☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זכי' פון סקווערע חסידים

זכי' פון סקווערע חסידים

169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4843
בלאט: 1 2 3 4

חבקוק הנביא » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:30 pm

· #163320
מנשה לוסטיג
ווער גלייבט היינט אין משה רבינו 'ווייל ער איז געווען ביים בארג סיני'?
און וואס עפעס גלייבסטו דעם מאמר אליין, אז דו ביסט געווען ביים הר סיני?
וועמען טראסטו? דיינע געפילן? דיין טאטנס געפילן? דיין רביס דרשות? אפשר איז ער אויך א שקרן? פונקט אזא שקרן ווי וועם דו באלעסטיגסט דא ארום בחלקלקות


ס'דא קלארע תשובות אויף דעי קשיות וואס די פרעגסט,
די קשיא אויף דיר איז אבער, אז טאמער די ווייסט נישט די אלע יסודות, דאן וואס האקסטע אין קאפ אריין, ווען די ביסט נאך נישט קלאר אין די יסודות פין אמונה,

ביים בארג סיני זענען געוועזען מיליאנען מענטשען, אין יעדער איז געקומען צי מדריגת נבואה,
מען קען נישט היפנאטייזען יעדעם, ס'אלעמאל דא מענטשען וואס זייער שכל איז שטארקער, קענסט פרעגען יעדען היפנאטיסט,
פארדעם האט סקווירא פראבלעמען, ווען זיי וואלטען ווען געקענט יעדעם היפנאטייזען אזוי ווי זיי האבען געמאכט מיט דיר דאן וואלטען זיי נישט געהאט אזאלכע פראבלעמען מיט די אומגלויביגע,

אין אזוי אויך קען מען בדרך הטבע נישט אויספאנטאזירען א מעשה אז ס'געווען מיליאנען מענטשען ביי א מעמד, ווייל ס'האט ציפיהל לעכער, אין די שקר שווימט שנעל ארויף, משא"כ להבדיל ביי יאשקע אין מוחמד וואס זיי זענען געקומען פארקויפען אז גאט האט גערעדט מיט זיי, נו גיי גלייב זיי.....

עכ"פ ס'דא נאך אין נאך שטארקע פודאמענטען אויף וואס די אידישע גלויבונג שטייט,

יעצט לאמיר הערען אויף וואסערע יסודות שטייט דיין גלויבונג אין דיין רעליגיעזע פיגור, חוץ אויף פראפעגאנדע, קליינקעפיגקייט, און רעליגיע פאנאטיק דיסארדער ....

קוק דורעך דיינע אלע תגובות אין דעם נושא אין ווייז מיר איין לאגישע סברא, די שרייסט אז די גלייבס, אין אז דאס איז יודישקייט, אין אז דאס איז דיין לעבען, און און און....... נו פיין, אבער די רעדסט דא צי נארמאלע מענטשען, סאו די מוזט אויפקומען מיט עפעס א שטיקעל לאגיק....

חבקוק הנביא » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:32 pm

· #163321
ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבה יאיר, וואס איז דער תירוץ? ווי טיילסטו צווישען חבקוק הנביא און דער סקווערע רבי? לאך נישט, רעד מיט שכל.


ובקהלם אל תחד כבודי, לייג מיר נישט אויף איין שורה מיט דעם יעניגען,

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:10 pm

· #163327
חבקוק, איך מיין אז אויף דעם שטייט תפלה לחבקוק על השגיונות.
דעת תורה - טאמער חסידות האט מחדש געווען אז מ'דארף גלויבען אהן קיין שום ראיות, זענען זיי אפילו קיין חרם נישט ווערט. נישט דאס איז דאס און נישט דאס שטייט אין חרם. (איך ווייס אז אליאך וויל זאגען אנדעריש, אבער זיין ראיות זענען זייער לעכערליך) דאס אז א מוסר נפש האט זיין תפלות גיכער פארענטפערט האט נישט מיט ווער איז גרעסער. ס'האט מיט די סיסטעם פון תפלות ווערען פארענטפערט.

דעת תורה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:39 pm

· #163329
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט. ווער רעדט פון גלייבן אן ראיות? יש ויש, ס'דא אזאנע צדיקים ווי דער סקווירער וואס ביי זיי מוז מען גלייבן זייער צדקות, און ס'איז געווען הונדערטער צדיקים וואס מען האט געזען ביי זיי עבדות ה'.

ס'איז מיר געפאלן דיין "שפאלט". ס'איז צוויי דינים, לעולם איז דער ת"ח גרעסער, נאר לגבי תפילה איז מען ענדערש מקבל די תפילה פונעם מוסר נפש.... לפי זה ברויך מען נאר פארשטיין וואס איז די פראבלעם / תוכחה פון סכותה בענן לך מעבור תפילה, לעולם איז דער דור פונקט אזוי חשוב עס איז נאר נישטא די טעכנישע סיסטעם פון תפילות...

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:43 pm

· #163330
ליטוואק פון בודאפעסט
מנשה און יאיר איך ווייס ווי דו ביסט געווען, אבער ווען איך בין געווען ביי הר סיני האב איך געהערט ווי דער אייבישטער וויילט אויס משה רבינו אלס זיין נביא. דאס איז דער אמונה פון א איד, און ס'איז געבויט אויף שכל און לאגישער יסודות.
מנשה פארגעס נישט וואס מ'האט דיר דערמאנט.

