☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

290 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4839
בלאט: 1 2 3 4 5 6

הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:19 pm

· #153823
John Doe
הירשל ציג
די שקר איז אז איר MARRIAGE איז נישט צאמגעפאלען צוליב פרומקייט ענינים און טהעראפיסטס. א שקרנית!

איך רעד ווייל איך ווייס!!!


ביי אונז חסידים זאגט מען ״ס׳וואלט געקענט זיין אמת.״

נישט אין איר פאל!

מאנדלבאום » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:33 pm

· #153827
הירשל ציג
מאנדלבאום
וואס איז קאמיש,
דער עולם ברענגט די צייטונגען, כאילו דער צייטונג וואלט ווען געועהן עפעס אן ערליך קראנט אוויעקטיעוו קוואל.
פון וואנען 'ווייסן' דאס די צייטונגען?...
אפגעזעהן ווי ווייט זיי זענען אייביג פארלעסליך, און איבעהויפט ווען מען האנדלט פון די פרומע אידן.

א שאד זיך צו ספראווען דערמיט.

זאג, טאמער וואלט אין צייטונג געשטאנען אז דו ביסט א גנב, וואלסטו אויך איגנארירט די מעשה?

שטייט נישט אין צייטונג דאס, און נאך ערגער? על זה אנו דנים.

הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:52 pm

· #153833
מאנדלבאום
הירשל ציג
מאנדלבאום
וואס איז קאמיש,
דער עולם ברענגט די צייטונגען, כאילו דער צייטונג וואלט ווען געועהן עפעס אן ערליך קראנט אוויעקטיעוו קוואל.
פון וואנען 'ווייסן' דאס די צייטונגען?...
אפגעזעהן ווי ווייט זיי זענען אייביג פארלעסליך, און איבעהויפט ווען מען האנדלט פון די פרומע אידן.

א שאד זיך צו ספראווען דערמיט.

זאג, טאמער וואלט אין צייטונג געשטאנען אז דו ביסט א גנב, וואלסטו אויך איגנארירט די מעשה?

שטייט נישט אין צייטונג דאס, און נאך ערגער? על זה אנו דנים.


אבער מיר זעהט אויס אז דו האלטסט נישט אז דיר מיינט מען.. אנדערשט וואלסטו געשטאנען אויף די דעכער און געשריגען הויך: "ס'איז שקר!!!!!"

מאנדלבאום » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:59 pm

· #153840
ר' הירשל טייערער,
אויף די דעכער שריי איך כסדר אז זיי זענען שקרנים רשעים, און דערצו בלוט זויגער פון פרומען אידנטום, און מען טאר זיי קיינמאל נישט גלייבן קיין איין ווארט.
גיין אפרעגן יעדע מעשה באזונדער וואס זיי שמוצן, מיינט אז כאילו מען גיט עפעס א הוא אמינא וואס מען דארף אפרעגן...

הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:04 pm

· #153842
מאנדלבאום
ר' הירשל טייערער,
אויף די דעכער שריי איך כסדר אז זיי זענען שקרנים רשעים, און דערצו בלוט זויגער פון פרומען אידנטום, און מען טאר זיי קיינמאל נישט גלייבן קיין איין ווארט.
גיין אפרעגן יעדע מעשה באזונדער וואס זיי שמוצן, מיינט אז כאילו מען גיט עפעס א הוא אמינא וואס מען דארף אפרעגן...

הער איך

דענקער » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:55 pm

· #153870
קטלא קניא - דברים כדרבונות
שיכלתי דבורה

איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע מיט וועם איך בין באַקענטיקט און וואָס האָבן איר יאָ געקענט. זיי דערציילן אַז זי האָט זיך אָפּגעלאָזט פון איר געבוירטס פּלאַץ און דער לעבנסשטייגער פון אירע עלטערן, זיך געגט פון איר מאַן און איבערגעלאָזט איר פאַמיליע. און אויף דעם איז איר עונש געווען איין מאָל כּרת פון אירע קינדער אויף דער וועלט און ווידער אַמאָל כּרת אין אירע יונגע יאָרן פון דער וועלט.

פאַר די בלוט־דאָרשטיקע נוקמים ונוטרים איז דאָס אַלץ נישט גענוג געווען. ווען די וועלט האָט שוין געזאָגט עליה השלום האָבן זיי דאָס איר אויך נישט פאַרגינט. מיטאַמאָל זענען זיי געוואָרן אפוטרופסים אויף איר גוף און מתעסקים אויף איר קבורה. נישט אויף כבוד המת איר באַלד צו באַערדיקן נאָר אויף אויפצוהאַלטן איר קבורה, נישט אַז אירע באַליבטע זאָלן איר נאָכגיין אויפן לעצטן וועג נאָר אַז זיי זאָלן פאַרפרוירן ווערן אַבי זיי צו ווייזן אַ פייג, און נישט איר צו לייגן אויף אייביקער רוה מיט איר פאַמיליע נאָר איר צו באַהאַנדלן ווי אַ נבילה און איר באַגראָבן מחוץ למחנה. קינדער האָבן זיי ביי איר צוגענומען ביי איר לעבן און פאַרשוועכט איר כבוד ביי איר שטאַרבן.

פרעגט איר אוודאי וווּ האָט אַזאַ אכזריותדיקייט פּאַסירט און ווער זענען זי די אירע וואָס טיילן אויס אַזוינע ברוטאַלע עונשים. אויף דעם איז די תשובה: קום לך לך אל עיר ההרגה ובאת אל החצר, צום צדיקס הויף.

