☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תשעה באב תשע"ג סטייל

תשעה באב תשע"ג סטייל

110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4259
בלאט: 1 2 3

הוגה » דינסטאג יולי 16, 2013 3:44 pm

· #133961
DotCom
בקיצור, אויב דאס מיינט מען מיט שיבת ציון ןואלט איך ענדערש געטשאסט גלות, ס'נישט פאר מיר.


כ'האב נייעס פאר דיר, ס'נישט דא קיין טשויסעס... עס איז פונקט ווי ווען די ליובאביטשער רבי וועט נתגלה ווערן אלץ משיח וועסטו דיך מוזן אפווישן די נאז און מיטגיין. אידישקייט איז נישט קיין פרי קאנטרי... 😮

זר זהב » דינסטאג יולי 16, 2013 3:50 pm

· #133963
DotCom
@לעיקוואדדו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

דאס איז גראדע נישט ריכטיג. מד"י קען אפשווישן דאס גאנצע מיטל מזרח מיט איין דרוק אויפן קנעפעל.

אבער ביזט גרכעט מיט דיין גערעסערן פוינט וואס דו מאכסט

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 3:51 pm

· #133965
DotCom

@געפילטע פיש אמת, אבער ס'שטייט דאך אז די דריטע גאולה וועט זיין מער פון די ערשטע צוויי, (פרעג מיך נישט יעצט וואו ווייל איך בין אין בעט), בקיצור, אויב דאס מיינט מען מיט שיבת ציון ןואלט איך ענדערש געטשאסט גלות, ס'נישט פאר מיר.

קודם כל איז נישט אזוי זיכער אז די גאולה העתידה וועט זיין על טבעי, לויטן רבמ"ם וועט עס פשוט זיין אז אידן יראי השם וועלן זיך אומקערן צום הייליג לאנד, מאכן א מלוכה און בויען דעם בית המקדש, און ווי לעיקוואד זאגט, איך ווייס נישט אויף וועם מ'ווארט.

DotCom
דו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

זיי האבן שוין איינמאל פראבירט, דריי לענדער צוזאמען אין יארע זעקס און זיבעציג, און טו מיי בעסט נאלעדזש זענען זיי געווען אומערפאלגרייך. נאכאמאל פראבירט אום דריי און זיבעציג, דאס מאל אויף פיר פראנטן אויף איין מאל, זיי זענען נישט געווען געהעריג צוגעגרייט צו דעם, און דער שומר ישראל האט נישט אנטוישט דאס מאל אויך נישט. אז דו ווילסט קענסט עס רופן ישראל מלחמה טאקטיקן, אז דו ווילסט קענסט עס רופן השגחה עליונה, אזוי צו אזוי, זע איך נישט פארוואס יעצט זאל עס זיין אנדערש.

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 3:54 pm

· #133967
@געפילטע פיש די אלע מלחמות האבן זיי געהאט אמעריקע'ס הילף, סיי געלט און סיי כוח, איך האב גערעדט ווען נישט וואס אמעריקע העלפט צו.

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 3:57 pm

· #133969
זר זהב
DotCom
@לעיקוואדדו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

דאס איז גראדע נישט ריכטיג. מד"י קען אפשווישן דאס גאנצע מיטל מזרח מיט איין דרוק אויפן קנעפעל.

אבער ביזט גרכעט מיט דיין גערעסערן פוינט וואס דו מאכסט


מדינת ישראל קען און איראן קען אויך, פאקיסטאן קען זיכער.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 3:57 pm

· #133970
דאס האבן מיר שוין געשמועסט אז בזמן הבית איז נישט געווען בעסער. אזוי ארבעט פאליטיק, מ'מאכט אפמאכן מיט אנדערע לענדער, מ'מאכט allegiances, מ'פאראייניגט זיך, שמור לי ואשמור לך, ס'נעמט אבער גארנישט אוועק פון די סופרעמיסי פון א לאנד.

זר זהב » דינסטאג יולי 16, 2013 3:58 pm

· #133971
פאקיסטאן קען אויך. איראן קען נישט

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 4:03 pm

· #133972
אין נ"ך שטייט אויך וויזאוי די נעקסטע גאולה וועט זיין, כ'וועל שפעטער אהערברענגען בל"נ

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 4:31 pm

· #133974
DotCom
אין נ"ך שטייט אויך וויזאוי די נעקסטע גאולה וועט זיין, כ'וועל שפעטער אהערברענגען בל"נ

גיי ווייז עס פאר'ן רמב"ם, זעט אויס ער האט נישט געזעהן קיין סתירה צו דעם.

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 4:40 pm

· #133976
אקעי, פון וועלכן רמב"ם רעדסטו?

רוזעוולט » דינסטאג יולי 16, 2013 4:46 pm

· #133977
זר זהב
פאקיסטאן קען אויך. איראן קען נישט

פאקיסטאן קען נישט מצד ווייטקייט, איראן קען נישט מצד נישט-האבן-קיין-אטאם...
סוי פאקיסטאן קען ענדערשער נישט...

לאליפאפ » דינסטאג יולי 16, 2013 5:14 pm

· #133984
DotCom
@געפילטע פיש די אלע מלחמות האבן זיי געהאט אמעריקע'ס הילף, סיי געלט און סיי כוח, איך האב גערעדט ווען נישט וואס אמעריקע העלפט צו.

מיין אופיניען איז אז איר זאלט אייך זעהן מער צו דרייען אינעם היסטאריע פארום!

newkave » דינסטאג יולי 16, 2013 6:44 pm

· #134008
שמעקעדיג
בעל הבית
ער ווערט דערמאנט אין קינות דעם יאר

און פאריאר נישט?
איך האב זיך אויך באגעגנט מיט "הוגה" מערערע מאל, און אויך ממרום שלח אש.


איך האב זיך באגעגנט מיט שמעקעדיג...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 16, 2013 6:54 pm

· #134017
במחילת כבוד החכמים אין שטיבל, איך ווייס נישט אויב מען מעג ליינען די ווערטער, לבי לבי על חלליהם, עס איז לכה"פ אן אבק פון אפיקורסות, אויב נישט מער.

לעיקוואד
אויב וואלטן מיר דווקא געוואלט וואלטן מיר געקענט בויען א בית המקדש אויך, נאר קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין, די פרייע אוודאי נישט און די פרומע אויך נישט, זיי ווארטן אויף עפעס א בית המקדש של אש זאל אראפפאלען פון הימל.

