טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?
250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4423
טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?
ווען איך גיי נאר ערגעץ, ווי סאטמאר האט אראפגעלייגט א פיס, זע איך א פיקטשער פון א טייטלבוים.
אויפן ארון הקודש, אויפן מודעה צעטיל, אויפן רבינס הויז, אויפן שוהל פארענט, און נאך מער פון אלעס, ווען ס'קומט פאר א מסע גדול, זעט מען אין אלע גאסן פלאטערן די טאוועלען, ווען א טייטלבוים שטעקט זיך ארויס מיט גאווה, פונעם צעטיל.
ווי איינער וויל דא עפעס צייגן מיט טייטלבוים.
איז דער טייטלבוים געווארן א סימבאל, ווייל סאטמארע רבי הייסט טייטלבוים?
הייסט עס, טאמער וואלט ער געהייסן קאטץ, אדער קנאבלעך, אדער שטויבער, וואלט מען דאס געלייגט אלץ קרוין???
טאמער וואלט ער געהייסן כ"ץ וואלט מען אפשר געקענט לייגן א בילד פון א כהן גדול. וואס איז א שטויבער? וואס קען מען לייגן ביי שטויבער
מכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.
אינטערסאנט אז סאטמאר האט נאך נישט קיין קייטל מיט א טייטלבוים.
בד"וו, כ'מיין אז די פרעים ארום די לייסענסט פלעיט אויף די קאר פון איינע פון די אדמורי סאטמאר, האבן אויך די סימבאל.
די וועלט פארציילט, ווער ס'געדענקט, ווען האדמו"ר מצימעס, ר' זלמן לייב, האט חתונה געמאכט אלץ "וויליאמסבורגע רב" האבן די געטרייע חסידים אויפגעבויט גרויסע טייטלביימער פון לעקטער, אויף די חצר הקודש ראסס סטריט. די ווינע רב וואס האט אויך חתונה געמאכט יענע וואך איז געקומען צו לויפן, און געבעטן מ'זאל דאס אראפנעמען, אויס מורא אז זיינע חסידים וועלן לייגן גרויסע קעץ פון לעמפלעך.
זר זהבטאמער וואלט ער געהייסן כ"ץ וואלט מען אפשר געקענט לייגן א בילד פון א כהן גדול. וואס איז א שטויבער? וואס קען מען לייגן ביי שטויבער
ביי שטויבער קען מען לייגן שטויב
און ביי קאץ א שווארצע קאץ. די קשיה איז נישט דאס, די קשיה איז, וואס דארף מיינען א טייטלבוים, ר' מרדכי דוד אונגאר לייגט א איגערקע.. צו א בילד פון שטאט אונגארן?
האלבערשטאם לייגן א האלבע שטאם? וואס א שייכות האט עס מיט סאטמאר ווייל זיין עלטער באבע האט ליגט געהאט פייגן מיט טייטלען
ניין ווייל א אוגערקע מאכט נישט סענס. משא"כ א בוים איז א סימבאל אין חז"ל, צדיר כתמר יפרח, און נאך און נאך
קאווע טרינקערמכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.
דער 'מגן דוד' איז נישט טרייף! קען זיין זייער פאהן איז טרייף.
דער מגן דוד איז א הייליגע סימבאל פון דוד המלך ע''ה, און טאמער איז אין סאטמאר דער מגן דוד טרייף, איז דער כותל אויך א מקום.. טית חס ושלום
זר זהבניין ווייל א אוגערקע מאכט נישט סענס. משא"כ א בוים איז א סימבאל אין חז"ל, פרי צדיק עץ חיים, און נאך און נאך
ווייל זיין לעצטע נאמען - וואס האט נישט קיין שום קדושה, איז טייטלבוים, איז עס א צייכן אויף פרי עץ חיים? און ס'ווערט א סימבאל אויף זיין קאפ?
אפשר לייגט מען א ווייסע פאן אויף ר' טובי' ווייס'ס הויז? ווייס איז אויך א פסוק ...
צו זיין מזל האט ער א שיינע נאמען. צדיק כתמר יפרח. ס'נישט א סימבאל און סמיינט גארנישט. ס'סתם שיין
מנשה, אויב "לעצטע" נאמען מיינט גארנישט, דאן טויש צוריק צו דיין אלטע.
