☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

290 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4839
בלאט: 1 2 3 4 5 6

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:14 pm

· #152597
נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר
געווענטליך איז א לוויה א שטיקל צייט פון נארמאלקייט, ווען די מצב פון די אבלות מאכט מענטשען אראפלאזען זייערע געווענטליכע אגו'ס און מחלוקת'ער און זיך אויפפירען עכ"פ מיט נימוס האנושי. אפטמאל טרעפט מען משפחה מיטגלידער וואס זענען אויף מעסער שטעך יארען אבער ווען עס קומט צו א פטירה פון א קרוב זייערע וועלן זיי לכבוד המת און מתוך אימת המוות נאכלאזען פון זייער געווענטליכע מחלוקת'ער און זיך אפילו שטעלן צוזאמען איינער מיט'ן צווייטען, אדער עכ"פ צושטעלן אז יענער זאל אויך האבען א מקום זיך משתתף זיין אפגעבן דער לעצטער כבוד פאר דער נפטר. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז די פטירה פון א מענטש איז א צייט זיך צו פירען מיט מער מענטשליכקייט, און נישט פירען פאליטיק און אגענדע'ס אויף א צווייטער'ס טויטע קערפער. דאס איז א זאך וואס יעדער גוי פארשטייט, און מ'קען ברענגען צו דעם דוגמאות אן א סוף, מפורסמים מער און ווייניגער מפורסמים.

פארהאנען אבער מענטשען, וואס פארופען זיך יראים ושלמים, וואס זענען כלומ'רשט מקפיד אויף יעדער קוצו של יוד אין שולחן ערוך און זענען גרייט זיך מוסר נפש זיין אויף ערקתא דמסאני, וואס ביי זיי איז עפעס נישט תופס דער פשוט'ער כלל פון מענטשליכקייט. ביי זיי איז די אייגענע כבוד, די אייגענע פאליטיק, און די אייגענע ניצחון, וואס זיי רעדן זיך אמאל איין אז דאס איז כבוד שמיים (דער זעלבער שמים און באשעפער ווי אין דער מעשה וואס איינער האט פארציילט "מה עשה הקב"ה- בין איך געגאנגען בינאכט און עם פארברענט זיין הויז") פאלט זיי ניטאמאל איין אז מ'זאל נאכגעבן פאר די נאנסטער חברים פון דער נפטר די מעגליכקייט צו וויינען אויף זיין מיטה, און עם מלווה זיין צו קבורה.

די אבסורד און די רשעות איז גרויס ביז'ן הימל. די משפחה און קהילה אירע, וואס בחייה האבען זיי איר פארוואגעלט פון אלע וועלטן און פשוטו כמשמעו אפגעהרג'ט. אן אריינגיין אין סיבות פארוואס מען נעמט זיך דאס לעבן וכו' וכו', איז אין דעם נישטא קיין ספק אז איר קהילה און משפחה האט זיך געפירט מיט איר ערגער ווי זי פירט זיך מיט א פרעמדער גוי פון אוזבקיסטאן, און האט זיך מתייחס געווען צו איר אויף א וועג וואס זיכער יש בו כדי להמית אפילו פאר א שטארקער געזונטער מענטש וואס מ'באגייט זיך מיט עם אזוי. און די איינציגסטע וואס זי האט געהאט געבליבען אויף דער וועלט איז די פאר חברים וואס שטיין אין אן ענליכע מצב און זענען מחזק איינער דעם אנדערן, חברים וואס די שטארקייט פון די סארט חבר'שאפט איז זעלטן צו טרעפן. און יעצט אז זי איז טראגיש אומגעקומען, און לפי הכללים גייט איר גוף צוריק צו די שליטה פון די משפחה, וואס וועקן זיך יעצט אויף אז זיי זענען אחראי אויף איר און וועלן איר באגראבען, צו'ם צווייטען מאל נאכ'ן איר באגראבען לעבעדיגערהייט, דיקטירט די פשוט'סטע מענטשליכקייט אז מען זאל מודיע זיין לפחות פאר די חברים ווען די לוויה איז, און זיי געבן א נארמאלער ארט צו באוויינען זייער חבר וואס איז אוועק פון זיי.

אבער ניין, מבחינת סקווער הקדושה איז ווער עס גייט נישט אין שפאן עקזעסטירט בכלל נישט. עס קומט זיך זיי א שכויעח אז מ'געט איר א דאמפ אריין אין א קבר און מז'אגט אויף איר א קדיש. נישט מ'איז מודיע פאר די חברים בכלל ווען איז די לוייה, אדער גארנישט וואס טוט זיך. אבער חברים בלייבען חברים, און זענען גרייט זיך צו מוטשענען אויך פאר א חבר. א גרופע חברים זענען אראפגעפארען נעכטן נאכמיטאג אין שיכון סקווער נאכן הערן שמועות אז עס גייט זיין די לויה, און האבען געשטאנען און געווארט דארט כמעט אגאנצע נאכט אז עס זאל זיין. עס איז נישט קלאר פארוואס די לויה האט זיך אזוי אויפגעהאלטען, אבער דאס איז קלאר אז קיין אויגענבליק האט מען נישט געגעבן פאר די געטרייע חברים וואס זענען געקומען צו פארען פון דער נאנט און פון דער ווייט איר געבן דאס לעצטע רעספעקט. ווארשיינליך איז די לויה צו'ם סוף פארגעקומען פיר אזייגער פארטאגס, נאכדעם וואס דער עולם איז שוין אוועק.

