☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דבורה טאמבור ע"ה

דבורה טאמבור ע"ה

177 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4819
בלאט: 1 2 3 4

דענקער » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:00 pm

· #152041
דבורה טאמבור ע"ה
נאך א טייערע מענטשליכע קרבן איז גרויזאם אויפגעברענגט געווארן אויפן בלוט-אנגעזעטיגטע מזבח פון חרדיזם.

די אינגע ווייבל האט נעבעך נישט געקענט אויסהאלטן די פיין און אנגסט פון צוקוקן ווי די קינדער כאפערס רויבן צו אירע עופה'לעך פון א באליבטע מוטערליכע שויס. בלויז ווייל די מוטער האט געמאכט א (מעגליך אומאויסגעהאלטענע) אויסוואל אין איר פריוואטע לעבן.

אירע קינדער זענען פאר אירע אויגן געווארן אנגעהעצט אקעגן איר.

זי האט בידים צוריקגעגעבן איר גייסט למקור מחצבתה ל"ע...

בניך ובנותיך נתונים לעם אחר ועיניך רואות וכלות אליהם ואין לאל ידיך.

הי"ד!

פרישער » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:10 pm

· #152042
ווער איז דאס געוועין
פארוואס טיסטו עס לעגעטימיזירן
ווען איינער באגייט זעלבסמארד איז געוועינטליך קראנק,
פארוואס עפעס הי"ד, זי האט נישט געברויכט אהיים שיקן איר לויטערע נשמה פאר זו ווערט איינגעלאדענט דורכן מלאך המשחית,
איך ווייס נישט ווער און וואס עס איז פארגעגאנגען און איר חיות, אבער מיר זעיען כסדר אנשים נשים וטף וואס גייען דורך כל ערליי פראבלעימען, א שטייגער קינדער נישט געזינט ל"ע, א משפחה מיטגליד וואס גייען אויס ווי לעכט, מענטשען אראפ פון זינען, מיר ברויכען נישט מאריך זיין, אבער זיי פליען נישט פון קיין דעכער, אדער איינעמען ציניאד,
אשר על כן האב איך קיין שום רחמנית אויף זעלבסט מערדער.

קאווע טרינקער » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:10 pm

· #152043
א לינק פאר מער איבער דעם.

חזקיהו המלך » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:19 pm

· #152044
פרישער

אשר על כן האב איך קיין שום רחמנית אויף זעלבסט מערדער.


איך האב יא רחמנות אויף א זעלבסמערדער, קיינער נעמט זיך נישט דאס לעבן פין גרויס געשמאק און מרוב כל, נארמאל א מענטש וואס באגייט סאואיסייד איז פארדעם אדורעך טייכען און ים'ן פין צער,

ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די,

אין ביטע ווער ס'ווייסט זאל שרייבען איר מוטער'ס נאמען, דבורה בת ......., כדי מען זאל קענען טוהן א טובה פאר איר נשמה,

בן תמליון » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:28 pm

· #152045
קאט דע קרעפ דענקער. ווער האט צוגענומען אירע קינדער נישט חרדים נאר די סעקולארע געריכטן וואס פארשטייען אז קינדער אויפגעצויגן פרום ווען איין זייט באשליסט צו דראפן אלעס איז פאר זייער טובה צו בלייבן מיטן זייט וואס האלט אן דעם סטאטוסקווא. עס איז נישט דער ערשטער זעלבסמארד ביי או טי דיס שוין געווען אפאר . ביי איינעם אלכסנדר ד. האט ער מיטן ווייב איבערגעלאזט אידישקייט און די קינדער געווען אין פאבליק סקול אבער ער איז באגאנגען זעלבסטמארד. גיין אראפ פון וועג איז א בריק צום תהום. וילמדו תועים בינה.

פרישער » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:30 pm

· #152046
אוודאי אויף זייער צער צירינט מיר דאס הארץ
מיר שטעכט נאר דו מעשה רציחה
און אויפן אפמאך אז עס איז נישט דא קיין וועיג ארויס, ווען בדרך כלל איז אלעמאל דא א וועיג ארויס, אדער א וועיג צו איבער טראגען צער און עגמת נפש

חזקיהו המלך » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 10:54 pm

· #152047
פרישער
אוודאי אויף זייער צער צירינט מיר דאס הארץ
מיר שטעכט נאר דו מעשה רציחה
און אויפן אפמאך אז עס איז נישט דא קיין וועיג ארויס, ווען בדרך כלל איז אלעמאל דא א וועיג ארויס, אדער א וועיג צו איבער טראגען צער און עגמת נפש


כ'בארעכטיג נישט אז ס'איז מותר צי באגיין סאואיסייד, נאר וואדען איינער וואס האט עס געטוהן מתוך צער, איז שווער צי דן זיין, וה' ירחם על פליטת עמו,

אניהקטן » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 11:50 pm

· #152050
א פרוי וואס איז געגאנגען אראפ פון דרך האט זיך גענומען דאס לעבן, איבערווייזנדיג נאכאמאל אז די חברה וואס לאזן איבער די חרדי'שע געמיינדע האבן נישט קיין שום צוקונפט חוץ פון זיך נעמען דאס לעבן

דאס ווייבל האט געהאט די גאנצע וועלט. איר מאן, א צדיק, האט פרובירט אלעס וואס ער האט געקענט איר צו העלפן, אבער די טיפשה איז געגאנגען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין, דינענדיג אלס מורה דרך פאר די צענדליגער אנדערע איר'ס גלייכן, אז אינדרויסן איז די וועלט גאר א ביטערער פלאץ און דווקא אינעווייניג איז דא א צוקונפט. נישטא קיין בעסערע סטראשע פאר די וואס רעדן זיך איין אז ס'ערווארט זיי גאלדענע גליקן אינדרויסן ווי דאס מכלומר'שטע גליקליכע פרוי וואס איז געווארן א נוירס און זיך איינגערעדט אז די וועלט גייט יעצט שמייכלען צו איר. איר ווילט איבערלאזן די חרדי'שע קאמיוניטי? בי מיי געסט און דעמאלט וועט איר תמות'ן כשמת פלוני.

און דאס מערסטע קומט צו לאכן ווי די חברה וואס האבן גראטולירט איר (און איר'ס גלייכן) גליקליכע רייזע אוועק פון די קאמיוניטי, זענען יעצט ביזי מיט'ן וויינען אז מיר זענען גאר די שולדיגע אין איר טויט. העי חברה, איר האט פארגעסן אז מיר זענען די נעבעכדיגע, רחמנותדיגע וואס גייען נעבעך אין אפגרונד, און איר זענט די וואס האבן די פיוטשור אויסגעלייגט פאר אייך. פאר ענק ערווארט גליק און מזל און פאר אונז טרויער און חורבן.

יא יא, עטס האט ענק נעבעך געלאזט פאפן אז דורכ'ן איבערלאזן אידישקייט גייט אייך נאר זיין גוט, און דא דארפט איר זיך ספראווען מיט א סועסייד, איינס פון צענדליגער וואס האבן שוין פאסירט און וואס וועלן נאך פאסירן, ווייל נאך אלעם זענען מיר די גליקליכע און עטס זענטס די לוזערס.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:07 am

· #152054
זי האט זיך געהאט באפריינדעט מיט אן אנדערע סקווירא א ד ט, אני ווייס.

