☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תשעה באב תשע"ג סטייל

תשעה באב תשע"ג סטייל

110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4259
בלאט: 1 2 3

כוכב » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:02 pm

· #215656
און וואס איז מיט אטאאיזם וואס ווערט נאר שטערקער?

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:06 pm

· #215658
דאס איז בעיקר הייפ פון געוויסע וואס רופען זיך אטעיסטן. ס'איז נישט אמת באופן כללי אין דער וועלט.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:08 pm

· #215659
עניוועי, אין דער אשכול האב איך געשריבען פאראיאר, איך ווייס נישט צו היינט בין איך מסכים צו אלעס וואס שטייט דא בשמי. כ'בין אין אביסעל מער א פעסימיסטישער גיסטע דאס יאר, איז משיח מעג שוין קומען, הגם איך ווייס נישט אויב דאס וועט עפעס העלפען כנ"ל.

איינגעמיירעט » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 5:15 pm

· #215704
@לעיקוואד
ס׳איז מיר א פרייד צו זעען, אז סאיז נאך דא אזעלכע מענטשען וואס לאזען זיך פלאץ איבערצוטראכטען זייערע שטארקע הנחות,און האלטען זיך נישט שטארק בא הנחות וואס האט זיי אויסגעזעען נעכטין צו זיין די אמת.

בנוגע אלקות,איז בעיקר משמע און ספרי הנביאים אז ימות המשיח וועט זיין, ווען די גאנצע וועלט וועט זעען אז די יודען וואס גייען נאך די תורה,ווערען געהאלפען דורך אלקי ישראל,און די יודישע מלוכה וואס גייט נאך תורת ישראל ווערט נתגדל אויף די וועלט,דעמאלס וועט מען זעען אז די אויבערשטער איז נאמן לבית ישראל,און דאס וועט אויפשאקלען די אומות אז אלקי ישראל איז מלך ומלכותו בכל משלה.
און דיע גאנצע געשטעל דארף זיין דורך מלכות בית דוד און ירושלים,
דאס איז וואס שטייט צענדליגע מאל און נ״ך און אין די תפילות שמו״ע פון אגאנץ יאר און בפרט און שמו״ע פון ר״ה,און און ברהמ״ז.
דאס וואס אומה״ע האלטען האלב וועיגס פון איין גאט איז נאך זייער ווייט פון ,פחדך על כל מעשיך,ישתחוו לפניך כל הברואים ״ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם״ און פון ויאמר כל אשר נשמה באפו ד׳ אלקי ישראל מלך,ויקבלו כולם את ״עול״ מלכותך.
און

פליקער » פרייטאג יולי 24, 2015 3:16 pm

· #291613
ב"ה היי האט איז שוין בכלל נישט שייך די גאנצע אשכול, ווייל זינט די 'קינות קלל' ישראל איז שוין מער נישט פארהאן קיין שום סמארט פאון'ס, אלע וואצעפס זענען ב"ה בטול ומבוטל, אפילו קאווע שטיבל איז אינטערגעגאנגען ציליב די תקנות הדורות, קוים קוים וואס גוגל ארבייט נאך, על כן היי יאר וועט זיך אנזעין אז דער עולם ביטערט אויפן חרבן הבית, דעריבער פעילט נישט אויס די גאנצע אשכול, אולי זאל מען עס פארמעקן, כדי עס זאל פארגעסן ווערן אז נישט אזוי לאנג ציריק איז כלל ישראל שיעור אינטערגעגאנגען.

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:17 pm

· #345390
תשע"ו

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 28, 2017 8:07 am

· #380637
און... תשע"ז.
ועדיין לא נושענו.

פליקער » זונטאג יולי 22, 2018 12:07 am

· #409489
Re: תשעה באב תשע"ג סטייל
תשע''ח, און מיר זענען נאך אלס אינעם פינסטערען גלות.

שווער און ביטער איז דער גלות, וואס און בלויז 5 יאר וואס דער פותח האשכול האט געשריבן האבן פיל זאכן געטוישט, שויו נישטא קיין סעלפאון'ס אין שיל, איך האב נישט באקומען קיינע וויצען מער אויף וואצעפ נאר די שיעורים פון רעב מיילעך בידרמן ווי ער קלאגט פינף שעה און איין צו.

