☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » ענדרויד

ענדרויד

460 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #491
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

in-Kolel » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:29 pm

· #7980
ענדרויד
אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:11 pm

· #7993
Re: ענדרויד
קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:17 pm

· #7997
Re: ענדרויד
פריינדליך
קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.

אבער נישט פאלגן א פסק פון א גדול איז דאך נישט ביהרוג ואל יעבור 🙄 - קידינג.

in-Kolel » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:19 pm

· #7999
Re: ענדרויד
K9 just gave out a filter for android

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:34 pm

· #8022
Re: ענדרויד
פריינדליך
קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.

הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר, מ'סתם ביסטו שוין געהארגעט געווארן על קידוש השם אויפן וועג צום קאווע שטיבל...

in-Kolel » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:17 pm

· #8056
Re: ענדרויד
סאו לויט ווי איך פארשטיי ווילט איר איך זאל ניצן דאס וואס ר' חיים האט?

ערנסט גערעדט וואס קויף איך פאר מיין רעביצין

פריינדליך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:31 pm

· #8063
Re: ענדרויד
געפילטע פיש
הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר,

האסט א גיטע פוינט, אויך איז שוין דא דרגא'ס און אידשקייט, מיט א פילטער בין איך זיך מקיל,

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:14 pm

· #8134
Re: ענדרויד
פריינדליך
געפילטע פיש
הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר,

האסט א גיטע פוינט, אויך איז שוין דא דרגא'ס און אידשקייט, מיט א פילטער בין איך זיך מקיל,

טאמער קען מען זיך וועלן דרגות אין אידישקייט קען דאך אין-כולל אויסוועלן נאר צו קויפן א ענדרויד פאון וואס האט די אפשען אז אויב זעט מען אן אומריינע בילד קען מען דריקן א קנעפל וואס לעשט גלייך אויס די סקרין.

פ.ס. טאקע שווער צו גלייבען אבער מ'קען שוין היינט קויפן אזאלכע פאונס...

א איד » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:41 pm

· #8151
Re: ענדרויד
in-Kolel
סאו לויט ווי איך פארשטיי ווילט איר איך זאל ניצן דאס וואס ר' חיים האט?

ערנסט גערעדט וואס קויף איך פאר מיין רעביצין

פאר דיין רעבעצן זאלסטו קויפן א פשוטע LG פאון
פארוואס דארף זי עפעס מער

דרשענען און טעקסטען
וואס זוכט זי אויפן אונטערנעט
מילא די מענער האבן תאוות

דבילה » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:50 pm

· #8178
Re: ענדרויד
in-Kolel
אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??

שטעלט זיך די פראגע וואס פרעגסטו... ענדרויד קעגן ios? סעמסאנג קעגן htc אדער דרויד? ענדרויד 4 קעגן 2.3? 2.1 קעגן webos?

די ערשטע פראבלעם מיט אנדרויד איז קלאר צו מאכן פון וועלכן די רעדסט. במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו. קיינער זוכט דיר נישט צו קאנטראלירן אין די גוגל וועלט, און דעם חלק וועלט האט סטיוו דזשאבס נישט כובש געווען. מילא איז די אויסוואל גאר גרויס. מאך קלאר פון וואס דו רעדסט דערנאך 'עמער רעדן.

בדא"ג ס'איז יעצט ארויסגעקומען א געוואלדיגע ליצנות קליפ פון סעמסאנג אויף עפל. ממש א מחי' צו זען. קוקטס און האט הנאה. <a class="postlink" href="http://youtu.be/t8RgFITKTRk">http://youtu.be/t8RgFITKTRk</a>

in-Kolel » פרייטאג אפריל 27, 2012 12:41 am

· #8185
Re: ענדרויד
אההההה איך געב אויף ! איך האב נישט קיין אנונג פין וואס די רעדסט געהאט ביז יעצט א פשוטע אייפאון פין ר' סטיוון אין דא ווער איך איגאנצן צימישט די מעשה איז איך דארף טוישן קעריער מילא דארף איך א נייע פאון אין דעם היינטיגן וועלט דארף דאס דאך זיין קיל סאו חשבתי ליקח ענדרויד למעשה בין איך אזוי קאנפיוסד אז איך האלט שוין ביים צירוקגיין צי וואס מיין זיידע ע"ה האט געהאט

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 27, 2012 12:48 am

· #8188
Re: ענדרויד
Ten Reasons You Should Buy an iPhone
1) Because they have rounded edges, so you won't poke yourself.
2) Because the other kids in your high school class have one already.
3) Because you enjoy donating to CISPA every time you pay your bill.
4) Because Steve Jobs said to buy one and he knew everything.
5) Because you love to spend money on a minor upgrade each year.
6) Because you like to laugh at Siri trying to understand your accent.
7) Because you love Instagram and want the authentic experience.
8) Because the 3.5" screen fits your dainty little fingers so well.
9) Because you want to do your part to bring back slave labor.
10) Because you just don't know any better.

