☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » ענדרויד

ענדרויד

460 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #491
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:39 am

· #39927
געפילטע פיש

וואס מאטאפרינט טוט איז אז ס'האט די דרייווערס פון אפאר מאדעלס פרינטערס, און ס'איבעריגע פיגיבעקט עס אויף דיין קאמפיוטערס דרייווער.

סהייסט אויב איך דיסקאנעקט מיין פרינטער פינעם קאמפויטער אבער איך לאז עס איינגעפלאגט אינעם ווייערלעס ראטער, איז מעגליך אז ער וועט נישט פרינטען פין מיין פאן?
געפילטע פיש

איי וואזענט שור, ווייל מ'ליינט דא דארט איבער איינער וואס האט יא געמאכט אזא צי אזי קעלבעל פון געשריבן א דרייווער פאר דעם געוויסן פרינטער.
ער האט געמאכט עפעס אזאנס
דא

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:43 am

· #39930
נולד מאוחר
געפילטע פיש

וואס מאטאפרינט טוט איז אז ס'האט די דרייווערס פון אפאר מאדעלס פרינטערס, און ס'איבעריגע פיגיבעקט עס אויף דיין קאמפיוטערס דרייווער.

סהייסט אויב איך דיסקאנעקט מיין פרינטער פינעם קאמפויטער אבער איך לאז עס איינגעפלאגט אינעם ווייערלעס ראטער, איז מעגליך אז ער וועט נישט פרינטען פין מיין פאן?

איך בין נישט באקאנט דוקא מיט דען עפפ, אבער ס'ווענט זיך אין די אין די סעטאפ, אבער מעגליך אז ס'וועט נישט ארבעטען אנעם קאמפיוטער.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:46 am

· #39933
האסט מיך געלערנט עפעס היינט. שכח פארן זיך אזוי געטריי אפגעבען און אראפלאזען צי מיר.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:51 am

· #39935
פאר די רייט פרייס... עני טיים.

אוי טאטי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:21 am

· #39952
חכם מחוכם
איך טראכט צו קויפן דעם HTC incredible, אפשר קען מיר איינער לאזן וויסן צו לוינט זיך


ווערייזאן צו ספרינט?

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:41 am

· #39955
Verizon

אוי טאטי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:43 am

· #39956
די ווערייזאן ווירדזשן האבן זיי לעצטענס איבערגעמאכט און עס דארף צי זיין זייער גוט, ספרינט דאכציך מיר איז נאר דא די אלטע.

פאדעם » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:10 am

· #40365
איך האב k9 פילטער אויף מיין ענדרויד, אבער לכבוד דעם האב איך נישט קיין פלעש דמ איך קען נישט זען קיין שום קליפ וכדומה, איז דא עפעס אן אנדערע. פילטער פאר א ענדרוד. און עס האט יא פלעש? א דאנק פארן וועלן העלפען

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:40 am

· #40825
מזל טוב!, איך האב מיך ענדליך ארויסגעזעהן פון מיין אלטן פאון, איך האב מיר געקויפט א HTC incredible, ס’איז ממש incredible, נאר איין פראבלעם, ווי יעדער ווייסט איז שוין נישט דא אלטער ענדרויד מארקעט, נאר גאגל פלעי, איך ווייס נישט, אבער מיין גאגל פלעי, איז נאך נחבא אל הכלים, נו אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן, אים ארויסצובענגען מכח אל הפועל

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:54 am

· #40835
וואס דארף דאס צו מיינען?
נחבא אל הכלים??

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:57 am

· #40838
האסט פרובירט צו ענטפערן מיין שאלה יעצט?

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:03 am

· #40841
האסט שוין אויפגעסעט דיין gmail אדרעס מיטן פאון?
די מארקעט זעסטו יא?
מ'סתם ווייסטו דאס, אבער קוק נישט אויפן האום סקרין, דארפסט עס זוכן ביי די עפפס.
טאמער זעסטו עס נישט אין ערגעץ, טשעק אין די סעטינגס, אפליקעישענס, אלל און קוק אויב דארט זעסטו עס יא.

