גוטע ווערטער בפרשת השבוע
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2801
גוטע ווערטער בפרשת השבוע
איך האב געטראכט עס וואלט געווען פאסיק אן אשכול ווי דער עולם זאל שרייבן גוטע ווערטער און תורות אויף די וואכעדיקע סדרה. מיר אלע ביים שבת טיש ווילן זאגן א גוט ווארט פאר די קינדער צו אין ביהמ"ד אדער פארברענג. נא זאל מען קענען קומען דא אין שטיבל נאשן א גוט ווארט.
"ולא קרב זה אל זה כל הלילה"
ולא קרב זה אל זה, ווען אידישע קינדערלאך זענען נישט איינער מיטן אנדערן באחדות מען איז צושפליטערט. איז כל הלילה אינגאנצן נאכט און פינסטער. (לעכוויטשער)
"ה' ילחם לכם" גאט וועט אייך געבן ברויט. טייטשט דער רבי ר מאיר פרעמישלאנער, אבער "ואתם תחרישון" איר גייט אקערן.
"ותען להם מרים שירו לה' כי גאה גאה סוס ורכבו רמה בים"
איז שווער פארוואס האט פונקט מרים אויסגעוועלט צו זינגען פאר די פרויען דוקא דעם פסוק פון די גאנצע שירה?
אט איז א גוט פשט: (געזען ערגעץ דא אנליין)
די ווייבער זענען געקומען צו מרים און געפרעגט מילא די מענער גייען האבן ריוח פון דעם יציאת מצרים זיי גייען מקבל זיין די תורה אבער וואס וועלן די פרויען האבן פונעם גאנצן עסק?
האט מרים געזאגט "סוס ורוכבו רמה בים" ווען די מצריים זענען נאכגעלאפן די אידן פארשטייט מען פארוואס זיי זענען באשטראפט געווארן אבער וואס זענען די פערד געווען שולדיק?
דער תירוץ איז דער פערד איז באשטראפט געווארן ווייל ער האט געפירט דעם רייטער די זעלבע וועלן די פרויען באקומען שכר פארן פירן און אינטערהאלטן די מענער.
דאס זאגט דער פסוק אין שיר השירים: כסוסתי ברכבי פרעה דימתיך רעיתי
א שיין שטיקל צל"ח אויפן ענין פון העלאת הניצוצות פון מצרים און דער איסור צוריק צוגיין אהין, און א שיינע טייטש אין ובאו האובדים וגו' וואס לכאורה וואלט געדארפט שטיין האבודים [כשה אובד?].
ייש"כ ונבנתה, א שיין ווארט. אינטערעסאנט אז דער חיד"א ברענגט אקוראט דעם זעלבן געדאנק, אז מען טאר נישט גיין קיין מצרים ווייל ס'איז שוין אויסגעליידיגט פון די ניצוצות. און מיט דעם פארענטפערט ער ווי אזוי דער רמב"ם און נאך גדולים האבן געמעגט אהינגיין, ווייל דעמאלט זענען שוין געווען נאך עבירות פון די אידן פון אלכסנדריא של מצרים וואס זענען אהינגעגאנגען שלא כהלכה, און מען האט ווידער געמוזט ארויסשלעפן די ניצוצות וואס זענען פארפאלן געווארן.
כי אני ה' רופאיך
כי אני ה' דאס אז איר וועט וויסן אני ה איך בין גאט און שטיי אינטער אלעם, רופאיך וועט זיין דיין בעסטע רפואה אויף אלע ווייטאקן. (תורת אבות)
פקוד יפקוד אלקים אתכם
פקוד אז א איד א אויף א שוואכע מדריגה מלשון חסרון, יפקוד אלקים אתכם דאך האט אייך דער גאט ליב און רוהט צווישן אייך. (תפארת שלמה)
האט א לעכטיקן שבת זיסע ברודער.
איך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.
דער רמב"ן שרייבט אז דער סדר איז געווען צו שיקן נאר צוויי מרגלים, ווי עס איז געווען שפעטער ביי יהושע, אבער דער אייבערשטער האט געהייסן משה שיקן פון גאנץ כלל ישראל אז אויב זיי זאלן דורכפאלן '...שתהי' הגזרה שוה בכל העם', בבחינת We're all in this together.
-----
החזק הוא הרפה, זאגט רש"י אז ער האט זיי געגעבן א סימן אויף דעם, אויב זיצן זיי אין אפענע שטעט זענען זיי גיבורים וכו', אין נעקסטן פסוק שטייט דאך אבער בפירוש הבמחנים אם במבצרים? [לויט'ן אבן עזרא אז 'מחנים' איז מלשון מחנה, אז זיי וואוינען ווי די בעדואינער וואלט אפשר גוט געווען, אבער רש"י לערנט 'הבמחנים' אין אפענע שטעט אהן א חומה].
------
והימים ימי ביכורי ענבים, דער ספורנו לערנט פארקערט ווי מען פארשטייט לכאורה, עס מיינט אז די פירות זענען נאכנישט אינגאנצן פארטיג, און אעפ"כ האט זיך משה סומך געווען אויף זייער גוטסקייט.
------
די בני ענק האבן געוואוינט אין חברון - קרית ארבע, דער רמב"ן לערנט אז 'ארבע' איז דער נאמען פון א מענטש, ער האט געהאט א זוהן 'ענק', זיינע קינדער אחימן וכו' זענען געווען ילידי 'הענק', און על שמו האבן זיי געהייסן די ענקים.
------
רש"י: וישאהו במוט בשנים, ממשמע שנאמר וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים? מה תלמוד לומר בשנים (סוטה לד.) בשני מוטות, הא כיצד? שמונה נטלו אשכול, אחד נטל תאנה ואחד רמון, יהושע וכלב לא נטלו כלום, עכ"ל.
איך האב די רש"י קיינמאהל נישט פארשטאנען, וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים הייסט לכאורה איין מענטש ביי יעדע עק, איז ווי אזוי האט ער פלוצלינג אכט מענטשן ווען מען רעדט אז עס זענען געווען צוויי שטאנגען? פון דעם לשון 'הא כיצד, שמונה נטלו וכו' איז משמע אז דאס איז עפעס יעצט געווארן פארשטענדליך נאכ'ן מחדש זיין אז עס זענען געווען שתי מוטות, ווער עס וועט מיר עס מסביר זיין וועל איך איהם מכיר טובה זיין בבא.
-------
די מרגלים זענען צוריק-געקומען נאך פערציג טעג, זאגט רש"י אז ארץ ישראל איז ד' מאות פרסה אויף ד' מאות פרסה, חוץ פון דעם וואס בפועל איז אר"י ענדערש א רעקטעינגעל ווי א סקווער, האט דאך רש"י אליין געשריבן אויבן [ממדבר צין עד רחוב לבוא חמת] אז זיי זענען געגאנגען 'כמין גאם' וואס מיינט געווענטליך ווי א 'ך'?
