☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4566
בלאט: 1 2 3 4

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 4:23 pm

· #272722
שמעתי בדרך צחות אז די מעשה פון א חלום איז א הכרח, ווייל אויב נישט וויאזוי קענען זיי איבער בעטן אויף עפעס וואס זייער טאטע האט געהאלטן אז עס איז לש"ש און ריכטיג צו טוהן, אי לאו אז ער איז געקומען אין חלום פארציילן די אמת, ומסתמא כן היה ויהי לפלא. 😃

א איד » דינסטאג מאי 5, 2015 4:32 pm

· #272726
berlbalaguleh
א איד
אונז ווארט מיר נאך אויף די ניקים החומים בצימעס, עפעס האבן זיי איינגענומען א שטילשווייגעניש דערווייל. וואס איך האב געמאכט ריסוירטש דערווייל, איז נישט געווען קיין חלום, נאר בעריש׳ס קינדער האבן געוואלט טוהן עפעס לטובת נשמת אביהם, און זיי זענען געקומען צום ניקלשבורגערס טיש עם איבערבעטן.

א איד: אפשר האבן זיי געזעהן זאכן בהקיץ וואס האט זיי געמאכט טראכטן אז אפשר איז כדאי איבערצובעטן א איד וועם מ'האט געצאפט די בלוט און מבזה געווען ברבים פאר אזויפיל יארן...?!

קען זיין אז דו ביזט גערעכט

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 6, 2015 1:40 pm

· #272929
איך בין קיינמאל נישט געווען צו באקאנט מיט די גאנצע פרשה אבער אזויווי מ'האט עס דא ארויפגעברענגט, האב איך אביסול אנגעהויבן שטאדירן די סוגיא.

אויף איינע פון די פריערדיגע בלעטער אין דעם אשכול האב איך געטראפן א לינק צום קונטרס דברי שלום ואמת, ארויסגעגעבן דורך צד ניקלשבורג (אדער אפשר גאר דורך ר' מיכל אליין). די קונטרס האט איבער 500 זייטן און ס'האט גענומען היבש צייט דורכצובליקן די גאנצע.

ס'נישט צו גלייבן ווי מ'האט געקענט פארפירן דעם עולם ובתוכם רבנים און ת"ח. קען אבער זיין אז דעמאלטס האט מען עקספעקטעט אז איינער וואס וויל פראווען רעביסטעווע זאל זיין הונדרעט פראצענט פערפעקט.

גאנצל » מיטוואך מאי 6, 2015 2:16 pm

· #272939
די שונאי ר' מיכל זאגן די זאך איז פשוט

ר' מעכיל האט געמאכט כאילו מ'זאל מיינען אז בערישעס קינדער זענען דא און כאילו זיי פארציילן אבער באמת הייבט זיך נישט אן די גאנצע זאך דאס איז נאך א שפיל פון ר' מיכל

אוי האט מען אונז איינגערעדט שקרים אויף דעם ר' מיכל מענטשן האבן זיך געשוואוירן אין די ווארהייט דערפון און דער גוטמאן האט זיך געהאלטן אין די זייטן

נ.ב. די חורבן איז אז מ'טוט דאס נאך אלס און מענטשן גלייבן נאך כגון די קראצמיך ביימער אין סקול דיסטריקט

יעקב » מיטוואך מאי 6, 2015 2:39 pm

· #272940
איך זעה וואס שמעון וואלף שרייבט
די ווינדער איז געווען ווי מענטשן האבען גענומען פאר א חיוב יענעם צו באגראבען
איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען יענע צייט האט מיר דערציילט, די שקרנים האבען אויסגעטראכט אויף יעדן שקרים
זאגט ער, זיי האבען אויף מיר דערציילט מעשיות אשר לא היו ולא נבראו
מארגען האבען זיי דערציילט אויף ר מיכל
האט ער זיי זיי גזאגט, נאכטן האסטו דאך געזאגט אויף מיר שקרים, ממילא, איז מיר גאר נישט אינטערסאנט

אגב: דער דערציילער, איז דער מחבר און שרייבער פון דברי שלום ואמת
קומט ר שמעון וואלף (אזוי ווי די אמלאליגע) און זאגט אז דער שרייבער איז גאר ר מיכל

יעצט פארשטייסטו שוין, וואזוי עס האט אויסגעקוקט יענע צייט, מהאט געקענט אראפ גיין פון זינען, ווי די שקרים זענען געפלויגן

געוואלדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 3:45 pm

· #272953
יעקב


אגב: דער דערציילער, איז דער מחבר און שרייבער פון דברי שלום ואמת
קומט ר שמעון וואלף (אזוי ווי די אמלאליגע) און זאגט אז דער שרייבער איז גאר ר מיכל


ער האט דאס נאר געזאגט בלשון אפשר.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 6, 2015 3:52 pm

· #272957
כאפסט נישט.