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:06 am

· #40843
כ’האב שוין אויפגעסעט די gmail, און די מארקעט זעה איך פיין, אבער די Google play, איז נישט דא

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:41 am

· #40894
ביי מיין אלטע פאון האט אויך גענומען עפעס צו לאנג איך זאל באקומען די נייע מארקעט האב איך עס דאונלאודעד פון ערגעץ אויף די וועב, ס'איז אבער א איינשטעלעניש.

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:44 am

· #40899
אויב מ’איז רוטעט קען מען דאונלאודן א APK File, וואס מאכט די מעשה, אבער איך וויל נישט רוטן דעם פאון

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:46 am

· #40900
ס'עפעס רוטן? מיין פאון איז נישט געווען רוטעד.

מומחה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:42 pm

· #40923
דו דארפסט ווארטן אז ס'זאל זיך אליין אפדעיטן, עפן די מארקעט און דאונלאוד עני עפפ און ס'וועט זיך אויטאמאטיש אפדעיטן.

מומחה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:45 pm

· #40926
חכם מחוכם
אויב מ’איז רוטעט קען מען דאונלאודן א APK File, וואס מאכט די מעשה, אבער איך וויל נישט רוטן דעם פאון

מען מוז נישט זיין גערוטעד, און אויב ס'איז אן עמערדזשענסי קען איך דיר שיקן די apk.

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:55 pm

· #40935
יישר כח פאר יעדן, איך האב עס שוין מסדר געווען, איינער וואס האט דע זעלבע פראבלעם, זאל זיך מעלדן דא אין שטיבל, איך וועל אים אי"ה געבן פונקליכע דעטאלן וואס צו טאהן

DotCom » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:02 pm

· #40938
מומחה
דו דארפסט ווארטן אז ס'זאל זיך אליין אפדעיטן, עפן די מארקעט און דאונלאוד עני עפפ און ס'וועט זיך אויטאמאטיש אפדעיטן.


גערעכט, געווענליך אפדעיט זיך עס אליינס.

רב חכם אויב איך מעג פרעגן וואס האסטו געטהון כדי אז ס'זאל ארבעטן?

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:05 pm

· #40940
כ’האב דאולאודעד אן APK File פון google play, און איך האב געפענט נאכדעם, פאר מער פראגעס קענסטו מיר שיקן אין אישי

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:27 pm

· #40981
פארוואס אין אישי?
אז דו פרעגסט די שאלה ברבים, קען מען נישט ענטפערן ברבים?

חכם מחוכם » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:21 pm

· #43819
א גוטן איך בין צוריק, איך האב שוין נאך א פראבלעם, מיין Call History, און מיין Contacts, עפפס זענען ווי אין וואסער אנטלאפן, נישטא קיין זכר, און ווען איך גיי אריין אין די פאון אפליקעישאן ווי מ’מאכט די פאון קאללס, און איך פראביר צו גיין פון דארט זאגט ער מיר אז:
Sorry this has been unexpectedly...... Force close, אלזא טייערע חברים וואסזשע טוט מען,

פארשטאנד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:07 pm

· #45150
פאדעם
איך האב k9 פילטער אויף מיין ענדרויד, אבער לכבוד דעם האב איך נישט קיין פלעש דמ איך קען נישט זען קיין שום קליפ וכדומה, איז דא עפעס אן אנדערע. פילטער פאר א ענדרוד. און עס האט יא פלעש? א דאנק פארן וועלן העלפען


די נייע ווערסיע סופארט שוין פלעש.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:10 pm

· #45153
אבער ס'איז נאך אין בעטא, ד.ה. עס איז אומשטאנד צו מאכן פראבלעמען.

chosen people » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:23 pm

· #45191
Google's navigation is also in beta.

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:12 pm

· #46190
ווען איך קליק אויף א לינק צי א געוויסע דף און א ספר אויף היברא בוקס זע אוך נישט דו דף. סעפענט זיך כאולו ביי יענע דף אבער סליידיק.
איך דארף דאןלאדען די גאנצע ספר כדי צי קענען זען איין דף. אזוי באלאנגט עס?
ענדרויד פאן.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:22 pm

· #46194
איך מיין ס'ווייל די מאביל בראוזער האט נישט קיין בילט אין pdf. רידער.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:22 am

· #46210
Quick office איז נישט קיין pdf reader?
ווען איך דייןלאד עס קען איך יא ליינען, דעמאלטס איז עס אויך א פדף.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:23 am

· #46211
ס'איז יא א פדף ריעדער, אבער נישט אינעם בראוזער, בלויז אויפן סעלפאן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:29 am

· #46216
סא וואס איז דו סעלאשען ? אלע אנדרויד באניצערס האבן די פראבלעעם?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:15 pm

· #46505
זעט אויס אז דאלפין בראוזער פלעגט האבן א עד-אן צו ליינין פי. די. עף. 'ס אין די בראוזער אבער די פעידזש ארבעט נישט.