אוי לאזניים שכך שומעות! זאגסטו נישט ביי מנחה היינט "כי באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה"? האבן מיר נישט גענוג ראיות און מימרות אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפקומען בנוי ומשוכלל מן השמים? "זיי ווארטן אויף עפעס א ביהמ"ק זאל אראפפאלן פון הימל"? פארוואס אזעלכע דברי זלזול כלפי טויזענטער אידן יראים ושלמים?

און פון וואנעט נעמסטו אז פרומע אידן זענען נישט אינטרעסירט אין א ביהמ"ק?

געפילטע פיש
קודם כל איז נישט אזוי זיכער אז די גאולה העתידה וועט זיין על טבעי, לויטן רמב"ם וועט עס פשוט זיין אז אידן יראי השם וועלן זיך אומקערן צום הייליג לאנד, מאכן א מלוכה און בויען דעם בית המקדש, און ווי לעיקוואד זאגט, איך ווייס נישט אויף וועם מ'ווארט.

די זעלבע זאך, עס איז יא זיכער, עס איז פאראן טויזענטער ראיות דערויף, איי האסט געטראפן עפעס א פארשטופטן רמב"ם וואס מען איז זיך נישט נוהג עס צו לערנען, נו, ס'איז נישט די איינציגסטע קשיא אויפן רמב"ם, נעקסטע שבת הגדול דרשה וועסטו עס פארענטפערן, אבער וואס עפעס שטעלן אלע מאמרי חז"ל און ספה"ק אין א זייט און מאכן חוזק פון דעם, כאילו ממש מען פארשטייט נישט אויף וועמען און אויף וואס מען ווארט??? (חוץ מזה וואס אפילו דער רמב"ם שרייבט יראי השם, און מיר האנדלען היינט מיט פונקט דאס פארקערטע)

חכמים הזהרו בדבריכם, והזהרו במחשבותיכם! ס'איז נישט קיין קינדער שפיל.

(יעצט הייבט אן ברענגען אויבער-חכמ'ישע ראיות, קלוגער ווי אלע חכמים וצדיקים פון די לעצטע טויזענטער יארן)

מאראנצןזאפט » דינסטאג יולי 16, 2013 7:20 pm

· #134032
שמעקעדיג, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די כוחות זיך איינצורייסן, אנדערע האבן שוין לאנג שלום געמאכט מיט'ן מצב.

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 7:48 pm

· #134039
יא יא, און די היפאקריוודע גייט ווייטער ווען צומאל נעמט מען אן נ"ך כפשוטו און דער וואס פרעגט איז פשוט ווייל ער קען נישט נ"ך, און אויב נ"ך זאגט אמאל אנדערש ווי מען וויל טרעפט מען א רמב"ם וואס קימערט זיך נישט מיטן נ"ך... קוק צוריק אביסל.

הוגה » דינסטאג יולי 16, 2013 7:56 pm

· #134040
@שמעקעדיג, בארואיגט אייך. כ'פארשטיי אז איר האט געהאט א שטארקע התעוררות היינט ביי קינות. אבער ווער נאך ווי אייך פארשטייט גאנץ גוט אז אלע דא זענען מצפה ומחכה לביאת המשיח בכל יום שיבא. עס איז נאר אזוי ווי ווען גוגל גיבט פיר וועגן צו די זעלבע דעסטינאציע.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 8:07 pm

· #134042
DotCom
אקעי, פון וועלכן רמב"ם רעדסטו?

ס'איז נישט איין ספעציפישע שטיקל, נאר זיין ברייטערע שיטה אין וויאזוי די גאולה דארף, אדער דארך נישט, אויסצוזעהן. אקעי, איך זעה אז שמעקעדיג האט נישט ליב וואס איך זאג, לאמיר זיך ווענדען צו עם.

קודם כל, ס'נישט א פארשטופטע שיטה זיינס אין מורה, נאר איבעראל אינעם יד זאגט ער עס.

לאמיר אנהויבן מיטן גמרא אין חלק, וואס שיטת שמואל איז דארט דאמר שמואל אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד.

יעצט די רמב"ם אין זיין הקדמה צו פרק חלק זאגט אזוי, די משנה זאגט כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב, רעדט ער דארט ארום פון ימות המשיח, און שכר ועונש בכלל. ס'א הערליך שטיקל, איך וואלט דיר זייער געצה'ט עס צו לערנען.

ער הייבט אן אז ס'דא אפאר מיני כיתות (שיטות) לגבי שכר ועונש, ביים צווייטע כיתה זאגט ער אזוי:

וכת שניה תסבור ותחשוב, שהטובה המיוחלת הוא ימות המשיח, מהרה יגלה, וכי באותו הזמן יהיו בני אדם כולם מלאכים, כולם חיים וקיימים לעד, ויגבהו בקומתם וירבו ויעצמו, עד שיושיבו כל העולם לעד לעולם. ואותו המשיח, כפי מחשבתם, יחיה בעזר הי"ת. וכי באותן הימים תוציא הארץ בגדים ארוגים ולחם אפוי, ודברים הרבה כאלה שהם מן הנמנעות.
וכי הרעה היא שלא יהיה האדם מצוי באותן הימים ולא יזכה לראותו. ומביאים ראיה בדברים רבים מצויים לחכמים, ובכתובים במקרא יסכים פשטם למה שהם אומרים או לקצתו.

ס'הייסט אז די כת לכאורה האט ראיות פון פסוקים און נבואות וואס זאגן בפירוש אז אזוי גייט טאקע זיין.

ער רעכענט אויס נאך אפאר שיטות, און ענדיגט צו
אבל מה ששואלים העם כולו ההמון והמבינים: היאך יקומו המתים: ערומים או לבושים, ואם יעמדו באותן תכריכים עצמן שנקברו בהם ברקמתם ובציורם וייפוי תפירתם, או במלבוש שיכסה גופם בלבד; וכשיבוא המשיח אם יהיו שוים העשיר והדל, או אם יהיו בימיו חזק וחלש, והרבה שאלות כאלו בכל עת.

אנטשולדיגט, אבער איך קען זיך נישט העלפן פון זען א שטארקע סארקאסטישע טאן אין זיינע ווערטער.

