☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זכי' פון סקווערע חסידים

זכי' פון סקווערע חסידים

169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4843
בלאט: 1 2 3 4

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:00 pm

· #163032
סקווירא בנשמה שלי, לעולם לא אוותר עליה סקווירא שלי..

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:49 pm

· #163036
ווי אזוי מעגסטו בכלל וואוינען אין סקווירא?

אפשא ביי אזא הייסע חסיד ווי דו איז נישט גילטיג די תקנות הנ"ל ואי הכי דארף מען ארויס שרייבן און מפרש זיין כדי שלא יבא לטעות

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:52 pm

· #163037
דער אלטער רבי האט געזאגט, אז סקווירא עיר הקודש איז ווי די תיבת נח, ווער ס'וועט נישט באלאנגען אהער וועט עס אויסשפייען

שרייבער » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:53 pm

· #163038
מנשה לוסטיג
דער אלטער רבי האט געזאגט, אז סקווירא עיר הקודש איז ווי די תיבת נח, ווער ס'וועט נישט באלאנגען אהער וועט עס אויסשפייען

וועלכע שטאק פון די תיבה?

(נאטינג פערסאנעל אבער האסט א מיאוסע שפראך, פאסט גארנישט פאר סקווירא)

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:58 pm

· #163039
עמוס
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם קוקט זיי אן פאר אזעלכע מצומצמים. פארוואס נאר אויפ'ן ריזשינער אדער אויפ'ן חוזה מעג מען שרייבן אז מלאכים ושרפים קוקן ארויס אויף יעדן ווארט פון זיין מויל, און אויפ'ן סקווערער טאר מען נישט? הצד השוה שבהן, קיינער האט קיינמאל נישט געזען קיין מלאכים און שרפים ביי קיינעם פון די דריי רבי'ס. דער מאדערן ארטאדאקסישער איד וואס ליינט א טיפישער חסידישע מעשה בוך און דער אטעאיסט וואס ליינט די תורה קוקט אונז אן פאר פונקט אזעלכע מצומצמים ווי מיר קוקן אן דעם סקווערער.

ווען מען פרעסט לאטקעס, געקעכטע סאשי, און מיט גרילס, קען דער מוח נישט באגרייפען וואס דאס מיינט חוזה הקדוש מלובלין זי״ע און מען מישט עס צוזאם מיט רבנים פון צוויי טויזענט און דרייצען. וועם אינטערסירט וואס דער מאדערן ארטאדאקסישער איד זאגט, און וואס די פארשאלטענע א.ג. אטעאיסטן האבן צו זאגן. אז דו גייסט פאר זייער מיינונג, טו דיר עס דאס קאפל, און פאנג אן לאכן מיט גרויסע מאמע לשון ווערטער אזוי ווי זיי. מיר אידן חסידים גלייבן אז די חוזה הקדוש מלובלין מיט די הייליגער ריזשענער האבן געזען מלאכים, ועלו לפרדס. נאר א געשוואלענער 2013 בויך באגרייפט נישט די ריזיגע תורה ריזן וואס מיר האבן פארמאגט. ודי בזה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:49 pm

· #163088
זייער פיין קעניגרייך. דאס איז א חלק פון דער אידישע גלויבונג אז די חברה האבען געזען מלאכים. ביסט טאקע דער זעלבע שוטה ווי דער סקווערער. אז ס'איז דיר באקוועם צו גלויבען באבע מעשה'ס, טו ווי דו ווילסט. אבער מיש נישט אויס קיין אידישע גלויבונג אין דעם. משה רבינו האט גערעדט מיט דער אייבישטער פנים אל פנים, יעקב אבינו האט זיך געשלאגען מיט מלאכים און געזיגט. דער ריזשינער און דער רבי פון לובלין זענען מסתמא געווען גרויסע מענטשען וואס האבען זייער גוט געדינט דער באשעפער אין הימעל און מיר האבען נישט קיין אהנונג צו וואס זיי האבען זוכה געווען אדער נישט זוכה געווען. א געשוואלענער 2013 בויך, פול מיט שלישקעס קרעפליך און טאמעטא דיפ איז נישט אנדעריש פון א 1795 בויך פול מיט שלישקעס און קרעפליך (אנטשולדיגט אבער דער היימישער מאכל פון טאמעטא דיפ האט דעמאלס נישט עקזיסטירט)

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:52 pm

· #163089
פוטסטעפס האט אויך נאכנישט געהאט דעמאלטס קיין וועבסייט, אבער 'המליץ' יא.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:12 pm

· #163097
און שיח שרפי קודש

בשםואין » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:16 pm

· #163098
מנשה לוסטיג
סקווירא בנשמה שלי, לעולם לא אוותר עליה סקווירא שלי..



Allah Hu Achber!!!

הורמיז » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:21 pm

· #163100
ליטוואק פון בודאפעסט
זייער פיין קעניגרייך. דאס איז א חלק פון דער אידישע גלויבונג אז די חברה האבען געזען מלאכים. ביסט טאקע דער זעלבע שוטה ווי דער סקווערער. אז ס'איז דיר באקוועם צו גלויבען באבע מעשה'ס, טו ווי דו ווילסט. אבער מיש נישט אויס קיין אידישע גלויבונג אין דעם. משה רבינו האט גערעדט מיט דער אייבישטער פנים אל פנים, יעקב אבינו האט זיך געשלאגען מיט מלאכים און געזיגט. דער ריזשינער און דער רבי פון לובלין זענען מסתמא געווען גרויסע מענטשען וואס האבען זייער גוט געדינט דער באשעפער אין הימעל און מיר האבען נישט קיין אהנונג צו וואס זיי האבען זוכה געווען אדער נישט זוכה געווען. א געשוואלענער 2013 בויך, פול מיט שלישקעס קרעפליך און טאמעטא דיפ איז נישט אנדעריש פון א 1795 בויך פול מיט שלישקעס און קרעפליך (אנטשולדיגט אבער דער היימישער מאכל פון טאמעטא דיפ האט דעמאלס נישט עקזיסטירט)


אמונת צדיקים איז א וויכטיגע חלק פון אידישקייט, מ'דארף גלייבן אין פריעדיגע צדיקים, נישט אלעס איז פארשטייציך אמת אבער מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת, אז מ'לאכט אפ פון די פריעדיגע האט מען נישט גארנישט, צדיקים האבן מעיד געווען איבער די מדרגות פון די הייליגע שרפי מעלה די חוזה אין די ריזשענער, מיר האבן גאר קיין השגה נישט, ס'איז למעלה משכל אנושי, שלישקעס מיט קרעפלעך ארויף שלישקעס מיט קרעפלעך אראפ, ס'מאכט זיי גאר נישט מער אדער קלענער וואס אפאר אינגעלייטעלעך לאכן אפ פון די קדושים,

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:31 pm

· #163101
ליטוואק פון בודאפעסט
זייער פיין קעניגרייך. דאס איז א חלק פון דער אידישע גלויבונג אז די חברה האבען געזען מלאכים. ביסט טאקע דער זעלבע שוטה ווי דער סקווערער. אז ס'איז דיר באקוועם צו גלויבען באבע מעשה'ס, טו ווי דו ווילסט. אבער מיש נישט אויס קיין אידישע גלויבונג אין דעם. משה רבינו האט גערעדט מיט דער אייבישטער פנים אל פנים, יעקב אבינו האט זיך געשלאגען מיט מלאכים און געזיגט. דער ריזשינער און דער רבי פון לובלין זענען מסתמא געווען גרויסע מענטשען וואס האבען זייער גוט געדינט דער באשעפער אין הימעל און מיר האבען נישט קיין אהנונג צו וואס זיי האבען זוכה געווען אדער נישט זוכה געווען. א געשוואלענער 2013 בויך, פול מיט שלישקעס קרעפליך און טאמעטא דיפ איז נישט אנדעריש פון א 1795 בויך פול מיט שלישקעס און קרעפליך (אנטשולדיגט אבער דער היימישער מאכל פון טאמעטא דיפ האט דעמאלס נישט עקזיסטירט)