דאס זענען זיי.
📎 002.jpg 📎 001.jpg

פרוקער טראק » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:17 am

· #152056
@אני הקטן איך פארשטיי נישט וואס דו עסט זיך אזוי.
ווער זאגט אז די בעסטע זאך איז צו לעבן? ווייל דו ווילסט לעבן? יענער וויל שטארבן! יענער האלט דאך אז נאכ'ן שטארבן איז גארנישט דא, נו איז זי מסתמא געגאנגען שטארבן מיט א אויפגעלייגטע געמיט.
"קיינער ספראוועט זיך נישט מיט א 'סועסייד' נאכן באגיין סועסייד"
איין זאך קענסטו זיכער זיין אז לעבן ביי אונז איז איר נאך ערגער געווען פונעם טויט, ווייל צווישן טויט אדער צוריקקומען האט זי ליבערשט דעם טויט אויסגעקליבן. דא האסטע רעבע.

אויף דיר איז די רחמנות, דו ביסט איר משפחה כביכול, און דו בלייבסט זיך עסן דאס געזונט א גאנץ לעבן מיט שולד געפיהלן.
צו פעלט דען ביי אונז זעלבסטמארד? אדער אזעלכע וואס וואלטן עס גערן געטוהן, אבער די שטארקע פילן לאזט זיי נישט? נאר ביי אונז טוט מען אלץ שיין פארגלעטן.

און יא! די גרעסטע צער פאר א מאמע איז צוזען ווי אירע אייגענע קינדער ווערן פארפרעמדעט פון איר, מחמת דיפערענצן וואס זענען בלויז מכח רעליגיע אבער נישט מחמת חיסרון פון ליבשאפט מצדה.
אויב זוכסטו עמיצן צו דערשרעקן פון איבערלאזן און גיין אין אירע פיסטרירט איז עס אויסגעווארפענע צייט. כ'קען דיר צוזאגן, קיינער זעצט זיך נישט אראפ מיט א ליסטע, צייכענען טשעקס, וויפיל וויפיל עוזבים האבן געלייגט א שטריק אויפ'ן האלדז, און וויפיל קטנים וואס ראלן זיך אין קאווע שטיבל עס וועלן אפחוזק'ן פון זיי.

נצבד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:26 am

· #152058
רבותי!

אביסעל איינזעהניש פאר די מענטשען, וואס דאס איז נישט בלויז א נייעסל

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:35 am

· #152060
א צובראכענע פארלוירענע נשמה, האט געזעהן פאר וויכטיג זיך אפצושיידן פון גוף, פטור ווערן פון די צער יגון ואנחה בעלמא הדין. א שאד מ'האט איר נישט געקענט געבן גענוג אהבה, איר צו געבן א סיבה צו לעבן, און א סיבה צו טוישן איר לעבן. סא עטליסט לאמיר נישט טאנצן אויף איר ווארימע קבר.

דאקטער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:36 am

· #152061
ווערען פין א סקווערער א נורס הייסט נישט אףף די דרך, סקווירא איז א "אףף די דרך" קולט, וואס האט מיט יודישקייט גארנישט, חוץ דאס אז זיי קויפען אויך זייערע טראגעס ביי דזשי ענד דזשי,

אין ליידער איז דארטן געווען סואיסייד'ס פין אזאלכע וואס זענען יא מיטגעטאנצען מיט זייער שדים טאנץ, אין ווער עס ווייסט ווייסט אז א האלבע שטעטל איז ליידער אויף פילען,

דאס מיידל האט נעבעך קיינמאל געוויסט וואס ארגינעלע אידישקייט איז, טאמער איז אין אנדערע קהילות דא פראבלעמען איז אבער דא עפעס ארגינעל אויך, סקווירא איז איין שטיק צואת השור, אין די חינוך דארט האט זיך גארנישט וואס צי שעמען פין יאשקעוויזעם אין פין די מחמדאנער, ס'איז א עיר הנדחת, אין די וואס וואקסען אויף דארט זענען געהעריגע תינוקות שנשבו,

ס'איז צייט ס'זאל זיך מאכען א גרופע אזוי ווי יד לאחים אין דאס גלייכען וואס זענען עוסק אין ציברעכען אזאלכע קולט'ס ווי סקווירא ודומיהן, ויותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן ....

ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ,

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:38 am

· #152062
דער דאקטער דארף א דאקטער.

דאקטער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:45 am

· #152063
קאווע טרינקער
דער דאקטער דארף א דאקטער.


זיסקייט, איך ווייס וואס איך שרייב, כ'שרייב נישט אין די וועלט אריין, אין דאס דאס כ'האב געשריבען איז אסאך ווייניגער פין די אמת, כ'האב נישט געשריבען אלעס וואס כ'ווייס,

כ'האב נאר געזעהן ווי מען דעבאטירט "אףף די דרך" האב איך געפינען פאר וויכטיג צי שרייבען אז דאס מיינט נישט אףף די דרך,

ס'לאזט זיך זאגען, אז ווען דאס מיידל וואקסט ווען נישט אויף אין שיכון סקווירא וואלט זי געווען א ערליך אידיש מיידל,

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:21 am

· #152074
עס איז נישט צו גלייבן דאס רישעות פון פילן א נצחון מיט די טויט פון א מענטש נאר ווייל זיי זענען נישט געגאנגן אין שפאן. א נצחון פאר וועמען? פארן משפחה? פאר די יתומים? פארן באשעפער? פאר אידישקייט - די רעליגיע? ווער האט דא געזיגט? וועם האט מען דא געוויזן? עס איז אויך נישט צום גלייבן דאס נאיוועט פון צייגן אויף סואיסייד כאילו ס'האט עפעס צו טון מיט פארלאזן אידישקייט. קום אהער דו קליינע שוטה'לע און לאמיר דיר אויסזאגן א קליינע סוד אז ס'לעבען מיליאנען גוים און נישט פרומע אידן א פרייליכע לעבן און זיי וועלן קיינמאל נישט קאמיטען סואיסייד, אויך זענען דא טויזנטער דיפרעסטע היימישע פרומע אידן, און עס קומען פאר ליידער גאר אסאך סואיסיידס בקרב מחנינו. איידער דו טייטלסט די פינגער, רייניג אויף די קרעפ אין דיין אייגענע בעק יארד. (ובפרט בחצר הקדש סקווירא ששם כבר היה כמה התאבדויות.)

בנוגע די יעצטיגע פרשה וויל איך נישט אריינרעדן היות איך ווייס נישט די פרטים, איך בין נאר proud צו זאגן אז אין די בית המדרש ווי איך האב היינט געדאווענט איז די עולם געווען אויפגעשוידערט פון די מעשה, אזוי ווי א יעדע איד וואלט געדארפט ווען פילן. מען דארף צו פילן טרויעריג פארן פרוי, און פאר אירע קינדער וועלכע זענען זיכער אומשולדיגע וויקטימס דא. ווי אויך איז שוין הויך צייט אז די קאמיוניטי זאל מאכן אן ערענסטע חשבון הנפש וואס גייט דא פאר? פארוואס איז דא אזא גרויסע פראצענט וואס זענען אומצופרידן טראץ דעם וואס זיי בלייבן? פארוואס פארלאזן אזוי פיל אין די מאסן? און פארוואס שלאגן מיר זיך מיט זיי? וואס איז די זאך וואס איז אונז מחייב צו קאנטרילירן יענעמ'ס לעבן?

