לייגן אין חד-גדיא פאר לאנגע יארן.

און ניין, דער גוי זעט נישט פונקטליך דער חילוק צווישן לב-טהור און סקווירא... בפרט אז מען וועט צושמירן סקווירא און זיי אראפמאלן ווי מאנסטערס וואס ברענען הייזער... און עס איז נישט נאר סקווירא, מאנרא איז נישט בעסער און איבעראל איז די זעלבע...

אבער בעצם פארשטיי איך נישט נאך א זאך:
לאמיר שוין נישט רעדן, די זעלבע, אנדערש... לאמיר א מינוט אוועקקוקן דערויף:
זענט איר נארמאל? - איר האלט טאקע אז די קינדער זענען יעצט גליקליך אז מען האט אוועקגענומען די עלטערן פון זיי? - מען נעמט זיי אריין אין פרעמדע משפחות? - איר האלט אז די קינדער האבן אסאך שאנסן אויפצואוואקסן געהעריג? - איז דאס נישט קיין טראמא וואס קען איבערלאזן אן אפעקט פאר לאנגע יארן? - און קומט מיר ביטע נישט זאגן אז לעבן אין יענעם קאלט איז פיל ערגער, און בעצם טוט מען זיי א טובה מיט זיי אוועקנעמען פון דארט... ווייל יעדע רעכטדענקיגער מענטש ווייסט און פארשטייט אז אוועקרייסן קינדער פון די עלטערן - אפילו אין אזא פאל, איז געפערליך. ווי אזוי עס זאל זיך נאר נישט ארויסשטעלן, וועט עס זיי דעמעדזשן פאר לייף, פיל מער ווי ווען זיי וואלטן דארט געבליבן.

לאמיר זיך נישט לאזן נארן, מיט די דאזיגע קינדער וועט געשען איינע פון די צוויי זאכן: אדער וועלן זיי שטילערהייט ווייטער אנהאלטן קאנטאקט מיט די עלטערן, און זיך אויפפירן אזוי ווי די מעשה-ביכלעך קינדער וואס מען האט זיי פארכאפט צו קלויסטערס און זיי האבן שטילערהייט געהאלטן אידישקייט, ביז זיי זענען געווען עלטער און זיך פאראייניגט צוריק מיט זייערע עלטערן וואס זענען געזעצן שבעה מיט זיי (דאס וועט גאנץ זיכער פאסירן צו די עלטערע קינדער, פון עלעוו און העכער...), אדער וועלן זיי זיך טאקע דערווייטערן פון זייערע עלטערן, אבער זיי וועלן באקומען אזא צומישטע לעבן, אויסוואקסן אזוי צו'חוש'ט און צומישט, נישט קענענדיג סדר מאכן מיט זייערע מחשבות און נישט וויסנדיג וואס צו טון מיט זיך.

אלזא, זייט נישט בלינד, איך האב זיי אויך נישט ליב, אבער טראכט ביטע גראד וואס עס איז דער אמת'ע טובה אדער נישט?


ביטער רחמנות אויף די אומשולדיגע קינדער טאקע וואן וועי אר דע אהדער!
One way or the other

וואס קען מען אבער טוהן? זיי זענען פארכאפט אין א רשעות׳דיג קולט.
מ׳דארף ליידער מאכן דעם סורדזשערי. דער גוי מיינט נישט לשם שמים. דער העלבראנץ מיט כת דילי׳ האבן זיך זייער בא׳נער׳שט אויף יעדן טריט און שריט.

דער גרויסער סאטמאר רבי דער הייליגער ויוא׳ל משה - דברי יוא׳ל האט אמאהל געפרעגט פארוואס ווען איש ואשתו גט׳ן זיך שטייט אז דער מזבח וויינט. ווי קומט די מזבח אריין?.. זאגט ער ווייל די קינדער זענען די קרבנות.

אונז האב׳מיר רחמנות. אונז זעמער רחמנים בני רחמנים. מיר בלוטיגן פאר זיי. בעליעוו איט אר נאט. ליידער אונז קען מיר אויך נישט צוקוקן צו די גאנצע ווערטשאפט דארט. אונז ווייס׳מיר די צער פון עלטערן וואס זייערע קינדער זענען דארט פארכאפט אזויווי הרב ר׳ י. מ. שליט״א ועד.