אקיצור, ער גייט אריין אין אן אריכות דארט, צום סוף זאגט ער:

אמנם ימות המשיח הוא זמן שתשוב המלכות לישראל ויחזרו לארץ ישראל, ויהי אותו המלך גדול מאוד, ובית מלכותו בציון יגדל שמו וזכרו יהיה מלא הגויים יותר מן המלך שלמה, וישלימו אתו כל האומות ויעבדוהו כל הארצות לצדקו הגדול ולנפלאות שיהא על ידו. וכל מי שיקום עליו, יאבדהו השם יתעלה וימסור אותו בידו. וכל פסוקי המקרא מעידים על הצלחתו והצלחתנו עמו. ולא ישתנה במציאות שום דבר ממה שהוא עתה, אלא שהמלכות תחזור לישראל, וזהו לשון החכמים "אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד". ויהיו בימיו עשירים ואביונים, גיבורים וחלשים כנגד זולתם.

אבל באותם הימים יהיה נקל מאוד על בני אדם למצוא מחייתם, עד שבעמל מעט שיעמול אדם יגיע לתועלת גדול. וזהו שאמרו עתידה ארץ ישראל להוציא גלוסקאות וכלי מילת. לפי שבני אדם אומרים כשימצא אדם דבר מוכן ומזומן, פלוני מצא פת אפוי ותבשיל מבושל. והראיה על זה מה שנאמר ובני נכר איכריכם וכורמיכם, להודיע שיש שם זרע וקציר. ולכן קצף החכם הזה, שאמר המאמר הזה, על תלמידו כשלא הבין דברו, וחשב שהוא על פשוטו, והשיבו כפי השגתו. ולא הייתה אותה התשובה תשובה האמיתית. והראיה על שלא השיב לו על אמיתתו מה שהביא ראיה אל תען כסיל כאולתו. והתועלת הגדול אשר תהיה באותם הימים הוא שננוח משעבוד מלכיות שהוא מונע אותנו מעשיית המצוות כולם, ותרבה החכמה כמו שנאמר כי מלאה הארץ דעה, וישבתו המלחמות כמו שנאמר ולא ישא גוי אל גוי חרב, ויהיה נמצא בימים ההם שלימות רבה ונזכה בו לחיי העולם הבא.

אין הלכות מלכים פסקנט די רמב"ם להלכה ווי שמואל, אז אין בין, אלא שעבוד מלכיות, און זאגט "אל יעלה על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם, או יהיה שם חידוש במעשה בראשית, אלא עולם כמנהגו נוהג."
אין הלכות תשובה זאגט ער עס נאכאמאל, "אבל ימות המשיח הוא העולם הזה, ועולם כמנהגו הולך, אלא שהמלכות תחזור לישראל וכבר אמרו חכמים הראשונים אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד".

און זאג מיר נישט אז דער רמב"ם איז א יחיד נגד רבים, ווייל מיט די י"ג עקרים איז ער אויך א יחיד נגד רבים, ובפרט מיטן עיקר אז א איד מוז גלייבן אין משיח, וואס אנדערע ראשונים האבן געהאלטן אז ס'קען נישט קיין קיין עיקר אויב רבי הילל האט שוין געזאגט אז אין להם משיח לישראל. און אויב וואלט דאס געהייסט כפירה ווי אזוי קען די גמרא עם אנרופן בשם "רבי" הילל? אבער ביי די י"ג עקרים זאגט מען אז די רמב"ם איז אונזער וועג ווייזער, ולאורו נלך, אבער ווען ס'קומט אז ער זאגט עפעס וואס איז אומבאקוועם זאגט מען אז ער איז נאר א דעת יחידאה. חוץ מזה וואס די רמב"ם איז געווען דער ערשטער פוסק און מעגליך דער איינציגסטער וואס האט זיך באנומען מיטן משיח, געמאכט הלכות אויף ימות המשיח, און מסדר געווען די גאנצע השתלשות.

אין אגרת תימן האקט ער שטארק אויף די אמונה אין משיח אלץ א בעל מופת, נאר ער זאגט אז משיח וועט זיין א פשוטע מענטש, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו. איי וויאזוי וועט מען וויסן אויב ער איז דער עכטער משיח? פשוט, טאמער שטייט אויף א ערליכע איד מזרע דוד, וואס איז מחזיר אידן לאמונתם ולארצם, איז מכניע דורך זיינע מלחמות, און בויעט אויף ירושלים און די בית המקדש, דער איז דער עכטער משיח, משיח איז דא, שבת ביסטו געווען אין בית המקדש, מיטגעהאלטן די מוסף של שבת, מיט די שבתדיגע יום געשפילט דורך די לויימ'ס מוזיקאלישע כלים, אבער מאנטאג 9 אזייגער מוזטו זיין צוריק ביי די ארבעט...

און אז די רמב"ם האט געזען אין יאשקע און מוחמד א הכנה צו ביאת משיח, וואס וואלט ער געזאגט אויף די ציונים? Food for thought.

ויה"ר שנזכה במהרה לביאת משיח צדקינו, לא משנה באיזה צורה ואופן, והימים האלו יתהפכו ליום טוב, וימלא הארץ דעה את השם, וגר זאב עם כבש. אמן.

_______________

דער עולם האקט, די געמיטער זענען אנגעצויגן, האלטס אויס, מ'גייט שוין באלד אויספאסטן. און א יישר כח פארן מיר מאכן פארגעסן אז איך פאסט פאר די צייט וואס ס'האט מיר גענומען צו שרייבן דעם תגובה. (מעג מען מסיח דעת זיין פון טענות בעניני גאולה ומשיח?

רוזעוולט » דינסטאג יולי 16, 2013 8:21 pm

· #134046
@געפילטע פיש דער רמב"ם זאגט נישט אז עס קען זיין "נאר" באופן איני משונה, און דאס איז אויכעט נאר אויף איין פלאץ, איבעראל זאגט ער אז עס וועט אראפקומען בנוי ומשוכלל מן השמים, ובפרט איבערן בנין המקדש זאגט ער קיינמאל נישט אז עס "מוז "אויפגעבויעט ווערן בידי אדם נאר אז עס קען זיין בנוי בידי אדם. און בעיקר וויל ער זאגן אז מ'וועט לעבן נארמאל ווי ביז יעצט נישט ווי אין עולם הבא, אבער איבערן פראצעדור פינעם בנין המקדש זאגט ער דאס נישט...

