☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4566
בלאט: 1 2 3 4

קרעקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:16 am

· #144124
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
כגלייב נישט סאיז נאכנישט דא א אשכול וועגען דע יוד
סיז דא אסאך צו רעדען וועגן זיין יוגענט, די מחלוקה. און היינט אלס אדמו"ר
ווען וועלט איס וועלט וואלט ער געווען א רשכבה"ג, ער זינגט שיין, זאגט שיין, א קנאפע תלמיד חכם, הערליכע בעל תפלה, בעל מקובל, קען חכמת היד והפרצוף, אין היינט האט ער שוין אויכעט ריזכן מוסדות אין שטאט מיט שיינע בנינים

דאנט געט מי ראנג פאר עי סעקאנד, כהאלט נישט ער איז פליט אין הימעל, אבער ער איז עטליסט די זעלבע גרויסע ץ ווי אלע רביס אין זיין עידזש, און אסאך א קלענערע גענגסטער ווי ביידע סאטמארע רביס בעלז סקווערע וכו' וכו' אויב כהאב ווען א טשויס נעם איך עם

כלייג אריין איין קליפ וואס כהאב יעצט געטראפען פון א דרשה נאך לייבי קלעצקי
אוי איז ער א פרא, אוי זאגט ער גיט, אוי ברעטשעט ער אריין, אוי קרעכצעט ער דילישעס
שמעו ותחי נפשכם

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=9KNa3JRyPz8">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... KNa3JRyPz8</a>

לבי במזרח » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:21 am

· #144128
[ציטאט אראפגענומען]

But its also about both satmare, skvere and belze rabbi's, isn't it?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:21 am

· #144129
יא מ'קען ווערן צומישט אז די אשכול איז איבער די גענגסטערס פון סאטמאר, בעלזא און סקווירא.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:43 am

· #144143
[ציטאט אראפגענומען]

וואס קומסטו ווארענען גלייך ביים ערשטען תגובה נאך פאר איינער זאגט א ווארט? נאר מוז זיין אז ער האט עפעס געשריבען וואס גייט זיך יעצט אנהויבען דא לעבעדיג..

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:19 pm

· #144188
איי פארוואס? אבער פארוואס נישט...?
קודם וועל איך דא אראפ-פעיסטן געוויסע חלקים פון זיין בלאט אין וויקיפידיע מיטן מוסף זיין פרטים:

כ"ק אדמו"ר הרב יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש שליט"א מ'ניקלשבורג, איז א זון פון זיין פאטער רבי ברוך יהודה לעבאוויטש (טאטע פון הרב ברוך מרדכי - קאמארנע רבי, הרב נפתלי - דער באקאנטער תורה שרייבער פון רבינו הק' מ'סאטמאר ז"ל און פון די חידושי תורה בענדער בפרט, און הרב אליעזר דוד) אן איידעם פון הרב רבי שרגא שמואל שניצלער, טשאבער רב אין ירושלים (טאטע פון רבי זושא - דער פאטער פון די באקאנטע שניצלער ברודער), און זיין מוטער יענטל.
ער איז געוועזן א תלמיד אין דער סאטמארער ישיבה. ער האט אנגעהויבן פירן א חבורה פון ערליכע בחורים ווי מען איז זיך צוזאמען געקומען יעדע שטיק צייט זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם.
במשך א צייט בעיקר נאכן רביה"ק מסאטמאר זי"ע הסתלקות האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און אזוי ווי ער איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקלשבורג האט דאס חסידות באקומען דעם נאמען ניקלשבורג.

