☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » ענדרויד

ענדרויד

460 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #491
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

אךשמח » מאנטאג יולי 9, 2012 10:03 pm

· #22818
איך האב באמערקט אינעם GPS אשכול ווי איינער האט אוועקגעמאכט דעם ענדרויד סעלפאון ווייל עס איז אן אומגעצייטיגטער מאשין, וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג אז ביים ענדרויד איז דא אן א שיעור מאדעלן און כמה וכמה סארטן און מען קען פון אן אלטע מאשין נישט ברענגען קיין ראי'.

איך בין אזוי איבערצייגט אז ענדרויד איז די וועי טו גאו אז איך וועל ניטאמאל באטראכטן דעם צוקונפטיגן אייפאון מיטן פלאן עס צו קויפן, וואס וועט מסתם האבן דאס וואס ענדרויד האט שוין יארן...

טעלעפאן » דינסטאג יולי 10, 2012 2:40 am

· #22907
אךשמח
איך האב באמערקט אינעם GPS אשכול ווי איינער האט אוועקגעמאכט דעם ענדרויד סעלפאון ווייל עס איז אן אומגעצייטיגטער מאשין, וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג אז ביים ענדרויד איז דא אן א שיעור מאדעלן און כמה וכמה סארטן און מען קען פון אן אלטע מאשין נישט ברענגען קיין ראי'.

איך בין אזוי איבערצייגט אז ענדרויד איז די וועי טו גאו אז איך וועל ניטאמאל באטראכטן דעם צוקונפטיגן אייפאון מיטן פלאן עס צו קויפן, וואס וועט מסתם האבן דאס וואס ענדרויד האט שוין יארן...


איך האב שוין געזעהן אלע לעצטיגע אנדרוידס פון סעמסאנג און מאטאראלע און htc. ווען דער אנדרויד וועט ארבעטן אזוי smooth ווי עפל, וויצב״ש די סקראלינג ועוד ועוד, וועל מיר ווייטער רעדן...

צו האבן מער אפציעס איז א שטער, עכ״פ פאר מיר פערזענליך. אבער אויב יא האבן מער אפציעס, א דזשעילברעיקד איי-פאון ארבעט אסאך בעסער ווי די בעסטע אנדרויד

טעלעפאן » דינסטאג יולי 10, 2012 2:45 am

· #22908
אין א זייטיגן נאטיץ.. ״אויב״ דאס געלונגט זיי וועט עס איינפאקן אלעס. איך גלייב אבער שווער אז זיי וועלן עס מאכן

en.m.wikipedia.org/wiki/BlackBerry_10

משה רוקח » פרייטאג יולי 13, 2012 12:16 pm

· #24005
Looks like you didn't see my galaxy s3.it works like a baby! Smoother then the iphone.

אךשמח » פרייטאג יולי 13, 2012 12:46 pm

· #24021
אפשר האב איך נישט געוואוסט וואס צו באטראכטן ווען מען גוטער ידיד - פון די חשובע שרייבער אין קאווע שטיבל - האט מיר געוויזן זיין נייעם געלעקסי 3, אבער עפעס האב איך מיר פארהאנקערט און נישט געווארן צוגעצויגן דערצו, בעיקר נאכדעם וואס מיר ביידע האבן גענומען בילדער און דער אייפאון האט אויסגעזען קלארער, שארפער און מער אמת'דיג ווי דעם געלעקסי.

דאס מיינט נישט אז דער אייפאון איז מיין אויסוואל פון סמארטפאונס. לגמרי נישט. אבער אויפן מינוט, האב איך נישט געזען אינעם געלעקסי עפעס מער ווי וואס איך האב געזען אויף מיין אלטן איווא טרי די.

אךשמח » פרייטאג יולי 13, 2012 12:50 pm

· #24022
טעלעפאן
אךשמח
איך האב באמערקט אינעם GPS אשכול ווי איינער האט אוועקגעמאכט דעם ענדרויד סעלפאון ווייל עס איז אן אומגעצייטיגטער מאשין, וויל איך ארויסברענגען מיין מיינונג אז ביים ענדרויד איז דא אן א שיעור מאדעלן און כמה וכמה סארטן און מען קען פון אן אלטע מאשין נישט ברענגען קיין ראי'.

איך בין אזוי איבערצייגט אז ענדרויד איז די וועי טו גאו אז איך וועל ניטאמאל באטראכטן דעם צוקונפטיגן אייפאון מיטן פלאן עס צו קויפן, וואס וועט מסתם האבן דאס וואס ענדרויד האט שוין יארן...


איך האב שוין געזעהן אלע לעצטיגע אנדרוידס פון סעמסאנג און מאטאראלע און htc. ווען דער אנדרויד וועט ארבעטן אזוי smooth ווי עפל, וויצב״ש די סקראלינג ועוד ועוד, וועל מיר ווייטער רעדן...

