☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4566
בלאט: 1 2 3 4

א איד » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:53 am

· #357118
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
און קויפמאן האט עס נישט פארשטאנען אליינס?
ווען וואלף גוטמאן האט אויפגעמאכט די אלע שקרים פון די גביות עדות, האט ער עס אויך פארשטאנען אליינס?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:36 pm

· #357143
יהודי פשוט: איך זעה אז דו ביסט זייער שטארק אנגעווייטאגט אויף איהם. איך גיי איהם שוין קאללן (בלי"נ) און זאגן אז א איד איז זייער שטארק ברוגז אויף איהם. איך בין זיכער אז ער וועט זיך שטארק מצער זיין ווען ער וועט דאס הערן. דו ביסט גרייט אריבערצוגיין אין ניקלשבורגער ביהמ"ד און בין מנחה למעריב וועט די רבי איבערשמועסן די גאנצע סוגיא מיט דיר.אדער אפשר ווילסטו אז ער זאלל אריבערקומען צו דיר אין שטוב. איך בין זיכער אז א יהודי פשוט וואוינט אין א בית פשוט. דו ווילסט מוחל זיין מיר איבערגעבן דיין אדרעס און פאון נאמבער, שטילערהייט. אז קיין פרעמדער זאלל נישט הערן. און איך וועל דאס בלי"נ איבערגעבן פאר'ן ניקלשבורגער רבי'ן. און ער וועט זיך שוין פארבינדן מיט דיר...ביי דע וועי. דו וואוינסט אין נ.י. סיטי אדער אין מאנסי. איך בין סתם נייגעריג צו וויסן...יישר כח למפריע...(ניין. סאיז נישט קיין טעות הדפוס אדער אן אמעראצעס. דער קריטיקירער איז אן עיין ה"א. ווייל ער ווייסט נישט די מיינונג פון דעם ווארט... 😂 🙄 )

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 2:35 pm

· #357149
א איד: ווי איך האב שוין געשריבן איז דער גביות עדות געוועהן אויף איין פרט, וואס ר׳ וואלף ז״ל האט דאס מעיד געוועהן ווייל עס איז געוועהן אמת און ער האט עס געזעהן מיט זיינע אויגן, נאר וואס דען, אין דעם פאל קומט צו זאגן דעם מאמר החכם my mind is made up already, don't confuse me with the facts, און עס שטערט מיך לגמרי נישט, אז עטס זענט נישט אינטערעסירט אין פאקטן.

יעצט צום בעל עגלה, איך האב עס נישט געוואלט דערמאנען אבער אז די האסט שוין אנגערירט די נושא וועל איך עס זאגן, איך פערזענליך האב גראדע ליב ר׳ מעכל׳ס סטייל, איך הער אסאך אויס זיינע שאלעשידעס תורות, זיינע בכיות, זיינע ניגונים, זיינע טישן וכדו׳ איך גלייך עס גאר שטארק, אבער איך גיי נישט לכבוד דעם זיך אן נעמען פאר איהם בלינדערהייט דארטן ווי ער איז באגאנגען א שרעקליכע עוולה.

נ.ב. איך בין טאקע אן ע״ה, אבער אזוי פיל ווייס איך נאך

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 3:18 pm

· #357150
איך זוך נישט אריינצורדען אין דעם נושא, (באלד וועט נאך איינער זאגן אז מיין ניק איז אויך לכבוד דעם נושא...), נאר אלס איינער וואס דרייט זיך אין מונקאטש וויל איך מעיד זיין אז יעדעס ווארט וואס יהודי פשוט זאגט איז אמת ויציב ונכון.
איך האב שוין געזען דעם אשכול פאר לאנגע חדשים צוריק, איך האב שוין געוואלט אויסשרייען דעם אמת איבער גוטמאן'ען א לאנגע צייט צוריק, אבער אין זה דרכי זיך צו מישן אין ענינים וואס האבן מיט מיר קיין שייכות נישט. איצט אבער, ווען איינער זאגט שוין דעם אמת, ערלויב איך מיר מגיב צו זיין אז איך שטיץ זיינע אינפארמאציע. ודי בזה.

