☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8610
בלאט: 1 2 3

הוגה » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 9:22 am

· #330891
שנה לאסון 'מדרגות המוות': תחקיר 'בחדרי חרדים' בדק מי אשם ומדוע

איבערקוקנדיג די ווידיאו פון די לויה דאס הארץ גייט אויס. ווי ווייניג שכל, ווי ווייניג אחריות, ווי ווייניג אכפתיות. דער עיקר איז כבוד התורה און שוין. לאמיר האפן אז מ'האט זיך געלערנט ולא ישמע עוד וכו'.


.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:14 pm

· #330931
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
פיהל האט מען שוין געשריבען דא, אבער איך וויל עפעס צוליייגען.
ווען דער ערך עליון, דער הויפט וויכטיגע זאך אין די וועלט, איז דער מענטש'ס לעבען, קען מען פרעגען מה פשעו ומה חטאתו פון דער וואס איז געשטארבען אויף אן עבירה וואס ער האט ניטאמאל געחלומ'ט דערפון. אבער די לעבען פון א מענטש'ן איז נאר א היכי תימצי פאר עפעס אנדעריש, און דער טויט איז טאקע נישט דער ענדע פון די סיסטעם. ס'איז דא עפעס נאך דעם, וואס הייסט חיי עוה"ב. דאס אנקוקען דער שטארבען אלס אזא אכזריות איז נאר ריכטיג פון א גשמיות'דיגע שטאנדפונקט. ווען מ'שטארבט פאר עוה"ז'דיגע סבות, איז עס אן אכזריות, אבער נישט פאר עוה"ב'דיגע. דאס קען זיין אן אנהייב פון א פשט פאר די גמרא'ס.
איך האב געליינט פון א. מרקוס וואס האט פארציילט אויפ'ן בעש"ט אז ער האט אמאל געזען ווי מ'נעמט א שטיר לשחיטה, און יענער האט געיאוועט כדרכו. האט דער בעש"ט מגלה געווען אז אין יענע מינוט נעמט מען ארויס ערגעצוואו א איד לטבח על קידו"ה, פאר'ן נישט וועלען זינדיגען. יענער איד פיהלט ביי זיך צופרידען 'אה! בייגעשטאנען דער נסיון פון בכל נפשך'. דער שטיר האלט איהם פאר, פונקט ווי א שטיר טוט קיינער קיין טובה נישט פאר'ן ווערען געשאחטען, ווייל לכך נוצר. אזוי אויך א איד וואס לאזט זיך געהארגעט ווערען עקידו"ש. לכך נוצר, זיין גאנץ לעבען איז באשאפען געווארען פאר דעם.

הרב וואזנער'ס דרשה איז נאך אלס פראבלעמאטיש. ווען מ'שטייט פאר א ציבור וואס ניינציג פערצענט האבען נישט די כלים מכלים שונים און מ'וויל מעורר זיין לתיקון המעשים, דארף מען זוכען פרצות וואס איז זיי נוגע, חיזוק בתורה חיזוק בתפלה חיזוק במוסר חיזוק בבין אדם לחבירו, כל או"א כפי דרגתו ומצבו, וואס ער טרעפט ביי זיך אין דעם א פעלער. דאס רעדען פון א זאך וואס איז זיי נישט נוגע איז א וועג פון זיי אויסרימען און אויפהייבען אז יעדער איינער קען זיך בארואיגען אז 'לא בשלי הסערה הזאת'.

וה' יגדור פרצות עמו

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:32 pm

· #330935
אז ס'נישט קיין טראגעדיע, פארוואס זיצט מען באבילות?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:50 pm

· #330966
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
ס'איז א טראגעדיא פאר אונז, אבער אכזריות איז עס ווייניגער ווען ס'איז נישט קיין סוף פסוק. פונקט ווי מיר באקלאגען דאס פארלירען אן אבר ווייניגער ווי פארלירען דער לעבען, אפילו מיט'ן גשמיותדיגען בליק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ביבער » דינסטאג מאי 17, 2016 1:48 pm

· #333373
C/P When the 3 boys in Israel got killed R'L Ahron Teitelbaum said it's because they were in the wrong place so it's thier own fault. Let's see if he will stand up now and say that his Rush Hakuel was by the beach and it's his own fault for being by a beach

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 17, 2016 1:52 pm

· #333377
דער בלוט איז נאך הייס Please not now
איך ווייס אז דעמאלס איז אויך די בלוט נאך גיוועהן ווארעם אבער two wrongs doesn't make one right!