צו האבן מער אפציעס איז א שטער, עכ״פ פאר מיר פערזענליך. אבער אויב יא האבן מער אפציעס, א דזשעילברעיקד איי-פאון ארבעט אסאך בעסער ווי די בעסטע אנדרויד

די געלעקסי 2 ארבעט נאך אזוי געשמירט ווי דעם אייפאון. מיט אן א שיעור מער מעלות ווי אים.

a1b2 » פרייטאג יולי 13, 2012 1:02 pm

· #24031
איך הער אז אין 3 חדשים קומט ארויס אייפון 5 עס גייט האבן א זאך איך גדענק נישט די נאמען אז עס גייט ארויסקומען צ'ב'ש' א גרויסע קיבארט פין דעם אין די ליפט

ידען » פרייטאג יולי 13, 2012 3:49 pm

· #24089
a1b2
איך הער אז אין 3 חדשים קומט ארויס אייפון 5 עס גייט האבן א זאך איך גדענק נישט די נאמען אז עס גייט ארויסקומען צ'ב'ש' א גרויסע קיבארט פין דעם אין די ליפט

וואס ליפט?

דו ביסט יעצט אין די ליפט?

עפעס אזוי?

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 13, 2012 7:56 pm

· #24118
ניין, ער מיינט לכאורה די קאנצעפט ווידיא וואס איינער האט געלייגט אויף יו-טוב ווי די אייפאון שיינט ארויף אויפן טיש מיט לעיזער. מאנכע ביי אונז וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס ווארט קאנסעפט מיינט האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט זיין די נעקסטע אייפאון.
און ביי דע וועי איז די ווידיא שוין ארויסגעקומען פאר די אייפאון 4S . פיינע דמיונות.

ידען » מוצ"ש יולי 14, 2012 10:59 pm

· #24129
A1b2 חלוםט נאך ארום הייסט עס.

איחוד פעלד » מוצ"ש יולי 14, 2012 11:33 pm

· #24131
Re: ענדרויד
ענדרויד איז פיל בעסער פים אייפון אז די ביסט פשוט נישט צוגעבינדען צו די משוגעתן פין עפעל.
למשל די פאקט אז די בעטערי פין אייפון איז אריין געשמאלצען, און ווען די בעטערי האט יציאת נשמה נאכמיטאג, ביסטו געשרויפט. די ענדרויד קענסטו טוישען די בעטערי. פארדעם אליינט לוינט נישט די עפעל.

די אלע נייע טעלעפאנען מיט די גרויסע פענסטערלעך גייט די בעטערי מחצות ולמעלה.
וואס קען מען טוהן אויף אן אייפון וואס מען קען נישט אויף אנדרויד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 1:17 am

· #24147
געפילטע פיש
ניין, ער מיינט לכאורה די קאנצעפט ווידיא וואס איינער האט געלייגט אויף יו-טוב ווי די אייפאון שיינט ארויף אויפן טיש מיט לעיזער. מאנכע ביי אונז וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס ווארט קאנסעפט מיינט האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט זיין די נעקסטע אייפאון.
און ביי דע וועי איז די ווידיא שוין ארויסגעקומען פאר די אייפאון 4S . פיינע דמיונות.


קוקט טאקע אויס ער רעדט פון יענעם קאנסעפט ווידיאו, די 'לופט' וואס ער רעדט הייסט 'האלאגראם' אן אלטער ערפינדונג וואס ווערט שוין גענוצט אבער עס איז נאך נישט אזוי שטארק דעוועלאפט אז יענער חלום זאל צושטאנד קומען אזוי שנעל.

אגב, ס'איז שוין היינט טאקע דא צו קויפן אזעלכע ווייערלעס קיעבאורד'ס וואס שיינען אין די לופט ענליך צו יענעם קאנסעפט, אבער עס שיינט דורך לעיזער, און פארבינדט זיך מיט בלוטוט.

לאדיך אפ » זונטאג יולי 15, 2012 1:51 am

· #24164
DotCom
געפילטע פיש
ניין, ער מיינט לכאורה די קאנצעפט ווידיא וואס איינער האט געלייגט אויף יו-טוב ווי די אייפאון שיינט ארויף אויפן טיש מיט לעיזער. מאנכע ביי אונז וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס ווארט קאנסעפט מיינט האבן זיך איינגערעדט אז דאס גייט זיין די נעקסטע אייפאון.
און ביי דע וועי איז די ווידיא שוין ארויסגעקומען פאר די אייפאון 4S . פיינע דמיונות.


קוקט טאקע אויס ער רעדט פון יענעם קאנסעפט ווידיאו, די 'לופט' וואס ער רעדט הייסט 'האלאגראם' אן אלטער ערפינדונג וואס ווערט שוין גענוצט אבער עס איז נאך נישט אזוי שטארק דעוועלאפט אז יענער חלום זאל צושטאנד קומען אזוי שנעל.

אגב, ס'איז שוין היינט טאקע דא צו קויפן אזעלכע [url=ווייערלעס קיעבאורד'ס וואס שיינען אין די לופט[/url] ענליך צו יענעם קאנסעפט, אבער עס שיינט דורך לעיזער, און פארבינדט זיך מיט בלוטוט.