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 8:43 pm

· #134051
איך ווייס נישט וואס דער עולם רעגט זיך אזוי, צו עס וועט קומען א בית המקדש של אש אדער אז פשוט'ע מענטשען וועלן בויען א פשוט'ע בית המקדש של אבנים איז לכה"פ א מחלוקת ראשונים, ניין, עס איז נישט "טויזנטע מקורות קעגן עפעס א פארשטיפטע רמב"ם", נאר לפחות א שקול'דיגע מחלוקת ראשונים וואס איז אפשר מער נוטה צו די צד פארקערט. רוב מקורות נעמען אן אז עס איז א זאך וואס איז א מצווה אז מענטשען זאלן בויען. און אז משיח איז א דרך הטב'עדיגע מהלך בהשגחה העליונה.

די סיבה פארוואס איך זאג אז מיר זענען נישט אינטרעסירט איז פשוטו כמשמעו ווייל מיר זענען נישט אינטרעסירט. עס איז געווען א וואך אין תשכ"ז וואס אויב וואלט איינער געוואלט וואלט מען געקענט צוווארפען דער נארישער מוטשעט דארט און בויען דער בית המקדש און קיינער וואלט נישט געזאגט א פיפס, אלא מאי אז מ'וויל נישט. דאס איז נישט סתם א השערה נאר א זאך וואס מען ווייסט בידיעה. אויך היינט איז אויב וואלט מען נאר געוואלט און גע'שתדל'ט פאר דעם האלט עס נישט אזוי ווייט, און עס זענען פאראהן אפאר יראי ה' משוגעים לאותו דבר וואס טוהן אין דעם, אבער באופן כללי איז קיינער נישט אינטרעסירט.

די סיבה איז טאקע ווייל מען לערנט אויס פאר די קינדער כל מיני מעשיות אז עס מוז קומען א פייער פון הימל וכו', און מל'ערנט נישט אויס דאס וואס רוב רעאלישע מקורות זאגען. איז ממילא טראכט קיינער נישט פון דעם צו ערנסט.

איך האב נישט קיין נערוון היינט זוכען מקורות און אלעס, עס איז דא איבער די נושא אן א שיעור מקורות און פולמוסים, גוגל'ט אליינס און פרעגט אוצר החכמה אליינס. אבער נאדיר למשל א פשוטע אנקעטע וואס מ'האט געמאכט די יאר לכבוד בין המצרים און געפרעגט דער עולם צו זיי ווילען בויען דער בית המקדש. באמערקט במיוחד וואס די חרדים ענטפערן. שטעלט זיך אויס אז מער חרדים זענען 'נגד' ווי חילונים.



מקור:

<a class="postlink" href="http://www.haaretz.co.il/news/education/1.2069796">http://www.haaretz.co.il/news/education/1.2069796</a>

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 9:25 pm

· #134068
רוזעוולט
@געפילטע פיש דער רמב"ם זאגט נישט אז עס קען זיין "נאר" באופן איני משונה, און דאס איז אויכעט נאר אויף איין פלאץ, איבעראל זאגט ער אז עס וועט אראפקומען בנוי ומשוכלל מן השמים, ובפרט איבערן בנין המקדש זאגט ער קיינמאל נישט אז עס "מוז "אויפגעבויעט ווערן בידי אדם נאר אז עס קען זיין בנוי בידי אדם. און בעיקר וויל ער זאגן אז מ'וועט לעבן נארמאל ווי ביז יעצט נישט ווי אין עולם הבא, אבער איבערן פראצעדור פינעם בנין המקדש זאגט ער דאס נישט...

קוק צוריק צו וואס כ'האב געשריבן.

קודם כל איז נישט אזוי זיכער אז די
גאולה העתידה וועט זיין על טבע.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 10:16 pm

· #134076
דאס יאר איז געווען די לעצטע תשעה באב וואס כ'האב געפאסט.
קומענדיגע יאר גלייב איך נישט אז כ'גיי פאסטען.

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 10:33 pm

· #134082
דער ענין איז אזוי ארוכה מארץ מידה ורחבה מני ים, אויף יעדן פרט ופרט איז דא הונדערטער דעות מחלוקת און שיטות. כ'מיין אז אויב מען זאל אוועקשטעלן א תקנה דא אז ווער עס האט נישט געקאווערט די נושא זאל נישט אריין רעדן, וועט די אשכול בלייבן ליידיג ביז משיח'ס טאג.

דער כלל בדרך כלל איז, אז יעדער איינער (די ראציאנאלן און די מאמינים) דארף זיין גרייט אויף סורפרייזעס. ביאת המשיח וימות המשיח בנין בית המקדש ותחיית המתים וועט לכאורה זיין היפש אנדערש ווי יעדער איינער שטעלט זיך פאר.

משה געציל » דינסטאג יולי 16, 2013 11:05 pm

· #134095
קאווע טרינקער
דאס יאר איז געווען די לעצטע תשעה באב וואס כ'האב געפאסט.
קומענדיגע יאר גלייב איך נישט אז כ'גיי פאסטען.

מיינסט עס ערענסט? איך האב געמיינט אז דו מאכסט נאר א ווערטעל. קוק דא אפשר וועסטו זיך איבערעכענען.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 11:07 pm

· #134096
@געציל, דו פארשטייסט נישט א שטיקל קאווע טרינקער? ער זאגט "קומענדיגע יאר גלייב איך נישט אז כ'גיי פאסטען." ער "גלייבט אזוי" ווייל ער איז מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח.

משה געציל » דינסטאג יולי 16, 2013 11:14 pm

· #134100
הבנת בדיוק, איך האב מיך געפרייט אז איך לערן תורה לשמה ווייל איך האב צוזאמגעשטעלט צוויי קאוועלעך לשיטתם. איי, ער האט דאך דאס נישט געמיינט? נא, אז המן האט געהאלטן יש תחומין למעלה מי' און פרעה האט געהאלטן אז פליטה אינו אוסר איז יא אמת?

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 11:19 pm

· #134102
משה געציל
הבנת בדיוק, איך האב מיך געפרייט אז איך לערן תורה לשמה ווייל איך האב צוזאמגעשטעלט צוויי קאוועלעך לשיטתם. איי, ער האט דאך דאס נישט געמיינט? נא, אז המן האט געהאלטן יש תחומין למעלה מי' און פרעה האט געהאלטן אז פליטה אינו אוסר איז יא אמת?

