☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תגובות אשכול

תגובות אשכול

308 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #420
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

טעפל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:01 am

· #98357
קאווע שטיבל באגריסט דעם אלעמען באליבטען חבר, וואס געט אזוי פיל צו (כ'בין גאר נישט אזוי זיכער) צו אונזער טייערן שטיבל. ה"ה מורינו ורבינו
ר' טעפל שליט"א
פארן אנקומען צו
1,000 תגובות!!!

דער אייבערשטער זאל העלפן אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין הערליכע ארבייט און אונז ווייטער מהנה זיין!!!
כה לחי טעפל!!
I love you!!


ווי מ'זאגט אין העברעאיש "אם אין אני לי מי יחמיא לי"

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:58 am

· #98410
מזל טוב, מזל טוב, א שמחה פארן גאנצן עולם דא, אונזער באליבטער טעפל, דער גרעסטער מכניס אורח אין שטיבל, וועלכע גיט יעדן איינעם, א חוץ די געווענליכע קאווע, אויך א טעפל מיט קוקיס און מאכט אלע פרישע געסט זיך שפירן איינגענעם און היימיש, ווי אויך טיילט ער לייקס און קענדיס לרחצה לכל דכפין, בכלל טיילט ער קאמפלימענטן פאר די חברים מיט זיין זעלטענע ברייטע הארץ, און אויסער דעם איז ער מהנה מיט יעדע תגובה, צי אין אידיש צי אין לשון קודש, מיט א גוט ווערטל בכל עת ועונה, שואל כענין ומשיב כהלכה, ברענגט שיינע בילדער אונז צו מהנה זיין...

WE LOVE YOU INDEED !!!

טעפל » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:27 pm

· #98576
טענקס פאר די ווארעמע ווערטער!!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:22 pm

· #98617
[ציטאט אראפגענומען]


נישט געקענט ארויסברענגען בעסער!

טעפל » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:28 am

· #98793
נאר אויף זיך ארום דרייען מיט אזעלעכע אידען אין איין שטיבל האט זיך אלעס געלוינט, מי יתן און מיר זאלן אלעמאל זיך האלטן צוזאמען דא!!

לעמיל » פרייטאג אפריל 5, 2013 11:53 am

· #101667
קאווע שטיבל און אירע מיטגלידער באגריסט דעם אלעמען באליבטען חבר, וואס געט אזוי פיל צו צו אונזער טייערן שטיבל.
ה"ה

מורינו ורבינו ר' אנאנים שליט"א

פארען אונז מהנה זיין מיט 1,000 תגובות! כן ירבו


דער אייבערשטער זאל העלפן אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין הערליכע ארבייט און אונז ווייטער מהנה זיין!!!
כה לחי אנאנים!!
we love you!


ידידינו ר' אנאנים
ביסט א פראכט און שטאלץ פאר אונזער שטיבל!

יאיר » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:55 pm

· #101697
ג"א מצטרף, לכבוד ידידי ידען ובקי בכל עניני מדע וחכמה הרה"ג ממי שאמרו שליט"א. פירותיך מתוקים, צלך נאה, אמת הקאווע עוברת תחתיך. יהי רצון שנזכה עוד רבות בשנים ליהנות מזיו נועם אמרותיך.
הק' יאיר
פה בית הקפה

יואב » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:55 pm

· #101698
יאיר
ג"א מצטרף, לכבוד ידידי ידען ובקי בכל עניני מדע וחכמה הרה"ג ממי שאמרו שליט"א. פירותיך מתוקים, צלך נאה, אמת הקאווע עוברת תחתיך.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 5, 2013 1:05 pm

· #101712
מזל טוב ממי, אי"ה ביי צוויי טויזענט בקרוב.

ברסלבער » פרייטאג אפריל 5, 2013 5:22 pm

· #101802
גם אני מצטרף מיט די מזל טוב'ס צו ממי, אסאך אינטערעסאנטע ידיעות בין איך געוואויר געווארן פון דיינע הערליכע מאמרים, כה לחי!
זאל דיר דער באשעפער באצאלן מיט אלעס גוט'ס אויף אייביג.