שוין דערמאנט געווארן דא: הhttp://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=204&p=1833&hilit=%D7%A7%D7%99%D7%91%D7%90%D7%A8%D7%93#p1833

cash » זונטאג יולי 15, 2012 1:58 am

· #24165
I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?

נולד מאוחר » זונטאג יולי 15, 2012 2:28 am

· #24172
איחוד פעלד
ענדרויד איז פיל בעסער פים אייפון אז די ביסט פשוט נישט צוגעבינדען צו די משוגעתן פין עפעל.
למשל די פאקט אז די בעטערי פין אייפון איז אריין געשמאלצען, און ווען די בעטערי האט יציאת נשמה נאכמיטאג, ביסטו געשרויפט. די ענדרויד קענסטו טוישען די בעטערי. פארדעם אליינט לוינט נישט די עפעל.

די אלע נייע טעלעפאנען מיט די גרויסע פענסטערלעך גייט די בעטערי מחצות ולמעלה.
וואס קען מען טוהן אויף אן אייפון וואס מען קען נישט אויף אנדרויד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

ניט אלע אנדרויד פאן'ס קען מען ארויסנעמען די בעטערי.

לאדיך אפ » זונטאג יולי 15, 2012 3:07 am

· #24180
cash
I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?

טשעק עס אויס אויף זייער סייט k9webprotection.com

געפילטע פיש » זונטאג יולי 15, 2012 3:13 am

· #24182
נולד מאוחר

ניט אלע אנדרויד פאן'ס קען מען ארויסנעמען די בעטערי.

היא הדבר אשר דיברנו, אין ענדרויד איז דא אויסוואל, דייווערסעטי, אז איינער זוכט א געוויסע פיעטשור ברויך ער נישט ווארטן ביז די עפל באהערדע וועט אפמאכן דאס צו געבן, נאר יעדע מענופעקטורער קען צולייגן וואס זיי ווילן און איינער וואס זוכט קען זיך אויסקלויבן וואס עם געפעלט.

טעלעפאן » זונטאג יולי 15, 2012 3:25 am

· #24183
איחוד פעלד
ענדרויד איז פיל בעסער פים אייפון אז די ביסט פשוט נישט צוגעבינדען צו די משוגעתן פין עפעל.
למשל די פאקט אז די בעטערי פין אייפון איז אריין געשמאלצען, און ווען די בעטערי האט יציאת נשמה נאכמיטאג, ביסטו געשרויפט. די ענדרויד קענסטו טוישען די בעטערי. פארדעם אליינט לוינט נישט די עפעל.

די אלע נייע טעלעפאנען מיט די גרויסע פענסטערלעך גייט די בעטערי מחצות ולמעלה.
וואס קען מען טוהן אויף אן אייפון וואס מען קען נישט אויף אנדרויד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


It just works. דאס איז עס.

ווען איך טוה שנעל עטליכע זאכן אויף מיין איי-פאון, ווערט אלעס געפאלגט, די טאטש איז פונקטליך ווי א זייגער, ווען איך סקראל אדער זום גייט עס ממש ווי איך וויל, משא״כ ביי אלע אנדרוידס וואס איך האב פרובירט האבן זייער פיינע מעלות, אבער עס פעהלט דער ״פיינעל טאטש״. און פארדעם בין איך גרייט צו פארגעבן widgets וכדו׳

ידען » זונטאג יולי 15, 2012 10:09 am

· #24186
מיין ווייב האט א iphone און איך שרייב אפי׳ מיט עס אסאך מאל אין קאווע שטיבל און סע זייער א גוטע סעלפאן און איך טראכט יעצט צו קויפן אויך פאר מיר, אפשר וועל איך ווארטן אויף די נייע אדער וועל איך נעמען א ענדרויד (אזוי וועלעך זיך קענען שלאגן מיט מיין ווייב וועגן נאך עפעס 😉 )

איך ווארט צו זעהן דא וואס וועט בלייבן.

א iphone איז טאקע גוט אבער אויב א android איז בעסער, וועלעך נעמען ענדרויד.

וואס מיינט widgets?

cash » זונטאג יולי 15, 2012 11:51 am

· #24204
לאדיך אפ
cash
I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?

טשעק עס אויס אויף זייער סייט k9webprotection.com

ווי קען איך עס טרעפן?
ביי וועלכע טעב?

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 1:10 pm

· #24238
טעלעפאן

It just works. דאס איז עס.

