☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וועלכע חסידות זענען ציונים, אגודיסטן, וכו'...

וועלכע חסידות זענען ציונים, אגודיסטן, וכו'...

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4438

newkave » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:15 pm

· #138703
וועלכע חסידות זענען ציונים, אגודיסטן, וכו'...
איך וויל וויסן עטליכע זאכן בנוגע אלע חסידות'ן.

יעדער ווייסט אז סאטמאר איז אויסגעשפראכן אנטקעגן ציונות און אגודה.
וועלכע אנדערע חסידות איז אפציעל אנטקעגן?

וועלכע חסידות איז אגודה?
וויזניץ ארה'ק, בעלז, גור. וועלכע נאך?

וואס זענען פאפא, באבוב און קלויזענבורג?
גייען זיי צו די בחירות?

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:20 pm

· #138705
איך וואלט דיר ווען גענטפערט, איך האב נאר מורא אז די וועסט זאגען אז איך פארדריי היסטארי

newkave » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:24 pm

· #138708
איך זאג נישט אז די פארדרייסט, איך זאג אז די קענסט פארדרייען...

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:47 pm

· #138718
אז איך פארדריי נישט, פארוואס זאגסטו אז איך קען פארדרייען?

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:01 pm

· #138726
newkave
איך וויל וויסן עטליכע זאכן בנוגע אלע חסידות'ן.

יעדער ווייסט אז סאטמאר איז אויסגעשפראכן אנטקעגן ציונות און אגודה.
וועלכע אנדערע חסידות איז אפציעל אנטקעגן?

וועלכע חסידות איז אגודה?
וויזניץ ארה'ק, בעלז, גור. וועלכע נאך?

וואס זענען פאפא, באבוב און קלויזענבורג?
גייען זיי צו די בחירות?


מ'קען היינט טרעפן אפילו אין סאטמאר ציונים און אין קלויזענבורג אנטי ציונים
ס'היינט אן אויפגעקלערטער וועלט דער סאטמארער אויפגעקלטער שפירט זיך באקוועם אלס ציוני ווי פילע ניקים דא
לעומת זה א קלויזענבורגער אויפגעקלערטער קען זיך וואגען צו זאגען סאטמאר רב איז נישט געווען אזא שייגעץ און קען גאר זיך וואגען צו פארען כ''ו אב קיין מונרו

I'm back » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:04 pm

· #138727
ער שיינט מיר צו זיין א קנאי.
ער גייט נישט צום כותל, און ווען יא, איז עס צוליב דעם וואס ער איז נישט אין אמעריקא.

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:16 pm

· #138992
newkave
וועלכע חסידות איז אגודה?
וויזניץ ארה'ק, בעלז, גור. וועלכע נאך?

וואס זענען פאפא, באבוב און קלויזענבורג?
גייען זיי צו די בחירות?


אויסער וויזניץ אין גור איז קיין איינס נישט אין דער אגודה.
בעלז, קלויזענבורג (נתניה) געהערט אדער זענען פון די חברי גדולי מועצת התורה, אבער דאס האט נישט מיט דער אגודה.
וואס באבוב מיינט אין ארץ ישראל...? עס איז ניטאמאהל אויף דער מאפע, אפילו זאלסט אריין רעכענען אלע דריי באבוב'ס, איז דאס אויך א גארנישט, אבער צו די בחירות גייען זיי יא - אבער ווייטער באבוב איז נישט קיין מיטגליד פון דער אגודה.
פאפא, אויב באבוב איז גארנישט אין ארה"ק איז פאפא צוויימאהל גארנישט. אין דער וואס דאווענט שוין יא אין יענע פאפא שוהל, ווייסט אפילו נישט אז ער דאווענט אין פאפא.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:25 pm

· #138994
וואו מיינט ער דאווענט ער? למשל אויב איינער פרעגט אים וואו ער האט געדאווענט וואס ענטפער ער? 😂

newkave » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:26 pm

· #138996
אקעי, איז קודם כל, וואס זענען פאפא און באבוב לגבי קנאות?
צווייטנס האט נישט באבוב מוסדות אין אר'י?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:27 pm

· #138997
פאפא רב זצ"ל איז דאך געשטאנען מיט סאטמאר רב. די היינטיגע פאפא איז שוין סתם א מיקס פון אויבער חכמים... און דזשעלעס מענטשן

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:26 pm

· #139154
דולה ומשקה
newkave
וועלכע חסידות איז אגודה?
וויזניץ ארה'ק, בעלז, גור. וועלכע נאך?

וואס זענען פאפא, באבוב און קלויזענבורג?
גייען זיי צו די בחירות?


אויסער וויזניץ אין גור איז קיין איינס נישט אין דער אגודה.
בעלז, קלויזענבורג (נתניה) געהערט אדער זענען פון די חברי גדולי מועצת התורה, אבער דאס האט נישט מיט דער אגודה.

האסט פארגעסן פון ישראל אייכלער, דער בעלזער חבר כנסת פאר יהדות התורה\אג"י?
און די מועצת גדולי התורה איז אגודה, און זיי פירן די מפלגה. דארט זענען חבירים אויך ערלוי, סאדיגער, און נאך. די איבעריגע חסידות זענען צו קליין צו האבן א געהעריגע נציגות דארט, אדער רוב חסידים אין א"י שטומען פאר יהדות התורה, חוץ סאטמער, עדה, והמסתעף.

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:35 pm

· #139156
דאכט זיך מיר אז קלויזענבורג ארה'ק האט געשטימט מיט ש'ס ביי די היי יעריגע בחירות.