☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תשעה באב תשע"ג סטייל

תשעה באב תשע"ג סטייל

110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4259
בלאט: 1 2 3

פרישער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:13 pm

· #132787
תשעה באב תשע"ג סטייל
מען גייט שוין אריין און דעים שבוע שחל בו, מען האט שוין ממעט געוועין מיט משא ומתן, מיר עסן פארווע טשולענט, מרבה מיט מילכיגס, אזוי ווי ביי זמן מתן תורתינו, מיר פירן זיך צו עסן פיש מיט עגפלענט פעדזשאמעס, פיצא איז נישט דער מנהג, דא דארט ב'צינאה א ווענילע אייזקרים בלי ספרינקעלס, ווייל ספרינקעלס מאכט פריילעך און מיר ווייסען דאך אז שנכנס אב ממעטעין בשמחה,

מיר זענען מער מחמיר צו נעמען דעים טוש, דאס הייסט אז ווען מיר נעמען א שויער, שרייען פיל מער פערזאנען, און עס העלפט ווייניגער תירוצים, סיז א ביג דיל נישט צו שמעקען און אזעלכע טרויעריגע טעיג, דעיס איז דאך קלאר דער רצון השם, סעשטייט דאך אזוי אין שיחענארעך, און מיר ווארפען זיך אינטער, ווי קען מען נעמען א שויער ווען דער בית המקדש גייט אט אט חרוב ווערן, שרייט א צווייטער.

עס קימט שוין דו פאסט טאג תשעה באב, איינס פון דו לאנגווייליגסטע און אימעטיגסטע טעיג פאר א פאסטענדער איד, אזוי פלעיגט אמאל צו זיין, מען איז געקימען און שיל, זיך געזעצט עלי אדמת ניכר, און געוויינט און געקלאגט אויפן חירבן הבית, מען האט געגעסן אש מיט איי אויסגעמישט מיט בכיה על אלה, די עלטערע וואס האבען נאך מיט געמאכט דעים קריג האבן אויסגעניצט דו צייט מיט קלאגען עלליהם וטפיהם שנהרגו על המוקד הנורא ושניפץ עולליך עלי סלע, ווער רעדט נאך ווען מען האט געהערט דו קינות פון אזא עלטערע איד, האט שוין גארנישט געגליסט צו שמייכלען, איך געדעינק א איד וואס האט מידי שנה בשנה אריין און דעים מלחמה שמיעס תיכף נאך דו קינות, און דעיס איז אנגעגאנגען שעות וואס מען האט געבוכה'ט אויפן גרויסען חרבן אייראפע,

א איד א בעיבי בומער, האט נאך געהאט לחליחות פון צער האט פארגעלערנט מסכת גיטין מיט מדרש איכה, מיט געדילד פון שטאהל האט מען דערציילט דו מעשה פון די זעמל מעיל ביז שווארץ ברויט, עד שחטפה שינה האט מען נישט מסיח דעת געוועין, קיין אנדער פלאץ ווי אין שיל איז נישט געוועין ווי ארים צוהעינגען.

אינדערפרי די זעלבע מעשה מען האט אדער געוויינט ביים קינות'ל מען האט געטראכט פון טרויעריגע מאמענטן בשעת דער עלצטער פון שיל האט געפייערט בקול נמיך אויה לי, ווען עס איז געקימען צו בצאתי ממצרים ביז בצאתי מירושלים, האט מען זיך אלץ אינטערגעברימט דעים ניסך פון פריילעך זויער, ביי אלי ציון האט מען זיך דערוועקט איש מפיתרון חלומו חלמנו, דעים טאג ווייטער פארברעינגט מיט לערנען וועיגן חרבן, דו אויפגעקלערטע האבען געליינט יוסיפין,

היינט איז א נייע וועלט, עס הייבט זיך אן ביים כאפען אן ארט, דו מיט עקספיריענס, כאפן ביי א לעקטריק פלאג, דו איבריגע גייען ווי נעינטער צים פענסטער פאר בעסערע סערוויס, דו מער בלעבתישע וואס האבען ווערייזאן זענען נישט מקפיד זיי קומען באוואפענט מיט א בעק אפ בעטערי, אלע גרופעס אויף וואץ עפ זענען ביזי ביז גאר, יעדע סקונדע שמייכעלט א צווייטער נאר דער בעל תפילה אויב ער ווייסט וואס איז גיט פאר עים לעשט אויס זיין סעל, ווייל עס קען נתהפך ווערן צו על אלה אני רייס זיך פאר געלעכטער, אלע וואס קענען דעים אקאראט באקימענעם וויץ באגעניגען זיך מיט א בלויזען צינישען שמייכעל, און א מינדערוויכטיגע שאקל מיטן של ראש, אריינקלערענדיג אויב דו וויץ איז ווערט צו שיקן ווייטער אדער קיין עזאזל המדברה.

