☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

589 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4911
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

משולם טענענבוים » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:10 am

· #164843
קרני צבי ענפער קלאר, האט שוין שלמה העלבראנץ געברעעינוואשט איין מענטש אין זיין לעבען ? יא אדער ניין,

דעי אלע אנטלאפענע פין לב טהור זענען לויטערע ליגנער ? יא אדער ניין ?

ציברעכען א מענטש פין אינווייניג, צינעמען זיין זעלבשטענדיגקייט איז ערגער ווי פיזיש הארגענען, סאו ווער נישט אזוי ברוגז ווען איינער שרייט "מאסען מערדער",

קענסט נאר זאגען אז די האלסט אז ער טוט אלעס ע"פ תורה, אין חאטשיג די ביסט מודה אז ער איז א מאסען מערדער, דאך איז ער ע"פ תורה א מאסען מערדער אין די ביסט שטאלץ צי האבען אזא רבי,

(פארשטייט זיך אז דאס הייסט א מגלה פנים בתורה)

לאמיר דיר עפעס אויסלערנען קרני צבי, מען קען נישט אפטוהן כל מיני רציחות אין נאכדעם קומען שרייען מיט קראקעדיל טרערען ווי א קאזאק הנגזל, סארי, ענק האבען געטוהן עוולות יעצט שלונגט עס אראפ,

האלסט אז ענק מעגען ע"פ תורה, דאן זאג עס אפען, קום נישט וויינען ווען מען שלאגט צירוק, ס'קומט זיך ענק גוטע פעטש אין די ווייסט עס, קום נישט מיט קיין פרעכע שקרים, אונז זעמער נישט די מידיע פאר וועם ענק קענען פארקויפען באבע מעשיות, אונז האב מיר ב"ה געלערענט גמרא תוס' אין אונז קען מיר טראכטען גלייך אין מ'קענען דורעך זעהן די פרעכע שקרים,

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:19 am

· #164847
עס דרייט זיך דא אין שטיבל א לוקה בחסר וואס איז טומן ידו בצלחת, אן איש ריב ואיש מדון אשר בשם 'קרני צבי' יכונה, און אנשטאט אים מחרים זיין און איגנארירן אזוי ווי עס פאסט פאר אזא פחז כמים, דעבאטירט מען מיט אים כאילו ער איז א געזונט קינד. רבותי, לאמיר בויקאטירן דעם קרן השור, אפשר אזוי וועט ער כאפן אז אין כאן מקומו.

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:22 am

· #164848
חלילה, בויקאטירן דארף מען ווער ס'רעדט לשון הרע אקעגן אזעלכע וואס מ'קען אפילו נישט פריוואט, און מ'טרויעט זיך צו זאגן וואס מ'זאגט ווייל אזוי וויל איך, צו ווייל דיין רבי איז נישט בעסער.
וואספארא מין בקשה איז דאס, צו מאכן יענעם די מויל. גלייכסט נישט, שווייג!

משולם טענענבוים » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:23 am

· #164849
אפטעמיסט
עס דרייט זיך דא אין שטיבל א לוקה בחסר וואס איז טומן ידו בצלחת, אן איש ריב ואיש מדון אשר בשם 'קרני צבי' יכונה, און אנשטאט אים מחרים זיין און איגנארירן אזוי ווי עס פאסט פאר אזא פחז כמים, דעבאטירט מען מיט אים כאילו ער איז א געזונט קינד. רבותי, לאמיר בויקאטירן דעם קרן השור, אפשר אזוי וועט ער כאפן אז אין כאן מקומו.


פערזענליך אטאקירען א ניק איז קעגען די תקנות ...

משולם טענענבוים » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:24 am

· #164850
מנשה לוסטיג
חלילה, בויקאטירן דארף מען ווער ס'רעדט לשון הרע אקעגן אזעלכע וואס מ'קען אפילו נישט פריוואט, און מ'טרויעט זיך צו זאגן וואס מ'זאגט ווייל אזוי וויל איך, צו ווייל דיין רבי איז נישט בעסער.
וואספארא מין בקשה איז דאס, צו מאכן יענעם די מויל. גלייכסט נישט, שווייג!


מנשה זעהט אויס אז די האסט מורא אז נעקסט ביסטו ...

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:29 am

· #164851
כ'האב נישט מורא, כ'פארלייד נישט ווי ס'גייט דא פאר שנאת חינם אויפן העכסטן גראד. ממילא אז מ'שרייבט מיט א שמייכל אינטער די לעפצן, איך טו אזוי, איך מיין קיינעם נישט דיירעקט, נאר איינער וואס איז א רשע און בלוט צאפער דיירעקט, אבער צו בויקאטן איינעם דא, איז ממש טעראר ממש סעלפישנעס, שטויסן מיט די פאדעשווע יענעם אין נאז.
מיך פערזענליך קען מען אויסשליסן איינשליסן איך געב נישט קיין ניקל.. כ'וועל מיך טרעפן ערגעץ אנדערש וואו צו שפייען..
איך זע אבער ווי מ'רייסט אראפ דעם קרני צבי לייק נאו וואן עלס

atmybest » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:53 am

· #164858
איז עס גרינג צו ווערן א מיטגליד אין דער הייליגע קהלה?
מוז איך טוישן מיין לבוש?
איך זוך צו דזשוינען.

קרני צבי » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 2:10 am

· #164863
איינער


איינער, זאג נאר, וועמען האסטו ציטירט: דעם דירעקטאר פון די "סענטער פאר איזרעאל"...

ער זאגט... אה! ער וועט זאגן אלעס וואס לאזט זיך נאר.

ברוך השם, קהילת לב טהור האט עס דורך געמאכט, אלע אינוועסטיגעישנס האט זיך אויסגעלאזט אין א בוידעם.

ווי אביוז? וואס אביוז? קיין זכר נישט.

שוין, מים אחרונים האט מען זיי געגעבן די "נעגלעקט", גייט מען צוויי מאל צום דענטיסט.

די עצם אוועק גיין פון קוויבעק, איז נאר א מעלה, זיי האבן במילא געדארפט אוועק גיין וועגן די גזירות החינוך.

געדענקסט פרשת לך לך? קוק דארט אין רש"י, שאודיע טבעך בעולם... וכאן אתה זוכה לבנים...

וואס וויל אבער נתן נאך אז ער האט זיינע קינדער, נפלאה היא ממני.

פארוואס קען ער נישט פארמאכן דעם דאסייער בכבוד?

מה להם ולצרה זאת משוגע מאכן די מידיע מיט פרייוואטע זאכן אויף אן אנאנאמיס אופן?

קרני צבי » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 2:32 am

· #164864
רויטע וואנצעס
ביי 5:15 קען מען זעהן ווי קרני צבי פייט צוריק אויף קאווע שטיבל.




געב א וויש דיין וואנצעס, איין מאל פאר אלעמאל.

דו מיינסט אז ווער ס'זאגט אנדערש פון דיר מוז זיין א קאלט....

טרינק אביסל ווייניגער, וועסטו געוואר ווערן וואס מיינט "פרידאם אף אופיניען"...

ציוני » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:59 am

· #164891
קרני צבי
ווי אזוי רופסטו דו אן א איד, א מאסן מערדער און מענטשן פרעסער, ער האט אפילו איין מענטש נישט געהארגעט און זיכער נישט אויפגעגעסן.


זייער גוט מסביר געווען, יא גע'הרג'עט זייער מענטשליכקייט, גע'גנב'ט זייער מוח, גע'רצח'ט זייערע עלטערן און אלע געשוויסטער, געטויטעט זיינע אייגענע קינדער אין אייניקלעך, (נישט נאר נתן'ס נאר אויך נחמן)
איז יא, א מאסן מערדער און א מענטשן פרעסער, נישט בפועל, אבער יא בכוח, (און בפועל דמיוני), ומחמת שאתה לבד יודע למה כוונתי, כפי הנרמז בתגובתך, ע"כ לא אאריך בזה יותר.

