הפך והפך בה - קאווע שטיבל. שו"ת, חידה'ס ועוד.
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4766
הפך והפך בה - קאווע שטיבל. שו"ת, חידה'ס ועוד.
קאווע שטיבל צווואקסט זיך, בס"ד. פון גרויס גרויסקייט, ווערן אלטע אשכולות שטויביג.
איך עפען דעם אשכול, כדי מעודד צו זיין דעם ענין פון "חזרה". כנהוג.
ערשטע שאלה:
1) ווער ווייסט וועמענסט געדאנק איז געווען דעם "לייק" קנעפל?
(זוך אויף דעם ענטפער אין קאווע שטיבל)
[ציטאט אראפגענומען]
לאו דוקא.
ס'געווען זיין דריטע הודעה.
קאווע טרינקער[ציטאט אראפגענומען]
לאו דוקא.
ס'געווען זיין דריטע הודעה.
אבער קיין "לייק" אדער אן-אגודל ארויף האט ער נישט געגעיבן. דעיס איז הא בהא תליא. איינער וואס פגע'ט און דערגייט די יארן, די מינוט וואס ער האט באקומען זיין לאליפאפ פארגעסט ער פון א יעדן.
[quote="
טאמבל סאס"]איך האלט פערזענליך אז ס'בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל אז די מעמבערס זאלן האבן חשק צו שרייבן און תגובה'נען איז ווי פולע האבן שוין באטאנט און ערווענט אומצאליגע מאלן סיי דא. און סיי אין דאס אנדער קרעטשעמע. -
א 'לייק' קנעפל. און די אורזאך איז א פשוט'ע. נעמליך יעדעס לייק פון סיי וועם אימער עס איז נאר גיט אומגעהויערע חיזוק און מוטיגונג פארן שרייבער. [/quote]
גענומען פון
דאצווייטע שאלה.
לכבוד די _____'סע הודעה, האט ______'ס טאכטער געמאלן א סיין.
[ציטאט אראפגענומען]
אז אנאנים ציט צוריק דאן צו איך אויך צוריק. איך האב נאר געזאגט.... 😂
קאווע טרינקערצווייטע שאלה.
לכבוד די _____'סע הודעה, האט ______'ס טאכטער געמאלן א סיין.
@זר זהב'ס 6000'סטע
מען מעג מאכן א סערטש אדער מען מיז עס ארויסשארן פון ארבעל?
געמאכט א 'זוך' פאר די ווארט 'סיין' און
דאס איז פון די רעזולטאטן
אוקעי, די ראלל איז, אז דער וואס ענטפערט, מוז פרעגן די נעקסטע שאלה.
וואס האט י.מ. סופר מיט שטיוול אין קאממאן? (אויך א סמיילי)
די באלעגאלע האט א ספעציעלע פלאץ אין זיין גוף פאר ביידע פון זיי.
(ביידע פון הונטן)
ווער האט זיך איינגעשריבן דא אין די ערשטע צוויי וואכן, און האט נאכנישט געשריבן קיין טויזענט תגובות?
(הינט: נישט
@זר זהב)
I'm backווער האט זיך איינגעשריבן דא אין די ערשטע צוויי וואכן, און האט נאכנישט געשריבן קיין טויזענט תגובות?
(הינט: נישט
@זר זהב)
סע קען ניש זיין זר זהב. ער האט שוין מער ווי 1000 תגובות
ווער ווייסט. (נישט איך) וואס האט באוואויגן בדחן צו מאכן א בורא נפשות אויפן שטיבל?
ער האט געזאגט ער וועט זיין צוריק נאך יו"ט.
בד"וו ווער ווייסט ווער ס'האב באוויזען צו טוישען בדחן'ס מיינונג?
מען קען נישט גיין צום נעקסטן קשיא אן ענטפערן א תירוץ אויף די פריעדיגע קשיא.
קאווע טרינקער, ערגעץ און מאחורי אויב געדענק איך גוט...
......
ווער געדענקט ווען קול מבשר האט געהאט א ווינקל דא אין שטיבל?
ווער ווייסט וואס די תוצאות פון לערנען תניא זענען?
א קאלירפאל פיוט? (הינט- נאך נעכטען)...
מען מאכטט נישט א ברכה אויף שיינע ביימער?!
וואס האט סקווירא מיט'ן חתם סופר?
