נייע ספר בשוק הרבני
146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4577
יא.
דאס איז ווייל דו העלפס אים מיט זיין שטארק נזהר אין קדושת האשכולות.
אבער איך מוז דיר זאגן, איך ווער משוגע פון דיין קלארע אנאליטישער צוגאנג צו יעדע זאך. קענסטו אפשר עפנען א אשכול איבער די באבאבער דין תורה, דהיינו נישט די חלק הפאליטיטק די שלעגרייען וכדומה, בלויז די צדדים לכאן ולכאן און די הכרעות פון די דיינים און זייערע פאזיציעס אויף די אלע שאלות.
למעשה איז דאס, ווי דו האסט פריער גשריבן, נוגע אויף אסאך אנדערע סכסוכים וד"ל.
מע"כ כל החבריא
קודם כל, איר זענט זייער א גוטער שרייבער, מיר פארמאסקעווען זיך שוין א לאנגע צייט מיט אייער פענע, כל הכבוד, און האלט ווייטער שטארק דיין עגא, אן קיין מורא פון קריטיקירער,
צום נושא:
ווייטס איר וואס די נפק"מ צווישן א אונגארישער און א גאליציאנער?
ס'איז דא אסאך גרויסע חילוקים, אבער בנוגע א מחלוקה א קריגעריי איז דא א גרויסער נק"מ צווישן ביידע, דער אונגארישער טיילט פעטש אדער פראסקעס (ווענד זיך פון ווי מען שטאמט אין אונגארען) און דער אונגארישער איז אויך גרייט צוריק צו כאפען מנה אחת על אפיים און אזוי חוזר חלילה ביז...
משא"כ דער גאליציאנער, זיי זענען פחדנים, אבער פארט עזות פעינימער, אבער 'גרויסע' עזות פעינימער, זיי כח איז נישט אין פיזישע פעטש, ווייל זיי האבן נישט אזוי קיין כח, זייער כח איז בדר"כ אין "צינגל" אדער אין "פענע" זיי קאנען גוט טשעפענען, אזוי אז ס'זאל ארויס נעמען דער רוהיגסטער פון זיינע גלייזן, (די חשבון איז פשוט: דער גאליציאנער בלייבט דער וואוילער און דער געטשעפעטער ווערט דער 'ווילדער' וואס רעאגירט 'ווילד'...)
אבער, ווי גוט ער קאן שטעפען, האט ער אבער זייער מורא צוריק צו כאפן א טשעפע, ער קאן דאס נישט דערהייבען, און כדי זיך צו בעהיטן פון ווערן צוריק געפליקט איז די שטייגער פון די סארט גאליציאנער: מען איז מקדים מיט אזא נוסח אז דער אנדערע זאל פארלירען די אפעטיט פון צוריק פליקען (אין אנדערע ווערטער 'נאר איך מעג'!) ווי למשל זעהט די אפאר נוסחאות:
דער הודעה איז נישט קיין צימעס'דיגע, און ביטע האלט אייך נארמאל. יעדער ווייסט ווי דער כותב ההודעה באלאנגט, און יעדער ווייסט וועמען דער מחבר הספר פארטרעט אין בית דין, און דא איז נישט דער מקום איבערצוקייען די אלע מחלוקות'ע אדער ביליגע טשעפערייען
נאר דו מעגסט שרייבן ככל העולה על רוחך?
ביטע האלט דעם אשכול ריין און מענטשלעך, און פירט עס נישט אראפ פון די רעלסן
נאר דו מעגסט שרייבן ווי א...?
לאזט דער אשכול פארן אויפ'ן נושא, און פארפירט עס נישט
אין אנדערע לשון: נאר איך מעג שרייבען וואס איך וויל, נאר איך מעג פירען א אשכול מיט צימעסדיגע ווערטלעך אבער חלילה אויב א צווייטער וועט עפענען זיין מויל!
איך מיין נישט פרעזענדליך, אבער זכור תזכור די אלטע שפריך ווארט "דער וואס קען נישט שמעקן קיין שוס פולווער זאל נישט גיין אין פראנט"
מ'מער זיך נאך איבערבעטען!
היימישער ליטוואקדאס איז ווייל דו העלפס אים מיט זיין שטארק נזהר אין קדושת האשכולות.
אבער איך מוז דיר זאגן, איך ווער משוגע פון דיין קלארע אנאליטישער צוגאנג צו יעדע זאך. קענסטו אפשר עפנען א אשכול איבער די באבאבער דין תורה, דהיינו נישט די חלק הפאליטיטק די שלעגרייען וכדומה, בלויז די צדדים לכאן ולכאן און די הכרעות פון די דיינים און זייערע פאזיציעס אויף די אלע שאלות.
.
נא, אפשר טאקע? איך ביך זיך מנדב עס צי ליינען מיט דארשט..!!
אכשר'ל ,גענוי דיין טענה זאג איך שוין לאנג ואין פותר לי.
שכויח
למאי נ"מ פון וועלכע זיווג?
וווייל פון די אנדערע זיווג איז זי נישט די יונגסטע וד״וק
אויפ'ן משל?...
די לייק איז פאר די נמשל,
די מעשה מיט די משל בין איך נישט באקאנט, אבער די נמשל האב איך שוין געשפירט אויף די אייגענע הויט,
איך וואס האט געשריבען
איין לאנגע ארטיקעל ווייסט וויפעל כוחות און צייט עס דויערט צו שרייבען איין ארטיקעל.
איך מיש זיך נישט אריין לגבי דער משל, אבער אייער צושטעל איז נישט אויסגעהאלטען. ווען עס איז דא א קהילה מיט נכסים, איז אויב עס געהערט פאר איינער חושן משפט'דיג, קען יענער האבען א טענה איר קומט הנאה האבען פון מיין ארבעט אן טירחא.
אבער א פארום איז נישט אזוי. אמת עס נעמט אסאך מער ארבעט צו שרייבען א שיינער ארטיקל ווי עס איז פאר א צווייטער צו קומען אפענטפערן מיט א שיס נעה ס'נארישקייטן. און מ'מעג מכיר טובה זיין פאר איינער וואס מאכט אויף און שרייבט, וכך נוהגים ע"י לייקס. אבער דער מהות פון א פארום איז אזוי. דא איז נישט אייער פרעזענליכע בלאג, דא איז א פארום וואס איז דירעקט געמאכט אז איינער איז זיך מטריח און שרייבט אפ א גאנצער אנאליז, און קומט א צווייטער און צונעמט דאס שטיק ביי שטיק. און ווער עס שרייבט דא איז אויף זיך מקבל אז אזוי ארבעט דער געים. דער פותח האשכול האט נישט קיין רעכט צו באוועלטיגען זיינע אשכולות מער פון א צווייטער מחליט זיין וויאזוי עס זאל אויסקוקען. (נאר אפשר מ'זאל נישט ארויספארען פון נושא צו שטארק). די מטרה פון א פארום איז דווקא געמאכט עס זאל זיך טוהן א שמועס א וויכוח מיט פארשידענע מיינונגען ולא קרב זה אל זה (שוין, אפשר נישט אייוועלט.. אבער דא איז אזוי).
[עס לאזט זיך טענה'ן אז א קהילה איז מער ענליך צו א פארום וממילא איז דאס א נפק"מ אויך לגבי דער משל, אבער כאמור מיש איך זיך נישט אין דעם..]
איך ווארט נאר אז צד 45 זאל זיך איינהאנדלען דא אזא מוכשר'דיגע שרייבער, דעמאלטס וועלן מיר אפשר זעהן א שטיקל גלייכע דעבאטע, דערווייל איז דאך בכלל נישט קיין יושר..
איך וואלט פארשטאנען די משל אויף די מנגדים ל'קארטשין וואס קומען דערנאך וואס הגה''צ רבי נפתלי'טשע האט במסי''נ געהאסעלט פאר די מוסדות בעת די פאטער איז געזעסן כשלמה בשעתו אויפען כס ההנהגה און געווארעמט אידישע נשמות לאביהן שבשמים קומט דער אח הצעיר און וויל טענה'ן כולו שלי איז ס'זאל נמחק ווערן זרעו של אותו צדיק וואס האט שטיל אהנ'ע פאמפע געשוויצט פאר מוסדות באבוב על אדמת אמעריקא
ולא לחינם העסטו זעהן ווי א חלק ניכר מחסידי באבוב האבען פארלאזט דעם צד הנוכלים און אלעס איבערגעלאזט און שוויצען פאר'ן חתנו כבנו
און נעם אין אכט אז דא רעדט מען נישט פון סאקמירע אידען וואס זענען שוין יארען מלומד בזה
דא רעדט מען פון איידעלע באבובע אידען וואס האבען קיינמאל אזאנס נישט טועם געווען
סא ביטע זיי משפר דעם משל, א דאנק
איך מיין נישט אז באבוב 48 האט אייך געשיקט, איך האב נאר געזאגט אז ס'איז א שאד אז חסידי רמ"ד האבען נישט דא איינער וואס זאל זיך קענען פארמעסטן מיט אייער שרייבעריי. און דערווייל איז די וויכוח נישט גלייך אויף גלייך פשוט וועגן דעם.