אלו ואלו, כ'האב געשריבן אויף אן אופן אז מ'זאל קענען זיך מפלפל זיין, כדי להגדיל קאווע.

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 11:24 pm

· #134105
די רמב"ם'ס שיטה איז אז די ימות המשיח איז נישט די עולם הבא. קודם וועט זיין די ימות המשיח, בערך (נישט ממש) ס'איז אויבן אראפגעברענגט, און דערנאך וועט זיין עולם הבא ווי אלעס גשמיות ווען נעלם ווערן.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 17, 2013 12:21 am

· #134127
דעת תורה
דער כלל בדרך כלל איז, אז יעדער איינער (די ראציאנאלן און די מאמינים) דארף זיין גרייט אויף סורפרייזעס. ביאת המשיח וימות המשיח בנין בית המקדש ותחיית המתים וועט לכאורה זיין היפש אנדערש ווי יעדער איינער שטעלט זיך פאר.

און אזוי שרייבט דער רמב"ם בסוף ספר היד:

וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו. שדברים סתומין הן אצל הנביאים. גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו. אלא לפי הכרע הפסוקים. ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו. ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת. ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות. ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן. ולא ישימם עיקר. שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה. וכן לא יחשב הקצין. אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים. אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר.

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 12:24 am

· #134129
דעת תורה
דער ענין איז אזוי ארוכה מארץ מידה ורחבה מני ים, אויף יעדן פרט ופרט איז דא הונדערטער דעות מחלוקת און שיטות. כ'מיין אז אויב מען זאל אוועקשטעלן א תקנה דא אז ווער עס האט נישט געקאווערט די נושא זאל נישט אריין רעדן, וועט די אשכול בלייבן ליידיג ביז משיח'ס טאג.

דער כלל בדרך כלל איז, אז יעדער איינער (די ראציאנאלן און די מאמינים) דארף זיין גרייט אויף סורפרייזעס. ביאת המשיח וימות המשיח בנין בית המקדש ותחיית המתים וועט לכאורה זיין היפש אנדערש ווי יעדער איינער שטעלט זיך פאר.

כמובן, נאר אויב רבי הילל'ס שיטה שטעלט זיך נישט ארויס צו זיין דער ריכטיגער.

DotCom » מיטוואך יולי 17, 2013 12:46 am

· #134139
וכמובן אז די מדינה איז נישט די אתחלתא דגאולה ווייל אויב יא זעהט מען דאך שוין אלעס לייוו, נישטא מער וואס צו שפעקולירן.

כפארשטיי נישט פארוואס, עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אריין, כלל ישראל איז דאך אזוי טיף אין תחת אז נאר, ובפרט אין ארץ ישראל ווי אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה, ווי עס איז ליידער מקויים געווארן דעם פסוק מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה, יעדן צווייטן טאג צופייפן זיך די אלארם'ס, פרישע קרבנות פאלן ליידער כמעט יעדן טאג, פרידאם אוו רעליגיע איז א דזשאוק אקעגן אנדערע נישט אידישע לענדער, פון די אלע הבטחות אויף די ימי הגאולה איז דארט קיין זאך נישט מקויים געווארן אחוץ אז די מלוכה איז סא טו סעי אידיש, אבער מענטשן וועלן זאגן אז דאס איז אתחלתא דגאולה... איז טאקע מעגליך אז נאר כדי צו הייסן אויפגעקלערט ווערט מען אזוי איראציאנאל?

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 12:07 pm

· #134200
און אלס דעמאקראטיש געפירט לאנד איז עס אויכעט היפש אונטערגעהינקען. וואו, און אין וועלכן דעמאקראטיש לאנד קען די פאליציי אנרופן א מענטש אז ער זאל אריבערקומען אין די פאליציי סטאנציע פאר א חקירה ודרישה אן א פארוואס און א פארווען. און אין וועלכן דעמאקראטיש לאנד קענען א פאר עליטע שופטים פון סופריעם קאורט איבערדרייען געזעצן וועלכע זענען אדורכגעפירט געווארן מיט א מערהייט שטימונג, ווייל זיי געפעלן נישט פאר זייערע ליבעראלע אנשויאונגען? א חוץ מדינת ישראל. שוין אפגערעדט פון דעם אז א חסידיש אויסזעענדער איד איז א דריטער קלאס בירגער, (נאך די אראבער). 😳 🙄

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 7:32 pm

· #134328
מדינת ישראל שטייט טאקע אביסעל אונטערשטעליג אין רעליגיעזע פרייהייט כלפי אנדערע מערבי'שע לענדער, אבער דווקא אין דער צד וואס איז נוטה צו יידישקייט. עס איז נישטא קיין צווייטער לאנד אין דער וועלט ווי מען צווינגט יעדער איד חתונה צו האבען כדת משה וישראל, נישט פארן שבת אין אסאך געסער, מאכט שווער צו פארקויפען טריפות אדער צו האלטען געשעפטן אפען שבת. וכו' וכו' וכו'.

טאקע עס איז דא ליבעראלן ואוס האבען א פראבלעם מיט דעם, אבער עס איז מיר א חידוש אז א איד א שומר תורה ומצוות זאל שרייען אז דאס איז די חסרון פון די מדינה.

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 8:39 pm

· #134338
DotCom
פון די אלע הבטחות אויף די ימי הגאולה איז דארט קיין זאך נישט מקויים געווארן אחוץ אז די מלוכה איז סא טו סעי אידיש,\

האסט פארגעסן אז דאס איז די איינציגסטע הבטחה וואס איז דא אויף ימי הגאולה לפי שיטת שמואל והרמב"ם, און איז לכולי עלמא די מערסטע וויכטיגסטע דערפון.

אגב, אסאך הבטחות און נבואות וואס אפילו דער רמב"ם האט מוציא געווען מידי פשוטם ווייל עס איז געווען אזוי שוורע זיי צו גלייבען וועגן זמן העתיד, זענען שוין מקוים געווארען היינט אין דער גאנצער וועלט אדאנק די טעכנאלאגישע פארשריט.

