☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תגובות אשכול

תגובות אשכול

308 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #420
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

טשולענט » זונטאג יאנואר 19, 2014 11:06 pm

· #177572
פ-י-נ-ע-ף ט-ו-י-ז-ע-נ-ט.....

דאס איז די מספר פון תגובות וואס ידידינו וידיד כל הבית הקפה הר"ר קאווע טרינקער האט אונז געגעבן צו אריינזופן.

קיפ איט אפ

shem-tov » זונטאג יאנואר 19, 2014 11:16 pm

· #177574
לחיים קאווע.

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 19, 2014 11:17 pm

· #177575
מעגסט זיך לערנען פון ק"ט און געב אונז צו פרעסן אביסל מער טשולענט

מאטי » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:46 pm

· #179142
מ 😃 😃 ז 🙂 🙂 ל

ט 😞 😮 ו 😲 😕 ב

ב 😂 😂 ע 😠 😠 ר 😛 😛 ל 🙄 🙄

ב 😳 😳 ע 😢 😢 ל.

ע 🙄 🙄 ג ❗ ❗ ל 🤓 🤓 ה

ל ר 🤓 🤓 ג 😁 😁 ל

ז 👍 👍 י ❗ 😛 י 🤓 🤓 ן

א נ ק ו מ ע ן

צ ו

0 0 0 😛 😛3

ת ג 👍 👍 ו ב ו ת

😂 😂 😂 👍 👍 😃 😃 😃 😃

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:52 pm

· #179146
בערל נוצט קיינמאל נישט די גרויליגע גרויסע בראנע סמייליס
נעם זיי ארויס אין איך שענק דיך א לייק

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 26, 2014 12:02 am

· #179153
מאטל, איך רייס זיך... וואס דיר פאלט אלס איין....

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:40 pm

· #179407
מאטי: א יישר כח, א שיינעם דאנק, תודה רבה,Thank you very much, Merci beacoup, muchas gracias, koszonom szepen, spasiba.
👍 👍 👍 😃 😉 😮 😕 😎 😂 😠 😛 😳 🙄 🙄 😐 💡 VVV
דיין תגובה וואלט געפאסט אריינצולייגן אין פאעזיע אשכול (אויב ס'איז דא אזא מין זאך(.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 12:42 pm

· #181524
אזוי ווי א יתום וואס מאכט זיך אליינס חתונה. גיי איך זיך אליינס ווינטשן א מז"ט לכבוד מיין שמחה של מצוה פון אנקומען צו 900 תגובות יעדע תגובה געוויגן און געמאסטן אדורכגעזיפט אז ס'זאל זיין אמת אן נגיעות און אן א שמץ של איסור, שקר, חניפה וכהנה וכהנה. ס'קומט אן זייער שווער ווען מ'דארף אכטונג געבן אויף יעדן ווארט אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן. זאל מיר דער באשעפער העלפן צום ווידערזען ביי 1000 תגובות און גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר גאר אסאך לייקס!




.

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:05 pm

· #181525
מזל טוב צו דיין ניינטע חתונה.

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 11:58 am

· #182025
אה אה כ'בין ענדליך אנגעקומען צו 400

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 12:10 pm

· #182028
מזל טוב א גרויסע שמחה פאר אונז

shem-tov » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 9:37 pm

· #183880
קומט אויס אז דער ווילנער גאון האט גערעדט יודיש?

מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:22 pm

· #184390
מזל טוב דער פינטעל איד פאר זיין טויזענטסטע תגובה. ווען קאווע שטיבל איז ווען נישט בייעסד וואלסטו שוין געהאלטן ביי דריי אין ניינציג טויזענט לייקס....... פארוואס? ס'שטימט?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:13 pm

· #184412
יש"כ מאטי, החייתנו!
..... איך וואלט אוודאי געהאט מער לייקס ווען א צווייטער שרייבט עס ווען, און זיכער יעצט וואלט איך געהאט א שטויס מיט מזל טוב'ס לכבוד מיין טויזנט
תגובות. קוק אהער נאר איינער ווינטשט מיר א מזל טוב! איז עס נארמאל?
זעט אויס אז אויסשרייען דעם דבר האמת-שרייבן נאטורלעך מיט זיין פאפולער איז מוטעלי עקסקלוסיוו

פיטומי מילי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:11 am

· #184473
דער (פינטעל) איד
יש"כ מאטי, החייתנו!
..... איך וואלט אוודאי געהאט מער לייקס ווען א צווייטער שרייבט עס ווען, און זיכער יעצט וואלט איך געהאט א שטויס מיט מזל טוב'ס לכבוד מיין טויזנט
תגובות. קוק אהער נאר איינער ווינטשט מיר א מזל טוב! איז עס נארמאל?
זעט אויס אז אויסשרייען דעם דבר האמת-שרייבן נאטורלעך מיט זיין פאפולער איז מוטעלי עקסקלוסיוו

!!!True Motty is the best

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:55 pm

· #184565
מזל טוב @דער (פינטעל) איד. אסאך נחת פון די תגובות און פון אלע אנדערע.

איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט איינעם איבער די סיבה פארוואס קינדער זענען זיס. יענער האט גע'טענה'ט אז די סיבה איז ווייל זיי זענען זייער נאטורלעך, וואס זיי טוען איז מיט אן אמת. זיי האבן נישט קיין שום חשבונות, זיי טוען וואס זיי מיינען באמת אן קיין פאליטיק, און דאס איז די חן וואס זיי האבן. און ווען עלטערע מענטשן זאל זיך אויך אויפפירן נאטורלעך און מיט אמת וועלן זיי אויך האבן א חן און זיין באליבט ביי מענטשן.
איך האלט אבער אז דאס איז נישט אינגאנצן אמת. שטעלט זיך פאר ווען דער עולם וואלט געהאט די "נאטורליכקייט" פון די קינדער, ווען איינער ווערט גערעגט וועט ער נעמען ווארפן טעלערס, ווייל ער פיהלט נאטירלעך אזוי. ווען מען האט געענדיגט באקן א שיינע קעיק וועט ער אראפ גראבלען א גרויסע שטיק, ווייל זיין נאטורליכע אינסטינקט זאגט אזוי. אדער ווען איינער דארף ארויסגיין וועט נישט ציווארטן ביזן בית הכבוד נאר עס ערלעדיגן אויפן ארט, ווייל אזוי פארלאנגט זיין נאטור. דאס וואלט דאך געווען א קאטאסטראפע. עס וואלט בכלל נישט געווען זיסלעך.
אלא מאי מוז מען זאגן אז די זיסקייט פון קינדער איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט זיי געגעבן, ווייל אן דעם וואלט מען זיי ארויס געווארפן פון פענסטער רח"ל. האט דער אייבערשטער זיי געגעבן אזא חן און זיסקייט וואס זאל באלאנצירן די שוועריקייטן וואס זיי מאכן אן.

כלל היוצא איז אז נישט אייביג איז נאטורלעך זיס. אן ערוואקסענער מענטש דארף האבן די כוחות דווקא נישט צו זיין אייביג צו נאטורלעך. ער דארף קענען שפילן אביסל פאליטיק, און דוקא דאן האט ער א חן און איז געשמאק צו הערן וואס ער האט צו זאגן.

איי וועסטו פרעגן וואו קומט עס דא אריין? איך ווייס אויך נישט. איך האב זיך פונקט יעצט דערמאנט דערפון.

איש עברי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:16 pm

· #184575
איך מעג מיך אליינס וואנטשען לחיים אויף מיינע 700 לייקס?

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:56 pm

· #184591
פינטעל פינטעל
אז מזל טוב פאר כבוד ידידי אהובי המאור הגדול מוה"ר @דער (פינטעל) איד שיחי' פאר זיין דערגייכען צום ואת האלף תקח לך.

