☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זכי' פון סקווערע חסידים

זכי' פון סקווערע חסידים

169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4843
בלאט: 1 2 3 4

ידען » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:31 pm

· #152763
זכי' פון סקווערע חסידים
די אמת איז אז סע פעהלט נישט אויס צו שרייבען גאר נישט אויסער די נאמבער

206-666-9409

מען קען דא הערען פון איינעם די גרויסע זכי' וואס די סקווערע חסידים האבען אז די רבי קומט אריין צו זיי, ווייל עכט איז די רבי א גרויסע ריזיגע צדיק אז עס פעהלט איהם נישט אויס צו קומען צו די חסידים, און ער טוהט נאר א טובה פאר די חסידים אז ער קומט ארויס צו טוהן זיינע הייליגע עבודה צוזאמען מיט זיי.

און וואס ר' משה גרין האט געזאגט אויף די גרויסע צדיק די סקווערע רבי.

און אז א בעל הבית'שע איד האט איהם אמאל געזאגט אז ער האט געזעהן ביי די הקפות אז יעדע ריר איז אויסגערעכענט ביי די רבי.

און נאך א סאך אזאנע גרויסע זאכן פון די הייליגע רבי.

ווער איז דער דרשן? מנשה לוסטיג?

קינות גירושין » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:33 pm

· #152791
טאקע א שמחה , נעבעך איז נשט דאס ווארט

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:54 pm

· #152804
"וויאזוי זאגט מען אין ארץ ישראל "עקספעקטן"?"??
וואס איז די שאלה? PREGNANT!!!

"וויאזוי זאגט מען אין ארץ ישראל "ICU"?"??
"איך זע דיר"!!

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:18 am

· #152816
יא, א חודש אין ICU, און נאכדעם דריי חדשים אין Intensive Care...

איחוד פעלד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:59 am

· #152841
אין די נאנטע עתיד טאמער איינער וועט נישט גלייבען יעדעס ווארט פין דער מטורף, וועט ער אנגערופען ווערען אן אפיקורס.

אויס מענטש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:20 pm

· #152958
כבין אינגאנצן צומישט ווער איז רבי און ווער איז גאט.

איבעיא להו בהעי עידנא דשחורתא (פירש"י, שרבצו הנוגשים מוואשינגטאן הידועים לשמצה בקמיהם,) וחקרו ודרשו במטמנותיהם של ישראל (ליקוטי רש"י. במלכות בית דוד) נפל האי תור"א (א) על עפרא דארעא בבי כנישתא, נתחייבו בתעניתא (פירש"י, כדין ספר תורה שנפל לארעא) אמר האי אמוראי דסקוויראי (פירש"י מאותו מקום) כד שאילנא לחד מבעלי בתאי (פירש"י מעמא דארעא) אסברא לן, שלא הי' כאן נפילה אלא יחודא עילאה ושמחו על האי אימרא כמרגניתא טובא ואכלו ושתי לעילא מכל כוחתא.

הגהות הב"ח
(א) יש גורסין תור"ה בה"א וטעות הוא עיין בעירובין עירובין דף כ ע"ב בהגהותי שם.

על המחיה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:27 am

· #153260
דער בעל דרשן איז ר' יעקב יוסף פראמאוויטש

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:52 am

· #153270
איך האב נאר געהערט א חלק דרשה ,און נא נישט געפערליך מען האט שוין געהערט ערגערס אויף די וועלט ,אבער דער וועג ווי ער פארציילט די מעשה מיט דעם איד אין ב.פ. מיט די אפעראציע איז בהעימיש און עקלדיג.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:24 am

· #153281
ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח אין אזא קליינע קאפ?

סאו וואט » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:31 am

· #153283
וואס איז זיינע מאטיווען?
מיינט ער חוזק און ליצנות מאכען פון סקווירא?
אדער מיינט ער עס נעבעך ערענסט?