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 17, 2016 2:09 pm

· #333391
ביבער, הער אויף ווייל אז נישט וועסטי פארשריבן ווערן אויף איין פעיזש מיט מהר"א

געוואלדיג » דינסטאג מאי 17, 2016 2:11 pm

· #333392
געוואלדיג
יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה, פארוואס קענען נישט אידן רחמנים בני רחמנים ווארטן מיט זייערע גאר גאר הארבע שאלות אביסל, לכה"פ ביז עס וועט נישט זיין מתו מוטל לפניו???

אינטערסאנטער » דינסטאג מאי 17, 2016 2:29 pm

· #333400
געוואלדיג
געוואלדיג
יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה, פארוואס קענען נישט אידן רחמנים בני רחמנים ווארטן מיט זייערע גאר גאר הארבע שאלות אביסל, לכה"פ ביז עס וועט נישט זיין מתו מוטל לפניו???


די קשיא האבן אסאך אידן דאן געפרעגט פון מהר"א טייטלבוים

געוואלדיג » דינסטאג מאי 17, 2016 2:33 pm

· #333402
און וועגן דעם???

לית דין בר נש

איך ווייס אז דעמאלס איז אויך די בלוט נאך גיוועהן ווארעם אבער two wrongs doesn't make one right!

אינטערסאנטער » דינסטאג מאי 17, 2016 2:41 pm

· #333405
קיינער זאגט נישט אז עס איז גערעכט, אבער מענטשן האבן זיך פון דעים ליידער אויסגעלערנט אזוי זיך אויפצופירן

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 17, 2016 2:44 pm

· #333409
איין זאך איז זיכער. די היינטיגע טראגעדיע איז נישט צוליב די טריפענע כלים ווייל די בלאט האט געהאט א קלארע בילד ווי ר' חיים רעדט אויף א כשר'ע פליפ פאון
📎 uploadfromtaptalk1449177360420.jpg

בן אדם » דינסטאג מאי 17, 2016 2:48 pm

· #333411

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 17, 2016 4:54 pm

· #333442
געהערט דעם הספד פון טענקא רב שליט"א ווי ער האט מספיד געוועהן מרת קאסטין ע"ה (בת איצקאוויטש) פארגאנגענע וואך, האט ער גאזאגט אז דאס איז געקומען צוליב 'סמארטפאונ'ס', אבער זעהט אויס אז עס איז דארט געוועהן א מחלוקות הפוסקים ווייל א אנדערע האט געזאגט אז דאס איז צוליב פרויען וואס גייען נישט געהעריג בצניעות.

ביסטו פון קאפ געפאלען?!? זיצט א משפחה ארום און ארום מתם מוטל לפניהם האסטו נישט עפעס בעסערס צו זאגען, קענסט זאגען אז 'מ'זאל זיך מקבל זיין וכו' וכו' - אבער אז דאס איז צוליב דאס? און פון וואנעט ווייסטו בכלל? איז דיר ג-ט געקומען אריין רוימען דעם סוד אין אויער? ווי איז דיין רגש - רחל האט א סמארטפאון ממילא דארף לאה שטארבן? לשיטתך, ווען לאה האט ווען א סמארטפאוהן בלייבט זיך דאך לעבן...?

