☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

290 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4839
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:40 pm

· #153036
לועג לראש?
(יעצט זעה איך אז יואליש האט שוין מתקן געווען)

דענקער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:44 pm

· #153039
קיינער האט נישט ערווארטעט מען זאל זיי געבן קרעדיט, ניטאמאל א קניפ אין בעקל. נאר אויב קומען זיי - ווי שעפטל האט געזאגט - אנגעטון בכבוד המת, האבן זיי געטון די נארמאלע מענשטליכע זאך און עס איז נישט דא אן אורזאך זיי צו באזייטיגן.

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:01 pm

· #153048
בנוגע א מקור פון אן הלכה'דיגע פערספעקטיוו איבער צונעמען א קינד פון די מאמעס שויס אין פאל אויב די קינד וועט ווערן אויפגעהאדוועט מיט א גלייכגילטיגקייט און עובר זיין אסורי תורה, דוכט זיך אין טעאריע איז לכאורה גרינג צו מאכן די קעיס אז היות דאס קינד אנשטאטס וואס די עלטערן זאלן אים געבן א תורה'דיגע חינוך וועט ער קריגן דאס פארקערטע וואס אויף דעם זענען אלע דעות איינשטימיג אז א קטן (שהגיע לחינוך) האוכל נבילות בי"ד מצווין להפרישו, מיינט עס דען נישט דורך אלע מיטלן ? וואס, די תורה רעכענט זיך מיט די מאמע וואס איז אן עוברת דת און איז עוברת אויף אלע ל"ו כריתות.
נאר וואזשע דען הלכה למעשה איז דאך דאס זייער א שארפע פסק און איך טו אויף קיין שום פאל פאראויסשטופן אדער אפילו נאר בארעכטיגען אזוינס מחמת כמה סיבות
1) א"כ אין לדבר סוף ווער ווייסט מארגען וועט דער סקווירער צונעמן די קינדער ווייל מ'האט חלילה אויפגעהערט עסן צוויבל קיגעל אדער ווייל מ'איז מזלזל אין די מצוות חדשות וואס אותו צדיק שומען מפי אליהו, וכו' וכו' סוועט זאך טוען א געכאפעכטץ ווי ביי די קאנטעניסטן.
2) אפילו אין פאל ווען יעדער איז מודה אז זי איז אן עוברת על דת יהודית טאמער קען מען אנווייזן מיטן פינגער אז שולדיג זענען גאר די רעליגיעזע אז מ'האט איר בא'עוול'ט וואס פלוצלינג ווילען זיי יעצט הרצחת וגם ירשת ?
3) מיר לעבן היינט אין אן אנדערע ריאלם ווען ס'איז דא גאנצע קהילות פון חילונים וכו' וואס זענען א ריאליטעט נאך מער ווי די רעליגיעזע און פונקט אזוי ווי עמא דבר איז ביי די אלע תינוק שנשבה'ס אז מלאזט זיי לויפן מ'סעקירט זיי נישט סיידן אפאר חבדסקער וואס לויפן זיי נאך פאר תפילין אדער לולב אין מגיט זיי נאך אפ כבוד אין ביזנעס צו אויב זיי זענען פאליטישע פיגורן א"כ הייני הך.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:01 pm

· #153049
דאס וועסטו זאגן ווען 'דיין' קינד וועט ליגן אויפן מיטה. רחמנות האט עטץ? שכל פארשפרעכט עטץ? כבוד דארף מען זיי געבן? א שטויס בין הבשרים..

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:47 pm

· #153056
בין הבתרים?
(וואס בינעך געווארן דא, א מגיה אויף דער עלטער? אך.....)

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:55 pm

· #153058
עס איז היינט אזא מין מאדנע וועלט, און די מוחות זענען אזוי פארקרימט, אז עס לאזט זיך גארנישט גלייבן.

אמאל ווען איינער איז נעבאך אפגעפארן פונעם דרך פון זיינע עלטערן, האט ער זיך געפאקט פעק, און געגאנגען צו אלע שווארצע ריחות, און מען האט מער נישט געהערט פון אים.

היינט נישט נאר זיי יאגן נישט אפ פון אינז, נאר זיי קריכען נאך אויף אונזער געהירן אן אויפהער, זיי פארלאנגען רחמניות, ליבשאפט, איינערקענונג, און אפי' גאר אז מען זאל זיי נאך ארויפקיקן.

רבש''ע פארוואס? ביזט אוועק געגאנגען פונעם יודישען דרך? פיין! גיי דיר לחיים ולשלום,!
נישט קיין חילוק פארוואס די ביזט אפגעפארן, איר וועט קיינמאל נישט טרעפן א שייגאץ, וואס זאל זאגן אז ער איז זיך אליינס שילדיג, אייביג איז עס דער רבי, די חסידות, די טאטע, די מאמע, אד''ג, וואס דרייסטו א קאפ? ביזט אפגעפארן ווייל די האסט געוואלט ווערן א שייגאץ, והא ראיה, אז די ביזט געווארן, אויב וואלסטו נישט געוואלט ווערן קיין שייגאץ, וואלסטו געבליבן א יוד, פינקט וואו דייינע ברידער, און שועסטער, חברים, און חברטעס.

דאס האט דא פאסירט, די אלע אכזרים ואכזרות, וואס צילוב זיי מאכן זייער טאעטס און מאמעס נאס זייער קישן יעדע נאכט, און די ברידער און שוועסטער ליידן בישות וחרפות, זענען פליצלינג פארוואנדעלט געווארן פאר פיינע איידעלע מענטשן, זיי ווילן פשוט קימען צו די לוויה פון זייערס א חברטע, מיי פוד!