אגב,
מ'קען צוזאם שמעלצן דער אשכול מיט דער אשכול
אז ס'איז א זכיה צו גיין צום מיטאג טיש, און אז ס'האט א חסידישע חן.

בכל אופן האב איך געוואלט עפענען אן אשכול פון זייערע גליון בחצר הקודש, לדעתי האלט איך ס'דא אסאך ארום צו רעדן דערוועגן,
למשל יעצט לכבוד דאס צוואנציגסטער גליון, האבען זיי מספיד געוועהן זייער רעבין, דער בלאני פון ספרינג וועלי, ווי ס'קוקט און
שטעלט זיך ארויס, האט דער פאני גע'בעטן זיין סטעף, אז ער וויל זעהן וואספארא סטייל מ'גייט שרייבען אויף אים לאחר פטירתו,
ובתו"ד בלי בושה וכלימה שרייבען זיי, אז א' מזקני וחשובי האדמורי"ם האט געזאגט, אז דערפאר ליינט ער נאר בחצר הקודש, לאפוקי
אלע אנדערע גליונות, ווי באלד ווען סקווירע רבי רעד, שטיין מלאכים ושרפים ארום אים, מיט ביטול און הכנעה, און הערן אויס און כאפן
אויף יעדער הגה ודיבור וואס קומט נאר ארויס פון זיין הייליגע מויל.

ואסתגר כעת בזה

דענקער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:36 am

· #153286
רויטע וואנצעס
ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח און אזא קליינע קאפ?

בעליון איט אר נאט. איך קען נישט דעם חכם, אבער ער קען זיין א קלוגער פארשטענדליכער אינגערמאן. ביז חסידות. דארט לייגט ער די מח אין גניזה. דאס איז די פאוער פון ברענוואשינג און מטומטם'דיגע (אומ)חינוך.

עס מאכט זיך ביי די שענסטע רעליגיעס.

טעפל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:29 am

· #153306
איינער קען עס פליז ארויפלייגען צו הערן?

על המחיה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:35 am

· #153311
סאו וואט
וואס איז זיינע מאטיווען?
מיינט ער חוזק און ליצנות מאכען פון סקווירא?
אדער מיינט ער עס נעבעך ערענסט?

אגב,
מ'קען צוזאם שמעלצן דער אשכול מיט דער אשכול
אז ס'איז א זכיה צו גיין צום מיטאג טיש, און אז ס'האט א חסידישע חן.

בכל אופן האב איך געוואלט עפענען אן אשכול פון זייערע גליון בחצר הקודש, לדעתי האלט איך ס'דא אסאך ארום צו רעדן דערוועגן,
למשל יעצט לכבוד דאס צוואנציגסטער גליון, האבען זיי מספיד געוועהן זייער רעבין, דער בלאני פון ספרינג וועלי, ווי ס'קוקט און
שטעלט זיך ארויס, האט דער פאני גע'בעטן זיין סטעף, אז ער וויל זעהן וואספארא סטייל מ'גייט שרייבען אויף אים לאחר פטירתו,
ובתו"ד בלי בושה וכלימה שרייבען זיי, אז א' מזקני וחשובי האדמורי"ם האט געזאגט, אז דערפאר ליינט ער נאר בחצר הקודש, לאפוקי
אלע אנדערע גליונות, ווי באלד ווען סקווירע רבי רעד, שטיין מלאכים ושרפים ארום אים, מיט ביטול און הכנעה, און הערן אויס און כאפן
אויף יעדער הגה ודיבור וואס קומט נאר ארויס פון זיין הייליגע מויל.

ואסתגר כעת בזה


אותיות מחכימות ..
📎 Picture.jpg

I'm back » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:51 am

· #153317
יא יא, לרפו'ש...

סאו וואט » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:13 pm

· #153323
לקיים בנו חכמי ישראל
דוד בן טראני
לרפו"ש בתושח"י

דער מצב איז ...

