ענדרויד
460 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #491
װי אזוי קען איך עפענען נאך א טעב אויף מײן בראוזאר (סמארטפאון/טעבלעט)?
אויף װינדאוס דריקט מען קאנטראל און מען לעפט קליקט די לינק למשל, סאו װאס טוט מען אויף ענפרויד?
וועלכע בראוזער?
גיי צו א וועבסייט, נישט קיין חילוק וועלכע, קלאפ אויף דיין menu קנעפל (געווענדליך אויף די לינקע זייט פון די פאן אינטן, נישט אויפן סקרין) די ערשטע option איז new window.
בעיקר די סטאק בראוזער
New tab and new window are 2 different things
שמעקעדיגNew tab and new window are 2 different things
ביסט גערעכט, אבער אויף ענדרויד איז עס די זעלבע זאך. די אלטע ווינדא בלייבט אזוי ווי ביי א tab.
רוב לינקס מײן איך עפענען זיך אין א נײע טעב אויטעמאטיש אבער נישט אלעמאל בכלל די גאנצע סעלעקטען און מאכן ק/פ איז
דאך עפעס א מין אפקימעניש..
@petergrifin Two things. First of all to open a new tab on the computer you don't have to press Ctrl + left click, you can either right click the link and click on open new tab, or you can click the scroll button on the mouse, (most computer mouses have one) if you click on the link with the scroll button it opens on the link in a new tab.
Second, on an Android phone to open a new tab, you just have to click and hold down the link for a few seconds, and then an a menu pops up, and one of the options is to open the link in a new window, which on Android is the same as new tab.
זה מה שאמרתי.
רויטע וואנצעסזה מה שאמרתי.
רק השורה האחרונה היא מה שאמרת. יש בתגובה שלי הרבה חידושים שלא אמרת ומן הסתם גם לא ידעת.
איך האב געזען דער ארטיקעל װי איעדער ענדרויד פאון װערט אויס גערעכנט אין ראַנג.
איך לײג עס ארויף נאר װעגן זײנע הגהות..
http://gizmodo.com/every-android-phone- ... 1468382693
איך האב אפדעידטיד מיין פאון צו 4.3 אבער איך זעה צוויי חסרונות איינס איז איך האב שוין נישט קיין mobile data toggle אין די drop down screen. צווייטענס די בעטערי גייט זייער שנעל אויס..
עני העלפ פליז?
לעצטנס ווער איך משוגע פון עפעס א ID פיטשער אויף מיין פאון.
יעדעס מאל איינער קלינגט מיר אריין, גיט ער מיר עפעס א מאדנע איי.די. פון וואו דער קאלל קומט, עפעס א שטאט אין ניו יארק. עס מאכט מיר זייער פרייליך צו וויסן....
אבער דער פראבלעם איז אז די געוואלדיגע פיעטשור האט נישט געפינען קיין בעסערע פלאץ אויפן סקרין נאר העכער דעם נאמען פונעם קאלער!! ד.ה. אז דער נאמען פונעם קאלער (וועלכע ליגט אין מיינע קאנטאקטס) ווערט געבלאקט!!
קען מיר איינער ביטע העלפן ווי אזוי ווער איך פטור פון די אנשיקעניש? (זעה בילד פאר א דוגמא):
📎 Blocked ID.jpg.
למען האמת, איך האב עפעס א נארישע עפפ אויף מיין פאון וואס רופט זיך "Caller Name ID" (זעה בילד), אבער כ'גלייב נישט אז דאס איז דער קאלפריט.
📎 ID App.jpg
פארוואס נישט? ס'מאכט דייקא סענס אז דאס איז די קאלפריט, דיסעיבעל אדער אנאינסטאל יענע עפפ און זע אויב ס'געשעהט נאכאלס.
איך האב עס דיסעיבלד שוין לאנג אבער די פארריקטע ווערייזאן לאזט נישט גענצליך אנאינסטולן זייער קרעפוועיר ווייל אולי וועלן זיי מאכן נאך $1.99 א מאנאט פון מיר.
און בכלל איז דער עפפ א נאמען ID נישט קיין סיטי איי.די.
וואס איז עס נישט?
📎 ID App.jpg
איך האב גדאונלאוד א דאטע מענעדשער און איך האב
rss feed געזעהן א א גרויס חלק פון דאטע גייט אוועק פאר
ווייסט אפשר איינער וואס דאס איז און וויאזוי מען נעמט דאס אוועק
אין די לינק ברענגן זײ א ליסטע פון עפפס װאס זענען בעסער פון די װאס קומען מיט נאטירלעךמיט גוגל.
http://www.engadget.com/2014/02/13/best ... roid-apps/
איז דא א גוטע app פאר typing אויף ענדרויד, למשל word אדער עפעס ענדליכס?
Google drive, Quick office, ועוד.
פארוואס למען השם קען מען נישט קאפי פעיסטן א לינק פון גוגל סורטש אויף ענדרויד?
(גאלאקסי עס ארבע)
איז דאס נארמאל אז איך נוץ די אריגינעלע סעמסאנג טשארדזשער קעיבל און בעטערי אויפן S4, און טאמער נוץ איך די פאון בשעת'ן טשארדזשן איז לא די אז ס'טשארדזשד נישט נאר די פראצענט בעטערי פאלט שטייטליך...