איך גלייב אז דו ווייסט אויך נישט וואס דו האסט יעצט געזאגט, ממילא וועל איך זיך נישט וויסענדיג מאכן דערפון, אבער איין זאך איז זיכער א איד פון 1795 האט נישט אזוי גערעדט ווי דיר. און דאס איז פארשטייט זיך צוליב דאמאלטס איז נישט געווען קיין וואטעסעפ עפאכע, קיין קאווע שטיבל עפאכע, קיין בי בי עם עפאכע, קיין לשון מדברת גדולות עפאכע, קיין סטייל אז ווען מ'רעדט אויף קדושי עליונים וואס האבן איבערגעמאכט כלל ישראל ווערט מען א רייסער, קיין עפאכע פון אינטערנעט שרייבערס, קיין עפאכע פון פייסבוק, קיין עפאכע פון טוויטער. ממילא האב איך נישט אזויפיל טענות אויף דיר, דאס איז א דירעקטע השפעה פון די פגעי הזמן. נאכדעם הערט מען אין מקוה זיך אפרעדן: היינטיגע צייטן איז כמעט נישטא קיין צדיקים, היינטיגע צייטן זענען כמעט אלע רבי'ס פאלשע. ר' איד מיט וואס ביסטו בעסער פון די רבי'ס אז דיין קאפ איז אנגעפירקעלט פון כל צרי וכל זב, א פאלנער פייסבוק מגושם, און וויל נאך האבן צדיקים? הא? מיר זאלן האבן נאך צדיקים אויף וואס צו רעדן הא? אונזער צאציקעל איז שוין אויפגעקלערט ער גלייבט נישט די אלע מעשות אויף די חוזה מלובלין אז ער איז געפלויגן אין הימל, ער גלייבט ענדערש אז די היייסע פלאנקען זענען נישט קיין גורם אויף זיין געשוואלענע בויך... דו מיינסט איך בין א פארנאטישער? איך קען שוין די אלע ווילדע אידישע אויסדריקן הנכתבים בקאווע שטיבל, איך גלייב נישט אין די חוזה'ת מעשות, פארשטייט זיך איך בין נישט א כופר, איך גלייב פארט אז משה רבינו האט גערעדט צום אייבירשטען, אבער דאס וואס מיין טאטע האט מיר פארציילט איבער די חוזה דאס איז שוין שטותים... איך רוף דאס Scum

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:08 pm

· #163106
ענדליך הערט מען שוין עפעס יודישע ווערטער דא!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:21 pm

· #163111
א. אמונת צדיקים איז נישט קיין וויכטיגע חלק פון אידישקייט. ס'איז נישט קיין חלק פון אידישקייט אויך נישט. אז דו ווילסט זאגען אז ס'איז יא, אדרבה ווייז אויף. נישט אין תושב"כ און נישט אין תושבע"פ ווערט עס דערמאנט. דאס הייסט אין די ספרים פון גדולי הדורות וואס ת"ח האבען מקבל געווען אלס א וועג-ווייזער. נישט אין רמב"ם נישט אין רמב"ן, נישט אין נפש החיים און נישט אין ספרי הגר"א, נישט אין תניא און נישט אין כתבי חתם סופר און נישט אין כתבי החפץ חיים און אויך נישט אין אגרות חזון איש. זיי דערמאנען עס נישט ווייל ס'איז נישט דא אזא זאך. מ'דארף גלויבען אין תורה און מ'דארף מקבל זיין די תורה וואס איז מקובל ביי כלל ישראל. גלויבען אין צדיקים אז זיי האבען גערעדט צו מלאכים אדער אז מלאכים הערען אויס באזונדער זייערע רייד איז א זאך וואס איז פאבריצירט דורך מענטשען וואס ווילען דיר האלטען אין דער ראמען. דו מוזט וייזען אנדעריש, נישט איך. איז יעצט, נעם זיך צום ארבעט, ווייז א קלארע באווייזונג אז ס'עקזיסטירט אזא זאך ווי אמונת צדיקים, נישט קיין רמז און נישט קיין שלשעודות תורה'ס, פון א תלמיד חכם וואס איז מקובל ביי תלמידי חכמים אלס ת"ח, נישט קיין פערפעל טיילער וואס זיין אייניקעל דער פערפעל טיילער פאדערט פון יעדער אז ער מוז אין איהם גלויבען אדער כאטש אנערקענען. דערנאך ווייז אויף אז ס'איז אן עיקר אין אידישקייט.

ב. דו פראבירסט מיר אריינצולייגען אין א 'באקס' כאילו איך בין דער אויף וועם דו רעדסט מיט טוויטער וואטסאפ וכדו'. סאר"י, איך האב נישט די אלע זאכען וואס דו דערמאנסט, איך גיי נאר אין קאווע שטיבעל און אביסל ביי אפאר געציילטע אנדערע פלעצער מזמן לזמן. איך האב געגלויבט אזוי לאנג פאר איך האב געהאט א צוטריט צום אינטערנעט, און מיין טאטע האלט די זעלבע זאך און האט מיר אזוי אויסגעלערנט און מיין זיידע אויך. און יא, זיי האבען צענדליגע קינדער און אייניקלאך, אלע שומרי תורה ומצוות, ורובם יושבים ולומדים רוב ימיהם, און ס'איז מעגליך אן אמונות טפלות און פויערישע פארגאפטקייט.

ג. דאס אליינס אז דו קענסט אנרופען איינער וואס גלויבט נישט ווי דיר, און איז נישט קיין כופר אין י"ג עיקרים און היט תומ"צ אלס scum איז דער שעדליכקייט פון דיין צוגאנג. דו ביסט נישט אנדעריש ווי די 'מענטשען פארברענערס' וואס קענען זאגען, מיט א גלייכען פנים, אז דאס וואס איינער פאלגט נישט די גזירות פונ'ם פאטער פונ'ם רבי'ן וואס האט אזוי מוסר נפש (וועמענ'ס?) פאר'ן שטעטעל איז גענוג איהם צו הרג'נען.

ד. דו האסט מיר קיינמאל נישט געזען אין מקוה, איך רעד זיך נישט אפ אז ס'איז נישט דא קיין צדיקים, ווייל איך האב יא געזען צדיקים. איך האב נישט קיין אהנונג וואס מלאכים טוהן אין זייערע ד' אמות, אבער אז זיי גיבען אוועק פון זייער באקוועמליכקייטען פאר'ן אייבישטער און לעבען א חיים של דחק אויף צו קענען הארעווען אין לערנען און דינען דער באשעפער האב איך יא געזען. זיי זענען לא מחזיק טיבותא לנפשייהו, גרייט צו טוהן א טובה פאר יעדע איינער, לא הלכו בגדולות ונפלאות מהם, זענען בז אין עוה"ז און איהר לוקסוסעס און זוכען נישט קיין תירוץ דאס אויסצונוצען. ועל כולם, זיי קענען תורה, אסאך תורה, און זוכען אלס צו קענען מער און טיפער און גרונטליכער. דאס איז א צדיק און צו דעם שטרעבען מיר.

ה. אגב, האסט אמאל געטראכט ביי זיך. ווען א מענטש רעדט פונ'ם חתם סופר, דערמאנט ער קיינמאל נישט ווי מלאכים און שרפים שטייען ארום ווארטען אויף זיין יעדער ווארט. פארוואס נישט? אזוי אויך ווען מ'רעדט פונ'ם חפץ חיים צו רבי עקיבא איגר. פארוואס? דער תירוץ איז פשוט. ווען מ'רעדט פונ'ם חתם סופר, רעדט מען מיט אפענע אויגען. מ'זעט זיין גדלות וכו' פון זיין לעבען און זיי תורות. מיט אפענע אויגען רעדט מען נישט פון מלאכים. נאר ווען מ'רעדט פונ'ם ריזשינער צו דער רבי פון לובלין וכדו' וואס מ'האט קיין איין גלאטער זאך צו זאגען. קיין איין מעשה פון גדלות כמעט רעדט מען נישט, נאר דערהויבענער באהאלטענער מעשה'ס, קיין איין תורה וואס מ'קען עס אנרופען לאמיתו של תורה זאגט מען נישט נאך פון די מענטשען. דעריבער פארמאכט מען די אויגען ווען מ'גלויבט אין זיי, און דעריבער רעדט מען שטותים וועגען מלאכים ושרפים. אונז אידען גלויבען מיט אפענע אויגען. דער שכל די אויגען און אלע חושים שרייען אז ס'איז דא א בורא און ער האט אונז געגעבען א תורה, מ'דארף נישט האנדלען קיין ציגאנע נארישקייטען. ניין, גלויבען איז נישט העכער ווי זע'ען און ס'איז נישט קיין מצוה צו גלויבען אין באבע מעשה'ס. גלויב אין תורה און זוך עס צו היטען וטוב לך בעולם הזה ובעולם הבא.