איך פארשטיי נישט וואס איז די עוולה אז יענער וויל דא אויסשמועסען א פרט וואס איז נוגע די באבובע מחלוקה. ער איז מחוייב עפענען א באזונדערע אשכול? ארום דעם איז די גאנצער פייט? כך הוא דרכם של אשכולות אז זיי דרייען זיך מענין לענין באותו בנין. אייער מהלך כאילו וויבאלד איר האט זיך מטריח געווען צו שרייבען איבער א ספר וואס האט "נישט" צוטוהן מיט דער מחלוקה, איז קיינער זיך נישט בארעכטיגט אריינצושרייבען דא זיינע טענות ארום און ארום, און איר דארפט זיך בכלל נישט מתווכח זיין מיט עם, שיינט, במח"כ, אביסעל אראגאנט. לאז יענער טענה'ן וואס ער וויל, העכסטנס וועט זיין אפאר תגובות ארום דעם וועט מען עס אריבערפירען ערגעץ אנדערש. מען דארף נישט אזויפיל רשות און רעכט אויף זיך דערוואגן צו טענה'ן עפעס שלא כשיטת באבוב.
איר זענט נישט מחוייב זיך מתייחס זיין נישט צו קארטשין און נישט צו זידישטוב, נישט צו שמא און נישט צו ברי, אבער מאכט זיך נישט תמה'וואטע אז איר האט דאס נישט געטוהן, כאילו די צוויי אשכולות וואס איר האט גיעפענט זענען נישט נאר וועגן דעם, און באשייגעצט נישט דער וואס איז נעבאך נישט אזא מוכשר ווי אייך אין עפענען אשכולות און באשרייבען זאכן באופן וואס זיי דינגען זיך "נישט" מיט די צווייטער צד, און וואס האבען "נישט" צו טוהן מיט דער מחלוקה, און שרייבט בסך הכל אביסעל וועגן די נושא פון זיין צד.
שוין, וואס וויל איך, הגם לעיקוואד בפאליטיק? גראדע האט באבוב 48 געבויט א הערליכע ביהמ"ד לעצטנס אין לעיקוואד, צוגעשטעלט בכל מכל כל.
שוין.
איינער האט אייך געבעטען צו שרייבען עפעס? נישט אזוי האב איך פארשטאנען. מיר האט אויסגעזעהן אז אכשיר דרא האט אייך געפרעגט א שאלה וועגן באבוב (מיט א טענה אז דער מהות פון באבוב איז שלום ממילא בלא בלא בלא), בדרך וויכוח וואס האט שיכות צו דער נושא, און איר האט עם נישט געוואלט ענטפערן נאר עם געשיקט מאכן א צווייטער אשכול. האט ער ווייטער טענות אויף אייך אז איר זענט זיך נישט מתייחס צו עם, און די באשטיקסט די ביקורת אויף אייער צד דורך אייער קלוגשאפט אז דא רעדט זיך "נישט" פון די מחלוקה, בשעת צוויי בלעטער אשכול דרייען זיך שוין ארום בלויז ארום דער מחלוקה , און פון די פרעש ווייפס האט מען שוין אינגאנצן פארגעסן. דאס האב איך זיך אביסעל אנגענומען פאר עם, דעטס אלל.
תנוח דעתך, ביסט נישט מחויב צו ענטפרן קיינער, נאר ביסט אויך נישט מחויב צו באזידלען דער וואס שרייט אריין זיינע טענות אין א שמועס. ווען איינער טענה'ט אין א וויכוח אז מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון עם מיינט עס נישט ער רופט אייך אין דין תורה טענה'ן איר מוזט עפעס שרייבען, קיינער איז נישט שולדיג דא פאר קיינער, נאר ער טענה'ט סתם אז איר זענט נישט יושר'דיג אין דער וויכוח.
ובזה יצאתי ידי חובת התערבות ראשי בין האריות האלה.
לעיקוואדאיינער האט אייך געבעטען צו שרייבען עפעס? נישט אזוי האב איך פארשטאנען. מיר האט אויסגעזעהן אז אכשיר דרא האט אייך געפרעגט א שאלה וועגן באבוב (מיט א טענה אז דער מהות פון באבוב איז שלום ממילא בלא בלא בלא), בדרך וויכוח וואס האט שיכות צו דער נושא, און איר האט עם נישט געוואלט ענטפערן נאר עם געשיקט מאכן א צווייטער אשכול. האט ער ווייטער טענות אויף אייך אז איר זענט זיך נישט מתייחס צו עם, און די באשטיקסט די ביקורת אויף אייער צד דורך אייער קלוגשאפט אז דא רעדט זיך "נישט" פון די מחלוקה, בשעת צוויי בלעטער אשכול דרייען זיך שוין ארום בלויז ארום דער מחלוקה , און פון די פרעש ווייפס האט מען שוין אינגאנצן פארגעסן. דאס האב איך זיך אביסעל אנגענומען פאר עם, דעטס אלל.
תנוח דעתך, ביסט נישט מחויב צו ענטפרן קיינער, נאר ביסט אויך נישט מחויב צו באזידלען דער וואס שרייט אריין זיינע טענות אין א שמועס. ווען איינער טענה'ט אין א וויכוח אז מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון עם מיינט עס נישט ער רופט אייך אין דין תורה טענה'ן איר מוזט עפעס שרייבען, קיינער איז נישט שולדיג דא פאר קיינער, נאר ער טענה'ט סתם אז איר זענט נישט יושר'דיג אין דער וויכוח.
ובזה יצאתי ידי חובת התערבות ראשי בין האריות האלה.
@לעיקוואד, קען זיין.
😃 😃 😃
א משל דערציילט ער? גם אני בחלומי משלתי משל
איך האב נישט גענפערט ביז יעצט, צוליב אפאר סיבות,
איך בין נישט קיין באבובע'ר נישט 45 און נישט 48 און וואס איז עס מיר נוגע? צו וואס פארשמירן די הענט פאר יענעם,
[-איי פארוואס האב איך לכתחילה געעפענט די שטאפער פון מיין פענע? פשוט, איך זעה ווי ער רייסט אראפ באבוב 45 מיט לשונות חרבות, כאילו יענער איז גארנישט, א בטלן, א פאראזיט, א כ'ווייס נישט וואס, און קיינער דא ענפערט נישט אפ (קען זיין אז אין 45 איז "אינטרנעט" נישט אזוי נהוג, איי דאנט נאו) אבער כ'האב געפילט אז עס איז כדאי אז מען זאל וויסן וואספארא פנים באבוב 48 האט, אלץ איין פנים, די וועלט (נישט 45, ניין, די נייטראלער וועלט) קוקט אן 48 ווי א באנדע הארט נעקיגע פארשוינען, אנגעגעסענע מיט א שנאה עמוקה, ווילן נישט זיך בייגן איין טראפקעלע פאר א צווייטן, 45 איז געבליבען בעירום ובחוסר כל, און 48 אנגעפולט מיט גאלדענע רענדלעך און ניטאמאל פארגינט 48 דאס אטעם פאר 45, מיין ציל מיט די תגובה איז געווען 2 נקודות, לאז לעבן, 1 זיי נישט אזא מענטשן פרעסער, 2 איך ווייס נישט ווער ס'גרעכעט, אבער די ווילדע התנהגות איז קלאר נישט "באבוב", שריי נישט אזוי הויעך "איך בין באבוב" ווען דו טוסט מעשי היפך "באבוב", מיר נייטראלע אידן פלעגן שפעשען מיט כבוד און שעצונג די נאמען פון ר' שלמה'לע באבוב'ער צוליב זיין רדיפת השלום ושנאת המחלוקת, און דא האט זיין זון (יורש עצר) גענומען א וועג קיצוני אנדערש פון דער פאטער, עס טוט וויי, הזאת נעמי? איז טאקע נישטא קיין צווייטע דרך? נאר אזא ביטערע שנאה'דיגע פייער המחלוקה?]