פלאי פלאים תיקף נאך דו קינות די שיל ווערט לער, דער עולם ציגייט זיך קיינער בלייבט נישט אין שיל, יעדער פעקעלט זיך און א ווינקעל ווייט פינעם אויג פין פרעמדע, און מען נעמט אפיר די אנלימיטעד דעיטע פלאן, און מען הייבט אן צו שטאדירן אויפן "די רער" וואס סיז אלץ באוויסט וועיגן טיטות און נביכאדרעצער מלך בבל, און ישועת השם כהרף מען זיכט טרעפט מען, און דער טאג פליעט אריבער מיטן פיאניסט אדער שינדלערס ליסט און דו מיט דו שטערקערע הערצער און בעסערע טעלעפאנען וואס ענטהאלט אויך פארדזשי דער קען זעין אן קיין באפערינג אפהאלט, דער ווערט שוין ניכשל און חרבן טיטאניק ועוד בכלל,

עס איז שוין גארנישט אזוי לאנג ווייליג, סיז אפילו צו קארץ הער איך מאנכע אויסדריקען, נו וויאזוי האסטע געפאסט, ברוך השם ניטאמאל געשפירט, סייסט ביזט איינגעשלאפן, נע נישט ציגעמאכט קיין אויג, ני וואס האסטע געטיען מיטן יום גדול, אה געוועין זייער ביזי, כ'האב געהאט מיטינגס, גיי זיי מסביר אז נעטפיקס ארבייט אנלימיטעד, מען קימט צו מנחה און מען ריפרעשט אלע גרופעס צו זעין וואס מען האט פארפאסט, מען ריפט אן אהיים שיער נישט פארגעסן אריין צוטשעקן זעין וואס דארט טיצעך, תשעה באב איז פאריבער און יעדער איז פריילעך, לשנה הבאה בירושלים. אבער איצט קומט שבת נחמי, היות מיר זענען לקתה בכפליים זענען מיר מיבטח מיט א נחמה בכפליים.

יתרו » דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:18 pm

· #132828
איך דערמאן זיך פאריאר ת"ב האט מיר איינער געוויזן א וויץ אויפן סעללפאון אין סאמע מיטן איכה (ביינאכט) און יענער האט געשאסן פאר געלעכטער כאילו ס'איז אינמיטען פורים ר"ל.
גראדע איז עס געווען א גיטס ס'איז געשטאנען דארט בערך אזוי: צו מיין שכן פון די רעכטע זייט איך פארשטיי אז מען פירט זיך צו עסן אייער ביי די סעודה המפסקת אבער קאם אן, ווער האט דיר געבעטן צו עסן פיפצן שטיק פארוואס דארפן אלע דיינע שכנים ליידן..

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 12, 2013 2:30 pm

· #133046
אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .

קינות גירושין » פרייטאג יולי 12, 2013 2:48 pm

· #133049
איך וויך בעטן קיינער זאל מיך נישט אינזין האבען דעם 9/11,
ב״ה טינגס אר געטינג ווערי גוד, אין אלל די ענגעלס
תודה

לאליפאפ » פרייטאג יולי 12, 2013 2:54 pm

· #133052
ס׳איז ליידער ניכר דעם נולד מאוחר

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 12, 2013 3:10 pm

· #133063
נולד מאוחר
אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .

ווען דער ביהמ"ק איז געשטאנען זענען נישט געוועין קיין ציונים. הגם ס'זענעון דא דיעות אז די בריונים זענען א גילגול פון די ציונים. אדער פארקערט. איין זאך איז זיכער. פאר די גזירות ת"ח ות"ט זענען די ציונים (ימ"ש?) זיכער שולדיג.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 12, 2013 3:34 pm

· #133070
פרישער מען קען דאך פון זינען אראפגיין, ס'קעפל טוט מיר וויי פון אזויפיל לאכן,
מען קען דא נוצן דעם ווארט פון צדיקים, רבש"ע אויב ביסטע נישט צעפרידן ווי אזוי אידן פראווען דעם תשעה באב, דאן נעם עס אוועק פון זיי.

פרישער
....און מען הייבט אן צו שטאדירן אויפן "די רער" וואס סיז אלץ באוויסט וועיגן טיטות און נביכאדרעצער מלך בבל, און ישועת השם כהרף מען זיכט טרעפט מען, און דער טאג פליעט אריבער....

נאכן אנפרעגן אין די היכלות אויבן וואס מיינט דער אויסדרוק "דו רער", נתגלה לי בחלום הלילה (you tube) וד"ל.

הוגה » פרייטאג יולי 12, 2013 7:31 pm

· #133131
נולד מאוחר
אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .


