☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4566
בלאט: 1 2 3 4

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:01 am

· #262720
יתרו
מאך אים נישט פאר אזא גרויסע רחמנות און אזא שעפעלע. ער אונט בנינים און ווערט פון צוואנציג מיליאן דולער און האט נאך נישט באצאלט א פענני פון די צוויי מיליאן דאללער וואס ער איז שולדיג פאר האלבע שטאט צווישן זיי מגידי שיעורים און כלי קודש וואס בלוטיגן נאך א שטיקל ברויט אלעס מיטן תירוץ אז די שונאים האבן אים צוגענימען א בנין. קאט די קרעפ.

יתרו: איך ווייס נישט וואס צו זאגן. איך קען איהם (די ניקלסבורגע רבי שליט"א) אלס א וואוילע, טייערע איד, וועלכער ברענגט אריין חיזוק אין אלע אידן אן אויסנאם. לאמיר נישט מאכן די חשבונות פון זיין עשירות אן דעם בעה"ב. אפשר האט ער חובות אויף די אלע בניינים און פראפערטיס וואס זענען לכאורה אויף זיין נאמען. איך בין זיכער אז ער האלט נישט במזיד צוריק געלטער פון מענטשן וועלכע האבן געארבעט פאר איהם. נאר מסתמא האט ער נישט. ער איז דאך סוכ"ס נישט פון די מענטשן וועלכע לעבן א טאג און לאכן זיך אויס פון א יעדן. נאר ער איז אדורך ערנסטע רדיפות און גזילות פון אזוי גערופענע וואוילע און שיינע אידן.. הווי דן את כל האדם לכף זכות...!

יין שרף » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:03 am

· #262721
לעגאל קען ער דערווייל גארנישט פארקויפן!

אחד העם » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:04 am

· #262722
.

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:09 am

· #262724
////

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:10 am

· #262725
אחד העם
יתרו
טאקע א פארגלייך ר' חיים קנייבסקי וואס איז א לעבעדיגע ספר תורה און האט אלע דינים פון א תלמיד חכם וואס מען ברויך נוהג זיים בכבודו כמבואר בשו"ע יורה דעה (נישט קיין חילוק צו ער איז א וועלטס חכם צו א תם ומתמם תמימים). צו ר' מעכעלע ניקלשבורגער וואס האט זיך ערקלערט רבי פאר צען אידן פאר פערציג יאר צוריק.

פארוואס איז עס נישט קיין פארגלייך? איך זעה נישט קיין חילוק.

ביזט צו'חושט?

אחד העם » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:16 am

· #262728
.

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:20 am

· #262731
berlbalaguleh
יתרו
מאך אים נישט פאר אזא גרויסע רחמנות און אזא שעפעלע. ער אונט בנינים און ווערט פון צוואנציג מיליאן דולער און האט נאך נישט באצאלט א פענני פון די צוויי מיליאן דאללער וואס ער איז שולדיג פאר האלבע שטאט צווישן זיי מגידי שיעורים און כלי קודש וואס בלוטיגן נאך א שטיקל ברויט אלעס מיטן תירוץ אז די שונאים האבן אים צוגענימען א בנין. קאט די קרעפ.

יתרו: איך ווייס נישט וואס צו זאגן. איך קען איהם (די ניקלסבורגע רבי שליט"א) אלס א וואוילע, טייערע איד, וועלכער ברענגט אריין חיזוק אין אלע אידן אן אויסנאם. לאמיר נישט מאכן די חשבונות פון זיין עשירות אן דעם בעה"ב. אפשר האט ער חובות אויף די אלע בניינים און פראפערטיס וואס זענען לכאורה אויף זיין נאמען. איך בין זיכער אז ער האלט נישט במזיד צוריק געלטער פון מענטשן וועלכע האבן געארבעט פאר איהם. נאר מסתמא האט ער נישט. ער איז דאך סוכ"ס נישט פון די מענטשן וועלכע לעבן א טאג און לאכן זיך אויס פון א יעדן. נאר ער איז אדורך ערנסטע רדיפות און גזילות פון אזוי גערופענע וואוילע און שיינע אידן.. הווי דן את כל האדם לכף זכות...!