איך האב געהערט אז איר טאטע און משפחה האבן זיך געשלאגן אקעגן איר אין קארט אז זי זאל נישט האבן קיין קאנטאקט מיט אירע קינדער צוליב דעם וואס זי איז אומריליגיעז, און דאס האט גורם געווען איר דעפרעסיע (נישט די פרייע לעבן). איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת אדער נישט, אבער אפילו אויב נישט ווייסן מיר פון אסאך ענליכע פעלער ווי עסקנים און משפחה מיטגלידער האבן פארארבייט צוצונעמען קינדער פון אומרעליגיעזע עלטערן. אט דאס דארף יעצט זיין די אגענדע אויפן טיש.

וואו אין די תורה שטייט אז מ'דארף אדער מ'מעג אוועק נעמען קינדער פון נישט גלויביגע עלטערן? מי שמך לאיש? איך פארשטיי אז א טאטע האט געפילן אויפצוציען זיין קינד ערליך און אידיש, און איך פארשטיי אויך אז א גט איז א fight און עס ווערט א תאוות הנצחון, און ממילא פארשטיי איך און איך בין מלמד זכות אויף אים. אבער דאס מאכט אים נאך נישט גערעכט. מיר טארן עס נישט שטיצען מצד רעליגיע. ועוד, עס איז נישט די קלוגע זאך צו טון. א קינד וואס ווערט בכפיה אוועק גענומען פון איינער פון זיינע עלטערן (ספעציעל די מאמע) האט גאר שוואכע שאנסן אויפצואוואקסן ערליך און גענצליך גייסטיש געזונט.

עס איז שוין הויך צייט אוועק צו ווארפן דער טיפשות'דיגע און רשעות'דיגע מהלך וואס איז איינגעפירט געווארן דורך די תאוות השררה'ניקעס און נעמען א נייע צוגאנג וואס נעמט אין באטראכט דאס קינד'ס טובה אן קיין זייטיגע רעליגיעזע נגיעות. והשיב לב אבות ואמהות על בנים ולב בנים על הוריהם אמן.


נ. ב. עס איז מיר שווער צו לייקן "דאקטאר" צוליב דעם וואס זיין תגובה איז שוין אביסל צו שארף אפילו פאר מיין טעם. אבער איך מוז צושטומען מיט אים בנוגע די סקווירא רעליגיע אז ס'נישט קלאר אויב יענץ איז נענטער צו די אידישע רעליגיע ווי otd זענען.



.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:26 am

· #152075
זיסקייט, איך האב נישט געקענט דבורה, איך ווייס נישט וואס איר דרך איז געווען.
אבער אזויפיל ווייסעך אז ס'דא מענטשן פון יעדע קהילה און חסידות, פון יעדע off און on דרך וואס פון גרויס דיפרעשען, לחץ, וכו' האבן זיי געמאכט אן ענדע צו זייער לעבען. אלזא, אריינצומישען סקווירא יידישקייט, איז פעלערדיג.

הוגה האקט, איך באצי זיך אויף דאקטער.

בעריש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:29 am

· #152078
זאגסטי הייסט הוגה אז דער טאטע האט נישט געזאלט זיין אזוי רשעות'דיג און יא געזאלט לאזן די קינדער גייןן און די מאמע'ס דרכים
אויך א מהלך!

פרישער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:33 am

· #152079
רב הוגה,

איך פארשטיי נישט דיין טענה
ווען צווי שותפים מאכן א בונד זיי זענען מחליט חתונה צו האבן בדרך התורה, זענען זייערע קינדער בארעכטיגט צו גיין לויטן ארגענעילן פלאן, עס קען נישט קומען איינע פון דו צדדים און טוישן דו פלעינער,
איך רעד נישט איבער ידישקייט סקווער ציפרידען אימציפרידן, איך רעד איבען מערידש, נארמאלקייט,
זי וויל זיך גיין, זאל זי גיין, אין מיר האבן אלע רעכטן צו פארטיידיגן די קינדער וואס זי האט געהאט מיט א מאן ברצון אויף צו ציען אינטערן שויס פון דעים רבי'ן פון סקווער, און צוויבל קיגל אויף די מעניו וועט זיין א מאסט, זי וויל גיין, זאל זי גיין אבער וואס איז מיט איר מאן און קינדער וואס זענען זיי שילדיג אז זי האט פיינט באקימען דעי סארט קיגל.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:43 am

· #152082
מאדנע ווי די או טי די האלטן אז די חרדים דארפן מאכן א חשבון הנפש און די חרדים האלטן אז די או טי די דארפן מאכן א חשבון הנפש. האט נאר אינזין אז דער חשבון הנפש זאל זיין לעילוי נשמתה. צדיקים פלעגן זאגן אז די או טי די'ס וואס קומען אראפ אויף דער וועלט האבן באהאלטן אין זיך הויכע נשמות.

יט כִּי מִקְרֶה בְנֵי-הָאָדָם וּמִקְרֶה הַבְּהֵמָה, וּמִקְרֶה אֶחָד לָהֶם--כְּמוֹת זֶה כֵּן מוֹת זֶה, וְרוּחַ אֶחָד לַכֹּל; וּמוֹתַר הָאָדָם מִן-הַבְּהֵמָה אָיִן, כִּי הַכֹּל הָבֶל. כ הַכֹּל הוֹלֵךְ, אֶל-מָקוֹם אֶחָד; הַכֹּל הָיָה מִן-הֶעָפָר, וְהַכֹּל שָׁב אֶל-הֶעָפָר. כא מִי יוֹדֵעַ, רוּחַ בְּנֵי הָאָדָם--הָעֹלָה הִיא, לְמָעְלָה; וְרוּחַ, הַבְּהֵמָה--הַיֹּרֶדֶת הִיא, לְמַטָּה לָאָרֶץ. כב וְרָאִיתִי, כִּי אֵין טוֹב מֵאֲשֶׁר יִשְׂמַח הָאָדָם בְּמַעֲשָׂיו--כִּי-הוּא, חֶלְקוֹ: כִּי מִי יְבִיאֶנּוּ לִרְאוֹת, בְּמֶה שֶׁיִּהְיֶה אַחֲרָיו.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:48 am

· #152086
(דער לייק איז פאר קהלת. לגופו של ענין, המשכיל ידום כעת.)

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:56 am

· #152088
זייט ווען מאכט מען א בונד אז מגייט בלייבן א גאנץ לעבן די זעלבע?
וויאזוי קען א מענטש וויסען וואס ער גייט מארגן טראכטן, גלייבען, האלטן?

יואליש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:58 am

· #152089
אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן. ווען ס'קומט צו פאמיליע ענינים ווייסען ווייניג די עכטע דעטאלן. אן וויסן דעטאלן איז בערך אזוי אויסגעהאלטן צו זאגן אז די טראגעדיע איז א רעזולטאט בלויז פון די קאסטאדי ווי ס'איז צו זאגן אז ס'איז צוליב די אוטידי'נעס ווי ס'איז צו זאגן אז ס'האט מיט סקווירא.

