☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?

טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?

250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4423
בלאט: 1 2 3 4 5

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:52 pm

· #139112
וואס פונקטליך איז ראנג מיט רבי ליפא? ער פירט נאך אזא שיינע עדה מיט אהבת ישראל און חסד להפליא ווי עני רבי אין די היסטאריע

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:56 pm

· #139115
מנשה לוסטיג
וואס פונקטליך איז ראנג מיט רבי ליפא? ער פירט נאך אזא שיינע עדה מיט אהבת ישראל און חסד להפליא ווי עני רבי אין די היסטאריע

וועלעכע רבי אין היסטוריה האט געפירט אזא שיינ"ע עדה און עדה'תה?

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:05 pm

· #139118
וועלכע נישט

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:18 pm

· #139125
יאפס, ביי ליפא איז אויך נישט נשתכח.

שמעלצער פון עירמאנט איז א רבי.
טווערסקי פון הילקרעסט איז א רבי.

היינו הך

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:22 pm

· #139126
קאווע טרינקער, באמת, דו פארגלייכסט ליפא צו די כת הנושרים? ער איז אפגעפארן?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:45 pm

· #139130
איך זע נישט וואס איז ראנג מיט דעם קליפ, דאס איז זיין וועג פון מקונן זיין, נישט יעדעם קומט צו וויינען פונקט ביי אלי ציון.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:50 pm

· #139133
מנשה לוסטיג
קאווע טרינקער, באמת, דו פארגלייכסט ליפא צו די כת הנושרים? ער איז אפגעפארן?

איך פארגלייך נישט גארנישט. ליפא איז מיר נישט טופס מקום. מיין סלעבערטי איז יצחק דוד גראסמאן.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:53 pm

· #139135
די האסט נישט קיין שייכות מיט די טייטלבוים?

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 10:42 am

· #139282
געפילטע פיש
איך זע נישט וואס איז ראנג מיט דעם קליפ, דאס איז זיין וועג פון מקונן זיין, נישט יעדעם קומט צו וויינען פונקט ביי אלי ציון.

ווי קויפט מען זיך איין זויפיל אויפגעקלערטקייט?
ממש צום באוואונדערן
געפילטע קיפ אן

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:40 pm

· #139387
עס איז כדי צו באמערקן א קאמישע זאך:

אייביג ווען עמיצער ווערט אויף געקלערט, און הייבט אן איינצוזען אז מען האט אים אנגעפיטערט אלע יארן מיט תורות לאקשן, אלעס וואס די מלמד האט געלערנט מיט אים און חדר, איז שטיות, און די ציונים זענען גערעכט, און מען טאר קיינעם נישט פיינט האבן, מען מיז טאלארירן יעדעם איינעם, מען טאר קיינעם נישט שעלטען, און נישט יעדער וואס גייט אן א קאפל איז א שייגאץ, וכו... וכו.... דאס איז אלעס פארשטייט ער ביז עס קימט צו סאטמאר....

ווען עס קימט צו סאטמאר, הייבט ער צו פארגעסן אז ער איז אויפגעקלערט, סאטמאר מעג מען פיינט האבן, סאטמאר מעג מען שעלטן, אויף קיין איין גדול טאר מען נישט רעדן, נאר אויף רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, אויף אים הערט מען נישט אויף צו רעדן, שעלטן און חוזק מאכן, וואו איז די אויפגעקלערטקייט אוועק געפלויגן????? ממש הפלא ופלא:

און סאטמאר איז ב''ה א כבוד אז ליסטיג, שמעלצער. געפילטע, וכל מרעין בישין למינהם, האט זיי פייינט, און מאכט חוזק פון זיי, ווען די משכילים און אפיקורסים האבן איינעם פיינט, איז א סימן אז מען גייט אויפן דרך הישר, מאויבי תחכמינו:

דעריבער גייט אן מיט א פעסטקייט, עס איז א דערקוויקעניש!

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:46 pm

· #139389
מנשה לוסטיג
וואס פונקטליך איז ראנג מיט רבי ליפא? ער פירט נאך אזא שיינע עדה מיט אהבת ישראל און חסד להפליא ווי עני רבי אין די היסטאריע


וואס איז ראנג? - ער טרעט דאך ארויס קעגן דער רבן של ישראל, דוד מלך ישראל פון סקווירא, דער צאדיק וואס אלע גדולי ישראל האבן אויף אים מעיד געווען אלס קדוש וטהור. ליפא איז פון די ראטן און וואנצן, די אפגעפאלענע מנובלים פון כלל ישראל וואס האבן בוגד געווען בכל הקדוש לנו אין סקווירא, ער צוזאמען מיט ראטטנבורג, פארפוילט זאלן זיי ווערן אין קבר. ימח שמם וזכרם.

כל החולק על רבו כאילו חולק על השכינה.