כ'מיין ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, צו לייגן אויפן ארון הקודש א טייטלבוים, ווייל דער רב הייסט אזוי אויפן לעצטע נאמען
מנשה לוסטיגכ'מיין ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, צו לייגן אויפן ארון הקודש א טייטלבוים, ווייל דער רב הייסט אזוי אויפן לעצטע נאמען
האבן די מנהלים ווערעפייט אז מנשה ליסטיג דידן איז מנשה ליסטיג ד׳סקווערע?
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א סקווערער זאל האבן א חשש ע״ז ווען מען רעדט עניטינג פון רבי׳ס..
אין יעדע ריכטיגע חסידות, ווייסט מען, אז א צדיק איז קדוש בקדושת השם, ס'דא דערויף גאנצע שטיקער מאור עינים, חסידישע מאמרים און סיפורים, און אויך מאמרי חז''ל.
אבער אין סאטמאר, די רויעך מאשין, וואס פארדאמט יעדע רבי און חסידות, זיי זאלן טוהן אזאנס? דאס איז די פראגע, לשיטתם איז די פראגע, און טול דקל מבין עיניך.
.
אוודאי נישט, ווייל ס'קומט נישט אריין
מנשה לוסטיגקאווע טרינקערמכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.
דער 'מגן דוד' איז נישט טרייף! קען זיין זייער פאהן איז טרייף.
דער מגן דוד איז א הייליגע סימבאל פון דוד המלך ע''ה, און טאמער איז אין סאטמאר דער מגן דוד טרייף, איז דער כותל אויך א מקום.. טית חס ושלום
חוץ אין סקווירא, איז דער מגן דוד כמעט איבעראל טרייף. וכידוע וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף אז ס'איז אזוי ווי א מציבה שאהובה היתה בימי האבות ועכשיו שנואה. פארוואס אין סקווירא נישט, וועיס איך נישט. איך קען פארשטיין אז א רוסישע חסידות זאל זיך נישט צוטון מאכן פון דעם וואס די ציונים נוצן עס (כאטש כ'מיין אין חב"ד נוצט מען עס אויך נישט. נישט זיכער. וויאזוי איז אין אנדערע טשערנאבלער חסידות'ן? ביי די ריזשינער גזע - ווי די עצם ציונות איז נישט געווען קיין פסול'ע זאך ואכמ"ל - איז דאך א פשיטא אז מען נוצט עס אין גרויסן) אבער דער סקווערער רבי וואס האט אזויפיל קפעידות מקבל געווען אין בעלזא - כידוע די גאנצע ווארט "קפידא" וואס מען הארגעט מענטשן דערויף איז א בעלזע פראדוקט, נישט ממקורו פון רוסלאנד - פארוואס טאקע דער ענין נישט? וצ"ע.
וויאזוי טייטש איר איין דאס לאקשן שטרודל אינעם פרשת השבוע??
ווער זענען די צדיקים וואס האבן געזאגט, אז עכשיו שנואה? אפשר דער זעלבער 'נשתכחה' רשכבה''ג?? חח
ס'מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס קומט פון וואו. יא ניין נישט זיכער..
א מגן דוד איז א סימבאל אויף קדושה, וואס כמובן האט יעדע יודעי חן פארשטאנען אז קדושה קען נישט בטל ווערן. פארשטייט זיך, דארט אין די פארטייען און רייען ווי ס'נישטטאתכחהע.. פאכעט מען מיטן פיפיק אין די לופטן און מ'רעדט אויף יעדן גדול ומנהיג וואס איז נישט איינשטימיג מיטן שיט
מנשה לוסטיג
א מגן דוד איז א סימבאל אויף קדושה, וואס כמובן האט יעדע יודעי חן פארשטאנען אז קדושה קען נישט בטל ווערן.ט
דער רבוש"ע איז דאך זיכער אויך פון די יודעי חן, און ער האט פארשטאנען אנדערש. אין זיין תורה - היי וואך פרשת שופטים - שרייבט ער: "ולא תקים לך מצבה אשר שנא ה' אלוקיך" כאטש יעקב אבינו האט יא אויפגעשטעלט איינס.
