☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » ענדרויד

ענדרויד

460 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #491
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

נייגעריגער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 7:39 am

· #122224
שמעקעדיג

און וואס די גיהנם ווען איך גיי אדורך מיין ליסטע פון רינגערס זענען אריינגעמישט מיינע 500 MP3 ניגונים? אזויפיל שכל האט נישט דער ענדרויד להפסיק מזה לזה?

קוקט אויס אז עס ווענדט זיך ווי קלוג דער באלעבאס איז! ווייל מיין ענדרויד ברענגט נישט ארויף די מוזיק פיילס אלץ רינגטאונס, נאר אויב איך לייג צו דעם ניגון צו רינגטאונס דורך אן אפציע אינעם מוזיק פלעיער!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:36 pm

· #122525
chosen people
אויף דיין ערשטע שאלה, ביי מיר ווען איך גיי אריין אין עני קאנטעקט, נישט ביי די דייל עפפ נאר ביי קאנטעקט עפפ, איז דא א אפשען וואס הייסט רינגטאון, און דארט קענסטו טוישן יענעמס רינגטאון.

אדרבה, אפשר קענסטו מיר אנצייגן וואו איך קען אנשטעלן א אנדערע רינגטאון פאר "קול מבשר".

📎 Nowhere_Ringtone_Setting.jpg

נייגעריגער
שמעקעדיג

און וואס די גיהנם ווען איך גיי אדורך מיין ליסטע פון רינגערס זענען אריינגעמישט מיינע 500 MP3 ניגונים? אזויפיל שכל האט נישט דער ענדרויד להפסיק מזה לזה?

קוקט אויס אז עס ווענדט זיך ווי קלוג דער באלעבאס איז! ווייל מיין ענדרויד ברענגט נישט ארויף די מוזיק פיילס אלץ רינגטאונס, נאר אויב איך לייג צו דעם ניגון צו רינגטאונס דורך אן אפציע אינעם מוזיק פלעיער!


אהא, שקויעך פאר די קאמפלימענט, און אפשר ביסטו אזוי קלוג און גוט און זאגסט מיר ווי איך קען מאכן א הפסק טהרה צווישן די רינגטאונס און MP שלש?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:15 pm

· #122622

ווען די האסט אפן די קאנטעקט דריק די מעניוא קנעפל.

chosen people » מוצ"ש יוני 8, 2013 10:41 pm

· #122953
איך האב אים געלעקסי.
📎 Screenshot_2013-06-08-22-38-06-picsay.jpg

chosen people » מוצ"ש יוני 8, 2013 10:45 pm

· #122954
און ביי מיר איז די רינגטואנס אויכעט אפגעטיילט פון די אנדערע מוזיק.
📎 Screenshot_2013-06-08-22-42-54-picsay.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 2:32 pm

· #123647
ליידיג אויס אלע אלטע CACHE פון אלע פראגראמען (מ'האט שוין אויבן צוגעברענגט כמה גוטע עפפס דערויף) און ריסטארט דיין פאון. דאס מאכט עס געווענליך צוריק שנעל.

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 8, 2013 4:45 pm

· #131503
זה היום עשה ה', ענדליך בין איך דערגאנגען ווי אזוי מען קען זעהן היברו באוקס אויף ענדרויד.

מען דאונלאוד פייערפאקס, פון מעניו-טאלס-עד אנס אינסטאלט מען פי די עף וויוער, והנה עס ארבעט לשמחת כל המתאבלים עלי' שוין יאהרן לאנג.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 8, 2013 5:46 pm

· #131526
אסאך מאל ווערט מיר קשה פשוט'ע פונקציעס, כאילו זיי עקזיסטירן נישט, כ'ווייס נישט פארוואס 😞
וואו קען איך אנשטעלן וועלכע SOUND מיין פאון זאל מאכן ווען איך באקום א טעקסט מעסעדש, א וואויס מעיל, וכדומה?

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 8:04 pm

· #131598
@ונבנתה העיר, שוין דערגאנגען דעם סוד בעפאר, אבער עס איז ווייט נישט קיין מוציא מיט האניג, עס קריכט און שלעפט, שוין גרינגער צו דאונלאודן.