דאס ניקלשבורגער חסידות איז היינט פלאצירט אין דער שטאט מאנסי ווי זיי האבן געבויעט א שיינעם בית המדרש
📎 ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg
📎 1ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg
און ווי אויך אויף געשטעלט א ישיבה גדולה,
📎 ניקלשבורג ישיבה.jpg
און א ישיבה קטנה,
📎 ניקלשבורג ישיבה קטנה.jpg
📎 ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg 📎 1ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:43 pm

· #144212
און ווי אויך האבן זיי איבערגענומען די מיידל שולע בת מלך וואס ווערט היינט געפירט דורכן ניקלשבורגער רבי'ן.
דער ניקלשבורגער רבי האט א נאמען פון א שטארקן צוגעלאזטן איד, מיט וועם מ'קען זיך דורך רעדן כל ערליי ענינים ברוחניות ובגשמיות, אסאך יידן קלאפן אן טעגלעך ביי אים אין שטוב צו הערן א עצה והדרכה, צו זאל עס זיין שלום בית, געזונט און פרנסה.
📎 קודש פנימה.jpg
זיין געגנווארט איז געשמאק, ווייל ער האט אלע כשרונות וואס א איד קען זיך נאר ווינטשן, ער איז א הערליכער בעל תפילה, ווי אויך א געוואלגדיגן כח הדרוש, און א שמועס מיט אים איז מחי' נפשות. ועל כולם א חסידישער עולם איז זיין קרייז, ער האט איבערגעדרוקט ספרים ווי נתיב מצוותיך מיט זיינע הגהות און ער האט ביי זיך הונדערטער כתבי ידות פון זיינע חידושים.
ער האט חתונה געהאט (בזיוו"ש) מיט דער טאכטער פון אוהעלער רבי'ן און געצויגן קיין מאנסי. היינט צוטאג איז דער ניקלשבורגער רבי פארעכנט פון די חשוב'סטע און ווארעמסטע רבי'ס אין ניו יארק, א ניקלשבורגער חסיד ווערט ארויף געקוקט און רעספעקטירט.
עס קומט ארויס א גליון ניקלשבורג וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן וואס האט אין זיך באשרייבונגען פון דעם חסידות ניקלשבורג אלע געשעענישען וואס עס טוט זיך אין די חסידות ווערט דארט אראפ געלייגט מיט קאלירטע בילדער פון די אלע מאורעות.

די ניקלשבורגע חסידות האט א וועבזייטל <a class="postlink" href="http://www.nikolsburg.org/">http://www.nikolsburg.org/</a>

איינע פון זיינע זון איז דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים דער פעסטער רבי הרב יואל.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:58 pm

· #144222
איינס פין די מלחמות פון וואס מען וויל (סאטמאר בפרט) עס זאל פארגעסען ווערן איז די מלחמה קעגן ר' מעכל אין זיינע חסידים

עס זענען דא וואס זאגען אז די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען ווען נאך דעם רבין'ס פטירה האט מען האט איינגעזען אז אויב וועט מען אים נישט אינטערברענגען וועלן א גרויס חלק אינגעלייט ווערן זיינע חסידים אדער ווי מען האט זיי א נאמען געגעבן "מעכעליסטען"

איך האב געלייגט א האנט אויף אן ארגינעלן קונטרס מתי שוא (ס'שטייט טאקע חלק א', כ'מיין אבער ס'איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען חלק ב') עס האט 50 בלעטער וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א לויפער מיט א פילאפף געבעקט דורך סאטמאר
מתי שוא 1
מתי שוא 2
מתי שוא 3
מתי שוא 4
מתי שוא 5
מתי שוא 6
מתי שוא 7
מתי שוא 8
מתי שוא 9

איך האב אויך דערווישט דעם ספר דברי שלום ואמת עס האט 500 בלעטער ארויס געגעבן דורך די מעכעליסטן אבער כ'מיין האט מען עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פארן פאבליק
ספר דברי שלום ואמת

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:17 pm

· #144235
געהערט אמאל א ווערטל:

וואס איז דער חילוק צווישן יארמער רב און ניקלשבורגער רבי?
דער יארמער רב האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיך צולאכט אינמיטן די דזשאוק, אזוי אז יעדער האט געזען אז עס איז א דזשאוק, אבער דער ניקלשבורגער רבי איז שטערקער פון דעם, ער האט זיך נאכנישט צולאכט... ער מאכט עס בעסער.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:19 pm

· #144238
באקומען אין אישי:
רוב אינפארמאציע איז שוין עקספייערד.
זיי מוטשען זיך מיט געלט. ער האט שוין דעריבער אויפגעגעבן ביידע ישיבות, די מיידל שולע בת מלך איז אויך אפגעטיילט, ער האט אבער א ת"ת פאר קלענערע קינדער (ביז כיתה ב') וואס הייסט בני מלכים. דער גליון ערשיינט מער נישט.
ער איז טאקע א ווארימער קלוגער איד, אבער לעצטנס גייען זאכן בארג אראפ.