ער האט געהאט א גערעכטע טענה, ווילסט רעדן פון "באבוב'ע רעביסטעווע"? עפן אן אשכול, זיי מיר נישט כובש המלכה עמי באשכול
[-פארשטענדליך מכמה סיבות, צו ערנסט גערעדט, און אויך געפיל אויס, ווי שוין געזאגט אז א גאליציאנער האט זייער נישט ליב ווען מען ענפערט אים צוריק, נאכדערצו דברים של טעם]
איך האב טאקע געטראכט צו עפענען א אשכול וועגן באבוב כנ"ל, אבער נאכן קלערן א מינוט, האב איך געטראכט מה לי ולהמחלוקה הזאת? זאלן די באבוב'ע זיך רייסן און איך וועל זינגען וויזניצע זמירות רוהיגערהייט
אבער נאכן זעהן אז ער קומט ווייטער, ער שווייגט נישט, נאר ער וויל אז "יענער זאל שווייגן", דא קום איך שוין צוריק אריין אין בילד, גם אני בחלומי, איך מאך אויך זייער גוטע משלים!
און נאט אייך א משל:
געווען א איד מיטן נאמען הרה"ק ר' שלמה מבאבוב, אנגעקומען נאכען קריג מיט איין קינד הרה"ק ר' נפתלי, דער ר' נפתלי איז געשטאנען אלע יארען נעבן טאט'ן, און נישט כדי צו באקומען "כבוד" אדער "כתבים", נאר צו "געבן" און צו "העלפן", דער טאטע מיט אלע זיינע כשרונות, איז נישט געווען קיין כליל הכשרונות, ווייל קיינער איז נישט אדם השלם נישט, און ער איז געווען אזא רבי וואס מוז האבן א העלפער צו בויען מוסדות, איידל גערעדט, און דער "בויער" איז געווען דער צדיק ר' נפתלי, ער האט געשוויצט געבלוטיגט, דברים ידועים ביי יעדער היימישער איד, היימיש מיין איך אין בעלז וויזניץ סקווירא סאטמאר, יעדער, ווי נישט?
ווען נישט ר' נפתלי ווייס איך נישט צו ער וואלט געלערנט אין באבוב בכלל, ווייל אן ר' נפתלי מי יודע צו עס וואלט בכלל עגסעסטירט א באבוב'ע ישיבה?
דער ר' נפתלי איז געווען א איש מורם מן העם, גארנישט געדארפט גארנישט געוואלט, זיי מיר נישט מכבד! איך ברויך דאס נישט! אנטלאפען פון שררה און כבוד ווי פון פייער, איין זאך וואס ער איז נאכעלאפען איז געווען 3 זאכן "חסד" "חסד" און נאכאמאל "חסד"
במשך די צייט איז אפיר געוואקסן א קינד מיטן נאמען ר' בנציון ארי' לייבוש, היפוך פון דער ברודער, געזיצן אייביג על סיר הבשר, און נישט פארטינקען דאס קליין פינגערעל אין קאלט וואסער, אבער ווען עס איז געקומען צו "נעמען" איז ער געווען א תובע בפה מלא, אן קיין בושה,
אנגעמאכט צרות און בזיונות פארן טאטן אן א סוף, צו אלץ געספוילטער בחור, צו אלץ גרוש, צו נאכדעם ביים אנדרייען מחלוקה'לעך ווי ער האט געקענט,
ס'מיר אויס געקומען צו דאווענען מיט א איד וואס איז מכלופרשט א מעמבער אין 48, צוליב זיינע קינדער'ס וואולזיין, וואס דער האט מיר דערציילט פון די מעשים טובים פון דער צדיק, איך וויל נישט זאגן קיין פרטים, ווייל די 48 חברה וועלן נאך ארויף גיין אויף זיינע שפורען, אבער יעידו שמים וארץ אז דאס איז נישט קיין סוד שנתגלה לאחד במערה, אליינס ווייס אויך פון וואס מען רעדט דא,
איינע פון די שפוץ צדקות פון דער צדיק איז אז ער האט פיינט דער ברודער בתכלית השנאה, און די שנאה איז נישט פון י"ב אדר, און נישט פון יום פטירת אביו, דאס איז א צרעת נושנת, און דאס האט צוגעברענגט אז די אידן וואס האבן געוויסט די צידקות פון ר' נפתלי האבן נישט געקענט זיך ברענגען צו זיין א חסיד פון אזא צדיק (רב"צ) וואס רודפט און איז מזלזל בכבוד אחיו הגדול (רנ"צ), ווידער דער איידעם (רמ"ד), האט אלע יארן אויך געארבעט און געשוויצט פאר באבוב, געווען פון די חשוב'סטע מגידי שיעורים אין ישיבה, בזמן וואס דער פעטער זיינער (רב"צ) איז געליגען אין בעט האט ער געגעבן שיעורים בעיון רב, דער זיידע האט נישט אויפגעהערט צו באלויבן זיין "מרדכי דוד'לן", באזני שמעתי כמה פעמים "לייוו" ביי שמחות!
דער רמ"ד האט געהאלטן אז ער איז יורש, ווייל אויב גייט מען צו דער ברודער פון דער רבי איז דאך דא ר' יעקב יוסעלע און נאך, מן יימר מען זאל גיין איין דור צוריק, אפשר צוויי דורות? ווען נישט דער קדושת ציון וואלט דאך באבוב נישט געהאט מיט וואס צו גיין צום טיש נאכן קריג, מילא אפשר גאר דער סארווארשער קומט זיך דאס רעביסטעווע?
יעדער פארשטייט אז די תורה זאגט אז א טאכטער איז א יורש, און נישט א ברודער, אז איך זאל בויען א ביזנעס און איך זאל נאר האבן טעכטער, צו וועמען גייט דאס? צו מיין ברודער? וואס עפעס? ער האט עס געבויעט? ס'איז זיינס? (ווען איז רב"צ געפארן נאך געלט פאר די מוסודות? ווען האט ער עפעס געטון? ווען? ברעג מיר נישט א בילד אין א בליק ווי ער איז אין ארץ ישראל "בשליחת אביו" אלץ "גרוש'ל" א ליצנות!)
דער ברודער האט א טענה? פיין, איך פארשטיי דו חלומ'סט שוין יארן פון די מינוט פון ווערן רבי, אבער פאוואליע, ס'איז נישט אזוי פשוט!
לא די, אז דאס וואס שטייט, די אלע געביידעס האסטו דערמיט גארנישט געהאט, האט קיין פינגער נישט איינגעטונקען דערין, נאר וואס יא? האסט דעם ריכטיגן יורש ארויסגעווארפן און צוגענומען און שולל געווען פון אלע נכסים אפילו פריוואטע נכסים ווי כלים וכו', לא די, האט מען גענומען דיינים וועלכע אויף זיי קען מען מאכן די ברכה "השיבה שופטינו כבראשונה", ואכמה"ל מיט דריידלעך וואס יעדער ווייסט צו זאגען, און כבר שמענו מעולם אז דיינים קענען זיין קרופטירט, לא די אז רמ"ד האט נישט גארנישט, זיינע מוסודות פלאגן זיך שלא ביושר, יעדער פארשטייט אז עס קומט איהם מער ווי 6 ציין פיצערס, און דאס וואס ער מוטשעט זיך איז נאר ווייל א גזלן האט אים בגזלט, לא די, קומט דער גזלן און לויפט אים נאך נאך מיטן שטעקן און בייטש צו פאטשען ווי ער קען,
איז דאס באבוב? איז דאס רצון קודשו פונעם טאטען?
אבער מיר זענען נאכנישט פערטיג, ווי אזוי רעדט מען אין 48 איבער דער צדיק ר' נפתלי, באזני שמעתי און איך האב געוואלט קריעה רייסן, חשוב'ע יונגעלייט רופען אים אן בכל לשונות של גנאי ווי "רויבער" "גנב" "בטלן" וכו' ה' ישמרנו ויצלינו, א איד וואס בזכותו האט עטץ א דאך איבערן קאפ! רבכם דקרתם! דער צדיק וואס איז אוועק בטרם עת ווייל ער האט געטראגן אייער לאסט, דער צדיק ווערט אזוי בזוי ומבוזה, ואין פוצה פה, איז דאס באבוב? דאס האט דער טאטע געוואלט? יא? אזא זון האט ער ליב?
הלכה'דיג, לאמיר לייגן "קהילה" פראגעס אין א זייט, און נעמען די "פריוואטע" ירושה נכסים, דאס הויז, די כלים, די בגדים, ווי האט מען דאס געהערט אין די וועלט, אפילו ביי פשוטי עם אז מען זאל זיך באנוצען מיט כלים איידער די חלוקה, אפגערעדט אז מען חלומט נישט פון א חלוקה בכלל, ווי כאילו דער טאטע האט נאר געהאט איין זון! ער שעמט זיך נישט צו זיצען ביים סדר מיט כלים וואס זענען נישט זיינס! העלא! ס'איז דא נאך א יורש! דו האסט געהאט א ברודער און נישט קיין נפק"מ וואס דו האלסט אויף אים אבער זיינע טעכטער זענען זיינע יורשים עפי תורה אום אויך עפי מנהגי צאנז!