אבער דאס מיינט נישט אז די אלע דריי פענאמענן וואס מ'באהאנדעלט דא איז נישט אמת און אן אלגעמיינע זין, דהיינו ס'קאן זיין אמת אז מ'דערביטערט דאס לעבן פאר מענטשן אין קאסטאדי פעלער, אז אלע אוטידיס וולען זיך עווענטולע נעמן דאס לעבן, און אז אין סקווירא איז זעלבסטמארד מנהג המקום. די שאלה איז אויב איינע פון די דריי איז געווען אן אויסשליסליכע סיבה פאר די דאזיגע טראגעדיע. איין מעגליכקייט - און דאס ערשטע וואס ברויך ווען קומען אויפן געדאנק, און איז אבער נישט באהאנדעלט געווארן - איז די פרוי'ס געזונטהייט צושטאנד מעיקרא. איני יודע.

(פילייכט זאלן די אחראים אביסעל מטיל מום זיין אין די פרוי'ס פנים צו היטן אויף תקנות המקום)

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:01 am

· #152092
פרישער, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז ווען א פארפאלק האט חתונה און ביידע זענען זאליס און די פרוי איז איין טאג מחליט צו ווערן אן אהרוני ווייל זי האט איינגעזעהן אז ער איז די ריכטיגע רבי-זי"ע-אטענטיש-סאטמארער רבי, און דער פארפאלק גט זיך, קומט זיך נישט פאר די פרוי קאסטעדי? די מאן וועט ביושר טענה'ן אז מ'האט געמאכט א בונד אז מיר זענען זאליס. דו ווילסט עסן אריזאנע מצות? עס געזונטערהייט אבער לאז אפ די קינדער! דו וועסט אודאי מודה זיין אז ס'קומט זיך די פרוי געהעריג קאסטעדי. איז מיט וואס איז מרת טאמבער געווען אנדערש? ווייל זי איז נישט געווען רעליגיעז? מהיכי תיתי אז עס פארלאנגט זיך פון אונז צו דאגה'ן דערוועגן? (איך בין נאכאמאל קלאר מודיע אז איך רעד נישט דייקא פון די יעצטיגע פרשה ווייל איך קען נישט די פרטים, איך רעד פון דער פארווייטאגטע נושא בכלליות.)

מען פארגעסט פון די עיקר נקודה דא. Who cares אויב די טאטע איז גערעכט אדער די מאמע איז גערעכט? וואס איז גוט פאר די קינדער? פארוואס גיבט קיינער נישט קיין דעם פאר זיי?!!!! פארוואס קען מען זיך נישט זארגן פאר זיי אן רעליגיעזע נגיעות? טרעף מיך איין פראפעסיאנאלע פארשטענדיגע מענטש וואס האלט אז ס'איז גוט פאר קינדער אז מען באראבעוועט פון זיי גייסטיש געזונטע עלטערן צוליב רעליגיעזע סיבות.



.

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:54 am

· #152106
איינער קען אפשר צוברענגען אביסל מער דעטאלען אויפן סיפור, וואס איז געוועהן פארדעם, וואס נאכדעם, ווער האט נישט געלאזט די קינדער וואס, וכו'?

דענקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:04 am

· #152109
דאס אויב זי איז יא אדער נישט געווען גייסטיג געזונט איז נישט קיין אויסרייד. פארקערט, עס מאכט די קשיא אסאך שטערקער. אויב זי איז געווען גייסטיג שוואך (וואס איז בד"וו נישט קיין עולה, נאר א געזונט צושטאנד אזויווי א סטרעפט און א פלו) און זי האט נישט געקענט האנדלען מיט אירע צרות, וואלט מען געדארפט זיין נאכמער סענסיטיוו איר נישט ח"ו שטופן צו א ווינקל אז עס זאל געשען וואס עס איז געשען רח"ל.

כי אם צעוק יצעק אליי, שמוע אשמע צעקתו. ווען א צובראכענע נשמה (יתום אדער אלמנה אין אונזער פסוק, וה"ה לשאר נשברי לב) באנעצט די קישן ביינאכט, זאגט נישט דער רבוש"ע: נע, ער וויינט ווייל ער האט נעבעך נישט קיין טאטע, שווערע קינדעריארן, א צובראכענע שטוב והותרה דמו. נאר שמוע אשמע צעקתו, וחרה אפי בכם.

א צובראכענער מענטש נעמט זיך נישט דאס לעבן פאר שוואוילטאג. נאר אויב ער מאכט מיט שוועריגקייטן, קען ער זיך שווער פארמעסטן דערמיט און עס קען פירן צו דראסטישע שריט

יואב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:22 am

· #152112
איך בין גענצליך פרעמד איבער דעם ספעציפישן פאל, אבער דענקער, א גייסטיש ליידנע מענטש איז נישט ווי סטרעפ. איך ווייס אז דו האסט אסאך הארץ רייסענדע פסוקים גרייט פאר היינט נאכט, איך וויל דיר נישט קאלט מאכן. אבער פליז!

יתכן דאס איז א ריין טעכנישע--נישט אידילאגישע-- סיבה פארוואס די קינדער זענען בייז, אדער נישט געוועזן ביי איר? איך פרעג נאר. איך קען עקסטרעם פרומע מאמעס וואס די קינדער זענען נישט ביי זיי, און זיי שעלטן די עלטערן פשוט אלס רעזולטאט פון גייסטישע פראבלעמען.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:22 am

· #152113
דער דאמינענט טבע פון די וואס נעמען זיך דאס לעבן, איז סעלפיש'נעס. דער דאמינענט טבע פון די וואס לאזן אפ א גאנצע משפחה כדי אפצופארן - אוי. טי. די. - איז סעלפיש'נעס.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:24 am

· #152114
בן תמליון
קאט דע קרעפ דענקער. ווער האט צוגענומען אירע קינדער נישט חרדים נאר די סעקולארע געריכטן וואס פארשטייען אז קינדער אויפגעצויגן פרום ווען איין זייט באשליסט צו דראפן אלעס איז פאר זייער טובה צו בלייבן מיטן זייט וואס האלט אן דעם סטאטוסקווא. עס איז נישט דער ערשטער זעלבסמארד ביי או טי דיס שוין געווען אפאר . ביי איינעם אלכסנדר ד. האט ער מיטן ווייב איבערגעלאזט אידישקייט און די קינדער געווען אין פאבליק סקול אבער ער איז באגאנגען זעלבסטמארד. גיין אראפ פון וועג איז א בריק צום תהום. וילמדו תועים בינה.


דו מאכסט דיך אדער די ביסט? איז דען דא בכלל א סעקולארער געריכט דא אין ברוקלין אדער ראקלאנד? און אפילו ווען יא, איז אונז אזוי שווער אלץ חרדים צו פארדרייען א קאפ מיט אלע סארט ליגענט אין די וועלט? ווי קומט דא אריין וואס סעקולארער געריכטן פארשטייען.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:25 am

· #152115
חכם באשי
דער דאמינענט טבע פון די געבן איבער דאס לעבן פאר א העכערע צוועק, איז סעלפיש'נעס. דער דאמינענט טבע פון די וואס לאזן אפ א גאנצע משפחה כדי תשובה צו טוהן - בי. טי.- איז סעלפיש'נעס.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:25 am

· #152116
חכם באשי
דער דאמינענט טבע פון די וואס נעמען זיך דאס לעבן, איז סעלפיש'נעס. דער דאמינענט טבע פון די וואס לאזן אפ א גאנצע משפחה כדי אפצופארן - אוי. טי. די. - איז סעלפיש'נעס.