זיי זיכען סתם אז מען זאל רעדן פון זיי, און צו שטערן דעם ארדענונג, גוט האבן די סקוירא חברא קדישא געטאן, נישט צו צילאזן די ווילדע בארבארן, און בארברות צו א יודישע לויה, דאס איז נאך די גרעסטע טובה פאר די נשמה פון די נפטרת, עס איז זיכער אז אויף יענע וועלט שעפט זיי נישט קיין נחת פון די "גוטע חברים און חברטעס" !

וילמדו תועים בינה, ומלאו הארץ דעה את השם, ובאו האובדים מארץ אשר והנדחים מארץ מצרים, און זיי זאלן שוין אויפהערן צו באשילדיגען די גאנצע וועלט אויף זייערע פארשטויסענקייט, און תשיבה טון מיט א גאנץ הארץ צום הייליגע באשעפער, כי לא ידח ממנו נידח!

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:01 pm

· #153059
קאך_לעפל

איי אלע כמעט אלע רוב וועלט האלט אנדערש? נו אחד היה אברהם.. אקעגן א גאנצע משוגענע וועלט, א דור המבול א דור הפלגה א דור אנוש.. איין אייציגער אברהם אבינו האט געטון וואס גאט האט געהייסן
ער האט געטון זאכן וואס אפילו היינט וואלט עס געהייסן מאדנע. אבער ער און נאר פן עהם איז געבליבן א שארית און נחלה.
זאלן די אלע ראציגע דיעות זיך נעמען דאס לעבן, און לאזן אונז לעבן מיט גאט. ''זאל זיין געלעבט''..

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:02 pm

· #153060
היימישער ליטוואק
@לעיקוואד
מיט אן אריינגיין אין אונזער ויכוח לגבי חבירים וכו'. וואס איז דיין פאזיציע לגבי א גיי חבר וועלכער וויל קומען צום לויה, דארף מען אים אויך אקקאמאדירן?
אויב דיין ענטפער איז ניין, דאן דוכט זיך אז דער אייבי ווייס'ס יחס מיט דעבב איז אויך גווען א חיוב כריתות'דיגער.

די ענטפער איז יא, בלי ספק. און ווער עס טוהט אנדערש איז א רשע מרושע.

(אחוץ פון דעם איז דיין צושטעל נישט עולה יפה ווייל עס איז נישט אונזער דזשאב צו טשעקן אויב זיי גייט אין מקווה אדער נישט מער ווי עס איז אונזער דזשאב עס צו טשעקן ביי יעדער אנדערער קאפל אויף די וועלט).

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:07 pm

· #153062
די מוסר השכל פון די סטארי איז אז מען דארף אוועקשטעלן עפעס א חסידישער עסקן וואס האט קשרים און טראסט סיי אין די חסידישע קהילות און סיי אין די או טי די קהילות וואס זאל דינען אלץ א נארמאלער פארמיטלער אין אזעלכע פעלער. אין אנדערע פעלער ווי עס האט זיך אפגעשפילט מער נארמאל איז דאכציך דאס געווען די קעיס.

נו, עני הצעות?

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:08 pm

· #153063
מנשה לוסטיג
קאך_לעפל
עס איז היינט אזא מין מאדנע וועלט, און די מוחות זענען אזוי פארקרימט, אז עס לאזט זיך גארנישט גלייבן.

אמאל ווען איינער איז נעבאך אפגעפארן פונעם דרך פון זיינע עלטערן, האט ער זיך געפאקט פעק, און געגאנגען צו אלע שווארצע ריחות, און מען האט מער נישט געהערט פון אים.

היינט נישט נאר זיי יאגן נישט אפ פון אינז, נאר זיי קריכען נאך אויף אונזער געהירן אן אויפהער, זיי פארלאנגען רחמניות, ליבשאפט, איינערקענונג, און אפי' גאר אז מען זאל זיי נאך ארויפקיקן.

רבש''ע פארוואס? ביזט אוועק געגאנגען פונעם יודישען דרך? פיין! גיי דיר לחיים ולשלום,!
נישט קיין חילוק פארוואס די ביזט אפגעפארן, איר וועט קיינמאל נישט טרעפן א שייגאץ, וואס זאל זאגן אז ער איז זיך אליינס שילדיג, אייביג איז עס דער רבי, די חסידות, די טאטע, די מאמע, אד''ג, וואס דרייסטו א קאפ? ביזט אפגעפארן ווייל די האסט געוואלט ווערן א שייגאץ, והא ראיה, אז די ביזט געווארן, אויב וואלסטו נישט געוואלט ווערן קיין שייגאץ, וואלסטו געבליבן א יוד, פינקט וואו דייינע ברידער, און שועסטער, חברים, און חברטעס.

דאס האט דא פאסירט, די אלע אכזרים ואכזרות, וואס צילוב זיי מאכן זייער טאעטס און מאמעס נאס זייער קישן יעדע נאכט, און די ברידער און שוועסטער ליידן בישות וחרפות, זענען פליצלינג פארוואנדעלט געווארן פאר פיינע איידעלע מענטשן, זיי ווילן פשוט קימען צו די לוויה פון זייערס א חברטע, מיי פוד!

זיי זיכען סתם אז מען זאל רעדן פון זיי, און צו שטערן דעם ארדענונג, גוט האבן די סקוירא חברא קדישא געטאן, נישט צו צילאזן די ווילדע בארבארן, און בארברות צו א יודישע לויה, דאס איז נאך די גרעסטע טובה פאר די נשמה פון די נפטרת, עס איז זיכער אז אויף יענע וועלט שעפט זיי נישט קיין נחת פון די "גוטע חברים און חברטעס" !

וילמדו תועים בינה, ומלאו הארץ דעה את השם, ובאו האובדים מארץ אשר והנדחים מארץ מצרים, און זיי זאלן שוין אויפהערן צו באשילדיגען די גאנצע וועלט אויף זייערע פארשטויסענקייט, און תשיבה טון מיט א גאנץ הארץ צום הייליגע באשעפער, כי לא ידח ממנו נידח!

