☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בגן רבי שלום

בגן רבי שלום

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3591

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:45 pm

· #108864
בגן רבי שלום
היות ס'האט זיך געמאכט א שמועס איבער אים און זיינע ספרים אין אן אנדערן אשכול, האב איך גענומען די מי.
ליינט און האט הנאה.


רבי שלום ארוש איז א בעל תשובה, א תלמיד פון רבי אליעזר ברלנד, מגדולי משפיעי ברסלב באה"ק.

לויט ווי ער פארציילט, איז ער אנגעקומען צו רבי אליעזר זייענדיג אין דער ארמיי, ווען איין טאג זענען עטליכע פון זיינע חברים גע'הרג'ט געווארן און ער האט זיך געטראפן אין א רעסטאראנט קייען צווישן איין לוי' און די צווייטע. דעמאלט האט ער אנגעהויבן טראכטן וואס איז לעבן? און פארוואס באוויינט מען דאס? וואס איז די גוטסקייט? פארוואס האט עס א שוויות? וכו'.
ער, מיט זיין גירלפרענד זענען דעמאלט אנגעקומען צו ר' אליעזר, און האבן זיך נישט אוועקגערירט פון אים פאר וואכן לאנג.

ער לייגט דאס אראפ מיט שמאלץ אז ס'רינט ממש די פעטנס. איך האב געטראפן זיין ביאגראפיע אין איינע פון זיינע בגן ספרים וואס ער האט מחבר געווען ספעציעל פאר גוים! איך בין דעמאלט געשטאנען פארענט פון שומר שבת און געליינט מיט דורשט ביז די פוס האבן מיר אנגעהויבן וויי טוען.
ער פארציילט אז ער איז געווען א רייכער יונג, פארמאגט אפילו אן אייגענעם קאר וואס איז געווען שפיץ גליק אין די זיבעציגער יארן. קלוג, שיין, הויך, און געלונגען, געלערנט און פראפעסיאנאל, אלע מיידלעך אין קאלעזש האבן געקלעבט צו אים (ער לייגט עס אראפ מיט מוזיק נאטן...) און ס'האט אים קיינמאל געפעלט גארנישט, און דאך האט ער געשפירט פוסט און האט אלעס אפגעלאזט.
איך זאג אייך ס'ווערד די 15 טאלער וואס כ'האב דעמאלט נישט געהאט אויף מיך.

כהיום איז ער א משפיע און פירט א מוסד כ'מיין ס'הייסט חוט של חסד, וועלכע דארף צו זיין סוקסעספול. ער האט א גרויסע כולל פאר יונגעלייט. הגאון הרב יהושע כהן קומט דארט פארלערנען, און אויך איינער פון די בראנזדורפערס, זעט אויס ער באצאלט.
ער רופט זיך 'שר החיוך', דער הער פון שמייכלען, און אויף זיין אפיס הענגט אזא טאוול.

זיין פאפולעריטעט קומט בעיקר ווייל ער איז דער מחבר פון די וועלטס-פאפולערע "בגן" ספרים: בגן האמונה, בגן השלום פאר מענער, חכמת נשים פאר פרויען, בגן העושר פאר בעלי חובות, בגן עדן מקדם פאר חתן כלה, דער פריערדערמאנטער בגן פאר גוים, און נאך ספרים: א פירוש אויף ליקוטי מוהרן" מיט'ן נאמען כתר מלכות (עפעס אזוי), א ספר געבויעט אויף די מעשיות פון רבי נחמן, און נאך.

זיינע בגן ספרים פארקויפן זיך אין די מיליאנען בלי שום גוזמא, און ווערן איבערגעזעצט אויף 6 שפראכן: אידיש, (כ'מיין דורך א לאנדאנער מכון) לשון הקודש, ענגליש, (דורך אליעזר בראדי), פראנצויזיש, ספאניש און רוסיש, אפשר נאך, איך געדענק נישט.

זיינע ספרים זענען ציכטיג געשריבן מיט א לויטערן לייכטע שפראך שווה לכל נפש. ער שרייבט אסאך שיינע זאכן געבויעט אויף רבי נחמן, פיל מיט אמונה חיזוק און בטחון, און בלאזט אריין הויפענס חיזוק פאר מיליאנען אידן. גם אני האט אמאל געהאט א שווער תקופה און ס'האט מיר ארויסגעהאלפן.

ער איז מסביר בטוב טעם ודעת אז אלעס איז נאר גוט, נישטא קיין שום שלעכטס אויף דער וועלט. גאר פראמינענט פיגורירט דארט א שטיקל תורה פון רבי נחמן אז יסורים זענען נאר 'בדעת' און מיט'ן ריכטיגן פרעספעקטיוו איז נישטא קיין שום יסורים.
בקיצור, ס'איז א ברסלבער ספר, געשריבן אויף זייער א צוגעלאזענער שפראך אז אנשים ונשים 'פשוטים' טרעפן זיך דארט די נשמה. ס'שווער אריינצוגיין אין דעטאלן און מ'קען עס קויפן. ער גיט אויך טעכנישע עצות ווי למשל אז דו האסט נישט קיין זשאב זיץ נישט אגאנצן טאג אינדערהיים.

למעשה רעדט ער צו זייער א ברייטע פלאטפארמע, צו אלע ערליי מענטשן אויף דער וועלט אינעם זעלבן ספר. ער דעקט דביקות, קדושה, ידיעה בחירה, דראגס, געמבלינג, זנות, הוז"ל, אביוז, זיצן אין תפיסה, וכו', אלעס אינעם זעלבן חיבור.
די זעלבע פאר די פרויען, ער רעדט ער פון גרויסע מדריגות, צוזאמען אז מ'זאל גיין צוגעדעקטע האר, איסור נגיעה, חיבה ברבים, וכו', בקיצור א היימיש ווייבל טרעפט דארט זאכן וואס איז איר נישט נוגע, און זי דארף נישט ליינען.