זאל קיינער נישט יעצט קומען פארקויפען אז דאס איז די נארמאלער אדער אנגענומענער אידישער וועג זיך צו פירען אין אזוינע פעלער. און אוודאי קען מען נישט צושטעלן פארשידענע הלכות ווי באבוד רשעים רינה וכו'. אויב האלט איר אז זי איז א רשע און א מאבד עצמה לדעת וכו', מאכט איר נישט קיין לויה, מוחל טובות, ווי פונקט היינט זענט איר געווארען בעלי בתים. און דאס איז אוודאי נישט דער נארמאלער וועג וויאזוי אידען אפילו אר חרדישע חאניאקישע פירען זיך אין אזא פאל. עס דערמאנט זיך פאראיאר סוכות האט א גערער יונגערמאן אין ארץ ישראל א יוצב"ש ישראל קרול זיך גענומען דאס לעבן, און כאטש קיינער איז נישט חושד גור אויף זיין עקסטער מענטשליך, האט זיך די משפחה צוגעשטעלט למעלה מכוחם און כאטש עס איז זיי גאר שווער אנגעקומען, צו די חברים זיינע אין די לויה און במשך די גאנצע אבלות. און איז אפילו געקומען צו פארזאמלינגען וואס די חברים זיינע האבען אראנדזשירט לזכרו. די סארט קאלטבלוטיגע הנהגה איז נישט מענשליך, נישט תורה'דיג, נישט אידיש'לעך, און נישט חסידיש. און קען נאר זיין א תוצאה פון א גאנצער הנהגה וואס זעהט בכלל קיינמאל פאר זיך מענטשען נאר נאך נומבערס און באטס אין די העליגע פארטיי.

(לאור בקשת באריסטא אין דער דערנעבנדיגער אשכול, איז דא נישט די פלאץ צו באהאנדלען פריוואטע מענטשען, נאר צו רעדן וועגן דער עצם ענין, און ארויסגעבן א ווי געשריי אויף דער רשעות וואס א"ג היימישע אידען האבען די מוט צו טוהן מיט זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער).

הירשל ציג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:25 pm

· #152600
facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:29 pm

· #152605
די ערשטע מאל אין היסטארי ווי אני הקטן אגרי מיט סקווירא.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:30 pm

· #152606
הירשל ציג
facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:36 pm

· #152609
זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:38 pm

· #152612
לעקוואד,
ראשית כל, דאס זענען נישט קיין חבירים, דאס זענען מעמבערס פון דעם זעלבן קלוב.
ועוד, הישמע כזאת, דארף א פרומע קהלה אקקאמדירן א חברה פורקי עול און מומרים *להכעיס*? זיי - און מיר אלע - גלייבן אז עס איז גארנישט קיין טובה פאר איר נשמה צו האבן די "חבירים" ביי איר לויה. בלייבט נאר איבער דער איינציגסטער ציל אויף צופרידנצושטעלן די חברה פוקרים. דארף דאס א יודישע פרומע קהילה טון?
בפרט ווען זייער קומען האט גאר ווייניג מיט באוויינען די נעדרת ע"ה, נאר אסאך מער מיט פראטעסטירן און דעמאנסטרירן אנטקעגן יידישקייט און קעגן די תורה ושומרי מצוותיה.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:40 pm

· #152613
outspoken
זי איז געווען גענוג גרויס, זי וואלט געקענט שרייבען צוואה ווי אזוי זי וויל, אדרבה זאלן זיי אלע יעצט שרייבען צוואה אז זיי ווילען אז זייער פעיסבוק חברים און חברתות זאלען אנפירען (און צאלען) זייער ליוויות.

אזוי פאני. בלעים דע וויקטים איז קיינמאל געווען אזוי אקטואל. אז יענער פירט זיך ווי א חיה רעה איז גאר די טענה אויף מיר פארוואס האב איך נישט אנטלאפען גענוג ווייט.
מען דארף נישט שרייבען אזוינע צוואות. אין א נארמאלער וועלט באהאלט נישט די משפחה א לוייה פון די חברים. אפשר טאקע יעצט אז מ'ווייסט אז אזוי פירען זיך די חיות בדמות אדם, זאלן זיך טאקע אנדערע באווארענען.

חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:43 pm

· #152616
כ''פארשטיי נישט. סקווירא וואלט געדארפט צולאזן זיינע חברים? - יעדער בר-דעת פארשטייט וואס עס וואלט זיך אפגעטאן ביי די לויה ווען מען לאזט די חברים... ניין. זיי וואלטן נישט געדארפט צולאזן.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:46 pm

· #152617
היימישער ליטוואק
לעקוואד,
ראשית כל, דאס זענען נישט קיין חבירים, דאס זענען מעמבערס פון דעם זעלבן קלוב.
ועוד, הישמע כזאת, דארף א פרומע קהלה אקקאמדירן א חברה פורקי עול און מומרים *להכעיס*? זיי - און מיר אלע - גלייבן אז עס איז גארנישט קיין טובה פאר איר נשמה צו האבן די "חבירים" ביי איר לויה. בלייבט נאר איבער דער איינציגסטער ציל אויף צופרידנצושטעלן די חברה פוקרים. דארף דאס א יודישע פרומע קהילה טון?
בפרט ווען זייער קומען האט גאר ווייניג מיט באוויינען די נעדרת ע"ה, נאר אסאך מער מיט פראטעסטירן און דעמאנסטרירן אנטקעגן יידישקייט און קעגן די תורה ושומרי מצוותיה.