עס איז גאנץ זיכער אז א איד אפילו פון זמן הבית קומט היינט און טרעפט די משונה'דיגע שפע און יכולות וואס איז דא אויף דער וועלט, אפילו מיט די אלע 'צרות' וואס מיר האבען ליב צו וויינען אויף זיי, וואלט זיכער געווען אז ער טרעפט זיך בכלל אין גן עדן..

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 10:07 pm

· #134354
לעיקוואד
מדינת ישראל שטייט טאקע אביסעל אונטערשטעליג אין רעליגיעזע פרייהייט כלפי אנדערע מערבי'שע לענדער, אבער דווקא אין דער צד וואס איז נוטה צו יידישקייט. עס איז נישטא קיין צווייטער לאנד אין דער וועלט ווי מען צווינגט יעדער איד חתונה צו האבען כדת משה וישראל, נישט פארן שבת אין אסאך געסער, מאכט שווער צו פארקויפען טריפות אדער צו האלטען געשעפטן אפען שבת. וכו' וכו' וכו'.

טאקע עס איז דא ליבעראלן ואוס האבען א פראבלעם מיט דעם, אבער עס איז מיר א חידוש אז א איד א שומר תורה ומצוות זאל שרייען אז דאס איז די חסרון פון די מדינה.

סאו, ס'איז דא גוטע זאכן און נישט אזעלכע גוטע. צומאל דאכט זיך אז די נישט גוטע מצבים וועגן איבער די גוטע. ר' יעקב ווינרוט, וועלכער ווערט פאררעכנט פאר איינס פון די גרעסטע לאיערס אין מדינת ישראל האט אמאל געזאגט אין אן אינטערוויו פאר ידיעות אחרונות אז ווען ער האט א קליענט א חסידיש'ן איד וועלכער האט א טעקס פראבלעם אדער אן אנדערן סיכסוך, איז ער עם מייעץ צו סעטלען נישט אין קאורט, ווייל ביי געוויסע שופטים, ווען ער קומט נאר אריין אין קאורט, אלס חסידיש'ער איד האט ער שוין פארלוירן דעם קעיס. אבער פון די אנדערע זייט איז אויכעט דא זייער א סאך שופטים וועלכע זענען ארנטליכע מענטשן אפילו זיי אליין זענען נישט רעליגיעז.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:10 am

· #134505
לעיקוואד
...עס איז נישטא קיין צווייטער לאנד אין דער וועלט ווי מען צווינגט יעדער איד חתונה צו האבען כדת משה וישראל, נישט פארן שבת אין אסאך געסער, מאכט שווער צו פארקויפען טריפות אדער צו האלטען געשעפטן אפען שבת. וכו' וכו' וכו'.
טאקע עס איז דא ליבעראלן ואוס האבען א פראבלעם מיט דעם, אבער עס איז מיר א חידוש אז א איד א שומר תורה ומצוות זאל שרייען אז דאס איז די חסרון פון די מדינה.

פארוואס זאל איך ארויפקוקן די מדינה פארן צווינגען חלונים צו גיין צו א רב פאר די חתונה? אמת ס'איז (מעגליך) ממעט ממזרים ביי אידן, אבער א לאנד וואס - ווי אויבן געשמעסט - איז אונטערשטעליג אין רעליגיעזע פרייהייט (דברך) קעגן אונז, זאל איך זיין העפי אדער שטאלץ אז זי באצווינגט חלונים? נישט צו ג-ט און נישט צו לייט.

לעיקוואד
DotCom
פון די אלע הבטחות אויף די ימי הגאולה איז דארט קיין זאך נישט מקויים געווארן אחוץ אז די מלוכה איז סא טו סעי אידיש,\

האסט פארגעסן אז דאס איז די איינציגסטע הבטחה וואס איז דא אויף ימי הגאולה לפי שיטת שמואל והרמב"ם, און איז לכולי עלמא די מערסטע וויכטיגסטע דערפון.

די לאנד איז אידיש?! היברו איז אזוי אידיש ווי דויטש איז אידיש.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:26 am

· #134510
איך מיין אז ס'איז גרינגער פאר א מענטש צו גלייבן אז ס'וועט אראפקומען א פייערדיגער בית המקדש פון הימל מיט משיח אויף א ווייסע אייזל א לאנגע בארד און א געדרייטע שופר, ווי אז איין טאג וועט זיך אויפשטעלן א וואוילער יונגערמאן, זאגן אז ער איז משיח, מחזיר בתשובה זיין גאנץ כלל ישראל, און אלעמען ארויפנעמען קיין ארץ ישראל, ודוק בזה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:10 pm

· #134569
אודאי אזוי! ס'איז אסאך גרינגער צו גלייבן אז ס'קומט נסי ניסים, אונז ליידן זיך צאם צוויי טויזענט יאר אין גלות פאר גארנישט? פלעין א וואוילע רבי זאל זאגן מוסר אין ירושלים? יעדע שוגג וועל איך דארפן ברענגען א חטאת? פאר דעם האב איך געווארט די אלע יארן? אודאי וויל די געוויסן פונעם מענטש אז ס'זאל קומען א prince charming אויף א ווייסע בהמה און אונז נעמען על כנפי נשרים, אדער וועט מען קענען אפגרעידן צו פוירטס קלעס אויף די וואלקענעס, און זיך אריבערציען צו א אויסגעצויגענע ירושלים און וואטשן די בליטשקעדיגע ברענעדיגע בית המקדש אראפקומען פון הימל, ס'זאל זיין אפענע גילוי אלקות, אליהו הנביא זאל פארענטפערן אלע קשיות פארוואס די צרות זענען אונז געקומען, וואס די בעיביס וואס זענען אומגעבראכט געווארן אין אוישוויץ האבן זיך פארזינדיגט, וואס האט גענומען אזוי לאנג אז משיח זאל קומען אא"וו.

אבער דאס אז ס'ווילט זיך אזוי איז נישט מכריח אז אזוי זאל טאקע זיין. ס'קען זיין מיר וועל דארפן טוהן די הארד ווערק, האלטן מלחמות, (טאקע מנצח זיין, אבער דאך מלחמות), שוויצן, ריזיגע שנאר קאמפיינס פאר'ן מולטי טריליאן דאלערדיגע בית המקדש... יוז יור אימעדזשינעישען.

