☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?

טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?

250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4423
בלאט: 1 2 3 4 5

דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 1:06 am

· #138555
נא להסביר, אם אפשר בנימוק מפורט על כל מסמר שבגג שכנגדו נראה לך כאן שטותים ודמגוגיה

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:43 am

· #138608
סליחה אבל אתה לא שווה את זה.

דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:57 am

· #138613
תודה על התשובה המנומקת ומפורטת להפליא. (אלא שפרט אחד עדיין צל"ע לע"ע, והוא, למה את תגובתך הראשונה כן הייתי / השטיבל שווה לקבל).

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 11:09 am

· #138616
תעיין ותעיין עד שתבין.

בעריש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 11:13 am

· #138617
איך אויך
סליחה אבל אתה לא שווה את זה.

פארוואס נישט? ער האט נישט אזויפיל קרעדיטבילעטי ווי די דא אויפן פורום?

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:06 pm

· #138629
בנוגע דעם מגן דוד:

זייט די ציונים ימ''ש האבן דאס גענימען אלס זייער סימבאל האבן עס אלע ערליכע יודן אויפגעהערט צו ניצן, דער גרויסער רבי ברוך בער מקאמעניץ זי''ע, האט געזאגט אויף דעם מגן דוד אז עס האט א דין וואו א ע''ז שעשה ישראל, וואס אין לה ביטול כלל: ווו אויך די צדיקים לבית בעלזא, לבית צאנז, לבית סיגוט, און נאך,

אויסער און סקווירא, פארוואס? קען מען אפשר פארשטיין מיט א מעשה:

שנת תשכ''ח האבן די ציונים ימ''ש ארויף געברענגט טויזענטער קינדער פון מאראקא, און מען האט זיי ארייין געשטעלט און פרייע קבוצים, אונאיינעם מיטן אויסגעלאסענעם ציוניסטישע יוגענד, און פארשטייט זיך עס האט נישט גענימען צו לאנג ביז די אלע קינדער זענען געגאנגען א גאנג, און זענען פארוואנדלט געווארן פאר פרייע אויסגעלאסענע יונגן.

רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע האט דעמאלס געלארעמט און געשריגען, אז מען זאל עפעס טאן צו ראטעווען די מאראקאנע קינדער, אבער ליידער לא עלתה בידו,

ער האט זיך דאן פארבינדען מיטן אלטען קאלארש'ן רבי'ן וואס האט זיך באניצט מיטן נאמען סקווירא שלא ביושר, און געבעטן אז ער זאל עפעס טאן צו ראטעווען די קינדער, האט ער גענפערט פארן רבי'ן כדרכו... איך וועס נישט, איך פארשטע נישט, און טשערנאבל האט מען זיך נישט געמישט..... בקיצור ער האט געזאגט פארן רבי'ן זי''ע אז ער קען שלאפן ריאיג ביינאכט, און עס גייט אים נישט אן אז טויזענטער קינדער ווערן אויסגעשמד, רח'''ל,

האט אים דער רבי געפרעגט וואס הייסט און טשערנאבל האט מען זיך נישט געמישט? און טשערנאבל האט מען גע'שמד קינדער... ??? והוא בשלו.... איך וועס נישט.... איך פארשטע נישט.... וכו...

דאן האט רבינו הק' זי''ע באקימען דעם סטראק....

דעריבער וואס איז די קושא אויף סקווירא פארוואס זיי ניצן יא דעם מגן דוד? עס איז פשוט! מען וועסט נישט... מען פארשטעט נישט.... נאר צו א שיינעם אוטו פארשטייט מען.... נאר צוויבל קיגל מיט שטיוול.... צו דעם פארשטעט מען.

עס איז כמעט נישטא א חסידות און די וועלט וואס פארקויפט גארנישט אזוי ווי סקווירא... און סקווירא פארקויפט מען בלויז 3 זאכן: גלייבן אונעם צאדיק. און גלייבן אונעם צאדיק. און גלייבן אונעם צאדיק.

בעריש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:12 pm

· #138633
פון ר איציקעל איז דא כמה וכמה עובדות ווי ער האט אראפגעקראצט דעם מגן דוד.
קיין אונגארישער איז ער טאקע נישט געווען וועט מען מוזען איינזעצען אז די צאנזער/גאליציאנער גזע איז אויך געווען מער קרוב צי רבנות ווי צי רביסטעווע.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 2:36 pm

· #138680
בעריש
איך אויך
סליחה אבל אתה לא שווה את זה.

פארוואס נישט? ער האט נישט אזויפיל קרעדיטבילעטי ווי די דא אויפן פורום?