"אמר רבי אלעזר, כל שנעשה רחמן על האכזרי, לסוף נעשה אכזר על הרחמנים" (מדרש תנחומא, מצורע, סימן א).

דער שכן » זונטאג אפריל 6, 2014 9:51 pm

· #194972
Big Boss
Well said חקרן!!!!

Instead of trying to put a system in place to secure the well being of the kids in that community they are just being destroyed and the after effect will be long lasting.
Its is my opinion that the leadership would work with authority to solve it and the kids would be much better off in their own families.
Its a shame we sit on the side and let this happen. There is no reason to justify this on the kids!


ווער איז שולדיג? דאס גאנצע אידיש פאלק פאר וואס?? אדער העלבראנץ פאר נישט אויסארבעטן א פרידיגע מהלך אז די טשיילד פראטעקטיוו קאמיטי זאל נישט טרעפן קיין פעלערס? אונז קענען גארנישט טוהן ווען די האזט צו טוהן מיט א קולט אדער קולט מענטאליטעט פיהרער.
Unfortunately that's the situation.

מורינו הרב » זונטאג אפריל 6, 2014 10:44 pm

· #194979
שכן טייערער; וואס האט ער נישט געטאן, וואס מיר חרדי'שע אידן האבן יא געטאן? - איך מיין אז חקרן האט דא א גוטע פוינט, נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן; עס איז אן אפעראציע און די קינדער זענען נעבעך די קרבנות.

דער שכן » זונטאג אפריל 6, 2014 11:12 pm

· #194983
מורינו הרב
שכן טייערער; וואס האט ער נישט געטאן, וואס מיר חרדי'שע אידן האבן יא געטאן? - איך מיין אז חקרן האט דא א גוטע פוינט, נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן; עס איז אן אפעראציע און די קינדער זענען נעבעך די קרבנות.


ווען דו זעהסט זיין אונטערוויאא ווי ער מאכט זיך משוגע און אללע אנדערע זאכן, דעמאלטס זעהסטו זיין ציהל. סוף מעשה במחשבה תחלה..
אטאמאטיש איז אללעס גאר אנדערש וואס (מיר) חרד׳ישע אידן טוען. ער טוט אללעס גאר אנדערש.

זאג מיר וואס ער טוט די זעלבע. . דער סאטמאר רבי זצוק״ל ווען ער האט ארפגעשטעלט יסודות אין אידישקייט אין אמעריקע האט געטוהן זאכן גאר אנדערש פון אים, להבדיל.

. זאג מיר וואס מען טוט די זעלבע אין וויליאמסבורג און אין טאהש קודש די זעלבע ווי העלבראנץ.

דו ביזט טאקע בלינד אדער דו האזט fun צו מאכן מיך שרייבן א תגובה׳לע דא?.

(1 נייע הודעה) » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:20 am

· #194995
דאס קאנאדישער יודנטום וועלן נאך עסן די פירות פין די יעצטיגע רדיפות נישט קיין ספק. הלוואי אין איך וועל קיינמאל זיין גערעכט. אבער ווער עס קוקט אויף די פרשה מיט א ניכטערן בליק וועט עס פארשטיין.

דער שכן » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:42 am

· #195002
(1 נייע הודעה)
דאס קאנאדישער יודנטום וועלן נאך עסן די פירות פין די יעצטיגע רדיפות נישט קיין ספק. הלוואי אין איך וועל קיינמאל זיין גערעכט. אבער ווער עס קוקט אויף די פרשה מיט א ניכטערן בליק וועט עס פארשטיין.


אויב די קאנעדישע וועלן ליידן איז עס נאר א דאנק דעם קראנקן העללבראנצל אין זיינע אונטערטאנען אזויווי אוליל גולדמן און ראוזנער און דער אנדערער מיט׳ן ריזיגן טלית קטן מיט׳ן גרויסן ווייסן נאכט העמד אדער וואטעווער איט איז. ווייסט וועם איך מיין?... דער ווער עס טוט פארצווייגטע געשעפטן אין האט אייגענע אקאונטס באצאהלט עפעס צוריק פאר ״די קומיוניטי״...

די רשעות וואס די קולט טוט אפ פאר אנדערע אידן און די חילול ה׳ איז איום ונורא.