ווען איך טוה שנעל עטליכע זאכן אויף מיין איי-פאון, ווערט אלעס געפאלגט, די טאטש איז פונקטליך ווי א זייגער, ווען איך סקראל אדער זום גייט עס ממש ווי איך וויל, משא״כ ביי אלע אנדרוידס וואס איך האב פרובירט האבן זייער פיינע מעלות, אבער עס פעהלט דער ״פיינעל טאטש״. און פארדעם בין איך גרייט צו פארגעבן widgets וכדו׳


גערעכט, אין אלגעמיין איז אייפאון מער סטעיבל ווי ענדרויד, ענדרויד איז טאקע זייער א פארגעשריטענע סיסטעם, אבער וויבאלד עס איז open source, דאס מיינט אז יעדער קען נעמען דעם סאפטוועיר חלק און טהון דערמיט וואס ער וויל, נעמען עס די מאניופעקטורער'ס (מאטאראלא, סעמסאנג וכדו') און דערנאך די סעל פראוויידער'ס (ווערייזאן. ספרינט וכדו') און זיי טוען עס ארומטוישן, זיי לייגן צו און נעמען אראפ לויט ווי עס לוינט זיך זיי, דעריבער ווערט דער ענדרויד laggy און פארלירט פון איר ווערד אויפן לאנגן וועג ביז צום קאסטומער אין די הענט, ווי שטארק גוגל האט זיך פראבירט פון באווארענען פון אלע מעגליכע פראבלעמען שפעטער, איז אבער אלס אפירגעקומען נייערע פראבלעמען, א געווענליכער ענדרויד וואס איר קויפט היינט איז אנגעפאקט מיט דזשאנק, כוואלט געזאגט אז 80 פראצענט פון די בעטערי באנוץ גייט אוועק פאר זאכן וואס דער מענטש נוצט באמת נישט.

אנדערש איז עפל-אייפאון וואס נאר זיי אליינס מאכן סיי די סאפטוועיר חלק און סיי די הארדוועיר חלק, אויך געבן זיי ארויס נישט מער ווי איין פאון יעדעס יאר, ממילא קענען זיי זיך קאנצעטרירן אויף סטאביליטעיט, און אזוי איז עס טאקע, דער אייפאון איז סטאביל, סימפל, it just works... (קרעדיט טעלעפאן)

דאס איז אלעס לגבי די חילוק אין קוואליטעיט פון זיי ביידע, ווען ס'קומט צו געפיל איז יעדער מענטש אנדערש, ענדרויד צייכנט זיך אויס אין געבן קאנטראל פאר'ן באנוצער, ווען איינער ווערט נמאס פון דעם דיפאלט אינטערפעיס האט ער די מעגליכקייט עס ארומצוטוישן לויט וויזוי ער וויל, די מארקעט איז פול מיט אלע מינע קיעבאורד'ס, טעקסט מעסידשינג עפפ'ס א.ד.ג. און בעיקר איז היינט זענען דא פארשידענע קאסטום ראם'ס ווי Cyanogenmod אדער Miui , א קאסטום ראם מיינט אז די העקער'ס נעמען דעם ענדרויד סיסטעם און קאסטומייזן עס צו מאכן זייער שיין און סטאביל, פארשטייט זיך אז די אלע דזשאנק און אומנוצבארע עפפס וואס די אלע ווי מאטאראלא, ווערייזאן, ספרינט לייגן געווענליך ארויף נעמען זיי אראפ, די Miui ראם'ס קוקן געווענליך אויס גענוי ווי דער עפל אייפאון, בקיצור ס'איז אפן פאר'ן פאבליק און יעדער קען טהון דערמיט ככל העולה על רוחו.

עפל'ס אינטערפעיס איז טאקע זייער שיין, אבער מיט דעם בלייבט עס, על פי רוב קען מען נישט טוישן דאס אינערליכע אויסזעהן אנדערש ווי עס איז געקומען, אויב ווערט מען נמאס איז טו בעד.

דערווייל יעצט אין זומער תשע"ב אויב וויל איינער האבן אן עכטע סטאבילע ענדרויד, אנע אפטע force close און אהן דארפן ריסטארטן יעדן טאג, ברויך ער צו זיין אדער אביסל טעקי אדער קויפן נאר דעם גוגל פאון (nexus) און קויפן פון גוגל דירעקט.

און צום שאלה "מיט וואס זאל איך גיין עפל אדער ענדרויד? די שאלה באקום איך יעדע שטיק צייט, און געווענליך האלט איך מיך צוריק פון ענטפערן בכלל, ווייל איך וויל נישט זיין רעספאנסיבל פאר יעדע מיסד קאל וואס יענער גייט האבן פאר די נעקסטע צוויי יאר, אבער אויב איינער וויל באמת וויסן זאג איך אים דאס "אויב ביזטו זייער א ביזי מענטש גיי מיט'ן אייפאון, אויב ביסטו נישט אזוי ביזי און אפגערעדט אויב ביסטו אביסל טעקי קענסטו אויסטרייען דעם ענדרויד.

(די זאכן קענען זיך טוישן זייער שנעל אבער דאס איז עס לעת עתה לענ"ד)

געפילטע פיש » זונטאג יולי 15, 2012 1:28 pm

· #24240
ידען

וואס מיינט widgets?