ניין מנשה?

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:55 pm

· #139395
קאך_לעפל
עס איז כדי צו באמערקן א קאמישע זאך:

אייביג ווען עמיצער ווערט אויף געקלערט, און הייבט אן איינצוזען אז מען האט אים אנגעפיטערט אלע יארן מיט תורות לאקשן, אלעס וואס די מלמד האט געלערנט מיט אים און חדר, איז שטיות, און די ציונים זענען גערעכט, און מען טאר קיינעם נישט פיינט האבן, מען מיז טאלארירן יעדעם איינעם, מען טאר קיינעם נישט שעלטען, און נישט יעדער וואס גייט אן א קאפל איז א שייגאץ, וכו... וכו.... דאס איז אלעס פארשטייט ער ביז עס קימט צו סאטמאר....

ווען עס קימט צו סאטמאר, הייבט ער צו פארגעסן אז ער איז אויפגעקלערט, סאטמאר מעג מען פיינט האבן, סאטמאר מעג מען שעלטן, אויף קיין איין גדול טאר מען נישט רעדן, נאר אויף רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, אויף אים הערט מען נישט אויף צו רעדן, שעלטן און חוזק מאכן, וואו איז די אויפגעקלערטקייט אוועק געפלויגן????? ממש הפלא ופלא:

און סאטמאר איז ב''ה א כבוד אז ליסטיג, שמעלצער. געפילטע, וכל מרעין בישין למינהם, האט זיי פייינט, און מאכט חוזק פון זיי, ווען די משכילים און אפיקורסים האבן איינעם פיינט, איז א סימן אז מען גייט אויפן דרך הישר, מאויבי תחכמינו:

דעריבער גייט אן מיט א פעסטקייט, עס איז א דערקוויקעניש!

שכויעח קאך לעפל שוין לאנג נישט געווארען זוי שיין ארויסגעברענגט די ווייטאג זייערע

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:59 pm

· #139399
@מנשה לוסטיג, זאג מיר דיין מיינונג: ווער איז חשוב'ער, סאטמאר רבי בעל ויואל משה, אדער דיין רבי שליט"א פון סקווירא?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 4:18 pm

· #139460
חשוב איז יעדע יוד, נאך חשובער איז יעדע בן תורה, נאך חשובער איז יעדע מנהיג, ביי מיר איז דער הייליגער סאטמארער רב געווען פונקט אזוי הייליג ווי אלע גרויסע רבנים לדורותם.
און סקווערע רבי איז אזוי חשוב ווי אלע רביים לדורותם. א רב מיט א רבי זענען צוויי זאכן, כאטש מ'מישט היינט א קוגל.
בנוגע פארוואס איך שימפ אזוי, איז פשוט, איך שטאם פון סאטמאר, און אזוי האט מען אויסגעלערנט אין סאטמאר, יעדער וואס גייט נישט אין שפאן מיט רבינו הקדוש והנורא שנקרא שמך עליו, איז נישט נאר פסול, נאר א שייגעץ גאר.
איך האלט מיך נישט פאר קיין תמים, איך האלט אז כ'ווייס אסאך, און כ'פארשטיי די חילוק צווישן אסאך סעקטעס ליצים און מורדים, און זייענדיג היינט א סקווערער בלב ונפש, קוק איך עס אן מיטן סקווערן קוק.
דהיינו, ס'קומט צו שעלטן בין איך פונקט אזוי סאטמאר, ס'קומט צו אמונה בין איך א געבוירענער סקווערער.
יעצט צו מיין פוינט! איינער וואס גלייבט נישט אין סיי וועלכע רב צו רבי, איז א נייאיווע נישט גלייבער, ווייל די ריכטיגע נישט גלייבערס, גלייבן שוין נישט אין א דור פריער.. פינטל! און די גאר באהאווענטע משכילי מדע וחמור נושאי ספרים, גלייבן נישט אפילו אינעם גר''א און אוודאי נישט אין חסידות.
כ'רעד וואס כ'ווייס און וואס כ'קען די סארט.
יעצט, אז סאטמאר האט ארויסגעגעבן א סארט שיטה, פון אפלאכן פון סיפורים, פון בעלי רוח הקודש, און זיי גאר רודפ'ן עד חרמה. [וואס איך האלט נישט אז סאטמארע רב האט דאס געמיינט מיטן שרייבן נשתכח, און נאך אויסדרוקן] איז נישט מער ווי שכל'דיג, אז עם עיקש תתפתל, מ'רעדט סאטמאר שפראך, גלייבסטו נישט אין רעבעס איך גלייב נישט אין סאטמאר, און אז נישט גלייבן, מיינט שוין נישט גלייבן אפילו פון ווי סאטמאר שטאמט ארויס, זאל זיין צאנז זאל זיין וואס ווער אומער.
אנן בדידן און ווען כ'רעדט וועגן סאטמאר איז לשיטתם גערעדט, און לויט זייער אויפפירונג גע'פסק'ט.
ס'דא אזעלכע וואס מיינען, אז מיטן חוזק מאכן און רעדן כל מיני נבלה אויף א רבי פון איינע פון די שרייבערס דא, ווערט מען דער זיגער און באפולמעכטיגער איבער יענעם. פאר זיי ניץ איך די זעלבע שפראך, אויב איז מיין רבי אין דיינע אויגן א קלאוין, איז דיין רב נאך גאר ערגער פון דעם, ווייל מיין רבי קען כאטש דעם פאך, און דיין רב שפילט אומבאלומפערטע טיפש אין מארק.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 6:54 pm

