מופתים וואס זענען נישט געלונגען
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4122
מופתים וואס זענען נישט געלונגען
ידוע מפי סופרים וספרים (צ"ל: ספרים וסופרים) אז דער גארליצער רב האט זיך שטארק געבייזערט ווען ער האט געהערט דעם שמועה לא טובה, אז א.ג. צאנזע חסידים האבן אין פלאן צו דרוקען למשמרת די מופתים וואס דער צאנזע רב האט געמאכט לכל באי צל קורתו. די שמועה לויטעט, אז ער האט זיך דערביי אויסגעדרוקט בהאי לישנא "אז זיי דרוקען צוויי בענדער פון מופתים וואס זענען געלונגען, וועל איך דרוקען פיר בענדער פון מופתים וואס זענען נישט געלונגען".
לויט וויפיל ס'איז ידוע, האבן די חסידים מקיים געווען זייער הבטחה, בגדול, און גאנצעטע בענדער פון מופתים - נישט נאר פון צאנזע רב, נאר פון אלע יא(און נישט) צדיקים - ווערן געדורקט, און פאבריצירט, אותות ומופתים חדשים לבקרים. - ליידער, קען זיין צוליב זיין פארנומענע רבנות אמת, האט דער גארליצע רב נישט אויסגעפירט זיין צוזאג. אויך מעגליך אז ער נאר געמיינט בלשון גוזמא, לאמר, כאילו צו אוועקמאכן זייער מופתים-דרוקען פלאן. עכ"פ, אבער אז מ'קען דאס - מבצע גארליץ - אויספירן למעשה, איז דאך אוודאי כדי והגון.
איך עפען דעם אשכול, אז מ'זאל אהערשטעלן דא אלע מעשיות וואס האבן זיך אויסגעלאזט נישט ווי דער צדיק/חכם/מקובל/רבי/גוטע איד/משפיע האט פאראויס געזאגט.
אלץ א דוגמא וועל איך פותח זיין מיט וואס איך האב מקובל:
א איד, א דארפסמאן איז אמאל אריינגעקומען אין שטאט אריין, אין א יריד-טאג. אינעם יענעם שטאט האט געוואונט דער דאן-באקאנטער צדיק, רבי שמשון דער פארעווער. גערופען האט מען אים "דער פאראווער" ע"ש וואס ער האט קיינמאל קיין פלייש נישט אין מויל גענומען, און אפילו אין זיין קאווע פלעגט ער נישט אריינלייגן קיין מילך, נאר אנשטאט דעם פלעגט ער ניצען "קאווע-ווייס-מאכער". זיין פרושות'דיגע הנהגה, פארוואס ער האט זיך פורש געווען פון מילך און פלייש, איז א מעשה פאר זעך.
עכ"פ, דער דארפסמאן האט געהאט א צרה אין שטוב, די טעכטער האבן זיך גע'עלטערט, פודינו ומצלינו האט דאס מאל געשפילט הסתר פנים (ס'דאך נאר א שפיל, ווייל באמת איז אלעס לטובה), קיין נדן איינצוקויפן א בחור א תלמוד חכם האט ער נישט געהאט, ודא עקא, אז די טעכטער, זייענדיג אויפגעצויגען אין א גאר פרומע בית חינוך לבנות, האבן זיך גע'עקשנ'ט, זיי האבן פארלאנג א "לערנונג-בחור" דווקא. - וויבאלד זיין פרוי האט זיך דערוויסט אז דער צדיק, ר' שמשון דער פארעווער, וועט זיין אינדערהיים אינעם טאג פון מארק (געווענדליך פלעגט ער ארומפארן די שטעטלעך מעורר זיין אידן אויף פילטערען די אינטערנאטציאן), האט זי בתחנונים פארלאנגט פון איר מאן, דער דארפסמאן, ער זאל אריינגיין צום צדיק ר' שמשון, שופך שיח זיין אויף דעם ענגען מצב, און נישט אפלאזן דעם צדיק ביז ער זאגט צו א גאנצע ישועה.