אפשר זאגסטו מיר וואס די הגדרה פון חברים איז אז נישט דאס? נאר דער וואס עסט קיגל פון דער זעלבער שיריים? אחוץ פון דעם וואס אז מ'איז א חלק פון א קלאב איז מסתמא א חלק ווערן טאקע חברים, דער נענטער און דער ווייטער, מ''דארף נישט זיין א ראקעט סייענטיסט דאס אויסצופיגערן.

קיינער רעדט נישט דא פון געבן דער עמוד פאר ארי מאנדל אין סקווער, מ'רעדט פלעין פון די מערסטע בעיסיק מענטשליכקייט, פון לאזן קומען צו א לוייה. נישט אלעס איז נשמות מיט טובות. עס זענען דא בשר ודם אויף דער וועלט אויכעט. יא, א פרומע קהילה , פונקט ווי יעדער מענטשליכער קהילה אין דער וועלט, דארף דאס טוהן. איך האב אייך געברענגט אפילו דוגמאות אז דאס טוהט מען טאקע אין אנדערע פעלער ווי עס טרעפט זיך א פיצקעלע מער מענטשליכקייט.

און ניין, נישט אלע מענטשען זענען אזוי פארדרייט. עס זענען דא פשוט חברים, קלאב מעמבערס, צו ווי דו ווילסט דאס רופען, וואס פילען שלעכט אז א חבר זייערע איז געשטארבען, עס האט גארנישט צוטוהן מיט פראטעסטירען אדער עפעס. עס איז א פלא ווי מענשטען זענען אזוי צועוואוינט אז יעדער זאך איז א פראטעסט און א סטעיטמענט, אז מ'פארגעסט פשוט אז אמאל איז דא פלעינע מענטשליכע פילינגס. יא, זיי האבען אן אינטערעס צו ווייזען אז זיי האבען אויך מענטשען, און אז זי איז נישט געבליבען סתם אינגאנצען אפגריסן, נו מעגן זיי נישט?

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:47 pm

· #152618
חקרן
כ''פארשטיי נישט. סקווירא וואלט געדארפט צולאזן זיינע חברים? - יעדער בר-דעת פארשטייט וואס עס וואלט זיך אפגעטאן ביי די לויה ווען מען לאזט די חברים... ניין. זיי וואלטן נישט געדארפט צולאזן.

אפשר ביסטו טאקע מסביר וואס 'יעדער בר דעת' פארשטייט וואס וואלט זיך אפגעטוהן, און פארוואס ביי אנדערע פעלער ווי די זעלבער זאך איז געשעהן איז קיין איינע פון די 'יעדער בר דעת' זאכען נישט געשעהן?

לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:49 pm

· #152619
לעיקוואד; איך גלייך גראדע צו ליינען געווענליך דיינע זאכן, מלא טעם. אבער זיי נישט בלינד ביטע... דו פארשטייסט אליין אז דארט וואלט געווען א פיינע פראטעסט, און דו ווייסט אז דא איז אנדערש פון אנדערע פעלער. זאג ביטע נישט אנדערש, האלט דיין כבוד.

חקרן » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:50 pm

· #152620
לעיקוואד

אפשר ביסטו טאקע מסביר וואס 'יעדער בר דעת' פארשטייט וואס וואלט זיך אפגעטוהן, און פארוואס ביי אנדערע פעלער ווי די זעלבער זאך איז געשעהן איז קיין איינע פון די 'יעדער בר דעת' זאכען נישט געשעהן?



אקעי, גערעכט.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:53 pm

· #152621
לכבוד שבת קודש
לעיקוואד; איך גלייך גראדע צו ליינען געווענליך דיינע זאכן, מלא טעם. אבער זיי נישט בלינד ביטע... דו פארשטייסט אליין אז דארט וואלט געווען א פיינע פראטעסט, און דו ווייסט אז דא איז אנדערש פון אנדערע פעלער. זאג ביטע נישט אנדערש, האלט דיין כבוד.


אוי ווי איך האב ליב ווי פאר סתם שיסען א סטעיטמענט אן קיין שום דעקונג פראבירט מען אזוי מיט חנופה, אולי ירחם.

אפשר ביסטו מגלה וואסארא פראטעסט לאזונגען האבען זיך די חברה אנגעגרייט צו שרייען ביים לויה? אפשר ווייסטו ווי זיי האבען באהאלטען די אייער צו ווארפען?

א פלא אין ערגעץ האב איך נישט געהערט אזא זאך. אז חברים זאלען קומען צו א לוייה צו מאכען א פראטעסט. נאר אין די warped minds פון געוויסע מענטשע איז דאס די אינסטינקטיווער וועג פון אנקוקען אזא זאך. כאמור, יא, זיי האבען אן אינטערעס צו ווייזען פאר די פרומע וועלט אז זיי עקזעסטירען, אבער פון דאס ביז א פראטעסט איז א לאנגע וועג.

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:02 pm

· #152623
הזאת לעקוואד?
איך פלעג צו לייענען דיינע תגובות און אוטומאטיש, בלינדערהייט דיר געבן א לייק. אוי מה היה לנו...

על ראשון ראשון. די הגדרה פון חבירים, נישט קיין גרויסע ראקט סייענס. אבער - - די צער פון חביירם נישט צו קענען זיך בטיילנגען אין א לויה איז דווקא אז מ'איז פערזענליך נאנט. זיי נישט בייז, אבער ח"ו ח"ו אויב... פון אונזער שטיבל וועט הולך זיין לעולמו, וועל איך בל"נ אפשרייבן א שיינעם הספד, אבער כנראה נישט גיין אויף די לויה, בפרט אין א אומסימפאטישן שטעטל.
חבירים מיינט איינער וואס איז באמת נאנט, שכן קרוב מאח רחוק.