· #139510
איך וויל זיך נישט אריינמישן אין דעם סומאטוכע, איך בין זיכער אז די אלע שרייבערס - ובראשם ר' מנשה'לע - ווייסט בעסער ווי וואס זיי שרייבן דא, אבער אין קעיס אויב נישט..... גיי איך איינמאל טרייען, און דעציט.

כ'פארשטיי אז איך בין דא בבחי' שה אחת בין שבעים זאבים, אבער כ'וועל איינשטעלן איינמאל.

כ'לייען כסדר אין די צייטונגען און אין פארשידענע אנדערע מקורות ווי אסאך שונאים וואס האבן פיינט געהאט דעם סאטמאר רב, האבן באשלאסן צו כאפן א שמועס מיט אים. פארשידענע צייטונג שרייבער און פירער פון אגודה/מזרחי, און אנדערע לעקערס צו די ציונים למיניהם, האבן געמאכט אן אפוינטמענט אריינצוקומען צו אים און אדורכשמועסן זייערע ענינים. אלע פון די זענען נאכן שמועס ארויסגעגאנגען אנדערש ווי זיי זענען אריינגעקומען. צוזעהענדיג זיין אמת'ע צוגעלאזענקייט, אהבת ישראל, רחמנות, צדקה וחסד, תורה ועבודה, חכמה ופיקחות, און יא, אפילו אהבת ארץ ישראל, זענען זיי געווארן נתהפך לאיש אחר. ווייל אויפן גאס האט ער געהאט א נאמען פון א שונא ציון, א פייטער, א טעראריסט, און נאך נעמען וואס די שונאים זיינע האבן ארויסגעלאזט, כדי צו באשמוצן זייער שונא און פארקלענערן די שאדן פאר זיי און פארוואסערן זיין השפעה.

ליידער זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן אפגעקויפט די שמוץ אויף אים פאר גוט געלט, מאיזה סיבה שהוא, צי ווייל זיי זענען געווען פרא-מדינת ישראל, צי ווייל זיי האבן נישט געקענט פארנעמען אז דא וואקסט אזא גרויסער רבי און פאקט איין אזויפיל אנדערע, און מען קען פארשטיין זייער צער, עס איז נאר נארמאל און א מענטשליכע (אומפארגינערישע) נאטור, און די דאזיגע מענטשן האבן קיינמאל נישט געהאט די געלעגנהייט - אדער בעסער: נישט "געוואלט" האבן די געלעגנהייט - זיך צו איבערצייגן די מעלות און חשיבות פון דעם אדם גדול וועלכע האט געשאקעלט וועלטן כחד משרפי מעלה, מופתים און ישועות האבן זיך געוואלגערט אונטערן טיש, אלע ארימעלייט האבן געטראפן נישט נאר א אוזן קשבת נאר זאכליכע הילף, אויסגעצאלטע חתונות און אנדערע גרויסע הוצאות אפילו פאר זיינע קעגנער, זיין כח הנפלא אין די תורה פון וואס גרויסע גאונים פלעגן נתפעל ווערן נאך אין זיינע יונגע יארן, און זיין עבודת התפלה און כח פון דרשות סיי אין די הייליגע טעג, און סיי שובבי'ם און אפילו יעדע וואך ס"ג, וואס האט צונומען מענטשליכע הערצער און אויסגערייניגט, אינאיינעם מיט זיין כח הדרוש נפלא צוזאמענצו-ווארפן 20-30 קשיות און מיט איין דרוש אלעס פארענטפערן, זיין כח העקשנות דקדושה ווי ער האט אויפגעשטעלט הערליכע מוסדות (הגם אפשר איבערגעטריבן, לויט א טייל ניקס דא) ממש א יש מאין, איבער די גאנצע וועלט, געבלוטיגט פאר כלל ישראל, נישט נאר זיין קהלה נאר וועלטס-פראבלעמען זענען געליגן אויף זיינע שוואכע פלייצעס, און נאך הונדערטער מעלות שאכמ"ל, ועל כולם אין די לעצטערע יארן די מלחמה מיט מסירות נפש אקעגן ציונות וועלכע ער האט געהאלטן פארן גרעסטן חורבן פאר כלל ישראל, און דערפאר (אומאפיציעל) ערלויבט צו רעדן אויף אנדערע גדולים וועלכע זענען, לפי שיטתו, מחלל שם שמים וואס אויף דעם זאגן חז"ל אין חולקין כבוד לרב.