אפשר קענסטו מיר ערקלערן אויף וועלכע לאגישע יסוד עס איז געבויט דיין הנחה אז פאר דריי טויזנט יאר צוריק ווען דיין פיזישע גוף האט נאכנישט עקזיסטירט ביסטו געשטאנען אויפ'ן בארג סיני?
און אפשר קענסטו מיר אויך אינאיינוועגס ערקלערן אויף וועלכע לאגישע סברא דו בויסט דיין הנחה אז יחזקאל האט פאקטיש געזען די מעשה מרכבה אדער אז דער בעל הזוהר האט געזען עולמות אדער אז דער גר"א האט כמעט באשאפן א גולם?
דאס זענען אלעס אמונות. ס'איז געזונט צו האבן גלויבונגען, אבער נאר ווי לאנג מען רעדט זיך נישט איין אז דאס איז געבויט אויף לאגיק.

דעת תורה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:46 pm

· #163331
מענין לענין שלא באותו ענין, אינעם גליון מעין גנים(? יו"ל ע"י תלמידי ישיבה גדולה קרית יואל), ברענגען זיי לעצטנס זייער אינטערעסאנט סיפורים וואס מהר"א פארציילט פרייטיג צונאכטס. די וואך ברענגען זיי, אז ווען רבי ישכר דוב מ'בעלזא האט געוואוינט ביים שווער אין טשערנאבל, האט ער איינמאל געלערנט גמרא תוס' שבת אינדערפרי בעפארן דאווענען. איז צוגעקומען צו אים א איד אז שבת צופרי לערנט מען מאור עינים, נישט קיין גמרא תוס'.

אין א בריוו צום פאטער האט ער אים געשריבן דעם אנעקדאט, דער פאטער ר' יושע'לע האט אים צוריקגעשיקט: "פאק דיך פעק, און קום שוין צוריק אויף בעלז. אין א פלאץ וואו גמ' תוס' איז נישט אזוי חשוב ווי מאור עינים, ברויך מען נישט זיין"...

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:07 pm

· #163365
חבקוק הנביא
ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבה יאיר, וואס איז דער תירוץ? ווי טיילסטו צווישען חבקוק הנביא און דער סקווערע רבי? לאך נישט, רעד מיט שכל.


ובקהלם אל תחד כבודי, לייג מיר נישט אויף איין שורה מיט דעם יעניגען,


וואס עפעס נישט?
כתיב להדיא, בא חבקוק והעמידן על אחת, דכתיב צאאדיק באמונתו יחיה, הה"ד הצאאדיק מספרינג וועלי הנקרא סקווערער רעבי

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:20 pm

· #163366
דעת תורה
מענין לענין שלא באותו ענין, אינעם גליון מעין גנים(? יו"ל ע"י תלמידי ישיבה גדולה קרית יואל), ברענגען זיי לעצטנס זייער אינטערעסאנט סיפורים וואס מהר"א פארציילט פרייטיג צונאכטס. די וואך ברענגען זיי, אז ווען רבי ישכר דוב מ'בעלזא האט געוואוינט ביים שווער אין טשערנאבל, האט ער איינמאל געלערנט גמרא תוס' שבת אינדערפרי בעפארן דאווענען. איז צוגעקומען צו אים א איד אז שבת צופרי לערנט מען מאור עינים, נישט קיין גמרא תוס'.

אין א בריוו צום פאטער האט ער אים געשריבן דעם אנעקדאט, דער פאטער ר' יושע'לע האט אים צוריקגעשיקט: "פאק דיך פעק, און קום שוין צוריק אויף בעלז. אין א פלאץ וואו גמ' תוס' איז נישט אזוי חשוב ווי מאור עינים, ברויך מען נישט זיין"...


דאס איז נאך א נפק"מ צווישען סקווער כלפי ערגעץ אנדערש

סקווירא איז געוועהן א הויפען קפידות וואס נישט צו לערנן, פונקט דער וואך געליינט אן בלאט א באזון פונעם אלטען סקווירא רבי ביים אלטן סאטמארער רב, און ס'געוועהן
ביי אים אויפן טיש א ספר וואס מ'האט נישט געלערנט און טשערנאביל, און סקווירא רבי האט אים געפרעגט פארוואס ער האט עס אויפן טיש, האט ער אים גע'עטנפערט
ער זעהט דארט שיינע זאכען..., אינמיטן שמועס באמערקט סאטמאר רב אז ס'פעלט, האט עס געהייסן צוריקלייגן אויפן טיש, זאגענדיג ביי מיר ליגט עס אויפן טיש, נישט אויפן באנק.

עכ"פ איך עקל מיר שוין אויפן שמועס דא, און ענגליש זאגט מען טו ראנג דאזענט מעיק וואן רייט, מ'רעד אויפן סקווערער רבי פון ספרינג וועלי, אז ער איז א מין ומושג גשמי במאוד מאוד
סעלפיש דשזעו, האקט מען קאפ פארוואס איך גלייב באמונה שלימה במעמד הר סיני ובמשה עבדו, ובשלשה עשר עקרים, או לאזנים שכך שומעות פון אזאנע אפיקורסים, נאר חסידים
קענען אזוי רעדן,
איז עס ממש אזוי, אז איך גלייב נישט און א רבי, גייט מען למעלה בקודש ביז משה רבינו? כאילו משה רבינו שטייט שוה בשוה מיט דו היינטיגע רעביס,
פרעג איך, ווער זענען דו אפיקורסם.