למעשה, האבן כמעט אלע יודעי חן געסטאפט צו נוצן דעם מגן דוד זינט די ציונים האבן עס גענומען פאר זייער סימבאל, חוץ סקווירא. איך וואונדער זיך נאר פארוואס. אפשר וועט נאך אפירקומען א בריוו פון בעלזער רב פרא מגן דוד געשטימט...
די קריסטן, מינים ואפיקורסים, וואס גלייבן אין יאשקע שר"י, זיי האבן אדאפטירט תורת משה אלץ זייער אייגענע old testament, אידן יודעי חן ברויכן זיך אפלאזן דערפון, אע"פ שהיתה אהובה בימי האבות, אבער עכשיו שנאה... עפ"ל.
געפילטע פישדי קריסטן, מינים ואפיקורסים, וואס גלייבן אין יאשקע שר"י, זיי האבן אדאפטירט תורת משה אלץ זייער אייגענע old testament, אידן יודעי חן ברויכן זיך אפלאזן דערפון, אע"פ שהיתה אהובה בימי האבות, אבער עכשיו שנאה... עפ"ל.
די שרייבסט באהאלטענע סיבה פארוואס א טייל האבן עס אפגעלאזט?
איין זאך ברויכסטו נעמען אין קאפ אריין, סאטמארע רב האט מיט חסידות קיין שייכות נישט געהאט, און קיין השגה אין מתקן זיין נשמות בפרט, דער אלטע סקווערע רבי וואס האט געהאנדעלט מיט די סארט זאכן, האט געזאגט קלאר פארן סאטמארע רב, איר קענט אויפהערן צינדן אין א מנורה, אויב ס'שטערט אייך אז די ציונים ניצען עס.
ער האט פארשטאנען אז א מגן דוד איז א הייליגע זאך, און ביי עהם איז נישט געווען קיין שכחה און קיין תורה חדשה
סאטמארע רב האט אים געענטפערט, ווען ער וועט אויפהערן גיין מיט בוטצעס וועט ער אויפהערן צינדן אין א מנורה
אזוי האט ער געענטפערט?
עפעס צו דעם אפפעקט
ס'קוקט אויס פון דיין ענטפער אז די האסט געזאגט ליגענט. ווייל מיינע ווערטער זענען מקורות'דיג. און די האסט עפעס געמיינט אז איך צאפ אויס א סטארי פון פינגער האסטו אויך צוגעלייגט א שטיקל.
באמת אמרו, איז סאטמארע רב געווען נישט מער ווי א פוסק א רב פונקט ווי יעדע רב אין א קהילה, גראדע האט ער שפעטער געוואונען א גרויסן ציבור צוליב זיין דעמאגאגיע.
אבער א רבי איז גאר עפעס אנדערש, גאר עפעס באזונדער. צו לייגן אין איין וואגשאל א רבי מיט א רב, איז פונקט ווי זאגן א פלאמבער און א דאקטאר זענען די זעלבע ליין.
גערעכט נישט געוויסט, וואס נאך ווייסטע אלטץ? פארצייל נאך..
וועסט גוט קענען דעיס, וועט מען לערנען נאך
און וואס האט דער סאטמאר רב גענטפערט אויף אזא גוטס?
די מעשה איז דאך אמת נו וואס איז געווען דער ענדע? וואס זאגט דיין מקור
ס'איז באקאנט אז סקווערע רבי האט נישט געוואלט זיך מתווכח זיין מיטן סאטמארע רב, דערפאר האט ער זיך קוים געוואלט טרעפן, כדי נישט צו מאכן דערפון קיין וויכוח.
אבער כדי ס'זאל נישט זיין קיין שמועס, אז ער טרעפט זיך נישט מיט עהם, איז ער יא געגאנגען, כאטש וואס ער האט געהאט א ענין נישט צו גיין צו אנדערע רביס, ווי אלע רוסישע רביס האבן זיך געפירט.
למען השלום איז ער געגאנגען, און וויבאלד ס'פלעגט זיך אלץ אויסלאזן די שמועס, אז ביידע האבן געזאגט, מיין טאטע האט מיר אזוי איבערגעגעבן, און ער האט געזאגט מיין טאטע האט מיר אנדערש איבערגעגעבן, האט מען נישט געוואלט רעדן וועגן די ענינים.\
ווייל ביידע האבן דאך ממילא נישט געוואלט נאכגעבן.