דער טענקער האט האט יעדע פינעף יאר א אנדערע פירצה, אבער הצד השוה שבהן אלעמאל ווייסט ער פונקטליך צו זאגען על מה עשה ה' ככה, ווייל אין דער פארגאנגענהייט עטליכע יאר צוריק האט ער 'מספיד' אז דאס איז געוועהן מחמת ה'אינטערנעט' פינעף יאר שפעטער האלט עס ביים סמארטפאוהן.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 17, 2016 6:23 pm

· #333460
בקיצור די רבנים זאגן קלאר אז דער באשעפער איז שולדיג אין אלע טראגעדיעס (כאילו כ'וואלט נישט געוואוסט) ווייל ער האט באשאפן סמארטפאונ'ס מיט אינטערנעט. כ'הער.

קל וחומר » דינסטאג מאי 17, 2016 6:35 pm

· #333463
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
און פון קומט די טראגעדיע פון האבן רע-בנים אויף אונזערע קעפ, וואס זענען זיך משתלט אויפן ציבור שלא לש"ש???

אינטערסאנטער » דינסטאג מאי 17, 2016 10:36 pm

· #333496
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין

ביבער » דינסטאג מאי 17, 2016 11:01 pm

· #333503
פשיהא מען זעהט ממש דעם יד השם בגלוי, ממש להפליא. נעבעך דעם פרנס, קוקט אויס ער איז געווען סתם א שלימזל.

אינטערסאנטער » דינסטאג מאי 17, 2016 11:02 pm

· #333504
אויף פרנס זאגט שוין נעבעך רש"י אין פרשת קרח, אוי .. ואוי לשכינו

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 17, 2016 11:04 pm

· #333505
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
היינו אז אים האט מען נישט צוגעגבן א צען יאר?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 17, 2016 11:08 pm

· #333506
אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין

אויף די ערשטע נקודה ביסטו זיכער ער האט געזאגט צעהן יאר נישט 11 א האלב ? ווייל אויב יא שטומט נישט דיין תורה, און אויב איז טאקע ריכטיג אז ער האט געזאגט גענוי 10, און יעצט איז טאקע 10 זעהט דאך עפעס אויס אז ער האט געזאגט עפעס נביאות מיינט דאך דאס אז עפעס זכותים האט ער געהאט אז ער האט געזעהן זאכן פאראויס

און אויף די צווייטע נקודה דארפסטו נאכאמאל אריין קומען קלאר וואס די זאגסט יא און וואס די זאגסט נישט, ווייל עס זעהט עפעס יא אויס ווי די זאגסט דאס וואס די ווילסט נישט זאגן.

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 17, 2016 11:09 pm

· #333507
סיבות לטראגעדיעס
.

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 17, 2016 11:12 pm

· #333508
אינטערסאנטער
אויף פרנס זאגט שוין נעבעך רש"י אין פרשת קרח, אוי .. ואוי לשכינו

און די אנדערע דריי וואס זענען דארט געוועהן האסטו עפעס א תירוץ פארוואס זיי זענען נישט געהארגעט געווארן,
איך זעה דאך אז אויף אלעס ביז דארט האסטו שיינע פשטים

קל וחומר » דינסטאג מאי 17, 2016 11:16 pm

· #333509
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
אינטערסאנטער, ל'שיט'תך וואלסטע שוין לאנג געזאלט באקומען עונש כרת פארן זיין אויף ק"ש.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 18, 2016 12:15 am

· #333515
ס'זייער ווייטאגליך ווען מ'קוקט צוריק וויפול טראגעדיעס זענען פארגעקומען ביי ראשי קהילות סאטמאר (ביידע צדדים), די לעצטע פופצן יאר.

מחלוקת ברענגט צרות פאר יעדעם. ומכאן קריאה יוצאות פאר די ברידער וואס יש בידם לעשות שלום: ידיכם דמים מלאו! וויפול קרבנות דארפן מיר ליידן ביז איר קומט צום שכל אז טראגעדיעס איז לאו דווקא מקושר צום אינטערנעט?