קרני צבי

זיי זענען מסביר על פי תורה, ווייל זיי האלטן אזוי. דו האלסט נישט אזוי, איז נישט. טאמער בכלל האט די תורה ביי דיר עפעס א ווערט.


זיי האלטן אזוי על פי תורה???? איז וואס איז דער תקנות וואס מ'שרייבט איבער אז מ'פארקויפט זיך אינגאנצן פארן ראבינער????
ווער האט זיי דאס אמאל מסביר געווען, קענסטו מיר אפשר זאגן????
די אלע אנטלאפענע דערציילן נאר ווי מיט וויפל רשעות און אכזריות מ'האט דאס אריין געבאקן אין זיי, און ארויפגעצווינגען אויף זיי!!! דאס איז דעת תורה????????

קרני צבי
דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, זי איז נישט געזונט געווען נעביך, דערצו האט זי אויך נישט געוואלט בלייבן ביי אירע געוועזענע חברטע'ס אלץ בושה. איז ביידע צדדים (די טשיילד פראטעקשן און די משפחה טאטע מאמע צו גלייך) האבן ארענדזשירט אז זי זאל גיין צום פעטער-מומע אין ניו יארק. די פילן האט זי נעבעך באקומען פון שפיטאל.


וועמען וועסטו איינרעדן שטותים מיט לגיונות???
די טאכטער איז נעבעך נישט געזונט??? ווער האט איר קראנק געמאכט, איך ווייס ממקור נאמן פון איר פעטער אליין, וואס האט מיר געזאגט (און ער איז מיר מער באגלייבט ווי די), אז זי האט באקומען נערוון פילן פון איר פאטער, און פארדעם האט איר די שטאט ראט ארויס גענומען פון איר שטוב, און איר טאטע האט מתחילה נישט געוויסט ווי די טאכטער געפינט זיך...

קרני צבי
די פרוי מרת העלבראנץ, איז נישט אנטלאפן, זי איז דארטן מיט איר טאכטער. און דו זעהסט אז זיי האלטן אז מ'דארף אזוי גיין און זיי ווילן דאס, רעגארדלעסס לב טהור.


די מאמע איז אין סקווירא, אן קיין שום שייכות מיט די טאכטער, וואס איז אין מאנסי, (טאקע נישט ווייט, אבער דאך האבן זיי נישט קיין שיכות, פרעג מ. דירנפעלד)
איז פארקויף נישט קיין לאקשן, בפרט אז די טאכטער האט זיך שוין יא אנגעטוהן נארמאל, נאר די מאמע האט זיך דערווייל נאכנישט געטוישט.


קרני צבי
יעצט גייסטו זאגן, אז ער הארגעט זייער מענטאליטעיט!


אזוי גוט ווי דו שרייבסט דאס ארויס, האב איך נישט געקענט
ייש"כ

יעצט גיי ווידער פארדרייען די שמועס, אויף אנדערע אינזיכטן, און שרייב ווידער וואס מ'מעג שרייבן און וואס מ'טאר נישט, אנשטאט צו ענטפערן זאכליך אויף די ריכטיגע טענות.

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:34 pm

· #164918
כתבו לכם על קרני הצבי שאין לו חלק ונחלה באלקי ישראל.

zurich » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 1:20 pm

· #164924
איך פאנג האבן צו באקימן פילינג אז די קרני צבי איז פלעין א בחור'ל וואס האט נישט וואס צו טוען מיטן טאג מאכט ער אונדז משוגא!!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 1:25 pm

· #164925
ווער האט זיי געגעבן א היתר זיך מתחתן זיין מיט מוסלמענישע פרויען ?!?! זע איך גוט ?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 3:12 pm

· #164953
zurich
איך פאנג האבן צו באקימן פילינג אז די קרני צבי איז פלעין א בחור'ל וואס האט נישט וואס צו טוען מיטן טאג מאכט ער אונדז משוגא!!

איז אבער שווער א קשיא. אזא הייליגע טאליבאנער גרופ ווי לב טהור, וועלכע גייען ווי די מוסלאמינער, זאל א בחור (אדער אפילו א אינגערמאן) האבן צוטריט צו די טריפה'נע, טמא'נע אינטערנעט, רח"ל. 😈 🙄 😁 😈

משולם טענענבוים » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:19 pm

· #165019
@GeshmakerYid @ShimonRol Rabbi Helbrans is back in Saint Agathe, and will go to Chatham on the last night of hanuka to be with his followers

דבר האמת » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:08 pm

· #165029
ברעיקינג נאו"ז,
נאך יארן לאנג פון שלאפן, האבן זיך די קארפן קעפ אין מדינת ישראל (נו! ציונות) זיך אויפגעוועקט, און אנגעהויבן רעדן וואס מ'קען טוהן להצלת הנפשות האומללות דלב טהור (קרני צבי, שריי הויעך, אלע זאלן הערן, אז מ'וויל רח"ל נעמען די לב טהור קינדער, און מאכן פון זיי אזוי ווי מיט די ילדי תימן, וטהרן. אולי וועסטו מצליח זיין צו פארדרייען די שמועס).


הוועדה לזכויות הילד דנה בעדויות הקשות לכאורה נגד כת 'לב טהור'
הוועדה לזכויות הילד ערכה דיון בטענות כנגד קהילת "לב טהור" השוכנת בקנדה, במהלכו הושמעו עדויות קשות לכאורה. יו"ר הוועדה: "מי שנחשף לעדויות לא יכול להישאר אדיש"
כ"ג בכסלו תשעד

הכאת ילדים במוטות ברזל, שלילת מזון, נטילת כדורים פסיכיאטריים בכפיה וניתוק מוחלט מהמשפחה בישראל. אלו חלק מהעדויות שנשמעו היום (שלישי) בוועדה לזכויות הילד בכנסת, על המשפחות הישראליות בקהילת "לב טהור" בקנדה.
עוד סופר, על השגת ציות ע"י כאב מתמיד כנעילת נעליים קטנות ממידת הרגל, גירושין ונישואים בכפיה מגיל 14 ועד פערי-גילאים, ביניהם נישואין בין בן 15 לבת 40 ולהפך.


יו"ר הוועדה, ח"כ אורלי לוי-אבקסיס (הליכוד ביתנו) אמרה כי "מי שנחשף לעדויות, לכאורה, לא יכול להישאר אדיש. יש לנו תפקיד, חובה ואחריות כלפי ילדים ישראלים, ובמשך שנתיים הפרקליטות מתמהמהת בחילוצם, גוררת רגליים ולא יוזמת שיתוף-פעולה עם גורמי רווחה, חוץ וחינוך. במבחן התוצאה – הפרקליטות נכשלה".
חברה לסיעה, ח"כ יריב לוין, שיזם את הדיון, הוסיף כי "אמנם כל הטיפול בכתות לא ברור, מה בכלל מוגדר ככת, ומה חופש הביטוי, אך הטענות קשות, נוראות ומזעזעות והן חייבות להיבדק. מדובר במקרה חירום ומשרד המשפטים טרם נותן מענה. במשך שנתיים הזעקה איננה נשמעת וכל יום שעובר הוא פשע". יריב דרש כי משרדי החוץ, המשפטים, ביטחון הפנים והרווחה יתכנסו לראשונה לאחר שנתיים של דיווחים על הפרשה, יחליטו כיצד לנהוג – וידווחו לוועדה בעוד כשבועיים.