מנשה, כ'האב שלעכטע נייעס פאר דיר, דיין רבי מיט זיינע ארבעה בנים, ויו"ח שטייען און לאכען אפ פון דו חסידים, וואספארא בהמות זיי זענען, און ווי גערינג זיי רייטן מיט דער חסידים,
פרעג אים פריוואט, וועט ער דיר אליינס זאגען אז ער איז א מוקצה מחמת מיאוס, און אויב נישט קיין מוקצה, יש לו דין גרף של רעי וטינופת.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:39 pm

· #163372
סאו וואט
פרעג אים פריוואט, וועט ער דיר אליינס זאגען אז ער איז א מוקצה מחמת מיאוס, און אויב נישט קיין מוקצה, יש לו דין גרף של רעי וטינופת.

דו מיינסט אזוי? ער וועט דאס מיר אליינס זאגן?

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:44 pm

· #163375
סאו וואט
חבקוק הנביא
ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבה יאיר, וואס איז דער תירוץ? ווי טיילסטו צווישען חבקוק הנביא און דער סקווערע רבי? לאך נישט, רעד מיט שכל.


ובקהלם אל תחד כבודי, לייג מיר נישט אויף איין שורה מיט דעם יעניגען,


וואס עפעס נישט?
כתיב להדיא, בא חבקוק והעמידן על אחת, דכתיב צאאדיק באמונתו יחיה, הה"ד הצאאדיק מספרינג וועלי הנקרא סקווערער רעבי


די פארשטייסט נישט, חבקוק האט געזעהן בנבואה אז פאר ביאת המשיח וועט זיין אסאך אמונות טפילות, איז ער געקומען אין זעזאגט אז ס'דא נאר איין ריכטיגע אמונה, די אמונה אין דעם איינציגען באשעפער און אין זיין תורה, אלעס אנדרעש איז בית סמך,

דעת תורה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:48 pm

· #163376
לפי כללי הדקדוק איז מער אויסגעהאלטן "בית שין".

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:18 pm

· #163383
דעת תורה
מענין לענין שלא באותו ענין, אינעם גליון מעין גנים(? יו"ל ע"י תלמידי ישיבה גדולה קרית יואל), ברענגען זיי לעצטנס זייער אינטערעסאנט סיפורים וואס מהר"א פארציילט פרייטיג צונאכטס. די וואך ברענגען זיי, אז ווען רבי ישכר דוב מ'בעלזא האט געוואוינט ביים שווער אין טשערנאבל, האט ער איינמאל געלערנט גמרא תוס' שבת אינדערפרי בעפארן דאווענען. איז צוגעקומען צו אים א איד אז שבת צופרי לערנט מען מאור עינים, נישט קיין גמרא תוס'.

אין א בריוו צום פאטער האט ער אים געשריבן דעם אנעקדאט, דער פאטער ר' יושע'לע האט אים צוריקגעשיקט: "פאק דיך פעק, און קום שוין צוריק אויף בעלז. אין א פלאץ וואו גמ' תוס' איז נישט אזוי חשוב ווי מאור עינים, ברויך מען נישט זיין"...

בדידי הווה עובדא (באותו זמן ובאותו מק--). כ'מיין כ'האב שוין איינמאל פארציילט די מעשה דא אין שטיבל. ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין אויף א שבת (ביי א משפחה שמחה) אין העיליגן שטעיטל סקווירא יצ"ו. היות מ'דאוונט שחרית גאר שפעיט בין איך אריין אין ביהמ"ד, ארויסגענומען א גמרא און זיך אוועקגעזעצט מיט מיינע קינדער שי' לערנען. פלוצלינג באמערק איך ווי איינער א איד פון די תושבים גיט זיך א שטארקן בייג אריין איבער'ן טיש אין מיין פנים אריין. ס'גייט אדורך א מינוט קומט א צווייטער איד און בייגט זיך אריין. וגם השלישי וגם הרביעי והחמישי. האב איך געסטאפט צו לערנען און איך זאג צו מיינע קינדער: "אונז טוען עפעס "ראנג". נאר וואס קען דען א איד טון "ראנג" ווען ער לערנט א בלאט גמרא שבת אינדערפריה?! ביז כ'האב (מיט מיין פארתמ'טן קאפ) געכאפט דער עוילעם האלט תהילימ'לעך אין די הענט און מ'זאגט תילים! יא! זייער פיין און וואויל. אבער מ'זאגט נישט תהילים בציבור אזוי ווי אין אנדערע (נארמאלע) מקומות, נאר איעדער מורמלט פאר זיך!!! 🙄 😳 🙂 😕

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:12 pm

· #163405
חסרון הסברה איז חסרון הבנה.
מ'פראבירט אלע טאקטיקן, שעלטן באוואשן דרשות מיט פזמונים, אבער קיין גראדע תירוץ האט קיינער נישט געשריבן 'קורץ און שארף', וואס עפעס זאל א יוד גלייבן און דאס אלעס וואס מ'זאגט נאך..
אפשר איז עס כולו שקר?
קוקט אויס אז עטץ ווייסטס אליינס נישט ווי צו שטעלן א גראדע פוס. דערפאר שעלט מען און מ'פארציילט סיפורים נאך סיפורים, אבער איין גראדע ענטפער איז נישט פארהאנען אין ענקערע אויסגעזאלצענע מוחות.

ודי למבין » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:14 pm

· #163406
אויך מיר געזאגט תהלים... פאר די עווערדזש בחור\יונגערמאן נעמט גאנץ תהלים ווייניגער ווי א דריי-פערטל שעה...