איך האב כמה פעמים שוין געליינט קאפשטיק'ס דברי הבל אבער געשוויגן ווייל איך האב נישט ליב צו שרייבן אויף צובראכענע אידן אבער יעצט פאר פסח ווען איך האב מיך געברויכט משתתף זיין אויף קמחא דפסחא פאר א איד וואס ער איז שולדיג שווערע געלטער האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן. און בלי נדר וויבאלד איך וועל הערן אז ער האט באצאלט אפילו איין טויזענטער פאר דעם איד וועל איך עס בל"נ דא לאזן וויסן בפני כל הקהל ועדה.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 3:40 pm

· #262853
כבוד ר' יתרו איהר האט דאך אין די תורה חשוב'ע פרשה פון ואתה תחזה און געגעבן גוטע עצות, אבער איינער וואס גיבט עצות דארף אויך קענען הערן פון אנדערע,

גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט אבער יעדער פארשטייט אז מען קודם דארף מען האבן כדי צו קענען באצאהלן, און פארקויפן קען ער נישט יעצט צוליב די לעגאלע זאכן וואס גייט יעצט פאר דארט און זיי האבן א פונקטליכע חשבון אויף די חובות און ער וויל דאס באצאהלן ווי שנעלער.

סא פאר דו ביסט אזוי ברוגז אויף איהם פארשטיי די סיטואציע און נאכדעם האב טענות אויף א איש צדיק און א נרדף וואס איינע פון די שווערסטע זאכן יעצט איז אז טוביה חטא וזיגוד מינגיד, זיי האבן אנגע'חובות'ט און אויף איהם האט מען טענות.
וה' הטוב יכפר

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:27 pm

· #262874
געוואלדיג

גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

געוואלדיג

ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.

געוואלדיג

און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.
בעל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.

זייגער » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:48 pm

· #262879
איך זעה אז די טיפישע סטיל דא איז אז ווען מ'וויל בארעדן א רבי, זאגט מען 'איך האב גארנישט מיט דער און דער חסידות, אבער' און דא הייבט מען אן בארעדן.

טאמער האסטו גארנישט מיט זיי, ווי אזוי ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ פון הונטער די קוליסן??

צוליב דעם זאג איך, איך האב גארנישט מיט ניקלושבורג, און דעריבער וועל איך גארנישט צולייגן.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:49 pm

· #262880
יתרו
געוואלדיג

גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

עס איז געווען מיט זיין פולע צושטימונג און הסכמה און חיזוק אויב וואוינסטו טאקע אין מאנסי קענסטו איהם אליין פרעגן, יא ער איז געווען אויס מענטש אז עס איז צוגעקומען לידי זה אבער מיט זיין פולע הסכמה און שטיצע

איך פארצייל דיר א מעשה ווי ער האט ברבים מוחה געווען און דו ברענגסט מיר ביליגע רעטאריק פון סקווירא, יעדער וואס איז אריינגעמישט אין די פרשה און וואס קען איהם ווייסט אז ער האט טאקע נישט געוואוסט, און איך וועל נאר צולייגן אז אויב וועסטו רעדן טאקע מיט די מנהל פון זיין ישיבה קטנה וועט ער דיר פארציילן וויאזוי ער האט מיטגעהאלטן איינמאל פאר ווען דער ניקלשבורגער רבי איז געקומען אין זיין אפיס ווייל ער האט געהערט אביסל פון וואס עס גייט פאר, און ווי מען האט שנעל צוריסן און אויסגעמעקט פילע דאקומענטן כדי ער זאל נישט געוואר ווערן דעם אמת

געוואלדיג

און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

שוין איך וויל נישט צופיל רעדן מחשש גילוי אבער ער האט געקענט רוהיגערהייט זיי זעהן אראפ פון די באורד אן די שורה כידוע ליודעים

דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.

