☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איך האב אסאך קשיות, איך וויל פארשטיין

איך האב אסאך קשיות, איך וויל פארשטיין

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1540
בלאט: 1 2

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:18 pm

· #36900
איך האב אסאך קשיות, איך וויל פארשטיין
קען זיין ס'נארישע פראגעס. אבער ולא הביישן למד.

ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט איז דאך געווען אין פלאן אז מ'גייט זיין אין גן עדן, רייט? נאר ווייל אדם האט געזונדיגט איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און "מיתה" איז "באשאפן" געווארן (אן אקסי-מאראן...?)
וויאזוי שטימט דאס מיט די לערנונגען פון נהמי דכסופי, אז די סיבה פארוואס אונז זעמיר דא אויף דער וועלט איז זיך צו שלאגן מיט'ן יצר
כדי צו האבן שכר אויף יענע וועלט אן קיינע בושות,,, אמער נישט דאס איז דאך בכלל געווען די אריגינעלע פלאן פון השם?!?!
----------------------------------
פאר דער אייבישטער האט באשאפן חוה האט ער געזאגט לא טוב היות האדם לבדו.
פארשטיי איך נישט, האט ער געהאט אן אנדערע פלאן וויאזוי מ'וועט האבן קינדער אן א פרוי?

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:29 pm

· #36901
אויף דיין ערשטע שאלה וואלט איך גענטפערט אז ס'איז דא plan A און plan B. די פראבלעם מיט די תירוץ איז אבער אז פון פלען A זעמיר אז ס'בכלל נישט דא קיין פראבלעם פון נהמא דכיסופא.

אויף דיין צווייטע שאלה וואלט איך גענטפערט אוודאי איז דאס געווען די פלאן פון אנפאנג, די תורה שרייבט דאס נאר אויף אזא אופן אונז צו לערנען די געדאנק פון לא טוב היות האדם לבדו, וואס עס זאל נישט מיינען ס'דא כמה מהלכים אינעם לא טוב.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:18 pm

· #36921
זר, אין דברי יואל פר' בראשית איז דער (סאטמאר) רבי מבאר דעם ענין הערליך שיין.
אדם הראשון אליין האט שוין געפרעגט די קשיא! ער האט געפרעגט פון אויבערשטן, די תורה איז דאך שוין באשאפן געווארן בעפאר בריאת שמים וארץ, און עס איז שוין געשטאנען דארט "אדם כי ימות באוהל" נאך איידער אדם הראשון איז באשאפן געווארן! ווי אזוי שטימט דאס?

דער רבי ברענגט דארט פון פריערדיגע (דוכט זיך פון אר"י הק', אבער כ'בין נישט זיכער) אז ס'איז יא געווען דער פלאן פון מיתה לכתחילה, און די גאנצע מעשה מיט אדם הראשון איז געווען אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל פאסירן.

אז דו ווילסט, קען איך נאכקוקן וועלכע דף, און וועסט עס אדורכלערנען. ס'איז א שיינע דרוש, מתוק מדבש וקילורין לעינים, כדרכו בקודש.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:40 pm

· #36985
כגלייב אז זר האט געוואלט וויסן פשט לויטן 'פ' פין פרדס נישט לויטן 'ד'.

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 6:39 pm

· #37050
זר זהב
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט איז דאך געווען אין פלאן אז מ'גייט זיין אין גן עדן, רייט? נאר ווייל אדם האט געזונדיגט איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און "מיתה" איז "באשאפן" געווארן (אן אקסי-מאראן...?)
וויאזוי שטימט דאס מיט די לערנונגען פון נהמי דכסופי, אז די סיבה פארוואס אונז זעמיר דא אויף דער וועלט איז זיך צו שלאגן מיט'ן יצר
כדי צו האבן שכר אויף יענע וועלט אן קיינע בושות,,, אמער נישט דאס איז דאך בכלל געווען די אריגינעלע פלאן פון השם?!?!

די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט איז ווייל 'נתאוה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים', דהיינו אז אפילו אינעם עולם העשי' הגשמי וואו עס איז - צום אויג - פארדעקט די מציאות פונעם אייבערשטען, זאלן עס די ברואים - ובפרטיות: אידן - מגלה זיין.

ווי אזוי איז מען עס מגלה? דורך מקיים זיין זיין רצון אין דער וועלט, מיט חפצים פון דער וועלט, און אין די הגבלות און תנאים וואס דער וועלט ברענגט מיט זיך.

די גאנצע עבודה [וואס זי איז דער תכלית הבריאה] איז שוין געווען פאר אדם הראשון האט חוטא געווען, די רפ"ח ניצוצות הקדושה זענען נתפזר געווארן צווישן די קליפות ביים שבירת הכלים נאך פאר די בריאה פון עולם הזה הגשמי, און דער אייבערשטער האט אריינגעשטעלט אדם אין גן עדן לעבדה ברמ"ח מצוות עשה ולשמרה בשס"ה מצוות ל"ת, ומשם ראי', דו זעהסט דאך אז עס איז געווען א מקום פאר'ן ס"מ בדמות נחש איהם איינצורעדן עובר צו זיין את פי השם, און עס איז איהם טאקע געלונגען.

בסך הכל איז דער חטא געווען כאילו א 'פלאפ' אינמיטן אויספירן דעם תכלית, און עס האט שווערער געמאכט עס אויסצופירן.

וז"ל האוה"ח הק' אין פרשת בראשית:

כי יש לך לדעת, כי אם לא היה אדם אוכל מעץ הדעת, היה מצוי בעולם הזה ובעולם העליון כאחת כאדם הדר בבית ובעליה, וכשחטא נגשם ואינו יכול לדור בשניהם יחד, אלא בעולם הזה בפני עצמו, וכשירצה לעלות לעליה צריך השתנות הגשם וזו היא מיתת אדם.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 6:47 pm

· #37051
אהא, דער אוחה"ק אדרעסירט ממש דאס.
א דאנק.
---------------
מ'מעג פרעגן וואזוי א מענטש וואלט ארויפגעגאנגען אויבן "כאחת כאדם הדר בבית ובעליה"? איז עס נישט טויזענטער ליכט יארן אוועק?
איז עס העכערע זאכן?

