נאכן האבן אפן דא אויף ק"ש אפאר אשכולות בנוגע די נפטרת, יעדער איינער מיט א צווייטע פרעספעקטיוו, און יעדע מענטש מיט זיינע צוויי דיעות, וועל איך זאגן וואס מיינע נארישע צוויי דעות.
ובזה החילותי, פאראיאר צוריק בערך האט א בחור וואס איז געקומען פון א גערע משפחה, מיטן נאמען ישראל קרול, זיך גענומען דאס לעבן ל"ע, די בחור איז געווען א פיינע בחור ווען ער האט געלערנט אין ישיבה, זיין משפחה מיין איך קומט פון חצור הגלילית נישט ווייט פון עמוקה.
ער האט אבער אין איינע פון די שלבים אין לעבן פארלאזט די קהילה אין געווארן פריי נעבעך.
ס'איז נישט קיין חילוק, וואס איז די סיבה פארן פארלאזן די ערליכע דרך, וואו אויך איז נישט קיין נפק"מ פאר אונז אונטער וועלכע אומשטענדען ער האט באשלאסן צו נעמען אן עק צו זיין לעבן.
זיין לווי' איז געווען אפן פארן ציבור, משפחה מיט חברים פון ישיבה, האבן צוזאמען אפגעגעבן די לעצטע כבוד פאר אים מיט פריינט און באקאנטע וואס זענען געקומען פון די פרייע וועלט, קיינער האט קיינעם נישט פארטריבן, מ'האט נישט אפגעשטיפט די לווי'.
צו זיין שלושים, האט די פלאץ וואו ער האט געארבעט אינאיינעם מיט זיינע פרייע חברים, געמאכט א צאמקום וואו זיין פרומע משפחה מיט אנדערע חברים פון ישיבה וכו' זענען זיך צאמגעקומען, יעדער מיטן מיינונג אז נישט קיין חילוק וואס איז געשען מיט אים, ער איז א איד און כבוד המת איז וויכטיגער וואו די אלע שטותים.
יעצט אין מיינע אויגן נאכן מיטהאלטן אזא זאך, איז סקווירא אפגעפרעגט אינגאנצן, אויב גער האט געקענט שלונגען אביסל בושה, טראכטן אביסל אינדרויסן פון די באקס, און מאכן א נארמאלע לווי', וואלט סקווירא אויך געקענט, אמת אפאר ליידיגגייערס וואלטן געווען דארט, אבער די שטינק און חילול השם וואלט נישט געווען, זיי וואלטן ארויס וואו זיי האבן אפגעגעבן כבוד, אפילו פאר אזא איינער וואס האט צוריק געשפיגן אלעס אין פנים.
די פרייע גאס און צייטונגען וואלטן נישט געווען פארנומען מיט בזיון המת.