☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #3069

אשכול אן א טיטל #3069

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3069

— » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:34 pm

· #91200

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:50 pm

· #91208
ישר כח ממי, און סארי קופער... מיין מי ימצא מיט מיין קינד האבן געטון די ארבעט פאר מיר...

MT.jpg

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:53 pm

· #91212
מזל טוב, זיי קענען טאקע זיין שטאלץ מיט אזא טאטן.

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:55 pm

· #91213
הרב ברסלבר... מאכסט מיר לול'ן...

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:56 pm

· #91214
[ציטאט אראפגענומען]

זעהסט נישט וואס פאר א צנועה זי איז? פארדעקט זיך אזוי שיין דעם פנים...

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:59 pm

· #91216
זר, כהאב אינמיטן שיעור אויסגעשאסן פאר געלעכטער.
דיינע קונדער העלפן דיר מיט דיינע תגובת אויך?
פארוואס שרייבן זיי נישט זר? זיי ווייסן דיין ניק?
זיי האבן מיטגעהאלטן דיין לעצטיגע סומטאטכע דא, גאגאנגען געקומען?

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:00 pm

· #91217
מ'גיט נישט ארויס אלע דעטאלן צוליב סעקיוריטי ריזענס.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:06 pm

· #91219
א וואונטש צו זר זהב (למסגרתו(
מזל טוב לכבוד דיין 7,000 'סטע תגובה. בקרוב בימינו אי"ה. די 6,000'סטע האב איך שוין פארשפעטיגט. אויף דיר קעמען זאגן "אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו.". אזוי ווי דו האסט זוכה געווען משמח צו זיין דעם עולם און האלטן דעם עולם אינפארמירט. זאל דער אייבירשטער העלפן זאלסט זוכה זיין משפיע צו זיין פון דיין חכמה און ענטערטעינען אלע באי הקאווע שטיבל און אלע יודן (וועלכע האבן נישט געאסר'ט דעם אינטערנעט). כה יתן ה' וכה יוסיף. כפליים כיוצאי מצרים עבג"צ בב"א.
נאר איין קליינע שאלה וויל איך פרעגן. צו מ'קען איינקעשן די 6 אלפים און קויפן כאטש איין דזשאר "קדם" געפילטע פיש? 👍 👍 👍 😂 😳 🙄

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:12 pm

· #91222
נולד מאוחר
פארוואס שרייבן זיי נישט זר? זיי ווייסן דיין ניק?

ווייל אינדערהיים ביניך נישט זר, איך בין 'טאטי' .(און אמאל אמאל 'משוגענער')

@BEREL יא זיכער, כ'בין אלץ אין פאר א שטיקל קדם דזשאר קאטשעניו!

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:28 pm

· #91229
זר, פארוואס ביסטו נאך אויף, גיי שלאפן, קיינער וועט דיר נישט איבערשטייגן מיט תגובות.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:43 am

· #91273
לייק פאר די פיקטשער, זייער זיס,

משה געציל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:47 am

· #91277
געוואלדיג זר! נאך א מזל אז אונזער קרוין האט זיך בארעכענט צוריק צוקומען און זיין דער וואס איז דער ערשטער אין פלאץ! שמך נאה לך ואתה נאה לשמך!

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:01 am

· #91289
זר, דו ביזט קיוט, פארפאלן!
איך מעג דיר געבן א קניפ אין בעק'ל?

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:17 am

· #91293
איך וועל שרייבען וואס כ'האב שוין געשריבען ביים פיער טויזנט און ביי פינעף טויזענט:
מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום זיבעטען טויזנט תגובות!!!
אבער נאך אלץ ווילען מיר דיר שטארק האבען דא, זיי ממשיך אופן גוטן אופן, (מיט א דזשאב אינדערזייט)

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:01 am

· #91309
מזל טוב זר'ס מי ימצא און זיין זון פאר זייער טאטי'ס 6000 תגובות אויף קאווע שטיבל!

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:08 am

· #91311
מזל טוב זר בוסט א כבוד און פראכט פאר אונז דיך צו האבען דא

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:56 am

· #91333
מזל טוב, זר זהב. ביז די 120 טויזנט תגובות געזונטערהייט.

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:08 pm

· #91419
אנאנים אויב מ'מעיג בעטען א אנליז ווילאנג עס נעמט פאר זר 1000 תגבות

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:22 pm

· #91425
מזל טוב זר, א עקסטרע ייש״כ פאר׳ן צוריקומען

מעג מיר וויסן מעיקרא מאי קסבר ולסוף מאי קסבר?

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:27 pm

· #91428
איינע פון די ריזענס איז ווייל כ'האב גע'מיסט די "לייקס"...

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:40 pm

· #91432
און פארוואס ביסטו אוועקגעגאנגען?

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:41 pm

· #91433
היסטאריקער
דו גייסט שוין צו פערסנאל

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:44 pm

· #91435
אין איין ווארט:
סו-מא-טא-כע

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:45 pm

· #91436
איך פארש "היסטאריע"

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:49 pm

· #91437
אה, ווייל געוויסע רשעי עמך בית ישראל האבן זיך צעווילדעוועט דא (מאנכע, מגולחים גאר) און ס'איז אין אני והם יכולים לדור ב'שטיבל אחד. איך בין געווען דא אביסל אבער גאר ווייניג געליינט. איך האב אסאך גראונד צו קאווערן, יעצט האלטעך אינמיטן יאנקל'ס ארטיקל, איך מיין ער גייט באלד באקומען א לייק.