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 6:49 pm

· #37052
בעליה מיינט אין מדרגה, נישט אין שטח.

עולם_גולם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:16 am

· #37182
מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:24 am

· #37183
שמעקעדיג
אז דו ווילסט, קען איך נאכקוקן וועלכע דף, און וועסט עס אדורכלערנען. ס'איז א שיינע דרוש, מתוק מדבש וקילורין לעינים, כדרכו בקודש.

דא האב איך עס געטראפן אין פר' בראשית אויף דף מ"ב, ער ברענגט עס פון מדרש תנחומא.
📎 DY_MB.jpg

קאנצעפט » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:40 pm

· #37563
זר זהב
קען זיין ס'נארישע פראגעס. אבער אין הביישן למד.

ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט איז דאך געווען אין פלאן אז מ'גייט זיין אין גן עדן, רייט? נאר ווייל אדם האט געזונדיגט איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און "מיתה" איז "באשאפן" געווארן (אן אקסי-מאראן...?)
וויאזוי שטימט דאס מיט די לערנונגען פון נהמי דכסופי, אז די סיבה פארוואס אונז זעמיר דא אויף דער וועלט איז זיך צו שלאגן מיט'ן יצר
כדי צו האבן שכר אויף יענע וועלט אן קיינע בושות,,, אמער נישט דאס איז דאך בכלל געווען די אריגינעלע פלאן פון השם?!?!

כ'זע דער עולם ברענגט פונעם דברי יואל און פונעם אוהחה"ק. אבער כ'קען נישט פארזען דעם שטיקל רמח"ל אינעם ספר דרך ה' פרק ג'

הנה אדם הראשון בעת יצירתו היה ממש באותו המצב שזכרנו עד הנה. דהיינו שהנה הוא היה מורכב משני החלקים ההפכיים שאמרנו, שהם הנשמה והגוף. ובמציאות היו שני העניינים הטוב והרע, והוא עומד בשיקול ביניהם להידבק במה שירצה מהם. והנה היה ראוי לו שיבחר בטוב, ויגביר נשמתו על גופו ושכלו על חומרו, ואז היה משתלם מיד, ונח בשלמותו לנצח.

הנשמה מזככת את הגוף
ז. וצריך שתדע, שאף על פי שאין אנו מרגישים לנשמה בגוף פעולה אחרת זולת החיות וההשכלה, הנה באמת יש בחוקה שתזכך עצם הגוף וחומרו, ותעלהו עילוי אחר עילוי, עד שיהיה ראוי להתלוות עמה בהנאה בשלמות.

ואמנם לדבר זה היה אדם הראשון מגיע אילו לא חטא, שהייתה נשמתו מזככת את גופו זיכוך אחר זיכוך, עד שהיה מזדכך השיעור המצטרך ונקבע בתענוג הנצחי.

תולדות חטא אדם הראשון
ח. וכיון שחטא אדם הראשון נשתנו הדברים שינוי גדול. והוא, כי הנה בתחילה היו בבריאה החסרונות, שהיו בשיעור מה שהיה מצטרך לשיהיה אדם הראשון במצב השיקול שזכרנו, ויהיה לו מקום להרוויח את השלמות ביגיע כפיו. אמנם על ידי חטאו נוספו ונתרבו חסרונות בעצמו של אדם ובבריאה כולה, ועוד נתקשה התיקון ממה שהיה קודם.

פירוש: כי הנה בתחילה היה נקל לו לצאת מן החסרון המוטבע בו ולקנות השלמות, שכך סידרה החכמה העליונה את הדברים על פי מידת הטוב והיושר, כי יען לא היה אדם סיבה לרע ולחסרון שבו, אלא שכך הוטבע בו ביצירתו, הנה במה שיסיר עצמו מן הרע ויפנה אל הטוב, ישיג מיד צאתו מן החסרון וקנותו השלמות. אמנם בחטאו, כיון שעל ידו נסתר השלמות יותר משהיה, ונתרבו החסרונות, והיה הוא הגורם רעה לעצמו, הנה לא יהיה עוד כל כך קל לו לשוב לצאת מן החיסרון ולקנות השלמות, כמו שהיה בעת שלא היה הוא גרימת חסרונו אלא שכך נוצר מעיקרו.

וכל שכן שבהכרח השתדלותו המצטרך עתה להגיע לשלמות, הנה הוא כפול, כי יצטרך תחלה שישובו האדם והעולם אל המצב שהיו בראשונה קודם החטא, ואחר כך שיתעלו מן המצב ההוא אל מצב השלמות שהיה ראוי לאדם שיעלה.

המוות והתחייה
ט. ואולם מלבד כל זה גזרה מידת דינו יתברך, שלא יוכלו, לא האדם ולא העולם מעתה, הגיע אל השלמות - עודם בצורה שנתקלקלה, דהיינו הצורה שיש להם עכשיו שבה נתרבה הרע. אלא יצטרך להם בהכרח עבור מעבר ההפסד, דהיינו המיתה לאדם, וההפסד לכל שאר ההווים שנתקלקלו עמו. ולא תוכל הנשמה לזכך הגוף, אלא אחר שתצא ממנו תחילה, וימות הגוף וייפסד, ואז יחזור ויבנה בניין חדש ותכנס בו הנשמה ותזככהו. וכן העולם כולו יחרב מצורתו של עתה, וישוב וייבנה בצורה אחרת ראויה לשלמות.