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:55 pm

· #144268
שעפטל

📎 קודש פנימה.jpg



וואס איז די בעט דארט אין זיין חדר מיוחד? האט ער נישט מורא מפני החשד וד"ל

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:03 pm

· #144273
ווי קען מען פארגעסן א גוט ווארט פונעם רבי'ן

איינע פון די גרויסע ר"י אין סאטמאר (נישט פאסיג צו שרייבן א נאמען) האט געזאגט אין יענע צייטן אויפ'ן רבי'ן מכלומרש'ט פון רבינו מסאטמאר זצ"ל

"אז אזוי האט זיך אנגעהויבן די כת ש"ץ"

די רבי איז אמאל דורך געגאנגען יענעם'ס ביהמ"ד וואס ס'איז געווען אין זיין שכינות יענער האט זיך זייער געפלאגט. דאס ביהמ"ד האט אויסגעזען ווי א כאטקע זיך געפלאגט מיט מתפללים און נאך

האט די רבי אנגעוויזן אויפ'ן ביהמ"ד און געזאגט בנועם לשונו

"און אזוי האט זיך ג'ענדיגט כת ש"ץ"

היינט קען מען דאס זאגן אויף זיין קהלה אויך.....

טישו באקס » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:21 pm

· #144281
וזאת למודעי!
שהקונטרס הנוכחי הי' למראה עיני של הרבנים הגאונים שליט"א, ועברו עליו והוטב בעיניהם וזרזו להדפיסו.... 😂 😂

ישבה בדד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:35 pm

· #144289
שעפסיל מיט דיין שרייבען אזוי גרויס אויף ר' מעכיל -- און זאכען וואס דוא ווייסט אז ס'איז נישט אמת . ביזטו גורם אז מען זאל שרייבען אויף איהם און כמובן אויך א טייל זאכען וואס ס'איז נישט אמת .כידוע זיין דור שני דארף א גרוסע ישועה ברוחניות . וכמעט אין בית אשר אין בו מת רח''ל השם ירחם
איין אמתער ידידי פין ר' מעכיל

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:47 pm

· #144297
פוינט אוט דעס וואס איז נישט אמת (חוץ טאקע וואס כ'האב קארעקטעט)

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:51 pm

· #144301
שעפטל
א ניקלשבורגער חסיד ווערט ארויף געקוקט און רעספעקטירט.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:59 pm

· #144307
נאך אזוי ווי אסאך אנדערע קהילות

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:03 pm

· #144308
דאס יא. עניטיים ווי א זאלביטובער

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:05 pm

· #144309
ניקלשבורג אדער פאפא אדער יארמע... וואסא חילוק?
א מענטש ווערט רעספעקטירט לויט זיינע מעשים, נישט לויט וועלכע חסידות ער באלאנגט.
און טאמער טאקע נישט, דאן דארפן מיר א גרויסן תיקון - אפגעזעהן צי ס'איז ראסיסטיש אדער סעלף העיטינג - עס איז עקלדיג און סטופיד צו לעיבלען א מענטש לויט די קהלה ווי ער באלאנגט אדער איז אויפגעצויגן געווארן, ווילאנג ער זעלבסט טוט נישט קיין אומרעכט.
יעדער טרעפט זיך דאס פלאץ ערגעץ אנדערש. און מיר דארפן דאס טאלערירן.

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:11 pm

· #144312
זר זהב
דאס יא. עניטיים ווי א זאלביטובער


הייסט אז ביי די זאבילטובע מחלוקה וועט מען ברענגען א ראי' פון דא אז זאבילטוב איז א קהילה און נישט א חסידות.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:37 pm

· #144334
איך האב יעצט דורכגעליינט ביידע קונטריסים (שכוח שעפטל), שומו שמים וואס גייט דארט פאר. א הימל געשריי ממש.

