☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קול מבשר אינטערוויא פון יענע וועלט

קול מבשר אינטערוויא פון יענע וועלט

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4299

מאטי » דינסטאג יולי 16, 2013 10:06 pm

· #134073
קול מבשר אינטערוויא פון יענע וועלט
קול מבשר האט אן אינטערוויא מיט א איד וואס איז היינט א בעל תשובה, ער טענה׳ט, אז בשעת ער איז איינמאהל - ביי די אכט און צוואנציג יאר -צאמגעפאלן, האט ער געשפירט ווי זיין רוח פארלאזט זיין גוף, און גייט ארויף הויעך, ביז ער טרעפט זיך מיטן באשעפער וואס טיילט אים צו גיהנם צוליב זיין פרייער לעבן, אבער ער באקומט דער אפציע צוריק אראפצוקומען אויף דער וועלט און מתקן זיין זיין לעבן. ס׳הערט זיך זייער פאנטאסטיש, ס׳איז כדי אים אויסצוהערן נומער 45 8 8 פון די מעין מעניו.

חנינא קרא » דינסטאג יולי 16, 2013 10:28 pm

· #134079
פארוואס האט ער זיך געטראפן מיט'ן באשעפער נאר הויך הויך, ווען די רוח זיינע האט פארלאזט דעם גוף? דא אויף דער וועלט קען מען אים נישט געפינען?

הוגה » דינסטאג יולי 16, 2013 10:51 pm

· #134088
יישרהכח פארן ברענגן לידיעת הציבור. איך האב אנגעהויבן אויסצוהערן זיין מעשה אבער נישט געענדיגט. כ'האב שוין געהערט און געליינט צענדליגע אזעלכע מעשיות, עטליכע זענען מער גלויבליך ווי די אנדערע. כ'געדענק ווען רמי לוי האט מחזיר בתשובה געווען הונדערטער אידן מיט זיינע מוות קליני מעשיות, זאל אים די זכות ביישטיין.

כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?

בכלל, איז דאך דא פונקט אזוי פיל אותות ומופתים באדמת בני חם מיט די זעלבע מעשיות נאר מיט זייערע געטשקעס.

ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויב עס פטרשטערקערט ביי איינעם די אמונה תבוא עליו ברכה.

אבי גערעדט » דינסטאג יולי 16, 2013 10:57 pm

· #134090
הוגה


כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?



ניין אבער נאך אלס איז עס א געוואלדיגע חיזוק ווען מ'לעבט אין אזא הסתר פנים, און די משנאי ה' נשאו ראש, די כח הכפירה איז שרעקליך

הוגה » דינסטאג יולי 16, 2013 11:09 pm

· #134097
די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א feel good story.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 11:21 pm

· #134103
גיי זיך, קנייינע הארע, קאווע שטיבל איז גרויס... ערגעץ איז דא א שמועס וועגן דעם..
איינער דארט פרעגט - אויב דענק איך גוט - פארוואס די אלע סארט מעשיות געשעהן נישט ביי משפחת שווארץ, הלברשטאם, וועבער און גרין...

מאטי » דינסטאג יולי 16, 2013 11:24 pm

· #134106
ווייל אפילו ס׳געשעט האלטן זיי זיך שטיל.. אזוי עצה׳ען די שדכנים..

יאיר » דינסטאג יולי 16, 2013 11:32 pm

· #134109
הוגה
אבי גערעדט
הוגה


כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?



ניין אבער נאך אלס איז עס א געוואלדיגע חיזוק ווען מ'לעבט אין אזא הסתר פנים, און די משנאי ה' נשאו ראש, די כח הכפירה איז שרעקליך


די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א good feel story.

מכאן אמרו חכמינו ז"ל, רעליגיע ביים המון עם ליגט אין געפיל. וכן נהגו.

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 11:36 pm

· #134112
הוגה
ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויב עס פארשטערקערט ביי איינעם די אמונה תבוא עליו ברכה.

Careful, ווייל עס פארשטערקערט נאר ביז מען טרעפט אז די מעשה האט א לאך, אדער אנדערע האבן אויך מעשיות, דאן צופאלט אלעס. וואס איך מיין צוזאגן, אפילו אויב עס פארשטערקערט ביי איינעם די אמונה, איז בעסער אוועקצושטיין דערפון.

חזקיהו המלך » מיטוואך יולי 17, 2013 12:24 am

· #134128
הוגה


די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א feel good story.


די כח הכפירה איז אויכעט האוקעס פאוקעס, די רוח פין די וועלט איז האוקעס פאוקעס, רוב זאכען וואס מענטושען גלייבען איז וועגען האוקעס פאוקעס, נישט ווייל זיי האבען עס געהעריג אדורעך געטוהן אין געקומען צי א מסקנא,

סאו קעגען כפירה פין האוקעס פאוקעס קען אזא מעשה העלפען, רוב מענטשען היינט לויפען מער ווייניגער אויף געפילען, סאו דארף מען ניצען אויך געפילען צי שטארקען די ריינע אמונה, ס'נישט גענוג ווען מען קומט רעדען לאגיש,

לאגיק איז שוין לאנג געשטארבען ביי א גרויס חלק וועלט,

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 12:32 am

· #134134
חזקיהו המלך
הוגה


די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א feel good story.