ח"כ יעקב מרגי (ש"ס) הוסיף עדות על מניעת החלפת חיתולים - אלא פעמיים ביום, והדגיש כי "מדובר בכת סדיסטית". אם לבת המתגוררת בקהילה הוסיפה כי "בחרתי שלא לפחד עוד. המשפחות נשלטות ע"י פושע, שבנו ברח ממנו, על-ידי חרמות, צומות, טבילות במים קפואים, אונס קטינות ע"י בגירים והכאות. הם רואים בהפגנת רגשות כלפי ילדים – המצאה של גויים. שמעתי במפורש מפיו של מנהיגם, הרב ארז אלברנס, כי הוא רואה בהיטלר וסטאלין מורים טובים". צופיה נהון, המלווה משפחות שנפגעו מהכת, ציינה כי "קיים גוף בתוך הקהילה הנקרא 'עזרת משפחה', המעביר ילדים ממשפחות שאמונם במנהיג הכת התערער- למשפחה אחרת לצורך חינוך מחדש, למשך כשנתיים".

אורית כהן, שאחיה השתתף בדיון מנגד כנציג הקהילה, טענה אף היא לעדות על מכות, כליאה, לחץ נפשי להתחתן, אב שמאלץ את בנו ליטול כדורים פסיכיאטריים, ועוד. לדבריה, כשבנו של מנהיג הכת, נתן אלברנס, מרד באביו והשמיע לילדיו מוסיקה, נלקחו ממנו ילדיו למשפחה אחרת בקהילה, והוא עצמו הוכה עד שבירת עצמות.

מוטי לוי, קיצן החקירות של משטרת ירושלים הודה כי "בעדויות יש ממש, ובהן חשד לעבירות פליליות חמורות ביותר", אך עו"ד גלית גרינברג, ממשרד משפטים טענה מנגד ל"קושי מובנה בהשגת ראיות כשמדובר בכת, כי הם עצמם לא מתלוננים על חטיפת ילדיהם מהם. אינני יכולה לשתף את בני המשפחה וחברי הוועדה בפרטי החקירה והטיפול, אך אנו פועלים יום יום בשיתוף-פעולה מצוין עם שלטונות קנדה, ורואים את הפרשה בחומרה". את דבריה תקפו חברי הכנסת לוי-אבקסיס, לוין, מרגי ויעקב אשר (יהדות התורה) בחריפות, וטענו כי במבחן התוצאה - במשך שנתיים לא ננקטו צעדים מעשיים, ואפילו לא נערכה ישיבה משותפת עם גורמי הרווחה והחוץ. גם אילנה רביד, מנהלת המחלקה לישראלים במצוקה במשרד החוץ אישרה כי המשפחות הם שפנו למשרד - ולא הפרקליטות.


נציג מטעם "לב טהור", שאול בויער, סיפר כי במשך שבעה חודשים בדק את הקהילה השרות הסוציאלי הקנדי ולא מצא כל ראיות להתעללות או לעינויים. לדבריו, "הילדים של הקהילה רגועים ושמחים ואין שום טיפול פסיכיאטרי. אמנם עובדים סוציאליים הוציאו חמישה ילדים מהקהילה, אך זאת בגלל שהאב - החי בנפרד מאמם - הכה אותם. היה מקרה אחד של נישואין של בת 16, ולא מקרים נוספים. מדינת ישראל היא רודפת את הרב אלברנס בגלל הדעות שלו".
בהנהלת קהילת 'לב טהור', הגיבו לטענות במכתב ארוך אותו שלחו לוועדה, ובסיומו אף ביקשו לבטל את הדיון שכאמור נערך בסופו של דבר: "באים אנו בזאת בדרישה ובתביעה לבטל את הכינוס הרע והאכזרי הזה, שיכול להוביל להשלכות רבות ומסוכנות ליהודי העולם כולו, באשר מרבים אתם אנטישמיות בכל אתר ואתר ושנאת ישראל בחינם, ולא תהא לכם כפרה על זאת".
"באם תחליטו בכל אופן לקיים את הכינוס הרע הזה, אנו דורשים בכל תוקף את זכותנו להגיב לדברים ולהביע בפני העולם את עמדתנו ותגבותנו לדברים הנאמרים נקראים ונשמעים. אנו, חברי הנהלת קהילת לב טהור בקנדה, מאיר יששכר רוזנער ואוריאל יוסף גאלדמאן, כמו כן כ"ק אדמו"ר רב ואב"ד דקהילת לב טהור שליט"א, מוכנים להתראיין בשידור חי במהלך קיום וועדה זו ע"י צילום אינטרנט “WEBCAM” או לנהל שיחת טלפון לענות על כל השקרים והעלילות. ובאם לא תואילו להענות גם לזאת, ידע נא העולם כולו את העוולה הנוראה והאכזרית, על רדיפת קהילה שלימה והתעללות שפלה בילדים קטנים מצדכם, ואנו נדאג לגלות את פרצופכם האמיתי ושל כל העוסקים במלאכה בזויה זו בקרב עולם ומלואו, ואתם אלו שתשאו בתוצאות בכל הרעות שיבואו ח"ו, אתם וכל הפועלים בזאת".


עד כאן, וואס ס'איז געווען אין די נייעס,



ועכשיו לגופו של ענין,
וואס ער זאגט אז מ'האט נישט חתונה ביי די 16 יאר, האט ער זייער גוט געזאגט, ווייל זייער אסאך האבן חתונה ביי די 15 אדער גאר ביי די 14 (דער רבי'ס טאכטער איז געווען בערך 17 ביי די חתונה, אויך נישט קיין 16, אבער חתונה געהאט מיט א גרוש פון 40, דאס איז שוין יא נארמאל???)

וואס ער שרייבט עובדים סוציאליים הוציאו חמישה ילדים מהקהילה, וכו', אבער האמת הוא, אז דאס איז ווייל מ'האט פארטריבן דעם טאטן נאכן גיבן צו הערן פאר זיינע קינדער א טעיפ רח"ל, (לפי שיטתם, הערן א טיעפ איז ארגער פון הכאה, כנראה.)

אזוי אויך, הגיבו במכתב ארוך, אוודאי, וואס דען, איר מיינט אז קרני צבי (סארי= אדמו"ר מלב טמא) וועט שרייבן קורץ, ער האט מורא מ'וועט נאך פארשטיין וואס ער שרייבט, שרייבט מען לאנג כדי לערבב הש...

די לעצטע ווערטער איז נאך די בעסטע
ידע נא העולם כולו את העוולה הנוראה והאכזרית, על רדיפת קהילה שלימה והתעללות שפלה בילדים קטנים מצדכם, ואנו נדאג לגלות את פרצופכם האמיתי ושל כל העוסקים במלאכה בזויה זו בקרב עולם ומלואו, ואתם אלו שתשאו בתוצאות בכל הרעות שיבואו ח"ו, אתם וכל הפועלים בזאת"

ממש גאנץ כלל ישראל גייט זיך צוקראצן ווען דער מטורף אלברנץ וועט אנקומען אין די חד גדיא....
ואנו נדאג לגלות פרצופכם האמיתי, ווער וועט מגלה זיין וועמענ'ס פנים,
אוי! ס'ווערט שוין נמאס פון די הגזמות השקריות.

לאליפאפ » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 8:11 pm

· #165053
איך ליין מיר דא אזוי.. נאך איינער געדענקט דעם ניק נטורי קרתא עסקן וואס פלעגט אנפירקלען די ווענט דא אין שטיבל מיט א רויטן קאליר אינגאנצן נישט צום דבר?

קרן הצבי עידזשענט בעק אן דיוטי

איינער » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 10:42 pm

· #165087
קרני צבי
איינער, זאג נאר, וועמען האסטו ציטירט: דעם דירעקטאר פון די "סענטער פאר איזרעאל"...