איינמאל האט סקווערע רבי געקומען, און סאטמארע רב האט געפרעגט, וויאזוי פילט איר זיך סקווערע רבי. האט ער געזאגט דער אייבירשטער זאל העלפן ס'זאל זיין בשלימות.
האט סאטמארע רב געזאגט, אזוי לאנג וועט נישט זיין שלימות ווילאנג ס'שטייט אזא מדינה של שמד.
האט סקווערע רבי עהם דאן געזאגט, זיי זענען מער ווייניגער תינוקות שנשבו, נישט אלע זענען כופרים במזיד, און סאטמארע רב האט פארגעהאלטן היתכן ער ניצט דעם מגן דוד? האט ער עהם געענטפערט ווי אויבן דערמאנט.
סאטמארע רב האט געהאט גרויס דרך ארץ פאר עהם, און נישט געוואלט טשעפענען ווי ער פלעגט אסאך טון פאר אנדערע, ער האט טאקע געזאגט, אז ביי אונז האט מען געלערנט קנאות, און סקווערע רבי האט געזאגט, מיין טאטע האט ניט געהאלטן פון די וועג פון קנאות אז מ'זאל עס אריינגלייגן אין די חינוך פון די קליינע קינדער.
ווי נאר ס'האט אנגעהויבן גיין מיט וויכוחים, האט סקווערע רבי נישט געוואלט רעדן דערפון. ס'האט זיך אלץ געענדיגט אז סקווערע רבי האט נישט געוואלט ממשיך זיין די שמועס דערוועגן.
און סאטמארע רב האט געוואוסט גוט, אז סקווערע רבי איז פונקט אזוי אקעגן די מייסדי המדינה, אבער ער האט נישט געקענט פועל'ן ביי עהם אז מ'זאל דערפון מאכן א עיקר שמועס אין חינוך ביי די היימישע יונגע קינדער
זייער גוט מנשה, פארצייל נאך ואס מען פארציילט אין סקווער, מיר ווארטען צו הערן.
מנשה לוסטיגס'איז באקאנט אז סקווערע רבי האט נישט געוואלט זיך מתווכח זיין מיטן סאטמארע רב, דערפאר האט ער זיך קוים געוואלט טרעפן, כדי נישט צו מאכן דערפון קיין וויכוח.
אבער כדי ס'זאל נישט זיין קיין שמועס, אז ער טרעפט זיך נישט מיט עהם, איז ער יא געגאנגען, כאטש וואס ער האט געהאט א ענין נישט צו גיין צו אנדערע רביס, ווי אלע רוסישע רביס האבן זיך געפירט.
למען השלום איז ער געגאנגען, און וויבאלד ס'פלעגט זיך אלץ אויסלאזן די שמועס, אז ביידע האבן געזאגט, מיין טאטע האט מיר אזוי איבערגעגעבן, און ער האט געזאגט מיין טאטע האט מיר אנדערש איבערגעגעבן, האט מען נישט געוואלט רעדן וועגן די ענינים.\
ווייל ביידע האבן דאך ממילא נישט געוואלט נאכגעבן.
איינמאל האט סקווערע רבי געקומען, און סאטמארע רב האט געפרעגט, וויאזוי פילט איר זיך סקווערע רבי. האט ער געזאגט דער אייבירשטער זאל העלפן ס'זאל זיין בשלימות.
האט סאטמארע רב געזאגט, אזוי לאנג וועט נישט זיין שלימות ווילאנג ס'שטייט אזא מדינה של שמד.
האט סקווערע רבי עהם דאן געזאגט, זיי זענען מער ווייניגער תינוקות שנשבו, נישט אלע זענען כופרים במזיד, און סאטמארע רב האט פארגעהאלטן היתכן ער ניצט דעם מגן דוד? האט ער עהם געענטפערט ווי אויבן דערמאנט.
סאטמארע רב האט געהאט גרויס דרך ארץ פאר עהם, און נישט געוואלט טשעפענען ווי ער פלעגט אסאך טון פאר אנדערע, ער האט טאקע געזאגט, אז ביי אונז האט מען געלערנט קנאות, און סקווערע רבי האט געזאגט, מיין טאטע האט ניט געהאלטן פון די וועג פון קנאות אז מ'זאל עס אריינגלייגן אין די חינוך פון די קליינע קינדער.