מיר רעדן דאָ פון דער עיר הנדחת וווּ אונזער אַלטער באַקאַנטער דוד טווערסקי און זיינע מלאכי חבלה זיצן בראש. דער שר הטבחים וואָס האָט פאַרזיכט אומצוברענגן אַ פאַמיליע מיט קינדער און האָט מיאוס פאַרברענט דער ראש המשפחה, דער מלומד במכות צוליב וועם מען האָט פאַרמשפט אין טורמע זיינע חסידים אויף גניבות און גזילות, דער זעלבער עדיין מרקד בינינו און האָט ווידער דערלאַנגט כדרכו בקודש.

און דאָס מאָל איז עס פיין געלונגן. קיין אות קען ער נישט אָבער די מופתים וואַלגערן זיך אונטערן טיש. די תורה זאָגט ולנערה לא תעשה דבר אָבער פאַר אים איז הנערה הזו שתי פעמים. איינמאָל איר געקוילעט מיט באַראַבעווען איר די קינדער און אַ צווייט מאָל געשחטן מיט איר אויסרייסן די נשמה. דעם רבינס ווייטער בליק האָט אוודאי אינזיענען געהאַט צו פאַרשפּאָרן די קינדער אַ שבעה מיט אַ קדיש ווייל אַז די מאַמע איז קיין מאַמע נישט זענען די קינדער אויך נישט די קדישימלעך.

אין תורה שטייט געשריבן אַז מען געפונט אַ טויטן אויפן וועג זאָל מען אויסמעסטן דאָס ווייטקייט פון די אַרומיקע שטעט און די שטאָט וואָס איז דער נאָנסטער זאָל ברענגן אַ קעלבל, די זקנים פונעם שטאָט זאָלן זיך וואַשן די הענט און זאָגן, אונזערע הענט האָבן נישט פאַרגאָסן דער בלוט און אונזערע אויגן האָבן נישט געזען. די נפטרת האָט געוווינט אַרומגערינגלט מיט פאַרשידענע געאָגראַפישע, גייסטערישע און אידיאַלאָגישע שטעט. זי האָט דיך אויסגעוועלט איבערצולאָזן איר אַלטע היים און דורכברעכן די הויכע מויערן און זיך איבערקלייבן צו ברייטערע פעלדער און פרייערע אומשטענדן. אירע פריינד און באַקאַנטע וועלן אוודאי מאַכן אַ חשבון הנפש אַז זי איז געווען אין די לעצטע יאָרן דאָס נענסטער צו זיי און צי זיי האָבן נישט געקענט מער טון איר צו העלפן.

זיי מעגן זאָגן בקול רם, ידינו לא שפכו את הדם הזה אָבער אונזערע אויגן האָבן יאָ געזען. זיי דאַרפן צייגן אויף יענעם יישוב און שרייען מיט אַ געוואַלד: ידיכם דמים מלאו.

דבורהס בלוט האָבן פאַרגאָסן די געמיינע הענט פון די מגלה עריות וואָס האָבן איר געלעסטערט און פאַרשטיקט איר געוויין און אַצינד טאַנצן זיי אויף איר פרישער קבר אָבער נישט איידער זיי האָבן אָפּגעהאַלטן דער קבורה. זי איז די נערה אשר צעקה ואין מושיע לה. זייערע מאור עינימדיקע אויגן האָבן אַלעס געזען, זייערע אוירן האָבן געהערט יעדער זיפץ און זייערע הענט זענען אַזוי פאַרשמירט אַז אַלע זייערע מקוואות וועלן עס נישט ריין וואַשן. דער נענסטער שטאָט צו איר זענען דאָרט וווּ אירע קינדער געפונען זיך און דאָרט גייט זוכט די רוצחים מיט קנייטשן אויפן שטערן און דער טייוול אין זייער האַרץ.

דבורה, אויף דיין נאָמען שטייט שקמתי דבורה, שקמתי אם בישראל און זיי האָבן דיר געמאַכט אויס מאַמע. זיי האָבן פאַרדרייט דער פסוק עס זאָל לייענען, שיכלתי דבורה, שיכלתי אם בישראל. דער נביא זאָגט, התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה, קען אַ פרוי פאַרגעסן איר עופעלע און קען זי פאַרמיידן רחמנות אויף דער זין פון איר טראַכט? די אכזרים און באַרבאַרן האָבן עקספּלויטירט די אָ רחמנות און דערבאַרמקייט דיר צו לערנען לעקעך פאַר דיין ווידערשפּעניקייט און למען ישמעו ויראו פאַר אַנדערע וואָס קלערן צו גיין איר דיינע טריט.

די שאלה איז שוין היינט נישט אויף אַזוינע ווי דבורה וואָס ווי אברהם אבינו קאָפּן זיי אין דעם אַלטן תרח נאָר די קשיא איז אויף די וואָס בלייבן נאָך דאָרט. די וואָס ציען אויף זייערע קינדער אין אַזאַ פאַרדאָרבנקייט און דעקאַדענץ און פרעגן זיך נישט יעדן אינדערפרי ביי מודה אני צי אויף אַזאַ סדום האָט מען זיי צוריקגעקערט זייערע נשמה. וואָס קלערן נישט אויב ונהיה אנחנו וצאצאינו מיינט אַז זייערע קינדער און קינדס קינדער מיזן זיין קנעכט פאַר דעם פרעה אין סקווער.

מיט דער ווייטאָג פון דבורהס פטירה מיזן מיר אויך שפּירן אַ כעס און אַ גרויל איבער דעם סיסטעם וואָס מיר האָבן זיך געשאַפט. בכדי צו לעבן אַנדערש זענען מיר מקריב משפחות און פירן אומשולדיקע קינדער אויפן מולך פון אונזערע אָפּגעטער און אַצינד איז מען מקיים שילוח הקן אויף אַ מאַמע צו קענען כאַפּן אירע קינדער. אַ סיסטעם וואָס כלאָמפּערשט שטייט ביי דעם טעמו וראו כי טוב ה' און כי לקח טוב נתתי לכם ציטערט אַז אונז וועט געפעלן עפעס אַנדערש. לכו בנים שמעו לי זאָגט דער פּסוק אָבער אונזערע שאַרלאַטאַנען האָבן עס געמאַכט פאַר אַ בית האסירים פון וווּ מען אַנטלויפט און מען איז אַלעס מקריב אַבי צו זיין אינדערויסן.