א סקווערע יונגערמאן האט מיר דערציילט מיט שטונוג, אז ער האט זיך באגעגענט ערגעץ ווי (ניט קיין נפק"מ ווי, אבער ס'איז אמת לאמיתו, איך האב עס געהערט פון דער בעל המשעה אליינס!!) מיטן בר מצוה בחורל' דער זוהן פון דער 48'טער רב, און דער בחור'ל האט אים געזאגט תחת אחת השיחים מיט א פשטות "מיין זיידע האט נאר געהאט "איין" זוהן!"... פון וועמען הערט ער דאס? (עיין מעשה דמשמר בלגה) דאס איז באבוב? דאס איז רצון קדשו?
אזוי ווי עס "קינד" זיך אזוי "טאטע"ט זיך, דער צדיק איז דאס געבליבן ביזן היינטיגן טאג,
דאס איז ער געווען און דאס איז ער היינט
ער האט אלעס געגזלט, און ער וויל נאך געבן דאס לעצטע שטויס, ער וויל האבן דאס לעצטע ווארט
ער איז דא נאר צו באשמוצען, צו שלאגען, צו פליקען, צו גונב דעת זיין פונעם עולם, אבער ער מוז אויך בלייבן מיט די לעצטע ווארט, ער מוז ווייל דאס לערנט אים זיין רבי,
אינטרעסאנט ווי עס איז פארשוואונדן געווארן די אלע יארן וואס ער האט געלערנט ביי ר' שלמה? ווי?
איין זאך קען איך זאגען, און יעדער זאגט עס, און "יעדער" מיין איך די נייטראלער וועלט,
ווען רב"צ זאל ווען ארויס גיין פון בית המדרש וואלט ער קיינמאל נישט געהאט אזא עולם מיט זיך ווי רמ"ד האט, און אוודאי אויב וואלטן זיינע מוסדות זיך אזוי געפלאגט וואלט עס מער נישט געלעבט, ער וואלט געהאט א פנים ווי דער מונקאטשער וכדומה לו
די מצב אין 45 שרייט, ווי געטריי זיינע מענטשן זענען צו אים, אז "יש דברים בגו"! סתם אזוי לויפן מענטשן נישט נאך איינעם אין וואנט אריין, סתם אזוי לאזען מענטשן נישט אפ א ביהמ"ד מיט מוסדות און זענען גרייט צו לעבן אין גאס אבי נישט אונטער איין דאך מיט רב"צ, אזא שנאה בויעט זיך נישט אויף אומזיסט, יש דברים בגו, רב"צ האט זייער שווער געארבעט אז אזוי פיל עכטע באבובע (לא נכלל וויפיל שונאים זענען בע"כ געבליבן אין 48, אבער מיט רמ"ד איז קיינרע נישט געגאנגען בע"כ! אלא מרצון) זאלן אים אזוינס בלוטיג פיינט האבן אז זיי זאלן זיין מוכן צו נעמען א "אונגער" אנשטאט א "הלברשטאם"
יש דברים בגו!!
נידער דעם בייטש און שעם זיך אביסל, חוצפה איז טאקע ישגא ביי אייך אבער איר האט שוין עררייכט מיט אייער חוצפה דאס דאך פון דער 48 שול, גענוג!
.
שלום עליכם.
האמת עד לעצמו
מדברי הרב יעקב ישראל מייזליש שליט"א אב"ד קרית באבוב בת ים אפשר קומט עס נישט אריין דא, אבער יעדעס מאל עקסטער וואס איך זעה די באצויבערנדע צורה פון ר"ש באבובער זצ"ל ווער איך נתרגש. עפעס רעדט עס צו מיר, די הדרת פנים, די איידעלע שמייכל, אצילות (וואס מיינט עס?), ס'איז עפעס א זעלטנהייט.
.
הפלא ופלא.
רבי שלמה האלברשטאם - דער באבוב'ער רב עד פטירתו, א איד מיט זעלטענע כשרונות אין טאלאנטאן, ער האט אויך געוויסט זיינע שוואכקייטן, ער האט אבער שווער געארבעט איבערצוקומען מיט אומ-נאטירליכע כוחות זיינע שוואכקייטן, זיינע מדות הסבלונות איז אומ-שרייבאר, וויפיל געדולד דער מענטש האט פארמאגט, אוי דאס קען מען נישט ארויס ברענגען, עד לחולשתו בערך תשנ"ז-נ"ט, האט יעדעס מאל באזונדער געארבעט צו האבען געדולד, רוב מאל האר ער טאקע נישט געהאט אבער שווער געארבעט אויף יא, וויפיל צייט דער מענטש האט געהאט פאר ווער עס איז נאר אריין צו איהם, אוי, זיינע סבלנות, אויב האט ער נישט געהאט קיין נערווען אין א מאמענט צו הערען אדער שמועסן מיט איינעם (וואס איז געוועהן דבר יום ביומו) האט ער דאס קיינמאל ארויס געוויזען, ער האט אזוי באהאלטן זיינע פנימיות, אז א צווייטע איד זאלן קענען אוועק גיין מיט א שמייכעל אדער גוט הארציג, דאס האט געגעבען פארן באבוב רב פריש צו ארבעטן אויף זיך.
דעם כסדר ארבעטן אויף דער זיך, אט דאס, האט אריין געגעבען אין דער פרעזענטליכקייט אין דער עצמיות פון שלמה האלברשטאם, צו זיין דער באקאנטע באבוב'ער רב וואס אונז האבען געקענט, ער האט שטארק געהאלטן זיין דיגניטי אבער אין דער זעלבע צייט אפגעגעבן די אטענטשען פאר איינער וואס האט דאס געברויכט.
וויפיל דער איד האט מוותר געוועהן אויף דער זיך, אפילו בשעת מעשה האט עס איהם געקענט גוט וויי טוען פארוואס ער איז מוותר, דאך האט ער געקענט לייגען זיי נגיעות אין דער זייט, אעפ"י וואס בשעת מעשה האט ער זיך געבייזערט אויף פארוואס טאקע ער לייגט זיינע נגיעות אין דער זייט.
ווען מ'רעט פון 'ממלא מקום' פון דער באבוב רב, וואס מיינט דאס? וואס מיינט אנפילען דעם פלאץ פון באבוב רב? רבי שלמה הרלברשטאם האט בכלל נישט געהאט דער זעלבע הנהגה ווי זיין טאטע דער 'קדושת ציון', דער 'קדושת ציון' האט איבערהויפט נישט געהאט א ענדליכקייט אין זיין טאטעס הנהגה דער ערשטע באבוב'ער רב, נו, אויב אזוי וואס מיינט איבערנעמען דעם פלאץ פון דעם מהר"ש השני מבאבוב?
זיצט א דין תורה וואס ציט און עס שלעפט זיך קרוב צו אכט יאר! ענדליך הייבט אן ארויס צו אינען א כמו-פסק, ווי לעכערליך אין נעריש איז דאס געווארען אויף געכאפט. אויף דעם, אויף אזא פסק ווארט מען שוין זיבען און א האלב יאר? ווי אזוי האט דער חכם געזאגט ווי נאר דער מ'איז אריין צו ערשטן מאל אין בית דין שטיבל: "סטמר האט געמאכט א חילול השם דורך גיין אין קאורט, באבוב מאכט א חילול השם דורך גיין אין בית דין", די ווערטער פון דעם חכם הרואה את הנולד איז דאן געוועהן שווער צו פארשטיין, אבער, נאך זיבען און א האלב יאר ווען עפעס א פסק, אדער מחצה שליש ורביע פון א פסק איז ארויס, פארשטייט מען שוין זייער גוט די ווערטער פון דעם חכם.
וואס פאר א ירושה האט רבי שלמה האלברשטאם איבערגעלאזט נאך זיך, וואס פאר א הדרכה האט ער געלערנט, וואס האט דער נישט-באבוב'ער ווי יא-באבוב'ער זיך געלערנט פון דעם איד? האט ער געלערנט אז פרויען דארפען זיך אנטוען א הוט, בחורים מוזען אנטוהן שווארצע זאקען, אז מ'מוז רעדן בלויז אידיש, אז מ'טאר נישט גיין אין א צווייטע בית מדרש אויסער באבוב, אז ממוז דאווענען א ספעציעלע נוסח, איז ער געווען א דיקטאטור צו זיינע חסידים, וואס יעדע יומא דפגרא האט ער אפגעשאסען נאך א פרישע רייע פון תקנות וחרמות?