@געפילטע פישאיז דא אן אשכול וועגן אייפאן אויך?
אויב ס'איז נארמאל ווייס איך נישט, אבער איך האב שוין געהאט אזעלכע זאכן ביי אפאר פאונס, פראביר צו נוצן אן אנדערע טשארדזשער.
עס מיינט אז די טשארדזשער איז שוין גארבעטש אין מען דארף קויפן א נייע
ארבעסאיז דא אן אשכול וועגן אייפאן אויך?
איינער ווייסט אפשר פון א גוטע עפפ צו שיקן מעסס טעקסט מעסעזשעס אויף איין מאל? ענדרויד S3. א דאנק!
רויטע וואנצעסאיינער ווייסט אפשר פון א גוטע עפפ צו שיקן מעסס טעקסט מעסעזשעס אויף איין מאל? ענדרויד S3. א דאנק!
האט איינער די נייע פאון LG VOLT ?
איך גײ אי׳ה קויפן א נײע סמארטפאון מיט נײע סערװיס. װיל איך װיסן, איז דא א װעג צי קענען אויף בעקען
אלע מײנע בילדער/װידיאו מיט װאטס עפפ טשעטס אנלײן און כ׳זאל קענען אלס צוריק לײגן אויפן נײע פאון?
petergrifinאיך גײ אי׳ה קויפן א נײע סמארטפאון מיט נײע סערװיס. װיל איך װיסן, איז דא א װעג צי קענען אויף בעקען
אלע מײנע בילדער/װידיאו מיט װאטס עפפ טשעטס אנלײן און כ׳זאל קענען אלס צוריק לײגן אויפן נײע פאון?
בילדער און ווידיא קענסטו נוצן דראפבאקס, און וואטסעפפ טשעטס דארפסטו סעלעקטן בעק אפ פאר די טוישסט צו די נייע פאון און דאן וועט שטיין בעק אפ פאונד ווען דו הייבסט אן מיט די נייע .
לאליפאפ זאגט גוט, אויב איז נישטא צופיל פיקס/קליפס קענסטו זיי אפלאודן צו דיין גוגל דרייוו (ביז 25 גיג אומזיסט) אדער קענסטו עפענען א אוטלאק אקאונט (15 ג"ב אומזיסט, אויב מאכסטו אויטאמאטישע בעקאפ באקומסטו צו נאך 3, ס"ה 18),
צו מאכן א בעקאפ פון דיינע קאלס היסטארי, טעקסט מעסעדזשעס, קאנטאקטס, און נאך אנדערע קלייניגקייטן, נעם איינע פון די 3
https://play.google.com/store/apps/deta ... .backup.ex
https://play.google.com/store/apps/deta ... mscontacts
https://play.google.com/store/apps/deta ... easybackup
וועלכע ענדרויד איז די בעסטע יעצט אויפן מארקט?
אבער אזא בעקאפ כגון אייטונס\אייקלאויד וואס ס'בעקטאפ אפילו א טעקסט מעסידזש דרעף איז נישט ב'נמצא . ריכטיג ?
@געפילטע פיש כ'מיין דיר.
קליגער אינגערמאןאבער אזא בעקאפ כגון אייטונס\אייקלאויד וואס ס'בעקטאפ אפילו א טעקסט מעסידזש דרעף איז נישט ב'נמצא . ריכטיג ?
@געפילטע פיש כ'מיין דיר.
SMS Backup and Restoreקליגער אינגערמאןאבער אזא בעקאפ כגון אייטונס\אייקלאויד וואס ס'בעקטאפ אפילו א טעקסט מעסידזש דרעף איז נישט ב'נמצא . ריכטיג ?
@געפילטע פיש כ'מיין דיר.
אויב בלייבסטו ביי די זעלבע מאנופעק. איז על פי רוב יא דא אזא מין בעקאפ אזוי ווי אייטונס.
למשל אויב האסטו א HTC אין די קויפסט א נייע HTC אפילו סיז א אנדערע מאדל האבן זיי א אייגענע פראגראם פאר בעקאפ אין ריסטאר
איך האב אזא פראבלעם מיטן S4, אז אין פלעי סטאר קען איך נישט דאונלאעדן קיין איין עפפ אדער אפדעיטן ווייל עס קומט ארויף א מעסעדזש אז איך האב Insufficient Storage אויפן טעלעפאן, און דאס איז זיכער נישט די פאל.
ווער קען דא העלפן? איך מיין אז
@געפילטע פיש וואלט שוין געמעגט אוטאמאטיש באקומען א מעלדונג ווען איינער שרייבט אין דעם אשכול... 😂
לאליפאפאיך האב אזא פראבלעם מיטן S4, אז אין פלעי סטאר קען איך נישט דאונלאעדן קיין איין עפפ אדער אפדעיטן ווייל עס קומט ארויף א מעסעדזש אז איך האב Insufficient Storage אויפן טעלעפאן, און דאס איז זיכער נישט די פאל.