די דאמינענטע טבע פון די סארט תגובות איז סענסלעס'נעס.

חזקיהו המלך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:51 am

· #152122
חכם באשי
דער דאמינענט טבע פון די וואס נעמען זיך דאס לעבן, איז סעלפיש'נעס. דער דאמינענט טבע פון די וואס לאזן אפ א גאנצע משפחה כדי אפצופארן - אוי. טי. די. - איז סעלפיש'נעס.


חכם, זי האט נישט געוואלט אפלאזען איר משפחה, זי האט געוואלט זיי האבען,

עניוועי, ס'בכלל נישט קיין חכמה צי קומען יענעם בארעדען מיט נעמען פארענט פינעם אפענעם קבר,

כ'מיין אז די דאמינענט טבע פין די וואס טוען דאס איז סעלפיש'נעס.....

פרישער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:39 am

· #152126
נולד מאוחר
זייט ווען מאכט מען א בונד אז מגייט בלייבן א גאנץ לעבן די זעלבע?
וויאזוי קען א מענטש וויסען וואס ער גייט מארגן טראכטן, גלייבען, האלטן?

אוודאי קען מען נישט וויסן וואס דער מארגן וועט ברעינגען, אבער עס האט א פרייז וואס מען ברויך באצאלן, ווען איינער טיט איבער האקן זיין קאנטראקט פארלירט דעים דעפאזיט דעיס זענען דברים פשוטים, אפילו עס איז שווער אראפ צו שלינגען.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:51 am

· #152127
איז דער גאנצער מעשה אמת בכלל?

זי האט מן הסתם נישט געהאט קיין גוטע יועצים, פערי רייך איז נישט קיין פרומע לכל הדעות, עם כל זה שפילט זי גענוג פרום צו קענען האלטען די קינדער.

א רחמנות איז איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי אויסצופירן זיינע גאולס, ווען דער מהלך איז קלאר פאר אים.

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:52 am

· #152128
הוגה
פרישער, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז ווען א פארפאלק האט חתונה און ביידע זענען זאליס און די פרוי איז איין טאג מחליט צו ווערן אן אהרוני ווייל זי האט איינגעזעהן אז ער איז די ריכטיגע רבי-זי"ע-אטענטיש-סאטמארער רבי, און דער פארפאלק גט זיך, קומט זיך נישט פאר די פרוי קאסטעדי? די מאן וועט ביושר טענה'ן אז מ'האט געמאכט א בונד אז מיר זענען זאליס. דו ווילסט עסן אריזאנע מצות? עס געזונטערהייט אבער לאז אפ די קינדער! דו וועסט אודאי מודה זיין אז ס'קומט זיך די פרוי געהעריג קאסטעדי. איז מיט וואס איז מרת טאמבער געווען אנדערש? ווייל זי איז נישט געווען רעליגיעז? מהיכי תיתי אז עס פארלאנגט זיך פון אונז צו דאגה'ן דערוועגן? (איך בין נאכאמאל קלאר מודיע אז איך רעד נישט דייקא פון די יעצטיגע פרשה ווייל איך קען נישט די פרטים, איך רעד פון דער פארווייטאגטע נושא בכלליות.)

מען פארגעסט פון די עיקר נקודה דא. Who cares אויב די טאטע איז גערעכט אדער די מאמע איז גערעכט? וואס איז גוט פאר די קינדער? פארוואס גיבט קיינער נישט קיין דעם פאר זיי?!!!! פארוואס קען מען זיך נישט זארגן פאר זיי אן רעליגיעזע נגיעות? טרעף מיך איין פראפעסיאנאלע פארשטענדיגע מענטש וואס האלט אז ס'איז גוט פאר קינדער אז מען באראבעוועט פון זיי גייסטיש געזונטע עלטערן צוליב רעליגיעזע סיבות.


וואס דרייסטע א קאשע? האלסטו דען אז אריזאנע מצות מיט אפפארן פון וועג איז די זעלבע? שנייד די צואת השור.

פרישער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:32 am

· #152130
הוגה
פרישער, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז ווען א פארפאלק האט חתונה און ביידע זענען זאליס און די פרוי איז איין טאג מחליט צו ווערן אן אהרוני ווייל זי האט איינגעזעהן אז ער איז די ריכטיגע רבי-זי"ע-אטענטיש-סאטמארער רבי, און דער פארפאלק גט זיך, קומט זיך נישט פאר די פרוי קאסטעדי? די מאן וועט ביושר טענה'ן אז מ'האט געמאכט א בונד אז מיר זענען זאליס. דו ווילסט עסן אריזאנע מצות? עס געזונטערהייט אבער לאז אפ די קינדער! דו וועסט אודאי מודה זיין אז ס'קומט זיך די פרוי געהעריג קאסטעדי. איז מיט וואס איז מרת טאמבער געווען אנדערש? ווייל זי איז נישט געווען רעליגיעז? מהיכי תיתי אז עס פארלאנגט זיך פון אונז צו דאגה'ן דערוועגן? (איך בין נאכאמאל קלאר מודיע אז איך רעד נישט דייקא פון די יעצטיגע פרשה ווייל איך קען נישט די פרטים, איך רעד פון דער פארווייטאגטע נושא בכלליות.)

מען פארגעסט פון די עיקר נקודה דא. Who cares אויב די טאטע איז גערעכט אדער די מאמע איז גערעכט? וואס איז גוט פאר די קינדער? פארוואס גיבט קיינער נישט קיין דעם פאר זיי?!!!! פארוואס קען מען זיך נישט זארגן פאר זיי אן רעליגיעזע נגיעות? טרעף מיך איין פראפעסיאנאלע פארשטענדיגע מענטש וואס האלט אז ס'איז גוט פאר קינדער אז מען באראבעוועט פון זיי גייסטיש געזונטע עלטערן צוליב רעליגיעזע סיבות.
.


ניין!! הוגה, איך האלט נישט אזוי, ווייל וועלכע חסידות מען גייט זיין איז נישט און דעים בונד, הגם איינער מיט שכל ברויך און אכט נעמען דו אימבאקוועימליכקייט וועלכע ער\זי לייגט דעים אנדערען אריין, ווען איינער טוישט חסידות, למשל אויב איינער ווערט אן ארויני אדער א זאלויני געוועינטלעך ברעינגט דאס נישט צו קיין גט, אבער אפילו עס ברעינגט יא צו א גט לאמיר זאגען איינער ווערט א מעכעליסט אדער א לאבאביטשער אדער אפילו א ברעסלאווער אויב ווערט ער עקטרעים למשל א נא נח, האלט איך אז אזא איינער איז יא בארעכטיגט פאר דו קינדער, וויל ער איז נישט קיין עובר על דת אדער עברת על דת, ממילא איז ער\זי נישט דירעקט בוגד אינעם בונד, אבער ווען איינער איז יא עובר ברויך מען פארשטיין אז ידו אדער ידה איז בתחתונה, סארי הרב יואב איך זעי אז דער ענין בארירט ביי דיר עפעס געפערלעך הייקל איך האף אז דו פלאנסט נישט עפעס דראסטיש,