דער קדושת ציון שרייבט ב'אגרת הקודש' הידוע חסידי באבוב: "שמעתי בשם זקיני מצאנז זי"ע שאמר וכו' והבעש"ט זי"ע אחז צדיק דרכו בקודש לדורות עולם בעמוד גמ"ח והוא לזכות גם את חבירו בנפש ובגוף, וזהו דרך החסידות לסייע לזולתו הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא, עכדה"ק. האט דער קדושת ציון זיך איינגערעדט אז דער דרך הבעש"ט איז אנגעקומען קיין באבוב, און נאר צו באבוב, און נאר א באבוב'ער פירט זיך אין דעם דרך הבעש"ט, אין ווען ער שרייבט "לסייע לזולתו הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא", מיינט דאס נאר דער וואס איז מאנ"ש, דהיינו מאנשי שלומינו?
איז דער סאטמאר רבי געוועהן גערעכט אז נשתכחה תורת הבעל שם טוב? איז באבוב אויך מודה צו דער ווערטער פון דעם ספר ויואל משה? ווען דער קדושת ציון האט געשריבען "לזכות גם את חבירו בנפש ובגוף" וואס דאס איז דער דערך הבעש"ט, האט ער דאס אפגעשריבען בלויז צו א באבוב'ער חסיד? און ווער עס באלאנגט נישט צו אנ"ש (אנשי שלומינו) דערביי איז דא אנדערע דינים?
פון ביידע יורשים ואדמורי"ם וואס האבען איבער גענומען די אדמורות פון רבי נפתלי צבי האלברשטאם, וויל זעהט מען אין זיי דאס ארבעטן אויף זיך, צו ברעכן זייער נאטור פאר א צווייטע איד'ס וועגן, זייער מדות הסבלנות, זייער מוותר זיין פון דער זיך, זיך זעלבסט זיך נישט אזוי שטארק ליעב צו האבען, דער ואהבת לרעך כמוך זאל זיך מער אנזעהן, אדער איז דער גאנצע זעכציג יאר וואס מ'האט געזעהן רבי שלמה האלברשטאם געוועהן א שו-שפיל? אין איז געוועהן אזוי רחוק מן האמת, והא ראי' קוק ווי אזוי דאס זעהט אויס היינט אדער ניין מהר"ש מבאבוב האט דאס געמיינט גאר ערנסט נאר די ממלאי מקום זענען שפילערס?
איך וועל מסיים זיין מיינע ווערטער מיד דעם:
רבי יוסף שמואל לאנדוי, וואס שטאמט פון באוב-צאנז חסידים, איידער דער קריג געוואוינט אושפצין און אין קשאנוב, נאך דער קריג געשוויצט און ביטער שווער געארבעט אויפצושטעלן באבוב באמעריקא אין בראנדזוויל וואס דאס איז געוועהן דער יסוד פאר באבוב אין קראון הייטס און שפעטער בארא פארק, קעמפ מחנה שלוה, לויט ווי איך פארשטיי איז ער א שטארקער אנהענגער פאר האדמו"ר מהרב"ץ מבאבוב שליט"א.
אט איז דא וואס אזא איינער זאגט בנוגע די וואס זענען צוגעקומען קיין באבוב אין אמעריקא, כ'וועל מעתיק זיין פון זיין בוך "זקניך ויאמרו לך" (דף שג):
"ווי געזאגט, האבען פילע הונדערטער קינדער פין אלע קרייזען, באקומען זייער חינוך אין אונזער ישיבה אין קרוינהייטס, וכו' על פי הדרכתו פון כ"ק רבינו זצ"ל, אויף דעם אלטן אויסגעטרויטנעם וועג פון רבותינו הקדושים זי"ע. אין פאקט, זענען אסאך פון די דעמאלטסדיגע תלמידים פון אנדערע קרייזן שוין פארבליבען ביי אונז אין באבוב, און זיי זענען היינט-צו-טאג פון די שענסטע און די בעסטע ביי אונז אין דער קהלה. און זייערע קינדער און אייניקלעך זענען אויסגעשטיגן צו זיין כלי קודש אין אונזערע הייליגע מוסדות התורה, ווי מלמדים מגידי שיעור, מנהלים, משגיחים, משפיעים, און אזוי ווייטער". עכ"ד.[/b]
דאס איז פון דער קוק-פונקט ווי אזוי א ריכטיגע באבוב'ער חסיד בכל נימו ונפשו לייגט אראפ דעם נושא.
צוויי זאצען איך האב עס געגליכען:
"סטמר האט געמאכט א חילול השם דורך גיין אין קאורט, באבוב מאכט א חילול השם דורך גיין אין בית דין"
וואס פאר א ירושה האט רבי שלמה האלברשטאם איבערגעלאזט נאך זיך, וואס פאר א הדרכה האט ער געלערנט, וואס האט דער נישט-באבוב'ער ווי יא-באבוב'ער זיך געלערנט פון דעם איד? האט ער געלערנט אז פרויען דארפען זיך אנטוען א הוט, בחורים מוזען אנטוהן שווארצע זאקען, אז מ'מוז רעדן בלויז אידיש, אז מ'טאר נישט גיין אין א צווייטע בית מדרש אויסער באבוב, אז ממוז דאווענען א ספעציעלע נוסח, איז ער געווען א דיקטאטור צו זיינע חסידים, וואס יעדע יומא דפגרא האט ער אפגעשאסען נאך א פרישע רייע פון תקנות וחרמות?
אקדמות מילין, וויל איך מקדים זיין א דבר צחות על הגמרא (בבא מציעא ל' ע"ב) לא חרבה ירושלים אלא שהעמידו דיניהם על דין תורה.
ולכאורה יש לדקדק, אטו לא מצאו בהם שום חטא ועוון אחר אלא זה. אך יש לומר הכוונה בזה, דהם חפשו תחבולות שונות איך לבצע
זממם לגזול ולחמוס ולמצוא היתר על הכל, ועל כל מזימותיהם עוד הראו מקום בתורה וענו שהאמת אתם, וזהו הדרך אשר ילכו בה, והיא
כתורה וכהלכה. וכמו שפירשו בדרך הלצה לפרש הא דאמרו חז"ל אם ראה צדיק שעבר עבירה אל יהרהר אחריו, שמא עשה תשובה.
דהיינו שהצדיק הזה רוצה מחמת יצרו לעבור איזה עבירה, ע"כ לאחר שמילא תאותו ועבר העבירה, כתב לעצמו "תשובה" להיתר.
וזהו הכוונה, שהעמידו דבריהם ומעשיהם הרעים על דין תורה, כלומר, עוד הוסיפו להוכיח שכל מעשיהם ראויים ומיוסדים הם על פי
דיני וחוקי התורה. ע"כ, כמדומה לי אז דאס ווארט קומט פון דרשות מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל.
ווי פאסיג איז דאס מעמיס צו זיין, אויף דו אזוי גערופענע באבוב'ער תורה, און אויף גוף הספר הברי והשמא, ועל דבריו.
אכשיר דרא האט מיר שוין אויסגעכאפט דעם דיבור, אז זאל, וואס ס'זאל זיין, האט מהרב"ץ געהאט א חשובע ברודער, וואס האט
אויףגעשטעלט באבוב אויפ'ן פוס, בשמו יכונה הרה"ק רבי נפתלי צבי זצוק"ל, גע'לייסטעט פאר באבוב, און אלס בהצנע לכת, אידען
האבען יעדען טאג אים געקענט טרעפן, דער באבוב'ער רב'ס זוהן און טשעיס באנק, פרובירן צו דעקן דו מוסדות מיט'ן באדזשעט.
עסקנים פון בימים ההם, האבעם אים יעדען טאג געטראפען און דער קאנסיל אויף דזשואיש ארגענעיזעשענס, קאדזשא, צו שנארן פון
דער רעגירונג פראגראמען, קיינמאל נישט געגאנגען מיט גינוני מלכות, ווילאנג מהרב"ץ האט זיך געבעטן ביי אים, ער זאל זיך אנטוען
שווארצע זאקען, אזוי אז ער זאל זיך אויך קענען אנטוען, כדי זיך צוקענען משדך זייך מיט בעריש מייזליש אב"ד סאטמאר ב"פ,
יא, פארוואס האט א וויזשניצער אריינצורעדן? וויבאלד מהרנ"צ האט ארויסגעהאלפענע וויזניצע אויך, און יעדער וואס איז א יוד האט ער
פרובירט צו העלפן, לסייע לזולתו במילי דארעא ומילי דשמיא, נישט ווי מהרב"ץ האט אריינגעברעגט און דער אידישע שפראך אזעלעכע
שווערע לשונות ווי היימישע, אונזערע, א מענטש וואס פארגינט נישט א צווייטע, און האט קיינמאל גארנישט געטוען פאר דער מענטשהייט.