-------
וילכו ויבואו, זאגט רש"י מקיש הליכתן לביאתן אז בשעת הליכה זענען זיי שוין געווען רשעים, איי אויבן זאגט רש"י כולם אנשים באותה שעה כשרים היו? מוז זיין אז בשעת שילוח זענען זיי נאך געווען כשרים, אבער בשעת הליכה שוין נישט, און פארדעם איז כלב געגאנגען קיין חברון מתפלל זיין באלד פון אנפאנג.
-------
אפס כי עז העם, פשוט טייטשט מען אפס 'אבער', דער רמב"ן שרייבט אז אפס איז מלשון גארנישט, אויסגעגאנגען, זערא, האפס לעולם חסדו, 'אבל רשעם במלת אפס, שהיא מורה על דבר אפס ונמנע מן האדם, שאי אפשר בשום ענין', דהיינו, דאס לאנד איז טאקע פיין אבער די אפשרות - די טשאנס אנצוקומען אהין איז זערא.
קען זיין אז אפס-אבער נעמט זיך טאקע פון דעם, פונעם אפס שבמספרים, אז נאכ'ן מקדים זיין א געוויסע זאך פרעגט מען עס אפ מיט אן 'אבער'.
-------
ויהס כלב, ויהס מיינט ער האט שטיל געמאכט, זאגט רש"י: כן דרך בני אדם הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר שי"ט.
-------
ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם, בשם קאצק [ווי מען זאגט אין פוילן]: וכן היינו בעיניהם איז א חלק פון די פראבלעם, וואס גייט דיר אהן ווי אזוי יענער קוקט דיר אהן?
ונבנתה העיראיך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.
דער רמב"ן שרייבט אז דער סדר איז געווען צו שיקן נאר צוויי מרגלים, ווי עס איז געווען שפעטער ביי יהושע, אבער דער אייבערשטער האט געהייסן משה שיקן פון גאנץ כלל ישראל אז אויב זיי זאלן דורכפאלן '...שתהי' הגזרה שוה בכל העם', בבחינת We're all in this together.
די רשב"ם שרייבט אז די באשעפער האט נישט געוואלט ממנה זיין ווער די מרגלים זאלן זיין, אנדערש ווי ביי די נשיאים וואס ער האט יא ממנה געווען, ווייל מ'האט מכריז געווען אז ווער ס'וויל מרגל זיין זאל זיך מעלדן, ער האט געוואלט דרייסטע מענטשען זאלן זיך אליין אנטראגן, און פון די מענטשען וואס האבן זיך אנגערופן האט מען אויסגעוועלט צוועלף.
ונבנתה העירויהס כלב, ויהס מיינט ער האט שטיל געמאכט, זאגט רש"י: כן דרך בני אדם הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר שי"ט.
דאס איז דאך געווען די פעיוורעט רש"י אין חדר, א גאנצע וואך האט מען קוים געווארט די רבי זאל עס פארלערנען.
תניא פרק כ"ט:
אך עוד אחת צריך לשית עצות בנפשו' הבינונים, אשר לפעמים ועתים רבים יש להם טמטום הלב שנעשה כאבן ולא יכול לפתוח לבו בשום אופן לעבודה שבלב זו תפלה. וגם לפעמים לא יוכל להלחם עם היצר לקדש עצמו במותר לו מפני כבדות שבלבו, וזאת היא עצה היעוצה בזהר הקדוש, דאמר רב מתיבתא בגן עדן אעא דלא סליק ביה נהורא מבטשין ליה כו'. גופא דלא סליק ביה נהורא דנשמתא מבטשין ליה כו', פי' נהורא דנשמתא שאור הנשמה והשכל אינו מאיר כל כך למשול על חומריות שבגוף. ואף שמבין ומתבונן בשכלו בגדולת ה', אינו נתפס ונדבק במוחו כל כך שיוכל למשול על חומריו' הלב מחמת חומריותן וגסותן, והסיבה היא גסות הקליפה שמגביה עצמה על אור קדושת נפש האלהית ומסתרת ומחשיכה אורה. ולזאת צריך לבטשה ולהשפילה לעפר, דהיינו לקבוע עתים להשפיל עצמו להיות נבזה בעיניו נמאס ככתוב ולב נשבר רוח נשברה היא הס"א שהיא היא האדם עצמו בבינונים, שנפש החיונית המחיה הגוף היא בתקפה כתולדתה בלבו נמצא היא היא האדם עצמו. ועל נפש האלהית שבו נאמר נשמה שנתת בי טהורה היא, שנתת בי דייקא מכלל שהאדם עצמו איננו הנשמה הטהורה, כי אם בצדיקים שבהם הוא להפך שנשמה הטהורה שהיא נפש האלהית הוא האדם וגופם נקרא בשר אדם. וכמאמר הלל הזקן לתלמידיו כשהיה הולך לאכול היה אומר שהוא הולך לגמול חסד עם העלובה ועניה הוא גופו, כי כמו זר נחשב אצלו ולכן אמר שהוא גומל חסד עמו במה שמאכילו, כי הוא עצמו אינו רק נפש האלהית לבד כי היא לבדה מחיה גופו ובשרו, שהרע שהיה בנפש החיונית המלובשת בדמו ובשרו נתהפך לטוב ונכלל בקדושת נפש האלהית ממש בצדיקים. אבל בבינוני מאחר שמהותה ועצמותה של נפש החיונית הבהמית שמס"א המלובשת בדמו ובשרו לא נהפך לטוב הרי היא היא האדם עצמו, וא"כ הוא רחוק מה' בתכלית הריחוק, שהרי כח המתאוה שבנפשו הבהמית יכול ג"כ להתאוות לדברי' האסורים שהם נגד רצונו ית', אף שאינו מתאוה לעשותם בפועל ממש ח"ו רק שאינם מאוסים אצלו באמת כבצדיקים כמש"ל [פ' יב]. ובזה הוא גרוע ומשוקץ ומתועב יותר מבעלי חיים הטמאים ושקצים ורמשים כנ"ל, וכמ"ש ואנכי תולעת ולא איש וגו', [וגם כשמתגברת בו נפשו האלהית לעורר האהבה לה' בשעת התפלה אינה באמת לאמיתו לגמרי מאחר שחולפת ועוברת אחר התפלה כנ"ל ספי"ג].