אויפן אייפאונס האום סקרין קען מען נאר האבן שארטקאטס צו עפפס, אויף ענדרויד קען מען אויך האבן "ווידזשעטס", אזעלכע לעבעדיגע באקסעלעך וואס קענען ווייזן אסאך זאכט, ווי וועטער, קאלענדער, אימיילס, בעטערי לייף אא"וו גלייך אויפן מעין סקרין.

ידען, כ'האב דיר געמיינט צו ציטיטירן, כ'האב דיר בטעות געלייקט, צוריק גייט א קאזע.

יידל » זונטאג יולי 15, 2012 1:40 pm

· #24244
cash
לאדיך אפ
cash
I have now a blackberry and I'm switching to a droid a855 (motorola)
I want to have k9 on my phone, but I heard that some versions of android doesn't support k9
Does anybody here know any more details about that?
Which versions support k9 and which doesn't?

טשעק עס אויס אויף זייער סייט k9webprotection.com

ווי קען איך עס טרעפן?
ביי וועלכע טעב?

<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.bluecoat.k9.android">https://play.google.com/store/apps/deta ... k9.android</a>
גיי דורך דין ענדרויד. אויב דאונלאוד זיך עס נישט, קען עס דיין ענדרויד נישט האבן.

ידען » זונטאג יולי 15, 2012 1:58 pm

· #24247
געפילטע פיש
ידען

וואס מיינט widgets?

אויפן אייפאונס האום סקרין קען מען נאר האבן שארטקאטס צו עפפס, אויף ענדרויד קען מען אויך האבן "ווידזשעטס", אזעלכע לעבעדיגע באקסעלעך וואס קענען ווייזן אסאך זאכט, ווי וועטער, קאלענדער, אימיילס, בעטערי לייף אא"וו גלייך אויפן מעין סקרין.

ידען, כ'האב דיר געמיינט צו ציטיטירן, כ'האב דיר בטעות געלייקט, צוריק גייט א קאזע.

מע טאר נישט חרטה האבן אויף א גוטע זאך וואס מע האט געטוהן...

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 2:15 pm

· #24250
יידל

<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.bluecoat.k9.android">https://play.google.com/store/apps/deta ... k9.android</a>
גיי דורך דין ענדרויד. אויב דאונלאוד זיך עס נישט, קען עס דיין ענדרויד נישט האבן.


ס'נישט ממש אזוי, דער לעצטער ווערסיע פון ענדרויד ICS 4.0.4 לאזט דאונלאודן K9 און שרייבט אז עס איז סופארטעד, אבער באמת איז עס נישט אינגאנצן סופארטעד, ווייל עס בלאקט נישט אנדערע בראוזער'ס.

פאר מר. קעש, אויב האט דיין פאון ICS (כגלייב שוואך ווייל עס איז אן אלטע פאון) איז דא אן אנדערע גוטע פילטער וואס איז אויך בחנם די קאפערסקי פילטער, אדער נאך בעסער וואלט געווען צו נוצן פערענטינג קאנטראל פון ווערייזאן אליינס דעמאלט דארף מען נישט אינסטאלן קיין שום פילטער.

ידען » זונטאג יולי 15, 2012 2:29 pm

· #24252
Dotcom

זייער שיין געשריבן.

נאכנישט קלאר וועלעכע צו נעמען אבער א פאר קשיות האבעך.

פארוואס לייגט ווערייזען, ספרינט און די קאמפאניס ארויף זאכן וואס מאכט די סעל ערגער ווי מע האט עס לכתחילה געמאכט?

וואס הייסט אויב מע איז א ביזי מענטש זאל מען גיין מיט די iphone?

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 3:26 pm

· #24269
זיי ווילן נישט במזיד שלעכט מאכן, פארקערט זיי וויל עס מאכן מער ציענדיג, לייגן זיי צו אייגענע פענסי פיטשיווקעס, אבער וויבאלד דער טעלעפאן האט נישט קיין סאך פון די ram דזשוס, ממילא גייט רוב ram אוועק פאר די אלע זאכן וואס מ'נוצט נישט.

נאך א סיבה, זיי ווילן מאכן געלט, די אלע tv און אייגענע נעוויגעישן עפפ'ס ובדומה להם ברענגן זיי אריין שווערע געלטער און זיי קוקן נישט אז די פאון גייט ארבעטן שטייטער צוליב דעם.

ביזי מיין איך פאר א מענטש וואס דארף א פאון פאר די ביזנעס און האט נישט קיין צייט ארויפצוארבעטן זיין פאון צו מאכן א סטאביל דעווייס, פאר ווער עס קומט פון בלעקבערי איז עס סייוויי נישט שייך ווייל זיי ווייסן בכלל נישט פון עפעס בעסער'ס...

געפילטע פיש » זונטאג יולי 15, 2012 4:15 pm

· #24293
כ'האב געהערט א דרשה פון הרב. cyanogenmod שליט"א, ער זאגט דארט אז די סיבה פארוואס די קאמפאניס לייגן אריין די גארביטש עפפס איז ווייל מיט ענדרויד ווייזט זיך נישט אזוי ווייט ארויס וועמענס פאון דאס איז, צי ס'איז א סעמסאנג ספרינט פאון צי א מאטאראלע ווערייזען, ממילא צו באקומען רעקאגנישען מאכן זיי אז די אינטערפעיס זאל שרייען פלוני בן פלוניתא אנוכי.