איי אלע כמעט אלע רוב וועלט האלט אנדערש? נו אחד היה אברהם.. אקעגן א גאנצע משוגענע וועלט, א דור המבול א דור הפלגה א דור אנוש.. איין אייציגער אברהם אבינו האט געטון וואס גאט האט געהייסן
ער האט געטון זאכן וואס אפילו היינט וואלט עס געהייסן מאדנע. אבער ער און נאר פן עהם איז געבליבן א שארית און נחלה.
זאלן די אלע ראציגע דיעות זיך נעמען דאס לעבן, און לאזן אונז לעבן מיט גאט. ''זאל זיין געלעבט''..

איך פארשטיי נישט 2 זאכן:

איינס: ווער איז רוב וועלט?

צוויי: ווער זאגט אז זיי האלטן אנדערש?

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:35 pm

· #153066
עס איז מיר מאדנע די גאנצע וויכוח ווער הייסט א חבר און ווער נישט. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס איז וויכטיג אדער מאכט בכלל אויס דא?

איך האב אסאך ווירטואלע חברים, סיי אין קאווע שטיבל סיי אין פעיסבוק סיי אין אנדערע מקומות, א חלק פון זיי וועלכער איך קען פרעזענליך, א חלק וועלכער איך האב נאכנישט געטראפען פנים אל פנים אבער מיר זענען גוטע חברים ווירטואליש, און א חלק וואס מיר קענען זיך ביים נאמען אבער רעדן כמעט נישט. פונקט אזויווי אין בית מדרש איז דא די חברה וואס איך שמועס מיט זיי אין מקווה און ביים קאווע וואס זענען ממש מיינע חברים, עס איז דא די וואס איך זאג יעדער טאג א גוט מארגן, און עס איז דא אזעלכע וואס דאס אויך נישט.

עס איז אבער דא פארשידענע הזדמנויות ווען די אלע מער ברייטערע סארט קשרים מאכען יא אויס. למשל אז איך מאך א שמחה, איז אסאך מאל וועט די גאנצע מנין קומען אפילו די וועלכער איך זאג קוים א גוט מארגען צו, און נאך אסאך מער ביי א טראגעדיע ל"ע, וועקט זיך אויף ביי מענטשען אסאך מיטפילען און אפילו ווייטערע באקאנטע פילען א צורך און אן ענין זיך באטייליגן. איך בין זיכער אז ביי אזוינע הזדמנויות, וועל איך אויסגעפינען אז איך האב אסאך פריינט וואס איך האב קוים אמאל געהערט פון זיי, און דאך אז זיי קומען צו מיין שמחה וועל איך זיי שיין באדאנקן און מכבד זיין מיט א לחיים, ווארום דאס גופא אז ער קומט צו מיין שמחה אדער טראגעדיע ל"ע, איז דאך א סימן אז ער פילט פאר מיר און האלט עס וויכטיג צו קומען.

די זעלבע דא, זאל זיין אז א חלק האבען קיינמאל געהערט איר נאמען פאר דער שבת, איז אויב פילען זיי זיך עפעס א קשר מיט איר, צו ווייל זיי קויפען די זעלבע סארט הויזען צו ווייל זיי געהערן פאר די זעלבע סארט קלאב, צו פאר וועלכע ריכטיגע אדער נארישע סיבה עס זאל נאר זיין, הייסט דאך אז זיי אידענטיפירען אויף גענוג אז זיי זאלן זיך באטייליגען אין א לויה, און דאס אליינס איז גענוג א סיבה מען זאל זי פירען מיט נארמאלע נימוס.

(אגב, כפי שראיתי בפ"ב, אויך די נאנסטע חברים וואס זענען געווען בקשר מיט די משפחה האט מען נישט מודיע געווען וועגן די לויה ביז צו שפעט, מען האט זיי בס"ה צוגעלאזט אויף א רגע זיך געזעגענען מיט די מיטה. אזוי עכ"פ טענה'ן זיי אליינס. מען קען זיי פארשטיין אז זיי זענען זיכער אז או טי די ניקעס זענען ווער ווייסט וואס, אבער אויף דעם אליינס איז נישטא קיין תירוץ, וויפיל מאל וועלן זיי נאך באקומען א פרי פעס ווייל זיי רעדן זיך איין אז דאס זענען סוב-יומענס? איך וויל נישט אויפוועקן גודוויין, אבער אויף דעם מהלך האבען אויך די נאציס זיך נישט געפירט מיט עקסטערע רשעות בדווקא און מ'קען זיי פארשטיין לויט דאס וואס מ'האט זיי איינגערעדט אז אידען זענען סוביומען)

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:39 pm

· #153067
פארוואס האט מען דא טענות אויף מנשה? מען האט עם נישט גערופען אין פארווערטס זאגען זיין פרעזענליכע מינונג אויף וואס מ'דארף טוהן (דאס זאגט ער דא..), מען האט עם גערופען דארט צו פארציילען וויאזוי דער עולם אין שיכון סקווער קוקט אן די מעשה און מסביר זיין פון זייער קוק-ווינקעל פארוואס מען האט איר נישט געלייגט אין סקווער. און דאס האט ער דאך אקוראט איבערגעגעבן. אדרבה, ווען ער וואלט אנדערש פארציילט און פראבירט צו פארוואסערן און מאכן שענער אויסזעהן די סקווערער מהלך וואלט ער דאך געווען א שקרן. אויף שכל זיינע ווייזט עס טאקע נישט, אבער אז מ'וויל אינפארמאציע איז אלץ בעסער אז מפרעגט דער שטאטס טיפש וואס ווייסט נישט צו באפיצען די פאקטן.