פארדעם ברענג איך דיר די מעשה פון די ישיבה גדולה כדי דו זאלסט זעהן אז נישט נאר איין באשעפער ווייסט נאר אויך כמה וכמה אידן ווייסן דאס

בעל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.

אויב ווילסטו נעמען פון ווער עס איז געווארן באצאלט קום אין אישי

לייב פאללאק » מאנטאג מערץ 30, 2015 6:25 pm

· #262913
רעב מעכל מיט זיין זוהן פעסטער רב זינגען הארציג והשיב ביי א מסיבה פון אחים בדרך
<a class="postlink" href="https://vimeo.com/123382463">https://vimeo.com/123382463</a>

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:01 pm

· #262918
געוואלדיג
יתרו
געוואלדיג

גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

עס איז געווען מיט זיין פולע צושטימונג און הסכמה און חיזוק אויב וואוינסטו טאקע אין מאנסי קענסטו איהם אליין פרעגן, יא ער איז געווען אויס מענטש אז עס איז צוגעקומען לידי זה אבער מיט זיין פולע הסכמה און שטיצע
פרעכע ליגענט.

געוואלדיג

ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.

איך פארצייל דיר א מעשה ווי ער האט ברבים מוחה געווען און דו ברענגסט מיר ביליגע רעטאריק פון סקווירא, יעדער וואס איז אריינגעמישט אין די פרשה און וואס קען איהם ווייסט אז ער האט טאקע נישט געוואוסט, און איך וועל נאר צולייגן אז אויב וועסטו רעדן טאקע מיט די מנהל פון זיין ישיבה קטנה וועט ער דיר פארציילן וויאזוי ער האט מיטגעהאלטן איינמאל פאר ווען דער ניקלשבורגער רבי איז געקומען אין זיין אפיס ווייל ער האט געהערט אביסל פון וואס עס גייט פאר, און ווי מען האט שנעל צוריסן און אויסגעמעקט פילע דאקומענטן כדי ער זאל נישט געוואר ווערן דעם אמת
מען ווערט נישט פטור פון קיין ריספאנסביליטיס מיט א מחאה.

געוואלדיג

און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

שוין איך וויל נישט צופיל רעדן מחשש גילוי אבער ער האט געקענט רוהיגערהייט זיי זעהן אראפ פון די באורד אן די שורה כידוע ליודעים
ער האט נישט געקענט.

דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.

פארדעם ברענג איך דיר די מעשה פון די ישיבה גדולה כדי דו זאלסט זעהן אז נישט נאר איין באשעפער ווייסט נאר אויך כמה וכמה אידן ווייסן דאס

בכל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.

אויב ווילסטו נעמען פון ווער עס איז געווארן באצאלט קום אין אישי

שרייב ברבים איך וועל דיר ברענגן א ליסט פון הונדערט בעלי חובות (אינקלאדינג זעכציג כולל יינגעלייט) און די וועסט מיר זאגן וויפיל פון זיי ער האט שוין באצאלט א פענני.

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:10 pm

· #262921
זייגער
איך זעה אז די טיפישע סטיל דא איז אז ווען מ'וויל בארעדן א רבי, זאגט מען 'איך האב גארנישט מיט דער און דער חסידות, אבער' און דא הייבט מען אן בארעדן.

טאמער האסטו גארנישט מיט זיי, ווי אזוי ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ פון הונטער די קוליסן??

צוליב דעם זאג איך, איך האב גארנישט מיט ניקלושבורג, און דעריבער וועל איך גארנישט צולייגן.