איז געווען טעראר? שלעכטע מענטשן? איז ארויסגעקומען נישט גוטע פירות אין רעזולטאט? קלאר אז יא. קיין איינער וועט עס נישט לייקענען. אבער וועלכע חסידות האט דען נישט קיין פירות הנושרין און קלאץ-קעפ וועלכע זענען תולה דעם דרך החסידות אין זייערע אגענדעס? וואו איז דען נישט פאראן טעראר? איז סקווירא בעסער? בעלזא? וויזניץ? קיין שלימות וועט נישט זיין בעפאר משיח. אבער די חסרונות ווערן בטל באלפי אלפים כלפי די מעלות פון סאטמאר רב זי"ע.

יעצט קומט אונזער מנשה'לע, און משום מה טוט אים זייער וויי דעם רבי יואלישן, ושפך חמתו על עצי אשירה ועצי תמרים ומגן דוד, צאמגעמישט חסרונות כאילו יעדער סאטמארער האט גע'רודפ'ט יעדן וואס גייט נישט אין שפאן עד חרמה, ניטעמאל דערמאנט ער די טויזענטער וואוילע חסידים עובדי ה' ובעלי חסד וצדקה ולומדי תורה, נאר ביזי מיט די פאר טעראריסטן, און ער כאפט נישט אז אויב סקווירא מעג טון פאר ראטענבערג מעג סאטמאר טון פאר וועכטער (באמת טאר קיינער נישט, נאר כ'רעד לשיטתו), און וויל נישט אנערקענען די מעלות און בענעפיטן וואס סאטמאר האט געברענגט, אפשר וועט עס קלענער מאכן דעם הייליגן ר' יצחק'ל פון סקווירא זצ"ל, אדער איז ער סתם אפגעבריהט, און ער וויל נישט איינזעהן די צווייטע זייט פון די מטבע אין וועלכע מיליאנען אידן זעהען יא איין, ומצד שני ביי סקווירא קוקט ער בלויז די מעלות - וואס מען קען טאקע נישט פארלייקענען אז ס'פארמאגט - און וויל נישט הערן אז זיי טוען אויך שלעכטע זאכן וועלכע מאכן זיי צו שאנד און צו שפאט, גארנישט ווייניגער ווי סאטמאר.

אלמלי מנשה'לע וואלט געמאכט איין וויזיט צום בעל דברי יואל, וואלט ער קיינמאל נישט אויסגעבראכן דא די אלע שטותים והבלים, און געזעהן דעם אדם גדול בענקים מיט אזא שווארצן ליכט. אבער ער וויל נישט הערן. ער שטאפט צו ביידע אויערן און שרייעט, און ווי יענער האט שוין געזאגט, "האק מיר נישט אין קאפ מיט דיינע פאקטן, איך האב שוין באשלאסן וואס איך האלט". טא אויב אזוי, איז א שאד צו ענטפערן. עס וועט נישט געלונגען! ער וויל נישט קיין תשובות.

מנשה זיסער, פתח עיניך וראה, דו ווייסט טאקע אפשר אסאך, אבער דו ווייסט נישט אלעס. און איך גלייב אז ליום מן הימים וועסטו נשתנה ווערן און טוישן דיין מיינד. נישט ווייל איך וויל עס, נאר איך בין זיכער אז אין זכות פון דיינע הייליגע רבי'ס וועט השי"ת נישט צולאזן אז דו זאלסט זיך אזוי מיאוס טועה זיין. ובזה אסיים.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:15 pm

· #139520
שמעקעדיג

יעצט קומט אונזער מנשה'לע, און משום מה טוט אים זייער וויי דעם רבי יואלישן, ושפך חמתו על עצי אשירה ועצי תמרים ומגן דוד, צאמגעמישט חסרונות כאילו יעדער סאטמארער האט גע'רודפ'ט יעדן וואס גייט נישט אין שפאן עד חרמה, ניטעמאל דערמאנט ער די טויזענטער וואוילע חסידים עובדי ה' ובעלי חסד וצדקה ולומדי תורה, נאר ביזי מיט די פאר טעראריסטן, און ער כאפט נישט אז אויב סקווירא מעג טון פאר ראטענבערג מעג סאטמאר טון פאר וועכטער (באמת טאר קיינער נישט, נאר כ'רעד לשיטתו)