און אודאי וויל יעדער טאקע ס'זאל זיך אויסשפילן די ערשטע סינעריא, אבער אפשר איז שוין געקומען צייט מ'זאל זיך צאמזעצן און דן זיין די נושא מיט א אפענע קאפ? אפשר פעלט זיך אויס אונזער אתערותא דלתתא? לאמיר דורכטוהן וואס די ראשונים זאגן, און אפשר איז די רמב"ם גערעכט, אפשר זאל מען אויפזוכן א פאסיגע קאנדידאט מזרע דוד (ווער איז דען נישט מזרעו?), און טוהן צו זאך?

איך מיין אז די עיקר פראבלעם ביי דעם, און דאס קלאפט אויס אין אסאך פלעצער אין חרדיזם, און ס'זעט זיך אן שטארק אין הלכה, אז קיינער האט נישט קיין באלל'ס צו טוהן גארנישט רעוועלוציענאריש. בעצם האט בנין בית המקדש צו טוהן מיט ביאת משיח? אידן האבן א חיוב מקריב צו זיין קרבנות, בויען א בית המקדש, מקום השראת השכינה, די אלע חיובים האבן זיך קיינמאל נישט אויפגעהערט, נאר מבלתי יכולת עס צו טוהן די אלע יארן אין גלות איז עס נישט געטוהן געווארן. אבער היינט? ווער האלט אונז צוריק? אונז זענען טמא? איז דא א פרה אדומה? מאכסט כאטש אן עפפארט צו זוכן אזא פרה אדומה? סוכ"ס איז די לעצטע תירוץ אז די הלכות אדער "מסורה" איז נשתכח געווארן, ממילא ווארטן מיט אויף אליהו זאל אונז קומען מגלה זיין. איז נישט געקומען די צייט מיר זאלן כאטש פראבירן צו טוהן די זאכן? אבער דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן, ווייל ווי געזאגט, ס'איז אונז זייער גוט אזוי, אונז זעמער באקוועם אין אונזער גלות, האפן און בעטן פאר משיח איז סאך גרינגער ווי צו טוהן זאכליך, ספעציעל אז מיר האבן א צוויי טויזענט יאריגע מסורה אזוי צו טוהן, און יעצט גיין טוישן? יעדער וועט מיר אנקוקן ווי א משוגענער. לאז געמאכט, מאך נישט קיין waves, און שבת נחמו גיימער מאכן א קנאק פון א שבת!

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:27 pm

· #134572
דער חת"ס שרייבט, עס קען זיין ס'איז שוין געקומען די צייט פאר אזא גאולה ווי געפילטע לייגט אראפ, אבער מיר ווייזן עס צוריק! נאך צוויי טויזנט יאר גלות ווילן מיר א גאולה מיט אלע קליפערלעך. מיר וועלן ענדערש אויסווארטן נאך אביסל צו באקומען א פארטיגע זאך.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:35 pm

· #134574
טאקע? ווי זאגט ער עס? עקשנות איז א גוטע זאך אויב דו ווייסט אז סוכ"ס וועסטו אויספירן. אבער וואס איז אויב פון אויבן וויל מען נישט אזוי?

הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:47 pm

· #134577
@געפילטע פיש, זאגסט דאך אזוי גוט, מתוק מדבש!

די וועלט פארציילט איבער די דארפ'ס איד וואס האט געטענה'ט אז משיח וועט נאר צישטערן זיין רואיגע לעבן. פארוואס זאל ער מיט זיין ווייב, זיין קיעלע און ציגעלע זיך מוזן ארויף שלעפן קיין ארץ ישראל? זאל משיח ארויף נעמען די גוים און אונז לאזן צורו! אזוי האט די פויער געטענה'ט.

און אזוי טענה'ן מיר אויך. פארוואס דארפן מיר א בית המקדש ווען מיר האבן שוין איינס אויף ראסס סטריט, איינס אויף ווילסאן, נאך איינס גייט געבויט ווערן אין די ארמארי. אפילו אין לעיקוואד האמיר איינס. ווער דארף משיח ווען מיר האבן הרב שטיינמאן אדער הרב אויערבאך? אז משיח וועט קומען וועט ער זיך נאר אריינמישן און אפהארגענען די באבובער דין תורה היל''ת. מיר האבן א געשמאקע לעבן, מלוכות מיט מיליאנען אין ריעל עסטעיט, און טויזנטער שעפעלעך וואס זענען גרייט א יעדע סעקונדע מקריב צו זיין זיך און די משפחה, ס ממש א מחיה. משיח וועט דאס אלעס נאר פארהרגנען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:00 pm

· #134582
קיינמאל, קיינמאל!! בין איך נאך נישט געווען אזוי דיסעפוינטעד און האפענונגס-לאז ווי איך בין יעצט דא!!

מען ליידט אין גלות ברוחניות ובגשמיות כל מיני יסורים, השמדות, צער און עגמת נפש, אלעס פארן האפענונג אז עס וועט זיך אמאל אויסצאלן, שמחנו כימות עניתנו!
אויב איז די גאנצע האפענונג בלויז אז עס וועט זיין עולם כמנהגו נוהג, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ס'איז נאך דא איין נארמאלער מענטש וואס בלייבט א איד? נאר כדי צו פארלירן אלע וועלטן?

אני בתומי אלך, איך גלייב ווייטער אז עס גייט זיין גאר גוט, כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, און קיינער זאל פליז נישט באסטן מיין באבל. שכוח.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:04 pm

· #134584
שמעקעדיג, זשאסט דיך צו בארואיגן, ימות המשיח איז לויט כמעט אלע דעות נישט קיין אייביגקייט, עס האט א גבול. נאכדעם... אה, נאכדעם קומט די ריכטיגע סחורה. עולם הבא.

כל הנביאים כולם לא נתנבאו אלא לימות המשיח, אבל לעולם הבא, עין לא ראתה אלקים זולתך.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:03 pm

· #134604
אמת, מען האט שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל.
ד.ה. אז חלק א' וועט נישט זיין עפעס ווייסעך-וואס אזוי גוט? בלויז א פטור פון שעבוד מלכויות?
הנה אנכי שולח לכם את אליה הנביא לפני בא יום ה' הגדול והנורא. דאס וועט זיין בעפאר לעולם הבא?