ר׳ נתן העלבראנץ נ״י איז עפעס א דיימאנד וואס איז ארויסגעקומן פון דארט און האט געהאט דעם בינה ארויסצולויפן פון דארט. לאמיר האפן די אנדערע וועלן קומען לכלל דעת. והשב את העבודה לדביר בתיך ואשי ישרא׳ל ותפלתם מהרה באהבה תקבל ברצון!...

קרני צבי » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:22 am

· #195006
קאווע טרינקער
פארוואס באנייעט מען נישט א וויזע בזמנו?


שני תשובות בדבר, קודם איז דא דארטן אידן וואס האבן פראבלעמען מיט זייער פאספארטן פון איזרעאל זייט זייער מיליטער נושא איז נישט געהעריג געווארן מסודר, האבן זיי קיין וויזעס אויך נישט באקומען.
ווידער, דער מלמד איז א פלעינער אמעריקאנער בחור, ער גייט אהין און צוריק, זיי האבן זיך פשוט פארלייגט אויף אים זעהנדיג אים מיט די זיסע קינדערלעך.

אויף די זעלבע דרך קענען זיי (היל"ת) זיך פארלייגן אויף א מוסד וועגן "טעקס" אישוס און אנהייבן פארהאלטן מלמדים פארן פודסטעמפס, אנעמפלאימענט וכדו'.

דאס אז צוויי בחורימ'לעך האבן זיך געהעמפערט מיטן אגענטן און די מידיע האט זיי געכאפט צוהיצט זעהט מיר נישט אויס רעלעוואנט צו די סיבה פון די רדיפות.

לגבי די אויסדרוק "מלכות של חסד" אויף קאנאדע אזוי אויך אויף אמעריקע (ירום הודם) זעהט מיר אויס אז ס'איז געווען א טעות מעיקרא. ווייל אסאך רעגירונגען זענען פיין און וואויל ווי לאנג זיי פארלייגן זיך נישט אויף א מענטש. די טעסט איז נאך אז זיי פארלייגן זיך אויף איינעם (אדער א קבוצה) און דעמאלץ זעהט מען אלע "חסדים".... מ'זעהט אז טאמער א איד פאלט אריין אין זייערע הענט געבן זיי 103 יאר תפיסה ווי א גלאז וואסער, פאר א צווייטן 850 יאר, אלעס ווייל ער איז חסידיש. זעהט אויס ס'איז בעסער זיך צו האלטן ווייט פון די אלע מלכויות של חסד ירום הודם וה' ישמרנו מהם ומהמונם.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 7, 2014 7:51 am

· #195009
שתי תשובות....?! איין גוטע תירוץ איז גענוג.
פארוואס פונקט ביי ענק זענען דא מענטשען מיט וויזע פראבלעמען?

דער שכן » מאנטאג אפריל 7, 2014 10:19 am

· #195017
"אויף די זעלבע דרך קענען זיי (היל"ת) זיך פארלייגן אויף א מוסד וועגן "טעקס" אישוס און אנהייבן פארהאלטן מלמדים פארן פודסטעמפס, אנעמפלאימענט וכדו'. ״

נאר אזוי געווינסטו די ארגומענט מיסטער @קרני צבי?...

קרני צבי » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:04 pm

· #195069
קאווע טרינקער
שתי תשובות....?! איין גוטע תירוץ איז גענוג.
פארוואס פונקט ביי ענק זענען דא מענטשען מיט וויזע פראבלעמען?


איך האב דיר גענטפערט צוויי גוטע תירוצים, זאל זיין גענוג און נאך.

איין תירוץ איז לגבי די ארץ - ישראל'דיגע, וואס האבן וויזע פראבלעמען ווייל זייער פאספארט האט פראבלעמען.
און לגבי דער אמעריקאנער בחור, איז דאס געווען רשעות לשם רשעות, ער האט נישט געדארפט קיין שום וויזע, מ'גייט כסדר אריין און ארויס, מ'האט אים פונקט סתם געכאפט און געזרק'עט. וועגן דעם פרעג איך טאמער דאס איז "מלכות של חסד".

אגב, דו ארבעסט ביי די אימיגערישן קאנאדא?

