ערעב זר זהב, דו קענסט די מעשה מיט רבי ר' יונתן אינעם יעב"ץ און די משל פון חד גדיא?
מאכסט שוין א מחלוקת און נעמסט שוין א צד
דאס איז די איינציגסטע זאך וואס דער ברך משה מיטן דברי יואל האבן געהאט חילוקי דעות, און יעדער קען אננעמען ווי וועם ער וויל, שטעק נישט אריין דיין קאפ און ברענגן ראיות ווער ס'איז געווען גערעכט, ווייל ס'איז דא ראיות פארקערט אויך, ומי אנו להכניס ראשינו בין ההרים הגדולים
אגב בנוגע אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'
פארוואס דער ברך משה האט למעשה פאר זיין קינד און פאר די אייניקלעך יא געלאזט די ארגינעלע נאמען פון זיינע עלטערו איז בודאי געווען טעמו ונימוקו עמו ואגב האט דערציילט אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אז ווען זיין זון ר' חיים הערש איז געבוירן האט ער גערעדט צום טאטן דערוועגן, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל אינזין האבן ביים נאמען חיים נאכן דברי חיים און צבי נאכן חכם צבי, וואס נאך זיי האט דער עצי חיים געהייסן, און אדמו"ר מהר"א האט עס דערציילט פארן רבין דער דברי יואל און דער רבי האט געזאגט, גוט, אבער זאלסט אזוי אינזין האבן.
און יתכן אז דער ברך משה ביי זיין זון האט אויך די זעלבע אינזין געהאט
שוין כ'האב מיך איינגעקויפט מפטיר יונה. ההכרח לא יגונה ולא ישובח, און אזעלכע אינפארמאציע שפילט ליידער א היסטראישע ראלע, ווייל הרבה דברים נעשו בשמו לאחר שנת הנ"ל, און דאס איז געווען מיין כונה בדרך אגב, ולא הארכתי ווייל ס'באלאנגט אין צימעס. בכל אופן עיקר כוונתי איז געווען אן אויטענטישע שילדערונג פון זיין גרויס אהבה צו קינדערעד כדי כך אז אינמיטן א חופה איז ער געווען פארנומען זוכן אין די קעשענע א גוטע זאך פאר א 3 יעריג קינד. כ'האב עס נאר פרובירט צו שילדערן אויטענטיש דברים כהווייתן, ואתכם הסליחה.
מאראנצןזאפט האט געשריבען שוין כ'האב מיך איינגעקויפט מפטיר יונה. ההכרח לא יגונה ולא ישובח, און אזעלכע אינפארמאציע שפילט ליידער א היסטראישע ראלע, ווייל הרבה דברים נעשו בשמו לאחר שנת הנ"ל, און דאס איז געווען מיין כונה בדרך אגב, ולא הארכתי ווייל ס'באלאנגט אין צימעס. בכל אופן עיקר כוונתי איז געווען אן אויטענטישע שילדערונג פון זיין גרויס אהבה צו קינדערעד כדי כך אז אינמיטן א חופה איז ער געווען פארנומען זוכן אין די קעשענע א גוטע זאך פאר א 3 יעריג קינד. כ'האב עס נאר פרובירט צו שילדערן אויטענטיש דברים כהווייתן, ואתכם הסליחה.
נישט אייביג איז שיין צו שילדערן אויטענטיש דברים כהווייתן, און עס איז דא גענוג און נאך אשכולת אויף די מחלקות עס דארף נישט ווערען דא אריין געמישט, לדעתי דארף די הודעה ווערען פארמעקט
איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך". דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך. דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.
עס איז עקעלדיג צו עס באשרייבען[/quote]
שוין כ'האב מיך איינגעקויפט מפטיר יונה. ההכרח לא יגונה ולא ישובח, און אזעלכע אינפארמאציע שפילט ליידער א היסטראישע ראלע, ווייל הרבה דברים נעשו בשמו לאחר שנת הנ"ל, און דאס איז געווען מיין כונה בדרך אגב, ולא הארכתי ווייל ס'באלאנגט אין צימעס. בכל אופן עיקר כוונתי איז געווען אן אויטענטישע שילדערונג פון זיין גרויס אהבה צו קינדערעד כדי כך אז אינמיטן א חופה איז ער געווען פארנומען זוכן אין די קעשענע א גוטע זאך פאר א 3 יעריג קינד. כ'האב עס נאר פרובירט צו שילדערן אויטענטיש דברים כהווייתן, ואתכם הסליחה.[/quote] לאוו דוקא צו קינדער ער האט געהאט אזא געפיהל צו א צווייטע איד אז ווען א איד האט זיך אויסגעוויינט ביים געזעגענן פלעגט ער פשוט מיטוויינען,
אז מען רעדט שוין פון אויף טוישן קאפלעך אין מקווה פון רביס, האב איך אמאל געהערט פון א איד וואס האט געזען ווי דער בעל ויואל משה קימט און מקווה און עס קומט אריין א מענטש אין טוישט די קאפל אין גייט ארויס, קימט אריין א צווייטער אין טיט דאס זעלביגע אין אזוי אפאר מענטשען אין א צי זענען אריין געקימען טוישן קאפל נישט כאפענדיג אז איר זענט דער פערדער אדער גאר דער פיניפטער וואס טוישט שוין קאפל, וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז איינמאל האט עפעס א מוסד געמאכט א מעכטיגען גורל פין א קאפל פון רעבען, אין די גורל איז אזוי געלאפען איבערען יאר! ווער ווייסט צי דעי קאפל האט נאך דער רבי ניטאמאל אנגעקיקט
אה איך האב נאר געליינט די ערשטע 4 שורות וואס האט מיר דערמאנט פון די קינדער יארן ווען איך האב געליינט א ביכל איבערן בעש"ט הק'. איך האב נישט געקענט ווייטער ליינען, אלעס האטאך א שיעור.
דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער ברך משה האט נישט געקענט ליינען קוויטלעך
האסט צוגעלייגט איין ווארט צו א באקאנטע מימרא פון רביה״ק זי״ע, די ווארט "נישט"
אנשטאט די אקוראט מימרא "דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער ברך משה האט געקענט ליינען קוויטלעך" שרייבסט "דער בעל דברי ויואל משה האט געזאגט אז דער ברך משה האט נישט געקענט ליינען קוויטלעך"
עס קומט מיר פאר ווי די וואס זאגן אז ער האט אמאל געזאגט "הינדערט יאר ר.... האבן זיך געקענט לערנען פון איר ר....," אנשטאט "הינדערט יאר צדיקים האבן זיך געקענט לערנען פון איר צדקות,"