ער זאגט... אה! ער וועט זאגן אלעס וואס לאזט זיך נאר.

ברוך השם, קהילת לב טהור האט עס דורך געמאכט, אלע אינוועסטיגעישנס האט זיך אויסגעלאזט אין א בוידעם.

ווי אביוז? וואס אביוז? קיין זכר נישט.

שוין, מים אחרונים האט מען זיי געגעבן די "נעגלעקט", גייט מען צוויי מאל צום דענטיסט.

די עצם אוועק גיין פון קוויבעק, איז נאר א מעלה, זיי האבן במילא געדארפט אוועק גיין וועגן די גזירות החינוך.

געדענקסט פרשת לך לך? קוק דארט אין רש"י, שאודיע טבעך בעולם... וכאן אתה זוכה לבנים...

וואס וויל אבער נתן נאך אז ער האט זיינע קינדער, נפלאה היא ממני.

פארוואס קען ער נישט פארמאכן דעם דאסייער בכבוד?

מה להם ולצרה זאת משוגע מאכן די מידיע מיט פרייוואטע זאכן אויף אן אנאנאמיס אופן?


די מיינסט מיטן ניצן דעם ווארט איזרעאל, ווי א רויטע שמאטע, צומישט יעדן און מען מיינט גאר אז אלעס איז פיין און וואיל?
ענק האבן געמיינט אז מיט אוועק מופען פון קויבעק מיט א נארישע אויסרייד אז עס איז צוליב חינוך. וועט דער יוט פראטעקשאן פארגעסן פון ענק און מען וועט אנגייען נאך א פאר יאר ביז די נעקסטע אנטלויפן. דאס איז געווען א ביטערער פאטאלער מיסטעיק, פונקט פארקערט, דאס האט ארויסגעברענגט אין פובליק וואספארא רציחות עס גייט פאר, און עס האט נאר געברענגט מער דרוק אויף די גאווארמענט צו קעיר נעמן פון ענק. א פאר אינטערוויאוס פאר די מידיע אפילו מיט א פאר נייע קינדער שפילן וועט ענק נישט ארויס נעמען פון ענקערע פעקל, די צייט איז נאנט ווען די סתרא אחרא מיטן נאמען לב טהור וועט אונטערגייען.

פטיש החזק » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 7:56 am

· #165140
<a class="postlink" href="http://www.montrealgazette.com/touch/news/montreal/Remaining+Tahor+members+prepare+leave/9216365/story.html?rel=813072">http://www.montrealgazette.com/touch/ne ... rel=813072</a>

כנישתא חדא » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:40 am

· #165172
<a class="postlink" href="http://montreal.ctvnews.ca/video?playlistId=1.1560684">http://montreal.ctvnews.ca/video?playlistId=1.1560684</a>

כנישתא חדא » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:48 am

· #165177
<a class="postlink" href="http://www.cbc.ca/news/canada/montreal/jewish-sect-lev-tahor-flees-quebec-amid-child-neglect-allegations-1.2438992">http://www.cbc.ca/news/canada/montreal/ ... -1.2438992</a>

כנישתא חדא » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:53 am

· #165179
<a class="postlink" href="http://www.cbc.ca/player/Radio/ID/2420438533/">http://www.cbc.ca/player/Radio/ID/2420438533/</a>

smart » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:06 pm

· #165181
וואס איז די לעיטעסט נייעס מיט לב טהור? וואו זענען זיי? וואס טוט זיך דארט?

כנישתא חדא » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:03 pm

· #165195
איינע פין די קאמענטס אויף CBC:

Adiano69: Interpol is preparing to issue an international arrest warrant against the Lev Tahor grand rabbi Shlomo Helbrans, leader of this sect, after he allegedly forced a 14-year-old girl to marry a 40-year-old man, and for beating little children with a tire iron.

ציוני » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 4:11 pm

· #165236
קרני צבי
בן מלך, דיינע ווערטער זענען תרתי דסתרי, דו זאגסט אז ס'איז נישט אמת אז די ציונים האבן פיינט הרב העלבראנץ ווייל ער איז א קנאי, נאר ווייל ער האט געגאנבעט געלט פון מענשטן, און ער דארף זיצן אין חד גדיא, און דערציט. ער איז פשוט אנטלאפן אלץ א קרימינאל. שפעטער זאגסטו אז הרב העלבראנץ האט גחתמ'ט א דאקומענט מיט זיין איידי צו די פאליציי אין ארץ ישראל זיי זאלן אים ביטע שיקן די דאקומענטן פון זייער מדינה אז ער "נישט" קיין קרימינאל, און זיי האבן אים טאקע געשיקט די דאקומענט! (דאס ליגט ערגעץ אויפן אינטרנעט). טא פארוואס האבן אים די ציונים אזוי ליב אזש ביז צו מאכן פאלשע דאקומענטן לכבוד אים, און טאמער האבן זיי אים אזוי ליב טא וואזשע איז ער אנטלאפן. זעהסט דאך אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדטס.


אינטערחכם וואס דו ביסט, מומחה עצום אין פארדרייען שמועס'ן
אבער מיר וועסטו קיין שטותים נישט איינרעדן (פארגעס נישט, איך בין "ציוני")

ער איז אנטלאפן פון ארץ ישראל פאר די זעלבע סיבה וואס הרב (?) אהרן צבי רומפלער איז אנטלאפן פון מונסי
דער אלברנץ האט בא'גנב'עט אסאך "חרדי'שע" אידן וואס צוליב דעם איז ער אנטלאפן פון א"י
און יא, די ציונים האבן אים טאקע פיינט, (זיי מיינען נעבעך אז ער איז א חרדי), אבער ס'איז דא נאך טויזנטער חרדים אין ארץ ישראל, וואס זענען גרעסערע בעלי השפעה ווי אים און מ'טוט זיי גארנישט
(כמו הגאב"ד, הראב"ד, הגה"צ ר' יהושע ראזנבערג, אדמו"ר מדושינסקי, אדמו"רים מתולדות'ים, ר' דוד שמידל, והרשימה עוד ארוכה) כמו"כ אפי' מוסע הירש (בלה"ק משה הירש, סגנו של ערפאט) ג"כ לא ישב בכלא, ולא איימו עליו כלל.
וע"כ האמת הוא שאלברנץ מעולם לא ישב בכלא א"י ולא הי' קרימינל, ואפי' ווען די אמעריקאנער רעגירונג (נחשדו על ציונות??) האבן אים פארטריבן פון מאנסי (ווייל ער איז א קנאי???) איז ער געווען אין ארץ ישראל פאר צוויי וואכן ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער האט אפי' נישט געשפיגן אויף זיין זייט, ומשם יצא קיין קאנאדא געהעריג (אגב, לב לאחים האט אים יא אביסל באזונגען דארט, אבער נישט גענוג)

איז פארדריי נישט קיין שמועס'ן און שרייב נישט קיין שטותים והבלים.

און יא (דו!!!) דער גרויסער (?) קנאי, האט זיך געבעטן ביי די פארשאלטענע ציונים (וואס מ'טאר פון זיי נישט נהנה זיין כמלוא נימא, און דערפאר קען מען נישט בלייבן וואוינען אין גילה), זיי זאלן אים דערקלערן אז ער איז נישט קיין קרימינאל
און די שגץ'דיגע מדינה האט צוליב געטוהן זייער שונא נומער 1 (אגב איך בין צומישט, ווייל הרב אמנון יצחק איז אויך שונא נאמער איינס, כנראה ביסטו (סליחה אלברנץ) אזוי גרויס ווי ר' אמנון יצחק)

שוין צייט זאלסט זיך אויפוועקן און פארשטיין אז אפי' דו ביסט אפגעזונדערט פון די אפענע וועלט ביי דיין פארוקטן ווינקל קודם אין קיובעק און יעצט נעבן טאראנטא (גראדע יא אפן צום טרייפענעם אינטערנעט),
אבער מיר זעהן און ווייסן יא אלעס, און מ'קען נישט שרייבן קיין שקרים און כזבים, נגמר עידן מכירת שטויות לכלל הציבור.


