טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?
250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4423
מנשה, איך האב א חקירה אין דיינע ווערטער.
צי איז פשט אז דו האלסט אזוי נידעריג סאטמאר רב, אז ער איז אפילו נידעריגער פון דיין רבי, אדער איז פשט אז דו האלסט אזוי הויך דיין רבי, אז ער איז אפילו העכער פון סאטמאר רב.
מנשה, אפשר ביסטו מסביר וואס פונקטליך מיינסטו?
איך וויל די זאלסט מיך מסביר זיין, וואס עפעס איז פאפא רב נישט גרעסער ווי סאטמארע רב.
פארוואס איז צעלימער רב נישט גרעסער ווי סאטמארע רב.
פארוואס איז סאטמארע רב אפגעשטעמפלט ביי דיר אין מוח, אלץ דער גרעסטע הייליגסטע, און ווען איך זאג א ווארט קעגן, ביזטו אזוי אויסמענטש, כאילו איך לייקן אין גאט.
וואס איז?
חסד סאטמאר חטאת
כ'בעט אז מ'זאל צופירן דעם לינק, צום טעמע פון לעצטענס וואס מ'האט ארויפגעברענגט זיבעצן נפשות תימנים, קיין ישראל. [אויב ס'שוין דא דער טעמע דא ערגעץ]
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPYYrg&list=PL5FE12511BB75EE97&index=1">http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPY ... 97&index=1</a>
זעט אלע פינעף חלקים. און שטוינט.
אזעלכע זיסע נשמות, די יהודי תימן, וויאזוי האט מען געקענט זיי אויסניצן פאר קהילה'שע פאמפ און געלט
מנשה טייערס
ביסט איין אפגערוסענער שוטה,האסט נאכנישט גענוצט דיין מח בטעות.
די דערמאנסט מיר פון כיתה ה׳ וואו אלע קינדער און די קלאס פלעגן זאגען מיין רבי אדער מיין חסידות איז די בעסטע און די שענסטע.
מנשה דאס איז זייער א קינדערישע פילינג וואס די מיינסט נעבעך אז די מוזט עס נאכלויפען און פארטיידיגען, און די מוזט נעבעך שרייבען הויפענעס פון הבלים אלעס ווייל די מיינסט נעבעך אז די מוזט נאכגיין דיין קינדערישע געפיל אז דיין חסידות און דיין רבי איז די בעסטע און די גרעסטע.
מנשה נעם דיין מח טראכט און שטעל דיך פאר אפאר מינוט אז די האסט געבוירען און געלערענט און אויפגעצויגען געווארען און אנדערע חסידות וואס וואלסט דעמאלס געפילעוועט.
נאכען זיך פארשטעלן פארשידענע חסידותן הייב אהן צוטראכטען יעדעמס מעלות און חסרונות, איך מיין אז יעדער האט זיך זיינע גוטע זאכען,
און פארשטייט זיך אז די זאלסט בלייבען א סקווערער וויל דארט ביסטו געווארען אויפגעצויגען און דארט ביסטו קאמפארטעבל,אבער סאיז פשוט אשאד זאלסטוך אזויפיל צונער לייגען דא ,
מיט דיע אלע קינדירישע געשרייבאכצער .
וואלט איך געווען דער איינציגער וואס קלערט ווי איך, וואלסטו געקענט זאגן וואס וואס דיין פארקלעמט הארץ הייסט דיך ענטפערן. אבער..
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4369">viewtopic.php?f=24&t=4369</a><!-- l -->
דא שטייט שווארץ אויף ווייס עדות פון א אינסיידער.
און אויך איך בין א אינסיידער, איך בין אויפגעוואקסן ביז די בר מצוה מיט אלע אלע סאטמארע גארביטש שטאף, און ברוך השם, איך האב בוחר געווען אין ריינע אמת, נישט אין בורות נשברים פון כפירה און סתירה.
אזוי שרייבט ער
יעדער וואס שטויסט זיך אן סאטמארע חסידים ווייסט אז הגם זיי קוקן אויס גלייך צו אלע אנדערע חסידים זענען זיי אבער ווייט א מהלך פון ת"ק שנים פון יעדע אנדער סעקטע אין חסידות. כ'וואלט זיך ווען געטרויט צו זאגן אז די חילוק למשל, פון דעם וויזשניצער און דען סאטמארער איז כמעט גרעסער ווי די חילוק צווישן דער פרומער און חילוני.
אויב סאטמאר האט עפעס און איינקלאנג מיט נשים איז דאס אז ביידע זענען א "עם בפני עצמן" א פאלק פאר זיך, און ביידע זענען אויך געשאנקען געווארן מיט א "בינה יתירה": די פרויען, ווי אזוי צו טעראזירן דעם מאן, און די סאטמארע, ווי אזוי צו טערראזירן אלעס און אלעמען, און בעיקר וועם עס דאכט זיך זיי אז ער שטייט זיי אין וועג.
און יא, נאך אזאך וואס א סאטמארער איז ענליך צו א פרוי איז אז ביידע פארמאגן דעם טאלאנט פון פארנעמען סתירות. א דבר והפיכו בנשימה אחת פאר א סאטמארער, ווי פאר א פרוי, איז ווי זויער-שטאף צום לעבן; נעמטס למשל א פרוי זי קען פייגרן פאר ליבשאפט צו איר מאן און אים האסן צום טויט באותו רגע ובאותה נשימה ממש. פון איינזייט פירט זי זיך אויף ווי א קליין קינד און מאידך גיסא איז זי געווענטליך מער מעטשויר ווי איר מאן, זי איז ערליך און קען וויינען ביי די לעכט אבער אויב עס זאל זיך עפעס מאכן מיט פייער דארט וועט זי זיין די ערשטע צו גיסן וואסער, זיי קען גיין אנגעטוען ווי א שיקסע אבער פאר סימס און א אפגעגאלטן קאפ וועט זי זיך אויסשטרעקן איר האלז. אור וחושך, טומאה וטהרה, אהבה ושנאה, משתמשין בערבוביא אחת .
א סאטמארער אין דעם הינזיכט איז די זעלבע, פון קינדווייס אן לערנט ער זיך אויס צו פארנעמען צוויי קעקגנזייטיגע דעות מיט א מדת ההשתוות שלא מצינו דוגמותו אפילו אצל בטלני בעלזא; מ'דארפ ליב האבן יעדע איד, אבער מ'דארף האסן און פיינט האבן א יעדע אגודה'יסט; בחירות איז ערגער ווי עבודה זרה, אבער מוניצפול בחירות איז מותר לכתחלה; רעדן היברעיש איז ערגער ווי זיך ביקן צו א צלם, אבער מיט א "תימן'ע" איד מעג מען רעדן און פארברענגן אין א פליסיגע עברית (ווייל סאיז נישט עברית ס'איז תימנ'יש!); ס'איז שוין פון לאנג נשתכח תורת הבעל שם, אבער מען הארעוועט אין נועם אלימלך און תניא; ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, אבער ווען עס טרעפט א מלחמה און א"י, פארגלייזט מען זיך די אויגן און מען איז מתתפלל אז ס'זאל חלילה נישט שאטן קיין איין אידיש נפש.
אפילו דער מער אויפגעקלערטער סאטמארער -בעסער געזאגט,דער סאטמארע באם- לעבט אויך מיט גאנץ געשוואלענע סתירות; ער קען זיין א פייערעדיגער חסיד פון לעדי גאגא, אבער א געשווירענער פיינט פארן קלויזענבארגער; א שטארקע אנהענגער פון זשוסטען ביבער אבער א דם-שונא פארן בעלזער; ער וועט ליינען ערליך דעם פאסוט א יעדען טאג אבער אויפן המודיע וועט ער שפייען כדי שיעור גרוגרת, וכהנה וכהנה.
דער סאטמארער קען אפלאכן פון אלע חסידות'ער איבער זייער איבערגלויבן אין רבי'ס, ומאידך גיסא איז נאך נישט געבוירן געווארן אזעלעכע שוואנצאנים בני שוואנצאנים ווי די סאטמארע מיט די רעבע זיכרונע לברכענעס; דע רעבע האט זיך צו שמייכעלט, דע רעבע האט זיך אויסגעדרוקט, דע רעבע'ס פנים האט געלאכטען, דער רבי האט משתין געווען (איך מיין אז עס איז דא אפילו א בילד ווי דער רבי איז משתין בקיר), מ'קען נישט רעדן מיט א סאטמארער מער ווי צוויי מינוט, -נישט קיין חילוק צו פון אייז קרים אדער פאפ-קארן-, און אאופס די רבי איז אין בילד.