ובפרט כשיזכור טומאת נפשו בחטאת נעורים והפגם שעשה בעליוני', ושם הוא למעלה מהזמן וכאלו פגם ונטמא היום ח"ו ממש, ואף שכבר עשה תשובה נכונה, הרי עיקר התשובה בלב, והלב יש בו בחי' ומדרגות רבות והכל לפי מה שהוא אדם ולפי הזמן והמקום כידוע ליודעים, ולכן עכשיו בשעה זו שרואה בעצמו דלא סליק ביה נהורא דנשמתא מכלל שהיום לא נתקבלה תשובתו ועונותיו מבדילים או שרוצים להעלותו לתשובה עילאה יותר מעומקא דלבא יותר, ולכן אמר דוד וחטאתי נגדי תמיד. וגם מי שהוא נקי מחטאות נעורים החמורים, ישים אל לבו לקיים מאמר זה"ק להיות ממארי דחושבנא, דהיינו לעשו' חשבון עם נפשו מכל המחשבות והדיבורים והמעשים שחלפו ועברו מיום היותו עד היום הזה אם היו כולם מצד הקדושה או מצד הטומאה ר"ל, דהיינו כל המחשבות והדיבורים והמעשים אשר לא לה' המה ולרצונו ולעבודתו שזהו פי' לשון ס"א כנ"ל [בפ"ו], ומודעת זאת כי כל עת שהאדם מחשב מחשבות קדושות נעשה מרכבה בעת זו להיכלות הקדושה שמהן מושפעות מחשבות הללו, וכן להפך נעשה מרכבה טמאה בעת זו להיכלות הטומאה שמהן מושפעות כל מחשבות רעות וכן בדבור ומעשה. עוד ישים אל לבו רוב חלומותיו שהם הבל ורעות רוח, משום שאין נפשו עולה למעלה וכמ"ש מי יעלה בהר ה' נקי כפים וגו', ואינון סטרין בישין אתיין ומתדבקן ביה ומודעין ליה בחלמא מילין דעלמא וכו' ולזמנין דחייכן ביה ואחזיאו ליה מילי שקר וצערין ליה בחלמיה כו' כמ"ש בזהר ויקרא [ד' כ"ה ע"א וע"ב] ע"ש באריכות.
והנה כל מה שיאריך בעניינים אלו במחשבתו וגם בעיונו בספרים להיות לבו נשבר בקרבו ונבזה בעיניו נמאס ככתוב בתכלית המיאוס ולמאס חייו ממש, הרי בזה ממאס ומבזה הס"א ומשפילה לעפר ומורידה מגדולתה וגסות רוחה וגבהותה שמגביה את עצמה על אור קדושת נפש האלהית להחשיך אורה. וגם ירעים עליה בקול רעש ורוגז להשפילה, כמאמר רז"ל לעולם ירגיז אדם יצ"ט על יצה"ר שנאמר רגזו וגו', דהיינו לרגוז על נפש הבהמית שהיא יצרו הרע בקול רעש ורוגז במחשבתו לומר לו אתה רע ורשע ומשוקץ ומתועב ומנוול וכו' ככל השמות שקראו לו חכמינו ז"ל באמת עד מתי תסתיר לפני אור א"ס ב"ה הממלא כל עלמין היה הוה ויהיה בשוה גם במקום זה שאני עליו כמו שהיה אור א"ס ב"ה לבדו קודם שנברא העולם בלי שום שינוי כמ"ש אני ה' לא שניתי כי הוא למעלה מהזמן וכו', ואתה מנוול וכו' מכחיש האמת הנראה לעינים דכולא קמיה כלא ממש באמת בבחי' ראייה חושיית.
והנה על ידי זה יועיל לנפשו האלהית להאיר עיניה באמת יחוד אור אין סוף בראייה חושיית ולא בחי' שמיעה והבנה לבדה כמ"ש במ"א שזהו שרש כל העבודה, והטעם לפי שבאמת אין שום ממשות כלל בס"א, שלכן נמשלה לחשך שאין בו שום ממשות כלל וממילא נדחה מפני האור, וכך הס"א אף שיש בה חיות הרבה להחיות כל בעלי חיים הטמאים ונפשות אומות עכו"ם וגם נפש הבהמית שבישראל כנ"ל מ"מ הרי כל חיותה אינה מצד עצמה ח"ו אלא מצד הקדושה כנ"ל, ולכן היא בטלה לגמרי מפני הקדושה כביטול החשך מפני האור הגשמי, רק שלגבי קדושת נפש האלהית שבאדם נתן לה הקב"ה רשות ויכולת להגביה עצמה כנגדה, כדי שהאדם יתעורר להתגבר עליה להשפילה ע"י שפלות ונמיכת רוחו ונבזה בעיניו נמאס, ובאתערותא דלתתא אתערותא דלעילא לקיים מ"ש משם אורידך נאם ה' דהיינו שמסירה מממשלתה ויכלתה ומסלק ממנה הכח ורשות שנתן לה להגביה עצמה נגד אור קדושת נפש האלהית, ואזי ממילא בטילה ונדחית כביטול החשך מפני אור הגשמי.
וכמו שמצינו דבר זה מפורש בתורה גבי מרגלים שמתחלה אמרו כי חזק הוא ממנו אל תקרי ממנו כו' שלא האמינו ביכולת ה', ואח"כ חזרו ואמרו הננו ועלינו וגו', ומאין חזרה ובאה להם האמונה ביכולת ה', הרי לא הראה להם משרע"ה שום אות ומופת על זה בנתיים, רק שאמר להם איך שקצף ה' עליהם ונשבע שלא להביאם אל הארץ, ומה הועיל זה להם אם לא היו מאמינים ביכולת ה' ח"ו לכבוש ל"א מלכי' ומפני זה לא רצו כלל ליכנס לארץ, אלא ודאי מפני שישראל עצמן הם מאמינים בני מאמינים, רק שהס"א המלובשת בגופם הגביה עצמה על אור קדושת נפשם האלהית בגסות רוחה וגבהות' בחוצפה בלי טעם ודעת, ולכן מיד שקצף ה' עליהם והרעים בקול רעש ורוגז עד מתי לעדה הרעה הזאת וגו' במדבר הזה יפלו פגריכם וגו' אני ה' דברתי אם לא זאת אעשה לכל העדה הרעה הזאת וגו', וכששמעו דברים קשים אלו נכנע ונשבר לבם בקרבם כדכתיב ויתאבלו העם מאד, וממילא נפלה הס"א מממשלתה וגבהותה וגסות רוחה, וישראל עצמן הם מאמינים, ומזה יכול ללמוד כל אדם שנופלים לו במחשבתו ספיקות על אמונה כי הם דברי רוח הס"א לבדה המגביה עצמה על נפשו, אבל ישראל עצמן הם מאמינים כו', וגם הס"א עצמה אין לה ספיקות כלל באמונה, רק שניתן לה רשות לבלבל האדם בדברי שקר ומרמה להרבות שכרו, כפיתויי הזונה לבן המלך בשקר ומרמה ברשות המלך, כמ"ש בזה"ק.