ווען דאס וואלט גווען אנטקעגן משפחה מיטגלידער וועלכע זענען נישט פרום וואלט איך מסכים גווען מיט דיר.

איך וויל דיך פרעגן, די צער פון די משפחה אירע און איר מאנ'ס, צוזעהנדיג בשעת די לויה די גאנצע חברה איז נישט קיין חשבון פאר "בשר ודם" און פאר "מענטשליכע קהילה"? זייער בלוט איז יא הפקר?
און דו זאגט אז עס וואלט נישט געווען קיין פרוטעסט. פ"וו ווייסט דו דאס? אנדערע שרייבערס דא, ואני בתוכם, זענען נוטה אויף יא. און וואס איז דער דין ווען די חברה קדישא/ראשי קהילה זענן מסופק, האבן זיי נישט קיין רעכט חושש צו זיין אויף דעם.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:08 pm

· #152624
קודאס צו סקווירא!

לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:11 pm

· #152625
גיב נישט קיין קודאס... סקווירא האט טאקע געהאנדלט ריכטיג לויט די אומשטענדן, אבער ס'איז נאך אלס ווייטאגליך אז מען האט עס געמוזט טון. מאך נישט קיין נצחונות דערפון.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:11 pm

· #152626
היימישער ליטוואק
הזאת לעקוואד?
איך פלעג צו לייענען דיינע תגובות און אוטומאטיש, בלינדערהייט דיר געבן א לייק. אוי מה היה לנו...

על ראשון ראשון. די הגדרה פון חבירים, נישט קיין גרויסע ראקט סייענס. אבער - - די צער פון חביירם נישט צו קענען זיך בטיילנגען אין א לויה איז דווקא אז מ'איז פערזענליך נאנט. זיי נישט בייז, אבער ח"ו ח"ו אויב... פון אונזער שטיבל וועט הולך זיין לעולמו, וועל איך בל"נ אפשרייבן א שיינעם הספד, אבער כנראה נישט גיין אויף די לויה, בפרט אין א אומסימפאטישן שטעטל.
חבירים מיינט איינער וואס איז באמת נאנט, שכן קרוב מאח רחוק.

ווען דאס וואלט גווען אנטקעגן משפחה מיטגלידער וועלכע זענען נישט פרום וואלט איך מסכים גווען מיט דיר.

איך וויל דיך פרעגן, די צער פון די משפחה אירע און איר מאנ'ס, צוזעהנדיג בשעת די לויה די גאנצע חברה איז נישט קיין חשבון פאר "בשר ודם" און פאר "מענטשליכע קהילה"? זייער בלוט איז יא הפקר?
און דו זאגט אז עס וואלט נישט געווען קיין פרוטעסט. פ"וו ווייסט דו דאס? אנדערע שרייבערס דא, ואני בתוכם, זענען נוטה אויף יא. און וואס איז דער דין ווען די חברה קדישא/ראשי קהילה זענן מסופק, האבן זיי נישט קיין רעכט חושש צו זיין אויף דעם.

פראביר ווייטער מיט חנופה... אני על משמרתי אעמודה. אחת ושתיים ולא אשנה.

קודם איך וועל יא ברויגז זיין, אויב דו וועסט נישט קומען צו מיין לוייה ווייל דו האסט מיר נאר געקענט ווירטואליש אין ק"ש, גלייב מיר חברים פון ק"ש קענען מיר אפטמאל בעסער ווי אסאך פון א"ג ריעל לייף, וואס איז א חבר אויב נישט דאס? צווייטענס, ע"פ רוב בלייבט נישט די חבר'שאפט ווירטואל, נאר מ'טרעפט זיך וכו'. מיט אסאך חברים פון ק"ש האב איך מיר זיך שוין געטראפען און מיר קענען זיך באמת, און דו ביסט אויך געלאדענט..

אויב זענען מיר מסכים לגבי משפחה מיטגלידער האבע מיר שוין נישט קיין וויכוח. אפשר פעלט דיר פשוט אין הכרת המציאות, פונקט קומט מיר אויס צו קענען די סארט מציאות אביסעל, און איך זאג דיר (ווי סופר ומונה האט שוין ערווענט) אז דער מציאות איז אז אין ד'ער מצב זענען אפילו פעיסבוק פרענדס פיל מאל נענטער ווי משפחה מיטגלידער, שכן קרוב מאח רחוק במלוא מובן המילה. און אז מ'רעדט דא פון א משפחה וואס האט איר פשוט געווארפען צו די הינט, איז נאך נאריש און רשעות'דיג צו קומען מיט קראקאדייל טרערן רעדן גאר פון זייער צער.. עכ"פ אויב ביי משפחה פארשטייסטן איז שוין דער נידון געשלאסן.

דאס איז א יסוד גדול וואס פרומע אידען כאפען אפטמאל נישט, בשם דיין צער האסטו קיינמאלנישט קיין רעכט מצער זיין א צווייטער, וואס דו האסט איז א רעכט צו בעטן פאר א צווייטער דיר געבן דיין מקום וואס עס קומט זיך דיר, און דאס איז די חילוק פון די א"ג צער פון די משפחה וקהילה ביז די צער פון די חברים, אבער כאמור דארף מען גארניש אנקומען צו דעם גאר.