אבער כולי עלמא מודי אז דער עיקר יסוד פון סאטמארע חסידות איז תורת התבדלות, ס'נישטא קיין איד וואס זאגט דעם תפלה פון "והבדלנו" מן התועים ונתן לנו תורת אמת מיט אזא טיפע איבעצייגונג ווי דער סאטמארער חסיד, ער איז באמת איבערצייגט אז די גאנצע תכלית הבריאה איז ראדני מיט הופער; אהרונים און זאלונים; בני יואל און בני משה; קנאים און סיקריקם, און אלעס אויסער דעם איז נסיונות און סטרא אחרא.
דאס וואס אין בעלזא האט מען אמאל געזאגט פאר א משל אז מען האט נישט קיין שגץ אין שטעטל אויף וועם מוחה צו זיין ברויך מען אימפארטירן איינס, וואלט שטארק געפאסט מיטן היינטיגן סאטמאר.
לאמיר דאס מער מסביר זיין , יעדע חסידות האט זיך זיינע שטריכן און יסודות אויף וואס עס איז געבויט, למשל, חב"ד איז געבויט אויף לימוד ספרי חסידות בעיון, עניני חכמה בינה דעת; אין ברעסלב איז מען עוסק אין דעם ענין עבדו את השם בשמחה; אין קלוזענבורג איז עס בלעטער גמרא; און וויזשניץ, פרומקייט און חניוקישקייט; און אין סקווער איז עס גארטלעך וואס איז עביו ורחביו טפח, און ציצית שיש בו כדי להמית (להחניק). הצד השוה שבהן אז עס איז עפעס פאזאטיוו אדער בעסער געזאגט עס איז אין דעם "עשה-טוב" אפטיילונג.
סאטמאר, אבער, האט אוועקגעשטעלט זייער ליניע אויפן רעסלן פון "סור מרע", און פארשטייט זיך נישט סור מרע פון זיך זעלבסט, נאר סור מרע פון "יענעם", מלחמה מיט ציונות; מלחמה מיט מזרח'יסטן; מלחמה מיט אגודה'יסטן; מלחמה מיט אלעס און אלעמען אויסער מיטן אייגענעם יצר הרע (ח"ו נישט ממש כ'טרייב איבער).
יעצט ווילאנג סאטמאר רב ז"ל האט געלעבט, און איז ער געווען א עמוד האש ההולך לפניהם יומם ולילה, איז די חסידות נישט באשטאנען נאר פון סור מרע; ס'געווען א הושענה רבה; ס'געווען א שמיני עצרת און א יום כיפור; ס'געווען א שבת; א קידוש; און וואס נישט? ס'געווען וואס צו זעען ס'געווען וואס צו מיט האלטן, און וואס זיך צו קאכן.
אבער נאכן תשל"ח-עטרת-ראשנו, איז סאטמאר געבליבן היבש אויסגעשפילט, מיט א רעבע וואס איז נישט געווען אויפן מדרגה פינעם דברי יואל, איז די איינציגסטע וואס איז זיי געבליבן איז געווען חזרה אויפ שלש סעודות תורה פון תשי"ד ווען די רבי האט זיך געקאכט אין גזירות גיוס בנות, אדער תורות פון תשכ"ח ווי די רבי האט פייערט און ברענט, ביי מלחמת ששת הימים, ווען אידן האבן געהאלטן אז עס איז אתתחלתא דגאולה ממש. יענע צייטן זענען שוין לאנג פארביי, סאיז שוין דעווען זינט דאן א מלמחת יום הכיפורים מלחמת לבנון, דריי אינטיפאדאס, דער אתחלתא-דגאולה געדאנק האט אויסגעוועפט און סאיז עבר עליו הכלח אפילו ביי דעם גרסטען מזרחי'סט אבער אין סאטמאר קלאמערט מען זיך נאך אין די תורות פון תשכ"ח כאילו כלל ישראל איז ממש אין א געפאר א יעגע רגע פון ווערן אפגעשמ"ד פינעם עבודה זרה פון ציונות.
ס'וואלט נישט געווען איבערגעטריבן צו זאגן אז די גרעסטע פאטש און דורכפאל ופאר א סאטמארע חסיד וועט זיין אויב ציונות וועט בטול ווערן. ער וועט אויסקוקן אזוי ווי די אידן וועלן אויסקוקן נאכן שעכטן די יצר הרע לעתיד לבא, אדער ווי א שוחט מיט א מעסער אן א קוה צו שחט'ן. כ'מיין מיט וואס וועט ער זיין אנדערש ווי דער קלויזענברגער? ער וועט נאך אפשר זיין ווייניגער! דער קלויזענבורגער האט דאך זיינע בלעטער גמרא, ער האט עפעס אן אגענדע פון עשה טוב, אבער ווען איינער האט א אגענדע פון סור מרע, אויב דער רע איז מער נישטא, בלייבט ער אן א פאך אין דער האנט און אן א שטאך ארבעט.
לפי זה נמצינו למידים אז דער סאטמארער זאגט נישט אזוי ערליך דעם "ולמינים אל תהי תקוה", און די סבה איז זייער פשוט: ווייל ער ווייסט אז נאכן ביטול פונעם מדינה הציונות האט ער נישט קיין זכות קיום, משא"כ דער קלויזענבערגער און וויזשניצער מיינען עס יא ערנסט, ווייל דער קלויזענבורגער וועט נאך אלץ בלייבן מיט זיינע מורינו'ס און בלעטער גמרא, און דער וויזשניצער מיט זיין חניוקישקייט.
ממילא ווען איז זאגט דעם קומענדיגן מאל פארן דורכשניטליכן סאטמארער אינגערמאן אז די גאנצע ציונות איז שוין נישט רעלעוואנט, ס'איז עבר ובטל מן העולם, זאלט איר וויסן פארוואס די פנים ווערט אים ווייס כשלג לבן און די האר שטעלן אים זיך אויף אפילו אויף די אויגן ברעמען: ווייל איר האט אים ארויסגעצויגן די פאדלעגע פון אונטער זיין פיס זיין גאנצע יוניקנעסס האט איר צובלאזן.
השתא דאתינא להכי, קען מען מכריע זיין דעם באקאנטן מחלוקת פון מדת הדין און מדת הרחמים הללו אומרים אהרונים סאטמורים האמיתיים, והללו אומרים זאלונים סאטמורים האמיתיים, איז לאמיר א קוק טאן אויף די היסטאריע און רעקארדס פון די צוויי אימפעריעס, וועלעכע פון זיי שטומט בעסער מיט די סאטמארע שיטה און מהלך פון סור מרע און התבדלות און אזוי פושט זיין דעם אור-אלטן איבעי'.
די אהרונים, זייט די חלוקה האבן כמעט נישט געטוען אין דעם ענין פון סור מרע; זיי האבן נישט באשמיצט קיינעם; נישט נאך געשריגן קיינעם; נישט באגאסן קיינעם מיט קיין צואה רותחת. וואס זיי האבן יא געטוען איז געווען: געבויט א מהודר'דיגע שלאכט הויז און קרית יואל; געברענגט ווייץ אן חשש מצומחות פון אריזאנע; זענען בודק עופות פון צומות הגידים; געמאכט חתונה תקנות און אזוי ווייטער, די אלע זאכן זענען טאקע גאר גאר שיינע אויפטוען, אבער זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, ס'פונקט גוט פאר באבוב אדער פאפא.
יעצט לאמיר א קוק טוען אויף די רעזעמעי פון די זאלונים, אה! זיי האבן שוין וואס צו ווייזן, זיי האבן א רייכע היסטאריע, קודם מלחמה אקעגן דעם עירוב, נאכגעשריגן, טעראזירט וכו'; מלחמת קודש א קעגן שחוטה מונחת; מלחמה א קעגן ווייץ פון אריזאנא; מלחמה א קעגן דעם פילטער פאר די וואסער; מלחמה א קעגן לולבים פון א"י; מלחמה א קעגן שלום מאכן מיט בעלזא; און איין ווארט זייער גאנצער אידענטעטי איז וואס ער איז אלץ "נישט", און וואס ער טוט "נישט", און איין ווארט "התבדלות מיט מלחמות". אפילו א פילטער פארן אינטערנעט קען זיי נישט טיילן מיט, די רשעים די אגודיסטן, זיי די שקצים האבן : טעג, דשעי נעט, ווייט פעזשעס, יעשיבע נעט, וכל שם וחניכא דאית ליה, אבער מיר סאטמערע האבן אן אנדערע פילטער, מיר האבן "משומר", איי וואס איז משומר אנדערש ווי אנדערע פילטערס? די תירוץ איז ווייל עס איז "נישט" פון זיי, מיר שערן "נישט" איין פילטער מיט זיי, איינמאל ס'האט עפעס א "נישט" איז שוין אלעס פארענטפערט. א קיצור סאטמאר בתפארתה.