איך געדענק נאך זיין ערשטע תגובה דא פונקט ווי איך געדענק זיין טויזענסטע, א נחת צו האבען אזא פערשוין, מיום הולדו האב איך איהם נאך געקוקט, יא יא איך האב געהאט א גוטע אויג, געקוקט האב איך אויף א קליינע פינטעלע געזעהן האב איך זה הקטן גדול יהיה.

צלח ורכב ויתרומם קרנו על כל סביבותו וימצא חן בעיני קוראיך ויראיך.

אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:04 pm

· #184592
פינטעל פינטעל, במה אברכך?!
כשה אחד בין שבעים זאבים- שטייט איין הארטע מכבי פעלזן פעסט, און אן קיין ברעקל מורא שרייט ער אויס דעם דבר ה'!
ס'איז מיר נאר געבליבן צו וואונטשן שכל נטיעות שנוטעים ממך יהי' כמותך, פינטעל.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:47 am

· #185115
אודה ד' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
ברוך שהחיינו והגיענו לעת הזאת.

האַלאָ, מצטמק'ל טייערע, וואס ביסטו אזוי פרייליך ווי א ראזשינקע? מען וואלט געקענט מיינען אז מען האט דיך מכבד געווען מיט סנדקאות ביי דיין עלטסטע איר אייניקל, בארואיג זיך, לשמחה מה זו עושה? האסט סך הכל געשריבען דיין הונדערט'סטע תגובה, נו מה כל הרעש?
איז לאמיך מיט-טיילן מיט אייך, מיינע טייערע פריינד, חבירים וידידים אמיתים, וואס קומען אריין דא אין שטיבעל צו טועם זיין פונ'ם געשמאקע'ן רייכע'ן קאווע וואס ווערט דא פארטיילט, דורך אויס אלע שעות וואס מיר אידען זענען ערלויבט צו טוען מלאכות, צו וואס איך בין אזוי פרייליך.
איך האלט טאקע נאר ביי מיין מאה'לע, אבער עס איז אסאך מער פון דעם, גייטס נאר צירוק צו מיינע ערשטע פאר תגובות, וועט איר פארשטיין מיין שמחה, מיין ספעלינג, גרעמאטיג, איז געווען עפעס אום-אויס-האלט-באר, שרייבן האב איך קיינמאל נישט געקענט, פארקערט עס איז מיר געווען שווער ווייל א רעדנער בין איך יא (ווייס איך אויך נישט וויפיל איך טויג, אבער למעשה איז עס אזוי) און א בעל דרשן, מיין איך איז א שטיקעל סתירה צו א שרייבער, עס איז גאר א צווייטע טאלאנט, און מען קען נישט שרייבן די וועג ווי אזוי מען רעדט. ווי למשל, ארויס ברענגען דראמאטישקייט, געפיל, שמחה, הרגש, טרערען, וכו' וכו' איז גאר א צווייטע פרשה ביים רעדן ווי ביים שרייבן, ממילא איז מיר דאס געווען שווער.