ביטע נישט צוטירן מיינע רייד און נישט ענטפערן ווייל איך פלאן נישט נאכאמאל צו שרייבן אין דעם אשכול, עס איז נישט מיין סטייל.

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 3:42 pm

· #357151
יעצט וועט דער עולם שוין מוזן גלייבן ווייל ״על פי שנים עדים יקום דבר״

שלמה המלך » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 3:51 pm

· #357152
גרויסע מענטשעלע
....יהודי פשוט גיי אהיים טאטי קומט באלד סאיז נישט פאר קיין בוחרים די שמועס (פאלאץ דא)

נעם מיט איסר

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 6:01 pm

· #357168
דער ניקלשבורגער איז אייזן, ער האט מצליח געווען צו משכנע זיין א איד וואס האט אין זיין לעבן קיינמאל געהאט א שייכות מיט ניקלשבורג און האט היינט כהיום ווייטער קיין שייכות מיט ניקלשבורג, אז ער זאל אויפמאכן א באבע מעשה אויף קנאפע צוואנציג יאר צוריק אויף א שוכן עפר וואס זיין משפחה אבער לעבט און נישט סתם נאר געשריבן און א מיאוס'ע מעשה וואס עפנט אויף אלטע וואונדן, און אלעס איז סתם איין גרויסע שקר וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס.....

ער איז מורא'דיג, ער האט א כח....

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:52 pm

· #357188
יהודי פשוט: איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס דו זאגסט. נאר ווען איך האב געזאגט קריקטיקירער און ע"ה האביך נישט דיך געמיינט. ס'איז דא א צווייטער וועלכער איז ראוי לאותה איצטלא...! נעם דיר נישט צו הארצן... 😂

EMES VAYATZIV » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 1:56 pm

· #479223
BREAKING!! נאכאמאל מונקאטש מיט ניקלשבורג!!
עס קומט אריין די שווערע נייעס אז קהל ברכת יוסף ניקלשבורג! איז שוין ווידער פארמישט מיט פאליציי און ארויסווארפן מוסדות, עס ווערט באריכטעט אז נעכטן נאכט איז די רבנית מיט איר געטרייע גבאי געקומען פארהאקן פענסטערס און טירן פון "מונקאטשער ישיבע אויף 306 אין מאנסי", און היינט צופרי איז חברים און פאליציי דארט געווען - בשעת די רבנית הצדיקת איז געווען דארט מיט איר לויער פרובירינדיג צו ארויסווארפן ישיבת מונקאטש - און די פאליציי האט געמאלדן פאר איר שטרענגע לויער אז אן א קאורט ארדער האט זי נישט וואס צו טוען.

מאנכע שפעקולירן אז דאס איז גאר PAY-BACK וואס דער הייליגע ניקלשבורגע וואל זיך נוקם זיין פאר דאס וואס מונקאטש האט אים ארויסגעווארפן פון זייערע מוסדות ווען מהאט אים געכאפט רויט "האנט-קלעבעדיג!!!! ר"ל...

אדער גאר זיי האבן שוין לאנג נישט געהאט קיין עקשען, אדער איז אים גאר איינער געקומען אין חלום אז צווישן די הונדרעטע ערכאות מיט חזיירי וואס ער האט געהאט, איז נאך אלץ דא אן אינגע דור אשר לא ידע את 'יוס"ף יחיאל מיכל.... אלזו איז ער מודיע אפילו פאר די יונגע מונקאטשע תלמידים את גדלו ורב מלכותו....

ווער עס האט פרטים וועט געבעטן צו האלטן די עולם געשפאנט

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 3:08 pm

· #479226
אדער ווייל זיי באצאלן נישט די רענט.

EMES VAYATZIV » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 4:13 pm

· #479235
ווא! אין היסטאריע פון ריעל-עסטעיט איז נאך קיינער נישט אזוי ביטער אריינגעפאלן מיט נישט באצאלן קיין רענט ווי הקדוש מניקלשבורג והרבנית...
נעבעך! יעדער באגנבט אים, יעדער בארעדט אים, אזא ביטערע רחמנות.
שפילט "וויקטום" ווי קיינמאל בעפאר!! יחיד מומחה וחד בדרא לעניני "וויקטים"

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:29 am

· #479273
איך הער אז א שיין חלק פון זיינע חסידים האבן אים שוין אפגעלאזט. קען דאס איינער באשטעטיגן?