נומער צוויי פארוואס ווען דער וואס פארט אפ מאכט נישט דו אלע קינדער חשבונות באדערט דיך נישט, איז נישט בעסער פארן קינד צו האבען א מאמע, פאר וואס זאל א מאמע פאר איר אייגענע תאוות אוועק ווארפן איר מאן און קינדער זיך צו פארגויאישן, ווי איז איר מענטשלעך הארץ, איר גייט בכלל נישט אן דו חרבן וואס זי זייט אן, נאר פארן מאן וואס האט איר גארנישט באעוולט ער ווערט פארשריגן, פארוואס זאל ער לאזן זיינע קינדער פאלן פאר איינער וואס איז נישט סטאביל און האט פראבלעימען וואס ווערן נאר געלייזט מיט שטריק אויפן קנה, ער איז אין אלעם שילדיג אז דו קינדער מיז ער איר אהין שיקן לא עלינו, יעדער בר דעת פארשטייט דאס, עס האט נישט ציטיען מיט יודישקייט און גויאישקייט

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:43 am

· #152131
אונזער הייליגער רבי דער בעל דברי יואל האט אונז געלערנט אז ס'איז א ווייטאג אויף א איבוד נפש מישראל אפגעזען וואס דער נפש האט געטון בחיים חיותו און וויפיל תורה ס'האט געהאלטן, ווי ער האט געטייטש ביי די מלחמת הציונים, לבי לבי על חלליהם מעי מעי על חלליהם, און ער האט באוויינט די מתי המלחמה פון די ציונים הגם אסאך פון זיי האבן געהאלטן אזויפיל תורה וויפיל די נפטרת דנן.
אבער דוכט זיך דער וואס שרייבט 'הי"ד' איז כאדם התולה קללתו באחרים וד"ל.
הוגה טייערער, איך האב דיר געהאלטן פאר קלוגער ביז היינט, אזא צוויבל קוגל וואס דו האסט דא אנגעדרייט, דו מאכסט אלע גלויבן גלייך, און ממילא איש כל הישר בעיניו יעשה, זאלונים מיט ארונים איז אזוי ווי קריסטן מיט אידן רח"ל.
טראכט ביטע א מינוט פאר דו שרייבסט

לגופו של הענין, מי הנפטרת בת מי? אשת מי? אויב וויל מען נישט שרייבן ברבים ביטע ענטפערן אין אישי
בתודה למפרע

גימפל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:49 pm

· #152155
איינער האט עפעס אינפארמציע וואזוי די פרשה ווערט געהענדעלט און סקווער, אדער אינפו וועגען די לוויה, קבורה אדער שבעה?

אויב וויל מען נישט שרייבן ברבים ביטע ענטפערן אין אישי.

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:26 pm

· #152197
שרייבער
הוגה טייערער, איך האב דיר געהאלטן פאר קלוגער ביז היינט, אזא צוויבל קוגל וואס דו האסט דא אנגעדרייט, דו מאכסט אלע גלויבן גלייך, און ממילא איש כל הישר בעיניו יעשה, זאלונים מיט ארונים איז אזוי ווי קריסטן מיט אידן רח"ל. טראכט ביטע א מינוט פאר דו שרייבסט.


און איך האב געמיינט אז די קלוגע אידן דא וועלן אליינס פארשטיין אז איך מיין נישט צו זאגן אז טוישן פון זאלי צו ארוני איז פונקט ווי גיין OTD. נאר איך האב געמיינט ארויסצוברענגן די פונקט אז מען זאל נישט קומען מיט די שקר כאילו מען מיינט דא יושר, צו באשוצן דער וואס האט געטוישט - דער וואס איז איז ארויס פון די "בונד", נאר מען מיינט דא פשוט און פראסט די "רעליגיע" פראבלעם וזהו. ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס? יא, איך פארשטיי גוטע סברות אז עס איז וויכטיג פון א קולטור-עקזיסטענטשיל שטאנדפונקט, פאר די קיום און וואוקס פון אונזער געמיינדע. און לכאורה איז דאס געווען די (קאנטשעס אדער סאב-קאנטשעס) כוונה אונטער די מהלך.

(בכלל איז דער א.ג. "בונד" די גרעסטע דזשאוק. וואו בונד ווען בונד? צוויי אכצן יעריגע קינדער זענען אונטערגעפירט געווארן אונטער די חופה, קיינער האט קיין "בונד" נישט געמאכט. נעכטען האב איך געהערט ווי מיין 5 יעריגע יונגל מאכט א "בונד" מיט מיין 7 יעריגע ניכטע אז זיי גייען חתונה האבן, זענען זיי יעצט משעובד חתונה צו האבן?)

דער נושא איז שוין מערערע מאל איבערגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, און משום איזה סיבה דארף מען א יעדעס מאל פריש איבערקייען די זעלבע ווערטער. לאמיך פרובירן נאך איין מאל צו שרייבן וואס איך האלט און וואס איך מיין צו זאגן, מיט די האפענונג אז די עולם זוכט די אמת און מען וועט נישט פארדרייען מיינע ווערטער און כוונות. (צום דריטן מאל, איך רעד בכלליות און נישט איבער דער ספעציפישע פאל ווייל איך קען נישט די פרטי הדברים.)

עס זענען דא דא צוויי צדדים. צד א' נעמט אן די זייט פון די נישט פרומע מאמע אז די קינדער באלאנגן ביי איר צוליב דעם און דעם. צד ב' האלט אז די קינדער באלאנגן ביי די פרומע טאטע צוליב די בונד, יושר, באשעפער, וכו' וכו'. מיין דעה רעפרעזענטירט די דריטע צד - די "קינדער'ס צד". וואס איז א חילוק ווער איז גערעכט און ווער נישט? למאי נ"מ אויב מען האט געמאכט א בונד אדער נישט? דא האנדלט מען נישט פון קיין הונדערט טויזנט דאלער, א הויז אדער א ביזנעס סיכסוך. דא האנדלט מען איבער human beings, קינדער און עלטערן. מען קען נישט צושניידן קינדער, און מען קען נישט גיין מיט יושר וכדומה. מען דארף צוגיין צו אזא פרשה מיט א יומעניסטישע צוגאנג. וואס איז דאס בעסטע פאר די קינדער און די עלטערן? וואס וואלט געווען די בעסטע צוגאנג אז אלע צדדים - ספעציעל די קינדער זאלן ארויסקומען דערפון לעבעדיג און געזונט, גייסטיש און פיזיש? קיינער אבער קימערט זיך נישט מיט די פראגעס, אנשטאט דעם איז מען ביזי מיט אגענדעס, רעליגיע ווס OTD, משפחה ווס חברים וכו'. מיר גייען לעצטענס אדורך אזעלכע פרשיות טאג טעגליך און ווי ראבאטס קומען מיר אלעמאל צוריק מיט די זעלבע סלאגאנען. בונד, ווער האט געטוישט, OTD, דראגס, נערוון וכו'. דערווייל ווערן קינדער צופליקט און צוריסן פון אלע זייטן. דערווייל ווערן עלטערן געפייניגט, דא און דארט פאלן קרבנות. מער און מער ווערן אויפגעגעסן מיט די קאמיונעטי. אבער מען גייט ווייטער מיט די זעלבע מהלך, מיט די קאפ אין וואנט אריין. אפשר איז שוין הויך צייט אז מען זאל זיך אוועק זעצן און אדורך טון די נושא אן קיין שום זייטיגע נגיעות. לאמיר פארגעסן פון די געמיינדע, לאמיר לייגן פרומקייטן אין א זייט פאר אפאר מינוט, לאמיר פארגעסן פון די היציגע פערזענליכע געפעכטן און לאמיר אויספלאנירן וואס וועט זיין די בעסטע פון א יומעניסטישע שטאנדפונקט.