אגב, איינס פון די מופתים וואס מ'פארציילט אויף די הייליגע רבי איז אז פאר אים נעמט תהלים נישט מער ווי 20 מינוט..

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:16 pm

· #163408
כ'וויל הערן ווער איז הייליג און באגלייבט? און אויף וואספארא סמך?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:19 pm

· #163426
מנשה - Breathe in and out, repeat. That's the main thing.

קעניגרייך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:20 pm

· #163427
מנשה לוסטיג
כ'וויל הערן ווער איז הייליג און באגלייבט? און אויף וואספארא סמך?

כלל ישראל איז געבויעט אויף מסורה, משה קבל תורה מסיני ומסרה ליהושע, יעדער צדיק האט סמיכה פון זיין רבי'ן ארויף מדור לדור, אזוי קען אנהאלטן א שלשלת ביז משה רבינו.
פון וואו ווייסט מען אז איינער איז א צדיק, ווייל זיין רבי איז געווען א צדיק און זיין רבי האט אויף אים געגעבן סמיכה. אלע תלמידי בעש"ט האבן סמיכה ביזן בעל שם טוב, אזוי האלט אן די שלשלת.

רבי דוד טווערסקי שליט"א האט נישט קיין שום סמיכה פון קיין שום צדיק וואס האט געזאגט אויף אים אז ער איז א צדיק, קיין איין אדם גדול האט דאס נישט באשטעטיגט, דאס איז די סיבה פארוואס כלל ישראל האט אים נישט עקסעפטעט אלס אדם גדול, אויסער ביי חסידי סקווירא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:32 pm

· #163433
און פון וועמען האט דער בעל שם טוב?

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:35 pm

· #163435
ליטוואק פון בודאפעסט
און פון וועמען האט דער בעל שם טוב?


Come on!!! א יעדעס קינד אין חדר ווייסט אז די בעל שם טוב האט מקבל געווען פון אחיה השילוני.


.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:46 pm

· #163439
הוגה - איך האב געמיינט אז קעניגרייך זאל ענטפערען. מיר האבען צוזאמען א ספעציעלען שייכות.

smart man » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:46 pm

· #163440
קעניגרייך
מנשה לוסטיג
כ'וויל הערן ווער איז הייליג און באגלייבט? און אויף וואספארא סמך?

כלל ישראל איז געבויעט אויף מסורה, משה קבל תורה מסיני ומסרה ליהושע, יעדער צדיק האט סמיכה פון זיין רבי'ן ארויף מדור לדור, אזוי קען אנהאלטן א שלשלת ביז משה רבינו.
פון וואו ווייסט מען אז איינער איז א צדיק, ווייל זיין רבי איז געווען א צדיק און זיין רבי האט אויף אים געגעבן סמיכה. אלע תלמידי בעש"ט האבן סמיכה ביזן בעל שם טוב, אזוי האלט אן די שלשלת.

רבי דוד טווערסקי שליט"א האט נישט קיין שום סמיכה פון קיין שום צדיק וואס האט געזאגט אויף אים אז ער איז א צדיק, קיין איין אדם גדול האט דאס נישט באשטעטיגט, דאס איז די סיבה פארוואס כלל ישראל האט אים נישט עקסעפטעט אלס אדם גדול, אויסער ביי חסידי סקווירא.

שמעתי אז ביי די לוויה האבן אים מכתיר געוועהן הרה"צ מפאפא צעהלים רב ביק, ניימאן (מאנטריאל) זכרונם לברכה

קעניגרייך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:52 pm

· #163442
הכתרה האט גארנישט מיט סמיכה. ער האט פארט געדארפט זיין די סקווירא ממשיך דרכו.

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:28 pm

· #163475
אבער ווער איז דער סמיכה געבער אז כ'זאל עהם האלטן חשוב? ווער האט געזאגט אז מ'דארף גלייבן די משה קיבל תורה מסיני? איינער האט דיך עס געזאגט! ווער? פארוואס גלייבסטו עהם?

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:52 pm

· #163484
דא אין דער אשכול איז דא דריי שיטות דערווייל, די חסידים פין סקווירא, וואס וועלען טענה'ן אז גלייבען אין רבין איז אזויווי גלייבען אין משה רבינו, די וואס ווילען מחלק זיין צווישען סקווירא רבי און משה רבינו והשאר,

און די וואס ווילען זאגען אז אין הכי נמי, און מען גלייבט טאקע אין ביידע נישט אדער ביידע יא, זיי זענען דומה, און גראדע וועמען מען איז בוחר צו גלייבען אדער נישט איז נישט מיוסד על אדני השכל, ממילא מוז מען האבען דרך ארץ פאר די סקווירא וואס גלייבען אין ביידע.

לדעתי איז דא א גרויסע חילוק צווישען משה רבינו און דער סקווירא, מצד דער מעשים פין ביידע, ליין די תורה וואס דער מהות פין משה רבינו איז געוועהן, ווילסט נישט גלייבען וואס שטייט, גלייב נישט, אבער טאמער די גלייבסט יא וואס שטייט, איז עס נארמאל צו גלייבען אז ער האט געקענט פראווען מופתים, משא"כ דער רבי פין ספרינג וואלי (וכו') שרייב אפ זיינע מעשים, און זיי מחליט אויב ער איז ראוי שתשרה עליו שכינה.