בעצם איז עס א חרפה און א בושה אז ענדרויד זאל נישט קענען צושטעלן אביסל ספרים. וואס דען איז דער אינטערנעט געמאכט געווארן אז נישט פאר היברו בוקס? אויפן אייפאון דאגעגן איז א מחי' סאפארי שטעלט אהער געהעריג דעם היברו בוקס.

און פארוואס טאקע האט נאכנישט היברו בוקס קיין עפפ?

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 8, 2013 8:51 pm

· #131607
עס נעמט טאקע עטליכע סעקונדן, אבער ווייט פון א דאונלאוד מיטמאכעניש, לכאורה ווענד זיך עס אין דיין הארדווער.

פאר עפל האבן זיי גראדע יא אן עפפ, גיי פארשטיי.

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 11:31 pm

· #131655
פאר עפל האבן זיי געהאט א עפפ. שוין מער נישט בנמצא. אז איינער האט נאך דעם פייל - אויב קען מען עס אינסטאלירן אויפן אייפאון 5 - זאל מיר ביטע מזכה זיין דערמיט, ושכמ"ה (= ושכרו כפול מן השמים).

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 11:57 pm

· #131668
נאך א זאך וואס איך מוטשע זיך מיט ענדרויד, איז די מעגליכקייט צו וואטשן פילם'ס (כשר'ע פארשטייט זיך) "בצפייה ישירה" ווי ס'הייסט. איז דאס א פראבלעם מיט פלעש? ווען כ'האב פרובירט צו אינסטאלירן די פלעש אפק. פייל וואס @געפילטע פיש האט דא צוגעצייכנט, האב איך באקומען א מעסעזש אז פלעש איז שוין אינסטאלד. זאל איך דאך אינסטאלירן דוקא די פייל (אפילו עס וועט אויסמעקן די אינסטאלירטע ווערסיע)?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 12:04 am

· #131672
געב מיר א דוגמא (לינק) פון א פילם, וועל איך זען וואס מ'ברויך האבן פאר דעם.

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 9, 2013 1:02 am

· #131717
און דו ניצט די סטאק-בראוזער, יא?

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 1:10 am

· #131721
קראום

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 9, 2013 1:19 am

· #131726
נע, כ'מיין אז פלעש ארבעט נאר אינעם סטאק-בראוזער.

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 1:29 am

· #131733
יישר כח! ס'ארבעט טאקע.

chosen people » זונטאג יולי 14, 2013 8:25 pm

· #133495

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:08 pm

· #134566
איך קען מער נישט דאונלאודן זאכן פון קראום. איך וויל עפעס דאונלאודן מוז איך נוצן א אנדערע בראוזער. וואס טוט מען?

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:10 pm

· #134568
ווי אויך זוך איך א לעזונג איינמאל פאר אלעמאל, וויאזוי צו קענען האבן אויף מיין דעווייס עפפס וואס גוגל פלעי האט דעסיידעט עס איז נישט קאמפעטיבל מיט מיין דעווייס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:24 pm

· #134639
דעת תורה
איך קען מער נישט דאונלאודן זאכן פון קראום. איך וויל עפעס דאונלאודן מוז איך נוצן א אנדערע בראוזער. וואס טוט מען?

וואס געשעהט ווען דו פראבירסט דאונצולאודן?

דעת תורה
ווי אויך זוך איך א לעזונג איינמאל פאר אלעמאל, וויאזוי צו קענען האבן אויף מיין דעווייס עפפס וואס גוגל פלעי האט דעסיידעט עס איז נישט קאמפעטיבל מיט מיין דעווייס.

אויב דו האסט א Rooted דיווייס קענסטו עדיטן געוויסע פיילס און טוישן די ID פון דיין פאון צו א נעקסעס, וואס דארט קען מען אלעס דאונלאודן, אויב דו ביסט אינטערעסירט וועל איך אויפזוכן און פאוסטן די אינסטרוקציעס. אדער קענסטו שאפן א APK פייל פון יענע עפפ און עס side-load'ען אויפן דיווייס.