באניצער וועלכע האבן געלייקט בענדזשאמין פרענקלין פאר די הודעה (30 בסך הכל):
מנשה לוסטיג • boxcover • ליטוואק פון בודאפעסט • יידל • גיבור • קינות גירושין • צולייגער • בעל הבית • טאמבל סאס • ברסלבער • מאן דאמר • קופערניקוס • געפילטע פיש • לִבִּי בְמִזְרָח • פשוט-קאמפליצירט • רויטע וואנצעס • הוגה • נולד מאוחר • משה געציל • יאיר • געשוויסטער • newkave • ונבנתה העיר • וואלפה • איך אויך • לאליפאפ • chosen people • קאווע טרינקער • berlbalaguleh
נו? שוטה ארויף שוטה אראפ אפשר בין איך גאר דער חצוף וואס רעדט צום פיפיק גראד..
שוטה הייסט איינער וואס דרייעט מיטן צינגעל, איך רעד צום פינטל אבער ממש צום בויך קנעפל. ס'טוט וויי? יא אמת טוט וויי
מנשה איך האב קיין שייכות נישט צו סאטמער
די ליגסט און גרויסע באקס און די שרייבסט און שרייבסט קום ארויס פון דיין באקס
באניצער וועלכע האבן געלייקט בענדזשאמין פרענקלין פאר די הודעה (30 בסך הכל):
מנשה לוסטיג • boxcover • ליטוואק פון בודאפעסט • יידל • גיבור • קינות גירושין • צולייגער • בעל הבית • טאמבל סאס • ברסלבער • מאן דאמר • קופערניקוס • געפילטע פיש • לִבִּי בְמִזְרָח • פשוט-קאמפליצירט • רויטע וואנצעס • הוגה • נולד מאוחר • משה געציל • יאיר • געשוויסטער • newkave • ונבנתה העיר • וואלפה • איך אויך • לאליפאפ • chosen people • קאווע טרינקער • berlbalaguleh
@מנשה לוסטיג, עפן אזא אשכול אין אייוועלט פליז.
אט לייען איך (אין "דער איד") די גרויסע הערצה פונעם פריערדיגן סקווירא'ן רבי'ן זצ"ל צום סאטמאר רב זצ"ל.
זיינע חסידים זענען נעבעך קלוגער פון אים. רבן דקרו!
.
📎 סקוירא סאטמאר.JPG
דער שרייבער - אדער דער דערציילער האט מסלף געווען דעם הייליגן לשון זיינע
ער האט געזאגט: מ'ברויך איינרייסן פארן סאטמארער 'רב', ווייל אז ער וועט נישט זיין דא, וועלן זיי זיך שלאגן אויף די גאסן.. מ'דארף עהם האבן דאהי, ווייל אז נישט וועט זיין געשלעגן אויף די גאסן
קיינער זאל נישט דערציילן דעם חכם דאתרא אז דעם גרויסער סקווירא רבי ז"ל האט געשיקט זיינע בחורים פון שיכון סקווירא קיין וויליאמסבוגג אום חוה"מ סוכות צו גיין קוקען דעם רבי ז"ל נענועים. דער סקווירער האט פארשטאנען אז די נענוניעום איז עפעס למעלה מן השכל א פאקט וואס מיר סאטמארע ווייסען גאנץ פיין. האט ער אלעס פארקוקט און אריינגעשיקט זיינע אייגענע בחורים צו זעהן דעם מלאך אלקים ביי די עבודה. אמת טאקע מען האט אנגעזאגט פאר די בחורים זיך נישט צו פארזוימען נאר אריין און ארויס וכך הוה
דער סקווירער רבי האט אויך געוויסט וואס יעדער סאטמערע חסיד ווייסט, אז סאיז געווען צדיקים און פרושים וואס האבן זיך אויסגעצייכענט איינער אין תורה און איינער אין עבודה א צווייטער אין קדושה און אן אנדערע צדיק אין חכמה, אין מדות טובות, אין עסקנות אין עניני יהדות אין בויען ישיבות אין שרייבן ספרים אין זאגן תורות, אין חכמת קבלה ועוד ועוד. אבער א צדיק הדור וואס איז געווען אזוי אויסגעצייכענט אין די אלע, און נאך צענדליגער מעלות נשגבות איז געווען נאר דער סאטמארער רבי אליינס זכותו הגדול יגן עלינו
מנשה, איך געדענק נאך ווען סאטמאר האט געלאכט פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק, דו ווייסט נישט וואס ס'ווארט נאך אויף סקווירא
נע, ער האט געשיקט די בחורים, ווייל ער האט רחמנות געהאט אויף סאטמאר רב, און ער האט געוואלט אז דער סאטמאר רב זאל קוקן און זען וואס א סקווירער בחור מיינט.
איך האב באדינט א יוד אין לאנדאן, ר' יצחק קרויס, ער איז געווען א איש האשכולות און זיך אויסגעקענט אין אלע הויפן בימים הראשונים של וויליאמסבורג, ער האט אלץ קינד געלערנט אין תומכי תמימים, און געזען דעם מהריי''ץ, אלץ בחור אין נייטרא און געווען דער כותב פון די שיעורים פון ר' מיכאל בער זצ''ל, און אליינס געווען א קביעות'דיגער מתפלל ווי זיין פאטער אין צעלים, און געקענט וויליאמסבורגע יהדות בימים ההם זייער קלארזיכטיג.
ער האט מיר געזאגט קורץ און שארף, אז סאטמארע רב איז געווען פונקט ווי פאפא רב און צעלימער רב, ער האט נאר געהאט א כח פון רעדן, און עס גענוצט אקעגן די ציונים און אזוי האט ער צוגעצויגן א ריזן ציבור, אבער ווער ס'האט באמת געוואלט זיך פראווענען ביי א רבי, איז געווען דארט עטליכע רביים וואס האבן געפירט טיש, אין די צייט ווען סאטמארע רב האט נאך דעמאלס נישט געהאט אפילו קיין גרויסע מאל תלמידים אין זיין ישיבה.
ממילא, איך גלייב עהם מער, אלץ איינער וואס איז נישט קיין נוגע בדבר, און וואס ער האט מיר געזאגט סיי קעגן און סיי פרא, איז לכאורה הונדערש פרעציז אמת, ווייל ער האלט נישט מיט זייט ער איז אוועקגעפארן פון אמריקא ווער ס'אלץ געווארן מושל בכיפה. וואס איז דעמאלס געווען, האב איך געהערט פון עהם 'אקוראט'
קענסט זאגן צדיק הדור רשכבה''ג און מלאך אלוקים און קאפי פעיסטן פון אלע שער בלעטער.. אבער פאקטן זענען אין די מויל פון די וואס האבן עס מיטגעלעבט אין די ראשית יארן נאכן קריג, ווען וויזשניץ האט געהאט אלע תלמידים וואס זענען שפעטער אריבער צו סאטמאר ווען ס'געווארן א פארטיי און א תנועה פון א שיטה
מנשה לוסטיגאיך האב באדינט א יוד אין לאנדאן, ר' יצחק קרויס, ער איז געווען א איש האשכולות און זיך אויסגעקענט אין אלע הויפן בימים הראשונים של וויליאמסבורג, ער האט אלץ קינד געלערנט אין תומכי תמימים, און געזען דעם מהריי''ץ, אלץ בחור אין נייטרא און געווען דער כותב פון די שיעורים פון ר' מיכאל בער זצ''ל, און אליינס געווען א קביעות'דיגער מתפלל ווי זיין פאטער אין צעלים, און געקענט וויליאמסבורגע יהדות בימים ההם זייער קלארזיכטיג.