איך קען דיינים וואס זענען געווען אינוואלוואד, איך קען ריעל עסטיט דיוועלאפארס וואס האבן געוואלט קויפן פונעם ניקלשבורגער (און ער האט נישט געוואלט פארקויפן) און איך קען בעלי חובות. דאס מאכט מיך נישט האבן עפעס מיט דעם חסידות.
און איך קען נישט דעם ניקלשבורגער פערזענליך אבער אזויפיל האב איך קענען געלערנט אז די מעשה איז נישט פשוט ווי די חסידים דא אויפן געוועב פרובירן עס אראפצולייגן. נאכאמאל קען זיין אז ער איז גערעכט קען זיין אז ער איז א צדיק אבער די מעשה איז נישט גלאטיג.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:17 pm

· #262922
יתרו
געוואלדיג
יתרו
געוואלדיג

גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

עס איז געווען מיט זיין פולע צושטימונג און הסכמה און חיזוק אויב וואוינסטו טאקע אין מאנסי קענסטו איהם אליין פרעגן, יא ער איז געווען אויס מענטש אז עס איז צוגעקומען לידי זה אבער מיט זיין פולע הסכמה און שטיצע
פרעכע ליגענט.

רעד מיט איהם און פרעג איהם פאר דו שרייבסט מיט אזא ברייטקייט
געוואלדיג

ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.

איך פארצייל דיר א מעשה ווי ער האט ברבים מוחה געווען און דו ברענגסט מיר ביליגע רעטאריק פון סקווירא, יעדער וואס איז אריינגעמישט אין די פרשה און וואס קען איהם ווייסט אז ער האט טאקע נישט געוואוסט, און איך וועל נאר צולייגן אז אויב וועסטו רעדן טאקע מיט די מנהל פון זיין ישיבה קטנה וועט ער דיר פארציילן וויאזוי ער האט מיטגעהאלטן איינמאל פאר ווען דער ניקלשבורגער רבי איז געקומען אין זיין אפיס ווייל ער האט געהערט אביסל פון וואס עס גייט פאר, און ווי מען האט שנעל צוריסן און אויסגעמעקט פילע דאקומענטן כדי ער זאל נישט געוואר ווערן דעם אמת
מען ווערט נישט פטור פון קיין ריספאנסביליטיס מיט א מחאה.

ריכטיג אבער מיט וואס איז עס בכלל געווארן זיין ריספאנסעביליטי? האט איינער פון זיי גערעדט מיט איהם פאר ער האט אנגענומען די דזשאב? האט ער אונטערגעשריבן מיט זיי א קאנטראקט?, אויב ביסטו טאקע אין מכון להוראה ווייסטו זייער גוט אז מען האלט קיינמאל נישט א רבי ריספאנסיבל פיינענשעלי אויף חובות פון זיין מוסד און בפרט די מוסד וואס מען האט אלעמאל באהאלטן פון איהם און ער האט עכט קיינמאל נישט געהאט קיין שום ווארט אויף זיי, און אלע איינגעשטעלטע האבן קיינמאל מיט איהם קיין שייכות נישט געהאט, פליז איך האלט אז דו ביסט גענוג באקאנט צו וויסן דאס, און ער האט יא גענומען דאס אויף זיך
געוואלדיג

און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

שוין איך וויל נישט צופיל רעדן מחשש גילוי אבער ער האט געקענט רוהיגערהייט זיי זעהן אראפ פון די באורד אן די שורה כידוע ליודעים
ער האט נישט געקענט.

פארדעם האב איך געשריבן כידוע ליודעים, און דו שרייבסט אז דו ווייסט נאר פון וואס מען שמועסט אין מכון להוראה
דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.

פארדעם ברענג איך דיר די מעשה פון די ישיבה גדולה כדי דו זאלסט זעהן אז נישט נאר איין באשעפער ווייסט נאר אויך כמה וכמה אידן ווייסן דאס

בכל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.

אויב ווילסטו נעמען פון ווער עס איז געווארן באצאלט קום אין אישי

שרייב ברבים איך וועל דיר ברענגן א ליסט פון הונדערט בעלי חובות (אינקלאדינג זעכציג כולל יינגעלייט) און די וועסט מיר זאגן וויפיל פון זיי ער האט שוין באצאלט א פענני.