מאטי » פרייטאג אפריל 5, 2013 6:37 pm

· #101821
מזל טוב ממי שאמרו דיינע רייכע ידיעות אויף אלע שפראכן ממש א פראכט. א זייטיגע נקודה,קען מען רעכענען א תגובה -וואס זאגט בלויז א מזל טוב פאר א צווייטען וואס האט געשריבן תגובות -פאר א טויזענסטער תגובה? Just kidding

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:02 pm

· #102887
פונעם בעסטן קינד האט מען פארגעסן? האב איך אפשר נישט גוט באמערקט?
טאקע שוין אביסעלע שפעט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל!


מזל טוב ידידינו היקר "ידען"!
פארן ווערן א חבר ותיק!
מיט אזויפיל שיינע הודעות, און נאך דערצו א איבערגעגעבענע אחראי!


כן ירבו!
ויה"ר שתצליח לעלות מעלה מעלה
צו אונזער אלעמענס צופרידנהייט!

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:11 pm

· #102900
שמעקעדיג דו קענסט שוין אונהייבען אונגרייטען דיין 5000 תגבה

משה געציל » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:58 pm

· #102925
מזל טוב ידען!
דו ביזט א פראכט און שטאלץ פאר'ן שטיבל!

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:36 pm

· #103097
מזל טוב ידען אויף די צוויי טויזענסטע תגובה, דיינע תגובות, שאלות, און אשכולות (איידיעס) בארייכערען אונזער שטיבל, און די שעות וואס דו לייגסט אריין אלס אחראי איז פון די מתן בסתר מתנות וואס קיינער ווייסט נישט דערפון.

newkave » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:57 am

· #103212
פארוואס ניצט דא יעדער די ווארט 'פראכט'?

שמעקעדיג » זונטאג יוני 2, 2013 4:35 am

· #120270
קע"ה דער שטיבל פארברייטערט זיך און די מזל טוב'ס וואקסן, שוין שווער מיטצוהאלטן דא מיט אזויפיל יואלי'ס

לאמיר געבן א מזל טוב פאר 2 חשוב'ע ניקס וועלכע זענען לעצטנס געווארן "חברי ותיק" מיט 2,000 תגובות, און איך זעה נישט אז מען זאל זיי שוין האבן געוואונטשן מזל טוב

צום ערשטן איז אונזער וואוילער
לעמיל
וועמען מען האט שוין אויסגערימט עטליכע מאל

און צווייטענס אונזער באליבטער זיסער
נולד מאוחר
וועלכער צווינגט אונז צו שמייכלען מיט זיינע קורץ-און-שארפע תגובות

יה"ר אז ענקערע תגובות זאלן זיך מערן נאך און נאך, לשמחת לב כל מבקשי השטיבל!

ידען » זונטאג יוני 2, 2013 10:18 am

· #120292
שמעקעדיג
פונעם בעסטן קינד האט מען פארגעסן? האב איך אפשר נישט גוט באמערקט?
טאקע שוין אביסעלע שפעט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל!


מזל טוב ידידינו היקר "ידען"!
פארן ווערן א חבר ותיק!
מיט אזויפיל שיינע הודעות, און נאך דערצו א איבערגעגעבענע אחראי!


כן ירבו!
ויה"ר שתצליח לעלות מעלה מעלה
צו אונזער אלעמענס צופרידנהייט!

איך בין רויט. איך שעם מיך. כאב נישט באמערקט ביז יעצט אז דו האסט אזוי שיין מיך געווינטשען און באגריסט.

ישר כח פאר יעדער וואס האט שיין געשריבען
די ווארעמע חיזוק האט מיך יעצט געגעבען א בוסט אזוי ווי קאלטע וואסער אין אזא הייסע טאג ביים כינוס....

איך דארף יעצט גיין לייענען די גאנצע אשכול צו זעהן אויב מע האט מיך נאך ערגעץ גערימט?

ידען » זונטאג יוני 2, 2013 10:20 am

· #120293
יאיר
ג"א מצטרף, לכבוד ידידי ידען ובקי בכל עניני מדע וחכמה הרה"ג ממי שאמרו שליט"א. פירותיך מתוקים, צלך נאה, אמת הקאווע עוברת תחתיך. יהי רצון שנזכה עוד רבות בשנים ליהנות מזיו נועם אמרותיך.
הק' יאיר
פה בית הקפה

כאב געלייקט ווייל קודם האבעך געמיינט אז דו שרייבסט וועגען מיך....

אבער פאר ממי שאמרו קומט זיך טאקע די נאמען ידען.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 1:44 pm

· #125476
מזל טוב ידידינו הרבני הנגיד והיקר "יאיר"
פארן ווערן א "חבר ותיק"!