זיינע שלום בית ספרים הייבן זיך מיט א דיסקלעימער, דער מאן טאר נישט ליינען חכמת נשים, און די פרוי בגן השלום. ער לאזט קיינמאל נישט קריטיקירן, אפילו ווען מ'קומט אהיים פסח אויפדערנאכט און די פרוי האלט נישט ביים צושטעלן א סדר. "בלי הערות"! אין מיינע אויגן: אביסל איז ער גערעכט, ווייל ס'טוט ממילא נישט אויף, און אביסל האקט ער אין קאפ, ווייל ווען איך קום אהיים און איך זע ס'איז נישטא קיין סדר נאכט מאך איך א בואו ושלום און איך גיי צו מיינע עלטערן.

ער טענה'ט אז א מענטש דארף מוותר זיין אפילו ווען זיין ווייב ניצט אים אויס די גאנצע געלט, און די עצה פאר אלע פראבלעמען איז, תפלה! אין מיינע אויגן: תפילה איז געוואלדיג, אבער דער וואס קויפט נישט קיין טיקעט קיין אומאן וועט 'נישט' דארט זיין אויף ראש השנה, נישט קיין חילוק וויפיל ער האט געבעטן.

ער איז מסביר אז תאוות המשגל איז אן עונש וואס אדם הראשון איז געשטראפט געווארן נאכ'ן חטא. א מענטש טאר נישט זיין קיין בעל תאוה און מ'קען קיינמאל נישט האבן קיין שלום בית אזוי, אין מיינע אויגן: אויך נישט עפעס אזוי פראקטיש.
ער איז מסביר אז די פרוי איז די שכינה און ווען זי זאגט עפעס איז עס די שכינה וואס רעדט צום מענטש און מ'רופט אים פון הימל. אין מיינע אויגן: קען זיין ס'דא אזא בחינה אין חסדי'שע ספרים, אבער אין פראקטישקייט, איך קען מיין פרוי, גאנץ א פיינע, נישקשה, א בעלת מדות טובות, אבער קלאר נישט די שכינה. און ווען זי שרייט איז עס געווענליך די הארמאנען!

ער שטעלט התבודדות פאר שמירת התורה והמצוות. ער זעט עס ווי יסוד כל התורה כולה. דער וואס האט דאס איז תפלתו נשמעת. דער אויבערשטער טראסט אים, און אידישקייט וועט שוין נאכקומען.
נישט אריינגיין אינעם עצם ענין פון התבודדות און די סיבות עס שולל צו זיין. אבער אזא צוגאנג איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן. התבודדות איז אן ענף אין עבדות ה', א מילתא דחסידותא, וכן שמענו בשם רבי מאטל אז אויב איז מען נישט ערליך איז עס גארנישט ווערד.

זיינע ספרים האבן גאנץ נארמאלע הסמות, הרב מאסקאוויטש אדמו"ר ממעליץ, הרב עובדיה יוסף, און זיין רבי הרב ברלנד. די אידישע 'אין אמונה גארטן' האט א הסכמה פון א היימישן רב איך געדענק נישט יעצט ווער.

כ'האב געהאט נאך זאכן אין קאפ אבער איך בין שוין מיד, אז ס'וועט זיין אן אינטערעסע העט מען שרייבן נאך בלי"נ.

שיעור פארגעסן, סוף 'בגן עדן מקדם' האט ער א חיבור פון א יונגערמאן אויף הל' טהרה מיט מבהיל'דיגע בקיאות'דיגע מראה מקומות אויף פארשידענע עניני מאחורי וואס איז ראוי לשבח פאר זיך.
איין זאך גלייך איך נישט דארט, הגם ער איז א פרומער און ערליכער איז ער זייער מקיל בשמיעת קול זמר שלא בימי טהרה.

הוגה » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:59 am

· #108890
הערליכע באשרייבונג אויף א הערליכע וועלט'ס פיגור. כ'מיין אז אויף אים קען מען שרייבן רשכבה"ג, נישט ווייל זיין טאטע איז געווען א רשכבה"ג און נישט ווייל ער פארט אין אן עסקעלעיד, נאר רשכבה"ג כפשוטו. צענדליגע טויזנטער פון אלע שיכטן און קרייזן האבן שוין געלערנט זיינע ספרים.

די אמת אבער אז ער שרייבט נישט קיין שום חידושים, ווייל אלעס וואס ער שרייבט קומען פון ר'נחמן און ר'נתן'ס ספרים. ממילא קענסטו נישט טענה'ן אז ס'נישט פראקטיש, ר' נחמן איז נישט געווען א פראקטישער מענטש. און מען קען טרעפן אסאך נישט פראקטישע הוראות אין אלע ספרי חסידות. איין זאך וואס ר' שלום איז יא מחדש איז אז ער האט גענומען תורת ברסלב און שיין צוזאמגענומען און הערליך געשריבן אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש.

בגן האמונה איז די יסוד פון חסידות, ווער עס קוקט אריין אביסל אין די ספרי הבעש"ט ובתורתו זעהט אלעס דארט. ר' שלום האט אין דער ספר שיין צינומען די נושא פון אמונה, און ווי אזוי מען דארף זיך פירו אין א יעדע מצב. ווער עס לערנט בגן האמונה דארף שוין בעצם נישט אלע זיינע אנדערע ספרים. הפך בה דכולה בה.

מאראנצעלע, פון דיינע הערות זעה איך אז דו האסט גוט אדורך געלערנט אלע זיינע ספרים. אפשר פארציילסטו מער פרטים איבער די בגן פאר די גוים? איך האב גארנישט געהערט דערפון.

האסט מיר געמאכט לאכן ביי עטליכע זאצן, פיין הומאריסטיש געשריבן.

פון די ספרים און טעיפס זעהט מיר אויס אז ער לעבט ווי ער שרייבט.