@יעקב וויל ווייזן וויאזוי ס'האט אויסגעזען דעמאלטס. ווען איינער האט געזאגט עפעס בדרך אפשר האט א צווייטער עס שוין נאכגעזאגט מיט א זיכערקייט אז ס'איז טאקע אזוי.

ל.רוזן » מיטוואך מאי 6, 2015 3:53 pm

· #272958
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג

געוואלדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 3:55 pm

· #272960
לייג דאס איבער נישט דורך טעפלאק אז איך זאל דאס קענען זעהן.

ל.רוזן » מיטוואך מאי 6, 2015 4:03 pm

· #272963
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
📎 uploadfromtaptalk1430942630770.jpg

ל.רוזן » מיטוואך מאי 6, 2015 4:04 pm

· #272964
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
בעססער?

געוואלדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 4:05 pm

· #272966
יא, א גרויסן דאנק.

יעקב » מיטוואך מאי 6, 2015 4:59 pm

· #272989
דא האט איר א בילד
📎 niklsbrg Kalev.jpg

קאפשטיק » מיטוואך מאי 6, 2015 5:08 pm

· #272992
ווי קען מען זעהן די גאנצע טריביון אויפן געוועב? אדער אויב עימעצער קען ארויפשטעלן די ארטיקל ביטע?

יעקב » מיטוואך מאי 6, 2015 5:38 pm

· #273006
לכבוד ר שמעון וואלף
אנשולדיגט

א איד » מיטוואך מאי 6, 2015 8:04 pm

· #273034
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
אה די חברה זענען אנגעקומען ברוכים הבאים.

יעקב » דינסטאג מאי 12, 2015 11:43 am

· #274386
דא האט איר די דרשה, הגם עס איז נישט בשלימות, למשל ער לאזט אויס די ווארט פון רבי ר ברוך זי"ע, בזאת ידעתי כי חפצת בי, רבש"ע, מיט דעם ווייס איך אז דו ווילסט מיך, כי לא יריע אויבי עלי, אז דו וועסט נישט שלעכטס טון פאר מיינע שונאים
אויב איר ווילט הערן קלארער
דאן רופט
845-738-1400
#5
📎 CARD-AFTER-PARTY.jpg

יעקב » דינסטאג מאי 12, 2015 3:37 pm

· #274462
טעות גמור

יעקב » מיטוואך מאי 13, 2015 5:01 pm

· #274789
יושב בשמים ישחק למו ה' ילעג למו
ביטע זאג מיר פשט אין דעם פסוק

יעקב » מיטוואך מאי 13, 2015 5:01 pm

· #274790
טעות

יעקב » מיטוואך מאי 13, 2015 5:02 pm

· #274791
טעות

יעקב » מיטוואך מאי 13, 2015 5:03 pm

· #274792
טעות

געוואלדיג » מיטוואך מאי 13, 2015 5:04 pm

· #274793
יעקב, גענוג.

יעקב » מיטוואך מאי 13, 2015 5:08 pm

· #274796
איך האב צופיל געשריבן, מלאזט נישט מעקען, ממש מקען נישט תשובה טון
אפשר שרייבט מיר איינער וואזוי צו מעקן

יעקב » מיטוואך מאי 20, 2015 1:21 pm

· #277306
ווער זאגט אז עפעס גייט פאר
חוץ דעם די שאלה באלאנגט אין צימעס

ניקלשבורג » מיטוואך מאי 20, 2015 2:07 pm

· #277317
אין צימעס איז אויך אויפן רבי'נס פראפיל, און אין די אשכון באלאנגט דאס נישט, עיין שם מיין בליק אלס א ניקלשבורגער חסיד.

יעקב » זונטאג מאי 31, 2015 12:36 pm

· #279272
מעק

טוב » זונטאג מאי 31, 2015 2:27 pm

· #279305
diff
אז ס'דא נייע פראבלעמען לוינט שלום מאכן מיט די אלטע


לאמיר אייך געבן מיין מיינונג, אלס אן האלבער מתפלל, אויף די גאנצע מחילה.