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:37 pm

· #163113
דו ביסט דאך א ליטוואק, און מ'שטיינס געזאגט א אויפגעקלערטער, איך וועל דיר ענטפערן אין גאר קורצער ווערטער, דו זאגסט מיר דארפן נאר גלייבן אין די תורה וואס איז מקובל ביי כלל ישראל. יעצט ווי אזוי איז עס מקובל? ווער האט געזאגט וואס איז די תורה? ווער האט געלערנט פשטים אין די תורה, ווער האט אויסגעלערנט פאר אונזערע עלטערן וואס האבן איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער וואס די תורה איז? דאס זענען געווען אונזערע "צדיקים".

די מקור איז: 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו.

ממה נפשך אויב ביסטו א ליטוואק האב איך נישט מיט דיר וואס צו רעדן, אויב ביסטו א אויפגעקלערטער ליטוואק קוראין אותו נפיחה, און איך ווייס נישט וואס דו האקסט אין טשייניק מיט דיין לאנגע קראקעדייל תגובה. מיר גלייבן אין די תורה, וואס איז איבערגעבען געווארן דורך צדיקים מדור לדור, און מיר דארפן פונקט אזוי גלייבן אין "צדיקים" ווי אין די רבוש"ע, ויאמינו בה' ובמשה עבדו. איינער וואס לאכט פון צדיקים, איז קלאר אז ער איז א כופר באלקי ישראל, אויב ביסטו א א.ג. ליטוואק הייבסטו נישט אן צו וויסן וואס עס איז געווען די מחלוקה פון די חסידים און מתנגדים, דו ווייסט עס נישט, האסט זיי נישט געלערנט, אויב דאס געבט דיר די סמך צו אפשפעטן פון צדיקים. איין זאך וואס דו ווייסט איז די סקריפט פון קאווע שטיבל, אז ווען מען לאכט פון צדיקים הייסט מען א רייסער.

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 8:16 pm

· #163119
אמאל זאגט דער חכם תען כסיל כאולתו, העל איך דיר יא זאגן אביסל, חסידים פארציילן נאר מלאכים מעשות, אבער פון די חתם סופר פארציילט מען נאר גדלות יא? איך קען דיר דאס נישט ענטפערן ווייל פאר מיר שיינט אזא פראזע ווי א רויטער הימל מיט א שווארצע ערד, אן קיין הענד און פיס, ווי ארבעס אין א וואנט.

אלע צדיקים האבן געקענט כל התורה כולו, אסאך וואס מען האט עס געזען בגלוי און אסאך בסתר, זיי האבן געקענט נגלה ונסתר וכל מכמני התורה, דער הייליגער מלבי"ם פאר ער האט געשריבן זיין טיפער חיבור איז ער געפארן אויף זידשטוב זיך צו לערנען קבלה, ווייל פארדעם האט ער נישט געוואלט ארויס געבן זיין חיבור. יעצט איך בין נישט אויסן דא אריינצוגיין אין משכילישע וויכיחום, און זיך אויפעסן איינער דעם צווייטען ווער עס איז געווען גרעסער, חתם סופר אדער די ריזשענער, ווייל מיר ווייסן דאס נישט, ראשם מטים עד צית שמיא, און זיי אלע סיי די ליטווישער, און סיי די חסידישער זענען געווען עמידי עולם. יעצט צו נעמען אזא קינדישע ליין און זאגן אז חסידים פארציילן בלויז מלאכים איז ווי צו פארציילן אז די חתם סופר האט זיך געשניטן די בארד.. יעצט די אלע מעשות וואס דו פארציילסט אויפן חתם סופר פארציילן די חסידים אויף די ריזשענער, אלזא פארוואס גלייבסטו ענדערש די מעשות פון חתם סופר ווי די ריזשענער? הייסט דו נעמסט אויך א ליין וואס און וואו צו גלייבן. יעצט איך גלייב אלעס אויפן חתם סופר, ער איז געווען א גאון און א קדוש וטהור, און די זעלבע גלייב איך אויך אויף די ריזשענער, איז געווען א גאון וקדוש, מען וועט דיך נישט ווייניגער שמייסן ווען דו רעדסט איבער די גדלות פונעם חתם סופר וואס ווען בו בזמן רעדסטו אויף עמידי עולם וואס האבן געשאקעלט א וועלט בתורה ועבודה ובגמ"ח, איך וויל נישט מער רעדן מיט איינער וואס מאכט חוזק פון צדיקי וקדושי עליונים, וואס האבן איבערגאמכט די יהדות שבגולה, זיי האבן אונז געראטעוועט נאכן קריג, זיי האבן אונז געראטוועט נאך שבת צבי ימ"ש, זיי האבן אונז געראטוועט פון די משכילים, און פון אלע בייזע רוחות.

הוי יזהר בגחלתן של צדיקים, דיינע ווערטער וועלן סייווי נישט פאמינערן זייערע גרויסקייט, און עס איז נישט מעלה ומוריד וואס א פייסבוק קרעפל מגושם שרייבט אויף קאווע שטיבל.

טאמבל סאס » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 8:38 pm

· #163120
קעניגרייך
[b]דו ביסט דאך א ליטוואק, און מ'שטיינס געזאגט א אויפגעקלערטער,[/b]
- אויב ביסטו א אויפגעקלערטער ליטוואק קוראין אותו נפיחה
- דו האקסט אין טשייניק מיט דיין לאנגע קראקעדייל תגובה
- די סקריפט פון קאווע שטיבל, אז ווען מען לאכט פון צדיקים הייסט מען א רייסער.
- א רויטער הימל מיט א שווארצע ערד, אן קיין הענד און פיס, ווי ארבעס אין א וואנט.
- וואס א פייסבוק קרעפל מגושם שרייבט אויף קאווע שטיבל

רעבע לעבן, קודם כל די ערשטע זאך דו דארפסט וויסן פאר דו הויבסט אן שרייבן, גיסן פעך אין שוועבל, אין אונזער טייערע שטיבל אז די אלע שיינע מליצה'דיגע גראבע אויסדרוקן איז גוט אין קינדערגארטן אדער אין ישיבה גדולה דמתיבתא על קברו. ביסט א גוטע פורים רב.
אויב ווילסטו אז דיינע ווערטער זאלן געהערט ווערן און מאכן אויף עמיצן א מינדסטע השפעה, מוזטו קודם טוישן דיין בעיבי שפראך.
- איך וויל נישט מער רעדן מיט איינער וואס מאכט חוזק פון צדיקי וקדושי עליונים, צום לעצט, די דאזיגע ווערטער נעמט תיכף אוועק דעם אפעטיט פאר סיי וועמען, אפי' צונעמען די מיה דיר צוריקצוענטפערן.
דו טראגסט א פנים ווי דער וואס טאנצט מיט די פינגער אין די אויערן און שרייט "איך הער נישט וואס דו זאגסט!! לאלאלאלא קיש קיש...
איך וואלט אהן דעם ריזשענער'ס רוח הקודש געזאגט אז דו האסט אדער געלערנט אין איינע פון די פיהר ישיבות: קאשוי, טאהש, ראדעשיץ אדער נועם אלימלך.
אין א קליינטשיק צעקוועטשטע ישיבה מיינענדיג אז דו האסט שוין געזעהן די גאנצע וועלט.