טאמער יא, זאג איך דיר א "סוד" אז נישט נאר ביי לב טהור איז דא מענטשן מיט וויזע פראבלעמען, ס'איז דא חשוב'ע בעלי בתים אין מאנטריאל, וואס זענען טעכניש אין קאנאדע "נישט לעגאל", זיי זענען אמעריקאנע סיטיזענס, האבן אן אדרעס אין אמעריקע, צאלן שטייער אין אמעריקע, שמאגלען זיך איינמאל אריין, און נאך דעם זענען זיי קיינמאל נישט מער פון 6 חדשים (צוואנציג יאר...)

מ גפני » מאנטאג אפריל 7, 2014 3:01 pm

· #195081
קרני צבי
[
ווידער, דער מלמד איז א פלעינער אמעריקאנער בחור, ער גייט אהין און צוריק, זיי האבן זיך פשוט פארלייגט אויף אים זעהנדיג אים מיט די זיסע קינדערלעך.

ווי אזוי לאזט מען צו אז א בחור זאל זיין א מלמד תינוקות??

דער שכן » מאנטאג אפריל 7, 2014 3:07 pm

· #195085
מ גפני
קרני צבי
[
ווידער, דער מלמד איז א פלעינער אמעריקאנער בחור, ער גייט אהין און צוריק, זיי האבן זיך פשוט פארלייגט אויף אים זעהנדיג אים מיט די זיסע קינדערלעך.

ווי אזוי לאזט מען צו אז א בחור זאל זיין א מלמד תינוקות??


מען האט אים נאכנישט פאראנטווארטליכט מיט א פופצען יעריגע מיידעלע?... ער מוז זיין כמעט פערציג יאר אלט קודם?....

מורינו הרב » מאנטאג אפריל 7, 2014 3:37 pm

· #195090
איך ווייס נישט צי איר ווייסט, אבער פאר עטליכע צענדליגע יאר צוריק איז געווען א נארמאלע זאך אז אפילו ביי היימישע מוסדות זענען געווען מלמדים בחורים. איז עס ריכטיג? - שווער צו זאגן, אבער אזוי איז געווען.

לאצי » מאנטאג אפריל 7, 2014 5:58 pm

· #195106
אמת
נאכמער אפי' א פרינציבל אין א פרומע מיידל סקול איז געווען א בחור

איך אויך » מאנטאג אפריל 7, 2014 7:42 pm

· #195119
איין זאך איז זיכער ,דער עולם זאל אכטונג געבן וואס מען שרייבט. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ארז/קרני וועט מקיים פסק זיין און מסר'ן ווי און וועם ער קען נאר.

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 14, 2014 5:35 pm

· #196204
לב טהור געווינט אין קאורט

The Ontario Superior Court judge allowed an appeal by Lev Tahor parents on Monday that states 13 children do not have to be placed in foster care in Quebec

<a class="postlink" href="http://www.thestar.com/news/gta/2014/04/14/appeal_granted_in_lev_tahor_case_children_do_not_have_to_go_to_quebec.html">http://www.thestar.com/news/gta/2014/04 ... uebec.html</a>

איפכא מסתרא » מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:14 pm

· #196450
Dear R Yitzchok Frankfuther,

Your typical איפכא מסתברא whitewash of Lev Tahor is a mockery of Torah, of our Msorah, of chasidus and indeed of investigative journalism.

Is interviewing the person in charge of their public relations what one would call investigative journalism?

Is being led through their enclave by their "minders" and talking to their leader himself what one would call digging for the objective truth?

You're so impressed by how clever their PR person sounds and by how smart and down to earth their leader Hellbranz comes across. Isn't this how all cult leaders and demagogues throughout history came across? Didn't they all make a cool, smooth and humble impression?

If this is not a cult tell me what is.

Your equating their life style and their educational system to that of all chasidishe yidden is an insult and a repudiation of yidishkeit and chasidus. How dare you throw salt in the eyes of your readers who happen to know better, who know quite well what goes on in that enclave. Their life style has nothing to do with frumkeit and kdishe. Rather the contrary.

Your father's cousin the tzadik R Cheskele Mertz, who was probably the biggest מסתגף and holy Oved Hashem that we knew, did not have his children dress in burkahs, lehavdil like fanatical Muslims, did not order them to get married as minors or with people decades their seniors, did not have them lead hermetic sealed lives, - a life style that is totally at odds with that of our ancestors and our Msorah.