אבער בחסדי השם איז דא אזא זאך ווי אונזער געשמאקע שטיבעל, וואס צו איר באטעמטקייט איז דאך נישט דא קיין גרעניץ, שטענדיג איז דא אזוי פיין "שמעקעדיג", אזוי אז יעדע "קאווע טרינער" און "איש עברי" אדער "היימישע ליטוואק", וואס קומט מיט "berlbalagule" גלייך פון "לעקוואד", אריין צום שטיבל , זאל'ן זיך שפירן באקוועם, און איינגענעם, און אויב שמעקט דיך נישט אויפ'ן מינוט א "פיינע קאווע", וועט קיינער נישט פרעגן "פארוואס?" נאר "סא וואט", וועם גייט עס אן? טרינק וואס דיר איז צום טעם, עס מוז דאך נישט זיין דווקא א גלעזעל קאווע, עס קען דאך זיין א קאלט "טעפל" "מאראנצען זאפט" אדער גאר "יין שרף" פריש געקוועטשט פון "מ גפני" , אַהה מחי' , און ווי געשמאק איז צוצובייסען א פיינע "קרעקער" צום קאווע, אדער צולעקן א "לאליפאפ", אוי עס האט דאך אלע טעמים.
און ווי אויך איז שטענדיג פאר אונז אנגעגרייט פיינע " געפילטע פיש" מיט געשמאקע,"סאשי פיש" און "פישעלע הערינג", פריש געברענגט שטענדיג דורכ'ן "פיש כאפער", און אלעס איז עפּראָפט דורכ'ן נוטראליסט, און פארשטייט זיך צום לעצט די הויך געשעצטע "אנאנים", און ווי געשמאק איז, אז בשעת'ן טרינקען קען מען אריינבליקען און א "שיטה מקובצת", און ווערן א שטיקעל "ידען", אדער זיך צוהערן צי די "פטומי מילי" פון "יואב", "יאיר", "הוגה", און אזוי ווייטער כל אחד בשמו יבורך, אלע אזעלכע " איש האשכולות", און מ'קען געשמאק פארברענגען מיט "יואליש", "מאטי", "משה געציל", "ראבון", און לאמיר נישט פארגעסן אז צו יעדע אראפגעלאזטע גאסט וואס קען קוים "פלעין אידיש" האב'ן מיר גרייט דער "ברסלבר" וועלכע איז ווי פארשטענדליך א שטארקע "אפטעמיסט" און מאכט שטענדיג "נאר פרייליך" אזש אז עס לעבט אויף א יעדעם פון די "קלוגער יונגערמאן" ביז די "שטילע יונגערמאן", אזוי אז עס גייט אריין ביז טיף טיף ביז "די פינטעלע איד", און מ'קען אנהייבען פון פריש ביי "אבגד".
און צי בארואיגען דעם מוח איז אויסגעמאלן דורכ'ן "שרייבער" א שיין בילד פונם פראכטפולן "טיטאניק" שיף, אויף א שיינע רואיגער וואסער, אזוי אז עס בארואיגט אפילו דער מיט די "רויטע וואנצעס". ( נו העלפט'ס מיך ארויס, וואו קען איך אריין שטיפען "ונבנתה העיר", "גנדי", איחוד פעלד", "שעפטעל" "סופר ומונה" , ?)

(זייט מיר מוחל אויב איך האב אייך פארגעסן, איך קען דאך נישט געדענקען אלע.)

ממילא מיט אזא געשמאקע שטיבל, האב איך מיר געזעצט צו די עבודה צו איך קען יא אדער נישט, און צוביסלעך צוביסלעך האב איך מיר געלערנט א געוואלד, סיי אין ספעלינג סיי אין גרעמאטיג, אין ווי אזוי אויסצושטעלן א ארטיקעל, ( איך בין ווייט פון א מושלם, אבער איך האב קונה געווען א געוואלד דא) און אלעס איז פארשטייט זיך צו פארדאנקען די חברי השטיבל, כל אחד בשמו יבורך, און לאמיר האפן מען וועט נאך אסאך פארברענגן צוזאמען.

פארשטייט איר שוין מיין שמחה?!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:54 am

· #185117
א לייק פאר'ן מיר דערמאנען. און א מזל טוב פאר 100 שטיק, און פאר'ן זיין מיין חסיד

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:01 pm

· #186266
👍 איך האב דערגרייכט 400 תגובות 👍

מצטמק ויפה » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:45 pm

· #186289
@לאליפאפ איך בין אין שאק, נאר פיר הונדערט?
איך האב קיינמאל נישט געקוקט אויף דיין מספר תגובות, אבער פון דיין שפראך און געשמאקע פעדער, בין איך זיכער געווען אז די האלטסט שוין ביי איבער צוויי טויזענט תגובות, אזש אז איך בין געווען זיכער אז אונז גיי מיר האבן די זכי' די זאלסט אויפטרעטן ביי די קאווע שטיבעל געבורטס-טאג מסיבה, אלס איינע פון די אלטע תושבים אין אונזער שטיבעל.