ווייל ער האט נישט וואס צו זאגן

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 3:22 pm

· #138686
פארוואס זענען די ציונים פארשאלטן? אפשר איז סאטמאר פארשאלטן?
די הייליגע לאנד האט ברוך ה' גוטע לייט, וואס זענען אויסדערוועלט געווארן דורך כלל ישראל, ר' עובדיה יוסף, ר' יונה מצגר, הרב לאו, און גענוג און נאך צדיקים און תלמידי חכמים, וואס האבן פארשפרייט תורה וחסד ביזן היינטיגן טאג מיטן מסירות נפש און כוחי כוחות.
ס'זענען געווען צדיקים, ווי דער בעלזער רב דער גערער רבי און דער קלויזנבורגער רב און דער הייליגער אמרי חיים, און אמשינובער רבי און סלאנימער רבי און מאכניווקער רבי און ראכמיסטריווקער רבי און טשערנאבליר רבי און טאלנער רבי און טוריסקער רבי און באיאנער רבי און סאדיגערע רבי און בוהושער רבי און נאך און נאך, וואס לפי דברי סאטמאר וואלטן זיי געגעבן אנע קאפלעך היינט.. חח אבער אונז ווייסן דאך, אז אויסער מחלוקת און בושות פאר כלל ישראל האט סאטמאר גארנישט צוגעגעבן פארן קיום פון שארית הפליטה, אפשר תקנות וואס האבן נישט קיין האפט און קיין ניצן. ווי סימס אויפן טייץ און מבטל זיין הלכות עירוב, און שעלטן דאס געבענטשטע לאנד, אסר'ן צו גיין צו די הייליגסטע מקומות פון כלל ישראל.
יעדע איינע פון די צדיקים וואס כ'האב אויסגערעכנט, זענען נאך געווען אומשטאנד צו האלטן כלל ישראל אין די האנט, און זיי פירן ווייטער בדרך ישראל סבא.
און כ'לייג צו אפילו נאך מער, אפילו מאיר כהנא און הרב קוק און הרב שלמה גורן און זייערע נאכפאלגער, האבן א שטארקע חלק אינעם לערנען טויזענטע טויזענטע יידישע קינדערלעך תורה ומסירות נפש.
אז ס'דא א פוסק צווישן א ים פון רבנים ופוסקים, וואס האלט אנדערש, נו! כבר היה לעולמים, זאל ער האלטן וואס ער האלט, אבער אחרי רבים להטות, די גרעסטע ביי כלל ישראל, דער בעלזער רב זצוק''ל האט געהאט מיט זיך כלל ישראל מיט ביידע הענט, און האט קלאר געזאגט 'די ערגסטע זאך וואס א מנהיג ישראל קען טון, כלפי שמיא כלפי העתיד כלפי גודל קדושת נשמות כלל ישראל, איז צו רעדן א שלעכט ווארט און חלילה שעלטן א ניצוץ וואס קומט פונעם יידישען פאלק.
ווילט איר סאטמארע באנדיסטן, זיי אויך פארשעלטן? איר קענט שעלטן, אבער אייערע קללות ווערן באשיינפערליך מקוים ביי אייך אין גאטשעס.. וויפיל נושרים און יידישיסטן זענען אויסגעוואקסן פון 'מלכות המינות סאטמאר'. רוב טמא'נע בלוגים און סיידס זענען געגרינדעט פון ? יוצאי סאטמאר

מ. גליקמאן » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 3:35 pm

· #138688
מנשה לוסטיג
וויפיל נושרים און יידישיסטן זענען אויסגעוואקסן פון 'מלכות המינות סאטמאר'. רוב טמא'נע בלוגים און סיידס זענען געגרינדעט פון ? יוצאי סאטמאר

כ'בין נישט באקאנט אזוי גוט אין די פאקטן ממילא רעד איך נישט, אבער אויב איז אמת וואס דו זאגסט איז עס אזוי ווייל אנפארטשענלי איז סאטמאר די גרעסטע (אקעי, פון די גרעסטע) קהילות. צי ס'געפעלט דיר צי נישט.
פון די אנדערע זייט קוק וויפיל נושרים עס איז דא פון סקווירא וואס איז פיל פיל קלענער פון סאטמאר!

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז מען קען נישט אנווייזן אויף א קהילה אז פון דא איז דא אסאך ארויסגעפאלענע, ווייל ליידער איז דא ביי יעדעם ארויסגעפאלענע און אונז ברויכן נאר מתפלל זיין אויף דעם און נישט ח'ו באשולדיגן דעם אדער יענעם אפילו מען איז אין חילוקי דיעות מיט איינעם.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 3:41 pm

· #138689
איך וועל די ענטפערן מיט א צווייטן קוק.
וויפיל נושרים איז דא פון סאטמאר 'וואס איז די גרעסטע'.. חח איינס פון די גרעסטע.. און וויפיל פון די טמא'נע פוי ציוניסטישע חסידות'ן.. פוי.. וויפיל?
דו ביסט נישט באקאנט? באקען דיך און עס דיך אויף..
אגב, סאטמאר איז טאקע כלל ישראל, ווייל ווען מ'דארף מאכן א אמת'ע הפגנה, דאן קומען ארויס די ריכטיגע מספר פון כלל ישראל, אין די הונדערט טויזענטע, זעט מען א מספר, און סאטמאר די גרעסטע.. פון די גרעסטע.. חח מאכט א קנאקעדיגע הפגנה פון פינעף טויזענט, און מ'שרייעט נאך אין די מייקס, די טויזענטע מפגינים זאלן מאכן אזוי מיט אזוי.. ווען מ'זעט מיט די אייגענע אויגן קוים געציילטע דריי טויזענט, אויך די מעלה פון מחלוקות פון זיך רייסן ביי די קעפ ווי ראצן און קעץ