יעצט גיי שרייב אפ א מגילה ארוכה וואס קיין איין ווארט קלעפט נישט צום צווייטן, דער עיקר פארדרייען דעם שומעס, און נישט ענטפערן צו די זאך

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:14 pm

· #165252
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=oaMyqOOlHnE#t=20">http://www.youtube.com/watch?v=oaMyqOOlHnE#t=20</a>

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:15 pm

· #165253

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:27 pm

· #165255

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:29 pm

· #165257
hundreds of hundreds
🙂

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:33 pm

· #165258
איך קען דעם אינגערמאן פון אלץ בחור, איך בין שאקט ער איז אויך אריינגעפאלען אין דעם *** לאך.
זיין טאטע איז ר' ימ"וו וואס זיצט נעבעך אין תפיסה.

עוד מישהו » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:27 pm

· #165266
רח"ל התבוללות צווישן אידן מיט מוסלעמענע פרויען. 😠 😢
שומו שמים.
ס'איז מיר אינטערסאנט צו וואוסן, ווען אלברנס וועט הייסן זיינע חסידים זיך אנטוען די קאפיא אדער טורבאן, כמנהג אבותם בארצות המזרח.
אין אלעס זענען די ציונים שולדיג, אפשר אויך אין די פאקט אז ארז איז טויט משוגע!!!

מנשה לוסטיג » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:47 pm

· #165269
לשון הרע

חבקוק הנביא » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 7:08 pm

· #165272
זיי טרייען צי ספינען פאר די מידיא אז ס'פשוט אז די ציונים רודפן זיי ווייל זיי זענען אנטי ציוני ....
אין די ציונים לייגען פרעשור אויף די קאנאדישע אוטוריטעטן, כדי צי ציפיקסען די אנטי ציונים...

קוקט אויס אז זיי פרובירען צי סקאורען פוינטס דורעך שפילען צי די אנטי איזראעל סענטימענט אין די גויאישע גאס,

אזאלכע שקרים, די איזרעיליס האבען זיך טאקע נישט בעסער מיט וועם צי קימערען ווי מיט א פאר אויסגעשפילטע מענטאל קעיסעס ערגעץ פארווארפען אין די וויסטענישען .... אין זיי ציקראצען זיך זייער שטארק אז זיי זענען "אנטי ציוני"...

ס'איז די משפחות פין ארץ ישראל וואס האבען קרובים וואס זענען נעבעך פארכאפט געווארען דורעך העלבראנץ, אין זיי זיכען סיי צי ראטעווען זייערע קרובים אין סיי נקמה, אין זיי לייגען שוין יארען פרעשור אויף די אינסטאנצען אין מדינת ישראל אז זיי זאלען עפעס טוהן, אין די אינסטאנצען האבען עס "נישט" גענומען צי ערענסט, זיי האבען גענוג וואס צי טוהן אינדערהיים, נאר זעהט אויס אז די יארען פרעשור האט אנגעהויבען צי טראגען פירות,

אנטי ציוני קומט בכלל נישט אריין אין בילד דא, די חברה טרייבען קאטאוועס,

דבר האמת » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:46 pm

· #165305
לבני היקר ולמשפחתו היקרה שאנו אוהבים ומתגעגעים להם בכל ליבנו ונפשנו.
בני היקר, ידוע לי שאתה תחת שטיפת מח והשפעתו של הרשע המנוול ארז אלברנס (שלמה הלברנץ) שגזל את נשמתך ונשמת ילדיך האהובים ולכן אתה עושה טעויות גדולות בחייך שיתכן ולא יהיה ניתן לתקנם.
האהבה שלנו אליך, בניגוד למטורף שלמה הלברנץ, אמיתית וכנה, חבל שאתה נתון לשטיפת מח כזאת שגורמת לך לזלזל באהבתנו אליך.
אנו מחפשים את הדרך להגיע ללבך ולשכלך, אבל שלמה הלברנץ דאג לשלוט גם בהם.
אני בטוחה שבעומק ליבך אתה יודע כי שלמה הלברנץ שקרן , אם תמשיך להעליב אותנו לפגוע בנו ולזלזל בנו בסופו של דבר אתה תגדע את השורשים שלך. והשורשים שלך הם אמא שלך שלא פעם ולא פעמיים השפלת אותה בפה מלא ואמרת שאינך מכבד אותה. וכשהזכרתי לך את עשרת הדיברות ענית לי שאתה מכבד את התורה ולא את אמך, חבל שאינך יודע שעשרת הדיברות זו התורה בכבודה ובעצמה.
בני היקר והאהוב אנחנו נלחמים על הילדים שלך, שלא יפגעו יותר והם כבר פגועים מאד.
כפי שכתבת בעבר אתה רוצה ללכת לארז אלברנס (שלמה הלברנץ) המתעלל בילדים, כי הנשים במשפחתך לבושות בבגדים שאינם מתאימים למקום שאתה גר בו. האם נראה לך שהפתרון ללבוש של נשות משפחתך הוא ללכת לארז אלברנס (שלמה הלברנץ) המשוגע הרשע והאכזר, לתת לו את ילדיך שהקדוש ברוך הוא נתן לך, לתת להלבנץ להתעלל בהם ובנפשם, לתת להלברנץ לחתן אותם עם בני 40, לתת להלברנץ לגרש אותם, לתת להלברנץ לאבחן אותם כחוליי נפש, לתת להלברנץ להלעיט אותם בכדורים פסיכיאטרים,לתת להלברנץ להכות אותם, לתת להלברנץ לשלוט בנפשם. לצערי הרשימה עוד ארוכה...
תקן את הטעות שלך, תעבור למקום אחר ושום דבר נורא לא יקרה מזה.
זה לא אנחנו שאין בלבנו אהבה אליך ולמשפחתך, זה אתה שאין לך טיפת אהבה לאמך, לאחותך, ולמשפחתה, לאחיך הצעיר ממך.
אתה שונא את אמך, אחותך ומשפחתה, אחיך ואשתו, הדודים שלך וילדיהם, השכנים שהיית קרוב מאד אליהם, החברים הקודמים שלך, את מי שהחזיר אותך בתשובה, את מקום עבודתך והחברים לעבודה, את מי שטיפל בילדיך שנים רבות, את הרבנים, את עם ישראל. בן יקר שלי, אתה לא דתי ולא חרדי, לעבוד את הלברנץ זו עבודת אלילים ולא עבודת השם.
זו לא דת, זה טרוף, אכזריות ורשעות.
שאלתי לך איך אתה יכול להכיל בקרבך כל כך הרבה שנאה? הרי ידוע לך שכל מה שאתה חושב על האחר מצוי בך. שלמה הלברנץ השקרן המנוול לימד אותך לשנוא, ולא לימד אותך מה כתוב בתורה.
האם היהדות אומרת לשנוא כל כך הרבה אנשים? או שזה עיוות התורה ע"י הלברנץ המשנה את התורה כרצונו. מוסיף עליה ומחסיר ממנה.
מכל מי שאתה שונא הלברנץ הוא האחד ויחיד שראוי לשנאה העזה שלך.
קראתי את הסיפור על נחמה כפי שכת לב טהור סיפרה אותו, ברצוני לומר לך שהסיפור של כת לב טהור מעיד כאלפי עדים על חטיפת ילדה מהוריה ושטיפת המח שלה בכדי לשנוא את משפחתה ואת הוריה, זאת יהדות? זאת התורה?
אני אוהבת אותך אהבת אם לבנה, אהבה ללא תנאים וגבולות ומאחלת לך חג שמח מכל משפחתנו הקרובים והרחוקים. ומתפללת שיום יבוא תתעורר ונחזור להיות משפחה אוהבת, ואת שלמה הלברנץ נראה במקום שאליו הוא ראוי הכלא או בית משוגעים. (הוא ראוי להרבה יותר גרוע מזה).
אמא
המיכתבים הנ"ל ניכתבים מאמא לבן, שנפל לציפורניים של ארז אלברנס ששינה את שמו לשלמה הלברנץ האכזר,הוא לא מדבר איתה יותר כמצוות גורו הכת ארז אלברנס. האמא לא מפסיקה לבכות אבל לארז אלברנס אין שום רחמים עליה ולא כלפיי אף אחד אחר, הוא אוהב רק את עצמו, אפילו בילדיו שלו ונכדיו הוא מתעלל