אין מיין פערזענליכע אפיניאן, ר' אליעזר בראדי הרג'ט עס אפ. איך האב שוין געהערט ר' אליעזר'ס טעיפס, געליינט בגן אויף ענגליש, ס'נישט די זעלבע.



o

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:16 pm

· #109071
ייש"כ פאר די קאמפלימענטן.
די לשון הקודש'דיגע איז די זאך, די אידישע איז אויך נישט די זעלבע, פארשידענע ענינים ווערן דארט צענזורירט צו קעיטערן, דעם היימישן ציבור, ווי אויך האט עס נישט דער געשליפנקייט ווי די לשון קודש'דיגע.
בנוגע די בגן פאר די גוים איז בערך די זעלבע ווי בגן האמונה נאר אן שמירת התורה והמצוות. אין אנהויב רעדט ער איבער זיין ביאגראפיע. וויפיל איך האב געדענקט האב איך ציטירט.
איך קען אים נישט אבער ס'זעט טאקע אויס ווי ער נעמט עס ערנסט, און לעבט מיט די זאכן וואס ער שרייבט.
איין זאך בין איך נישט באקאנט, אויב ער איז א גלייכער תלמיד פון רבי אליעזר אדער האט זיינע אייגענע ערפינדונגען. מיך זעט אויס די צווייטע צד. איך קען נישט ציען קיין שטריך פון אים צו זיין רבי'ן, ער איז אסאך מער געזעצט און רעאליסטיש.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:54 pm

· #109110
כ'דארף נאכקוקן געהעריג. לפי זכרוני איז ער מתיר צו זינגען זמירות שבת.
ביי אונז - לפי ידיעתי - איז מען מחמיר בכל אופן.
איך האב אמאל גערופען א דיין אויב מיין פרוי מעג מיר זינגען א שטיקל לצורך פרנסה.
ער האט נישט געוואלט מתיר זיין.

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:57 pm

· #109111
ער איז מסביר אז די פרוי איז די שכינה און ווען זי זאגט עפעס איז עס די שכינה וואס רעדט צום מענטש און מ'רופט אים פון הימל. אין מיינע אויגן: קען זיין ס'דא אזא בחינה אין חסדי'שע ספרים, אבער אין פראקטישקייט, איך קען מיין פרוי, גאנץ א פיינע, נישקשה, א בעלת מדות טובות, אבער קלאר נישט די שכינה. און ווען זי שרייט איז עס געווענליך די הארמאנען!

👍
אגב, וואסי פשט פון זיין שיטה אז די פרוי'ס חסרונות זענען עכט דעם מאן'ס? (עפעס אזוי)

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:59 pm

· #109112
פון בעל שם שטייט אויך אזוי, אז יעדע חסרון וואס מ'טרעפט ביי א צווייטן איז בעצם די אייגענע.
די זאכן דאף מען וויסן וויאזוי מ'רילעיט דערצו און נישט אלעס קען מען ניצן אויף א טאג טעגליכן באזיס.

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 6:06 pm

· #109117
מאראנצןזאפט
פון בעל שם שטייט אויך אזוי, אז יעדע חסרון וואס מ'טרעפט ביי א צווייטן איז בעצם די אייגענע.
די זאכן דאף מען וויסן וויאזוי מ'רילעיט דערצו און נישט אלעס קען מען ניצן אויף א טאג טעגליכן באזיס.

און די אייגענע חסרונות זענען יענעמ'ס?

זר זהב » פרייטאג אפריל 26, 2013 6:06 pm

· #109118
דיינע אייגענע חסרונות זעהסטע כמעט נישט

ידען » פרייטאג אפריל 26, 2013 6:59 pm

· #109127
מאראנצען זאפט

האסט געשריבען זייער א לאנגע שטיקעל אבער יעצט איז שוין כמעט שבת קענעך נישט לייענען. פארוואס לייגסטו נישט אין מיין אשכול וועגען עס? איך בין כמעט פארפאסט אז דו שרייבסט וועלכן איהם.

די אשכול איז שוין אזוי לאנג. איך האלט נאך ביי די ערשטע דף. אבער לייג ביי יענע אשכול אז דו שרייבסט דא.

מאראנצןזאפט » מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:37 pm

· #109144
יאיר
מאראנצןזאפט
פון בעל שם שטייט אויך אזוי, אז יעדע חסרון וואס מ'טרעפט ביי א צווייטן איז בעצם די אייגענע.
די זאכן דאף מען וויסן וויאזוי מ'רילעיט דערצו און נישט אלעס קען מען ניצן אויף א טאג טעגליכן באזיס.

און די אייגענע חסרונות זענען יענעמ'ס?



א מענטש דארף זיך אליין דן זיין לכף זכות אויף די אייגענע חסרונות, כידוע פון רבי בונם.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 28, 2013 1:44 am

· #109181
דאס אז יענעמס חסרונות זענען באמת דיינע איז אויך גברענגט פין הרב קארל יאנג.

שומרים » זונטאג אפריל 28, 2013 5:32 am

· #109232
איז קארל יונג געווען פארן בעש"ט? ווייל די בעש"ט פלעגט דאס כסדר חזר'ן און ארינטייטשן און פארשידענע פסוקים,
ווי אויך איז דא נאך איינער בזמן הבעש"ט וואס ברענגט די זעלבע געדאנק, גראדע אז מ'קוקט עס נאך זעט מען אז ס'איז
זייער א ריכטיגע געדאנק, די בעש"ט און די ספרים הק' לייגן דאס אראפ מער אויפן הימלישע זייט דאס הייסט אז משמים
מאכט מען דיר באגעגענען מיט אזעלכע חסרונות כדי זאלסט'עך כאפן אז דו האסט אזעלכע עבירות אדער כעין זה, די גויים
להבדיל לייגן עס אראפ בדרך הטבע אז א מענטש באמערקט יענעמס חולשות ווען ער האט א שייכות מיט דעם ממילא כאפט
ער עס שנעל אויף, און ווען ער וואלט נישט געהאט קיין שייכות מיט דעם וואלט ער עס נישט באמערקט, דאס איז אויך די חילוק
צווישן דער בעש"ט מיט די פסיכאלאגישע מהלך דער בעש"ט רעדט פון עבירות ווי חילול שבת וכדו' און להבדיל די פסיכאלאגיע רעדט מער
פון טיפערע פסיכאלאגישע מידות, ווי נישט פארגינען וכדו'.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 28, 2013 8:04 am

· #109240
קארל יאנג איז דאס אבער מסביר באריכות גדול ובביאור נפלא על פי דרך הטבע כדרכו.

אגב, דאס אז דער בעל שם טוס האט עס געזאגט פאר קארל יאנג איז בכלל נישט קיין חסרון פאר קארל יאנג, וואס כידוע האט ער געטענה'ט אז ער נעמט ארויס פין אלע ספרים פאר אים דברי חכמה, ער האט שטודירט גאר אסאך ספרים פין אלע דורות, און בתוכם קבלה און חסידות. און בכלל פאר פיליזאף איזז עס נישט קיין עוולה צו זאגען א זאך וואס א צווייטער האט שוין געזאגט.