איך האב אצינד עטליכע קושיות, ווער עס קען מיר פארענטפערן:

א. איז אמת די מעשה מיט די פטירה? - וואס איז פשט דערפון? - איך האב אויך אמאל געהערט א טעיפ פון די צוואה און א חבר (ווער ס'האט מיר מזכה געווען מיט דעם טעיפ) האט מיר דערציילט בשם אן אייניקל פונעם ניקלשבורגער רבי'ן, אז די טעיפ איז אטענטיש. איז וואס איז פשט דערפון? - איז ער א בלאפער? - איז פאראן פרטים וואס זענען צוגעלייגט געווארן אדער אראפגענומען געווארן? - וואס גייט פונקטליך פאר?

ב. ווי איך זעה, האט יואלי לעבאוויטש נאך עלטערע ברודער און שוועסטער (א זאך וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט). וואו געפינען זיי זיך? - זענען זיי בשלום מיטן טאטע'ן? - ווילן זיי אים קענען אדער נישט? - ווער איז דער ברוך יודא לעבאוויטש און פארוואס הערט מען נישט פון אים, נאר בלויז פון יואלי'ן?

ג. עס מאכט מיר דעם רושם אז נאכן זיך ציען קיין מאנסי, איז זיין 'חברותא' (וואו זיי רופן עס אן) קלענער געווארן. איז עס טאקע אזוי? - אויב יא, פארוואס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:49 pm

· #144343
לויט ווי כ'האב געהערט (כ'בין נישט געווען בשעת מעשה..) איז די מתי שוא שטארק איבערגעטריבן. הנח להם להלויפערס אז כדי צו כשר'ן אידיש בלוט איז אלע מיטלען געווען אקעי, נכלל אויפצוטראכטן אדער איבערטרייבן מעשיות.
נאך די רדיפות און טעראר האט ער פארלוירן א גרויסן חלק מסלתה ומשמנה פון זיין חברותא, און דערפאר איז עס קלענער געווארן.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:03 pm

· #144348
הייסט אז שמואל פריד האט אויפגעטאן וואס ער האט באמת געוואלט, אז ער האט אים אוועקגענומען רוב מנין ובנין. לויט ווי איך האב אמאל געהערט, האט ער געהאט פאר די רדיפות, מער פון וויפיל ער האט היינט.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:22 pm

· #144353
שמואל איז א שוואגער געווען.

קיין שאלה נישט אז מיט די רדיפות און איסורים האט מען אים אוועקגענומען (עכ"פ אויף יענע צייט - צו היינט בגלו) א שיינעם ציבור

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:40 pm

· #144361
שעפטל, כ'האב אביסל געליינט דעם מתי שוא, עס איז נישט צום גלייבן אז אזוינע קרעפ איז געווען אמאל א גאגנבארע זאך.

איך וואלט אים קאנטראסטעד מיט ישראל משה רויזענפעלד - כהיום אדמו"ר מדאראג, וואס ביידע קעיסעס האבען אסאך ענליכקייטן און ווי אזוי בעלזא האט געדילט דערמיט ווערסוס ווי אזוי די ס"ח האבען געדילט דערמיט.

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:21 pm

· #144370
ס'ח = ספרי חסידות?

מ גפני » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:26 pm

· #144383
מורינו הרב
הייסט אז שמואל פריד האט אויפגעטאן וואס ער האט באמת געוואלט, אז ער האט אים אוועקגענומען רוב מנין ובנין.

לייג צו: און אויך זיין ערשטע ווייב

קינות גירושין » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:16 pm

· #144399
לכבוד שבת קודש: סאיז נישט אונזערע גשעפטן צו קינדער האבן שייכס מיט זייער טאטע, זעה די זאלסט האבען שייכעס מיט דיינע קינדער און שטאק נישט אריין דיין נאז אין יענעמס טאפ
בתקוה להבנה

יואב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:24 pm

· #144403
לכבוד שבת קודש
איך האב יעצט דורכגעליינט ביידע קונטריסים (שכוח שעפטל), שומו שמים וואס גייט דארט פאר. א הימל געשריי ממש.