פארוואס עפעס ווילסטו טרויערן? ווער האט דיך געבעטן צו טרויערן? קרא עלי מועד! ווארפען באבקעס איז נישט א באבע מנהג, ס'געווען א סיבה פארוואס מען האט עס געטון. איך זאג דאס נישט ח''ו מרוב קלות, איך מיין עס גאר ערענסט. פארשטייט זיך אז ס'דא אן ענין צו קלאגן אבער ס'אויך דא אן ענין אויף פארקערט. בכלל איז היינט אסאך שווערער צו קלאגן נאך דעם וואס מיר זעהן אז שיבת ציון האט זיך אנגעפאנגן.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 12, 2013 7:55 pm

· #133142
זוכה ורואה שטייט דאך

משה געציל » זונטאג יולי 14, 2013 2:01 am

· #133238
הערליך פרישער! (הגם כ'בין ארויס מיט קאפוויי...)
דעם קעפל איז עפעס נישט גוט געספעלט. לכאורה באציסטו זיך צו "טישע באוו" אויב כ'האב ריכטיג פארשטאנען.

טעפל » זונטאג יולי 14, 2013 2:43 am

· #133253
פרישער ריזיג און אמתדיג אראפגעלייגט, און טאקע אויפדעם האט וויא ינער האט שוין דערמאנט די אפטע רב ז"ל געזאגט באשעפער אויב ס'געפעלט דיר נישט ווי זיי פראווענען דעם טאג נעם עס אוועק פון זיי..
ווי האט איינער געזאגט "ס'טוט מיר וויי אז ס'טוט מיר נישט וויי אז ס'טוט מיר נישט וויי..

גלעזעלע » זונטאג יולי 14, 2013 12:24 pm

· #133323
יתרו
איך דערמאן זיך פאריאר ת"ב האט מיר איינער געוויזן א וויץ אויפן סעללפאון אין סאמע מיטן איכה (ביינאכט) און יענער האט געשאסן פאר געלעכטער כאילו ס'איז אינמיטען פורים ר"ל.
גראדע איז עס געווען א גיטס !.


עס איז מבואר אין שו"ת מהרי׳ מטראני בנוגע די עפיזאד מיטן מהר"י אבוהב "על אבן אחת שבעה עיניים". אז ווען א וויץ איז א גוטס, דאן קען מען מיקל זיין כלפי בזיון הרב. לכאורה קען מען דאס צושטעלן בנידן דידן. אז די הלכה ממעטין בשמחה איז נישט אקטועל ווען עס איז בנוגע א גוטס.

( צו די וויץ מיט פופצען אייער איז בדווקא א גוטס, נו, על טעם וריח אין .. איך האב עס געליינט אין מיטן עסען און דאן שמעקט מיר נישט די דזשוקס. ווי עס ווערט געפסקנט "אין מפיחין בסעודה".)

קאך_לעפל » זונטאג יולי 14, 2013 2:16 pm

· #133377
די גאנצע טעקסטעראציע וואס טיט זיך אפ אין סמעדרש ת''ב, איז בלויז א חלק פון די באוויסטע מחלה, וואס פלאגט אונזער יונגווארג און די היינטיגע טעכנאלאגאישע עפאכע, די די מחלה ריפט זיך, ביזי:

יעדע ראצעראל וואס איז קוים ארויסגעקראכן פונעם שנה ראשונה ווינדל, ער קען נאכנישט רעכט שרייבן זיין נאמען אויף לעזאי''ש, באוואפענט זיך מיטן טייערסטען טעלעפאן וואס מען נאר באקימען, וואס האט מער פיטשעווקעס וויפיל ציין ער האט, און ער איז א גאנצען טאג פארנימען זיך שפילן דערמיט, אלעס, אז מענטשען זאלן מיינען אז ער איז ביזי, און ער איז א ריזיגע ביזנעסמאן, און פירט ריזיגע איטערנאציאלע געשעפטן, ווען ביזדערווייל לעבט ער נעבאך אויפן פודסטעמפ קארטעל.

די מאמע קאלט אים אן און וויל אים פרעגען צו ער קימט אויף נאכטמאל, ענפערט ער מאמי רעד שנעל, איך בין ביזי איצט, ביזי מיט וואס? ביזי ארום שיקן א אויסגעבלאזענע וויץ וואס עמיצער וואס איז אזוי ביזי ווי די האט דיר געשיקט?

ער קימט ת''ב און שול, אויב וועט ער נישט זיין פארנימען מיט זיין טעלעפאן, מה יאמרו הבריות? אז מאטי איז ח''ו נישט ביזי?

ער כאפט נישט אז ת''ב ארבייט מען נישט, און ווען מען זאגט איכה איז שוין די באנק צוגעמאכט, און פרעזידענט אבאמא פופט שוין לאנג, און אפי' לענגלי ווערשיניע איז פארזינקען אין א טיפע שלאף.