ער האט מיר געזאגט קורץ און שארף, אז סאטמארע רב איז געווען פונקט ווי פאפא רב און צעלימער רב, ער האט נאר געהאט א כח פון רעדן, און עס גענוצט אקעגן די ציונים און אזוי האט ער צוגעצויגן א ריזן ציבור, אבער ווער ס'האט באמת געוואלט זיך פראווענען ביי א רבי, איז געווען דארט עטליכע רביים וואס האבן געפירט טיש, אין די צייט ווען סאטמארע רב האט נאך דעמאלס נישט געהאט אפילו קיין גרויסע מאל תלמידים אין זיין ישיבה.
ממילא, איך גלייב עהם מער, אלץ איינער וואס איז נישט קיין נוגע בדבר, און וואס ער האט מיר געזאגט סיי קעגן און סיי פרא, איז לכאורה הונדערש פרעציז אמת, ווייל ער האלט נישט מיט זייט ער איז אוועקגעפארן פון אמריקא ווער ס'אלץ געווארן מושל בכיפה. וואס איז דעמאלס געווען, האב איך געהערט פון עהם 'אקוראט'
קענסט זאגן צדיק הדור רשכבה''ג און מלאך אלוקים און קאפי פעיסטן פון אלע שער בלעטער.. אבער פאקטן זענען אין די מויל פון די וואס האבן עס מיטגעלעבט אין די ראשית יארן נאכן קריג, ווען וויזשניץ האט געהאט אלע תלמידים וואס זענען שפעטער אריבער צו סאטמאר ווען ס'געווארן א פארטיי און א תנועה פון א שיטה
איך געדענק נישט ווער דער איד פון לאנדאן איז, מסתמא האב איך עם געזען, אבער א יו"ט ביים רבי'ן זי"ע (סאטמאר) האט גאר אנדערש אויסגעזען א ווי ביי אנדערע רבי'ס, אויף ווען, אלע רבי'ס האבן ג'ענדיקט דאווענען זענען אלע חסידים ואנשי מעשה געקימען הערין דעם רבינס תפלות, אין זיך געשטופט ביי זיינע טישען,
דע ישיבה איז טעקע געווען א קליינע ישיבה אפשר 30 בחורים, אבער דע תלמוד תורה איז שוין געווען דע גרעסטע, עס האבען געלערנט מער קינדער אין סאטמאר א ווי אלע ת"ת'ס אינאיינעם, איך רעד פין תש"ך כ"א, אבער ביי אנדערע ישיבות איז דאס אויך נישט געווען, נייטרא איז געווען א גרעסערע ישיבה ווי סאטמאר, אבער א רבי? טישן? געזעגענען? ימים טובים? דרשות? תפלות? איז אזוינס נישט געווען אין ערגעטץ, ער איז געווען, דבריו נשמעין אויף דע גאנצע וועלט, דע ישיבה האט זיך ציוואקסען הערשט נאך תשכ"ב ווען יונגלעך פין נאך דע קריג זענען געווארין בחורים, פין דע מיידל סקול רעד איך נישט ווייל אסאך חסידישע הויווען האבען נישט געהאט א סקול,
כ'ווייס נישט וועמען דו ווילסט נארן, אדער גאר זיך אליין, אבער מיין זיידע ר' דוד גאלדשטיין איז געווען א הייסע סאטמארער חסיד, בלב ונפש, עד כדי כך אז ער האט פונעם ברך משה שוין נישט געהאלטן בלויז ווייל אנע רבין זי''ע איז נישטא קיין רבי עפ''ל חחח
למעשה, האבן זיינע קינדער געלערנט אין וויזשניץ, ווייל סאטמאר איז געווען א נישטיגע חדר, און וויזשניץ האט געהאט וויליאמסבורגע חינוך מאנאפאל, ביז קלויזנבורג האט זיך אויך געהויבן מיטן פאן, האט סאטמאר אנגעהויבן מיט פאמפ און טעראר אז זיי האבן אלע פארטריבן, אטאמאטיש איז געבליבן המולך מהודו ועד כוש.
מיין זיידע ווען ער האט געהאט א קריטיקל הזכרה, איז ער געלאפן צום סקווערן רבין, כאטש ער האט עהם נישט געוואלט קענען אין די נארמאלע לעבנס טעג, און נאר סאטמאר און פאפא ווייל דארט האט מען געהאקט און געבראקט אנטי ציונות.
כ'וויל זאגן א נקודה, קען זיין וויבאלד א סאטמארער זיצט ביי זיין רבין, האט עהם אויסגעזען ווי עפעס אנדערש איז נישט געווען פארהאנען, און האט געמיינט אז סאטמארע רב האלט געשפאנט כלל ישראל ביי די די אויערן.
אבער אמת טאקע מיט די יארן האט ער געהאט ווילי ביים קארג, ווען זיינע שלאנגען קעפ האבן געביסן דעם עולם מיט כח, אבער אין די אנהייב כ' יארן איז ער נישט געווען מער ווי לאנצוטער רב און ווינער רב, א העכערע קאפ יא, אבער נישט א העכערע ווארט
לאנצוטער רב איז געווען אפשר רב אין די עדה החרדית?
איך הער וואס די זאגסט, די הערסט פין דיינע אלטע יודען, אין אנדערע הערען פינקט פארקערט, איך האב דאס אליין געזען, מיר קענסטי נישט פארקויפן קיין איינגערעטע מעשות, אין סתם ארים טענון וועל איך זיך נישט, האלט זיך מיט דיינעם אין מיר בלייבן ווייטער גיטע פריינד,
די אשכול האט זיך שוין פארצויגען זייער לאנג, אבער די שאלה פונעם פותח איז נאך אלס נישט פארענטפערט געווארען, והקושיא עדיין במקומה עומדת, איז א טייטלבוים אז סימבאל אדער א סגולה??? איך מיין אז די פשוטע תירץ איז, עס איז א סימבאל וואס איז מסוגל ארויס צונעמן מנשה הגדול פון די גלייזן, עס איז א סימבאל וואס איז מסוגל טרויעריג צומאכן דעם ליסטיגן. והייתם לי סגולה מכל העמים כי לי כל הארץ, איך האב דיך אין דער ערד (נישט ממש, פארשטייסט וואס איך מיין).
מיר שטערט עס נישט.. איך האב ליבערשט ארויסגענומען אנדערע קנאה'שע אויגן פון די לעכער, ביים צייגן אז חוזק קען מען נאך מער מאכן פון דער שפעטלער אליין.
ווער ס'פראסקעט דארף זיין גרייט צו איינ'נעמען אויך.
ואגב, וועל איך זאגן אזוי. איך לעולם אין די סאטמארע שיך, וואלט איך געהאט א תשובה לדבר.
מ'פארציילט אז מ'האט געפרעגט דעם אלטן ראש ישיבה אין סקווער - הרב קרויזער ז''ל, אויב ער קען שרייבן א תשובה וועגן די ענין פון געלקייט ביי א ברית, וואס אין סקווער איז מער מדייק צו מאכן בזמנו און ווייניגער מדייק אויף די געלקייט.
האט ער געענטפערט, זאגטס מיר אין וועלכע ריכטינג כ'זאל שרייבן, ווייל כ'קען שרייבן א תשובה אויף יא און אויף נישט.. חחח
די זעלבע זאג איך אויך, ווען כ'בין אין סאטמארע שיך, וואלט איך קלאר געענטפערט די שייכות פון דעם עצי תמרים צו כלל ישראל און דאס גלייכן.
אין די גמרא איז פארהאנען אסאך סיפורים משלים און מאמרי קודש וועגן דעם תמר, און די שייכות צו צדיקים און כלל ישראל.
איך האב דעם תירוץ - ווי מ'זאגט, אבער די אינסייד קשיא האט איר פארשטאנען אז ס'איז מיטן צונג אין די לופטן..