איך האב אצינד עטליכע קושיות, ווער עס קען מיר פארענטפערן:

א. איז אמת די מעשה מיט די פטירה? - וואס איז פשט דערפון? - איך האב אויך אמאל געהערט א טעיפ פון די צוואה און א חבר (ווער ס'האט מיר מזכה געווען מיט דעם טעיפ) האט מיר דערציילט בשם אן אייניקל פונעם ניקלשבורגער רבי'ן, אז די טעיפ איז אטענטיש. איז וואס איז פשט דערפון? - איז ער א בלאפער? - איז פאראן פרטים וואס זענען צוגעלייגט געווארן אדער אראפגענומען געווארן? - וואס גייט פונקטליך פאר?

ב. ווי איך זעה, האט יואלי לעבאוויטש נאך עלטערע ברודער און שוועסטער (א זאך וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט). וואו געפינען זיי זיך? - זענען זיי בשלום מיטן טאטע'ן? - ווילן זיי אים קענען אדער נישט? - ווער איז דער ברוך יודא לעבאוויטש און פארוואס הערט מען נישט פון אים, נאר בלויז פון יואלי'ן?

ג. עס מאכט מיר דעם רושם אז נאכן זיך ציען קיין מאנסי, איז זיין 'חברותא' (וואו זיי רופן עס אן) קלענער געווארן. איז עס טאקע אזוי? - אויב יא, פארוואס?


ברוך יודא איז זייער א טאלאנפול און קלוגער אינגערמאן, האט א שיינע שטוב מיט קינדער, און איז זייער נאנט מיט זיין טאטן. די לעצטע פאר יאר האט ער געוואוינט אין מאנסי, און אפאר חדשים צוריק האט ער זיך גע'מופט קיין ארץ ישראל.

מ'הערט נישט פון אים פונקט ווי מ'הערט נישט פון לכבוד שבת קודש. כ'מיין וואסארא מין שאלה איז דאס.
אגב, ער האט ג'עקט אויף די טעיפ 'פורים אין באגדאד'.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:28 pm

· #144405
ער פירט א רבי'שע שטוב, א פשוט'ע שטוב? - פארוואס האט ער געמופט?

קינות גירושין » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:36 pm

· #144410
לכבוד שבת קודש
ער פירט א רבי'שע שטוב, א פשוט'ע שטוב? - פארוואס האט ער געמופט?

וואטס יור פריקען ביזנעס?
וואספארא שטוב פירט דיין ברודער?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:00 pm

· #144450
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

וואס קומסטו ווארענען גלייך ביים ערשטען תגובה נאך פאר איינער זאגט א ווארט? נאר מוז זיין אז ער האט עפעס געשריבען וואס גייט זיך יעצט אנהויבען דא לעבעדיג..

לכל מאן דבעי למידע. @אנאנים האט אויסגעמעקט עטליכע הודעות וואס האבן פארדרייט די נושא.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:05 pm

· #144451
קיינער האט מיר נאכנישט געענטפערט.

איז אמת אז ער האט זיך געמאכט ווי ער שטארבט און געזאגט העכערע זאכן? - איז אמת אז ער האט געשריבן א בריוו, כאילו זיין טאטע שרייבט עס פארן געבוירן, אז ער באקומט א העכערע נשמה וכו'?

די זאכן זענען אמת אדער נישט?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:16 pm

· #144458
לכבודו פון דעם ניקלשבורג'ע רבי פון מאנסי (נישט צו פארטוישען צו דער פון בארא פארק), מה הוא מבקש את הנרדף אף אתה, וועל איך זאגן אפאר ווערטער.

דער מענטש איז דער גרעסטער געליטענער חסידישע איד וואס האט זיך פארזינדיגט מיט די סיסטעם. אוי וועלען זיי, די רודפים, גרילען אין גיהנום מיט פעפעריגע סאוס. מ'האט דעם מענטש גע'הרג'ט אויף אן אופן וואס מ'קען נישט צוריק לעבעדיג מאכן. אוועקגענומען זיין ווייב און קינדער, און געפירט אנטקעגן אים א נידריגע פארשטינקענע גרויליגע מערכה, און דאס אלץ אונטער שלייער פון "אידישקייט" לה' ולתורתו!