לדעתי לדעתי וואלט איך געזאגט אז דער גרויסע "עוולה" פין זאגען עפעס וואס א צווייטער האט שוין געזאגט ברענגט אז מען זאל זוכען צו זאגען עפעס ניי און פריש אפילי עס איז נישט אמת, אבער ה"הכרח" יאלצנו צו זאגען עפעס ניי כידוע מהגר"ח מבריסק.

שומרים » זונטאג אפריל 28, 2013 9:45 am

· #109254
ס'האט זיך מיר געדאכט אז דו טענה'סט אז דער בעש"ט האט עס גענומען פון יאנג וואס דאס וואלט שוין געווען א שטיקל חידוש
אבער קוקנדיג יעצט אין דיינע ווערטער זעה איך אז ס'איז בכלל נישט משמע אזוי, טעיתי.

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 28, 2013 10:58 am

· #109268
איך מיין אז היינט אין פסיכלאגיע ווערט עס אנגערופן projection, אז דו פראדזשעקסט דיינע שלעכטע מדות און דו זעסט עס ביי יענעם, און פארדעם שטערט עס דיר.

לגבי קול אשה ביי זמירות שבת, איז מ'סתם די גרינגסטע סיי אלץ תרי קלא לא משתמעי, און ווייל ס'נישט קיין שירי חשק והבאי, נאר שירות ותשבחות און די פארקערטע פון חשק. (חוץ אויב זי זינגט יחבק לה בעלה וכו' כפשוטו...)

ברסלבער » זונטאג אפריל 28, 2013 11:37 am

· #109282
א גרויס דאנק מאראנצןזאפט, זייער שיין געשריבן, און יעצט עטליכע הערות.
מאראנצןזאפט
ער טענה'ט אז א מענטש דארף מוותר זיין אפילו ווען זיין ווייב ניצט אים אויס די גאנצע געלט, און די עצה פאר אלע פראבלעמען איז, תפלה! אין מיינע אויגן: תפילה איז געוואלדיג, אבער דער וואס קויפט נישט קיין טיקעט קיין אומאן וועט 'נישט' דארט זיין אויף ראש השנה, נישט קיין חילוק וויפיל ער האט געבעטן.

אבער תפלה וועט העלפן אז ער זאל האבן דאס געלט צו קויפן דעם טיקעט, און ער זאל אנקומען און צוריק קומען בשלום, און אן תפלה קען ער האבן וויפיל טיקעט'ס דו ווילסט אבער ער וועט נישט אנקומען.
בדידי הוה עובדא: איך האב א שכן וואס איז נישט קיין ברסלבער אבער עס זיך אים פארגליסט צו פארן ראש השנה אויף אומן, זיין משפחה האט זייער הנאה געהאט פון די איידיע, און מען האט צוגעהאלפן דערצו, ער האט געקויפט א טיקעט און מסדר געווען אלעס על צד היותר טוב, אבער למעשה איז ער נישט אנגעקומען אויף אומן, ווייל עטליכע טעג פאר ער האט געדארפט פארן איז ער געווען אביסל פארקילט, און ער האט מורא געהאט צו פארן אזוי אויף אומן.
משא"כ ביי מיר איז עס נישט געגאנגען אזוי גרינג די הכנות צו פארן, פלאס וואס אין דעם טאג וואס איך בין געפארן האב איך נישט גוט געפילט, אבער איך בין יא אנגעקומען אויף אומן.
פארוואס? ווייל איך האב מתפלל געווען אויף דעם און ער נישט.

מאראנצןזאפט
ער איז מסביר אז תאוות המשגל איז אן עונש וואס אדם הראשון איז געשטראפט געווארן נאכ'ן חטא. א מענטש טאר נישט זיין קיין בעל תאוה און מ'קען קיינמאל נישט האבן קיין שלום בית אזוי, אין מיינע אויגן: אויך נישט עפעס אזוי פראקטיש.

איך האב נישט געלערנט זיינע ספרים, אבער איך וועל זיך באציען צו דעם וואס דו ברענגסט בשמו, דאס אז תאוות המשגל מאכט שלום בית פראבלעמען ווייס איך נישט אויב עס איז אמת, אבער אויב מען טוט עבירות וואס זענען פארבינדען מיט די תאווה, איז קלאר ווי דער טאג אז עס מאכט פראבלעמען אין שלום בית, דאס איז סיי פראקטיש און סיי תורה'דיג, אזוי ווי איך האב שוין מאריך געווען במקום אחר.

מאראנצןזאפט
ער שטעלט התבודדות פאר שמירת התורה והמצוות. ער זעט עס ווי יסוד כל התורה כולה. דער וואס האט דאס איז תפלתו נשמעת. דער אויבערשטער טראסט אים, און אידישקייט וועט שוין נאכקומען.
נישט אריינגיין אינעם עצם ענין פון התבודדות און די סיבות עס שולל צו זיין. אבער אזא צוגאנג איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן. התבודדות איז אן ענף אין עבדות ה', א מילתא דחסידותא, וכן שמענו בשם רבי מאטל אז אויב איז מען נישט ערליך איז עס גארנישט ווערד.

לאמיר זאגן למשל אז איך האלט נישט ביי גארנישט, איך האב נישט קיין געדולד צו די גאנצע אידישקייט, איך האב נישט קיין שום געפיהל צו לערנען און דאווענען און מקיים זיין די מצות, אבער למעשה אין הארץ גריטשעט מיר אז דאס איז נישט גוט פאר מיר, איך דארף יא זיין א איד, און נאר דאס וועט מיר געבן צופרידענהייט, אבער איך האב נישט די ריכטיגע רצון און חשק צו טוהן למעשה (וואס א יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל איז אין דעם כלל, אויף א געוויסע פראצענט, אדער אין געוויסע צייטן) יעצט וואס זאל איך טוהן? האסט אן עצה פאר מיר?
די איינציגע און ערשטע עצה איז התבודדות, און די טייטש פון התבודדות איז צו זאגן פארן אייבערשטן די ווערטער "באשעפער, איך האב נישט קיין געדולד צו גארנישט, אבער טיף און הארצן וויל איך זיין וואויל, העלף מיר ארויס, און פיר מיר אויף די ריכטיגע וועג" ווען א מענטש זאל איבער'חזר'ן די ווערטער איינמאל און נאכאמאל, וועט ער ווערן אן אמת'ער ערליכער איד!
ולפי זה איז דאס נישט קיין "ענף" פון עבודת ה', דאס איז די סאמע ערשטע יסוד פון עבודת ה', נאר אזוי קען מען אריינגיין אין עבודת ה', און אזוי זענען אלע צדיקים צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען.