מאראנצןזאפט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:44 pm

· #153069
א ווארט צו רבי מנשה.
אפגעזען צו סקווירא האט יא געטן אן עוולה אדער נישט האט קיינער נישט קיין היתר צו טרינקען דיין בלוט אפילו על צד אויב דו האסט בועל געווען אן אשת איש יום כיפור נאכמיטאג. כל שכן אז ס'איז געבויעט אויף השערות שונות וואו דער דמיון שפילט דער עיקר חלק.
און זייט וויסן איך בין אייך מקנא: אויב איז דאס נישט אמת איז דאך אשרי מי שחושדין בו ואין בו, און על צד אז יא זאגט דאך די גמ' כל העובר כו' ומתבייש בו מוחלין לו כל עוונותיו.

outspoken » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:45 pm

· #153070
צו אינזער געטרייע OTD געשוויסטערס,

מיר ווילען אייך לאזען וויסען, אז אפילו עטס זענטס אוועק פון אונז, און עטס גיסט פעך אין שוועבעל אויף אונז אויף די social media שלינגען מיר עס אראפ און מיר האבען אייך זייער ליב, און מיר נעמען אייך אויף מיט ביידע הענט.

אבער איין זאך ווען עטס קומט'ס דא (בחיים ובמות) דארפט איר האבן רעספעקט פאר די RULES OF THE HOUSE דאס מיינט אז מיר זענען נישט מחויב אויפצוגעבען קיין מילי מעטער פון אינזער WAY OF LIFE .

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:48 pm

· #153072
לעיקוואד
עס איז מיר מאדנע די גאנצע וויכוח ווער הייסט א חבר און ווער נישט. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס איז וויכטיג אדער מאכט בכלל אויס דא?

איך האב אסאך ווירטואלע חברים, סיי אין קאווע שטיבל סיי אין פעיסבוק סיי אין אנדערע מקומות, א חלק פון זיי וועלכער איך קען פרעזענליך, א חלק וועלכער איך האב נאכנישט געטראפען פנים אל פנים אבער מיר זענען גוטע חברים ווירטואליש, און א חלק וואס מיר קענען זיך ביים נאמען אבער רעדן כמעט נישט. פונקט אזויווי אין בית מדרש איז דא די חברה וואס איך שמועס מיט זיי אין מקווה און ביים קאווע וואס זענען ממש מיינע חברים, עס איז דא די וואס איך זאג יעדער טאג א גוט מארגן, און עס איז דא אזעלכע וואס דאס אויך נישט.

עס איז אבער דא פארשידענע הזדמנויות ווען די אלע מער ברייטערע סארט קשרים מאכען יא אויס. למשל אז איך מאך א שמחה, איז אסאך מאל וועט די גאנצע מנין קומען אפילו די וועלכער איך זאג קוים א גוט מארגען צו, און נאך אסאך מער ביי א טראגעדיע ל"ע, וועקט זיך אויף ביי מענטשען אסאך מיטפילען און אפילו ווייטערע באקאנטע פילען א צורך און אן ענין זיך באטייליגן. איך בין זיכער אז ביי אזוינע הזדמנויות, וועל איך אויסגעפינען אז איך האב אסאך פריינט וואס איך האב קוים אמאל געהערט פון זיי, און דאך אז זיי קומען צו מיין שמחה וועל איך זיי שיין באדאנקן און מכבד זיין מיט א לחיים, ווארום דאס גופא אז ער קומט צו מיין שמחה אדער טראגעדיע ל"ע, איז דאך א סימן אז ער פילט פאר מיר און האלט עס וויכטיג צו קומען.

די זעלבע דא, זאל זיין אז א חלק האבען קיינמאל געהערט איר נאמען פאר דער שבת, איז אויב פילען זיי זיך עפעס א קשר מיט איר, צו ווייל זיי קויפען די זעלבע סארט הויזען צו ווייל זיי געהערן פאר די זעלבע סארט קלאב, צו פאר וועלכע ריכטיגע אדער נארישע סיבה עס זאל נאר זיין, הייסט דאך אז זיי אידענטיפירען אויף גענוג אז זיי זאלן זיך באטייליגען אין א לויה, און דאס אליינס איז גענוג א סיבה מען זאל זי פירען מיט נארמאלע נימוס.

(אגב, כפי שראיתי בפ"ב, אויך די נאנסטע חברים וואס זענען געווען בקשר מיט די משפחה האט מען נישט מודיע געווען וועגן די לויה ביז צו שפעט, מען האט זיי בס"ה צוגעלאזט אויף א רגע זיך געזעגענען מיט די מיטה. אזוי עכ"פ טענה'ן זיי אליינס. מען קען זיי פארשטיין אז זיי זענען זיכער אז או טי די ניקעס זענען ווער ווייסט וואס, אבער אויף דעם אליינס איז נישטא קיין תירוץ, וויפיל מאל וועלן זיי נאך באקומען א פרי פעס ווייל זיי רעדן זיך איין אז דאס זענען סוב-יומענס? איך וויל נישט אויפוועקן גודוויין, אבער אויף דעם מהלך האבען אויך די נאציס זיך נישט געפירט מיט עקסטערע רשעות בדווקא און מ'קען זיי פארשטיין לויט דאס וואס מ'האט זיי איינגערעדט אז אידען זענען סוביומען)

מר לעקוואד:

פאר אונטערסאנטקייט, די וואלסט דיך געוואלט משדך זיין מיט דיינס א ווירטואלע חבר?

די וואלסט ווען געווארן א שיתף מיט אים?

די וואלסט געבארגט א צואנציגער?

וואס פארדרייסטו א קאפ?

הערשי » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:54 pm

· #153073
.

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:57 pm

· #153074
סתם לידיעה בעלמא, היינטיגע צייטן איז נישט דא דא דער דין אז א מאבד עצמו לדעת באגראבט מען חוץ לגדר, עס איז דא א תשיבה און חת''ס דערוועגן, היינט באגראבט מען אפי' א מאבד עצמו לדעת און א געהעריגען בית החיים, פינקט וואו יעדעם איינעם:

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:58 pm

· #153075
מר. קאך לעפל, ווי עס שיינט איז הבנת הנקרא איז נישט פון אייערע שטארקייטן. ביטע ליינט איבער וואס איך האב געשריבען, וועט איר פארשטיין אז איך דינג זיך בכלל נישט מיט אייך. איך האב נישט געזאגט אז איך בין זיך משדך מיט אלע מיינע פעיסבוק פרענדס, נאר אז אויב א טייל פון זיי ווילען קומען צו מיין לוויה איז עס בארעכטיגט נארמאל און שיין און מ'ברויך זיך צושטעלן צו זיי.