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:48 am

· #479288
יאפ

ער מוטשעט זיך אויף מנין.

עס איז דא איין סיבה פארוואס ער איז גרויס געווארען, ווייל מען האט אים געפייניגט.

עס קען זיין ער האט גארנישט צו זיך, אבער א לב נשבר איז ער.

EMES VAYATZIV » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:52 pm

· #479374
א איד וואס האט לכבוד חודש אלול אין די לעצטע וואך אליין! באלימות! און מיט פאליציי לקדש שם שמים געפייניגט היימישע חסידישע מוסדות אין מאנסי,קודם ווי דערמאנט די מונקאטשע ישיבה. גערופן פאליציי - פארהאקט די שויבן און טירן מיט האלץ!!

א איד וואס האט בלויז פאריגע וואך! לכבוד די נייע יאר מסתמא - (ווי באקאנט נאך חמשה עשר באב וואונטשט מען זיך שוין א כוח"ט) באגנבט און גערודפט ווישניצע חדר ישועות משה אין מאנסי, ווי הרבנית הצדיקת מיט איר חשובן גבאי הרב י.... זענעו אריבער געקומען און פארטריבן די קליינע תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, נאך וואס זיי האבן באצאלט טבין ןתקילין פאר די מקום, איז זי ערשינען מיט אן עלילה אז עטליכע שטובער באלאנגט פאר איר מיט איר ערמימות ואלימות, און די קליינע PRE K קינדער זענען געצווינגען צו וואנדערן אין קעלערן--- למגינת לב די פארוויטיגטע עלטערן

א איד וואס האט ניטאמאל רחמנות אויף זיין אייגענע קינדער און אייניקלעך! ער האט אייניקלעך אין ישעות משה וויזשניץ און אויך אין מונקאטש און למרות זאת גייט אים נישט אן ער גייט אן מיט זיין רדיפות, אקעגן אט די הייליגע מוסדות!

א איד - וואס האט באוויזן צו טוען - וואס אפילו פשוטע אידן ערלויבן זיך נישט צו טוען רופן "בתי דינים" אין ערכאות, פארן בלויזן חטא פון 'שיקן אן הזמנה צום הייליגן רבין', האט ער נישט מער און נישט ווייניגער גערופן דעם "בית דין מכון להוראה אין ערכאות" און זיי געמאכט באצאלן שווער טויזענטע דאלער, און גורם געווען חילול שם שמים לדראון עולם, וויבאלד שפערטעדיגע קאורטס האבן ציטירט זיינע טענות אז א כלומרשט רבי האט אליינס געזאגט אז אידישע בי"ד--- און ממעג גיין אין ערכאות, עפ"ל,בלייבט אונז נאר איבער צו ברענגן וואס די הייליגע מחבר שרייבט אין שו"ע חושן משפט סימן כ"ו: אסור לדון בפני דייני עכו"ם ובערכאות שלהם .. וכל הבא לדון בפניהם הרי זה רשע וכאילו חירף וגידף והרים יד בתורת מרע"ה:

א איד וואס האט אויף זיך א קלא דלא פסיק אנגעפאנגן פון מונקאטש, ברוקלין, דיעל, און אין מאנסי אויך אויף מעשה נ...... ר"ל, וכל המסתעף, און זיינע נעטסטע מענטשן זענען מעיד אויף אים בתורת עדות אז ער האט אפגעטוען די ערגסטע שבערגסטע... צריך בדיקה אחריו -- ושומר נפשו ירחק מהם!!

א איד וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט אויף אים ער איז פון כת ש"ץ --- לאמיר שוין גלייבן די גלויביגע אז דאס איז נישט אמת.. אבער אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט די ווערטער... ווי אויך איז באקאנט וואס הרה"ק מספינקא האט געזאגט.... די הייליגע אידן מיט לעכטיגע אויגן האבן געזעהן בעסער פון אונז אלע!!.