הוגה » זונטאג אפריל 28, 2013 12:34 pm

· #109305
מאראנצןזאפט
איין זאך בין איך נישט באקאנט, אויב ער איז א גלייכער תלמיד פון רבי אליעזר אדער האט זיינע אייגענע ערפינדונגען. מיך זעט אויס די צווייטע צד. איך קען נישט ציען קיין שטריך פון אים צו זיין רבי'ן, ער איז אסאך מער געזעצט און רעאליסטיש.


איך מיין אז דו האסט נישט פארשטאנען מיין שאלה. איך האב געפרעגט לגבי ר' אליעזר בראדי. איך מיין אז דו האסט געמיינט אז איך פרעג לגבי ר' אליעזר בערלאנד.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 3:18 pm

· #109375
1. בנוגע דער איסור פון שמיעת קול זמר. אזוי ווערט גע'פסק'נט אין אלע היימישע ספרים, א שטייגער ווי בנה ביתך און בית נאמן בישראל. און בית נאמן ווערט אויסגעשמועסט אז תרי קלא העלפט נישט געבויעט אויף א תשובה אין מנחת יצחק. די אלע ספרים האבן עטליכע מראה מקומות און נישט נאר פתחי תשובה, איינס געדענק איך יעצט איז דער לחם ושמלה, דער אויבנדערמאנטער מנחת יצחק, און נאך.
איך קען הערן א סברה אז זינגען א זמר ספעציעל פאר'ן מאן, אפילו לצורך פרנסה, זאל מען נישט מתיר זיין, ואדרבה, עס איז גאנץ ראמאנטיש ארויסצוהעלפן דעם מאן אזוי וד"ל.

2. ברסלבער האט זייער שוין ארויסגעברענגט דער גרויסער כוח פון תפלה און ווי אן תפלה האט מען נישט קיין סייעתר דשמיא וכו'.
מיין עיקר נקודה איז געווען אינגאנצן עפעס אנדערש אז די וועלט איז אויסגעשטעלט מיט א מינימום התחייבות פון השתדלות וואס אן דעם וועט תפלה נישט העלפן אויסער אין פאל פון א נס, און תפלה איז קלאר נישט אויף ניסים, ואדרבה אין סומכין על הנס.
אן עקסטרעמער משל איז דער וואס קויפט נישט קיין טיקעט קיין אומאן און האפט דארט אנצוקומען ווייל הן קל כביר לא ימאס.
די נקודה ווערט קלאר און באשיינפערליך איגנארירט אין בגן, ער ניצט די עצה פון תפלה ווען עס ברויכט זיך א מינימאלער השתדלות.

3. איך האב נישט גערעדט פון תאוה של איסור נאר, פון תאוה של היתר. קוק נאך אין ספר, דאס איז זיין צוגאנג.

4. בנוגע התבודדות האב איך גערעדט פון חופשים, וואס לויט אים איז די ערשטע זאך אין אידישקייט התבודדות, נאך פאר איסורי כריתות ומיתות בי"ד. אין מיינע אויגן איז דאס אבסורד! כאטש איך קען הערן אז א ברסלבער זאל אזוי האלטן.

5. הוגה, כ'האב מיך נישט באצויגן צו אייך מיט דעם פאראגראף.

ברסלבער » זונטאג אפריל 28, 2013 3:27 pm

· #109384
מאראנצןזאפט
2. ברסלבער האט זייער שוין ארויסגעברענגט דער גרויסער כוח פון תפלה און ווי אן תפלה האט מען נישט קיין סייעתר דשמיא וכו'.
מיין עיקר נקודה איז געווען אינגאנצן עפעס אנדערש אז די וועלט איז אויסגעשטעלט מיט א מינימום התחייבות פון השתדלות וואס אן דעם וועט תפלה נישט העלפן אויסער אין פאל פון א נס, און תפלה איז קלאר נישט אויף ניסים, ואדרבה אין סומכין על הנס.
אן עקסטרעמער משל איז דער וואס קויפט נישט קיין טיקעט קיין אומאן און האפט דארט אנצוקומען ווייל הן קל כביר לא ימאס.
די נקודה ווערט קלאר און באשיינפערליך איגנארירט אין בגן, ער ניצט די עצה פון תפלה ווען עס ברויכט זיך א מינימאלער השתדלות.
3. איך האב נישט גערעדט פון תאוה של איסור נאר, פון תאוה של היתר. קוק נאך אין ספר, דאס איז זיין צוגאנג.

אויב שרייבט ער אזוי, האט עס לכאורה נישט קיין מקור אין ספרי ברסלב.

מאראנצןזאפט
4. בנוגע התבודדות האב איך גערעדט פון חופשים, וואס לויט אים איז די ערשטע זאך אין אידישקייט התבודדות, נאך פאר איסורי כריתות ומיתות בי"ד. אין מיינע אויגן איז דאס אבסורד! כאטש איך קען הערן אז א ברסלבער זאל אזוי האלטן.