אז די ווילסט הערן מיין תשובה, וועל איך עס זאגן מער בקיצור.
על כל פנים, פילסטו וואס מיינט טשעפענען יענעם? ביסטו אויך מוחה ווען מ'רעדט אקעגן אנדערע חסידות, אדער נאר קעגן סאטמאר?
פונקטליך און גענוי וויאזוי מ'גלייבט און מ'רעדט למעשה אויף יענעם, אזוי שטעל דיך פאר זאלסטו הערן ווי מ'רעדט אויף סאטמאר, גוטע לייט איז דא איבעראל, און די פאר ווילדע מאכן דעם שם רע.
איך ווייס וואס קומט פון מיין רבי, און איך גלייב אז די זעלבע זענען ניט געקומען די טעראר אקציעס פונעם סאטמארע רב אליין.
כ'מיין אז ראטענבערג ימ'ש איז גאנץ א אפשייד פון וועכטער, טאמער פארשטייסטו נישט די חילוק, פארשטייט מען זיך בכלל נישט דא.
און ס'נישטא אזא זאך מ'מעג צו נישט, אדער מוז מען אדער טאר מען נישט. א עזות פנים און א פורש און צוויי זאכן, א חסידות און א קהילה איז נאך צוויי זאכן, ווילי און סקווער איז נאך צוויי זאכן, א מסרב לבי''ד און א הולך לבית דין אחר איז נאך צוויי זאכן. און נאך אסאך חילוקים. אז טאמער מוז מען איז נישטא די ווארט חילול השם, און אז מ'טארנישט איז נישטא קיין סליחה.
אט דער סאטמארער וואס פארטרעט און פארענטפערט סאטמאר, זאל זיך דמיונ'ן אז וואס ער קלערט אויף זיין רבי, זאל ער קלערן ווען ס'קומט צו אנדערע. און בערך דאס איז וואס איך טוה, כ'געב דיר די בילד צו טראכטן. טאמער קענסטו נישט טראכטן שרייב איך עס על פי משל מיטן נאמען סאטמאר

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:17 pm

· #139523
מנשה, לאמיר הערן קלאר, א קורצע תשובה.

איז די פייער אויף ראטטנבערג געקומען פונעם רבינ'ס הויף אדער נישט?

עס איז א יא אדער ניין ענטפער.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:19 pm

· #139525
איך שווער דיר אז נישט

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:23 pm

· #139529
שכוח פאר די קלארע תשובה. איך אפרישיאיט עס.

נאך א שאלה:

האט שפיצער געטאן א גוטע זאך אדער נישט?

עס איז א יא אדער ניין ענטפער.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:36 pm

· #139542
אין אמת'ן דארף נישט ענטפערן נאר די משל וואס כ'האב פריער ארויסגעברענגט, אז אויב די גלייבסט סאטמארע רב האט געהייסן טון, די זעלבע גלייב יעדע אנדערע גדול האט געהייסן.
אבער אז די ווילסט דווקא וועל איך יא רעדן קלאר און קורץ.
נאך איין קורצע הקדמה, מ'דארף וויסן וואס ער האט געטון בכלל.
וואס ער האט געוואלט טון, האט ער 'זייער' גוט געטון, און וואס מ'שמועסט אז ער האט געטון וואלט געווען נאך בעסער, כאטש ער האט עס נישט געטון.
און כ'וועל צולייגן נאך א ענטפער פאר די פרעגסט אפילו. אויב סקווערע רבי האט געהאלטן אז מ'האט עס געדארפט טון. ווענד זיך וואס, אבער קלאר אז ער האט באמת געהאלטן און האלט נאכאלץ אז דער בחור האט געטון זייער ריכטיג, לויטן מצב פון דעמאלטס.
ווען די דיינים אין סקווער האבן געהאט מיאוסע בושות אפאר חדשים אין א ציה, ואין פוצה פה ומצפצף, נישט די קהילה האט געקענט מער פייטן, און נישט קיין איין אפציעלע מענטש, איז געווען א בחור וואס האט געוואלט דעם שלאנג געבן א קיצל אונטער, 'נישט חלילה פארברענען' כאטש ס'וואלט געווען א מחיה צו פארברענען איינער וואס האט גורם געווען א געפערליכע פירצה אין די תקנות, וואס האט גראדע זיך ארויסגעשטעלט ביי איין עיקר תקנה, און ס'געווארן א חוכא וטלולא יעדעס ווארט פון דעת תורה אין שטעטל.
איך פערזענליך האב נישט געוואלט טון אזאנס, און כ'האב גוט פארשטאנען אז מ'קען נישט טון אזאנס, און אויך דער בחור האט נישט געהאט בדעה צו טון אזאנס, אבער על פי דעת הרבנים וואלט מען יא געדארפט טון אזאנס, נאר ס'נישט מעגליך היינט על פי חוק המדינה.
וואס איז געשען איז געשען גאר א צווייטע זאך, וואס ס'שווער פאר די אלע וואס גלייבן שמוץ זאלן עס אננעמען, ממילא איז א שאד מאריך צוזיין.
אבער צו ס'האט אויפגעטון? ביג טיים און נאך ווי!
ס'נישטא קיין אפציעלע טעראר אין סקווער, ס'דא ווילדע גייסטער וואס זענען אומשטאנד זיך צוצעלאזן, אבער זאגן אז דער רבי האט געשיקט? אדער מאידך גיסא אז מ'מעג אזאנס צולאזן?