כדלעיל, און איך וועל ברבים נישט שרייבן ווייל זיי זענען אנשים פרטיים, פרעג נאר ווער עס האט געהאנדלט מיט די פאריגע הנהלה וועט דיר שוין זאגן ווער איז א מענטש און ווער נישט, ודי בזה

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:26 pm

· #262927
יתרו

איך קען דיינים וואס זענען געווען אינוואלוואד,
און איך ווייס אויך פארוואס זיי האבן געסטאפט מיט זייער הזמנה לבי"ד

איך קען ריעל עסטיט דיוועלאפארס וואס האבן געוואלט קויפן פונעם ניקלשבורגער (און ער האט נישט געוואלט פארקויפן)
און איך ווייס אויך פארוואס מען האט נישט געוואלט פארקויפן

און איך קען בעלי חובות.
און איך ווייס אויך פארוואס מען האט נאכנישט באצאהלט
דאס מאכט מיך נישט האבן עפעס מיט דעם חסידות.
און איך קען נישט דעם ניקלשבורגער פערזענליך אבער אזויפיל האב איך קענען געלערנט אז די מעשה איז נישט פשוט ווי די חסידים דא אויפן געוועב פרובירן עס אראפצולייגן.
איך קען איהם יא פערזענליך און איך בין אויסדריקליך נישט קיין ניקלשבורגער חסיד ווייט ווייט פון דעם, אבער אין די פרשה בין איך באקאנט מיט די פאקטן,

נאכאמאל קען זיין אז ער איז גערעכט קען זיין אז ער איז א צדיק אבער די מעשה איז נישט גלאטיג.

אונטערשטע נקודה, ערווארט נישט צו פארשטיין א פארוויקלטע פרשה אויף קאווע שטיבל נישט דארט שמועסט מען אויס הייקעלע נושאים, אז דו ווילסט עכט פארשטיין פארבינד זיך מיט מיר אין אישי און דארט וועלן מיר ממשיך זיין, אז דו ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן דאן באשמוץ נישט, העכסטנס שרייב אז דו ווילסט פארשטיין פארוואס ער באצאהלט נישט אבער באשמוצן ווייל דו ביסט נישט באקאנט? ווילסט עכט העלפן דיין באקאנטן לייג זיך אריין, ווער געוואר דעם אמת און זעה וואס דו קענסט טוהן, בברכת הצלחה מרובה

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 8:21 pm

· #262944
סתם דרך אגב ווען די הנהלה דארט האט אנגעטראגן פאר די מנהל פון ישיבה קטנה די דזשאב איז ער געגאנגען פרעגן די ניקלשבורגער רבי און ער האט איהם מיעץ געווען ער זאל נישט אנעמען די דזשאב ווייל די מצב מיט די געלט איז שוין נישט געווען דעמאלטס אזוי איי איי איי, אבער ער האט נישט געפאלגט און טאקע חרטה געהאט,

נ. ב. אויב דארפסטו זיין נאמבער צו קענען קאנפערמען די פאקטן בעהט אין אישי

קאפשטיק » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:04 am

· #263031
לאמיתו של דבר איז נישט אינטערסאנט דא אריינצוגיין אין פרטים ווייל דאס איז א מים שאין להם סוף, וואספארא ראיות מען וועט נאר ברענגען זענען זיי מלומד צו פארטושן די מוחות מיט אויסגעזויגענע בלבלים און פרעכע שקרים.

איך וויל נאר וויסן איין זאך, פארוואס האט מען קיינמאל נישט געהערט ביז די די לעצטיגע פרשה אז האדמו"ר מניקלשבורג האט געהאט א געלט סכסוך מיט סיי וועם? אלטס איינער וואס האט דורכגעדרייט אסאך געלט וואלט זיך כאטש ערגעץ ווי געדארפט אנשטאלפערן מיט געלט סכסוכים, דין תורות וכדו'

נאר וואס דען? ער איז אן איש ישר, ווער עס קען אים נאר פערזענדליך וועט מעיד זיין אז יענעמ'ס געלט איז ביי אים אסור בתכלות האיסור און טאקע דערפאר פלעגן מענטשן האלטן געלט ביי אים וויסענדיג אז דאס וועט ער נישט צורירן, נאך מער ער נעמט נישט קיין שטאטישע הילף האלטענדיג אז דאס איז נישט 100% אויסגעהאלטן, איך וועל נישט מאריך זיין אין דעם ווייל די וואס ווילן אים אראפרייסן וועלן טרעפן פון אינטער די ערד מעשיות מיט שקרים מיך אפציווענדן, אבער דאס שרייב איך פאר ווער עס וויל וויסן די אמת, זאל זיך אליינס גיין נאכפרעגן פון דיע וואס פלעגן האבן א שייכות מיט אים אין געלט ענינים.