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:50 pm

· #91438
זר זהב
(מאנכע, מגולחים גאר)

קענסט זיי?

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:53 pm

· #91440
ניין, אבער איך ווייס וואס איך רעד.

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:56 pm

· #91443
אפשר רעדט ער פון די חברה וועלכע האבן געשריבן אינעם "מעג מען שניידן די בארד" געהענגל...

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:06 pm

· #91446
נישט שלעכט!.... (גאר גוט)

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:08 pm

· #91478
זר זהב
ניין, אבער איך ווייס וואס איך רעד.

שרעקעדיג, איינער ווייסט וואס ער מיינט?

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:11 pm

· #91479
איך ווייס, פארוואס שרעקעדיג?

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:36 pm

· #91491
מ'ברויך נישט זיין דערשראקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט, איז אויך נישט געפערליך.
טעפל, לייען קר"ש און בארואיג זיך פון דיין שרעק, און גיי ווייטער....

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm

· #91562
זר זהב ביסט טויט משוגע
קאל מיך נישט יעצט איבערבעטן איך גיי איגנארן דיין קאל.
די פיקטשער איז
טויט משוגע
דיין ווייב

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:20 pm

· #91564
נעקסט טיים שרייב נישט א סיין אויב דו פלאנסט חרטה צו האבן.

דיין מאן

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:29 pm

· #91567
אריין אין שלום בית אשכול...
נישט שיין זיך צו קריגן אזוי ברבים.

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:31 pm

· #91568
ווען איך ווייס ווען אז די גייסט עס כאפן א פיקטשער און לייגן אויף קאווע שטיבל
ווען מען זעהט ווי די האר איז נישט שיין געמאכט...
איי עס סארי איטס נאט נייס

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:39 pm

· #91573
אויס מענטש ניקך יאה לתגובתך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:45 pm

· #91576
לעמיל
זר זהב
(מאנכע, מגולחים גאר)

קענסט זיי?

ניין. אבער ער (זר זהב שליט"א) דערקענט פונ'ם ניק און פון אופן פון שרייבן צו יענער איז א מגולח און אויב ר'האט א בארד, וואספארא קאליר און ווי לאנג ס'איז. טשאלענדזש . זאג (אדער שרייב) ברוח קדשיך וואספארא קאליר בארד כ'האב. און אויב איך בין א מגולח.

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:07 pm

· #91616
בערל, ביזט ראנג. איך ווייס פאר א פאקט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:17 pm

· #91619
זר זהב
בערל, ביזט ראנג. איך ווייס פאר א פאקט.

זאל זיין פאר א פאקט. אדער פארפאקט. נישט מיט רוחה"ק. נו, זאג שוין וואספארא קאליר בארד האב איך געהאט דרייסיג יאר צוריק?

טעפל » פרייטאג מערץ 1, 2013 3:12 am

· #91677
בעל עגלה וואס קען שוין זיין, אן אויסגעקראצטען ברוינע בארד..

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:00 am

· #91708
בעל עגלה, איך ווייס נישט וועלכע קאליר ס'געווען דרייסיג יאר צוריק, אבער היינט איז עס גרוי.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:06 am

· #91710
געפילטע פיש
בעל עגלה, איך ווייס נישט וועלכע קאליר ס'געווען דרייסיג יאר צוריק, אבער היינט איז עס גרוי.

האסט צוגעטראפן. אבער דער חלק וואס איז נישט גרוי? 😂

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:25 am

· #91717
טעפל
בעל עגלה וואס קען שוין זיין, אן אויסגעקראצטען ברוינע בארד..

ראנג אויף ביידע סקארס. ס'שוין גארנישט אויסגעקראצט. ס'איז נאך ב"ה פול באוואקסן. (נישט אזוי ווי א געוויסער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וואס די בארד קריכט איהם אויס און מ'זעהט שוין זיינע באקן. כ'ווייס נישט וואס זיינע חסידים גייען טון.( און די קאליר איז אויך נישט ברוין. 😂

יתרו » פרייטאג מערץ 1, 2013 12:45 pm

· #91745
זר זהב
(מאנכע, מגולחים גאר)

מגוחלים מיט א גאל מעסער ? ניין מיינסט עס נישט ערענסט

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:11 pm

· #134649
צאי לך בעקבי זר זהב...

ברוכים תהיו!

אביגדור » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:39 pm

· #134659
מזל טוב צו @שמעקעדיג, בעל ה'סבר פנים יפות' .

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:42 pm

· #134662
יישר!
(שוין צייט צו טוישן די חתימה אויף עפעס פון חמשה עשר באב...)

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:34 pm

· #134674
מזל טוב שמעקעדיג, אפשר ארלעדיגט מען עפעס א קליין מיידל זאל האלטן עפעס א סיין, ווער ס'האט א קליין מיידל וואלאנטיר זאל זיך מעלדן צו די פארוואלטונג.

מאטי » דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:48 pm

· #134680
און געפילטע גרייט אן אפאר דזשארס געפילטע קדם פיש.