דריידל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:22 am

· #186301
ארבע מאות ביני ובינך מה הוא. דיינע תגובות זענען צו באלעקן ווי איין לאלי נאכ'ן צווייטן.
קיפ איט אפ

לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:58 pm

· #186622
מצטמק ויפה
@לאליפאפ איך בין אין שאק, נאר פיר הונדערט?
איך האב קיינמאל נישט געקוקט אויף דיין מספר תגובות, אבער פון דיין שפראך און געשמאקע פעדער, בין איך זיכער געווען אז די האלטסט שוין ביי איבער צוויי טויזענט תגובות, אזש אז איך בין געווען זיכער אז אונז גיי מיר האבן די זכי' די זאלסט אויפטרעטן ביי די קאווע שטיבעל געבורטס-טאג מסיבה, אלס איינע פון די אלטע תושבים אין אונזער שטיבעל.

און דיין קאנפידענץ רופט וואונדער אויף דיינע 111 תגובות. שכוח פארן קאמפלימענט סתם אזוי, ווייל כ'פאררעכן מיר ווי א פיצעלע שרייבער דא.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:16 pm

· #187416
1111
איך בין אנגעקומען צו 1111 תגובות. נומעראלעגיס זאגו אז קומענדיג מאל וועט זיין 2222 נישט בעפאר זעקס חדשים. כאפטס אריין צו קוקן אויף אזא אינטערעסאנט נומבער און פרגעסט נישט צואווארפן א לייק פאר אזא דערגרייכונג. (גלייבטס מיר איך וואלט געקענט באשטיין צו טוישן.. ענדערש געוואלט האבן שוין 1111 לייקס און 851 תגובות... כ'פיר אבער נישט דער וועלט)

Capture1111.JPG

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:04 pm

· #188490
חצי אלף תגובות
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:04 pm

· #188492
מזל

מ גפני » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:31 pm

· #188623
לאליפאפ
חצי אלף תגובות
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃

SAME HERE!!!!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:32 pm

· #188624
מזל

איש עברי » מיטוואך מערץ 19, 2014 3:16 pm

· #191339
איך געב לחיים ביי מיר אין שטוב היינט 8 אזייגער שארף לכבוד מיין 500סטע תגובה

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 19, 2014 4:41 pm

· #191364
איש עברי
איך געב לחיים ביי מיר אין שטוב היינט 8 אזייגער שארף לכבוד מיין 500סטע תגובה

ס'דא פארקינג אין פראנט פון דיין הויז?! איך קום שוין אריבער.... 😂 😂 😂

ברסלבער » מיטוואך מערץ 19, 2014 5:12 pm

· #191368
איש עברי
איך געב לחיים ביי מיר אין שטוב היינט 8 אזייגער שארף לכבוד מיין 500סטע תגובה

ווען עס וואלט נישט געווען אזוי פונקטליך וואלט איך אפשר געקומען, אבער 8 אזייגער בין איך גראדע פארנומען...
בכל אופן וואונטש איך דיר א מזל טוב, איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.

טעפל » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 1:08 pm

· #191531
איש עברי
איך געב לחיים ביי מיר אין שטוב היינט 8 אזייגער שארף לכבוד מיין 500סטע תגובה

איך וועל טרייען אריבער קומען מיט ביבי, עכ"פ א הערצליכע מז"ט!