און פאר די רבנים וואס ליינען ק"ש וועל איך צושטעלן עטליכע מראי מקומות זיי זאלן קענען נאכזאגן ביי די הספדים.
שטייט אין ליקוטי תורה בשם מדרש אז בשעת החורבן "שאלו מלה"ש להקב"ה, רבש"ע, כתבת בתורתך, ושפך את דמו וכסהו בעפר, וכאן כתיב שפכו דמם כמים, כי דמה בתוכה וגו'. כתבת בתורתך, אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד, וכן כתיב הבנים נשחטים וכו', כתבת בתורתך, וצוה הכהן ופנו את הבית, וכאן וישרפו בית האלקים וכל כלי מחמדיה להשחית, א"ל הקב"ה, כלום יש שלום בעולם, הואיל ואין שלום אין כלום"

רש"י אין פרשת קרח (במדבר ט"ז כ"ז) שרייבט "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא ב' שערות ובית דין של מעלה עד עשרים שנה, וכאן אבדו אף יונקי שדים"

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך מאי 18, 2016 12:20 am

· #333517
[ציטאט אראפגענומען]

פשטות מיינט ער נישט דווקא אז זיי אליינס זענען אוועק
והמבין יבין

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך מאי 18, 2016 12:48 am

· #333521
[ציטאט אראפגענומען]

יא ווען אלע פני קהלה זענען אין די הויכע 80 איז נארמאל זיי זאלן גיין דאס דארף בכלל נישט טריגערן א רויט לעמפל

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 18, 2016 8:06 am

· #333530
איך געדענק נישט אלע טראגעדיעס אבער דא האסטי עטליכע.

מ. ש. אייניקל - געהרגט פון א בער
א. וו. זון - אוועק פון יענע מחלה
ש. פ. זון - פליצלונג אוועק
ד. ה. זון - געטראפן טויט אין וואלד
ל. פ. (ב"פ) זון - אוועק פליצלונג

אינטערסאנטער » מיטוואך מאי 18, 2016 10:01 am

· #333546
שאולדיספריםפאקער
אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין


און אויף די צווייטע נקודה דארפסטו נאכאמאל אריין קומען קלאר וואס די זאגסט יא און וואס די זאגסט נישט, ווייל עס זעהט עפעס יא אויס ווי די זאגסט דאס וואס די ווילסט נישט זאגן.


עס זעהט אויס ווי די קענסט נישט קיין היסטארי, א פאר יאר צוריק איז געווען א פרשה מיט זילא פערלשטיין וואס מען האט נישט געלאזט מקבר זיין ביז זיין טאטע שאול גייט אינטערשרייבן ארויסצוגיין פון קאורט, מען האט דאן געלאזט ליגן ר' עוזיאל בבזיון פאר א לאנגע צייט.

יעצט איז ר' יצחק ע"ה אויך געבליבן איבערנעכטיגן אין פלארידא נאכנישט קומענדיג לקבורה.

נאכאמאל איך האב באטאנט אז איך ערווען א נקודה, איך זאג נישט קיין שום נביאות פארוואס פארווען, אבער דאס איז בכל אופן זיכער אז יש דין ויש דיין, ומעשה זו מעורר נקודות למחשבה.

דעת תורה » מיטוואך מאי 18, 2016 10:56 am

· #333559
עס האט געהייסן דאן אז יצחק האט נישט מסכים געווען צו דעם, דאס איז געווען גענצליך אויף קרית יואל'ס קאנטע

גאנצל » מיטוואך מאי 18, 2016 1:15 pm

· #333582
אינטערסאנטער
שאולדיספריםפאקער
אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין


און אויף די צווייטע נקודה דארפסטו נאכאמאל אריין קומען קלאר וואס די זאגסט יא און וואס די זאגסט נישט, ווייל עס זעהט עפעס יא אויס ווי די זאגסט דאס וואס די ווילסט נישט זאגן.


עס זעהט אויס ווי די קענסט נישט קיין היסטארי, א פאר יאר צוריק איז געווען א פרשה מיט זילא פערלשטיין וואס מען האט נישט געלאזט מקבר זיין ביז זיין טאטע שאול גייט אינטערשרייבן ארויסצוגיין פון קאורט, מען האט דאן געלאזט ליגן ר' עוזיאל בבזיון פאר א לאנגע צייט.