George » זונטאג יולי 28, 2013 4:12 am

· #136690
שמעקעדיג
אסאך מאל ווערט מיר קשה פשוט'ע פונקציעס, כאילו זיי עקזיסטירן נישט, כ'ווייס נישט פארוואס 😞
וואו קען איך אנשטעלן וועלכע SOUND מיין פאון זאל מאכן ווען איך באקום א טעקסט מעסעדש, א וואויס מעיל, וכדומה?



ביי די נייערע ענדרויד'ס האבן זיי געלייגט דעי אפשען ביי יעדע עפפ עקסטער פאר די ספעסיפיק.

למשל ביי טעקסט מעסעדזשעס: גייסטו צו Setting וועסטו דארט זעהן אלע Rington Options און אזוי ביי יעדע עפפ. נאך איין מזל אז די Volume האבן זיי יא געלאזט די אפשען אין די מעין סעטונגס פון די פאון.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 28, 2013 11:29 am

· #136700
יישר כח דזשארדזש!
אזוי פשוט, און דאך האב איך עס נישט געקענט אויספיגערן אליינס, עד שבא דשארדזש ודרשו.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 4:16 pm

· #139031
(הגם דא רעדט מען פון ענדרויד אין דזשענעראל, און נישט פון פאונס, זעה איך נשט קיין בעסערע אשכול וואו אריינצושטעלן מיין תגובה.)

איך האב שוין מיין אנדרויד טעלעפאן צו גוטן פאר בערך 1.5 יאר, און לעצטנס איז עס געווארן אזוי שטייט אז מען קען צוקראכט ווערן.
דאס איז שוין נאכן אנ-איסטולירן אסאך עפפס, און אויסרייניגן די מעמארי און די CACHE מיט אפאר עפפס, וואס נאך קען זיין דער משוגעת?
עס איז געווען שנעל ווען כ'האב עס געקויפט. עס האט א צווייפאכיגע-ווארצל (Dual Core) און לויפט אויף 1.2 GHZ, גאנץ שנעל פאר יענע צייט ווען עס איז ארויסגעקומען. פארוואס פאסירט דאס?
אפשר ווייל איך האב צופיל טעקסט מעסעדזשעס אין מעמארי? צופיל קאנטאקטס? קאל היסטארי?
ביי די טעבלעטס (נעקסוס 7, די אלטע) האב איך געזעהן רעוויואס אז עס ווערט שטייט מיט דער צייט. דארט איז נישטא קיין טעקסט. נישט קיין היסטארי פון קאלס און נישט קיין קאנטאקטס!

אויפן קאמפיוטער זענען פאראן פראגרעמס וועלכע קענען אראפנעמען דזשאנק פיילס און קלינען די רעזשיסטרי, אראפנעמען אומוויכטיגע סטארט-אפ פראגראמ'ס און אנדערע טריקס, וואס קען מען טון צו פארשנעלערן דעם טעלעפאן?

chosen people » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:22 pm

· #139078
איך מיין אז מעסעדשעס, ספעציעל בילדער פון די מעסעדשעס, נעמען אויף אסאך פלאץ.
איך האב אן עפפ וואס הייסט clean master, איך מיין אז עס נעמט אראפ אלע זשאנק פיילס.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:37 pm

· #139081
יישר כח. איך פארמאג דאס אויך. עס העלפט אביסל, אבער נישט גענוג.
אט האסטו א סקרינשאט פון מיר.
📎 Screenshot_20132.jpg

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:37 am

· #142004
עס ווערט שטייט ווייל מען האט אפן אסאך עפפס, וואס מען האלט אין איין צולייגן, און אסאך דערפון ראנט אין די בעקגראונד ווילאנג מען לעשט עס נישט אויס אויף א ספעציעלן וועג. עס קומט צו אסאך קעטש'ס, וואס בלייבן אינעם רעם, און מאכן שטייט.

---

איך האב לעצטנס צוויי פראבלעמען מיט מיין ענדרויד. איינס, אז קראום מאכט פורים פון מיר, קריכט - קראכט וחוזר חלילה. איך האב עס שוין געדראפט און צוריקגעגאנגען צום סטאק בראוזער, איך בין נאר נייגעריג וואס איז די סיבה קראום טוט דאס צו מיר.