א איד וואס האט אין די לעצטע צענדליגע יאר זיך גערצח'ט און באראבעוועט מיט צענדליגע מוסדות התורה, קליינע ריינע קינדער, מיידל סקול, ישיבה קטנה ישיבה גדולה, און אפילו מיט גמח"ן, ארויסגעוואפן ווי הונט..

א איד וואס האט זיך באוויזן צו-צוהרגנן מיאוסע-הייט מיט זיינע נעטסטע מענטשן אין אלע זיינע יארן, פון די צייט וואס ער האט געהאט עליית נשמה מיט חלומות אין ווילאמסבורג, ווען ער האט פראפאגאנדענט זיין נשמה גייט ארויף און חברה הצלה האבן נעבעך געבאסט זיין באבל.. ביז ווען ער האט אויסגענוצט זיינע תמימות'דיגע משג און מבפ וואס האבן אים באווארפן מיט מיליאנע דולרס, תמיד האט ער אייביג באוואוזן צו ענדיגן מיט אזא מין מלחמה...

א איד וואס אלע רבנים ראשי ישיבות זענען ארויסגעקומען אקעגן אים בכל התוקף מיט די ערגסטע לשונות פאר עטליכע יאר צוריק ווען סהאט געפלאקערט אין שטאט מאנסי זומער תשע"ה, ווען דער צדיק האט געוואלט אריינשליידערן זיין אייגענע געוועזענע אדמינסטראטער אין טורמע. בנוסף וואס ער האט דעמאלטס געפייניגט אין ערכאות זיין כלומרשט אייגענע סקול בת מלך, מיט ישיבת אור תורה וכו'.
זקן ראשי ישיבות הג"ר משה גרין זצוק"ל, הרה"ג ר' רפאל שארר שליט"א ראש ישיבת וויזשניץ, ר' מנחם פישער שליט"א דומ"ץ וויען , וכו'.. אלה פה אחד האבן מקיים געווען וואס מברויך לוחם זיים אקעגן איינער וואס איז מרים יד בתורת משה.

א איד ווהס האט באגנבעט יעדער אשר בא עמו במשא ובמתן אנגעפאנגן פון זיין גאר נאנטע ר' שלמה ק. ביי 47 פאטא, און דערנאך מיט ר שלמה ק. אליין ווי ער האט אים מיאוס באגנבט. וואס ער האט אים ביטער באגנבט - דעמאלטס גראדע יזכר לטובה איז ער נאך געגאנגען צו דין תורה... ביי ר משה זילבער ז"ל, אבער למעשה איז ר' משה פלוצלינג נפטר געווארן, און די ד"ת איז נישט געגאנגען ווייטער און ער האט גענומען די מוט צו גנבנען און פלינדערן ווייטער עד היום הזה! פון ביזנעס ביז יחידים, פון יחידים צו גמח'ן און יעצט ווייטער צו די סאמע הייליגסטענס וואס מיר פארמאגן, די קליינע ריינע קינדערלעך וואס ער פארוואגלט זיי בגמיות בנוסף צו די וואס ער האט שוין פארהרגט ברוחניות וד"ל

א איד וואס האט באוויזן וואס קיינער האט נישט!! ער האט במו ידיו גענומען - א גוזמא'דיגן נומבער פון שווערע מיליאנען אין אראפפלאשן אין גארבידזש! און איך זאג גוזמא-- ווייל די נומבער וואס זיינע געוועזענע נאנטע הערט זיך ממש אומנארמאל אז א ילוד אשה זאל האבן אזעלכע קראנקע געמבלינג עדיקשען און שפילן מיט צדקה געלטער אויפן חשבון פון כולל יונגערלייט, משפחת ברוכות ילדים, מוסדות איינגעשטעלטע, וואס ער האט זיי אלע געלאזט אויפן וואסער און מקיים געווען די כובש שכר שכיר, ווען ער זיצט אויפן רעבישן פאטעל מיט די 6 גרויסע סקרינס וואטשט ער ווי סזינקט מיליאנענן!