ווי איז דער כח הפועל בנפעל פון דו לעצטערע שמועות מבהילות וואס קומען ארויס פון יענע דארף, איינס נאכן צווייטען?
שפיטצער, טאמבער, נכדו זושא ב' פעמים, בן יעקב יוסף ובן איצק, ועוד ועוד שאי אפשר לפרטם כי רבים הם?

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:38 pm

· #153330
סקווירא האט א ערענסטע פי אר פראבלעם. די סיבה האט אסאך צו טוען ווי אזוי זיי באהאנדלן א פראבלעם, ס'איז העד אן. סאטמאר און אנדערע גרויסע פלעצער זענען אביסל מער פאליטיש ווע ס'קומט צו אישוס. בנוסף לזה זענען די פארמער סקווירא להשמיד ולהרוג און לייגן ארויס אסאך שמוץ אין די מידיא, איך זעה נישט אלגעמיינע OTD's זאלן זיין אזוי ווילד.

zurich » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:47 pm

· #153336
איחוד פעלד
אין די נאנטע עתיד טאמער איינער וועט נישט גלייבען יעדעס ווארט פין דער מטורף, וועט ער אנגערופען ווערען אן אפיקורס.

ער הייסט שוין יעצט!

לייבעלע » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:54 pm

· #153365
צווישען די אלע תגיבות של גנאי אויף די קהלת קדושא סקווער וויל איך אריינווארפען א גוט ווארט אויכעט. כדאי די אלע לייענער'ס זאלען נישט מיינען אז דא רעט מען טאקע פין א באנדע היפאקריטען און משיגעים און מען געפינט נישט נארמאלע פאשטענדלעכע אויכעט צווישען זיי,
די כח התורה אין סקווער איז א שם דבר, סיי אין גמרא סיי אין ספרי חסידות,
זייער חסד איז פקיע שמיה ביי דעם ברייטען ציבור דאהי, אנגעהויבען פון די ביקור חולים אין אזויפיל האספיטעלס,
זיי האבען הערלעך ציגעשטעלט די רפואה העלט צענטער סיי אין סקווער סיי אין מאנסי וואס דינט ווי א היי קוואליטי מעדיקעל צענטער וואס אנדערע קענען זיך קומען לערנען פון זיי, מיט פרייע שאטעלס ציגעשטעלט פאר די גאנצע שטאט
בפרט זענען זיי מער באקאנט מיט די רפואה טראקס מיט וואס זיי קורסירען ארום אין די זומער מאנאטען אין די קעטסקילס און העלפן ארויס טויזענטער חולי ישרא'
ואחרון חביב, האבעך א וויילע ציריק געהאט א לאנגען שמועס פון איינער אינוואלווד אין די רינועל ארגאניזעישאן (זיי שטעלען צאם נדבנים פאר חולים וואס דאפן א ניר ה"י) און יענער האט פארציילט אביסעל פון הינטער די קוליסען, האט ער מיר מגלה געוועין אז זייער אסאך נירן נדבנים קומען פון סקווער. עס ליגט זיי די חסד אין די בלוט. פראצענטואל האבען זיי די מערסטע דאנארס. און אלעס אזוי שטיל אן פאמפע. זיי מעגען זיין שטאלץ מיט דעים.
סאו וויל איך בעיטן פון די שרייבערס און לייענערס זיי זאלען נישט אפ מישפט'ען דעם גאנצען שטעטל ווי א כאפטע משיגעים. נאר טאקע קיקן אביעקטיוו און אויך זעין די האלבע פילע גלאז.

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:18 pm

· #153375
לייבעלע

בפרט זענען זיי מער באקאנט מיט די רפואה טראקס מיט וואס זיי קורסירען ארום אין די זומער מאנאטען אין די קעטסקילס און העלפן ארויס טויזענטער חולי ישרא'

@לייבעלע
וואס איז די חסד דערפון?
וואס איז עס אנדערש פון ODA - QHC ?

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:25 pm

· #153380
ווען נישט די מיליאנען פונעם פעטער וואלטן די אלע דריי נישט עקזיסטירט. אבער ווי-נישט- ווי טוען זיי אויף.