איך בין דורכגעלאפן די אשכול שנעל און געליינט וואס מנשה ליסטיג האט צו שרייבן, נו, וואס זאל איך זאגן, נשתוממתי? ניין, איך ווייס שוין פון קינדווייז אן צו זאגן וואס יעדער אין דער וועלט ווייסט: אין סקווירא האדעוועט מען אויף די מענטשן, אזוי ווי הינער אין א שטייג... איך האב הנאה אז מנשה רעדט נישט פונעם היינטיגען סקווירא'ן רבין אזוי ווי דער אלטן סקווירא'ן רבין זצ"ל. וואס די צוויי זענען טויזענטער מיילן ווייט אפגעטיילט. ראשית כל, איך בין נישט קיין סאטמארער כלל וכלל, איך בין אויפגעוואקסען געווארן אין א חסידישען נאטראלען הויף. און איך מוז זאגן יישר כח פאר מנשה, אז ער האט באשטעטיגט די אלע בלעסטיגען וואס די וועלט האט אויף סקווירא.. איך ווייס נישט פארוואס די וועלט רידערט מיט 'לב טהור', פארוואס די וועלט רידערט מיט 'ניקלעשבורג' א.א.וו, פארוואס רידערט נישט די וועלט מיט 'סקווירא' פונקט אזוי ווי קעגן העלבראנס??? אין סקווירא וואשט מען די מוח טויזענעט מאל ארגער ווי אין העלבראנס!!! איך ווייס נישט וויאזוי יודישע קינדער שעמען זיך נישט צו זיין אזוי שמאל, פלאך, אומוויסענד, נאריש, קורצזיכטיג, אומסטאביל, צודרייט, פארקוועטשט, צוהאקט און צודריקט, ענק זענען פארט נישט קיין מוסלימענער? זענען ענק טאקע אזוי צודרייט? זענען טאקע דא אזעלכע פערדן אין כלל ישראל? איך האב אמאל שטאלצירט מיט מיין פאלק. מה קרה? אזאנא עגלה ערופות?? מען האדעוועט אויף א גאנצע עדה ווי אידן אין די אכצטען יאר הונדערט.. שומו שמים! איך איך בין נייגעריג אויב דאס איז א דירעקטע השפעה פון רבי דוד מסקווירא אויף די חסדים, אדער די חסידים האבן משפיע געווען אויפן רבי'ן צו פארלירן די באוויסטזיין? וויאזוי קענען "אידן" איבערשרייבן היסטאריע? וויאזוי קענען מענטשן וואס דארפן באזיצען א מוח איבערשרייבן פאקטן לעיני השמש?
קומט א סקווירער קורצזיכטיגער קאפ און לייגט אראפ סאטמאר רב ווי עפעס א חדר יונגעל, עפעס א ראביי פון עפעס א משוגענעם קליינער חסידות וואס הייסט סאטמאר, ווי מען לאזט זיי נישט גיין צו הייליגע פלעצער, ווי מען ווארפט אוועק העליגע סימבאלן פון דוד המלך ישראל חי וקיים. א ראביי וואס האט געקענט נאר אביסל קיצור שלחן ערוך, און האט נאכקיינמאל נישט געפראוועט קיין מופתים, עפעס א משוגענער סעקטע וואס הענגען אויף, מען רופט עס "טייטלעביימער" אויפן ארון הקודש. בקוצר הדברים די סעקטע וואס רופט זיך סאטמאר זענען סתם עפעס א קומץ אנשים, וואס לא ידעו בשכבם ובקמם, פונקט ווי זייערע פירער.
מה נאמר ומה נדבר, ווען דער בעל הגדה וואלט געלעבט וואלט ער געמאכט חמשה בנים אנשטאט ארבעה בנים, און געלייגט 'סקווירא' נאך 'שאינו יודע לשאול'.. א שרעק וויאזוי עד היכן 'ברעינוואש' מגיעים. הרב ליסטיג פון סקווירא איר זאלט וויסן אז איר לעבט אין מארס, אדער אין הרי חושך. אבער דער אמת איז דו ביסט נישט שולדיג, שולדיג איז די מאפיאנערישע דיקטאטרישער חינוך וואס סקווירא שיבט זייערע מענטשן ווי א מצה אין א אויבן. מען שחט זיי די קעפ, מען מל'ערט זיי די שכל, און ויקרא שמו בישראל "סקוויראער חסיד". עס איז מיר ממש געקומען צו ברעכן, עד כדי גועל. עס האט מיר אויסגעזען ווי עמיצער וואס איז נארוואס אויפגעשטאנען פון א קאמא ל"ע ליגענדיג אכצען יאר אין א בעט, און הייבט אן מסביר צו זיין די כוכבי הלכת, און פונקטליך וויאזוי די וועלט דרייט זיך...
בדרך אגב עס וואונדער מיר ווי דו האלסט זיך אינאיין באנוצען מיטן ווארט פ*פ*ק, וואס איז דאס? איז דא א קעפעדע אין סקווירא צו רעדן שמוציג? אדער דאס איז פונקט ווי דער גוי וואס האלט אינאיין זאגן ש*ט, און איז זיך אזוי מקשר צו זיין שורש, אפשר איז דאס די שורש של סקווירא.. ווער ווייסט.
איש אשכולותאדער דאס איז פונקט ווי דער גוי וואס האלט אינאיין זאגן ש*ט, און איז זיך אזוי מקשר צו זיין שורש, אפשר איז דאס די שורש של סקווירא.. ווער ווייסט.
אוואדאי א בפירוש'ע גמ,
שקליה לעבודת כוכבים ואנחיה בשי"ן תי"ו שלו...מנשה לוסטיגווער איז ר' יואליש געווען צו זאגן מבינות אויף רביס, ער האט קוים געקענט געדענקן חסידות, נעבעך פארטריבט פון די פראבעלם אז יעדער וויל עהם איינשלונגן, קלויזענבורג שטייט עהם אין וועג, ווישניץ שטייט עהם אין וועג, יעדער שטייט עהם אין וועג, און ער איז נאך געווען א מבין אויף גדולים וטובים?
יעדע מבינות זיינע, צייגט וואס פארא נייאיווע אונגערישער עקסטרימע קאפ ער האט געהאט און היינט זעט מען די פירות.
דא איז נשתכחה דא איז יש למנוע, דא יש לפקפק, דא איז שייגעץ דארט איז פוי, קיינער טאר נישט נאר איך מעג, אלעס איז מיינס, ווען ער האט נישט אריינגעלייגט אין עתיד קיין קליינעם פינגער.
כשרות איז געווען צעלים פסק הלכה פאפא רב, טשעבינער רב, חזון איש, ר' חיים נאה, וכדומה.
וואס יא? שייגעץ פוי עבודה זרה נשכחה
א מבין ווי א קאץ אויף הייווען. ער זאגט? ס'ווערד ווי א טויטע נבילה
א מאדנע בילד, נאכקיינמאל נישט געזען, די גוף זעט אויס ווי א מענטש, די מוח איז די סייז פון א שטויבל, די מויל רעדט און עס הערט זיך ווי א נויז פון א בית הכסא, שרייבן שרייבט עס ווי א מאלפע וואס האט נאר געקריגען א לעקציע, טראכטן טראכט עס ווי אקס וואס מען האט אים נאר אפ גע׳שחט׳ן דעם קאפ, וואונען וואונט עס אין א הינער שטייג, און עס זעט אויס ווי א מענטש, מי שמו ומי הדין?
מנשה לוסטיגנחזור לענינינו
א טייטלבוים אויפן ארון הקודש! וואס מיינט דאס? איז דאס נישט קיין עצי אשירה? איז דאס נישט מרידה במלכות שמים? איז דאס נישט אקעגן די שלוש שבועות?
מלכות סאטמאר? מלכות אין גלות? [כ'מיין ס'וואלט געמעגט הייסן מייכענען קאקמער]
זיך נישט רייצן מיט די אומות, ווער נאך רייצט זיך אזוי מיט די אומות, ווי די נייאיווע הפגנות פון זיידעס ביז פיצלעך, מיט די יואלי פייעס אויפן נאז.
פארוועם פאסט זיך די שם הקודש 'פוי' ??
פוי עזות פענימער, פוי כופרים בצדיקים, פוי מחללי שם שמים שוין צענדליגע יארן, פוי מורים הלכה בפני רבם, פוי פוי פוי זאל נישט שאטן קיין שלעכט אויג אויף די פארצווייגטע טעראר אנשטאלטן פון סאטמאר איבער די וועלט, א נחת וויפיל שרצים קריכן מיטן הויקער אונטערן שאטן פונעם טייטלבוים, אה! כתמר יפרח..