מ. גליקמאן » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 3:48 pm

· #138691
קוקסט אויס עפעס צו אנגעווייטאגט לעיטלי, וואס ביזטו אזוי אגרעסיוו? פליסט פון איין סאבדזשעקט צום צווייטן, אז נישט נושרים, אקעי וועט מען זיך טאנעהן צי סאטמאר איז כלל ישראל צי נישט..
קום אראפ מנשה'לע, עס איז דא נאך א וועלט חוץ סאטמאר און סקיוורא.
בד'וו אז דו רעדסט אזוי מיט חוזק פון זיך רייסן ביי די קעפ ווי ראצן און קאצן, וואלט איך דיר געראטן אז דו זאלסט נישט רעדן פון דעם נושא ביז נאך די הונדערט און צוואנציג פון דיין רבי זאל זיין געזונט. ביזט נישט פארזיכערט, יוא מייט בי עי לוזער וואן דעי.

בעריש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:00 pm

· #138698
מנשה לוסטיג

אז ס'דא א פוסק צווישן א ים פון רבנים ופוסקים, וואס האלט אנדערש, נו! כבר היה לעולמים, זאל ער האלטן וואס ער האלט, אבער אחרי רבים להטות, די גרעסטע ביי כלל ישראל, דער בעלזער רב זצוק''ל האט געהאט מיט זיך כלל ישראל מיט ביידע הענט, און האט קלאר געזאגט 'די ערגסטע זאך וואס א מנהיג ישראל קען טון, כלפי שמיא כלפי העתיד כלפי גודל קדושת נשמות כלל ישראל, איז צו רעדן א שלעכט ווארט און חלילה שעלטן א ניצוץ וואס קומט פונעם יידישען פאלק.

כקען נישט גלייבן אז הקדוש מבעלזא זצוק"ל זאל אזאנס האבן געזאגט.
ער איז דאך נישט געווען קיין גר זיין פאטער איז געווען הקדוש מהרי"ד מבעלזא זי"ע וואס האט יא געהאט אזא דרך, אה"נ די בעלזער טענה'ן אז דור דור ודורשיו און מהר"א איז געווען בארעכטיגט צי משנה זיין אבער פון דארט ביזן באטיטלען זיין טאטענס דרך אלץ די ערגסטע זאך וואס א מנהיג ישראל קען טאן איז אומגלויבליך.
טשעק יור סארסעס ענד ריפארט בעק.
ישר כוח

shem-tov » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:09 pm

· #138701
אקעי נאך די לעצטע תגובה פון דעם סקווירא יונגעלע האט זיך מיר געטוישט מיין מיינונג איבער סקווירא. כהאב געמיינט איר זענט נאאיוו און צומישט און דא זעה איך ווי קלאר איר האט ארויס די נושא. שוין. מיר גייען אלע ווערן סקווירא חסידים. מיר זענען געווארן קאנווינסד. אבער פאר מיר גייען אין בוטצעס סטאר לאמיך דיך עפעס פרעגן. קודם פארוואס איז טאקע סקווירא אזוי פארהאסט אין די גאנצע וועלט, אן אומבאלומפערטע חסידות שאין דוגמתה. צווייטענס וויל איך וויסן פאר איך ווער א סקווירער, איין מאל פאר אלעמאל. וואס איז דיין רביס מיינונג איבער ציונים. זענען זיי הייליג אדער נאר האלב הייליג. סאטמער זאגט פוי און וואס זאגט דיין רבי. דיין רבי איז א ציוני אדער וואס. ביטע זייט מסביר. און והאחרון וואס איז אייער מיינונג איבער עניטינג מעג בכלל א סקווירא אידל האבן אן אייגענער מיינונ. אויך זאג מיר נאר פארוואס שעמט זיך א סקווירער רייסער צו זאגן אז ער איז א סקווירער און א סאטמארער יואלי קען נישט זיין מער פראוד מיט סאטמער. ארלעדיג מיר די פאר קלייניגקייטן און כ'קום אריבער. די אפגעריסענער סאו-קאלד בדחן די פארפוילטער עפ"ל קערל . אנגעפיקעוועט מיט שנאה און קריטיק נישטא קיין איין תגובה ווי ער שפייט נישט קריטיק און ווייטאג אויף יעדען. אויף זיין הייליגן רבי'ן טאר מען נישט רעדן אבער ער מעג רעדן אויף יעדן איינעם און נאך מיט די גרעסטע מאס עם הארצות און טפשות