עס לאזט זיך זאגן אז מען דארף אריינשיקן דאנק בריווען צו די אינסטאנצן און די עפ. בי. איי. וואס האט יארן צוריק ארעסטירט די קאראפטירטע גנבים פון די ב. פ. קאנסיל [און יעצט די קאראפטירטע גנבים פון די מעט קאנסיל ,אויב איינער ווייסט פון א נצרך וואס האט נהנה געווען א פרוטה פון די ביידע גנבים ביטע לאזט וויסן] אזוי אז די חברה האבן איינגעזעהן אז מען קען אריינשארן מיליאנען אין טאש אבער אביסל מוז מען אויך געבן פארן ציבור צו לעקן.

לייבעלע » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:29 pm

· #153383
איך האב געוואלט דאס טאקע זאגען אז זיי טועהן אויף אויכעט און נישט אלע זענען פלאטשיגע קעפ מיט הויכע היטען ווי טייל ווילען דא אראפמאלען. זיי קענען זיין געניטע סוחרים און פיפיגע מענטשען טראץ די צמצומדיגע חסידית

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:41 pm

· #153390
גערעכט לייבעלע, פאר אזא קליינע חסידות זיך צו קענען פארמעסטן מיט די גרויסע חסד אפאראטן ווי סאטמאר איז נישט קיין קלייניקייט, זיי שטעלן צו מיט א ברייטקייט כל מיני חסד, און מ'טאר דאס נישט אוועקנעמען פון זיי דא, (ניין, נישט אלע חסד וואס זי טוען באקומט מען דערפאר פונעם פעטער) אבער כ'ווייס נישט וואס דיין הוא אמינא איז געווען? האסט געמיינט אז יעדע סקווערער איז א מענטשען פרעסעדיגע מאנסטער? חלילה, זיי זענען זייער פיינע מענטשען, וועלן דיר מכבד זיין מיט א שמייכל און א קאווע, און פארשטייט זיך מאנכע דארט וועלן זיך אוועקגעבן דיר צו העלפן, ביז.... ביז ס'רירט נישט אן די האקעלע פונקטן, אזויווי א חסידה שעושה חסד עם חברותיה, אבער נאר עם חברותיה, איינמאל דו ביסט פון "יענע", איז אראפ מיטן קאפ. כ'ווייס נישט אויב זיי זענען אין דעם געביט ערגער ווי אנדערע חסידות, נאר דאסמאל האט עס אויסגעקלאפט ביי זיי, רעגט מען זיך יעצט אויף זיי.

outspoken » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:45 pm

· #153395
לייבעלע
איך האב געוואלט דאס טאקע זאגען אז זיי טועהן אויף אויכעט און נישט אלע זענען פלאטשיגע קעפ מיט הויכע היטען ווי טייל ווילען דא אראפמאלען. זיי קענען זיין געניטע סוחרים און פיפיגע מענטשען טראץ די צמצומדיגע חסידית


איינס איז נישט קיין סתירה מיטן צווייטען, דארט לערענט מען 'ולא קם כמשה', וויפיל א מענטש זאל לערנען און דאווענען זיין יר''ש און אפילו זיין א פוסק הדור קומט ער נישט צו צום קנעכעל פון א טשערנאבעל'ער אייניקעל ווייל זייער נשמות זענען גאנץ אנדערשט ווי אינזערע פשוטע נשמות, א משל, די גרעסטע אויפרייס באמבע קומט נישט צו צו א טויזענסטעל פון א קליינע נוקליארע באמבע.

גורן האט''ד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:53 pm

· #153502
על המחיה
סאו וואט



אותיות מחכימות ..

