☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #409
בלאט: 1 2 3

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 8, 2015 1:18 am

· #287964
ר' משולם איגרא?
גאלד
איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

ווי קומט אריין ר' משולם איגרא אין די ליסטע?? די נתיבות האט זיך אויסגעדריקט "כהרשב"א ואולי כהרמב"ן" אויף עם. דאכט זיך מיר די חתם סופר האט געמאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו אויף עם. ווי קומט ער דא אריין?

גאנצל » מיטוואך יולי 8, 2015 12:25 pm

· #288095
ישמעאל הכהן
איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'


און איך פרעג פארוואס פארוואס אזויפיל דברי יואל'ס ? האסט עס נישט געקענט מאכן ווי יעדע נארמאלע ספר חחחחחחחחח לשון קארני נופל על לשון קארני אבל יש בזה אמת

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 8, 2015 7:00 pm

· #288207
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
אויבערלענדער חכם
גאלד
איך אויך
אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

ווי קומט אריין ר' משולם איגרא אין די ליסטע?? די נתיבות האט זיך אויסגעדריקט "כהרשב"א ואולי כהרמב"ן" אויף עם. דאכט זיך מיר די חתם סופר האט געמאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו אויף עם. ווי קומט ער דא אריין?

ס'איז ברייט באהאלטען, אבער ר' משולם איגרא איז געווען אזא מתנגד וואס אין בדומה לו.
אוודאי האט עס נישט מיט'ן ברך משה'ס אויסדרוקען קעגען זיין פערזענליכע שונאים. הרב משולם איגרא, כפי וואס מיר ווייסען, האט נאר געהאט אן עקרונות'דיגע חשבון. אבער אפילו איך האלט נישט ביים אויסשרייבען וואס מ'זאגט נאך פון איהם. אפילו אן עכטע אויבער חכם וואלט געהאט א פראבלעם.
טאקע מכוחו של אותו זקן, איז פרעשבורג געבליבען ריין פון חסידות ביז צום קריג. איך האב געהערט פון א פרעשבורגער איד אז הרב אונסדארפער פון מאנטריאל, וואס נאך אינדערהיים איז געווארען חסידיש, האט צוזאמענגעשטעלט א מנין אויף הקפות ליל שמ''ע. דער קהל האט גערופען פאליציי און פארמאכט די קלויז אויף אייביג פאר'ן זינד פון טאנצען ליל שמ''ע.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 8, 2015 7:11 pm

· #288210
גם אנכי לא ידעתי בלתי היום. וואו איז באשריבען וועגען דעם? יעצט פארשטיי איז פארוואס מען האט אזוי מפליג בשבחו געווען פון רבי משולם איגרא!! אבער וואס האט דעס אהער? דער ברך משה איז נישט געווען קיין מתנגד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 9, 2015 8:14 am

· #288348
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
איך האב עס נישט געזען באשריבען, נאר געהערט פון ירושלימ'ער אידען וואס האבען נישט קיין מורא.
דער מימרא וואס דו ברענגסט פונ'ם נתיבות איז געדרוקט אין הקדמה לספרא דצניעותא פון ר' חיים וואלאזהינער אויפ'ן גר''א. מ'דערציילט אז אין א שמועס צווישען הרב יעקב קמינצקי מיט'ן סאטמאר רב אין מיאמי, האט דער סאטמארער געפרעגט ר' יעקב'ן ''וואס האט ער געדארפט שרייבען אזא הפלגה? ער האט געקענט שרייבען אזוי ווי דער רבי ר' בער?''
האט ר' יעקב געזאגט ''איך האב געזען פון תלמידים פונ'ם צאנזער רב אזא אויסדרוק אויך''
''צאנזער רב!? צאנזער רב איז געווען א מלאך!''

ליפא » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:53 pm

· #330129

איך אויך » מיטוואך אפריל 20, 2016 5:50 am

· #330200
א רגע ביי 8:23 זאגט ער לשנה הבא בירושלים 'הבנויה'? דאס אידאך א ריין ציוניסטישע המצאה!

ליפא » מיטוואך מאי 4, 2016 11:14 am

· #331578
יארצייט היינט

נעגעל וואסער » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:15 pm

· #399457
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
ליפא
יארצייט היינט

היינט אויך

אינטערסאנטער » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:40 pm

· #399463
די ווידיאו קוקט אויס בערך אין תשס"ג, נאך געווען דעמאלס היבש אין די כלים, מען קען זעהן די פרישקייט ביים זינגען והיא שעמדה און ביי לשנה הבאה בירושלים, און ביי די אנדערע חלקים. בערך פון דעמאלס און ווייטער האט ער אנגעפאנגען צו ווערן שוואכער און ווייניגער צו רעדן.