והוא אחד ומי ישיבנו!
דער שפיגעלע און קרוין פון שטיבל מיט זיינע קלוגע טיפזיניגע תגובות,
אבער נאך אלץ השוה לכל נפש
מיר באלעקן זיך די פינגער מיט יעדע איינצעלנע תגובה!
ולמה נקרא שמו יאיר, שהרי מאיר לארץ ולדרים עליה


כן ירבו!
ויה"ר שיצליח לעלות מעלה מעלה
צו אונזער אלעמענס צופרידנהייט!
און זיין קיבארד זאל זיך מער נישט צוברעכן

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 17, 2013 4:38 pm

· #125527
און ער איז אפילו נישטא אפצונעמען זיין מזל טוב.
ממש א מגיפה, יואב, קופערניקעס, טאמבל סוס קומט זיך אויך נאר אריין טוב'לן און ארויס, משה געציל שלאפט אויך אונטער, יאיר קומט זיך לולב שאקלען , און איך רעד שוין אפילו נישט פון ממי שאמרו און לעמאן.
שמעקעדיג, העסט נישט פארגעסן צוצומאכן די לייטס.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 5:05 pm

· #125539
די לייטס שיינט עניוועיס נישט ביז אראונד די קארנער. נעם דיר א פלעש לייט.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 17, 2013 5:07 pm

· #125541
קופערניקעס נעיני, די שפראך זע איך פארשטייסטו. וויזע פלעגט נאר דוד ראזנבערג שרייען אין קעמפ: אז ס'וועט נישט גייט מיט גוטן וועט עס גיין מיט שיינעם!
אז דו ביזט שוין יא דא לאמעך דיר מודיע זיין, מ'רעדט פון דיר גאנץ אפט דא, זעט אויס ס'נאך דא פילינגס...
לדוגמא, קוק אין זר'ס אשכול בלק איז ברוגז (עפעס אזוי), קוק ווי יאנקל באזינגט דיר אינעם אשכול בין איך דער איינציגסטער, און אינעם וועטשערען אשכול שלאגט זיך יעדער ארויסצוגיין עסן מיט דיר אדער כאטש צו ווערן סטאק מיט דיר אין אן עלעוועיטאר.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 10:23 am

· #125740
מזל טוב זר זהב
א-כ-ט ...... ט-ו-י-ז-ע-נ-ט
א מיילסטאן!

מה נאמר ומה נדבר? כ'האב נישט קיין ווערטער!
מעתה אין בי כח לקונן עליהם אלא קראו למקוננות ויקוננו

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 10:58 am

· #125768
מזל טוב בן תמליון
פארן אנקומען צו 1,000 אינהאלטסרייכע הודעות!


כ"ד המאחלים ז.ז. ר.ש.ע. הרוצה באולם שמו.

ג"א מצטרף בלב ובנפש חפיצה חזקיה ברעכער - קעכער

לעמיל » דינסטאג יוני 18, 2013 11:13 am

· #125775
שמעקעדיג
מזל טוב זר זהב
א-כ-ט ...... ט-ו-י-ז-ע-נ-ט
א מיילסטאן!

מה נאמר ומה נדבר? כ'האב נישט קיין ווערטער!
מעתה אין בי כח לקונן עליהם אלא קראו למקוננות ויקוננו

מזל טוב זר, איך בין אזוי אמאשענעל אז איך קען גארנישט צולייגען

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 11:48 am

· #125802
זר זהב
הרוצה באולם שמו.

👍

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 18, 2013 11:55 am

· #125807
אכט טויזענט עס רינט מיר טרערען פון דער אויגען מגודל השמחה, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו,
אכט טויזענט מיינט אוטומאטיש זעכצן טויזענען תגובות, לכל הפחות צוויי רעאקציעס פאר יעדע פון זיינע תגובות.
מזל טוב מזל טוב, נישט פארהאן קיין ווערטער ארויס צוברענגען וואס דאס מיינט פאר דער הצלחה פון אונזערע פרישע קאווע.

ווער רעדט נאך אויב האט ער נאך א ניק צו אפשר גאהר צוויי, על אחת כמה וכמה...

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 6:46 pm

· #126012
א דערמאנונג פאר קופערניקוס!!!