ווי אזוי קען זיך א מענטש טוישן פון זיין רגילות אין איסורי כריתות ומיתת בית דין? נאר דורך אסאך בעטן דעם אייבערשטן.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 3:29 pm

· #109387
יא, אבער דאס זאגט אונזער באליבטער ברסלבער משפיע אין קאווע שטיבל.
ווידעראום ער זינגט עס מיט א צווייטן ניגון, מער ענליך צו וואס איך האב געשריבן, ודי בזה.

chosen people » זונטאג אפריל 28, 2013 3:30 pm

· #109388
ברסלבער
בדידי הוה עובדא: איך האב א שכן וואס איז נישט קיין ברסלבער אבער עס זיך אים פארגליסט צו פארן ראש השנה אויף אומן, זיין משפחה האט זייער הנאה געהאט פון די איידיע, און מען האט צוגעהאלפן דערצו, ער האט געקויפט א טיקעט און מסדר געווען אלעס על צד היותר טוב, אבער למעשה איז ער נישט אנגעקומען אויף אומן, ווייל עטליכע טעג פאר ער האט געדארפט פארן איז ער געווען אביסל פארקילט, און ער האט מורא געהאט צו פארן אזוי אויף אומן.
משא"כ ביי מיר איז עס נישט געגאנגען אזוי גרינג די הכנות צו פארן, פלאס וואס אין דעם טאג וואס איך בין געפארן האב איך נישט גוט געפילט, אבער איך בין יא אנגעקומען אויף אומן.
פארוואס? ווייל איך האב מתפלל געווען אויף דעם און ער נישט.

ווי קימט אריין תפילה? די זאגסט דאך אז די ביסט א ברסלבער וועגן דעם האסטו זיך מוסר נפש געווען, און ער איז נישט קיין ברסלבער האט ער זיך נישט מוסר נפש געווען.

אביגדור » זונטאג אפריל 28, 2013 4:43 pm

· #109442
תשואת חן.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 28, 2013 5:02 pm

· #109455
אין דער לינק האט איינער אנגעשריבען גאנץ א זאכליכער בקורת איבער זיין "בגן השלום". דאכצעך מהאט שוין אמאל גערעדט דערוועגען ערגעץ אין שטיבל
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2879323&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=1364</a>

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 28, 2013 5:14 pm

· #109462
מאראנצןזאפט
1. בנוגע דער איסור פון שמיעת קול זמר. אזוי ווערט גע'פסק'נט אין אלע היימישע ספרים, א שטייגער ווי בנה ביתך און בית נאמן בישראל. און בית נאמן ווערט אויסגעשמועסט אז תרי קלא העלפט נישט געבויעט אויף א תשובה אין מנחת יצחק. די אלע ספרים האבן עטליכע מראה מקומות און נישט נאר פתחי תשובה, איינס געדענק איך יעצט איז דער לחם ושמלה, דער אויבנדערמאנטער מנחת יצחק, און נאך.
איך קען הערן א סברה אז זינגען א זמר ספעציעל פאר'ן מאן, אפילו לצורך פרנסה, זאל מען נישט מתיר זיין, ואדרבה, עס איז גאנץ ראמאנטיש ארויסצוהעלפן דעם מאן אזוי וד"ל.

אודאי איז דא פסקים להחמיר, סך הכול האב איך געזאגט אז יש מקום להקל, און המיקל יש לו על מי לסמוך.

ווען מ'רעדט פון די אייגענע משפחה איז אסאך גרינגער, פונעם רמב"ם איז משמע אז אשתו נדה מעג מען הערן זינגען, און ס'איז אזוי ווי להסתכל על מקומות מגולים וואס איז מותר, ווייל זי איז מותרת לו לאחר זמן. די מחבר זאגט אז אסות לשמוע קול אשה, און די רמ"א זאגט אויף דעם אפילו אשתו, רעדט פון בשעת קרי"ש וד"ת. (רמ"א אין סימן עה, ג)און ער לייגט צו "אבל קול הרגיל בו אינו ערווה", און די עטרת צבי זאגט אויף דעם אז אפילו קול זמר, הואיל דרגיל בה אינו בא לידי תאוה. (אין שועה"ר און משנ"ב איז משמע אז זיי לערנען נישט אזוי).

דער ערשטער צו נוצן די תרי קלא היתר איז די חתן סופר, ווי ער שרייבט:
נסתפקתי בקול זמר של אשה עם איש כאחד דהוי תרי קלי, אם מותר לשמוע דתרי קלי לא
משתמעי, ואע"ג דאמרינן דהיכא דחביב יהיב דעתיה ומשתמע אפילו בתרי, והכא איכא
חביבותא לקול אשה, דמשום הכי אסרו חכמים מפני שנותן דעתו עליה ע"י קול. אבל זה
אינו, דכיון דאמרינן תרי קלי לא משתמעי ממילא לא שמע לקול אשה ולא אתי לידי
חביבות דנימא יהיב דעתיה, דדוקא כשכבר שמע קול אשה נתעורר להרהר בה אבל כאן
וכו' ליכא התחלה לחביבות.

מיט דעם פארענטפערט ער וואס ס'שטייט, ותשר דבורה וברק בן אבינועם ביום ההוא לאמר, ווי אזוי האט דבורה הנביאה געמעגט זינגען פארן עולם, נאר אז זי האט געזינגען צוזאמען מיט ברק איז געווען תרי קלא.

זיין איידעם די חתם סופר איז נישט אזוי מיקל, און האט נישט געגעבן קיין היתר פאר א קהילה צו מאכן א מקהלה פון מענער און פרויען פארן קעניג וואס איז געקומען אין שטאט.

אין שו"ת שרידי אש ברענגט ער
ומה שנוהגים לשיר ולזמר זמירות קודש בנים ובנות יחד, כבר נשאלתי ע"ז ממנהיגי המחנות, והשבתי להם, כי בבואי לברלין ראיתי בבתי החרדים מזמרים אנשים ונשים יחד זמירות קודש בשבת, והשתוממתי למנהג זה שהוא נגד דין מפורש באו"ח סי' ע"ה סע' ג', שקול זמר אשה בשעת ק"ש אסור (הערת געפילטע: זעט מען אז זיין פראבלעם פון זמירות שבת איז אז ס'זאל זיין הארבער וויבאלד מ'איז מזכיר שם שמים און ס'איז דומה לשעת קרי"ש, אבער ביי זינגער שבת הייליגע שבת וואלט ער נישט געהאט אזא פראבלעם) ומטעם זה ערערתי נגד מנהג זה שנהגו חרדי אשכנז. ואולם אחרי חקירה ודרישה נאמר לי כי הגאון הצדיק ר"ע הילדסהיימר ז"ל וכן הגרש"ר הירש ז"ל בפרנקפורט על נהר מיין התירו בזמירות קודש לזמר יחד, והטעם משום דתרי קלא לא משתמעי וכיון שמזמרים יחד אין חשש איסור, אבל לא נחה דעתי בזה וחפשתי ומצאתי בשדי חמד מערכת קול, שהביא בשם רב ספרדי להתיר זמירות קודש של אנשים ונשים יחד.