אינטרעסאנט ווי פונקט די וואס קענען בכלל נישט די מציאות זיי זענען די וואס ווייסען פונקט וואסארא פראטעסט וועט זיין.. אבער אפילו אז ס'דא א חשש, האט איינער אמאל געהערט פון אזא זאך וואס הייסט רעדן? עס אזי נישט אזוי שווער פשוט אויפהייבען א טעלעפאן צו דער ראש הכופרים, און דרוכרעדן מיט עם די פונקטליכע תנאים וויאזוי די חברים מעגן קומען און וויאזוי זיי זאלן זיך אויפפירען. א פלא אז אין סקווער איז נאכנישט אנגעקומען דער ערפינדונג וואס הייסט טעלעפאן..

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:11 pm

· #152627
איך גיי מיט'ן גייסט פונעם אשכול

קיין ניק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:16 pm

· #152629
מיין ווייבס חברטע פון דע סקווערע שטעטל האט איר דעציילט אז איר טאכטער איז נעכטן אהיים געקומען פון סקול און זי דערציילט אז ביי די בית החיים זענען דא מיידעלך מיט הויזן און בחורים און מלאכט ארום און מעסט פרעצעלס און די מיידלעך שמיסען אז סגייט זיין א לוי'. זי האט נישט געוויסט וועגן די גאנצע מעשה האט זי נישט געגלייבט איר טאכטער. שפעטער איז דע מאן אהיים געקומן האט ער איר דערציילט וועגן די מעשה מיט טאמבאר. בקיצור די חברה וואס וויינען אזוי שטארק אויף דע אינטערנעט האבן ביי די לוי' בכלל נישט געוויינט....

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:19 pm

· #152631
נו אוודאי, זיי האבען זיך גאר געפרייט אז זייערס א חבר האט זיך געהרג'ט, דאס איז דאך די גאנצע הנאה זייערע אין לעבן, איינרעדן נאך איינער און נאך איינער צו קאמיטן סאיסייד. זיי האבען פשוט געזוכט א תירוץ זיך צאמקומען עסן פרעצעלס. אבי זיי רעדן אונז איין אז די טויט פון א חבר איז א טראגעדיע ביי זיי.

איז טאקע נישטא קיין גבול צו די שטותים וואס ערוואקסענע מענטשען זענען גרייט צו שרייבען אבי מצדיק זיין אן עוולה?

היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:27 pm

· #152633
איך האב נישט קיין אינטערעסע דיך צו חנפ'ן. איך זאג נאר אז דו ביסט אביסל אוף די טרעקס.
ווירטואלע חברים *קענען* ווערן אמת'ע חבירים, אבער רוב מאל געשעט דאס נישט. וויפל מאל בין איך געווען אין דיין הויז?
עס איז נישט בשם מיין צער בין איך מצער יענעם, עס איז צער פון די אמת'ע מיטגלידער פון משפחה, אירע יוגנט פריינט וכו' ווירסוס א חברה פון ווירטואלע ספק-פריינט, און ספק-ספיקא צער.
זיי נישט נאאיוו, קען זיין אז די גאר נאננטע וועלן קומען וויינען, אדער אויס רעספקט פאר די נשמה פון די נפטרת (א מושג אין וועלכער ער גלייבט עניוויי נישט), אבער דאן קומען אויך די צווייט-ראנגיגע "חבירים" וועלכע וועלן סתם וואטשן די שאוי פון די סקווערער אמיש קולט, בשעת מעשה רעדן און עסן כדרכם בקודש. און דערנאך קומט געווענטליך צו נאך א חברה וועלכע זענען באמת נויז מייקערס, און פראוואקטורן וועלכע וועלן מאכן א פוינט.
איך בעט דיך טראכט דיך איבער איידער דו ענטפערסט

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:35 pm

· #152637
כל זמן דו גייסט מיט די 'ספק פריינט' טענה איז נישטא וואס צו רעדן, עס איז פשוט א טעות אייערע אין הכרת המציאות. סיי בכלל וועגן ווירטואלישע חברים און בפרט ביי דער מצב.

און קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז די חברים זענען באין ערוך נאנטער ווי א משפחה וואס ווארפט דיר ארויס צו די הינט.

אוודאי אין יעדער מצב איז דא טאקע נענטערע און מער ברייטערע סירקלס, דאס איז נאטורליך אזוי ארבעט די וועלט. וואסארא שייכות האט עס? מען מעג אויך קומען מאכען א פוינט, כלומר ווייזען אז זיי זענען קיים, כל זמן מען ווארפט נישט קיין אייער. איך גלייב נישט איינער מיינט אז זיי וואלטן אנגעהויבען צו שרייען אדער עפעס אזוי. סך הכל איז דא אזעלכע וואס זייער עצם אנוועזענהייט שטערט זיי. דאס הייסט נישט צער. צער הייסט ווען דיין טאטע ווארפט דיר ארויס פון שטוב און ביסט כאילו א טויטער ביי עם. נישט ווען דו מאכסט זיך חברים אין א אנדערע קהילה און זיי קומען צו דיין לוייה.

רוב מאל געשעהט עס יא, דהיינו ביי חברים וואס ווערן טאקע נאנט ווירטואליש. דו שרייבסט מיר נישט אין אישי, און מיר האבען נישט קיין עקסטער קשר אויך נישט ווירטואליש פארדעם ביסטו קיינמאל געווען אין מיין הויז. אסאך אנדערע יא. אויך איז פעיסבוק אביסעל אנדערש ווי קאווע שטיבל.