ווי אויך לייגען זיי אריין טרעקינג און סטאטיסטיקס טולס וואס העלפט זיי פארבעסערן די סערוויס אבער פאקטיש עסט עס אויף ריסארסעס, ממילא האט ער געגרינדעט cyanogenmod.

טעלעפאן » זונטאג יולי 15, 2012 4:24 pm

· #24295
א יישר כח dotcom פארן מיך מסביר זיין. צעהן לייקס

(צוביסלעך ווערן מיר גוטע ידידים....)

טעלעפאן » זונטאג יולי 15, 2012 4:26 pm

· #24297
DotCom
זיי ווילן נישט במזיד שלעכט מאכן, פארקערט זיי וויל עס מאכן מער ציענדיג, לייגן זיי צו אייגענע פענסי פיטשיווקעס, אבער וויבאלד דער טעלעפאן האט נישט קיין סאך פון די ram דזשוס, ממילא גייט רוב ram אוועק פאר די אלע זאכן וואס מ'נוצט נישט.

נאך א סיבה, זיי ווילן מאכן געלט, די אלע tv און אייגענע נעוויגעישן עפפ'ס ובדומה להם ברענגן זיי אריין שווערע געלטער און זיי קוקן נישט אז די פאון גייט ארבעטן שטייטער צוליב דעם.

ביזי מיין איך פאר א מענטש וואס דארף א פאון פאר די ביזנעס און האט נישט קיין צייט ארויפצוארבעטן זיין פאון צו מאכן א סטאביל דעווייס, פאר ווער עס קומט פון בלעקבערי איז עס סייוויי נישט שייך ווייל זיי ווייסן בכלל נישט פון עפעס בעסער'ס...



און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן די ״ספעקס״ ווי ראם אדער פראסעסאר פון ענדרויד צו אייפאון ווייל אפילו אייפאון האט האלב די ראם ווי אן אנדרויד קען עס ארבעטן פונקט אזוי שנעל און אפשר נאך שנעלער

zamel » זונטאג יולי 15, 2012 9:17 pm

· #24395
chasid
ביי דיר אויף שמחות
איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....

<a class="postlink" href="http://www.netnanny.com/mobile">http://www.netnanny.com/mobile</a>


ער איז גאנץ גיט אב ער ניצט בערך 60מעג פון די ראם א גאנצע צייט אין דאס ממש צער בעל החיים

K9 ווענד זיך וועלכע מאדעל איך פערזענדליך האב עס פראבירט אוף באלד צוואנציג טעלעפאנען 2 דערפון האט עס געארבעט

די פראבלעים איז אז רבי גוגל ארבעט שטארק קעגן אלע אופנים וואס גייט אפשר איינצוימען איינע פון זייערע פראדוקן אין ענדרויד איז אויבן אן

ענדרויד איז לכאורה כמעט נישט מעגליך צו פילטערן און אויב האסטו מצליח געווען איז עס שוין באלד גארנישט ווערט

אברעמעל » זונטאג יולי 15, 2012 9:28 pm

· #24399
איר קוקט אויס ווי איר זענט איצטערט אראפגעפאלן פון די לבנה אפגעשאסן א סטעיטמענט און היידא.

מ'האט שוין די פילטערד נושא איבערגעקייט געניג מאל יעדער מיט זיין עקספיריענס, מער ווייניגער האט יעדער געטראפן א וועג - אויב וויל מען - צו זיין געפילטערט, יעדער ווייסט אז יעדע פילטער קען מען איבערקליגן, איז וואס זענט איר מחדש?

zamel » זונטאג יולי 15, 2012 9:38 pm

· #24401
אברעמעל
איר קוקט אויס ווי איר זענט איצטערט אראפגעפאלן פון די לבנה אפגעשאסן א סטעיטמענט און היידא.

מ'האט שוין די פילטערד נושא איבערגעקייט געניג מאל יעדער מיט זיין עקספיריענס, מער ווייניגער האט יעדער געטראפן א וועג - אויב וויל מען - צו זיין געפילטערט, יעדער ווייסט אז יעדע פילטער קען מען איבערקליגן, איז וואס זענט איר מחדש?


i meant to say that netnanny is quite impressive but it has a problem that its slowing down the device like crazy

אברעמעל » זונטאג יולי 15, 2012 9:39 pm

· #24402
מיט דעם ביסטו גערעכט, איך גיי ארויף אויף דיין צווייטע חלק תגובה.

DotCom » זונטאג יולי 15, 2012 10:12 pm

· #24410
געפילטע פיש

ווי אויך לייגען זיי אריין טרעקינג און סטאטיסטיקס טולס וואס העלפט זיי פארבעסערן די סערוויס אבער פאקטיש עסט עס אויף ריסארסעס, ממילא האט ער געגרינדעט cyanogenmod.