און ר' מנשה לוסטיג, די שרייבסט די ווארטס איינער זאל דיר זאגען א חילוק צווישען משה רבינו און דיין רבי, האסטו דער חילוק, סא פאר די פרעגסט נאך אמאהל פין אונז אויסגעזאלצענע מוחות (לשון קדשך) וואס די חילוק איז, וויש דיר אפ די זאלץ פין די אויגען און "ליין" וואס דא שטייט.

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:04 pm

· #163489
דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אז ער איז געועון ביים מחלוקות קורח ועדתו און ס'גארנישט געווען אזוי פשוט..
משה האט נישט געמאכט דעם בעסטן איינדרוק, און אגב, משה איז געווען פלערהאפטיג אאויפן צונג און גערעדט זייער פאני. ער האט אויסגעקוקט ווי א ווילדע מערדער ווי באקאנט די מדרש מיטן קעניג וואס האט געשיקט א מאלער זאל עהם אויסצייכענען וויאזוי משה רבינו קוקט אויס.

ב''ה איך גלייב מיט מיין גאנצע אמונה אין א לעבעדיגע רבי און כ'דארף נישט מסביר זיין פאר קעצן קעפ וואס דאס מיינט און וואס איז מיין מאטיוו אז איך גלייב, ווייל אויב קענט איר מיר נישט זאגן אין איין ווארט וואס איז די מאטיוו פון גלייבן אנגעהויבן אין גאט געענדיגט ביי דיי רב אין שול, זענט עטס פאלנע קלעצער
איך זאג יעדן טאג מיט כוונה אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו די נשמה טאנצט פאר פרייד אז כ'בין דבוק אין א צדיק אמת, און ליידער האב איך נישט אינגאנצן אפגעהאקט פון די חסידי נשתכחה אבער כאטש אזויפיל מעט מן סקווירא דוחה הרבה מן החושך

קעניגרייך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:19 pm

· #163494
מנשה לוסטיג
אבער ווער איז דער סמיכה געבער אז כ'זאל עהם האלטן חשוב? ווער האט געזאגט אז מ'דארף גלייבן די משה קיבל תורה מסיני? איינער האט דיך עס געזאגט! ווער? פארוואס גלייבסטו עהם?

כלל ישראל האט זייער א גוטער נאז, אן עם קשה עורף וואס איז זייער שווער צו פאפן. יעדער פאלשער מנהיג וואס האט נאר פראבירט צו דיקטירן די תורה, אדער ארויף צווינגען מאדנע זאכן אויפן ציבור איז שנעל אנטפלעקט געווארן און מען האט פון אים אראפגעצויגן די מאסקע. א שטייגער ווי אותו האיש ימ״ש שבתי צבי ימ״ש א.א.וו. יעדער שלעכטער מנהיג איז עווענטועל אנטפלעקט געווארן. די זעלבע איז מיט צדיקים, כלל ישראל ווייסט פונקטליך ווער עס איז צדיק, מען קאן כלל ישראל נישט דעם קאפ פארדרייען.

אין משה רבינו גלייבן מיר ווייל אזוי שטייט בפירוש אין די תורה, עס שטייט געשריבן אש שחורה על גבי אש לבונה שלא קם עוד נביא כמשה.

יעצט, אלע צדיקים האבן מסורה ביז משה רבינו, כלל ישראל איז מבוסס אויף מסורה. רבי דוד טווערסקי האט קיין שום צדיק נישט מסמיך געווען, ער איז בסך הכל די ממשיך דרכו פון סקווירא, ווייל סקווירא אזוי ווי יעדע חסידות (למשל סטמר) דארף האבן א ממשיך דרכו, אנדערש ווי זיין פאטער דער אלטער סקווירא׳ער רבי זי״ע איז יא געווען אנגענומען אלס א צדיק ביי אלע פריערדיגער רבנים. מה שאין כן רבי דוד טווערסקי איז נישט אנגענומען ביי קיין שום קהילה בישראל אלס א אדם גדול אדער צדיק אויסער אין סקווירא. נישט דא צופיל צו דעבאטירן איבערדעם.

מנשה שפאציר ארום די וועלט און טרעף מיר א מנין מענטשן וואס קענען זאגן אז סקווירא רבי איז א צדיק. ער איז א איש פשוט מאד. איך האלט נישט ער איז א רשע ח״ו אזוי ווי אנדערע שרייבן דא אבער ער איז טויזענטער מייל ווייט פון די ווארט צדיק. אבער באמת ועמך כולם צדיקים.

קעניגרייך » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:28 pm

· #163496
מנשה מיט אלע תורות פונעם ישמח משה איז די תורה מעיד אויף משה רבינו אלס משה איש אלקים. אלזא פארוואס האקסטו ארבעס אין וואנט מיט תורות פון ישמח משה און מיט א מעשה פונעם קעניג. די תורה איז מעיד אויף אים.

אויף סקווירא רבי איז קיינער נישט מעיד, לויט דיר איז גאנץ כלל ישראל אפיקורסים ווייל קיינער גלייבט נישט אינעם סקווירא׳ער רבי׳ן.

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:34 pm

· #163498
איך זעה מיך יעצט זיצן אין בראדער קלויז און דארט זיצט עמיצער און שרייט אויף ר' גרשון קיטובער, "לויט דיר איז גאנץ כלל ישראל אפיקורסים ווייל קיינער גלייבט נישט אין דיין שוואגער דער בעל שם..."