יונגערמאן, זיי נישט אזוי ביזי, גיי מאך א פאר דאללאר וועסטו מער אויפטאן ווי אנשטעלן א פנים ווי א ביזי מען:

גלות יוד » זונטאג יולי 14, 2013 2:20 pm

· #133383
יא מ'האט זיך שוין נעבעך צוגעוואוינט צו די גלות, משיח דארף שוין קומען

אזוי ווי די משל מיט די בן מלך וואס האט זיך אויפגעפירט שלעכט, און געווען געפעטשעוועט, האט מען אים געשיקט אין דארף צו די פויערן זיי זאלן אים מאכן פאר א מענטש, ער זאל זעהן אז ס'יז נישט הפקר וועלט, אדם לעמל יולד, הקיצור ער איז אנגעקומען אהין קודם האט ער געוויינט און געשריגן כ'וויל אהיים גיין, ווי קען איך זיין מיט די פארגרעבטע פויערן איך בין דאך א בן מלך, אבער אזוי האט דער מלך גוזר געווען ואין לך רשות להרהר אחריו,

צוביסלעך איז ער געווארן מער און מער ווי איינע פון זיי און אינגאנצן פארגעסן מאין באת, נאך אפאר יאר האט דער מלך געשיקט א שליח זען ווואס טיט זיך מיט זיין זון, קומט ער אן אהן טרעפט ער אן דעם פויער (בן מלך) און גייט מיט אים אריין אין א שמועס און ער זאגט אים דו ווייסט ער איך בין איך בין א שליח פון דיין טאטע וואס ער איז די מלך פון די גאנצע לאנד? אזוי? זאג מיין טאטן איך דארף געלט צו קענען קויפן ברוינפן... פארט ער צוריק צום מלך און דערציילט אים אז דיין זון דארף געלט פאר ברוינפן, נעמט זיך דער מלך רייסן די האר פון קאפ, וואס איז געווארן מיט מיר, איכה היתה לזונה, איך האב אים געשיקט צו ווערן א מענטש און דא איז ער מיר געווארן א גאנצע פויער, פארגעסן זיין אפשטאם וכו' וגו',

ונמשל כהנ"ל

העלא » זונטאג יולי 14, 2013 6:10 pm

· #133464
פאר א יאר האט הרה,ג ר' זאב אהרן טעללער פון קרית יואל פארגעלערנט מדרש איכה נאכן קינות,

ער האט אויסגערעכנט אלע זאכן וואס מיר האבן פארלוירן זייטן חורבן, און געוויינט מיט אזאנע בכיות,

איך שטיי נאך יעצט משתומם אז עס איז נאך דא בדורינו אלה אזא זאך ווי א אינגערמאן אונטער 35 זאל עכט וויינען אויפן חורבן

סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 3:23 pm

· #133794
ממש תורה לשמה!!
📎 וואצאפ.jpg

סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 3:33 pm

· #133800
שארף...
image.jpg

סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 8:49 pm

· #133883
אויף דעם קען מען טון ביידע
image.jpg

בעל הבית » מאנטאג יולי 15, 2013 11:17 pm

· #133893
הנגיד החסיד ר אליהו ענגלענדער שליטא ביים זאגן קינות
image.jpg

atmybest » דינסטאג יולי 16, 2013 10:36 am

· #133901
בעל הבית
הנגיד החסיד ר אליהו ענגלענדער שליטא ביים זאגן קינות


איז עס אויסגעהאלטן צו זיצן אזוי באקוועם?

בעל הבית » דינסטאג יולי 16, 2013 12:35 pm

· #133903
איך גלייב ער געפרעגט א שאלה ער איז א בן שמונים אנגעלודענט מיט בילליאנען אוואדי דארף ער זיצן אביסעלע באקוועמער

איש צדיק תמים » דינסטאג יולי 16, 2013 12:36 pm

· #133904
הוגה
נולד מאוחר
אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .


פארוואס עפעס ווילסטו טרויערן? ווער האט דיך געבעטן צו טרויערן? קרא עלי מועד! ווארפען באבקעס איז נישט א באבע מנהג, ס'געווען א סיבה פארוואס מען האט עס געטון. איך זאג דאס נישט ח''ו מרוב קלות, איך מיין עס גאר ערענסט. פארשטייט זיך אז ס'דא אן ענין צו קלאגן אבער ס'אויך דא אן ענין אויף פארקערט. בכלל איז היינט אסאך שווערער צו קלאגן נאך דעם וואס מיר זעהן אז שיבת ציון האט זיך אנגעפאנגן.

וואס איז דאס שיבת ציון?

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 12:43 pm

· #133905
איש צדיק תמים

וואס איז דאס שיבת ציון?


שיבת ציון אויף יידיש= אז יודען קערן זיך צוריק צו וואוינען אין ארץ ישראל.