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:18 pm

· #138704
shem-tov
די אפגעריסענער סאו-קאלד בדחן

פאר די שורה, האט זיך מיר שוין געלוינט די געשעפט.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:21 pm

· #138706
וואספארא חוצפה איז נוצן פסוקים פון אונזערע אבות און מלכים און זיי נוצן אויף טעראריסטן וואס פארן ארום אין נייע קעדילעקס
לערנען נישט קיין ווארט ווי גרויס די יאר איז? דאווענען נישט מיט מנין נאר ווען מען דאווענט פארן עמוד?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:30 pm

· #138710
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=2DjXqrsoHtg">https://www.youtube.com/watch?v=2DjXqrsoHtg</a>

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:34 pm

· #138711
מנשה לוסטיג
https://www.youtube.com/watch?v=2DjXqrsoHtg

דאס איז העיליגע פירות פונעם צאדיק פון הילקרעסט, לייגט ארויף א קליפ פון א פרייע זינגערין, מכשיל מיט קול אשה ערוה.

אלעס ווייל זי איז פון די ציוניסטישע מדינה.

שעים אן יו מנשה

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:27 pm

· #138741
לחיבת הקודש, וועל איך מפרסם זיין א סיפור.
אמאל האט זיך גערידערט אינעם סקווערן שטיבעלע אין ווילי, אין די צייטן פונעם סקווערן רבין זצוק''ל, ער האט דאך אלץ געזאגט, אז ווען ס'טוט זיך דארט טישן אויף בענק זאל זיך ביי מיר נישט אנזען גארנישט.
הכלל, דער רבי זעט ס'רידערט זיך, פרעגט ער באזארגט, וואס האט שוין פאסירט, האט דאס שייכות מיט אונז?
פארציילט ישראל אונגאר, יעצט אויפן גאס, האט בערל ראזנבערג א קלויזנבורגער, ארויסגעפליקט א שטיק בארד, פון א סאטמארע באלעבוס, וואס האט געשאלטן הויעך דעם קלויזענבורגער רב.
אזוי? טאקע אזוי דארף מען טון פאר ווער ס'רעדט אקעגן גדולי ישראל - האט געזאגט דער סקווערער רבי ז''ל, [ווייניג פלעגט ער רעדן, און דאס איז וואס ער האט געזאגט, און אויסגעפירט] - אבער ישראל! מער געיט ניט אהין, געיט ניט צו די פלעצער מער.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:32 pm

· #138742
לחיבת הקודש, וועל איך מפרסם זיין א סיפור.
אמאל האט זיך גערידערט אינעם סקווערן שטיבעלע אין ווילי, אין די צייטן פונעם סקווערן רבין זצוק''ל, ער האט דאך אלץ געזאגט, אז ווען ס'טוט זיך דארט טישן אויף בענק זאל זיך ביי מיר נישט אנזען גארנישט. הכלל, דער רבי זעט ס'רידערט זיך, פרעגט ער באזארגט, וואס האט שוין פאסירט, האט דאס שייכות מיט אונז?
פארציילט זושא שמעלצער יעצט אויפן גאס, האט ליפא פר"מ א סאטמארער ארויסגעפליקט א שטיק בארד, פון א קלויזענבורגע באלעבוס וואס האט געשאלטן הויעך דעם סאטמאר'ן רב.
אזוי? טאקע אזוי דארף מען טון פאר ווער ס'רעדט אקעגן גדולי ישראל - האט געזאגט דער סקווערער רבי ז''ל, [ווייניג פלעגט ער רעדן, און דאס איז וואס ער האט געזאגט, און אויסגעפירט] - אבער זושא! מער געיט ניט אהין, געיט ניט צו די פלעצער מער.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:33 pm

· #138743
מנשה לוסטיג
...
אזוי? טאקע אזוי דארף מען טון [ארויסגעפליקט א שטיק בארד] - האט געזאגט דער סקווערער רבי ז''ל,


האסט יעצט אלעס פארפאטשקעט, דיינע אלע לאנגע תגובות וואס די האסט זיך אנגעארבעט די אלע יארן זענען יעצט געגאנגען לריק, ארפגעפלאשט די טוילעט, קענסט שוין רעטייערן דיין ניק דא אינעם שטיבל,