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:21 pm

· #191549
מזל טוב! איך ווער 600 יאר אלט.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:36 pm

· #191573
איך שרייב און איך בין מגיב אבער דער ציפער רוקט זיך נישט ארויף, עס אלץ בלייבט ביים דעם נומער ארום 1350.
דער עולם באמערקט אז איך בין דא מדאי יום ביומו? דער עולם דערקענט אז איך בין מגיב ווען אימער?
עפעס א קאנספיראציע גייט דא פאר אינטער דער טיש, אלזא עפענען א תיק וואס גייט פאהר מיט מיינע ציפערן פון תגובות.

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:54 pm

· #191579
דולה ומשקה
איך שרייב און איך בין מגיב אבער דער ציפער רוקט זיך נישט ארויף, עס אלץ בלייבט ביים דעם נומער ארום 1350.
דער עולם באמערקט אז איך בין דא מדאי יום ביומו? דער עולם דערקענט אז איך בין מגיב ווען אימער?
עפעס א קאנספיראציע גייט דא פאר אינטער דער טיש, אלזא עפענען א תיק וואס גייט פאהר מיט מיינע ציפערן פון תגובות.

1350? איך זעה סשטייט דארט 1385

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 20, 2014 2:40 pm

· #201345
מזל טוב
@סאשי פיש
פון אזויפיל סאשי פיש וואלט מען בעצם געהאט בויך שמערצען
אבער וואס זאל מען טון די מאכסט אינז יעדער מאל הינגעריג אויף נאך
keep on going "bist fine nies" we all enjoy you
📎 1.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 3:06 pm

· #201349
יישר כח סאשי!

אויב איין בילד איז טויזענט ווערטער, איז שווער צו ציילן וויפיל ווערטער דו האסט שוין געשריבן דא!
קיעפ איט אפ, ביסט אונז מהנה.

מצטמק ויפה » דינסטאג מאי 20, 2014 4:04 pm

· #201368
סאשי טייערע, איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן, אז איך, פונקט ווי אנדערע, באלעקן זיך מיט יעדע בילד דיינע. איי וועסטו פרעגן, פארוואס באקומסטו נישט דיינע פארדינטע לייקס? נאר ווי שוין געשריבן דא איז דאס א כללות'דיגע פראבלעם וואס באדערט מיר שוין לאנג, און יעדע מאהל וואס דו לייגסט ארויף א בילד, באדערט מיר עס נאכאמאל. נאר ליידער כדי לקיים אל תפרוש מן הציבור, בין איך מיך אויך אזוי נוהג, אבער געדענק חזק ואמץ מיר האבן אלע שטארק הנאה פון דיינע זאכן, און אונזער נישט לייקן זאל חלילה נישט ווייזן ווי מיר האבן נישט הנאה.

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 20, 2014 4:17 pm

· #201370
מצטמק טראכט נישט אזוי טיף און מאך נישט קיין חשבונות.
האסט הנאה געהאט גיב א לייק
עס וועט מרבה זיין ריעות און געבן א געשמאק פאר די כותבים אהנצוגיין.
איך מיין עס איז א זה נהנה וזה נהנה סיטיועישע"ן
איך בין למפרע מוחל מיין לייק אבער געב עס פאר ווער עס פארדינט עס

און דו סאשי כה לחי גיי אהן

סאשי פיש » מיטוואך מאי 21, 2014 7:40 pm

· #201685
שקויעך @פלעין יודיש און פאר אלע מברכים, והמברך יתברך!!!!!!!

sefish » מיטוואך מאי 21, 2014 7:44 pm

· #201687
איך בין נאר וואס דורך 500 תגובות. איך וויל אבער מוסר מודעה זיין אז איך נעם נישט אן קיין מזל טוב'ס אדער לייק'ס.

סאשי פיש » מיטוואך מאי 21, 2014 8:22 pm

· #201696
מצטמק ויפה
אודה ד' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
ברוך שהחיינו והגיענו לעת הזאת.