כ'ווייס נישט צו רמ"ד איז א שר התורה, אבער מ'דרוקט זיין 45 מינוט'דיגע שיעור עיון שיעורים, ס'איז להפליא אז ער זקני ת"ח מתיישבים
דעתם, אז מיט אפילו אזא איבער געשטרענגטע סדר היום, צו דעקן זיין באדזשער, פירן א חסידות, האט ער נאך צייט זיך מתעמק זיין
בדברי הראשונים ואחרונים, יא, אזוי ווי דער שואל ומשיב האט זיך אויסגעדרוקט על הדברי חיים, אז ס'איז אים א חידוש אז גלייך נאך פירן
א טיש, זאל ער נאך קענען שרייבען אזעלעכע שיינע תשובה'ס. משא"כ רב"צ וואס האט געשעפט הויפענעס פון חסידות, מעשיות, וואס
אגב, האט ער זיך גארנישט אפגעלערנט פון דו ספרים, והראיה קוק אן זיינע גרויליגע מידות, אויף אים זעט זקני עם הארצים נטרפה דעתם,
ער לעבט יעצט אייסעלעירט און א באקס, מאדי ווי א הונט, קיינמאל א שמייכעל, לעבט און קאמפלעקסעס, דיפרעסט, אלס ווייל וכל זה איננו
שוה לי, יעצט לאמיר רעדן פון זיין הוראה שיעורים מיט דער מצויינים, איך ווייס בדרך אגב פון איין מצויין וואס האט געלערנט ביי זיינע
שיעורים, דעים איז א דוגמא על הכלל כולו יצא, דער לאביעסט עזרא פריעדלאנדער ער איז א תלמיד פון דער מצייון'דיגע הוראה שיעורים.
לאכסט? יא? ס'איז א גרויסע דזשאוק, און וואס פארציילט ער, ווי אזוי איז צוגעגאנגען דער שיעורים? איינער רב פנחס מיללער איז געזעצן
לעבן אים רב"צ, מסביר געוועהן דער שטיקעל יו"ד, און רב"ץ האט עס איבער גע'פלעפעלט פאר דו מציון'דיגע בחורים, און אז מ'האט געהאט
א שאלה, איז דער רב מיללער געוועהן דער שואל ומשיב, אבער פארגעלערנו יו"ד פאר צוויי שעה, וועיק אפ פון יור דרימס.
צירוק צום נושא, מיט וואס כ'האב אנגעהויבען, רמ"ד איז א יורש (עצור) צו דו האסט עס ליב צו נישט, דאס איז אמאל זעכער. דו אליינסט
שרייבסט דאך, אז וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז געשריבען געווארן און איילעניש, משא"כ הברי ושמא האט דער מחבר געלערנט און
געשריבען צען יאר, דער ברי ושמא האט געהאט זיין מסקנא פאר ער האט אנגעהויבען שרייבען, און פארשטייט זיך מגלה פנים בתורה
געוועהן אז אלעס זאל קלאפען און שטימען לפי רצונו, און לפי זיין זייט, און אזוי ווי כ'האב פריער דערמאנט, שעוד הוסיפו לעמוד דבריהם
על דין תורה, וזהו עון פלילי בל יכופר, זאל ער מאכען נאך אזעלעכע צען גרויסע גראבע חיבורים, וועט עס זיין בעיני נחשב ווי דער צען
גראבע בענדער מושיעין של ישראל, מיט הוילע ליגענטס און בלאף, און מסלף זיין עיני צדיקים ודברי התורה, וואס לאכסטו אפ פון זאת
התורה וגו'? לאז זיי שרייבען צען יאר, קענען זיי פונקט אזוי באווייזען צו דרוקען אזא גראבע חיבור. און האבען גענוג און נאך ראיות
מוכיחות און מראי מקומות צו זייער זייט, חוץ פון א רבי שאול? אגב, וואס האסטו אזוי פיינט דער רבי שאול? האט ער דיך געטשעפט
אדער וויי געטוען? צו רעדן מיט א זילזול אויף א אחרון?
רעד נישט אזוי גרויס, ס'איז סתם ליפט דיינע ווערטער. ס'איז גוט נאר פאר א קארופטירט'ער בי"ד פון שלשה רועי בקר.
דאנט גיט מי ראנג, כ'בין נישט 48 און נישט 45, ס'אונטרעסירט מיר נישט זייער מצב, ווייל ביידע פון זיי אונטרעסירן זיך נישט און מיין
מצב, כ'האב נאר א ניק און קאווא שטיבעל, און באציה זיך צו דיר, רעסט ענד שעיפ אפ אביסעל,
סאו וואט.
איך בין איבערצייגט אין אייערע ווערטער.
יישר כח פאר'ן מיך מעמיד זיין על האמת.
שמעקעדיגאפשר קומט עס נישט אריין דא, אבער יעדעס מאל עקסטער וואס איך זעה די באצויבערנדע צורה פון ר"ש באבובער זצ"ל ווער איך נתרגש. עפעס רעדט עס צו מיר, די הדרת פנים, די איידעלע שמייכל, אצילות (וואס מיינט עס?), ס'איז עפעס א זעלטנהייט.
יא ,און בחיים חיותו האבען זיי עם זייער ווייניג עפרישיעדעט און לאמיר נישט רעדן פון די וועג ווי אזוי ער איז נפטר געווארן.
צוגעטראפען צום אמת
וזלש"ק פון סאו וואט:
יא, פארוואס האט א וויזשניצער אריינצורעדן? וויבאלד מהרנ"צ האט ארויסגעהאלפענע וויזניצע אויך, און יעדער וואס איז א יוד האט ער
פרובירט צו העלפן, לסייע לזולתו במילי דארעא ומילי דשמיא
אונזער משפחה, א וויזניצער משפחה דורי דורות דא אין בארא פארק, האט אסאך אסאך אסאך פארדינט פון דער צדיק אמת ר' נפתלי, מיר האבען אים געלערנט קענען פון אסאך גאר גרויסע מעשי חסד, אשר אי אפשר לתארם ולפרטם, וואס לא באזני שמעתי אנשים מספרים, רק בעיני ראיתי!
און עס רייסט ביים הארץ צו צוזען אזאן סארט אויפפיראכץ פון 48, יא,
יא, זייט מודה, איבעראל קענען מענטשן נישט משיג זיין די פראגעס, "וואס איז געשען מיט באבובע מידת השלום?" "ווי קענען זיי אזוי מבזה זיין זייער רבי ר' נפתלי?" "ווי האבען דאס הארץ צו שניידן שטיקער פון זייער רבי ר' שלמה וואס איז זיך זיכער מתהפך בקברו אויף די רשעות און רדיפת מחלוקות"
איך גיי מיר נישט טענה'ן איבער די ווארהייט פון מיין אידענטיטעיט, ווייל איך האלט מיר נישט ביים מגלה זיין, אבער 48 חברה! זייט אביעקטאוו, גייט ארויס פון אייער קעסטל דמיונות, גייט אין די גאס און פרעגט נייטראלע מענטשן וועט איר הערן די זעלבע ווערטער!
יא, איר 48, איר האט דאס שטריקל שוין לאנג איבערגעריסן
רואה ואינו נראהפאפריקא, עפשער איז איס א קלאצישע קאשע, אבער ווער האט ארויסגעגעבין דע דבר המלכות?
דבר המלכות האט געדריקט די דרשה פון רבי ישראל יעקב מייזליש שליט"א אבד"ק קרית באבוב חדב"ן רבינו מהר"ש זי"ע געזאגט ברבים (עס איז דא טעיפס דערפון)
עס איז גארנישט אזוי מאדנע צו קוואטן די דברי אמת פון קרית באבוב'ער רב
מיסטער רואה ,ר' נפתלי איז נישט געווען קיין חדר אינגל און דו שפילסט דיך מיט פייער.
.
דו זעהסט נישט ווי דו פארסט מיט דיין קאפ און וואנט, יו אר סאו אפ אלרעדי.
טענו בחטים והודו לו בשעורים. מיין עיקר ציל איז געוועהן נישט צופארפארען דער אשכול, און עפעס רעדן וועגן דער ברי ושמא.
האסטו מיר נישט געהאט עפעס זאכליך אפ צופרעגן. רעדסטו נאר וועגן דו יו"ד שיעורים. אז פאר אפאר יאר און לעבן האט זיך
רב"ץ איבערגעשטרענגט, און געלערנט א לאנגע ש"ך, כאפסט? אז דו מאכסט א ביטערע ליצנות פון דיין רבי? אדער נישט? יוי
כ'האב אזוי רחמנות אויף רב"ץ, ער האט זיך ממש איבערגעשטרענגט. כאטש פילט ער זיך שוין היינט בעסער? וואס איז דער מצב
כהיום? פיין,
ממש פיינע מציינים. כה לחי רב"ץ. סך הכל געטוען. עפעס וואס נאך טויזענטער יונגעלייט טוען און כולל, לערנן א פרי מגדים.