אדרבה, דו האלטסט אז דער רבי אדער אפילו 'אפציעלע' באי כוחו האבן געשיקט איינעם דאס טון?
און מאידך גיסא, מעג מען לאזן איינעם צעברעכן די כח פון א שטעטל וואס איז געשטעלט אויף די הוראה פון א בי''ד?

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:40 pm

· #139546
רבותי, לייגט אוועק די תגובה, נאך איידער מנשה וועט עס לייקענען.

ווי אזוי זאגט נאר מנשה? - פיין פיין!!! הייסע נייעס...

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:42 pm

· #139547
ווען האב איך געלייקענט? ניטאמאל מיין אידענטיטעט לייקן איך, און כ'האב געשריבן זייער אחד בפה ובלב

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:53 pm

· #139552
מנשה, דו טארסט נישט זאגן 'הייסע' נייעס. דו דארפסט זאגן 'העיסע' נייעס.

גאלד » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:54 pm

· #139553
דער סקעווער ליינט הייס "העיס" דויק וטישקאח

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 7:57 pm

· #139556
ווילסט רעדן דברים שמה בכך? גאו פאר איט

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 8:33 pm

· #139565
איינער האלט דא טאקע אז שפיצער איז געגאנגען בדעה צו פארברענען ראטטענבערג?

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:12 pm

· #139827
מנשה, דער סאטמארער קוקט אן וועכטער פונקט ווי דו קוקסט אן ראטענבערג אדער נאך ערגער.
וואס איז געווען ראטענבערג'ס חטא, ער איז געווען א מחוצף? און אויף דעם זאגסטו אז עס וואלט זייער גוט געווען ווען מען פארברענט איהם אינגאנצן (הארגענען). איא?
איז קענסטו טאקע נישט פארשטעען דעם סאטמארער וואס האט סך הכל גוט אנגעשלאגן דעם וועכטער? דער וועכטער האט (לויט דעם סאטמארער) אפגעהארגעט זיינע קינדער אויף אייביג.
איי בעט יוא אז אויב קומט היינט איינער אין סקיוורא וואס פרעדיגט זיינע קינדער אנטקעגן דעם רבי'ן וועסטו האבן מילליאן און איין פשעטל'יך פארוואס דער יעניגער איז חייב מיתה.

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:35 pm

· #139835
דארפסט נישט גיין ביז פרעדיגן קעגן דעם רבי'ן. סתם א ברעסלעווער משפיע וואס כאפט אריין סקווירא בחור'לעך קיין ברסלב.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:37 pm

· #139836
אחת דתו! שוין געווען מער ווי איין גט אין סקווירא צוליב ברסלב

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:49 pm

· #139889
מ. גליקמאן
דער וועכטער האט (לויט דעם סאטמארער) אפגעהארגעט זיינע קינדער אויף אייביג.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:52 pm

· #139893
דאפלט איז שטערקער.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:54 pm

· #139894
וואס האט ער אפגעהארגעט? זיי זענען ערליכע חבד'סקע

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:56 pm

· #139899
פארדעם האב איך געשריבן לויט דעם סאטמארער.
ווען איינער וועט קומען אין סקווירא און מאכן די בחורים פאר ערליכע ברסלב'ע אדער ליבאוויטש'ע וועט קיינער גארנישט טוהן?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:24 pm

· #139915
און טאמער וועט איינער טון?..
די פארמאגסט אפשר פיש זאפט אין מוח? זעסטו נישט אז זיין א ליבאוויטשער איז פשט זיין א יוד מיט די ריכטיגע זיטן און יסודות. ס'דא אזא זאך, ווי מ'זעט איין אין א צווייטע דרך, און מ'איז נישט מחויב זיך מכניע זיין פאר אזעלכע וואס האבן באצווינגן דעם שטאט ווילי זיך שיצן אונטערן שאטן פונעם תמר.
אבער איינער וואס איז פשוט און פראסט נישט אויסן, נאר איין זאך, 'נישט איך און נישט דו'. נישט קיין פסק בי''ד, נישט קיין דעת תורה, נישט קיין פראפארציע, נישט קיין יושר נישט קיין כבוד המקום, כבוד הבריות, און נאך אלעמען, א כפוי טובה. ביי יענעם אין דיינונג רום.
דאס איז ביי דיר איין זאך? איז דא א חיוב צו שיעבוד ווען מ'שרייבט זיך איין אין די קאנסול פון ווילי צו פאלגן רבינו הקדוש? ווען האט ער קונה געווען די תושבים?
אפשר ווילסטו סתם שפרודלען ווערטער, שרייבסטו דאס, אזוי בין איך דיר דן לכף נארמאל