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:03 pm

· #153077
אין נארמאלע אומשטענדן זענט איר אפשר גערעכט,

אבער ווען עס האנדעלט זיך ביי א טייערע יודישע טאכטער וואס איז נעבאך אפגעפארן, און זיך נעבאך גענומען דאס לעבען און די "ווירטואלע חברים - חברטעס" ווילן אויסניצן די לויה פאר זייערע געמיינע אגענדע זענט איר %101 ראנג, ואתכם הסליחה וכבוד התערע במקומו מונח:

יואליש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:04 pm

· #153078
איך זיך בדחן!

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:08 pm

· #153081
קאך לעפל, איז וואס האקט איר אין קאפ וועגן ווירטואלע חברים. זאג גלייך איר האלט אז זיי האבען אן אגענדע (א טענה וואס אויב וואלסטו געוואוסט ליינען א צווייטער'ס דעה וואלסטו געזעהן אז מ'האט דאס אויסגעשמועסט מכמה אנפין לעיל) און דיר געפעלט עס נישט און ממילא מעג מען זיי טוהן וואס מען וויל.

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:12 pm

· #153082
לעיקוואד
קאך לעפל, איז וואס האקט איר אין קאפ וועגן ווירטואלע חברים. זאג גלייך איר האלט אז זיי האבען אן אגענדע (א טענה וואס אויב וואלסטו געוואוסט ליינען א צווייטער'ס דעה וואלסטו געזעהן אז מ'האט דאס אויסגעשמועסט מכמה אנפין לעיל) און דיר געפעלט עס נישט און ממילא מעג מען זיי טוהן וואס מען וויל.

סליחה אדון לייקוואד, לאמיר קלאר מאכען וואס אייער טיפזינגע שיטע איז:

איר זאגט אז די חברה קדישה דארף זיך רעכענען מיט די ווירטואלע חברים פונעם נפטר? אפי' עס איז קעגנזאץ פון כבוד המת, כבוד המשפחה, כבוד כלל ישראל, כבוד השם, ותורתו הק? איז דאס ריכטיג?

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:16 pm

· #153084
ניין, איך זאג אז כבוד המת, כבוד המשפחה, כבוד כלל ישראל, כבוד השם, ותורתו הק', איז אז מען פירט זיך מענטשליך און מען רעכנט זיך מיט די חברים.
ויתר פרטי שיטתי ומקורותיה והסברותיה וכו' האב איך שוין אויסגערעדט מערערע מאל באשכול זה ובאשכולות אחרים, און ביסט מכובד צו גיין און ליינען, און איך קלער נישט אז איך דארף דאס איבעררעדן יעדער מאל איינער וועקט זיך אויף אויב האט ער נישט עפעס א נייע טענה.

מ'רעדט דא פון 'זיך רעכענען' כאילו עס איז עפעס א פראיעקט פון כאטש א האלב מיליאן דאלאר, וואס מ'דארף א גאנצע בית דין של שבעים ואחד מחליט זיין וויאזוי און מיט וועם זיך צו 'רעכענען'. בשעת וואס מרעדט דא נישט אפילו פון טיילען פאר יעדער פון זיי א משלוח מנות פון סקווערע רבי, בסך הכל רעדט מען פון אזא קלייניקייט ווי מודיע זיין נארמאל ווען און וואו די לוויה וועט זיין אז דער וואס איז אינטרעסירט זאל זיך קענען באטייליגען, אזויווי ביי יעדער נארמאלער לויה אין דער וועלט.

I'm back » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:26 pm

· #153086
מאראנצןזאפט
א ווארט צו רבי מנשה.
אפגעזען צו סקווירא האט יא געטן אן עוולה אדער נישט האט קיינער נישט קיין היתר צו טרינקען דיין בלוט אפילו על צד אויב דו האסט בועל געווען אן אשת איש יום כיפור נאכמיטאג. כל שכן אז ס'איז געבויעט אויף השערות שונות וואו דער דמיון שפילט דער עיקר חלק.
און זייט וויסן איך בין אייך מקנא: אויב איז דאס נישט אמת איז דאך אשרי מי שחושדין בו ואין בו, און על צד אז יא זאגט דאך די גמ' כל העובר כו' ומתבייש בו מוחלין לו כל עוונותיו.

@מאראנצןזאפט, עס קומט זיך דיר א לייק פאר דער תגובה מער ווי פאר דיין פינקי תגובה.
מילא חוזק מאכן וכו, שוין... אבער גיין און פרובירן יענעם צו באגראבן אינגאנצן??
איך האלט אויך נישט ווי עם אין רוב זאכן, אבער וואס וויל מען מיט דער ווידיא?

יואליש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:02 pm

· #153094
קאך_לעפל
סתם לידיעה בעלמא, היינטיגע צייטן איז נישט דא דא דער דין אז א מאבד עצמו לדעת באגראבט מען חוץ לגדר, עס איז דא א תשיבה און חת''ס דערוועגן, היינט באגראבט מען אפי' א מאבד עצמו לדעת און א געהעריגען בית החיים, פינקט וואו יעדעם איינעם:

יש לנו אב זקן. ווי קען מען משנה זיין א הלכה אדער מנהג. חדש אסור מן התורה.

דאכט זיך דער חת"ס אדרעסירט נאר דאס נישט זאגן קדיש נאך א מאבד.