עס איז א פלא ווי סוציאלע הרגלים פארבלענדען אזוי די אויגען צו די פשוט'סטע לאגיק און מענטשליכקייט.

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:39 pm

· #152638
לעיקוואד, וואס איז דיין מטרה דא?
האלסט אז דו גייסט איינעם איבערווייזן?

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:41 pm

· #152639
מורינו הרב
לעיקוואד, וואס איז דיין מטרה דא?
האלסט אז דו גייסט איינעם איבערווייזן?

מאכען א מחאה. דער רבי האט געזאגט מ'דארף טוהן נישט אויפטוהן.
און יא, תתפלא, אבער עס איז דא אויף די וועלט אזא מושג פון מענטשען וואס האבען נישט אפגעמאכטע דעות קדומות אויף יעדער נושא וואס די פארטיי זאגט, און זענען גרייט צו הערן אנדערע צדדים אויך,און זיך אפילו איבערצייגען אויב רעדט מען צו דער זאך.

דענקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:45 pm

· #152640
מען קריגט זיך דא איבער א מציאות.

קען איינער שאפן א ליסטע פון די וואס האבן דארט געגעסן פרעצלס אן הוט און רעקל? עס איז זייער גרינג געוואויר צו ווערן אויב די חברה האבן איר געקענט פערזענדליך. אויב זיי האבן איר געטראפן, ווי אפט אד"ג.

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:46 pm

· #152642
גייט מען זיצן שבעה? ס'דארף שוין באלד ארויסקומען ספרים מיט אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פירן ביי sucide, ווי איז ר' שמשון ציננער ווען מ'דארף אים

עסקן בדברים » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:50 pm

· #152644
does anyone have any idea what went on by the levaya? Were there hespedim
?

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:50 pm

· #152645
לעיקוואד
מורינו הרב
לעיקוואד, וואס איז דיין מטרה דא?
האלסט אז דו גייסט איינעם איבערווייזן?

מאכען א מחאה. דער רבי האט געזאגט מ'דארף טוהן נישט אויפטוהן.
און יא, תתפלא, אבער עס איז דא אויף די וועלט אזא מושג פון מענטשען וואס האבען נישט אפגעמאכטע דעות קדומות אויף יעדער נושא וואס די פארטיי זאגט, און זענען גרייט צו הערן אנדערע צדדים אויך,און זיך אפילו איבערצייגען אויב רעדט מען צו דער זאך.


און פאר דעם ארבעטסטו אזוי שווער?

העלא » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:57 pm

· #152647
אזויווי די אשכול ווי מ'טענה'ט זיך איבער אוועק נעמען קינדער איז פארשפארט שרייב איך עס דא,

אינטערסאנט אז מ'טענה'ט זיך 7 פעידזשעס יא רעכט נישט רעכט קיינער זאגט נישט דעם אמת און צו די זאך,

די אמת איז:

אונז זעמיר אידן, און מיר האבן א תורה, אונזער תורה זאגט, אז מיר דארפן ראטעווען יעדע איד פון אפגליטשן, כל ישראל ערבים זה לזה,

אויב דורך זיין ביי די מאמע וואלטן זיי קיין אידישקייט נישט געהאלטן דארף מען זיי אוועקנעמען,
קיין איין דיין וועט נישט זאגן אנדערש,

אויב איינער ברענגט מיר א פסק פון א אנגענומענע דיין מיט א נאמען, אז אין אזא פאל טאר מען נישט אוועקנעמען קינדער, וועל איך אי"ה דעפאזיטן א הונדערטער אין זיין באנק אקאונט

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:05 pm

· #152650
איך געב דיר הונדרעט דאלאר אויב דו טרעפסט מיר אין די תורה א הלכה (נישט א 'קל וחומר' אדער א 'מילתא דפשיטא לכל') ווי עס שטייט אז מען נעמט אוועק קינדער פון א טאטע אדער מאמע וואס פירט זיך נישט על פי תורה.

און אויב דו וועסט קודם אוועקלייגען די געלט ביי א שליש, ברענג איך דיר א גאנצע רשימה מיט דיינים וואס פסק'נען אזוי.

דער שמועס קומט אבער דא .<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3580">viewtopic.php?f=24&t=3580</a><!-- l --> און אויב איינער קען זאל ער עס אפטיילען.

הירשל ציג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:11 pm

· #152653
לעיקוואד
הירשל ציג
facebook friends הייסט נישט קיין חבר. כלייב מיר

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ס'איז ענין שמיטה לשמיטה, מ'רעדט דאך דא פון פייסבוק חברים ע"פ רוב

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:16 pm

· #152655
פונקט ווי דער פלא איז גרויס פארוואס סקווער האט אזוי געזיכט צו שוינען כבוד המת בשעת אויף כבוד החי האבן זיי נישט צופיל זיך געקימערט, אזוי איז אויך שווער די זעלבע קשיא אויף אירע חברים און חברות. אויב זיי זענען טאקע יא אזעלכע גוטע פריינט, פארוואס ווייסט קיינער נישט וואס איז פארגעגאנגען מיט איר גענוי פאר די פאסירונג? פארוואס האט קיינער נישט אויפגעפאסט אז איר דעפרעסיע גייט אויף א גאר שלעכטער ריכטונג?
נארוואדען, אירע איצטיגע חברים זענען דאך אויך סקווערע.