We happen to know the opinions of all gdolei yisruel in our generation towards them, including the Kashoer Rav and the Berech Moshe, who condemned their leader and considered the sect anathema and their life style and practices tabu. That is not in conflict to the Daas Torah of Rabunim in Montreal whom you quote who proclaim it forbidden to maaser on them to the Canadian authorities and who naturally besiege yidden to financially help the poor souls. Of course it's incumbent to help all yidden even if they stray from our mesorah or even if they sin chulileh.

Malcolm Gladwell's recent rather renowned article in The New Yorker about the mishandling by the U S government of lehavdil the David Koresh cult doesn't make them less of a cult. A cult is a cult is a cult.

Only a magazine like yours, which claims to be a charedi magazine, yet constantly tries to elevate the leader of modern orthodoxy and of Mizrachi in America to the same status and level as that of our gdolim and tzadikim can equate the Lev Tahor sect to that of other chasidus. (In this very article you equate rabbi J B Siloweitchick to the satmar rebbe in the very same sentence. You are entitled to your opinion and J B was definitely a brilliant mind and great gaon, but boggles my mind how someone who learned in Brisk and who is married into prominent satmar family, or anybody with a right and balanced hashkuefe can be so irresponsible to constantly extol Y U gdolim, Mizrachi and leaders of modern orthodoxy in a magazine which supposedly caters to a charedi readership).

It is the same reckless standards which are applied to your investigative article about Lev Tahor.

איינגעמיירעט » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:06 pm

· #196462
דער צוריקטער Ami פראנקפאטער איז שווער אויסצופיגערען, מיין ווייב האט עס געקויפט פאר יו״ט,
ער שרייבט און שרייבט און שרייבט גארנישט, איין זאך וואס באדערט עם דאס מערסטע איז, אז איינער פון די עסקנים קעגן לב טהור איז אוכט געווען קעגן קרית יואל און סקווער און ממילא מוז ער אלס אן אהרוניש געשטימטער מענטש מיטהאלטען מיט דער צד פון לב טהור, כאילו סאיז איין קייט.
איך קען נישט מאריך זיין מיט איעדען שטיקעל פון דעם ארטיקעל,ער זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל א סאיז נישט קיין קולט נור א געהעריגע חסידות, דער רבי איז א נארמאלער מענטש, און נישט קיין קולט לידער, וכו וכו וכו געמאלען וואסער.
זעעט מיר אויס אז דער פראנקפאטער האט נישט קיין ספעצילע שניט פאר אגענדאס,סאיז נאר וויאזוי ער פילט ער העט קענען ציען אביסעל אויפמערקזאמקייט, דאס עיקר איז אז ער קען לייגען נאך אן ארטיקעל געשריבען דורך דעם chief editor "ראביי ישראל פראנקפאטער״, און דער עולם לויפט און קויפט.
נוא וואו האט יענער געשריגען ביים לויה ״סאיז אויס וועלט״
איעדען גאסען משוגענער וואס איז מחליט ארויס צו קטן׳ען זיינע דעות פארען עולם האט אן אפען פעלד בא אונז.

חזקיהו המלך » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:39 pm

· #196779

מנשה לוסטיג » מיטוואך אפריל 23, 2014 5:30 pm

· #196817
שני תשובות בדבר
איינס, ווען איך וואלט נישט געקענט אהרן מארקוס אפאר יאר צוריק, מיט זיין אפגעקראכענעם הוט און נא ונד'ניק אייגנשאפט, וואלט איך באמת געהערט זיין מיינונג אלץ א צד.
איינס פון מארקוס'ס קוילעריי אין לעבן, האט ער זיך דערשלאגן צו לב טהור ווי מ'האט עהם אוודאי נישט געלאזט הפקר לפי דעתם וואס מיינט הפקר, און ווען ער האט נישט געהאט קיין היים האט ער דארט געהאט א היים.
איך האב נישט געגלייבט ווען איך האב געזען די ערשטע מאל אהרן מארקוס נעמען רשות הדיבור און זאגן א דעה אין וועלטליכע השקפה, און אגב היינט מיטן ראזירטן גאמבע קוקט ער אויס ווי א דזשענטל מען, קעגן א יאר צענדליג צוריק ווען ער איז געווען עפעס א מושרום וואס טרעוועלט פון הויז צו הויז.