הוי האמרים לרע טוב ולטוב רע שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר. זיי האָבן גענומען דעם סם החיים און עס געמאַכט פאַר אַ סם המוות. דאָס איז נישט מענטשליכקייט, אוודאי נישט יידישקייט און כל שכן נישט תורה. פון לא תרצח מאַכן זיי אַ מצווה צו פאַרברענען מענטשן, זאַמלען צדקה אויף מקיים צו זיין לא תנאף, לא תגנוב לייענען זיי לו תגנוב און ווי רש"י זאָגט בגונב נפשות הכתוב מדבר. אַן אייביקע שאַנדע אויפן חדר וווּ מען פאַרדרייט כבד את אביך ואת אמך צו צווינגן קינדער צו רופן די מאַמען ביים ערשטן נאָמן ווייל 'מאַמי' איז שוין אַ צווייטער. דאָס זענען נישט מער ווי מערדער פאַרשטעלט ווי רביס, פּאַסקוטניאַקעס מיט שטריימלעך, לסטים איינגעוויקלט אין בעקיטשעס און כוליגאַנעס וואָס קאָפּן מיט זייערע פאַרשטיוולטע לאַבעס.

דבורה, תהא מיתתך כפרתך און דיין שטאַרבן טאָר נישט זיין לאיבוד. דו האָסט נעבעך געצאָלט מיטן לעבן צו דערציילן דער וועלט דער גריב אין וואָס מיר געפונען זיך אָבער די חצי נחמה פון דיין אַוועקגיין איז צו זען אַז ס'יז אַ צרת רבים. צום באַדויערן מיז עס נעמען אַזאַ טראַגעדיע אַז דער וועלט זאָל זען ווער אונזערע פירער זענען און וואָס פאַראַ מאָנקאַלב מיר האָבן זיך באַשאַפן. קושטא קאי שיקרא לא קאי און כי לא תשכח מפי זרעו וועט נישט מקויים ווערן ביי די קינדער כאַפּערס און מאַמע מערדער.

זאָל פון דיין קבר אַרויסגיין אַ געוויין און אַ געטומעל, אַ שטורעם און אַ צאָרן צו רבנים און פירער איבער דער גאָרער וועלט: איר זעט און איר ווייסט וואָס דאָ גייט פאָר. ווען עס לוינט אייך זענט איר די ערשטע וואָס שרייען אויס איז וווּ איז נעלם געוואָרן אייער צינג? ווען מען נעמט ביי אייך צו אַ פּאָר אומפאַרדינטע גראָשן גיסט איר פּעך אין שוועבל און דער באַנדיט וואָס פאַרברענט מענטשן זעצט איר אויבן אָן און רופט אים הרב הקדוש. קיין אויסגריבענע פרוטה קומט אייך נישט אויף חרוב צו מאַכן גאַנצע דורות.

מאָדערנערע רבנים, וואוּ איז אייערע קול? אַז איר גלייבט אין גערעכטיקייט, אַז אַ חילול השם גייט אייך אין לעבן פאַרוואָס שווייגט איר? וווּ איז אייער מחאה? קול דמי אחיך ואחותך צועקים אליכם מן האדמה. אַז נישט פאַר די ערוואַקסענע שרייט אל תשלח ידך אל הנער פאַר די עוללים ויונקים וועם מען מאַכט פאַר פּיאָנען אין די שמוציקע קריגן. אַז נישט פאַר די לעבעדיקע נעמט אייך אָן פאַרן קריוודע פון די טויטע.

און צו אונז, מיר וואָס געפונען זיך נאָך דאָ, פרעג איך וויפיל נאָך עלטערן און קינדער דאַרפן דאָס דורכגיין איידער מיר וועלן האָבן דער גייסט און קוראַז צו לויפן אין די גאַסן און שרייען הויך רק אין יראת אלקים במקום הזה?

תנצב"ה

בן תמליון » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:14 pm

· #153877
בולש*ט.

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:31 pm

· #153883
Wow! Powerful!!!!

אין קורצן פארשטיי איך אז זיין עיקר נקודה איז ווי פאלגנד. מיט וואס איז רודפ'ן דאס מענטשהייט, דינען א רבי ווי אן אפגאט, פראטעקטן און צולאזן מאלעסטערס אנגיין מיט זייערע ארבייט פאר לאנגע יארן, צו גנב'נען קינדער וכו' וכו' ווייניגער otd, רעפארם און אפיקורסיש ווי חילול שבת, אכילת טריפות וכדומה. ווער ווייסט וועלכע באדערט די באשעפער מער.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:34 pm

· #153886
הוגה
Wow! Powerful!!!!

אין קורצן פארשטיי איך אז זיין עיקר נקודה איז ווי פאלגנד. מיט וואס איז רודפ'ן דאס מענטשהייט, דינען א רבי ווי אן אפגאט, פראטעקטן און צולאזן מאלעסטערס אנגיין מיט זייערע ארבייט פאר לאנגע יארן, צו גנב'נען קינדער וכו' וכו' ווייניגער otd, רעפארם און אפיקורסיש ווי חילול שבת, אכילת טריפות וכדומה. ווער ווייסט וועלכע באדערט די באשעפער מער.