ונבנתה העיר
רש"י: וישאהו במוט בשנים, ממשמע שנאמר וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים? מה תלמוד לומר בשנים (סוטה לד.) בשני מוטות, הא כיצד? שמונה נטלו אשכול, אחד נטל תאנה ואחד רמון, יהושע וכלב לא נטלו כלום, עכ"ל.
איך האב די רש"י קיינמאהל נישט פארשטאנען, וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים הייסט לכאורה איין מענטש ביי יעדע עק, איז ווי אזוי האט ער פלוצלינג אכט מענטשן ווען מען רעדט אז עס זענען געווען צוויי שטאנגען? פון דעם לשון 'הא כיצד, שמונה נטלו וכו' איז משמע אז דאס איז עפעס יעצט געווארן פארשטענדליך נאכ'ן מחדש זיין אז עס זענען געווען שתי מוטות, ווער עס וועט מיר עס מסביר זיין וועל איך איהם מכיר טובה זיין בבא.
איך האב אלץ פארשטאנען אז מען האט עס געהאלטן מיט 4 שטאנגן צוויי סעטס אף ראדס. ווי א טיק טאק טאוי.
איך האף אז ס׳קוואליפייד פאר די מכיר טובה בבא. (:
ביי מיר אין קאפ האב איך אויך אזא בילד, רש"י זאגט אבער אז עס זענען געווען צוויי מוטות.
אויב ווילסטו זאגן אז יעדע מוט איז א סעט פון צוויי, וואלט דאך רש"י געדארפט האבן פיהר מענטשן אין אנפאנג ווען ער האט געהאט איין מוט.
די תוספות רבינו חננאל זאגט טאקע אז עס איז געווען נאר צוויי שטאנגן, און פיר מענטשען האבן אנגעכאפט איעדע שטאנג.
ויאמר אליו בלק, לכה-נא איתי אל-מקום אחר אשר תראנו משם--אפס קצהו תראה, וכולו לא תראה; וקובנו-לי, משם.
זאגט דער קוצקער רבי, אויף יחידים דא אין דארטן ביי אידן קען מען טרעפן קריטיק און דורכפאלן, אפס קצהו תראה. אבער אויפן כלל ישראל אינאיינעם איז נישטא קיין איבלען און שמוץ כולם אהובים כולם ברורים כלם גבורים כלם קדושים, וכלו לא תראה.
(געהאט חשק תגובה טויזנט צו זיין בדברי תורה).
זענען עמון און מואב און אמורי געווען אין די גרעניצן וואס זענען היינט אין ארץ ישראל? ווער קען ברענגען א גוטע מאפע וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזען געאגריפקלי?
פון די מאפע זעהט אויס ווי ס'איז אין ירדן, אדער זעה איך נישט גוט?

עמון איז זיכער ירדן. די הויפטשטאט פון ירדן הייסט נאך היינט אמאן אין פסוק רבת בני עמון. אויף דיין מאפע איז מואב אדום אויך אין די געגנט, פעטרא איז אן אור אלטע שטאט היינט ירדן אמאל געווען מלכות נבט.
וואאאו ס'מיר נישט בייגעפאלן אז אממאן די הויפט שטאט האט מיט עמון צוטין!
אין פרשת פנחס שטייט די בנות צלפחד האבן געבטן פין משה רבינו אבינו מת במדבר ולא היה בעדת קורח אין שטייט ווייטער ויקרב את משפטן לפני השם .האביך געזען פשט ולא היה בעדת קורח מיט דעם האבן זיי געוואלט חנפענען משה .האט ער שוין נישט געמעגט פאסקנעו וועגן דעם איז ויקרב את משפטן לפני השם
כ'האף אז פרשת פנחס האט נאכנישט עקספייערט.
כ'האב געלערענט דעם פסוק פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם, און כ'האב נישט פארשטאנען וואו די קאץ קומט איבערן וואסער. וואס האט פינחס'נס קנאות מיטן פארווישן דעם באשעפערס חימה? אז די באשעפער רעגט זיך אויף די אידן פארן טוהן מעשים אשר לא יעשו, ווי אזוי קען די מעשים פון א יחיד פארצייען פארן גאנצן פאלק?
די ספורנו זאגט זייער שיין, און קען זיין ס'איז נישט קיין חידוש פארן עולם, אבער פאר מיר האט עס שיין גע'פיט. דער באשעפער האט זיך שטארק גערעגט, די אידן קוקען צו ווי אידן זינדיגן, און זענען פאסיווע צוקוקער, קיינער מישט זיך נישט אריין, קיינער נעמט זיך נישט אן פאר כבודו יתברך. ממילא האט פינחס דירעקט געטוהן וואס ער האט געטוהן בפני כל עם ועדה, צו ווייזן דאס שטיין אין די זייט און זיך נישט מישן איז נישט ווייל זיי זענען מסכים, נאר ווייל אזוי זענען זיי, לאז מיך ארויס פון די פיקטשער, כ'גיי מיך נישט שמוציג מאכן. און דורך דעם וואס ער האט געוויזן אז ער האט געקענט טוהן פונקט די פארקערטע פון זמרי, און קיינער האט עם נישט געשטערט, האט ער משיב חמה געווען מיטן ווייזן אז מ'האנדלט דא פון סתם חברה וואס שטייען אין די זייט און ענדזשויען די שוי, און זיי נעמען נישט קיין צד.
עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען דעם ספורנו.
בְּקַנְאו אֶת קִנְאָתִי בְּתוכָם. שֶׁעָשָה נִקְמָתִי לְעֵינֵי כֻלָּם, כְּדֵי שֶׁבִּרְאותָם זֶה וְלא יִמְחוּ, יְכֻפַּר עַל אֲשֶׁר לא מִחוּ בַּפּושְׁעִים, וּבָזֶה הֵשִׁיב אֶת חֲמָתִי מֵעֲלֵיהֶם.
זייער שיין אריינגעלערנט פשט אינעם סיפורנו!
די מאור ושמש האט שוין ליידער צוקלאפט אסאך קינדער, און לעצטנס איז געלאפן אין דער איד אפאר חינוך קאפיטלעך אז מען זאל צווינגען קינדער צו עסן - א זאך צו וועלכע איך בין זיך ע"פ רוב מתנגד - און זיך פאררופן אויף דעם שטיקל הנ"ל.