אה דו הייבסט אן מיט הויקערס און שרצים וועל איך אויך אנהייבן. איך בין אלס בחור געגאנגען נאך געלט אין סקווירא. אין מיין לעבן האב איך נאכנישט געזען אזאנע גרויליגע פרצופים. יעדער פרצוף באזוצט צווי קנאבלעך פיאות פון ארינטער די שווארצע און ווייסע ברילן, יעדער האט די זעלבע סייז בארד. עס איז דא א קאפעדע נישט צו גיין אין שאוער, די עולם רייסט ארום מיט פארפאלטע פיס אין די הייסע שטיוולען. יעדער רויטער בארד - קנאבל - פרצוף באזעצט א היט וואס גייט אריבער בירושה פון טאטן צום זין. אט די קאפעדע האט די רבי מייסד געווען בשעת ער דאווענט ביחודות כאחד השפלים. אלעס דארט סרח׳ט, עס איז איין חתיחה פון גועל נפש. איך האב איך מיך דאן געשעמט אז איך בין א איד. איך האב פשוט נישט געוואלט אויסזען ווי די מאנקיס. הער אויף מיט דיינע זידל רייד!!! גאנץ סקווירא שטינקט!! זיי האבן א רבי א באם וואס קיין איין איינציגער איד פון אינדרויסן קומט נישט באזוכען. און אלע קיען קומען זיך 7 מאל א טאג צוזאם קוקען אויפן העליגען קוה וואס עסט שטרוי. הער שוין אויף צו רעדן פון סקווירא, ווייל באלד הייבט מיין קאמפיוטער אן צו שטינקען.
נישט אז ס'גייט מיר אן אז דו שעלסט, ווייל סקווער ווערט נישט בטל פון דיינע שליים היסן.
אבער דאס איז זיכער ביי מיר אין הארצן, אז דער סאטמארער רב זצ''ל איז געווען א צדיק, און מיינע שורות דא זענען נאר צו צייגן אביסל, וויאזוי עס שפירט זיך ווען מ'רעדט אקעגן יענעמס רבי, וויאזוי עס קען שפירן פאר ווער ס'שטערט יא.
דיר שטעכט אז מ'רעדט אזוי? דאן שפיר די אנדערע לייענער דא אויך, און שאט יור מאוט
מנשה לוסטיגנישט אז ס'גייט מיר אן אז דו שעלסט, ווייל סקווער ווערט נישט בטל פון דיינע שליים היסן.
אבער דאס איז זיכער ביי מיר אין הארצן, אז דער סאטמארער רב זצ''ל איז געווען א צדיק, און מיינע שורות דא זענען נאר צו צייגן אביסל, וויאזוי עס שפירט זיך ווען מ'רעדט אקעגן יענעמס רבי, וויאזוי עס קען שפירן פאר ווער ס'שטערט יא.
דיר שטעכט אז מ'רעדט אזוי? דאן שפיר די אנדערע לייענער דא אויך, און שאט יור מאוט
הערכזשע מיך אויס, פאר מיר און פאר אנדערע דארפסטו טאקע זאגן אז 'שעלטן' אדער ווילדע רייד וועט נישט אויסמאכן, אבער ווען א חסיד סקווירא איז זיך מתנוול דעם מויל און רעדט שמוציג און ביליג כאחד הריקים, פעלט נישט אויס צו זאגן אז די ווירטואלע מאניסקריפט פון איינעם וואס איז דורכגעפראסן פון מוח וואשעריי, און לעבט אין א באגרעניצטע ערא, אז זיינע ווערטער זענען לא מעלה ולא מוריד, אין בו קללה ואין בו קטנות, נאר א שפאגל מוסטער פון א בן אדם וואס ווערט אויפגעהאדעוועט אין א שטייג פון עופות.
און איך צודרייטער האט פארטאכלעוועט די צייט דיר ענטפערן, פשוט ווייל איך האב נישט געזען איינער זאל זיך אננעמען געהעריג פאר די רעכדענקעדיקייט.
מנשה לוסטיגווען איך גיי נאר ערגעץ, ווי סאטמאר האט אראפגעלייגט א פיס, זע איך א פיקטשער פון א טייטלבוים.
אויפן ארון הקודש, אויפן מודעה צעטיל, אויפן רבינס הויז, אויפן שוהל פארענט, און נאך מער פון אלעס, ווען ס'קומט פאר א מסע גדול, זעט מען אין אלע גאסן פלאטערן די טאוועלען, ווען א טייטלבוים שטעקט זיך ארויס מיט גאווה, פונעם צעטיל.
ווי איינער וויל דא עפעס צייגן מיט טייטלבוים.
איז דער טייטלבוים געווארן א סימבאל, ווייל סאטמארע רבי הייסט טייטלבוים?
הייסט עס, טאמער וואלט ער געהייסן קאטץ, אדער קנאבלעך, אדער שטויבער, וואלט מען דאס געלייגט אלץ קרוין???
נישט קיין סימבאל און נישט קיין סגולה עי' כאן:
יש אומרים
הערה: שמעתי מאמי ע"ה, שהייתה צאצא לבעל ה'ישמח משה', כי מקור השם טייטלבוים אינו במילה תמר, אלא באצבע המורה אותה מחזיק בעל קורא בקריאת התורה ונקרא: "טייטל" וכן נהגו המלמדים בחיידר, שהשתמשו ב"טייטל" כזה.
אנטווערפענערמנשה לוסטיגווען איך גיי נאר ערגעץ, ווי סאטמאר האט אראפגעלייגט א פיס, זע איך א פיקטשער פון א טייטלבוים.
אויפן ארון הקודש, אויפן מודעה צעטיל, אויפן רבינס הויז, אויפן שוהל פארענט, און נאך מער פון אלעס, ווען ס'קומט פאר א מסע גדול, זעט מען אין אלע גאסן פלאטערן די טאוועלען, ווען א טייטלבוים שטעקט זיך ארויס מיט גאווה, פונעם צעטיל.
ווי איינער וויל דא עפעס צייגן מיט טייטלבוים.
איז דער טייטלבוים געווארן א סימבאל, ווייל סאטמארע רבי הייסט טייטלבוים?
הייסט עס, טאמער וואלט ער געהייסן קאטץ, אדער קנאבלעך, אדער שטויבער, וואלט מען דאס געלייגט אלץ קרוין???
מנשה, וואס איז דער וואנדער:
די טייטלבוים סימבאל איז א פשוט'ע געטשקע. לא פחות ולא יותר.
נאר,,פרייליךנישט קיין סימבאל און נישט קיין סגולה עי' כאן:
יש אומרים
הערה: שמעתי מאמי ע"ה, שהייתה צאצא לבעל ה'ישמח משה', כי מקור השם טייטלבוים אינו במילה תמר, אלא באצבע המורה אותה מחזיק בעל קורא בקריאת התורה ונקרא: "טייטל" וכן נהגו המלמדים בחיידר, שהשתמשו ב"טייטל" כזה.
טייטלבוים האט מיט טייטלען מיטן פינגער וואס סיגוט האט מיט סי-געיט.
טייטלבוים איז תמר אויף לשה"ק, דקל אויף ארמיש.
נאטרוליסטנאר,,פרייליךנישט קיין סימבאל און נישט קיין סגולה עי' כאן:
יש אומרים
הערה: שמעתי מאמי ע"ה, שהייתה צאצא לבעל ה'ישמח משה', כי מקור השם טייטלבוים אינו במילה תמר, אלא באצבע המורה אותה מחזיק בעל קורא בקריאת התורה ונקרא: "טייטל" וכן נהגו המלמדים בחיידר, שהשתמשו ב"טייטל" כזה.
טייטלבוים האט מיט טייטלען מיטן פינגער וואס סיגוט האט מיט סי-געיט.
און װאס מאשעלוי האט מיט
Mosholuדי טאטע פון די ישמח משה האט זיך געריפן אויפ משפחה נאמען שיף
פארוואס די ישמח משה האט זיך געטוישט אויף טייטלבוים איז מיר נישט קלאר דערווייל
אבער איין זאך איז זיכער אז נאך א מזל אז דער ישמח משה איז נישט געבליבן מיטן נאמען שיף ווייל דאן וואלטן ביי אלע מסע המלכות געווען אויסגעשטעלט ריזיגע שיפן און סאמבערינען, און גיי שעפ אהן א ריזיגע טייך פון וואסער ווי צו פאליצירען דעי שיפן...
פלעין יודישדי טאטע פון די ישמח משה האט זיך געריפן אויפ משפחה נאמען שיף
פארוואס די ישמח משה האט זיך געטוישט אויף טייטלבוים איז מיר נישט קלאר דערווייל
אבער איין זאך איז זיכער אז נאך א מזל אז דער ישמח משה איז נישט געבליבן מיטן נאמען שיף ווייל דאן וואלטן ביי אלע מסע המלכות געווען אויסגעשטעלט ריזיגע שיפן און סאמבערינען, און גיי שעפ אהן א ריזיגע טייך פון וואסער ווי צו פאליצירען דעי שיפן...