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:35 pm

· #138744
יעדער ווייסט אז כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פונעם סקווירא צאדיק, און כ'גיי בכלל נישט פאר רבי'ס מיט שיינע פידזשאמעס און פענסי קארס, אבער וואס איז איראניש איז אז די סאטמוירים קומען אנמייכענען דא, באשמוצן רבי'ס פארן האבן שיינע קארס ווען זייער הקו"ט טוט די זעלבע. און בכלל ביי ציונות, זיי מיינען ערענסט אז די גאנצע וועלט הייבט זיך אן ביי זייער רשכבה"ג און עדניגט זיך מיט זייער ציונים. ס'פאלט זיי פשוט נישט איין אז ארויס פון זייער ד' אמות געט קיינער נישט קיין בעילה אויב די מגן דוד איז הייליג צו נישט, יא יא, נישט נישט, מ'מאכט נישט קיין עסק, און מ'רעדט אפילו נישט דערפון. זיי רעדן פון צימצום און קליינקעפיקייט, ווען זיי פארגעסן זיך צו קוקן אין שפיגל, און מ'טוט זיך אויף אז די אפגעריסענע יואלי אדער joel איז פראוד צו זיין א סאטמערער... מ'רעדט פון שנאה און קריטיק ווען מ'באגיסט איינער וואס דערוואגט זיך צו זאגן אנדערש מיט קללות וואס נאר איינער וואס האט זיך געלערענט ביי די טייטעלבוים פעמעלי קען שעלטן. די מערסטע קאמיש איז אז זיי וואגן זיך צו רעדן פון טעראריזם...

גיי'ס, טעיק א טשיל פיל, יור אלל די סעים שי"ט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:35 pm

· #138746
סאטמאר פירותיך מתוקים..
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=225044274311522&set=vb.100004178522350&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=22 ... =2&theater</a>

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:36 pm

· #138747
געפילטע פיש
יעדער ווייסט אז כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פונעם סקווירא צאדיק

אזוי? איך האב בכלל נישט געוואוסט. וואס זאגסטע נישט פריער? וועלקאם טו די קלאב!

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:40 pm

· #138749
געפילטע פיש
זיי מיינען ערענסט אז די גאנצע וועלט הייבט זיך אן ביי זייער רשכבה"ג און עדניגט זיך מיט זייער ציונים. ס'פאלט זיי פשוט נישט איין אז ארויס פון זייער ד' אמות געט קיינער נישט קיין בעילה אויב די מגן דוד איז הייליג צו נישט

נארישקייטן. דו האסט א פאלשע אימפרעשאן אויף סאטמאר. דער עווערעדזש סאטמארער ווייסט גאנץ גוט וואס טוט זיך אפילו איו דיינע ד' אמות. און ניין קיינער געט נישט קיין בעליה איבערן מגן דוד. א סקווירער האט עס אויפגעברענגט האט מען עס דיסקוסט. בליעם נישט די סאטמארע. ענד יעס ווי אר אלל די סעים שיט אינקלודינג יו

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:43 pm

· #138750
נחזור לענינינו
א טייטלבוים אויפן ארון הקודש! וואס מיינט דאס? איז דאס נישט קיין עצי אשירה? איז דאס נישט מרידה במלכות שמים? איז דאס נישט אקעגן די שלוש שבועות?
מלכות סאטמאר? מלכות אין גלות? [כ'מיין ס'וואלט געמעגט הייסן מייכענען קאקמער]
זיך נישט רייצן מיט די אומות, ווער נאך רייצט זיך אזוי מיט די אומות, ווי די נייאיווע הפגנות פון זיידעס ביז פיצלעך, מיט די יואלי פייעס אויפן נאז.
פארוועם פאסט זיך די שם הקודש 'פוי' ??
פוי עזות פענימער, פוי כופרים בצדיקים, פוי מחללי שם שמים שוין צענדליגע יארן, פוי מורים הלכה בפני רבם, פוי פוי פוי זאל נישט שאטן קיין שלעכט אויג אויף די פארצווייגטע טעראר אנשטאלטן פון סאטמאר איבער די וועלט, א נחת וויפיל שרצים קריכן מיטן הויקער אונטערן שאטן פונעם טייטלבוים, אה! כתמר יפרח..

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:44 pm

· #138751
וועלכע רוח שאינה מצויה האט אהערגעבלאזן געפילטע אין צימעס?
לאמיך דאבעלטשעקן אויב די "אקטיווע אשכולות" קנעפל טוט שוין אינקלאדן צימעס, לשמחת לב הניק "ידען".

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:44 pm

· #138752
זר זהב
געפילטע פיש
זיי מיינען ערענסט אז די גאנצע וועלט הייבט זיך אן ביי זייער רשכבה"ג און עדניגט זיך מיט זייער ציונים. ס'פאלט זיי פשוט נישט איין אז ארויס פון זייער ד' אמות געט קיינער נישט קיין בעילה אויב די מגן דוד איז הייליג צו נישט

נארישקייטן. דו האסט א פאלשע אימפרעשאן אויף סאטמאר. דער עווערעדזש סאטמארער ווייסט גאנץ גוט וואס טוט זיך אפילו איו דיינע ד' אמות. און ניין קיינער געט נישט קיין בעליה איבערן מגן דוד. א סקווירער האט עס אויפגעברענגט האט מען עס דיסקוסט. בליעם נישט די סאטמארע. ענד יעס ווי אר אלל די סעים שיט אינקלודינג יו


דעת תורה
מנשה לוסטיג
קאווע טרינקער
מכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.