האַלאָ, מצטמק'ל טייערע, וואס ביסטו אזוי פרייליך ווי א ראזשינקע? מען וואלט געקענט מיינען אז מען האט דיך מכבד געווען מיט סנדקאות ביי דיין עלטסטע איר אייניקל, בארואיג זיך, לשמחה מה זו עושה? האסט סך הכל געשריבען דיין הונדערט'סטע תגובה, נו מה כל הרעש?
איז לאמיך מיט-טיילן מיט אייך, מיינע טייערע פריינד, חבירים וידידים אמיתים, וואס קומען אריין דא אין שטיבעל צו טועם זיין פונ'ם געשמאקע'ן רייכע'ן קאווע וואס ווערט דא פארטיילט, דורך אויס אלע שעות וואס מיר אידען זענען ערלויבט צו טוען מלאכות, צו וואס איך בין אזוי פרייליך.
איך האלט טאקע נאר ביי מיין מאה'לע, אבער עס איז אסאך מער פון דעם, גייטס נאר צירוק צו מיינע ערשטע פאר תגובות, וועט איר פארשטיין מיין שמחה, מיין ספעלינג, גרעמאטיג, איז געווען עפעס אום-אויס-האלט-באר, שרייבן האב איך קיינמאל נישט געקענט, פארקערט עס איז מיר געווען שווער ווייל א רעדנער בין איך יא (ווייס איך אויך נישט וויפיל איך טויג, אבער למעשה איז עס אזוי) און א בעל דרשן, מיין איך איז א שטיקעל סתירה צו א שרייבער, עס איז גאר א צווייטע טאלאנט, און מען קען נישט שרייבן די וועג ווי אזוי מען רעדט. ווי למשל, ארויס ברענגען דראמאטישקייט, געפיל, שמחה, הרגש, טרערען, וכו' וכו' איז גאר א צווייטע פרשה ביים רעדן ווי ביים שרייבן, ממילא איז מיר דאס געווען שווער.

אבער בחסדי השם איז דא אזא זאך ווי אונזער געשמאקע שטיבעל, וואס צו איר באטעמטקייט איז דאך נישט דא קיין גרעניץ, שטענדיג איז דא אזוי פיין "@שמעקעדיג", אזוי אז יעדע "@קאווע טרינקער" און "@איש עברי" אדער "@היימישער ליטוואק", וואס קומט מיט "@berlbalaguleh" גלייך פון "@לעיקוואד", אריין צום שטיבל , זאל'ן זיך שפירן באקוועם, און איינגענעם, און אויב שמעקט דיך נישט אויפ'ן מינוט א "@פיינע קאווע", וועט קיינער נישט פרעגן "@פארוואס?" נאר "@סאו וואט", וועם גייט עס אן? טרינק וואס דיר איז צום טעם, עס מוז דאך נישט זיין דווקא א גלעזעל קאווע, עס קען דאך זיין א קאלט "@טעפל" "@מאראנצןזאפט" אדער גאר "@יין שרף" פריש געקוועטשט פון "@מ גפני" , אַהה מחי' , און ווי געשמאק איז צוצובייסען א פיינע "@קרעקער" צום קאווע, אדער צולעקן א "@לאליפאפ", אוי עס האט דאך אלע טעמים.
און ווי אויך איז שטענדיג פאר אונז אנגעגרייט פיינע " @געפילטע פיש" מיט געשמאקע,"@סאשי פיש" און "@פישל'ע העררינג", פריש געברענגט שטענדיג דורכ'ן "@פיש כאפער", און אלעס איז עפּראָפט דורכ'ן @נאטרוליסט, און פארשטייט זיך צום לעצט די הויך געשעצטע "@אנאנים", און ווי געשמאק איז, אז בשעת'ן טרינקען קען מען אריינבליקען און א "@אנאנים", און ווערן א שטיקעל "@ידען", אדער זיך צוהערן צי די "@פטומי מילי" פון "@יואב", "@יאיר", "@הוגה", און אזוי ווייטער כל אחד בשמו יבורך, אלע אזעלכע " @איש האשכולות", און מ'קען געשמאק פארברענגען מיט "@יואליש", "@מאטי", "@משה געציל", "@אנאנים", און לאמיר נישט פארגעסן אז צו יעדע אראפגעלאזטע גאסט וואס קען קוים "@פלעין יודיש" האב'ן מיר גרייט דער "@ברסלבער" וועלכע איז ווי פארשטענדליך א שטארקע "@אפטעמיסט" און מאכט שטענדיג "@נאר,,פרייליך" אזש אז עס לעבט אויף א יעדעם פון די "@קליגער אינגערמאן" ביז די "@שטילע אינגערמאן", אזוי אז עס גייט אריין ביז טיף טיף ביז "@דער (פינטעל) איד", און מ'קען אנהייבען פון פריש ביי "@אבגד".
און צי בארואיגען דעם מוח איז אויסגעמאלן דורכ'ן "@שרייבער" א שיין בילד פונם פראכטפולן "@טיטאניק" שיף, אויף א שיינע רואיגער וואסער, אזוי אז עס בארואיגט אפילו דער מיט די "@רויטע וואנצעס". ( נו העלפט'ס מיך ארויס, וואו קען איך אריין שטיפען "@ונבנתה העיר", "@גנדי", @איחוד פעלד", "@שעפטל" "@אנאנים" , ?)