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:25 pm

· #139916
מיט וואס איז חב"ד מער איד ווי ברסלב

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:29 pm

· #139928
דא רעדט מען פון סתם אזוי מכניע זיין א צווייטן? אדער מען רעדט פון טאטע'ס וואס האט געבאדערט אז מען האט געברעינ-וואשט זייער אינגע בחורים?
#פישזאפט

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 6:21 pm

· #139987
ועמך כולם צדיקים, נישט קיין נפקא מינא ברסלב חבד בעלז גור יעקישע אונגערישע קאצקע רוסישע תימ'נע פאלאשן פרענקן מזרחים מערבים, כל זמן ער איז נישט ארויס פונעם כלל פון עושה מעשה עמך.
ווילאנג ער הייסט אחיך העברי
סתם א פשוטע יוד [ליפא שמעלצער למשל..] אז ער זיצט אין זיין אייגענע רשות, און איז נישט עובר אויף די בעיסיג מצוות, איז ער נכלל אין די כלל פון עמך כולם צדיקים.
א יוד וואס געהער יא צו א קהילה חסידות תנועה, וויפיל בעלות זיי האבן אויף עהם, אזויפיל שיעבוד האט ער. פארשטייט זיך אויך ווילאנג ער איז נישט עובר אויף עיקרי המצוות פאר זיך.
ווידער אויב א יוד, וואוינט אין א מקום, וואס דער מקום האט א כח בי''ד, א נשיאות וואס איז בירושה הונדערט פראצענט א רכוש פרטי פונעם נשיא המקום, און יעדע תושב ווייסט גוט אז ס'איז גע'חתמ'ט געווארן צו אויספאלגן אפילו די נישטיגע תקנות המקום, סיי אלץ קנין ביים ווערן א תושב, סיי אלץ הלכות התורה פון תקנת בי''ד, ווי שחוטי חוץ, און דאס גלייכן, כח בי''ד אויף יענע שטאט וואס זיי זענען באלעבוס מכח התורה, גראדע אויך מכח הקנין.
אויב ס'גייט איינער און מאכט אויף א מאוומענט קעגן די דרך, זאל ער הייסן אפילו סקווער בארא פארק, זאל ער הייסן אפילו בעל שם טוב'ס בן יחיד, האט ער למעשה עובר געווען אויף א רייהע יושר'דיגע שטריכן.
און אוודאי, אז איינער וואס זוכט נישט א 'אנדערע דרך אין עבודת השם', נאר פשוט צוצוברעכן די כח בי''ד, די שטארקייט פון א תקנה פון א מקום תורה, זייענדיג א מסרב לבי''ד און מבזה תלמידי חכמים, און נאך מגנה זייענדיג בפרהסיא, און פורץ גדר זיין נאך התראה שבע פעמים שבע.
נאכן מסדר זיין מיט א סכום הגון בדרכי נועם, [וואס איז באמת לפנים משורת הדין און אפשר נאך קעגן די דרך פון א דיין צו דארפן געבן געלט פאר א עזות פנים זאל עהם פאלגן] נאכן האבן עדות אז ער איז א פארדארבענער וואס האט נישט געלייגט קיין תפילין נישט געזאגט קיין קדיש נאכן פאטער, נישט מקיים געווען די יסודות פון קדושת ישראל, ועל כולם אז אזא חתיכת חרא ווערט דער הויפט פון דעם פירצה פון א תקנה וואס איז דערמיט געגרינדעט געווארן אלץ תקנת יסוד ביים שטעטל גרינדונג.
האט ער בכלל א שאטן פון לעבן? ער איז לפי דעת הפוסקים בכל דור ודור א גברא קטילא. און אז איינער איז פוגע אין עהם, האט ער געשטויסן א טויטע מענטש.
אגב, איך רעד ע''פ דעת תורה, ע''פ דעת הערכאות וואס ער האט אנגעווענדעט, וואלט געווען פאסיג טאקע, אז ביים מכבד זיין סנדקאות און סידור קידושין זאל ער - און זיין גלייכן, אויך ניצן די זעלבע שופטים מיט די כיבודים.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 7:01 pm