ועל כן נגזר על האדם שימות ויחזור ויחיה, והוא עניין תחיית המתים. ועל העולם שיחרב ויחזור ויחודש, והוא עניין מה שאמרו ז"ל, שיתא אלפי שנה הוי עלמא וחד חרוב, ולסוף אלף שנה הקב"ה חוזר ומחדש את עולמו.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:49 pm

· #37569
עולם_גולם
מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?

איך געדענק כ'האב אמאל געהערט א תירוץ דערויף, איך דארף מיך דערמאנען.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:53 pm

· #37572
קאנצעפט, ווי אזוי ווערט פארענטפערט די נהמא דכיסופא קשיא?

קאנצעפט » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:02 pm

· #37578
נולד מאוחר
קאנצעפט, ווי אזוי ווערט פארענטפערט די נהמא דוכסופא קשיא?

קוקט נישט אויס ווי האסט געליינט... די נשמה האט ווען באמת גלייך געברויכט בייקומען די גוף, (נהמי דכסופא) און אזוי וואלט געווען עולם התיקון, נאר חטא האט גורם געווען מיתה און די גאנצע כאדראפטשע אין וואס מיר זענען...

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:09 pm

· #37585
איך האב הנאה אז מ'לאזט זיך הערן דא.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:21 pm

· #37604
יא, אבער דער כל יכול וואס לא ברא עולמו אלא להיטיב לברואיו האט נישט געקענט דיליטען די טבע פונעם מענטש וואס מאכט ער זאל זיך שעמען מיט נהמא דכיסופא?

איך פראביר מיך צו דערמאנען די תירוץ, איך מיין כ'וועל זיך מוזן דערמאנען פון וועם כ'האב עס געהערט און איבערפרעגן.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:24 pm

· #37609
קאנצעפט
נולד מאוחר
קאנצעפט, ווי אזוי ווערט פארענטפערט די נהמא דוכסופא קשיא?

קוקט נישט אויס ווי האסט געליינט... די נשמה האט ווען באמת גלייך געברויכט בייקומען די גוף, (נהמי דכסופא) און אזוי וואלט געווען עולם התיקון, נאר חטא האט גורם געווען מיתה און די גאנצע כאדראפטשע אין וואס מיר זענען...

פין די שטיקעל קוקט נישט אויס אז אונזער יעצטיגע מצב דא וואס יעדער מיטשעט זיך ארום, איז אלס נהמא דוכסופא. סאיז פשט א טעקניקעל זאך "אמנם על ידי חטאו נוספו ונתרבו חסרונות בעצמו של אדם ובבריאה כולה, ועוד נתקשה התיקון ממה שהיה קודם." " אמנם בחטאו, כיון שעל ידו נסתר השלמות יותר משהיה, ונתרבו החסרונות, והיה הוא הגורם רעה לעצמו, הנה לא יהיה עוד כל כך קל לו לשוב לצאת מן החיסרון ולקנות השלמות, כמו שהיה בעת שלא היה הוא גרימת חסרונו אלא שכך נוצר מעיקרו."

שימעלע » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:27 pm

· #37611
איך וויל פארשטיין אויף שכר ועונש. די אייבישטער קען דאך מאכען אז די זאלסט הנאה האבען פון קלאצען די זעלבע ווי די בעסטע גן עדן? צי מיינט עס טאקע אז יעדער וועט זיין די זעלבע און פאר איינעם וועט די אייבישטער מאכען ער זאל פילען די גרעסטע הנאה און די צווייטע די ערגסטע גהנם. צי סוועט זיין למעשה א גהנם און א גן עדן און אויב יא פארוואס?

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:27 pm

· #37612
עולם_גולם
מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?

אז דו פרעגסט שוין הייב אן פון אנפאנג.

פארוואס האט ער געדארפט די גאנצע בריאה [ובכללו די טבע אז מען שעמט זיך], איז דער כלל פון 'טבע הטוב להטיב' נישט א הגבלה אויף א בלתי מוגבל? און וואס האט איהם געברענגט אז ער זאל בכלל באשאפן די טבע פון 'טבע הטוב להטיב'? וכו' וכו'.

אינעם המשך תרס"ו פון אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש ברענגט ער א לשון פונעם אלטן רבי'ן: נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:28 pm

· #37615
געפילטע פיש
יא, אבער דער כל יכול וואס לא ברא עולמו אלא להיטיב לברואיו האט נישט געקענט דיליטען די טבע פונעם מענטש וואס מאכט ער זאל זיך שעמען מיט נהמא דכיסופא?

איך פראביר מיך צו דערמאנען די תירוץ, איך מיין כ'וועל זיך מוזן דערמאנען פון וועם כ'האב עס געהערט און איבערפרעגען.

איך האב נישט געמיינט די נהמא דכיסופא קשיא פון עולם גולם, איך האב געמיינט פון זר.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:31 pm

· #37618
ונבנתה העיר
עולם_גולם
מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?

אז דו פרעגסט שוין הייב אן פון אנפאנג.

פארוואס האט ער געדארפט די גאנצע בריאה [ובכללו די טבע אז מען שעמט זיך], איז דער כלל פון 'טבע הטוב להטיב' נישט א הגבלה אויף א בלתי מוגבל? און וואס האט איהם געברענגט אז ער זאל בכלל באשאפן די טבע פון 'טבע הטוב להטיב'? וכו' וכו'.

אינעם המשך תרס"ו פון אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש ברענגט ער א לשון פונעם אלטן רבי'ן: נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט.

ביזט גערעכט. אונדז פרעג מער לויט די רמח"ל וואס הייבט יא אן צי געבן הסברים אין טרייט צי פארשטיין.
דרך אגב דאס פלאן איך צי ניצן נאך מיין 120 מען וועט מיך פרעגן היתכן האסט דאס אין דאס געטאן? מיין תירץ אויף א תואה פרעגט מען נישט קיין קשוית.