עס וואלט אפגעשפילגט דעם ריכטיג מצב "כספינה המטורפת בים" ווי יעדער אינעם שיף ציט די שיף אין אן אנדערע ריכטונג! און דער שיפס קאפיטאן דארף יעדע לידע מינוט אנפרעגן זיינע פירער וואס מ'זאל יעצט טאן!
פאר ווער סוויל וואוסן, א טייטלבוים וואקסט אין ווארעמע לענדער, די טייטל פרוכט וואס קומט ארויס איז זייער רייך אין וויטאמינען, וואס זענען גוט פארן גוף פונעם מענטש, די בוים איז זייער א גוטע ווייל די קארבאן מאנאקסייד וואס סזאפט איין איז אן אונגעהויערע, וויבאלד דאס איז א בוים וואס נוצט היץ און וואקסט אין טרוקענע גאר הייסע פלעצער, מיט א שטארקע זון און נוצט נישט קיין וואסער.
א טייטלבוים אין קאלטע לענדער, צום דוגמא צענטראל אייראפע און די ניו יארק אומגעגנט, איז נישט נאר איבריג און וואקסט נישט גוט און שלעכטע פירות, נאר ספארפעסטעט אסאך מער, די שווערע קעלט הרגט דעם בוים און ער ווערט פארפרוירן, די בוים אז עס איז פארשימלט פון קעלט, קען מיט אבנארמאלע וואסער און שנייען וואס קומען אראפ אין די ערטער, ווערן אנגעפעסטעט מיט קרענק פון געוויקסן, וואס שעדיגט פאר די גאנצע סביבה סיי פאר מענטשן און סיי געוויקסן. סאו ביי מיר היות סאיז מדובר דא וועגן א טייטלבוים אין ניו יארק איז עס נישט א סגוגלה אדער א סימבאל נאר א קרענק.
נאטרוליסטפלעין יודישדי טאטע פון די ישמח משה האט זיך געריפן אויפ משפחה נאמען שיף
פארוואס די ישמח משה האט זיך געטוישט אויף טייטלבוים איז מיר נישט קלאר דערווייל
אבער איין זאך איז זיכער אז נאך א מזל אז דער ישמח משה איז נישט געבליבן מיטן נאמען שיף ווייל דאן וואלטן ביי אלע מסע המלכות געווען אויסגעשטעלט ריזיגע שיפן און סאמבערינען, און גיי שעפ אהן א ריזיגע טייך פון וואסער ווי צו פאליצירען דעי שיפן...
עס וואלט אפגעשפילגט דעם ריכטיג מצב "כספינה המטורפת בים" ווי יעדער אינעם שיף ציט די שיף אין אן אנדערע ריכטונג! און דער שיפס קאפיטאן דארף יעדע לידע מינוט אנפרעגן זיינע פירער וואס מ'זאל יעצט טאן!
בעסער אזוי
ווי צו האבען א שיף ווי די אלע קרייזען וואס ווערן נעבעך אריינגעשלעפט אין א שיף ווי א פאר אנשי החצר ובית נאוה קודש מאכען א לעכל און דער גאנצער ציבור זינקט מיט במצולות ים
אשרינו אשרינו !! אז מיר האבען נישט אזא שיף וואס די מיטשעסט דיר צו אויסזעהן ווי זיי.
נאר,,פרייליךנאטרוליסטפלעין יודישדי טאטע פון די ישמח משה האט זיך געריפן אויפ משפחה נאמען שיף

א באקאנטער מאמר חז"ל, וואס קען פילייכט אפשפיגלען דעם שיינעם הערליכן בילד אין דעם וואקלדיגן שיף:
(קרעדיט: ב"ק נ"ב)
כד רגיז רעיא על ענא, עביד לנגדא סמותא!
קלינגט היימישלעך?
דער גרעסער כופר דארף מודה זיין אויף די הייליגע רייד פון חז"ל! מ'זעט וואס האט פאסירט ווען השי"ת האט איבערגעגעבן א גאנצע קהילה צי א בלינד קעלבל וועלכעס לויפט צעחוש'ט אין דערנער, אין א ריטמישן זיג-זאג שפיל - דער קאפיטאן טאטאל בלינד, ס'קאפ אין די וואנט און פירט אלעמען אין אפגרינד!
לאמיתו של דבר: רוב מענטשן האבן געוואוסט און פארשטאנען אז השי"ת איז בייז אויף יענע שאף, אבער אזוי שטארק אז ער זאל זיי פירן דורך אזא בלינדן פירער, איז באמת חידוש.
נאר,,פרייליךנאטרוליסטפלעין יודישדי טאטע פון די ישמח משה האט זיך געריפן אויפ משפחה נאמען שיף
פארוואס די ישמח משה האט זיך געטוישט אויף טייטלבוים איז מיר נישט קלאר דערווייל
אבער איין זאך איז זיכער אז נאך א מזל אז דער ישמח משה איז נישט געבליבן מיטן נאמען שיף ווייל דאן וואלטן ביי אלע מסע המלכות געווען אויסגעשטעלט ריזיגע שיפן און סאמבערינען, און גיי שעפ אהן א ריזיגע טייך פון וואסער ווי צו פאליצירען דעי שיפן...
עס וואלט אפגעשפילגט דעם ריכטיג מצב "כספינה המטורפת בים" ווי יעדער אינעם שיף ציט די שיף אין אן אנדערע ריכטונג! און דער שיפס קאפיטאן דארף יעדע לידע מינוט אנפרעגן זיינע פירער וואס מ'זאל יעצט טאן!
בעסער אזוי
ווי צו האבען א שיף ווי די אלע קרייזען וואס ווערן נעבעך אריינגעשלעפט אין א שיף ווי א פאר אנשי החצר ובית נאוה קודש מאכען א לעכל און דער גאנצער ציבור זינקט מיט במצולות ים
אשרינו אשרינו !! אז מיר האבען נישט אזא שיף וואס די מיטשעסט דיר צו אויסזעהן ווי זיי.
ער האט בטעות איינגעסיינט מיט די נישט ריכטיגע ניק, איינער געדענקט נאך ווען ער האט זיך פאררופן אלס מעריצי מהר"א
טייערע ברידער לאמיר זיך האלטן צום.....
עני וועי נאך אלעם איז א פלא אויף דיר מנשה צו זיין אזוי קליין און איך וועל דיר מסביר זיין וואס איך מיין
א אינטערסאנטע זאך סאטמער רב איז דאך באמת געווען א יחד און אלעם אלעס געטון אליינס און זיך געשלאגען פאר די גאנצע וועלט און אף על פי כן געב א קוק א אינטערסאנטע זאך די 'גאנצע וועלט' יא אויך ביי דיר און סקווער (וואס כידוע האט געהערשט א גרויס אהבה צווישן סאטמאראר רב און דעים אלטען סקיווראען....) רעד מען פון סאטמאר רב בנשימה אחת מיט די גרעסטע גדולים ווי למשל די חזון איש (און לייקען מיר נישט ווייל איך בין שוין געווען שבתים און סקווער און גערעדט מיט אלע קינדער און אייניקליך פונעם העיליגען רעבין (אגב צו וויסטו ווי שטארק ר' יצחק (בן האדמו"ר) האט ליב סאטמאר.??) )
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארואס אויב נישט ווייל ער איז באמת געווען א חד בדרא
נאר וואס דען איבעראל איז דא לעכער יא און און סאטמאר (בעיקר מהרז"ל) אויך און אגב רוב פון די סתירות וואס די רעכנסט אויס איז זאכען וואס סאטמער רב האט נישט צוגעלאזט ביי זיין עולם נאקר ברבות הימים האט ער פארלוירן שליטא דערויף און א היפש טיל איז קיין סתירה בכלל פארוועים ס'איז זיך אביסל מעמיק אין די ענינים און קיקט נישט דערויף מיט א מצומצומ'דיגע דרויסענדיגע בליק (איך בין נישט קיין דרויסענדיגער אין סקווער !!!)
אמת (כמעט אמת לאמיתו...)
נאטרוליסטאנטווערפענערמנשה לוסטיגווען איך גיי נאר ערגעץ, ווי סאטמאר האט אראפגעלייגט א פיס, זע איך א פיקטשער פון א טייטלבוים.