· #139996
מנשה די אלע ''הייליגע'' תקנות פון זיין אדוק צו די חסידות אין רעבין ביים וואוינען אין שטעטל האט זילטש מיטען התייסדות ה'שטעטל א שוואגער מיינער א זין פין איינע פין די וואס האבען זיך אהינגעצויגען מיטן אלטען רבי'ן זאגט קלאר אז דער סקווירער האט קיינעם נישט געזאגט אז ער איז מקשר דעם שטעטל מיטן חסידות ער האט דאן געבראכט רבי משה ניישלאס מ'סערדאהעלי כדאי צו האבען א רב ווי א פארצייטיש שטעטל אין אלטען היים שפעטער האט זיך אנגעהויבען דאס מטפש זיין דעם ציבור מיט דיינע פארשמייליגטע תקנות וואס די ביסט שוין היינט צו טאגס גרייט צו ''הארגענען'' מענטשען פארדעם
ס'א'שאלה צו די וואס האבען דיר פארנארט מיט די דברי שגעון וטפשות צו גאר זיי זענען מחוייב מיתה מדין רודף שניתן להצילו בנפשו
פאר דעם חוצפה אליין צו נעמען א שטעטל וואס איז געבויט אויף יענעם'ס חשבון פין עטליכע תמימישע מענטשען און נאכדעם מהפך זיין הקערה על פי' און טענה'ן אז מ'מעג הארגענען די נישט שמייליגע קומט זיך דער פארדינטער פסק ווי יעדער רודף.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 7:15 pm

· #140002
נו ר' משה ניישלאס איז עפעס ווייניגער ר' יואל טייטלביימער?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 7:21 pm

· #140004
פארוואס האבן די הייסע חסידים נישט ליב געהאט רבי משה ניישלאס ז'ל?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 7:41 pm

· #140011
איך פערזענליך האב עהם נישט ליב געהאט, צוליב זיין שטרענגקייט, אבער פארקערט, מ'האט עהם מער ליב געהאט ווי ר' זלמן אונגאר, און איך האב דווקא ליב געהאט ר' זלמן, און ר' משה האט געפירט די תקנות מיט א אייזערנע פויסט.
נאך זיין פטירה, האבן זיך אנגעהויבן מתחמקים פון אסאך זאכן וואס ער האט איינגעפירט, ווי למשל אז פרויען מוזן אהיימגיין באלד נאך כתר, און טארן נישט זיין אין פארענט פון שוהל נאכן דאווענען
ר' זלמן איז געווען א ווייעכער, און האט שווער געקעמפט מיט די גרושים הויז, אויב די ווייסט די געשיכטע, וואס דער ראש הגרושים, איז היינט דער ראש הלוחמים [געווען] וואס האט געשטעלט דעם ראטנבערג שר''י אלץ שליח פון זיין סעקטע

אויב ס'וועט זיין א פארלאנג, קען מען עפענען א באזונדערע אשכול וועגן דעם גרושים הייזקע אמאל אין שיכון סקווירא

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:41 pm

· #141174
געווען אין ווילי שבת, ממש א עקל, ווי יעדער וואס האט נאר א שטיקל בויך אין קאפ, שרייעט מיט זיין אמעראצעס, נו.. פוי שבת

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:42 pm

· #141175
אין סקווירא שרייט מען נישט?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:43 pm

· #141176
הלכה ווייז איז א שאלה צי מ'מעג בכלל טראגן א בויך אין קאפ אפילו אינדערוואכן

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:47 pm

· #141178
ניין אין סקווער שרייעט מען נישט. מ'קומט איבערבעטן

boxcover » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:32 am

· #141333
שעפטל
אלעס פיין און וואויל, ס'איז מיר א כבוד ווייטער צו זיין א סאטמארער ספעציעל נאכדעם וואס איך זעה וואס באדערט... אבער איין זאך דארף זיך דא אויפהערן... די ווארט כידוע איז שוין ערגער ווי דעם וד"ל.. כידוע פארוועם? ווער ווייסט דערפון? אז מ'האט דאס גערעדט ביי א העץ דרשה אין שטעטל צו ביי דיין פאטער אין דיינונג רום מיינט נאכנישט אז ס'איז ידוע לכל.

@מנשה לוסטיג מנשה'לע, גיי אן מיט דיינע ווערק, ס'איז א כבוד און פראכט יעדע איינציגע תגובה!

און די ווערט דאך. איז בכלל פארהאן אזא ווערט אין ביי וועליכער שפראך?

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:37 pm

· #141484
נאכן וויילן אין ווילי דעם שבת, פארשטיי איך נישט, וויאזוי קענען נאך די סאטמארע גרופע חלומ'ן אז זיי זענען נאך מושל בווילי, ס'דאך א לאס קעיס פאר זיי

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:40 pm

· #141485
זאלביטוב האט שוין לאנג איבערגענומען ווילי

קרעקער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:47 pm

· #141489
אין סקווער שרייט מען נישט מפארברענט

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:31 pm

· #141510
וכל הרשעה כעשן תכלה
בלאט: 1 2 3 4 5