משה רוקח » פרייטאג אפריל 27, 2012 12:59 am

· #8189
Re: ענדרויד
דבילה
in-Kolel
אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??

שטעלט זיך די פראגע וואס פרעגסטו... ענדרויד קעגן ios? סעמסאנג קעגן htc אדער דרויד? ענדרויד 4 קעגן 2.3? 2.1 קעגן webos?

די ערשטע פראבלעם מיט אנדרויד איז קלאר צו מאכן פון וועלכן די רעדסט. במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו. קיינער זוכט דיר נישט צו קאנטראלירן אין די גוגל וועלט, און דעם חלק וועלט האט סטיוו דזשאבס נישט כובש געווען. מילא איז די אויסוואל גאר גרויס. מאך קלאר פון וואס דו רעדסט דערנאך 'עמער רעדן.

בדא"ג ס'איז יעצט ארויסגעקומען א געוואלדיגע ליצנות קליפ פון סעמסאנג אויף עפל. ממש א מחי' צו זען. קוקטס און האט הנאה. <a class="postlink" href="http://youtu.be/t8RgFITKTRk">http://youtu.be/t8RgFITKTRk</a>

מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:04 am

· #8191
Re: ענדרויד
משה רוקח
מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

לדוגמה, טאמער ווילסטו טוישן דיין אן סקרין קיבאורד אדער דיין טעקסטינג אדער קאנטאקטס עפפ, קענסטו עס טוהן?

ברוין » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:05 am

· #8192
Re: ענדרויד
איך וואלט געזאגט זאלסט אויסווארטן די גרויסע אסיפה און דערנאך באשלוסן צו דו ווילסט א גרויסע שווארצע מאטאראלע מיט די גראבע בעטערי אויפן דעקל. אדער א נעקסטעל פרי פרי..

משה רוקח » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:06 am

· #8193
Re: ענדרויד
ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

משה רוקח » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:08 am

· #8194
Re: ענדרויד
געפילטע פיש
משה רוקח
מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

לדוגמה, טאמער ווילסטו טוישן דיין אן סקרין קיבאורד אדער דיין טעקסטינג אדער קאנטאקטס עפפ, קענסטו עס טוהן?

גערעכט. איך האב נישט געכאפט דאס. איך נוץ טאקע נישט די געהעריגע טעקסטינג עפפ און קיעבאורד.

מומחה » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:12 am

· #8195
Re: ענדרויד
מיין מיינונג אין דעם ענין איז, אז ווער עס קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע זאל קויפן אן ענדרויד, און ווער נישט זאל נעמען אן אייפאון.

די פראגע: How do you ping a remote IP address? Answer it without Google

מומחה » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:14 am

· #8196
Re: ענדרויד
משה רוקח
ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

עצה: שרייבן אן נקודות, נישטא עפעס אנדערש

משה רוקח » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:17 am

· #8198
Re: ענדרויד
אבער אנדערע שרייבן דאך יא מיט נקודות.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:20 am

· #8200
Re: ענדרויד
מומחה
מיין מיינונג אין דעם ענין איז, אז ווער עס קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע זאל קויפן אן ענדרויד, און ווער נישט זאל נעמען אן אייפאון.

די פראגע: How do you ping a remote IP address? Answer it without Google

מה ענין שמיטה? טאמער קען איך נאר פינגען מיין אייגענע איי פי (localhost) מעג איך אויך האבן א ענדרויד? איך קען א קנאפע פאר יודן וואס קענען נישט די זאכן און באלעקען זיך מיט זייער אייז קרעים סענדוויטשעס.

מומחה » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:33 am

· #8202
דאס איז ווען איינער פרעגט, אבער אז ער האט עס שוין איז נישט קיין חילוק

ביי דיר אויף שמחות » פרייטאג אפריל 27, 2012 2:08 am

· #8207
Re: ענדרויד
איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....