קאנצעפט » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:32 pm

· #37619
נולד מאוחר
קאנצעפט
נולד מאוחר
קאנצעפט, ווי אזוי ווערט פארענטפערט די נהמא דוכסופא קשיא?

קוקט נישט אויס ווי האסט געליינט... די נשמה האט ווען באמת גלייך געברויכט בייקומען די גוף, (נהמי דכסופא) און אזוי וואלט געווען עולם התיקון, נאר חטא האט גורם געווען מיתה און די גאנצע כאדראפטשע אין וואס מיר זענען...

פין די שטיקעל קוקט נישט אויס אז אונזער יעצטיגע מצב דא וואס יעדער מיטשעט זיך ארום, איז אלס נהמא דוכסופא. סאיז פשט א טעקניקעל זאך "אמנם על ידי חטאו נוספו ונתרבו חסרונות בעצמו של אדם ובבריאה כולה, ועוד נתקשה התיקון ממה שהיה קודם." " אמנם בחטאו, כיון שעל ידו נסתר השלמות יותר משהיה, ונתרבו החסרונות, והיה הוא הגורם רעה לעצמו, הנה לא יהיה עוד כל כך קל לו לשוב לצאת מן החיסרון ולקנות השלמות, כמו שהיה בעת שלא היה הוא גרימת חסרונו אלא שכך נוצר מעיקרו."

כ'פארשטיי וואס דיר באדערט, ס'ראטזאם זאלסט (יעדער זאל) דורכלערנען דעם ספר, ס'וועט דיר קלאר ווערן פאר די אויגן די גאנצע שכר ועונש/ עולם הבא עולם הזה / נשמות ישראל ועכו"ם / השגחה אלוקית וכו'... חוץ אויב ביסט דא צו פרעגן קשיות אויף אלעס....

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:42 pm

· #37629
קאנצעפט
כ'פארשטיי וואס דיר באדערט, ס'ראטזאם זאלסט (יעדער זאל) דורכלערנען דעם ספר, ס'וועט דיר קלאר ווערן פאר די אויגן די גאנצע שכר ועונש/ עולם הבא עולם הזה / נשמות ישראל ועכו"ם / השגחה אלוקית וכו'... חוץ אויב ביסט דא צו פרעגן קשיות אויף אלעס....

כ'מיין ונבנתה העיר ברענגט א בעסערע תירוץ פון אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש. פארוואס, ווייל מיר טרייען צו פארשטיין און פרעגן קשיות אויף/וועגן גאט, און דאס איז אוממעגליך פאר א בשר ודם.

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:44 pm

· #37634
זר, דו האסט אנגעהויבן אז דו האסט "אסאך", קשיות, אוקעי די ערשטע מייניך איז שוין עטוואס פארענפערט, לאמיר גיין צום צווייטן

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:46 pm

· #37635
איך האב געפרעגט צוויי.

איך האב נאך וואס לויפן מיר אין קאפ אריין אין ארויס, אויף די מאמענט האב איך נאר געדענקט די צוויי.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:47 pm

· #37638
נולד מאוחר
ונבנתה העיר
אז דו פרעגסט שוין הייב אן פון אנפאנג.

פארוואס האט ער געדארפט די גאנצע בריאה [ובכללו די טבע אז מען שעמט זיך], איז דער כלל פון 'טבע הטוב להטיב' נישט א הגבלה אויף א בלתי מוגבל? און וואס האט איהם געברענגט אז ער זאל בכלל באשאפן די טבע פון 'טבע הטוב להטיב'? וכו' וכו'.

אינעם המשך תרס"ו פון אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש ברענגט ער א לשון פונעם אלטן רבי'ן: נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט.
ביזט גערעכט. אונדז פרעג מער לויט די רמח"ל וואס הייבט יא אן צי געבן הסברים אןן טרייט צי פארשטיין.
דרך אגב דאס פלאן איך צי נוצן נאך מיין 120 מען וועט מיך פרעגן היתכן האסט דאס אין דאס געטאן? מיין תירץ אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות.

ווייסט וואס דער תירוץ גייט זיין? אריין אין גיהנם!
פארוואס? אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:18 am

· #37656
האט דען דער רבש"ע א תאווה אריינצושליידערן א אידן אין גיהנם?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:40 pm

· #37817
עולם_גולם
מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?

די זעלבע קשיא האביך אויף יענער מענטש וואס האט מיר געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט אז בוש און נישט גאור זאל געווינען די וואלן ווייל ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א קריג מיט איראק און ער האט געוויסט אז בוש וועט גיין אין מלחמה.
האט השם נישט געקענט מאכן אז גאור זאל וועלן גיין אין מלחמה?
וואו ענדיגט זיך ג-ט'ס כח?... (ח"ו)

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:20 pm

· #37847

די שאלה איז נאר אויפ׳ן תחילת הבריאה, איינמאל די וועלט איז באשאפן געווארן פירט זי זיך בדרך כלל לויט די חוקי וכללי הטבע.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:22 pm

· #37851
דאס איז א שרעקעדיגע סטעיטמענט.
ד.מ. אז איך האב נישט קיין בחירה?

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:48 pm

· #37868
איך מיין צוזאגן אז דער אייבערשטער איז מסבב סיבות אז די הנהגה זאל שטימען מיט די דרכי הטבע.

ממילא אויב איז בוש א מלחמה גייער וועט ער מסבב זיין אז ער זאל ערוועלט ווערן.

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:53 pm

· #37872
אהא

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:27 pm

· #37896
זר זהב

די זעלבע קשיא האביך אויף יענער מענטש וואס האט מיר געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט אז בוש און נישט גאור זאל געווינען די וואלן ווייל ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א קריג מיט איראק און ער האט געוויסט אז בוש וועט גיין אין מלחמה.
האט השם נישט געקענט מאכן אז גאור זאל וועלן גיין אין מלחמה?