א רפו"ש דארף יענער זיכער טאקע..אויב ער האט עס געזאגט..
אבער דער "התלהטה רוחו של האדמו"ר הישיש וענה", דאס איז אן עקסטערע מומחה'שאפט צו קענען אראפלייגען, אן דעם וואלט די גאנצע מעשה נישט געהאט קיין טעם. און מען דארף ארויסברענגען די שבח פון די עורכי בחצר הקודש פאר די באזונדערע רייכע שפראך וואס זיי האבען ארויסצוברענגען נישט געשטויגענע געפיהלען און תיאורים.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:43 pm

· #153546
רויטע וואנצעס
ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח אין אזא קליינע קאפ?

אבער דער זנב איז גרויס. פונקט אזוי ווי ביי א סקוויר'ל. מילא. דעם מוח עדשים בינעך שוין מוחל. אבער דאס רשעות, איז אומפארגעבבאר. 🙄

שושן פורים » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 5:35 pm

· #153804
די ספרים שרייבן שוין אז עס איז דא 3 מינים מענטשן.
איינס איז א מענטש וואס איז א עניו סתם, זאגן די ספרים אז דאס איז נישט קיין מעלה בכלל ,סתם ווי מרופט עס low self confidence.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס אנערקענען אין זיך און צו וואס זיי טויגן , דאס איז גארנישט ראנג , עס הייסט אפילו נישט גאווה.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס אנערקענען אין זיך זיי פאפן קיינעם נישט אבער דאך האלטן זיי זיך נישט גרויס דערמיט , דאס איז ריכטיגע ענווה.

לענינינו די גאנצע מהלך אין סקווירא אז אלעס איז די רבי אויף א משוגענע פארנעם און אן די רבי איז גארנישט דא , האט צוגעברענגט אז א מענטש האט פשוט מורא זיך אליינס צו פילן פראוד מיט וואס ער אליין האט געטון , יונגעלייט גיבן ארויס ספרים נאר אז עס זאל ליגן אינעם רביס ספרים שאנק , חשובע יודן וואס אין עני קהלה וואלטן זיי געווען דיינים אדער סתם שיינע יודן, אבער דאך די רגע וואס די פארקויפסט עפעס אייגנס ביסטו שוין אפגעפרעגט .
סאיז טאקע זייער שיין זייער חסד וואס זיי טוען , אבער דאס אז זיי נעמען נישט קיין קרעדיט?? דעס איז סתם א לאו קאנפידענס אישו

והמבין יבין

גאנצל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:18 pm

· #153822
רויטע וואנצעס
ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח אין אזא קליינע קאפ?


ס'איז א קליינע מח

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:11 pm

· #153843
די פארמאכטע סקוורא חסידים זענען צופרידן פונקט ווי די צפון קריער זענען צופרידן,און פונקט ווי די שטויקוילמע סינדראם זענען העפי אז ווען מען קימט זיי באפרייען ווילן זיי נישט אוועקגיין פון זייער פארכאפער די סקווירער מח ארבעט ווי א פראגרעם די רבי מיט זיינע יועצים שטעלן איין וויזוי די פראגרעם זאל טראכטן.

נעבעך נעבעך..

דעת תורה » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:27 am

· #154000
די סקווערע טענה'ן אז דער אדמ"ר הישיש לרפו"ש מיינט מען דעם ערלויער וועלכער איז סאם האו א פלאקערדיגער סקווערער חסיד.

הוגה » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:39 am

· #154001
דעת תורה
די סקווערע טענה'ן אז דער אדמ"ר הישיש לרפו"ש מיינט מען דעם ערלויער וועלכער איז סאם האו א פלאקערדיגער סקווערער חסיד.