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:21 pm

· #152657
יעך זאג, צו א ציפ צו א גלעט אבי מ'האלט זיך נאנט..
אבי סקווער איז אויף די נייעס.. חחח

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:26 pm

· #152660
יאיר
פונקט ווי דער פלא איז גרויס פארוואס סקווער האט אזוי געזיכט צו שוינען כבוד המת בשעת אויף כבוד החי האבן זיי נישט צופיל זיך געקימערט, אזוי איז אויך שווער די זעלבע קשיא אויף אירע חברים און חברות. אויב זיי זענען טאקע יא אזעלכע גוטע פריינט, פארוואס ווייסט קיינער נישט וואס איז פארגעגאנגען מיט איר גענוי פאר די פאסירונג? פארוואס האט קיינער נישט אויפגעפאסט אז איר דעפרעסיע גייט אויף א גאר שלעכטער ריכטונג?
נארוואדען, אירע איצטיגע חברים זענען דאך אויך סקווערע.

סנישט קיין גרויסע חכמה צו זיין א חכם לאחר המעשה. בעפאר איז נישט אלעמאל גרינג צו וויסען וואס טוהט זיך ביי א מענטש און דאס איז נישט קיין זאך וואס האט עפעס פונקטליכע סימנים וואס מ'קען אויפפאסען. און אויך ווען יא איז נישט אזוי גרינג עפעס צו טוהן.
הגע בעצמך, יאיר פון קאווע שטיבל האט אפאר מאל מסביר געווען דא אז ער ווייסט נישט פארוואס צו לעבן און אז אן עיפ וואלט בעסער געווען, איז וואס זאל איך טוהן וועגן דעם? אפשר פעלט עם אויס מער אטענשין? מער לאוו? אפשר ווארט ער אויף א קאמפלימענט? אפשר וויל ער מ'זאל עם פילאסאפיש מסביר זיין פארוואס עס לוינט צו לעבן? אפשר דארף ער פשוט אנטידעפרעסענטס? גיי פארשטיי יענמ'ס מצב און מציאות.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:28 pm

· #152661
נו, אפשר טאקע? האסט פרובירט צו טון איינע פון די זאכן? אדער לאמיר פרעגן בעסער, ווען איך וואלט דיר געזאגט פנים אל פנים מיט אן ערנסטע מינע אז איך בין מער נישט אינטערעסירט צו לעבן און דו ווייסט אז איך בין אין א דעפרעסיע, וואלסטו נישט געטון עפעס דערוועגן? איך האב מורא אז ליטוואק איז גערעכט, ווירטואל בלייבט ווירטואל.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:31 pm

· #152665
ווען דו זאגסט מיר פנים אל פנים ווייס איך אויך נישט וואס צו טוהן. און ווען דו זאגסט מיר ווירטואל ערנסט נעם איך עס פונקט אזוי ערנסט. מאידך נישט יעדער פארציילט דאס אפילו, נישט פנים אל פנים און נישט ווירטואל.

‎Need help? In the U.S., call 1-800-273-8255
‎National Suicide Prevention Lifeline

ווי אויך האב איך אפאר עצות וויאזוי אויב ביסטו מחליט יא אדורכגיין מיט דעם <a class="postlink" href="http://uncyclopedia.wikia.com/wiki/HowTo:Commit_Suicide">http://uncyclopedia.wikia.com/wiki/HowTo:Commit_Suicide</a>

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:56 pm

· #152670
איך הייב אן ווערן ערנסט באזארגט פאר לעיקוואוד...

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:56 pm

· #152671
לעיקוואד, דיין אשכול און נאכאנאנדע תגובות דערמאנען מיר פון לוזער טווערסקי'ס נידריגער פון נידריג פאסט אויף פ"ב פארוואס זיין טאטע האט זיך נישט איינגעוויקעלט אין א קאנדאם יענע נאכט ,ביסט א ריכטיגע רוקד על הדם און דינסט ווי א גוטע עקזעמפל ווי נידריג מען קען זינקען ווען מען איז אנגעפיקעוועט מיט דיעות כוזבות בורות נשברים און מען האט פיינט ערליכע אידן.

שוין אפגערעדט אז אויב כמה וכמה מעסיגע באזעצענע ניקס זאגן דיר אז ביסט ראנג דארפסטו זיך נישט אנהאלטן בקרנות המזבח און מעגסט מודה זיין.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:58 pm

· #152672
איך אויך
לעיקוואד, דיין אשכול און נאכאנאנדע תגובות דערמאנען מיר פון לוזער טווערסקי'ס נידריגער פון נידריג פאסט אויף פ"ב פארוואס זיין טאטע האט זיך נישט איינגעוויקעלט אין א קאנדאם יענע נאכט ,ביסט א ריכטיגע רוקד על הדם און דינסט ווי א גוטע עקזעמפל ווי נידריג מען קען זינקען ווען מען איז אנגעפיקעוועט מיט דיעות כוזבות בורות נשברים און מען האט פיינט ערליכע אידן.

שוין אפגערעדט אז אויב כמה וכמה מעסיגע באזעצענע ניקס זאגן דיר אז ביסט ראנג דארפסטו זיך נישט אנהאלטן בקרנות המזבח און מעגסט מודה זיין.

אלעס פארשטיי איך, אבער וואס האט דאס מיט בעלזא און סאטמער?