א איד וואס האט באוויזן צו נעמן מילאנע דאלער פאר צדקה צו כלומרשט בויען "מוסדות התורה" און דרייען די דאזשיק, און לאזן די אלע לופטערן, און נאך ארויסנעמן, מיליאנען דאלער "מארגעדזשס" אויף זי בילדינק און עפענען אן פשוטע "רויבערישע נעץ פון גראנאטן - אין די פנים פון ריעל עסטעיט" פארדינגן כלומרשט בנינם פאר מוסדות און זיי באגנבן ווי מקען נאר, דאס הייסט איינגערעדט די "נדיבי לב" אז מגייט נאך געלא פאר א מוסד ווי קינדער לערנען, און ביזדערוויייל בלויז געקויפט בנינים... און אנשטאט כאטשיג מקיים זיין "אחלק שלל" און עטליעסט אויפבויען אן ריעל עסטעי עמפייער, נוצט ער דאס צו פייניגן אידן/מנהלי המוסדות וואס בלוטיגן צו דעקן בודזשעט ווי אין הקומץ משביע את הארי'... וכו'

איי וועט איר פרעגן, ווי אזוי לאזט מען דאס צו אנוצוגיין??
איבעית אימא: א גוטע קשיא.
ואיביעת אימא. איר זעהט דאך דא ווי תמימי לב, פארפירן דא הזאת נעמי, דער איד איז אן ארטיסט!! א שרייבער! און א.... יא הערט גוט א "נרדף" דערפאר האט ער אויסגעקלאפט אין ביהמ"ד אויף זיין נעטסטע מענטש וואס האט אים געשאפט מיליאנען?? פארן בלויזן חטא פון "זיך דערוויסן" אז ער "גנבט" געלט.. יא קלעבעדיגע הענט כרוחניות ובגשמיות... כידוע לכל...
דער שיינע סלאגאן "נרדף" דורכן באגאבטע רעדנער און ארטיסט, האט ליידער פארתמט צענדליגע אידן, אבער ב"ה ומלאה הארץ דעה, און כלל ישראל האט אן גוטן שמעק און פארלאזן אים אין גרויסן, אזשע די באלאן איז שוין באלד אן לופט!!
מברויך נאר אכטונג געבן נישט צוקומען נאנט מיט אים נישט ברוחניות, און אויך נישט ח"ו דינגען פון אים און טוען קיין שום משא ומתן, שלא תמות כדרך שמת פלוני

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:55 pm

· #479407
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
.

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:47 pm

· #479423
מיט אור תורה איז ער געגאנגען אין דין תורה און געוואונען.

בת קול » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:24 am

· #479433
מאך זיכער
אישתישבי
יאפ

ער מוטשעט זיך אויף מנין.

עס איז דא איין סיבה פארוואס ער איז גרויס געווארען, ווייל מען האט אים געפייניגט.

עס קען זיין ער האט גארנישט צו זיך, אבער א לב נשבר איז ער.

ער האט גארנישט צו זיך?

א איד וואס איז שומע חרפתו ואינו משיב איז גארנישט?
א איד וואס האט מוחל געווען די וועלכע האבן בייזוויליג צוברעקלט זיין שטוב איז גארנישט?
א איד וואס האט אלע זיינע יארן געדינט דעם אויבערשטן איז גארנישט?
א איד וואס איז א הערליכע בעל תפילה און באגייסטערנדע רעדנער איז גארנישט?
א איד וואס איז א באגאבטער שרייבער איז גארנישט?
א איד וואס איז א הערליכער קאמפאזירער און ארטיסט איז גארנישט?
א איד וואס איז א בקי בנגלה ובנסתר איז גארנישט?
א איד וואס איז געווען פון די נענטסטע תלמידים צום סאטמאר רבי'ן איז גארנישט?
א איד וואס איז מחזק הונדערטע צובראכענע פאמיליעס איז גארנישט?
א איד וואס ווערט שוין באשמוצט יארן לאנג אויף גארנישט, איז גארנישט?
א איד וואס האט דורכגעמאכט א סאטמארע וועלט מלחמה און דאך געבליבן ביים זינען איז גארנישט?

אויב דאס איז גארנישט, דאן וואס איז דען יא?