משולם טענענבוים » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 8:17 am

· #165324
ברעיקינג,
א געריכט אין קוויבעק האט נעכטען פארארדענט אז 14 קינדער פין 2 לב טהור משפחות קינדער פין 2 חדשים אלט ביז 16 יאר אלט, זאלען ווערען אוועק גענומען אין געלייגט אין פאסטער קעיר, די 16 יעריגע מיידל איז די מאמע פין די 2 חדשים'דיגע בעיבי,

די קוויבעק טשיילד פראטעקשען סערוויסעס האט געזאגט אז זיי האבען שוין אראנדזשירט משפחות אין די מאנטריאלע אטרדאקסישע יודישע קהילה ווי צי פלאצירען די קינדער,

אזוי אויך האבען זיי ארויף געלייגט א פארבאט אז די קינדער זאלען נישט זיין ערלויבט צי פארלאזען דאס לאנד,

קוויבעק אפישעלס האבען געזאגט אז זיי וועלען אנהייבען היינט דאנערשטאג פארהאנדלען מיט די אונטעריאו אוטוריטעטן איבער דעם אורטייל, לכאורה וועט א אונטעריאו ריכטער עס דארפען באשטעטיגען,

בלייבט צי זעהן וויזוי די אונטעריאו אוטוריטעטן וועלען באהאנדלען די זאך,

<a class="postlink" href="http://www.thestar.com/news/canada/2013/11/27/quebec_judge_orders_children_from_jewish_sect_be_placed_in_foster_care.html">http://www.thestar.com/news/canada/2013 ... _care.html</a>

ציוני » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:15 pm

· #165408
משולם טענענבוים
א געריכט אין קוויבעק האט נעכטען פארארדענט אז 14 קינדער פין 2 לב טהור משפחות קינדער פין 2 חדשים אלט ביז 16 יאר אלט, זאלען ווערען אוועק גענומען אין געלייגט אין פאסטער קעיר, די 16 יעריגע מיידל איז די מאמע פין די 2 חדשים'דיגע בעיבי,

די קוויבעק טשיילד פראטעקשען סערוויסעס האט געזאגט אז זיי האבען שוין אראנדזשירט משפחות אין די מאנטריאלע אטרדאקסישע יודישע קהילה ווי צי פלאצירען די קינדער,

אזוי אויך האבען זיי ארויף געלייגט א פארבאט אז די קינדער זאלען נישט זיין ערלויבט צי פארלאזען דאס לאנד,

קוויבעק אפישעלס האבען געזאגט אז זיי וועלען אנהייבען היינט דאנערשטאג פארהאנדלען מיט די אונטעריאו אוטוריטעטן איבער דעם אורטייל, לכאורה וועט א אונטעריאו ריכטער עס דארפען באשטעטיגען,

בלייבט צי זעהן וויזוי די אונטעריאו אוטוריטעטן וועלען באהאנדלען די זאך,

<a class="postlink" href="http://www.thestar.com/news/canada/2013/11/27/quebec_judge_orders_children_from_jewish_sect_be_placed_in_foster_care.html">http://www.thestar.com/news/canada/2013 ... _care.html</a>




ווי איז קרני צבי?????
פארוואס לייקנט ער דאס נישט??????
פארוואס פארדרייט ער נישט די שמועס????


מוז מען זאגן, שאין החי יכול להכחיש את החי

יחי האמת!!!!!!!

מימוש » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 6:52 pm

· #165423
<a class="postlink" href="http://fr-ca.actualites.yahoo.com/video/lev-tahor-d-fie-la-231019287.html">http://fr-ca.actualites.yahoo.com/video ... 19287.html</a>

יונה כהן » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 7:36 pm

· #165425
איך האב ספיקות ביי מיר צו אלס וואס מ'זאגט אויף הרב העלבראנץ איז אמת ואעפ"כ למיחש מיהו בעי. איך האב געהערט פון מענטשען וואס איך גלייב זיי געפערליכע זאכען, דאס איז אבער אויב וואס איך הער איז אמת. און מיינע מחשבות זענען צוריסען.

איך בין געווען ביי אים\זיי אין סענט-אגאטה אויף א שמחה , ער איז אן איש פלא דהיינו פון דאס ביסל דברי תורה וואס איך געהערט פון אים בשעת דער שמחה בין איך איבער געצייגט אז ער איז א געוואלדיגער תלמיד חכם, איך האב געזען אז ער זאגט הרבה מאמרי גמ' און זוהר אויסען ווייניג מיטן לשון באריכות. ער איז א ראדיקאלער אנטי ציוני אבער מיט מיר האט ער זיך אויף געפירט איידעל און פריינטליך.

עס איז פשוט א שאד אז ער האט נישט מצליח געווען אויף שטעלען א קליין מקום מיט הצלחה, ווייל אפשר טאקע איז דא א צד אין אים וואס איז חושך ואפלה און ה' יודע וואס דער אמת איז. ווען איך בין געווען דארט אין דער קהילה, איז געווען אין מיטען א פראסטיגער ווינטער נאכט און די שניי אויף די ביימער האבען איינגעהילט דעם קליינעם ישוב, און אין די פאר שעה וואס איך האב דארט פארבראכט איז א איידעלע שניי כסדר געפאלען, עס האט מיר אויס געקוקט ווי א מעשה ביכל שטעטל אין א חלום פון דער אלטער היים. אבער איינער וואס איז א גאסט קען נישט וויסען וואס עס קומט פאר אונטער די פארשטעלטע פענסטער. וגם די הנהגה פון די חסידים זיינע איז געווען מאדנע, אבער נישט אויסטערליש פארדרייט.

איך האב געהאט נארמאלע שמועסן מיט א פאר יונגע לייט. אין אויך מיט'ן רבי'ן אליין. איך בין חושד אז טייל פון די שרעקליכע מעשיות זענען ליידער אמת, אבער אויך בין איך חושד אז א גרויס חלק איז איבער געטריבען און היסטעריש. ווי אזוי מ'באהאנדלט דאס ווייס איך נישט און איך האב נישט קיין קלארע דעה.