משא"כ די פריערדיגע הנהלה, איז ארויסגעגבען גאווארן אנקעגן זיי א פאבליק רעקארד - און דאס איז עוועלעבל לכל מאן דבעי לראות - אז זיי זענען גנבים פון ערשטע קלאס און אז זיי האבן געגנב'ט פון א קהלה קדושה געלט וואס איז נישט זייערס, און דאס האבן זיי גאר אליינס מודה געווען פאר א לויער וואס אלעס איז רעקאדירט געווארן און אויפגעוויזן גאווארן אין געריכט, נו מער פעלט נישט אויס צו זאגן, עס רעדט זיך פון זיך אליינס...

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:36 am

· #263052
גערעכט נישט דא איז די פלאץ פאר די נושא

שלמה המלך » זונטאג אפריל 12, 2015 3:18 pm

· #265399
וישלח משה את חותנו, וישב יתרו וילך אל מקומו.. לאל

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 9:13 pm

· #272166
וואס איז דער בילד און פון וואו איז דאס?

יואב » זונטאג מאי 3, 2015 9:14 pm

· #272168
[ציטאט אראפגענומען]

צו יעדן באזונדער?

לכבוד שבת קודש » זונטאג מאי 3, 2015 9:19 pm

· #272175
דאס אלעס איז געווען יעצט ביים טיש?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 3, 2015 9:26 pm

· #272181
עזריאל איינער איז דיר געקומען אין חלום? עס ווערט שוין די ערשטע יארצייט פון רבי עזריאל.
#אנאנים אלערט

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 3, 2015 9:43 pm

· #272200
ס'שקר. ס'נישט מעגליך מוחל צו זיין.

יין שרף » זונטאג מאי 3, 2015 9:45 pm

· #272203
דברים שבלב אינם דברים. און בפה האט ער זיי שוין מוחל געווען. (שמעתי מפה קדשו)

געוואלדיג » מאנטאג מאי 4, 2015 12:22 am

· #272258
דאס האב איך יעצט באקומען, און אין בין עס מפרסם למען ידעו דורותיכם.
📎 מסירת מודעה גוטמאן א.PDF 📎 מסירת מודעה גוטמאן ב.PDF 📎 מסירת מודעה גוטמאן.pdf

א איד » מאנטאג מאי 4, 2015 12:49 am

· #272263
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
אונז ווארט מיר נאך אויף די ניקים החומים בצימעס, עפעס האבן זיי איינגענומען א שטילשווייגעניש דערווייל. וואס איך האב געמאכט ריסוירטש דערווייל, איז נישט געווען קיין חלום, נאר בעריש׳ס קינדער האבן געוואלט טוהן עפעס לטובת נשמת אביהם, און זיי זענען געקומען צום ניקלשבורגערס טיש עם איבערבעטן.

שלמה המלך » מאנטאג מאי 4, 2015 2:20 am

· #272275
איך קען אייך זאגען איין זאך: פרשת מעכעליסטן/ניקלשבורג איז א לאנגס און א ברייטס און זייער א פארווייטאגטע פרשה!
ווי מ'האט פארברעצירט שקרים אין כזבים וואס איז געקומען מחמת קנאה ושנאה און געפירט א גאנצע דור אין באאד אריין! מצער געוועהן גאנצע משפחות און שופך דם געוועהן אויף א שרעקליכען אופן למעלה מן המשוער
יארן לויפן אדורך און ציביסלעך פאנגען אן זאכען ארויפצישווימען!
איך בין נישט קיין ניקלשבורגער נאר א חקרן, און שוין יארן וואס די פרשה שרייט און וויינט 'אבן מקיר תצעק'
ציביסלעך נאך א פיוס, נאך א חרטה געפיל וכו' וכו'
כאטש אזויפיל זאל זיך כלל ישראל לערנען אז די זאכען זאלען זיך נישט איבערשפילען
והעיקר ווי לאנג די יודן לעבען נאך זיי לויפן בעטען מחילה - אויב ס'איז בכלל שייך

צדיק נסתר » מאנטאג מאי 4, 2015 10:44 am

· #272316
צו וועלכע 4 קינדער איז ער געקומען אין חלום?