אברעמעל » פרייטאג אפריל 27, 2012 9:00 am

· #8214
Re: ענדרויד
מומחה אויב פארשטיי איך דיין תגובה האסטו געמיינט צו זאגן, אויב איינער איז א עדווענסד יוזער זאל ער נעמען א ענדרויד, א סימפל יוזער זאל נעמען דעם אייפאון,
עם איי קארעקט?

מומחה » פרייטאג אפריל 27, 2012 9:12 am

· #8216
יא, האסט עס גוט ארויס.

in-Kolel » פרייטאג אפריל 27, 2012 10:51 am

· #8236
Re: ענדרויד
אהא איך הער סאו איי פאון איט איס

chasid » פרייטאג אפריל 27, 2012 10:55 am

· #8237
Re: ענדרויד
ביי דיר אויף שמחות
איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....

<a class="postlink" href="http://www.netnanny.com/mobile">http://www.netnanny.com/mobile</a>

in-Kolel » פרייטאג אפריל 27, 2012 11:43 am

· #8247
Re: ענדרויד
לאמיך מער צילייגן די זאך
איך דארף דעם פאון בעיסעקלי פאר רעדן אין טעקסט אין זיך אביסיל ארומשפילן דערמיט
שוין געהאט דען אייפואן

משה רוקח » פרייטאג אפריל 27, 2012 12:04 pm

· #8249
Re: ענדרויד
דעמאלס נעם א בלעקבערי.
בלעקבערי איז נאך אלס די בעסטע אויב וויל מען א פאון צו רעדן און טעקסטן.

in-Kolel » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:02 pm

· #8259
Re: ענדרויד
איך וויל עפעס מער פארגעשריטן אין איך קום פין א אייפאון

א איד » פרייטאג אפריל 27, 2012 1:05 pm

· #8260
Re: ענדרויד
אויב ווילסטו עפעס מער פארגעשריטן
וועסטו מוזן ווארטן נאך א ביסל פאר די נייע פאונס

אדער ווי ברוין זאגט
ברוין
איך וואלט געזאגט זאלסט אויסווארטן די גרויסע אסיפה און דערנאך באשלוסן צו דו ווילסט א גרויסע שווארצע מאטאראלע מיט די גראבע בעטערי אויפן דעקל. אדער א נעקסטעל פרי פרי..

אךשמח » פרייטאג אפריל 27, 2012 6:22 pm

· #8305
Re: ענדרויד
איך מוז מחולק זיין מיטן מומחה, טראצדעם וואס איך בין נישט קיין מומחה...

אין אייוועלט האב איך שוין פיל געשריבן איבער דעם ענדרויד פלאטפארם און איך וועל דא צוגעבן וואס איך האלט יעצט בנוגע דעם ענין.

איך בין, ווי געשריבן, א קליינער מומחה און ווייט פון אן עדווענסד יוזער, און איך בין געווען גאר שטארק צופרידן פון דעם איווא 4G, די ערשטע אין די איווא משפחה. נאך עטליכע חדשים עס נוצן מיט גאר הויכע צופרידנהייט, האט עס געמאכט א קליינע פראבלעם און האבנדיג אינשורענס ביי ספרינט, בין איך געגאנגען עס פאררעכטן, און זיי האבן עס האלבוועגס פארראכטן, אבער ס'האט גאר שנעל ווידער אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, בין איך צוריקגעגאנגען און דאן האבן זיי מיר געזאגט אז זיי מוזן באשטעלן א צווייטע, און האבן מיר געזאגט אז זיי האבן פונקט נישט אין סטאק קיין רעפורבישד איווא'ס און אויב איך בין מסכים צו נעמען דעם איווא טרי די, וואס איך האב מיט פרייד אנגענומען, און אזוי האב איך באקומען א שפעטערע און שנעלערער ענדרויד פאון.

נאכן נוצן דעם טרי די עטליכע חדשים, און ווערנדיג עלידזשיבל פאר אן אפגרעיד, האב איך באקומען א רייץ אויסצופרובירן דעם אייפאון, און פאר א צוויי מאות האב איך מיר דערזען מיטן אייפאון.

דער טרי די האב איך זייער געגליכן, און דעם אייפאון האב איך נישט געוואלט אנבינדן מיט ספרינט, און עס נאר געוואלט אויספרובירן, ווייל נאך אלעם קען איך דאך נישט שרייען אז ענדרויד איז די בעסטע סמארטפאון אן פרובירן זייער קאמפעטישאן.