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 7:20 pm

· #126027
מזל טוב פאר די באנוצער-נאמען יום קופערניקוס צו די פיס פון זיין דערגרייכונג צו טויזענט קאמענטירונגען אויף קאווע שטיבעל

ווי עס ווינטשט מיט א פרייליך הארץ לעדיס אקזילערי זאלביטוב מצה בעקערי


גרעסער איז דער וואס ענטפערט מער פון דער וואס בענטשט חנה רבקה שלעפעריג. מזכיר

טעפל » מיטוואך יוני 19, 2013 2:07 am

· #126195
זר ס'איז קוים דא ווערטער דיר צו באגריסען פארן אכט טויזענט.. אבער ווי מ'זאגט פטור בלא כלום אי אפשר, אויף זר האט מען שוין געזאט אלעס, ער איז היינט די קרוין פון שטיבעל רוח החיה, ווען ער שפאצירט נאר אריבער לעבט אוטומאטיש אויף דער אשכול, מיט א גוט ווארט, א גוט ווערטעל, א זאפטיגע קליפ, א אינטערסאנטע אופטוה א.ד.ג. זר ווילאנג דו ביסט דא וועלען מענטשען זיך באסמאקעווען, זיי ממשיך מהנה זיין דעם עולם.
וועגען א דזאב שעם איך מיך שוין צו וואנטשען, אפשר בעט אין פריוואטען קעסטעל.
הצלחה
ידידך טעפל-קאווע שטיבל

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:57 am

· #128525
מזל טוב לידידינו הדגול החביב, נחמד למטה ולמעלה מנעים, שייף איל שייף טאפיק. תורת חסד על לשונו, שיר ושבח רונו. לילותיו כיום יאיר, לשונו עט סופר מהיר, בתגובה
קלה כבחמורה זהיר. ה"ה מורינו מאליפינו מדריכינו, מסדרינו, זרעינו וכספינו. הגה"ח בריח התיכון, עוג וסיחון, לא כממוכן, משקה עם קוכן, תביא משיח'ן. ה"ה
הרבני המופלא המרומם לבדו, יבא בגפו, ריח אפו, שר הזלעפו, משפיע השפעות ממשפיעים הנפלאים.

ה"ה הרב המופלג בגן השלום, אוצר בלום, נופך סאפער ויהלום, עבודתו בלי תשלים, קאוותו מושלם, שונא איסלאם, ידיעתו ב'פילעם. ה"ה ידיד נפש
כל חי, הרבני התורני, קרוינינו, מלכינו, שרינו, יועצינו. ידיו רב לו, כדתו מלוא, הכל צופים בו. הלה הוא החסיד השמון, מלאה כרימון, ערב טוב
קינמון. איש הנעלה, ברום המעלה, יבא ויעלה, לשונו מענה!


ה"ה אחד המיוחד איש החמודות, ורב התגובות


איש האשכולות בה"א הידועה


הרב הגה"ק רבי מאראנצןזאפט שליט"א


לרגל המרוגל נכנסו לעול התורה


זכה בס"ד לכתוב מספרתו תגובתו תרי"ג תגובות!!


{ניגון הידוע אילן אילן פאל השני} אוי אוי אוי תפוזיך מתוקים, ותגובותיך נאים, אמת המיצים עוברת בינינו

ממרום ברכה, יוסף ה' ככה, כה יתן וכה יוסיף, לא לעבור על בל תוסיף*. מיט נאך הערליכע לענגערע ארטיקלען און תגובות אונז בארייכערן. ימים על ימי מלך, לקראת משיחינו נלך.


------------------------
*כ"ז הוא לשיטת התוס' דליכא בל תוסיף רק אם האדם עושה מצוה שמחויב בה ומוסיף עלה, משא"כ בנידן דידן וק"ל. ומכ"מ מעלות כבוד יעשה שאלת חכם.

-

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:07 am

· #128531
נאך אזא מזל טוב פון אונזער ר' זר'ל בלייבט נישט קיין סאך, מאראנצען זיי ממשיך מהנה זיין דעם עולם מיט דיינע זאפטיגע שמאלצעדיגע רייכע אשכולות און זיי "משפיע" ווייטער אויף אונז אינטערעסאנטע נושאים!

איך אויך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:30 pm

· #128572
זרל איך מיין זאלסט ארבייטן אינעם איד אפיס מנסח זיין באגריסן ,סיריעס.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:34 pm

· #128576
😂 דו ווילסט אונטערברענגען דעם איד...!!