דער 'מגן דוד' איז נישט טרייף! קען זיין זייער פאהן איז טרייף.
דער מגן דוד איז א הייליגע סימבאל פון דוד המלך ע''ה, און טאמער איז אין סאטמאר דער מגן דוד טרייף, איז דער כותל אויך א מקום.. טית חס ושלום


חוץ אין סקווירא, איז דער מגן דוד כמעט איבעראל טרייף.


קאך_לעפל
בנוגע דעם מגן דוד:

זייט די ציונים ימ''ש האבן דאס גענימען אלס זייער סימבאל האבן עס אלע ערליכע יודן אויפגעהערט צו ניצן, דער גרויסער רבי ברוך בער מקאמעניץ זי''ע, האט געזאגט אויף דעם מגן דוד אז עס האט א דין וואו א ע''ז שעשה ישראל, וואס אין לה ביטול כלל: ווו אויך די צדיקים לבית בעלזא, לבית צאנז, לבית סיגוט, און נאך,

אויסער און סקווירא

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:48 pm

· #138754
זר זהב
געפילטע פיש
זיי מיינען ערענסט אז די גאנצע וועלט הייבט זיך אן ביי זייער רשכבה"ג ווי אר אלל די סעים שיט אינקלודינג יו

האלו! קאוינט מי אויט.. אויב בין איך שיט, בין איך נישט אינקלודינג יו.. ניין.
ניטאמאל אויף שיט ביסטו א מבין..

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:49 pm

· #138755
געפילטע כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. ווער האט דאס ערשטע דערמאנט דעם מגן דוד? קאווע טרינקער איז נישט א סאטמארער פאר יור אינפאו

מ. גליקמאן » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 5:56 pm

· #138759
מנשה, עס זאגט זיך נישט אזוי גרינג אז כ'בין נישט אין די שי'ט ווען דיינע תגובות זענען ליינבאר פאר די פובליק.
סארי, אז דו שעמסט זיך צו זיין פון דעי, טויש די סטייל פון דיינע תגובות דעטס די אנלי סולושאן.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:15 pm

· #138767
אויך די ביסט א מבין אויף שיט?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:23 pm

· #138775
זר זהב
געפילטע כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. ווער האט דאס ערשטע דערמאנט דעם מגן דוד? קאווע טרינקער איז נישט א סאטמארער פאר יור אינפאו

קענסט עם?

אלענפאלס, האב איך געמיינט צו ענטפערן אויף וואס דעת תורה און נאר,,פרייליך האבן געטענה'ט אז ביי אלע קרייזן איז די מגן דוד אפגעפרעגט.

בדחן » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:46 pm

· #138785
באמת, וופיל מאל איז שייך צו מאכען פון א גארנישט נאכאמאל א גארנישט? סאטמער איז קיינמאל גארנישט ווערט געווען, און עס איז ווייטער גארנישט ווערט,

וואס איז סאטמער׳ס טריק אז טראץ וואס זיי זעענענן גארנישט ווערט, ממש גארנישט, דאך דארף מען דאס נאכאמאל כסדר חזר׳ן?
ווי אזוי קען א גארנישט אזוי סאך בלאזען פון זיך אז לא נחה דעתם פון @געפילטע פיש @איך אויך @מנשה לוסטיג און זיי ממש זיי שפירען א חוב עס איבערצוזאגען בבחינת ארבעים יום און דערנאך ווערען קאווינסט אז מיטען עס טיען נאכאמאל ארבעים יום וועט עס העלפן אז זיי וועלן שוין אליינס זיך עס איינרעדן נאכען נאכאמאל זאגען ארבעים יום..

און אז @מנשה לוסטיג וויל אז יעדער זאל וויסען אז ער איז צירוק, און זיכט די אטענשן אז מען זאל אים באמערקען, דארפן אזעלכע פארשטענדליכע ניקים ווי @זר זהב @דעת תורה @גאלד ענטפערן און האבן די מידעסטע שיעבוד צו פארענטפערן סאטמער? האט דען איינער געטראפן אין די אשכול עפעס אינפערמעטיוו אדער אינטערסאנט?

מנשה, סאטמער איז גארנישט ווערט, מגן דוד and קעדילעק איז קודש קדשים, גיי פראביר שרייב זיך איין ביים רבין׳ס סיקרעט סערוויס און משמש זיין דערמיט א צדיק.

I'm back » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 7:00 pm

· #138797
דא זאל זיך קיינער נישט אריינמישן.
עס איז א בדחנים פייט.