אזוי האב איך מיר געדרייט מיטן אייפאון און עס גענוצט נאר אויף ווייפיי פאר א צוויי דריי מאנאטן, און עס זייער געגליכן.

דער ענדרויד פון די אנדערע זייט האט שוין אנגעהויבן ווייזן סימנים פון אלטקייט, נאכדערצו קעגן דעם נייערן אייפאון, האב איך צום סוף באשלאסן אז איך וועל אויפטוישן דעם ענדרויד מיטן אייפאון.

איינע פון די הויפט סיבות צו מיין באשלוס איז געווען אז דער אייפאון האט א בעסערע קאמערא. כאפט שנעלער בילדער און איז פיל קלארער און שארפער. פארגעסט נישט, דער טרי די האט א פינף מפ, און דער אייפאון אן אכט מפ.

דער אייפאון האב איך שוין זינט סוף יאנואר פון דעם יאר. איך מיין אז ס'גענוג צו האבן א שטיקעלע בליק אויף דעם שפילצייג, און איך בין קלאר נישט קיין חסיד פון דעם אייפאון.

עס איז זייער שיין און געשמאק און איז א סופער פאון, אבער איך מיין אז איך האב זיך טועה געווען ווען איך האב עס גענומען אנשטאט דעם סעמסאנג געלעקסי עס 2, וואס איז געווען אין מיין אויסוואל בעת איך האב דעם אייפאון איינגעהאנדלט.

דער אייפאון האט א געוואלד לימיטעישאנס. עס לאזט צב"ש נישט אנשטעלן דעם מפ פונעם קאמערא, וואס איז זייער א מאדנע זאך, אויך איז נישטא קיין בעק באטאן וואס איז א גרויסער חסרון.

די מעלה וואס הייסט SIRI האב איך נאך בכלל נישט ארויס, און זע נישט וואס דער עולם איז דערמיט ווילד.

איך האב געשריבן שנעל, און ס'שוין באלד שבת.

איך האף אז איך האב מיט עפעס ארויסגעהאלפן. פאר די וואס ווילן וויסן מער, זאלן אנפרעגן און איך וועל פרובירן צו העלפן מיט וואס מעגליך.

אךשמח » פרייטאג אפריל 27, 2012 6:23 pm

· #8307
Re: ענדרויד
איין זאך מוז איך מוסיף זיין, אז איך גלייך ווען מ'פרעגט אן ברבים, ווייל אזוי קענען אויך אנדערע געניסן.

דבילה » זונטאג אפריל 29, 2012 1:58 am

· #8397
Re: ענדרויד
זייט איך דריי מיך מיט אייס קרים סענדוויטש קען 'יך אויף דעם קיין ברכה אחרונה נישט מאכן! די שנעלקייט וואס דאס ארבעט איז ממש א מחיה. מיין עפיק האט שוין אנגעהויבן אינטערקרייצן מיט די אינגבער, אבער דער אייזקרעם פארלאנגט א ביס איינס נאכ'ן צווייטן! די בילדער כאפן זיך גאר שנעל און ס'פליט אז ס'איז נישט צום גלייבן אז איך האלט אין האנט א טעלעפאן וואס האלט שוין מיט דריי אפדעיטס אונטערשטעליג.

די פראבלעם מיט דעם טעלעפאן איז נאר אז דאס קומט נאר מיט אינגבער אין מ'דארף זיין אביסל דרייסט און טויגליך דאס איבער צו טוישן צו די אייזקרעם מיט CM9. אבער ס'לוינט זיך!

in-Kolel » זונטאג אפריל 29, 2012 2:57 am

· #8412

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט אבער איך שטעל מיר פאר אז איך וועל מיר דאס אויסלערנען איינמאל איך האב דאס
וואסערע פאון האט איר?

פינטאו » זונטאג אפריל 29, 2012 3:03 am

· #8413
in-Kolel
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט אבער איך שטעל מיר פאר אז איך וועל מיר דאס אויסלערנען איינמאל איך האב דאס
וואסערע פאון האט איר?

א קניפ אין בעקל קומט זיך דיר. ממש אזוי! א כולל אינגערמאן מיט'ן גאנצן תמימות, אוי איז דאס זיס.

in-Kolel » זונטאג אפריל 29, 2012 3:24 am

· #8416
Re: ענדרויד
ייש"כ אייך מיסטער פינטאו באט באמת איי העוו נאו קלאו וואט סאו עווער וואס די אינגבער אין cm9 איז....