סאשי פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 12:47 pm

· #133906
נאך א בילד פון דעם בענקעל נישט מקנא זיין
image.jpg

סאשי פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 12:53 pm

· #133907
הלוואי!!
image.jpg

בעל הבית » דינסטאג יולי 16, 2013 1:00 pm

· #133909
ער ווערט דערמאנט אין קינות דעם יאר

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 1:05 pm

· #133910
יא, אויך באמערקט. דער מפרש האט מיר געזאגט אז דער אויבערשטער ווערט אנגערופן אזוי, אן צוצייכענען א מקור אדער מ"מ.

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 1:10 pm

· #133913
לעיקוואד
איש צדיק תמים

וואס איז דאס שיבת ציון?


שיבת ציון אויף יידיש= אז יודען קערן זיך צוריק צו וואוינען אין ארץ ישראל.


אידן זענען געבליבן וואוינען אין א"י א לאנגע צייט נאכן חורבן בית שני. מסתמא האט מען טאקע נישט געקלאגט דעמאלטס.

בעל הבית » דינסטאג יולי 16, 2013 1:12 pm

· #133914
א בענקל א באקוועמע אבער.....
image.jpg

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 1:18 pm

· #133916
דעת תורה
לעיקוואד
איש צדיק תמים

וואס איז דאס שיבת ציון?


שיבת ציון אויף יידיש= אז יודען קערן זיך צוריק צו וואוינען אין ארץ ישראל.


אידן זענען געבליבן וואוינען אין א"י א לאנגע צייט נאכן חורבן בית שני. מסתמא האט מען טאקע נישט געקלאגט דעמאלטס.


קודם כל קען טאקע זיין, איך ווייס נישט.

צוייטענס, והוא העיקר, זיי האבען אבער נישט געהאט קיין זעלבסשטענדיגער מלוכה דעמאלטס.

דריטנס, כ'האב סך הכל מסביר געווען דער טייטש פון שיבת ציון, צו און אויף וואס מדארף קלאגען איז אן עקסטערע שמועס.

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 1:50 pm

· #133923
דו ווייסט טאקע נישט?...

די אידן האבן נישט געהאט קיין זעלבסטשטענדיגקייט לאנגע יארן בעפאר'ן חורבן. די גאנצע פאסירונג וואס איז געשען תתכ"ח (איך זע היסטאריקער האלטן צוויי יאר שפעטער, תת"ל, אבער ביינונז איז אנגענומען דער פריערדיגער דאטום - מסתמא געבויט אויף די גמרא וואס זאגט אז מקדש שני איז געשטאנען 420 יאר) איז געווען אז די רעוואלוציע קעגן די רוימער - אנגעפירט דורך צויושעטע סיקריקים און בלינדי פאנאטיקער וואס זענען געגאנגען מיטן קאפ אין די וואנט - איז ווי ערווארטעט אפגעשלאגן געווארן. עס גלייבט זיך שווער אז צוליב די צורינענע אילוזיע פון אפאר עקסטרעמיסטן דארפן מיר היינט פאסטן אין אזא וועטער.

איך קען זיך נאר משער זיין, אז דער טרויער און תענית איז צוליב א אומפארבינדענע פאסירונג וואס האט נישט געמוזט געשען טראץ די רעוואלוציע, און איז נישט געווען אין פלאן מצד די רוימער - נעמליך, די שריפה אין גאט'ס הויז.

אגב, הוגה איז מסתמא פרייליך ווייל פאר 131 יאר צוריק, תרמ"ב איז בעצם יום הת"ב געווארן אפגעקויפט דער שטח פאר. ערשטע קאלאניע אין ארץ ישראל, ראשון לציון. א סאטמארער קען דאס אריין לייגן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי אלע צרות וואס זענען געקומען אויף כלל ישראל דעם טאג, און א ציוני קען דאס אריין לייגן אין לידת משיח (אויב איז עס געווען נאך חצות..).

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 16, 2013 1:52 pm

· #133925
סאשי פיש
הלוואי!!

מ'קען עפעס טון דערצו. פונקט אזוי ווי מ'קען צוהעלפן אז די 😂 בעטערי אין סעללפאון זאל זיך שנעל ענדיגן

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 16, 2013 2:02 pm

· #133931
דעת תורה
דו ווייסט טאקע נישט?...

די אידן האבן נישט געהאט קיין זעלבסטשטענדיגקייט לאנגע יארן בעפאר'ן חורבן. די גאנצע פאסירונג וואס איז געשען תתכ"ח (איך זע היסטאריקער האלטן צוויי יאר שפעטער, תת"ל, אבער ביינונז איז אנגענומען דער פריערדיגער דאטום - מסתמא געבויט אויף די גמרא וואס זאגט אז מקדש שני איז געשטאנען 420 יאר) איז געווען אז די רעוואלוציע קעגן די רוימער - אנגעפירט דורך צויושעטע סיקריקים און בלינדי פאנאטיקער וואס זענען געגאנגען מיטן קאפ אין די וואנט - איז ווי ערווארטעט אפגעשלאגן געווארן. עס גלייבט זיך שווער אז צוליב די צורינענע אילוזיע פון אפאר עקסטרעמיסטן דארפן מיר היינט פאסטן אין אזא וועטער.