יעצט איז ר' יצחק ע"ה אויך געבליבן איבערנעכטיגן אין פלארידא נאכנישט קומענדיג לקבורה.

נאכאמאל איך האב באטאנט אז איך ערווען א נקודה, איך זאג נישט קיין שום נביאות פארוואס פארווען, אבער דאס איז בכל אופן זיכער אז יש דין ויש דיין, ומעשה זו מעורר נקודות למחשבה.


דאס איז געווען ווייל מ'האט געדארפט מאכן א נייע ביה"ח

דעת תורה » מיטוואך מאי 18, 2016 2:03 pm

· #333588
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער



פיין און וואויל. נאר נעקסט טיים טשעק דיינע פאקטן. ער האט עס געזאגט ביים לעצטן גראנדיעזן אלף שמות תשע"ו, (ווען 'מאחורי הפרגוד' האט נאך געמיינט רעקארדירונגען פון עזריאל גליק). איין 'קליינע' חילוק, ער האט מבטיח געווען די זאלי'ס 'צוואנציג' יאר קאפוויי.
אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין

אינטערסאנטער » מיטוואך מאי 18, 2016 2:17 pm

· #333589
גאנצל
אינטערסאנטער
שאולדיספריםפאקער
אינטערסאנטער
צוויי נקודות וואס יעדער וועט געדענקן וואס איז געווען פונקט פאר 10 יאר צוריק ווען דער נפטר ז"ל האט פארלוירן די קארט אין שנת תשס"ו האט זיך דאן ארומגעדרייט א ווארט וואס ער האט געזאגט, אז ער האט טאקע פארלוירן די קאורט, אבער "איך האב צוגעגרייט נאך 10 יאר קאפוויי פאר ז.ל." (מצה בעקעריי קעמפ'ס, 82 וכו') וכך הוה יעצט איז פונקט 10 יאר שפעטער.


נאך א נקודה, נישט לאנג צוריק איז געווען די פרשה פון ר' עוזיאל פערלשטיין וואס מען האט אויך געלאזט ליגן ווארטן ביז מען גייט געבן אביסל טינט צוליב די דאן אנגייענדיגע קאורט, איך זאג נישט אז דאס איבערנעכטיגן אין פלארידא איז אלס עונש פון דעמאלס אבער דאס איז א נקודה להתעורר שיש דין ויש דיין


און אויף די צווייטע נקודה דארפסטו נאכאמאל אריין קומען קלאר וואס די זאגסט יא און וואס די זאגסט נישט, ווייל עס זעהט עפעס יא אויס ווי די זאגסט דאס וואס די ווילסט נישט זאגן.


עס זעהט אויס ווי די קענסט נישט קיין היסטארי, א פאר יאר צוריק איז געווען א פרשה מיט זילא פערלשטיין וואס מען האט נישט געלאזט מקבר זיין ביז זיין טאטע שאול גייט אינטערשרייבן ארויסצוגיין פון קאורט, מען האט דאן געלאזט ליגן ר' עוזיאל בבזיון פאר א לאנגע צייט.

יעצט איז ר' יצחק ע"ה אויך געבליבן איבערנעכטיגן אין פלארידא נאכנישט קומענדיג לקבורה.

נאכאמאל איך האב באטאנט אז איך ערווען א נקודה, איך זאג נישט קיין שום נביאות פארוואס פארווען, אבער דאס איז בכל אופן זיכער אז יש דין ויש דיין, ומעשה זו מעורר נקודות למחשבה.


דאס איז געווען ווייל מ'האט געדארפט מאכן א נייע ביה"ח


אפשר געדענקסטו אויך נישט קיין היסטאריע, מען האט געלאזט ליגן זילא פערלשטיין ביז זיין טאטע שאול גייט פארגיסן טינט (ווער געדענקט נאך די לאזונג "נאר אביסעלע טינט") און נאכ'ן זיך שלאגן עטליכע שעה נישט וועלנדיג נאכגעבן האט מען באשלאסן אז מען גייט מאכן א נייע בית החיים

פלארידע » מיטוואך מאי 18, 2016 3:53 pm

· #333616
דער עולם דערהערט נישט די עכטע לעסען דא: מ׳טאר נישט גיין שווימען אויב ס׳איז נישט דא קיין לייף גארד.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 18, 2016 3:58 pm

· #333617
פלארידע
דער עולם דערהערט נישט די עכטע לעסען דא: מ׳טאר נישט גיין שווימען אויב ס׳איז נישט דא קיין לייף גארד.