איך טראכט פין נעמען די געלעקסי 2 וואס זאגט איר?

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 12:20 pm

· #8454
Re: ענדרויד
אין א חודש בין איך עלידשזיבעל פאר אן אפגרעיד מיט ספרינט.
יעצט האב איך דעם איווא טרי די. די שאלה איז וואס איך זאל נעמען נאכדעם.
אדער גיין צום אייפאון אדער ווארטן אויפן געלעקסי דריי וואס וועט 'אפשר' זיין מיט ספרינט.

מומחה » זונטאג אפריל 29, 2012 1:44 pm

· #8488
Re: ענדרויד
in-Kolel
ייש"כ אייך מיסטער פינטאו באט באמת איי העוו נאו קלאו וואט סאו עווער וואס די אינגבער אין cm9 איז....

איך טראכט פין נעמען די געלעקסי 2 וואס זאגט איר?

אז דו ביזט גרייט צו לערנען נייע זאכן, דאן כאפ עס מיט ביידע הענט

in-Kolel » זונטאג אפריל 29, 2012 4:40 pm

· #8572
Re: ענדרויד
מומחה
in-Kolel
ייש"כ אייך מיסטער פינטאו באט באמת איי העוו נאו קלאו וואט סאו עווער וואס די אינגבער אין cm9 איז....

איך טראכט פין נעמען די געלעקסי 2 וואס זאגט איר?

אז דו ביזט גרייט צו לערנען נייע זאכן, דאן כאפ עס מיט ביידע הענט

עס איז נישט פאר מיר , איטס פאר די אשת חבר מיין שאלה איז צי די עזרת נשים קען זיך דאס אויך לערנען אדיר איז בעסער צי סטיקן צום מער סימפל אייפאון
ווי אויך הערעך אז די געליקסי איז זייער א שוואכע פאון אין קעיס ס'פאלט אראפ

מומחה » זונטאג אפריל 29, 2012 4:50 pm

· #8587
Re: ענדרויד
שוין א שטיקל שאלה, ס'בעסטע איז אז דו קענסט עס אויספרובירן (בארגן פון א חבר) פון פריער. [ווארף עס נישט אראפ!]

in-Kolel » זונטאג אפריל 29, 2012 4:57 pm

· #8595
Re: ענדרויד
מומחה
שוין א שטיקל שאלה, ס'בעסטע איז אז דו קענסט עס אויספרובירן (בארגן פון א חבר) פון פריער. [ווארף עס נישט אראפ!]

דאס איז וואס איך טראכט צי טוען מען קען דאך צירוקשיקן ביז דרייסיג טעג

אךשמח » זונטאג אפריל 29, 2012 5:02 pm

· #8596
Re: ענדרויד
משה רוקח
אין א חודש בין איך עלידשזיבעל פאר אן אפגרעיד מיט ספרינט.
יעצט האב איך דעם איווא טרי די. די שאלה איז וואס איך זאל נעמען נאכדעם.
אדער גיין צום אייפאון אדער ווארטן אויפן געלעקסי דריי וואס וועט 'אפשר' זיין מיט ספרינט.

האסט געליינט מיין פריערדיגע תגובה?

אךשמח » זונטאג אפריל 29, 2012 5:14 pm

· #8604
Re: ענדרויד
ס'זעט מיר אויס אז מען האט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן פריער, אבער סיי ווי אזוי, וועל איך שרייבן נאך אביסל אויב מען ווילן הערן.

צוערשט, די אייפאון קען פונקט אזוי אראפפאלן און זיך צוברעכן, און איז אפשר אפילו א גרעסערע פראבלעם ווי אנדערע סעלפאונס מיט דעם וואס ס'איז פון ביידע זייטן מיט גלאז. די אלע טייערע סעלפאונס לוינט צו קויפן א גוטן קעיס וואס זאל עס באשיצן.

געלעקסי 3 וועט כמעט זיכער קומען צו ספרינט, פארוואס טראכטן 'אפשר'?

א פאקט איז און איך פארשטיי נישט וואס מען האט אנגעלייגט אז ענדרויד איז פאר מומחים. קען זיין אז א מומחה וועט דארט קענען טון מער ווי ער קען אויפן אייפאון, אבער ביידע זענען געמאכט פארן געווענליכן באנוצער.