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:32 am

· #46580
געפילטע פיש
זעט אויס אז דאלפין בראוזער פלעגט האבן א עד-אן צו ליינין פי. די. עף. 'ס אין די בראוזער אבער די פעידזש ארבעט נישט.

איך האב ics איז עס א מאביל בראוזער?
זאל איך ארטפ לוידען דאלפין?

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:50 am

· #46583
דאלפין איז א מאביל בראוזער, און ס'דארף צו זיין א PDF Add-on צו ליינען פד"פ'ס אין די בראוזער, אבער ווען איך גיי צו די פעידזש אין גוגל פלעי באקום איך אן עראר, ווייס איך נישט אויב דאס איז נאר צייטוויליג אדער זיי האבן דאס אויפגעהערט צו מאכן.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:08 pm

· #48207
עפעס געדענק איך אז דער בראוזער ארבעט מיט פי.די.עפ. נאר נאך וואס די אינסטאלירסט אדאובי. האסט פראבירט אויך אויף אפערא?

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:10 pm

· #48208
אויף אן אלטן טעלעפאן האביך איינגערישט Cm10 און גוגל נאו איז ממש א מחיה און לדעתי פאקט ער איין סירי:

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:15 pm

· #48210
דא וויל איך אויסגעבן עטליכע בויך קוועטשענישן וואס איך האב זינטן אפגרעיד צו אייזקריעם סענדוויטש.

א שטארקע מעלה וואס כ'האב געהאט ביז היינט (ד"ה, ביזן אפגרעיד), אויב האב איך געוואלט וויסן דעם היינטיגן דאטום, האב איך א קוועטש געטאן אויפן נאטיפיקשעיאן באר און עס איז ערשינען. מיטן אפגרעיד איז די FEATURE פארשוואונדן.
די טעלעפאן און PEOPLE זענען געווארן 2 באזונדערע עפפס. ווען איך בין אינעם טעלעפאן עפפ, קען איך נישט זעהן דעם קאנטאקט ליסט. צו וואס נעמען א גוטע זאך און עס מאכן ערגער?
ווען איך וויל סעלעקטן עטליכע טעקסט מעסעדזשעס, איך אלץ געווען א אפציע (ביי די מעניו) SELECT MULTIPLE. אויכעט פארשוואונדן, ווי אין וואסער אריין.

המשך יבא ווען כ'וועל האבן נאך אביסל צייט.

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:50 pm

· #48219
וועלכע פאון האסטו און וועלכע קעריער?

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:57 pm

· #48220
שמעקעדיג
א שטארקע מעלה וואס כ'האב געהאט ביז היינט (ד"ה, ביזן אפגרעיד), אויב האב איך געוואלט וויסן דעם היינטיגן דאטום, האב איך א קוועטש געטאן אויפן נאטיפיקשעיאן באר און עס איז ערשינען. מיטן אפגרעיד איז די FEATURE פארשוואונדן.
די טעלעפאן און PEOPLE זענען געווארן 2 באזונדערע עפפס. ווען איך בין אינעם טעלעפאן עפפ, קען איך נישט זעהן דעם קאנטאקט ליסט.


דיין אפגרעיד צו אייז קרעים איז cm9? און מאין באת, האסטו פריער געהאט סטאק אנדרויד, אדער סעמסאנג מיט טאטש וויז וכו'

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:19 pm

· #48226
נא, וואס זאגן די חכמי השטיבל, יא אדער נישט רוטן דעם געלעקסי s3? פון איין זייט איז דאס אזוי ווי ס'שטייט און גייט א יופי, פון דער אנדערע זייט שמעקט מיר זייער צו קענען האבן גוגל נאו שוין יעצט! איז דא עפעס חסרונות צו רוטן דעם s3? ווערט עס פארשלעפט אדער קראצעדיג?