שמעקעדיגוואס האט י.מ. סופר מיט שטיוול אין קאממאן? (אויך א סמיילי)
ווען דו וואלסט אווערדאוזט אויף זיינע מאמרים אזוי ווי איך, וואלסטו אויכעט געטראפן אין יעדע תגובה עפעס א חידוש וואס י.מ.ס. האט געזאגט אדער געקענט זאגן. 😈 )דעיס איז בעסער ❓ ❗ (
וועלכע ניק האט געלייגט א בילד פון זיין ספרים שאפע?
👍
I'm backדי באלעגאלע האט א ספעציעלע פלאץ אין זיין גוף פאר ביידע פון זיי.
(ביידע פון הונטן)
דעיס פארדינט נישט סתם א "לייק" 👍 😃 🙂 😎 😂 😐 😁 😈 🤓
די ערשטע קאמישע אשכול געדענקט איינער? יא יא, מיר פלעגן האבן ליצנים דא אין שטיבל.
וועלכע אשכול האט די מערסטע לייקס אין זיך?
)מען קען נישט רעכענען די וועבערמאן אשכול אדער די פרייליך-שמייכל בית שמש קברים אשכולות)
I'm backוועלכע אשכול האט די מערסטע לייקס אין זיך?
)מען קען נישט רעכענען די וועבערמאן אשכול אדער די פרייליך-שמייכל בית שמש קברים אשכולות)
אדער פינקי אן אריגענעל, אדער משפיעים און זייערע השפעות. לכאורה.
דאס איז פאר א איינצעלנע תגובה, לויט ווי איך פארשטיי פרעגט ער וועלכער אשכול האט די מערסטע לייקס בס"ה פונעם גאנצן אשכול, א יא?
בד"וו שאלעם עליכעם הרב באשי! קוקט אויס מיר וועלן שטארק הנאה האבן פון אייך!
ווער ווייסט די טעם פארוואס________ע רבי איז נישט געווען______ אין________?
פון רבי'נס שטוב גיט מען אן צוליב די שטורעם נאכווייען. #מילקשעיקחנוכהפאראקוועי.
ס'דא נאך טעמים...
הינט: מילעכיגס.
ווער האט פארפירט איבער דאס עפענען מערערע אשכולות אויפ'ן זעלבען נושא? ווער איז געווען דער ערשטער צו פארלעצן?
ווער האט פארפירט איער דאס ציטירן לענגערע שטיקלך ווען מען ברויך נישט? וכנ"ל?
1)?
2)?
3) שמעקעדיג.
[ציטאט אראפגענומען]
שמעקעדיג האט פארפירט. יידל און זר האבן מסכים געווען מיט עים און געגעיבן לייקס. 😂
נ.ב.: ווער האט גענוצט די מערסטע סמייליס און רויטע פנימ'ער מיט פארדרייטע אויגן? הינט: נישט אז דער בעל המימרא איז א הונט (כלב) ח"ו. ס'איז נאר אזא שיגרא דלישנא אין אמעריקע. בערל בעל עגלה. 😂 😳 🙄
וואס איז געוועין די ערשטע סאמאטוכע דא אין שטיבל?
איינער האט פארשפראכן ארויסצוקומען מיט א רעסעפי וויאזוי צו מאכן_________ אן קיין________, איך ווארט נאך.
פיש זאפט קאטשניו , אן קיין פיש
@חזקיהו המלך@Zurich עזרת נשים?
@משה געציל, חזקיהו המלך. כ'געדענק שוין נישט וואס.
אה, סושי האקט שוין.
@געפילטע, וואספארא לימוד לערענט מען פון די חטא המרגלים?
זיי האבן געוואלט עסן
אייזקרים, און זיי האבן געהאלטן אז אידן קענען נישט ביישטיין
נסיונות האינטערנעט, לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו, און אויך אז ויהס כלב מיינט
שי"ט בלע"ז.
געפילטע!!! נעם נארמאליש!!!
בין יוה"כ לסוכות איז א הייליגע זמן. ראה שירי חתם סופר בהקדמה שלו.
חכם באשיבין יוה"כ לסוכות...
זיכער נישט קיין גאליציאנער..
נישט ציילענדיג וואלט איך געזאגט "הוגה"
-------
אוי יעצט כאפ איך חכם באשי!!