אויב איינער געדענקט אביסל היסטורי. איז ארום געפארן א טעיפ און די ל' יארן ווי 2 דעמאלטסדיגע אנהענגער פון ר' מעכל, ש"ק און חש"ב זאגן אריין און א טעיפ א מעשה ווי ר' מעכל האט געהאלטן ביים שטארבן און געלאזט א לאנגע צוואה... און דערנאך זיך אויפגעוועקט און געזאגט אז מהאט אים אויסגעפויעלט אז ער קען צוריק קומען בתנאי ער איז גרייט צו ליידן שווערע רדיפות.... (דאס איז די מעשה זייער און קורצן. זיינע מתנגדים האבן דעמאלטס געמאכט מטעמים און גרויסן. דאס איז נישט מיין ציל דא ) איך וויל נאר ארויס ברענגען א פוינט ווי אזוי דער רבי ארבעט

דעמאלטס האט ער געזען פאר זיך קומען גרויסע קעגנערשאפט, האט ער געמיזט פאר דרייען זיינע חסידים א קאפ אויף כח. כדי צו קענען אנגיין.

די זעלבע מיט די מעשה מיט די מחילה, ער האט געדארפט אביסל פארדרייען דעם עולם זיינע א קאפ. האט ער ערלעדיגט דעם שפיל פסח שני אויף א וואונדערבארן אויפן.

והא ראי' כהאב געהערט דארט און שול א טאג שפעטער אז דער מענדעלע לויפער איז געווען ביי ר' מעכל נאך פאר פסח ראשון און אים געברענגט א פאס וויין פון זיין קאמפעני און געבעטן מחילה און ר' מעכל האט אים דאן געזאגט "איך קען דיר נישט מוחל זיין אויף די חשבון פון מיינע קינדער" אבער אזוי ווי ער האט געדארפט אנהייבן זיין יעצטיגע מערכה אויף א העכערע gear האט ער צוריק גערופן דעם בערישן'ס זין און געבעטן צו קומען פסח שני אים צוהעלפן מיטן שפיל. אבער די עיקר צו Create'n א מצב פון רחמנות כדי מזאל בארעכטיגן די קומענדיגע שריט.

און וואס זאל איך ענק זאגן . אזוי ווי דעמאלטס זענענן זיינע חסידים געווארן איבער גענימען און געגאנגען אין פייער און וואסער פאר אים אן קיין אפשטעל פאר רבנים, עלטערן, נאנטע משפחה, גוטע פריינט, יעדעם געריקט און די זייט, אזוי אויך יעצט.... וד"ל דוק ותשכח שאל אביך ויגדך...

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 31, 2015 3:10 pm

· #279321
הוילע בלאף דער @טוב שרייבט נישט עפעס אנדערש נאר פין ניקלשבורג. דרייעט אן כהאס קען אלע נעמען לכו' איז ער גאר איינער פין די אלטע הנהלה.
איז אויב אזוי פליז האק נישט אויף ניקלשבורג ענדערש בארעכטיג דיך העסט בעסער אונקומען.

ישראלי » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:29 am

· #302069
איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען נאך טרעפן דעם אלטן ביכל מתי שוא?

ישראלי » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:54 am

· #302072
איינער זאל מיר ביטע זאגן וועלכע טוילעט

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:32 am

· #302095
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
ישראלי
איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען נאך טרעפן דעם אלטן ביכל מתי שוא?

גם אני מצטרף איך וואלט געוואלט א בליק טוהן און דער ביכעל און אויך אויףן דברי שלום ואמת (איך קען נישט עפענען די לינק) ביטע איבער לייגען ביידע אדער אנווייזן ווי מען קען דאס טרעפן

ישראלי » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:37 am

· #302097
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
דעם דברי שלום ואמת קען מען פארשאפן ביי די חסידי ניקלשבורג אבער דעם מתי שוא ווייס איך נישט ווי צי שאפן

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:57 am

· #302102
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
משום גילוי וויל איך נישט צו גיין צו א ניקלשבורגער עס בעיטן טאמער איינער קען עס פאוסטן וואלט איך עים שטארק דאנקבאר געוועין

ניקלשבורג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:39 pm

· #302166
קענסט גיין צו די אידן וואס האבן נישט קיין ניק דא, איך גלייב דו ווייסט ווער זיי זענען.