ווי נאר ס'האט אנגעהויבן גיין מיט וויכוחים, האט סקווערע רבי נישט געוואלט רעדן דערפון. ס'האט זיך אלץ געענדיגט אז סקווערע רבי האט נישט געוואלט ממשיך זיין די שמועס דערוועגן.
און סאטמארע רב האט געוואוסט גוט, אז סקווערע רבי איז פונקט אזוי אקעגן די מייסדי המדינה, אבער ער האט נישט געקענט פועל'ן ביי עהם אז מ'זאל דערפון מאכן א עיקר שמועס אין חינוך ביי די היימישע יונגע קינדער
ס'נישט ווי מנשה'לע לייגט אראפ דעם בילד אינגאנצען כ'האב נישט לאנג צוריק געהערט פין א יוד וואס האט בייגעוואוינט עטליכע באזיכען פינעם סקווירער רבי ביים צדיק הדור מרן רשכבה'''ג מ'סאקמיר זצוק''ל וואס ער האט געזעהן במו עיניו ווי סאטמאר רב האלט נישט אויס דאס אז די פארבליבענע ערליכע לייט פינעם דור העבר זאלען אזוי ווייט נישט משיג זיין די חורבן וואס די מדינה הציונות ברענגט אהן בו בזמן וואס אויף זייערע קפעדעס מבית אבותיהם האט מען געקענט שעכטן מענטשען
ווי מען זעהט אז אצינד ווען מנשה'לע רעדט פין חינוך זיצט נעבעך א טייער אומשילדיג נשמה'לע אין טורמע פאר'ן איינציגען חטא פין באקימען חינוך אויף דזשיהאד פאר'ן לא נשתכח
כאטש אז ס'איז אמת אז ס'איז אינו דומה די - צאנז, ובכלל גאליציאנישע - סארט רעביסטעווע פון סאטמאר צו די רוסישע רבי'ס, אבער צו זאגן אז ער איז ממש נישט געווען קיין רבי בכלל איז נאריש. (תיקוני נשמות האט מען יא געזען ביים סקווערן רבי'ן זצ"ל? דערצייל אונז אביסל וועגן דעם. און וואס איז בנוגע דעם היינטיגן רבי'ן להבחל"ח?)
דעת תורהכאטש אז ס'איז אמת אז ס'איז אינו דומה די - צאנז, ובכלל גאליציאנישע - סארט רעביסטעווע פון סאטמאר צו די רוסישע רבי'ס, אבער צו זאגן אז ער איז ממש נישט געווען קיין רבי בכלל איז נאריש. (תיקוני נשמות האט מען יא געזען ביים סקווערן רבי'ן זצ"ל? דערצייל אונז אביסל וועגן דעם. און וואס איז בנוגע דעם היינטיגן רבי'ן להבחל"ח?)
פארוואס סתם צומישען א מענטש? לאז געמאכט,
באלד וועסטע אים נאך זאגען אז סאטמערער רבי איז געווען א ת״ח, אדער צדיק, אדער א בעל צדקה, און ער ווערט ווערן אינגאנצן צומישט, איש לפי אמינתו יחיה, א שאד צו פארדרייען.
וואס מיינט דאס רשכבה"ג? טאמער בין איך פון די בני הגולה איז ער אטאמאטיש מיין רבי? און טאמער איז ער נישט מיין רבי בין איך נישט קוואליפיצירט צו זיין פון די בני הגולה?
רשכהב״ג מיינט די זעלבע זאך ווי ״תעשה כל הגולה כמדורת אש״, היעלה על הדעת אז מען גייט פארברענן גאנץ גולה פון עק צו אנדערען?
איך האב געהאט א זיידע א שטארקע סאטמארע, וואס ווען ער האט אמת'דיג געוואלט א ישועה, האט ער נישט געקלאפט אויפן סאטמארע רב'ס טיר. נאר אויפן סקווערן רבינס טיר. אלע האבן געוואוסט דאס.