אין שו"ת יביע אומר פסקנט ער אויך אז ביי סעודת שבת מעג מען זינגען צוזאמען. ער רעדט אויף פון אנדערע היתרים ווי פניוה, אינה מכירה, רדיו, און נאך. (כך מונח בזכרוני).
און דו קענסט מיר ברענגען דאפעלט פון וואס איך האב דא געברענגט וואס פסקנ'ן פארקערט.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 5:17 pm

· #109464
כ'הער איך בין נישט געווען באקאנט, און די ווייסע חתן קונטרס איז נישט געטאנען די אלע שטיקלעך תורה.
יעצט ביזטו מכובד צו קומען פועל'ן ביי מיין פרוי מקיל צו זיין, ווען דער דיין זאגט אז ס'בעסער אז נישט.
אויב שוין עפעס בעטן האב איך א לאנגע ליסטע פון בעפאר, ווילסט נישט זינגען זינג נישט!

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 28, 2013 5:23 pm

· #109466
נאכן גוגלן נאך אביסל, איז דא א שיינע תשובה פון הרב יונה מצגר וועגן פרומע חיילים, אויב זיי האבן א חיוב ארויסצוגיין ווען די להקת הצבא זינגט.
ער בלייבט אז די היתר פון די שרידי אש קלעקט נישט אהער ווייל ס'נישט דא קיין שום תועלת רוחני פאר די חיילים צו הערן די געזאנגן, משא"כ זמירות שבת.

און א אינטערעסאנטע תשובה פונעם הגר"ע יוסף, (וכל מי שחולק עליו כחולק על השכינה..) אז "רוב הפוסקים מתירים גם הסתכלות במקומות המכוסים של אשתו נדה (חוץ ממקום התורף)", ווייסט איינער ווער די רוב פוסקים זענען?

אביגדור » זונטאג אפריל 28, 2013 5:52 pm

· #109487
אמת.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 28, 2013 6:20 pm

· #109508
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, אז מען רעדט שוין איבער דעם ספר בגן האמונה, קען מען דא זעהן די שקלא וטריא און טענה'ריי אין אייוועלט:

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=11526">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=11526</a>

איך אויך » זונטאג אפריל 28, 2013 7:49 pm

· #109530
זי איז א באקאנטע מצרישע זינגערין בשם אום קולטום, אבער ער האלט אז די איסור גייט נאר אן ביי איינעם וואס מען קען דעמאלס קען מען זיך מצייר זיין איר פנים און הנאה האבען, אבער וויבאלד ער האט איר קיינמאל נישט געזעהן מעג ער.

chosen people » זונטאג אפריל 28, 2013 8:25 pm

· #109544
איך האב שוין געטראפן א שטיקל אין בית נאמן בישראל וואס ער פסקנ'ט אויף א הלכה אז עס איז אסור, איך האב געקיקט זיין מקור אין בעק פון די ספר, זעה איך אז זיין מקור איז וואס די ישמח משה שרייבט אין זיין קונטרס אין אידיש וואס ער האט געשריבן פאר די פרויען - אז מען זאל מחמיר זיין און עס נישט טוהן. פון א ישמח משה וואס ער האט געשריבן פאר די פרויען צו מחמיר זיין איז געווארן א גלאטע איסור..

דעת תורה » זונטאג אפריל 28, 2013 8:30 pm

· #109545
די מעשה גייט אז זינט הרב עובדיה האט איר איינמאל געזען, הערט ער איר מער נישט.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 8:45 pm

· #109550
וואס זינגט זי, שירי עגבים?

איך אויך » זונטאג אפריל 28, 2013 8:48 pm

· #109552
זי זינגט הארציג.
(ביטע הערן נאך די ימי הספירה)

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 26, 2013 10:12 pm

· #128393
די משפחה האט די וואך אויפ'ן דעקל אן אינטערוויו מיט הרב ארוש ,מיט א פראכטפולן בילד פון אים. אויב איינער ליינט דאס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס זיי זאגן, און אולי ואפשר האבן זיי גענומען אינפארמאציע פון דא.
בכלל איז גוט ארויפצוברענגען פון צייט צו צייט אן אלטן אשכול אז ווער ס'האט נאכנישט עספיעט עס צו ליינען זאל זיך דערוויסן דערפון, און אולי אפשר וועט ער טון וואס ער האט צו טון בבחינת יו גאטע דו וואט יו גאטע דו, און די נומערן וועלן זיך ריקן בעז"ה.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:08 am

· #128464
ס'דא נאך חיבורים ממנו.

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:35 am

· #128489
ווען וועט איינער באשרייבען א "בגן רבי מיץ תפוחי-זהב" אויף זיין הערליכע שרייבעריי..
געוואלדיג אראפגעלייגט, האסט נאר פארגעסן צו שרייבען אז רבי שלום זאגט אז ווער ס'וועט דורעכליינען זיינע ספרים אויף שלום בית, וועט קיינמאהל נישט האבען קיין פראבלעמען..
אנכי הקטן האב איהם אמאהל געטראפען אין א שפיטאל אין א"י באזוכען א ידיד/חסיד זיצענדיג מיט איין פיס אויפן צווייטען און כ'האב הנאה געהאט ווי שיין ער האט אונז באגריסט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:57 am

· #128524
טעפל
רבי שלום זאגט אז ווער ס'וועט דורעכליינען זיינע ספרים אויף שלום בית, וועט קיינמאהל נישט האבען קיין פראבלעמען...