שושן פורים » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:04 pm

· #153096
יעצט געזעהן א בילד ווי דבורה מאכט פתיחת הארון אין א שוהל , אבי מרעדט זיך איין אז זי איז אפגעפארן

קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:32 pm

· #153100
יואליש
קאך_לעפל
סתם לידיעה בעלמא, היינטיגע צייטן איז נישט דא דא דער דין אז א מאבד עצמו לדעת באגראבט מען חוץ לגדר, עס איז דא א תשיבה און חת''ס דערוועגן, היינט באגראבט מען אפי' א מאבד עצמו לדעת און א געהעריגען בית החיים, פינקט וואו יעדעם איינעם:

יש לנו אב זקן. ווי קען מען משנה זיין א הלכה אדער מנהג. חדש אסור מן התורה.

דאכט זיך דער חת"ס אדרעסירט נאר דאס נישט זאגן קדיש נאך א מאבד.

זאג איך דיר טייערע נשמה, ביודעי קאמינא אז היינטיגע צייטען לייגט מען נישט קיין מאבד עצמו לדעת מאחורי הגדר!

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:37 pm

· #153104
די סיבה פארוואס מ'לייגט נישט היינט מאחורי הגדר, איז ביי יעדע סיבה וואס מ'האט געלייגט נארמאל, איז געווען א נערווען פראבלעם, און אזא מצב איז דער נפטר\ת נישט געווען אין פולן דעת.
אבער אט די באגלייטער, וואס אונזערע חכמים האבן געזאגט אויף זיי, כל באיה לא ישובון, זיי וואלט מען געדארפט אריינבאגלייטן אינעם גדר אריין. יא..

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:38 pm

· #153105
דער בשמים ראש ( די חתם סופר רופט עס כזבי הרא"ש ) איז מיקל אינעם ענין פון מאבד עצמו לדעת
בכלל דארף מען פארשטיין וואס איז דאס מער חמור פון אנדערע אונסים וואס איך זאג אונס רחמנא פטריה.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:39 pm

· #153107
און מיט דעם האלט איך ביי 600 קאמענטס, על אפם וחמתם פון אסאך סעלף העיטינג פיפל [נישט דערמאנט יודען..]

יואליש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:08 pm

· #153113
קאך_לעפל
יואליש
קאך_לעפל
סתם לידיעה בעלמא, היינטיגע צייטן איז נישט דא דא דער דין אז א מאבד עצמו לדעת באגראבט מען חוץ לגדר, עס איז דא א תשיבה און חת''ס דערוועגן, היינט באגראבט מען אפי' א מאבד עצמו לדעת און א געהעריגען בית החיים, פינקט וואו יעדעם איינעם:

יש לנו אב זקן. ווי קען מען משנה זיין א הלכה אדער מנהג. חדש אסור מן התורה.

דאכט זיך דער חת"ס אדרעסירט נאר דאס נישט זאגן קדיש נאך א מאבד.

זאג איך דיר טייערע נשמה, ביודעי קאמינא אז היינטיגע צייטען לייגט מען נישט קיין מאבד עצמו לדעת מאחורי הגדר!

איך ווייס דאס אויך. כ'ווינדער זיך נאר וויאזוי מ'מעג עוקר זיין אן הלכה אדער מנהג.

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:12 pm

· #153114
האסטו שוין געזעהן היינט צוטאגס אז מ'זאל מל זיין א ממזר מיט א גרויס פרסום אין חצר פון ביהכ"נ, און א נאמען געבן כידור.
הגם איך ווייס נישט די טשאנסן אז א ממזר זאל טאקע דורכגיין די תשעי ירחי לידה.
זעהט אויס היינט איז אנדערע צייטן.

אכשיר דרא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:42 pm

· #153121
הירשל ציג
facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר

איך מיין אז דאס איז זייער נישט קיין ריכטיגע תגובה, וואס איז די נפק"מ ווי אזוי זיי זענען "חברים"? צו זיך באגעגענט אין מקוה אדער אין בית המדרש אדער אין קאווע שטיבל, קבל האמת ממי שאומרה, דאס וואס סקווירא האט געטאן איז א הימל שרייענדע עוולה וועלכע דארף פארשריגן ווערן מיילן ווייט

הומוריסטיש גערעדט: דא זענען מיר אויך נאר חברים פון קאווע שטיבל, וועט איינער דא אפפרעגן אונזער חברותא מיט אזא שנעליק פון א קליין פינגער?

אכשיר דרא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:46 pm

· #153123
outspoken
זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.

דאכט זיך אז דאס באגראבן מתים, איבערהויפט מתי מצוה כגון דא, ווערט באטיטולט מיטן טיטול "חסד של אמת" שאינו מצפה גמול,
אויב האט סקווירא א רצון צו בענעפיטירען פון זייער חסד של אמת, מיטן זיך אפרעכענען נקמה'לעך און פירן שייגעץ שטיק אונטער די מאנטל און שטיוועל איז דאס קיין חסד של אמת נישט
חסד של אמת פון בארא פארק וואלטן אזוינס קיינמאל נישט געטאן! 😈

אכשיר דרא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:49 pm

· #153125
היימישער ליטוואק
לעקוואד,
ראשית כל, דאס זענען נישט קיין חבירים, דאס זענען מעמבערס פון דעם זעלבן קלוב.
ועוד, הישמע כזאת, דארף א פרומע קהלה אקקאמדירן א חברה פורקי עול און מומרים *להכעיס*? זיי - און מיר אלע - גלייבן אז עס איז גארנישט קיין טובה פאר איר נשמה צו האבן די "חבירים" ביי איר לויה. בלייבט נאר איבער דער איינציגסטער ציל אויף צופרידנצושטעלן די חברה פוקרים. דארף דאס א יודישע פרומע קהילה טון?
בפרט ווען זייער קומען האט גאר ווייניג מיט באוויינען די נעדרת ע"ה, נאר אסאך מער מיט פראטעסטירן און דעמאנסטרירן אנטקעגן יידישקייט און קעגן די תורה ושומרי מצוותיה.