מען דארף טאקע אמאל געב א שטופ, אבער מאנכע עלטערן צווינגען די קינדער מיט געמיינע רשעות און ברענענדיגע קלעפ צו עסן אלעס וואס זיי אליינס האבן נישט ליב געהאט אלס קינד, און קענען נישט פארשטיין אז יענער האט א אנדערע טעיסט ווי דיר.
ויש להאריך בזה. עכ"פ ביי מיר איז קלאר אז נישט די סארט רשעות האט דער הייליגער מאור ושמש געמיינט.
אין די פרשת היום שטייט צדק צדק תרדוף. זאגט רבי ר' בונם פון פשיסחא, אז די ווילסט דערגרייכן צדק, האסט א הייליקן ציל, זאלסטו אבער נאר דאס נאכגיין מיט צדק כשר'ע מיטלען. נישט ווי די וואס נוצן א מאטא פון "המטרה מקדשת את האמצעים" דער ציהל פארהייליקט די מיטלען. צדק דעם צדק, צדק תרדוף, גיי נאר נאך מיט צדק.
דער עולם שלאפט? איך האב בין געווען זיכער אז די וואך זיך דא טיען מיט הסברים איבער פרשת אשת יפת תואר והמסתעף און פארוואס די תורה זאגט נישט אז מען זאל זיך צירוק האלטען, אלע מפרשין התןרה זענענן עוסק בפרשה,
זעט אויס דער עולם איז פארשלאפען די וואך.
דער עולם איז ביזי מקיים פסק זיין
איך האב געהערט א שיין ווארט אמאל איך געדענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך. אין סדרה פון דע וואך א דאפעלט לשון "החדש הזה לכם ראש חדשים ראשון היא לכם לחדשי השנה" דער הלכה איז נארמאל א ראש חודש טאר מען נישט פאסטן אבער א גאנץ חודש מעג מען יא. אבער חודש ניסן איז פארקערט א גאנץ חודש ניסן טאר מען נישט פאסטן און ר"ח ניסן מעג מען יא וועגן פטירת נדב ואהביהו. דאס זאגט דער פסוק החודש הזה לכם איז אזוי ווי ראש חדשים פון אלע אנדערע חדשים וואס מען טאר נישט פאסטן, אבער ראשון הוא לכם ראש חודש פון ניסן איז ווי לחדשי השנה וואס מ'מעג יא פאסטן!
(איך וואלט געלייקט איינעם פאר נאכברענגן אזא שיין ווארט)
כ'וואלט דיר געלייקט, אבער כ'האב א קושיא. "לכם" ווייסן מיר מיינט מען אכילה ושתי', חציו לכם וחציו לשם וכדו', ממילא ראשון הוא לכם וואלט געדארפט מיינען אז ראש חודש ניסן דארף מען יא עסן.
געליינט אמאל א טייער ווארט פון הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע, וואס ער האט געזאגט שבת שירה תש״ו, די ערשטע שבת וואס ער איז געווען בארץ הקודש נאכן ניצל ווערן מגיה ההריגה.
אז ישיר משה, זאגט דער מדרש- מכאן רמז לתחיית המתים מן התורה. ביאור הענין, מגעפינט אין מדרש אז אחד מחמשה אדער אחד מחמושים און לויט איין דעה אחד מחמשת אלפים זענען ארויס פון מצרים, לפי זה קומט אויס אז א גרויסע פראצענט אדער אפילו רוב כלל ישראל זענען נישט ארויס פון מצרים, מתו בימי האפילה. נו אויב אזוי וואס איז שייך צו לויבען השי״ת ביים נס פון קריעת ים סוף. אבער וויבאלד מיר גלייבן אין תחיית המתים, קומט אויס אז אפילו די וואס זענען נישט ארויס וועלן נאך אויפשטיין בתחיה און זיך מיט פרייען בישועתן של ישראל, דעריבער איז יא פאסיג פאר די וואס זענען ניצול געווארן, אז זיי זאלן לויבען דעם אייבישטער על הנסים ועל הנפלאות שעשה עמהם.
האט דער בעלזא רב געזאגט, לעולם וויאזוי קענען מיר דאנקען דעם באשעפער אשר הוצאתינו מעבדות לחירות ווען אין די זעלבע צייט זענען אזויפיל יודן נהרג געווארן מיט אלע מיתות משונות על קידוש ה׳ (וגם בני משפחתו נהרגו הי״ד במהרה), אבער אז מיר ווייסן דאס עס וועט נאך קומען א צייט וואס די אלע וועלן אויפשטיין בתחיה, דעריבער קענען מיר לויבען השי״ת על גאולתנו ועל פדות נפשינו, עכדה״ק.
ומכאן רמז לסעודת הודאה כ״א כסלו. פאר די אלע וואס מוטשען זיך הלמאי סאטמאר רב זי״ע האט געמאכט א סעודת הודאה בו בזמן וואס זעקס מיליאן זענען אומגעקומען אויף קידוש ה׳.
היינט איז די טאג אין וועלכע דער געטליכער מאן האט - מיט יאהרן צוריק - משליך געווען זיין אדרת אויף די זינדיגע אלץ-אנטוישנדע וועלט, ער האט געלאזט זיין גוף פאר די גופים'דיגע, עס איז די יאהרצייט פון הקדוש מקאצק זי"ע.
דער פילץ'ער אין זיין ספר שפתי צדיק ברענגט די וואך א ווארט אין נגלה בשמו:
אז אן אדון הרג'עט זיין עבד, ווענדט זיך; אויב איז ער געשטארבן אין די ערשטע מעת לעת איז דער אדון חייב מיתה, אויב שפעטער איז ער פטור, זאגט דער קאצק'ער פשט אזוי, המפקיר עבדו יצא לחירות און ער ווערט א ישראל, ממילא אויב האט ער איהם געגעבן אזא שטארקן קלאפ פון וועלכער ער וועט שטארבן אין די קומענדיגע 24 שעה, איז בשעת דער אדון האט אויפגעהויבן זיין האנט איהם צו שלאגן האט ער זיך שוין מייאש געווען פון דעם עבד, קומט אויס אז ער איז יצא לחירות און דער אדון האט גע'הרג'עט א בן חורין א ישראל, אבער אויב איז די קלאפ נישט געווען אזוי שטארק איז נישט מוכרח אז ער האט זיך מייאש געווען, ממילא איז ער פטור.
ויש לפלפל.
ובהמודיע ראיתי, אז מען האט איהם געפרעגט למ"ד [בגיטין] אז שיחרור עבד איז א חוב פאר'ן עבד און נישט א זכות, איז פארוואס גייט ער ארויס בשן ועין, לא די אז מען האט איהם אויסגעהאקט א צאהן שיקט מען איהם נאך ארויס?