דער חילוק איז אז אויף חילול שבת און אכילת טריפות האבן מיר נישט קיין מסורה מדורי דורות.

בן תמליון » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:29 pm

· #153908
אפשר איז צייט אויפהערן צו רוקד זיין על הדם און אויסנוצן א טראגעדיע צו אויסגעבן פערזעליכע ביטערנישן. קטלא קען שרייבן אויף סקווער סתם אין א וואכנטאג אויך און די או טי דיס זענען אזוי פארנומען מיט די מעשה אז זיי פארגעסן ממש אינגאנצן פון די מאלעסטעשאן וואס קומט פאר און דערווייל זענען אונזערע קינדערלעך הפקר ווייל מיר טאטעס און מאמעס זארגן נישט אויף זיי ווי די וואס האבן איבערגעלאזט זייערע אייגענע נאנטע. דא איז געווען א פארפלאגטע נשמה וואס איז לכו"ע געווען גייסטיש געפלאגט נאך פאר זי איז אוועק און איז נישט געווען ביכולת צו האבן די קינדער. דאס האט ווייניק געהאט מיט סקווער נאר מיט איר פאמיליע און דעם ריכטער. דאס זעלבע די לוויה האט די משפחה געטוהן ווי זיי פארשטייען איז דאס בעסטע לכבודה לאזט זיי במנוחה און הערט אויף טאנצן הקפות אויפן קבר. אינטערסאנט איז אז די וואס האבן איר פערזענליך גוט געקענט ווי למשל ריקי ב. אויף פעיסבוק, חאטש זי איז או טי די אליינס, שרייט אז די משפחה האט זיך שיין באנומען צו איר און איר באגיין זעלבסטמארד איז קיינעם נישט צו באשולדיקן. זי זאגט אז די או טי די'ס נוצן אויס די טראגעדיע פאר זייער אגענדע.

שושן פורים » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:11 pm

· #153923
ווען איינער גייט או.טי.די. און מהארגעט זיך אוף די קינדער , געווענדליך סופארטן די הימישע עולם די פרומע צד מיט געלט און לויערס , רוב מאל פרובירט מען צו מאכן דעם אפגעפארענער ווי א אומסטאבילע מענטש ,ווייטער די אפגעפארענער פירט אליינס די קעיס , און די תוצאות זעט יעדער איינער

יואליש » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:07 am

· #153939
קטלא האט רעכט צו אראפשרייבן זיינגע געפילן, און כ'וועל נישט באשולדיגן קטלא און זיין לייכטזיניג. ער האט א רעפוטאציע פון זיין געמאסטן, און זיין יעצטיגע אויסברויך מיז צוגעשריבן ווערן צו זיין שטארקע געפיל פאר אהבת הצדק.

טראץ דעם, זאגט עניות דעתי אז עפעס גרידזשעט צו ליינען אזאנס דא אין אזא מקום ווי קאווע שטיבל ווי מ'וויל יעדן מאכן שפירן באקוועם, אריינגערעכענט סקווירא אנהענגער. ס'איז מסתם זייער שווער פאר זיי דאס אראפצושלינגן. כ'קלער אויב ס'זעלבע וואלט זיך אפגעשפילט אין סאטמאר וואלטן זיי נישט ערלויבט אזא ארטיקל קעגן זייערע אדמורים. איז ווייל סקווירא איז א קלענערע חסידות מעג מען זיי צוטרעטן? שטעכן ווי ס'טיט וויי? צו באשולדיגן סקווירא רבי זעלבסט אין דירעקט אינוואלוומענט ברויך מען האבן מער פון בלויז גאסן גערעדאכצער.

אויב אבער איז אמת אז דער רבי איז געווען באוויסטזיניג און פארט געשוויגן איבער די נפטרת' מאלעסטעשאן אלעגעשאנס דאן איז שוין עפעס אנדערש און דאן ברויכן אלע מוסדות אויסטיילן קטלא'ס ארטיקל און אהיימשיקן מיט די קינדער פון חדר.

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:25 am

· #153943
מיין גאנצע פלאן פון גיין OTD איז די וואך געווארן אויס!

זיי מעגן איינזעהן זייערע דורכפעלער, און נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט. - א זאך וואס מ'באשולדיגט אונז כסדר.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:34 am

· #153946
קאווע טרינקער
מיין גאנצע פלאן פון גיין OTD איז די וואך געווארן אויס! זיי מעגן איינזעהן זייערע דורכפעלער, און נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט. - א זאך וואס מ'באשולדיגט אונז כסדר.


בן תמליון
אפשר איז צייט אויפהערן צו רוקד זיין על הדם און אויסנוצן א טראגעדיע צו אויסגעבן פערזעליכע ביטערנישן. קטלא קען שרייבן אויף סקווער סתם אין א וואכנטאג ..... דא איז געווען א פארפלאגטע נשמה וואס איז לכו"ע געווען גייסטיש געפלאגט נאך פאר זי איז אוועק און איז נישט געווען ביכולת צו האבן די קינדער. דאס האט ווייניק געהאט מיט סקווער נאר מיט איר פאמיליע און דעם ריכטער. דאס זעלבע די לוויה האט די משפחה געטוהן ווי זיי פארשטייען איז דאס בעסטע לכבודה לאזט זיי במנוחה און הערט אויף טאנצן הקפות אויפן קבר. אינטערסאנט איז אז די וואס האבן איר פערזענליך גוט געקענט ווי למשל ריקי ב. אויף פעיסבוק, חאטש זי איז או טי די אליינס, שרייט אז די משפחה האט זיך שיין באנומען צו איר און איר באגיין זעלבסטמארד איז קיינעם נישט צו באשולדיקן. זי זאגט אז די או טי די'ס נוצן אויס די טראגעדיע פאר זייער אגענדע.