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 7:01 pm

· #138798
מנשה לוסטיג
נחזור לענינינו
א טייטלבוים אויפן ארון הקודש! וואס מיינט דאס? איז דאס נישט קיין עצי אשירה? איז דאס נישט מרידה במלכות שמים? איז דאס נישט אקעגן די שלוש שבועות?
מלכות סאטמאר? מלכות אין גלות? [כ'מיין ס'וואלט געמעגט הייסן מייכענען קאקמער]
זיך נישט רייצן מיט די אומות, ווער נאך רייצט זיך אזוי מיט די אומות, ווי די נייאיווע הפגנות פון זיידעס ביז פיצלעך, מיט די יואלי פייעס אויפן נאז.
פארוועם פאסט זיך די שם הקודש 'פוי' ??
פוי עזות פענימער, פוי כופרים בצדיקים, פוי מחללי שם שמים שוין צענדליגע יארן, פוי מורים הלכה בפני רבם, פוי פוי פוי זאל נישט שאטן קיין שלעכט אויג אויף די פארצווייגטע טעראר אנשטאלטן פון סאטמאר איבער די וועלט, א נחת וויפיל שרצים קריכן מיטן הויקער אונטערן שאטן פונעם טייטלבוים, אה! כתמר יפרח..


שריי נאך עטליכע מאל פוי פוי פוי פוי פוי
ס'איז געשמאק פאר די ניקי סאטמאר צו הערן דעי קללות
ס'איז אינטערסאנט וואס סקווירא האט אזא שנאה צו סאטמאר??
וואס האט ענק סאקמיר געטון? דאס אז סקווער רבי האט נישט מצליח געווען ווי סאטמיר רב איז היס פאולט וואס ווילסטו פין סאטמיר רב???

דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 7:13 pm

· #138801
אויב וועט מנשה'לע סוף כל סוף ברענגען א "תיקוני נשמות" מעשה, וועט זיך האבן געלוינט דער אשכול.

@געפילטע פיש, לידיעתך בעפאר ציונות האט אדאפטירט דעם מגן דוד ווי זייער סימבאל איז עס געווען ברייט באנוצט ביים גאנצן כלל ישראל. אין די שולן אדער סתם אזוי. שפעטער, האבן רוב קרייזן, ליטווישע ווי חסיד'שע, אויבערלענדישע און יעקישע אידן אויפגעהערט עס צו נוצן צוליב ווייל דאס איז אויסגעטייטשט געווארן ווי זיך אידענטיפיצירן אלס ציונים. דאס איז געווען סיי אין גור (די מערסט ציונ'יסטיש געשטימטע חסידות, אזוי צו זאגן) און א פשיטא אזוי אין די גאליציאנער כאניאקישע מקומות. אפגערעדט פון די מער קנאי'שע אונגארן און ליטא. בנוגע רוסלאנד, ווייס איך נישט פונקטליך, ווי שוין אויבן אויסגעשמועסט באריכות.

דאס אלעס איז אלטע היסטאריע, קיינער האט נאך נישט געהערט פון קיין סאטמאר רב דאן.

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:29 pm

· #138821
דעת תורה טייערע נו די פארדאמען סאטמאר אין אלע הינזיכטען איז אויך אויף אזעלכע זאכען וואס די וועלט האט געהאלטען נאך בעפאר דער קדויו''ט האט אים אנגעווינטשען אז מען וועט מיין יואלישעל נאכלויפען אויפען שפיץ בארג ווי אימער ער וועט זיך געפינען,
טא וואס איז דיין גרויסער תימא אויף געפילטע דאס איז דאך בכלליות דער פראבלעם פון סאטמאר רב אז ער האט אינז עד היום איבערגעזאגט די אלטע תורות
וואס פילע האבען גערן געקענט ביישטיין אז ס'זאל פארברענט ווערן אינעם אוישוויצער גיהנום.
''''''''''''''''''
כידוע די מעשה פינעם סקווערער אינעם בעלזער ביי א פגישה נישט לאנג צוריק האבען זיך אויסגעדריקט אויף די סאקמארע קנאישע תורות וואס דער בעלזער רופט דאס פערצענטער..........עפ''
אז דאס האבען די נאציס שוין פארניכטעט ביים קריג היצט איז א נייע מסכתא מ'דארף זיך צופאסען צום זמן און מציאות
היצט נאשה'לע שריי נאך צען מאל פוי........

מנשה לוסטיג » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:32 pm

· #138824
בדחן
און אז מנשה לוסטיג וויל אז יעדער זאל וויסען אז ער איז צוריק, און זיכט די אטענשן אז מען זאל אים באמערקען,

אקעי, כ'האב שוין געשריבן ערנסטע ווערטער אויך.. כ'האב איבערגעלייגט א מאמר אינעם אשכול 'מעמוארן'.
מסכים זאל זיין שלום על ישראל.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:34 pm

· #138825
חלילה. (דיין לעצטע שורה)
נאר עXטרמע קנאים ווי דו, טראכטען ליידער אזוי.