וויאזוי האסטו געדענקט אז דו האסט אזא ניק?

פלארידע » מיטוואך מאי 18, 2016 4:01 pm

· #333620
בין איך כאטש א גרעסערע מאן דאמר צוליב דעם?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 18, 2016 4:50 pm

· #333628
בקיצור, לאמיר מאכן א שטיקל ססך הכל פון די לעסאנ'ס פון די לעצטערע טראגעדיעס:

מען טאר נישט שווימען אן א לייף גארד,
מען טאר נישט ספידן אויף קענט עוו אין ווילימסבורג,
בחורים טארן נישט גיין קיין קערעסטיר,
מ'טאר נישט האבן א פלאטע אנגעצינדן שבת,
מען מוז האבן סמאוק דעטעקטאר'ס וואס ארבעטן,
מ'טאר נישט זיין א סלאמלארד,

וואס נאך האב איך אויסגעלאזט?
כ'מיין אז מיר האבן שוין געכאפט די מעסעדזשעס, יעצט קענען שוין די טראגעדיע'ס אויפהערן 😕

פליקער » מיטוואך מאי 18, 2016 8:09 pm

· #333648
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
עס איז א גרויסע סכנה צי לעבען, ווייל מען קען שטארבן.

Sent from my VS987 using Tapatalk

כלבאשבוע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 1:15 pm

· #333759
די שאלה איז, אויב גייט די טראגעדיע אריין אין כלל פון אִם כְּמוֹת כָּל הָאָדָם יְמֻתוּן אֵלֶּה וואס שטייט אויף בעלי מחלוקה.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 1, 2016 11:28 pm

· #335899
די טינט אין די אשכול איז קוים פארטריקענט פון די פאריגע טראגעדיע און ווייטער קומט עס ארויס אין געדאנק היינט ווען צוויי יונגע לעבנס זענען פארשניטן געווארן ה"י. רבותי, וואס קען מען טון אז די בעלי מחלוקת זאלן קומען צום שכל און אויפהערן גורם זיין קרבנות ביי כלל ישראל?! עד מתי יהי' זה לנו למוקש?!

אחי ורעי, מ'דארף געבן אן אולטימאטים פאר די אנשי ריב אז טאמער ביז 48 שעה איז נישטא קיין שלום אפמאך גיימיר אויפנעמען נייע מנהיגים.

מי לד' אלי

קל וחומר » מיטוואך יוני 1, 2016 11:50 pm

· #335905
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
טראגעדיעס גייט לכאורה געשעהן ביז ימות המשיח, ס'וועט אלעמאל זיין זאכן אויף וואס צו קענען תולה זיין.
די קונץ איז צו קענען זיך זעלבסט פראקן און מתקן זיין, נישט זיין ביזי מיט יענעמס עבירות.

שטעל דיך פאר ס'גייט אריבער פינעף יאר וואס ס'האט נישט פאסירט קיין איין איינציג טראגעדיע, ס'וואלט פארמאכט די טיהר פאר די מינים ואפיקורסים.

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 2, 2016 6:01 am

· #335934
שמעון וואלף
די טינט אין די אשכול איז קוים פארטריקענט פון די פאריגע טראגעדיע און ווייטער קומט עס ארויס אין געדאנק היינט ווען צוויי יונגע לעבנס זענען פארשניטן געווארן ה"י. רבותי, וואס קען מען טון אז די בעלי מחלוקת זאלן קומען צום שכל און אויפהערן גורם זיין קרבנות ביי כלל ישראל?! עד מתי יהי' זה לנו למוקש?!