מ'דארף דאס חזר'ן און געדענקען, די וואס לערנען תולדות יעקב יוסף מהדורת לויפער, זאלן וויסען אז אלע מראי מקומות און הערות זענען מעשי ידי הרב יוסף יחיאל מיכל הנ"ל. און די רוצחים האבן מקיים געווען רצחת גם ירשת וכו' וכו'.

מיין חבר וואס איז געווען ביי די שבת אויפרוף פון זיין זוהן, יואלי, האט מיר איבערגעזאגט די שלש-סעודות תורה פונעם רבי'ן הנ"ל. דער רבי האט ארויסגעברענגט בדרך משל ונמשל, בענין ווען א קינד וואקסט אויף אן א טאטע... און צום סוף האט ער זיך געוואנדן צו זיין זוהן, און ברבים זיך אויסגעדרוקט בכל מיני חיבה ותשוקה כלפי זיין בן חביב וכו'. יענער זאגט מיר אז ס'איז נישט געווען קיין איין טרוקען אויג אין בית המדרש.

"נעה, א שפילער!" - בהמה וואס דו ביסט. א מענטש מיט טאלאנטען טאר נישט זיין קיין רבי?!

"די דור שני דארף א תיקון", - נו, אוודאי, ווען יעדע בית אב וואס איז געגאנגען צו אים איז געקומען אונטער אן אטאקע פארן בלויזען חטא פון זיצען מיט ר' מיכל'ן ביי א באטע, און די תוצאות זענען געווען שלום-בית רייבערייען, ארויסווארפען קינדער פון מוסדות, אפהאקען מיט זיידעס/עלטערען, ועוד ועוד וואס דער אייבישטער פארגעסט נישט, אלו הצאן מה חטאו, אוודאי קען זיין דארט א גרעסערע פראצענט וואס דארף א תיקון. - איין מינוט, וואס רעדסטו? איך קען א גרויסע כוונת-הלב עולם, וואס דארף א תיקון. וואס זאגסטו יעצט?

ר' מיכל איז א איד וואס קען טרעפען א שפראך מיט א חסידישע אינגערמאן, און מיט אן אלטע בחור וואס ארבעט אפיציעל אין א נייט-קלאב, ומחזירו למוטב.

--
איך בין נישט קיין ניקלשבורגע חסיד. איך ווער פשוט ברוגז ווען מ'בארעדט א משפיע וואס מענטשען האבן מרצונם הטוב אים בוחר געווען.

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:23 am

· #144570
99% רביס היינט שפילען נו אויב שפילען שפיל שוין גוט, זינג שיין, זאג שיין

גאנצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:27 am

· #144592
לכבוד שבת קודש
קיינער האט מיר נאכנישט געענטפערט.

איז אמת אז ער האט זיך געמאכט ווי ער שטארבט און געזאגט העכערע זאכן? - איז אמת אז ער האט געשריבן א בריוו, כאילו זיין טאטע שרייבט עס פארן געבוירן, אז ער באקומט א העכערע נשמה וכו'?

די זאכן זענען אמת אדער נישט?


און אז יא? האט ער זיך באנארישט איינמאל וואס האט דעס מיט דיר אז ער האט מענטשן וואס ווילן גיין צו אים זאלן זיי גיין ער האט נישט אפגעפירט פון וועג ער האט נישט גערעדט קיין דברי כפירה וכדו' לאז געמאכ און שוין די מערכה קעגן אים האט נישט גיהאט קיין שום פשט

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:43 pm

· #144614
קאווע טרינקער. החייתני! שפתיים יישק!!!!

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:40 pm

· #145990
קונטרס "דברי שלום ואמת" וואס קהל ברכות יוסף ד'ניקלשבורג האט ארויס געגעבען אדר שנת תשנ"א, ווי זיי פארציילן פונקטליך דער היסטוריה איבער די רדיפות.
<a class="postlink" href="http://www.israel613.com/books/DIVRAY-SHULEM-VAEMES-NIKLSHBURG.pdf">http://www.israel613.com/books/DIVRAY-S ... SHBURG.pdf</a>

א איד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:08 pm

· #153731
שרייבער
שעפטל

📎 קודש פנימה.jpg

וואס איז די בעט דארט אין זיין חדר מיוחד? האט ער נישט מורא מפני החשד וד"ל

נאך די אלע רדיפות פון וואס נאך זאל ער מורא האבן.