אינטערעסאנט ווי די באבובער האלטן זיך גרויס אז די סקווירא האט מעיד געווען אז זייער רבי איז די רבי פון אלע רביס. (אויך מיר א ראיה.) און די סקווירא האלטן זיך גרויס אז די ערלויער האט מעיד געווען ווי מלאכי עליון יאווען זיך אויף א יעדע שיחות חולין פון זייער רבי. נו ווער האט מעיד געווען אויפן ערלויער??? 😮

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:46 am

· #155791
ידען
די אמת איז אז סע פעהלט נישט אויס צו שרייבען גאר נישט אויסער די נאמבער

206-666-9409

מען קען דא הערען פון איינעם די גרויסע זכי' וואס די סקווערע חסידים האבען אז די רבי קומט אריין צו זיי, ווייל עכט איז די רבי א גרויסע ריזיגע צדיק אז עס פעהלט איהם נישט אויס צו קומען צו די חסידים, און ער טוהט נאר א טובה פאר די חסידים אז ער קומט ארויס צו טוהן זיינע הייליגע עבודה צוזאמען מיט זיי.

און וואס ר' משה גרין האט געזאגט אויף די גרויסע צדיק די סקווערע רבי.

און אז א בעל הבית'שע איד האט איהם אמאל געזאגט אז ער האט געזעהן ביי די הקפות אז יעדע ריר איז אויסגערעכענט ביי די רבי.

און נאך א סאך אזאנע גרויסע זאכן פון די הייליגע רבי.

ווער איז דער דרשן? מנשה לוסטיג?


עס קימט דיר א גרויסען דאנק... דו האסט מיר ממש מחי' געווען

עמוס » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:08 pm

· #155848
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם קוקט זיי אן פאר אזעלכע מצומצמים. פארוואס נאר אויפ'ן ריזשינער אדער אויפ'ן חוזה מעג מען שרייבן אז מלאכים ושרפים קוקן ארויס אויף יעדן ווארט פון זיין מויל, און אויפ'ן סקווערער טאר מען נישט? הצד השוה שבהן, קיינער האט קיינמאל נישט געזען קיין מלאכים און שרפים ביי קיינעם פון די דריי רבי'ס. דער מאדערן ארטאדאקסישער איד וואס ליינט א טיפישער חסידישע מעשה בוך און דער אטעאיסט וואס ליינט די תורה קוקט אונז אן פאר פונקט אזעלכע מצומצמים ווי מיר קוקן אן דעם סקווערער.

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:14 pm

· #155872
זייער גוט עמוס,

און יעצט פירט אויס, ווער פין די דריי איז גערעכט, אונז, דער מאדערן ארטעדאקס, אדער דער סקווירא?

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:21 pm

· #155886
אלא מאי?

איחוד פעלד » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:49 pm

· #155891
אלא מאי מוז זיין אז מנשה איז גערעכט.

דעת תורה » זונטאג אקטאבער 13, 2013 8:30 pm

· #156084
מיסודו איז עמוס גערעכט, דער איינציגסטער חילוק צווישן א סקווערן און א נישט סקווערן איז אז דער סקווירא'ר האלט דעם רבי'ן פאר א הייליגן איד, מילא איז אלע קושיות תירוצים און אלע שקצ'ערייען העכערע זאכן. עס פאסט זיך נישט אריין די ווארט צמצום דא.

אויסדריקלעך » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:54 am

· #156194
צמצום איז ווען מ'זעט נאר די הייליגע זאכן וואס ער טוט (כ'ווייס נישט ווען, אבער...) און אלע שמוץ וואס ווערט געטון אין זיין נאמען בעידודו המלאה זענען פון אפאר געמיינע יחידים...

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:14 pm

· #156373
דאס זאגט מען אפילו אין אזאלכע חסידות'ן וואס פאמפן זייער רבי פיל ווייניגער ווי סקווירא, אז דער רבי ווייסט נישט, און ס'איז די גבאים א.א.וו.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:46 pm

· #156416
אויסדריקלעך
צמצום איז ווען מ'זעט נאר די הייליגע זאכן וואס ער טוט (כ'ווייס נישט ווען, אבער...) און אלע שמוץ וואס ווערט געטון אין זיין נאמען בעידודו המלאה זענען פון אפאר געמיינע יחידים...