כאב עס טאקע אינזין געהאט צו שרייבן, די סאפטוועיר הייסט carrier IQ און כמעט יעדע סמארטפאון האט עס, אינקלאדינג די ביז יעצטיגע אייפאון'ס, עס ליגט באהאלטן אינעם סיסטעם און טוט כסדר שיקן צו די סעלפאן מעניופעקטשערער די יוזער'ס אינפארמעישן און פרעסט א געוואלד מיט ראם, ביי די אלע קאסטום ראם'ס נעמען זיי עס לכתחלה ארויס, אבער אויב איז מען גערוטעד קען מען עס אליינס ארויסנעמען, מען דארף נאר אפירזוכן וויאזוי די פיילס הייסן, געווענליך איז עס א קאמבינעישן פון 2 ביז פיר עקסטערע פיילס.

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:37 am

· #33706
אזויווי דער אשכול הייסט "ענדרויד" וועל איך מיר באציען אויף ענדרויד,
ווער עס האט אן ענדרויד ווייסט אז ביים אנצינדן דעם פאון שטייט די קעריער נעים, דאס הייסט די נאמען פונעם סערוויס, צו ווערייזאן, ספרינט, וכו’, די מעשה ביי מיר איז אז איך געפלעשט מיין פאון און סשטייט ביי מיר א סערוויס וואס עקזעסטירט נישט, די קשיא איז צו מען קען עס טוישן, סדא אזא עפפ וואס קען דאס מאכן (סהייסט קעריער נעים), די פראבלעם מיט דעם עפפ איז אז מברויך רוטן דעם פאון אז סזאל ווירקן, (איך האף איך רעד דא צו יודעי חן......), רוטן א פאון איז אלעמאל די בעסטע אפציע, ממילא האב איך עס נישט אויסגעקליבן. איז אויב איינער האט אן אהנונג וויאזוי מקען דאס טוישן זאל זיך ביטע אנריפן,
מיט דאנק פון פאראויס

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:40 am

· #33709
Correction:
רוטן א פאון איז "נישט" אלעמאל די בעסטע אפציע,

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:57 am

· #33716
איך האב גענומען בעיקר די אנדרויד וועגן די 4G.
עס איז 10-15 מאל שנעלער (די וועב און דאונלאודס) ווי מיין חבר'ס אייפאון.

און חוץ מזה טאקע די קאסטומייזן, כ'האב עס באשאפן ווי א ברי' חדשה, פנים חדשות ממש, און דאס אלעס אן ראוטן דעם פאון.
כ'האב א פרישע האום סקרין, א פרישע דייעלער און טעקסט מעסעדזש עפפ, ממש אלעס געטוישט.
איך דארף עס טאקע ריסטארטן יעדע 2 וואכן אויב עס ווערט לעגגי, אבער נאך א קנאפע מינוט ארבעט ער צוריק מיט א פרישקייט.
אויכעט, אסאך עפפס וועלכע זענען פאר אומזיסט ביי אנדרויד, קאסט אויפן אייפאון. גיי פרעג פארוואס.

באדעם ליין, איך האב שוין מיין ענדרויד איבער א האלב יאר און איך בין זייער צופרידן
(אבער וואס האב איך פון דעם אז מיינע מוסדות גייען עס אוועקנעמען, שוין לאמיר נישט פארקריכן)

itsnotme » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:59 pm

· #33793
איך האב שוין מיין דרויד אן איווא 4G פאר מער ווי א יאר
איך בין זייער צופרידן אז איך בין אריבער פין בב צי דרויד

איך וויל יעצט אנייע דרויד, וואס זאגט די עולם וואס זאל איך קופען?
זאל איך בלייבן ביי ספרינט אדער גיין צי וורייזען?

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:03 pm

· #33800
ווערייזאן איז זיכער בעסער, אבער טייערער.
בפרט מיט די לעצטיגע שערוריא אז זיי העכערן די פרייזן און גיבן דיר SHARED דאטא פאר עטליכע דעווייסעס.

אויב ווילסטו שנעלע דאונלאוד ספידס, גיי צו ווערייזאן.
ספרינטס 4G איז גארנישט ווערד דערווייל. און ס'וועט נישט שנעלער ווערן ביז לכה"פ א יאר.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:06 pm

· #33804
די בעסטע ענדרויד פאון יעצט אויפן מארקעט איז לכאורה די געלעקסי עס 3.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:08 pm

· #33805
געפילטע פיש
די בעסטע ענדרויד פאון יעצט אויפן מארקעט איז לכאורה די געלעקסי עס 3.


יא, ריכטיג. און עס קאסט בלויז 200 מיט א 2-יאר פלאן, ביי אלע קעריערס (אנדערע פאונ'ס קאסטן אפט $300 ביי ווערייזאן)
מ'דארף נאר זיכער מאכן אז ס'איז נישט צו גרויס פארן באנוצער. עס האט גאר א גרויסן סקרין.
אבער טאמער איינער דארף א עכטע פיזיקעל קיבאורד, איז עס נישט געאייגענט פאר אים.
איך למשל נוץ די DROID 4 פון ווערייזאן, ווייל עס פארמאגט א עכטע קיבאורד.