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:20 pm

· #48227
וואס פונקטליך וועסטו האבן פון גוגל נאו?

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:31 pm

· #48229
'ך דארף עס פשוט פאר א יצא עיניך צו א פאר חברים וואס האבן אייער נעכטן באקומען דעם אייפאון 5.

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:57 pm

· #48240
דאס אז דו האסט אן ענדרויד איז גענוג יצא עיניך.
טאמער שעמסטו זיך פון זיי מיט דיין ענדרויד שיק זיי אין בית מדרש מיט עפל מעפס - וועסט מער נישט צוריקהערן פון זיי.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:40 pm

· #48324
איך האב א מאטאראלע דראוד 4, מיט - פארשטייט זיך - די מאטא-בלאר סקין, כדרכם בחושך וחלקלקות.

דבילה: וואס איז דאס CM9? און ווי אזוי טשעק איך דאס?
ווען איך טשעק ביי סעטינגס ABOUT PHONE, זעה איך בלויז אז איך האב אנדרויד ווערזשאן 4.0.4, ותו לא.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:46 pm

· #48328
נאך א משוגעת.
ווען איך וויל ארויפברענגען א ווידזשעט, ביזן אפגרעיד פלעגט ארויסקומען א ליסטע, די אייקאן פונעם ווידזשעט מיט דעם דעסקריפשאן דערנעבן.
אצינד, נישטא מער קיין דעסקריפשאן! איך דארף אליינס ברעכן קאפ וואס דער אייקאן מיינט! (און מיין קאפ איז שוין טאקע כמעט צובראכן דערפון.)

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:14 pm

· #48343
שמעקעדיג

דבילה: וואס איז דאס CM9? און ווי אזוי טשעק איך דאס?

טאמער ווייסטו נישט וואס דאס דעמאלס האסטו עס נישט. CM שטייט פאר CyanogenMod.
<a class="postlink" href="http://www.cyanogenmod.com">http://www.cyanogenmod.com</a>

אךשמח » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 1:24 am

· #48561
דבילה
נא, וואס זאגן די חכמי השטיבל, יא אדער נישט רוטן דעם געלעקסי s3? פון איין זייט איז דאס אזוי ווי ס'שטייט און גייט א יופי, פון דער אנדערע זייט שמעקט מיר זייער צו קענען האבן גוגל נאו שוין יעצט! איז דא עפעס חסרונות צו רוטן דעם s3? ווערט עס פארשלעפט אדער קראצעדיג?

דזשעלי ביען דארף אט אט זיין אויף דיין געלעקסי, ווי סעמסאנג האט געמאלדן אז אקטאבער וועלן זיי עס האבן אויף די אמעריקאנע געלעקסיס, און זעט אויס ווי זיי זענען אויפן סקעדזשועל:

An XDA-Developers forum member on Monday posted that Jelly Bean was available for Polish Galaxy S III owners to download through Kies, Samsung’s official application for over-the-air software updates

אז די פאלאקן האבן עס שוין, ביסטו נישט ווייט דערפון.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:18 pm

· #63552
אנדרויד 4.2 איז ערשינען.

<a class="postlink" href="http://www.android.com/whatsnew">http://www.android.com/whatsnew</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 12:15 pm

· #77429
א שאלה, פאר ווער עס קען מיר ענטפערן (געפילטע?)

ווען איך האב א קאנווערסעישאן, זעה איך אלס די בילד פון מיין חבר.
למשל ביי טעקסט מעסעדזשעס, ווען איך לייען דעם קאנווערסעישאן זעה איך אויף איין זייט מיין חבר'ס בילד.
אבער אויף די אנדערע זייט שטייט ME, אן קיין בילד.

קען איך לייגן א בילד פון מיר? אז איך זאל מיך אליינס זעהן?
אויב יא, וויאזוי?

משה רוקח » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 12:20 pm

· #77430
וועלכע עפפ נוצסטו פאר טעקסט מעסעדזשעס?
אין גוגל טאלק למשל זעהט מען יא א בילד.
אויב האסטו אפלוידעד א פראפייל בילד פון זיך אויף דיין גוגל פלאס אקאונט וואס איז די מעין אקאונט פון די פאון וועט עס ווייזן ביי אלע פלעצער וואס איז דא בילדער פון די שמועסערס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10