אלעס וואס דו קענסט ביז היינט האב איך געזעהן איז מפליא זיין בלי גבול עד אין סוף די ברענעדיגע פלאם פייערדיגע קדושה פון די קדושים שרפי מעלה וואס האבן געשאקלט וועלטן און פארברענט פויגלען איבער זייערע קעפ. איך האב אבער נאכנישט געהערט קיין איין גאנצע סיפור אדער דברי חכמה מיט א מקור צוגעברענגט. אפילו נישט א זאץ פון דיין אייגענע קאממען סענס.
אלץ וואס דיין געשליפן אויבערשפריצנדע שפיציגע פעדער גיסט איז - פארדאמונגען, קללות, חרמות, שעלטונגען, חלילה'ס, דראהואנגען, און לשוני ביטול כלפי אונזערע טייערע חבירים. האסט שוין יא אנגעהויבן פארציילן פעעס וועגן דעם מלבי"ם, זאגסטע אז דו ווילסט נישט אריינגיין אין משכילישע וויכוחים. קיינער פאדערט דיך נישט צו קיין פלאטפארמע אפהאלטן א געפעכט.
מ'ווילמער פשוט הערן אביסל דברי חכמה ונחת.
קעניגרייך, איך בעהט מיך צו דיר בכל לשון של בקשה, פליזז פראווע נישט קיין קינדישקייטן. לאמיר זיך רוהיג צונויף שמועסן. דערווייל האבן מיר דיר אלעס צוליב געטוהן. האסט געבעהט צו וויסן וויאזוי מ'מאכט צואה? מ'האט דיר פונקטליכע רעצעפטן צוגעשטעלט. יעצט, פארוואס משלם זיין רעה תחת טובה און אונז באקאקן דערמיט??

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 8:57 pm

· #163121
אויב האב איך געלערנט אין ראדאשיץ האסטו געלערנט אין רחובות, גערייכערט העראיש אן קיין פרעשור מיינענדיג אז דו האסט די גאנצע וועלט צווישן דיין אצבע אונעם גידול. איך וועל שרייבן וויאזוי מיר שמעקט, און וויאזוי איך גלייך, און דו וועסט שרייבן וויאזוי דו גלייכסט. איך האב די פרייהייט פון פעדער איר צו דרייען לויט מיין געשמאק. און אויב דו גלייכסט נישט וואס איך שרייב איז דאס נאכנישט קיין צייכן אויף מיין פרא צמצום און אנטי אויפגעקלערקייט, עס שפאנט פשוט איין דיין אידילאגיע מיט די אנדערע משכילים. וואס לאכן אפ מכל הקודש לנו. ואשנה ואשלש מיינע רייד, די אלע הויכע וויקעבאלארישע קאווע שטיבל ווערטער, שטאמט ענדערש פון ווערן אנגעפרעסן פונעם גרויסן פייסבוק/טוויטער/וואטבעפפ וכדומה וואס זיי ווייזן ענדערש דיין דורכגעפוילטער השקפה, ווי מיין קינדערישער-ראדאשיץ-צואה כפוי טובה רייד.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:00 pm

· #163124
קרני צבי איז בעק? שטונקט און שרייבט פונקט ווי אים.

טאמבל סאס » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:00 pm

· #163125
זאג, וואס נאך איז נייעס אזוי?
ס'קוקט אויס איך באקום צו נאך א נודניק.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:10 pm

· #163129
איך האב דיר געבעטען א ראיה, א מקור, מהיכי תיתי אלס וואס דו זאגסט. פון וואנעט וויסטו אז זיי זענען אלע געווען גאונים? און דער תשובה איז א פלאפעלעריי אויף מיין אפשטאם, א שלשעודות ווערטעל אויף ויאמינו כאילו ס‘שטייט משה רבינו און דער וועמען ס‘גלוסט מיר.
דער מחלוקת חסידים מיט מתנגדים דערמאנט נישט די נארישקייטען אין וואס דו גלויבסט, מוז זיין אז דאס איז א חידוש פון שפעטער. טו נאר איין טובה, ענטפער די שאלה, נישט תורה‘לעך און נישט מעשה‘לעך ווייז אויף פון תורה אז דו ביסט גערעכט.

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:47 am

· #163178
פשוט כדי צי אנטייל נעמען און דעי דיסקאשען וויל איך פארשטיין איבער וואס קריגט מען זיך דא?
טאמבעלסאס די ביסט בעצם מחולק אויף דעי זאך אז א בשר ודם קען זיך ארויף ארבערטען צי זיין נאך גרעסער ווי א מלאך און דע גאנצע מושג פין צדיקים וואס ווערט נאך געברענגט און חז"ל איז סתם א באבא מעשה ח"ו?
אדער ביסטי מודה צי דיעם נאר די האסט אפגעמאכט אז דער רבי ר' מיילך מיטן חוזה אד"ג זענען נישט פין דע כלל?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:57 am

· #163180
דער נושא, הרב בא ללמד, איז צו מ'דארף גלויבען אין די זאכען, צו ס'איז אן עיקר אין אידישקייט אז די זאכען זענען אמת צו נישט.
טראכט נאר ביי זיך, דאס וואס יעדער פרומער איד בוקט כורעים פאר יעדער זאך וואס דער חתם סופר זאגט, אפילו ווען מ'דינגט זיך, קומט אנישט אין באטראכט אז מלאכים הערען איהם אויס. מ'טראכט נישט פון הימעלישע זאכען און מ'רעדט פשוט און פראקטיש וועגען זיין גדלות און זיין תורה. אנדערע האבען מורא צו גלויבען אין אלע גדולי ישראל אויף אזא אופן, און זיי מוזען צולייגען עפעס א מיסטישע זאך צו זייערע מסורה. אנדעריש איז דער זאך צו קאלט, אזוי ווי עסען וועגעטעב"ל יוך אהן לאקשען פרייטיג צו נאכט. דעריבער האבען זיי געזאגט אויפ'ן חוזה וכדו' אז מלאכים פליען און טאנצען ארום זיי, נישט ווייל זיי ווייסען אז ס'איז אמת און נישט ווייל ס'מאכט א פראקטישער נ"מ, נאר ווייל ס'איז פאר זיי א בחינה פון טשיקע"ן זופ מיט לאנגע לאקשען. זיי ווילען יעצט פאדערען אז יעדער איינער מוז עסען יוך מיט די זעלבע רעצעפט וואס זיי האבען, אנדעריש זענען יענער מענטשען כופרים געמיינע יונגען און נואפים (ווי דו זעסט). ס'איז כאילו די היימישע פרעס געשעפט אויף לי עוועניו וואלט געזאגט אויף די היימישע פרעס געשעפט אויף היוס סט. אז זיי זענען אפיקורסים ווייל זיי נוצען קנאל"א אוי"ל אנשטאטס קור"ן אויל אין די קוגעל.

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:04 am

· #163181
בקוציר וואס די זאגסט איז? אז ביסט און גאנצען נישט מחולק אינען גדלות פינען היליגער חוזה דע איינציגסטע זאך וואס די זאגסט איז, וויבאלד ער געווען א גדול מיז נאך נישט זיין אז מלאכים פליען און טאנצען ארום זיי
פארשטיי איך עס גיט?

סאו וואט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:57 pm

· #163226
הער קעניגרייך.
איך פארשטיי מ'האט בארירט דיין כסא מחילה, קענט העלף יו.
אבער אויב האסטו נישט פארשטאנען ליטוואק'ס פוינט (אגב מאן יימר ער איז א ליטוואק?..), האף איך איך וועל עס קענען בעסער ארויסברענגען.

ס'דא צומאל ווען מ'שטודירט גערונטליך א תולדות פון א מענטש, מיט וועם ער האט זיך געדרייט, ווער זענען זיינע תלמידים, איבערהויפט ווען ער האט ארויסגעגעבן ספרים.
קען מען אליין אפשאצן זעהן ווען דער מענטש איז געוועהן, און וואיסען זייער גדלות, און ס'זאגט און שרייט זיך פון זיך אליינס, אן דארפן צולייגען עדזשיקטיווס.
ווי למשל נודע ביהודה, חכם צבי, ר"ר יהונתן אייבשיץ, פני יהושע, חתם סופר, מהרש"ם מברעזאן, הלבושי מרדכי ממאד, ר' יוסף ענגיל, ועוד ועוד, אן פי. אר. אן א פאמפע
געסט נאר א מיש און זייערע ספרים, זעהסטו דער גדלות פון דער מענטש, ווי הייליג און אויסגעטוען ער איז געוועהן פון עוה"ז, וואספארא תורה ריזן זיי זענען געוועהן, ממילא ווען ס'קומט צו זייער יארצייט סעודות דארף מען נישט ארום רעדן פון האקוס פאוקעס מעשיות, וכדומה, מ'רעד נאר ארום פון זייער נישט נארמאלע גאונות חריפות בקיאות וגדלותם בכל מכמני התורה.

