☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זכי' פון סקווערע חסידים

זכי' פון סקווערע חסידים

169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4843
בלאט: 1 2 3 4

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:59 am

· #164119
ליטוואק פון בודאפעסט (לכאורה, א תרתי דסתרי): דאס קטנות המוחין און דער טעראר וועלכער קומט פון אויבן, נוסח רוסלאנד, האט נישט ערמעגליכט אז ס'זאל אויפשטיין א יאסל וואלדמאן אינ'ם שעעיטעלע. נאר על כל גל וגל שעובר עליהם זענען זיי מקבל, אויב נישט באהבה כאטש מיראה. יראת העונש. ראטנבערג יוכיח. נאר מיך פערזענליך רעגט אויף אנאנדער זאך. אז דער העיליגער רעבע האט נישט די גאטס צו און דאס מענטשליכקייט צו נעמען אחריות אויף די מעשים שלא הוגנים. אויף אלץ זאגט ער אז "ער וועיסט נישט". 🙄 😈 😳

גיבור » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 11:39 am

· #164139
פארדעם זאגן מיר ''על חטא שחטאנו ביודעים ובלא יודעים'' ודו''ק .

מנשה לוסטיג » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 3:18 pm

· #164178
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=10202621016837285&set=vb.1553291432&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=10 ... =2&theater</a>

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:51 pm

· #164215
This content is currently unavailable
The page you requested cannot be displayed right now. It may be temporarily unavailable, the link you clicked on may have expired, or you may not have permission to view this page.

Return home

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:48 pm

· #164229
דער גאנצע טענה אויף סקווער הייבט נישט אן ביי דער פארברענען און ענדיגען זיך נישט ביים מאלעסטעישען. אפילו ווען די גרויסע מעשים פאסירען נישט, דער גאנצע ענין אז יעדער איינער אין א שטאט מוז האלטען איין דעה, זיך אנטוהן אייניג, שטרעבען אייניג איז קעגען תורה און אנושיות. דאס איז נישט אחדות נאר דער פארקערט פון אחדות.
אויך הערשט דארט א בלבול המוחין וועגען אסאך עיקרים אין עבודת ה. מיין טאטע, און מסתמא רוב טאטעס לייגען אריין ארבעט אז מ‘זאל וויסען דער חילוק פון א עיקר און א טפל. מ‘זאל וויסען וואס א מצוה און וואס איז א מנהג, וואס איז מדאורייתא און וואס איז מדרבנן. רבנו יונה איז מסביר דער וויכטיגקייט דערפון. ביי זיי איז אפיציעל נישט דא קיין חילוק. זיי זאגען א הספד אויף זייערע רבי אז ביי איהם איז נישט געווען קיין חילוק. אוודאי אז פון אזעלכע קרומקייטען זענען זיי אנגעקומען ביז רציחה, אבער ס‘איז א פראבלעם פאר זיך.
נאך א פראבלעם איז מיט די חיצוניות וואס הערשט דארט. זיי רעדען א גאנצע צייט פון זייערע הכנסת אורחים. איך האב אמאל גערעדט מיט א איד, א תימנער וואס איז געווארען ישיביש. זיין קאר איז געווארען פארשטעקט אויפ‘ן וועג קיין מאנסי ערב שבת. ער איז אריינגעפאלען קיין ניו סקווער. איינער האט איהם ארינגענומען אין הכנסת אורחים לימור. מ‘האט איהם נישט געגעבען צו עדין, נאר געשיקט אין ישיבה קטנה עסען. דערנאך ווען ער האט זיך געוואלט לייגען, האט מען איהם פארדרייט א קאפ צו גייען צום טיש. ער איז נישט קיין חסיד און נישט קיין מתנגד, נאר געווען מיד. צום סוף האט מען איהם אגעלאזט. צופרי האט ער געזען אז מ‘דאווענט נישט, האט ער געפרעגט און מברר געווען מ‘מעג אריינגייען קיין מאנסי און געהויבען פיס. אויך האט א שכן‘טע וואס איר מאן איז א סקווערער פארציילט פאר מיין בני בית וועגען די טרחא פון אהינפארען שמיני עצרת, מ‘דארף מיטברענגען טעף או עסצייג, עסנווארג און בעטגעוואנט. דאס איז הכנסת אורחים? לעומת זה, מיט פערצין יאר צוריק, זענען פיר חברים מיינע, בחורים אין פאלסבערג ישיבה געווען אונטערוועגענס הושענא רבא קיין פאלסבערג צו ישיבה אויף יום טוב און זייערע קאר איז צובראכען געווארען לעבען מאנרא. זיי רעדען נאך פון זייערע יום טוב ביי א ברסלב‘ער משפחה דארט. זיי האבען געגעסען אין סוכה שמיני עצרת, כאטש עס איז נישט דער מנהג דארט וכדו‘ נאר צופרידען צו שטעלען זייערע געסט.