עם כל זה האט מען נאך נישט אראפ גענימען דעם אום פארשטענדליכען ווארט ״הי״ד״ פון איר אשכול, שוין צייט צי פארעכטן דאס קעפיל פון יענעם אשכול און אראפנעמען די דריי אותיות וואס באלאנגען נישט דארט.

מאנדלבאום » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:50 am

· #153950
איין ווארט פאר די אלע יאמערער און 'גואלי הדם', דענקער וחביריו.
קאזאק הנגזל...

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:55 am

· #153951
דענקער
איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע

דאס איז פונקט גענוג, אינאף סעיד!

ער וואלט געמאכט א גוטן שרייבער פאר יוזעף גאבבעלס.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:00 am

· #153952
קאווע טרינקער
מיין גאנצע פלאן פון גיין OTD איז די וואך געווארן אויס!

זיי מעגן איינזעהן זייערע דורכפעלער, און נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט. - א זאך וואס מ'באשולדיגט אונז כסדר.


איר זענט ווייזט אויז נישט באקאנט מיט די או טי די מקורות און גרופעס. די וואס איך האב געליינט זענען אלע פארנומען מיט זיך אליינס מאכען א חשבון הנפש אז זיי האבען נישט געטוהן גענוג אפצוהאלטען אזוינע טראגעדיעס און צוהלעפען אנדערע אין ענליכע סיטואציעס. איינער פון זי זאכען וואס זיי פראבירען צו טוהן איז ציען מער אויפמערקזאמקייט צו די סארט קאסטידי פראבלעמען און עוולות, און דאס טוהט מען דורך שרייבען ארטיקלך וכדומה ארום דעם. קען זיין א חלק זענען געשריבן אין צי א מיליטאנטישע טאן, אבער אין אדם נתפס על צערו. און א מלחמה איז א מלחמה.

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:01 am

· #153955
לעיקוואד
אבער אין אדם נתפס על צערו. און א מלחמה איז א מלחמה.

ווידער א לימוד זכות אויף א או טידי. פון לעדל וועט מען ארויסשלעפן עפעס

סוי נייס

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:03 am

· #153957
זאג נאר, זר, עפעס אן או טי די האט דיר אמאל מאלעסטעד אז דו ביסט אזוי בייז אויף זיי?

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:05 am

· #153958
ניין. אבער וועלכער ערליכער איד האט דיר מאלעסטעד?

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:08 am

· #153960
האסט געזעהן אמאל איך רעד עפעס קעגן אן ערליכער איד?

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:09 am

· #153961
אה ביזט טאקע גערעכט. אזא מין טעות צו מאכן. פארגיוו מי

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:10 am

· #153962
לעיקוואד
זר זהב
לעיקוואד
אבער אין אדם נתפס על צערו. און א מלחמה איז א מלחמה.

ווידער א לימוד זכות אויף א או טידי. פון לעדל וועט מען ארויסשלעפן עפעס
סוי נייס
זאג נאר, זר, עפעס אן או טי די האט דיר אמאל מאלעסטעד אז דו ביסט אזוי בייז אויף זיי?


למעשה ברענגט זר ארויס א גיטע פוינט אז די און אנדערע זיכען צו בארעכטיגען די אט״ד קאפ אין וואנט אפילו ווען עס איז נישט אין פלאטץ, אקסעפט עס און זיי מודה - אדער איגנאריער עס, קענסט אבער נישט צירוק ווארפן די באל כאילו ער איז נישט גערעכט.

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:11 am

· #153963
יש"כ פאריז.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:13 am

· #153964
זר זהב
דענקער
איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע

דאס איז פונקט גענוג, אינאף סעיד!

ער וואלט געמאכט א גוטן שרייבער פאר יוזעף גאבבעלס.


איינע פון די פארדאקסען וויאזוי פרומע גוואונען אייביג וויכווחים. ווען דער איד אדער יתד שרייבט אן ארטיקל מלא לשון הרע רכילות והסתה קעגן איינער וואס טוהט נישט ווי זיי געפעלט, ברענגען זיי אלץ עדים נאמנים אויף יענעמ'ס שוידערליכע מעשים, און אלץ מיט אזא זיכערקייט כתורה משמים, זיי וועלן קיינמאלנישט שרייבען אז זיי ווייסען נישט באמת די פרטים פון דער נאנט נאר לויט וואס זיי האבען געהערט איז אזוי און אזוי. אבער ווען א קטלא קניא שרייבט אן ארטיקל אויף עפעס, און איז פשוט האנעסט און פארציילט וואס זיינע מקורות זענען, און מסתמא האט ער טאקע געהערט פון אזוינע קרובים לענין וואס זענען נאמן אויף עם , און ער פארציילט אלעס, דאן איז דאס א הזדמנות צו שרייען, "זעהטס, ער זאגט אליינס אז ער ווייסט נישט".

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:17 am

· #153965
@בן תמליון
אפשר ביסטו מסביר פונקט פון וואו איר האט גענומען אייערע מקורות אויף וואס מ'מעג אויסנוצען א טראגעדיע, און וואס נישט? וועמענ'ס צער איז לעגיטים ארויסצובגענרען און וועמענס נישט? דאס איז א מסורת? א סברא? א הלכה למשה מסיני?