ניין. ער זאגט דאס אויך נישט. ער טענה'ט להד"ם. ער וועיסט נישט. בא אונז אין שטעיטל??? האביך געהערט אמאל פון א קלוגן איד. אז ער זוכט אזא רבי וואס וועיסט יא. נישט אזא רעבע וואס וועיסט נישט.

ודי למבין » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:15 am

· #162790
אמאל איז בעסער ווען מ'שרייבט גארנישט צו נאר מ'לאזט דעם בילד רעדן פאר זיך אליין
📎 IMG-20131114-WA0003.jpg

דער (פינטעל) איד » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:36 am

· #162793
וואס איז מיטן עצם מצות עונה לאזט דאס דע רבי צו ?

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:48 am

· #162795
דער (פינטעל) איד
וואס איז מיטן עצם מצות עונה לאזט דאס דע רבי צו ?


מצות עונה איז אסור בשבת אלס די גרויסע נחיצות און תועלת דערפון פון נישט פארפאסן דעם רעבינ'ס טיש.

אין יעדע פאל פון א ספק, איז וויכטיג אז מען זאל זיכער מאכן צו פרעגן "פארן טוען די מצוה פון עונה", די קלארע הוראות איבער דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 12:25 pm

· #162819
מיר דארפ'ן אלע מאכען א חשבון הנפש ביי זיך. טאמער מ'זעט אזא געמיינע צוגאנג צו אידישקייט און אמת און שכל, דארף מען קוקען ביי זיך צו זעהן צו ס'איז נישט אביסל צוגעקלעבט ביי אונז אזעלכע משוגעת'ן. פרעג איך אייך, ט'זענען אלע אונזערע גלויבונגען פעסט געבויט על אדני השכל והישרות? ט'ווייסען מיר אז די אלע וואס מיר לייגען אויף אונזערע מזרח וואנט זענען טאקע ראוי דערצו? אז מ'קוקט דורך זייערע ספרים ט'זע'ען מיר די גדלות וואס מיר פריידיגען צו אונזערע קינדער וועגען זיי? אדער גלויבען מיר אויך אין די באקוועמליכע גלויבונגען, אפילו מ'האט נישט קיין עכטע ראיות דערצו?
לאמיר אלע תשובה טוהן און אנהייבען לעבען די לעבען פון רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.

מנשה לוסטיג » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:57 pm

· #162846
אני חסיד סקווירא, ואני יליד סקווירא וגאה בזה!!!

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:03 pm

· #162850
ח חס חסי חסיד מסקווירא!!!

ודי למבין » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:15 pm

· #162854
מנשה לוסטיג
אני חסיד סקווירא, ואני יליד סקווירא וגאה בזה!!!




"דאס" איז איינס פון די גרעסטע פראבלעמען פון סקווירא

מנשה לוסטיג » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:21 pm

· #162855
סקווירא בנשמה שלי, לעולם לא אוותר עליה סקווירא שלי..

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:54 pm

· #163025
איך וויל נאך עפעס מעורר זיין.
דער רעדענע דערמאנט אז א בעלעבתישע איד, וואס איז נישט אויף א מדרגה אנערצוקענען אז גלויבען איז העכער ווי זע‘ען, האט אנגעמערקט אז יעדער טריט פון רבי‘ן איז געמאסטען און געוואויגען. ער זאגט אז גלויבען איז העכער ווי זע‘ען און בבת אחת מאכט ער זיך פאר א ליגענער ווען ער מוז ברענגען א ראיה פון איינער וואס זעט. דער ענין פון פרעדיגען ליגענט איז א סכנה גדולה אזוי ווי יעדער פארשטייט. ווען קינדער כאפען אז דאס איז ליגענט וועלען זיי חושד זיין מעמד הר סיני אויך.

לך לך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:44 pm

· #163029
מנשה לוסטיג
אני חסיד סקווירא, ואני יליד סקווירא וגאה בזה!!!
אריין אין מלתא דבדיחתא...

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:56 pm

· #163031
אריין אין "עס ברענגט מיר טרערן"!
בלאט: 1 2 3 4