כנישתא חדא » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 9:48 pm

· #165588
ווי עס זעהט אויס, איז בכלל נישט מוכרח אז לב טהור פלאנט טאקע זיך צי באזעצען אין אונטעריאו, זיי זענען אהין געגאנגען ווייל זיי האבען געזעהן אז זיי פארען נישט גוט אין די קוויבעק קאורט סיסטעם, זיי האבען מורא געהאט אז זיי וועלען פארלירען די קינדער, זענען זיי געלאפען פאר די ריכטער האט געמאכט דעם באשלוס וואס דעמאלץ קענען זיי לעגאל נאך אוועקלויפען,

אין אונטעריאו הייבט זיך ערשט יעצט אן דער לעגאלער פראצעדור דטרעך די דארטיגע אוטוריטעטן, אין זיי דארפען נאכאמאל אנהייבען פין אנהייב, חאטשיג ס'וועט לכאורה גיין שנעלער ווייל זיי האבען באקומען די געריכטליכע פיילס פין די קוויבעקער געריכט, אבער ווי ס'שיינט איז די לב טהור פלאן אז טאמער זיי זעהען אז ס'פארט נישט גוט, וועלען זיי ווייטער אוועק לויפען אין די לעצטע מינוט צי א צווייטע פראווינץ, וואס דאן וועט יענע פראווינץ ווייטער דארפען אנהייבען פין אלף, אין אזוי זעהט אויס פחאנען זיי צי פארדינען צייט, ווי עס זעהט אויס שלאגען זיי זיך מיט ציין אין נעגעל, ס'זעהט אויס אז טאמער זיי פארלירען דעי 14 קינדער איז שוין די וועג נישט ווייט אז זיי זאלען פארלירען אלע קינדער אין דאן איז אויס לב טהור,

ס'איז טראגי קאמיש אז איינער פין זייערע ווארטזאגער'ס האט דראמאטיש געזאגט פאר די פרעסע אז טאמער מען נעמט אוועק די קינדער וועט עס זיי שאטען פארען לעבען, אין די זעלבע צייט וואס זיי אליינס טוען נעמען קינדער אין זיי לייגען פין איין משפחה צים צווייטען אלץ שטראף צי עפעס אזוי,

למעשה קען זיין אז זיי זיצען נאר דארט טעמפערערי, אין זיי פארקויפען אז זיי גייען זיך דארט באזעצען, אין וועלען מסתם ווייטער לויפען טאמער זיי וועלען חושש זיין אז ס'קומט א לויט זיי נעגאטיווען געריכטליכע באשלוס אין אונטעריאו,

אויך דארף מען וויסען אז ס'נישט סתם מען נעמט אוועק די קינדער, אונטער די אנקלאגעס זעהט אויס שטייען די קרובים פין די קינדער פין מדינת ישראל וואס פרובירען אויף דעם אופן ארויס צי ראטעווען די קינדער פין דארט,

ווי עס שיינט זיצט העלבראנץ דערווייל ווייטער אין סט אגעט, קען זיין נאך א שטיקל ראיה אז די גאנצע אונטעריאו געמופעכטס איז מסתם א צייטווייליגע זאך,

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 9:58 pm

· #165590
זענען אלע אנטלאפען, אדער נאר די משפחות מיט די פיפצען קינדער?

מימוש » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 5:00 pm

· #166152
<a class="postlink" href="http://levtahor.ca/uploads/3/1/6/4/3164940/section_of_talk_with_baraby.wav">http://levtahor.ca/uploads/3/1/6/4/3164 ... baraby.wav</a>
דא קען מען הערן דעם העלבראנץ מיט ראזנער אין א דיסקוסיע מיט דער DYP

מצב הדור » מיטוואך דעצעמבער 4, 2013 2:41 pm

· #166322
ריף יעצט
2063096879



זייער נאמבער דארט
5197841393

דבר האמת » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 1:36 pm

· #166958
די ארימע קהלה, וואס האט מיליאנען דאלארן, פון וואו?????
קוק דעם לינק
און איר וועט זעהן, וויאזוי די ארימע קהילה וואס וויינט בדמעות תנין, כקוזק הנגזל, דרייט מיט שווערע מיליאנען,
און אפי' מיר וועלן אננעמען אז א צייטאנג טרייבט איבער, איז נעמט אראפ האלב, און מאכט א חשבון מיט וויפל נאך איר בלייבט
און דאס איז נאר וואס מיר ווייסן יא, גיי ווייס וויפל נאך מיר ווייסן נישט, און מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן.

יראה הקהל וישפוט

<a class="postlink" href="http://www.thestar.com/news/canada/2013/12/07/lev_tahor_group_amassed_6_million_in_assets_when_it_operated_as_charity.html">http://www.thestar.com/news/canada/2013 ... arity.html</a>


פאר די וואס קענען נישט זעהן די לינק
וועלן מיר ברענגען א עותק פון דארט


Lev Tahor group amassed $6 million in assets when it operated as charity
The radical Jewish group Lev Tahor has operated for more than a decade as a religious charity with millions of dollars flowing through its accounts, the Star has learned.
Text size:
Increase
Decrease
Reset
Share via Email
Print
Report an Error
Save to Mystar

RICK MADONIK / TORONTO STAR FILE PHOTO
Lev Tahor community members head off toward morning prayers at their new location in Chatham, Ont.
By: Allan Woods Quebec Bureau, Published on Sat Dec 07 2013
EXPLORE THIS STORY
1 PHOTO
9 COMMENTS
Save to Mystar
• Share on Facebook
•
•
• inShare1
•
Republish
MONTREAL—Lev Tahor, the radical Jewish group accused of raising their children in squalid conditions, has operated for more than a decade as a religious charity with millions of dollars flowing through its accounts, the Star has learned.
The group that is alleged to exert strict control over its members’ liberty, health and finances amassed nearly $6 million in assets at its peak and regularly pulled in annual revenues of hundreds of thousands of dollars for the operation of its reclusive community in Ste-Agathe-des-Monts, north of Montreal.
Financial filings show Lev Tahor’s two charitable guises — Congregation Riminov and the Society for Spiritual Development — are run by the group’s spiritual leader Rabbi Shlomo Helbrans and an eight-person inner circle.
Congregation Riminov was registered as a tax-exempt religious charity in 2001, shortly after Helbrans moved from Israel to Canada, where he would later be granted political asylum (the rabbi was deported to Israel after serving prison time in New York for the second-degree kidnapping of a young religious recruit).
More Video