וויאזוי האט געהייסן דער צדיק וואס האט צוגעזאגט א איד זיינע ___ טעכטער וועלן טרעפן חתנים בני תורה, און פארוואס האט מען איהם אזוי גערופען?
שאלה ב'. ווער האט זיך געטראפן מיט עפעס א מאדנע חוצפה'דיגן פיש, און וואספארא שרעקעדיגע זאך האט פאסירט באלד דערנאך?
הינט: ונתנו
שאלה ג'. וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אויבן אויפן מארס, און וואס האט דאס מיט לייגן דעם פינגער אויפן גלעזער?
ראה שו"ת המבין בדעת סי' תתקכ"ז.
טשייניק האקעראוי, שאלה ג' דערמאנט מיך די גוטע צייטן! אוי איז דאס געוועהן א באשרייבונג!.... געפילטע (אדער א צווייטע) האט אפילו געטראפן א בילד דערפאר...
דער יואב האט אויפגעשאקעלט בייכער מיט זיין "צוויבל" תגובה איבער די מיטעלסטע פינגער פונעם קידוש לבנה. פאר מער דרוקט
דא.געפילטע פישטשייניק האקעראוי, שאלה ג' דערמאנט מיך די גוטע צייטן! אוי איז דאס געוועהן א באשרייבונג!.... געפילטע (אדער א צווייטע) האט אפילו געטראפן א בילד דערפאר...
דער יואב האט אויפגעשאקעלט בייכער מיט זיין "צוויבל" תגובה איבער די מיטעלסטע פינגער פונעם קידוש לבנה. פאר מער דרוקט
דא.
און געפילטע האט אזאנס אויפגעשאקעלט די נעזער דארטן, אזש חוץ פון דעם וואס די גלעזער האט זיך אראפגעגליטשט אויפן טאנצעדיגן נאז, זענען די געלכערטע פיש אנגעפילט געווארן מיט ריק החוטם. ועל כן נקרא שמו 'געפילטע' פיש עד היום הזה. עיין ערך 'דער צוויבל אשכול'. געפילטע א סטענד-אף-קאמידיען.
וויאזוי האט געהייסן (הייסט נאך יעצט) דער איד וואס האט געמיינט (מיינט נאך יעצט )די גוים קויפן וויין אינעם שמש שטיבל ס'געפינט זיך אין קירכע?
נ'ווער דען אויב נישט ר' מאטל די וויין מבין?
געפילטע פישנ'ווער דען אויב נישט ר' מאטל די וויין מבין?
יעך בין נישט אזוי זיכער 'משה יענקל'ן' האלט אנדערש.
יואבוויאזוי האט געהייסן דער צדיק וואס האט צוגעזאגט א איד זיינע ___ טעכטער וועלן טרעפן חתנים בני תורה, און פארוואס האט מען איהם אזוי גערופען?
יעצט באמערקט די שאלה, ממש א פלא אז דר'עולם חזר'ט נישט גענוג סיפורי צדיקים, וואס דאס האלט דאך ממש אן דאס אידישקייט אין די סאמע לעצטע מינוטן...
וואס הייסט ווער? דער באקאנטער צדיק הדור "
רבי שמשון דער פארעווער". גראדע נעכטען געווען זיין יארצייט. איין מינוט, נעכטען? נעה, נישט נעכטען, י"ז טבת איז זיין יארצייט (קרעדיט אדמו"ר מיארמע)
1) קאווע טרינקער האט געפרעגט צו ______ מאכט נישט-נארמאל, האט _______ צוריק געפרעגט צו ______ מאכט נישט-נארמאל
2) קאווע טרינקער האט גאמאלדען אז _______ איז נאך בין החיים, האט _______ צוריק געמאלדן אז _______ איז אויך בין החיים.
אין די ערשטע בית פיל אריין א נאמען פון א ספר/מענטש
אין די צווייטע בית פיל אריין א ניק
אין די דריטע בית פיל אריין א נאמען פון א ספר/מענטש
תשובה לשאלה א'. קאווע טרינקער האט געפרעגט צו 'תניא' מאכט נישט נארמאל, און אויף דעם האט 'משה געציל' צוריק געפרעגט צו 'ישמח משה' מאכט נישט נארמאל.
אין וועלכן אשכול האט_______ארויסגעשטעלט א פלעשל_________פון די פירמע__________?