איך קען זיך נאר משער זיין, אז דער טרויער און תענית איז צוליב א אומפארבינדענע פאסירונג וואס האט נישט געמוזט געשען טראץ די רעוואלוציע, און איז נישט געווען אין פלאן מצד די רוימער - נעמליך, די שריפה אין גאט'ס הויז.

אגב, הוגה איז מסתמא פרייליך ווייל פאר 131 יאר צוריק, תרמ"ב איז בעצם יום הת"ב געווארן אפגעקויפט דער שטח פאר. ערשטע קאלאניע אין ארץ ישראל, ראשון לציון. א סאטמארער קען דאס אריין לייגן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי אלע צרות וואס זענען געקומען אויף כלל ישראל דעם טאג, און א ציוני קען דאס אריין לייגן אין לידת משיח (אויב איז עס געווען נאך חצות..).

ווער ס'האלט אז די ציונים/בריונים זענען שולדיג אין חורבן בית המקדש, קען דערקלערן אז ער איז יא מקבל מרות פון די מלכות של חסד, די רוימישע מלוכה און ער מוז נישט פאסטן. די נייקי ראננינג שועס, מעיג ער נאך ווייטער טראגן.... ס'איז זייער באקוועם אלעס צו בלעימען אויף די (פארשאלטענע) ציונים. זיי זענען טאקע פאר א סאך זאכן און געשעענישן שולדיג. אבער גזירת ת"ח ות"ט און דעם חורבן ביהמ"ק קען מען נישט בלעימען אויף זיי.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 2:04 pm

· #133932
@דעת תורה
נישט פונקט, און כ'האב נישט יעצט קיין נערווען אריינצוקריכען פונקט אין די היסטאריע מיט אלעס. אבער לענין הלכה ביסטו נישט גערעכט, די תענית איז נישט בעיקר נאר אויפ'ן חורבן בית המקדש נאר אויך און בעיקר אפשר אויף די אנדערע צרות. כלומר די גלות וכו'. אין איכה למשל ווערט בכלל נישט דערמאנט די חורבן בית המקדש, און די חורבן בית המקדש איז געווע אינאיינעם מיט די גלות און די גאנצע מעשה ארום און ארום. בקיצור יש מקום רב לעיין אז אין א מציאות ווי עס פעלט נישט גארנישט חוץ דער בית המקדש אז נישט אויף אזא מציאות האט מען געמאכט די תענית און אבלות.

ווער עס האט אנגעפירט די רעוועוציע און ווער איז שולדיג און וואס האבען זיי געטראכט וכו', איז נישט משנה, דאס איז א שיינע blame game אבער העלפט קיינער גארנישט. למעשה איז די תוצאה געווען א טאטאלער חורבן פון דער יידושער יישוב אוטונאמיע און גאנצער לעבן אין ארץ ישראל, ועל אלה אני (הייתי) בוכיה, עד שריחם עלינו אלוהי אבותינו והשיבנו לארץ אבותינו ילדים וילדות משקחים ברחובותיה, פרזות יושבת ירושלים מרב אדם ובהמה בתוכה, ונפל פחדם על כל העמים אשר סביבותיהם, ושב שבות הארץ כבראשונה.

עניוועיס, דינג זיך מיט @הוגה.

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 2:05 pm

· #133933
בערל באלעגאלע, אלע היסטאריקער בלעימען זיי אין דעם חורבן, און להבדיל אויך די גמרא. אויב דו האלטסט אנדערש, געזונטערהייט.

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 2:09 pm

· #133934
@לעיקוואד, ביסט גערעכט און כ'האב עס אויפגעפאסט גראדע, דער ערשטער בית המקדש איז א מסכתא פאר זיך. אונזער תענית כהיום איז אויפן צווייטן, וואס דארט איז דער מציאות געווען אינגאנצן אנדערש. נישט געווען קיין גלות כמעט, און ארץ ישראל האט ווייטער געבליט פאר א שיינע פאר הונדערט יאר נאכן חורבן. און די זעלבע מאס אויטאנאמיע ווי בעפאר די אויפשטאנד. די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט איז געווען דער בית המקדש.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 2:12 pm

· #133936
נו, האסט באמת פארגעסן אלעס אנדערש וואס איז געשעהן בזמן חורבן בית שני?


ד"א, תשעה באב פאסט מיין אויף ביידע חורבנות ועל הצרות שהוכפלו בו, אויך בזמן בית שני האט מען געפאסט תשעה באב ע"פ הרמב"ם.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 2:15 pm

· #133937
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_28244_23.pdf">http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 244_23.pdf</a>

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 16, 2013 2:19 pm

· #133938
דעת תורה
בערל באלעגאלע, אלע היסטאריקער בלעימען זיי אין דעם חורבן, און להבדיל אויך די גמרא. אויב דו האלטסט אנדערש, געזונטערהייט.