יעדע שיל האט זיין גבאי און יעדע סקווער פיס האט א פליקאט קעגען די סמארט פאון אויה לי

נאר אין די קאנטרי'ס קען מען נאך נעמען די פאון אין די הענט אריין אן כאפן א מאשקאנטע אללי לי.

אלע קעמפ'ס האבן אנגעהויבן אהיים שיקן די קינדער שבת חזון און פאסטען מיר אויפן מוח אויה לי.

תשעה באב היי יאר איז געפאלן אויף א זינטאג און איך מיז זיין אין קאנטרי, און מער ברויך איך נישט זאגן ווי גרויס די בראך איז אללי לי.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 22, 2018 6:25 am

· #409494
ריכטיג, בשעת ווען כלל ישראל זענען געזעסען על אדמתם, איז עפ"י רוב געווען שווערע צייטען, אבער די סיסטעם און די פראבלעמנן זענען נישט געווען ווי היינט.

בימי שלמה המלך, האט מען געלעבט אין א גאלדענע תקופה. נישט אלע יארען, אבער א חלק דערפון. נאך דעם האט מען געזינדיגט און יעדע זינד האט געברענגט נאך פראבלעמען, דערקייקלונגען און עונשים מיט ירידות גשמיות ורוחניות. די האפענונג פון ערליכע אידען דעמאלס איז געווען צוריקצוגיין צו שלמה המלך'ס צייטען. מ'האט געהאט דער גאנצע אינפראסטרוקטור אין פלאץ, נאר פרטים האבען געפעלט, און צו אט די גאולה השלמה האט מען געשטרעבט.

עד שבא נבוזראדן רב הטבחים און אונטערגעצינדען די גאנצע זאך. די גאנצע אינפראסטרוקטור ארום וואס מלכות בית דוד איז געבויט איז שוין נישט דא. עס איז צוזאמגעפאלען נישט נאר די בנין, נאר די גאנצע האפענונג איז אונטערגעברענגט געווארן. אויף דעם קלאגט מען, און מיט די נייע מציאות קען מען זיך נאכאלץ נישט משלים זיין.

די היינטיגע מדינת ישראל, רעלאטיוו צו מדינת רוסלאנד פון מיין זיידעס, איז טאקע גליקליך. אבער איך זעה נישט קיין דירעקטע ליניע צווישען איהר און א פאלנע גאולה. עס איז נאך דא א ווייטע וועג ביז ווילאנג די קאנסטיטוציע איהרע איז תורת משה מסיני. געדענק אז אריין וואוטען א שווארצע הוט טראגעדיגע פאליטישען אלס ראש ממשלה איז נאכאלץ שטארק גלות'דיג. די געזעלשאפט דארט ציעט די גשמיות און פוסטקייט, און פונקט ווי אין אלע גלות'ן, פאדערט זיך אן איבערשטרענגונג צו דערלעבען עפעס העכערס. די גאולה גייט ברענגען, אלס א מינימום, א נייעם לעבענסשטייגער אין וואס גשמיות און צרכי הגוף וועלען פארנעמען נישט מער ווי איהר ריכטיגע ארט, אלס א טפל צום עיקר חיי הרוח פון עבדות לה'. דאס איז אלס נכלל אין די שעבוד מלכיות וואס אפילו דער רמב"ם איז מודה וועט אוועקגיין ביים גאולה העתידה.

און צום שלוס, דאס אז אזעלכע ווערטער קענען געשריבן ווערען ת"ב פארטאגס מיט טרוקענע אויגען, וואס דאס מיינט אז די אלע זאכען זענען נישט אריבער די מיליאן מיילס וואס שטייען צווישען די מוח און די געפיהל, איז אויך א חלק פון די גלות וואס מדינת ישראל האט נישט געלעזט.

פאלאצ'ינטא » זונטאג אוגוסט 14, 2022 6:02 pm

· #506367
סאשי פיש
נאך א בילד פון דעם בענקעל נישט מקנא זיין
מיט אזא בענקעל, וויל ער טאקע משיח?
בלאט: 1 2 3