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:42 pm

· #302168
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
ניקלשבורג
קענסט גיין צו די אידן וואס האבן נישט קיין ניק דא, איך גלייב דו ווייסט ווער זיי זענען.

Wow I didn't c u for a long time
איך גלייב די האסט עס נו לייג ארויף כאטש די דברי שלום ואמת

ניקלשבורג » זונטאג יולי 3, 2016 5:29 pm

· #340025
די וואך פרייטאג צונאכטס פרשת שלח העעל"ט איז אין ביהמ"ד פארגעקומען א טרויעריגע און אינטרעסאנטע ספעקטאקל ווען נאך מנחה פאר קבלת שבת, האט מען פלוצלינג געהערט קלאפעס אויפן בלעמער און איינער א אומבאקאנטער האט זיך אויפגעשטעלט ביים באלעמער און געזאגט...

מער ווייניגער איז דאס תוכן דבריו
מורי ורבותי מיין נאמען איז .......... פאר בערך פופצן יאר צוריק איז דער רבי שליט"א געווען אין קאשוי, דער רבי איז געזיצן דארט אין א שטוב, און געווארט אריינצוגיין צו קאשויער רב ז"ל, איך בין דעמאלטס געווען א אינגער בחור מיט ווייניג שכל, און איך האב געוואלט מקנא זיין קנאת ה' צבקות, האב איך גענומען א גרויסע שטיין און אריינגעווארפן אין די שטוב אויסשיסנדיג דערביי די פענסטער, נאכפאלגענדיג מיט נאך שטיינער וואס איך האב געווארפן, שפעטער ווען די רבי איז געזיצן ביי א טיש מיט קאשויער רב, האב איך ווייטער געשטאנען דארט אין חוזק געמאכט, היינט ווען מיין שכל איז נתרבה געווארן, פארשטיי איך די עוולה וואס איך האב געטוהן, און איך וויל איבערבעטן דעם רבין שליט"א און ווער עס איז אלץ דארט געווען, איך קען נישט קיין נעמען, איך ווייס אז ר' נחום שווארטץ איז דארט געווען, און איך וויל בעטן מחילה דא ברבים, און מען זאל איבערגעבן פאר די אנדערע אידן אויך אז איך בעט זיי איבער.

וועט מען אוודאי פרעגן אי מלכא אנא עד השתא לא אתי לגבאי? ווי בין איך געווען ביז יעצט? נאר יעצט פאר פסח איז מיין צוויי יעריג קינד א געזונט קינד וואס גארנישט האט איהם געפעלט איז איין טאג נישט אויפגעשטאנען ליידער, און איך בין זיכער אז עס קומט וועגן דעם, בעט איך נאכאמאל אז מען זאל מיר מוחל זיין, און ווער עס קען נישט מוחל זיין, זאל מיר זאגן וואס איך קען טוהן אז מען זאל מיר מוחל זיין.

רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרייט צו איהם און געזאגט מחול לך מחול לך, און נאכן דאווענען האט די רבי איהם געפרעגט, וואס איז זיין קינד'ס נאמען, צו לערנען משניות לעילוי נשמתו.

טאמבל סאס » זונטאג יולי 3, 2016 5:47 pm

· #340030
ווען איך וואלט דארט געווען וואלט איך געענטפערט: איך האב דיר שוין דאן מוחל געווען ווייל יא מחילה נישט מחילה איז במילא קיין נ"מ. אבער ווייניג שכל האסטו נאך יעצט, ווייל אז כהאב דיר שוין דעמאלס מוחל געווען איז די שטראף נישט וועגן דעם און אז דו האסט זיך דערוועקט נאר דאדורך דעם האט דיין חרטה יענער פנים. נאר האסט מזל אז כהאב דיר שוין דעמאלס מוחל געווען אדער הארבער, מיין מחילה מאכט אויך נישט צופיהל אויס. צווייטנס, גאט שטראפט נישט אזוי און זיכער נישט קינדער פאר די חטא פון זייערע עלטערן. אבער א נחת אז דו פיהלסט יעצט אויך א צער, ווען דו האסט מיר דעמאלס מצער געווען, דאס בין איך מבטיח וועל איך ארבעטן אויף מיר, כ'זאל נישט שפורן. כ'קען דיר אבער נישט צוזאגן. נאכאלעם בין איך א בשר ודם.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 3, 2016 6:06 pm