נאר צו אננעמען מיט ביטול הדעת א רבינס דרך, איז פאר די אונגארישע יודען געווען שווער, זיי האבן ליבערשט געוואלט א פארטיי, ווי מ'שרייעט און מ'קאמאנדעוועט, פוי שייגעץ. דאס איז געווען א גוטע מיטל זיך אויסגעבען די מלחמה קאשמארן.
סקווערע רבי האט געוואלט איין זאך, אהבה יראה תפארת, אלעס די זלעבע תורה, אן קיין געמיש פון די דרויסענדיגע וועלט.
יעדער וואס האט די אמת'ע ידיעה און מבינות, ווייסט, אז סאטמארע רב איז קיין רבי נישט געווען, זיינע זיידעס זענען יא געווען רביס, ער איז געווען א פוסק א רב, טאקע א גרויסע רב, אבער די וועלטס רב? ניין! זיין שיטה פון קנאות, איז געווען א גוטע ארבעט, אבער ער האט פארזען ווי אזוי ס'וועט אויסקוקן די אייגענע פירות.
ממש א פחד ווי דאס גאנצע קאפ ליגט אין ציונות פוי, און מ'האט אינגאנצן פארגעסן פון די זיסע תורת החסידות.
וועגן דער הייליגער סקווערער רבי זאל זיין געזונט און זאל מאריך ימים זין בנעימים, איז נישט קיין באהאלטענע סיפורים, וויפיל יודען זענען געווארן אויפגעראכטן, ואני בתוכם, מיט קינדער, מיט וואונדערליכע עצות, און ווער ס'האט עהם נאר געפאלגט האט נישט חרטה געהאט.
דער בחור שפיצער וואס זיצט, טאקע צוליב זיין קנאות אקט לטובת דער ליבע רבי, האט נעבעך משפחה ארום וואס האבן נישט געוואלט הארכן דעם רבין צו נעמען אט די לויער וואס דער רבי האט געבעטן צו נעמען.
ממילא, איז עס ווייטאגליך פאר אונז, אבער ווייטאגליך פאר ענק? א היבש גראבע פייג! איר פלאצט פאר קנאה, ווי א קהילה קדושה א באשיידענע געזעמל חסידים, האלטן זיך בתמימות אן אינעם רבינס גארטל אין פרעגן נישט קיין קשיות
אין סאטמאר האט דער רבי געדארפט אויספילן א צעטל, און האט זיך געדארפט אויפפירן וואויל, נאר אזוי האט מען עהם אויסגעהערט, וכולי האי ואולי..
וויפיל האבן געשריגן רבינו סר מן הדרך.. אזא שפראך איז פוי, צואה שטינקענדיג.. פוי צו זאגן פאר א רבי א דעה.
פוי כופרים עפרא לפומא פאר דער וואס איז מהרהר אחר רבו, נישט נאר מהרהר, נאר צעברעכט שפיגלעך אין רבינס שטוב, דער רבי ווערט עהם טרייף.. אויך מיר א רב.. א שיינע רב..
בדחןרשכהב״ג מיינט די זעלבע זאך ווי ״תעשה כל הגולה כמדורת אש״, היעלה על הדעת אז מען גייט פארברענן גאנץ גולה פון עק צו אנדערען?
דאס שטייט אויך אין די נשתכח ספר?
סאיז טאקע נישטא אזא ווארט "תיעשה כל הגולה כמדורת אש". עס איז באשאפן געווארן לצורך די מאה שערים'דיגע פאשקעווילן. אין די גמרא שטייט (מסכת ר"ה) אז ווען דער שליח בי"ד פלעגט שטיין אויפן בארג מיטן פאקל, פלעגט יעדער ארויסגיין אויפן דאך מיט א פאקל, עד שהיה רואה כל הגולה (=בבל) לפניו כמדורת אש - עס האט זיך געדוכטן ווי גאנץ בבל איז ווי א מדורת אש פון. די צענדליגער טויזנטער פאקלען וועלכע האבן זיך געשאקלט אהין און אהער.
אגב רשכבה"ג מיינט טאקע אריגינעל בבל, און לאפוקי אז אין ארץ ישראל נישט. היינט איז עס א שיינע מליצה וואס מען נוצט אויף א רבי וואס האט מער חסידים ווי זיינע גבאים און הויז געזינט.