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:52 pm

· #163501
טאמבל סאס
איך זעה מיך יעצט זיצן אין בראדער קלויז און דארט זיצט עמיצער און שרייט אויף ר' גרשון קיטובער, "לויט דיר איז גאנץ כלל ישראל אפיקורסים ווייל קיינער גלייבט נישט אין דיין שוואגער דער בעל שם..."


טאמבל, אין די ליטווישע גדולים גלייבסטו יא.
איך מיין וואס מאכסטו זיך נעריש, סקיוורא רבי מיטן בעל שם טוב זיע זענען ביי דיר אויף איין גאטונג?
חוץ מזה וואס הייסט קיינער גלייבט נישט אין שיין שוואגער, איז דען אזוי געווען די מעשה?!

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:30 pm

· #163525
מנשה לוסטיג
דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אז ער איז געועון ביים מחלוקות קורח ועדתו און ס'גארנישט געווען אזוי פשוט..
משה האט נישט געמאכט דעם בעסטן איינדרוק, און אגב, משה איז געווען פלערהאפטיג אאויפן צונג און גערעדט זייער פאני. ער האט אויסגעקוקט ווי א ווילדע מערדער ווי באקאנט די מדרש מיטן קעניג וואס האט געשיקט א מאלער זאל עהם אויסצייכענען וויאזוי משה רבינו קוקט אויס.




משה רבינו האט נישט געהאט א פנים פין א רוצח (עס איז נישט קיין מדרש, עס איז א שיינע באבע מעשה לכל היותר), און אפילו לפי דער מעשה, איז דאס געוועהן זיין צורה, און האט גארנישט געהאט מיט זיינע מעשים, לעומת דיין רבי, וואס האט א פנים פין א צדיק און און איז עושה מעשה רוצח.

און ווער רעדט פין בימי משה, צו גלייבען היינט אז משה רבינו איז געוועהן א צדיק, איז נישט קיין סתירה מיט איינער וואס שיקט שלוחים צו פארברענען אנדערע אידען, און צו גלייבען אז דיין רבי איז א רשע, איז נישט קיין סתירה מיט גלייבען אין בעש"ט און אין דרך החסידות, און אז עס איז נישט נשתכחה תורת הבעש"ט.

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:46 pm

· #163535
איחי.. דארפסט נאך מאכן?..
😂 😂 😂 😂

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:42 am

· #163624
מנשה לוסטיג
איחי.. דארפסט נאך מאכן?..
😂 😂 😂 😂



הייבסט אלע אויף די הענט און מאכסט פאטש פאטש, מנשה האט קאפיטילירט, ער האט נישט וואס צו ענטפערען, גאנץ לייכט אנצופרעגען א מנוול.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:24 pm

· #163642
איחוד - ס'קוקט אויס אז דו נעמסט עס טאקע ערינסט. בארואיג זיך, ס'איז גארנישט. מיר זיצען אין א קאווע שטיבעל און פלאפעלען ככל העולה על רוחינו. אוודאי אלע גלויבען אין וואס זיי שרייבען, אבער מיר טאר עס נישט נעמען צום הארץ.
אגב, מנשה'ס ענטפער האט מיר געקאסט א גוטען לאך. יא, ס'איז עקעלדיג, אבער ער האט אזוי שארף געטוישט דער נושא אז איך האב געמוזט געבען א 'לייק'.

מנשה לוסטיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:47 pm

· #163674
כ'האב געוואלט פרעגן צו דו פילסט נאך אז דו דארפסט נאך ברעכן, אבער כ'האב געזען אז די תוכן פון דיינע תגובות זענען בין הבשרים נישט בין טוטפות עיניך.

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 8:53 pm

· #163740
מיט א רבי א רוצח איז נישט קיין ווינדער צו האבען חסידים נואפים...

אכטונג אכטונג מנשה לוסטיג האט זיך באמיסטיג,.....

סאו וואט » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:16 pm

· #163753
איחוד פעלד
מיט א רבי א רוצח איז נישט קיין ווינדער צו האבען חסידים נואפים...

אכטונג אכטונג מנשה לוסטיג האט זיך באמיסטיג,.....


זאג זיין רבי, קלין אפ עפטער יאר דאג...

צירוק צון נושא...

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:01 am

· #163773
הייסט עס אז ס'שטעכט דיר פאר א אמת.. איז דאך פיין!

כתר מלכות » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:08 am

· #163774
מנשה לוסטיג
הייסט עס אז ס'שטעכט דיר פאר א אמת.. איז דאך פיין!


וואס איז אזוי פיין אז סשטעכט אים ?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:16 am

· #163775
הלא משנאך ה' אשנא ובתקוממך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי

סאו וואט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:29 am

· #163818
מנשה לוסטיג
הלא משנאך ה' אשנא ובתקוממך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי


ובנפול אויביך אל תשמח, משנה באבות...

צירוק צום נושא....
סקווירא האט געהאט א זכיה אז א ליטפישע ראש ישיבה איז געקומען מיטהאלטן א טיש פון א חסידישע רבי צום ערשטען מאל און זיין לעבן,
און ס'איז דייקא געוועהן, פון סקווירא רבי פון ספרינג וועלי, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו...

(הגם, כ'פארשטיי נישט וואס סקווירא איז אזוי העפפי דערמיט, ענק זענען דעך העיליג פאר זיך, וואס דארף מען ברענגן דרויסענדיגע עטענשען?)

מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, אז מ'מוז אן נעמען אז סקווירא רעבי איז עפעס גאר הערכערס פון אונז..למעלה מהשגותינו...

ודי למבין » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:38 am

· #163824
מ'דארף דא געבן קרעדיט פאר מנשה'ן. יעדעס מאל וואס ס'איז דא א שמועס איבער סקווירא איז ער מצליח אראפצושלעפן די אטמאספער פון די שמועס אויף גאר א נידריגע לעוועל אזוי אז מ'זאל נישט קענען געהעריג דורכשמועסן די ריכטיגע פראבלעמען פון סקווירא.

אזוי קומט אויס אז ווען עס הייבט זיך אן צו דעוועלאפען א שמועס איבער סקווירא הייבט ער גלייך אן צו רעדן פון "איחי, דארפסט נאך מאכן" וכדומה, אזוי קען מען שוין נישט דיסקאסען די ריכטיגע פראבלעמען.

די אביוז וואס גייט דארט פאר גייט דורך אן קיין געהעריגע דיסקאשען, די קולט-לייק לעבן ווערט נישט אזוי ברייט צושמירט ווי לב-טהור, די דיקטאטורשאפט ווערט קוים ארויפגעברענגט, און ווען עס איז נאר דא א קליינע שמועס איז מנשה מצליח אראפצושלעפן יעדעם צו זיין דרגא און אזוי נישט דארפן פארענטפערן אויף די שוידערליכע זאכן וואס ס'גייט פאר אין די הייליגע ממלכת סקווירא.

הדא הוא דכתיב, טענה זיך נישט מיט קיין נאר, ווייל ער וועט דיך אראפשלעפן צו זיין לעוועל און דארט וועט ער דיך געוואונען...

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:09 am

· #163833
הגם איך זעה נאך נישט ווי ער האט געווינען,

אין די אויגען פין איינער וואס ליינט וואס די שמועס איז געוועהן דא, קען ער זעהן קלאר אז מנשה האט מיאוס פארלוירען דער וויכוח,

1. ער האט קלאר זיך ארויסגעגעבען אז גלייבען אין רבין איז אזויווי גלייבען אין משה רבינו (עפרא לפומיה).
2. ער האט נישט וואס צו ענטפערען אויף די מעשה רציחות פין זיין רבין.
3. ער האט נישט וואס צו ענטפערען אויף זיין ניאוף.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:29 pm

· #163849
איחוד הער שוין אויף צו רעדען דער נידריגע מארמערושע שפראך. ווי ניאוף ווען ניאוף, ער האט גערעדט קינדעריש און גראב. וואס שפרינגט מען גלייך צו ניאוף?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:44 pm

· #163856
סאו וואט, וועלכע ליטווישע ראש ישיבה איז יעצט געווען? ווייל איך געדענק ווען דער ויבחר בדוד עבדו נעתר לבקשתינו ושבת בעיר לייקוואוד און ער האט זיך געבעטען בתחנונים צו קענען טיילען לקח אין ב.מ.ג.. די ראש ישיבות האבען נישט מסכים געווען צו שטערען דער ישיבה. נאך דעם האט ער געבעטען מ‘זאל קומען צום טיש.
זיי האבען גע‘ענטפערט אז זיי וועלען גייען צו א דינער אבער טיש איז נישט זייערע זאך. מוצאי שבת איז פישעל געקומען ביי סאלאמאן אין שטוב און אנגעזאגט אז נישט קומען צו של"ס איז א דירעקטע פאטש אין פנים און ער קען דאס נישט פארליידען. ויכמרו רחמיו של המשגיח און ער איז מיטגעגאנגען אין קאר צום שטוב פון הרב מלכיאל. דער ראש ישיבה האט נישט קיין גבאי צו וואס, ממילא האט ער זיך נישט געקענט אויסדרייען און ער איז געגאנגען פאר צען מינוט. אין יענער צען מינוט האט מען ערלויבט צו כאפען בילדער. הגם אז לעיקוואוד האט נישט געווענליך קיין גרויסע רחמנות אויף ר מלכיאל‘ן אבער יעצט האט זיך יעדער איינער גערעגט אויף אזעלכע שריטען צו רייטען אויף א ציבור.
א חבר מיינע האט שפעטער גערעדט מיט א סקווערער חסיד וואס האט זיך אפגערעדט אויף די לייקוואודער אידען וואס זענען אזוי קאלט און מ‘האט אזוי שטארק געדארפט צווינגען ביז זיי זענען ערגעץ אנגעקומען.  

סאו וואט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:11 pm

· #163868
דער נייע מיר'ער ראש ישיבה פון מיר ארה"ק, איז דארט געוועהן א יונגערמאנטשיק, וואס ווען זיין טאטע איז אוועק, האט ער תיכף איבערגענומען דער לייצעס פון הנהגה, און געקומען קיין אמעריקא שנארען, און אט דער יונגעמאנטשיק האט סקווירא נעבעך געדארפט צו ווייזען ווי גרויס סקווירא איז, און ווי יעדער קומט נאר צו אים.

בכלל איז שוין ידוע אז אלע ביקור מיט גומלין'ס מיינט געלט, אזוי אויך דא, זיי האבען צוגעזאגט צו שיקן אדער פאנדן פון זייערע חסידים געלט, אלעס אבי זיי זאלן קענען שרייבן אז ראש ישיבת מיר, וואס איז קיינמאל נישט געוועהן ביי א רבי'ס טיש, קומט דער ערשטע מאל דייקא צו א סקווירא טיש. בעביס, מיט דעם ווערן זיי צופרידן. פרעג דעם סקווירא צו ער דארף אפשר א לאלי פאפ?