· #340032
טאמבל איך זעה דו ווייסט וואס טוצעך אין הימל, איך ווייס ליידער נישט גארנישט, אבער לגבי די נקודה וואס דו שרייבסט
טאמבל סאס
צווייטנס, גאט שטראפט נישט אזוי און זיכער נישט קינדער פאר די חטא פון זייערע עלטערן


איז פונקט די וואך אין די פרשה זעהט מען אז ס'נישט אזוי, און איך בין מעתיק די תגובה פון שמעון וואלף:
שמעון וואלף
אויבן האב איך געברענגט מקורות אז מחלוקת ברענגט טראגעדיעס
רש"י אין פרשת קרח (במדבר ט"ז כ"ז) שרייבט "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא ב' שערות ובית דין של מעלה עד עשרים שנה, וכאן אבדו אף יונקי שדים"

אינטערסאנטער » מאנטאג יולי 4, 2016 1:53 am

· #340087
די מידות מזוהבות פון דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א איז הפלא ופלא, אפילו זיינע שונאים זענען דאס מודה. חוץ זיין גדלות בתורה ובעבודה ובהשפעה און פילע אויסטערלישע געלונגענקייטן וואס די וועלט האט נישט פארגינען ליידער.

און איך בין נישט קיין ניקלשבורגער חסיד. גלייבסט נישט? דיין פראבלעים

קאמענטירער » מאנטאג יולי 4, 2016 10:34 am

· #340117
חוץ זיין גדלות בתורה ובעבודה ובהשפעה און פילע אויסטערלישע געלונגענקייטן וואס די וועלט האט נישט זוכה געווען ליידער.

סאיז א זשענערל פראבלעים וואס די חסידשע קרייז מוטשעט זיך אז געלונגענע מענטשען קענען נישט ארויסגעבן זייערע טאלאנטען ווייל זייזענען געבוירען געווארען צו בלויע קאלנער משפחה'ס און בו בעת מוז מען זיך שטיקען מיט פירערס און דעריקטארען פון מעכטיגע מאוומענטס אפי' זיי זענען נישט עפעס אזוי געוואלדיג געלונגען
איין מעלה איז יא אז נישט יעדער איינער פאר וועמען עס שמעקט קען נעמען די גדולה און האנט אריין
שטעלט אייך פאר ווען סאיז ווען די נארמע צו זיין ווי דאבשינע רעבי מוואלט דאך אויס געלאפען פון שטעיטליך

יהודי פשוט » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 5:05 pm

· #357065
איך בין אנגעקומען אויף קאווע שטיבל נישט צו לאנג צוריק און הערשט יעצט האב איך געטראפן דעם אשכול איבער ר׳ מעכל לעבאוויטש, איך האב אסאך צו זאגן, אבער איך בין נישט אזוי מסודר׳דיג ממילא בעט איך איבער דעם עולם אויב עס וועט זיין אביסל צופארן.

פאר די אלע וואס האבן געשריבן אז ר׳ מעכל איז א רבי פונקט ווי אלע רבי׳ס און אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס האט ער אויך רעכט, איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין דעם נושא צו אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס ווייל דאס איז נישט דער טעמע יעצט און עס פאר לאנגע א גודל אריכות ואין כאן מקומו, נאר בנוגע ר׳ מעכל, ער איז נישט קיין פשוט׳ער שפילער וואס וויינט שיין ביי שאלעשידעס און מאכט שיין מיט די הענט ביי כל מקדש און טאנצט א שיינע מצוה טענצל, דאס אלעס שטערן נישט קיינעם אדרבה אסאך אידן האבן הנאה צו זעהן א שיינעם טיש וכדו׳ אפילו אויב עס איז געשפילט, אבער ר׳ מעכל האט מכר ווי אנדערע רבי שפילער׳ס איך האב מקבל געוועהן גאר קראנו מענטשן וואס געדענקן גאר מאדנע זאכן וואס ער פלעגט טוהן רון איין רעדן פאר זיינע בהמות אז דאס איז ענינים על פי קבלה און העכערע זאכן, לדוגמא ער פלעגט קענען נעמען אזעלכע משוגעים ווי מענדעל׳ע ווייס (אן אפגעריסענער משוגע׳נער וואס פלעגט זיך דרייען אין די גאסן און מען האט נישט געקענט שטיין אין זיינע ד׳ אמות צוליב דעם גערוך וכדו׳) און ער האט איהם גענומען אין די זייט און געשמועסט מיט איהם שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן און דערנאך פלעג ער צוריק קומען זאגן אז דאס איז עפעס א העכערע נשמה און ער האט גערעדט מיט איהם גאר הויעכע ענינים וכו׳, דאס איז שוין אינגאנצן א נייע בחינה פון שפילן און בלאפן.