אחי ורעי, מ'דארף געבן אן אולטימאטים פאר די אנשי ריב אז טאמער ביז 48 שעה איז נישטא קיין שלום אפמאך גיימיר אויפנעמען נייע מנהיגים.

מי לד' אלי


וואס האבן די צוויי יונגע מענטשען וואס זענען אוועק מיט די אנשי ריב??? וואס איז די קינד שולדיג? ווען גאט וואלט דערהארגעט אלע מאלעסטערעס, גנבים, און שווינדלערס וואלט מען געקענט זינגן מי כמוך מיט אז ישיר צוזאמען אבער דערווייל קוקט עס נישט אויס ווי ער זיפט אדורך די ראבעל.

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 2, 2016 7:43 am

· #335941
אויבן האב איך געברענגט מקורות אז מחלוקת ברענגט טראגעדיעס
שמעון וואלף
שטייט אין ליקוטי תורה בשם מדרש אז בשעת החורבן "שאלו מלה"ש להקב"ה, רבש"ע, כתבת בתורתך, ושפך את דמו וכסהו בעפר, וכאן כתיב שפכו דמם כמים, כי דמה בתוכה וגו'. כתבת בתורתך, אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד, וכן כתיב הבנים נשחטים וכו', כתבת בתורתך, וצוה הכהן ופנו את הבית, וכאן וישרפו בית האלקים וכל כלי מחמדיה להשחית, א"ל הקב"ה, כלום יש שלום בעולם, הואיל ואין שלום אין כלום"

רש"י אין פרשת קרח (במדבר ט"ז כ"ז) שרייבט "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא ב' שערות ובית דין של מעלה עד עשרים שנה, וכאן אבדו אף יונקי שדים"

שלום על ישראל » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:13 am

· #335965
האט איינער געהערט די לוויה פון מרס. ראזענבוים?! איך בין דיהיידרעט'ד פון טרערן!

רבודע"כ, וויאזוי קען מען דאס דורכטראגן?!

שלום על ישראל » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:19 am

· #335966
.

א איד » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:45 am

· #335968
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
ווי קען מען עס הערן?

שלום על ישראל » דאנערשטאג יוני 2, 2016 4:37 pm

· #336047
אויף טעלעגראם: https://telegram.me/Jewish/4924

קנאק-יענקל » דאנערשטאג יוני 2, 2016 4:38 pm

· #336048
שלום על ישראל
אויף טעלעגראם: https://telegram.me/Jewish/4924

מ'קען עס ארויפלייגן אויף דראפבאקס, ביטע??

יעקב מענטש » דאנערשטאג יוני 2, 2016 4:39 pm

· #336049
שלום על ישראל
האט איינער געהערט די לוויה פון מרס. ראזענבוים?! איך בין דיהיידרעט'ד פון טרערן!

רבודע"כ, וויאזוי קען מען דאס דורכטראגן?!

איך הער אז זי האט נאך נעכטן נאכט קעיר גענומען פון מיידלעך.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 6:21 pm

· #338017
איך האב נישט געוואלט שרייבן ווי לאנג די בלוט איז געווען ווארעם, ווי מאנכע פירן זיך צו באשולדיגן דעם אדער יענעם תוך כדי דיבור ווען די נשמה איז קוים ארויסגעפלויגן. איך האף איך בין נישט צו אפענסיוו מיט מיינע ווערטער, והוא רחום יכפר.

מיט א 2 וואכן צוריק האט וויליאמסבורג געליטן א שוידערליכע, אויסערגעווענליכע טראגעדיע. א אומשולדיג יונג קינד, שלא טעם טעם חטא, איז געפאלן צו זיין טויט פונעם פינפטן שטאק רח"ל. לשבחם יאמרו – סיי אויף די בעלי מספידים און סיי אויף די טיפיקעל אייוועלט שרייבער – אז זיי האבן נישט געבלעימט קיינעם, ניטאמאל טעכנאלאגיע, כדרכם בחושך.