כך הוה, דער דארפסמאן האט א קוויטל געשריבן, געזאגט קאפיטלעך תהילים אינעם ווארט-ציממער, ענדליך איז געקומען זיין רייע אריינצוגיין צום צדיק. דער צדיק קוקט אין קוויטעל, און רופט זיך אן "וואס איז דיין בקשה?", דער דארפסמאן הייבט אן דערציילען פון אלף, זיין צוהאקטע אידיש און אומקלארע חיתוך הדיבור האט דעם צדיק גוט נערוועז געמאכט, רופט זיך אן דעם צדיק "איך ווייס אלץ! דער אייבישטער וועט העלפן, אלע דיינע דריי טעכטער וועלן חתונה האבן מיט בני תורה, גיך און באלד"!
עטליכע יאר שפעטער, איז דער עלסטער טאכטער א כלה געווארן, טאקע מיט א ישיבה בחור. אלע צדדים האבן זיך שטארק געפרייט מיט דעם ענבי הגפן, הן די חתן הן די כלה ביידע אזוי ערליך און הייליג. - נישט צו פארלענגערען די מעשה - בקיצור, א טאג צוויי נאך די שבע ברכות, רופט זיך אן דער נייער אינגערמאן צו זיין כלה: כלה לעבן, וואס וועט זיין מיט פרנסה? די כלה האט אוועקגע'חלש'ט שרייענדיג דערביי "פארדעם האב איך געווארט אזויפיל יאר?! געזאגט האט מען אז איר זענט א בן תורה?!".... נאך א לאנגע געפעך, האבן זיי זיך געטראפן אין בית דין שטיבל, און א גט איז איבערגעגעבן געווארן פון אים צו איר.
די אנדערע צוויי טעכטער זענען אומגעקומען אין אושוויץ.
די ברכה איז נישט פארווירקלעך געווארן.
😈
[ציטאט אראפגענומען]
אמת, אבער בערך האלב מיליאן מופתים זענען פארווירקלעך געווארן ביים שואה. - יעדע איבערלעבער האט עפעס א מעשה וואס ער האט פאבריצירט במשך די בראשית יארן פון אמעריקע, אז נישט, איז דאס פשוט א ברכה פון בעלזא רב, וואס האט אנגעוואונטשען גאנץ ישראל בשם הכולל.
איינער האט איינגעצאלט עשרת אלפים פאר א חכם און צדיק פאר א זוויג הגון
צי געזאגט אז ביז א יאהר איז דא א זווג מיט א מאני בעק גאראנטי
א יאר אויף פרעה איז אריבער קיין מאל קיין זווג
געקימען מאכן געוואלדעס צים צדיק
דער צדיק קיקט עים אינדע אויגען און זאגט אז און הימל איז ער שוין א חתן
צעוויינצעך דער בחור רבי איך וויל זיין א חתן אויף דער ערד..
פרישעראיינער האט איינגעצאלט עשרת אלפים פאר א חכם און צדיק פאר א זוויג הגון
ביטע זעהן צו ברענגן נאר קראנטע מעשיות, מיט נעמען וכדומה..
קאווע טרינקערפרישעראיינער האט איינגעצאלט עשרת אלפים פאר א חכם און צדיק פאר א זוויג הגון
ביטע זעהן צו ברענגן נאר קראנטע מעשיות, מיט נעמען וכדומה..
וואס איז די מקור צו אייער מעשה??
מיין מעשה האט א קלארע מקור
בדידי הוה עיבדא איך בין געוועיזן דארט ווען דו מעשה איז באשאפן געווארן
א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן מיט תהלים כולל,
א יונגערמאן האט געהאט א אישו מיט א מקשה לילד. ער האט אריינגעקאלט און אריינגעצאלט וויפיל זיי האבן פארלאנגט.
די ישועה איז נישט געקומען. און דאקטוירים האבן געדארפט טון וואס זיי האבן פארשטאנען.
זכותם תגן עליהם.
פרישערמיין מעשה האט א קלארע מקור
בדידי הוה עיבדא איך בין געוועיזן דארט ווען דו מעשה איז באשאפן געווארן
👍 👍 👍 👍
😂 😂 😂 😂
א יונג פארפאלק האבן זיך געמוטשעט צו שטילן די קריג אינדערהיים, מען האט זיי גע'עצה'ט צו פארן נעמען א ברכה ביים קאראפטיצע צדיק (דער ערשטער), אבער דער מאן פלעגט אלץ לאכן פון רבי'ס, און בשום אופן נישט געוואלט גיין. מאכט זיך אמאל אז דער קאראפטיצע צדיק איז דורך געפארן דעם שטעטל, האט זיך דער יונגערמאן איבערגעקלערט, פארוואס נישט פראבירן, אז דער צדיק איז ממש דאהי? כך הוה. דאס פארפאלק איז אריין צום רבי'ן, זיך עצה'נען.