יעצט צו די וואס האבן ארום גערעדט איבער זיינע געוואלדיגע גוטע מידות, פרעגטס ענק אביסל נאך ביי די מונקאטש׳ער אידן וואס געדענקן איהם נאך פון ווען ער איז געוועהן דארט איין געשטעלט זיי וועלן פונקטלעך וויסן צו דערציילן איבער זיינע פיינע מידות ווי ער האט ליב געהאט אפצוטוהן א גוטן שטיקל אויף עפעס א תם וואס יענער וועט דאך סיי ווי נישט כאפן, און דער עולם וועט שטארק לאכן פון דעם גוטן שפיצל וכדו׳ אזעלכע סארט זאכן, ער האט זייער ליב געהאט אונטער צו הערן פריוואטע שמועסן פון אנדערע מענטשן, ער פלעגט קענען זאגן גראבע אפענע שקרים פאר מענטשן אין פנים אריין, פרעגטס נאר אין מונקאטש עטס העטס שוין הערן.

יעצט אחרון חביב, וואס צוליב דעם האב איך בכלל אנגעהויבן שרייבן, ווייל בעצם אינטערעסירט מיר די גאנצע זאך אין די לינקע פאה, איך האב גראדע ליב צו הערן זיינע שאלעשידעס בכיות און איך האב ליב צו זעהן זיינע שפילן (טישן), נאר היות מען האו אנגעהויבן רעדן דא איבער וואלף גוטמאן וויל איך עס נישט אזוי אדורך לאזן, נאר אביסל מסביר זיין דער ענין פון ר׳ וואלף ע״ה, ר׳ וואלף איז געוועהן א שטארקער מונקאטש׳ער חסיד, אדוק ומקושר בכל נימי נפשו צו כ״ק אדמו״ר מ׳מונקאטש שליט״א און זיך נישט גערירט אן איהם, ר׳ וואלף איז געוועהן העד קאונסלער אין מונקאטש׳ער קעמפ און דאס אז ער האט באקומען דעם דזשאב האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט ר׳ מעכל, נאר היות אז ר׳ מעכל איז געוועהן מנהל דעמאלטס האט ר׳ וואלף גע׳ארבעט אסאך מיט איהם אינאיינעם.

יעצט בנוגע דעם גביות עדות און דעם מסירת מודעה, ווען עס איז פאר געקומען די גרויסע שערוריה אנטקעגן ר׳ מעכל, האט מען פון בי״ד גערופן ר׳ וואלף גוטמאן אז ער זאל אריבער קומען אין בי״ד ווייל זיי ווילן מיט איהם רעדן, איז ער געגאנגען אין בי״ד אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, בי״ד האו איהם געפרעגט צו ער ווייסט פון דעם אז ר׳ מעכל פלעגט ארויס פארן פון קעמפ אסאך מאל ביינאכט און צוריק קומען שפעט פארטאגס, האט ער גע׳ענפערט יא ער ווייסט דערפון און ער קען עדות זאגן דערויף אז ער פלעגט אוועק פארן, ער ווייסט נישט ווי ער איז געפארן און וואס ער האט געטוהן דארט אבער ער איז עדות אז ער איז געפארן, און ער האט דערויף אפיציעל עדות געזאגט אין בי״ד וזה הוא, דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגסט זיך עס.

יעצט איבער די מסירת מודעה, ווער עס טוט אביסל אדורך דעם ענין פון דעם מסירת מודעה איז עס ממש א געלעכטער, די גוטמאן משפחה לעבט, עס קען יעדער זיין גיין פרעגן, זיי ווייסן צו זאגן פון דעם קויפמאן, אבער זיי ווייסן נישט פון אזא מעשה צו זאגן אז ער איז געוועהן מיט זייער טאטן אין פילאדעלפיע.