וועים, די ציונים?!

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 2:20 pm

· #133940
אין רמ"א שטייט גראדע פארקערט, אז בזמן בית שני איז תשעה באב געווען א יום טוב.

און ביי שבעה עשר בתמוז זעהסטו דאך אויך אז מען פאסט לויט בית שני כמבואר בגמרא אז וויבאלד מיר זענען טרויערן היינט נאר אויפן בית שני - ווייל דער בית ראשון איז דאך שוין צוריקגעקומען אין פארעם פון בית שני - פאסט מען י"ז און נישט ט'.

און לפלא האט מען אויסגעוועלט דעם טאג ט' באב דוקא, צו פאסטן אויף צרות פון לאנגע יארן.

דעת תורה » דינסטאג יולי 16, 2013 2:21 pm

· #133941
בערל, ניין די "קנאים" (אזוי האט מען זיי גערופן).

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 16, 2013 2:23 pm

· #133942
און פאריאר נישט?
איך האב זיך אויך באגעגנט מיט "הוגה" מערערע מאל, און אויך ממרום שלח אש.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 2:28 pm

· #133943
איך שיהיה איז דער מציאות פון אידען היינט נישט ערגער און מסתמא אסאך בעסער ווי עס איז געווען בזמן הבית, אויב וואלטן מיר דווקא געוואלט וואלטן מיר געקענט בויען א בית המקדש אויך, נאר קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין, די פרייע אוודאי נישט און די פרומע אויך נישט, זיי ווארטן אויף עפעס א בית המקדש של אש זאל אראפפאלען פון הימל. איז דארף מען מעיין זיין אויף וואס זאל מען וויינען.

ווי כ'האב צוגעצייכענט איז בכלל נישט קלאר אין די ראשונים ופוסקים אויב בנין בית המקדש איז א תנאי אז מ'זאל אויפהערן פאסטן, רוב זענען מסביר אז עס איז בעיקר תלוי אין ישראל שרוין על אדמתם און אין יד עכו"ם תקיפה עליהם. וואס דאס איז די מציאות היינט.

דאס וואס מ'האט אויסגעוועלט דער טאג פון תשעה באב איז נישט קיין קשיא, מ'מוז דאך טרעפן עפעס א טאג, ניין?

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 2:56 pm

· #133947
@לעיקוואד נישטא היינט קיין גרעסערער מקום סכנה פאר אידן ווי אין ארץ ישראל, די מדינה מיט זייער מעכטיגע מיליטער קען איינגעשלונגען ווערן אין אן אויגן בליק, נישט דאס מיינט שיבת ציון אז מדארף אנקומען צו טובות פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 3:02 pm

· #133948
שוין, איך גיי זיך יעצט דארפן נעמן שלאגען מיט די סאטמערע חסידים און זייערע ווילדע לופטיגע טעאירעס איבער מדינת ישראל, ווי מען מאכט פשעטלאך איבער די מציאות אלעס כדי עס זאל שטימען מיט די שיטה הקדושה, כ'האב נישט קיין כח צו דעם, אפשר איז דא דא א צווייטער מיט נערוון צו מאכען די דזשאב. ווי זאגען זיי דארט אין ארץ ישראל? בסרט הזה כבר היינו.

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 3:07 pm

· #133949
@לעיקוואד נאטינג פערסאנעל אבער אזא תשובה האב איך אינגאנצן נישט עקספעקטעד, אז איך האב נישט גערעדט אלס סאטמאר איז דיין תשובה געווען פשוט נישט אין פלאץ, גראדע בין איך נישט קיין סאטמארער.

אבער מיין נקודה נאכאמאל, אז וויבאלד אידן זענען אין א גרויסע סכנה אפילו מיר זענען אונטער די אידישע מדינה, די איינציגע ריכטיגע כח ןואס באשוצט איז נאר א מלך פון א פרעמדע מדינה ממילא הייסט דאס נישט קיין שיבת ציון.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 3:16 pm

· #133955
ביסט גערעכט אז מיין תשובה איז נישט אין פלאץ, סארי.

אבער די טענה אז דאס איז די מערסט מסוכנ'דיגע פלאץ פאר יידען איז אויך נישט עקסטער אין פלאץ. קיין איין פלאץ איז נישט פארזיכערט און קיינער ווייסט נישט וואס וועט מארגען זיין. דארט איז לפחות דא א מעגליכקייט פאר די יידען זיך צו פארטיידיגען וואס איז נישטא אין קיין שום אנדערע פלאץ אין דער וועלט. צו נעמען די איינציגסטע פלאץ ווי עס איז דא א מיליטער און די פילע אנדערע כוחות וואס מ'דארף צו האבען א זעלבסשטענדיגער מציאות און טענה'ן אז דארט גאר איז די מערסטע מסוכן איז אביסעלע קאמיש.