די כח הכפירה איז אויכעט האוקעס פאוקעס, די רוח פין די וועלט איז האוקעס פאוקעס

די גאנצע וועלט איז האוקעס פאוקעס. עי' קהלת.

לאליפאפ » מיטוואך יולי 17, 2013 12:36 am

· #134137
איך ווייס פון א איד אין מאנסי וואס איז צאמגעפאלן און דערציילט אויך אזוי בערך, א באגלייבטער מענטש גראדע און ער האלט עס שטיל ווייל ער וויל נישט מ׳זאל לאכן פון אים און זאגן בעל דמיון איינער, אבער די משפחה ווייסט קלארע פרטים איבער בי״ד של מעלה וכו׳...

דעת תורה » מיטוואך יולי 17, 2013 1:24 am

· #134147
למעשה איינמאל מען ווייסט אז ביי די קריסטן איז עס אויך דא הארגעט עס דאס ביסל חיזוק. טוב לו שלא נברא.

חזקיהו המלך » מיטוואך יולי 17, 2013 2:02 am

· #134155
הוגה
יישרהכח פארן ברענגן לידיעת הציבור. איך האב אנגעהויבן אויסצוהערן זיין מעשה אבער נישט געענדיגט. כ'האב שוין געהערט און געליינט צענדליגע אזעלכע מעשיות, עטליכע זענען מער גלויבליך ווי די אנדערע. כ'געדענק ווען רמי לוי האט מחזיר בתשובה געווען הונדערטער אידן מיט זיינע מוות קליני מעשיות, זאל אים די זכות ביישטיין.

כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?

בכלל, איז דאך דא פונקט אזוי פיל אותות ומופתים באדמת בני חם מיט די זעלבע מעשיות נאר מיט זייערע געטשקעס.

ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויב עס פטרשטערקערט ביי איינעם די אמונה תבוא עליו ברכה.


די ענין פין א ניר דעט עקספיריענס פין וואס מען רעדט דא איז אביסעל א צווייטע זאך,

מדרגות קען א גוי טמא אויך האבען, בלעם איז געווען א גרויסע בעל מדרגה,

דארף מען אבער וויסען אז די וואס טוען אין די ענין פין ארויס גיין פין די גוף אין שפאצירען אין העכערע וועלטען, וואס ס'געווען ביי צדיקים אין ס'אויך דא דערפין ביי די אומות, זיי ווייסען אז געוויסע וועלטען זענען פיהל מיט ליגענט, ס'קענען למשל קומען מלאכים אין דיר פארקויפען לאקשען, (נישט קיין וויץ), מען דארף וויסען וואס מען טוט אפילו איינער וואס קען שוין שפאצירען אין אנדערע וועלטען,

ממילא מיז מען ווייטער וויסען אז די בעסטע איז אונדזער אויסגעטראטענע וועג, תורת משה מסיני, וואס דאס פירט אונז אויפען גלייכען וועג,

אבער דאך איז אינטערעסאנט פין צייט צי צייט צי באקומען א גריס פין אויבען, נאר די רגע ס'איז אפילו א קליינע סתירה מיט תורת משה, איז עס לויטער שטותים, אפילו ווען דער וואס פארציילט עס זאגט נישט קיין ליגענט, נאר ער איז געווען ערגעץ אין עולם התוהו אדער עולם הבוהו אין די חברה דארט האבען עים צינאר געמאכט וכו' כנ"ל

קרעקער » מיטוואך יולי 17, 2013 12:11 pm

· #134201
פארוואס נאר מענטשען מיט פאני נעמען האבען אייביג דע מעשיות?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:26 pm

· #134608
וואס מיינט פאני נעמען? למשל קרעקער?

יידל » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:32 pm

· #134611
די שמועס איבער דעם איז געווען ביי אלכסנד איבען דער ניוראכירורג. עי' אשכול נייע אלגעמיינע ביכער.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:04 pm

· #134631
איך געדענק ליינען אז זיי האבען געזאלט מאכען א שטודיע, און לייגען פארשידענע כלים אין די שטובער פין די חולאים, אויף א שעלף הויך אז פין דער בעט קען מען נישט זעהן די כלים, נאר ווען מען איז אויף א לייטער הויך.

נאכעהר ווען דער מענטש זאגט אז אז ער האט געהאט א ענ די עי, און זיין נשמה איז ארויס פין גוף און ארויף הויך, וועט מען אים פרעגען וואס געפינט זיך אויף דער שעלף הויך, טאמער וועט ער וויסען איז א סימן אז יש דברים בגו.