נעקסט סטעפ,
און יעצט אפילו פון דו חסידישע רעביס איז אויך דא וועם קיינער גייט נישט אוועקמאכען זייער גרויסקייט,
ווי למשל הבעל התניא, זעה דו חידושים פון קדושת לוי אויף כתובות, עבודת ישראל מקאזניץ לערן זיינע חידושים על סוגיות הש"ס ועל חו"מ, הדברי חיים בשו"ת שלו, וכדומה,
החידושי הרי"ם, אבני נזר, פון דארט זעהט מען זייער בקיאות וחריפות און תורה, און אז זיי זענען געוועהן תורה ריזן.

אבער דא כאפט שוין א נפק"מ, א ערענסטע ת"ח ווען ס'גייט קומען צו תיקון, וועט ער עפ"י רוב נאכזאגן און ציטירין פון זיי, זייערע גאונות, נאכזאגען פסקים, און א חסיד שוטה
גייט פארציילען מופתים,

און בכלל קען מען זעהן א נפק"מ און מעשיות, ווי למשל דער חתם סופר, ווער זענען דו מענטשען וואס האבען פארציילט מעשיות אויף אים, דער מהר"ם שי"ק הקול אריה ממאד, ליקוטי חבר בן חיים, סאליד קעפ, ס'איז אן אנדערע סארט מושג און מעשיות, ווי חסידים האבען ארויפ געקלעבט אויף זייערע רעביס.

אבער דערנאך איז דווי מ'זעהט נישט זייערע גדלות גלייך, נאר מ'דארף דער מענטש דאס איבערצייגען, און קאנווינסין יענעם ער זאל דיר גלייבען.
ווי למשל דער גאנצע טשערנאבליע דינאסטיע, רוזין ומשפחתו וכל הדינאסטיע, וכדומה וכדומה ואי אפשר לפרטם כי רבים הם, זיי זענען געגאנגען פון דערפל צו דערפל איבערגעדרייט א שטאט צו לעזען אפאר רובל, און פארשטייט זיך מ'האט נישט געקענט יענעם איבערצייגן און היפנעטייזען נאר דורך דעם וואס מ'האט ארויףגעקלעבן אויף זייער חשבון שרעקעדיגע מעשיות, און אז זיי האבען יעדען טאג א דיילאג מיט אליהו הנביא אליינס,

יעצט אז איך גלייב נישט און דו מעשיות וואס מ'האט ארויפגעשמירט אויף זייערע נעמען, ווער איך נאכנישט אן אפיקורס, און ס'מיינט ניטאמאל איך גלייב נישט און דער צדיק אליינס, איך גלייב נאר נישט און דו מעשה וואס מ'האט צוגעטשעפעט צו זיי, איך בין נאך אלס א מאמין און דער ויאמינו בה' ובמשה עבדו, אגב, מיינט עס נישט דינאסטיע רעביס, ס'מיינט לכאורה און מעתיקי השמועה פון יעדען דור, ווי דער רמב"ם רעכענט אויס, ממילא את נפשי הצלתי אז כ'בין גארנישט קיין כופר,

יעצט איז דא נאך א זאך, אפילו גאון אחד האט נישט איבערגעלאזט א חיבור, אבער פון דער תולדות פון יענער תקופה זעהט זיך אן אז דער מענטש איז נישט געוועהן קיין קטלא קניא, אבער דערנאך איז דא א שטייגער ווי סקווירא גזע אדער רוזין'ער גזע ווי מ'זאגט נישט קיין תורה, נאר ווען דער אייבערשטער שיקט זיי אריין וואס צו זאגען, און דערפאר פאר'ענטפערט מען זיך אז דערפאר זעהט מען נישט זייער גדלות בתורה, דער תירוץ איז זייער פשוט אז זיי זענען געוועהן גרויסע עמי הארצים, ווייל איך גלייב באמונה שלימה אז דער חתם סופר'ס תורה איז מן השמים און אזוי אויך ש"ך ט"ז ר"ר יהונתן, נודע ביהודה שואל ומשיב חכם צבי ישועות יעקב ר"ש קלוגער, און ווען דער אייבערשטער האט געוואלט קובע זיין פסק הלכה, האט מען עס אריינגעבליצט און זייערע קעפ, משא"כ אויפן טשערנאבליע און רוזיןער דינאסטיע.

באטאם ליין, ס'דא ווי מ'זעהט תיכף זייער גאונות בתורה, און זיי זענען דער משה עבדו'ס פון יעדער דור, און וועם מ'דארף גלייבען.
און דערנאך איז דא וואס מ'האט דיר אלעמאל געוואלט קאנווינסען אז זיי זענען א יש, אבער זענען באמת נאר שטעקענס וואס האבען באוויזען מופתים,
און און זיי איז נישטא קיין חיוב אפצוקויפען דער בלאוני מעשיות, און גלייבען דערין קיין כי הוא זה נישט, דעטס איט.

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:39 pm

· #163232
סא וואט: איך הער וואס די זאגסט , סתם פאר נייגעריקייט די ווייסט פאר זיכער אז דע מעשות וואס דערציילט אויפן הייליגער רוזשינער איז זיכער נישט אמת, אדער די ביסט פשוט נישט איבערצייגט אז דיעס איז אמת, למשל מארגען וועט אפיר קימען עפעס א כת"י פיל מיט גאונות און חידישים אויפן הייליגער רוזשינער וועסטי שרייען אז דאס קען נישט זיין אמת?

למעשה זעי איך ווי הייליגע צדיקים (אזעלכע וואס די האסט ארקענט פאר צדיקים)שרייבען מורא'דיגע טיטלען אויף אים, איך גליב נישט אז זיי זענען געווען סתם ביליגע חונפים

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 2:03 pm

· #163237
שלו' עליכם ר' הורמיז. (כ'האף אז דו ווייסט וואס דאס מיינט.) כ'האב געליינט דיינע לעצטע (און ערשטע) פאר תגובות. און ס'באקומט זיך דער רושם אז דו טוסט אביסל "אווער-רעאקט'ן". אני הקטן דריי מיך שוין ארום דא אין שטיבל בערך 14 חדשים. און כ'האב (ב"ה) נאך קיינמאל נישט באגעיגנט א שרייבער וועלכער זאל (ח"ו) מאכן ליצנות אדער גרינגשעצן איינער פון די תלמידי הבעשטה"ק אדער אנדערע צדיקים. יא, מ'לאכט אפ פון די משוגעת'ן פון עטליכע בנש"ק'ים און אדמורי"ם וועלכע פארשעימען זייערע זיידעס שמנוחתם בג"ע, מיט זייער גסות'דיגע און צומאל אכזריות'דיגע התנהגות. וואס א פאר באקעס וועלכע זענען פארגלייבט אדער ווערן באצאלט פיהרן אויס דעם "רצון צדיק" מיט גרויס אכזריות און רשעות. און דער "צאדיק" טענה'ט אויף אלעם אז ר'וועיסט נישט. דעיס אפלאכן פון אזאלכע אווממענטשליכע התנהגות איז בבחינת ליצנותא דעבודה זרה. דו קענסט זיין רואיג אז דער עוילעם וועלכער דרייטצעך דא וואלט מוחה געוועין בכל תוקף ועוז אויב איינער זאל שרייבן זאכן וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן.