איז דאך ידוע אז לב מלכים ושרים ביד ה'.
און טאקע דעריבער האלט איך אז דער פרעזידענט איז נאר א פאפוגיי וואס פאלאוט דעם באשעפער'ס רצון, ער איז נאר א שליח פון אויבערשטן.
ממילא עס איך מיר נישט אזוי דאס געזונט ווען א פרעזידענט איז נישט לויט מיין גוסטע, איך לאך פון די פאליטיקאנטן וועלכע שלאפן נישט רואיג ביינאכט בלויז ווייל דער אדער יענער איז פרעזידענט/גאווערנאר/וכדומה.

אודאי, ווי ונבנתה זאגט, השי"ת איז מסבב כל הסיבות אז דער מיט די טבע צו טון זיין רצון זאל געווינען, און מיר דארפן טון השתדלות און וואוטן אויב מען קען, אבער איינמאל מיר טוען אונזער השתדלות, איז לב מלכים ושרים ביד ה', און זיין רצון וועט סיי ווי פאסירן, אפגעזעהן פון וועמען מען האט אריינגעוואוט אין ווייסן הויז.

אסאך אידן גלייבן כמעט נישט אין באשעפער, אז כל מזונותיו של אדם קצובים מר"ה ועד ר"ה. זיי בלעימען נאר אבאמא. ווען נישט ער, וואלט אלעס געווען אין ארדענונג. איז דאס ריכטיג אמונה?

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:04 pm

· #37961
שמעקעדיג
האט דען דער רבש"ע א תאווה אריינצושליידערן א אידן אין גיהנם?

סקען זיין. האסט פארגעסן אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:29 pm

· #37998
ח"ו, נולד.

דו האסט גאטס צו זאגן זאכן וואס איך ציטער אפילו צו טראכטן.
ס'קוקט אויס אז דו האסט א LACK פון יראת שמים אדער אביסל רעספעקט.
איך פארשטיי דו מאכסט א דזשאוק, אבער אויפן רבש"ע'ס חשבון?
ביטע!

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:23 am

· #38253
איך מאך א דזשאק? לאו דוקא, די קאנסעפט מיין איך מיטן פילסטען ערענסקייט.
נאכמאל איך רעד נאר לויט די מהלך פינעם אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש.
מיר קענען נישט פרעגן קשוית אין מיר פארשטייען בכלל נישט צי גאט. אלעס קען זיין ווען מען רעדט פין א כל יכול.
פרעג מיך נישט איי ס'שטייט אין די תורה רחום וחנון? מיר פארשטייען נישט גאט אז מיר זאלן קענען פרעגען סתירת אין עם.

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:31 pm

· #39173
עס איז געווען א "סעט אפ"
זר זהב
קען זיין ס'נארישע פראגעס. אבער אין הביישן למד.

ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט איז דאך געווען אין פלאן אז מ'גייט זיין אין גן עדן, רייט? נאר ווייל אדם האט געזונדיגט איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און "מיתה" איז "באשאפן" געווארן (אן אקסי-מאראן...?)
וויאזוי שטימט דאס מיט די לערנונגען פון נהמי דכסופי, אז די סיבה פארוואס אונז זעמיר דא אויף דער וועלט איז זיך צו שלאגן מיט'ן יצר
כדי צו האבן שכר אויף יענע וועלט אן קיינע בושות,,, אמער נישט דאס איז דאך בכלל געווען די אריגינעלע פלאן פון השם?!?!
----------------------------------

"זר זהב" פרעגט זייער א שטארקע קושיא און זייער א גוטע קושיא. איך האב דורך געלייענט אלע תגובות און עס איז דא אסאך שיינע ביאורים, אבער עס איז אלעס נישט קיין ביאור מספיק און זיין קושיא איז פארט שטארקער פון אלע תירוצים.

לפענ"ד איז נאר דא איין וועג ווי דאס צי פארענטפערען.

די איינציגע וועג צי פארענטפערען די (וואס זעהט אויס כאילו ווי א) סתירא (און עד"ז בנוגע צי זיין צווייטע קשיא וועגן אדם און חוה) ועד"ז איז דא אין תורה זייער אסאך ענדלעכע קשיות מיטן זעלבן פוינט ...

דער ענטפער קורץ און שארף איז אז דער אייבעשטער האט געמאכט ע"ד ווי אזא מין "סעט אפ" כביכול אז אלעס איז געווען ידוע פין אנפאנג אבער די פרטים האבען זיך געדארפט "אויסשפילען" במשך הזמן בבחירתו פין מענטשען און אעפ"כ איז די ידיעה פין דעם אייבערשען נישט מכריח די בחירה פין בני אדם.

דער מהלך המחשבה פארענטפערט גאר אסאך קושיות און איז זייער גרוסער יסוד.

בנוגע לענינינו הייסט עס אזוי:

דער אייבעשטער האט געוואלט מלכתחילה אלע פרטים וואס עס האט זיך אויסגעשפלט צום סויף און עס איז אלץ גווען א חלק פון דעם "מאסטער פלאן" און אעפ"כ אז א מענטש זינדיקט ווערט ער נאנש על רוע בחירתו אבער אפילו דער חטא איז אויך א חלק פון דעם "מאסטער פלאן" כדי דער מענטש זאל שפעטער תשובה טאן און דורך דם פירט זיך דורך תכלית הכונה.

דער אויבענדעראנטער מושג איז זייער טיף אבער באקאנט פאר די אלע וואס זיינען גוט באהאווענט אין קבלה און ספרי חסידות.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:03 pm

· #39201
נולד מאוחר

אויף דיין צווייטע שאלה וואלט איך גענטפערט אוודאי איז דאס געווען די פלאן פון אנפאנג, די תורה שרייבט דאס נאר אויף אזא אופן אונז צו לערנען די געדאנק פון לא טוב היות האדם לבדו, וואס עס זאל נישט מיינען ס'דא כמה מהלכים אינעם לא טוב.