איך האב שוין געטראפן אזעלכע וואס האבן עס אדורכגעליינט און זיי מוטשען זיך נאך אלץ.
סארי, אבער שלום בית איז נישט א נושא וואס מען קען מתקן זיין על רגל אחת, מיט איין בוכל.
פון די אלע טויזענטער גוטע בוכער אויף מערידזש איז קיין איינס נישט אזוי גוט ווי בגן, הא? גיוו מי א ברעיק.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:05 am

· #128530
ליינען איז נישט גענוג, ער מיינט צו זאגו איינער וואס פראקטיצירט זיין מהלך.
לכאורה איז ער גערעכט, ווייל א מענטש וואס קריטיקירט קיינמאל נישט, בעט נישט פון זיין ווייב גארנישט, און גיט איר אלעס וואס ער הייסט געבן, נו פארוואס זאל ער נישט האבן קיין שלום בית.
נאר איך ווייס נישט ווי לאנג ס'וועט געדויערן און אזא מענטש וועט זיך טרעפן אין נארן הויז!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:07 am

· #128532
לאמיר נישט פארקריכן דא צו שלום בית. אבער אפילו איינער וואס פראקטיצירט אלעס וואס ער זאגט, ער גיט איר אלע געלט און קריטיקירט איר קיינמאל נאר טיילט כסדר קאמפלימענטס, איז נאך ווייט נישט גענוג פאר א געזונטע שלום בית. עס פעלט נאך גאר אסאך אינגרידיענטס פאר א גוטע רעסעפי.

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:08 am

· #128533
שמעקעדיג
טעפל
רבי שלום זאגט אז ווער ס'וועט דורעכליינען זיינע ספרים אויף שלום בית, וועט קיינמאהל נישט האבען קיין פראבלעמען...

איך האב שוין געטראפן אזעלכע וואס האבן עס אדורכגעליינט און זיי מוטשען זיך נאך אלץ.
סארי, אבער שלום בית איז נישט א נושא וואס מען קען מתקן זיין על רגל אחת, מיט איין בוכל.
פון די אלע טויזענטער גוטע בוכער אויף מערידזש איז קיין איינס נישט אזוי גוט ווי בגן, הא? גיוו מי א ברעיק.

גיי טענה זיך מיט איהם נישט מיט מיר, כ'זאג נאר נאך דבריו הקדושים, איך האלט נישט ווייט פון דיר.
אבער לכאורה ווען ר' שמעקעדיג וואלט ארויס געבעבען א גוטן בוך אויף שלום בית וואלט מען עס געקענט אפשר זאגען, כ'מיין אסאך וועלן מיט שטימען מיט מיר..

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:16 am

· #128535
יא, שקויעך.
מיין אויסגאבע וואלט פארמאגט לכה"פ 10 בענדער, כולי האי ואולי...

הוגה » מוצ"ש יוני 29, 2013 10:57 pm

· #129026
מאראנצןזאפט
די משפחה האט די וואך אויפ'ן דעקל אן אינטערוויו מיט הרב ארוש ,מיט א פראכטפולן בילד פון אים. אויב איינער ליינט דאס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס זיי זאגן, און אולי ואפשר האבן זיי גענומען אינפארמאציע פון דא.


כ'האב געליינט די ארטיקל. איך בין געווען שטארק עקסייטעד ווען איך האב געזעהן אז ישראל בעסער איז די שרייבער, דכבר איתמחי האי גברא מיט זיינע אויסגעצייכנטע ביאגראפישע אינטערוויוס. אבער דא האט ער מיך דיסעפוינטעד, דאס איז געווען פון זיינע שוואכערע ארטיקלן. פארשטייט זיך אז ער האט גארנישט גענומען פון דא. ער איז בכלל נישט אריין אין זיין דרך והשקפה בעבודת השם. די איינציגסטע האלבע חידוש איז געווען דאס ביסל היסטאריע ווי אזוי ר' שלום איז געווארן א בעל תשובה און אנגעקומען קיין ברסלב.

דרך אגב, ר' שלום וועט זיין אין נו יארק חנוכה צייט.
psoter_ravarush_2_-1.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 25, 2015 2:04 pm

· #249992
A tragedy R”L in Eretz Yisrael as a family returning from a yahrzeit event in southern Israel for the Baba Sali ZT”L was involved in an accident near Kibbutz Gavim, on Route 34.
The 18-month-old granddaughter of HaRav Shalom Arush, Feiga Chana A”H, was R”L killed in the crash. His son, Rav Shimon Arush is in serious condition as is his Rebbetzin.
Feiga Chana A”H was pronounced dead upon arrival in Barzilai Hospital in Ashkelon. Her father, 28, and mother, 25, are listed in serious condition as are two siblings, ages 4 and 6. A 50-year-old woman in another vehicle involved in the crash was killed too

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 25, 2015 2:06 pm

· #249993
It is reported the family was heading home to Yerushalayim following the event. Magen David Adom paramedic Yossi Kitro reports it was a head-on collision. Paramedic Moshe Mor reported that five of the injured managed to extricate themselves from the twisted metal prior to their arrival. A number of persons were injured lightly.
Feige Chana, was laid to rest on Sunday, 5 Shevat. The levaya began in Shamgar and kvura was in Har HaZeisim.
Rav Arush’s son, Rav Shimon, remains in serious condition and his rebitzen, who is pregnant, was listed as moderate.
Police are investigating the accident.
Please be Mispallel for:
Shimon Machluf ben Miriam Varda
Daniela bas Zehava
Nachman ben Daniela
Miriam Bas Daniela

פרייוויליג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:34 pm

· #277690
מאראנצןזאפט
ייש"כ פאר די קאמפלימענטן.
די לשון הקודש'דיגע איז די זאך, די אידישע איז אויך נישט די זעלבע, פארשידענע ענינים ווערן דארט צענזורירט צו קעיטערן, דעם היימישן ציבור, ווי אויך האט עס נישט דער געשליפנקייט ווי די לשון קודש'דיגע.
בנוגע די בגן פאר די גוים איז בערך די זעלבע ווי בגן האמונה נאר אן שמירת התורה והמצוות. אין אנהויב רעדט ער איבער זיין ביאגראפיע. וויפיל איך האב געדענקט האב איך ציטירט.
איך קען אים נישט אבער ס'זעט טאקע אויס ווי ער נעמט עס ערנסט, און לעבט מיט די זאכן וואס ער שרייבט.
איין זאך בין איך נישט באקאנט, אויב ער איז א גלייכער תלמיד פון רבי אליעזר אדער האט זיינע אייגענע ערפינדונגען. מיך זעט אויס די צווייטע צד. איך קען נישט ציען קיין שטריך פון אים צו זיין רבי'ן, ער איז אסאך מער געזעצט און רעאליסטיש.

@מאראנצןזאפט וויאזוי הייסט די בגן ספרים פאר גויים?