שנית, אט דעם יו''ט האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיטן איינער פון די גאר אקטיווע עסקנים אין קאנאדע, און יענער זאגט מיר ביידע זייטן פונעם מטבע, וואס האט מיר גארנישט געטוישט וואס כ'האב געהאלטן ביז היינט.
דהיינו, צו לב טהור ובראשם ר' שלמה איז גערעכט, איז א נושא בפני עצמו, אבער די וועג וויאזוי מ'באהאנדעלט עס דורך אונז, און ספעציעל די מסירה וואס מ'האט אריינגעגעבן קעגן עהם, האט דערווייל לעת עתה גורם א געפערליכע בראך צווישן דעם יהדות החרדית אין קיובעק.
א ליסטע פון צענדליכע קאוינטס, וואס מיר אליינס וועלן זיך שווער קענען שיצן דערפון אן דעם צו ווערן פארגעהאלטן זעלבסט אינעם גויאישן קארט. וואס די נושרים פון כלל ישראל גלייכן אזעלכע פעלער זייער שטארק. ווי איר קענט לייענען און הערן דא און דארט אין זייערע סייטס און פורום'ס.
דאס טייטש, אז טאמער זענט איר לייענער גערעכענט פון די וואס שוינען דעם היימישן ציבור, און גלייבן באמת אין אמונת חכמים אז מ'דארף פאלגן דעת תורה, האבן מיר שטארק דערלייגט נאכמער ווי אויפגעטון [אויב מ'האט געדארפט בכלל זיך מישן..]
דאס איז וואס איך האב צוצוגעבן צום נושא.

חבקוק הנביא » מיטוואך אפריל 23, 2014 5:37 pm

· #196820
מנשה, בארעדען א פריוואטע מענטש איז אסור לויט די תקנות פין דעם פלאץ,

דער שכן » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:14 pm

· #196829
מנשה'לע צוקער זיסער. אין קורצן דיר צו ענטפערן יעצט איז אזוי: דו האסט א אייגענע אגענדע צו פארטיידיגן דעם "עמי מעגעזין" ווען ער אונטערוויוט רעבעס פון סעקטעס.

דעם לענגערען אפענטפערן וועל איך אי"ה ווען איך האב מעהר צייט.

נ.ב. דו דערמאנסט מיך פון דיר אליינס ווען דו רעדסט וועגן זאגן "השקפות".. ווי אויך וועגן זיין א ספאוקסמען פאר קהילות אדער א קהילה.

דו האסט אסאך מעהר מצליח געווען אלץ קאמידיען. הרג'ע נישט דיין גלענצעדן קאריערע... חחחחחחחחח

געוואלד געשריגן » מיטוואך אפריל 23, 2014 9:25 pm

· #196900
איפכא מסתרא
Dear R Yitzchok Frankfuther,

Your typical איפכא מסתברא whitewash of Lev Tahor is a mockery of Torah, of our Msorah, of chasidus and indeed of investigative journalism.

Is interviewing the person in charge of their public relations what one would call investigative journalism?

Is being led through their enclave by their "minders" and talking to their leader himself what one would call digging for the objective truth?

You're so impressed by how clever their PR person sounds and by how smart and down to earth their leader Hellbranz comes across. Isn't this how all cult leaders and demagogues throughout history came across? Didn't they all make a cool, smooth and humble impression?

If this is not a cult tell me what is.

Your equating their life style and their educational system to that of all chasidishe yidden is an insult and a repudiation of yidishkeit and chasidus. How dare you throw salt in the eyes of your readers who happen to know better, who know quite well what goes on in that enclave. Their life style has nothing to do with frumkeit and kdishe. Rather the contrary.

Your father's cousin the tzadik R Cheskele Mertz, who was probably the biggest מסתגף and holy Oved Hashem that we knew, did not have his children dress in burkahs, lehavdil like fanatical Muslims, did not order them to get married as minors or with people decades their seniors, did not have them lead hermetic sealed lives, - a life style that is totally at odds with that of our ancestors and our Msorah.