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 2:58 pm

· #163243
מלאכים פליען ארום יעדן, נאר ארום דער כופר פליען שווארצע השקפות, און נעגאטיווע און ערדישע ווייבליכע מחשבות, וואס עפעס גן עדן איז נישטא דארט אפילו פאר א נאכ'טעם..
דאגעגן ביי חסידים וואס גלייבן, זאל שוין זיין אפילו אין א סתם ערליכע יוד, אבער אזא איינער וואס קען יבאריינברענגען א התלהבות אין אמונה און טאגטעגליכע גלות וועלט, א שמייכל און צעפרידנקייט אפילו בלויז מיטן געבן א גוט שטיקל קוגל, אזא איינער לעבט! והרשעים בחיים יענע לעבן.. ווען מ'איז ביזי מיט יעדן חוץ זיך אליינס.. קרויים מתים טויטע באנקעס.
ווי פלעגט מען זאגן, אויב אויף שמיץ פון פערד ביסטו א שוואכע מבין ווי ווילסטו וועלן קריגן א השגה אין מוח שפראך

קעניגרייך » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 3:10 pm

· #163247
מנשה לוסטיג
ווי פלעגט מען זאגן, אויב אויף שמיץ פון פערד ביסטו א שוואכע מבין ווי ווילסטו וועלן קריגן א השגה אין מוח שפראך

👍 👍 👍

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 3:27 pm

· #163249
מיסטער ליטוואק ופמליא דיליה
איך האב איין גראבע קשיה, וואס עפעס גלייבסטו אין חתם סופר יא? וואס גלייבסטו אין אין רמב''ם יא? וואס גלייבסטו אין משה רבינו יא?

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 3:43 pm

· #163251
מנשה טענה'ט דא א געוואלדיגע טענה, אויב מען גלייבט נישט איח סקווירא צדיק, איז נישטא קיין שום סיבה צו גלייבען אין משה רבינו ע"ה.

עפרא לפומיה

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 3:45 pm

· #163254
אין וועמען דארף מען גלייבן לשטותתך..

חבקוק הנביא » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:30 pm

· #163262
מנשה לוסטיג
מיסטער ליטוואק ופמליא דיליה
איך האב איין גראבע קשיה, וואס עפעס גלייבסטו אין חתם סופר יא? וואס גלייבסטו אין אין רמב''ם יא? וואס גלייבסטו אין משה רבינו יא?


חחח, א רגע מנשה, לשטתך דארפסטו גלייבען אין יאשקעלע אויך,

אין לאמיר דיר מסביר זיין, ביי משה רבינו האט יעדע איד זוכה געווען צי די מדרגה פין נבואה ביים בארג סיני אין אויף א קלענערע מדרגה ביי קריעת ים סוף, זיי האבען "געוויסט" אז משה רבינו איז א שליח פין באשעפער, ווען נישט דאס וואלט מען טאקע נישט געברויכט צי גלייבען אין משה רבינו,

(אפילו קרח וואס האט געקריגט אויף משה רבינו האט געוויסט אז משה איז א שליח פין גאט, נאר ער האט גע'טענה'ט אז געוויסע זאכען האט ער געטוהן מדעתו אין ס'קומט נישט פין גאט, אין אויף דעם האט דער באשעפער נאכדעם געוויזען אז משה האט עס נישט געטוהן מדעתו)

(אין פין דא איז א פירכא צי אלע רבישע קאנטראל פריעקס וואס ווען איינער קריגט אויף זיי קומען זיי צי קריכען מיט די קרח משל, למעשה אבער איז א ראיה פין די קרח מעשה אז ווען איינער טוט יא מדעתו אין מען קריגט אויף אים איז לאו דוקא אז עס איז א עוולה, מען ברויך זיך נישט צי לאזען טרעטען פין יעדע אומבאלאנסירטען נפש וואס ערקלערט אז ער ווייסט וואס גאט וויל)

אין פין די וועג וויזוי די שרייבסט זעהט זיך טאקע אן אז די האסט נישט קיין השגה אין די יסודות פין די אידישע אמונה,

און די סיבה וואס די גלייבסט אין די רעליגיעזע פיגור אין וואס די גלייבסט איז נאר ווייל די ביסט דארט אויפגעוואקסען, ס'האט גארנישט ציטוהן מיט אמת, אין ס'איז אינגאנצען נישט געבויעט אויף לאגישע יסודות, ווען די וואלסט אויפגעוואקסען אין א קריסטליכע אטמאסטפערע וואלסטע מסתם פעסט געגלייבט אין סענטע קלאץ, און ס'וואלט מסתם נישט געהאלפען אז מ'זאגט דיר אז סענטע קלאץ איז א וויץ,

די אידישע אמונה איז געבויעט אויף יסודות, נישט אויף פאנאטישע געפילען, ווי קענסטע ציגלייכען עפעס א טווערסקי צי דעם אדון כל הנביאים משה רבינו, ס'קוקט אויס ווי די ביסט געפאלען אויפען קאפ, כ'וואלט דיר מייעץ געווען צי זיך אריינטאהן אין אדורעך טאהן די יסודות פין די הייליגע אידישע אמונה, נאכדעם וועסטע גרינגער קענען זיך אפטאהן פין אמונות טפילות ותיפלות,

ע"פ תורת משה ברויך מען צי גלייבען נאר אין איין איינציגען באשעפער, אין אז משה רבינו איז געווען זיין שליח אונז צי געבען די תורה, אין דער באשעפער האט זיך אליינס באוויזען צי אלע אידען ביים בארג סיני,

א חוץ פין דעם גלייבט מען אין קיינעם נישט אזא סארט געטליכע גלויבונג, אין טאמער יא איז עס א ערענסטע שאלה פין עבודה זרא,

ודי בזה לעת עתה,

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:45 pm

· #163263
איך האב מיר צוגעגרייט אין קאפ א תשובה פאר הרב הבא ללמד, אבער כבר הקימני ידינ"פ הרב סאו וואט, און איך בין זייער דאנקבאר פאר'ן ארויסברענגען דער חלק פון מיין נקודה אזוי גוט. ממש פערל ווערטער.

איך וויל אבער ענטפערען גענוי זיין שאלה צו איך בין מסכים אז זיי זענען געווען הייליגע אידען. דער ענין איז נישט ווער איז א גדול, נאר וואס איז גדלות. איש כפי מהללו, א מענטש איז געמאסטען לויט וואס ער בארימט ביי יענעם. טאמער ער רימט אויס יענעמ'ס געלט אדער יענעמ'ס שיינער קול אדער זיין כאריזמא, זעט מען אז אין דעם גלויבט ער און צו דעם שטרעבט ער. אלס אידען שומרי תורה ומצוות דארף מען אויסדרוקען מיט יעדער ריר אונזערע אז מ'ווילען דינען דער באשעפער און מיר בארימען די אלע וואס דינען דער באשעפער, קענען תורה, לערנען תורה בעיון, לא מחזיק טיבותא לנפשיה, פירען זיך אויף איידעל און פיין מיט אנדערע מענטשען, און דערווייטערען זיך פון עבירות און שלעכטע מדות.

וז"ל רבינו יונה בשערי תשובה (ג, קמח) כי הדבר ידוע כי מדרכי קידוש השם יתברך להודיע בכל מבטא שפתים, ובכל אשר ירמזון עינים, ובכל הנהגה ופועל ידים, כי יסוד לנפש האדם וצבי עדיו והטוב והעיקר והתועלת והיקר אשר בו - עבודת השם יתברך ויראתו ותורתו, כמו שכתוב (קהלת יב): "כי זה כל האדם". ודבר זה כבוד השם יתברך. עכ"ל.

אז דו ווילסט רעדען וועגען די גדלות פון איינער, רעדט פון זיין גדלות עפ"י תורה. ס'איז נישט אינטרעסאנט צו דער אדער יענער האט גערעדט מיט מלאכים אדער צו שרפים שטייען ווארטען אויף זיין יעדער ווארט. וואס איז יא אינטרעסאנט איז צו ער האט געהיטען תורה, וויאזוי ער האט געקענט אסאך תורה, און וואס ער האט געטוהן פאר א צווייטער איד. אזוי מעסט זיך גדלות, און אזוי פאסט צו רעדען וועגען אן אדם גדול. דער וואס קוקט אהן אן אדם גדול און קען נישט גלויבען אין איהם נאר טאמער ער קען זיך איינרעדען אז ס'פליט אדורך עפעס א הימעלישע זאך, איז א מלעיג על דברי חכמים, ער ווייסט נישט אז דער חכמה פונ'ם אדם גדול איז וואס איז מחיה בעליה, ס'איז זיין הכנעה צו תורה, און נישט זיין קונץ ארבייט.