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:19 am

· #153968
@מאנדלבוים
ליידער בין איך נישט אויף די דרגה צו פארשטיין וואס איר זענט מוסיף בכלל צו דער שמועס, זר שטערט עפעס אז מ'נעמט זיך אן פאר אידען וואס ריפען זיך או טי די, און איר זענט מוסיף אז עס איז בכלל נישט אין פלאץ, אבער קיינער פון אייך איז נישט מסביר פארוואס מיינע לימודי זכות זענען נישט אויסגעהאלטען, אדער פארוואס איז נישט אויסגעהאלטען מסביר זיין זייער צד, ליידער האב איך אזא קרענק אז איך פארשטיי בלויז ווען מען איז מיר מסביר, נישט ווען מ'שרייט סתם העכער ווי דער צווייטער.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:27 am

· #153970
איך וועל אייך ענטערפן אנשטאט מאנדלבוים

ווער איר ניצט א טראגעדיע וואס יעדער ווייסט אז די טראגעדיע האט זייער ווייניג שייכות מיט די אט״ד סאבדשעקט און עס איז מער א רוזעלטאט פון א איינצעל גייסטיש קראנקע אידענע, און איר ניצט עס צי שמייעסן מיט אומרעכט אייער געוועזענע ברידער די נישט אט״ד כאטש אז איר ווייסט אז איר זענט ביי די פאל נישט גערעכט מיט אייער קריטיק, דאס הייסט פארפירעריש און ליגענט, פאלטש און קאפ אין וואנט.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:29 am

· #153971
ווער האט מחליט געווען עס האט נישט צוטוהן? בן תמליון? לכאורה האט עס יא צוטוהן.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:32 am

· #153972
לעיקוואד
ווער האט מחליט געווען עס האט נישט צוטוהן? בן תמליון? לכאורה האט עס יא צוטוהן.


1) וואס הייסט ״לכאורה״? מען שיסט נישט קיין קריטיק אויף א ספק.
2) איר קענט אייך נאכפרעגן וואס איז געווען די גייסטיש צושטאנד די פרוי (איר האט ווי אזוי זיך נאכציפרעגן) אין דערנאך צירוק קימען און מודה זיין אויף אייער טעות, מפני כבודה ז״ל פון א נפטר איז בעסער אז מען שמיעסט עס נישט אויס ברבים.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:39 am

· #153976
איך פארשטיי אז פונקט איר האט עפעס געהיימע אינסייד אינפארמאציע וואס איר שעירט נישט מיט קיינער. אזויווי אלע 'קנאים' דא.

איך האלט נישט דא ביים אויסשמועסן א פריוואטער מענטש, עס איז נישט שיין און איך פיל נישט עס איז ריכטיג. (א פלא נאר ווי איר האט נישט קיין פראבלעם אויסשמועסן אירע פרעזענליכע פראבלעמען, און וועס עס קומט צו כללות''דיגע עוולות נאר דעמאלטס איז פלוצלינג חל איסור לשון הרע). אבער באופן כללי, קיינער הרג'ט זיך נישט דירעקט וועגן א צווייטער, אלעמאל איז קודם ווערט ער נישט געזונט, ממילא צו זאגען אז איינער איז געווען דעפרעסט וכדו' איז בכלל טריוויאל צו דער נושא, עס מאכט נישט אויס. די שאלה איז אויב עס זענען געווען עוולות וואס מען האט באגאנגען צו איר, זאכען וואס זיכער יש בהם כדי להמית ולפגוע, און אפילו א גייסטיש קראנקער לכתחילה העלפט דאס נישט מער אז מ'רודפט עם. ממילא איז נישט משנה בכלל וואס איר מצב הרפואי איז געווען, לכל הדעות איז דאס וואס מ'האט איר גערודפט איר שטארק געשטערט און איר אפשר אפילו געמאכט קראנק און מען דארף מוחה זיין אויף דעם.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:43 am

· #153978
בקיצור איז די גאנצע מחלוקה דא נאר נוגע צו מען וואלט באמת געדארפט שרייען אויף סקווער פונקט אזוי א טאג פאר דעם, אדער עס איז דא עפעס עקסטער צו שרייען דווקא די וואך. נו, אבער שרייען דארף מען זיכער, און די טראגעדיע האט אויפגעוועקט מענטשען צו שרייען, איז יבוא הנס מכל מקום.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:48 am

· #153979
לעיקוואד
איך פארשטיי אז פונקט איר האט עפעס געהיימע אינסייד אינפארמאציע וואס איר שעירט נישט מיט קיינער. אזויווי אלע 'קנאים' דא.

איך האלט נישט דא ביים אויסשמועסן א פריוואטער מענטש, עס איז נישט שיין און איך פיל נישט עס איז ריכטיג. (א פלא נאר ווי איר האט נישט קיין פראבלעם אויסשמועסן אירע פרעזענליכע פראבלעמען, און וועס עס קומט צו כללות''דיגע עוולות נאר דעמאלטס איז פלוצלינג חל איסור לשון הרע). אבער באופן כללי, קיינער הרג'ט זיך נישט דירעקט וועגן א צווייטער, אלעמאל איז קודם ווערט ער נישט געזונט, ממילא צו זאגען אז איינער איז געווען דעפרעסט וכדו' איז בכלל טריוויאל צו דער נושא, עס מאכט נישט אויס. די שאלה איז אויב עס זענען געווען עוולות וואס מען האט באגאנגען צו איר, זאכען וואס זיכער יש בהם כדי להמית ולפגוע, און אפילו א גייסטיש קראנקער לכתחילה העלפט דאס נישט מער אז מ'רודפט עם. ממילא איז נישט משנה בכלל וואס איר מצב הרפואי איז געווען, לכל הדעות איז דאס וואס מ'האט איר גערודפט איר שטארק געשטערט און איר אפשר אפילו געמאכט קראנק און מען דארף מוחה זיין אויף דעם.