טיטאניק » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:15 am

· #175708
כבעט דיר רחמנות
לאז עם שלאפען רוהיג
ער האט ציפיל געכאפט לעצטענס
לאז עם לעבען לאז עס אויסאטעמען

ווער ווייסט באלד וועלען זיך נאך זיינע חברה און זיינע שונאים ארויסקריכען פון בעט און מאכען א פרישע סאמאטאכע דא אין שטיבעל

ששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששש

George » דאנערשטאג מאי 1, 2014 2:30 am

· #198386
געהערט א גוט ווארט:
א ניקלשבורגער חסיד זאגט פאר א זאלי:
30 יאר צוריק האט מען מיך גערופן א מעכעליסט, און דיך א סאטמערער. היינט רופט מען מיך א ניקלעשבורגער, און דיך א זאלי...
איך מיין נישט קיינעם צו באליידיגן ח"ו, -די זעלבע קען זיין ארוני- עס איז נאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי די וועלט דרייט זיך.

דאס איז זיכער אז ער האט אסאך געליטן פון די באנדע עקסטרעמיסן וואס האבן אים געצאפט דאס בלוט על לא דבר, איך קען נישט פונקטליך די היסטערי פון יענע מחלוקה, אבער וויפיל מ'זעהט היינט האט נישט געקענט זיין עפעס קיין מעישאר טענות קעגן אים, גאנץ א זיסע רבי, אפילו לאמיר זאגן אז ער מאכט עס גוט, ווערט ער נאכנישט וועגן דער טייוול. איך זעה נישט עפעס ראנג מיט דעם. טאמער זיינע חסידים זענען אקעי מיט דעם, גוט פאר אים.

שלמה המלך » זונטאג מערץ 29, 2015 2:31 am

· #262476
פאר די פארגיסט א צווייטענס בלוט טראכט אבער וואס די טיסט!
הענג אויס דיינע שמוץ וועש ברבים נישט יענעמס!
אנטשולדיגט פאר'ן שרייבן אזוי שארף! דער יוד האט גענוג מיטגעמאכט! לאז אים שוין במנוחה... יש"כ

געוואלדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 2:32 am

· #262477
אוי נעבעך

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 29, 2015 6:01 am

· #262496
שעפטל
איינס פין די מלחמות פון וואס מען וויל (סאטמאר בפרט) עס זאל פארגעסען ווערן איז די מלחמה קעגן ר' מעכל אין זיינע חסידים

עס זענען דא וואס זאגען אז די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען ווען נאך דעם רבין'ס פטירה האט מען האט איינגעזען אז אויב וועט מען אים נישט אינטערברענגען וועלן א גרויס חלק אינגעלייט ווערן זיינע חסידים אדער ווי מען האט זיי א נאמען געגעבן "מעכעליסטען"

איך האב געלייגט א האנט אויף אן ארגינעלן קונטרס מתי שוא (ס'שטייט טאקע חלק א', כ'מיין אבער ס'איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען חלק ב') עס האט 50 בלעטער וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א לויפער מיט א פילאפף געבעקט דורך סאטמאר
מתי שוא 1
מתי שוא 2
מתי שוא 3
מתי שוא 4
מתי שוא 5
מתי שוא 6
מתי שוא 7
מתי שוא 8
מתי שוא 9

איך האב אויך דערווישט דעם ספר דברי שלום ואמת עס האט 500 בלעטער ארויס געגעבן דורך די מעכעליסטן אבער כ'מיין האט מען עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פארן פאבליק
ספר דברי שלום ואמת

פארוואס זענען די מתי שוא קונטרסים אויסגעמעקט?

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 29, 2015 7:47 am

· #262499
ווייל שיקרא לא קאי.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 11:22 am

· #262512
נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט ווי די אמאליגע הייליגע רודפים קענען זיך קלאפן שישו מעי שישו.