מיר קענען למעשה נישט איינטיילען פאר צוויי צוקריגטע עלטערן אז זיי זאלן יא אדער נישט טון עפעס צו סאבאטאדזשירן איינעם דעם אנדערע, דאס ליגט נישט בידינו. מיר קענען אבער יא פארבעסערן די ריספאנס און צוגאנג מצד די אידישע פרומע געמיינדע צו אזעלכע מעשיות. קוק צוריק אלע תגובות און זעה ווי די עולם באציט זיך נאר צו בארעכטיגן דעם אדער יענעם אן נעמען בכלל אין באטראכט מענטשליכע פיין און מיטמאכענישן, מיט קאלטקייט פרייט מען זיך מיט יענעמ'ס מפלה און די משפחה'ס פארלוסט, אין די נאמען פון יושר איז אקעי אז א מאמע איז אנגעקומען צו אזא צושטאנד. איז דאס די התנהגות פון ערליכע אידן? דאס מיינט שם שמים מתאהב? זענען מיר דא נישט פארפארן אביסל? וועקט אייך אויף!! הייבטס אן אנצוקוקן געשעענישן מיט אן אביעקטיווע בליק, אפשר וועט איר זעהן עפעס אנדערש ווי מען פיטערט אייך.





.

יכול להיות » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:41 pm

· #152199
אויף די מעשה גופא מיין איך והמשכיל ידום

אבער דאס ברענגט מיר אויף די קשיא פון יארן, אז למעשה איז דא גאר א גרויסע פראצענט חרדים און יוצאים וואס האבן שוין געהאלטן און האלטן שוין ממש דארט ביים מיתת נשיקה אבער עפעס האלט זיי אפ, זיי אליין ווייסן באמת אויך נישט וואס, ווייל זיי האבן באמת מער אינעם קבר מציאות ווי אין זייער יעצטיגע מציאות, איז וואס איז דאס?? פארוואס וויל ער למעשה לעבן??
איך קלער עפעס אז דאס איז דאס איז ממש די גרויסע אור אלטע קשיא פארוואס האט גאט באשאפן די וועלט, איז לכאורה דאס אז די מענטש וויל לעבן דאס איז דאך אין אנדערע ווערטער בריאות העולם ניין?!

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:43 pm

· #152200
הוגה, דו האסט שוין אמאל געהערט פון א קריגעריי איבער קינדער וואו ביידע צדדים גייען צו מיט אן אביעקטיווע בליק?

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:50 pm

· #152201
יאיר
הוגה, דו האסט שוין אמאל געהערט פון א קריגעריי איבער קינדער וואו ביידע צדדים גייען צו מיט אן אביעקטיווע בליק?


ניין, ביידע צדדים זענען subjective און האבן נגיעות, און איך פארשטיי זיי. אבער מיר - די קאלעקטיוו קאמיוניטי וואס וואלטן נישט געדארפט האבן קיין נגיעות וואלטן יא געמעגט קוקן מיט אן אביעקטיווע בליק. ניין? וזה מה שכתבתי:

הוגה
מיר קענען למעשה נישט איינטיילען פאר צוויי צוקריגטע עלטערן אז זיי זאלן יא אדער נישט טון עפעס צו סאבאטאדזשירן איינעם דעם אנדערע, דאס ליגט נישט בידינו. מיר קענען אבער יא פארבעסערן די ריספאנס און צוגאנג מצד די אידישע פרומע געמיינדע צו אזעלכע מעשיות. קוק צוריק אלע תגובות און זעה ווי די עולם באציט זיך נאר צו בארעכטיגן דעם אדער יענעם אן נעמען בכלל אין באטראכט מענטשליכע פיין און מיטמאכענישן, מיט קאלטקייט פרייט מען זיך מיט יענעמ'ס מפלה און די משפחה'ס פארלוסט, אין די נאמען פון יושר איז אקעי אז א מאמע איז אנגעקומען צו אזא צושטאנד. איז דאס די התנהגות פון ערליכע אידן? דאס מיינט שם שמים מתאהב? זענען מיר דא נישט פארפארן אביסל? וועקט אייך אויף!! הייבטס אן אנצוקוקן געשעענישן מיט אן אביעקטיווע בליק, אפשר וועט איר זעהן עפעס אנדערש ווי מען פיטערט אייך.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:56 pm

· #152202
די קאמיוניטי האט דאך אויך נגיעות (גדול המחטיאו יותר מן ההורגו וכו'). בכלל, זינט ווען שפילט הומאניזם א ראלע אין די תורה?

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:58 pm

· #152203
הוגה
[justify]
שרייבער
הוגה טייערער, איך האב דיר געהאלטן פאר קלוגער ביז היינט, אזא צוויבל קוגל וואס דו האסט דא אנגעדרייט, דו מאכסט אלע גלויבן גלייך, און ממילא איש כל הישר בעיניו יעשה, זאלונים מיט ארונים איז אזוי ווי קריסטן מיט אידן רח"ל. טראכט ביטע א מינוט פאר דו שרייבסט.


און איך האב געמיינט אז די קלוגע אידן דא וועלן אליינס פארשטיין אז איך מיין נישט צו זאגן אז טוישן פון זאלי צו ארוני איז פונקט ווי גיין OTD. נאר איך האב געמיינט ארויסצוברענגן די פונקט אז מען זאל נישט קומען מיט די שקר כאילו מען מיינט דא יושר, צו באשוצן דער וואס האט געטוישט - דער וואס איז איז ארויס פון די "בונד", נאר מען מיינט דא פשוט און פראסט די "רעליגיע" פראבלעם וזהו. ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס? יא, איך פארשטיי גוטע סברות אז עס איז וויכטיג פון א קולטור-עקזיסטענטשיל שטאנדפונקט, פאר די קיום און וואוקס פון אונזער געמיינדע. און לכאורה איז דאס געווען די (קאנטשעס אדער סאב-קאנטשעס) כוונה אונטער די מהלך.


.

איך כאפ נאכנישט פונקטליך צו ווי דו צילסט, איך אליין בין שוין געווען פערזענליך אינוואלווד און העלפן יונגע בחור'לעך נישט אוועקצופאלן, און נישט פון גע'גט'ע עלטערן נאר אנדערע פראבלעמאטישע שטובער, איז אין מיין מח אמאל ארויפגעקומען אזא געדאנק אז ער זאל בלייבן א איד פאר די קיום און וואוקס פון אונזער געמיינדע? איך גיי עפעס בענעפיטירן ווען ער בלייבט דא? זאת ועוד יותר, איך באלאנג צו א חסידות, און ס'איז געווען קלאר אז דער בחור'ל גייט נישט בלייבן א חסיד פון דעם רבין, ועם כל זה האב איך מיט נאך עסקנים פונעם זעלבן חסידות זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אים צו האלטן אין די ראמען פאר איין סיבה, ווייל ער איז א אידיש קינד, זרע אברהם יצחק ויעקב, און ווען משיח וועט קומען וועט דער זיידע אברהם מיך פרעגן, פארוואס האסטו נישט געזען אז דיין קאזין מיין אייניקל זאל בלייבן א איד, כל ישראל ערבים זה לזה, און יא ס'איז א חיוב פון יעדן איד צו טון כל מה שבידו, אויב איינער פון די עלטערן היטן נישט קיין תורה ומצות אוועקצונעמען פון יענעם דאס קינד

לכבוד שבת קודש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:02 pm

· #152205
הוגה, דו ווייסט וואס דו טוסט?