צווייטנס, זינט טאקע דער אויבנדערמאנטער "clean master" עפפ איז געקומען צו מיר מיט א פארשלאג, אריבערצופירן פארשידענע עפפס צום (בילט אין) עס די קארד, האב איך זיך געלאזט איבעררעדן און טאקע אזוי געטאן, מיט דער האפענונג אז עס וועט שנעלער מאכן מיין ענדרויד. למעשה, האב איך איינמאל ריסטארטעט, און והנה, אלע עפפס אויפן עס די קארד עפענען זיך נישט. App not installed קומט ארויף. וואס איז די פשט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:10 am

· #142007
נישט זיכער, אבער מען קען עס דאך לכאורה צוריקרוקן, נישט אזוי?

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:27 am

· #142013
איך גלייב נישט אז צוריק רוקן וועט עס צוריק אינסטאלירן. איך דארף מעניועלי אינסטאלן יעדן עפם נאכאמאל, איך וואונדער זיך נאר צי עס קומט אזוי (למשל ווען מען האט עפס אינסטאלט, וואס די מעמארי ליגט אויף א רעמאוועבל עס די קארד, אז מען נעמט עס איינמאל ארויס און מען לייגט עס צוריק וועט דאס פאסירן?)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:16 pm

· #142150
איך ברעך מיך קאפ שוין יארן, פארוואס קען איך נישט טרעפן א resend button אין texts msgs ס'נאר דא א fwd button. איך האב א s3.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:37 pm

· #142162
מען דארף זיך נישט ברעכן קאפ, עס איז פשוט נישט פארהאן.

דאונלאוד די עפפ
Go SMS Pro
עס האט די Resend אפציע און נאך פיל אנדערע גוטע זאכן, מיט א סעלעקציע פון Themes

chosen people » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:55 pm

· #142209
אדער handcent.

chosen people » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:05 pm

· #142212
ראסטי בריק היינט ארויס געקומען מיט די ארטסקרול עפפ, אין ארטסקרול געט יעצט איין באנד בחינם, איר קענט זיך אויס קלויבן וועלעכע איר ווילט.

משה רוקח » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:28 pm

· #146562
די דאונלאוד לינק פאר פלעש פאר ענדרויד האט איינער?

נייגעריגער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:55 pm

· #146574
משה רוקח
די דאונלאוד לינק פאר פלעש פאר ענדרויד האט איינער?

<a class="postlink" href="http://forum.xda-developers.com/showthread.php?t=2139513">http://forum.xda-developers.com/showthr ... ?t=2139513</a>

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:31 pm

· #148928
מיין ענדרויד האט אויפגעהערט זיך צו קאנעקטן צום קאמפיוטער, ד.ה. ווען איך קאנעקט עס מיט א USB קעיבל צום קאמפיוטער, קומט עס מער נישט ארויף אויפן קאמפיוטער, און ממילא קען איך נישט טרענספערן קיין פיילס אהין און צוריק. איך האב שוין רעסטארטעד מיין פאון און מיין קאמפיוטער, אן קיין ערפאלג.

עני העלפ עוועילעבל?

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:44 pm

· #148999
דו האסט די דרייווערס אויפן קאמפיוטער? וואס געשעהט ווען דו שטעקסט עס איין? קומט עפעס ארויף אויפן פאון אדער אין קאמפיוטער? האו אבאוד דיווייס מענעדזשער?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:50 pm

· #149003
קודם, שקויעך פארן זיך וויסנדיג מאכן.

אודאי האב איך די דרייווערס, איך נוץ שוין דעם זעלבן קאמפיוטער לאנגע יארן. איך האב פרובירט אויף 4 באזונדערע קאמפיוטערס, עס זעהט אויס עפעס מיט מיין פאון איז דער פראבלעם.

געווענליך ווען איך שטעק עס אריין אין קאמפיוטער, פלעגט ארויפקומען 3 נייע דעווייסעס, איינס א מאטאראלע דרייוו (Motocast), און נאכדעם די אינטערנעל סטארעדזש פון מיין סעל פאון, און די דריטע די SD קארטל פון מיין פאון.
אצינד קומט נאר ארויף די ערשטע, די מאטאראלע דרייוו (זעה בילד)
📎 Motocast.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:52 pm

· #149005
מאדנע! כאשר בא כן ילך!
יעצט אריינשטעקנדיג איז אלעס צוריק צום אלטן ב"ה, אלעס ארבעט צוריק על מתכונתו כבשנים קדמוניות.