אויפן ארון הקודש, אויפן מודעה צעטיל, אויפן רבינס הויז, אויפן שוהל פארענט, און נאך מער פון אלעס, ווען ס'קומט פאר א מסע גדול, זעט מען אין אלע גאסן פלאטערן די טאוועלען, ווען א טייטלבוים שטעקט זיך ארויס מיט גאווה, פונעם צעטיל.
ווי איינער וויל דא עפעס צייגן מיט טייטלבוים.
איז דער טייטלבוים געווארן א סימבאל, ווייל סאטמארע רבי הייסט טייטלבוים?
הייסט עס, טאמער וואלט ער געהייסן קאטץ, אדער קנאבלעך, אדער שטויבער, וואלט מען דאס געלייגט אלץ קרוין???
מנשה, וואס איז דער וואנדער:
די טייטלבוים סימבאל איז א פשוט'ע געטשקע. לא פחות ולא יותר.
אלזא די אמתדיגע סיבה איז א יעב"ץ אין מס' גיטין.. (איך וועל נאכקוקען די פונקטליכע דף און ארויף לייגען)
אלזא די מקור איז טא יעבץ אין מס' גיעטין דף לו ווי די יעב"ץ זאגט אז טייטלבוים איז א סימן פאר צדיק כתמר יפרח און פאר הנהגה (עיי"ש בפנים ועל כל הסוגיא) אגב דארטען רעדט מען אז רב חנינא האט זיך אינטערגעשריבען מיט א טייטחבוים.....
אלזא טראץ ס'איז ערב שבת וועל איך מיזען נעמען די מיה צו ענפערען אויף אזעלכע לגיונות און דמיונות
קודם כל ווער איז געוען סאטמאר רב ? זאג נאר די ווער איז געווען סקווירא רבי ? ער האטא געקענט עפעס אויסער מאור עינים און עסן זאלץ ? אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס האט מען אין שנות תרצ-תרצ"ה אזוי שטארק געוואלט אז קראלע רב זאל ווערן ירושליםע רב אינטערעסאנט דאכט זיך מיר זיי האבען טאקע יא געוואלט סקיוורא נאר ער האט נישט געוואלט איי די וועלט וויסט נישט דערפון ? נא נא די וועלט וויסט דאך אויך נישט פונקטליך וואס סקווירא רבי טוט און נייעק......
און בנוגע חסידות מיין איך אז די האסט נאך אין דיין לעבן נישט געפענט א דברי יואל ער האט פיין געקענט חסידות און חוץ מזה האבען רוב כלל ישראל געהאלטען ווי אים אז סקווירא איז נישט דרך החסידות ווייל ליובאוויטש האלט דאך אז זיי זענען דרך הבעל שם און גער האלט אז זיי סא סאטמער האלט אז קיין איינער פון ענק איז נישט
אדרבה זאג די מיר ווי פונקטליך שטעקט די דרך הבעל שם און סקווירא אפשר אינעם ארויסווארפען איעדעם וואס וואגט זיך נאר צו חלומען פון א אייניקעל וואס וועט נישט קישען די רבי'ס קאלאטשען אין אויס טרינקען זיין נעגל וואסער ? (אגב די היפאקריטסווע איז דאך הימעל שרייענד ווייל אפיציעיל איז די גאנצע טעם פון נישט האבען נאך א מנין איז כדי ס'זאל נישט ווערן קיין מחלוקת - (כך ראיתי בפירוש מפי צדיק הדור דער ההייללייגגעע סקווירא רבי ) נו וואס טוט מען אויב איינער וויל דווקא יא פארברענט מען אים דאס הויז ( און מען אויך געפלאנט ארויס צו ווארפען זיינע קינדער פון די מוסדות נאר גבאי מהר"א האבען אים מסביר געווען פון עקספיריענס אז ס'ארבעט זיך נישט אויס) און אלעס למען השלום
אזוי אויך אפשר זאגסטו מיר ווי אין ספרי תלמידי בעל שם שטייט אז מען דארף ארויף קלעיבען יעדע וואך א סטיקער מיטן נאמען אויפען בחצר הקודש צו זעהן אויב איינער נעמט עס נישט אהיים ?
אזוי אויך ווי שטייט אז ווייל דיין טאטע האט זיך מסגף געווען מיטען עסן זאלץ ביי יעדע מאכל און די קענסט נישט דארפסטו לייגען פאלשע זאלץ ? ''דאס איז נישט עבודה זרה''
און אינטעסאנט איז נאר אז ווען איך האב גערעדט צו די הייליגע אייניקלעך פונעם הייליגען רבי'ן האבען זיי אלע מקנא געווען די ראויגע דרך וואס איז איינגעפירט און סאטמער אז יעדע זייט האט צענדליגע בתי מדרשים און די קינדער פונעם רבי'ן פירן זיך ראויג מיטען עולם
און די ליסטע איז ווייט פון פארטיג עס איז נאר שפעט איך וועל מיזען ממשיך זיין
(אלעס וואס איך האב געשריבען איז %100 פראצענט אמת לאמיתו באזני שמעתי ובעיני ראיתי !!! )
בדחןמנשה לוסטיגכ'מיין ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, צו לייגן אויפן ארון הקודש א טייטלבוים, ווייל דער רב הייסט אזוי אויפן לעצטע נאמען
האבן די מנהלים ווערעפייט אז מנשה ליסטיג דידן איז מנשה ליסטיג ד׳סקווערע?
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א סקווערער זאל האבן א חשש ע״ז ווען מען רעדט עניטינג פון רבי׳ס..
מנשה לוסטיגאין יעדע ריכטיגע חסידות, ווייסט מען, אז א צדיק איז קדוש בקדושת השם, ס'דא דערויף גאנצע שטיקער מאור עינים, חסידישע מאמרים און סיפורים, און אויך מאמרי חז''ל.
אבער אין סאטמאר, די רויעך מאשין, וואס פארדאמט יעדע רבי און חסידות, זיי זאלן טוהן אזאנס? דאס איז די פראגע, לשיטתם איז די פראגע, און טול דקל מבין עיניך.
נישט קיין ספק מנשה איז מ'סקווערע ער ברענגט דאך מאור עיינים'ס
נאר,,פרייליךנישט קיין סימבאל און נישט קיין סגולה עי' כאן:
יש אומרים
הערה: שמעתי מאמי ע"ה, שהייתה צאצא לבעל ה'ישמח משה', כי מקור השם טייטלבוים אינו במילה תמר, אלא באצבע המורה אותה מחזיק בעל קורא בקריאת התורה ונקרא: "טייטל" וכן נהגו המלמדים בחיידר, שהשתמשו ב"טייטל" כזה.
סאיז דאך פשוט, משיח גייט דאך "טייטלען" אויף אינז אונז קליינע הייפעלע אידן אשר לא קרעו לבעל..... א ווייטען בליק פון א צדיק.
נו, לכבוד די יארצייט לאמיר פארגיסן א גלעזל "לחיים", בזכות של אותו זקן זאל שוין טאקע משיח קומען "טייטלען" ווי שנעלער, לחיים לחיים..
עס איז א סימבאל פון רשעות...
און אויב מען איז מפרסם די רשעות איז א סגולה צו באקומען פון די רשעות.
און ציבעלע-קוגל איז א סימבאל פאר א חסיד אום תשעה באב נאך 9 טעג נישט גיין אין שאוער.
דער אמת שטעכט...
מנשה לוסטיגווען איך גיי נאר ערגעץ, ווי סאטמאר האט אראפגעלייגט א פיס, זע איך א פיקטשער פון א טייטלבוים.
אויפן ארון הקודש, אויפן מודעה צעטיל, אויפן רבינס הויז, אויפן שוהל פארענט, און נאך מער פון אלעס, ווען ס'קומט פאר א מסע גדול, זעט מען אין אלע גאסן פלאטערן די טאוועלען, ווען א טייטלבוים שטעקט זיך ארויס מיט גאווה, פונעם צעטיל.
ווי איינער וויל דא עפעס צייגן מיט טייטלבוים.
איז דער טייטלבוים געווארן א סימבאל, ווייל סאטמארע רבי הייסט טייטלבוים?
הייסט עס, טאמער וואלט ער געהייסן קאטץ, אדער קנאבלעך, אדער שטויבער, וואלט מען דאס געלייגט אלץ קרוין???
@ליטוואק פון בודאפעסט