ס'זיצט דא א מאן, א צדיק, וואס האט פראבירט צו העלפן זיין ווייב מיט אלע מעגליכקייטן, אפילו לפנים משורת הדין, אוועקגעבנדיג פון זיך, זיין גשמיות און אויך זיין רוחניות. דער מענטש איז יעצט בצער און רייסט זיך די האר פון קאפ, און דו שטייסט און דו רייטסט אויף זיין בלוט. וואס האט ער געזאלט טון? - אוועקגעבן זיינע קינדער פארן אומסטאבילע ווייב? - ניין, נישט רוחניות איז דא געווען די נושא, דא האט מען גערעדט פון גשמיות. פינטל. איך וויל נישט בארעדן קיין טויטע, בפרט אז איר בלוט איז נאך ווארעם, והמשכיל בעת ההיא ידום, אבער ער האט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן האבן א נארמאלע געסעטלטע לעבן און נישט חלילה פארקערט.

אט אין די שווערע מינוטן, זיצטו הוגה, און דו רייטסט אויף זיין בלוט? - שעים. יא, כ'ווייס וואס דו וועסט ענטפערן, אז דו מיינסט נישט די דאזיגע מעשה, נאר בכלליות. אבער מאך ביטע נישט קיין לצנות, צווישן די שורות פארשטייט יעדער איינער עפעס אנדערש. דו באשולדיגסט אים אומדירעקט, אומשולדיגערהייט אין זיין צער, בלויז דערפאר ווייל יעצט איז ער א געשמאקערע קרבן.

אויב דו ווילסט דוקא רעדן איבער די נושא פון קינדער פאר די עלטערן, עפן א צווייטן אשכול און שרייב דארט, און נישט יעצט, נאר ווען די געפילן שטילן זיך אביסל אפ, זיי מוחל.

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:08 pm

· #152207
יאיר
די קאמיוניטי האט דאך אויך נגיעות (גדול המחטיאו יותר מן ההורגו וכו'). בכלל, זינט ווען שפילט הומאניזם א ראלע אין די תורה?


הוגה
ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס?


שרייבער, סברות און ראיות פון מעשיות אדער אנדערע מאמרי חז"ל זענען נישט גענוג שטארק צו מתיר זיין יענעמ'ס בלוט. (ווייל סברות קען מען אפפרעגן מיטן צייגן אז ס'נישט דא קיין גאראנטי אז די קינד וועט בלייבן פרום, אדרבא לכאורה האט א קינד פון א war torn פאמיליע שוואכערע שאנסן צו בלייבן פרום.) ווייז מיר וואו די "תורה/באשעפער" פארלאנגט פון אונז צו באראבעווען קינדער פון עלטערן כדי זיי זאלן בלייבן ביי די רעליגיעזע משפחה? ווייז א פרעצידענט. און איינמאל איר האט דאס געענדיגט אויפווייזן, דאן הערט אויף מיט די שקרים און זאגט קלאר ארויס אז מיר פרומע אידן האבן א דזשיהאדיסט אגענדע צו האלטן די קינדער מיט די פרומע משפחה אפגעזעהן וואס איז בעסער פאר זייער וואולזיין.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:10 pm

· #152208
בקיצור, דער תמצית וואס קומט ארויס פון די אלע תגובות איז אז די וועלט איז אן אבסורדאלע פלאץ זיך צו געפינען, בפרט פאר די מענטשליכע ראסע, און ווי אזוי מען טוט איז נישט גוט. איך מיין מיר זאלן אלע נאכטון די קלוגע שריט פון מס. טאמבור.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:11 pm

· #152209
קריינא דאגרתא איהו להוי פרוונקא.

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:16 pm

· #152212
הוגה
יאיר
די קאמיוניטי האט דאך אויך נגיעות (גדול המחטיאו יותר מן ההורגו וכו'). בכלל, זינט ווען שפילט הומאניזם א ראלע אין די תורה?


הוגה
ממילא וועל איך איבער חזר'ן די שאלה וואס איז שוין אזויפיל מאל געפרעגט געווארן דא אין ק"ש און האט לפי ידיעתי קיינמאל נישט ערהאלטן קיין אנטווארט. וואס פאלט דיר איין אז ס'דיין/אונזער אחריות זיך צו זארגן אז יענער'ס קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך אין אידיש, עד כדי כך אפילו אויף די expense פון זייערע עמאציאנאלע well being? ווער זאגט אז די באשעפער וויל און פארלאנגט דאס?


שרייבער, סברות און ראיות פון מעשיות אדער אנדערע מאמרי חז"ל זענען נישט גענוג שטארק צו מתיר זיין יענעמ'ס בלוט. (ווייל סברות קען מען אפפרעגן מיטן צייגן אז ס'נישט דא קיין גאראנטי אז די קינד וועט בלייבן פרום, אדרבא לכאורה האט א קינד פון א war torn פאמיליע שוואכערע שאנסן צו בלייבן פרום.) ווייז מיר וואו די "תורה/באשעפער" פארלאנגט פון אונז צו באראבעווען קינדער פון עלטערן כדי זיי זאלן בלייבן ביי די רעליגיעזע משפחה? ווייז א פרעצידענט. און איינמאל איר האט דאס געענדיגט אויפווייזן, דאן הערט אויף מיט די שקרים און זאגט קלאר ארויס אז מיר פרומע אידן האבן א דזשיהאדיסט אגענדע צו האלטן די קינדער מיט די פרומע משפחה אפגעזעהן וואס איז בעסער פאר זייער וואולזיין.

זאל איך ענטפערן? דו פלאנסט זיך סיי ווי צו האבן די לעצטע ווארט, א מורה הוראה בין איך נאכנישט צו קענען צאמווארפן מ"מ, אויף למעשה איז עס יעצט נישט נוגע דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, עמיר בלייבן ביי דעם

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:16 pm

· #152214
@יאיר, הער שוין אויף מיט די ליצנות..... 😂

@לכבוד שבת קודש, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר, איך האב נישט געעפענט די אשכל, און איך האב נישט געטאנצן אויף קיינעמ'ס בלוט! אדרבא, קוק צוריק און זעה וועלכע צד פון די דעבאטע דא האט געטאנצט אויף אידיש בלוט. ליין איבער מיינע תגובות אין דער גאנצע אשכל וועסטו זעהן אז אלע מיינע רייד זענען נאר אין ריספאנס צו די תגובות פון די עולם דא און די צוגאנג און שמחה פון געוויסע אין די קאמיונעטי צו די שרעקליכע טראגעדיא. אויב געפעלט דיר נישט מיין צוגאנג צו דער כלליות'ידע נושא, דאן נעם אראפ דיין רחמנות'דיגע פרצוף און זאג וואס באדערט דיר באמת. איים סארי אבער דיין תגובה איז אומ-מענטשליך. איך בין דיר מוחל בלב שלם.
בלאט: 1 2 3 4