שטייט נישט דא דער רעיון?

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:45 pm

· #39229
נולד מאוחר
נולד מאוחר

אויף דיין צווייטע שאלה וואלט איך גענטפערט אוודאי איז דאס געווען די פלאן פון אנפאנג, די תורה שרייבט דאס נאר אויף אזא אופן אונז צו לערנען די געדאנק פון לא טוב היות האדם לבדו, וואס עס זאל נישט מיינען ס'דא כמה מהלכים אינעם לא טוב.

שטייט נישט דא דער רעיון?

דער ענין איז באמת זייער טיף אין זייער פלא'דיג.

עס ווענדעט זיך ווי טיף מען טראכט זיך אריין אין דעם און וואס ווייטער איז נאך מער פלא'דיג.

לאמיר גיין מין הקל אל הכבד:

ווען אין דער תורה שטייט אז פריער איז געווען איין זאך און שפעטער א צווייטע זאך און נאכדעם א דריטע זאך איז נישט אזא שטארקע קושיא פארוואס עס איז געווען מיט אזא סדר ווייל איינס איז נישט קיין סתירא צי די שפעטערדיקע וכן להיפך. למשל פריער אדם און שפעטער חוה. און מען קען עס אויך דערקלערען אז עס איז דא עפעס צי לערנען פין דעם אזוי ווי איר האט דערקלערט.

אבער בנוגע צו די ערשטע קושיא וואס 'זר זהב' פרעגט איז זייער פלא'דיג :

מצד כמה טעמים, ווייל סאיז משמע פין חז"ל אז עס איז געווען כאילו ווי אן אריגענעלער פלאן וואס האט אזוי געקענט בלייבען און דער פלאן איז אדירך געפאלען וואס דאס קימט אויס ווי בסתירא צים שפעטערדיקען פלאן !

דער גרעסטער פלא פין אלעס איז זייער שווער צי פארשטיין בעיקר ווען עס איז בקשר מיט א חטא איז דענסטמאל פלא פלאים אז מען זאל קענען נעמען אין באטראט אז א חטא וואס איז נגד רצון העליון איז פינדעסטוועגען (אים דירעקט) אויך געווען א חלק פין דעם אריגענעלע פלאן פין רצון העליון, ווען דיא זאך איז דאך א חטא און איז נגד רצון העליון !

ווי קען דאס זיין אז א זאך וואס איז נגד הרצון העליון, און אעפ"כ איז דאס גופא א חלק פין רצון העליון ? ? ?

דאס איז ווי מען ריפט עס אן, "נימנע הנימנעות" ע"ד ווי דער פלא ווי "מקום הארון אינו מן המידה" וואס דאס איז א סתירה מיני ובי, און אעפ"כ איז אזוי די פאקט !

אויב איר ווילט גיין נאך ווייטער און נאך טיפער, קענען מיר גיין נאך ווייטער און נאך טיפער דאס צי פארשטיין - אויב עס איז דא איינער דא וואס איז אינטערעסירט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:37 pm

· #39243
איין מיניט וואס זאגסטו אויף דאס אז לויט די ערשטע פלאן זעט אויס אז נהמא דכסופא איז נישא קיין פראבלעם?
זאגסט אז סקיינמאל נישא געווען אזא פלאן? ניין די זאגסט ביידא איז אמת. ס'יא א פראבלעם אין ס'נישא?

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:34 pm

· #39262
נולד מאוחר
איין מיניט וואס זאגסטו אויף דאס אז לויט די ערשטע פלאן זעט אויס אז נהמא דכסופא איז נישא קיין פראבלעם?
זאגסט אז סקיינמאל נישא געווען אזא פלאן? ניין די זאגסט ביידא איז אמת. ס'יא א פראבלעם אין ס'נישא?

כאטש מרעדט דא וועגען זייער טיפע מושגים וואס אפילו די גרעסטע גאונים קימט זיי אן שווער אריינגיין לעומקו של ענין אבער אויף א קינדערישען אויפען קען מען עס ערקלערען זייער לייכט אז אפילו א קינד קען עס א ביסל פארשטיין מיט א משל:

א קינד קען זיך פארשטעלען ווי איינער טיט עס אדער ער האט אליינס דיע עקספיריענס אז ער שפילט זיך ארום מיט א א שפיל פין "פאפעט" שאו.

דער סדר איז אז דער וואס שפילט דעם שפיל ציט די שטריקלעך פין דיע פאפעטס און מאכט זיי גיין וואו ער וויל אין ווי ער וויל און פינקטלעך וואס זיי דיע פאפעטס זאלען טיען מיט אלע פרטים און בפרטי פרטיות און אן דעם קאנטראל פין דעם מנהיג ה'פאפעטס איז מבלעדו לא ירום איש את ידו ואת רגלו און דאס איז נישט ווייל זיי דארפען רשות נאר ווייל א פאפעט האט אינגאנצען נישט קיין שום חייות חוץ פון דעם קאנטראל פין דעם מנהיג הפאפעטס.

אדם און חוה (און מיר אלע) זיינן באמת נאר פאפעטס און דער אייבעשער ציט אלע שטיקלעך.

ביז אהער איז גרינג צי פארשטיין.

די נעקסט סטעפ איז אז לויט דעם משל קימט אויס א ווען דיע פאפעטס טיען אן עבירה, איז ווער טיט עס? דער פאפעט אדער דער וואס ציט די שטריקלעך?

איז דער אמת, איז באמת, איז דער פאפעט, איז נישט קיין מציאות לעצמו נאר קאנטראלירט בהשגחה פרטיות בפרטי פרטיות, ממילא קימט אויס אז די עבירה האט געטאן דער וואס ציט די שטריקלעך !

נאר ווייל אין הרגש האדם שפירן מיר נישט דעם אמת אז מיר זענען קאנטראלירט, נא מיר שפירען אז מיר האבען בחירה חפשיות, דערפאר זענען מיר ריספאנסעבל און מיר באקימען שכר ועונש אבער באמת טיט אלץ דער אייבעשטער אליינס (דורך אינדז).