וענה, ארויסצוגיין פון אן אדון וואס האקט ציינער איז לכו"ע א זכות...
בזכותו נצא מחשכות עבדות גופינו, אשר גם בעבדותינו לא עזבנו אלוקינו, מאה פנדי בפנדא דמר"ה, יושיע אדמה מארר - עבדים וקרקעות, אנן מטלטלי דיתמי אנן, עננו אבי יתומים.
כ'האב געהערט א שיין ווארט פון הרב ליש, וועגן די אבני שהם און אבני מילואים, פארוואס ביי די שטיינער וואס זענען געווען אויף די פלייצע (די אבני שהם) זענען די נעמען פון די שבטים געווען אריינגעקריצט גרופעזווייז - 6 אויף יעדן שטיין, ווידעראום ביי די שטיינער וואס זענען געווען אויפ'ן הארץ - די חושן שטייען אלע שבטים יעדער עקסטער אריינגעקריצט?
זאגט ער, די נעמען אויף די אבני שהם איז אזוי ווי א ארגעניזאציע, ווען ס'קומט צו העלפן א ארגאניזאציע ברויך מען צולייגן א פלייצע, ווידעראום ביי די חושן וואס יעדע שטיין איז א יחיד דארט מוז מען צולייגן הארץ
ונבנתה העירדי בני ענק האבן געוואוינט אין חברון - קרית ארבע, דער רמב"ן לערנט אז 'ארבע' איז דער נאמען פון א מענטש, ער האט געהאט א זוהן 'ענק', זיינע קינדער אחימן וכו' זענען געווען ילידי 'הענק', און על שמו האבן זיי געהייסן די ענקים.
איז מיר היינט שווער געווארן, אלע פשטנים לערנען ווי רש"י ברענגט פון די גמ' אז ויבוא עד חברון [בלשון יחיד] גייט אויף כלב, אויב אזוי ווי האבן די מרגלים געקענט זאגן שפעטער פאר די אידן ''וגם ילידי הענק ראינו שם'?
בשלמא אז מען לערנט אז 'ענקים' איז א שם דבר פון ריזן, קען זיין אז זיי האבן אנגעטראפן ריזן אין אן אנדערע חלק פון ארץ ישראל, אבער לדברי הרמב"ן גייט עס דאך אויף די קינדער פון דעם מענטש 'ענק' וואס האבן געוואוינט אין חברון.
יעצט זעה איך אז דער רשב"ם לייגט צו אז 'לפי עיקר פשוטו' גייט ויבוא עד חברון אויף אלע מרגלים און ער ברענגט זיך טאקע א ראי' פון דעם וואס די מרגלים האבן שפעטער פארציילט פאר די אידן אז זיי האבן געזעהן די ענקים, הגם לדברינו הנ"ל איז עס אפשר נישט מוכרח.
ונבנתה העירוילכו ויבואו, זאגט רש"י מקיש הליכתן לביאתן אז בשעת הליכה זענען זיי שוין געווען רשעים, איי אויבן זאגט רש"י כולם אנשים באותה שעה כשרים היו? מוז זיין אז בשעת שילוח זענען זיי נאך געווען כשרים, אבער בשעת הליכה שוין נישט, און פארדעם איז כלב געגאנגען קיין חברון מתפלל זיין באלד פון אנפאנג.
דער הפלאה אין פנים יפות מאכט א שיינעם חשבון אז 'באותה שעה כשרים היו' איז טאקע געווען בערך א שעה, און ממילא איז פארענטפערט די סתירה הנ"ל.
ער ברענגט פון מדרש אז מען מעג זיך נישט ארויסלאזן אין וועג דריי טעג פאר שבת, שלוחי מצוה מעגן יא, אבער די שלוחים ששלח משה זענען געווען רשעים.
די גמ' זאגט אין תענית אז מען האט געשיקט די מרגלים אין כ"ט סיון, זאגט דער הפלאה אז באמת האבן זיי זיך שוין געמוזט ארויסלאזן ביי די שקיעה פון כ"ח גלייך נאך עת האסף מרים, פארוואס? זאגט ער אזוי, יענעם יאהר איז דאך ר"ח ניסן געווען זונטאג, ממילא איז ר"ח אייר דינסטאג און ר"ח סיון מיטוואך, קומט אויס אז כ"ט סיון איז אויך געווען מיטוואך, ממילא האבן די מרגלים נישט געמעגט דעמאלטס ארויסגיין ווייל עס איז דריי טעג פאר שבת און זיי זענען נישט געווען קיין שלוחי מצוה ווי דער מדרש זאגט, איז ע"כ האבן זיי זיך ארויסגעלאזט ביי די שקיעה פון כ"ח - גלייך נאך די מעשה פון מרים.
דער עונש איז דאך געווען פערציג יאהר קעגן די פערציג טעג - יום לשנה יום לשנה, די פערציג טעג זענען ערשט פון כ"ט, קומט אויס אז פאר די בערך א שעה פון די שקיעה ביז'ן צאת הכוכבים פון כ"ח האט מען נישט מעניש געווען, ווייל באותה 'שעה' כשרים היו.
קוק גוט
די פסוק זאגט: לא הביט און ביעקב
הרה"ק ר' יוסף יצחק פון ליובאוויטש זי"ע האט דערציילט: ווען איך בין געווען א קינד האב איך אמאל געפרעגט מיין טאטע'ן (הרה"ק רש"ב זי"ע) פארוואס האט דער אויבערשטער באשאפן דעם מענטש אז אויגן האט ער 'צוויי' אבער א נאז און מויל האט ער 'איינס'?
האט מיר מיין טאטע געפרעגט: קענסט 'אלף בית'? האב איך געענפערט "יא", האט ער מיר נאכאמאל געפרעגט: "צו ווייסטו אז עס איז דא א שׁ מיט א שׂ, אויב יא וואס איז די חילוק צווישן זיי? האב איך געענפערט: אז ווען די פינטעל איז ביי די רעכטע זייט זאגט מען עס אנדערשט ווי ווען עס איז ביי די לינקע זייט"
האט מיר מיין טאטע געזאגט: דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא צוויי אויגן, עס זענען דא זאכן וואס מען דארף קוקען דערויף מיט א רעכטע אויג, און עס איז דא זאכן וואס מען דארף קוקען דערויף מיט א לינקע אויג,
אויף א אידן מוז מען אייביג קוקן מיט א רעכטע אויג, און אויף א נאשעריי און שפילצייג מיט א לינקע אויג!