דער ערשטער רשכבה"ג איז געווען ר' יוחנן בן זכאי
רשכבה''ג מיינט, אז ווי מ'קען לייגן א טייטלבוים פיקטשער, מאכט עס אטאמאטיש יעדן אונטער דעם, נכנע צו די שיטה, אז מ'זאל נישט נעמען אפען געלט פון די מדינה, נאר מיט קונצן.
די טייטלבוים איז די סימן, פון סאטמאר איז דא געווען
די טייטלבוים איז א ענין פון זה קלי ואנוה, ס'א שיינע בוים פון די מעשה הבורא, פערצופעל הייסט דער רבי אויך אזוי,
הא הא הא... יו מעיד מיי נייט!
מנשה, און אונזערע אלעמענס זיידעס, טויזנטער פון זיי, האבן געלאכט פון דיין זיידן. ס'ארא נארישקייטן? טו אביסל האום ווארק וועסטו געוואר ווערן. מיט וואס איז סאטמאר רב געווען ווייניגער א רבי ווי זיין פאטער דער קדושת יו"ט? מילא דו רעדסט פונעם יטב לב קען עס נאך גיין, הגם עס איז אויך נישט אמת (איך רעד פון די רבי'סטעווע חלק, נישט די גדלות).
אבער לאמיר נישט פארקריכן, ישועות, רפואות און אפענע רוה"ק האט זיך געוואלגערט ביים סאטמאר רב און קיינער איז אפילו נישט נתפעל געווארן דערפון, עס איז געווען א רגילות. דו האסט אנגעכאפט א גרויסע מדרגה, תיקוני נשמות, כאילו דער סקווערער רבי ז"ל האט געטון דערין. אלזא, לאמיר הערן וועגן דעם. קום דערצייל מיר נישט ווי דו ביסט געהאלפן געווארן אדאנק דעם היינטיגן רבי'ןס וואונדערליכע עצות. ווי וואנט תיקוני נשמות.
דעת תורהמנשה, און אונזערע אלעמענס זיידעס, טויזנטער פון זיי, האבן געלאכט פון דיין זיידן. ס'ארא נארישקייטן? טו אביסל האום ווארק וועסטו געוואר ווערן. מיט וואס איז סאטמאר רב געווען ווייניגער א רבי ווי זיין פאטער דער קדושת יו"ט? מילא דו רעדסט פונעם יטב לב קען עס נאך גיין, הגם עס איז אויך נישט אמת (איך רעד פון די רבי'סטעווע חלק, נישט די גדלות).
אבער לאמיר נישט פארקריכן, ישועות, רפואות און אפענע רוה"ק האט זיך געוואלגערט ביים סאטמאר רב און קיינער איז אפילו נישט נתפעל געווארן דערפון, עס איז געווען א רגילות. דו האסט אנגעכאפט א גרויסע מדרגה, תיקוני נשמות, כאילו דער סקווערער רבי ז"ל האט געטון דערין. אלזא, לאמיר הערן וועגן דעם. קום דערצייל מיר נישט ווי דו ביסט געהאלפן געווארן אדאנק דעם היינטיגן רבי'ןס וואונדערליכע עצות. ווי וואנט תיקוני נשמות.
כ'זעה אז דעת תורה האט אינגאנצען פארגעסן פינעם סקווירער פיש היש לך תיקון נשמות גדולה מזו????
ס'דא סיפור פון איינער וואס האט חתונה געהאט זיווג שני מיט א פרוי, וואס ער האט געקענט אלץ ארבעטער אין זיין ארבעט.
יענער איז געקומען מיט א קוויטל צום סקווערן רבין, און אריינגעשריבן כמובן, איר נאמען, און דער סקווערע רבי הייבט אויף אפאר אויגן, איך קען ניט דעם נאמען.
פון ווי קומט זי, פון ווי שטאמט זי
זי האט געהערט ווי דער רבי פרעגט אזא שאלה, האט זי אויסגעבראכן אין א געוויין, און מודה געווען, אז זי איז געווארן א יוד, אן קיין שום דרך גירות, נאר שוין יארן וואס זי ארבעט ביי יודען, און האט אלץ געוואלט זיין א יוד, און זי פירט זיך יידיש שוין זייט די יונגע יארן. מיטן גאנצן קנאק
שוין, האט דער סקווערע רבי, באפוילן, אז זי זאל זיך פארבינדן מיט א רב, וואס זאל איר מגייר זיין כהלכה, און די שידוך זאל נאכער זיין בשעה טובה ומוצלחת.