פינקט אזוי איז געווען מיט אדם און חוה וואס בהרגש האדם האט ער בוחר געווען עסען דעם עץ הדעת אבער דאס איז נאר פין דעם געפיל שטאנדפונקט פין אדם הראשון אבער באמת האט ער עס גמיזט טיען ווייל אזוי איז געווען השגחה העליונה אנציפירען אזוי מיט די לעבעדיגע אמת'ע "פאפעטס" אדם און חוה.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:06 am

· #39280
די זאגסט זייער טיפע זאכן ביז אבער פליז קודם ענטפער וואס איז מיט נהמא דוכסופא? ליוט די ארגענעלע פלאן זעט אויס אז סאיז נישט בהכרח א פראבלעם, ריכטיג?

qwerty » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:25 am

· #39292
נולד מאוחר
די זאגסט זייער טיפע זאכן ביז אבער פליז קודם ענטפער וואס איז מיט נהמא דוכסופא? ליוט די ארגענעלע פלאן זעט אויס אז סאיז נישט בהכרח א פראבלעם, ריכטיג?

דער ערשטער פלאן איז מלכתחילה קיין מאל נישט געווען אן אמת'ר פלאן סופית

נאר שטעל דיך פאר ווי די וואטשט א מואווי פין א פליי אין די זעסט דעם ערשן סקיט -

אבער דער דיירעקטאר און פראדוסער פון די מואווי האט מלכתחילא באמת קיין מאל נישט געקלערט אז די מואווי זאל זיך ענדיקען גלייך נא דיע ערשטע סקיט.

נאר עס איז ע"ד ווי כביכול אזא "שפיל" וואס דאף זיך אויסשפילען ביז'ן סוף.

ווער עס מאכט א פראפעשענעל מואווי, מאכט עס אזוי גיט אז ווען די וואטשט דעם ערשן חלק שפירסט די אז עס איז אזוי אמת'דיק אז סאיז נישט דא, אין עס וועט נישט זיין, קיין צוויטער סקיט,

אבער צים סויף פארשטייט מען שוין אז סוף מעשה איז געווען במחשבה תחילה.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:31 am

· #39299
ריכטיג אבער אין די ערשטע סקיט דארףף אלעס שטימען כאולי ווי דאס איז די זאך, קארן קענען נישט פארן אויף וואסער.
אז די ערשטע סקיט האט נישט קיין פראבלעם מיט נהמא דוכסופא פארוואס האט די צווייטע יא?

qwerty » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:12 am

· #39315
נולד מאוחר

אז די ערשטע סקיט האט נישט קיין פראבלעם מיט נהמא דוכסופא פארוואס האט די צווייטע יא?

פארוואס נישט?

נולד מאוחר
ריכטיג אבער אין די ערשטע סקיט דארף אלעס שטימען כאילו ווי דאס איז די זאך, קארן קענען נישט פארן אויף וואסער.

עס איז נישט אזא אוממעגלעכע זאך ווי א קאר אפען וואסער.

ווייל באמת, קען מען אפילו פרעגען די קושיא, פונקט פארקערט, דהיינו אז די גאנצע זאך פין נהמה דכסופה איז דאך א געפיל זאך און דע געפיל האט אויך דער אייבעשטער געמאכט!?! (איך גיי ניט יעצט עטפערען די קושיא ווייל דער פוינט יעצט איז די קושיא) ממילה איז דא א פאר טשויסעס:

א - אויב " עס איז נישט דא קיין ברירה כביכול, לויט סקיט 1, איז "בלית ברירה" קען מען זיך באגיין אן דעם אויך און עס איז אויך גיט צי הנאה האבען פין נהמה דכסופה אויך, נאר פיל בעסער איז ווען מפילט אז מען האט עס פארדינט - נו אז גיט איז גיט, איז בעסער נישט בעסער?

ב - "בלית ברירה" קען דער אייבעשטער טוישען דעם געפיל פראבלעם - ווערט עס אויס פראבלעם.

ג - אדם האט נישט געהאט ממש אזא "פרי רייד", ער האט געהאט א פאר דזאבס דארט צי טיען. ער איז געווען דזענעראל מאנאדזער, פין גן עדן אין זיין דזאב אי געווען "לעבדה ולשמרה", איז כל זמן ער האט כאטש א שטיקל דזאב איז עס "נאט סא טערבל", נהמה דכסופה, אינגאנצען ווייל ער האט כאטש אביסל געאבעט צי וואטשען דעם גאטען און צי מאכען אביסל גארדענינג.

און ער האט אויך געהאט א מצוה נישט צי עסען פין עץ הדעת און ער האט געהאט נאך א מצוה פין פרו ורבו און בפרט נאך אין שנה ראשונה פארשטייט מען דאך אז ער איז געווען ביזי מיט מצות.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:21 am

· #39322
ב טויג נישט אזוי ווי די באסט געשריבען. אז ער קען טוישן פאלט אוועק די תירץ פין נהמא דוכסופא.
ג ווידערים אז אויך פראבלעמאטיש אויב שוואכע ארבעט איז געניג אוועק צי נעמען די נהמא פראבלעם איז הדרא קשיוא לדוכתא פארוואס האט אינדז גער אוישטער געגבען אזא שווערע סטראגעל?

qwerty » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:56 am

· #39335
נולד מאוחר

ג ווידערים אז אויך פראבלעמאטיש אויב שוואכע ארבעט איז געניג אוועק צי נעמען די נהמא פראבלעם איז הדרא קשיוא לדוכתא פארוואס האט אינדז גער אוישטער געגבען אזא שווערע סטראגעל?

אז גיט איז גיט, איז בעסער נישט בעסער?