"פון דאן" האט ר' יוסף יצחק געזאגט "האב איך זיך גענומען צו קוקען אויף יעדע יוד מיט א גוט אויג, נישט קיין חילוק וואס ער איז"
פרשת ראה
די תפארת שלמה טייטשט דעם פסוק נתון תתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו כי בגלל הדבר הזה יברכך ד' וגו'. זאגט ער אז די גמרא זאגט טאקע האומר פרוטה זו לצדקה ע"מ שיחי' בני ה"ז צדיק גמור אבער דאס איז נישט די אמת'ע תכלית פון די מצוה, נאר מ'זאל עס טון לשמה און נישט פארלאנגן שכר פארדעם. דאס זאגט די פסוק נתון תתן לו - אן קיין חשבונות, ולא ירע לבבך - זאלסט נישט טראכטן, כי בגלל הדבר הזה יברכך ד' - אז די וועסט ווערן געבענטשט פון באשעפער וועגן דעם.
די כתב סופר טייטשט אנדערש. ער זאגט אויף מצות צדקה באקומט מען דאך עשירות (עשר בשביל שתתעשר) קען דאך א מענטש מורה האבן אז ער פארלירט פון זיין עוה"ב ווייל ער באקומט זיין שכר אויף די וועלט, זאגט די פסוק ולא ירע לבבך - ס'זאל דיר נישט שלעכט ווערן, כי בגלל הדבר "הזה" יברכך ד' - דאס וואס די באשעפער גיט דיר עשירות איז נאר אז די זאלסט קענען ממשיך זיין געבן צדקה און נישט קיין שכר מצוה.
פון החסיד וליטוואק משה מעצגער האב איך אמאל געהערט, 'ולא ירע לבבך בתתך לו' אז דו מאכסט איהם שאדן מצד שונא מתנות יחי', 'כי בגלל הדבר הזה יברכך ה' אלוקיך' ממילא איז עס נישט א מתנה נאר א חליפין.
---
פון לא תעשון כן לה' אלוקיכם לערנט מען ארויס איסור מחיקת השם.
דער מנחת חינוך (על אתר) און דער אבני נזר (או"ח סל"ג - תשובה שכתב בילדותו לק"ק קאצק) זאגן ביידע דעם זעלבן כאפ: האיך מצינו ידינו ורגלינו בכתיבת שם הויה, די ערשטע צוויי אותיות י"ה איז דאך א שם פאר זיך - פון די שמות שאינם נמחקים, קומט אויס אז ווען מען האלט ביי די ווא"ו פאר ער שרייבט די לעצטע ה"ה, כזה 'יהו', איז ער מוחק דעם שם י"ה, ווייל יהו איז דאך נישט קיין שם.
פארדעם דערמאנט מען בן קמצר לגנאי (יומא ל"ח), ווייל ער האט נישט געוואלט אויסלערנען ווי אזוי מען לייגט פיהר קולמוסים צווישן די פינגער און מען שרייבט דען שם הויה בבת אחת, אזוי אז מען שפארט זיך איין הפראבלעם הנ"ל.
י-הו איז דאכט זיך יא א שם, איינע פון די עב' שמות. רק שאינו כתוב בפירוש בתורה ולא נחשב כשם רק ככינוי, כמו כל העב' שמות.
שיינע כאפ, אבער לשיטתם וויאזוי קען מען עס טאקע שרייבן?
נ.ב. צוטייל די צוויי ווערטלעך וועט מען עס קענען לייקען צוויי מאל...
שאני הכא דלא אפשר.
מ'דארף שרייבן די שם השם על הסדר? אפשר קען מען עס שרייבן צוריקצוועגס?
גוט גוט, וואנצעס, טאקע פון דעם ברענגט זיך דער מנ"ח א ראי' אויף כסדרן.
די אמרי אמת זאגט אז דעס וואס די רמב"ם פסק'ענט "כופין על הצדקה" איז די זעלבע ווי "כופין אותו על מידת סדום", ווייל עס איז זה וזה נהנה, וויל ער וועט גארנישט דערלייגן, כמש"כ עשר בשביל שתתעשר...
נצבים - וילך
הנסתרות לד' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו
איז דא א באקאנט ווארט וואס מ'זאגט נאך בשם עטליכע צדיקים אז באמת וואלט געווען בעסער אויב מ'דינט די באשעפער בהצנע לכת כדי נישט צוצוקומען צו גאות, אבער פון די אנדערע זייט קען זיך קיינער נישט אפלערנען אויב זעהט מען נישט ווי ער איז מקיים מצוות ומעשים טובים. ס'ווערט געברענגט בשם די אר"י ז"ל אויפ'ן פסוק תהלת ד' ידבר פי וכו' אז תפילה איז דאך עבודה שבלב אבער תהלת ד' "ידבר פי", פארוואס? כדי ויברך כל בשר - אז אנדערע זאלן זיך אפלערנען.
די דרכי תשובה טייטשט כי יהיה לאיש בן סורר ומורה - א איד האט א זון וואס פאלגט נישט - ער הייסט אים דאווענען הויך אבער דער זון פייפט אים אן, דאס איז ווייל "איננו שומע בקול אביו" - ער הערט נישט ווי די טאטע דאווענט הויך פארדעם פאלגט ער נישט.
דאס זאגט די פסוק, הנסתרות לד' אלקינו - אלץ די באשעפער אויס וואלט געווען בעסער אויב מ'טיט מצוות באהאלטערנערהייט אבער והנגלות לנו ולבנינו - דאס פעלט זיך אויס אז מ'זאל קענען האבן א השפעה אויף די קינדער.
באקאנטע לעצטע תורה פון בעלזער רב ז''ל.
כ'שטעל מיך פאר אז די מיינסט מהר"א מבעלז, איך האב עס נישט געהערט משמו. סייווי, דאס ווערט שוין געברענגט פון סאך פריערדיגע און ער האט עס מן הסתם נאכגעזאגט פון אנדערע.
בשלח
ויאמר ה' אל משה כתוב זאת זכרון בספר ושים באזני יהושע כי מחה אמחה את זכר עמלק. פארוואס פעלט אויס "ושים באזני יהושע" און ס'איז נישט גענוג אז ס'איז אפגעשריבן?
איז דא א שיין ווארט פונעם ווילנער גאון. די גמרא אין ב"ב דערציילט ווען דוד האט געשיקט יואב בן צרויה הארגענען די עמלקים האט ער געהארגעט נאר די זכרים ווייל ער האט זיך טועה געווען און געליינט תמחה את "זָכָר" עמלק אנשטאטס "זֵכֶר" עמלק. כדי צו פארמאדן דעם טעות האט די באשעפער געזאגט ושים באזני יהושע, אז מ'זאל הערן וויאזוי מ'דארף עס ליינען.