איין זאך זאלסו וויסען, דו וועלט קוקט מער ארויפ, איינע וואס נעמט א תוספות און וויל בהכרח זאגען אז ס'איז מרומז
און א תשובה פון דברי חיים. ווי איינער וואס נעמט א באבוב'ע מנהג, און וויל עס בהכרח מרמז זיין און א מעשה'רעל וואס איז געוועהן
ביים קדושת ציון...
איך ביך לעצמי בכלל נישט קיין חסיד. בלייב ווייטער א 48. איך זיך דיר נישט צו פארטוישען דיין רעליגיע. נאך דו עמך וועלט דולדט
נישט ענקער שטותים מער. באבוב האט שוין לאנג פארלוירען זייער מיאוס'ע חן.
רואה האקט.
יא, ווען יעקב ישראל דארף ווען נישט אנקומען צו דער טשעק וואס רב"ץ שיקט אים, וואלט ער שוין לאנג געווען דארט ווי רב"ץ'ס
שוואגער אב"ד בוקאווסק איז...
צירוק צום ברי ושמא
שוין, זעהט איר רבינו @לעיקוואד, על הנער הזה התפללת? אויף אזעלכע נער'ישע תגובות און טיפשות האט איר אזוי איינגעבעטן צו לאזן די חברה דא שרייבן?... איך שעם מיך אז די אידן וואס האבן אויפגעצויגן די דאזיגע קליינע מוחות האבן אמאהל באלאנגט אין באבוב.
נעקסט טיים זאלט איר מיך טראסטן ווען איך וויל זיי נישט שענקען אויפמערקזאמקייט.
דער (געצוויגענער) שיעור על פי בקשת אמו ע"ה
פון רב"צ איז געווען 4 מאהל א וואך איין שעה א טאג
זיין אנגרייטער איז געווען הרב חיים געללער
עס איז געווען אין יארן פון תשמ"ז ביז תשנ"א
רב"צ האט פארגעלערנט אין די עטליכע יאהר דעם זעלבע שיעור איבער און איבער הלכות תערובות און בשר וחלב.
ער פלעגט נישט ענפערן די תלמידים אויף זייערע שאלות תיכף, נאר געהייסן צו ווארטן ביז צו מארגענס, ער זאל עס קענען פרעגן פון ר' חיים געללער, טאמער דער תלמיד האט תיכף אפגעפרעגט, האט מען געמוזט ווארטן נאך א טאג אויף א תשובה,
ער פלעגט אריינקומען צום שיעור מיט א קען קאלטע סאדע, און אנגעפאנגן צו רעדן מילתא דבדיחותא און זיך אונטער געהאלטן מיט די בחורים.
די סיבה פארוואס רב"צ האט אויפגעהערט צו זיין א מגיד שיעור, פשוט כפשוטו, די בחורים האבן נישט געהאלטן ביי פארברענגן זייער צייט מיט א שוואכן מגיד שיעור, די עלטערן האבן זיך שטארק אפגערעדט אז זייערע קינדער האבן נישט קיין תכלית דערפון, האט ער נעבעך געמוזט פארלאזן מיט בושות די כותלי הישיבה.
איך אויךשמעקעדיגאפשר קומט עס נישט אריין דא, אבער יעדעס מאל עקסטער וואס איך זעה די באצויבערנדע צורה פון ר"ש באבובער זצ"ל ווער איך נתרגש. עפעס רעדט עס צו מיר, די הדרת פנים, די איידעלע שמייכל, אצילות (וואס מיינט עס?), ס'איז עפעס א זעלטנהייט.
יא ,און בחיים חיותו האבען זיי עם זייער ווייניג עפרישיעדעט און לאמיר נישט רעדן פון די וועג ווי אזוי ער איז נפטר געווארן.
??
איך האב גארנישט געוואוסט אז די קארטשינער רופן זיך וויזניץ.
איז דאס א נייע זאך?
I'm backאיך האב גארנישט געוואוסט אז די קארטשינער רופן זיך וויזניץ.
איז דאס א נייע זאך?
ניין א טעות א שטיקל
די קראטשינער שוחט'ס חסידים רופען זיך "איינציגסטע באבוב על כדור הארץ"
היות ווי דו רופטס זיך "באבוב" ברויכסטו צו וויסן אביסעלע אינפא איבער באבוב וואס יעדע ווייסט,
עס איז דא אסאך בארא פארקער אידען וואס האבען קיין שייכות קיין באבוב קיינמאל נישט געהאט און דאך פלעגען זיי כסדר מיט האלטען באבוב'ע שמחות און באבוב'ע טישען, אלץ זעהן צדיקי אמת אין געהויבענע זמנים, די טישען הקפות און חתונות איז אלעמאל געווען א מחזה הוד ביז די היינטיגע מצוה טענצלעך עקסידענטן האבן אנגעהויבען צו פאסירען...
ועוד אינפא: אסאך בארא פארקער אידן האבן במשך די יארען אסאך נהנה געווען פון ר' נפלטשע זצ"ל,
איך ווייס אז ענק ווילען עס לייקענען, מחנך זיין א דור אשר לא ידע את יוסף, א בחינה ווי דעם וישכחוה פון דער שר המשקים, אבער אז דו ווילסט פאשווענקען דיין מוח און די מוח פון דיינע קינדער, בבקשה בחפץ לב, אבער די דעת הקהל קען מען נישט פארשווענקען, דער עולם געדענקט און וועט געדענקען
און גלייבט מיר, איך האב נישט געגלויבט אז איך וועל פארפאטשקענען אזויפיל צייט דא אין קאווע שטיבל, אבער איך קען מיר נאך אלץ נישט גלייבען צו ווי באבוב 48 האט זיך דערקייקעלט, עס איז גרויליג שעמפול,
איך דענק אז מיין "מחאה" קעגן ביזוי תלמידי חכמים איז זייער גוט דערהערט געווארן
טאקע גרויליג, פוי!
איך גיי שוין צו מיין לאקער!
הא האה סאיז לעבעדיג
חדש ימינו כקדם
ברוך השם אזוי וואו מיר האבען שוין געשריבען איז דער ספר החדש זאת התורה לא תהא מוחלפת, אויפגענומען געווארען בקרב אנשי שלומנו די בכל אתר ואתר מיט א ספיציעלע חשיבות.
מען קען נישט באגרייפען די מאס חיזוק אין התעודדות וואס דער הערליכע ארבייט האט צוגעגעבן פאר אלא אנשי שלומני אין אפילו אזעלכע פון אנדערע קרייזען אין פשוטע בארא-פארקער וואס פילען מיט די צער אין עגמת נפש פון קהלתינו הקדושה.
טויזענטער ספרים זענען שוין פארקויפט געווארן אין די לעצטע פאר טעג.
די גייסט אין די מאראל פון אנשי שלומינו וואס איז נישט געווען אויף די העכסטע שטאפל פאר היפש א לענגערע צייט נאך זיך וואלגערין אין גלות שוין קרוב צו ניין יאר, אין נאכן זעהן די איינזייטיגקייט פון די שלשה רועה בקר, וואס האבן מיט קאלטבליט געלאזט פון אינז גזלנען די קעמפס, מיידעל סקול, חברה קדושה, ועוד, ועל כולם די לעצטיגע שמועות פורחות ועגן דער פיינעל פסק.
אין ב"ה מיט דער ארויסגעבנדיג דעם ספר מפואר וואס צומאהלט אין צידריקט אלא טענות אין שקרים פון די 48ערס, אין צונעמט אויף קליין געלט די עם הארצות פון זייער טוען הרב ז. ג. מיט א שארפע לשון אין טאון, א טאון פון נצחון מלחמה.
פילט מען אין מען זעהט שוין די נצחון איבער די וואס זענען שילדיג אין די גאנצע מחלוקת, וואס אנשטאט זיך אינטערצוגעבען איטער די הנהגה פון רבינו שליט"א וואס איז דער יורש דאורייתא וואס יעדער פשוטע בר דעת האט פאשרטאנען עס עס קימט זיך אהים, האבען זיי אהנגעהויבן א מחלוקת...
דער עולם האט שוין די קאראדש, מדרייט זיך שוין נישט מי די קאפ אראפ ווייל זאת התורה לא תהא מוחלפת!!!