דער קאראפטיצע צדיק האט אויסגעהערט אלע צדדים, אויסגעשמועסט און איבערגעקלערט, און אויסגעפירט: איך זעה דא צוויי פיינע גוטע מענטשען... ענק קענען ווען לעבן בשלום ובאחוה.. ס'איז אלץ מעשה יצר.. (...נישט געהערט קלאר די המשך דא..).. משנה מקום משנה מזל. ענק זאלן זיך אריבערציען צו א צווייטע דירה, וטוב לכם, ענק וועלן נאך לעבן אינאיינעם לאנגע געזונטע יארן.
דער אינגערמאן האט זיך צוגעכאפט צום רעיון, אז מ'דארף שוין סייווי פאקען פעק, האט ער זיך געהויבן און אריבערגעצויגן צו א צווייטע דירה, דאס ווייב האט ער איבערגעלאזט אין די אלטע דירה. און דאס לעבן זיינע האט צוריק אויפגעשיינט.
פרישערקאווע טרינקערפרישעראיינער האט איינגעצאלט עשרת אלפים פאר א חכם און צדיק פאר א זוויג הגון
ביטע זעהן צו ברענגן נאר קראנטע מעשיות, מיט נעמען וכדומה..
וואס איז די מקור צו אייער מעשה??
מיין מעשה האט א קלארע מקור
בדידי הוה עיבדא איך בין געוועיזן דארט ווען דו מעשה איז באשאפן געווארן
איך האב גראדע א נאמען אויף די מעשה, ואגלה ברמיזא.
מאראקא.
די גאנצע אשכול זעהט מיר אויס ווי א שטיק לצנות, איך פארשטיי אז גארליצער רב האט טאקע אזוי געזאגט, אבער למעשה זעהט מען נישט און די אידישע היסטארי אז סזאל קומען איינער און אפשרייבען אזא בוך,
איך מיין אז די סארט אשכולות קילען אף אידען פון חסידות
סקוקט מיר אויס זייער משכליש
קינות גירושיןדי גאנצע אשכול זעהט מיר אויס ווי א שטיק לצנות,
אבער זעהסט די עראוי ווייזט אויף ארויף ווי צו זאגן בלייב נישט דא אין קעלער צו לאנג און גיי צוריק אין ביהמ"ד.
א תמימותדיגע אידענע איז זיך געקומען אויסגיסען דאס הארץ פאר'ן גוטע איד פון נאנאשפארק, היינט נאכט די יארצייט. זי האט געוויינט צום צדיק אז איר מאן, דער פרנסה פארזארגער, ליגט האלב טויט אין בעט, מ'רעדט שוין פון רופען "חברה קדישא".
דער צדיק האט א קוק געטוהן אין קוויטל אין א זאג געטוהן "ער קרעכצט שוין נישט. - פרנסה זאל נישט זיין קיין דאגה, יעך וועל זיך שוין זארגען". -
די פרוי האט נישט פארשטאנען קלאר וואס דער צדיק וואונטש, אבער זי איז אהיים געגאנגען געמיטלעך, וואוסענדיג אז דער צדיק זאגט כו'.
זי קומט אהיים, טרעפט זי איר מאן, טויט.
יא, ער קרעכצט שוין נישט.
עטליכע חדשים שפעטער איז די פרוי, די אלמנה געטראפען געווארן טויט אין איר שטוב, אייגענטורן האבן פעסטגעשטעלט אז זי איז געשטארבן פון הונגער. אבער די נאנאשפארקע חסידים האבן גע'טענה'ט אז דאס איז שקר, ס'קען פשוט נישט זיין, ווייל די רבי האט דאך צוגעזאגט אז ער וועט זיך זארגען פאר איר.
ער האט זיך זייער געזארגט
ער האט נאר נישט אויסגעפיעט איבער ציגעיבן דאס געלט איידער זיז אימגעקימען פין הינגער און נויט
אגב עס איז א נארמאלע ערשיינונג
זאמלען פאר נויטבאדערפיגטע, און נישט איבער געיבן דאס געלט איידער סי שוין צי שפעיט
כ'מיין קאווע טרינקער האט באשלאסן ער ווארט מער נישט אויפן גליון, ער וועט טוהן דאס זייניגע לעבעדיג אויפן זייטל.