לאמיר צולייגן נאך עטליכע פונקטן פארוואס צו גיין מיטן ענדרויד, און וואס דער אייפאון איז געפערליך לימיטעד.

סיי וועלכע זאך וואס האט מיט גוגל איז ביים ענדרויד פיל פיל בעסער, צב"ש:

סיי ענדרויד און סיי אייפאון נוצן גוגל מעפס פאר זייער מעפ (יא, מען קען אויך נוצן אנדערע, אבער דאס איז אינסטאלירט מיטן סעל) אבער ביי ענדרויד קומט עס מיט נעוויגעשאן, וואס איז ווי א געווענליכע GPS און איך האב זיך שוין פיל באנוצט דערמיט אין צייטן וואס איך האב נישט געהאט מיין געווענליכע GPS מיט מיר, און איך מוז זאגן אז ס'כמעט ווי א געהעריגע GPS. ביים אייפאון איז עס נישט בנמצא.

גוגל טאלק איז פיל בעסער אויסגעשטאט אויפן ענדרויד מיט פיל מער פיטשעווקעס ווי די עפס וואס מען מוז קויפן ביים אייפאון כדי צוצונאגלען זיך צו גוגל טאלק, וואס אויפן אייפאון קען מען עס נישט געהעריג באקומען.

ווידעאו איז א שווערערע זאך צו זען אויפן אייפאון, צוליב די מאדנע מערכע וואס עפל פירט מיטן פלעש פלעיער, און עס אויסצוקרויזן איז א שווערע זאך, און בכלל נישט אזוי געשמאק ווי אויפן ענדרויד.

ווער עס וויל האבן 4G זאל בכלל נישט טראכטן פונעם אייפאון, דערווייל.

און אזוי איז דא נאך פילע זאכן וואס דער אייפאון איז צוריקגעבליבן פונעם ענדרויד, וואס האלט אלעמאל פיל פאראויס ווי דעם אייפאון.

in-Kolel » זונטאג אפריל 29, 2012 5:19 pm

· #8608
Re: ענדרויד
מענין לענין באותו ענין איך וול נישט פארדרייען דעם שמועס אבער אזויווי איך וייס נישט ווי זיך צי ווענדן שרייב איך עס דא
עס וואלט געווען כדאי צי עפענען א ספעציעלן טעכנילאגיע אפטיילונג עס זענען טאקע נאך נישט דא קיין סאך אשכולות איבר דעם אבער אז סוועט זיין א אפטיילונג וועט אטאמאטיש זיין מער
און אמת אלכס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אויף אייועלט אבער אסאך אינפא דארטן איז אלט

אךשמח » זונטאג אפריל 29, 2012 5:24 pm

· #8609
Re: ענדרויד
דערווייל איז זיכער נישט כדאי צו עפענען.

קענסט דאך דערווייל עפענען סיי וועלכע אשכול דו ווילסט אין קאווע שטיבל, און ווען די מנהלים וועלן זען אז ס'דא א פארלאנג וועט מען זיכער מאכן אזא אפטיילונג.

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 7:40 pm

· #8665
Re: ענדרויד
אךשמח
משה רוקח
אין א חודש בין איך עלידשזיבעל פאר אן אפגרעיד מיט ספרינט.
יעצט האב איך דעם איווא טרי די. די שאלה איז וואס איך זאל נעמען נאכדעם.
אדער גיין צום אייפאון אדער ווארטן אויפן געלעקסי דריי וואס וועט 'אפשר' זיין מיט ספרינט.

האסט געליינט מיין פריערדיגע תגובה?

יא.
איך וויל ענדערש גיין מיט ענדרויד. מיין שאלה איז נאר געוועהן אויב ס'וועט זיין מיט ספרינט. ספרינט אליינס זאגט אז זיי קענען נישט קאמענטן וועגן פיוטשער פאונס ביי זיי.

זכר באנדל » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:59 am

· #8787
Re: ענדרויד
מומחה
משה רוקח
ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

עצה: שרייבן אן נקודות, נישטא עפעס אנדערש

אנדערע בראוזער, למשל, אפרא מיני שטעלט עס יא אויס גוט.

משה רוקח » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:04 pm

· #8841
Re: ענדרויד
נישט געוואוסט דערפון. יישר כח. איך וועל עס אויספראבירן.

אךשמח » מאנטאג מאי 14, 2012 2:32 pm

· #11911
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10