אגב, ס'איז נישט נאר אין לעיקוואד ווי ער בעט זיך מ'זאל גיין צו אים, אפילו אין בארא פארק ווי זיי האבען געמאכט העווי פי. אר. אז דער רבי קומט אנווארעמען ב"פ מיט א חסידישע שבת, ווי ער איז שוין זיבען יאר נישט געוועהן, פאוסטער מיט פלייערס, איז ער געוועהן אויסגעשפילט אויף א הויכע לעוועל, ווען נישט ער ברענגט אריין זיינע מאנקיס פונעם זו-שיכון, דער ווערהויז, וואלט געוועהן א פיצי עולם און נעבעכדיג. וכן שמעתי איז געוועהן אין וויליאמסבורג. זייער באבעל און באלאן האט געפלאצט, קיינער איז שוין מער נישט נייגעריג פון זיינע שטיק, יעדער ווייסט שוין דער אמת וואס ער איז, דער גאס און המון עם קויפט אים מער נישט אפ. זיין סטאקס ביים עולם האט געטראסקט.

ער איז א רחמנות, ווייל ביז יעצט איז ער געוועהן פון די יונגערע אדמורי"ם, ענדליך ווערט ער שוין פון די עלטערע, כמעט דערלעבט, קוקט אים קיינער מער נישט אן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:56 pm

· #163886
מנשה לוסטיג
הלא משנאך ה' אשנא ובתקוממך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי

ליין:
"אויבים היו לי, ותכלית שנאה שנאתים"

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 4:57 pm

· #163979
גרעפס

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:46 pm

· #163995
דער מעשה איז געשען מיט זיבען יאר צוריק, פאר דער auto-da-fe.
איך בין נייגעריג, וואס איז געשען אין ב.פ.? וועמען האט ער געוואלט זאל קומען צו זיין טיש? א רבי מיט א שטיקעל עולם אליינס, א שטייגער ווי די צדיקי אמת לבית באבוב, פירען דאך אליינס טיש. ווידער פון ליטווישע איז דאך נישט דא אחוץ ר' יוסף ראזענבלום, און ער קען נישט גייען. הרב משה וואלפסאן פירט אליינס. איז ווער זאל קומען? נאר די קליינע רבי'לעך. איז פארוואס זענען זיי נישט געקומען? זיי האבען דען עפעס בעסער צו טוהן?
איך מיין נאר צו זאגען אז דאס איז איין מאל פשוט אז קיין שום עקרונות זענען דא נישט געווען. קייינער האט נישט געטראכט אז מיסטער טווערסקי טויג נישט און דעריבער איז ער נישט געגאנגען צו זיין טיש. ער האט נאר געמיינט אז ס'וועט נישט זיין קיין גרויס כבוד פאר זיך ווען מ'זיצט איהם אויבען אהן ביים סקווערע טיש. דאס איז זיי געבליבען פון זייערע מעשים.
ס'האט מיר אלס פארדראסען אז מ'לעבט אין אזא מצב אז אזא שרעקליכע מעשה רציחה קען פאסירען, און קיין שום רב רופט זיך נישט אהן. מ'שטייען אין א מצב וואס קיינער נעמט נישט קיין אחריות פאר א צווייטע איד. למעשה סקווערע חסידים זענען אידען ווי אלע אידען, און מיסטער טווערסקי איז מזרע אברהם יצחק ויעקב, און מ'האט אחריות אויף איהם. ער איז א פשוט'ער מענטש און די רבנים פונ'ם דור האבען אחריות פאר אזעלכע מענטשען זיי צוריק צו האלטען פון אזעלכע עבירות. ווען די רבנים וואלטען עפעס הויך געזאגט וואלט אפשר געווען א תועלת. כאטש דעם אז ער קען נישט אנפילען א טיש, עפעס וואס ביי תלמידי בלעם איז וויכטיג ווי לופט אויף צו עטעמען, איז עפעס א מחאה אויף זיין מעשים, און ס'קען האבען א תועלת לעתיד אז מ'זאללען זיך שרעקען פון אזעלכע מעשים אין דער צוקונפט.
א סאטמארער חסיד אין לעיקוואוד האט מיר געזאגט נאכ'ן auto-da-fe אין ניו-סקוווער אז ער איז דאנקבאר פאר יאסעל וואלדמאן. הגם דער איד איז א גרויסע חסיד פונ'ם רבי ר' אהרן סאטמארער, מ"מ דאס אז יאסעל וואלדמאן האט זיך אזוי געשלאגען, און שטענדיג געסטראשעט מיט פאליציי האט צוריק געהאלטען זייערע קרייז פון אזעלכע געמיינע מעשים.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:52 pm

· #163997
😂

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:31 am

· #164068
איך האב יעצט גע'ענדיגט ליינען אינעם חודש'ליכען "זמן" אן ארטיקל איבער סקווירא רבי'ס אויפנאמע ביים דעמאלסדיגן אמעריקאנעם פרעזידענט, ביל קלינטען.
דער ארטיקל האט מיר זייער באנומען, עטליכע מאל זענען מיינע אויגן פארגלייזט געווארן פון התרגשות.

אבער, בכל זאת, כ'האלט נאך אלץ אז מ'מעג דאווענען אין די אלטע-עלטער-היים.
בלאט: 1 2 3 4