געפילטע, עס מוז זיין אז מלאך רפאל גייט מיט דעם גרעסטן געלערנטן, און נאך איידער דו האסט מיר געענדיגט וועלן געהאלפן איז שוין די ישועה געקומען!

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:04 pm

· #149015
דו מיינסט ס'א דזשאוק, איך ווארף זיך מיט אזעלכע מופתים טאג טעגליך...

בד"וו, האט יעצט ארויסגענומען די SD קארטל צום ערשטן מאל אין די לעצטע תקופה?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:10 pm

· #149019
וואס עפעס? בכלל טאטש איך נישט די SD קארטל כמעט, נאר ווען איך שטעל צו דעם פאון צום קאמפיוטער, ערשיינט דער קארטל אינהאלט צווישן די איבריגע.
(ארויסצונעמען מיין SD קארטל דארף מען אראפשרויפן דעם בעק קאווער)

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:22 pm

· #149028
אה, כ'האב געטראכט אז אפשר איז עפעס געווארן קאראפטירט און ארויסנעמען און צוריק אריינלייגן די SD קארטל האט עס געפיקסט. אז נישט וועט מען מוזן זאגן אז ס'טאקע א מופת. זכותו יגן עלינו.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:51 am

· #152894
וואס איז די גרינגסטע וועג אין ענדרויד צו טוישן פון סיילענט צו ווייברעיט אדער געהעריגע רינגער?

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:25 am

· #152909
די וואליום באטאן?

קען זיין יעדע פאון איז אנדערש, אבער ביי אסאך פאונס מאכט מען עס ביים אראפ רוקן די וואליום ביז אונטען, אויב ווילסטו מער וואליום סעטינגס קענסטו קוועטשען די gear אייקאן בשעת'ן רוקן די וואליום.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:48 am

· #152913
מיין ענדראיד קיובארד איז נעלם געווארן איבערנאכט, במקומו איז דא א שרייב באקס וואס פארשטטייט נישט צווישן א o מיט א e ועוד. שוין געשפילט מיט אלע סעטינגס, נאדא. העלפ!!!!

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:55 am

· #152914
וואס הייסט דאס נעלם געווארן? און קענסט נישט דאונלאודן אן אנדערע קיעבארד? עס זענען פאראן אזויפיל.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:57 am

· #152915
איך וויל צוריקהאבן די אלטע סטענדירד ענדרויד קיבארד. ווי קען איך עס טרעפן?

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:25 am

· #152925
וועלכע ווערסיע פון ענדרויד? אין די נייערע איז עס ווי פאלגענד:
Settings, Language and Input, Default
און וועל אויס די גוגל קיבאורד אדער וואטעווער דו האסט געהאט פריער.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 3:01 pm

· #155284
משום אל תמנע טוב מבעליו,

מסתמא האבן זיך שוין פילע געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, נעמליך, מען האט אלע מוזיק אויף גוגל פלעי, וואס טוט זיך ווען מען וויל דאונלאודן אויפן ענדרויד א אלבום און ארויפלייגן אויף א SD קארטל? (אויף דעם זעלבן ענדרויד מאשינקע קען מען עס אייביג סעיוון צו קענען הערן אפפליין, סאו די עיקר וואו ס'איז נוגע איז אויב וויל מען עס לייגן אויפן קארטל).

אויפן קאמפיוטער, דאונלאודט מען דעם אלבום און מען האט עס כמות שהוא, אויפן אנדרויד איז עס מער קאמפליצירט, אבער עס איז דא א וועג. אויב האט איר es file explorer, אדער לכאורה די זעלבע איז מיט סיי וועלכע אנדערע פייל עקספלארער, דאן גייט צו האום - ענדרויד - דאטא - קאם.גוגל.ענדרויד.מוזיק וועט איר טרעפן אלע אייערע טרעקס וואס איר האט געהאט געסעיווט פאר אפפליין, לא זו אף זו געווענליך וועט דער עפפ מדעת עצמו סעיוון פיל מיט קעטשי'ס, א ים מיט ניגונים וואס דו האסט לעצטנס געהערט.