פארשטאנד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:15 pm

· #33838
אויב קענסטו נעמען א פלען פון עטליכע פאונס אן אינטערנעט (נאר דיינס וועט האבן שטייצעך...) ביי ווערייזן דאן גיי מיט ווערייזן, ס'וועט דיר אויסקומען די זעלבע אדער עטוואס מער ווי ספרינט און באקומסט אנלימיטעד מינוט און טעקסט, (טי מאביל אדער ע.ט.ט. טוישט אויך זייערע פלענס, גוגל עס און קאמפער צו ספרינט).

די בעסטע ענדראוד יעצט איז די סעמסאנג געלעקסי S3(איך באזוץ אויך די פאון, וואס זאל איך זאגן?? לית טב מניה! ווער רעדט נאך ווען ס'וועט זיך גיסן זשעלי בינ'ס.. קענט וועיט...), אבער, אויב האסטו געדולד ווארט א 2-3 חדשים אויפן LG-LS970 וואס אנשפרעכט צו זיין א מאסיווע פאון מיט א קוואד קאור פראסעסאר, קעפעבל מיט LTE אויך די גראפיק ספעקס וועלן איבערשטייגן יעדע ביז היינטיגע פאון, וועט זיין 'טרו עיזש די' דיספלעי, און 2 גיגאבייט רעם, גוגל די פאון פאר מער אינפאו.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:39 pm

· #33841
ווי אזוי קען א 1280x768 סקרין זיין true HD?

צודעזאך » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 8:41 pm

· #33897
מענין לענין באותו ענין,

צו ווייסט איינער פון א עפפ צו באזוכן דעם קאווע שטיבל אן צו דארפן [פאר]גליטשן אויף די אינטערנעט?

איך נוץ BBfoc
אבער ער איז פול מיט באג'ס למיניהם.

(Forum runner ארבעט נישט ביי מיר)

געפילטע פיש » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:07 pm

· #33905
צודעזאך
מענין לענין באותו ענין,

צו ווייסט איינער פון א עפפ צו באזוכן דעם קאווע שטיבל אן צו דארפן [פאר]גליטשן אויף די אינטערנעט?

איך נוץ BBfoc
אבער ער איז פול מיט באג'ס למיניהם.

(Forum runner ארבעט נישט ביי מיר)

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/345">viewtopic.php?f=4&t=345</a><!-- l -->

itsnotme » זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:51 pm

· #34204
א ישר כוח פאר אלע!
איך גיי מנסתם נעמען די געלעקסי ביי ווערייזן
ווויל קיפ יא אפדעדיט!

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:02 am

· #35060
פארשטאנד, איך האב אריינגעקוקט אין די LG-LS970 און איך זע נישט וואס איז אזוי גוט מיט דעם אז ס'לוינט זיך צו ווארטן אויף דעם. די סקרין איז א 1280X768, נאר א טראפ בעסער ווי די געלעקסי'ס 1280X720 און די פיסקעל דענסיטי איז אויך כמעט די זעלבע, די רעם איז טאקע דאפעלט פון די געלעקסי'ס איין גיג, וואס וועט טאקע מאכן די פאון, און ספעציעל די גרעפיקס לויפן סאך שנעלער, אבער איך האב נאך קיינעם נישט געהערט זיך אפרעדען אויף די געלעקסי S שלוש אז ס'שטייט. די קעמרע איז 13 מעגאפיקסלים אנשטאט די געלעקסי'ס 8, אבער חוץ פון דעם זעט אלעס אויס בערך די זעלבע. די געלעקסי איז א פיינע פאון, פון א קאמפאני וואס מאכט די בעסטע אנדרויד פאונס, ווילאנג איך האב נישט די LG אין די הענט זיך צו שפילען דערמיט וואלט איך בלינדערהייט געגאנגען מיט די געלעקסי.
איי מייט בי ראנג, ימים ידברו.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:38 pm

· #35158
מיין סעלפאן וויל זיך אפדעיטן צו ICS, די נייע ווערזשאן פון ענדרויד.
איך וואלט זייער געוואלט עס אפדעיטן, אבער איך האב מורא פאר די איבער 40 עפפס וואס כ'האב אינסטולירט, צי זיי זענען קאמפעטיבל.

א גרויסע חלק איז קאמפעטיבל, אבער נישט אלע ווייס איך.
קען עס אנמאכן א MESS ??
זאל איך גיין ווייטער עס אקצעפטירן?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:03 pm

· #35161
רוב עפפס זאלען זענען מסתם קאמפאטיבעל, אויב ביסטו מסופק אויף געוויסע עפפס קענסטו טשעקען אן-ליין. איך וואלט געזאגט דארפסט נישט מורא האבן, און ליתר שאת מאך א בעק-אפ פארדעם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10