Video:Hume: City Fail

Video:Chris Hadfield explains the possible effects of meteorites
The charity had a rapid rise in its financial performance under its stated goal: “the operation of a synagogue and provision of assistance to those in need.”
From a draw of $114,865 in its first year, Congregation Riminov brought in more than $1.9-million in 2005 and claimed land and property assets of $5.6 million in 2006. It is unclear what became of those assets and those donations when Congregation Riminov lost its charitable status in 2007 for not filing mandatory information with the Canada Revenue Agency.
It took some time before Lev Tahor’s other charitable organization, the Society for Spiritual Development, picked up the slack. It was registered as a charity in 2004, aiming “to create a centre for meditation and prayer, (to) establish schools, to develop spiritual and religious ideals (and) provide assistance to needy people,” according to its annual filings with the federal tax agency.
“We do a lot of stuff. We do our schooling, synagogue, our kosher (food) stuff. There’s also the books we are printing,” said Mayer Rosner, a Lev Tahor leader in Chatham-Kent, Ont., who served as vice-president of Congregation Riminov from 2003 to 2007.
The Society for Spiritual Development’s financial success had been more modest until recently. Annual revenues between 2004 and 2010 ranged from $20,000 to $36,000 while the organization spent between $15,000 to $89,500 carrying out its operations.
But in 2011, the community received a donation from another, unnamed, registered charity to the tune of $4.3 million, CRA filings show. That was the same year that Lev Tahor came onto the radar as a potentially dangerous group.
Media in Canada and in Israel took notice when an Israeli judge ordered two teenaged girls returned to their homes after they were sent to Quebec to live with the group. According to news reports at the time, family members feared the girls would have their property taken and would be forced into marrying members of the sect.
In 2012, the Society for Spiritual Development transferred $3.3 million to another Jewish charity in Quebec, the Canadian Friends of Holy Land Institutions.
Israel Lowen, president of the Canadian Friends group, said Lev Tahor’s charity had received a sum of money with the expectation it would develop a project for the community’s use. When those plans fell through, the money was passed on to his group.
Lev Tahor’s Rosner refused to say who provided the $4.3 million but confirmed it was for an unspecified development that “didn’t work out.”
Rosner did say that the Lev Tahor charities receive donations from Canada, the United States, the United Kingdom, as well as backers in Israel.
An Israeli source with knowledge of the Lev Tahor group said community members survive mainly on government welfare payments that are given to the group’s leadership. The money is allegedly then rationed out to the 40-odd families, which has been described as a method of exerting control over members.
“Already the payments to families in Quebec are generous. It’s what, $1,700, $2,000 for a family that has five or six children?” said the source in Israel who has assisted former Lev Tahor members.
“But the money doesn’t go to the families. The money goes to the sect’s leadership.”
“That’s full of baloney and you don’t find that anywhere in any records because it’s not true,” Rosner said when asked about the claim. “There’s no proof of that and you won’t find any proof because it doesn’t happen. It doesn’t exist. That’s all I can tell you.”
Fourteen children from two Lev Tahor families who fled last month to Chatham-Kent were ordered into foster care on Nov. 27 after Quebec child-welfare workers found evidence of neglect , poor hygiene and psychological abuse during visits to their homes in Ste-Agathe-des-Monts.
Investigators documented unkempt houses where children slept on beds with urine-soaked sheets, surrounded by garbage; cases of children being forcibly removed from their homes and made to live with other families, as well as poor health- and dental-care and a home-schooling regime that failed to meet provincial standards.
Children’s Aid officials in Ontario have not commented on the case and have so far failed to act on the Quebec judge’s order .
Other details about the investigation, as well as testimony from a former Lev Tahor member who escaped the group’s clutches, are protected by a publication ban issued by Judge Pierre Hamel, who cited a “serious risk of harm” to the 14 children ordered to foster care as well as the larger community.
Arnold Markowitz, a social worker and psychotherapist with New York’s Jewish Board of Family and Children’s Services who has experience working with cult members and their families, said Lev Tahor has historically drawn its members from within the orthodox Jewish community, where it is difficult to identify how the group differs from other Hassidic sects.
His first case involved three teenaged boys who went to Brooklyn for a summer of religious study with Helbrans. The summer ended and they never came home, he said.
The most recent case involved an orthodox boy from New Jersey who was convinced by an older relative to come visit him in Quebec.
“In the context of the Jewish community, and of orthodoxy, it’s not unusual for children . . . to go and live at a yeshiva (Jewish religious school) and to be away from home,” Markowitz said. “It is unusual that they wouldn’t be in contact.”
📎 Lev Tahor group amassed.pdf

דבר האמת » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 2:46 pm

· #166975
הגיוסים של קהילת 'לב טהור': שישה מיליון דולר
הגיוסים של קהילת 'לב טהור': שישה מיליון דולר
הרשויות בקנדה פרסמו לאחרונה כי קהילת 'לב טהור' גייסה בשנים האחרונות באמצעות שתי עמותות אותן היא מפעילה, סך של קרוב לשישה מיליון דולרים עבור ספרים ומזון
מסע רדיפה אנטישמי או חמדנות ורדיפת ממון? בימים האחרונים פרסמו הרשויות בקנדה את סך התרומות בעשור האחרון אותן קיבלה קהילת לב טהור, כשמהמסמכים עולה כי הכת חסידית צברה קרוב ל-6 מליון דולרים באמצעות שני ארגוני הצדקה של הקהילה.
כלי התקשורת בקנדה מדווחים כי שני העמותות, האחת: קהילת רימינוב והשניה "החברה להתפתחות רוחנית" הפטורות ממס, קיבלו תרומות בסך כולל של 6 מליון דולרים, מהן תרומת ענק של 4.3 מליון דולרים שהתקבלה בשנת 2011 עבור הקהילה.
יצויין, כי עד כה שמרה הקהילה הסגורה בראשותו של מנהיגה הרוחני הרב שלמה הלברנץ על דיסקרטיות וחשאיות גמורה בקשר לנושא התרומות ותקציבי החסידות.
אחד הדוברים, מאיר רוזנר - מראשי החסידות, הסביר כי ארגוני הצדקה מממנים לאורך כל השנה את העלויות הגבוהות, הוצאות בית הכנסת, הדפסת ספרים וכן את המזון הכשר עבור בני הקהילה.
כזכור, לאחרונה עזבו בני הכת את מחוז קוויבק שבקנדה למחוז אונטריו זאת בעקבות בדיקת הרשויות ותלונות על התעללות והזנחת ילדים. מנגד, הסבירו בקהילה כי העתיקו את מקום מגוריהם בשל נסיונות התערבות בית המשפט בתכני החינוך ועקב כך עזבו את מחוז קוויבק.
בהמשך אף הורה בית המשפט להוציא 14 ילדים מחזקת הוריהם ולהעבירם למשפחות אמנה, וזאת בשל החשדות הכבדים.

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 3:21 pm

· #166980
ס'שטערט מיר זייער, אז 'די בליק' האט זיי מיאוס אויסגעשמירט אויף זייער וואכן דזשורנאל.
ס'נישט גערעכט אז די בליק זאל עס נעמען פאר א נושא, באמת נישט שיין. זיי זענען סוף כל סוף יודישע קינדער, און מ'טאר נישט רייטן אויף יענמעס צרות

ציוני » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 6:48 pm

· #167039
מנשה לוסטיג
ס'שטערט מיר זייער, אז 'די בליק' האט זיי מיאוס אויסגעשמירט אויף זייער וואכן דזשורנאל.
ס'נישט גערעכט אז די בליק זאל עס נעמען פאר א נושא, באמת נישט שיין. זיי זענען סוף כל סוף יודישע קינדער, און מ'טאר נישט רייטן אויף יענמעס צרות




און איך האב גראדע שטארק הנאה, אז דער בליק האט זיך גענומען איבער זייערע פארפוילטע ביינער

ס'שוין צייט כלל ישראל זאל זיך אויפוועקן, און אויסראטן דעם חולאת ממארת מתוכינו

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 11:10 pm

· #167095
נישט גערעכט

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 11:09 am

· #167130
וואס איז יעצט די מצב מיט זיי?? וואו זענען זיי, און וואו איז ר' שלמה אליין?

ציוני » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:51 pm

· #167161
מנשה לוסטיג
נישט גערעכט



ברוך אתה וכו'.........חכם הרזים.........
קענסט מיר אפשר גיבן צו פארשטיין מיט דיין גרויס חכמה אין פקחות, וואס די צוויי ווערטער באדייטן????????????

דאס איז געשריבן אויף אידיש??? אדער מיט עפעס קאוד'ס??????


יעדער נארמאלער!!!!! מענטש, וואס האט רחמנות אויף די פארוואלגערטע נשמות וואס זענען דארט אנגעקומען, האט הנאה ווען מ'נעמט זיך איבער דעם צודרייטן אלברנץ (גראדע נישט אזוי צודרייט ווי שלעכט), כדי צו ראטעווען די פארפאלענע נשמות נדחות שם.
איז סתם שרייבן נישט גערעכט בלא נתינת טעם.
איז דאמירן בעלמא

ציוני » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 12:52 pm

· #167162
טעפל
וואס איז יעצט די מצב מיט זיי?? וואו זענען זיי, און וואו איז ר' שלמה אליין?



איך ווייס נישט, אבער ווילאנג "קרני צבי" שרייבט דא גארנישט (שוין איבער א וואך אדער צוויי),
מיינט דאס אז זיי זענען נאכנישט אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, אדער אז דער צדיק איז אראפ במחתרת, דארט ווי ער האט נישט קיין "גאגעל" סערוויס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12