א איד » מאנטאג מאי 4, 2015 12:20 pm

· #272349
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
וואס איז געווען די שמועס? אז בעריש איז זיי געקומען אין חלום?

גאנצל » מאנטאג מאי 4, 2015 4:26 pm

· #272441
ס'איז נישטא וואס צו רעדן אז די רבי שליט"א האט געטון אסאך מאדנע זאכן אבער דעס איז נישט קיין שום תירוץ אים צו רודפ'ן און מ'האט עס נאך אריין געלייגט אין אידישקייט א מין רשעותדיגע בלאף

איש את רעהו » מאנטאג מאי 4, 2015 10:10 pm

· #272565
מען קען הערן די דרשה וואס ער רעדט איבער די איבערבעטונג
7187056060
#5

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 4, 2015 11:10 pm

· #272579
איש את רעהו
מען קען הערן די דרשה וואס ער רעדט איבער די איבערבעטונג
7187056060
#5

הערליך הערליך.
I like him

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 5, 2015 12:23 am

· #272597
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די דעטאלן, ווער עס ווייסט זאל ביטע אויסקלארן.

ר' בעריש לויפער איז געווען א זין פון ר' שלום?

פארוואס האט ער אזוי פארפירט, האט ער געהאט קינדער אדער אנדערע משפחה וואס זענען געווען חסידים פון ר' מיכל?

וואלף גוטמאן, מי הוא זה? פון מונקאטש? און וואס איז געווען זיין ראלע אין די מערכה קעגן ר' מיכל?

דעת תורה » דינסטאג מאי 5, 2015 1:11 am

· #272603
יא

ברודער

?, ?, מחבר ספר מתי שוא

א איד » דינסטאג מאי 5, 2015 1:18 am

· #272604
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
בעריש איז געווען א זון פון ר׳ שלום, ער האט פארפירט ווייל זיין ברודער פינחס און זיינע שוואגערס אהרן פר״מ מיט אלטר לאנדא (נאך דארט) און שמואל טייטלבוים (שוין נישט דארט) און יצחק משה פרענקל (חצי חצי) זענען געווען פארכאפט אינעם כת, וואס קריכט אוועק פונעם רעבינזיכרוינעליווראכעס דרך.

וואלף גוטמאן איז געווארן א קאונסלער אין מונקאטש בעת ווען ר׳ מעכל איז געווען מנהל דארט, אין ר׳ מעכל האט עם אויפגענומען דארט און צוגעשטעלט א דזשאב און עם מקרב געווען, און ווי באקאנט דאס ווארט פון צדיקים הקודמים, אז פאר א טובה ווארפט מען צוריק שטיינער, ר׳ מעכל האט פשוט פארגעסן עם צו געבן א פעקל קליינע שטיינדלעך (אדער בדרך צחות: אז ער האט עם בטעות געגעבן א זעקל פון גרויסע שטיינער) און דער אינגערמאן נעבעך האט אויסגעטראפן די מעשיות וואס מען האט שפעטער געדרוקט אונטער נאמען גביות עדות, ווי כאילו מען האט גובה עדות געווען, אז ר׳ מעכל האט געטוהן געוויסע עבירות חמורות, און פראסטע זאכן.
און דאס איז געווען פאנטאזיעס פון דעם וואלף גוטמאן.

התנצלות: איך נעם נישט פאראנטווארליכקייט אויף דיזען תגובה, דאס האב איך באקומען פון איינע פון חסידי ר׳ מעכל זז״ג.