נעגעל וואסער » מיטוואך מאי 22, 2019 6:53 pm

· #430918
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
קיינמאל געזען, יישר כוח פארן ברענגן.

צווישן די אויגן, נאז, האר וכו' שטייט אז mund האט ער געהאט א קליינע. וואס איז דאס?

חוקר ודורש » מיטוואך מאי 22, 2019 10:04 pm

· #430925
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
📎 IMG_3328.jpg
יעדע זאל זיכן זיין זיידע


Sent from my iPhone using Tapatalk

חוקר ודורש » מיטוואך מאי 22, 2019 10:06 pm

· #430926
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
יעצט וועט מען זיך שוין נישט דארפן ברעכן קאפ ווי אזוי וואלט אויסגעקוקט אן אפגעפארענע טייטלבוים..


Sent from my iPhone using Tapatalk

יואליש » מיטוואך מאי 22, 2019 10:37 pm

· #430927
נעגעל וואסער
צווישן די אויגן, נאז, האר וכו' שטייט אז mund האט ער געהאט א קליינע. וואס איז דאס?


[ציטאט אראפגענומען]


די ירושה פון די קליין מויל איז נאכנישט פארטיילט געווארן פאר אלע קינדער.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 23, 2019 12:02 pm

· #430946
דא קען מען זעען די ארגיניעלע דאקיומענטן:
<a class="postlink" href="https://collections.arolsen-archives.org/en/search/people/7261911">https://collections.arolsen-archives.or ... le/7261911</a>

איך אויך » דאנערשטאג מאי 23, 2019 2:49 pm

· #430954
יאפ ווי ערווארטעט האבען די נארישע אייוועלטיסטן שוין געמעקט דעם בילד אוו אפילו דעם לינק. יעצט קען מען ווייטער שפינען וועלכע געבעקס די סאטמורים ווילן און דער רא''ט קען זיך צולאזן דאס פיסקל.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 23, 2019 4:59 pm

· #430960
א איד נעבאך געפאנגן ביי די נאציס. אפגעגאלט און אנטבלויזט, הונגעריג און קראנק. פארלוירן א רעבעצן א צדיקות מיט 3 געלונגענע קינדער, פארלוירן זיין גאנצע געמיינדע, קומען דא א פאר פאסקודניאקעס, לופטיגע ניקים וואס געבן אין אלגעמיין גארנישט צו צום שטיבל, בלויז זייער טיפשות און שמאל-קעפיקייט - און טרייבן אקטאוועס פון אים... סארא שאנדע.

בלויז ווייל ער האט געהייסן טייטעלבוים און ער האט פיינט געהאט די ציונים מיט די בני יואל.

אינטערעסאנט אז דער לעגאנדארער סאטמאר האסער מרן ארי נוהם האט זיך נאך נישט באוויזן אויפן האריזאנט מיט זיינע קליגע קאמענטארן אויפן אנטדעקטען בילד. ער איז נאך ווארשיינליך פארנומען צו עסן בילקעס אין סקולען...פילייכט וועט ער דא באלד אריינקריכן....

חוקר ודורש » דאנערשטאג מאי 23, 2019 5:14 pm

· #430961
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
קאך לעפל, וואס קאכסטו אזוי, מען מעג מאכן א ווערטל, און איך מיין חס וחלילה גארנישט פערזענליך, איך בין שטארק מעריץ דעם ברך משה זצ״ל און קוק אסאך אין זיין ספר על התורה, קיינער מיינט חס ושלום גארנישט אויף אים, עס איז נאר אונטערסאנט צו זעהן דעם עצי חיים׳ס זוהן אן בארד און פיאות און איך רעדט וועגן דעם עצם בילד בלי קשר כלל פארוואס ער איז צוגעקומען צו דעם און וואס ער איז דארט אדורך, מען דארף קענען מאכן א טיילונג


Sent from my iPhone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 23, 2019 5:37 pm

· #430962
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
פארוואס האט זיך נישט געהערט די זעלבע קול מחאה ביים ׳אנטדעקונג׳ פון די בילד פון דער בעלזער רב אן א בארד?

גראדע, זעי איך נישט די בזיון, און לכאורה דארף מען האלטען די בילדער למזכרת.