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:26 am

· #164347
atmybest
רבותי, הארטס ענק אויף טענען.
היינט איז בך בטחו.
די טאג וואס די סאטמארער רעבי האט זיך ארויפגעכאפט אויף א טרעין אוועקנעמענדיג די זארג אז ידישקייט וועט פייגערען.
די פוי עפאכע האט זיך אנגעהייבט


דער אנטיסעמיטשע תגיבה דערמאנט מיך פון א אונטערעסאנטע מעשה:

דער פעשעוווארסקער רבי רבי יענק'לע איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, און ער האט שטארק חשק געהאט צו באזיכען דעם צדיק וקדוש רבי ישראל אביחצירא זי''ע דער בבא סאלי, האט ער געפרעגט זיין שווער רבי איציקל' זי''ע וואו אזוי ער קען זען צו די כוחות, און מדריגות, פון דעם בבא סאלי איז פון די צד הקדושה אדער ח''ו פון דעם צד הטמאה? האט אים שווער געזאגט אז ער זאל רעדן צו אים פונעם סאמארער רבי'ן זי''ע און זען וואו אזוי ער רעאגירט,
רבי יענק'לע איז אריין געקימען צום בבא סאלי, און פרעגט אים גראד "איר קענט דעם סאטמארער רב ??? גיבט דער בבא סאלי א שפרינג אויף פונעם בענקעל און שרייט אויס קדוש, קדוש קדוש.

ווען מען זעט די שנאה פון די מינים ואפיקורסים די בעלז החדשניקעס, צום הייליגען סאטמארער רבי'ן גיבט דאס חיות פאר יעדן ערליכע יוד, דאס איז די גרעסטע הוכחה אז די הצלה פונעם רבי'ן זי''ע, איז די הצלה פון די צד הקדושה, בך בטחו אבותינו ....

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:29 am

· #164349
איך. ווייס נישט וואס די ווילסט. איך בין געווארן א סאקמירע.
איך האב איינגעזען אין די אמת.
פארוואס איז אלעס אטאקירן?

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:32 am

· #164351
לעפעלע ,אז דו גלייבסט דעם מופרך'דיגע שלמה יאנקל באבסקע געבעקס ווייזט עס מער אויף דיין איי-קיו לעוועל ווי אויף די צדיקים.

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:37 am

· #164353
קאך לעפל ס'אינטערסאנט אז איך האב נאך אין סאטמאר קיינמאל נישט געהערט אזא העיט שפראך קעגן מהר''א מ'בעלז ווי די בעלז ה'חדש'ניקס האסען דעם סאטמאר רב זצ''ל
ס'זינגט זיך געשמאקער דעם חסדי ד' כי לא תמנו זעהנדיג ווי די צד הקדושה ברענט נאך און די האלטען'ס ניש אויס

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:38 am

· #164354
איך אויך
לעפעלע ,אז דו גלייבסט דעם מופרך'דיגע שלמה יאנקל באבסקע געבעקס ווייזט עס מער אויף דיין איי-קיו לעוועל ווי אויף די צדיקים.


כך הוא דרכה פון אלע משכלים-בעלז החדשניקעס, יעדע מעשה וואס מען גלייכט נישט, בום! פראקאלאירט מען להד''ם,
אזוי ווי יענער וואס האלט געוואלט פארפאפען סוף זמן קר''ש, אבער מען קען דאך נישט, עס איז דאך קעגן דעם שו''ע?
נישט קיין פראבלעם, ער האט ארויסגעפליקט דעם סימן פון שו''ע, און וישן ויחלום שנית.....
מען הערט א מעשה... און עס באדערט.... ער בארירט דאס געוויסען..... נא! נישט קיין פראבלעם, מען מאכט דעם פארציילער פאר א מצומצום.... דערנאך גיבט מען א לייקן אפ די מעשה.... און מען לאזט זיך ארויס און העפטיגע רקידהלע.... בעלזער רבי צדיק הדור..... און אלעס איז פיין....

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:41 am

· #164356
עס איז קלאר וואו דער טאג. אז ביי די צדיקים לבית בעלזא, וואלט דער היינטיגער רבי בערל זאל זיין געזינט און פריש נישט געהאט קיין דריסות רגל, נישט נאר און בעלז, נאך אויך און די גלילות... אין דאס קרענקט נעבאך פאר די היינטיגע אויפגעקלערטע בעלזעלעך..

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:42 am

· #164358
atmybest
איך. ווייס נישט וואס די ווילסט. איך בין געווארן א סאקמירע.
איך האב איינגעזען אין די אמת.
פארוואס איז אלעס אטאקירן?


אויב דאס איז דער אמת? וואס איז שוין דער שקר???

I'm back » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:48 am

· #164359
סאו @קאך_לעפל און @נאר,,פרייליך זינגען שוין חסדי השם.
That must be nice. Off tune.