מ'האט געפרעגט דעם סקווערן רבין, ווי קען דאס זיין, אז דער רבי זאגט אלץ אז גארנישט איז נישט ער, נאר אלעס קומט פון די טאטע, בזכותו ובכוחו.
דא זעט מען קלאר אז דער רבי זעט יא אליין.
האט ער געענטפערט שטארקע ווערטער.
''איינער, וואס ביים נעמען א קוויטל, זעט ער נישט די שורש נשמה פון דער וואס שטייט אויפן קוויטל, אזא איינער טאר נישט נעמען קיין קוויטל''.. איך האב נישט געזען איר שורש נשמה, האב איך פארשטאנען אז זי איז נישט משלנו.
נו, פארצייל מיר מעשיות, פארצייל מיר קנאות, צו אויפשטעלן א שטעטל פון געציילטע חסידישע יודען, און עס זאל בליען מיט הצלחה, דאס געשעט נישט פון ציפען פאפא און קלויזענבורגע יודען..
און וויזוי שטעלט מען אויף אזא ריזן שטאט ווי קרית יואל... מיט נישט ציפן וועמען?...
מען רעד פון תיקוני נשמות ברענגסטו א מעשה פון א קוויטעל ווי קומט הודו צו כוש
נ.ב. עס איז נאך היינט דא מענטשען אויך וואס קענען זען זאכען פון א נאמען איך זע נישט די גדלות
מנשה טא וויזוי טרויעט זיך דער היינטיגער רבי צו ליינען קוויטלעך,
זעהט ער אויך ביזען שורש????
א סיפור ביטע
וואס האט שטיין און פאכן מיט די האנט, און ווייזן פארן בן שלא טעם טעם חטא, צו זינגען העכער דוד מלך ישראל, מיט דער בעל הקעדילעק פון הילקרעסט?
מנשה, מאכסט מיר לאכן. יעדער צווייטער סאטמארער חסיד וועט דיר פארציילן א ענליכע מעשה וואס ער האט געהאט מיטן סאטמאר רב, וויאזוי דער רבי האט ביים ליינען א קוויטל אלעס מרגיש געווען, און אפילו געקענט ליינען ליידיגע קוויטלעך אויך, כידוע.
איך ווארט אויף א תיקוני נשמות סטיל מעשה.
דעת תורהמנשה לוסטיגקאווע טרינקערמכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.
דער 'מגן דוד' איז נישט טרייף! קען זיין זייער פאהן איז טרייף.
דער מגן דוד איז א הייליגע סימבאל פון דוד המלך ע''ה, און טאמער איז אין סאטמאר דער מגן דוד טרייף, איז דער כותל אויך א מקום.. טית חס ושלום
חוץ אין סקווירא, איז דער מגן דוד כמעט איבעראל טרייף. וכידוע וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף אז ס'איז אזוי ווי א מציבה שאהובה היתה בימי האבות ועכשיו שנואה. פארוואס אין סקווירא נישט, וועיס איך נישט. איך קען פארשטיין אז א רוסישע חסידות זאל זיך נישט צוטון מאכן פון דעם וואס די ציונים נוצן עס (כאטש כ'מיין אין חב"ד נוצט מען עס אויך נישט. נישט זיכער. וויאזוי איז אין אנדערע טשערנאבלער חסידות'ן? ביי די ריזשינער גזע - ווי די עצם ציונות איז נישט געווען קיין פסול'ע זאך ואכמ"ל - איז דאך א פשיטא אז מען נוצט עס אין גרויסן) אבער דער סקווערער רבי וואס האט אזויפיל קפעידות מקבל געווען אין בעלזא - כידוע די גאנצע ווארט "קפידא" וואס מען הארגעט מענטשן דערויף איז א בעלזע פראדוקט, נישט ממקורו פון רוסלאנד - פארוואס טאקע דער ענין נישט? וצ"ע.
וויפיל נעגלעך אויף די דאך אזויפיל שטותים און דעמאגאגיע אין דיין תגובה.