נאר דער אייזעל מיט א פיסק פון א ביב השופכין האט געמאכט א גאנצע טאראראם און ער איז געווען דער עעעעערשטעער צו רעדן דער סארט שטותים, און זיין אלע וויידלעך קענען זיך אדער אפשאקלען פון איהם, אדער ווערן אנגעשפריצט, וכדברי ר׳ סענדער המפורסמים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ארי נוהם » דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:26 pm

· #430975
קאך_לעפל
א איד נעבאך געפאנגן ביי די נאציס. אפגעגאלט און אנטבלויזט, הונגעריג און קראנק. פארלוירן א רעבעצן א צדיקות מיט 3 געלונגענע קינדער, פארלוירן זיין גאנצע געמיינדע, קומען דא א פאר פאסקודניאקעס, לופטיגע ניקים וואס געבן אין אלגעמיין גארנישט צו צום שטיבל, בלויז זייער טיפשות און שמאל-קעפיקייט - און טרייבן אקטאוועס פון אים... סארא שאנדע.

בלויז ווייל ער האט געהייסן טייטעלבוים און ער האט פיינט געהאט די ציונים מיט די בני יואל.

אינטערעסאנט אז דער לעגאנדארער סאטמאר האסער מרן ארי נוהם האט זיך נאך נישט באוויזן אויפן האריזאנט מיט זיינע קליגע קאמענטארן אויפן אנטדעקטען בילד. ער איז נאך ווארשיינליך פארנומען צו עסן בילקעס אין סקולען...פילייכט וועט ער דא באלד אריינקריכן....

צר לי עליך אחי.

קודם כל, לאמיר באסטן דיין באבל. כ'האלט ווי אנאנים האט געשריבן אין זיין אשכול. די בילד איז קודש קדשים, אזויווי דאס בילד פון דער קדוש ה' מבעלזא וואס איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע רשעים און ס'איז פאראייביגט געווארן דער חותם ה' מיטן בילד וואו ער גייט אן א בארד. כבר כתבנו אין יענעם טרויעריגן אשכול פון דעם פי האתון ממאנרא, אז לדעתי ליגט דעם צלם אלוקים דווקא אין אזא בילד. דאס ווייזט ווי א איד איז אריבער די ביטערע צרות עד הסוף, און איז פארט פארבליבן אן ערליכער איד (און אפילו אויב נישט, ווייזט עס אויפן ליידן צוליב זיין א טייל פונעם אידישן פאלק), און דא ליגט דער צלם אלוקים.

צו חוזק מאכן פונעם ברך באזירט אויף דעם בילד איז רשעות און געמיינהייט, נישט בעסער פון די מאה שערים'ניקעס וואס מאכן ליצנות פונעם ביטערן האלאקאוסט מיטן נאכשרייען סאלדאטן "נאציס", א נאמען וואס איז רעזערווירט פאר די דייטשע בעסטיאלן וואס האבן גע'שחט'ן די זיידעס פון די מאה שערימ'ניקעס און די איזראעלישע סאלדאטן ביינאנזאם.

דער בילד פונעם ברך דארף ברענגען טרערן אין די אויגן, און עס דארף אריינגעלייגט ווערן אין א ראם, צוזאמען מיט די בילדער פון אנדערע אידן וואס זענען אדורך דעם קריג און זענען געבליבן מאמינים בה' און האבן מיט איבערמענטשליכע כוחות איבערגעפלאנצט אידישקייט נאכן חורבן.



און בנוגע מיין שיינעם טיטל "לעגענדארער סאטמאר האסער", וואס ס'גייט מיך נישט אן וואס דו קלערסט, אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן פשוט להניח את דעתך - אויב אזא זאך איז מעגליך - אז כ'האב גאנץ קנאפ מיטן ברך איינגעשטויסן, חוץ פון דעם וואס ער איז געווען אן איידעלע נשמה וואס וואלט נישט באדארפט ווערן רבי, און זיין רביסטעווע האט אים ליידער צוגרונד געלייגט. כ'האלט אז ער איז געווען זייער א געשמאקע איד, א פשטן און היבשער ענוותן, א יודע ספר און יודע וואס טוט זיך אויפן וועלט, אבער סאטמאר איז נישט געווען געאייגנט פאר אים.
מיין שנאה צום קרית יואלן צדיק איז נישט צוליב דעם וואס ער איז איינע פון די אדמור"י סאטמאר, נאר צוליב זיין מהות. ער איז ביי מיר פונקט אזא צדיק און ערליכער איד ווי זיין שוואגער פון שוואנצונעס, וואס האט טעראריזירט זיין אייגענע עולם גענוג לאנג ביז די מהפיכה האט אים געמאכט עטוואס מער איינרוען. ווידער, גארנישט מיט סאטמאר איינגעשטויסן.
דער הייליגער סאטמארער רב ר' יואליש, איז געווען אן אויסגעארבעטע איד, און טראץ זיינע שיטות מיט וואס רוב כלל ישראל איז נישט איינשטימיג, ווערט ער נישט אפגעפרעגט בשום קנה מידה, און כ'האלט פון אים עולם ומלואו.
אלזא, כ'זע נישט מיט וואס איך בין א סאטמאר האסער.
אויב דו האסט נישט די מעגליכקייט צו פאנאנדערטיילן צווישן די דריי אידן וואס האבן פארנומען דעם אדמורות שטעלע אין סאטמאר, איז עס דיין פראבלעם, נישט מיינע.