מנשה האקט (כפרות אויף די ערד מיט אכזרית)
איך באצי זיך אויף נאר פרייליך.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:50 pm

· #138832
נאר,,פרייליך

כידוע די מעשה פינעם סקווערער אינעם בעלזער ביי

???,,,,

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:25 pm

· #138963
איך אויך
נאר,,פרייליך

כידוע די מעשה פינעם סקווערער אינעם בעלזער ביי

???,,,,

ס'מיר א פלא ווי בלויז אויף די סארט געשעהנישען וואס איז נאה לאומרן און פאסיג צו די וואס האבען געזאגט דעי דיבורים דאס וויל מען נישט גלייבען
אבער ווען טיפשים קומען אנשמירען יעדע בעל שמ'סקע מעשה אויף זיין רבי דאס גלייבט מען בלינדערהייט אהנע ספיקות

גיבור » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 12:58 pm

· #138969
איך ווייס נישט צו מען גלייבט יעדע מעשה בלינדערהייט
אבער נישט ווייל איינער האט מחליט געווען אז עס שטימט ארויפצולייגן א מעשה ווייל עס מאכט סענס אויף יענעם, מוז עס יעדער גלייבן.
נקודה למחשבה!

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:07 pm

· #138986
אלעס פיין און וואויל, ס'איז מיר א כבוד ווייטער צו זיין א סאטמארער ספעציעל נאכדעם וואס איך זעה וואס באדערט... אבער איין זאך דארף זיך דא אויפהערן... די ווארט כידוע איז שוין ערגער ווי דעם וד"ל.. כידוע פארוועם? ווער ווייסט דערפון? אז מ'האט דאס גערעדט ביי א העץ דרשה אין שטעטל צו ביי דיין פאטער אין דיינונג רום מיינט נאכנישט אז ס'איז ידוע לכל.

@מנשה לוסטיג מנשה'לע, גיי אן מיט דיינע ווערק, ס'איז א כבוד און פראכט יעדע איינציגע תגובה!

I'm back » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:42 pm

· #139001
איך זע אז די עולם האט נישט קלאר ארויס די אורזאך צו @מנשה לוסטיג'ס אויסברוך.

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז מנשה איז דייקא יא א חסיד פונעם סאטמארער רבי ז'ל, און ער גלייכט זייער די סאטמארער שיטה.
אויב אזוי, וועט עטס פרעגן, פארוואס ער שימפעט מיט א אימפעט (ס'גראמט, עטס כאפטס? 😉 )?
נאר וואס דען, מנשה טענ'ט זיך מיט א חבר זיינע, און זיין חבר זאגט עם אלע די טענות און מעשיות וואס ער ברענגט דא.
האט מנשה באשלאסן אז ער וועט עס זאגן דא, ווי כאילו (דאפלטע לשון, איך פשוט נישט קיין געדולד צו מאכן בעקספעיס) ער האלט אזוי. יעצט וועט יעדער עם ענטפערן תירוצים אויף זיין קשיות, מילא וועט ער האבן א תירוץ פאר זיין חבר.
זה דעתי העני'.
אבער דאך מנשה, געב כאטש קרעדיט פאר קאווע שטיבל ווען די ענטפערסט דיין חבר.

שכח!

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:44 pm

· #139002
דיסאגרי! וויט אלל דע גרעיט רעספעקט... מאכעם נישט קלוגער און לאז אונז ווייטער לאכן

gergele » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 4:13 pm

· #139030
Since when is a PALM TREE an Atzei Asheireh...?? Yelamdeini Rabeini..............

kliger » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 5:29 pm

· #139062
מנשה לוסטיג
סאטמאר פירותיך מתוקים..
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=225044274311522&set=vb.100004178522350&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=22 ... =2&theater</a>



<a class="postlink" href="http://youtu.be/O9etb5yMowk?t=2m19s">http://youtu.be/O9etb5yMowk?t=2m19s</a>

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 5:42 pm

· #139067
kliger
מנשה לוסטיג
סאטמאר פירותיך מתוקים..
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?v=225044274311522&set=vb.100004178522350&type=2&theater">https://www.facebook.com/photo.php?v=22 ... =2&theater</a>



<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=O9etb5yMowk">http://www.youtube.com/watch?v=O9etb5yMowk</a>

די סקווירא טענה'ן אז ווען נישט די קיצונים עקסטרעמע (ליין: סאטמאר) נעמען זיך איבער עירמאנטער'ס ביינער וואלט ער נישט אנגעקומען צו דעם דרגא, מילא איז'ס א סאטמארע פרי
לעומת זעה די אנדערע טענה'ן ווען נישט סקווער האלט אים אזוי לאנג באזיך וואלט ער נישט געווארען זויפיל יארען פארעכנט אלס א חסידישע זינגער
און וואלט לכתחילה פאריפען געווארען אלס א עירמאנטער שניט עקטער
גיי ווייס..

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:04 pm

· #139074
אהא ער האט גאר זיך אריבערגעצויגן קיין עירמאנט אלס נארמאלער מענטש און דארטן האבן אים די סאטמורי"ם געשאכטן... די סקווירא זענען באמת נביאים, מ'האט אים שוין נישט געלאזט זיין אויפן רבי'ןס טיש על שם העתיד..
בלאט: 1 2 3 4 5