קוק נישט אויף א מענטש צו זע'ען וואס איז א צדיק. קוק אין מסילת ישרים, חובות הלבבות, ראשית חכמה ועוד און מעסט דער מענטש לויט דעם. דער וואס גלויבט בלינד אהן צו וויסען און פארשטיין וואס ער גלויבט וועט צום סוף אנקומען צו גלויבען אין די היינטיגע אונטערוועלטניקעס וואס רופען זיך רבי'ס. ווען מ'עט איהם פרעגען "וואס זעסטו אזוי אין הגר\האלבערשטאם\טווערסקי\רוקח\טייטעלבוים\קאטלער וכו'" וועט ער ענטפערען "וואס איז אנדעריש ווי דער דברי חיים\ר' עקיבא איגר\החפץ חיים\הגר"א\החת"ס". נו ווער איז יעצט דער מבזה תלמידי חכמים? איך האב געהערט פון הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א ווי ער קאכט און האקט קעגען די וואס זאגען ביקורת אויף תלמידי בעל שם. "און דער וואס רעדט זיך איין אז זיין רבי היושב על כסא רם ונשא איז אזוי ווי די תלמידי בעל שם זאגט דאך דער גרעסטע ביקורת וואס קען נאר זיין".

גאר דערפאר האט קעניגרייך מיר אנגערופען אן אפיקורס און א נואף און א כופר באלקי ישראל ועוד שמות נרדפות (א טייל דא אין אשכול און א טייל אין פריוואטע הודעות) איז נאר ווייל איך האב אנגערירט זיין תאוות. ווען איך האב נאר אנדעריש געהאלטען אין א פשוט'ער הלכה'דיגער אדער השקפה'דיגער ענין וואלט ער קיינמאל זיך אזוי געבייזערט. נאר ווייל ס'האט איהם אנגערירט אין פיפיק, ער פילט אז איינער טשעפעט און לאכט פון זיין באבע און איהר וואונדערבארע מאנדעלברויט, האט ער עס גענומען אזוי פערזענליך.

ואני וביתי נעבוד את ה'.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:52 pm

· #163266
מנשה - דו ביסט זייער פיין. האלט נאך ביי דיין לעבען און פארגעס נישט: קודם אטעמט מען אריין און דערנאך ארויס. מיש נישט די יוצרות ווייל ס'קען זיך ענדיגען אויף א נישט באוויליגטע אופן.

היימישער ליטוואק » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 5:16 pm

· #163272
ליטוואק פון בודאפעסט

איך האב געהערט פון הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א ווי ער קאכט און האקט קעגען די וואס זאגען ביקורת אויף תלמידי בעל שם. "און דער וואס רעדט זיך איין אז זיין רבי היושב על כסא רם ונשא איז אזוי ווי די תלמידי בעל שם זאגט דאך דער גרעסטע ביקורת וואס קען נאר זיין".

אבער דו ווייסט דאך אז גענוי דאס זעלבע האבן די ליטוויקעס/מתנגדים גשריגן/גשריבן/גזאגט בימיהם. WHERE DO YOU DRAW THE LINE?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 5:31 pm

· #163275
היימישער ליטוואק
ליטוואק פון בודאפעסט

איך האב געהערט פון הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א ווי ער קאכט און האקט קעגען די וואס זאגען ביקורת אויף תלמידי בעל שם. "און דער וואס רעדט זיך איין אז זיין רבי היושב על כסא רם ונשא איז אזוי ווי די תלמידי בעל שם זאגט דאך דער גרעסטע ביקורת וואס קען נאר זיין".

אבער דו ווייסט דאך אז גענוי דאס זעלבע האבן די ליטוויקעס/מתנגדים גשריגן/גשריבן/גזאגט בימיהם. WHERE DO YOU DRAW THE LINE?


קודם כל, געדענק נאכאמאל און נאכאמאל, ס'איז נישט עיקרי הדת. אפילו מ'מאכט א גרייז, איז נישט עק וועלט. נאר אז מ'גייט צו מיט שכל, מ'זוכט נישט קיין אגענדא"ס, און מ'טוט א ריכטיגען דרישה וחקירה דארף מען נישט אזוי מורא האבען. וואס מיינסטו, ווען א מענטש וויל מעסטען גדולים לויט די גדלות וואס איז קלאר אויפצוווייזען, מיינסטו ער וועט נישט זע'ען די גדלות פונ'ם חפץ חיים? צו רבי עקיבא איגר? צו דער קצות החושן? מ'דארף נישט אנקומען אזויפיל צו אמונה פשוטה, דער שכל שרייט אז די חברה זענען מעניקים חמה בקומתם. אונזער תורה פאדערט נישט אז מ'זאל פארמאכען דער שכל און שרעק זיך נישט אזויפיל פונ'ם שכל.

הבא ללמד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 5:58 pm

· #163278
אנגארישער ליטוואק: זאגסט זייער גיט, איין זאך למעשה זיעט מען יא אזוי רעדן אפיל און חז"ל וויל משל אז א פייגל איז דורך געפלויגן איז עס פארברענט געווארן, אזוי און דע ראשונים אפילו טרעפט זיי רעדען פין זייער רבי'ס רעדן זיי אויך נישט נאר פין זייערע מעלות נאר אויך חיצונית'דיגע זאכן , ווי ווער עס איז געשטאנען און זייערע ד' אמות איז פארברענט געווארן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:34 pm

· #163281
אין ראשונים געדענק איך נישט אז מ'אל אזוי רעדען. דער גמרא ביסטו גערעכט אויף ר' יונתן בן עוזיאל, אבער אגדתא דארף מען אפלערנען, מ'קען עס נישט אננעמען כפשוטו.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:41 pm

· #163282
ליטוואק, אויב דו ביסט טאקע אזא שטרענגער ראציאנאליסט, אפשר הייבסטו אויך אן מעסטן יחזקאל הנביא, רב אשי, דעם בעל הזוהר, און דער אר"י לויט די לאגישע חידושים וואס זיי האבן געשריבן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:46 pm

· #163283
אדרבה יאיר, וואס איז דער תירוץ? ווי טיילסטו צווישען חבקוק הנביא און דער סקווערע רבי? לאך נישט, רעד מיט שכל.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:55 pm

· #163284
ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבה יאיר, וואס איז דער תירוץ? ווי טיילסטו צווישען חבקוק הנביא און דער סקווערע רבי? לאך נישט, רעד מיט שכל.

פרעגסט א הארבע קשיא, אבער קודם לאמיר אויפהערן צו אפלאכן פון די סקווערער אז זיי זענען נאאיווע גלויביגע מענטשן וויבאלד זיי קויפן אפ זאכן אן קיין לאגישע ראיות, בשעת מיר אליין גלייבן גענוי דאס וואס מען האט אונז אויסגעלערנט אויך אן קיין לאגישע ראיות.
למען האמת, איך ווייס נישט אויב מען דארף טיילן. יעדער מענטש האט זיך זיינע אמונות, אפגעזען אויב עס איז ראציאנל אדער נישט. איינער גלייבט אין משה רבינו, א צווייטער גלייבט אין יאשקע, א דריטער אין גאט, און א פערטער אין אטעאיזם. רוב פון די אמונות זענען לאו דוקא געבויט ארום לאגישע, שכ'לדיגע ראיות, נאר אויף א קאמפליצירטע קאמבינאציע פון געפילן, אינטואיציע, חינוך און סביבה. אויב מיר ווילן מען זאל רעספעקטירן אונזערע גלויבנס, דארפן מיר אויך רעספעקטירן אנדערע גלויבנס, כאטש דאס מיינט נישט אז מען מעג נישט אויפווייזן אז עס איז פאלש. און כל זמן וואס מען ווייסט אז ס'איז א פערזענליכע אמונה און נישט באזירט אויפ'ן שכל איז דאס נישט קיין שום פראבלעם. די צרה הייבט זיך אן ווען מען רעדט זיך איין אז די אייגענע אמונות האבן אן אביעקטיווע תוקף פשוט וויבאלד מען האט אויסגעוועלט עס צו גלייבן.