פאר ווער עס ווייסט נישט, יענע וואך – ממש א טאג-צוויי בעפאר די טראגעדיע – איז פארגעקומען א ריזיגע מסיבה פאר אלע מאמעס פון סאטמארע בית רחל שולע אין וויליאמסבורג. די פלאקאטן אין די גאסן האבן געשריבן און פארפירט אז דער דור גליטשט געפערליך, ומה יעשה הבת שלא תחטא, מען מוז אננעמען מיטלען דערוועגן. די טאטעס האבן געהאט די זעלבע אסיפה 2 וואכן בעפאר ("וישמרך בבנות"), און נאכן רעדן אלע דברים שאין להם שחר, ווי בלעימען סמארטפאונ'ס ביי די עלטערן און וואקאציעס אין פלארידע, איז געווען איין געלונגענע דרשה פון הר' אנשיל אשכנזי וואס האט מחזק געווען די טאטעס צו האבן א נאנטן קשר מיט די טעכטער.

צוריק צו די צווייטע אסיפה פאר די "נשים צדקניות" (קרעדיט שמעון וואלף), די מאמעס, וואס זענען געקומען הערן די סיבה פארוואס זייערע טעכטער טוישן ליידער לבוש נאך די חתונה און פארוואס זיי פארלאזן אידישקייט, האבן די 3 רעדנערינס געבלעימט, ווי דען אנדערש, די סמארטפאונס פון די מאמעס. מיט א בנין אב אז דאס לאזט נישט האבן א ריכטיגן קשר מיט די קינדער. אפילו טעקסט איז סם. אז די מאמע איז אויף טעקסט גרופעס מיט די משפחה מיטגלידער איז גורם נישט ווייניגער אז די טעכטער זאלן זיך שמד'ן! גיי פארשטיי.

נו, זיי זענען דאך עפעס נשים צדקניות, האבן זיי אויפן פלאץ! אויפגעגעבן זייערע סמארטפאונס, ווי אויך די טרייפענע טעקסט פליפ פאונס, און מען האט זיי אנשטאט געגעבן "שפאגל נייע" מאושר פאונס, וואס קען נאר קאלן צו קול הלשון און טל של תחי' (אזוי מיין איך), דער איד האט איבערגע'חזר'ט דעם מעדזשיק ווארט "שפאגל-נייע" אפשר 20 מאל, אפשר אזוי וועט איינער ווערן עקסייטעד פאר די מאושר פאון, אמער, ס'איז דאך שפאגל ניי (ווי כאילו כ'האב ערווארטעט אלטע צעקריצטע פאונ'ס). אלענפאלס, ווי די עסקנים געבן איבער, איז זינט דעמאלס איז קיין איין אידישע טאכטער נישט אראפ פון וועג! וואונדער איבער וואונדער. מען האט געכאפט דעם טוטער.

ערנסט גערעדט. אזא אקציע וואלט געדארפט בוקע רקיעים זיין. טויזענטער מאמעס געבן אויף זייער משומר סמארטפאון, און הונדערטער אפילו טעקסט! אזש איין פרוי שרייבט א בריוול אין דער איד, אז מחמת איזה סיבה האט זי נישט געקענט ערשיינען צום מעמד, און אומגלויבליך, א טאג שפעטער שיקט זי א מעסעדזש אויפן טעקסט גרופ, און קיינער פון אירע געשוויסטער האט נישט רעספאנדעט! זיי זאגן איר אז זיי האבן געסטאפט מיט די זאכן!!!

נאך אזא סוקסעספולע אסיפה, וואלט דער באשעפער לכאורה געדארפט זיין גאר פרייליך און צופרידן, לכה"פ פאר אפאר חדשים! און דערווייל האט פאסירט וואס האט פאסירט, בלויז 2 טעג דערויף. ער קוקט עפעס נישט אויס צופרידן!!

האלא? וואו זענען יעצט די אלע טעכנאלאגיע מספידים פארשוואונדן? איך וויל וויסן פארוואס די טראגעדיע איז געקומען, בשל מי הרעה הזאת??

פאר מער דרוקט דא.
בלאט: 1 2 3