1) איך בין נישט קיין קנאי,
2) איך האב אינפערמאציע וואס די האסט עס אויך ואתה עושה עצמך כאילו אתה לא יודע.
3) אינטערסאנט אז אויף גאנצטע קהילות זענט איר גרייט צי רעדן לשה״ר, און אויף א יחיד נישט.
4) דיפרעסיע פירט צו סוסייד, פרעג זיך נאך ביי גוגל אדער ביי אנדערע וואס ווייסען.
5) איך האב געשריבען און די הודעה אויף וועלכע איר האט זיך באצויגען, אז עס איז נישט כדאי אז מען זאל איר דא אויסשמיעסן,
ביטע נעמט נישט די קרעדיט פאר אייך און אזוי מיר אומדירעקט אריינזאגען כאילו איך בין דער וואס הא געוואלט טיען די נישט אויסגעהאלטענע אקט.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:54 am

· #153981
אויף עוולות וואס קהילות מאכען בין איך מוחה, פריוואטע מענטשען צונעם איך נישט. גאנץ פשוט.

דעפרעסיע קומט פון עפעס, און ווען מ'רודפ'ט איינער קען עס עם דאס מאכען דעפרעסט. און אויך אויב איז איינער געווען דעפרעסט לכתחילה שטערט עס ווייטער אז מ'רודפט עם און מאכט די דעפרעסיע מער. דארפסט נישט אפילו גוגל אויף דעם, קענסט אפילו פרעגן דיין קליין אינגל. און אויב מ'רודפט איינער און ער איז אויך דעפרעסט און זה וזה גורם פטר'ט דאס נישט דער רודף.

נו, אוודאי האט איר נישא געוואלט פארציילען, אבער איר האט עס געוואלט מאכען סאונדען כאילו איך גיי זיך נאכפרעגן גיי איך מגלה זיין עפעס שוידערליכע אינפארמאציע וואס מ'קען נישט אפילו שרייבען אפען. א שיינע טאקטיק, מימות דער ערשטער וד"ל ואכמ"ל והמבין יבין סומאטאכטע.

אבער שוין, באלט דארף איך שוין נאך א קאמפלימענט פון געפילטע פיש פאר'ן מסביר זיין אזוינע פשוטע זאכען נאכאמאל און נאכאמאל כאילו מ'רעדט דא מיט פארטאמטע חברה.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:06 am

· #153982
איך האב דאך געזאגט אז אז איר זאלט אייך גיין נאכפרעגן, (אדער אויסזאגען וואס איר ווייסט)
דא ביי די פאל איז די דיפרעיסע געקימען בעפאר רודפן (יחי ההבדל הגדול), און מען האט באמת געברויכט העלפן מיט די קינדער, עד שבא השטן וואס האט זיך אריינגעמישט מיט אט״ד און צוווארפן די קארטען.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:07 am

· #153983
הייסט עס א דעפרעסטע מענטש מעג מען רודפ'ן [און צונעמען די קינדער, און די קינדער טארן איר נישט רופען מער מאמי], און אויב רודפ'ט מען א דעפרעסטע מענטש שטערט עס עם נישט מער?

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:13 am

· #153984
איינמאל די האסט שוין עסטאבלישט אז דארט איז געווען היבש פראבלעמאטיש אסאך בעפאר אט״ד האט זיך אריינגעריקט אינעם בילד און עס האט געמאכט אסאך ערגער,

מפני כבודה און כבוד המשפחה, וכבוד ק״ק סקווער וכבוד בית ישראל, איז בעסער אז מען זאל זיך דא אפשטעלן, און נישט איבער קייען און מאלען אידישע צרות און אנגעווייטיגטע נושאים, סוכ״ס זי לעבט שוין נישט און די משפחה וואס האט איר פראבירט אלע יארען צו העלפן קימט זיך נישט די ווייטאג, און @בן תמלון האט שוין פריער ערווענט, אז מען טאר נישט נעמן א טראגדיע און עס ניצען אומריכטיג.

חסל.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:16 am

· #153986
יעצט הייב איך שוין נישט אן בכלל צו קענען קלעבן דאס וואס איר זאגט צו דאס וואס איך האב געזאגט, און וויאזוי דאס איז בכלל רעלעווענט צו דער שמועס פון די עוולות וואס מען איז דא באגאנגען. וחסל.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:20 am

· #153987
זיכער קלעבט עס נישט, ווייל איינמאל איר ארקענט אז דא איז געווען פון אנפאנג - בעפאר אט״ד - א שטארקע גייסטישע פראבלעם אינוואלווד, פאלען אוועק אלע טענות מיט וואס אט״ד דרייען זיך ארום, איר דארפט נאר מודה זיין צום אלטען און איינציגען מציאות, וזה הוא.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:27 am

· #153988
האב איך דאך וועגן דעם מסביר געווען פארוואס אפילו ווען עס וואלט אזוי געווען (איני יודע) פאלט גארנישט אוועק קיין איין טענה, שוין דריי מאל. וזה הוא.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:29 am

· #153991
און דערויף האט זר זהב געשריבען - וואס מיט דעם האט זיך אנגעהויבן אונזער שמיעס,

זר זהב
ווידער א לימוד זכות אויף א או טידי. פון לעדל וועט מען ארויסשלעפן עפעס, סוי נייס

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:34 am

· #153993
אה, יעצט קען מען איבערחזר'ן אינפיניטלי די נארישע וויכוח. קוק וואס איך האב געזאגט אויף דעם, און וואס דו שרייבטס צוריק, וחוזר חלילה. איר קענט עס אליינס מאכען קאפי פעיסט, א שאד אויף די טינט.

גורן האט''ד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:55 am

· #153994
<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/10/a-death-in-the-otd-family-at-least-she-will-have-pious-descendants-456.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-456.html</a>

אביגדור » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:58 am

· #153995
וואו, איך בין שטאט... איך האב הערשט יעצט געכאפט פארוואס גורן האט"ד קומט מיט די אויבערשטרעכלעך! פון די שענסטע איינפעלער פאר א ניק (אויסער גוגל-הדור). נו, וואס איז דער "גורן"? תני ושייער... ובלשון חז"ל" שנה ופירש".