מען קען זיין דאס אלעס און אויך זיין א פעסטע נארסעסיסט און מעניפיולעיטער.
עס איז בכלל נישט קיין סתירה.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:02 pm

· #479498
דער ניקעלשוברגער איז שולדיג קרוב צו א מיליאן דולר וואס איך ווייס פאר א פאקט פאר איינגעשטעלטע אין זיין מוסדות פאר ער האט עס פארמאכט. רוב דערפון זענען בלוטיגע ארעמלייט, ווען מען גייט צו אים זאגט ער עפעס אזא תורה, עס האט נישט מיט אים, ער איז נישט די מוסדות, און די מוסדות קאפערעשן האט נישט קיין געלט. אבער ווען עס קומט ארויסצוווארפן, פארענטן און פארקויפן בנינים איז ער מוט די רעבעצין פולקאמא בעלנים. אדרבה זאלן די ניקס וואס נעמן זיך אן פאר ניקעלשבורג טשעלענדשן מיין טענה. איך האב אסאך נעמען און א חלק פון די אמאונטס פון געלט וואס ער איז שולדיג און פלאנט קיינמאל נישט צו באצאלן, נאר ווען מען וועט קענען איבעצייגן אז די מוסד איז און א איבערפלוס פון געלט, וואס וועט קינמאל נישט געשען.
איך קען דעם ניקעלשבורגער גוט ער איז א מיטגעמאכטער, גוטע כשרונות און א ווייעך הארץ, א שטיק צייט האב איך אים זייער ליב געהאט, עס קומט אבער צו געלט ווערט ער ממש א חולה.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 4:28 pm

· #479510
בול שיט דעס זאגט ער נישט פאר די וואס בעטען די חובות. א חוץ פון דעם זיצט ער אויף נכסים וואס זענען ווערט 20-30 מיליאן דולר און ער פארקויפט נישט גארנישט צו באצאלען בלי חובות.

moneyminded » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 5:39 pm

· #479514
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
.

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:04 pm

· #479516
moneyminded
יתרו
דער ניקעלשוברגער איז שולדיג קרוב צו א מיליאן דולר וואס איך ווייס פאר א פאקט פאר איינגעשטעלטע אין זיין מוסדות פאר ער האט עס פארמאכט. רוב דערפון זענען בלוטיגע ארעמלייט, ווען מען גייט צו אים זאגט ער עפעס אזא תורה, עס האט נישט מיט אים, ער איז נישט די מוסדות, און די מוסדות קאפערעשן האט נישט קיין געלט. אבער ווען עס קומט ארויסצוווארפן, פארענטן און פארקויפן בנינים איז ער מוט די רעבעצין פולקאמא בעלנים. אדרבה זאלן די ניקס וואס נעמן זיך אן פאר ניקעלשבורג טשעלענדשן מיין טענה. איך האב אסאך נעמען און א חלק פון די אמאונטס פון געלט וואס ער איז שולדיג און פלאנט קיינמאל נישט צו באצאלן, נאר ווען מען וועט קענען איבעצייגן אז די מוסד איז און א איבערפלוס פון געלט, וואס וועט קינמאל נישט געשען.
איך קען דעם ניקעלשבורגער גוט ער איז א מיטגעמאכטער, גוטע כשרונות און א ווייעך הארץ, א שטיק צייט האב איך אים זייער ליב געהאט, עס קומט אבער צו געלט ווערט ער ממש א חולה.
מונקאטשער רבי זאל זיין געזונט איז שילדיג מיליאנען פאר איינגעשטעלטע אין זיינע בארא פארקע מוסדות פאר די לעצטע 40 יאר , יעדע דריטע מענטש אין בארא פארק האט אנגעזעצט געלט פון מונקאטש, מאך משיגע א צווייטען

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


ווי קומט דא אריין מונקאטש און וויאזוי פארענטפערט עס די טענה אויפן ניקלעשבורגער??

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:56 pm

· #479538
מען דארף מאכן א באזונדערע אשכול מיט דער קעפל

מוסדות וואס באצאלן נישט

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 5:59 pm

· #479951
א צדיק יסוד עולם דער ניקלשבורגער רבי. די מערסטע געליטן פונעם סאטמאר'ן סיסטעם, און יעצט ליידט ער זיך ווייטער אן דורך גראבע ליגנטס פון א נייע אויפגעקומענע ניק דא.
בלאט: 1 2 3 4