דער עיקר שוועריגקייט איז אז עס איז נישט געסעיוודט על הסדר לויטן אלבום, ווי אויך האט עס נישט קיין טרעק אינפא און מען דארף אלעס אליין מעניועלי רינעימען. אויב אבער ווילט איר יעצט דאונלאודן א ספעציפישע אלבום, איז דאס דער וועג. (גרינגער צו מאכן, מעקט אויס אלע קעטשי'ס און געסעיווטע אלבום'ס, - דאס דארפט איר טון אין דעם גוגל פלעי עפפ ביי די סעטינגס, לאזט איבער נאר דעם אלבום וואס איר ווילט איצט ארבעטן מיט). רינעימען ארבעט, אז מען דרוקט שטארק אויף א טרעק וועט ארויפקומען אונטן א מעניו מיט זאכן וואס איר קענט אויסקלויבן.

דערנאך (אדער אויב ווילט איר זיך ארום שפילן דערמיט שפעטער - ערגעץ אנדערש - קענט איר לאזן די רינעימען פאר שפעטער) דרוקט שטארק אויף עני טרעק, וועט ארויפקומען די מעגליכקייט צו סעלעקטן די טרעקס, סעלעקט אלע טרעקס, דאן גייט צו move to אדער copy to און וועלט אויס ווי - אין וועלכע פעטה - איר ווילט סעיוון דעם אלבום, דרוקט new און גיט דעם נייעם פאלדער א נאמען וויאזוי איר ווילט רופן דעם אלבום, מופט אדער קאפיט אריין די טרעקס אין דעם נייעם פאלדער, און איר זענט גוט צו גיין...

איך שרייב עס אראפ ווייל איך האב זיך געמוטשעט און געסוירטשט ווילאנג איך האב עס אויסגעפיגורט, אפשר קען עס זיין א העלפ פאר אנדערע. בכלל ברויך מען וויסן אז מיט פייל עקספלארער אויפן ענדרויד קען מען זיך ארום שפילן מיט אלע פיילס כמעט ווי אויפן קאמפיוטער, קאפיען פעיסטן רוקן, משא"כ באייפאון / IOS.

אדרבה, אויב איינער האט א גרינגערע וועג, זאל ער לאזן וויסן. א זייטן בענעפיט האט דער מהלך, ווייל געווענליך וועט גוגל נישט לאזן דאונלאודן א איינצלנעם אלבום מער ווי צוויי מאל, אבער דא, וויבאלד דו קאפי'סט אוועק די טרעקס פון דעם פאלדער ווי עס סעיווד זיך אויפן דעווייס, קענסטו נאכדעם צוריק גיין צום גוגל פלעי עפפ און פשוט סעלעקטן עס זאל זיך מער נישט סעיוון אויפן דעווייס, און עס רעכנט זיך נישט ווי א דאונלאוד (ווייל די עיקר אויפטו פון דעם פיטשער איז דאך אז מען קען טוישן און צוריקלייגן אלבום'ס וויאזוי די הארץ באגערט. דער עפפ כאפט נישט אז במחתרת האסטו שוין געקאפי'ט די טרעקס און געסעיווד ערגעץ אנדערש).

איין פראבלעם בין איך געבליבן אחרי ככלות, נאכן רינעימען אלע טרעקס און אפילו צולייגן ציפערן בעפאר כדי די טרעקס זאלן זיין אין א רייע, ווען איך צינד אבער אן די רעגולערע מוזיק עפפ הייבט עס אן שפילן דעם אלבום פונעם 8'טן טרעק. (עס איז נישט אויף שאפל). גיי פארשטיי. ווידעראום, אין א אנדערן דיווייס וואס כ'האב עס אריין געלייגט, קומט נישט ארויף בשום אופן די נאמען פונעם אלבום, נאר עס ווערט נכלל די קאטעגאריע פון "no album".

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 3:38 pm

· #155292
אפשר קען אזא עפפ דיר העלפן פארן רינעימען די פיילס:
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=mobi.infolife.itag&hl=en">https://play.google.com/store/apps/deta ... itag&hl=en</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10