בהר
וכי תאמר מה נאכל בשנה השביעית הן לא נזרע ולא נוסף את תבואתנו.
שטעלן זיך די מפרשים אז בשנה השביעית דארף דאך זיין גענוג צו עסן וויבאלט בשנה השישית האט מען דאך געהעריג איינגעפלאנצט און פון דעם דארף זיין צו עסן פאר די שנה השביעית?
זאגט די רבינו בחיי אז פשט אין פסוק איז אזוי: וכי תאמר מה נאכל - אויב וועט מען פרעגן וואס מ'וועט עסן בשנה השמינית, האמער, בשנה השביעית הן לא נזרע - מ'האט דאך נישט אנגעזייט בשנה השביעית? אויף דעם זאגט די פסוק, וצויתי את ברכתי וכו'
עס איז נישט א דזשאוק, עס שטאמט פון הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן
Re: גוטע ווערטער בפרשת השבוע
פענח רזא ווערט געברענגט אויך אין מהרש"א חגיגה ג.
📎 פענח רזא.jpg
ונבנתה העיראיך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.
והי' כי תצא למלחמה. אלע מוטשענען זיך, והי' איז דאך א לשון שמחה, נו, דא רעדט מען דאך פון גיין אין קריג, אפגערעדט ע"פ פוילן אז בזמה"ז איז דער פשוטער פשט אויף מלחמת היצר, איז וואס איז די שמחה?
בשם אב"ד יארמע האביך אמאל געהערט פארענטפערן אז ס'שטייט טאקע נישט והי'...
---------
ביי יפת תואר זאגט רש"י אז די גוי'אישע טעכטער פלעגן זיך מתקשט זיין במלחמה להזנות אחרים עמהם. ווער זענען די אחרים? די אייגענע? די אידן?
פארוואס האבן זיי עס געטון? מכשיל צו זיין בחטא בשעת סכנה?
---------
בן סו"מ ווערט גע'הרג'עט ע"ש סופו מוטב שימות זכאי משימות חייב, סוף שמכלה ממון אביו ואינו מוצא לימודו גייט ער ארויס מלסטם זיין הבריות [דאכציך אז מ'שטעלט זיך אז לסטיות האט נישט קיין חיוב מיתה. פשוט מיינט עס מסתמא אז ער וועט הרג'ענען].
אין ירושלמי ענדיגט ער די שפיץ פונעם גאנצן דאמינאו עפעקט: סופו שמשכח תלמודו.
בעל בית'יש איז עס לכאורה עפעס א פליטת קולמוס פון 'אינו משכח לימודו', וואס ער איז געוואוינט.
-----------
אין ב"מ רעדט די גמ' [כ'מיין ר' ישמעאל] צו מען מעג חוסם זיין די פרה מבחוץ און אריינשיקען אין פעלד [טאקע אויך די וואך], זאגט ער אים מבית אביך אתה למד אז א כהן טאר נישט טרינקען מבחוץ און אריינגיין אין ביהמ"ק.
ר"י פיק אויפן גליון על אתר צייכנט צו א פולישע הערה צו די גמ' סנהדרין וואו ס'שטייט אז א בן סו"מ לא הי' ולא יהי', זאגט דער זעלבער מ"ד אני ראיתיו וישבתי על קברו. נו, אויב איז ער געווען א כהן ווי האט ער געמעגט זיצן ע"ק?...
----------
הקם תקים עמו, זאגט רש"י אז אויב זעצט זיך יענער אוועק און זאגט הואיל ועליך מצוה וכו' ביסטו פטור ווייל ס'שטייט עמו.
קומט אויס אז למעשה ווען א בעה"ב טוט אזוי איז טאקע נישט 'עליך מצוה'. פונעם לשון איז אבער משמע אז אפי' ס'איז יא דא די מצוה המקורית קומט 'עמו' און פטר'ט פון אזא שגץ.
----------
לא ילבש גבר. מעודי לא הבנתי פון וואו ס'נעמט זיך דער טעות פון לא תלבש.
--------
ר"י עמדין שרייבט אז א בע"ת וועלכער האט זיך געהאלטן אלס א מדקדק האט געזאגט ביי מעריב ושמור צֵאָתֵינוּ. האביך אים געזאגט: ושבת וכיסת את צֵאָתֶיךָ...
-----------
רש"י זאגט אז די דין שנה ראשונה גייט נישט נאר אויף נשא אשה, נאר אויך אויף חנך בית און חילל כרם.
---------
א פסוק אין די היינטיגע סדרה ווערט - נישט מער וּווייניגער - געקוואוט אין ספר מלכים: וְאֶת בְּנֵי הַמַּכִּים לֹא הֵמִית כַּכָּתוּב בְּסֵפֶר תּוֹרַת מֹשֶׁה אֲשֶׁר צִוָּה יְהוָה לֵאמֹר לֹא יוּמְתוּ אָבוֹת עַל בָּנִים וּבָנִים לֹא יוּמְתוּ עַל אָבוֹת כִּי אִם אִישׁ בְּחֶטְאוֹ ימות [יוּמָת].
-----------
והחזיקה במבושיו, דער א"ע זאגט אז ס'איז א מקום סכנה.
--------
תמחה את זכר עמלק. דער מלמד פון יואב בן צרויה האט געזאגט אין חדר תמחה את זָכָר עמלק. שפעטער האט ער וועגן דעם געלאזט לעבן די נקבות און דוד המלך האט געוואלט הרג'ענען דעם מלמד.
דר"א, צרויה איז די מאמע פון יואב, און איז א שוועסטער פון דוד המלך.
זייער שיינע הערות פנינינים יקרים מפז. איך האב שוין יענעם טאג געוואלט מגיב זיין, נאר לא איסתייעא מילתא.
דיין שאלה פארוואס זיי האבן מקשט געווען די טעכטער, קען זיין מושך צו זיין את לב השונא בדברים שנפשו של אדם מחמדתן, און אזוי וועלן זיי נישט געהעריג לוחם זיין און עווענטועל פארלירן די מלחמה.
און די ירושלמי בנוגע הבן סורר ומורה, הפני משה גורס לבסוף משבח תלמודו, דאס טייטש אז ער זיכט נאכצוגיין זיי רגילות.
און בנוגע קושיית ר"י פיק האב איך געזען צוצייכענען א פוילישען תירוץ, דהתוס' בב"ק ט"ז: אומר דעל קברו מיינט נישט ממש, נאר ברחוק ד' אמות.
און די מעשה מיט יואב זעט אויס אין די גמ' אז נישט דוד האט אים געוואלט הרג'נען נאר יואב, און איין מ"ד האלט אז ער האט נישט נאר געוואלט, נאר האט מקיים פסק געווען בפועל ממש.