פליקער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:13 pm

· #215409
מען ברויך אויפוועקן דעים @אשכול אויפוועקער

פליקער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 4:19 pm

· #215416
קיין סך האט זיך נישט געטוישט פון פאריאר, אלעס איז געבליבן די זעלבע

משיח איניש געקומען דערווייל, ברויך איך נאך א תשעה באב בעינקל

וואצעפ האט זיך פארקויפט פאר זעכצען ביליאן, און עס איז מער אקטיוו ווי אייביג

סטיוו דזשאב איז טויט- מען ברויך נאך אלס כאפן א פלאג פאר קינות

נישטא קיין סיעס פייער - עס קיקט אויס אז מען וועט האבן וואס צי טיען

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 5:44 pm

· #215439
REMINDER! צו ריטשארדזען די סעלפאונס!

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 5:49 pm

· #215441
ווי אויך שטייטזעך טרינקען כמלא פי הגמל ז׳ פעמים ז׳, כדאי צו לויפן אינמיטן די קינות כלל ישראל אין ביסקיס יעדע שיעור הילוך ג׳ טפחים, מקיים צו זיין די פסוק אני אני ירדה מים השיבינו אליך ונשובה

איינגעמיירעט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 9:15 am

· #215494
לעיקוואד
DotCom
פון די אלע הבטחות אויף די ימי הגאולה איז דארט קיין זאך נישט מקויים געווארן אחוץ אז די מלוכה איז סא טו סעי אידיש,\

האסט פארגעסן אז דאס איז די איינציגסטע הבטחה וואס איז דא אויף ימי הגאולה לפי שיטת שמואל והרמב"ם, און איז לכולי עלמא די מערסטע וויכטיגסטע דערפון.

אגב, אסאך הבטחות און נבואות וואס אפילו דער רמב"ם האט מוציא געווען מידי פשוטם ווייל עס איז געווען אזוי שוורע זיי צו גלייבען וועגן זמן העתיד, זענען שוין מקוים געווארען היינט אין דער גאנצער וועלט אדאנק די טעכנאלאגישע פארשריט.

עס איז גאנץ זיכער אז א איד אפילו פון זמן הבית קומט היינט און טרעפט די משונה'דיגע שפע און יכולות וואס איז דא אויף דער וועלט, אפילו מיט די אלע 'צרות' וואס מיר האבען ליב צו וויינען אויף זיי, וואלט זיכער געווען אז ער טרעפט זיך בכלל אין גן עדן..

@לעיקוואד
דער רמב"ם רעדט פון א מלך גרעסער ווי שלמה, אלע מלכי אומות וועלען זיין נכנע אונטער עם, און דער רמב"ם רעדט פון א מלך וואס וועט אוועקשטעלן דת ישראל, דער רמב"ם רעדט פון די התרוממות כבוד אלקי ישראל איבער די גאנצע וועלט.

מ'דארף דאך זיין בלינד צו זאגען אז מ'האלט ביי ימות המשיח להרמב"ם, דער רמב"ם רעדט פון משיח בן דוד אלס מלך.

כדרכך שרייבסטו מיט א פעסטקייט כאילו דו זאלסט ווען געהאט דורכגעטוהן די סוגיא, דו ברענגסט נישט קיין מקורות מכלומר'שט ווייל דו האסט פשוט נישט קיין געדולד מסביר צו זיין, דו שרייבסט נאר אזא רח"ק תשובה, אמאל ווארפסטו אריין עפעס א גוגעל סורטש פון עפעס א ישיבשע גערעדאכץ א שטייגער ווי נחשוני וכדומה.

וחוץ מזה, דער רס"ג, דער כוזרי, דער ראב"ד, די רמב"ן, האלטן אלע אז ס'וועט זיין על טבעי, דער רמב"ם איז א שיטה יחידאה.
אויב איינער האט איבריג צייט זאל ער מוחל זיין און שרייבען א בירור.

די ציל פון מיין שרייבן דא איז נישט זיך צו טענה'ען מיט מענטשן וואס האבן א פראבלעם מיט אידישקייט און מיט אננעמען די עיקרי אמונה וואס אונזערע עלטערען האבען מיט אונז געלערענט.
איך שרייב דא נאר פאר איינער וואס פאלט דא אריין און מיינט טאקע אז דנר רמב"ם איז מגולגל געווארן און לעיקוואד און שרייט צו אונז אז אונז זעמיר שוין אויסגעלייזט, פאר אזא איינעם זאג איך גיי לערען טאקע כוזרי, אמונות ודעות לרס"ג, ספר הגאולה פון רמב"ן.

און צו די אלע הבלים וואס @געפילטע פיש שרייבט דא צאם.
וועל איך נאר זיך באציען צו איין נקודה.
די עיקר נקודה פון ימות המשיח, פון צו האבן אן אייגענע מלכות, און בכלל די עיקר נקודה פון כלל ישראל איז, ס'זאל זיין איין פאלק וואס היט אפ די אויבערשטערס תורה און איז מפרסם אלקותו בעולם.

די ראש השנה'דיגע שמו"ע שיסודו בבית מדרשא דבי רב, וואס גאנץ כלל ישראל זאגט, איז כסדר פארנומען מיט דעם.
ד.ה. אז ס'וועט זיין א מלוכה פון די יודישע רעליגיע א מלוכה וואס איז מפרסם אלוקות, און דורך דעם וואס די מלוכה וועט מצליח זיין וועט נתפרסם ווערן דעם אויבערשטענ'ס מלוכה. און דאס מיינט מלוך על כל העולם וכו' וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו'.

די מלוכה היינט וואס האט מיט קיין שייכות נישט מיט יודישקייט און מיט כבוד שמים איז נישט וואס די אלע ספרי נביאים און ראשונים רעדן.

אוודאי ביי חסידים ווייסט מען אז די אויבערשטער האט ליב א יוד, בין כך ובין כך קרוין בנים וכו', און ער היט און טוט נסים פאר אלע זיינע קינדער, און ער ווארט אויף יעדע יוד'ס תשובה, ממילא אפילו פאר די מדינה טוט דער אויבערשטער נסים פאר אלע אידן, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די פריערדיגע דערמאנטע זאכן.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 11:44 am

· #215655
Re: תשעה באב תשע"ג סטייל
מפרסם זיין אלקות איז סובייעקטיוו.
רובא דרובא וועלט גלייבט היינט אין איין גאט און די אלע עבודה זרה'ס וואס דער נביא זאגט פאר וועלן צושמעטערט ווערן זענען שוין לאנג ללעג ולקלס ביי די גאנצע וועלט.
בלאט: 1 2 3