ווער קען דא העלפן? איך מיין אז
@געפילטע פיש וואלט שוין געמעגט אוטאמאטיש באקומען א מעלדונג ווען איינער שרייבט אין דעם אשכול... 😂
ס'האט עפעס א ערראר (error) נומבער ?
וואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.
מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?
עס איז לכאורה א מעיל עפפ א שטייגער ווי יאהו ווען דו קריגסט א אימעיל ביפט עס, דו ברויכסט סעטן נאטעפאקעיטן צו נאן
א דאנק פארן פרובירן צו העלפן, אבער דאס איז נישט געווען די ריכטיגע ישועה.
אלע מיינע מעיל עפפ'ס זענען אנגעשטעלט כראוי וכדבעי און איך ערהאלט א ספעציעלן דעזיגנירטן נאטיפיקאציע ווען איך קריג א פרישן אימעיל, ווי אויך באקום איך א אייקאן אויבן ביים נאטיפיקאציע צענטער אין די זעלבע צייט.
די אומגעווינטשענע קלינגערייען קומען נישט פון עפפס וואס איך קען אדער נוץ כסדר. דאס וואס איך נוץ קען איך ב"ה אינסייד אוט בלע"ז. עס מוז זיין א באהאלטענער פיפיג אינגל וואס טעראריזירט מיר.
כ'העט געדארפט האבן אזא עפפ וואס טוט מאניטארן דעם גאנצן סיסטעם אזוי אז תיכף ווען איך ערהאלט אזא קלינג על לא דבר זאל איך קענען טשעקן די היסטארי ווער האט דא פארארבעט די מעשים אשר לא יעשו.
לעצטענס העב איך געליינט אז די flashlight apps אויף android זענען קאראפט אין עס איז איפעקטעט מיט פישינג פראבלעמען.
לויט איך פארשטיי איז אפפל נישט א פראבלעם
שמעקעדיגוואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.
מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?
http://www.popsci.com/science/article/2 ... en-it-isnt
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phantom_ ... n_syndrome
ארבעסלעצטענס העב איך געליינט אז די flashlight apps אויף android זענען קאראפט אין עס איז איפעקטעט מיט פישינג פראבלעמען.
לויט איך פארשטיי איז אפפל נישט א פראבלעם
פארדעם קומט סעמסענג פאונס מיט א בילט-אין פלעשלייט ווידשעט.
לאליפאפאיך האב אזא פראבלעם מיטן S4, אז אין פלעי סטאר קען איך נישט דאונלאעדן קיין איין עפפ אדער אפדעיטן ווייל עס קומט ארויף א מעסעדזש אז איך האב Insufficient Storage אויפן טעלעפאן, און דאס איז זיכער נישט די פאל.
קען זיין אז אויפן SD קארטל האסטו ריווח פלאץ, אבער אויפן internal storage האסטו נישט גענוג.
פארדעם קענסטו טוהן אפאר זאכן, אדער קענסטו דאונלאוד
אזא מין עפפ וואס זאגט דיר ווער ס'נוצט אויס די מערסטע פלאץ, אדער קענסטו פראבירן מיט איינער פון די move2sd עפפס וואס רוקן אריבער געוויסע חלקים פונעם עפפ צום external סטארידזש.
לאליפאפווער קען דא העלפן? איך מיין אז
@געפילטע פיש וואלט שוין געמעגט אוטאמאטיש באקומען א מעלדונג ווען איינער שרייבט אין דעם אשכול... 😂
פאר די רייט פרייז...
פאלענד ספרינגשמעקעדיגוואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.
מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?
http://www.popsci.com/science/article/2 ... en-it-isnt
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phantom_ ... n_syndrome
דו רעדסט צו מיר? פארשעמסט מיר. כ'לייד נישט פונעם דמיון סינדראם ב"ה.
בכלל וויבראציע מאן דכר שמיה? איך רעד דאך פון א קלינג וואס הילכט אפ אינעם גאנצן צימער!
פון וויקיפידיע:
Other terms for this concept include ringxiety (a portmanteau of ring and anxiety),
שמעקעדיגפאלענד ספרינגשמעקעדיגוואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.
מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?
http://www.popsci.com/science/article/2 ... en-it-isnt
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phantom_ ... n_syndrome
דו רעדסט צו מיר? פארשעמסט מיר. כ'לייד נישט פונעם דמיון סינדראם ב"ה.
בכלל וויבראציע מאן דכר שמיה? איך רעד דאך פון א קלינג וואס הילכט אפ אינעם גאנצן צימער!
The first step to dealing with mental or emotional issues is to admit that you have them. 😉
נו שוין, ומודה ועוזב ירוחם. 🙄 😢
אינטרעסאנט נאר ווי אלע מיינע ארומיגע זענען געווארן אנגעשטעקט דערמיט, און ווען אימער איך דמיון אז עס גיט א קלינג דרייען זיך אלע אויס פונקט צו מיר און קוקן וואס עס קלינגט דא אין קאפ אריין.
דאס האב איך שוין נישט געוואוסט, זיי שרייבן נישט אין וויקי אז ס'איז קעטשי,