און דאס וואס מנוצט אביסעל אמעריקאנער געלט און כוח, איז וואס? איז דען דער אמעריקאנער פרעזידענט נישט גוט אויף צו זיין דער שליח ההשגחה צו העלפען יודען? אין די היינטיגע מציאות ווי די וועלט פירט זיך איז נישטא קיין מדינה וואס איז נישט אנגעוואנדעדן אויף אנדערע. די עצם מציאות אז יידען האבען די יכולת צו פירען אן אייגן לאנד אינגאנצן אוטונאמיש און זענען שולט למעשה אויף זייערע שונאים איז צו דו ווילסט יא צו נישט א דערגרייך וואס איז קיינמאל נישט געווען און טראגט מיט זיך אן א סוף מעלות בגשמיות וברוחניות.

אלעמאל קען זיין בעסער און עס איז אוודאי בעסער אז א משיח זאל קומען בדרך נס מן השמים און משליט זיין זיך אליינס אוי די גאנצע וועלט, אבער אין די מציאות ווי מיר לעבן איז נישטא קיין זאך וואס מ'קען רופען שיבת ציון מער פון דאס וואס איז דא, בעסער האט נישט קיין שיעור.

הוגה » דינסטאג יולי 16, 2013 3:30 pm

· #133957
איך וויל דא קלארשטעלן אז די אלע וואס זענען אויפגעברויזט געווארן אויף מיין מימרא האבן עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט. איך האב בכלל נישט געהאט אין פלאן אריין צו גיין אין די נושאים פון ציונית, שיטה הקדושה, התגרות באומות, אתחלתא דגאולה און נשתכחה תורת הבעש''ט. איך האב מיך נאר באצויגן צו די פינאמענאן וואס מען זעהט היינט גאר ווייניג מענטשן קלאגן תשעה באב. אויף דעם האב איך געענטפערט אז ס'שווער צו זיין צובראכן איבערן גלות ווען זאכן גייען גאנץ גוט פון אלע זייטן. אזא בעל הבית'שע תירוץ. איך גיי נישט אריין צו ס'איז ריכטיג אדער נישט. לעיקוואד האט שוין שיין באשריבן לגבי די ריכטיגקייט דערפון, עיי''ש.

דא האט איר די קאנטעקסט:

הוגה
נולד מאוחר
אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .

בכלל איז היינט אסאך שווערער צו קלאגן נאך דעם וואס מיר זעהן אז שיבת ציון האט זיך אנגעפאנגן.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 3:31 pm

· #133958
1. אין געוויסע תקופות בזמן הבית זענען די אידן געווען באשיצט אין אר"י דורך אפמאכן מיט אנדערע פעלקער, ווי למשל מצרים בימי ירמיהו, וואס די נביא האט זיי געזאגט זיי זאלן זיך נישט פארלאזן אויף מצרים קעגן בבל.

2. דאס אז אידן זענען אין א שטענדיגע סכנה איז געווען אין אסאך תקופות בימי שני הבתים, נאר די זעלבע שומר ישראל וואס האט זיי דעמאלס אפגעהיטן טוהט דאס היינט אויך.

DotCom » דינסטאג יולי 16, 2013 3:38 pm

· #133959
@לעיקוואד איך זעה נישט די מעלות ברו"ג פון האבן א אייגענע מיליטער און מכלומפרשט שולט זיין אויף אנדערע מדינות, ווען דאס גאנצע זיכערקייט הענגט אויף א האר, אידן אין אמעריקע לעבן רעלאטיוולי אין אסאך מער א זיכערע לאנד ווי אידן אין ארץ ישראל.

אוודאי אם השם לא ישמר... אבער זיך צו פרייען מיט דעם און זאגן דאס איז באמת גוט נאר בעסער האט נישט קיין שיעור? איך פארגין אלע מיינע שונאים אזא לאנד מיט אזא זיכערקייט.

און כ'ווייס נישט פארוואס די מאכסט אזוי אוועק אמעריקע', הילף, נעווער מיינד די געלט אבער די כוח? דו האלטסט באמת אז אן אמעריקע'ס בעקאפ וואלט איינער מורא געהאט צו גיין אין מלחמה מיט ארץ ישראל? דו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

@געפילטע פיש אמת, אבער ס'שטייט דאך אז די דריטע גאולה וועט זיין מער פון די ערשטע צוויי, (פרעג מיך נישט יעצט וואו ווייל איך בין אין בעט), בקיצור, אויב דאס מיינט מען מיט שיבת ציון ןואלט איך ענדערש געטשאסט גלות, ס'נישט פאר מיר.
בלאט: 1 2 3