און אז כ'האב דיר שוין אויפן ליין, לאמיך דיר שטארק באדאנקען פאר דיינע אנאליזן איבערן ווייסע הויז, טראמפ, דעמאקראטן, א.א.וו. איך לייען עס תמידין כסדרן און איך האב באמת גאר שטארק הנאה דערפון, סיי פון דיין שפראך, סיי פון דיין אנאליז, און סיי פון דיינע מסקנות. כ'מאך נישט חוזק, נאר כ'מיין עס ערנסט. א גרויסן דאנק מעומק הלב.

שבת אחים » זונטאג יולי 5, 2020 8:59 pm

· #453764
ס׳האט מיר פארציילט היינט א איד א גר צדק שוין קרוב צו פופציג יאהר. ער פלעגט זיך דרייען ביי אסאך רבי׳ס בתוכם ר׳ מאטעלע זצ״ל און די ברך משה זצ״ל.
פאר יאהרן לאנג פלעגט ער יערליך זיין ביים ברך משה אויפן סדר נאכט.

ער פלעגט אסאך אריינגיין צום ברך משה מיט א קוויטל און אים אייביג געבן א שיינע פדיון אבער די ברך משה פלעגט עס אייביג צוריקגעבן. און נאך צוגעבן א שיינע נדבה אין די זייט.

איינמאל אויף די עלטער איז ער אריין מיט א קוויטל און דאס מאל האט אים די רבי נישט צוריק געגעבן דאס געלט. האט ער געטראכט. נא די רבי איז דאך שוין זייער אלט. ער געדענקט שוין נישט... ער גייט אהיים. הערט ער אז אויף זיין מעסעדזש אויפן טעלעפאן אינדערהיים פון די רבי׳ס שטוב. אז די רבי האט געהייסן מ׳זאל אים צוריק געבן דאס געלט. ער האט זיך נאר געכאפט ווען ער איז ארויסגעגעאנגען...

מ׳פלעגט אים אייביג אפמאלן אלץ א ״געלט גייציגער״ מענטש! אבער איך ווייס אסאך ערשט האנטיגע מעשיות אז ער איז געוועהן גאר, גאר א פיינע מענטש! א גרויסער בעל חסד, א עניו, און א דזשענטעלמאן.

זי״ע.

מיינונגזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:58 am

· #459565
גאנצל
ישמעאל הכהן
איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'


און איך פרעג פארוואס פארוואס אזויפיל דברי יואל'ס ? האסט עס נישט געקענט מאכן ווי יעדע נארמאלע ספר חחחחחחחחח לשון קארני נופל על לשון קארני אבל יש בזה אמת

ווייל עס איז דא חמשה חומשי תורה

green sunday » מאנטאג מאי 31, 2021 5:03 pm

· #474318
שנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל,

שנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:21 pm

· #474333
א קליינע הערה איידער איז זענט דאס מפיץ. דער בארימטער כותב השורות ז"ל האט חרטה געהאט בסוף ימיו פארן ארויסגעבן דעם קונטרס.

זאל דאס זיין לעילו נשמתו.

תרמב » מיטוואך יוני 2, 2021 12:30 am

· #474454
אפשר פארציילסטו ווער די כותב השורות איז געווען? איך בין שוין לאנג זייער נייגעריג.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 2, 2021 8:25 am

· #474468
green sunday
דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל,

שנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

לפענ"ד: דעם גרעסטן טעות וואס די זאליס האבן געמאכט אז בראשית דרכם זענען זיי מיטגעגאנגען מיט די בני יואל. וואס דער שכר פון דעם איז געווען אז די (פאררוקטע) בני יואל האבן זיך אויסגעדרייט אקעגן זיי אליינס. וואס דארף מען מער ווי די שוידערליכע סצענע (פון בזיון המת, און אנדערע איסורי דאורייתא) וואס האטציך אפגעשפיעלט ביי די לויה פון בירך משה, זי"ע...!

ספרים הקדושים » מאנטאג מאי 29, 2023 7:53 pm

· #526390
איך זוך די הזמנה פון די חתונה פון האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר אויב איינער האט עס ביטע ארויפלייגן אדער צו ווייזן ווי מען קען עס טרעפן
ישר כח
בלאט: 1 2 3