א איד » דינסטאג מאי 5, 2015 1:33 am

· #272611
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין עס נישט מקנא, און איך וואונטש עס נישט פאר מיינע שונאים.

סמיילי » דינסטאג מאי 5, 2015 5:02 am

· #272624
ווי קען מען זעהן די קונטרס מתי שוא???

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 9:22 am

· #272640
אין טוילעט אדער קירכע.

בעל מדות » דינסטאג מאי 5, 2015 10:46 am

· #272653
איין מינוט איין מינוט!...איך וויל אריינהאקן דא א סאקונדע, ניקלשבורג איז נישט גוט געספעלט, פיין צוריק צום שמועס.

יעקב » דינסטאג מאי 5, 2015 11:14 am

· #272659
דא האט איר די בילד ווי הרב ר אהרן ליינט פאר די בריוו, 2טע נאך אים זענען 4 קינדער פון ר בעריש לויפער ע"ה וואס זענען געקומען איבערבעטען
📎 Pict3.jpg

יעקב » דינסטאג מאי 5, 2015 11:16 am

· #272660
דא האט איר די בריוו, אז די וועלט איז נישט הפקר

דער מאור ושמש זי"ע האט געזאגט אין קראקא, אז אלע וואס האבען אים גערודפט לשם שמים, וועלען זייערע קינדער זיין חסידים, - און ווער עס האט אים גערודפט שלא שמים (נאר פשוטע גנבים שווינדלער) וועלען זייערע קינדער זיין אפיקורסים, און אזוי איז טאקע געווען
📎 מסירת מודעה גוטמאן.pdf

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 11:25 am

· #272663
שוין 3 מאל געזעהן דא דעם בילד און דעם בריוו.
די אלע לייענען טאקע נישט בעפאר מען פאוסט נייע תגובות?

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 5, 2015 11:26 am

· #272664
בעל מדות
איין מינוט איין מינוט!...איך וויל אריינהאקן דא א סאקונדע, ניקלשבורג איז נישט גוט געספעלט, פיין צוריק צום שמועס.

סאקונדע איז נישט גוט געספעלט

יעקב » דינסטאג מאי 5, 2015 11:38 am

· #272666
נאך א בילד, מיט 4 קינדער, אנגעהובען די 3טע, צייל 1 2, נאכדעם זענען די 4 קינדער פון בעריש
📎 Pict1.jpg

diff » דינסטאג מאי 5, 2015 11:52 am

· #272669
אז ס'דא נייע פראבלעמען לוינט שלום מאכן מיט די אלטע

גאנצל » דינסטאג מאי 5, 2015 12:30 pm

· #272676
הייסט די רבי שליט"א האט זיך געזוכט איבערצובעטן מיט די לויפער'ס 😉 לייג דיך צוריק און שלאף געזונטערהייט

בעל מדות » דינסטאג מאי 5, 2015 3:12 pm

· #272705
ישמעאל הכהן
בעל מדות
איין מינוט איין מינוט!...איך וויל אריינהאקן דא א סאקונדע, ניקלשבורג איז נישט גוט געספעלט, פיין צוריק צום שמועס.

סאקונדע איז נישט גוט געספעלט

פיין דאס איז א תגובה און דאס איז א אשכול נאמען.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 4:16 pm

· #272717
א איד
אונז ווארט מיר נאך אויף די ניקים החומים בצימעס, עפעס האבן זיי איינגענומען א שטילשווייגעניש דערווייל. וואס איך האב געמאכט ריסוירטש דערווייל, איז נישט געווען קיין חלום, נאר בעריש׳ס קינדער האבן געוואלט טוהן עפעס לטובת נשמת אביהם, און זיי זענען געקומען צום ניקלשבורגערס טיש עם איבערבעטן.

א איד: אפשר האבן זיי געזעהן זאכן בהקיץ וואס האט זיי געמאכט טראכטן אז אפשר איז כדאי איבערצובעטן א איד וועם מ'האט געצאפט די בלוט און מבזה געווען ברבים פאר אזויפיל יארן...?!
בלאט: 1 2 3 4