"רצה הקב"ה לזכות את ישראל - לפיכך הרבה להם תורה ומצוות"

וויניקער מצות איז אויך עפעס אבער מער איז בעסער.

יעדער קינד פארשטייט אז 1 קענדי איז גיט און 2 איז בעסער אין 613 קענדיס איז אין לשער!

qwerty » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:57 am

· #39336
נולד מאוחר
ב טויג נישט אזוי ווי די באסט געשריבען. אז ער קען טוישן פאלט אוועק די תירץ פין נהמא דוכסופא.

דער אויבעשטער קען טוישען די טבע אז עס זאל אינדז נישט באדערען נהמה דכסופה איז טאקע א שטארקע קושיא ווי איך האב אליינס געפרעגט.

איידער איך ענטפער די קושיא קענען מיר מאכען די קושיא נאך שטארקער אז דער גאנצער ביאור פין נהמה דכסופה איז לכאורה מלכתחילה קיין ביאור נישט אפילו אן "טוישען".

דער אויבעשטער דארף גארנישט טוישען כדי צי לייזען דם פראבלעם פין נהמה דכסופה.

נאר די קושיא איז א צוליב וואס האט דער אויבעשטער געדארפט מאכען פראבלעם צי באשאפען א מעטש מיט פראלעם אז עס באדערט עם נהמה דכסופה אין יעצט דארף דער אויבעשטער מאכען אזא שווערען סאלושען אז מיר דארפען ארבעטען אזוי שווער צי פיקסען דעם פראבלעם - אז ער האט דאך געקענט מלכתחילה באשאפען א מענטש אן דיע פראבלעם וועט מען נישט דארפען דיע סאלושען.

וויבאלד עס איז שוין באלד 2:00 am וועט מען לאזען דעם תירץ אויף מארגען, אי"ה.

qwerty » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:19 pm

· #39681
דער ענטפער איז אזוי:
דער אויבעשטער האט אינדז געוואלט געבען דעם מאקסימום טוב.

דאס העכסטע מדרגה וואס א מענטש קען דערגרייכען איז אזא מדרגה וואס ער ווערט כביכול "שותף להקב"ה במעשה בראשית" דורך דעם וואס ער איז נישט נאר בבחינת מקבל פין דעם אויבערשטן, נאר ער איז אן אקטיווער פארטיסעפענט און א "משפיע" אין דער בריאה דורך דעם וואס דער מענטש הארעוועט און שאפט בכוח עצמו און ער ווערט דערמיט א שותף להקב"ה במעשה בראשית.

דאס איז דער טעם פארוואס דער אויבעשטער האט אין אינדז אריינגעגעבען די טבע אז מיר שעמען זיך מיט נהמה דכסופה, כדי בא אינדז זאל זיין די נאטירלעכע דרייוו און און רצון אז מיר זאלען וועלען זוכה זיין צי זיין נישט נאר א מקבל נאר אויך א משפיע דומה לבוראו.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:26 pm

· #39728
qwerty
דער אויבעשטער האט אינדז געוואלט געבען דעם מאקסימום טוב.

דאס העכסטע מדרגה וואס א מענטש קען דערגרייכען איז אזא מדרגה וואס ער ווערט כביכול "שותף להקב"ה במעשה בראשית" דורך דעם וואס ער איז נישט נאר בבחינת מקבל פין דעם אויבערשטן, נאר ער איז אן אקטיווער פארטיסעפענט און א "משפיע" אין דער בריאה דורך דעם וואס דער מענטש הארעוועט און שאפט בכוח עצמו און ער ווערט דערמיט א שותף להקב"ה במעשה בראשית.

אויב אזוי וואלט געווען בעסער אז גאט זאל אונדז באשאפען גלייך ווי עם, מיט די פרט אז עם איז געווען זייער גרינג צי באשאפן די וועלט, ממש ווי מיר זאגן ארויס די אות 'ה'. דאן וואטלטן מיר געווען ממש גלייכע שותפים מיט גאט. וואס פעלט אויס די גאנצע מיטשעניש און נסיונת?
qwerty
דאס איז דער טעם פארוואס דער אויבעשטער האט אין אינדז אריינגעגעבען די טבע אז מיר שעמען זיך מיט נהמה דכסופה, כדי בא אינדז זאל זיין די נאטירלעכע דרייוו און און רצון אז מיר זאלען וועלען זוכה זיין צי זיין נישט נאר א מקבל נאר אויך א משפיע דומה לבוראו.

פארוואס האט ער נישט אריין געגעבען אין אונדז די טבע אז מיר זאלן וועלן זיין משפעים, נאר געמאכט א גאנצע דריידעל פין נהמא דוכסופא? לויט ווי די שרייבסט איז די גאנצע נהמא נאר כדי מיר זאלן זיין משפעים.

qwerty » זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:27 pm

· #39748
נולד מאוחר

אויב אזוי וואלט געווען בעסער אז גאט זאל אונדז באשאפען גלייך ווי עם, מיט די פרט אז עם איז געווען זייער גרינג צי באשאפן די וועלט, ממש ווי מיר זאגן ארויס די אות 'ה'. דאן וואטלטן מיר געווען ממש גלייכע שותפים מיט גאט. וואס פעלט אויס די גאנצע מיטשעניש און נסיונת?

איך פארשטיי נישט פינקט וואס איר מיינט.

אין געוויסע בחינות זיינען מיר טאקע גלייך אזוי ווי למשל אז א איד האט א חלק אלו' ממעל ממש און ישראל ... וקוב"ה, וקוב"ה, כולא חד און דער גרעסטער חידוש וואס ווייזט עס ארויס אממערסטען איז די בחירה חפשית וואס א איד האט בדומה לבוראו.

אבער דאס איז אלעס אין פאטענציעל, בכח, אבער כדי עס זאל אזוי אויך זיין אויך בפועל, איז עס ווען מיר טיען תורה ומצוות בפועל.
בלאט: 1 2