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:51 am

· #164361
קאך_לעפל
atmybest
רבותי, הארטס ענק אויף טענען.
היינט איז בך בטחו.
די טאג וואס די סאטמארער רעבי האט זיך ארויפגעכאפט אויף א טרעין אוועקנעמענדיג די זארג אז ידישקייט וועט פייגערען.
די פוי עפאכע האט זיך אנגעהייבט


דער אנטיסעמיטשע תגיבה דערמאנט מיך פון א אונטערעסאנטע מעשה:

דער פעשעוווארסקער רבי רבי יענק'לע איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, און ער האט שטארק חשק געהאט צו באזיכען דעם צדיק וקדוש רבי ישראל אביחצירא זי''ע דער בבא סאלי, האט ער געפרעגט זיין שווער רבי איציקל' זי''ע וואו אזוי ער קען זען צו די כוחות, און מדריגות, פון דעם בבא סאלי איז פון די צד הקדושה אדער ח''ו פון דעם צד הטמאה? האט אים שווער געזאגט אז ער זאל רעדן צו אים פונעם סאמארער רבי'ן זי''ע און זען וואו אזוי ער רעאגירט,
רבי יענק'לע איז אריין געקימען צום בבא סאלי, און פרעגט אים גראד "איר קענט דעם סאטמארער רב ??? גיבט דער בבא סאלי א שפרינג אויף פונעם בענקעל און שרייט אויס קדוש, קדוש קדוש.

ווען מען זעט די שנאה פון די מינים ואפיקורסים די בעלז החדשניקעס, צום הייליגען סאטמארער רבי'ן גיבט דאס חיות פאר יעדן ערליכע יוד, דאס איז די גרעסטע הוכחה אז די הצלה פונעם רבי'ן זי''ע, איז די הצלה פון די צד הקדושה, בך בטחו אבותינו ....

איך בין א גרויסער מאמין אין סיפורי צדיקים, אבער אט די מעשה זעט מיר אויס צו זיין א געבעקס, א ווארעמע חלה לבית געלדמאן אדער לבית גליק.

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:53 am

· #164362
ווען מען זאגט עס אויפן טאשער, וואלט @קעניגרייך עס געגלייבט.

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:59 am

· #164364
atmybest
ווען מען זאגט עס אויפן טאשער, וואלט @קעניגרייך עס געגלייבט.

די אמונת צדיקים איז אריבער צו אמונת געלדמאן? רוב מעשות דארט זענען ארויסגעצויגן פון מיטעלסטע פינגער. איך ווייס מעשות געפראווד אלס הונדערט % שקר.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:07 pm

· #164367
יא יא לעפעל, א סימן אין שלחן ערוך און א באבע מעשה איז דער זעלבע זאך. טאמער דיין חסדי ה‘ איז געבויט אויף אזעלכע מעשה‘ס, מוזט דו זינגען זייער הויך. אנדעריש איז מעגליך אז דער שטימער פון שכל וועט פארשווייגען די אמונה טפלה אין ‘דער רבי וואס האט געכאפט דער באן באצייטענס‘ אין דער הייליגע טאג כא כסלו, וואס אי לאו האי יומא קגרים וואלטען מיר אלע געטרינקען וועריפיי"ן עפעל זאפט און די ווייבער וואלטען אנגעטוהן טי"ו פי"ס קני"ץ רח"ל.
אגב, מיר האלטען אין מיט‘ן בארעדען סקווער, און טאמער מ‘וויל זיי באשולדיגען פאר א ברייה ווי קאכעלעפעל, פאסט עס דא אריין. אנדעריש גיי מאך אן אייגענעם אשכול און שטער נישט די וויכטיגער רייד דא.

קעניגרייך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:17 pm

· #164370
סטמאר רב זצ״ל האט משריש געווען אידישקייט אין אמעריקע, און מען מעג זיך פרייען אין אזא טאג, אז בזכותו איז פארשפרייט געווארן אזויפיל תורה און אידישקייט. ואי לאו יומא וואלט די אייבירשטער געשיקט אנדערע צדיקים. עס איז אזוי ווי זאגן אי לאו משה רבינו וואלטן אידן נישט געהאט די תורה, דער אייבירשטער האט געמאכט סטמאר רב פאר די שליח און ער האט אויפגעבויט אידישקייט אין אמעריקע און עס איז חסדי ה׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו. עס האט גארנישט מיט אמונת טפילת.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:22 pm

· #164372
זיכער קומט זיך עם אסאך קרעדיט אבער דאס געבט נאכנישט קיין רעכט א. מזייף צו זיין די היסטאריע און אוועקנעמען די קרעדיט פון די אלע פייענירס וואס האבען לוחם געווען פאר אידישקייט אסאך פאר אותו צדיק און אלע אנדערע פון זיינערצייט ,און ב. עס פארענטפערט נישט אלע מאפיאנערישע שטיק וואס סאטמאר האט אפגעטוהן מים היווסדה עד היום הזה.
בלאט: 1 2 3 4