We happen to know the opinions of all gdolei yisruel in our generation towards them, including the Kashoer Rav and the Berech Moshe, who condemned their leader and considered the sect anathema and their life style and practices tabu. That is not in conflict to the Daas Torah of Rabunim in Montreal whom you quote who proclaim it forbidden to maaser on them to the Canadian authorities and who naturally besiege yidden to financially help the poor souls. Of course it's incumbent to help all yidden even if they stray from our mesorah or even if they sin chulileh.

Malcolm Gladwell's recent rather renowned article in The New Yorker about the mishandling by the U S government of lehavdil the David Koresh cult doesn't make them less of a cult. A cult is a cult is a cult.

Only a magazine like yours, which claims to be a charedi magazine, yet constantly tries to elevate the leader of modern orthodoxy and of Mizrachi in America to the same status and level as that of our gdolim and tzadikim can equate the Lev Tahor sect to that of other chasidus. (In this very article you equate rabbi J B Siloweitchick to the satmar rebbe in the very same sentence. You are entitled to your opinion and J B was definitely a brilliant mind and great gaon, but boggles my mind how someone who learned in Brisk and who is married into prominent satmar family, or anybody with a right and balanced hashkuefe can be so irresponsible to constantly extol Y U gdolim, Mizrachi and leaders of modern orthodoxy in a magazine which supposedly caters to a charedi readership).

It is the same reckless standards which are applied to your investigative article about Lev Tahor.


The amount of letters he will receive will probably be enough to fill the entire magazine

סמיילי » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:24 am

· #196966
די עמי מאגאזין האט ליב די קאנטערווערסיע, פארדעם אליינס לייגט אריין אלעמאל קאנטארווערסיעלע ארטיקלען, אבי מען רעדט פון אים, מען דארף אים איגנארין און שוין,

דער שכן » מוצ"ש אפריל 26, 2014 10:18 pm

· #197268
היינט מוצש״ק 11:00. Enjoy
11 PM- 3 AM

Talkine with

Zev Brenner


LEV TAHOR Or Tamey?

A look at Anti-Zionist Sect
Accused of child abuse

Uriel Yosef Goldman


Former Militant Zionist, now Lev Tahor spokesman

Rabbi Yitzchok Frankfurter


Editor & Publisher AMI Magazine
Author of this week's Main Story
J'ACCUSE: The unjust persecution of a
group of pious Jews, and the
unsettling silence of the
Jewish community


Guidy Mamann

Lev Tahor Attorney



11 PM - 3 AM


TALKLINE

WITH

ZEV BRENNER


SATURDAY NIGHT

April 26, 2014


WMCA 570 AM METRO NY,

מורינו הרב » זונטאג אפריל 27, 2014 3:02 am

· #197349
וואו קען מען עס איבערהערן?

סמיילי » זונטאג אפריל 27, 2014 6:51 am

· #197359
וואס איז געווען די סך הכול פון די שמועס?

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 27, 2014 2:07 pm

· #197452
מורינו הרב
איך ווייס נישט צי איר ווייסט, אבער פאר עטליכע צענדליגע יאר צוריק איז געווען א נארמאלע זאך אז אפילו ביי היימישע מוסדות זענען געווען מלמדים בחורים. איז עס ריכטיג? - שווער צו זאגן, אבער אזוי איז געווען.

דאס איז געוועין אין די אנהייב פופציג'ער יארן. אויכעט נישט אין ניו יארק. אין אנדערע מדינות. איך ווייס פון א געוויסן מוסד אין אן אנדערע שטאט, וועלכער האט זיך גערעכנט אלס סאטמאר-געשטימט. און א מיידל (א בחור'טע) טאקע א טאכטער פון א הייליגן איד, האט געלערנט מיט אינגלעך חומש... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

קרני צבי » זונטאג אפריל 27, 2014 5:47 pm

· #197503
מאן יימא?
[ציטאט אראפגענומען]


מאן יימא אז דאס מיינט הרב העלבראנץ, מיר זעהט ליבער אויס אז דאס איז געווען הרב ביטון פון בית שמש.