דער דאטום ווען דער מסירת מודעה הרט געזאגט פארקומען איז תשנ״ח דעמאלטס איז ר׳ וואלף שוין די צווייטע מאל קראנק געוועהן, ער איז קראנק געוועהן שטין איינמאל פארדעם, און נישט סתם קראנק נאר ממש על ערש דוי, אינטערעסאנט אז דעמטלטס איז איהם גארנישט בייגעפאלן אז אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ער האט געפאלגט די הלכה און עדות געזאגט אויף א זאך אויף וואס ער איז געוועהן עדות, נאך א פלא איז אז אין יאר תשנ״ט איז ר׳ וואלף געוועהן אין רימישע״ן (אזוי דאכצעך מיר אס ס׳הייסט) דאס הייסט אז די מחלה איז אוועק געגאנגען און מען דארף האלטן אן אויג פאר א שטיק צייט זעהן צו מען זעהט טאקע גארנישט וואס דאן קען מען באשטעטיגן אז ער איז פולקאם געזונט, עכ״פ אין יענע תקופה איז ער אנגעגאנגען מיטן טאג טעגליכן לעבן געהעריג, אינטערעסאנט אז עס איז איהם נישט בייגעפאלן דעמאלטס צו גיין איבערבעטן ר׳ מעכל, בפרט אז דער וועם ער האו מ׳כלומר׳שט געשיקט האט נאך דעמאלטס נישט געהאט איבער געגעבן דעם שליחות, אויך איז אינטערעסאנט אז ר׳ וואלף האט יעדע קלייניגקייט אין לעבן איבער געשמועסט מיט זיין רבי׳ן דער מונקאטש׳ער רב שליט״א און פונקט דער זאך האט ער איהם נישט געקענט פרעגן צו אפשר איז ער קראנק צוליב דעם, הלא דבר הוא ???

נאכדעם וואס דער מסירת מודעה איז ארויס געקומען אין פאבליק, האט משפחת גוטמאן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט דעם קויפמאן, אבער אין קול ואין עונה ואין קשב, מען הערט נישט פון און מען זעהט נישט פון איהם, פשוט ער באהאלט זיך פון זיי, ווייל ער ווייסט גאר גוט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף און שקר, און ער שעמט זיך פשוט צו קוקן די גוטמאן׳ס אין פנים.

יעצט אחרי ככלות הכל, לאמיר שוין זאגן אז די גאנצע מעשה מיט מסירת מודעה וואלט ווען יא געוועהן אמת, ווי קומט דאס צו א איד נאך דערצו איינער וואס האלט זיך פאר א רבי און א צדיק צו נעמען די נאמען פון א טייערע אינגערמאן וואס איז שוין ליידער נישט בהאי עלמא, און עס אזוי צו׳פאטשקענען און די גאסן אן דעם וואס ער זאל מברר זיין אביסל צו די מעשה קען בכלל שטימען, או דעם וואס ער זאל רופן די משפחה און רעדן מיט זיין קודם, דאס מיינט ער איז געגאנגען בכוונה און געטירנקן דאס בלוט פון אן אלמנה און יתומים און דאס אלעס האט ער געטוהן ברבים ביי א מ׳כלומר׳שטע פסח שני טיש מיט׳ן שיינעם קאלירטע בעקיטשע און ברייטן היט, און דערנאך קענען קומען מענטשן און זאגן אויף איהם צדיק און קדוש און אז ער האט אזעלכע פיינע מידות אוי לנו שכך עלתה בימינו, און אויף דעם וויינט דער נביא ״חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי״ איך האב פיינט ענקערע פסח שני טישן, ווי מען קומט זיך צוזאם כדאי מצער צו זיין אנדערע אידן אום אלעס אונטערן שליחים פונעם תורה פשוט ווייל ער וויל אז יענער זאל האבן א תיקון אויף יענע וועלט, געוואלד און געשריגן, און דאס גופא דארף נאך ארויס צו ווייזן זיינע שיינע מידות אז ער האט יעדעם מוחל געוועהן, אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן פני הדור כפני הכלב, איך האף אז ער וועט בקרוב תשובה טוהן און איבער בעטן די אלע וואס ער האט פארשעמט ברבים.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:45 pm