כ'ווייס נישט צו ס'איז גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשן, צו קליינע מעשיות אויף גרויסע מענטשן. א גרויסע שמייכל אויף קליינע לעפצן איז דאס זיכער.
סאטמארער רבי זי"ע האט פארציילט א אייגענע מופת וואס איז נישט געלונגען
איינמאל האט איהם איינער מכבד געווען מיט געבן די נאמען ביי א ברית (הגם איך ווייס נישט ווער ס' וואלט אזאנס געטוהן) און היות עס איז געווען דעם יטב לב'ס יאהרצייט האט ער געזאגט ויקרא שמו בישראל יקותיאל יודא, בן האט דער צדיק געפרעגט, יקותיאל יודא
(זעהט אויס ער'ט נישט געוואוסט דעם אבי הבן'ס נאמען)
פארשטיי איך נישט.
איך אויךפארשטיי איך נישט.
דער ריינער אמת איז אז עס איז נישט דא קיין אומגעלונגענער מופת בכלל, דהיינו; אויב דער מופת האט זיך איינגעגעבן, איז אוודאי גוט! און אויב נישט איז אוודאי געווען א המתקת דינים וואס אן דעם וואלט דער מצב געווען פיל ערגער.
סאו, וואס איז געווען גארליצע רב'ס כוונה?
שוין, האסט געטראפן איין גארליצער רב? קודם כל מסתמא האט ער עס קיינמאל נישט געזאגט, א לץ האט עס געזאגט אויף זיין חשבון. ועוד נניח ער האט עס געזאגט, האט ער זיכער געהאט סודות נשגבים אין די מאמר און נישט פשוט פשט, ולאו כל מוחא סבל דא. מסתמא האט ער מכוון געווען אויף די מופתים המתקשרים חד בחברתה להתקשר סוד תפארת עם סוד יסוד, וכשתבין זה יאירו עיניך.
קאוועלע ,האסט דיך פיין באווארענט. דער ווערטל פון גארליצער רב איז גוט באקאנט אבער געווענליך דערציילט מען עס אז ווען דער ספר דרכי חיים פון דעם דברי חיים'ס משמש איז ארויס האט גארליצער רב געזאגט "ער וואלט געקענט מאכן צוויי ספרים פון מופתים וואס איז נישט געלונגן" ,עס איז נאר דא איין 'קליינע' פראבלעם אז דער ספר י"ל כמה שנים אחר פטירת הגארליצער רב ,האב איך געהערט תירוצים אז אפשר האט ער עס געזעהן בכת"י וכד'.
דו גייסט שוין א סטעפ ווייטער אז עס איז געווען ווען ער האט 'געהערט' אז מען גייט עס דרוקען דרכי חיים איי דער ספר נדפס 17 יאר! נאך זיין פטירה? כ'מיין עס קען רוהיג אריינגיין אין
דעם אשכול.
איר זענט אפגעפרעגט מיניה וביה, ווייל דער ספר פונעם א. ג. הויכען רפאל איז נישט קיין מופתים נאר מנהגים.
בהכרח אז דער גארליצער האט זיך באצויגען אויף א סארט תולדות ספר.. איי וואו איז דאס? איז מסתבר אז יענער האט טאקע צוריקגעצויגען פון זיין פלאן טאקע צוליב דעם פחד אז גארליצע רב וועט אים הרג'ענען די ביזנעס.
מ'דארף קענען אפלערנען א מעשה...
ביי מיר שטייט אויפן
שער אמרות טהרות ,שבעתיים מזוקקות ,
אותות ומופתים ,שיחות פליאות. גענוג קלאר? בר מן דיין איז די ווערטל פיין באקאנט אז עס מיינט דעם ספר דרכי חיים ,ביטע נישט צובאקן קיין פרישע מעשיות מיר האבען גענוג פון די אלטע.
איין יאר איז דער וואונדער ראבינער פון וועכטשיץ איז פארבליבן אין שטאט איבער שבת נחמו. וויבאלד די וועכטשיצע חסידים האבן געמיינט אז זייער רבי וועט זיין אין די בערג איבער שבת, כנהוג בכל שנה, איז כמעט נישט פארבליבן קיין חסידים אין שטאט. געהייסען האט אז די רבי וועט פארן כמידי שנה, אבער צוליב א חליצה אין די משפחה האט דער רבי, די לעצטע מינוט, מחליט געווען אז ער בלייבט אין שטאט.