גורן האט''ד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:19 am

· #153999
קרעדיט פאר דער איינפאל קומט זיך @אנאנים דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/152775">viewtopic.php?p=152775#p152775</a><!-- l -->

העלא » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 6:46 am

· #154006
אנשטאט צו איינפאקן און זעהן אז פון אפפארן קומט מען אהן זיך צו נעמען דאס לעבן, שוין דעם צווייטן מאל דעם חודש:

1) יואל שפילמאן
2) דבורה טאמבור

שרייען זייי נאך, פארקערט,

אנשטאט איינצוזעהן אז סוף האדם למות, און זי האט ליידער נישט זוכה געווען צו תשובה בחייה, און מאכן א חשבון הנפש אז אפשר איז צייט צוריק צו קומען צו אידישקייט, אנהייבן:
לייגן תפילין יעדן טאג,
אפטיילן די פריינדשאפט פון מענער און פרויעהן
אנהייבן גיין בצניעות
אנהייבן האלטן די תורה,

ניין מ'גייט פארקערט, מ'דארף מער ארויסהעלפן די אפגעפארענע, מיט אזעלכע מענטשן טאר מען זיך נישט טענה'ן

איך אויך » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 7:14 am

· #154007
זאגט לעיקוואד טייערער ,גייט קיהלשאפט און פארטעמקייט יד ביד? וויפיל איז די שיעור זיך אנצוכאפן בקרנות המזבח אבי נישט מודה זיין דו האסט געבעקט די נישט ריכטיגע פערד?

פון דיין פתיחת האשכול מיט א קול ענות גבורה איז געבליבן קוים א יבבה דקה און וועסט אויסזעהן סאך שענער אויב דו ווייזט אז טראץ דיין טיף-איינגעבאקענע שנאה צו ערליכע אידן ווייסטו ווען אראפצולייגן די געווער (ווילסט אוודאי נישט אויסזעהן ווי נאר'ל אין צימעס איא?)

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 8:04 am

· #154012
לעיקוואד
אה, יעצט קען מען איבערחזר'ן אינפיניטלי די נארישע וויכוח. קוק וואס איך האב געזאגט אויף דעם, און וואס דו שרייבטס צוריק, וחוזר חלילה. איר קענט עס אליינס מאכען קאפי פעיסט, א שאד אויף די טינט.

אפטעמיסט » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 10:31 am

· #154029
רעב לעיקוואד, אפשר פרעג אזא קשיא: "היתכן עלטערן ריספעקטן נישט זייער קינדס אויסוואל פון אפפארן אדער זיך גאר טויפן רח"ל?" פארוואס עפעס אין א גרויס חלק פון די פרייע ליבראלע וועלט זעהן עלטערן נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וואס זייער שווארץ אפל טשאאסט זיך א גלויבונג לויט זיין געשמאק?"
דער ענטפער איז זייער פשוט, אונז אידן, מאמינים בני מאמינים, זענען אזוי זיכער אז אידישקייט (נישט די היינטיגע צוגעלייגטע חסידים שוטים חומרות, אבער עכ"פ דער עצם דת תוה"ק) איז אמת און וואר, און זאת התורה לא תהא מחולפת, איז פארוואס זאלן עלטערן מסכים זיין אז זייער אייגען קינד זאל זיך אפרייסן און פארלירן ביידע וועלטן?! נאר איינער וואס איז נישט הונדרעט פראצענט זיכער מיט זיין שיטה, קען מסכים זיין מיט א ריליגיע טויש פון אן אייגן קינד.
כמיין דעס איז מסביר פארוואס די משפחה זאל נישט ריספעקטן די חברים פון דעם נפטרת, און אפי' נישט דעם נפטרת זעלבסט. עס געט גארנישט צו פאר איר שוין זינדיגעם נשמה ר"ל.

הערשי » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:31 pm

· #154086
ס'וואלט כדאי געווען צו זען די רעאקציע פון א פאטער צו זיין קינד'ס גיין OTD אין די דמיון פון א שפאנישער שרייבער א יובל נאכן גירוש ספרד.

Don Quixote translated by John Ormsby, Chapter XLI
"Do not trouble thyself by asking thy daughter Zoraida so many questions, senor, for the one answer I will give thee will serve for all; I would have thee know that she is a Christian, and that it is she who has been the file for our chains and our deliverer from captivity. She is here of her own free will, as glad, I imagine, to find herself in this position as he who escapes from darkness into the light, from death to life, and from suffering to glory."
"Daughter, is this true, what he says?" cried the Moor.
"It is," replied Zoraida.
"That thou art in truth a Christian," said the old man, "and that thou hast given thy father into the power of his enemies?"
To which Zoraida made answer, "A Christian I am, but it is not I who have placed thee in this position, for it never was my wish to leave thee or do thee harm, but only to do good to myself."
"And what good hast thou done thyself, daughter?" said he.
"Ask thou that," said she, "of Lela Marien, for she can tell thee better than I."
The Moor had hardly heard these words when with marvellous quickness he flung himself headforemost into the sea, where no doubt he would have been drowned had not the long and full dress he wore held him up for a little on the surface of the water. Zoraida cried aloud to us to save him, and we all hastened to help, and seizing him by his robe we drew him in half drowned and insensible, at which Zoraida was in such distress that she wept over him as piteously and bitterly as though he were already dead. We turned him upon his face and he voided a great quantity of water, and at the end of two hours came to himself.

Lela Marien is מרים הקדושה
בלאט: 1 2 3 4 5 6