שלמה המלך » זונטאג מערץ 29, 2015 12:40 pm

· #262537
[ציטאט אראפגענומען]

און האפענטליך וועט עס אנקומען צי איהר פארדינטע פלאץ אויפן אייביגער רוה - לנוקבא דתהומא רבא

קאפשטיק » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:13 am

· #262706
עס איז באקאנט אז ביי די לויפער פרשה האט ער גארנישט געלאזט צוריקטון פאר זיינע רודפים, (ער האט אפי' נישט מחזק געווען זיינע מענטשן, ער איז געגאנגן און גייט נאך היינט מיט דעם כלל, אז דו ווילסט קום צו מיר, אבער איך קום דיר גארנישט) לדעתי איז דאס געווען א טעות וואס האט אים ליידער טייער אפגעקאסט, ווען ער וואלט זיך ווען דאן נישט געלאזט וואלט ער היינט ווען געווען א וועלטס-רבי, זייענדיג א חד בדרא מיט אזויפיל כשרונות און געלונגענקייטן וואס ווייניג קענען זיך פארגלייכן, ער האט אבער ליידער נישט געוויסט אז די חברה זענען עלול אויף שפיכות דמים וואס דאס איבריגע איז היסטאריע...

די לעצטע 20 יאר איז געווען גאנץ רואיג, ער האט זיך געפירט זיין ביהמ"ד אין מאנסי, און צוביסלעך האט די וועלט אנגעהויבן איינזעהן אז ער איז פונקט ווי עני אנדערע היינטיגע רבי ביז דער בעל דבר האט זיך ווייטער אריינגעמישט כידוע, אבער אזויווי דער אייבישטער האט אים געהאלפן ביז אהער דורכשוויצן די אלע שווערע זמנים, העלפט ער אים ווייטער, און ווי ס'איז יעצט באקאנט געווארן האבן זיינע שנאים פאריגע וואך געליטן א שרעקלעכע מפלה וואס דאס ווייזט אז דער וואס גייט באמת און מיט א תמימות היט מען אים פון אויבן.

איין שטארקע לעקציע האט ער זיך געלערענט, און דער כלל גילט פאר יעדעם: מען טאר נישט זיין צו גוט, און אז מען לאזט זיך טרעטן וועט דיר יענער אינגאנצען צוטרעטן, ער האט זיך 20 יאר געלאזט טרעטן אבער די וועלט האט דאס נישט איינגעזעהן און ער האט נאר פארלוירן פון דעם, יעצט ביי די לעצטע פאליטיק האט מען אים מייעץ געווען אז ער זאל זיך נישט לאזן, נאר פאדערען ע"פ תורה וע"פ דינא וואס עס קומט זיך אים, און נאר אזוי איז ער געבליבן מיט זיינע נכסים וואס די יעניגע האבן אים געוואלט באראבעווען.

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:51 am

· #262714
מאך אים נישט פאר אזא גרויסע רחמנות און אזא שעפעלע. ער אונט בנינים און ווערט פון צוואנציג מיליאן דולער און האט נאך נישט באצאלט א פענני פון די צוויי מיליאן דאללער וואס ער איז שולדיג פאר האלבע שטאט צווישן זיי מגידי שיעורים און כלי קודש וואס בלוטיגן נאך א שטיקל ברויט אלעס מיטן תירוץ אז די שונאים האבן אים צוגענימען א בנין. קאט די קרעפ.

אחד העם » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:55 am

· #262716
.

יתרו » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:00 am

· #262718
טאקע א פארגלייך ר' חיים קנייבסקי וואס איז א לעבעדיגע ספר תורה און האט אלע דינים פון א תלמיד חכם וואס מען ברויך נוהג זיים בכבודו כמבואר בשו"ע יורה דעה (נישט קיין חילוק צו ער איז א וועלטס חכם צו א תם ומתמם תמימים). צו ר' מעכעלע ניקלשבורגער וואס האט זיך ערקלערט רבי פאר צען אידן פאר פערציג יאר צוריק.
בלאט: 1 2 3 4