דער רב הצעיר האט גע'עצה'ט פארן טאטען אז ס'אפשר כדאי נישט צו דאווענען אין וועכטשיצע שטיבל, צוליב א מאנגעל אין מנין, ענדערשט זאל מען צוגיין א גאס צום גרויסן סאטמארע בית המדרש וואו ס'זיכער דא מנין. אבער דער רבי האט מרמז געווען מיט יד קדשו אז ס'וועט שוין זיין גוט.
למעשה איז נישט געווען גוט, ווייל ווען די חסידים האבן גערופען מוצאי שבת פרעגן וויאזוי ס'געווען די שבת און די תפילות, האט דער רב הצעיר נישט געקענט אויסרעכענען 9 מענטשן.. וכדי בזיון.
קאווע טרינקעראבער צוליב א חליצה אין די משפחה
😃 😃 😃
לא עלינו.
(הקדמה: איך בין נישט זיכער אז מיין הודעה באלאנגט דא אין שמייכל פארום אשכול, עפטער אלל רעדט מען דא פון א טראגעדיע ה"י, אבער כ'ווייס נישט וואו יא, וה' הטוב יכפר.)
אזוי ווי ס'רוב פון אונז, ווער איך כסדר באמבארדירט מיט די אפענע ישועות וואס יעדער זעהט מיט יעדע זאך, אנגעהויבן פון קערעסטיר, ח"י רוטל, ביז געבן מעות קדימה פאר א קונטרס און אפשפרעכן עין הרע, און נאך 50,000 זאכן אינדערצווישן.
די מופתים וואס געלונגען (אדער יא אדער נישט) טוט מען מפרסם זיין, אבער די וועלכע נישט (און איך בין עדות דערצו!) לאזט מען אונטערן קארפעט און מען מאכט א שווייג.
וע"ע
כאן.
דערפאר איז מיר געווען א פלא אז מען זאל ארויסשרייבן אזא זאך בריש גלי אין א צייטונג.
.
📎 9483.jpg
כאפסט נישט? בעצם העלפן יא די אלע סגולות. נאר אמאל זוכט גאט דוקא א לויטערע נשמה וואס זאל אפשלאגן דעם גרויסן חרון אף. איז טייטש אז דאס איז גאט'ס ווילן, ווי זאל ר' אלימלך קומען און זאגן אנדערש. ער ווייסט דאך אויך וואס איז גוט.
והשנית, ס'איז דא א הסתרה. נסתרים דרכי ה'.
דריטנס, ער איז געווען א נשמה א גלגול פון הרוצה בעילום שמו, און ער האט שוין אויפגעטאן אויף דער וועלט וואס ער האט געברויכט.
פערטנס, אמאל מעגן די דאקטורים אויך זיין גערעכט. אנדערש וועט דער עולם קיינמאל נישט גיין צו דאקטורים, און די תורה זאגט דאך ורפא ירפא – מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות.
אויסער דעם אבער זע איך נישט פארוואס דו זאלסט אפילו שטעלן די אלע סגולות אונטער א פראגע-צייכן. כ'האב מורא מ'ברויך בודק זיין נאך דיר.
הרב בערלאנד האט צוגעזאגט אז מוהרא"ש וועט נאך לעבן עטליכע יאר, אבער די מופת איז נישט געלונגען.
צדיק נסתרהרב בערלאנד האט צוגעזאגט אז מוהרא"ש וועט נאך לעבן עטליכע יאר, אבער די מופת איז נישט געלונגען.
צדיקים במיתתם קרויים חיים. אפשר נישט ביי א "צדיק נסתר." אבער צדיקים גילויים? וואס איז דאס מיט מיר.
אוודאי געלונגען נישט אלעמאל די מופתים, קען זיין אז דער בורא האט איינגעזעהן אז פאר די נשמה איז בעסר אזוי, בהדי כבשי דרחמנא למה לך ?