(זייט מיר מוחל אויב איך האב אייך פארגעסן, איך קען דאך נישט געדענקען אלע.)

ממילא מיט אזא געשמאקע שטיבל, האב איך מיר געזעצט צו די עבודה צו איך קען יא אדער נישט, און צוביסלעך צוביסלעך האב איך מיר געלערנט א געוואלד, סיי אין ספעלינג סיי אין גרעמאטיג, אין ווי אזוי אויסצושטעלן א ארטיקעל, ( איך בין ווייט פון א מושלם, אבער איך האב קונה געווען א געוואלד דא) און אלעס איז פארשטייט זיך צו פארדאנקען די חברי השטיבל, כל אחד בשמו יבורך, און לאמיר האפן מען וועט נאך אסאך פארברענגן צוזאמען.

פארשטייט איר שוין מיין שמחה?!

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 21, 2014 10:46 pm

· #201722
האסט אמאל געליינט א צייטונג אן בילדער? ניין. פארוואס? ווייל א צייטונג אן בילדער איז בארינג און קיינער פילט נישט א געשמאק אין דעם.

@סאשי פיש, שכח, שכח, שכח, פאר'ן אונז געבן א צייטונג מיט בילדער מכל המינים. צו לאכן, צו וויינען, צו טאנצן, און זיך צו רעגן. ברודער! U ROCK


בד"וו איך וויל ווערן באגראבן לעבן דיר, פשוט, איך וויל נישט זיין bored.

מ גפני » מיטוואך מאי 28, 2014 6:20 pm

· #203274
אשכולות אויפוועקער
אזוי מיר זענען ב"ה אויפגעראכטן געווארן און מיהאט אונז דא אנגעברענגט אן "אשכולות אויפוועקער" וואס פילט אן דעם גאנצן בלאט פון "אקטיווע אשכולות" מיט אויפגעוועקטע אשכולות, וואס נישט יעדער איינער וויל דאס יעצט לייענען, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אן איידיע, אז די אלע "אויפגעוועקטע אשכולות" זאלן באקומען אן אנדערען קאליר ביי די זייט (נישט רויט וואס איז די סטאנדארד פאר א אשכול וואס האט אן אומגעליינטע תגובה)
וואס האלט דערוילעם??

איך אויך » מיטוואך מאי 28, 2014 7:14 pm

· #203283
געוואוט אויף יא.

מ גפני » דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:36 pm

· #203462
מ'דארף טעג'ן די גבאים דערוועגן

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:53 pm

· #203465
מיט דיר All the way

מ גפני » דינסטאג יוני 10, 2014 11:01 am

· #205169
מיין 800'סטע תגובה!!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7