יואליש » זונטאג אפריל 27, 2014 7:26 pm

· #197529
מנשה, איך ווייס נישט ווער מארקוס איז, אבער לפי דיין שיטה אז איינער וואס האט נישט קיין דאך איבערן קאפ פארלירט זיין זכות דיבור, איז די שאלה וויפיל דעכער מיז מען האבן איבערן קאפ אז מ'זאל מעגן האבן א מיינונג? מיז איין דאך זיין א פאלאץ אויפן האדסאן ריווער? ווער באקומט א רישיון רשות דיבור און ווער נישט?

חוץ זיין פראבלעם מיט נישט האבן א דאך, האט מארקוס א געוואלדיגע חסרון אין מנשה'ס אויגן: ער פלעגט האבן א צוקראכענע היט. איז די מיליאן דאלער פראגע, ווי טרעפט מען די געזעצן איבער היטן און שטיוועל וועלכע שענקן א בשר ודם דאס רשות דיבור?

טיטאניק » זונטאג אפריל 27, 2014 8:28 pm

· #197553
דאס זאל זיין קלאר ביי יעדעם אז סקווירא וועט אייביג זיי לצד לב טהור אלץ יד רוחצת יד
און לב טהור וועט אלעס טין צי ראטעווען זייער נאמען און לעבען, למשעה דארעט אויף עם גרויסע פארבלעמען, סא פארוואס זאל ער נישט איבערדרייען וועלטען?
ער טיט זיינס אבער מיר טארען זיך נישט לאזען

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 27, 2014 9:21 pm

· #197569
מיין נבואה איז, אז ער וועט אנגיין, און איבערלעבן אלע שונאים זיינע

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 27, 2014 9:40 pm

· #197573
דאך איז עס א נבואה...

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 27, 2014 11:49 pm

· #197611
דער סאטמאר רבי רז"ל, און דער פאפא רבי, און דער בעלזער רב, און דער וויזניץ וויזשניץ און באבוב באבוב, אלע האבען הוראה אין אלע ד' חלקי שולחן ערוך. פרעג זיי אליין.

דער שכן » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:40 am

· #197658
[ציטאט אראפגענומען]


מען דארף נישט האבן התרת הוראה צו זיין אן ערליכער און געלונגענער מנהיג. נישט איינער וואס האט דורך געלערענט ש״ס עטליכע הודערט מאל (אזויווי גולדמן האט געזאגט אויף העללבראנץ..) ווערט קוואליפיצירט צו זיין א רבי א מנהיג.

קרני צבי » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:53 am

· #197661
[ציטאט אראפגענומען]


וואלסטו געווען בזמן פנחס, וואלסטו געזאגט דעם זעלבן טיטל אויף פנחס אליינס, דו ביזט געווען פון דיע וואס האבן געזאגט הראיתם בן פוטי זה וכו'...

טיטאניק » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:01 am

· #197663
יאשקע האט אויך נישט געהאט קיין שימוש ווייל ער האט אליין משמש געווען אזוי ווי ארז
בועל הגמון תחלה איז א דבר ידוע ביי ארז

קרני צבי » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:16 am

· #197667
טיטאניק
יאשקע האט אויך נישט געהאט קיין שימוש ווייל ער האט אליין משמש געווען אזוי ווי ארז
בועל הגמון תחלה איז א דבר ידוע ביי ארז


יאשקע האט גראדע געהאט א שיינע שימוש ביי (להבדיל) רבי יהושע בן פרחיה, קא משמע לן אז נישט דא ליגט די זאך.
מישן קריסטליך בלוט ביי די מצות מצוה איז א 'דבר ידוע' ביי אידן.

לשיטתך ולדבריך, אז מ'דארף נאר שעלטן, איז מער נישט דא קיין תורה.

מ'טאר נישט הרג'נען, אבער מ'דארף נאר זאגן אז יענער איז נישט קיין איד, און הרג'ע אים און דו טוהסט גאר א מצוה.
וכן על זה הדרך בכל העבירות שבתורה.

לא זכיתי להבין דבריך וואס האט די אלע זאכן מיט "נצרות" אדער "איסלאם" אדער "צדוקים" "איסיים". לב טהור טענה'ט אז זיי טוהן אלעס על פי תורה ודרכי אבות, האסט וואס צו ענטפערן, ענטפער בכבוד גדול און דער צוהערער וועט מכריע זיין צווישן דיר און צווישן לב טהור. אבער סתם שעלטן און שימפן אן קיין סברה איז נישט קיין קונץ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12