אבער ווען ס'גלונגט יא,
דוגמא: דער איינער איז געקומען צום חזון איז אז ער איז געווארן דיאגנאזירט מיט א ברעין טומיר, האט ער געזאגט אז ער זאל פארן צו יענע דאקטאר אין ניו יארק, און ער וועט דיך קענען אפערירן, זאגט ער אקעי, איך גיין באשטעלן א טיקעט אויף נעקסטע וואך, זאגט דער הייליגער חזון איש, אז ניין ער זאל נאך פארן היינט נאכט, דער איד האט זיך געוואונדערט, אבער אז דער חזון איש האט אזוי געזאגט פאלגט מען, ער איז געפארן יענע נאכט, אויפצומארגנס איז געווען דער אפעראציע, און יענע נאכט איז דער דאקטאר געשטארבן,
דאס איז א מעשה ידוע, האלט איינער אז דא איז נישט פארגעקומען א מופת ? (אדער רוף עס אן סייעתא דשמיא, וואטעווער)
איך זעה נישט די חכמה פון אפלאכן פון מופתים, ווען די זאכן זענען פאקטן וואס זענען געשעהן,
נישט אז מ'דארף גלייבן יעדע מעשה, אבער דאס אז די זאכן זענען פארגעקומען, האט מער עדות אז ס'איז אמת ווי די טעאריע פון עוואלוציע,
דער דאקטאר איז געשטארבן נאך יענע נאכט אין אן עקסידענט אויפן וועג אהיים פון שפיטאל נאכן מאכן די אפעראציע. ודו"ק.
סאטמער רב האט געזאגט אז די מדינה וועט נישט שטיין קיין פופציג יאר, והיה לפלא....
יעקב מענטשאיך זעה נישט די חכמה פון אפלאכן פון מופתים, ווען די זאכן זענען פאקטן וואס זענען געשעהן
און אז עס געשעהט וואס צייגט עס? לאמיר אראפלייגן דריי
'פאקטישע' מעשיות , און דו וועסט מיר זאגן די לימוד פון א יעדע פון די דריי מעשיות וואס איך אלץ א פרומע איד דארף ארויסנעמען.
1) איינער איז געקומען צום חזון איש אז ער איז געווארן דיאגנאזירט מיט א ברעין טומיר, האט ער געזאגט אז ער זאל פארן צו יענע דאקטאר אין ניו יארק, און ער וועט דיך קענען אפערירן, זאגט ער אקעי, איך גיין באשטעלן א טיקעט אויף נעקסטע וואך, זאגט דער הייליגער חזון איש, אז ניין ער זאל נאך פארן היינט נאכט, דער איד האט זיך געוואונדערט, אבער אז דער חזון איש האט אזוי געזאגט פאלגט מען, ער איז געפארן יענע נאכט, אויפצומארגנס איז געווען דער אפעראציע, און יענע נאכט איז דער דאקטאר געשטארבן.
2) א איד איז געגאנגן צו רבי חיים קניבסקי אז מ'האט געטראפן א געוואוקס אין זיין פוס און די דאקטאר הייסט אפערירן. רבי חיים האט געהייסן נישט אפערירן נאר מען זאל לערנען פרק כצד הרגל אלץ סגולה. ביז אפאר חדשים האט זיך די קענסער פארשפרייט און דער יונגערמאן איז געשטארבן א קורצע צייט דערויף.
3) א אינגערמאן איז געווען פארמישט אין א ריזיגע ביזנעס דיל מיט נאך אסאך אנדערע אידישע און גוי'אישע גבירים. מערערע באבאס, רביס און גדולי הדור זענען געווען ביהיינד די גרויסע ביזנעס דיל דורכן הייסען דער אדער יענער גביר צו טון די דיל. ויהי היום זאגט איינער פון די גוי'אישע אינוועסטארס פאר דער אינגערמאן אז ער האט עפעס א הייליגע קריסטליכע פרוי וועם ער פרעגט אלעס און זי האט אים געזאגט בלי שום ספק אז דער דיל גייט גיין באנקראט. דער אינגערמאן האט נישט געוואלט נעמען קיין טשאנסעס און ער האט ארויסגעצויגן פונעם דיל. ביז אפאר חדשים איז די גאנצע זאך צוזאם געפאלן.
אלע דריי מעשיות זענען אמת'ע פאקטישע מעשיות. יעצט לערן מיך אויס וואס איך קען ארויסנעמען פון א יעדע פון די דריי מעשיות. וועלכע מעשה איז א מופת חותך וואס צייגט אויף די צדקות און וועלכע איז א נסיון און א הסתר פנים און וויאזוי ווייסטו עס?
.