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:01 pm

· #152673
אז דו פארשטייסט אלעס דאן לאז דיך וואקסן א סעט אייער און זיי מודה ווי א ריספאנסיבל אדאלט אז האסט דיך ביטער טועה געווען.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:02 pm

· #152674
אה, עס האט מיט ***. יעצט פארשטיי איך שוין אלעס.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:16 pm

· #152679
לעיקוואוד: יישר כח פאר אראפלייגן און אנאליזירן דעם מהות פונ'ם העיליגן שטעטל כמות שהיא בלי שרק וכחל. הגם אביסל שארף. אבער דאס איז די מציאות דארט. דער גרעסטער בראך ביי זיי איז דאס אוממענטשליכקייט און אכזריות בלי גבול. אזוי ווי די רוסישע קאמיסארן ביים צאר און ביי די קאמוניסטן. לאמיר האפן צו השי"ת אז די רעוואלוציע וועט קומען גאר בקרוב, אי"ה. די יורשים פונ'ם היינטיגן מנהיג וועלן נישט האבן אזא גרינג פעלד, און אזעלכע פאלגזאמע אונטערטאנען. 🙄 ❗ 😳 ❗ 😳

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:17 pm

· #152680
לעיקוואד

‎Need help? In the U.S., call 1-800-273-8255
‎National Suicide Prevention Lifeline

ווי אויך האב איך אפאר עצות וויאזוי אויב ביסטו מחליט יא אדורכגיין מיט דעם <a class="postlink" href="http://uncyclopedia.wikia.com/wiki/HowTo:Commit_Suicide">http://uncyclopedia.wikia.com/wiki/HowTo:Commit_Suicide</a>


באלד וועט מען זאגן אז ק"ש אינדאקטרינירט די עולם צו קאמיטען סואיסייד... 😮

שושן פורים » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:21 pm

· #152684
ס'קוקט אויס ווי יעדער האט אנגענומען פאר א פאקט אז די אלע או.טי.די.'ס גלייבן נישט אין נשמות , תחיית המתים וכדומה , וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן פון ווי מען נעמט דאס מיט אזא זיכערקייט.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:22 pm

· #152685
יא יא, עס הייבט זיך אן מיט טענות אויף די רבנים, און עס ענדיגט זיך מיט סואיסייד. און נאכדעם וועט לעיקוואוד אפילו נישט קענען קומען אויף מיין לויה.

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:25 pm

· #152688
הא הא הא טויט אלע שונאים

נצבד » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:27 pm

· #152691
אפשר גאר באשולדיגט די משפחה, טאקע אט די אפגעפארענע חבירים און די מצב וואו זי איז אנגעקומען, סיי איר רוחניות'דיגע זעלבסטמארד, און סיי און איר גשמיות'דיגע זעלבסטמארד?

ממילא וויל נישט די משפחה אז זיי זאלען קומען

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:27 pm

· #152693
מנשה לוסטיג
איין גראבע ליגענט, אז זי האט זיך געהארגעט וועגן נישט האבן די קינדער.
זי האט נישט געהאט קיין סיבה אויף צו לעבן. אזוי האט מען געלערנט דארט ווי זי האט זיך געדרייעט.
משוגע דארף מען זיין צו לאזן קינדער אין די האנט פון מענטאל קראנקע מוטער.
שיין וואלטן מיר אויסגעזען ווען גאט געב די תורה און שכל פאר פוד סטעפס אין תחת אריין

לידיעת הרב המשכיל ר' מנשה לוסטיג שליט"א. ס'איז א חילוק פון "פוד" ביז "פוט". פוד איז עסן און פוט איז א פוס. פוד סטעפס איז נישט פארהאן. ס'איז דא פוד סטעמפס. נאך איז פארהאן אן ארגאניזאציע "פוט סטעפס". פוסטריט. 😂

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:35 pm

· #152698
העלא
אזויווי די אשכול ווי מ'טענה'ט זיך איבער אוועק נעמען קינדער איז פארשפארט שרייב איך עס דא,

אינטערסאנט אז מ'טענה'ט זיך 7 פעידזשעס יא רעכט נישט רעכט קיינער זאגט נישט דעם אמת און צו די זאך,

די אמת איז:

אונז זעמיר אידן, און מיר האבן א תורה, אונזער תורה זאגט, אז מיר דארפן ראטעווען יעדע איד פון אפגליטשן, כל ישראל ערבים זה לזה,

אויב דורך זיין ביי די מאמע וואלטן זיי קיין אידישקייט נישט געהאלטן דארף מען זיי אוועקנעמען,
קיין איין דיין וועט נישט זאגן אנדערש,

אויב איינער ברענגט מיר א פסק פון א אנגענומענע דיין מיט א נאמען, אז אין אזא פאל טאר מען נישט אוועקנעמען קינדער, וועל איך אי"ה דעפאזיטן א הונדערטער אין זיין באנק אקאונט

אונז זעימיר דאך שוין אין צוויי אנדערע פעלער וואו מ'האט אוועקגענומען א קינד, אדער קינדער פון די מאמע האט נישט געטויגט. 1) יאסעלע שוכמאכער: 2) ישי פימא. הרב שלמה העלבראנץ.אין ביידע פעלער זענען די קליינע קינדער וועלכע מ'האט געקידנעפט (אמת, טאקע לשם שמים) און אוועקגעריסן מיט אכזריות און רשעות פון זייער מאמע געווארן גייסטיג און עמאציאנעל צובראכן און אוועקגעגאנגען פון אידישקייט. 🙄 😳

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:41 pm

· #152703
באלד וועט עס מער נישט זיין, זיי נעמען זיך דאס לעבן איינס ביי איינס, און זיי זענען 'פוד' לחיות הארץ
בלאט: 1 2 3 4 5 6