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:23 pm

· #128620
אוי זר'עלע זר'עלע איך וויין פאר געלעכטער און איך באלעק מיך פון אזא פלוצימדיגער טאפ לעבער. ביזט א קונסט שרייבער און מ'עט דיך רעקאמענדן פאר מצליח.
כ'על תשובה טון, איך זאד דיר צו, העסט מער נישט מוזן ניצן קיין טאטפיקס, און אפילו נישט ארויסגיין מיט מיר אויף וועטשערע הנקרא סאפער.
לאז די אלע קאלירן פאר א רעינבוי, כ'על אי"ה עפענען נאך א שיינער אשכול, וואס וועט זיין א תשובות המשקל פאר מיינע פוילעראציעס לעצטנס, און די קרעדיט וועט זיין אינגאנצן דיינס.
לאוו יו מיי בוי.
כמעט פארגעסן:
@זר זהב @זרש כסף

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 1:08 am

· #129111
בדחן.

I'm back » דינסטאג יולי 30, 2013 4:49 pm

· #137316
קיינער האט נישט געוואונטשען אונזערע @berlbalaguleh לכבוד די 2000'סטע תגובה.

רבי בערל, ווערט נישט באליידיגט, עס איז פשוט צוליב דעם וואס די שרייבסט עטליכע תגובות אויפאמאל, מילא מיינט מען אז מען קען שוין צו-ווארטן צום 3000'סטן.

עניהאו, זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין ווי ביז אהער, און אפילו נאך מער!!

פרישער » דינסטאג יולי 30, 2013 7:02 pm

· #137329
איך האב א חשד אז איים בעק איז פעטערגריפען

ער גלייכט נומער טויזענט אבער קען זיך נישט איינהאלטען פין געבען א מזל טוב פאר בערל

עניוועי מזל טוב בערל עלי והצלח, יהא רעווה שיעלה מעלה מעלה על במתי האלפים, איי געס ווען מען קימט אן צי אזעלכע ציפערן ציילט מען שוין יעדע תגיב'קעלע, נאר ביי דו הינדערטער אדער גאר טויזענטער

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 3:13 am

· #138915
א מזל טוב פאר ונבנתה העיר פאר'ן אפשרייבן דעם היסטאריש מיענינגפולע ציפער פון 770 תגובות.

טעפל » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 9:37 am

· #138926
זר זהב
א מזל טוב פאר ונבנתה העיר פאר'ן אפשרייבן דעם היסטאריש מיענינגפולע ציפער פון 770 תגובות.

איך האב געזוכט צו ס'איז אמת אדער סתם א דזאוק, איך זוך נאך..

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:16 pm

· #139370
ווען איך האב געשריבן דא אויף קאווע שטיבל אין מיין פריערדיגע ניק/גלגול, זענען געווען גאר געציילטע, אפשר 3-4 ניקס מיט מער ווי טויזענט תגובות.

עס איז דורך א שטיק צייט, און די תגובות נומערן שטייגן כסדר.

וויל איך פרעגן- זענען נאך דא באשטימטע נומערן (מיילסטאונס) ווען מען דארף שרייבן א ספעציעלע תגובה?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:19 pm

· #139372
זיכער. ס'דא קודם די קאמען מילשטיין נומערן ווי למשל 100, הגם מ'פירט זיך נישט ביי 100 צו סעלעברעטען איז עס אבער פארשטענדליך, ביי 1000 2000. אנדערע ווי ונבנתה וואלט געדארפט שרייבן ביי 770 א לענעגער תגובה. א זאלי דארף שרייבן ביי 152. א ארויני קען שוין שרייבן ביי 13

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:20 pm

· #139373
שוין, איי עם טו לעיט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:21 pm

· #139374
ווער א זאלי

I'm back » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 2:22 pm

· #139376
@זר זהב, אפשר ווייסט @לכבוד שבת קודש ווען א פאפאנע דארף סעלעברעיטן?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 7:03 pm

· #155048
מל טוב "איך אויך" פארן ווערן א חבר ותיק 2,000.
כשם שנכנס ביז דא, זאלסטו ווייטער מהנה זיין דעם עולם (אן שטעכערייען...)

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 8:43 pm

· #155069
טענק יו שמעקי ידידי (ווי זעהסטו א שטעך? העכסטענס א קניפ.)

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:05 pm

· #155084
ווען דו דערמאנסט דעם ספר חסידים (ס"ח)... 😂

פרישער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:45 pm

· #161643
מזל טוב@היימישער ליטוואק פאר ווערן דערהויבן צים ראנג פון ואת האלף.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7