איך הער,
לאמיר פרעגן פארקערט, ווען ס'פאסירט יא עפעס וואס זעהט אויס ווי א מופת, צו פון א איד אדער להבדיל א קריסט, איז עס פשוט א בעט ? א פיפטי-פיפטי טשאנס וואס דער רבי אדער גלח נעמט ? וויאזוי טייטש דו עס אויס ? איך בין פשוט נישט קלאר ווי אזוי דו קוקסט עס אן
יעקב מענטשאיך הער,
לאמיר פרעגן פארקערט, ווען ס'פאסירט יא עפעס וואס זעהט אויס ווי א מופת, צו פון א איד אדער להבדיל א קריסט, איז עס פשוט א בעט ? א פיפטי-פיפטי טשאנס וואס דער רבי אדער גלח נעמט ? וויאזוי טייטש דו עס אויס ? איך בין פשוט נישט קלאר ווי אזוי דו קוקסט עס אן
למאי נפקא מינה וויאזוי איך טייטש עס אויס? דו האסט געמאכט א סטעיטמענט און איך האב עס אפגעפרעגט.
יעקב מענטש
דוגמא: דער איינער איז געקומען צום חזון איז אז ער איז געווארן דיאגנאזירט מיט א ברעין טומיר, האט ער געזאגט אז ער זאל פארן צו יענע דאקטאר אין ניו יארק, און ער וועט דיך קענען אפערירן, זאגט ער אקעי, איך גיין באשטעלן א טיקעט אויף נעקסטע וואך, זאגט דער הייליגער חזון איש, אז ניין ער זאל נאך פארן היינט נאכט, דער איד האט זיך געוואונדערט, אבער אז דער חזון איש האט אזוי געזאגט פאלגט מען, ער איז געפארן יענע נאכט, אויפצומארגנס איז געווען דער אפעראציע, און יענע נאכט איז דער דאקטאר געשטארבן,
דאס איז א מעשה ידוע, האלט איינער אז דא איז נישט פארגעקומען א מופת ? (אדער רוף עס אן סייעתא דשמיא, וואטעווער,
טאקע א מופת. א גדול הדור זאל שיקן צו א דאקטאר, און נאך בו ביום. באלד וועלן נאך מענטשן זאגן אז די דאקטורים ווייסן יא וואס זיי רעדן. רח"ל מהאי דעתא.
Re: מופתים וואס זענען נישט געלונגען
מעשה שהיה כך היה איך קען א יוד וואס איז עים זייער שווער געגאנגען אין שידוכים (היינט שוין חתונה געהאט און האט שוין א קינד ברוך השם) ווען ער איז געוועין א איין אין צוואנציגער איז ער געגאנגען צו א רבי ידוע (משום כבודו וועט מען נישט דערמאנען די נאמען) דער רבי האט עים ווארעם אנגעוואונטשן זאגנדיג א"ך טוב וחסד אז די יאר גייט ער שוין א חתן ווערן עס איז אריבער א גאנצע יאר איז די טאטע געגאנגען דאמאנען די רבי אז די רבי האט דאך גאזאגט וכו' האט דער רבי גענטפערט עס איז קרוב צו פסח נאך פאר פסח גייט ער א חתן ווערן למעשה איז ער א חתן געווארן אפאר יאר דערנאך עד כאן המופת.
אמת'ע מעשה געהערט פון די בעל המעשה אליין, אן עלטערע בחור ס'איז איהם נישט געגאנגען קיין שידוכים איז ער צוגעגאנגען צו זיין רבי שמחת תורה און געבעטן א ברכה האט די רבי (וואס לעבט שוין נישט) אנגעוואונטשן אז חנוכה ווערט ער א חתן, עריז טאקע א חתן געווארן חנוכה אבער פינף יאר שפעטער
תנחוםאמת'ע מעשה געהערט פון די בעל המעשה אליין, אן עלטערע בחור ס'איז איהם נישט געגאנגען קיין שידוכים איז ער צוגעגאנגען צו זיין רבי שמחת תורה און געבעטן א ברכה האט די רבי (וואס לעבט שוין נישט) אנגעוואונטשן אז חנוכה ווערט ער א חתן, עריז טאקע א חתן געווארן חנוכה אבער פינף יאר שפעטער
אנטשולדיקט אבער דער אשכול איז נאר פאר מופתים וואס זענען נישט געלונגען.