· #357093
יהודי פשוט: דיין מאמר איז ריין לשון הרע, געמישט מיט דיין פערזענליכע אגענדא פון הוצאת שם רע אויף אן ערליכן איד וועלכער איז מקרב לבבות של ישראל לאביהם שבשמים. א דורכגעליטענער איד וועלכער האט זיך און אנדערע מחזק געווען מיט די געוואלדיגע מידת הביטחון. אן עובד ה' . די אנדערע פרטים וואס דו רעכנסט דא אויס, זענען נישט באקאנט פאר מיר און פאר אנדערע נייטראלע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פערזענליכע נגיעות. זיי קענען יא, אדער נישט אמת זיין. למחצה, לשליש ולרביע. נאר ס'איז לא מעלה ולא מוריד. ווייל ווען מ'קוקט אויף די גאנצע פיקטשער זעהט מען א איד וועלכער איז זייער א סאך אדורך געגאנגען אין זיין לעבן און ער שמייכלט נאך און ווייזט ארויס זיין אהבת ישראל פאר א יעדן איד. דאס איז די גרעסטע מעלה פון אלעם...!

מאטל שניידער » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:59 pm

· #357094
יהודי פשוט וואס זאגט די מונקאטשער רבי אויף ר' מיכל?
אגב איך ווייס נישט צו סאיז דא נאך א נושא וואס האט געברענגט אזויפיל נייע מעמבערס...

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:09 pm

· #357096
מאטל שניידער: ייש"כ. איך פיהל ווי איך האב דא ב"ה א חבר. א קאלעגע. ס'איז זייער איינזאם צו זיין א בעל עגלה צווישן אזעלכע הויכגעלערנטע און הויך געשעצטע אידן. ידענים. אדער די וועלכע רעדן זיך איין אז זיי זענען ידענים. אפשר קענסטו נאך ברענגען א שוסטער און א בלעכער דא אהער אין קאווע שטיבל, וועל איך זיין זייער צופרידן. ולמצוה גדולה ייחשב... 😂

מאטל שניידער » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:16 pm

· #357100
יהודי פשוט, כהאב איין שאלה צו דיר... וואס פונקטליך האסטו געזעהן לעצטענס אז ר' מיכל האט גוטס אין זיין לעבן אז דו זאלסט נעמען די מיה צו זיך איינשרייבן דא אין שטיבל אים צו אטאקירן?? קען זיין פשוט ווייל דו האסט געזעהן אפאר גינסטיגע תגובות דא? ניטאמאל דאס פארגינסטו אים?

א איד » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:31 pm

· #357102
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
יהודי פשוט


נאכדעם וואס דער מסירת מודעה איז ארויס געקומען אין פאבליק, האט משפחת גוטמאן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט דעם קויפמאן, אבער אין קול ואין עונה ואין קשב, מען הערט נישט פון און מען זעהט נישט פון איהם, פשוט ער באהאלט זיך פון זיי, ווייל ער ווייסט גאר גוט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף און שקר, און ער שעמט זיך פשוט צו קוקן די גוטמאן׳ס אין פנים.


פארוואס האבן זיי זיך נישט פארבינדן צום ניקלשבורגער רבין?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:54 pm

· #357104
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
Wow
סאיז ב״ה אדורך א שיין שטיק צייט וואס מהאט נישט בארעדט קיינעם דא אין שטובעל.

לאמיר האלטן די סטענדארד הויך אין די אשכולות וועלן בלייבן שטינקען פין אינטען.

ביטע נישט ענפערן נישט נאר אין די אשכול נאר אין אלע אנדערע וואס בארעדן פערזענליכע מענטשען

לאמיר טרינקען קאווע אן לשון הרע.

יהודי פשוט גיי אהיים טאטי קומט באלד סאיז נישט פאר קיין בוחרים די שמועס (פאלאץ דא)

מאטל שניידער » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:08 pm

· #357108
גרויסע מענטשעלע


יהודי פשוט גיי אהיים די קינדער ווארטן אויף טאטי'ן

פארראכטן

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:09 am

· #357116
א איד: איך פארשטיי נישט פונקטלעך די שאלה, פארוואס זאלן זיי זיך פארבינדן מיט ר׳ מעכל? פשוט איהם מודיע זיין אז ער האט זיי וויי געטוהן?? איך מיין אז ער פארשטייט עס אליין.

יעצט צו אלע אנדערע וואס זענען געווארן אויס מענטש פון די טריקענע פאקטן, די טבע פון מענטשן איז זיך אנצונעמען פאר א נרדף און איך פארשטיי ענק אבער דאס מאכט איהם ווייטער נישט פאר קיין צדיק און דאס געבט נישט קיין בארעכטיגונג פאר זיינע עוולות.
בלאט: 1 2 3 4