נ.ב. א ראיה מוחכת איז די אלע כותבים פרעמדע אין היימישע וואס האבען לעצטינץ די קאראדש צו שרייבען אין אינטערצוברענגען דער שטריק(חבל), מיט א פעסקייט. (ווער האט געגלייבט אז מוועט אהים קענען אינטערהאקען די פיס אויף זיין אייגענע אשכול.) אין זיך אהנעמען פאר דעם כבוד פון דער רשכבה"ג (אין כלשון האדמו"ר מסקווירא-) דער רבי פון אלע רבי'ס, מופת הדור איש האלוקים מלאך השם כ"ק אדמו"ר הגה"ק והטהור זצוקללה"ה, בונה ומקיים כל קהלות ומוסדות באבוב די בכל אתר ואתר, וואס זיי זענען מבזה כבודו... והוא רחום יכפר און.
באבובערברוך השם אזוי וואו מיר האבען שוין געשריבען איז דער ספר החדש זאת התורה לא תהא מוחלפת, אויפגענומען געווארען בקרב אנשי שלומנו די בכל אתר ואתר מיט א ספיציעלע חשיבות.
מען קען נישט באגרייפען די מאס חיזוק אין התעודדות וואס דער הערליכע ארבייט האט צוגעגעבן פאר אלא אנשי שלומני אין אפילו אזעלכע פון אנדערע קרייזען אין פשוטע בארא-פארקער וואס פילען מיט די צער אין עגמת נפש פון קהלתינו הקדושה.
טויזענטער ספרים זענען שוין פארקויפט געווארן אין די לעצטע פאר טעג.
די גייסט אין די מאראל פון אנשי שלומינו וואס איז נישט געווען אויף די העכסטע שטאפל פאר היפש א לענגערע צייט נאך זיך וואלגערין אין גלות שוין קרוב צו ניין יאר, אין נאכן זעהן די איינזייטיגקייט פון די שלשה רועה בקר, וואס האבן מיט קאלטבליט געלאזט פון אינז גזלנען די קעמפס, מיידעל סקול, חברה קדושה, ועוד, ועל כולם די לעצטיגע שמועות פורחות ועגן דער פיינעל פסק.
אין ב"ה מיט דער ארויסגעבנדיג דעם ספר מפואר וואס צומאהלט אין צידריקט אלא טענות אין שקרים פון די 48ערס, אין צונעמט אויף קליין געלט די עם הארצות פון זייער טוען הרב ז. ג. מיט א שארפע לשון אין טאון, א טאון פון נצחון מלחמה.
פילט מען אין מען זעהט שוין די נצחון איבער די וואס זענען שילדיג אין די גאנצע מחלוקת, וואס אנשטאט זיך אינטערצוגעבען איטער די הנהגה פון רבינו שליט"א וואס איז דער יורש דאורייתא וואס יעדער פשוטע בר דעת האט פאשרטאנען עס עס קימט זיך אהים, האבען זיי אהנגעהויבן א מחלוקת...
דער עולם האט שוין די קאראדש, מדרייט זיך שוין נישט מי די קאפ אראפ ווייל זאת התורה לא תהא מוחלפת!!!
נ.ב. א ראיה מוחכת איז די אלע כותבים פרעמדע אין היימישע וואס האבען לעצטינץ די קאראדש צו שרייבען אין אינטערצוברענגען דער שטריק(חבל), מיט א פעסקייט. (ווער האט געגלייבט אז מוועט אהים קענען אינטערהאקען די פיס אויף זיין אייגענע אשכול.) אין זיך אהנעמען פאר דעם כבוד פון דער רשכבה"ג (אין כלשון האדמו"ר מסקווירא-) דער רבי פון אלע רבי'ס, מופת הדור איש האלוקים מלאך השם כ"ק אדמו"ר הגה"ק והטהור זצוקללה"ה, בונה ומקיים כל קהלות ומוסדות באבוב די בכל אתר ואתר, וואס זיי זענען מבזה כבודו... והוא רחום יכפר און.
"באבובער"!
וועלכע "באבובער" ביסטו?
ווען דו זאלסט מיינען "כבוד באבוב" וואלסטו ענדערשט געדרייווט א באס ווי איידער "געשריבן"
דיינע תגובות ברענגט קיין כבוד נישט
און איך האב א פילינג אז גאר ער שרייבט דאס מיטן ציל צו ארויס שטעלן באבוב 45 ווי א באנדע לא לנו'ס כרגיל לו
אכשיר דראבאבובערברוך השם אזוי וואו מיר האבען שוין געשריבען איז דער ספר החדש זאת התורה לא תהא מוחלפת, אויפגענומען געווארען בקרב אנשי שלומנו די בכל אתר ואתר מיט א ספיציעלע חשיבות.
מען קען נישט באגרייפען די מאס חיזוק אין התעודדות וואס דער הערליכע ארבייט האט צוגעגעבן פאר אלא אנשי שלומני אין אפילו אזעלכע פון אנדערע קרייזען אין פשוטע בארא-פארקער וואס פילען מיט די צער אין עגמת נפש פון קהלתינו הקדושה.
טויזענטער ספרים זענען שוין פארקויפט געווארן אין די לעצטע פאר טעג.
די גייסט אין די מאראל פון אנשי שלומינו וואס איז נישט געווען אויף די העכסטע שטאפל פאר היפש א לענגערע צייט נאך זיך וואלגערין אין גלות שוין קרוב צו ניין יאר, אין נאכן זעהן די איינזייטיגקייט פון די שלשה רועה בקר, וואס האבן מיט קאלטבליט געלאזט פון אינז גזלנען די קעמפס, מיידעל סקול, חברה קדושה, ועוד, ועל כולם די לעצטיגע שמועות פורחות ועגן דער פיינעל פסק.
אין ב"ה מיט דער ארויסגעבנדיג דעם ספר מפואר וואס צומאהלט אין צידריקט אלא טענות אין שקרים פון די 48ערס, אין צונעמט אויף קליין געלט די עם הארצות פון זייער טוען הרב ז. ג. מיט א שארפע לשון אין טאון, א טאון פון נצחון מלחמה.
פילט מען אין מען זעהט שוין די נצחון איבער די וואס זענען שילדיג אין די גאנצע מחלוקת, וואס אנשטאט זיך אינטערצוגעבען איטער די הנהגה פון רבינו שליט"א וואס איז דער יורש דאורייתא וואס יעדער פשוטע בר דעת האט פאשרטאנען עס עס קימט זיך אהים, האבען זיי אהנגעהויבן א מחלוקת...
דער עולם האט שוין די קאראדש, מדרייט זיך שוין נישט מי די קאפ אראפ ווייל זאת התורה לא תהא מוחלפת!!!
נ.ב. א ראיה מוחכת איז די אלע כותבים פרעמדע אין היימישע וואס האבען לעצטינץ די קאראדש צו שרייבען אין אינטערצוברענגען דער שטריק(חבל), מיט א פעסקייט. (ווער האט געגלייבט אז מוועט אהים קענען אינטערהאקען די פיס אויף זיין אייגענע אשכול.) אין זיך אהנעמען פאר דעם כבוד פון דער רשכבה"ג (אין כלשון האדמו"ר מסקווירא-) דער רבי פון אלע רבי'ס, מופת הדור איש האלוקים מלאך השם כ"ק אדמו"ר הגה"ק והטהור זצוקללה"ה, בונה ומקיים כל קהלות ומוסדות באבוב די בכל אתר ואתר, וואס זיי זענען מבזה כבודו... והוא רחום יכפר און.
"באבובער"!
וועלכע "באבובער" ביסטו?
ווען דו זאלסט מיינען "כבוד באבוב" וואלסטו ענדערשט געדרייווט א באס ווי איידער "געשריבן"
דיינע תגובות ברענגט קיין כבוד נישט
און איך האב א פילינג אז גאר ער שרייבט דאס מיטן ציל צו ארויס שטעלן באבוב 45 ווי א באנדע לא לנו'ס כרגיל לו
איך דרייו גראדע א טראק נישט קיין באס,(איך קען באשטיין צו אפגרעידן צו א בעסערע פעיינג דזאב, לעט מי נוי).
איך שרייב מיינע אמתע געפילען, איך האלט אז עס איז א כבוד צו זעהן די לעגימיטע פשוטע געפילן פון א בשר ודם. אהן קיין פי אר קאמפיין.
אבער אויב איר זענט פון די ראשי קהלה אין איר האלט אז איך שטער קאנטאק מיר אין אישי.
איך האב דעם גאנצען חלק פון הברי והשמא וועלכע איז רעלעוואנט (241 זייטן), אויב איינער האט אן עצה וויאזוי איך קען עס דא אפלוידען, זאל ביטע געבן אנווייזונגען.
(ס'איז 16 MB).
באבוב'ער... מאכסט פיין חוזק פון 45, אויב דאס איז דיין ציל, קיפ איט אפ!!!