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:02 pm

· #163288
ווער האט געזאגט מ'דארף גלייבן אין משה רבינו?
קען מיר איינער שיין ענטפערן? אדער נאר לערנען ווי משוגע איך בין..
איך פרעג א קשיא ענטפער מיר די תירוץ נישט עפעס אנדערש

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:36 pm

· #163294
מנשה און יאיר איך ווייס ווי דו ביסט געווען, אבער ווען איך בין געווען ביי הר סיני האב איך געהערט ווי דער אייבישטער וויילט אויס משה רבינו אלס זיין נביא. דאס איז דער אמונה פון א איד, און ס'איז געבויט אויף שכל און לאגישער יסודות.
מנשה פארגעס נישט וואס מ'האט דיר דערמאנט.

דעת תורה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 8:12 pm

· #163300
איך פארשטיי נישט די דיסקוסיע בכלל, אוודאי האט מען געזען בפועל דברים נשגבים עד מאוד ביי די צדיקים, איינער (= דער המון עם) האט געזעהן א מופת און צדיק גוזר, און איינער (דער בעל שכל) האט געזעהן עבודת ה' למעלה מהשגתו, ווי דער צדיק איז זיך גענצליך מבטל זיין עצמיות פארן אייבערשטן, ווי ער דאוונט עד כלות הנפש (ווי ר' עקיבא) אדער צופליקט זיך פאר א צווייטן איד, אפגערעדט אז ער איז נישט נהנה מעוה"ז אפילו באצבע קטנה, עסט נישט און שלאפט נישט, נאר ער דינט דעם אויבערשטן. דאס איז אלעס זאכן וואס מען האט געקענט זעהן.

און דאס האט גארנישט מיט חסידים דוקא, חסידים הראשונים הנזכרים בגמרא האבן אויך אזוי אויסגעקוקט, תורתן משתמרת / מתברכת און דער גר"א וואלט מסתמא מוותר געווען אויף די ברכה נאר בוחר געווען אליין צו הארעווען, און ר' הערשעלע רימאנאווער איז אנגעקומען צו די תורה פון די אנדערע זייט, פון קענען דעם אויבערשטן. דאס איז צוויי דרכים בעבודת ה', און עס איז א בפירוש'ע גמרא אין פסחים אז דער גדול הדור איז נישט דער ת"ח. אוודאי גמרא איז בעיקר געשטעלט ארויסצוברענגען די הלכה, דערפאר זעהען מיר בעיקר די קולטור פון תורה און ת"ח אין גמרא, ווען עס זאל זיין אזא מין חיבור פון די חסידים בימיהם וואלטן מיר געהאט א גענצליך אנדערע בילד.

נאר גראדע בתוך הדברים קען מען אויך זעהן ווי אפילו די חכמי התורה האבן געהאלטן אז דער אנדערער דרך פון עבודת ה' שטייגט זיי איבער, יעויין ברכות דף י"ט,ב "אנן קמתנינן עוקצין בתליסר מתיבתא ולית דאשגח בן, און די פריערדיגע וואס האבן נאר עוסק געווען אין נזיקין, ווען רב יהודה האט אויסגעטון איין שוך איז גלייך געגאנגען א רעגן". און וואס איז דער תירוץ: "קמאי מסרו נפשייהו על קידוש ה'".

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 8:35 pm

· #163302
דעת תורה - עליך אמר קרא. עיין בנפש החיים ובאמונה ובטחון לחזון איש שהאריכו לסתור דבריך

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 8:59 pm

· #163304
ווער גלייבט היינט אין משה רבינו 'ווייל ער איז געווען ביים בארג סיני'?
און וואס עפעס גלייבסטו דעם מאמר אליין, אז דו ביסט געווען ביים הר סיני?
וועמען טראסטו? דיינע געפילן? דיין טאטנס געפילן? דיין רביס דרשות? אפשר איז ער אויך א שקרן? פונקט אזא שקרן ווי וועם דו באלעסטיגסט דא ארום בחלקלקות

דעת תורה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:20 pm

· #163308
ליטוואק פון בודאפעסט
דעת תורה - עליך אמר קרא. עיין בנפש החיים ובאמונה ובטחון לחזון איש שהאריכו לסתור דבריך


נו, ווער ווייסט דען נישט אז דאס איז פון די צענטראלע אידעאלאגישע וויכוחים צווישן חסידים און מתנגדים? מיינסטנס קאווע שטיבל ליינער קומען פון חסיד'ישע שטובער וואו מען האט אנגענומען דעם חסיד'ישן צוגאנג. ווילסט עפענען א אשכול איבער דעם נושא, האלטסט אפילו אז דו האסט פרישע מאטריאל צו ביישטייערן אין דעם נושא, אדער דו ווילסט מוכיח זיין און מכריע זיין כדבריהם, כל הכבוד! שערי "תורה ומחשבה" פתוחים לפניך. צו קומען אין א געזעלשאפט אשכול שרייבן מיט א בלעכענעם פנים כאילו דאס איז דברים פשוטים, איז אבסורדאל.

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:30 pm

· #163311
מנשה לוסטיג
ווער גלייבט היינט אין משה רבינו 'ווייל ער איז געווען ביים בארג סיני'?
און וואס עפעס גלייבסטו דעם מאמר אליין, אז דו ביסט געווען ביים הר סיני?
וועמען טראסטו? דיינע געפילן? דיין טאטנס געפילן? דיין רביס דרשות? אפשר איז ער אויך א שקרן? פונקט אזא שקרן ווי וועם דו באלעסטיגסט דא ארום בחלקלקות

אלא מאי זאגסטו אז וואס, פאר וואס טאקע גלייבסטו יא אין משה רבינו? ווייל די גלייבסט אין סקווירא? איין שטות איז מסביר צוויי שטותים?

עס קען זיין אז עס איז נאריש צו גלייבען אין א מענטש וואס האט געשפאלטען א ים און געמאכטנרעגענען מן און אנגעפירט נסים ונפלאות פאר פערציג יאר, אבער קענסטו מסביר זיין די נסים ונפלאות פין דיין רבי אין די לעצטע פערציג יאר חוץ פייניגען און אוועקווארפען אידען וואס ווילען נישט הערען זיינע גרעפסען? קענסטו מיר אנווייזען ווי משה רבינו איז געוועהן א נוקם ונוטר ווי דיין העילגער צדיק?

ברענג מיר א רבי וואס איז מקרב יעדעם לערנט זיי אויס תורה, און קען זאגען לא חמור אחד מהם נשאתי, און נאכדעם קענסטו אויף מאכען אלע ליגענט ווא די ווילסט וועגען אים, אז ער קען שפאלטען וואסער, איז א פוקד עקרות (לאז זיין דורך בוני עולם) מחיה מתים במאמרו (לאז זיין דורך א גוטע דאקטאר) און אלע וועלען אים מכבד זיין טראץ זיינע נארישע לגיונות,

אבער צו האבען די העזה צו נעמען אדם א מושחת המדות וואס לעבט אין תענוגי עולם הזה, און רודעפט וועמען ער חלומט נאר איז סותר זיין מלוכה ביז שפיכת דמים ממש, און על כל זה מדמה זיין אין זאגען אז צו גלייבען אין אים איז אזויווי גלייבען אין משה רבינו איז נישט נאר א גבול פין אפיקורסות נאר טפשות און חוצפה.

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:35 pm

· #163313
זאל איך איבערפרעגן?
ווער האט דיך היפנאזירט, אז משה רבינו האט געשפאלטן געמאכט רעגענען געפלויגן נישט גענומען געווען א צדיק.
ווער איז דער וועמען די גלייבסט איחוד פעלד, ווער איז דער גליקליכער וואס איחוד איז פון עהם מקבל?

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:19 pm

· #163317
איז דא איינער וואס זאגט פארקערט?

עס איז א בפירושער פסוק.

דער העיליגער רביס מעשים זענען נישט קיין סוד, די לייקענסט אויך נישט זיינע אכזריותדיגע מעשים, טענעהסט נאר אז ער איז גערעכט, ביי משה רבינו דארף איך נישט מנשה לוסטיג זאל אים פארענטפערן, ברוך השם ער שטייט גוט פין זיך אליין.
בלאט: 1 2 3 4