א רגע רבינו שליט"א
האט איינע רפון סקווירא "נאר פראבירט" צו שטיין על ימינה און איהר פראבירט צו מחזק זיין אין אירע ביטערע שווערע זמנים? האט איינער איהר פראבירט איהר צו מחזיק זיין למוטב מיט א ווארימקייט?
זיכער אז נישט, נאר מכות נאר שלעק האבן זיי איהר געגעבן, זיי האבן איהר ממש געמאכט די טויט אין פולן זין פון ווארט, איך האב נישט קיין ספק אז זי האט זיי נישט געדארפט ביי איהר לוי'
ווען מען זאל איהר "יעצט" פרעגן וועמען זי וואלט געוואלט, וואלט זי זיכער געזאגט אז זי וויל די וואס האבן איהר געגעבן אביסעלע ווארימקייט ווי איידער אירע תליונים,
אמת אז אירע חברים זענען נישט געוועהן גוטע חברים, אבער חברים בלייבט מען

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:00 pm

· #153130
יואליש
קאך_לעפל
סתם לידיעה בעלמא, היינטיגע צייטן איז נישט דא דא דער דין אז א מאבד עצמו לדעת באגראבט מען חוץ לגדר, עס איז דא א תשיבה און חת''ס דערוועגן, היינט באגראבט מען אפי' א מאבד עצמו לדעת און א געהעריגען בית החיים, פינקט וואו יעדעם איינעם:

יש לנו אב זקן. ווי קען מען משנה זיין א הלכה אדער מנהג. חדש אסור מן התורה.

דאכט זיך דער חת"ס אדרעסירט נאר דאס נישט זאגן קדיש נאך א מאבד.

ניין. לפי מה שהעלה זכרוני רעדט דער חת"ס דארט אין יענע תשובה ארום אלע עניני כבוד המת, און ער פירט אויס אז היות דער נפטר האט געטון דעם אקט נישט מיט א קלארן דעת, ממילא הייסט ער נישט קיין מאבד עצמו לדעת, און ס'קומט איהם/איהר אלע זאכן וואס שייך ביי כבוד המת, אריינגערעכנט באגראבן אויף א בכבוד'יג פלאץ (לא מאחורי הגדר) און זאגן קדיש און זיצן שבעה דורך די משפחה.

outspoken » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:01 pm

· #153132
אכשיר דרא
outspoken
זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.

דאכט זיך אז דאס באגראבן מתים, איבערהויפט מתי מצוה כגון דא, ווערט באטיטולט מיטן טיטול "חסד של אמת" שאינו מצפה גמול,
אויב האט סקווירא א רצון צו בענעפיטירען פון זייער חסד של אמת, מיטן זיך אפרעכענען נקמה'לעך און פירן שייגעץ שטיק אונטער די מאנטל און שטיוועל איז דאס קיין חסד של אמת נישט
חסד של אמת פון בארא פארק וואלטן אזוינס קיינמאל נישט געטאן! :

אבי גערעדט, דאס האט נישט מיט סקווירא "חסד של אמת", ס'האט געהאט מיט איר משפחה

אכשיר דרא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:15 pm

· #153137

קאסט מיר א לאך... 😂 😂 😂
האט מיט די משפחה? די משפחה טוט רצון צדיק, אלעס איז איין רצון די 'משפחה' 'חברה קדישא' און 'רבי', און האסט גארנישט מוסיף געוען, די קושיא במקומה עומדת ורועמת

outspoken » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:20 pm

· #153140
.

outspoken » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:21 pm

· #153141
אכשיר דרא
outspoken
אכשיר דרא
outspoken
זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.

דאכט זיך אז דאס באגראבן מתים, איבערהויפט מתי מצוה כגון דא, ווערט באטיטולט מיטן טיטול "חסד של אמת" שאינו מצפה גמול,
אויב האט סקווירא א רצון צו בענעפיטירען פון זייער חסד של אמת, מיטן זיך אפרעכענען נקמה'לעך און פירן שייגעץ שטיק אונטער די מאנטל און שטיוועל איז דאס קיין חסד של אמת נישט
חסד של אמת פון בארא פארק וואלטן אזוינס קיינמאל נישט געטאן! :

אבי גערעדט, דאס האט נישט מיט סקווירא "חסד של אמת", ס'האט געהאט מיט איר משפחה

קאסט מיר א לאך... 😂 😂 😂
האט מיט די משפחה? די משפחה טוט רצון צדיק, אלעס איז איין רצון די 'משפחה' 'חברה קדישא' און 'רבי', און האסט גארנישט מוסיף געוען, די קושיא במקומה עומדת ורועמת

come on די האלט'ס טאקע ווען א משפחה האט א שוואכע, ווילן זיי די גאנצע חברה ווען מ'באגראבט א קינד????? זיכער אז '''''נישט''''

גורן האט''ד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:37 pm

· #153149
עס ווענט זיך וועלכער סארט משפחה, צו אזא וואס זארגט בעיקר וועגן די אייגענע כבוד אדער אזא וואס קען אויך טראכטען וואס זייער קינד וואלט געוואלט. און די מהלך צו טראכטען נאר וועגן די אייגענע כבוד און גארנישט וואס איז גוט פאר א צווייטער, דאס איז ממש רצון רבינו שליט"א און אזוי זעהט מען ביי עם אליינס טאקע מעשה רב.

פידלער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:33 pm

· #153167
Siblings.PNGGoodby.PNG

גאנצל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:40 pm

· #153172
גורן האט''ד
עס ווענט זיך וועלכער סארט משפחה, צו אזא וואס זארגט בעיקר וועגן די אייגענע כבוד אדער אזא וואס קען אויך טראכטען וואס זייער קינד וואלט געוואלט. און די מהלך צו טראכטען נאר וועגן די אייגענע כבוד און גארנישט וואס איז גוט פאר א צווייטער, דאס איז ממש רצון רבינו שליט"א און אזוי זעהט מען ביי עם אליינס טאקע מעשה רב.

איך ווייס נישט צו די קענסט דעם טאטן אבער איך קען אים יא ער איז גארנישט די משוגענע באגלייבטער סקווערער און פארדעם איז ער מנהל אין סאטמאר מאנסי און נישט אין סקווירא

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:32 pm

· #153198
איך ווער משוגע פון @לעיקוואד'ס סבלנות, אזא ענוותנותו של הלל צו ענטפרען יעדע קלאץ קושיא מיט די זעלבע געדולד, פון וואו נעמט מען אזוי פיל נערווען?

העלא » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 6:02 am

· #153261
אלו דברים שאין להם שיעור, ווערט שטותים נישט אויסגערעכנט,

מ'האט זיך אלע דורות געפירט אז ווען איינער האט זיך גענומען דאס אפילו נישט קיין אפגעפארענע,
אדער ווען א אפגעפארן קינד איז געשטארבן ביי איינעם

האט מען געמאכט די לוי' בשתיקה, און באגראבן אין א בית הקברות נישט פון די קהלה,

אלזא, קיין שום הוא אמינא איז נישט געווען איר צו באגראבן אין סקווירא,
קיין שום סיבה פארוואס צו מאכן א געהעריגע לוי', קיין שום סיבה צו רופן חברים, און אודאי אזעלכע חברים אויף וואס זי כאפט יעצט אויף יענע וועלט,

און אודאי נישט די חברים וואס זייער אנוועזנהייט איז מעורר קטרוג אז זי האט עובר געווען אויף "יהרג ואל יעבור" כמה פעמים, און געגאנגען אנגעטוהן אויף א וועג וואס איז "יהרג ואל יעבור,'

זי האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין תשובה, די משפחה האבן נישט געטארט צולאזן די אלע חברה אפילו טראכטן פון איר, די חברה ברענגען נאר א קטרוג, קוק מיט וועם זי האט זיך גע'חבר'ט, און וויפיל "יהרג ואל יעבור" זי האט ליידער עובר געווען און קיינמאל נישט תשובה געטוהן,

הוגה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:21 am

· #153266
און דו ביסט שטארק באזארגט איבער די קיטרוג און די פעטש וואס זי כאפט..... ס'זעהט זיך טאקע שטארק אן פון דיין תגובה. What a joke!

diff » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:23 am

· #153268
Funerals are made to show feelings with man punished by heaven, not by his fault. Suicides’ don’t care for funerals and most rid their bodies. (So does a s offender not need a wedding). Her new friends need it only to bemoan the collapse of their ideals. Not her personally.

מאנדלבאום » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:24 am

· #153274
איך ליין און ליין נאכאמאל און נאכאמאל, און איך שטוין...
די עזות וואס די יונגען און די מוידן האבן איז פשוט אומבאגרייפליך, א טייל רעפרעזענטירן זיי דא.
וויפיל פון ענק גלייבן אין השארת הנפש? צו וואס פאר א שווארץ יאר שטופט איר די נאז אין אידישע צערעמאניעס?
לפי שיטתכם, וועט עטץ עקנער הינטל אויך מאכן א לוויה, און פארלאנגען גאר אין סקווער?
יא, ביי אונז אידן, איז די פארוואגלטע נשמה אהיימגעקומען, טאקע זייער טראגיש, אבער אהיים, נאו מאר מיט אירע נשמה בלוט צאפערס, ביי אונז אידן וועט מער איר געדענקען און א טובה טוהן!
אויסגעוועלט אן אנדער וועג? גייט אייך לחייס ולחלום! גייטץ וואו עטץ זענטץ שבת קודש ויוה"ק!...

קיין נפקא מינא ווער איז שולדיג! צו דער שלעכטער חבר, דער שלעכטער שכן דער גוי, דער שלעכטער שלחן ערוך וואס לאזט נישט רייכערן שבת, אדער דער שלעכטער רבי וואס הייסט דאווענען ווייל זיין באשעפער האט באפוילן...
באדעם ליין, באשלאסן אז דו שאקלסט דיך אפ פון דאנען? בלייב וואו דו ביזט, און טרעט אונז נישט אויפן קאפ! מיר ווילן בלייבן פאנאטיש מיטן אלט מאדיש אריבער 3000 יאריג רעליגיע!
קומט גאר מיט טענות?... אומדערהערטע פרעכהייט!

די אלע וואס טרעטן אויף די תורה און פייפן אויף בפירושי פסוקים, (נישט בלויז איף קיין פאנאטישע ענינים און קפעידעס, K?) פירן א משא מתן אין הלכה, אין ענינים, פארלאנגען מקורות?...
ווער דער נאר וואלט נישט געוועהן מיינער וואלט איך אויך געלאכט...

אביגדור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:48 am

· #153292
ונראה.

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:01 am

· #153295
[ציטאט אראפגענומען]

לב מי לא ימס צו זעהן וואס מענטשען גייען דורך.

לייענט איינער פון די קאמענטס דארט.

Mimi Lemay · Follow · Tufts University
This is heartbreaking Shulem. Deb's story, yours, and the rest. I also feel shame because I was that kid that eyed the clock when my irreligious dad came to visit. I was the one that refused his gifts, and was sullen and uncomfortable. My mother told me he wanted to 'kidnap' me and take me away from Yiddishkeit. If it offers you some comfort, I left Orthodoxy at 22 and reestablished my relationship with my dad. I became closer to him in the next 10 years, until he passed away of illness. I regret that we lost so much time

אזויווי ערווענט, די תוצאות פון אפהאקן א קינד פון איינער פון די עלטערן זענען אסאך מאל די פארקערטע וואס מ'האט זיך אזוי געשלאגן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6